היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

289 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 290 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2088273
בלאט: 1 2 3 4 5 6

מלחמת_ה » 29/11/2006 00:07

א פרטי-כל פון אסיפה פון התאחדות הרבנים משנת תשמ"ב, און די "ערשטע" החלטה איז, מודיע זיין פאר אלע רבנים אז ס'איז פאראן א "הזנחה רבה" ביים ניקור פון לעיבער:

[בילד – נישט אפגעהיט]

שלוםשטוב » 29/11/2006 05:39

איך הער וואס טוט זיך, לכאורה איז די נירבאטור גערעכט מיט די גאנצע פרשה. מען האט געטראפען עפעס מען האט געמיינט עס איז חלב, מען האט עס נישט געוואלט ווייזען פארען נירבאטער, האט ער גארנישט געקענט שרייבען דערוועגען, כל זמן מען ווייזט אים נישט, איז אלעס כשר וישר, מען האט אים געוויזען, האט ער געמיינט עס איז חלב, גענומען די ריכטיגע שריט, פארשיקט איין מנקר, געדריקט א צעטיל אז מען האט געראפען עפעס, און עס איז געשעהן א מכשול, מען ווועט ווייטער אכטונג געבען, שפעטער שטעלט זיך אויס אז עס איז גארנישט קיין חלב, בעלסקי איז מסכים, וויל נישט שרייבען א צעטעל, מען ברענגט אים א צעטיל, ער האט נישט קיין ברירה, שרייבט אונטער. שטערען איז נאך אלץ נישט פערטיג, ברוידא טרייט זיין בעסט צו מאכען אן אנשטעל כאילו עס איז טאקע דא א פראבלעם, וויל ער נישט קומען רעדען נאר טאמער אהין אדער אהער, וואס דאס ווייזט איז, אז רב ברוידא איז א קורופטיד רב, אזוי ווי די אנדערע קאראפטעד בעלי מכשירים, און וויל נישט קומען אנגעבען דין וחשבון, אנדרעש ווי די נירבאטער וואס האט זיך געלאזט קאפען אין פנים, פין יעדער רב שמעקער מנקר רבעל התאחדות. רבותי, די היינטשריפט אויף די וואנט איז קלאר, "די הכשר פין נירבאטער איז די בעסטע הכשר וואס איז דא" פארפאלען, די "עסקנים" אונטער העצער, ליטווישע אומפארגינער, אינגע היץ קעפ, אטענשען זוכער, עס וועט אייך גארנישט העלפען, זוכטס אן אנדער בעל מכשיר, קלעבסט ענק אהן אין רובאשקען, אפשר ביי ווייסמאנדעל וועט ענק גרינגער גיין.

trant_lott » 29/11/2006 06:49

איך וועל בעז"ה נישט ממשיך זיין מיטען המשך הדברים, צוליב אפאר סיבות

1}מענטשען מיינען אז איך ארבייט אין מיעל מארט אזוי שרייבען זיי דא עכ"פ, אזוי אויך האב איך באקימען פיל תגובות אין אישית, אין ווי באלד למעשה האב איך גארנישט מיט זיי, איך ווי באלד איך  וויל זיי נישט אפהארגאנען, וועל איך ענדערש נישט שרייבען ווי איידער עס זאל אויסזען אז מיעל מארט האט אויך אויפגענימען שרייבערס דא פינקט ווי יענע חברה

2}ווען כ'האב אנגעהויבן שרייבען, האב איך געמיינט אז שקר האט אויך א גרעניץ, אפשר א ווייטע גרעניץ, אבער עס האט זיך מיר געדאכט אז עפעס א גרעניץ האט עס,  האב איך געטראכט אז מיטען אמת וועט מען קענענן דערשטיקען דעם שקר, דערווייל יעצט זע איך אז אז דער שקר האט נישט קיין שום גרעניץ,מילא איז די ארבייט זייער שווער
{לדוגמה, וואס עס מיינט שקר,  עס האט נישט געדארפט  זיין נאך א מיטיניג בנוגע מיעל מארט, נאר די מספרי לשה"ר ומוצאי שם רע, האבן עס אויפגעטראכט כדי צי פארדעקן זייער דורכפאל פין די ערשטע אסיפה, אט דאס ווייזט אז מיט זיי איז גאר שווער זיך צי פארמעסטן}

3}יעדער האט שוין סיי ווי איינגעזען אז דא רעדט מען פין  די וועלט לוזערס, עס פעלט שוין נישט אויס ארויסציברענגן,  קום וואס עס גוסס'ט נאך זייער קאמפיין, עס איז א שאד אז מען זאל זיי ענטפערן


אבער לסיום, איז אינטערסאנט ארויסציברענגן  א פאר נאטיצען


1}ווי ווייט מיר האבן א ציבור יראים ושלמים, זיי די מוצאי שם רע, האבן ארינטער געריסען אויפן ערגעסטן אופן, אין מיטען גרעסטן שקר, וואס עס איז נאר שייך
וואלט דאך געווען נערמאל אז איינער א מאן דהו זאל זיך ארויפשארן די ארמעל, אין זיך נעמען מישען וואס עס טיט זיך ביי אנדער שחיטות, גרעסערע פין מיעל מארט, אין ביי יענע שחיטות וואלט די ליגענט בעסער געפארן ווייל דארט האנדעלט מען דאך מיט מער טריפה ווי כשר, עכ"ז האט עס קיינער נישט געטיען, דאס ווייזט אז מיר זענענן ב"ה דיספנעליצרט, מיר האבן א תורה, וואס גיט דען וועג, אין מיר פירען זיך נישט אויף כגרועים שבאומות, אין ביטע עס ווייטער נישט טיען, ווייל יעדער זעט ווי נעבעכדיג מען קיקט אויס מיט די וועג פין ווארפן שמיץ ,

2}משום לצונתא דע"ז וויל איך ווייזען מיט וואס פארא משוגעים קורץקעפיגע מען האנדעלט דא


זיי שרייבען 

מען האט אראפגערופען דעם באטערער רב זאל זאגען זיין צד פון די מעשה. און אלטס הלכה, מענטשליכקייט מיט נארמאלקייט , דארף מען אראפרופען דעם צווייטען צד אויכעט, ס'זאל זיין זה לעומת זה. אבער, בלא! דער הר' כ"ץ האט געלייגט א גרויסע וועטא. בשום פנים ואופן לאזט ער נישט דעם מנקר הרב שטערן אראפקומען אראפלייגען זיין צד.


1}הלכה וועלכע הלכה?? האבן ענק  דען אויפגעוויזן אז להלכה טויג דען עפעס נישט?? ענק האבן בסך הכל געמאכט א שטינק, אן געבן פרטים, דארף מען זיך מיט ענק רעכענען??

2} מענטשליכקייט האבן ענק זיך אויפגעפירט מענטשליך,,??? ניין!!!! דאן וואס פארלאנגעסטע פין אונז מענטשען? מיט בהמות גייט מען זיך אום ווי בהמות, סארי אז מען ווארפט זיך מיט ענק, אבער פארפאלן,, ענק האבן זיך עס אליין גענימען

3}נארמאלקייט,כנ"ל עיין ערך 2


דער באטערער רב איז אראפגעקומען אראפגעלייגט א גאנצע פרעזענטעישאן, מיטען משמעות אז אויף לעבער קען קיין חלב נישט זיין (וואס דאס איז הוילער שקר, ווייל ס'קען קלאר יא זיין חלב הכליות מיט קרום מדובק צום כבד וואס מען איז מחויב מנקר זיין, כמבואר בפוסקים. און ווי דערמאנט אין די מכתב של התאחדות הרבנים נאך די פרשת קאשוי, אז צריך זהירות יתירה לזה).

ענק זענענן טעטאל??? ווילסט טאקע זיך דא פארהערן מיטן נירבאטעור???
נעכטן האבן  רבנים מיט געשטימט מיט אים, קימסטע יעצט זאגען אז ער ווייסט נישט קיין פוסקים, אין ער זאגט הוילע שקר!!
ענק טראכט אז מיר ווייסען מער ווי די רבנים נעכטן?, אז ענק שרייבען דא אז דער נירבאטעור האט געזאגט שקר נעכטן!!!
נאכאמאל,ענק ווילען  מיר דא זאלן פארשטייען אז דער נירבאטעור האט נעכטן געזאגט שקר, אזאך וואס די רבנים האבן נישט געזען???
קאם אן??!!!! וואס גייט פאר?? האט איינער גע'גנבט ענקער ניק???



זיך ווידער זען זען ביי די נעקסטע מערכה, לטובות אידשקייט  




תוקן על ידי - trant_lott - 29/11/2006 6:54:51

מלחמת_ה » 29/11/2006 07:18

אין אן אנדערע פארום, שרייבט "עבד עברי", וזה לשונו:

עס איז געווען געמאלדן פון א ניק " על הגאולה" אז רח"ד כץ וויל פירן דעם מערכת הכשרות אין בארא פארק . און ער וויל פארגלעטען די חלב פרעסערייי מיט דברים של מה בכך און מיט טעראר קעגן די תורה פון אויסהערען נאר איין צד זה דרכם כסל למו

בכל הכבוד פאר הרב ח"ד כ"ץ . ער קען נישט שטיין בראש פון א וועד הרבנים אין בארא פארק
א. ביי עהם איז רוב רבני בארא פארק און רוב תושבי העיר פאלנע מחללי שבתות. אהנגעהויבן פון הגאון רח"ל כץ. מונקאטשער רבי. יאקער רב. אונגווארער רב. נטעי גבריאל. הגה"צ פאפא ב.פ. דומ"צ בעלזא. קהלת באיאן. סקווירא. אדמו"ר חוסט. כ"ק הגה"צ מקארלסבורג .קהלת קלויזענבורג. ועוד. ממילא קען ער נישט פארטרעטן די שטאט. למשל א משגיח וואס טראגט מיטן עירוב איז ביי עהם נישט באגלייבט. וכדומה.

ב. ער פירט א מערכה מיטן מרא דאתרא . א שמוציגע מערכה פון פאליטיק. וואס עס פאסט נישט פאר א דיין א יונגערמאן. ובפרט עפ"י הלכה לויטן פסק פון חת"ס און קול ארי' אז טאמער א דיין איז מחולק מיטן רב ווערט ער אטאמאטיש אויס דיין זיין פסק איז קיין פסק נישט. אזוי איז געווען אנגענומען ביי אלע רבנים יוצאי הגר וואס רח"ד כץ אליין איז אונטערגעווארפן אונטער זייער הוראה.

ג. איז ער אליין א בעל המכשיר פון בוטשער. און ער באקומט געהאלט דערפאר . ממילא האט ער שוין נישט קיין נאמנות אין דעם ענין ווייל די הלכה איז . אז "ת"ח שמורה ובא אם לאחר מעשה(נאכדעם וואס ער האט שוין אינמאל געהאט א מיינונג אין דעם ענין) אין שומעין. איז זיין מיינונג מער אין דעם ענין קיין מיינונג נישט.

בפרט ווייס מיר אונז אז ער האט מתיר געווען ווייסע קעלבלעך וואס איז דאס געאסערט עפ"י פסקיו פון הגר"מ פיינשטיין ועוד גדולי התורה. און לויטן הייליגן בני יששכר וואס האט געאסערט "געשטאפטע גענז" וועגען דעם איסור פון צער בעלי חיים ווייל מען שטאפט זיין אהן. האבען די וווייסע קעלבער די זעלבע איסור. און ער געט דאס צו עסן פאר חסידישע אידען וואס זייערע עלטאערן האבען זיך מוסר נפש געווען נישט צו עסן שטאפ. כידוע.

כורמיזא » 29/11/2006 10:33

מלחמת,
איך האב אויבן געפרעגט איין פשוטע שאלה, און איך פרעג עס נאכאמאל, אויף וועלכע כשרות ביזטו זיך סומך ביי בהמות?
איך וויל וויסען פון וואספארא סטאנדארט כשרות דו רעדסט
לדעתי איז די מערכה שוין סייווי דארך געפאלן און דער נירבאטור איז ידו על העליונה

מלחמת_ה » 29/11/2006 18:38

כורמיזא: דער נירבאטור איז ידו על העליונה...

 

אוך אין וויי פאר אזא נצחון. עס איז א בחינה פון "וכאשר יניח ידו וגבר עמלק".

 

עמלק? יא יא! אין די שטאט ווארשא האט  א גרויסער ערליכער איד, א ת"ח וי"ש מרבים, געעפענט א רעסטאראנט, יעדער האט זיך אויף עם פארלאלזט. א שיינעם העלן טאג זענען ארויס קלאנגן אז מ'טאר דארט נישט עסין, ווייל ער האט נישט קיין געהעריגע השגחה.

 

אזוי ווי ער איז געווען בכבוד'יגער איד, האט עם די זאך זייער בארירט, איז ער אריבער געפארן קיין גער צום "אמרי אמת", אין האט זיך פאר עם אויסגערעט דאס הארץ, אז אלע יארן פלעגען ביי עם איינשטיין פאשידענע רבי'ס, רבנים, צדיקים, אלע האבין ביי עם געגעסין, און פלוצלינג היינט האט ער פארלוירן זיין נאמנות...

 

האט עם דער גערער רבי ז"ל געענפערט: אמת, אזא חשוב'ער איד ווי די וואלט טאקע נישט בעדארפט צו האבין א השגחה. די דארפסט אבער נעמען השגחה, צוליב דיין שותף. האט דער איד געענפערט, רבי, איך האב נישט קיין שותפים אין דעם געשעפט. האט עם דער "אמרי אמת" געענפערט: חז"ל זאגן "טבח - שותפו של עמלק". ווען איך זאל עפענען א רעסטאראנט, וואלט איך איך אויך בעדארפין צו האבין אן השגחה...

 

דער "דרכי תשובה" ברענגט אין הלכות חלב (יורה דעה סימן ס"ד) בשם דעם כנסת הגדולה וז"ל: "טבח שהקיל בעניני ניקור, עליו נאמר לא תחמול ולא תכסה עליו, אלא שצריך להענישו בעונש הראוי לו וכו' והמקילין שהתירו אותו בלא שום עונש עתידים ליתן את הדין כי נתנו יד לפושעים" עכ"ל.

 

ואגב, על דבר שאלתך: אויף וועלכע כשרות ביזטו זיך סומך ביי בהמות? הגם לעצם הענין איז קיין נפ"מ אויף וועלעכע כשרות איך בין זיך סומך, אבער וויבאלד עס גייט דיר אזוי אין לעבין צו וויסען, קען איך בעשטיין נישט זיין קיין עקשן. איך עס כמעט נישט קיין בהמה פלייש, חוץ אמאל לכבוד יו"ט, אין אויך נאר פון די מהודר'דיגע סקווירא שחיטה, אדער ווען איך בין אין ארץ ישראל פון עדה החרדית אדער פון הרב לנדאו'ס שחיטה.

   

כורמיזא » 29/11/2006 19:22

מלחמת ה',
ווען אנגעזענע רבנים וואלטן געשריבן וואס דו שרייבסט וואלסטו אפשר זיך געקענט דינגען אויפ'ן ידו על העליונה.

וואס שרייבסטו וועגן סקווירא שחיטה, פון וועם מאכסטו דא לצנות, סקווירא שחט בכלל נישט קיין בהמות.

verbeenich » 29/11/2006 23:34

שקרן כזבן

די מהודר'דיגע סקווירא שחיטה שחט נישט קיין גסות
 

מלחמת_ה » 30/11/2006 00:23

כורמיזא, ס'וואלט זיך ענדערש געפאסט אז דיין ניק זאל זיין "קוריוזע". דו האסט מיך געפרעגט אויף וועלכע כשרות אין בין זיך סומך ביי בהמות? הגם לעצם הענין איז קיין נפ"מ נישט אויף וועלעכע כשרות איך בין זיך סומך, דאך האב איך דיר געענפערט אז איך עס כמעט נישט קיין בהמות פלייש, חוץ אמאל לכבוד יו"ט. סקוירא האט געהאט במשך יארן אן אייגענע שחיטה, זיי פלעגן מיר דעליווערין פלייש כסדר, היינט ליידער עס איך נישט קיין בהמה פלייש, אויסער ווען איך בין, גאנץ אפט, אין ארץ ישראל.     

שלוםשטוב » 30/11/2006 03:33

היינט ליידער עס איז נישט קיין בהמה פלייש. וואס איז די ליידער????? בדרך אגב, אויב איז אמת וואס די שרייבסט פארשטיי איך שוין פארוואס די האקסט אזוי אויף די נירבאטער, די מוזט דאך פארענטפערען פאר דיין געוויסען און אגענדע, פארוואס די עסט נישט. די עסט נישט? זייער פיין. אבער לאז יענעם יא עסען. די פלייש איז כשר, די מוזט נישט עסען, אבער פארדעם ווערט עס נישט טריפה. רח"ד כ"ץ, איז נישט קיין אהוב על הבריות (קען זיין ווייל ער האט יעדעם פיינט אויך, ווערט ווייסט), מענטשען האבען אים פשוט נישט ליב, פארדעם האט ער נישט צו נעמען קיין אמט, ווייל דער עולם וועט אים במילא נישט טראסטען. אגב, פארוואס גיט ער נאך דעם הכשר אויף די סאטמארע בוטשער, וואס פארקויפט אויך קרית יואל פלייש?

כורמיזא » 30/11/2006 11:00

מלחמת ה',
פאר די פשוטע עולם וואס ליינט היידפארק קענסטו אפשר פארקויפן וואס דו ווילסט, אבער פאר מענטשען וואס קענען זיך אביסל אויס מיין איך אז דו מאכסט דיר צונאר.
איך קען די לעוועל פון כשרות אין אמעריקא נישט פין היינט און איך האב שוין גאנץ אסאך געשריבן דא אין חדשות אנ"ש וועגן די נושא. און דאס וואס איז געווען יעצט וועגן די חלב (אדער נישט געווען..) קען זיך מאכן אויך ביי עדה החרדית. איך האב שוין אמאל געהאט ביי טשיקן פין עדה חרדית וואס האט געהאט אן אבר-המדולדל (אויב דו ווייסט וואס דאס מיינט) איך האב עס אריבער געטראגן צו ר' מאיר וואס איז אחראי אויף דעם, און ער האט אינפארמירט די משגיח וועגן די מכשול, און דא האט זיך געענדיגט די מעשה.
בקיצור, אויב עס מאכט זיך א מכשול מיינט נאך נישט אז די בעל מכשיר איז גארנישט ווערט, מאקסימום וואס מ'קען בעטן איז אז ער זאל מער אויפפאסן, און ווען עס פארסירט א מכשול די ערשטע צי וועם מ'ווענד זיך איז די בעל המכשיר און אויב נישט איז דאס א סימן אז יענער האט נגיעות.

און אגב, סקווירא האט קיינמאל נישט געשאכטן קיין בהמות (און איך מיין אז די שוחט פון סקווירא קען אפילו נישט שחט'ן קיין בהמות),

shia550 » 30/11/2006 16:48

עפעס האט זאב געשריבען וועגען מסורה אין ניקור

וועמען מסורה האלטען די היימישע רבנים אין ניקור? איז דא א ספר וואס שרייבט די סדר פון ניקור לויט זייער מסורה?

וואס איז די אנדערע מסורה?

מלחמת_ה » 30/11/2006 18:19

כורמיזא: "קען זיך מאכן אויך ביי עדה החרדית".

 

שלמה המלך ע"ה זאג "ברוב דברים לא יחדל פשע". צווישן דיינע ווערטער, וכלשונך "איך האב שוין גאנץ אסאך געשריבען דא אין חדשות אנ"ש וועגן די נושא",  האסטו דאס מאל, בשוגג, געהאט א ריכטיגען פליטת פה.

 

דו האסט זייער ריכטיג געטוען מיט צושטעלען דעם באטערער צו עדה החרדית. ווייל דא קען מען זען דעם קלארען חילוק צווישען די ביידע מערכת הכשרות, וואס למעשה איז דאס דער יסוד, און דער עיקר, פראבלעם פון די גאנצע שערוריה.

 

הגאון ר' מאיר בראנסדארפער שליט"א האט קיינמאל נישט מכחיש געווען דעם פאקט פונעם "אבר המדולדל". ער האט זאופארט אינפארמירט דעם משגיח וועגן דעם מכשול, אין דעריבער טאקע, האט זיך די מעשה געענדיגט. זה לעומת זה, דער באטערער איז תחילה געווען א "כופר הכל", דערנאך א "מודה במקצת", כידוע למבחינים. 

 

ר' משה דוד שטערן, וואס איז א שיינער ת"ח און א מומחה בדיני ניקור, האט נישט געהאט ביים באטערער די "אזניים קשובות" וואס דו האסט געהאט ביי ר' מאיר בראנדסדארפער. די מעשה האט זיך נישט היינט אנגעהויבען. נאך מיט צוויי יאר צוריק האט הרה"ג ר' משה פריעדמאן פון קיט"ל 10 עוועניו געבטען ר' משה דוד'ן זאל קומען מיט עם זעהן דאס פלייש אינעם סאטמאר'ן בוטשער-סטאר. נאך וואס ס'איז נתגלה געווארען די הזנחה פון עטליכע ניקור פראבלעמען, האט ר' משה דוד פראבירט זיך צו פארשטענדיגן מיט'ן באטערער. ליידער האט דער באטערער מזלזל געווען אין עם, אין געלאזט הענגען אויפן טעלעפאן. זעט אויס אז דער באטערער האט געהאט וויכטיגער געשעפטען צו נעמען קער... דער באטערער האט עם אפילו נישט צוריק גערופען. ר' משה דוד האט נאכאמאל פראבירט, אין דער באטערער עם קורץ געפאטערט: "וואס רופסטו מיך, רוף מאיר ראטענבערג דער משגיח"...

 

בלית ברירה, עפ"י עצת הרב ר' משה פריעדמאן, איז ער תיכף אריבער צו ר' חיים דוד כ"ץ וואס איז דער רב המכשיר פונעם בוטשער-סטאר, און אזוי נאר ווי ר' משה דוד האט אנגעפאגען צו רעדן איבער דעם ענין, האט ער עם ארויס-געווארפען פון זיין שטוב מיט בזיונות...

 

בכן כורמיזא, דו האסט שיין צוגעשטעלט דעם באטערער צו עדה החרדית

 

יעצט לאמיר גיין ווייטער. דער ר' משה דוד שטערן, האט לכאורה דא געקענט שטיין בלייבען. ער האט אפשר שוין "יוצא געווען" כלפי שמיא מיט זיין השתדלות. אבער פארוואס זאלן טויזענטער משפחות נכשל ווערען בשוגג במאכלות אסורות ר"ל. א וואך דערנאך האט ער א מחליט געווען צו שרייבען א בריעוו צו ר' חיים דוד מודיע צו זיין די דריי מיני מכשולות וואס ער האט געזען אין דעם בוטשער סטאר וואס איז אינטער זיין אחריות. דער בריעוו איז געפויסט דא אין חדשות אנ"ש עמוד 7.

 

יירא הקהל וישפוט!       

 

verbeenich » 30/11/2006 18:58

מלחמות,


"ר' משה דוד שטערן, וואס איז א שיינער ת"ח און א מומחה בדיני ניקור,"
 אזוי מיינט ער

"האט נישט געהאט ביים באטערער די "אזניים קשובות" וואס דו האסט געהאט ביי ר' מאיר בראנדסדארפער."
אוודאי נישט.

דער חילוק צווישן משה דוד און כורמיזא איז אזוי

כורמיזא איז געגאנגען קויפן א שטיקל פלייש ווי א נארמאלער מענטש אין ער האט געטראפן א שאלה האט ער זיך געוואנדן צום רב המכשיר, און דער רב המכשיר האט געטוען וואס ער האט געדארפט.

משה דוד איז געגאנגען אונטערן רוקען פונעם רב המכשיר, מיט איינעם וואס איז א ביסל צוקראצט מיטן רב המכשיר, און זוכט עפעס קעגן רב המכשיר, מיט עם זענען זיי געגאנגען זוכען, און עס האט זיך עם געדאכט אז ער האט געטראפען, אדער יא אדער נישט עס איז נישט נוגע.

דער ריכטיגער וועג פאר משה דוד ווען ער איז נאר א שטיקעל מענטש, ער זאל ווען האבן עפעס א טראפ אנושיות אין זיך, וואלט ווען געווען אז ער זאל אפרופען דעם רב המכשיר פאר ער גייט אריין קוקען, מ'גייט נישט אריין צו יענעם אומגערופען און עם קריטיקירן, אוואדאי האט ער עם ארויסגעווארפן פון שטוב, אזוי טוט א נארמאלער מענטש ווען מען האט צוטוען מיט א כאפטע כלבים.

נאר וואס דען צו אלע מעשיות איז נאך דער משה דוד א פערד אויך, ער כאפט נאך עד היום נישט אז דער וואס האט עם אריינגענומען און באטשער סטאר האט נאר געזוכט דעם רב המכשיר'ס בלוט.
און ער קען זיך נאך אויפשטעלען דא ברבים מיט א תמימות'דיגער פנים און זיך פארגלייכן צו איינעם וואס פרעגט א שאלה אויף א שטיקעל פלייש וואס ער האט געקויפט.

ממילא זוכט דער משה דוד נקמה און עס איז עם נישט געלונגע,ן און יעצט קען ער פאקען פעק ווייל יעצט ווייסן שוין אלע רבנים וואס ער וויל.


התאחדות » 30/11/2006 20:03

דו מלחמות, קודם האט ווערביניך זייער גוט גענפערט דיין הארבע שאלה.

נאך מער, ס'קומט מיר צו לאכן, דו צייכנסט נאך אן דעם בריוו -וואס דו אדער דער אנדערע, אדער גאר דו מיט'ן אנדערן ניק- האט ארויפגעלייגט אויף דף 7 וואס לו יהא, נניח אז סיז אמת, פונעם בריוו זעהט מען דאך אליינ'ס אז מ'רעדט דא נישט פון מאכיל זיין אידן מאכלות אסורות, אויף וואס דו שרייבסט נאך צו אז לכבוד דעם האט זיך דער מומחה -???- נישט באגענוגט, און ער איז געגאנגען ווייטער זעהן וואס מ'קען ראטעווען אידן, הדרא הקושיא לדוכתיה, אויב האסטו שוין געשריבן פאר'ן רב די פראבלעמן וואס זענען פארהאנען, און וואס אלעס איז נישט קיין דאורייתא'ס און אפילו נישט קיין דרבנן'ס, פארוואס פארפירסטו? האסט צווישן 5 לעבערס געפונען איין'ס וואס איז נאר א מנהג אראפצונעמען, (יו"ד סימן סד סעי' יב ברמא) אויף וואס די הלכה איז אז מ'דארף נישט אפזאגן קיין מנקר צוליב דעם, (סוף סימן סד, עיין בדרכי תשובה), איז וואס האקסטו אין קאפ אריין ווי א קליין אינגל?

רבותי, כ'וואלט יעדן געבעטן פשוט צו עפענען דעם שולחן ערוך און זיך אליינ'ס איבערצייגן, קוקט נאך דעם דרכי תשובה וואס עלמלחמותשטערן האט אראפגעבראכט, און קוקט אין אלע דרכי תשובות אין די זייט פון דעם, און ראה למי החותמת ולמי הפתילים, אויב וועל איך האבן צייט וועל איך אפטייפן מער די לשונות.

CHAPLAIN » 30/11/2006 20:18

סאיז נאריש צו זאגען אז רב ברוידא האט עפעס א דיספיוט מיט באטורער, און אז שטערען ארבעט מיט נגיעות, שטערען ארבעט נישט פאר קיין בוטשער, און נישט פאר קיין כשרות ארגעניזעישאן, ער איז א כולל יונגערמאן וואס קען ניקור (אויב עימיצער האט דא נגיעות, איז עס די וואס באקומען סעלערי באצאלט פון די בוטשעריס, און די וואס די כבוד וועט בארירט ווערען אויב ס'איז ח"ו אמת)... ווי אויך איז א וויכטיגע חלק פון אינפארמעישאן, אז שטערען איז געגאנגען קודם צום באטור רב, ווען ער האט "ריפיוזט" צו רעדען צו עם, דענטסמאל איז ער געלאפן צו די אומפארטייאישע רב ברודא איך האלט באטעם ליין אז באטור איז נישט דער סענטער פון די סקענדעל, דאס איז א טיפיקל גוטער פיקטשער וויאזוי די אמעריקאנער השגחה סיסטעם גייט אן, און ווי קראנק דאס איז ליידער, ווען עפעס פאסירט און מ'טראגט דאס אויף די גאס צו די פאבליק, שרייט מען מ'האט געדארפט גיין צום בעל מכשיר. און ווען דער בעל מכשיר פארשטאפט זיינע אוירען, און וויל נישט הערען, נאר פארענפערען ווי גוט און פערפעקט אלעס איז ביי אים טוט מען וואס שטערען האט געטון,

כורמיזא » 30/11/2006 20:33

מלחמת,

ווען איך האב געשריבן אין חדשות אנ"ש בנוגע די הכשרים אין אמעריקא, האב איך ע"פ רוב נישט געשריבן לשבח..., למעשה שטייט דער נירבאטער אסאך העכער ווי די געווענליכע הכשרים אין אמעריקא און איך וואלט אויך געזאגט בעסער ווי סקווירא מהודר'דיגע הכשר (חוץ די סקווירא שחיטה וואס דאס איז ממש אויפ'ן העכסטע סטאנדארט).

איך בין זיכער אז ווען עס מאכט זיך א שאלה וועגן חלב און מ'ברענגט עס צום נירבאטור וואלט ער געטוהן דאס זעלבע ווי ר' מאיר בראנסדארפער.

ווען איך האב דיר געפרעגט וועמנ'ס הכשר איז דיר גוט, איז מיין כוונה געווען בעיקר צו בודק זיין פון וועלכע לעוועל כשרות דו רעדסט, למעשה האט זיך ארויס געוויזען אז דו האסט נישט געשריבן דעם ריינעם אמת, במילא נעם איך אן אז דו האסט א געוויסע נגיעה דא.

און נאך א נקודה, עס איז גלייכער צו צוגלייכן נירבאטור צו עדה החרדית ווי צו פינקל (הגם עדה חרדית איז א העכערע סטאנדארט).

התאחדות » 30/11/2006 20:34

טשאפלין, ביזט נישט גערעכט איבער דעם נירבאטור רב זאל זיין געזונט, ער איז פון די איינציגסטע רבנים וואס הערן אויס יעדן קליינעם שמויגער אויף יעדע נישטיגע זאך אין כשרות, און ער ענפערט יעדן צו די זאך, און אז מ'זאגט איהם א פראבלעם נעמט ער עס אן מיט די פולע ערענסקייט, און ער ארבייט צו פארעכטן דעם פראבלעם.

אדרבה פרובירט און איבעצייגט אייך אליין.

מלחמת_ה » 30/11/2006 23:08

"על הגאולה" אין פארום "כל העולם כולו" האט אריינגעלייגט די היינטיגע "בקהילה" וואס קומט ארויס אין ארץ ישראל, און מ'קען עס באקומען אויך דא אין ניו יורק פרייטאג.

[בילד – נישט אפגעהיט]

מלחמת_ה » 30/11/2006 23:10

[בילד – נישט אפגעהיט]

מלחמת_ה » 30/11/2006 23:12

[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 30/11/2006 23:16

כ'קלער אזוי איצט צו מיר, אז אויף א בפירוש'ער בקהילה קען זיך דער רבי יוסף קארו אויך נישט חולק זיין, נאר אפשר המשפחה מעג זיך וואגן, איז אפשר קענט איר מיר ביטע צייגן זייער דעה?

על_הגאולה » 30/11/2006 23:25

אויף וואסערע רבי יוסף קארו איז זיך די בקהלה דא חולק, ילמדנו?

התאחדות » 30/11/2006 23:30

כאב נאך אזא גלייכע קאפ ווי דו נישט געזעהן, ברענג מיר א שו"ע, ברענג מיר א בריוו פון א רב, פון א בית דין, ברענג מיר נישט קיין פאלשע צייטונגען.

דעטס איט

על_הגאולה » 30/11/2006 23:39

א שלחן ערוך אויף וואס אז ס'איז געווען חלב דארט, וועסטו זאגען אז ס'איז א טעות הדפוס

ROCKLAND » 30/11/2006 23:48

איך מיין אז ס'איז א שאד אזויפיל צו איבערקייען די מעשיות וואס זענען בעבר, מ'דארף דרינגענד טוהן אין למעשה אויף להבא. אלע גלאקן האבן זיך שוין גאר הויך צוקלינגען, ס'איז די העכסטע צייט, אז די כשרות אין אמעריקא זאל באקומען א תיקון. איין השגחה איז אביסל בעסער, איינער אביסל שוואכער, די לעבעדיגע פאקט איז, אז די סטאנדארד איז גוט אין דער ערד, און צוליב די לעצטע פאסירונגען האט זיך די כשרות וועלט א טרייסל געגעבן, און דער המון עם דארף פארלאנגען און צוהעלפן ארויפצוברענגען די כשרות לכל הםפחות אוף א נארמאלן סטאנדארט.

על_הגאולה » 30/11/2006 23:56

התאחדות » 1/12/2006 00:18

ראקלענד און אזוי אויך די אלע פארווע צו וועמען מ'קען נאך -אפשר- רעדן.

די שערורי' איצט האט אונז אלעמען איבערצייגט אז אין ניקור פון די פלייש אינדוסטרי פון די היימישע אידנטום איז קיינמאל קיין פראבלעם נישט געוועזען בפרט מיט די השגחה פון די היימישע רבנים אזוי ווי נירבאטור וכדו', און די בעסטע ראי' איז די 'בקהלה' ביז דאס איז ארויסגעקומען איז קיין שערורי' נישט געווען, בסך הכל האבן עטליכע מחרחרי ריב געוואלט עפעס אנדרייען, וברוך השם לא עלתה בידם, וה' ישמרנו כן הלאה.

השגחות אין אמעריקא איז אין זייער א שוואכע סטאנדארט עיין באשכול נאך די פרשה פון דעם פינקל הידוע לשמצה, דארט האב איך שוין געשריבן וואס איך האב צו שרייבן איבער דעם נושא פון השגחות אין אמעריקא.

אבער לגבי דעם סקאנדאל וואס מאנכע האבן זיך צוגעכאפט צו דעם ווי א פיש צו וואסער, און כמים קרים על נפש עיפה האבן זיי פרובירט ארויפצושמירן אויף איינען פון די בעסטע בעלי מכשירים כאילו ער איז מאכיל חלב וואס איז א דאורייתא -כעדות שטערן/עלהגאולה/מלחמות ה'/ בקהילה, אוי להם ואוי לנפשם- און למעשה קיין בירור איז נישט פון זיי קיינער נישט ארויסגעקומען, שוין נאך וואס די בילדער וואס האט אויבן אויף געדארפט אריינווארפן די גאנצע חרדי'שע אידנטום אין א געפערליכע שאק, נאך וואס מ'איז געזעסן ביי סאכדעס העראבאנים ביי א מיטונג, וואס לכאורה דאס וואלט געדארפט די ערשטע זאך אויף די אגענדע פון דעם שטערן וכת דילי'.

אלזא מיינע טייערע חבירים, אויב ווילט איר העלפן אז דער סטאנדארט אין אמעריקא זאל זיך דערהייבן אויף א הויכע ניווא, פוילט אייך נישט, הוקע אותם לעין השמש, די אלע דוברי זדון, און אין די זעלבע צייט, זייט מחזק די גוטע בעלי מכשירים וואס זענען פארבליבן.

תוקן על ידי - התאחדות - 01/12/2006 0:26:57

findodort » 1/12/2006 02:10

די סקווערע וועד הכשרות\קהילה האט  ארויס געגעבן א ליסטע פין השגחות וואס זיי  האלטען אז ס'יז גיט, קען דאס איינער ארויפשטעלן דא?

יוסקעלע » 1/12/2006 04:37

התאחדות

מיל מארט ניקור האט קיינמאל געהאט א פראבלעם? דער הייליגער קאשויער רב זצ"ל איז רח"ל געווען א בעל דמיון? דו לייקענסט אז מיל מארט האט דאן געטוישט זייער סדר הניקור?

תוקן על ידי - יוסקעלע - 01/12/2006 4:37:16

_________________

שלוםשטוב » 1/12/2006 06:22

מזל טוב, מזל טוב די בקהילה האט גענומען די זייט פין שטערען, דער שטערען גיט נישט אויף, אפשר וועט אים נאך געלונגען צו באקומען די מעדאל ביי יערליכע כשר פעסט אין מאנהעטען פאר מחזק זיין כשרות ביי אידען, מי יודע אולי. אלץ איז א שטיק ליצנות, מען האט געטראפען חלב, די נירבאטער האט קיינמאל נישט געלייקענט די ערשטע וואך, נאך דעם וואס ער האט מברר געווען אז עס איז נישט חלב, און הרב בעלסקי האט אויך מסכים געווען, איז נישטא וואס צו קלערען וועגען דעם, די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א "טעות" פין שטערען, און יעצט וויל שטערען נישט "מודה" זיין אויף זיין טעות. גאר אינטרעסאנט איז, אז גענוי דאס, וואס שטערען האט געוואלט דער נירבאטער זאל טוהן, ער זאל מודה זיין אויף א טעות, דאס טוט ער יעצט נישט אליין!!!!! גאר אינטרעסאנט, נישט דאס האט דער בעש"ט געזאגט, כל הנגעים אדם רואה חוץ, מנגעי עצמו?

מלחמת_ה » 1/12/2006 08:56

די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג פרשת תולדות, November 23 2006, שוין נאכדעם וואס רב בעלסקי האט גע'חתמ'ט אויף זיין בריעוו אז מ'האט נישט געטראפן "אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל", האט רב בעלסקי געהאלטן א שיעור אויף חושן משפט, און דארט פארציילט פאר שומעי לקחו - אויף ענגליש - די גאנצע מעשה וואס ס'האט פאסירט.

 

זיין שיעור איז רעקאדירט געווארן, און מ'קען עס באקומען אויף די פאלגענדע טעלעפאן נומער:
 
718-252-5274

 

לאמיר צוזאמען אויסהערן ווי אזוי ער פארציילט די מעשה. (לטובת החברים בהייד-פארק האב איך איבערגעטייטש זיינע ווערטער אויף אידיש, מלה במלה.)

 

וזה לשונו (המתורגם):

 

"מיל-מארט, וואס מאנכע מאל איז עס באקאנט אלץ סאטמאר פלייש, נירבאטער פלייש...

 

די אינצידענט וואס האט פאסירט, אז איינער האט געקויפט לעיבער, געטרייבערטע לעיבער - דאס מיינט אויסגערייניגט פון אלע פעט'ס (fats) און שאלה'דיגע חלקים.

 

ס'איז פארהאן איין קליינע spot  נעבן די שפיץ פון די לעיבער, וואס כמעט אלעמאל ווערט אפגעשניטן ווען די לעיבער ווערט ארויסגענומען פון די בהמה... דארט, ביי די שפיץ פון די לעיבער, איז עס באהאפטן צו די point פון די רעכטע כליה (kidney).

 

אין דעם מקום איז פארהאן א געוויסע מאס "חלב הכליות". דאס איז איינע פון חלבים וואס איז אסור מדאורייתא...

 

געווענטליך ווען מ'נעמט ארויס די לעיבר פון די בהמה, קומט דער שטיקל חלב נישט מיט. פארוואס? ווייל דער ארבעטארער וואס נעמט ארויס דעם לעיבער, האט א מעסער אין זיין האנט! און צושייד דעם לעיבער פון די בהמה, און ער שניידט עס ארויס ביי דעם צוזאם-טרעף פונקט, ווי עס איז באהאפטן. און כמעט אלעמאל ווערט דאס אפגעשניטן א האלבע אינטש אריין אין די לעיבער (וואס איז מיט חלב הכליות).

 

אמאל אמאל פאסירט, אז דער מעסער גיט זיך א פארדריי, צוליב א פראקטישע רעפלעקסישע אקציע, און שניידט דורך א קליין ביסל פון די מאטריאל פון אינטער די לעיבער. דעמאלסט קען פארבלייבן א spot  פון "עפעס" (קרי: חלב הכליות!!!) צוגעקלעבט צום לעיבער, אזוי גרויס ווי א האלבע נאגל פון די פינגער, אדער ווייניגער.

 

דאס אלעס נאר צוליב דעם "מעסער" וואס פרובירט עס אפצוטיילן.

 

דער ארבעטארער האט דורכגעלאזט איין לעיבער, ווי ס'איז פארבליבן א קליינע Spot  (קרי: חלב הכליות!!!)...

 

דער לעיבער איז דורכגעגאנגען דעם ערשטן שטאפל פון פאקונג (packaging) און דער קליינער Spot  איז איבערגעבליבן דארט...

 

אזעלכע קליינע זאכן פאסירן כסדר, מ'פאררעכט זיי, און מ'גייט אן ווייטער מיט'ן לעבען.

 

מ'גט זיך נישט צוליב אזעלכע קלייניקייטן...

 

עמיצער איז אריינגעקומען צו מיר און געוויזען דעם לעיבער, האב איך איהם געזאגט: ריכטיג (קרי: ס'איז טאקע חלב הכליות), איך וועל זיך תיכף פארבונדען מיט'ן רב המכשיר, און ביז פינף מינוט וועט אלעס ווערן ארלעדיגט... מ'וועט נאכאמאל מזהיר זיין די משגיחים און ביז מארגן וועט אלעס ווערן ארלעדיגט...

 

אזוי נעמט מען קעיר (care) כסדר, אלעמאל, פון אזעלכע פראבלעמען.

 

מ'האט נאכגעזאגט אין מיין נאמען, אז רב בעלסקי זאגט, ס'איז חלב דאורייתא און ס'איז טעריבעל (terrible). דער פראבלעם איז אבער, אז מ'האט גענומען א קיטשען סיטואציע (kitchen situation), און מ'האט עס איבערגעדרייט צו א נאצינאלע סקאנדאל...

 

דאס איז דער גאנצער פראבלעם....

 

עד כאן העתקה מדברי רב בעלסקי.

 

איך האב נאר איין פראגע: ווי אזוי שטימט דאס מיט זיין בריעוו (ווי אויך דעם באטערער'ס בריעוו), ווי זיי שרייבן קליפ און קלאהר "אין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל"?

יוסקעלע » 1/12/2006 16:01

דער טעלעפאן נומער וואס מלחמת האט געלייגט איז א פריוואטע נומער פון א פרוי וואס פארקויפט 'טעיפס' פון שיעורים און ווער עס וויל קויפן דעם טעיפ קען דארט רופן

עס איז נישט א האטליין נומער ווי דער שיעור שפילט כסדר

allllways » 1/12/2006 19:22

דאס פאלגנדע האב איך באקומען אין אישי, וחזקה שליח עושה שליחותו


 

חבירי וידידי היקרים           מצוה לפרסם      מצוה לפרסם    מצוה לפרסם


אלעס וואס עטץ שרייבטס דא אין דעם אשכול איז זייער פיין און וואיל זה בכה וזה בכה. אבער למעשה די פראבלעם ביי די בהמה פלייש איז דאך שוין געווען א סאך ערגער אין שנת תשמ"ג אזוי וויא יעדער קען אליין הערן אויף די "טעיפס" וואס איז ארויסגעשמוגעלט געווארן פון יענע היסטארישע אסיפה. כינוס צדיקים הנאה להם והנאה לעולם ביי וועלכע עס איז נאך געזיצען די גדולי עולם רבנים פון דער אלטער היים כ"ק הגה"צ אדמו"ר מפאפא זצ"ל וכ"ק בעל ברך משה זצ"ל. והגה"צ ממוין לעבאוויטש.וואידיסלאוו.טארטיקאוו.טענקא.הרב אויש.והרב מנירבאטור הבעל המכשיר של מיעל מארט בימים ההם זכר צדיקים לברכה ולהבחל"ח הרבנים הגאונים הצדיקים מאודווארי.ממאנטעווידעא .מקארלסבורג.מוויזניץ לאורך ימים ושנים טובים.    און ב"ה צייטען האבען זיך געטוישט . ליידער המה הלכו למנוחות ואותנו עזבו לאנחות עס איז דא נייע בעלי מכשירים (בעסער אדער ערגער?) נישט קיין נפ"מ.. אונטערשטע שורה איז די וואס עסן מיעל מארט פלייש מיטן הכשר פון נירבאטור רב און ווילן נישט הערן פון קיין שום מכשול און אויף יעדע זאך האבען זיי א תירוץ אפילו אן אמתן.. זאל עס זיי וואיל באקומען.  אבער פארוואס האלטן זיי גאנצע וואכען און חדשים אין איין בארעדען דעם קאמפיטישאן. "סופרים-רובשקין" אדער "משמרת" און ווילן איינרעדען יעדען איינעם כי לי כל הארץ אז נאר מיינס און נאר וואס איך געב א הכשר איז כשר און יעדער אדער יענער איז טריפה וואס דער אמת איז דאך נישט אזוי.  . קען זיין אז דו ביסט אויך כשר עס איז נישטא קיין מכשול אבער יענער זייט ער האט איינגעשטעלט א מוראדיגען גוטן סיסטעם מיט 50 שוחטים יראים ושלימים (זיי באלאנגען טאקע נישט צו קיין פארטיי)אבער זיי זענען דאך עכט היימישע חסידישע אידען יראים ושלימים ערליכע אידען מיט שטריימל בעקיטשע און א סאך מיט ווייסע זאקען וואס גייען יעדען טאג אין מקוה(נישט קיין או יו רבנים). און דער רב המכשיר איז אויך א ת'"ח עצום וואס פאר א ענין איז דאס צו פארדרייען דעם עולם דעם קאפ מיט פוסטע נארישקייטן שטותים  אז אני ואפסי נאר איך בין כשר און קיינער מער. וועגען דעם געשעט אלע ערעורים ווייל איינער האקט אויפן צווייטן.. ווען מען זאל וועין ארבעטן צוזאמען וואלט דאך דאס "כשרות" געווען זייער שטארק און הייליג ביי יעדען איינעם . יעדער וואלט מחשיב געווען די רבנים און די גאס וואלט ארויפגעקוקט אויף די מכשירים (מינאי ומינך תתקלס עילאה) רוב דרשות ביי אלע צוזאמענקופטן וועגן "כשרות" שטעלט זיך אייביג אויף איינער וואס קען גוט בארעדען דעם צווייטן און דער עולם גולם קויפט דאס פאר גוט געלט.


צווייטענס דער היימישער עולם צאלט גענוג טייער ווייל זיי ווילן אז די רבנים זאלן זיי צושטעלען א "הונדערט פראצענטיגן כשרות" אהנע ערעורים און קאפ דרייעניש מען זאל זיך נישט דארפן ח"ו ממש עקלען צו עסן א פראדוקט אדער א שטיקל פלייש.


ווילסט מחזק זיין דיין ביזנעס זאג "אנ"ש קויפטס נאר פון מיר" אבער ח"ו צו זאגען אז דאס אנדערע איז נישט כשר ווען עס איז דאך שקר וכזב . באגראבסטן דאך דיך אליין ווייל יענער וועט אויך קומען און זאגען אז זיינס איז נאר כשר און נישט דיינס


היינט איז דאך א אפענע וועלט מען קען נישט פארקויפן קיין באבקעס. עטס זעהט אליין אלע יארן האט מען אונדז אויסגעלערנט אז "העולם טשיז" איז טריפה ווער געדענקט דען נישט ווען א יונגעל האט געברענגט אין חדר א שטיקל "העולם טשיז" האט מען עהם אויסגעפראקט און אויסגערופן הויעך אין לאנטש רום קעגען אלע יונגלעך אז ער ווערט געשטראפט ווייל ער האט געגעסן דעם טרייפענעם העולם טשיז למען ישמעו ויראו.


און ווען א סטאר האט אריינגענומען העולם קעז האט מען געשריגן "שעמסט דיך נישט שייגעץ!! דאס געסטו פאר אידישע קינדער צו עסן" און היינט זעהט מען אין איין רגע עס האט פלוצלונג באקומען די הכשר פון הרב בנימין גרובער . געווארן אויס טריפה ואין פוצה פה ומצפצף(וואס מען האט נישט געמאכט קיין שום שינו נישטאמאל געטוישט משגיחים אויפן פארעם וכדומה) זעהט מען דאך קלאר בעיני בשר אז אלעס איז נאר געווען א פאליטיק . ווען מען וואלט קיינמאל נישט בארעדט "העולם"  נאר מען וואלט געזאגט אז לטובת הענין זאלן מיר נאר קויפן "מהדרין" וואלט קיינמאל נישט געווען די אנטוישונג(דיסעפוינטמענט)


דאס זעלבע מיט "ניו סקווער" מילך איך אליין בין געווען אין א ביהמ"ד דער שמש איז געלאפן צופרי און געברענגט מילך פאר די קאווע "ניו סקווער מילך" איז אויפגעשטאנען אן ערענסטער סאטמארער חסיד און געמאכט "קולות" געוואלד "טרייפענע מילך" ברענגסטו דא אריין אין ביהמ"ד און דער יוד האט נישט גערוט ביז ער האט אויסגעגאסען אלע פלעשלעך מילך. היינט צו טאג טרינקען סאטמארע חסידים אליין "ניו סקווער" מילך און ווייסן שוין דעם אמת אז עס איז פונקט אזוי כשר וויא "גאלדן פלאו"


דער צעלימער רב זי"ע וואס האט איינגעפירט דא אין אמעריקא "חלב ישראל" מיט "מסירת נפש" האט קיינמאל נישט גערעדט אויף א צווייטן בעל המכשיר. ער האט מחזק געווען "קליינס" אייז קריעם חאטש זיי האבען נישט געקויפט די מילך ביי זיין קאמפאני. ער האט אמתדיג געמיינט טובת ישראל צו געבען יודען כשר.מאכלים וועגען דעם האט עהם קיינער נישט בארעדט


א  מלחמה גייט אזוי. דו גייסט בארעדען יעדען קוקט מען נאך וואס עס טוט זיך ביי דיר  ותו לא


די גרויסע השגחה אין וויליאמסבורג איז באשאפן געווארן צו בארעדען יעדען איינעם אויסער זיך אליין.זיי קענען כסדר בילען און שרייען "נאר מיינס איז גוט נישט יענעמס"


האט מען דען נישט געטראפן ביי זיי אמאל אין אלע "וויניגער פראדוקטן" "יין נסך" און זיי האבען נישט געוואלט מודה זיין  אדער זיפט מען דען ביי זייערע בעקערייען די מעהל.  טויזענטער אידען זענען מהדר ביי זיך אין שטוב צו זופען די מעהל ווען מען באקט . און ווען מען עסט זייערע חלות אדער ברויט איז עס פול מיט ווערעם אומגעזיפט.


עס איז אמאל געווען אמעשה ביי רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע ער האט געטיילט שיריים יו"ט פסח. האט זיך א פרומער חסיד אנגערופן רבי איך עס נישט ווייל איך מיש מיך נישט מיטן רבין אויך נישט(פסח מישט מען זיך נישט מיט אנדערענס עסענס)  האט עהם רבי אהרן קארלינער זי"ע געזאגט "גיי אהיים קוק אין דיין וואסער וואס דו האסט אנגעשעפט אויף פסח(פרומע אידן שעפען אהן פאר פסח וואסער אויף גאנץ פסח)  איז דער חסיד אהיימגעגאנגען און ער האט געטראפן א גאנצן ברויט אין זיין וואסער. איז ער געקרומען צו לויפן צום הייליגען רבין און געוויינט און געיאמערט '"רבי פארוואס האט איר מיר נישט געזאגט פאר פסח איך זאל נישט נכשל ווערן..האט אים דער רבי גענטפערט הער מיך אויס איך קוק קיינמאל נישט אריין וואס טוט זיך ביי יענעם איך האב אבער געזעהן אז דו ביסט אזוי ערליך אז נאר ביי דיר איז כשר און גוט אפילו ביי מיר אויך נישט האב איך געקוקט און געטראכט לאמיך זעהן וואס טוט זיך טאקע ביי דיר און איך האב ליידער געטראפן.


דאס זעלבע טייערע אידישע קינדער רבנים וראשי ציבור און צייטונגען די אחריות איז גרויס פון היינט מאל און וויטער זאגט מיין הכשר איז גוט גיי נישט לויפן צום וויזניצער רבין ר"מ פון מאנסי עהם משוגע מאכן אז ער זאל נאר לאזן עסן מיעל מארט


דער הייליגער חיד"א שרייבט "אז עס איז געווען נאך א סאך אזאלכע חיבורים וויא דער שו"ע וואס דער הייליגער בית יוסף האט געמאכט" נאר ווייסטו פארוואס דעם ב"י שו"ע איז נתקבל געווארן לפסק הלכה בכל תפוצות ישראל ווייל דער ב"י האט קיינמאל נישט אוועקגעמאכט דעם צווייטענס חיבור.


איינער האט היינט דערציילט ער איז געווען היינט אין א בוטשער און דער בוטשער זאגט אז ער קען נישט פארקויפן אפילו איין שטיקל בהמה פלייש. ווייל עס איז געווארן א איבערקערעניש א דעמעדזש אינעם מארקעט. מיטוואך נאכט איז אין בארא פארק אין עטרת חי געווען אגרויסע חתונה מען האט געקענסלט און נישט געלאזט סערווירן בהמה פלייש וועגען דעם איבערקערעניש.


דער זעלבער בוטשער זאגט חאטש ער האט גרויס צער. דאך האט ער הנאה ווייל וויינשטאק פון מיעל מארט פלעגט באהאנדלן די בוטשערס זייער שטרענג און יעצט ברעכט ער זיך אביסל ער ווייסט אז די קאמפאטישאן איז פונקט אזוי כשר וישר און דער עולם האט א אויסוואל.


א חשובער רב האט מיר דערציילט אז ער איז אריין אין א ריזיגן קהלישן בוטשער סטאר אין ווילימאמסבורג (עס איז גוט אז עס באלאנגט צו קהל אבער דער מענעדזשער באקומט פראצענט איז ער באלד וויא א בעה"ב) זעהט ער אז מען האט אריינגעברענגט א סך "לעמעלעך" (ביי לעמער איז דא א פראבלעם מיט די שחיטה ווייל טאמער מען שערט נישט אפ די וואל פון האלז פארן שחטן איז דא א שאלה פון "חלדה" וואס קען זיין נבילה מדאורייתא רח"ל . פרעגט דער רב וועמעס הכשר איז די לעמער ענטפערט דער מענעדזשער "וואס הייסט" אלעס דא אין בוטשער האט די הכשר פונעם דיין גייט דער רב ארויס פון בוטשער אויפן גאס און טרעפט גלייך דעם דיין פרעגט ער עהם אויב ער גיט א הכשר אויף לעמער ענפערט דער דיין "ניין" פרעגט ער פארוואס איז דא אין בוטשער געשאחטנע לעמער . ענטפערט דער דיין עס איז נישטא עכ"פ ער ווייס נישט דערפון. ע"כ המעשה אמת.


די לעמער פונעם בוטשער זענען מסתם געווען כשר אבער ביים אנדערען רב המכשיר איז פונקט אזוי כשר מען דארף נישט טאג אוןנאכט האקען אויף יענעם די וועלט זאגט "קוק נישט נאר וואס מען נעמט אריין אין מויל קוק אויך וואס גייט ארויס פון דיין מויל(בעש"ט הק' זי"ע)


א הימישער דיסטיריובאטאר האט געוואלט אריינברענגן קוקיס אין קרית יואל פאר 18 יאר צוריק כשר קוקיס. דער וועד הכשרות מיטן רב האבען נישט געלאזט אז די גראסעריס זאלן פארקופין די קוקיס איז דער סוחר געגאנגען צום רב און האט געפרעגט איך האב דאך א גוטן הכשר פארוואס לאזט מען עס נישט אריין אין די געשעפטן . האט ער גענטפערט איך וואלט געקענט זאגען פארן עולם "אז עס איז נישט כשר" און דער עולם וואלט געגלייבט אבער איך זאג דיר דעם אמת איך וויל אז די יודען וואס באלאנגען אהער זאלן ענדערש מאכן פרנסה נישט אנדערע זאלען אהערברענגן זאכן און אוועקנעמען זייער פרנסה דאב איז חאטשיג דער אמת(צו מען מעג דאס טון אדער נישט ווייס איך נישט)


איינער אליעזר באש האט פאר הונדערט יאר צוריק ארויסגעגעבען א בוך פון די שטאט סיגעט דארטן שטייט אז מען האט געאסערט אין סיגעט אריינצוברענגען פלייש(שחוטי חוץ) פון אנדערע שטעטלך כדי נישט מקפח זיין פון די קהילה און אף על פי כן דאך האבען חשובע אידען שטילערהיייט געגעסן פון די שחיטות ווייל זיי האבען געוויסט אז עס איז פונקט אזוי כשר נאך אפשר בעסער נאר ברבים כדי מחזק צו זיין די אייגענע קהל וועגן דעם איז געמאכט געווארן דער איסור.


חוץ דעם הרב בעלסקי געט דאך א הכשר אויף קוקו קאלא און ביי אונדז האט מען קיינמאל נישט געלאזט טרינקן קוקא קאלא. וואס אמאליגע צייטן ווען א יונגעל האט דערציילט פארן מלמד אין חדר אז א צווייטע יונגעל האט געטרונקן קוקא קאלא האט מען דעם צוויטן יונגעל אזוי פארשעמט אין חדר עס איז ניטאמאל שיין צו שרייבען וואס מען האט עהם געטון. און היינט דער זעלבער רב המכשיר פון קאוקו קאלא שרייבט אז אונזער פלייש איז כשר עס איז דאך פשוט א געלעכטער  (מען רעדט שוין נישט וועגען ציונות אדער אייגענע האר)  ווען מען וואלט נישט אלע יארן געהאקט אויף בעלסקי מיט אוי יו וואלט מען חאטש געקענט דערהערן אוןן אראפשלינגען א בריעף אין אונזערע צייטונגען פון הרב בעלסקי


חכצים הזהרו בדבריכם רעדט נישט אויפן צווייטן  שמא מיט די צייט וועט עטץ דארפן צוקומען און נוצען דעם וועם איר האט בארעדט און וואס איר האט בארעדט והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו


דאס איז גענוג פאר די ערשטע דרשה. ויותר מה שכתבתי בגלוי לפניכם כתוב כאן.ברמז וד"ל.

findodort » 1/12/2006 19:26

אין דעם מקום איז פארהאן א געוויסע מאס "חלב הכליות". דאס איז איינע פון חלבים וואס איז אסור מדאורייתא...
*:NAMESPACE PREFIX = O />


נישט נאר חלב איז דא דארט, די געוויסע מאס איז אבער פינקט געניג פאר ווער עס לערענט נאר לקנתר, אין האט נישט קיין פראקטיג למעשה זיך צי פארשמירן אין דעם  

 

 דעמאלסט קען פארבלייבן א spot  פון "עפעס" (קרי: חלב הכליות!!!) צוגעקלעבט צום לעיבער, אזוי גרויס ווי א האלבע נאגל פון די פינגער, אדער ווייניגער.


זאג נאר מלחמת טייערע די  (קרי: חלב הכליות!!!)  דאס הערט מען אויך אויפן טעפ, אדער דאס איז שוין נאר דיי ווישפעל טינקינק.









                                                                                                   





                                  

                                                                                                     מלחמות: די ביסט פיל פין עס (קרי:                 !!!)

עוד_ישמע » 1/12/2006 19:49

נימוקי הגרי"ב המבואר

 

 

לשון הגרי"ב: "מיל-מארט, וואס מאנכע מאל איז עס באקאנט אלץ סאטמאר פלייש, נירבאטער פלייש...

 

אמת ויציב ונכון. אין אלע שמחה האלל'ס ווען מ'רופט אריין פרעגען וועמען'ס פלייש קעטערין זיי, איז עפ"י רוב די תשובה: סאטמארע פלייש! אויף די שאלה וועלכע סאטמאר, וואס סאטמאר, איז דער ענפער: מיעל-מארט - נירבאטער.

 

לשון הגרי"ב: די אינצידענט וואס האט פאסירט, אז איינער האט געקויפט לעיבער, געטרייבערטע לעיבער

 

און נישט ווי מ'האט גע'טענה'ט פריער אז ס'איז געווען נישט קיין געטרייבערטע.

 

לשון הגרי"ב: ס'איז פארהאן איין קליינע spot  נעבן די שפיץ פון די לעיבער, וואס כמעט אלעמאל ווערט אפגעשניטן ווען די לעיבער ווערט ארויסגענומען פון די בהמה... דארט, ביי די שפיץ פון די לעיבער, איז עס באהאפטן צו די point פון די רעכטע כליה (kidney).

 

אין דעם מקום איז פארהאן א געוויסע מאס "חלב הכליות". דאס איז איינע פון חלבים וואס איז אסור מדאורייתא...

 

און נישט ווי מ'האט גע'טענה'ט פריער אז אין דעם מקום איז נישט פארהאן "חלב הכליות" דאורייתא.

 

לשון הגרי"ב: געווענטליך ווען מ'נעמט ארויס די לעיבר פון די בהמה, קומט דער שטיקל חלב נישט מיט. פארוואס? ווייל דער ארבעטארער וואס נעמט ארויס דעם לעיבער, האט א מעסער אין זיין האנט! און צושייד דעם לעיבער פון די בהמה, און ער שניידט עס ארויס ביי דעם צוזאם-טרעף פונקט, ווי עס איז באהאפטן. און כמעט אלעמאל ווערט דאס אפגעשניטן א האלבע אינטש אריין אין די לעיבער

 

אמאל אמאל פאסירט, אז דער מעסער גיט זיך א פארדריי, צוליב א פראקטישע רעפלעקסישע אקציע, און שניידט דורך א קליין ביסל פון די מאטריאל פון אינטער די לעיבער.

 

דאס הייסט אז דער מנקר אינגאנצען נישט שילדיג, ווי אויך נישט דער משגיח, און אוודאי נישט דער רב המכשיר. דער גאנצער שולד פאלט נאר אויפן "מעסער" צוליב פראקטישע רעפלעקסישע אקציעס... וכמפורש כן בדבריו לקמן.

 

לשון הגרי"ב: דעמאלסט קען פארבלייבן א spot  פון "עפעס" (קרי: חלב הכליות!!!) צוגעקלעבט צום לעיבער, אזוי גרויס ווי א האלבע נאגל פון די פינגער, אדער ווייניגער.

 

דאס אלעס נאר צוליב דעם "מעסער" וואס פרובירט עס אפצוטיילן.

 

וכמבואר לעיל, צוליב פראקטישע רעפלעקסישע אקציע פון א מעסער. 

 

לשון הגרי"ב: דער ארבעטארער האט דורכגעלאזט איין לעיבער, ווי ס'איז פארבליבן א קליינע Spot...

 

ס'איז פארבליבן נאר א קליינע Spot  פון "סם המות" - כרת ר"ל. 

 

לשון הגרי"ב: דער לעיבער איז דורכגעגאנגען דעם ערשטן שטאפל פון פאקונג (packaging) און דער קליינער Spot  איז איבערגעבליבן דארט...

 

מה כל הרעש? הרי...

 

לשון הגרי"ב: אזעלכע קליינע זאכן פאסירן כסדר...

 

ה' ישמרנו! תצילנה אוזן כל שומעת! ניין, בשום אופן ניין! אזעלכע "קליינע זאכן" פסירן נישט כסדר ביי ערליכע הכשרים ווי עדה החרדית אין ירושלים, אדער ביי הרב לאנדאו אין בני ברק.

 

לשון הגרי"ב: מ'פאררעכט זיי,

 

שקר וכזב! פאררעכטן קענען נאר די וואס זענען "מודה על האמת" אז ס'איז געווען א מכשול. די וואס האבין געלייקענט ברבים (כתוב וחתום) אז "אין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל", האבין קיין נאמנות נישט...

 

לשון הגרי"ב: און מ'גייט אן ווייטער מיט'ן לעבען.

 

אמת! כאילו לא היו דברים מעולם. עורבא פרח.

 

לשון הגרי"ב: מ'גט זיך נישט צוליב אזעלכע קלייניקייטן...

 

מ'גט זיך מיט "גיטין מעושין", אדער מיט הפקעת קידושין, וד"ל. אוי לאותה בושה ואוי לאותה כלימה, אז דער בעל דברים אלו זאל זיין דער "שר המסכים" אויף מיעל מארט, וואס "איז באקאנט אלץ סאטמאר פלייש"... 

 

לשון הגרי"ב: עמיצער איז אריינגעקומען צו מיר און געוויזען דעם לעיבער, האב איך איהם געזאגט: ריכטיג (קרי: ס'איז טאקע חלב הכליות), איך וועל זיך תיכף פארבונדען מיט'ן רב המכשיר, און ביז פינף מינוט וועט אלעס ווערן ארלעדיגט... מ'וועט נאכאמאל מזהיר זיין די משגיחים און ביז מארגן וועט אלעס ווערן ארלעדיגט...

 

5 מינוט, מארגען, אלעס איז ארלעדיגט: אין בו אף שמץ קטן מחלב כלל וכלל!!! 

 

לשון הגרי"ב: אזוי נעמט מען קעיר (care) כסדר, אלעמאל, פון אזעלכע פראבלעמען.

 

אמת ויציב ונכון: "אזוי נעמט מען קעיר (care) כסדר, אלעמאל, פון אזעלכע פראבלעמען".

 

 

לשון הגרי"ב: מ'האט נאכגעזאגט אין מיין נאמען, אז רב בעלסקי זאגט, ס'איז חלב דאורייתא, און ס'איז טעריבעל (terrible). דער פראבלעם איז אבער, אז מ'האט גענומען א קיטשען סיטואציע (kitchen situation), און מ'האט עס איבערגעדרייט צו א נאצינאלע סקאנדאל...

 

עס איז טאקע א "קיטשען סיטואציע", אמת, אבער נישט א קליינע פריווטע Spot קיטשען, וואס איז אזוי גרויס ווי א האלבע נאגל פון די פינגער, אדער ווייניגער, נאר גאר גאר א גרויסע ריזיגע קיטשען פראססעינג וואס סערוו'ט אגרויס חלק פון כלל ישראל נעישענווייד...  

 

לשון הגרי"ב: דאס איז דער גאנצער פראבלעם....

 

דבר שפתיים אך למותר!

 

בראשית_ברא » 1/12/2006 20:00

מלחמת, איז דא א Tran אויף ענגליש פון רב בעלסקי'ס דרשה?

קודם כל, ס'איז כדאי צוהערן "בלשון הרב", און צווייטענס, איך וויל זעהן ווי "פונקטליך" דיין איבערזעצונג איז.

findodort » 1/12/2006 20:26


די חברה האבן זיך דערכאפט אז די גאנצע קאמפען פאטש זיי ציריק אין פנים, אין מען כאפט ווער עס שטייט אינטער די גאנצע קאמפען, די עולם קויפט נישט, אין איז נישט גרייט אנצינעמן, אז די רבנים זאלן זיין פארנימען מיט נקמה. אויב דיין השגחה הייסט א שוואכע השגחה אויף די גאס, טי למעשה אין  פארבעסער דאס, יא בעסער פין דיין קאלעגע, אויף א בחינה פין קנאת סופרים, אין קים ארויס מיט א פאזעטיווע קאמפען - נישט דינג  א היט מען וואס זאל חאפען דיין חבר, אין שריי אז ער האט אויך א סקעלעטן אין זיין קלאזעט (אין ניץ משלים פין פענאסאניק טעפריקארדערס אדג)

דעשראסילם מיעט האט פארציילט פאר די רבנים אין ב"פ, אז דער ינגערמאן קויפט אין קויפט  א גאנץ יאר באקסעס לעבער. וואס טראכט איר די כולל ינגערמאן האט דאס אליין באצאלט ?
  

 דערזענדיג אז דער עולם, אין אויך אלע רבנים וואס זענען געווען פארמישט אין די פרשה, כאפען וואס דא גייט פאר  האבן זיי אנגעפאנגן זינגען מער א מעסיגע ניגן, אזוי ארים חאפן די הערצער פין די המון עם.
א שטייגער ווי מלחמות שרייבט אז ער פרעגעט עסען נאר פין סקווער LOL

אין אזוי ווי די ניגן וואס ALLWAYS ברענגט פין א משלח וואס שטעלט זיך אהער ווי א עבד לעבדי ה', אין באמת זענען זיינע ווערטער זייער ריכטיג אין גיט ארויסגעברענגט, אין קבל את האמת ...

אבער אבער ליידער האט ער צים סוף ארויסגעשטעט זיין פיס, אין געוויזען זיין אמתע כונה מיט די ווערטער, וואס איז א סתירה מיט איעדע ווארט ביז אהער 

חוץ דעם הרב בעלסקי געט דאך א הכשר אויף קוקו קאלא און ביי אונדז האט מען קיינמאל נישט געלאזט טרינקן קוקא קאלא. וואס אמאליגע צייטן ווען א יונגעל האט דערציילט פארן מלמד אין חדר אז א צווייטע יונגעל האט געטרונקן קוקא קאלא האט מען דעם צוויטן יונגעל אזוי פארשעמט אין חדר עס איז ניטאמאל שיין צו שרייבען וואס מען האט עהם געטון. און היינט דער זעלבער רב המכשיר פון קאוקו קאלא שרייבט אז אונזער פלייש איז כשר עס איז דאך פשוט א געלעכטער  (מען רעדט שוין נישט וועגען ציונות אדער אייגענע האר)  ווען מען וואלט נישט אלע יארן געהאקט אויף בעלסקי מיט אוי יו וואלט מען חאטש געקענט דערהערן אוןן אראפשלינגען א בריעף אין אונזערע צייטונגען פון הרב בעלסקי*:NAMESPACE PREFIX = O />


איז דעס וואס מיר האבען נישט געטרינקן קיין קאק איז ווייל מיר האלטען אז הרב בעלסקי איז גרייט מאכיל זיין די עולם מיט טרפה ?  אדער אז ער איז גרייט צי זאגן אויף חלב מן התורה אז דאס איז גארנישט מיט נישט ?


חכצים הזהרו בדבריכם רעדט נישט אויפן צווייטן  שמא מיט די צייט וועט עטץ דארפן צוקומען און נוצען דעם וועם איר האט בארעדט און וואס איר האט בארעדט והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו

findodort » 1/12/2006 20:45


געט א קיק למשל די אויבירשטע תגיבה פין עוד_ישמע


ה' ישמרנו! תצילנה אוזן כל שומעת! ניין, בשום אופן ניין! אזעלכע "קליינע זאכן" פסירן נישט
כסדר ביי ערליכע הכשרים ווי עדה החרדית אין ירושלים, אדער ביי הרב לאנדאו אין בני ברק.

וואס וויל ער דא, פארוואס דארף ער געבען א משל פין א גיטע השגחה, פאר וואס דארף ער ארבטען אווער טיים צי ווייזען אז ער איז נישט ח"ו מיט א געוויסע טיעם. 

ער האט זיך אויך אוועג געגעבן ווען ער האט געלאזט איין קליינע SPOT פין מלחמות ריין איבערזעצינג
  (קרי: חלב הכליות!!!)

הגע עצמך: רב בעלסקי שרייבט אין א בריוו (אליין געשריבן אדער איבערגעשריבן, נישט משנה) קלאר נישט קיין חלב, אין דא קימט ער אין ער רעדט אין  CODE אז נאר מלחמות זאל פארשטיין אז מרעדט דא פין נישט מער אין נישט ווייניגער ווי  חלב הכליות!!!

עבדעברי43 » 1/12/2006 20:48

איך פארשטיי בכלל נישט דעמאלס בשנת תשמ"ג האט מען דאך קלאר געהערט ביי די גרויסע אסיפת התאחדות הרבנים(מען קען עס הערן קלאר  אפילו אויפן צענזורירטען טעיפ) וויא דער ברך משה זי"ע מיט די אנדערע רבנים פאפער רב זי"ע און נאך רבנים זענען מודה און שרייען אז עס קומט אריין חלק אחוריים ממש חלב דאורייתא וואס אונזערע מנקרים קענען דאס נישט מנקר זיין ווייל ביי אונדז האט מען קיינמאל נישט אמאל געלערענט וויאזוי מען איז מנקר חלק אחוריים.

דאך כדי מען זאל נישט זאגען פאר די גאס אז מען איז נכשל געווארן און דער קאשויער זב זצ"ל זי"ע האט געוויסט אפילו עפעס וואס ער רעדט. האט מען מפרסם געמאכט די זעלבע זאך וויא יעצט אז אלעס איז שקר וכזב סתם א בלבול פון איינעם מלאכי . און דער ברך משה שרייט נאך מער אז סתם שונאים לאזן ארויס א פאלשן קול . נאך מער בעפארן בירור הדברים האט מען שוין אויסגערופן אין ראדני "יאכלו ענוים וישבעו"  נא וואס ווילסט היינטיגע צייטן חאטש בעלסקי איז מודה און אפילו דער באטור רב איז אויך  קודם געווען עכ"פ א "מודה במקצת"  אז עס איז עפעס פארגעקומען דאך קומט מען ארויס אז ביי אונדז איז נישט געשען קיין מכשול און אלעס איז כשר וישר

איר ווייסט דאך אלע די מעשה דריי בחורים האבען זיך איינגעשפארט אין א שטוב שבת קודש און גערייכערט רח"ל מען האט באמערקט און מען איז זיי באפאלן. איינער האט געשריגען אוי א שאד . (אז איך האב נישט צוגעמאכט די ווידאו שעיד) דער צווייטער האט געשריגען א שאד (איך האב פארגעסען אז היינט איז שבת (דער דריטער האט געשריגן א שאד (אז מען האט מיך געכאפט)  זיי ארט נאר און זענען נאר ברוגז אז מען קוקט זיי נאך און מען האט זיי געכאפט .ווען נישט וואלט די הזנחה געווארן שטארקער און שטערקער. פון א קליין שטיקעל וואלט געווארן א גאנצע בער חלב.
נישט דער באטור האט געווינען נאר די "בהמה מיט די סטעיק מיט די צונגען און לעבער" האבען געווינען

ווער עס האט א טענה קען זיך שטעלן צו דין תורה מיט די בהמה .

די או יו איז מודה אז ביי די סאטמארע שחיטה איז געווען אביסל א חלב שאלה איז דאך על אחת כמה וכמה . ביי היברו נעשאנעל און די אנדערע פלעצער וויא הרב בעלסקי מיט די או יו געבען א הכשר "טריפה ממש" רח"ל

נו פרעג איך ענק . אויף אזא בעל המכשיר וואס דאס איז ביי עהם א קלייניקייט קען מען זיך דען פארלאזען

זיין בריעף וואלט מען דען אינגאנצען געדארפט אריינלייגען אין אונזערע צייטונגען אז קינדער זאלן וויסן אז הרב בעלסקי איז ביי אונדז א פוסק. (חוץ וואס ער באקומט פון מיעל מארט שווערע טויזענטער איז ער ממילא נישט באגלייבט בכלל.
א יודענע איז געקומען פרעגען א שאלה ביי א רב . זי האט געזאגט אז נאר הארבע שאלות קומט זי פרעגען און גרינגע ניש. פרעגט איר דער רב וועלכעס הייסט ביי דיר גרינג. זאגט זי אז למשל די גויטע קאכט ביי איר אין שטוב און אמאל ווארפט זי אריין א שטיקעל חזיר פלייש אין טאפ צוזאמען מיט די כשרע . פרעגט איר דער און וואס פאסקענסטו. זאגט זי "וואס הייסט" טעות גוי איז דאך מותר. דעמאלס פרעגט דער רב וואס איז ביי דיר א הארבע שאלה(אז דאס הייסט גרינג דעמאלס וואס הייסט הארב) האט זי גענטפערט הארב איז למשל ווען מען האט גענייט אין די ניין טעג מיט א נאדל וואס מען האט אמאל גענייט דערמיט א פלייש העלזל דאס איז ביי איר הארב. אזוי אויך חלב דאורייתא דאס איז סתם א קאך שאלה. און דאס איז מהדרין מן מהדרין די חשובסטע שחיטה פון די חשובסטע קהילה וואס דאס עסן די חשובסטע אידען אין די חשובסטע זאלען אין עיר ואם וויליאמסבורג

עבדעברי43 » 1/12/2006 21:31

אאיך האב שוין אמאל געשריבן אין א צווייטן פורום דאס ווארט פון רבין זי"ע "צדיקים ילכו בם" אז צדיקים לייענען אפ דעם גאנצן פאראגראף ביזן סוף . און "פושעים יכשלו בם" פושעים האנקערן זיך און בלייבן שטעקן אינמיטן ארטיקל. יעדער זעהט נאר און הערט נאר וואס ער וויל .
איך האב דאך קלאר געשריבן לשיטתם פון סאטמאר אז נאכדעם וויא לע יארן מאכען זיי פון הרב בעלסקי וכת דילי א גוי זיין הכשר איז קיין הכשר . עד כדי כך אז אפילו אביסל סאדא וואסער איז חזיר טריפה.  קענען זיי יעצט נישט קומען מיט זיין בריעף און זיך כשרן . איך שרייב דאך בפירוש "אז וואלטן זיי נישט אזופיל געהאקט אויף הרב בעלסקי  (חוץ וואס יעדער איז ביי זיי ממילא א ציוני וכדומה) וואלט זיי יעצט געקענט נוצן דעם בריעף אבער אזוי וויא האבען אראפגעלייגט א יסוד אז אזאלכע רבנים זענען ביי אונדז רע-בנים . איז פונקט וויא זיי וואלטן געברענגט הרב קוק עדות זאגן אז אונזער שחיטה איז גוט. דאס זעלבע האבן זיי געטאן זיי האבען אראפגעברענגט אין סאטמאר ביהמ"ד אויף קליימער "הרב הלל דעוויד" פון פלעטבוש וואס חוץ וואס ער גייט נישט אין מקוה משמה לשנה . האלט ער קלאר אז די גאנצע סאטמארע שיטה מיטן ויואל משה מיט די שלש שבועות איז סתם אזא ענין וויא איינער עסט שבת "ךאקשן קוגעל"מיט צוקער" אדער אהן צוקער. עס איז ביי עהם די גאנצע זאך לא מעלה ולא מוריד. ער קומט יעצט האקן אין וויליאמסבורג מחזק זיין סאטמאר אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה. עס איז נישט שייך צו זאגען אויף אזא זאך "קבל את האמת ממי שאמרו" ווייל דער רבי זי"ע ברענגט בפירוש פון א גמרא אין ברכות ביי בעל אוב. און אין עבו"ז י"ז. ע"ב אז איינער וואס איז נישט מיט די שיטה זאגט אפילו א אמתדיגע זאך דארפן מיר האלטן פארקערט להוציא מלבן  ודו"ק
מער וויל איך נישט מאריך זיין . אין די גמרא געפינען מיר א סאך "לשיטת רב פלוני אמר" לדידי לא סבירא לי. דאס הייסט וואס אטיך האלט דאס איז עפעס אנדערש. נאר לשיטתכם קענט עטץ נישט איבערדרייען דעם דאשאק ווען עס געפעלט ענק.

עבדעברי43 » 1/12/2006 21:41

ווער עס וויל וויסען מער פרטים איבער דעם ענין זאל קוקען אין פורום "אבי מלעבט" אינעם אשכול
"התאחדות הרבנים" ויונעם לך ווער עס וויל קען עס פאוסטען דא אהער

שלוםשטוב » 1/12/2006 22:27

מורי ורבותי הערט אויף צו רעדען צו מען פארלאזט זיך יא אויף בעלסקי אדער נישט, קיינער איז נישט אינטרעסירט וואס בעלסקי זאגט, נאר ווייל די "עסקנים" "מתקנים" מוציאי שם רע האבען זיך אנגעקלעבט אין בעלסקי און געזאגט אז ער האט געזאגט אז עס איז חלב, וועגען דעם דוקא איז אינטרעסאנט געווען זיין בריוו אז ער שרייבט אז עס איז נישט חלב. אין הכי נמי, אונז קענען מיר זיך נישט פארלאזען אויף בעלסקי, אונז דארפען מיר היימישע רבנים, וואס זענען גרייט צו קומען צו מיטונגען, נישט איינער ווי הרב ברוידא, וואס ווען ער גיט א הכשר וואלט ער געהאט א פנים ווי רב ברעסלוי פין מאנסי, וואס וויל נישט אננעמן אויף זיך קיין קריטיק, און וויל נישט קומען צו קיין אסיפות, וועגען תירוצים של הבל.

מלחמת_ה » 3/12/2006 04:00

צו הערן די ארגינאלע "ספיטש" (speech) פון הרי"ב (הר' ישראל בעלסקי) כלשונו אויף ענגליש, ווי ער פארציילט די פאסירונג ווי מ'האט געטראפן אויף מיל-מארט לעיבער א קליינטשיגע "ספאט" (spot) פון "עפעס" א ביסל חלב הכליות וואס איז אסור מדאורייתא...

 

http://www.savefile.com/files/309952

 

א קליינעSpot  פון "סם המות" איז לויט הר' בעלסקי נישט קיין פראבלעם, ווייל אזעלכע "קליינעקייטן" מאכן זיך ביי מיל-מארט "כסדר"!!!

 

דער גאנצער פראבלעם איז "נאר": אז מ'נעמט א קיטשען סיטואציע (kitchen situation), און מ'דרייט עס איבער צו א נאצינאלע סקאנדאל...

 

אויפמערקזאם: ס'איז ראטזאם, אז נאכן אויסהערן דעם "ספיטש" (speech), זאל מען נאכאמאל איבערליינען זיין בריעוו (ווי אויך דעם באטערער'ס בריעוו), "ויאכלו ענוים וישבעו"...

עוד_ישמע » 3/12/2006 04:19

אכן נודע הדבר!

 

איך האב איצט אויסגעהערט בעלסקי'ן, און כ'האב דערהערט אז מיל-מארט איז טאקע נישט שולדיג. שולדיג איז נאר דער מעסער!!! "דער ארבעטארער האט דאך א מעסער אין זיין האנט"! און וואס זאל מען טוהן אז דער מעסער האט זיך פשוט פארדרייט...

 

פאר אזעלכע קלייניקייטן "גט" מען זיך נישט...

 

ויאכלו ענבים וישבעו.

מלחמת_ה » 3/12/2006 07:12

רעש'ענדיגע נייעס. עס איז יעצט אנגקומען א ידיעה, אז עטליכע מנקרים מוסמכים האבען געזען די קלארע בילדער פונעם לעיבער, און זיי שרייען געוואלד אז נישט נאר דאס ביסל חלב (וואס איז יותר משיעור שעורה) איז חלב דאורייתא, נאר אויך דאס גאנצע הייטעל וואס שטעקט ארויס פון העכער דעם לעיבער, וואס איז דער  "קרום העליון" פון די כליות, חייבין עליו כרת ר"ל.

 

די מנקרים מומחים טענה'ן אז דאס א גמרא מפורשת (חולין צ"ג ע"א) און אזוי איז אויך גע'פסק'נט אין רמב"ם (פ"ז מהלכות מאכלות אסורות הל' י"ב) ווי אויך אין טור ושו"ע (סי' ס"ד סעי' י"ב). והאריך בענין זה בספר "תורת הניקור הירושלמי" עמוד קלג (ג).

 

די מנקרים טענה'ן, אז דאס וואס דער באטערער האט מפרסם געווען אין זיין בריעוו, אז אין אייראפע האט מען נישט אראפ גענומען דעם קרום, איז הס מלהזכיר! לדעתם האט דער באטערער געמאכט א פאטאלען טעות אין זיין "הבנה" אין דעם פראטאקאל פון די עדה החרדית, ביים פארטוישען צוויישען דעם קרום פון "גב הכבד" און דער קרום הכליות (וואס דאס איז שוין נאכען כבד). וז"ל הפראטאקאל שם (דף ב' אות י' שורה 4) רי"ל ווייס: בצד הב' היינו בגב הכבד לא היו מוציאין שום דבר ושום הייטעל כו'. ר"י גולדברג: בארה"ב כן מורידין הקרום שבשיפולי צד העבה של הכבד הנשאר שם לפעמים מחלב הכליות וכו'. דער באטערער האט פשוט פארטוישט צווישען "גב הכבד" מיט'ן "קרום הכליות" וואס איז נאכען כבד. און ווי יעדער קען דאס זעהן מפורש אין די עדות פון ר"י גולדברג.

 

די מנקרים חידוש'ן זיך ווי קען א "רב המכשיר" מאכען אזא יסודות'דיגע טעות בהלכה.           

 

findodort » 3/12/2006 16:37

שלוםשטוב:
[בילד – נישט אפגעהיט]



עבדעברי:
איך בין מקבל נזיפה, איך האב געמאכט א מיס-טעק.
 (יעצט לאמער זען ווי די בעלי מכשירים ומחרחרי-רוב טיען אלע די זעלבע, ענד דע ליווד העפעלי עווער עפטער)

findodort » 3/12/2006 17:37


ווי שוין אויווען ערווענט לא מפיו אני חיים, אבער זעט אויס אז דער בחור הזעצער האט אגב רהטי אויס געלאזט אפאר מינדערוויכטיגע שטיקלעך, אין אויך נישט די אנפאנג אין די סוף, מן הסתם איז דאס נאר א ריפלעקס פין מלחמת מעסער
(מלחמת אפשר קענסטי ארויף שטעלן נישט די פיינעל, נישט די מניקר-דיגע, פשט אלס מראות עין, ישר כוח)


די אינצידענט וואס האט פאסירט, אז איינער האט געקויפט לעיבער, געטרייבערטע לעיבער - דאס מיינט אויסגערייניגט פון אלע פעט'ס (
fats) און שאלה'דיגע חלקים, אין די זאך איז געמאכט געווארן זייער בשלימות - ענד דע טינג וואז דאן ווערי פראפערלי

ביי די שפיץ פון די לעיבער, איז עס באהאפטן צו די point פון די רעכטע כליה (kidney), אין צי די דייעפרעם  

די אויבערשעטע  שטיקלעך נא, אבער דא בויט ער נאך גאנצע בנינים ער מאכט א אייגענע כתיב אין בויט צי א קרי 
עמיצער איז אריינגעקומען צו מיר און געוויזען דעם לעיבער, האב איך איהם געזאגט: ריכטיג (קרי: ס'איז טאקע חלב הכליות), vs האב איך עם געזאגט OK

אויב ווייזט דאס אויף עפעס, איז דאס אויף די כשרות, אין די באגלייבט-קייט, פין די מערכה פארפירערס.
*:NAMESPACE PREFIX = O />

על_הגאולה » 3/12/2006 20:33

פין דא און דארט

איין מעידזשאר שאלה טו מיר פארענטפערען

פין ווי קומט צו "אין בו שמץ של חלב" (איך געדענק נישט יעצט פונקטליך די לשון פין די מכתב קודש, צו "האב איך איהם געזאגט ריכטיג (קרי: ס'איז טאקע חלב הכליות)"

איז עס יא חלב הכליות אדער נישט

פארוואס שרייבט ער נישט אין זיין בריעוו אז ריכטיג מען האט געטראפען חלב הכליות און מען האט פאר-ראכטען, פארוואס שרייבט ער אין בו שמץ של חלב

מלחמת_ה » 3/12/2006 21:05

פוןדאדארט:

 

איצט בין איך טאקע איבערצייגט אז דו ארבייטס פאר מיל-מארט, ווייל דו גייסט אין זייער דרך פון פארטושן און פארנעפלען... אבי אנטלויפן פון די נקודה...

 

זאג נאר, למאי נפקא מינה צו די שפיץ פון די לעיבער איז באהאפטן אויך צו די "דייעפרעם", און נישט?

 

וואס איז דער אינטערשייד צווישן "ריכטיג", אדער "OK"?

 

סתם האקן אין קאפ אריין, אבי נישט רעדן צי די נקודה: יא געווען חלב אדער נישט געווען חלב?

 

בלאט: 1 2 3 4 5 6