יאסעלע : די וועסט נישט גלייבן וואס איך האב יעצט באקימען אן אי-מעל - איין מעניט יעצט האב איך עס באקימען אויף א טעקסט מעסיטש, אין מיין פעקס פרינט אויך עפעס - ווען איך וועל דיר זאגן פין וועם דאס איז וועסטי מיך שוין מיזען גלייבן, אין די וועזט זיין שאקט צי הערן וואס ער האט צי זאגן, פאר איך גיי דיר זאגן, א שטיקל הקדמה.
יאסעלע: נישט א יעדער איז א גולם
פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש
א נייע סקאנדל פון חלב ביי מיעל מארט!!!
פרישע "חלב" איז געטראפען געווארען אויף פלייש פון מיעל מארט ביי "ווייסס מיעט מארקעט" אויף 13טענטער עוועניו צווישן 55 און 56 סטריט.
דער רב המכשיר פון דעם געשעפט הרב שמואל שלמה שפיטץ שליט"א, טארץ וואס ער האט זיך אלעמאל שטארק פאלאזט אויפן באטערער, אבער נאכ'ן גרויסען גערידער במשך די וואך, האט ער געוואלט פרעזענדליך זיך איבערצייגען אויף דעם מצב הניקור, האט ער איינגעליידענט א מנקר מומחה פון מאנסי, וועמען ער טראסט, זאל קומען בודק זיין דעם מצב הניקור אינעם ווייסס פלייש געשעפט ווי ער גיט זיין השגחה.
נעכטען 6:00 אזייגער אווענט, איז דער מנקר פון מאנסי אנגעקומען אין זיך גענומען צי די ארבעט. ס'האט נישט לאנג געדויערט ביז ס'איז ליידער נתגלה געווארען זייער א שווארץ בילד. נישט בלויט איין פראבלעם פון חלב, נאר ליידער אסאך פראבלעמען אויף עטליכע חלקים פון די פליישן. דער מנקר האט געטראפען: שטיקלעך פון די "קרום" פון דעם "טרפש" מצד הכבד, ווי אויך "שומן" וואס געפינט זיך אינטער דער "קרום". נאך האט דער מנקר געטראפען, שטיקלעך פון די "חוטי דכפלי" פון די 10טע ריפ. און אויך האט ער געטראפען, "שומן" פון אויף די "רפאלע" (Inside Skirt).
דער שאקירטער הרב שפיטץ האט באלד טעלעפאנירט דעם באטערער רב זאל שוין אריבער קומען זעהן מיט די אייגענע אויגען וואס דא טוט זיך. דער באטערער האט עם געענפערט, אז ער האט שוין מער נישט קיין כוח צו דעם, ער וועט אריבער שיקן ר' מאיר ראטענבערג, זיין הויפט משגיח.
ר' מאיר ראטענבערג איז אנגעקומען צוזאמען מיט ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א, אין נאכדעם וואס דער מאנסי'ער מנקר האט זיי געוויזען די אלע פאקטען פון די שרעקליכע מכשולות, האט זיך ר' מאיר אנגערופען: "ס'איז טאקע אן התרשלות, אבער פון היינט און ווייטער גייט זיין א שטרענגע השגחה".
ברעיקינג: באטור רב לאזט נישט אריין משגיחים
פארוועם עס איז באקאנט איז דער באטור רב געווען ביי האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א פאר א צוויי וואכען, און שטארק בארעדט די השגחה פון ווייסמאנדל און רובאשקין
דער וויזניצער דיין (שטיינמעץ) שליט"א פלעגט אנפירען מיט א שחיטה ביי רובאשקין, זייט די באזוך האט ר' מאטעלע באפוילען אז מען זאל אויף הערען צוגיין צו רובאשקין מ'זאל מאכען די נויטיגע ארענדזמענטס מ'זאל אנהויבען שעכטען ביי מיעל מארט
אזויפיל האט מען גע'פועלט ביי וויזניצער רבי אז פאר מען מאכט די פיינעל מאוו, זאל מען אראפשיקען א משלחת בודק זיין די הלוך ילך ביי סופרים מיעטס, פארשטייט זיך אז זיי זענען אראפגעגאנגען א משלחת פון מבינים וויזניצער יונגעלייט און זענען צוריק געקומען מלא התפעלות
יעצט האט מען געוואלט גיין צו מיעל מארט בודק זיין אויף די זעלבע אופן זאגט דער באטור רב בלא!! מיט א גרויסען ניין, ער לאזט נישט אריין
באטור רב!!!! טול קורה בין עיניך
(ווי פארשטענדליך וועלען אלע יעצט קומען שרייען מ'פירט א מערכה קעגען באטור רב וכו', ולעומתם אענה ואומר: יא מען פירט א מערכה אנטקעגען באטור רב, א רב בישראל א בעל מכשיר וואס א גרויס חלק פון ניו יארקער אידענטום פארלאזט זיך אויף זיין כשרות און פלייש ביי מיעל מארט, און פראדוקטען ביי משפחה, און האט פראבלעמען (וואס אמת ס'קען זיך מאכען) אבער אויף יעדער זאך האט ער א תירוץ און איז א מומחה צו ווארפען די שמוץ אויף א יעדעם איינעם און ער האלט נישט ביים מאכען קיין תיקונים אפילו ווען מען פאקט פארלירט זיין חזקת כשרות, און יא דא אויף די אינטערנעט איז דער מקום דערצו, כדי ער זאל נישט קענען טעראזירען די מעוררים)
[בילד – נישט אפגעהיט]
Yudel Shain accuses Yingerman of making up Chelev story
Although the Yingerman who found the Chelev on the Meal-Mart liver had two witnesses that were present from when the box was opened until the liver was inspected by a Dayin, where pictures were taken, Yudel Shain still accuses the Yingerman of switching livers. Yudel Shain asserts that the Yingerman that discovered the problem with the liver had purchased a non-Meniker liver from Meal-Mart and then two weeks later bought Meniker liver and replaced it with the non-Meniker one claiming that it had Chelev. I find this to be typical Yudel Shain. This goes along the lines of his Rubashkin story. Yudel must have some money invested with Meal-Mart otherwise why would he blindly call this Yingerman a fraud.
| ||||||||||
| ||||||||||
| ||||||||||
| ||||||||||
קליינעקאפ רעדט פון "agenda"!!!!!!!
ווער נאך האט אזא agenda ווי דו???????
דו שרייבסט:
This INDIG came and saw things he didn't like, so they called the Baterer ruv which was still in the middle of the other "scandal", so he sent his MASHGIACH
שקר וכזב!!
די פאקט איז אז 6:00 אזייגער אווענט איז דער מנקר פון מאנסי אנגעקומען אין זיך גענומען צי די ארבעט, ביז ער האט געטראפן די פראבלעמען אין ניקור. ר' מאיר ראטענבערג מיט ר' חיים דוד כ"ץ זענען ערשט אנגעקומען 9:00 אזייגער אין געשעפט.
די מיטינג אין שטוב פון הרב ברוידא איז שוין 6:00 געווען פארטיג, וכ"ש 9:00 איז שוין זיכער געווען צייט פאר'ן באטערער רב צו קומען...
די זעלבע איז מיט דיינע אלע אנדערע ליגענט.
געדענק נאר איין זאך: דא האנדעלט זיך מיט איסורי דאורייתא של כרת!!!! האב א טראפ יראת שמים!!!!!
איך האב פאר דיר נייעס.
העיקר חסר מן הספר. מען איגנארירט דעם עיקר פראבלעם. ווען עס איז געווער די חלב פרשה פאר יארן צוריק האט מען געוואלט איינפירן דעם ניקור וואס מען מאכט אין ירושלים, אין די התאחדות האט בשום אופן נישט געוואלט ווייל דאס וועט מיינען אז זיי האבן ביז היינט געגעסען נישט כשר, על כן זיינען זיי געקומען מיט א תירוץ אז זיי האבען זייער מסורה..
און עד היום זיינען זיי [די אלע וואס באלאנגען צום דעם לאגער] פאר'עקש'נט נישט צו פאריכטען די מסורה פון זייערע מארמארישע מנקרים וואס האבען א קבלה איש מפי איש עד ..... אויפן סדר הניקור.
דאס איז נישט ריכטיג ווייל זיי ווילען אז אלע אידן זאלען דאס עסען קענען זיי נישט מיקל על סמך אויף א מסורה פון נישט תלמידי חכמים.
_________________
פרייטאג זענען געווען נאך פאשקעווילן פון די "אפגעבריטע" אידן:
[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס פאררופן נישט די רבני התאחדות אדער די רבנים המכשירים -
אן אסיפה מיט אלע מנקרים מומחים אויף צו פעסטשטעלן איינמאל פאר אלעמאל וואס זענען די גבולות
הניקור המקובל והנהוג בזמנינו ??
delluser:
ביסט 100 פראצענט גערעכט, אבער די מערכה פירערס די מלחמת_השטן'ס מיינען ליידער נישט לשם שמיים, אין סאיז זייער אבוויעס אז זיי האבן נאר איין כוונה צי באגראבן די קאמפעטישן, אין דאס ברענגט אז די עולם ווערט סיניקעל, אין פארלירט די טראסט בכלל אין די כשרות סיסטעם.
איך זאג נישט,אין איך ווייס נישט, אז די באטער האט נישט קיין חלק אין דעם, אין אמת, די פייט אגעגען רבאשקין איז אויך געפירט געווארן אויף א שמוציגע וועג. אבער ווי לאנג די קאנסאמער וועט נישט רידשעקטן די סארט נעגעטיווע ציגאנג, אין שרייען אויף די פארעטער געניג איז געניג, וועט די מצב נישט בעסער ווערן.
מאכטס ענק נישט נאריש, נישט די באטער אין נישט ווייסמאנדעל אין אויך נישט הלל וויינבערגר ווילן אז די עולם זאל עסען חלב אדער ברויט פין חילל שבת, אין קיינער נעמט נישט לייכט די זאכן, מיז נישט זיין ציליב גרויס יר"ש
נאר פשוט אלס גיטע ביזנעס. אבער ווען די כשרות ביזנעס ווערט געפירט אויף א מאפיע אישע אופן, ווען איין צד טרייד צי באגראבן די אנדערע צד, וועגן כבוד אין געלט, (קען מיר איינער זאגן וואס איז די נ"מ צי די באטער איז געקימן 6:00 אדער 9:00 , אדער ער איז אליין געקימען אין געווארן רויט ווי די רוצחים האבן געוולט , אדער ער שיקט זיין איש מהמון )ווערן מיר, די כשרות קאנסאמער, באעוולט.
און אויב די רבנים שטופן עס אפּ, דארפן די עסקנים, כולל יונגעלייט אדער סיי ווער מאכן א טומל !!
איי,
מ'וועט זאגן אז ס'איז אינטערגעשטעלט,
מ'וועט זאגן ס'איז מחרחרי ריב,
מ'וועט זאגן ס'איז די קאמפעטישן,
מ'וועט זאגן ס'איז אן אגענדא,
!!Who Cares
אויב די סוף פסוק איז לתועלת הרבים און ווי די זאגסט וויל קיינער נישט מאכיל איסורים זיין,
איז פארוואס ווערט יעדע מיטינג און פארשונג STONEWALLED?
ער וואלט דענטמאל אויכט געקענט שרייבן "יאכלו ענבים וישבעו"...
[בילד – נישט אפגעהיט]
unfortunately - even though a lot of rabbonim are trustworthy, and loyal to torah & "real" yiddishkeit, - some of the rabbonim have simply GOOFED! & lost their total credibility. threrfore, the PUSHITA YIDEN are speaking out when there's something stinky... as we could just stand do & watch the rabbonim doing COVER UP for their garbage and do the judgment by ourselves e.
נאר וואס יא? גאנץ איינפאך, דער שרעקליכער מכשול וואס האט זיך אפגעשפילט אונטער די נאז פון אזויפיל טויזנטער, טויזנטער, אידן יראים ושלמים, האט פשוט און פראסט געעפנט די אויגן פארן ציבור המדקדקים בכשרות. עס איז געווען אזוי ווי מען זאגט: "א גוטן רוק פון אונטן זיך אויפצווועקן פון דעם זיסן טראסט שלאף"... אידן זענען געווארן אזוי אנטוישט אינעם צוגאנג פון דעם מצב הכשרות, אין די הזנחות פון דעם כשרות סיסטעם, עד כדי כך, אז א יעדע מינדעסטע חשש, יעדע קול עלה נדף, קויפט מען אפ פאר גוט געלט על כל פנים למיחש.
זענען דען די אידן נישט גערעכט?, נאך אזא ביטערן שפיל זענען דען די אידן נישט בארעכטיגט חושש צו זיין און קויפן אלעס וואס נאר שייך אלעס איבער א כשרות פראבלעם? איז דען די מעשה נבלה נישט געווען גענוג שוידערליך און ביטער, אז דער ביטערער טעם דערפון זאל בלייבן בפי יעדן ערליכער איד המדקדק בכשרות?
שולדיג זענען, אט די יעניגע, וועלכע האבן אנשטאט צו נעמען אויף זיך דעם גרויסן "על חטא" און ערקלערן ברבים יא! אידן איר האט געטוהן דאס בעסטע וואס נאר שייך, איר האט זיך פארלאזט אויף די רבנים המכשירים מיט פארמאכטע אויגן, האבן זיי, אט די יעניגע, גאר געטוהן דאס פארקערטע!. זיי האבן גאר באשולדיגט דעם ציבור, אז היתכן מען קויפט דאס, היתכן מען קויפט יענס. יא, מיר קויפן! און איר ווייסט פארוואס? ווייל מיר זענען ערליכע אידן און מיר האבן די פולסטע צוטרוי צו די אלע ערליכע בעלי מכשירים.
איך שטיי און איך וואונדער זיך, עס איז קוים פאראיבער צוויי דריי חדשים זינט יענע ביטערע פרשה, און גארנישט, ווידער דאס זעלביגע. אידן המדקדקים, וועלכע זענען שוין זאט און סענסעטיוו צו יעדע קלייניקייט וואס נאר מעגליך און כשרות, ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך אין כשרות פראבלעם איבער פלייש, און גארנישט, מען דרייט אהער מען דרייט אהין, היינט מארגען וועלן מיר נאך הערן אז מיר זענען גאר שולדיג און דעם פראבלעם, איי פארוואס?...
און יא, מיר האבן נישט פארלוירן ח"ו קיין טראסט אין די בעלי מכשירים, נאר וואס יא?, אז ס'מאכט זיך א פראבלעם פאלאנגען מיר אז מען זאל מען זיין וואַך צום פראבלעם און נישט דערשטיקן דעם פראבלעם, מיט'ן שרייען און פארקויפן שטותים און לאקשן פארן ציבור המדקדקים.
אויף וואס ווארט מען? וואס וויל מען?, מען וויל דערשטיקן דעם ציבור און זיי נישט לאזן זיין וואך מיטן פראבלעם, וואס וועט מען האבן דערפון? מיט די צייט וועט דער ציבור אינגאנצן פארלירן טראסט צו די בעלי מכשירים. בעסער פריער ווי שפעטער, זאלן די אלע וועלכע ווילן דערשטיקן די פראבלעמען זיך כאפן בייצייטנס וואס זיי טוען, און דערמיט וועלן זיי קענען מיט א רואיגקייט זאגן, ידינו לא שפכו את הדם הזה.
מאה_אחוז: איך בין זיכער אז פינקל וואלט זיך באלעקט מיט אזא בריוו פין הרב בעלסקי.
ער וואלט ווען געטאנצען פאר שמחה ווען די איינציגע וואס קימען ארויס קעגן עם זענען זיין קאמפעטישן, וואס די עולם טראסט נישט, אין די וואס מען האט זיי גאנץ לעצטענס געכאפט מיט גרויסע מיכשולת, אין קענען יאזען א ביסעל פ.ר. פאר זייער אימידש.
ווען זיי זאלן עס מיינען מיט אן אמת וואלטן זיי שטיל געווען אין געלאזט אנדערע, אזאלכע וועם מען קען נישט חושד זיין אין א שמיציגע נגיעה, פירן די מערכה. נאר וואס, זעט אויס אז זיי ווייסען אויך אז קיין שים ערלעכע רב וועט זיך נשיט צישטעלן צי זיי, איז נישט דא קיין ברירה.
אין איך בין בכלל נישט ביי די מיינאג אז "יאכלו ענבים וישבעו", אני הקטן עס נישט קיין בשר בהמה שוין א שיינע פאר יאר. אין אויב וועלן נאך אפאר ידען זיך צי שטעלן אין אויפהערן עסען, כל הכבוד.
אין אמת אז די אויפוואכאנג אויף כשרות דארף זיין א אתריתא דלתאתא, פין דעם קאנסאמער, אבער נישט סתם טימלען נאר פארלאנגן קראנטע אין ממשות דיגע תקינים, עקראס די בארד.
אין און די ענווייערמענט וואס די פיל רשעות אין ווייניג מצות חברה מאכן אן איז נישט געאייגענט פאר קיין גוטס, מען קען נישט מתקן זיין אויב די מיטיל איז קעגן די תורה.
אפשר וועט די עולם זען פין אט די מרכה די פאלשקייט פין אט די חברה אין אויפהערן זיי צי טראסטען - זאל זיי דער זכות נישט ביישטיין.
איך פיר נישט די ביכער דארט אויבען, אבער אויב די באטער איז אויך גילטי אויף די פאברעכ קען זיין דאס איז זיין עונש, אבער דאס איז קלאר אז טימלערס דא זענען נישט פין די צד הקדושה, אין מרשעים יצא רשע
איך מאך דא א עפענטליכע טאלענדש פאר די מענטש וואס האט אין באזיס די דריי ניקים {אדער עטליכע מענטשן}
ענק האבן באשמיצט ברבים, {מיט א ניק, נישט מיט די אייגענע נאמען} א רב בישראל אז ער איז כמעט במזיד מאכיל חלב רח"ל א איסור כרת
ענק האבן געשריבען ברבים אז אידן זענענן רח"ל עובר טאג טעגליך אויף איסור כרת רח"ל
דער נירבאטעור זאגט אז עס איז שקר
רב בעלעסקי זאגט אז עס איז שקר
קימטס ארויס אין די עפענטליכקייט מיט ענקער אמת'ע נאמען זאל זיך אנהייבען א משא ומתן ווער עס איז גערעכט
פאר וואס באהאלטן ענק זיך???? ווי איז רעכט, אז דער נירבאטעור מעג מבוזה ווערן בפני עם ועדה, אז ער איז מאכיל חלב רח"ל אין ענק האבן די רעכט צי בלייבען באהאלטן?????!!!!!!!
די זעלבע מיט די OU זיי ווערן אויך מבוזה ברבים!!!! ווי איז רעכט???????
זיי זאגן אז עס איז שקר!!!! זאל ארויסקימען האטווייער על הגאולה אינאיינעם מיט דעם מאנסי מנקר מיט א עפענטליכע נאמען, תשובה , פארוואס זיי האלטן אז נירבאטעור איז רח"ל מאכיל חלב.........
קימטס ארויס פין ענקערע מייזן לאך,, ברענגטס עכ"פ איין דיין וואס האלט ווי ענק !!!!!!!!!!!!
אידן ווייסן נישט וועם צי גלייבען, קימטס ארויס זאל מען זיך איבערצייגען די אמת
באקימען אין אישי
פיןדאדאדארט און שטוב
דער פראבלעם דא איז נישט די איינע שטיקעל לעבער מיט די חלב דערויף, דער פראבלעם איז ווי אזוי דער בארטערע באהאנדעלט דעם פראבלעם
נאך וואס דאס סראחעט אין אלע גאסען איז ער גרייט צו פאלגן ווער אימער אבי ס'זאל שטיל ווערן און ווי לאנג דער אינגערמאן האט גערעדט צו עם שטילערהייט האט ער געפיפן אויף עם מיט א גרויסע פייפער כדרך כל הרבנים מעולם
ארויפברענגן געלט נגיעות פון דעם אינגערמאן המעורר איז א געלעכטער קעגן די געלט נגיעה פון דער בארטערערע מיט זיין הכשר וואס ארבעט נישט אויף א סעלערי... וד"ל
וואס קען מען זאגען טיים וויל טעל, מען וועט זעהן וואס בעלסקי וועט זאגען יעצט, אויב עס איז זיין בריוו אדער נישט.
און אמת'ן איז שווער, ווייל דער נירבאטער האט שוין מודה געווען אין א בריוו אז מען האט געטראפען חלב, איז וואס איז יעצט געשעהן??
אויך האט מען מיך מעורר געווען אין אישית אז דער שטערען איז באמת א חשובער אינגערמאן און אז נישט ער דריקט די פאשקעוועלין, ער טוט נאר קוקען פאר א חברה "עסקנים" וואס ווילען מתקן זיין.
_________________
שאלת חבירי "על הגאולה" (פון כל העולם כולו):
האבין אונזערע מנקרים קבלה אויף ניקור ? ? ? ? ? ?
האבין אונזערע מנקרים קבלה???? נישט קיין חילוק פון וועלכער השגחה, צו איז דאס באטור, ווייסמאנדעל, התאחדות וכו'
דער באטור רב שרייבט און זיין בריעוו אז זיינע מנקרים האבין נישט קיין קבלה, זיי האבין נאר געלערנט ביי אזעלכע מנקרים וואס האבין געהאט קבלה
פארוואס זאלען אונזערע מנקרים נישט האבין קיין קבלה?
דאס איז די בריעוו פון בית דין הגדול שבירושלים, וואס שרייבען אז מנקרים מוזן האבין קבלה אויף ניקור, און אהן דעם קען מען נישט זיין קיין מנקר. זיי ברענגען פוסקים אז ס'איז הארבער פון שחיטה אהן קבלה.
[בילד – נישט אפגעהיט]
לשאלת "על הגאולה" איז דער תירוץ:
התאחדות מנקר האט יא קבלה. ווייסמאנדעל'ס מנקרים האבן אויך קבלה. אבער ליידער ליידער דעם באטערערס מנקרים האבן נישט קבלה אויף ניקור.
עס קענץ שרייען פון היינט ביז מארגן - "קאמפעטישן". דאס איז אבער דער ביטערער פאקט!
ווער ס'וויל ווייטער עסען געבראטענע פלייש מיט לעיבער, זאל ווייטער שרייען "קאמפעטישן" ויאכלו ענבים ויסבאו.
אבער ווער ס'וויל זיין זיכער אז ער עסט א כשר שטיקל פלייש, זאל זיך אליין אינטרעסירען אין די אויבענדערמאנטע פאקטן.
אדרבה, פרעגט דעם באטערער אליין צו זיינע מנקרים האבן קבלה. און שרייט געוואלד פארוואס נישט??? מיר ווילן גארנישט, נאר איין זאך: מיר ווילן עסען כשר פלייש!!! ותו לא מידי.
אגב, דער חשובער יונגערמאן וואס האט געטראפן דעם חלב דאורייתא אויף די לעיבער, האט א כתב קבלה אויף ניקור. ער איז דאס גרייט צו ווייזן פאר יעדען, יהיה מי שיהיה. וואס טוט זיך מיט די מנקרים וואס זענען מנקר דאס פלייש וואס מ'גיט אונז - און פאר אונזערע קינדער - צו עסען???
הגם די נושא קריכט שוין פון די נאז, (און קיין איין גרויסע אנגעזענע רב קומט נישט ארויס מיט קיין קול קורא), אבער היות איך זעה אז דו האסט אן אינטערעס צו אנהאלטן די רעדע איבער די נושא, דעריבער בין איך דיר מייעץ, אז דו זאלסט דערמאנן אין דיינע תגובות מער ערנסטע הכשרים וואס קאנקערירן מיט נירבאטור. (און נישט ווייסמנדל וואס אן אויברפלעכליכע הכשר)
ער נעמט א בעל מכשיר א אשכנזי רב וואס ווייסט ניט וויאזוי מחפה זיין....
וואלט ער געהאט אביסל שכל מיט אסך מזל, נעמט ער באטור השגחה, און אלעס וואלט געווען בסדר, מיט א גרויסע
"יאכלו ענבים וישבעו"
kleinekup
קיינער האט נאך נישט אדרעסירט מיין פראגע פון דף 4, וועל איך עס נאכאמאל פארלייגן:
עס איז א דבר ידוע אז צו פארשטיין אין ניקור דארף מען ליגן דערין א פּאָר יאר ראשו ורובו בהדרכת
מנקר מומחה.
רוב רבנים (ובתוכם בעלי מכשירים פון שלאכט הייזער) פארלאזן זיך כמעט אינגאנצן אויף די
מנקרים'ס מומחיות ווייל די רבנים ליגן נישט גענוג דערין אויף צו האבן א דעה.
(א ראי' האט איר פון רב בעלסקי'ס "בריוו" פון ב' כסלו ווי "ער אליי"ן שרייבט אז ביי די שטיק לעבער
האט ער קודם געמיינט אז עס טויג נישט, נאכדעם האט מען עם צוגעשטעלט א גרעסער שטיקל פון א
אנדערע בהמה זעט ער אז עס איז נישט חֵלב.
עכ"פ מ'קען זיך זייער גרינג טועה זיין לכאן ולכאן - אין איסורי דאורייתא ורבנן - ווען מ'ליגט
נישט דערין)
די שאלה דא האנדלט זיך נישט - "נאר" אויף "דעם" שטיקל פלייש וואס מען האט באשטעלט (און האט
פערצופאל געהאט א שאלה פון חלב דאורייתא), נאר פון די גאנצע מהלך ביים ניקור (ביי אללי
פראסעסינג) וואס לויט די מעוררים איז נישט אויסגעהאלטן לויט די ספרי ניקור, צו אלס חֵלב דרבנן
צו אלס מראית עין, אדער ח"ו דאורייתא.
שטעלט זיך די שאלה -
פארוואס פאררופן נישט די רבני התאחדות אדער די רבנים המכשירים -
אן אסיפה מיט אלע מנקרים מומחים אויף צו פעסטשטעלן איינמאל פאר אלעמאל וואס זענען די גבולות
הניקור המקובל והנהוג בזמנינו ??
און יעצט וויל צולייגן נאך עפעס וואס באדערט מיר.
פארוואס איז נישט ארויס א בריוו פון התאחדות ??
איז די OU דער קובע פאר אונזער היימישע קרייזן ??
העלפט'ס מיר פארשטיין!!
צווייטענס, (און דעס איז אויך די ערשטע), רבנים האבען מורא! זיי דארפען נישט קיין בזיונות וואס די קאמפעניס און מכשירים קענען דעליווערען לרחצה...
זיי דארפען נישט קיין געלט שאדענעס וואס קען אפשר קומען דורעך דעם, זיי לאזען די מצוות פאר די "כולל יונגעלייט", אדער עקטיוו בעלי בתים...
דריטענס, זאג מיר פינקטלעך אויף וועלעכע רב האסטו א קשיא?
איך וועל דיר ענטפערן אויף די אלע שאלות,
איך בין זיכער אז אויב די ווילסט פארשטיין וועסטו פארשטיין, אויב דו פארשטייסט נישט ביטע פרעג איבער.
דיין תגובה האב איך צוטיילט אין פיר {4}
1} די ערשטע פרט אז רוב רבנים קענען נישט קיין ניקור.
איז מסתברא אז עס איז אמת, אבער עס איז א מציאות אז דער נירבאטור קען עס יא, אנדערש קען ער בכלל נישט געבן קיין השגחה, התאחדות רבנים קענען עס מן הסתם נישט, ווייל זיי גיבען נישט קיין השגחה אויך שחיטות גסות, מילא האבן זיי עס קיינמאל נישט אדורך געטוהן
2} האסט אראפ געלייגט א מציאות אין דערנאך פרעגסט א קשיא.
להוי ידועה לך, אז עס איז לעת עתה נישט דא קיין שום שאלה אויף עללי פראסעסינג, עס איז נישט דא קיין מעוררים עס איז נישט דא קיין דיינים וואס האלטן אזוי, קיינער, בסך הכל ווערט געפירט א שמוציגע קאמפיין אויפן אינטערנעט צוליב ביזנעס אינטערעסן, אבער אויף די עכטע גאס. מיט א עכטע נאמען איז נישט דא קיין איין רב/ דיין / עסקן /מעורר. וואס זאל זאגען אז עפעס איז שלעכט מיט עללי, די וואס באשמוצען דא בסתר אויפן אינטערנעט האבן קיינמאל נישט אויפגעוויזן אז עפעס גייט טאקע פאר, גארנישט, בסך הכל ווער עס גלייבט איצט די בעלי לשון הרע און מוציאי שם רע איז א מקבל לשון הרע אויף ערליכע אידן אן קיין שום באזיס און אן קיין שום גרונד.
עס איז יא געווען איין לעבער וואס עס איז אדורוך געפאלן די סיסטעם, ווי דער באטער רב האט עס באמערקט האט ער מודה געווען אין מען האט געמאכט תקנות אז עס זאל מער נישט פאסירן, טעותים געשען און עס וועט ווייטער געשען, עס איז א גזירה מן השמים אז מענטשן מאכען טעותים, פארפאלן, ב"ה נירבאטור רב איז א צדיק אין ווי נאר ער האט עס "געזען" האט ער מודה געווען.
3} מען האט עס שוין געטוהן תשמ"ג נאך די קאשוי פרשה.
די תורה האט זיך ח"ו נישט געטוישט זינט דאן, די בהמות זענענן אויך געבליבן די זעלבע, מילא פעלט נישט אויס אז מען זאל עס נאכאמאל טוהן.
4} התאחדות קען נישט און ווייסט נישט וואס דא טיט זיך (ווער איז התאחדות........?????).
זיי גיבען נישט קיין השגחה אויף גסות, בעלסקי גיט יא א השגחה אויף גסות, בכלל איז פיין באוויסט אז התאחדות פארטרעט נישט כלל ישראל.
תוקן על ידי - שם_אחר - 27/11/2006 19:16:46
שם_אחר ברענגט בשם-איש-אחר א מורא'דיגע סטעיטמענט, וזה לשונו:
"די ערשטע פרט אז רוב רבנים קענען נישט קיין ניקור איז מסתברא אז עס איז אמת, אבער עס איז א מציאות אז דער נירבאטור קען עס יא, אנדערש קען ער בכלל נישט געבן קיין השגחה".
עץ הערטץ? עס איז א "מציאות" אז דער באטערער קען יא ניקור. ווי אזוי ווייסט ער די "מציאות"? ער האט א מורא'דיגע שטארקע "ראיה": ווייל אויב קען ער נישט ניקור, "קען ער בכלל נישט געבן קיין השגחה".
טאקע א ראיה שאין לה פירכא!
פון אט די "ראיה" איז געווארן א "מציאות" אז דער באטערער קען יא ניקור!
אגב, האט דער באטערער רב "קבלה" אויף ניקור? (איך בין חושד אז נישט).
נאר טאמער איז דאס א "מציאות" אז ער האט יא קבלה, ווייל אנדערש קען ער בכלל נישט געבן קיין השגחה.
איך מיין נישט נאר דעם באטערער. הוא הדין הרב ווייסמאנדל וכיו"ב, האבן זיי קבלה אויף ניקור? (ווער ווייסט)?
איך מיין אז דאס ווארט איז נישט דא דער נירבאטור רב, צו אן אנדערער רב, דער ווארט איז וויאזוי
השגחה בכלליות קוקט ליידער אויס היינט, דא אין אמעריקא.
דא שטייט מען בלויז געציילטע וואכן נאך די הימל שרייענדע געשעניש ווי טויזענטער אידן זענען
נעבעך נכשל געווארן מיט נבילות וטריפות רח"ל, און דער עולם בכלליות איז געווארן פיל מער
אויפמערקזאם און שטרענג מיט השגחות בכלל, בפרט ווען מ' הערט אז מ'האט געפינען עפעס א פראבלעם
ערגעץ, נעמט מען דאס אויף מיט מער ערנסקייט ווי אמאל, - און אפילו מ'דארף נישט און אפשר טאר
מען אפילו נישט בארעדן קיין בעל מכשיר, אבער - דער צוגאנג צו א פראבלעם, אין אזא צייט נאך אזא
שוידערליכע מכשול, דארף זיין פיל אנדערש...
איז גאר ווייטאגליך צוצוקוקן ווי א גרויסע טייל פון די שרייבער דא זוכן נאר צו דערשטיקן דעם
קול ה', צו משתיק זיין די וואס טרויען זיך צו זאגן א ווארט פאר'ן "טובה פון דעם ציבור", פארוואס?
ווייל ער האט מורא אז ער וועט נישט קענען אריינרוקן אין מויל אלעס אזוווי ביז יעצט? דערפאר
גייט מען פארשטאפן די מויל פון די וואס רעדן "לשון הרע" אויף די טויטע בהמות? דערפאר גייט מען
זיך דא אננעמען אויף די לעבער? אויף די סטעיק?
אוודאי דארף מען זהיר זיין בכבוד הרבנים, אבער צום פראבלעם דארף מען זיך באנעמען מיט די פולע
ערנסטקייט, ליידער זעט שטארק אויס אז יש דברים בגו.
הלוואי זאל אלעס טאקע מתוקן ווערן. באקריגען אין אישית תוקן על ידי - chaplain - 27/11/2006 21:34:28
סאיז געשמאק צי זעען ווי מלחמת האט אנגעפאנגן זינגען א נייע ניגן
איך מיין נישט נאר דעם באטערער. הוא הדין הרב ווייסמאנדל וכיו"ב, האבן זיי קבלה אויף ניקור? (ווער ווייסט)?
אביסעל פריער האט ער געשריבן בזה"ל:
התאחדות מנקר האט יא קבלה. ווייסמאנדעל'ס מנקרים האבן אויך קבלה. אבער ליידער ליידער דעם באטערערס מנקרים האבן נישט קבלה אויף ניקור.
ווער זאגט? פין וועם האבן זיי קבלה ? ביי וועם האבן זיי זיך פארהערט ? סתם ארפלייגן אלץ פאקט מאכט דאס נאך נישט אזוי ? , אפילה ווען עס ווערט באגלייט מיט: ווער עס וויל זיך נאכפרעגן זאל זיך נאכפרעגן אדער ער איז עס גרייט צי ווייזען פאר יעדעם
לדעתי ווער עס האט מורא פין אן עברה זאל לגמרי אויף הערן צי עסען ביז ווילאנג אלע יא אלע בעלי מכשירם קימען ארויס אפען מיט זייער סטאנדארד ווער זענען די שוחטים, בודקים, אין מנקרים משגיחים , אין וואסערע קבלה'ס זיי אלע האבען. אין די פינקטליכע פראצידארן, וויפל ווערט געשאכטן א שעה, פארקויפט די שעכטהויז אויך טרפה, וואס זענען די באווריניגן אז סזאל זיך נישט אויסמישען, אין נאך אין נאך. נאכן אנפירן אזא העץ קאמפען האבן זיי אלע פאלוירן זייער באגלייבטקייט.
אדרבא, זאל די בעסטע השגחה געווינען !!!
*:NAMESPACE PREFIX = O />
דאס הייסט גערעט צו די זאך!!!
איינמאל פאר אלע מאל, זאלן "אלע" ארויסקומען אפען מיט "אלע" פאקטן (באופן אז מ'זאל קענען באשטעטיגן אז דאס זענען טאקע די "אמת'ע" פאקטן), און זאל די בעסטע השגחה געווינען!
ירא הקהל וישפוט!!!
כבוד שלוםשטוב
א) דאס אז מנקרים דארפן האבן א קבלה, איז נישט קיין נייע ערפינדונג. עס ווערט שוין געבראכט אין די פוסקים, און ס'שטאמט נאך פון די ראשונים.
ב) בנוגע וואס די מיינסט אז די סיבה פארוואס דער באטערער פארופט זיך אויף ביד"ץ עדה החרדית איז ווייל ער "פירט" זיך אויף זייער מהלך הניקור, האסטו א גרויסע טעות. דו ביסט אריינגעפאלן אין "טרעפ" וואס דער באטערער האט דא געלייגט פאר'ן ציבור.
ער דערמאנט די בד"ץ עדה החרדית אין זיין בריעוו (און רעכענט אויס אלע נעמען באריכות) כדי צו שאפן א רושם ביים ציבור כאילו די ניקור וואס ער מאכט ביי מיל-מארט איז די זעלבע ניקור ווי די בד"ץ מאכט אין ארץ ישראל. ס'איז א גרויסער טעות. ער מאכט נישט דעם זעלבן ניקור ווי עדה החרדית. לא קרב זה אצל זה. דער באטערער מאכט אסאך א שוואכערען ניקור ווי עדה החרדית מאכט.
ער פארופט זיך נאר אויף א "גביית עדות" וואס מ'האט גובה געווען בפני הבד"ץ של עדה החרדית פון צוויי אלטע מנקרים פון אונגארן, און ער טענה'ט אז מיל-מארט מאכט די ניקור אזוי ווי די צוויי מנקרים האבן עדות געזאגט פאר'ן ביד"ץ עדה החרדית, ותו לא מידי.
יא, יא, מיר האבן אסאך א שוואכערען ניקור פון עדה החרדית. און דאס איז "אפיציעל". דאס איז מען מודה הויעך. (מיט דעם האט מען נישט קיין פראבלעם, ווייל ע"פ הגביית עדות האט מען אין "דערהיים" אזוי געטוהן). ליידער, ליידער, עד היכן הגענו.
אויף וועלכע הכשר פארלאזטו זיך ביי בהמות?
אמת איז דא איינס, אין דאס קען מען נישט טוישען,
ליגענט קען יעדן טאג זיין א פרישע, אין דאס קען מען יעדן טאג טוישען לויט די גיסטע, אין לויט ווי די ווינט בלאזט
איך וועל איבער שרייבען די השתללות הדברים פין די לעצטע צוויי וואכן, פשוט כדי עס זאל בלייבען פאר די רעקארד
אז אויב איינער וועט עפענענן די אשכול א שטיק צייט ארום, זעל ער נאך קענענן האלטן קאפ וואס דא איז פארגעגאנגען
אויף יעצט פעלט עס שוין באמת נישט אויס, ווייל פין די תגובות דא זעט מען אז עס קיינער האלט נישט מיט די שקרנים
1}פאר צוויי וואכן צוריק, האט זיך אנגעהויבן די טימעל אז מען האט געטראפן חלב ביי מיעל מארט
קודם האט מען נישט ארויסגעגעבן די פינקטליכע פרטים, מען האט נאר געהאקט חלב חלב חלב מיעל מארט מיעל מארט מיעל מארט,
די וועג ווי אזוי מען האט עס געטראפן איז געווען אז, עס איז דא א געוויסען ביזנעס וואס האט א אינטערעסע צי טרעפן טעותים ביי מיעל מארט, זיי האבן באשטעלט פאר א לאנגע צייט לעבער פין מיעל מארט, זיי האבן געהאט דערפאר איין אינגערמאן מיטען נאמען שטערן וואס ער פלעגט איבער קיקען יעדע שטיקעל זען צי עס איז כשר, ביי זייער לעצטע ארדער פין פינף שטיקער לעבער, האבן זיי געטראפן איינס מיט א חשש, אין WOW די שמחה איז געווען גרויס. פיינעלי מען האט זיי געפאקט
תיכך האט די לעבער אנגעהויבן ארויף צי טרייבען מיילעדש, כאטש וואס דער בעל מכשיר דערפין וואינט אין בארא פארק, אין די לעבער איז אויך געווען אין בארא פארק, האט מען עס בכוונה נישט געוויזען פארן בעל מכשיר, נאר מען איז געפאר דערמיט צום ערשט קיין סעדרעהאל, דערנאך קיין וומסב"ג דעראך קיין מאנסי, דערנאך קיין קר"י אינדערצווישען האט מען געהאלטן אין איין שרייען אז עס איז דא חלב ביי מיעל מארט, אין נירבאטעור מאכט זיך נישט וויסענדיג, פיינעלי ווען זיי זענענן געווען אין קר"י ביים דיין אין ביי רבינו שליט"א האט רבינו שליט"א געקאלט דעם נירבאטעור פרעגן וואס דא גייט פאר, האט ער געענפערט אז ער האט נאך נישט געזען די לעבער, בלית ברירה האבן זיי געמיזט שיקען די לעבער צום נירבאטעור, ווי נאר דער נירבאטעור האט עס געזען, האט ער זיך אדורוך געשמיסט מיט רבנים, ארויסגעגעבן א צעטיל אז יא, עס האט זיך געמאכט א טעות, ער ארקענט עס, ער וועט ארבייטען אז עס זאל זיך ח"ו נישט פאסירען נאכאמאל
{מומחים האבן אנגעצייכענט, אז אזוינע טעותים געשענט פין צייט צי צייט ביי יעדע השגחה, נאר די בעלי מכשירים פארווישען עס, ווייל עס איז נערמאל אז מענטשן מאכן טעותים, עס איז גזירה מן השמים, אין ווער עס זאגט אז ער מאכט קיינמאל נישט קיין טעות דער איז נישט קיין מענטש
אזוי אויך וואלט מען די שטיקעל קיינמאל נישט געגעסן ווייל די בוטשער שנייט עס נאך אוועק, ואכמ"ל,אזוי אויך איז באווייסט אז דער נירבאטעור איז פין די גרינגעסטע מענטשן אין די הכשירים פעלד, ער איז אייביג גרייט צי הערן וואס אנדערע האבן צי זאגען, ווי מען קען מאכען בעסער}
המשך יבוא, אי"ה
תוקן על ידי - trant_lott - 28/11/2006 18:03:59
זיי האבן אראפגעריפען א אינגערמאן מיטען נאמען אינדיג פין מאנסי
ער איז א קאשויער/ בני יואל, פאר אים איז אונזער ניקור סיי ווי אסור, כידוע אז קאשוי האט גע'אסרט אונזער פלייש
אין ער פלעגט טאקע שעכטן פאר מיעל מארט ביז מען האט אים פארשיקט פין דארט, היינט שעחט ער פאר בני יואל
זיי האבן אים באשטעלט אז ער זאל גיין אין בוטשער אין זען עפעס אנצידרייען, מען האט אים אין אסאך פלעצער נישט אריינגעלאזט, קיין שום בעה"ב זיכט נישט קיין קאפ וויי, אבער ביז ער איז אנגעקימען צי ווייס, דער בעה"ב איז דעמלאטס נישט דארט געווען, אין עס איז געליגען אויפן טיש א גאנצע בהמה נאך פארן ציהאקען אין צי טיילען ער איז געגאנגען אין געקאלט דעם בעל המכשיר פין דעם בוטשער אז ער זעט "עפעס" דער בעל המכשיר האט געקאלט דעם באטעור, דער באטעור האט געזאגט אז צי דעם שיקט ער זיין משגיח ראשי ר מאיר, ר' מאיר וויסענדיג אז דא גרייט מען אים אן א טרעיפ, האט ער מיט געריפען רח"ד כץ ער זאל אים האבן אלץ עדות וכדומה,
בקיצור, יעדער קימט אין אן בוטשער, אין מען פרעגט אינדיג וואס ער וויל האט ער אנגעהויבן משוגע צי מאכען מיט א אדער, אז די אדער טאר נישט דארט בלייבען, האט ר' מאיר ארויסגענימען די פראטעקאל פין עדה פין תשמ"ג אין אים געפרעגט צי די בהמה איז נישט מנוקר לויט ווי די עדה האט פארגעריבען? האט ער געענפערט אז יא, עס איז טאקע מנוקר לויט זיי, אבער זיי זענענן נישט גערעכט ווייל עס איז אקעגן א רמ"א האט ר מאיר געשריגען, אז ער זאל גיין קאלען רב בראנסדאפער פין די עדה אין ער זאל אים צירי לאזן {מען האט זיך נאך היבש גע'טענעט דארט איבער שטותים, אבער אכמ"ל ווייל אינדיג איז געבליבען מיט די צינג אינדרויסען, די הויך פינקט איז געווען ווען מען האט זיך גע'טענעט איבער די עדה פראטקאל}
שפיטץ מיט רח"ד כץ זענענדיג מיט וועם זיי האבן ציטיען, האבן זיי זיך אפגעטראגן פין דארט, איבערלאזענדיג דעם אינדיג פארשטייט זיך אז זיי ניצען ווייטער מיעל מארט פלייש, האלטענדיג אז דאס איז די בעסטע פלייש
עד היום ווייס מען נאך נישט ווער עס האט באשריבען די מעשה אויף היידפארק ווייל ר מאיר האט עס נישט געשריבען, שפיטץ אויך נישט, ער האלט דאך מיט דעם נירבאטעוראז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם , רח"ד כץ אויך נישט
איז געבליבען אז אדער איז אינדיג א שרייבער דא, אדער האבן עס זיינע משלחים געשריבען
המשך יבוא אי"ה
תוקן על ידי - trant_lott - 28/11/2006 18:27:11
אלע וואס זענענן געווען אין בוטשער בשעת מעשה ווען זיי האבן עס געהערט, האבן זיי געצויגען מיט די אקסעל, נישט וויסענדיג וואס דאס דארף באדייטען,
יעדער האט דאך קלאר געזען אנדערש, אבער דאך האט זיי דאס נישט אפגעשטעלט צי שרייבען זייער פרעכן ליגענט, כאילו דער נירבאטעור אז דא אויף עפעס א מיסע מכשיל צי זיין אין מאכיל זיין במזיד חלב פאר אידן, ער ווייסט אז עס איז דא פראבלעמען אין ער וויל עס נישט פאר רעכטן, בלא בלא בלא
המשך יבוא מארגן אי"ה
תוקן על ידי - trant_lott - 28/11/2006 18:33:51
וועד הקהילות מיטינג היינט געקענסעלט: דורכפאל פאר רח"ד כ"ץ
דער געוועזענער סאטמאר'ער דיין פון 53 ר' חיים דוד כ"ץ האט לעצטענט געגרינדעט א נייער וועד מיט די נאמען וועד הקהילות, בכלומרש'ט זיך אומצוקיקען אויף עניני כשרות דא אין שטאט בארא פארק.
דער הר' כ"ץ האט זיך נישט אליינס ארויס געשטעלט לכתחלה, ווייל ער האט געויסט אז ער וועט נישט מצליח זיין, האט ער אריינגענומען האדמו"ר מקאסוב שליט"א אין דעם בילד, און דער קאסובער רבי איז ארום געגאנגען צו רבי'ס און רבנים באקומען די הסכמה פון די צענדליגע קהלות זאלען זיך משתתף זיין און דער נייעם וועד.
אויבען אוף איז דאס א פיינער הצעה, א גוטער פלאן, און בברכת הרבנים יצא לדרך.
נעכטען האט דער (נייער אזוי-גערופענער) "וועד הקהילות" פאר-רופען אן אסיפה בנוגע די לעיבער-חלב פרשה וואס רודערט זיך לעצטענס. מען האט אראפגערופען דעם באטערער רב זאל זאגען זיין צד פון די מעשה. און אלטס הלכה, מענטשליכקייט מיט נארמאלקייט, דארף מען אראפרופען דעם צווייטען צד אויכעט, ס'זאל זיין זה לעומת זה. אבער, בלא! דער הר' כ"ץ האט געלייגט א גרויסע וועטא. בשום פנים ואופן לאזט ער נישט דעם מנקר הרב שטערן אראפקומען אראפלייגען זיין צד.
דער באטערער רב איז אראפגעקומען אראפגעלייגט א גאנצע פרעזענטעישאן, מיטען משמעות אז אויף לעבער קען קיין חלב נישט זיין (וואס דאס איז הוילער שקר, ווייל ס'קען קלאר יא זיין חלב הכליות מיט קרום מדובק צום כבד וואס מען איז מחויב מנקר זיין, כמבואר בפוסקים. און ווי דערמאנט אין די מכתב של התאחדות הרבנים נאך די פרשת קאשוי, אז צריך זהירות יתירה לזה).
דער מיטינג האט זיך פארשלעפט א לאנגער צייט, ביז מען האט מחליט געווען אז מען גייט ממשיך זיין ווייטער היינט, דינסטאג. היינט איז געווען אין פלאן, אז מצד די אנדערע צד גייט אויפטרעטען הרב ברוידי שליט"א (וואס ער איז דער מורה דרך פאר דעם הרב שטערן אין דעם דאזיגע פרשה. ער איז געווען דער וואס האט נישט געלאזט הרב שטערן זאל גיין ווייזען דעם לעיבאר פאר'ן באטערער רב בפרטיות, הגם ער האט איהם אנגערופען תיכף און מודיע געווען אז מען האט געטראפען חלב אויף די לעבער. און ער איז געווען דער וואס האט פארלאנגט די מיטינג ביי התאחדות הרבנים).
היינט האט הרב ברוידי שליט"א מודיע געווען פאר דעם הר' כ"ץ, אז אזוי ווי נעכטען האבין די רבנים אויסגעהערט דעם באטור רב, זאל מען היינט אויסהערען דעם יונגערמאן, ווי ס'פאסט להלכה און מפני ועשית הישר והטוב.
אבער, בלא! דער הר' כ"ץ האט פארפירט אז בשום פנים ואופן קען דער הרב שטערן נישט מופיע זיין בפני הרבנים. פארוואס? זאגט הר' כ"ץ: ווייל ער איז א מחוצף און א שגץ. פארוואס? ווייל ער איז געגאנגען צו די התאחדות.
אויב אזוי, האט הרב ברוידי מודיע געווען אז ער קומט אויך נישט צו די מיטינג.
און אזוי ארום איז דער מיטינג איז בטל געווארען.
וואס איז דער אמת? פארוואס שרייט הר' כ"ץ אז דער יונגערמאן איז א שגץ? וואס האט דער הר' כ"ץ מורא? און וואס באהאלט ער? המשך יבוא.....
#2
דער יונגערמאן הרב שטערן, איז אראפגערופען געווארען און סאטמאר'ען בוטשער סטאר (אין בארא פארק) דורך איינע פון די מורי צדק פון די קהלה און בארא פארק, ער זאל אריבערקומען אלטץ גרויסער מומחה פון ניקור, בודק זיין די ניקור אויב אלטץ איז בסדר.
דער אינגערמאן האט געטראפען געוויסע פראבלעמען.
ער איז ארויף געגאנגען צו דעם געוועזענער סאטמאר דיין הר' כ"ץ (וואס געט די השגחה אויף די בוטשער), אבער דער הרב כ"ץ האט איהם בשום אופן נישט געוואלט אויסהערע. ער האט איהם ארויסגעווארפען פין שטוב!
בייגעלייגט איז א קאפי פון א בריעוו וואס דער הרב שטערן האט דאמלסט, באלד נאכדעם, אפגעשריבען צו הר' כ"ץ מיט אלע נקודות פין די פראבלעמען וואס ער האט געטראפן אין בוטשער סטאר.
זאל דער ציבור וויסען פארוואס הר' כ"ץ שרייט דער הרב שטערן איז א שגץ: ווייל ער האט געהאט די מורא'דיגע חוצפה פון מעורר זיין כמה דברים הצריכים תיקון!
ווער ווייסט וואס נאך דער הר' כ"ץ טוט פארדעקען און פארהוילען פונעם חשובען ציבור המדקדקים בכשרות.
ס'פרעגט זיך די קשיא דא ווער איז דער ריכטיגער שגץ און ווער נישט...