באקומען אין תיבה אישית מיט א בקשה כ'זאל עס ארויפלייגן אויף אונזער פארום:
די אמת איבער די נייע שקר/ חלב פרשה איך וועל נאר שרייבען די טריקענע פאקטן
1}די בעל המכשיר שפיץ האט קיינמאל נישט געריפען קיין שום מנקר נאכקיקען צי עס איז דא חלב
דער וואס איז געקימען איז געקימען פין זיך אליינס, זיין נאמען איז..........
דער אינגערמאן איז א געוועזנער שוחט ומנקר פאר מיעל מארט , וואס מען האט "ארויסגעווארפן פין מיעל מארט" פאר צוויי יאר צוריק . היינט שחט ער פאר בני יואל
א. זיין נאמען איז אינדיג ער איז געקומען פון זיך אליין, אונטרעסאנט אז 6-7 באנאכט ווען א געשעפט מאכט צו, ווער האט איהם אריינגעלאזט, אפשר האט ער געבראכען שלעסער. די ביסט נאך מער פויבסט ווי די פויבסט אליין, ווייל הרב שמואל שלמה שפיטץ אליין דערציילט אז ער האט אראפגערופען בודק זיין, כדי ער זאל זאגען וואס ער האלט דברים הצריכים תיקון.
ב. מען האט איהם קיינמאל נישט ארויסגעווארפען פון מיעל מארט, נאר די גריגנסטע טאקטיק יענעם פסל'ן איז, ער טויג נישט מיעל מארט וואס כידוע איז מער מקפיד און אלע ענינים ווי הרב יחזקאל גאלד האט איהם ארויסגעווארפען. זאג מיר די מיינסט טאקע אז דער עולם זענען אזעלכע אקסען.
2}ער איז געקימען אין בוטשער, זיכען, דרך אגב ער איז נישט געקימען פין זיך אליינס איינער האט אים געשיקט,
ווער האט אים געשיקט?? דער זעלבער וואס באצאלט פאר דעם ניק מלחמת השטן, ואכמ"ל עיין לעיל סעיף א.
ער האט אנגעהויבן צי קעקעצן אז ער מיינט אז ער זעט חלב ס'האט קיינער קיינמאל נישט געזאגט אז מ'האט געטראפען חלב דאורייתא מ'האט געטראפען זאכן וואס מען איז מנקר לויט אלע פוסקים
האט ער געקאלט רח"ד כץ, רח"ד האט געקאלאט דעם באטעור , דער באטעור האט געקאלט ר' מאיר אז ער זאל אהין גיין {באטעור גיט זיך נישט אפ מיט אזעלכע אינגעלייט וואס ווייסן נישט גארנישט, אין קימען נאר לקנטר} ר' מאיר איז געגאנגען אינאיינעם מיט רח"ד הרב שפיטץ האט גערופען דעם באטור רב, באטור רב האט געזאגט אז ער האט שוין נישט קיין כח (נאך זיצענדיג אפאר שעה ביי רבנים וואס האבין איהם אויסגעפראקט) ער האט אראפגעשיקט 'הרב' מאיר ראטענבערג (וואס האט אנהויב ביי די מיטינג פון די לעבער פרשה מודה געווען אז ס'איז חלב דאורייתא, נאר נאך א שמועס מיט הרב מבאטור געטוישט דעם ניגון).
בקיצור מען האט געפרעגט דעם געוועזנער מנקר ושוחט פין מיעל מארט וואס ער וויל האט ער אנגעהויבן צי ווייזען אז דא אין אין דא איז דא חלב האט ר מאיר ארויסגענימען די פראטקאל פין בד"צ פין תשמ"א [גראדע תשמ"ג] אין געוויזן אז לויט דעם ווי בד"צ האט דעמלאטס געגעבן די אנוויזינגען איז דאס נישט קיין חלב
אמת מען האט געטראפען איטליכע זאכען, איין זאך איז דא א חילוק צווישען ניקור פון אונגארין אונדערהיים מיט ניקור הנהוג בירושלים, וואס אין אונגארין האט מען יא מנקר געווען, און ירושלים האט מען נישט מנקר געווען, אלע אנדערע זאכען דארף מנקר זיין אפילו לויט הוראות ביד"צ בירושלים
5} דער אינגערמאן {ער שחט היינט פאר א אנדערע קאמפעני, ואכמ"ל פאר וועם,} האט געהאט דא פריוואטע ביזנעס אינטערעסן דער אינגערמאן שעכט פאר הרב יחזקאל גאלד שליט"א בני יואל, וואס איז אינגאצען נישט קיין שום קאמפעטישאן מיט מיעל מארט
7}עס איז געווען א רעדע אז מען זאל לעגאל בעטן די אינדעטעד פין די ניק פין האטווייער/מלחמת ה
כדי מען זאל זיי קענענן עפענטליך פרעגן היתכן זיי פארשפרייטען שקרים, צוליב פריוואטע ביזנעס אינטערעסן
לעגאל קען מען עס באקימען ווייל זיי זענענן עובר אויף די חוק לשון הרע וואס עס איז א קעגן געזעץ אין א"י
אבער ווי באלד עס איז צי א לאנגע פראצעדור איז עס נישט אינטערסאנט, אויב ווייסט איר עפעס א השגה ווער עס אינטער די ניק ביטע זיי עס מפרסם כדי עס די באטעור זאל זיי קענען קאלן פרעגן, פין וואס זיי רעדן ש'כויח פאר צולייגען דעם סעיף, ווייל ווען מען האט נישט וואס צו ענטפערען געווענטליך אטאקירט מען פערזענליך מענטשען וכו' פארדרייען די נושא, די נושא איז נישט ווער האטווייער מלחמת ה' אד"ג זענען אדער ווי ערליך און פרום זיי זענען אין זייער פריוואטער לעבען, די נושא איז די סדר השגחה ביי מיעל מארט
8} בקיצור להד"ם קיין שום רב האט גארנישט קעגן מיעל מארט אדרבה פרעגט ביי הרב ברוידא, הרב מגאלאנטא, הרב מסערדעהאלי