איך קום דא ארויס מיט א וויי געשריי אין נאמען פון הונדערטער געליטענע אידן, קעגן די רשעים בדורינו וואס האבן זיך גענומען פאר א ציל צו באגראבן אידישע ביזנעסער מיט שקרים וכזבים.
הערטס אויף! אידיש בלוט איז נישט הפקר! אידיש געלט איז נישט הפקר!
ס'איז אויפגעקומען לעצטנס א נייע משוגעת. ווער ס'האט א פראבלעם מיט א צווייטן איד גיט א לאז ארויס א מעשה, האלבע אמת'ן און גאנצע ליגנטס, צו באשמוצן און אונטערברענגען אידישע פרנסות און אידישע ביזנעסער.
רוב פון די מענטשן וואס לאזן ארויס די ליגנטס זענען אויסגעשפילטע מענטשן וואס קענען נישט פארגינען אז א צווייטער איד האט פרנסה, און א מיעוט פון זיי זענען קאמפעטישנס פאר וועמען ס'גייט נישט אזוי גוט, און זיי ווילן אונטערברענגען דעם קאמפעטישן.
פאריגע וואך האבן זיך די רשעים גענומען אויף א סעלפאן פארקויפער אין קרית יואל, און זיי האבן געעפנט א קאמף קעגן אים און אים געוואלט ארויסווארפן פון ביזנעס, ווייל ער פארקויפט, מכלומר'שט, טעלעוויזשאן. זיי האבן געווארפן פאשקעווילן און געמאכט א פראטעסט אין זיין סטאר און צובראכן זאכן ביז מען האט זיי ארויסגעווארפן פון דארט מיט פעטש. אין די פאשקעווילן האבן זיי געשריבן אז זייער ציל איז ארויסצואווארפן דעם סעלפאן פארקויפער פון קרית יואל.
אן אנדערע קאמפאני פון די זעלבע רשעים האבן זיך גענומען אויף די קאמפאני מיעל מארט, פארשפרייטנדיג שקרים וכזבים אויף זיי, כדי צו שעדיגן זייער ביזנעס.
וועגן דעם וויל איך דא בעטן יעדן איינעם זיך צוזאמצונעמען קעגן די שלעכטע מענטשן און רשעים, לאמיר אלע ארויסגיין אין א קאמף קעגן זיי און דוקא שטיצן די אידישע ביזנעסער וואס זיי פרובירן צו באגראבן.
געדענקט, היינט איז עס געשען ביי א צווייטן אידישן ביזנעס, מארגן קען עס געשען ביי ענק. די רשעים שלאפן נישט.