היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

289 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 290 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2088273
בלאט: 1 2 3 4 5 6

findodort » 3/12/2006 21:52

אין בו שמץ של חלב אין זיין בריוו.
אין בו שמץ של חלב אין זיין דרשה.

ער זאגט אז ביים לעבער איז דא א קליין שטיקל חלב צווישען אנדערע זאכן וואס איז נישט קיין חלב (די דייעפרעם).

מען נעמט אייביג אראף די גאנצע זאך דארט, אלעס אלעס, די חלב מיט די אנדערע חלקים, חאטש אידער וואלט דאס ממילא אראפגענימן פארן בראטען

קימט א איד אין איז מעורר אז חאטש די שטיקל -וואס איז נישט קיין חלב- איז קלענער ווי א האלבע נאגל, (אין ווען עס וואלט ווען יא געווען חלב וואלט דאס אויך בטל געווארן באלף, אין די לעבער זעלבסט, אין איך וואלט נישט געקענט זאגן חתיכה עצמה נעשה נבלה.) אין ווערט צים סוף אראפגענימען (אנדערש ווערט די לעבער קאליע ביים בראטען)  דאך איז כדי זיכער צי מאכן אין אנזאגן די מנקרים אז מען זאל לייגן א דגיש אז דאס זאל נישט פאסירן.

אויף דעם ענפערט בעלסקי (ריכטיג)  [OK ] (פארוואס זאלט איר טראסטען איינער וואס ארבעט אפשר אין מיל-מארט , דיסייד אליין  אויב סיז א נפקא מינה צווישען OK אדער ריכטיג)

איים סארי מלחמת_X אבער נאכן שרייבן OK איז מיר שווער צי צילייגן דיין קרי, איך האף אז די וועסט נישט ברוגז זיין.
 
איך וועל  זיך (תיכף) פארבונדען מיט'ן רב המכשיר און ביז פינף מינוט וועט אלעס ווערן ארלעדיגט (די ווארט תיכף איז אויך צי געלייגט געווארן ארויסציברענגן די ערענסטקייט אין די הארבקייט פין די זאך)


מ'האט נאכגעזאגט אין מיין נאמען, אז רב בעלסקי זאגט, ס'איז חלב דאורייתא (דא האט אינזער מלחמת געהאלטען אז ער האט שוין געניג ציגעלייגט אז ער מעג זיך שוין ערלויבן ארויסצינעמן א ווארט צוויי)







מלחמת: א פריוואטע טובה, ביטע לייג ארויף די גאנצע דרשה

תוקן על ידי - findodort - 03/12/2006 21:54:05

findodort » 3/12/2006 21:59

איך האב פארגעסען פין די נקודה



















איז מלחמת_על_ה סתם א שקרן אין איעדער ווייסט שוין פאר וועם ער ארבעט,  יא אדער ניין?




תוקן על ידי - findodort - 03/12/2006 22:02:10

DellUser » 3/12/2006 22:19

קיבלתי באישי

בלי אחריות על אמיתות הדברים

1)


[בילד – נישט אפגעהיט]

DellUser » 3/12/2006 22:36

2)


[בילד – נישט אפגעהיט]

כורמיזא » 3/12/2006 23:20

די עדה החרדית איז מקפיד אויף די אלע זאכען ווייל זיי נעמען אן חומרות וואס פארשידענע סארט קרייזן האבען זיך נוהג געווען אין ירושלים.
און דאס וואס עס שטייט ביי מיעל-מארט אין רויט, ווייזט אז זיי זענען גאר גוט באקאנט אין די הלכות, און מ'שנייט נישט אבי אוועק ווייל מ'קען זיך נישט גוט אויס. כוח דהתירא עדיף!

עבדעברי43 » 3/12/2006 23:32

דעס צעטל איז שוין געווען אויפן מארק לאנג פאר דעם יעצטיגען סקאנדאל . און א סאך מענטשען האלטן אז מען טוט טאקע אזוי וויא עס שטייט אויסגערעכענט אויף דעם צעטל. אנדערע זאגן אז דאס האט דער קאמפטישאן געשריבן. אבער אפילו הכי איז א פאר זאכען  אמת .ער האט נאר מגלה געווען "סודות פון חדר" וואס אין מגלין אלא לצנועין .(למשל פאר דעם וואס איז באקאנט  "צלע י"ב עצמו מבפנים "   איז ביי די עדה החרדית "מסירין"  אנדערש וויא עס שטייט אין צעטל)  "סאטמארער בוטשער"  טוט כמעט די זעלבע ניקור וויא מיעל מארט. נישט וויא עדה החרדית און נישט וויא סופרים-רובשקין. אבער לעצטענס האט מען משנה געווען לטובה ביי צלע י"ב  (ואין מגלין) אבער יעצט אזוי וויא מען האט אויפגענומען דעם אברך יאקאבאוויטש. וואס ער האט שוין לאנג געוואלט אז פאר אונזערע חסידישע יודען זאל מען מאכן דעם פרומסטען און מהודרדיקן ניקור. האפט מען אז עס פון היינט מאל אהן וועט שוין דא זיין דאס בעסטע.

אזוי וויא נאכדעם ווען מען האט געטראפן מילך פאר יארן צוריק אין די פארעווע קוקיס פון די פרומסטע  חסידישע קאמפאני. נאכדעם איז דאס געווארן די מהודרדיגסטע וד"ל

מען מעג דאס מפרסם מאכען וואס איך שרייב.

עוד_ישמע » 4/12/2006 03:54

איך בין עס נישט משיג, און איך הייב נישט אן צו פארשטיין, עד היכן הגענו? אז תלמידי וחסידי רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע זענען מפלפל און מדייק בלישנא פון דעם אגודיסטישען "אוי יו" ראביי, כדי זיך צו פארלאזען אויף די כשרות פון מיעל-מארט פלייש.
לא מבעיא פאר אנ"ש, קענען זיינע מכתבים און זיינע דיבורים, איבערהויפט נישט זיין קיין "סימני טהרה", נאר אפילו ביי זיינע ליטווישע קרייזען, זענען זייערע גדולים שארף ארויס קעגען עם,  ווי הרבנים הגאונים הרב אהרן שעכטער ר"מ דישיבת חיים בערלין, צוזאם מיט הרב פייוול כהן  בעל "בדי השולחן" (אין זייער בריעוו צו הרב אלישיב'ן), ווי אויך הרב שלמה מיללער דער באקאנטער ראש הכולל ד'טאראטא אין זיין שארפען בריעוו, קעגען עם (ה"ה רב בעלסקי ובית דינו: ארי' רלב"ג, מרדכי גימפל וואלמארק, מענדל עפשטיין), וואס האט מתיר געווען אשת איש לעלמא ע"י הפקעת קידושין אן א גט כריתות, און האט שוין אנגעמאכט עטליכע "גיטין מעושין" ע"י כפיה, און איז כסדר מתיר "מסירה בערכאות" ר"ל אויף דעם גרעסטען פארנעם. לדוגמא קענט איר דא זען איין פאל, און זיך איבערצייגען:
www.savefile.com/files/312678
בקיצור: אט דער זעלבער רב בעלסקי איז דא אויך א "מחותן", ער איז דא דער "בר סמכא", ער איז דער "סניגור" פאר מיעל מארט פלייש, קעגען רוב היימישע רבנים, און קעגען די מנקרים מומחים ומוסמכים(!). ווי ווייט קען מען נאך פארקריכען??? ווי טיף קען מען אריינפאלן??? 

מלחמת_ה » 4/12/2006 06:33

איך וויל צולייגען א עובדא מחזק צו זיין די ריכטיגע ווערטער פון "עוד_ישמע". צענליגע טויזענטער אידען האבין געהערט "בחוצות ירושלים" בשעת די אשכבתיה דרבי (די לויה) פונעם ראב"ד הגאון הגדול רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל, ווי הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א האט פארציילט בשעת זיין הספד, אז דער גרויסער נפטר איז אויפגעציטערט געווארן פון די שמועה אז חרדישע רבנים אין אמעריקע זענען מתיר אשת איש לעלמא מטעם "קידושי טעות" אן א גט ר"ל. רבי ישראל יעקב האט דאס גענומען צום הארץ, און צוויי וואכען דערנאך איז ער נסתלק געווארען. די לעצטע חתימה פון רבי ישראל יעקב זצ"ל אויפן כרוז פון בד"ץ איז טאקע איבער דעם פארווייטיגטען ענין וזה לשון הכרוז: י"ז אדר ראשון תשס"ג, שמענו ונחרדנו לשמוע כי ישנם בארה"ב שהתירו אשת איש מטעם קידושי טעות, הננו מוחים נמרצות נגד זה, ועדיין היא אסורה מדין אשת איש עד שיתן לה בעלה ג"פ (- גט פיטורין) כדת משה וישראל". וח"ש (- וחתמנו  שמנו) הביד"צ דפעיה"ק ירושלם ת"ו, ישראל יעקב פישער ראב"ד, מאיר בראנדסדארפער, אברהם יצחק אולמאן.

 

איך מיין אז קאמעטארען זענען איבעריג, אויב הר' בעלסקי איז דער טאקע וואס האט מתיר געווען אן אשת איש אן א גט דורך "הפקעת קידושיה", איז שוין לגמרי נישט קיין חידוש אז "אין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל" ומצוה לפרסם הדבר ויאכלו ענבים...                  

זאב58 » 4/12/2006 06:43

כורמיזא !

ראה צל"ח ביצה ב' ע"ב בפירושה של כח דהיתירא עדיף,

ולפי פירושו צ"ע.

_________________

עבדעברי43 » 4/12/2006 06:51

דברי הרב בעלסקי לאחר שנתברר כי בחלב שחלבו עכו"ם ואין ישראל רואהו (דהיינו חלב עכו"ם)

יש בזה חוץ גזירת חז"ל . גם חשש חלב טריפה מפני הפרות שעושין להם ניתוח

וז"ל
כדעת הגר"מ פיינשטיין נוהגים כיום למעשה כל גופי הכשרות המרכזיים בצפון אמריקה,            (ובראשם האוי יו)הנותנים הכשר לתוצרת חלב גם כשזו מיוצרת מחלב שנחלב ע"י נכרים ללא נוכחות ישראל, ללא ציון הסתייגות כלשהי על ההכשר.

עבדעברי43 » 4/12/2006 06:56

חוץ מזה ידוע מה שכתב רבינו הדב"ח מצאנז זי"ע על המלמד שאמר "אז דער אוהח"ק האט נישט געמאכט זיין חיבור מיט רוח הקודש אדער ער איז נישט געווען א בעל רוח הקודש" שרייבט דער הייליגער דב"ח זי"ע אז דער מלמד איז א אפיקורס און מען דארף עהם מעביר זיין ווייל א זאך וואס איז נתקבל בכל תפוצות ישראל און איינער איז מחולק איז ער אן אפיקורס

וידוע מה שדיבר ומדבר הרב בעלסקי על רבותינו הקדושים תלמידי הבעש"ט זי"ע (איני רוצה להביא הדברים פה) יותר ויותר כמה פעמים ממה שדיבר רבי אחד נגד רבינו זי"ע או נגד תלמידי החת"ס  והדברים ק"ו על אחת כמה וכמה והוא והוא הנותן הסכמה על כשרות הבשר שלנו

כורמיזא » 4/12/2006 10:13

זאב,
איך גיי נישט אריין אין די נושא פון כח דהתירא (א וודאי איז מען מקפיד לויט רוב פוסקים), און עס גייט מיר איך נישט אן וואס בעלסקי זאגט.

עס איז קלאר פאר יעדעם איינם אז די געמאכטע סקאנדאל איז א פשוטע קאמפעטישען, פלוצלינג ערשיינן פרישע ניק'ס וועגן די פרשה, און אויך ניק'ס וואס שרייבן קיינמאל נישט האבן פלוצלינג אנגעהויבן צו שרייבן.

די סקאנדאל האלט אין איין טוישען דירעקשאן, אנהויב איז דאס איין פראבלעם דערנאך א צווייטע און יעצט האלט עס מיט א גאנצע רשימה פון קולות קעגן ראבאשקין...

די עיקר פראבלעם פון דער וואס פראבירן אנצוהאלטן דער געמאכטע סקאנדאל איז, אז די כשרות פון וואס זיי רעדען איז אסאך א שוואכערע לעוועל אין כשרות פון נירבאטור.

די באטטאם ליין: מיט שקרים וכזבים בויט מען נישט קיין הכשר, ווילסט זיין אין די זעלבע לעוועל כשרות, זיי משקיע פארלאז זיך נישט אויף קולות (שטחיות) אשר לא שערום אבותינו.

על_הגאולה » 4/12/2006 16:16

סתם דרך אגב, כורמיזא, באמת האב איך זיך געוואלט מונע פון פרעגען די קשיא אין דער אשכול, כדי שלא יאמרו,
אבער מהיכי תיתי אז הרב מנחם מאיר ווייסמאנדעל איז ווייניגער ווי הרב אהרן טייטעלבוים, איז ער ווייניגער ירא שמים, א קלענערע תלמוד חכם, וכו'

אדער איז עס ווייל מר רובאשקין אז נישט אזא ערליכע יוד ווי מר וויינשטאק, אדער ווייל ער איז נישט אזא מכניס אורח, אדער בעל צדקה, אדער ווייל ער טראגט אפשר נישט א בארד (אוי וויי ווער טראגט נישט א בארד? וויינשטאק אדער רובאשקין) אדער אפשר שערן זיך די בארד איז נישט אזא חומרא ווי שערען די האר ביי נשים, איך ווייס נישט,

אפשר קענסטו מיר עקלערען

findodort » 4/12/2006 16:53

עוד_ישמע :
  קעגען רוב היימישע רבנים ???
וואד יא מיינד פליז מיר אויסצירעכענען צוויי דריי רבנים (א צעטעלע פליז, נישט דער האט געזאגט, יענער האט געהערט)

 

מלחמת_על_ה:

איך האב זייער אסך ציצילייגען צי די שקצעריי פין דעם בעלסקי , אבער פארגעס נישט פין די נקודה

דיין פאלשע אין פארפירישע טרעסעלעשען פין זיין  דרשה האט שטארק געשעדיקט דיין העץ קאמפען,  אין סאיז שוין צייט צי טוישן ניק.



אז איך רעד שוין צי דיר, געב איבער פאר על_הגאולה ווען די טרעפסט עם, אז איך פארשטיי זייער גיט
פארוואס:  "באמת האב איך זיך געוואלט מונע פון פרעגען די קשיא אין דער אשכול,"

על_הגאולה » 4/12/2006 17:56

פון דא און דארט

נו יעצט הייב אהן, קומט דעך אויס אז על הגאולה ארבעט פאר רובאשקין (איך וועל דיר זאגען די אמת, איך וואלט געקענט באשטיין צו באקומען א טשעק)

ממילא ..........................


איז דער באטור רב געווארען א בעסערע בעל מכשיר

בראשית_ברא » 4/12/2006 19:09

על הגאולה, כ'מיין אז פוןדאדארט קען דיר ארלעדיגן א טשעק פון מיל-מארט. ער זעהט מיר אויס צו זיין זייער א נאהנטער מענטש צום באטערער. גיב א קוק אויף זיין געשרייבעכץ, בעלסקי'ן האט ער טיף טייער, און דער באטערער איז דער בעסטער רב המכשיר אויף די וועלט... נעביך.

aaatozzz » 4/12/2006 21:59

תמימות = נאמנות.

_________________

מלחמת_ה » 4/12/2006 22:36

FINDODORT

 

בהנוגע דיין בקשה: א פריוואטע טובה, מ'זאל ארויפלייגען די גאנצע דרשה, איך קען אוודאי בעשטיין. איך בין בכלל נישט בעליידיגט פון דיינע עקיוזיישענס. איך האב שוין געבעטען דעם אינגערמאן וואס פארשטייט צו דעם, ער זאל עס מיר אי-מייל'ן, איך זאל עס קענען ארויפלייגען בשלימות. אויב דו פארשטייסט אז רב בעלסקי'ס גאנצע ספיטש וועט דינען דעם באטערער רב'ס אינטערעסען, נו פארוואס טוסטו עס נישט אליין? איך פרעזענדליך האלט אז דער "הכשר" אויף מיעל מארט וואס "בעלסקי" גיט, דינט נישט לטובת מיעל מארט, נאר פארקערט ממש.

  

מ'האט מיר די נאכט אריינגעפאקסט פון ירושלים עיה"ק נאך מכתבים פון בד"ץ עדה חרדית, בנוגע די שרעקליכע פירצות אין די הארבע ענינים פון גיטין וקידושין, וואס דעגרייכען ביז ממזרות ממש ר"ל.

 

שטעל זיך פאר, וואס פאר א פנים וואלט מיעל-מארט געהאט ביים חרדישען ציבור, בפרט ביים היימישען עולם, ווען דער "סעד לתומכו" פונעם באטערער רב וואלט געווען למשל "שלמה גורן" דער רב הראשי וואס האט מתיר געווען (נאר צוויי) ממזרים בישראל.

 

להוי ידוע, אז דאס ווייב'ל וואס האט בעקומען דעם פסול'ער גט (בכפיה ממש) פון רב בעלסקי, האט נישט לאנג צוריק חתונה געהאט (כדת .... וישמעאל). וזה לשון הגאוה"צ הבד"ץ ביום חתונתם: י"א חשון תשס"ה, נדהמנו לשמוע על פירצה חמורה ר"ל להתיר אשת איש ע"י נתינת גט בכפיה ממש, עד שהבעל הוכה בהלם אלקטרי, ובלי קבלת עדות על טענות האשה, ושלא בפניו, ה"ה מרת... הננו לגלות דעתנו דע"ת כי גט פסול הוא ודינה עדיין כאשת איש לכל דבריה עד שתקבל גט אחר כהלכה, ובאם תנשא לאחר, בגט זה, הרי בניה ממנו ממזרים רח"ל".

 

דער מכתב הבד"ץ איז איבער געגעבען גוועארען אין די הענט פון די מחותנים פאר די "חופה", אבער די מוזיק האט וויטער געשפילט. די הויפט מחותנים ביי די חאסענע זענען געווען רב בעלסקי וחברי בית דינו: רלב"ג, וואלמארק הידועים. דער קאפעל איז אריבער וואוינען אין א ווייטע יידישע געגענט (סילווער ספרינג) במקום שאין מכירין.

 

בקיצור: דאס איז דער רב בעלסקי וואס פסק'ענט "אין שום שמץ חלב כלל וכלל" ויאכלו ענוים וישבעו.    

 

כורמיזא » 4/12/2006 23:41

ברוכים הבאים בראשית_ברא

על_הגאולה, איך ווארט שוין "פון דיר" אויף די שאלה היבש לאנג... פאר געוויסע סיבות וויל איך נישט ענטפערען דערויף.

על_הגאולה » 4/12/2006 23:48

I wonder why

התאחדות » 5/12/2006 00:21

האסטו מיר געזעהן מיט אן הרב בעלסקי אין קאפ אריין, שוין א פרישע מהלך אפצופרעגן אלע ריכטיגע טענות פון אלע גולשים וואס ברענגן קלאר ארויס דעם דיון מיט קלארע תגובות.

יא הרב בעלסקי מיט אלע זיינע חסרונות האט געזאגט אזוי און אזוי, סאו וואט? צוליב דעם איז זיכער געווען חלב, כ'מיין מ'שטיינס געזאגט נאר וואס דען?

על הגאולה/מלחמות/וואטעווער_יור_נעים_ איס לאמיר שוין זעהן די אלע וואס זענען אויפגעשוידערט געווארן וזה לשון קדשך
מלחמת_ה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

רעש'ענדיגע נייעס. עס איז יעצט אנגקומען א ידיעה, אז עטליכע מנקרים מוסמכים האבען געזען די קלארע בילדער פונעם לעיבער, און זיי שרייען געוואלד אז נישט נאר דאס ביסל חלב (וואס איז יותר משיעור שעורה) איז חלב דאורייתא, נאר אויך דאס גאנצע הייטעל וואס שטעקט ארויס פון העכער דעם לעיבער, וואס איז דער  "קרום העליון" פון די כליות, חייבין עליו כרת ר"ל.

 

די מנקרים מומחים טענה'ן אז דאס א גמרא מפורשת (חולין צ"ג ע"א) און אזוי איז אויך גע'פסק'נט אין רמב"ם (פ"ז מהלכות מאכלות אסורות הל' י"ב) ווי אויך אין טור ושו"ע (סי' ס"ד סעי' י"ב). והאריך בענין זה בספר "תורת הניקור הירושלמי" עמוד קלג (ג). 



וואו זענען די מנקרים? ווער זענען זיי? האט שטערן דער מנקר מומחה דאס נישט געוואוסט בעפאר? פארוואס האט ער עס נישט געזאגט די סאכדעס האראבאנעם? צו וואס דארפן מיר ווארטן יעדע וואך צו פרישע שוידערליכע רעש'ענדיגע נייעס, וואס מ'מוז עס שרייבן מיט באלד אותיות?

אתממההההההה

על_הגאולה » 5/12/2006 06:17

מורא'דיגע נייעס קומט סטעי טונט!

מלחמת_ה » 5/12/2006 18:24

איך האב יעצט דערווישט פון די התאחדות הרבנים אפיס, א בריעוו פון דעם "ראש המנקרים" אין ירושלים, וואס ער האט אפגעשריבען נאכדעם וואס ער האט געזעהן די בילדער פונעם לעיבער. די קוואליטי פון מיין קאפיע איז צו שוואך, טו איך עס דערווייל איבערשרייבען מלה במלה, וז"ל:

 

בס"ד יום ב' לסדר על כן לא יאכלו בני ישראל את גיד הנשה תשס"ז לפ"ק

 

לכל השואלים בענין ניקור הכבד

 

ראיתי את הכבד בתמונה, ובודאי מה שנשאר עליו הוא חלב הכליות ממש.

 

ומכאן  מודעה לכל הרוצים לדעת את הקבלה האמיתית שקיבלתי מהרב שמואל הומינער [שקיבל מאביו הרב ר' שלמה הומינער שהוא ניקר לפני ולעיני הגאון הגדול רבי שמואל סאלנט והגאון הגדול רבי מהרי"ל דיסקין זצוק"ל] וגם קיבלתי מהרב ר' צבי פריזנט שקיבל ממנקרים שניקרו לפני הגרש"ס והמהרי"ל זצוק"ל שהכבד צריכים לנקר כל הקרומים והחלבים שבאים מחלב הכליות ומחלב הקרב המונח עליו,

 

ואין להקל בחלבים אלו שהן חלב דאורייתא שאיסורה אפילו כשעורה מעבירים אותו עיין שו"ע סי' ס"ד,

 

וכן קיבלתי שבניקור הולכים לחומרא, וכך המסורה שזה נוגע לחלב דאורייתא ואיסורו כרת ר"ל.

 

יהודא איזנשטין

ראש המנקרים

בירושלים עיה"ק

 

נ.ב. קיבלתי מהרב ר' שמואל הומינער ז"ל, שבשבת זו [פרשת גיד הנשה] עשו המנקרים קידוש שהודו להקב"ה שזכו להציל את הציבור במשך כל השנה מאיסור חלב וגיד הנשה והיה להם שמחה.

הנ"ל

התאחדות » 5/12/2006 18:47

קודם בין איך געוואויר געווארן אז א מנקר איז א דיין,,,, (אויף וואס די פארפירערס רעדן שוין אין עטליכע תגובות קעגן דעם).

שנית אין רמ"א שטייט אז סיז נישט קיין דאורייתא.

שלישית אז מ'קען פסק'ענען פון א בילד.

רביעית אז  מלחמות וכל שום וחניכא דאית ליה באקומען זאכן פון סאכדעס נאך פאר יעדן.

חמישית אז די קבלה אויף ניקור פון ארץ ישראל איז מחייב די אלע מנקרים פון חוץ לארץ.

תוקן על ידי התאחדות ב- 05/12/2006 18:47:58

מלחמת_ה » 5/12/2006 19:20

התאחדות - מאך דין נישט טעמיש. ס'פאסט נישט פאר דיר.

 

קודם כל, א מנקר קען ניקור!!! ער בעדארף נישט צי זיין א "דיין" כדי צי קענען זאגן דאס "מציאות" וואס איז יא חלב הכליות און וואס נישט. פרעג זיך נאך וועסטו הערען אז כדי "דיינים" זאלן קענען "פסק'ענען", פרעגען זיי זיך נאך ביי "מומחים" וויאזוי איז די "מציאות" (און דאס זאגן "מומחים" נישט "דיינים"), און לפי זה קענען "דיינים" פסק'ענען די הלכה.

 

שנית, ס'איז נישטא אזא רמ"א. צי "חלב הכליות" איז אסור מדאורייתא איז לכו"ע. ס'איז אין דעם נישטא קיין מחלוקת (אגב, איך בין איצט געוואויר געווארן אז א "ניק" אין הייד-פארק איז אויך א דיין).

 

שלישית, יא, פון א קלארע בילד קען מען זעהן א "מציאות".

 

רביעית, ביסט גערעכט. לכאורה וואלט "התאחדות" בעדארפט באקומען זאכן פון "התאחדות" פאר יעדן.

 

חמישית, "חלב הכליות" איז "יעדער" מחויב מנקר זיין, סיי אין ארץ ישראל, סיי אין איירופע, און סיי אין אמעריקא! (דאס צי פארשטיין דארף מען נישט זיין קיין "דיין"). דער מומחה פין ארץ ישראל שרייבט "ראיתי את הכבד בתמונה, ובודאי מה שנשאר עליו הוא חלב הכליות ממש". ס'איז א "וודאות" נישט קיין שום ספק.

 

ס'בלייבט נאר איבער אויס-צי-פירן: "יאכלו ענבים ויסבאו"...

 

 

verbeenich » 5/12/2006 20:05

שתי תשובות בדבר

1) א מנקר וואס ליינט הייד פארק אין קוקט פיקטשערס אויפען אינטערנעט מעג האבן קבלה פון דעם גרעסטן בעל מנקר און ער מעג האבן מנקר געווען פארן רשכבה"ג אליינס ס'איז גארנישט ווערט.

קיין ערליכער איז ער אוודאי נישט

2) ווי איז משה דוד שטערן געווען ביז יעצט?  ער האט נישט געוויסט אז עס איז חלב?

נאך וואס גייט ער קוקען וואס טוט זיך ביי יענעם ווען ער אליינס ווייסט נישט וואס חלב איז?

בד"א משה דוד ווי געסטו קידוש דעם שבת? פאר א שטיקל (אהרן יודל'ס) שמאלטס הערינג האט זיך אלעס געלוינט.

CHAPLAIN » 5/12/2006 20:35

ציוואס דארף מען דרייען אהער און אהין און מ'זעט נישט קיין וועג ארויס, אז די זאך ווערט נאך מער קאמפליקעיטעד צוליב א בריוו פון א "אינדעפענדענט" ארץ ישראלדיגער מנקר (אן קיין נגיעות)

דענטמאל טוט מען וואס די "אפענדעד רבנים" (נוגעים בדבר) האבן אפגעענפערט אין תשמ"ג נאך ווען אלע תירוצים (ניקור א"י, אונגארען, עלילת חלב ) איז דורכגעפאלען

מ'האט גענומען א גרויסע שופר און געשריגען "שונאים! שונאים!"

דארף מען היצטערט טון דאס זעלביגער און פיניש.

עוד_ישמע » 5/12/2006 22:38

טשעפלין

 

אוי ווי גערעכט דו ביזט. זה דרכם מאז ומקדם, מ'נעמט א גרויסען שופר און מ'שרייט בקול גדול: "שייגעץ", "שונא"...

 

גיב נאר א קוק העכער דיר אויף דיין אויבערשטען שכן "ווערביןאיך", וועסט זען ווי זיי האבען שוין אנגעהויבען זייער טאקטיק. ער האט שוין אנגעפסק'ענט אז דער ירושלימער ראש המנקרים, וועלער איז אן עלטערער חשוב'ער איד, א קארלינער חסיד, איז נישט מער און נישט ווייניגער "גארנישט ווערט". פארוואס? ווייל ער שרייבט אין זיין בריעוו "ראיתי את הכבד בתמונה", האט "ווערביןאיך" מחליט געווען אז ס'מוז זיין אז ער האט דאס בילד געזען אויפ'ן אינטערנעט. אנדערשט איז דאך נישט מעגליך במציאות העולם צו זען דאס בילד. און דערפאר זיגעלט מען עם אפ אז "קיין ערליכער איז ער אוודאי נישט"... אזוי, הייבט זיך אן די העצע קאמפיין.  

 

איך האלט אז "ווערביןאיך" טאר טאקע נישט עסען קיין פלייש אין ארץ ישראל, ווייל דער ראש המנקרים איז דאך "א ודאי" (בלי שום ספק) נישט קיין ערליכער. ווידער פון מיעל מארט מנקרים, וואס האבין איבערהויפט נישט קיין "כתב קבלה" אויף ניקור, יאכלו ענוים וישבעו...

 

ליידער ליידער, איז ראטזאם ענדערשט צו עסען "א שטיקל (אהרן יודל'ס) שמאלטס הערינג" ווי איידער פון מיעל מארט מנקרים.  

       

על_הגאולה » 5/12/2006 22:42

ביטע נאר ברענגן מסורת לינקס.



תוקן על ידי שם_אחר ב- 05/12/2006 22:48:20

עבדעברי43 » 5/12/2006 22:58

וויא לאנג צוויי "אומפארטייאישע" רבנים וועלכע קענען "ניקור" עכ"פ מקופיא . (און באקומען נישט קיין געהאלט פון די קצבים ) וועלן נישט אפאר מאל אראפגיין קוקען וויאזוי מען איז מנקר . און נאך דריי מאל זעהן אז אלעס איז אין ארדענונג וועלן זיי ארויסקומען בכתב אז עס איז אין ארדענונג. ביז דערוויל האט עס נישט קיין געהעריגע "חזקת כשרות"   און פארשטייט זיך (מכלל הן אתה שומע לאו) אז טאמער זיי וועלן אפילו זעהן איינמאל פון די דריי מאל אז עס דא ח"ו א "הזנחה" דעמאלס דארף מען מאכען "נייע גדרים וסייגים" אין דעם ענין פון השגחות בכלל און פלייש בפרט.

איך האב געהערט פון א רב אז איינמאל איז א אפיקורס געקומען צו בעל מעשי למלך "ווייצנער רב ז"ל"  און געפרעגט "וויאזוי ווייסט איר אז עס איז דא באשעפער אויף די וועלט" האט עהם דער ווייצנער רב גענטפערט (בבחינת ענה כסיל כאיוולתו) עס איז געווען ביי אונז אידען איינס פון די גרעסטע חכמים און יודעים דער "הייליגער רמב"ם" וואס יעדעס ווארט זיינס איז געווען געוואיגען און געמאסטן. טויזענטער חכמים פלאגען זיך דורי דורות אויף יעדען אות  פון זיין חיבור. . נאכדעם איז געווען דער "ראב"ד"  (נישט דער סאטמארער אדער דער ירושלימדיגער)  א צווייטער חכם הרזים וואס "הופיע רוח הקודש בבית מדרשו" וואס טאמער דער רמב"ם זאגט איין ווארט וואס עס איז נישט הונדערט פראצענט פונקט אזוי. דעמאלס קומט דער ראב"ד און ווענדט עהם אפ פון קאפ ביז די פיס.

יעצט דער רמב"ם הויבט אהן דעם חיבור הנורא " יסוד היסודות צו וויסען אז עס איז דא א "באשעפער" אויף די וועלט. . איז אזוי טאמער ח"ו אין דעם וואלט געווען די מינדסטע ספק שבעולם. וואלט דאך דער "ראב"ד" תיכף געשריבען א ווארט . אלא מאי אז דער  ראב"ד איז מסכים בפה מלא איז זיכער אזוי בלי שום ספק..

דער קול אריה פלעגט אנהויבען די "דרשה ליל כל נדרי" בזה"ל "דער הייליגער רמב"ם פאסקענט אז מען דארף תשובה טוהן און דער ראב"ד איז אויך נישט מחולק.

האט דער בדחן הידוע מ..  געזאגט  " אז ר"א ט"ב מיט רז"ל"  דארפן באקוקען די פלייש אויב עס איז דא חלב . און טאמער זיי ביידע וועלן זאגן אז עס איז נישטא . דעמאלס איז זיכער נישטא. ווייל טאמער איינער וואלט געזאגט אז עס נישטא וואלט דער צווייטער זיכער געשריגען אז עס איז "שקר" און עס איז יא דא . און טאמער ביידע פאראייניגן זיך דעמאלס איז עס די בעסטע ראי אז עס איז כשר.
(בדרך הלצה) לא ח"ו בדרך ליצנות כמובן.

מלחמת_ה » 5/12/2006 23:05

קרעדיט פאר "על_הגאולה" פון "כל העולם כולו".

[בילד – נישט אפגעהיט]

מלחמת_ה » 5/12/2006 23:05

קרעדיט פאר "על_הגאולה" פון "כל העולם כולו".

[בילד – נישט אפגעהיט]

מלחמת_ה » 5/12/2006 23:08

קרעדיט פאר "על_הגאולה" פון "כל העולם כולו".

[בילד – נישט אפגעהיט]

מלחמת_ה » 5/12/2006 23:09

קרעדיט פאר "על_הגאולה" פון "כל העולם כולו".

[בילד – נישט אפגעהיט]

עבדעברי43 » 5/12/2006 23:24

ידידי ואהובי. אולי רבותי . קודם כל להוי ידוע . אז אין סאטמארער בוטשער אין ליע קארנער ראדני. קומט אריין יעדען מיטוואך "בהמה לעבער" מיט די חלב שעליו נישט געטרייבערט. . און א מנקר "בארענשטיין" איז עס דארטן מנקר . נישט אויף דעם אופן בכלל נישט וויא עס שטייט דא אין די אויבערדערמאנטע בריוון. ממילא קען עס נישט זיין קיין חלב דאורייתא . ווייל דאס ווערט געטון מידי שבוע בשבוע לעיני כל . ובהסכמת דייני הקהילה ר' ליבוש ובראשם אביו הראב"ד שליט"א. שנים על שנים.
 
עס קען העכסטענס זיין מנהג שאר מקומות או חומרא ועוד.

טאמער איינער וועט זאגען אז די דיינים האבען נישט מדייק געווען נאכצוקוקען "דעם מנקר בארנעשטין" זו קשה מן הראשונה. (עיין רש"י במדבר יב סוף פסוק ח) אז טאמער מען זאגט אז ער האט נישט געוויסט איז דאס נאך ערגער רח"ל.
צווייטענס אויב אזוי  ..(אז זיי ווילן נישט מהדר זיין מיטן ניקור בעסער וויא מיעל מארט )פארוואס דארף סאטמאר באשטעלען נישט מנוקרדיגע "לעבער" פון מיעל מארט זאלן זיי באשטעלען מנוקרדיגן מיטן באטורער הכשר. אזוי וויא זיי נעמען די ריעפ סטעיק אויך מיטן באטורער ניקור. (עס קען נישט זיין ווייל זיי ווילן עס זאל זיין א ביסל פרישער. ) אלא מאי מאכט סאטמאר א בעסערן ניקור . און דאך איז עס לגמרי נישט וויאזוי די אויבערשטע ברייון זאגן. ממילא כל אחד ידין לעצמו מאי היא האמת וד"ל

עבדעברי43 » 6/12/2006 00:09

נאך א זאך . פון די אלע בריוון זעהט מען קלאר אז די יעצטיגע שערורי' (פראבלעם) איז נאר געווען (טאמער עס איז געווען) ביי די בהמה לעבער. וואס כמעט קיינער קויפט דאס נישט . דאס איז נאר א דעליקאטעסען.. (אפשר די ליווער סאלאד פון מיעל מארט וואס איז אויפגעשריבן דערויף "ביעף ליווער") אבער מכלל לאו אתה שומע הן . ווייל נאך אלע זוכענישן האט מען נאר געטראפן אפשר ביי די לעבער . איז א סימן אז די פלעיט. און די ריעפ סטעיק. און על אחת כמה וכמה די שאולדער סטעיק אדער מארך ביינער. איז נישט געווען קיין שום שאלה נישט וויא עטליכע האבען דא געשריבן אז ביי עטליכע בוטשערס אין בארא פארק האט מען געטראפן "פארשידענע חלבים" . (דאס אז מען איז נישט מנקר און מען איז נישט מסיר צלע י"ב וכדומה . אזוי וויא ביי אנדערע פלעצער. דאס האט מען דאך שוין מחליט געווען (סאטמאר... כדי שלא יוציאו לעז) אז מען וועט נישט אהנעמען אלע חומרות ביי דעם."ניקור"  ממילא איז יעצט נישט געשען קיין חדשות. . דעל אלטער הרב גענוט ז"ל וואס איז געווען א מנקר מומחה אויך א  דיין (נישט א דיין אין היידפארק  ) האט שוין בימים ההם געזאגט אז אין א סאך מקומות וואלט מען נישט געגעסן דעס פלייש מיט אזא מין ניקור. ווייל עס הייסט "חלב"  (טשיקען מיט מילך) אדער טורקי ראלל מיט א קאפי מיט מילך הייסט אויך "בשר בחלב" חאטש עס האט קיין שום שייכות נישט צו קיין דאורייתא. (ווייל בשר עוף איז נאר דרבנן און ווייל עס איז נישט געקאכט צוזאמען וכדומה)

עפעס א רבי אין וויליאמסבורג האט יעצט געזעהן דעם בריעף פון די התאחדות . ער האט זיך אזוי שטארק געפרייט כמוצא שלל רב . דאס פנים האט עהם געשיינט פאר שמחה . אבי ענדליך האט מען שוין עפעס געטראפן. נישט קיין חילוק ווואס . נאר אבי געטראפן.

עבדעברי43 » 6/12/2006 00:22

אינעם "דער איד" פון עש"ק ויצא תשמ"ג פונקט 24 יאר צוריק האט דער עידיטאריעל געשריבען אויף די רבנים האוסרים ביי די "חלב פרשה" ובראשם כ"ק הגה"ק מקאשוי זי"ע נישט מער און נישט ווייניגער

די הונט זאלן "בילען" און דער צוג פארט זיך ווייטער . רח"ל

findodort » 6/12/2006 01:32

ווייסט איינער וואס סחדעס וויל דא מיט זייער בריוו ?
ווייסט איינער פארוואס מלחמות טאנצט ?

יעדער ווייסט אז אויף די לעבער איז דא חלב הכליות - א טריקענע מחבר
יעדער ווייסט אז נישט אלעס אויף די לעבער איז חלב - א טריקענע רמ"א ס"ד סי' י"ב
יעדער ווייסט אז מענעמט אלעס אראף - א חלק מין הדין אין א חלק מצד המנהג
יעדער ווייסט אז אויף א שטיקעל לעבער פין מיל מארט איז עפעס געווען - א בפירישע באטער



עבדעברי43 » 6/12/2006 01:44

 יעדער איז פארנומען מיט "כבוד" כבד אהער כבד אהין אבי נאר מיט כבד

עוד_ישמע » 6/12/2006 02:51

"פוןדאדארט": ס'איז טאקע זייער שווער צו פארשטיין וואס התאחדות וויל מיט זייער בריעוו. ס'איז ממש א פלא.

דו וואלסט ליעב געהאט ווען די התאחדות וואלט ווען געשריבן "יאכלו ענוים וישבעו"....

עס ווייטער מיל-מארט מיט אפעטיט. בתיאבון, אז די "שומן"(!) זאל דיר רינען פון די וואנצן....  

כורמיזא » 6/12/2006 10:31

על הגואלה,
דאס איז די מעכדיגע נייעס פון וואס דו רעדסט? איך האב געמיינט אז עס קומט א פרישע מכשול מיט הוכחות.

פארשטיי מיר נישט פאלטש: לאורך כל הדרך האב איך קיינמאל נישט געשריבן בנוגע די מקרה צו ס'איז יא געווען חלב דאורייתא אדער נישט.
נניח אז עס איז געווען חלב דאורייתא און עס איז א שטארקע דארכפאל. דאס טוישט נאכנישט די לעוועל פון כשרות. ביי עדה החרדית איז שוין אויך געווען גאר שטארקע דארך פעלער. אפאר יאר צוריק איז געווען א פראבלעם ביי טונה-פיש וואס איז געווען כבוש מיט דגים טמאים וואס א משגיח פון הרב לנדוי האט געטראפן. מ'האט מתקן געווען און געענדיגט.

און ווען עס איז דא א פראבלעם פירט מען נישט קיין מערכה אויף אן אופן פון קאמפעטישן, אדער מיט נייע ניקס אויף היידפארק (חוץ איין אלטע ניק HOTWIRE וואס האט אנהויב אביסל געשריבן), מ'פראבירט צו פאררעכטן.

-

די כשרות אין אמעריקא דארף באמת א גרויסע תיקון, און אנשטאט צו זוכען יענמס מכשולות זאל יעדער משקיע זיין ביי זיך צו העכער'ן די לעוועל.
עס איז דא א מציאות אז דער בעל מכשיר איז גרויסע תלמיד חכם און א אמת'ע ירא שמים, אבער ער איז נישט אזא מומחה אין כשרות אדער פארלאזט ער זיך אויף געוויסע קולות אדער בטל דביטול וואס עס איז נישט קלאר וועלכע איסור איז חוזר וניעור...
לעומת זאת איז דא א מציאות אז די בעל מכשיר איז א מומחה און האט פארגעשריטענע קאמפיוטער סיסטעם מיט אלע אינגרידיענס צוטייל ביז'ן ערשטע יסוד, אבער נישט אזא גרויסע ירא שמים...

שורה התחתונה: די עולם קען און דארף פארלאנגן א הויכען סטאנדארט אין כשרות און אויף אזא אופן וועט ווערן א שינוי לטובה, למעשה איז געווען א שיינע ציבור יודען אין מאנסי וואס זענען נישט נכשל געווארן ביי די 'שבח' פרשה, ווייל זיי זענען געווען גרייט צו צאהלן מער כדי צו האבען א בעסערע הכשר (א וודאי וועלן זיין וואס גייען שרייבן אז אמת מיט שבח זענען זיי נישט נכשל געווארן [וואס איז אפשר נאר א ספק...] אבער ביי מענדלאוויטש און מיעל מארט זענען זיי נכשל געווארן מיט חלב...). היינט צו טאג איז גאנץ גרינג צו מברר זיין וואס טוהט זיך אין כשרות פעלד, און מ'קען אויסלערנען אויך פאר קינדער אז אינדרויסן פון שטוב פאר מ'נעמט עפעס אריין אין מויל דארף מען פרעגען פון די עלטערן צו די הכשר איז גוט (אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין ארץ ישראל).

יאכלו ענוים וישבעו וישמן ישורון ויבעט...

verbeenich » 6/12/2006 16:43

וואס שטייט אין די בריוון?
אז מ'טאר נישט עסען מיעל מארט? ניין!
אז מיעל מארט לעבער האט חלב? ניין!
אז מיעל מארט איז נישט מנדר די קרום? ניין ווייל זיי זענען עס יא מנקר!
ווער קען מיר מסביר זיין די בריוו?

ווייז מיר איין בוטשער קצב וואס וויסט נישט אראפצונעמען די קרום אויפן לעבער?
מ'דארף נישט זיין צודעם קיין מר בר רב אשי דאס אראפצונעמען דאס איז אזוי פשוט ווי אפשיילן א אראנדש פארן עסען.

אוודאי אז מ'גייט קויפן אומגעבראטענע לעבער דארפסטו וויסן אז דאז איז א חשש כרת רח"ל
איז ווער קויפט אמאל אומגעבראטענע לעבער?
חוץ א בוטשער סטאר ווייל געבראטענע לעבער האלט זיך נישט לאנג

אבער דאס רשעות וואס ליגט אונטער די בריוו אז כאילו מ'האט מאכיל געווען דעם עולם חלב אין דער עולם איז רח"ל נכשל געווארן מיט איסורי כריתות איז הימל שרייענד.

על הגאולה, מלחמות אויב דאס איז די גאנצע נאך אזויפיעל רידערען און נאכן ארום לופן אפאר יאר זיכען א שטיקל חלב מיט לעכט עס איך זייער רואיג בהמה פלייש מיט לעבער.

איך האב פאר ענק א עצה עטס זאלטס נישט דארפן ארבעטען אזוי שווער שטעלטס ענק צוזאם מיט הרב שלמה יודא גראס ער וועט ענק קענען אסאך ארויס העלפען.

על_הגאולה » 6/12/2006 17:04

כורמיזא, די ביסט שב על קיאו נאך אמאל מיט נאכאמאל

די פוינט איז זייער פשוט, איך ווייס אויך אז עס מאכט זיך א פראבלעם מען טרעפט א מכשול איז נישט עק וועלט, מען פאררעכט עס און מען גייט ווייטער, א סימן פין א גוטע הכשר איז אז מען טרעפט מכשולות און מען פאררעכט, בעסער האט נישט קיין שיעור.

די נקודה דא איז עפעס אנדערש:

א] די באטור רב האט לכתחלה אהן בכלל נישט געוואלט מודה זיין אז עס איז בכלל דא א פראבלעם (עיין מכתבו הראשון שנתפרסם ביום ד' לפני שבועיים), ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין חלב, ס'איז בכלל נישט שייך קיין חלב, ס'איז איז נישט מצוי וכו' וכו' נאך תירוצים, זיינע מנקרים האבין בכלל נישט געוויסט אז עס איז שייך צו זיין חלב דאורייתא אויף די לעבער.

ווען די באטור רב זאל תיכף און מיד זאגען חטאתי עויתי ס'האט זיך געמאכט א פראבלעם מען גייט פאררעכטען, החרשתי, אבער ער האט געזיכט באהאלטען מזייף זיין פעלטשען, דאס איז די נקודה, ער האט אליין אויף זיך ארויף געברענגט דעם פייער, און דאס איז וואס די אלע בריעווען ווייזען, איידעלער הייט אנטקעגען וואס ער האט געזאגט.

אפילו אין די אנדערע צוויי בריעווען מיט הוספות וואס ער האט מפרסם געווען דאנערשטיג און פרייטיג, שרייבט ער נאך אלטץ אז ס'איז נישט געווען חלב, נאר שומן וואס דרכינו להסירו, כאילו ס'איז נאר א מנהג, אלעס ווייל ער האט נישט די קוראדזש מודה זיין אז ס'האט זיך געמאכט א פראבלעם ביי איהם.

ב] די מערכה האט גארנישט מיט די קאמפעטישאן, ווייל ווען ס'זאל זיך מאכען אזא סארט פראבלעם ביי די קאמפעטישאן, זאל עס זיין מי שיהיה, סופריעם, אינטערנעשינאל, התאחדות, וכו' אד"ג צו ביי פלייש אדער ביי עני אנדערע פראדוקט און מען וואלט מזייף געווען וואלט איך געפירט די זעלבע מערכה און געמאכט די זעלבע ויצעקו.

ג] ביי מיר זענען די אלע רבנים וואס געבען הכשרים דא אין אמעריקא בערך אויף די זעלבע לעוועל, הן און עהרליכקייט, הן און לערנען, הן און ידיעה און הכשרים וכו' נישט קיין חילוק צו ער הייסט באטור וואלאווע ווייסמאנדעל גרובער אד"ג, א יעדער האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות, זיינע קולות און זיינע חומרות, קיינער פון זיי איז נישט 100% פראצענט פערפעקט, איך האב פאר דיר נייעס אפילו די עדה אדער רב לאנדא מאכט זיך אויך פראבלעם, דער אישוי איז נאר ווי אזוי מען באהאנדעלט די פראבלעם.

כורמיזא » 6/12/2006 17:25

די ביזט מיר מאכיל מיט קיא נאכאמאל און נאכאמאל מיז איך עס אויסברעכן כסדר...
די באטור רב האט נישט באקומען די שטיקל לעבער אז ער זאל קענען מודה זיין. מ'האט גלייך אנגהויבן מיט א מערכה.
אז קיין איין הכשר איז נישט פערפעקט איז ביי מיר נישט קיין נייעס. פארדיר האב איך נייעס אז אין אמעריקע זענען נישט אלע הכשרים די זעלבע לעוועל און אפילו נישט 'בערך', צא ולמד.

על_הגאולה » 6/12/2006 17:42

נאכאמאל, די באטור רב האט קיינמאל נישט געוואלט קומען קוקען די לעבער רב בראדי האט איהם געקלונגען דער ערשטער, ער האט נישט געוואלט קומען צו די התאחדות מיטינג, נאך גרויסע דרוק האט ער געשיקט זיינע משגיחים און מנקרים,

that's all his fault, אפשר איז דאס א חלק פון זיין טריק

עבדעברי43 » 6/12/2006 18:19

אין הכי נמי . נישט אלע הכשרים זענען די זעלבע לעוועל. אבער אז איינער וויא הרב בעלסקי. וואס געבט א הכשר אויף חלב עכו"ם( היינטיגע צייטן "חלב טריפה מדאורייתא) בישול עכו"ם . פת עכו"ם. גילוח הזקן. גט מעושה (חשש אשת איש מדאורייתא) קומט עדות זאגען צוזאמען מיטן באטור רב . דעמאלס האט זיך דער באטור געשטעלט אויפן זעלבן לעוול . (אדער האט זיי מיעל מארט געשטעלט אויפן זעלבען לעוועל.) ווייל צוויי מענטשען וואס קומען צוזאמען עדות זאגען ואפילו בזה אחר זה . עפ"י הלכה מוז מען זיי צוזאמענשטעלען ועמדו שני האנשים אלו העדות כידוע לכל ואין להאריך בדרבים פשוטים אפילו לתינוקת של בית רבן.
חוץ דעם וואס דו זאגסט אז אלע הכשרים זענען נישט די זעלבע לעוועל איז טאקע אמת אדער נישט דעם לעוול וואס דו מאכסט און טראכטס. און נישט די לעוועל וואס מען האט דיר איינגערעדט. אדער מען וויל דיר איינרעדען. אדער דו ווילסט איינרעדען אנדערע מענטשן פאר אינטערעסט. אדער אפילו אהן אינטערעסט. נאר מחמת חסרון ידיעה. (איך בין דיך נישט חושד אז דו ווילסט במזיד מסלף זיין דעם אמת)

דער לעוועל איז גאנץ אנדערש. איך האלט נישטא אויפן קאמפיוטער דאס פונקטליך מסביר זיין. ווייל איך האלט עס דארף ארויסקומען א ביכל מיט נארמאלע נעמען פון רבנים אדער יונגעלייט וואס זענען באקאנט און זיי זאלן שרייבן דעם אמת למען ידע הקהל את אשר לפניו.
זאלסט וויסען איין קלייניקייט . א דוגמא . אלע עפעל וואס וואקסען דא אין "אפסטעיט ניו יארק" העכער מאנרא ביז וועסט קיין באפעלא. ווערן באשמירט מיט "שעלאק" וואס איז געמאכט פון ווערעם . און עס העלפט נישט אפשיילען ווייל עס ווערט געמאכט ווארימערהייט. און אלע רבנים המכשירים אנגעהויבן פון דעם גרויסן "לעוועל" התאחדות הרבנים . באטור. גרובער. ווייסמאנדל. גייט דאס אהן אין די לינקע פאה אז יודען ווערן נכשל יעדען טאג בחשש טריפות. שקצים ורמשים. .
דער ברוין אליין וואס האט מכשיל געווען יודען מיט די ראמעניא לעטוס . און מכלומערשט איז די התאחדות מיטן בי"ד פון קארלסבורג ארויס קעגען עהם בחרב ובחנית. און געשריבען אז ער איז נישט נאמן. האט יעצט א רעסטוראנט אין עווע. עם. פלעטבוש געגענט מיטן הכשר פונעם העכסטען לעוועל התאחדות אהנע משגיח. און אהן זיפען מעהל.
עס איז דא איין געשעפט אין קרית יואל וואס ברענגט פון ערגעץ "קאורטלענד" עפעל אהנע גלאנץ פון ווערעם . און עס איז דא א פאר פרומע וואס קויפן נאר דאס.
אבער פאר אלע מכשירים גייט דאס נישט אהן ווייל עס האט נישט צוטאן מיט פאליטיק.
עס איז דא איבער דעם ענין א תשובה אין צענטן חלק מנחת יצחק. קנין תורה . ר"י ראטה.. וואס אלע אסערן דאס.  מען האט אויפגעהערט שוין יארן צו מאכן גלאנציגע תפילין וועגען דעם חשש פון "שעלאק"   נו יעצט זאג דו אליין וועלכעס איז די גוטע לעוועל און וועלכעס איז די שוואכע לעוועל.
נאכאמאל וויאלאנג עס וועט נישט זיין א פאר עסקנים אזוי וויא עס איז דא הצלה יונגעלייט פאר הצלה גשמיות דארף זיין עסקנים יונגעלייט פאר הצלה רוחניות ווייל גדול המחטיאו יותר מההורגו.
דעמאלס וועט ווערן בכלל עפעס א לעוועל אין כשרות.

און בכלל איז נישט מעגליך אז איין מענטש אליין זאל קענען קאנטראלירן אזא גרויסען אפאראט. נאך די אמאליגע שערוריה האט מען צוגעשטעלט ר"י ראטה צו די הכשר פון מיעל מארט.

און איינמאל נאך די מעשה פון איין שוחט ג.. כידוע האט דער באטור געסטראשעט אז ער נעמט אראפ די הכשר פון מיעל מארט און ער האט טאקע אראפגענומען. . האט כ"ק סקווערער רבי שליט"א געזאגט. "אז ווען רבי יחזקאל ראטה זאל אראפנעמען דעם הכשר. און דער באטור זאל בלייבן וואלט ער עס נישט געלאזט עסן נישט ווייל דער באטור איז נישט באגלייבט נאר ווייל רבי יחזקאל האט אראפגענומען דעם הכשר. אבער אזוי וויא עס איז געשען פארקערט. אז נאר דער באטור האט אראפגענומען און רבי יחזקאל איז געבליבן האט עס נאך דעם חזקת כשרות ע"כ

נו יעצט זאג דו אליין  ווער איז דער לעוועל . ואין להאריך יותר כי אין רוצין לידע האמת. יעדער וויל נאר הערן וואס ער וויל הערן.

findodort » 6/12/2006 21:10

עבדעברי:
ואין להאריך יותר כי אין רוצין לידע האמת. יעדער וויל נאר הערן וואס ער וויל הערן.

איך גלייב ס'יז דא אסך ידען וואס זענען אינטערעסירט אין דעם אמת.
אפשר איז כדי צי עפענען א באזינדער אשכול אויף אלע כשרות פראבלעמעם.
איך זאג נישט אז א יעדער זאל שוין סטאפען עסען עפל ווייל איינער האט געשריבן אויף היידפארק, אבער איך למשל האב אויפגעהערט צי עסען טשאקלעט וועגן http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2078086

אין בכלל אויב די עולם וועט זיין אביסעל מער באהווענט ( עדשעקעטעט כשרות קאנסאמער) וועלן די בעלי מכשירים זיך מיזען בעסער צישטעלן.

עבדעברי43 » 6/12/2006 21:41

א גאנצע צייט האט מען געשריגן. עס איז סתם א מוציא שם רע ווילאנג עס איז נישט אונטערגעשריבן רבנים. יעצט אז עס איז שוין יא רבנים שרייט מען . וואס ווילן די רבנים מיטן בריוו? 
מען וויל גארנישט מער וויא מעורר זיין דעם עולם אז עס איז פראבלעמען אין כשרות און יעדער זאל זיין מער "קערפול" "אלערט" בלשון ענגליש. . אזוי וויא עס שטייט אויף אלע סאבוועיס אדער אירפארטס אז יעדער זאל אליין אויפמערקזאם זיין טאמער ער זעהט א מאדנע זאך אדער א מאדנע באוועגונג זאך אליין רופן די איסטאנצען. דאס זעלבע טוען די רבנים זיי לאזן וויסן דעם עולם אז עס איז דא א אלערט. יעדער זאל שטיין על המשמר. ודו"ק

לכאורה קענסטו רוהיג עסן ווייל די רבנים האבען דאך נישט געשריבן קיים שום איסור. אבער אויפמערקזאם מעג מען דאך זיין ע"כ.

עוד_ישמע » 6/12/2006 21:46

פוןדאדארט. דאס מאל בין איך מיט דיר מסכים הונדערט פראצענט. "אויב די עולם וועט זיין אביסעל מער באהאווענט (עדשעקעטעט כשרות קאנסאמער), וועלן די בעלי מכשירים זיך מיזען בעסער צישטעלן"!

עוד_ישמע » 6/12/2006 21:52

עבדעברי43: הקשה אדם קשה קושיא שהוא קשה כברזל. "א גאנצע צייט האט מען געשריגן אז מ'איז סתם א מוציא שם רע ווילאנג עס איז נישט אינטערגעשריבן רבנים. יעצט, אז עס איז שוין יא דא רבנים, שרייט מען: וואס ווילן די רבנים?".
בלאט: 1 2 3 4 5 6