היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל

אכטוג: בוטשער און מאנסי געכאפט מיט טרפה פלייש רח"ל

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2027724
בלאט: 1 2 3

בעל_גאוה » 31/8/2006 21:59

עס גייט ארום א שמועה אז די פלייש פון א געוויסן סטאר און מאנסי האט דער בוטשער אריין געמישט טריפה פלייש איינער האט מער פרטים?

בעל_גאוה » 31/8/2006 22:01

איך הער אז עס איז דא א קול קורא פון ר' הלל ווינבערגער
איינער האט עס? זאל פליז אריננסקענען

בעל_גאוה » 3/9/2006 20:09

מר' העלפ די שרייבסט

אויך האב איך געהערט אז ווען מען האט אנגערופן דעם ליטווישען בעל מכשיר וואס האט געט די השגחה דארט האט ער די ערשטע זאך געשריגן אויף זיי פארוואס מען האט איינגעבראכן

"מען טאר ניט איינברעכען מען דארף זיין מענטשליך"
האט ער געזאגט


די מעשה איז נישט אזוי געווען איך האב געפרעגט מר' גרין וואס ער איז דארט געווען
אז הרב ברעסלויער איז געקומען און געהערט האט מען געזאגט אז מען גייט רופן דעם בוטשער
האט רב ברעסלויער געפרעגט אויב איך מעג דערציילן פאר'ן קצב אז איר זענט דא אויב איר האט רשות צו זיין דא
ווייל אזוי גייט א יעקישע קאפ -דזענטל מען-
אבער נישט אז ער האט דעפרעגט היתכן מען האט אויגעבראכן
עס איז פשוט נישט אמת

זיידיאנטשי » 3/9/2006 20:11

פארוואס שרייבט קיינער נישט ווער דער קצב אדער דער אמתער שולדיגער דא איז?

קרעמער » 3/9/2006 20:20

בליקנדיג אינעם לינק פונעם פלעטבושער אשכול (די ערשטע תגובה דא אויפן בלעטל, פון זיידיאנטשי) האב איך באמערקט אז בעל-גאוה ברענגט שוין אראפ פון הרב ווייסמאנדל פון מאנסי א מחאה אויף אזעלכע סארט קאמפאני'ס ווי "שבח" וועלכע פאקן איבער פלייש מיט זייערע אייגענע לעיבלס!

אין וויליאמסבורג - האב איך געהערט - זענען אויך דא עטליכע געשעפטן וואס טוען דאס, דער עולם זאל געווארנט זיין וואו מען קויפט איין די פלייש.

שמעתי, אז די איינציגע עסנווארג וואו עס קענען זיין שאלות דאורייתא, איז פלייש.

Shamos » 3/9/2006 23:40

בעל_גאוה » 5/9/2006 19:32

היינט איז געווען די צעטליך
[בילד – נישט אפגעהיט]

בעל_גאוה » 5/9/2006 19:34

נאך
[בילד – נישט אפגעהיט]

בעל_גאוה » 5/9/2006 19:35

א דריטע
אבל אשמים אנחנו
[בילד – נישט אפגעהיט]

בעל_גאוה » 5/9/2006 19:36

די פערטע צעטיל
[בילד – נישט אפגעהיט]

בעל_גאוה » 5/9/2006 19:48

עס איז געווען א אסיפה מאנטאג אדער זונטאג נאכט פון היימישע רבנים און פינקל איז דארט געווען
און מודה געווען אז עס גייט אן 10 טעג
אבער ער האלט און איין דרייען במילא האט ער פארלוירן זיין חזקת כשרות למפרע

בעל_גאוה » 5/9/2006 19:53

ענדליך וועקט זיך שוין אויף דער אנדער חדר
די ליטווישע/יעקישע רבנים האבן געהאט א מיטינג היינט אידערפרי
 און זיי האבן ארויסגעגעבן א פסק אז מען דארף כשרן אלעס למפרע
דאס הייסט 15 יאר צוריק זייט ער האט געעפנט זיין סטאר
אויב איינער האט א קאפי זאל ביטע לייגן

בעל_גאוה » 6/9/2006 00:28

די קול קורא פון נאך מאנסי רבנים
בעיקר פון ליטווישע
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרינסקי » 6/9/2006 00:49

פון פישפיק לאדינער'ס מעשה אז ער איז אין א פייט מיט דעם הצלחה זיין לענדלארד, אין לפי סיפורו פון בעל גאוה האט עס זיין שכן געטראפען, האף איך אז דאס איז נישט קיין שכנים סכסוך ווי איינער וויל באשמוצען דעם צווייטען מיט שקרים.

tzvibp28 » 6/9/2006 18:33

די מיאוסע פאשקעווילען עקלען די גאל,

נבוכדנאצר » 6/9/2006 21:14

לפי שיטת חב"ד מעג מען דאך עסן די פלייש ווייל..

זיי זענען קיינמאל נישט געשטארבן, ודו"ק.

Baachi » 6/9/2006 21:21

צבי

די תושבי מאנסי הכואבים, איז אין אדם נתפס על צערו.

אבער צופעליג געפעלט מיר יא דאס "המעוררים" צעטל. איך בין נייגעריג צו אלע "מעוררים" זענען משפחה. אסאך מאהל שרייבן זיי זעהר נישט צו דער זאך. דאס מאהל יא!

אבער ליידער וועט עס זיין

קורין כדאתמול, מפטירין כדאשתקד, ויאכלו גנבים וישבעו, וישברו פראים צמאם, וישינים על מטותיהן, ומתהפכים על גחוניהם, כמאז ומקדם.

להתראות ביים נעקסטן סקאנדאל.

verbeenich » 6/9/2006 21:36

צבי,
עס טוט זייער וויי צו זעהן ווי דער וואס האט דיך מכשיל געווען מיט מאכלות אסורות, איז גאר א ראש הקהל, און דער בעל תפלה ימים נוראים, און בעל קורא, און ער האט נאך אפילו געליינט דעם פארגאנענעם שבת, ווען זייער אסאך יודען האבען נישט געהאט און מויל צונעמען ווייל ער האט זיי בשאט נפש פארטרפה'ט דעם קאך, אדער ווייל זיי זענען געוואר געווארען אז זיי האבען נאר נבילה און שטוב.


Baachi » 6/9/2006 21:59

נעבוך 

איך זעה אז דו ווילסט דא שלאגן פאליטישן קאפיטאל

דא אין מאנסי האט מען תיכף מתקן געוועהן דעם קלקול, פון איסור נבילה (חייבי לאווין)

פארגלייך מיט א געוויסע שחיטה ווי מען האט געכאפט מיט חלב דאורייתא (חייבי כריתות) און מען האט עס נישט מתקן געוועהן עד היום הזה!

ווי זאגט דער טאהטער

People who live in glass houses, shoudn't .... T

 

tzvibp28 » 6/9/2006 22:16

די פאשקעוויל איז אן עקל ווייל קיינער ווייסט נאך וואס דא איז געשעהן, אוודאי נישט די פאשקעוויל שרייבער, (כאטש מ'האט געהייסען כשר'ן כלים) ממילא צו מפרסם זיין אזוי זיין נאמען, בהוספת תוארים, איז נגד היושר

איך וואלט געוועט געלט אז די פאשקעווילען קומען בכלל נישט פון מאנסי!

צו די אידן פון צפון ברוקלין, וואס עס גייט זיי אזוי אין לעבן אז א "חאבאדסקער" שרייבט דא זיין מיינונג, זאג איך: "א י ר  ק ע נ ט  א ל ע  פ ל א צ ע ן "

בעל_גאוה » 6/9/2006 22:18

קרינסקי - צבי,- און נאך וואס ווילן מאכן פון דעם א פאליטיק

ליידער ליידער איז עס גארנישט קיין פאליטיק
דער ביטער'ער אמת פאטשט און פנים

אלע רבנים האבן געהייסן כשרן די קאך,
טויזנטער אידן שטייען אויף די ליין און כשרן זייערע כלים, און די פליישיגע קאך,
אידן ווארפן אוועק און מיסט טייערע טשיינע דישעס ווייל כלי חרס העלפט נישט קיין כשר'ן
 און די וואס האבן געקויפט בקביעות זענען נכשל געווארן מיט וודאי נבילה,
מען ווארפט אוועק א גריל, א פענדל וכדו'
מען ווארפט אוועק אדער טרעגט צירוק אלע שבח פליישן
הצלחה גראסערי האט שוין דערלייגט שווערע אלפים נאר פון ריטורינס

קענען קומען אפאר שרייבערליך און זאגן
 האף איך אז דאס איז נישט קיין שכנים סכסוך ווי איינער וויל באשמוצען דעם צווייטען מיט שקרים.

אדער
 די מיאוסע פאשקעווילען עקלען די גאל

דאס איז ווי גענומען מעסערס און שטעכן און פנים

יא תושבי מאנסי חסידישע ליטווישע ישיבישע הכל בכל מכל יעדער כשר'ט און יעדער איז ביזי, קומט איינער זאגן פאליטיק

BTW
הצלחה האט ביטער דערלייגט פון די גאנצע פרשה
מען שמועסט אז דאס צושטעלן כשרן האט זיי געקאסט איבער 5 אלפים
זיי וויסן נאך נישט וויפל שאדן זיי האבן געהאט
קומט ער זאגן שכנים פאליטיק
אביסל טראכטן

Baachi » 6/9/2006 23:40

צבי

צוריק געשמועסט

בעל גאאוה איז גערעכט,

שאעל דיך פאהר ווען מען כאפט איינעם וואס צולעב בצע כסף לייגט ער אריין LEAD םאיקר MERCURY  ח"ו אין דיין אקינדס מאכלים יאהרן לאנג.

ער איז איהם גורם א מום לכל ימי חייו

וואלסטו אנדערש רעאגירט?

דער טמטום הלב ומוח איז שוין געשעהן.

שמעתי אבער אז סאיז דא א בן איש חי, אז אשוגג אדער יעדער אנדערער וואס עסט א מאכל אסור ברשות התורה, איז עס נישט מטמטם הלב.

אפשר ווייסט איינער דעהם מקור?

איך ווייס נאר דעהם באקאנטן קצות אז איין איסור דרבנן איז נישט מטמטם הלב ווייל סאיז איין איסור גברא. ר' יוסך ענגל האלט אנדערש.

דער פאקט איז אבער אז ביי די מדקדקים ביותר אויף כשרות, ווי קלויזנבורג, סקווירא, אין געוויסע עלעמענטן אין סאטמער (יא!) זענען נישט נכשל געווארן דארט.

די שאלה איז צו די אידען הייסן שוגגים וואס דארפן א כפרה, צו אונסים וואס האבן געטוהן ברשות בי"ד. 

שמעק_טאביק » 6/9/2006 23:54

איך פארשטיי ביידע צדדים:

פון איין זייט, האב איך זייער רחמנות אויף דעם איד, און איך האב אויך נישט געקענט פארליידן אז מען ווארפט פאשקעווילן אזוי גראב און אפן מיט זיין נאמען, מען פארשעמט אים און זיין משפחה וכו' לעיני כל העדה, און לויט ווי איך גלייב איז דער איד שוין א פארפאלענער בזה ובבא, בזה וועט ער מוזן גיין יושב'ן אין חד גדיא (אזוי שמועסט מען) נאכן טוהן אזעלכע קרימינאלע עבירות, און פארשטייט זיך פארפיינטעט בי יעדן ערליכן איד באשר הוא שם, ובבא שטייט דאך שוין אין דעם רמב"ם הנ"ל אז מחטיאי הרבים אין מספיקין בידם לעשות תשובה, הגם מיר גלייבן אז תשובה העלפט אויף אלעמען, איז דאס א חשש רחוק אז ער וועט קענען אנקומען צו אזא געוואלדיגע תשובה. און אודאי נאר מיט הילף פון הקב"ה. ממילא די רחמנות איז זייער גרויס.

פון די צווייטע זייט, קען איך דעם איד נישט מוחל זיין, עס איז קרוב לודאי אז איך בין פון די אריינגעפאלענע, איך בין דארט אסאך זומער און איך האב משפחה אין מאנסי, און מיר האבן מערערע מאל געגעסן פון דארטן "כשר'ע" פלייש מיט א גוטן הכשר, און איך קען נישט צוקוקן דעם צער פון די פילע טויזענטער אידן וואס דרייען זיך אן קעפ און קענען נישט אויסהאלטן אז זיי זענען אריינגעפאלן אין א זומפ. און וויפיל אידיש געלט איז געגאנגען אין מיסט א דאנק דעם, ועוד ידיהם נטוי'.

אזוי האט אויך איינער מפרסם געווען א צעטל פון חפץ חיים אז אויף א איד וואס איז מכשיל את הרבים במזיד א לענגערע צייט טראץ דעם וואס ער ווייסט אז עס איז א שרעקליכע עבירה, איז א מצוה אים פיינט צו האבן און מען מעג אים פארשעמען. נישט ווי די יעניגע וואס דרייען זיך ארום און שרייען "לשון הרע! לשון הרע!" כדרכם. די איינציגסטע איסור פון וואס זיי ווייסן. אויסער דעם איז אלעס מותר (בדיעבד...).

ה' ירחם!!!!

שמעק_טאביק » 6/9/2006 23:57

אגב, מען שמועסט ער איז אנטלאפן קיין לאס אנדזשעלעס... ווייסט איינער אויב דאס איז אמת? און וואס וועט זיין ווייטער?

משיח מוז קומען! אבער שוין!!

tzvibp28 » 7/9/2006 00:00

איך מאך נישט קלענער די עולה, איך זאג נאר אז ס'האט נישט געדארפט קומען צו פאשקעווילען, ווייל וואס טוט עס אויף?

און נאך,  איינער וואס איז פון "תושבי מאנסי הכואבים" דרוקט אויס די ווייטאג זיינער דורך דרוקען פאשקעווילען?! 

PLEASE

משוגענער » 7/9/2006 00:12

צבי,
האלטסט דיך פאר אן אויפגעקלערטע דיפלאמאט? ביסט א בעסערע מענטש, וואס?

בעל_גאוה » 7/9/2006 00:18

צבי וואס ביסטו אזוי ברוגז אויף די צעטליך?
עס איז נישט קיין פאשקעווילן,
עס איז נאר למען ישמעו ויראו
יא תושבי מאנסי הכואבים דרוקן אויס זייער וויטאג מיט די צעטליך

איינער וואס האט מכשיל געווען כלל ישראל מיט נבילה גוישע פלייש במזיד פאר אפאר דאלער
קומט נישט בעסערס ווי דעם
נישט קיין דרבנן נאר איסור דאורייתא

אגב מען הערט שוין נישט פון זיי (יעקישע-ליטווישע-מאדערנע) לאשאן האווראע (לשון הרע)

איינער א קאסטאמער ביי הצלחה מיט א כזית קאפל וואס איז געקומען כשרן זיינע כלים
מיט א ווייטאג האט ער געשריגן אויף דעם מכשול
יא מי כעמך ישראל

אגב שטייט און די ראשונים אויף אזא איינער וואס איז מכשיל את הרבים האט א דין ווי א מסית ומדיח און אסור לרחם עליו
יא מען דארף שרייען בראש כל חוצות צא טמא
למען ישמעו ויראו
אז אנדערע בוטשערס אפי' ערליכע זאל נישט האבן דעם נסיון ווייל אויב יא איז יבוא יומו אויף דער וועלט

איןבעיה » 7/9/2006 02:08

צבי, קודם כל שלום עליכם שוין לאנג נישט געהערט פין דיר.................

די ברויכסט פארשטיין דא רעד מען פין א סקאנדאל וואס האט אויפגערידערט די גאנצע אדישע וועלט נישט נאר די חרדים, פין דיין געשרייבעכץ קוקט אויס אז די האסט דעם נייעס'ל געטראפען דא אויף היידפארק, אינדערצייט וואס יעדע היימישע שטוב איז אויף דערמיט אין איז איבעראל די רעדע פינעם טאג, די פאשקעווילען ווארפער זענען נישט קיין א"ג צפון ברוקלין אפשטאמיגע דא זענען אזאנע וואס האבען נישט געקענט אויסהאלטען אז ער איז די שבת נאך געווען די שיינע מזרח איד פינעם בית המדרש, אין נאך געווען די .

ווען דאס געשעט ווען אין צפון ברוקלין וואלט ער מינימאל קיין ציין נישט געהאט צו זיין נאך דעם בעל קורא דעם שבת, פין א בארד רעד איך שוין נישט ער האט דאס באצייטענס אראפגענימען..........אדרבה פרעג די סאטמערע מעמבערס דא אין פארום ווי אזוי מען איז מסדר אזא יונג דא אין צפון ברוקלין.............וד"ל [בילד – נישט אפגעהיט]

אלזא דאס ווארפען פאשקעווילען איז א מינימאלע רעאקציע אין פאסט זיך זייער פאר די מאנסי'ער אידען.

knowit_all » 7/9/2006 06:12

איינער פון די שרייבער אין דעם אשכול האט זעהט אויס א פערזענליכען אינטערעס אז די סקאנדאל זאל זיך קאכן אין חלילה עס זאל זיך נישט אויסלאזן א בוידעם פונעם גאנצן געשעפטט.

ער וויל בשום אין אויפן נישט הערען אז אפשר איז דא נאך א צד אדער גאר א  מיאוס מאפיא שטיקל

גיי ווייס צ י ער איז נישם געדונגען בי יענע חברה

Sorry but nothing personal

allllways » 7/9/2006 06:52

ווי נאריש איז צו זען ווי עס הויבט דא אן בלאזן א ווינט פון צווייפל, ווי גלייך עס איז נאך נישט גאנצע הונדערט פראצענט זיכער אז דא איז געשען א מיאוסע מעשה . 

קודם כל האב איך געליינט אין די "צייטשריפט" די גאנצע מעשה און זיי ברענגען קלאר די אלע נעמען פון רבנים און געשעפט אייגנטימער וועם זיי האבן אויסגעפרעגט און זיי פארציילן שוידערליכע דעטאלירטע מעשיות וואס נעמט אוועק יעדן ספק אז די רעדע איז דא טאקע פון א פאלנעם קל און שגץ

צווייטנס
קען זיין איינער ליידט דא פון "חסידישע קאמפלעקס",  דעריבער איז אייך אפשר אינטערעסאנט צו וויסן אז די ראזירטע בערד זענען שוין אויך פולקאם אינעם קאמף, און נעכטן האט זייער רב (איך מיין זימערמאן הייסט ער), וועלכער האט ביז איצט טיילווייז פרובירט צו פארטיידיגן דעם פינקעל , (דער מענטש דאווענט אין זיין שול), האט ער אבער נעכטן געהאלטן א דרשה און ארויסגעברענגט אלע דעטאלן און מסביר געווען פארוואס ער האט יא געהאלטן אז מען דארף נאר כשר'ן וואס מ'האט גענוצט פאר פלייש וואס מ'האט דארט געקויפט פון פאריגע וואך דינסטאג ווען די מעשה איז ארויפגעקומען אבער נישט פון פאר דעם( און דאס האט ער אייביג מודה געווען)
דערנאך האט ער געזאגט אז נאך נייע אינפארמאציע וואס ער האט ערהאלטן פון א גאר פארלעסליכן קוואל, וואס ער קען דערווייל נישט ארויסגעבן, האט ער זיך געבראכן און ער האלט שוין אויך קלאר אז מען זאל  'יא' כשר'ן אלע כלים אפילו פון פארדעם, און די חזקת כשרות פון דעם שגץ איז פארלוירן אפילו אויף למפרע.

און איר האט נאך א ספק? אדער אפילו א ספק ספיקא? פלוצלונג ווילט איר ווערן קאנספיראטאר אז דאס איז א שפיצל, עס מאכט אפילו נישט קיין סענס, פרעגט אייך בלויז נאך די פאקטן וועט איר אלעס וויסן, סתם מפלפל זיין און רעדן אין נעפל אן ידיעה איז העכסט נאריש.

תוקן על ידי - allllways - 07/09/2006 7:02:08

שם_אחר » 7/9/2006 14:14

דער צימערמאן, האט א פסח קאך, וואס ער נוצט עס שוין נישט פאר צוויי יאר, ווייל ער איז נישט דאהי געווען אויף פסח, און פאר דריי יאר צוריק איז ער דא געווען, דער איד האט געהאט א לאנגע לאנגע שמועס מיט דעם פינקל, (איך גיי דורך דעם נאמען, ס'קומט מיר ארויף אזויפיל טיטול'ן אויף דעם איד, איך האלט זיך פשוט איין, ווייל איך האב מורא אז דאס קומט נישט פון שכל נאר פון רגש) און פון דעם שמועס איז איהם אויסגעקומען אז מ'דארף כשר'ן די קיך וואס ער האט גענוצט זיין פלייש פאר דריי יאר צוריק.
שומו שמים, די הענט ציטערן ביים שרייבן דעם דאזיגן עפיזאד, מ'רעדט דא פון א איד וואס האט יא געהאט א שטיקל נגיעה איהם צו פארטיידיגן.

געוואלד רבוש"ע על מי נטשת את הצאן, וואס קענען מיר טוהן אין אזא שרעקליכע מצב? וואס איז דיין ווינק? וואס מיינסטו מיט אזא שרעקליכע פאסירונג? ס'איז דאך זיכער אז עפעס וויל דער רבוש"ע, אויב האט ער צוגעלאזט אזא געמיינע פארברעך זאל קענען אויסגעפירט ווערן. ווער ווייסט צו דער פון אויבן וויל מיר זאלן זיך כאפן אז די גאנצע כשרות אינדוסטרי אין אמעריקא איז ליידער נידריג, אינגעלייט זאלן זיך נישט פארלאזן סתם אזוי אויף אן הכשר?!

בעל_גאוה » 7/9/2006 19:29

knowit_all
די שרייבסט איינער פון די שרייבער אין דעם אשכול האט זעהט אויס א פערזענליכען אינטערעס אז די סקאנדאל זאל זיך קאכן אין חלילה עס זאל זיך נישט אויסלאזן א בוידעם פונעם גאנצן געשעפטט

ליידער ליידער האב איך נישט א פערזענליכען אינטערעס נאר עס קאכט ביי מיר און נאך טויזנטער אידן און מאנסי אז אידן יראים ושלמים זענענען נכשל געווארן און נבילות רח"ל

יא איך בין געווען שאקט אז קיינער פאר מיר האט נישט געעפנט דעם אשכול
פאר אלע שטותים והבלים איז שוין דא 5-6 אשכולות און דא אזא געפערליכע מעשה נבלה ואין פוצה פה

ניין איך האב נישט קיין פערזענליכען אינטערעס
נאר יזדזע הארץ מסוף העולם ועד סופו אויפן מכשול רח"ל

און ווי די אנדערע שרייבערס האבן ארויסגעברענגט ווי ביטער דער אמת איז

אידן ווארפן אוועק טייערע כלים אלעס וועגן וודאי טריפה און מען טוט אלעס ווי איך האב שוין פריער געשריבן
קען נאך קומען א שרייבערל און פראבירן צו מטיל ספק זיין

אדרבה קום אראפ און מאנסי און קוק ווי מען כשר'ט ביז אינמיטן די נאכט
עס איז דא בילדער און קאמינטי קאנעשן אויך אין קאנסומער מבין

בעל_גאוה » 7/9/2006 19:43

כשר'ן אפדעיט

מען האט געכשרט א מאנטיג דינסטיג מיטוואך און בעק פון הצלחה
נעכטן מיטוואך האט מען געענדיגט ביז 2 אזייגער ביינאכט
און דער פארלאנג איז נאך אלץ גרויס
היינט דאנערשטאג גייט מען כשרן ביי וויזניץ אויף פיליס טערעס -בחנם-
מען האט צוגעשטעלט מער ווי 10 טעפ צו כשרן
און אויך סאטמאר 13 מאנסי בלווד (אהרונים) גייט מען כשר'ן
אויך און ישיבה ספרינג וואלי
און נאך אסאך פלעצער ווי איך ווייס נישט

נו איינער מייט נאך עס איז פאליטיק?

תוקן על ידי - בעל_גאוה - 07/09/2006 19:45:48

העלפ_פליז » 7/9/2006 20:18

בעל גואה

וואס האט דער עולם אין מאנסי געטוהן דעם זיבעטען?

ווי האט מען געגעסען?
האט מען געוואפרן דעם טשאלענט זיפ אין גארבידזש?

האט מען נישט גענוצט אלע פליישיגע כלים?

העלפ_פליז » 7/9/2006 20:22

קנואיט אלל

און אלע אנדערע זייט מוחל ליינטס די מעשה פון די שטאט קראקע און דער הייליגער מגלה עמוקות און דאן קומט צוריק דא שרייבן (אויב עטס וועטס נאך קענען)

העלפ_פליז » 7/9/2006 20:29

בעל_גאוה » 7/9/2006 20:30

העלפ פליז
די פרעגסט וועגן שבת?
יש דורשים לגנאי ויש לשבח

קודם לשבח אגרויסער עולם האט געקויפט טעפ - געכשרט אליינס פאר שבת אדער געבארגט פון אנדערע וואס האבן קיינמאל נישט געקויפט ביי הצלחה

לגנאי אז שבת איז געזיצן א עולם ביי קדישים און געריקט שטיקער טשולענט וכדו'
און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו פרעגן פון ווי קומט דאס אויב עס איז נישט פון שבח
וואס פלעגט פארקויפן פאר אסאך קעיטערינגס

בעל_גאוה » 7/9/2006 20:39

אסאך נייעס/TV סטאנציעס זענען אראפ ביי הצלחה הערן די נייעס
ווער עס האט לינקס זאל לייגן

קודם דער TIMES
http://www.nytimes.com/2006/09/07/nyregion/07chicken.html?_r=2&oref=slogin&oref=slogin

בעל_גאוה » 7/9/2006 20:40

בעל_גאוה » 7/9/2006 20:42

בעל_גאוה » 7/9/2006 20:51

מען כשר'ט און בעלז
מען זעה בעלזער דיין

[בילד – נישט אפגעהיט]ט

טשולנט_טאפ » 7/9/2006 21:51

לויט ווי איך הער האט הרב ברעסלויער אויפגעגבן זיין הכשר, ווייסט איינער מער פרטים?

איך פארשטיי אז עס שמעקט נישט פאר קיינעם צו עסען פון די זעלבע הכשר וואס האט א שייכות צום סקאנדאל. אבער  עס פרעגט זיך די קשיא, וואלט די זעלבע נישט געקענט געשעהן צו אן אנדערען הכשר???

איך ווייס נישט אלע פרטים אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען האט הרב ברעסלויער נישט פארנאכלעסיגט נאר פשוט די שייגעץ האט עס געטוהן אינטער זיין רוקען.

וויסענשאפטער זאגען וואס גרעסער דאס געשעהניש איז אלס גרעסער איז די קונספיראציא, אלזא די דאזיגע מעשה גייט זיכער אריין אין די יודישע היסטאריע דעריבער זייט גרייט אויף אסאך טעאריעס.

 ווי לאנג הלכה רעכנט  זיך נישט מיט קיין קאנספיריציא וועט מען דערווייל דארפן כשרן אלע כלים וואס מען האט זיך באניצט מיט די פלייש.

העלפ_פליז » 7/9/2006 22:36

ער וואלט שוין לאנג געדארפט עס פארמאכען

Baachi » 7/9/2006 23:05

העלפ_פליעז

די פרעגסט וואס האט מען געטוהן דעם "זיבעטן"

דער זיבעטער טאג הייסט ביי יידען "שבת קודש"

אין מרחץ זאגט מען "זיבעטן" משום קדושת השבת, ווייל מגייט אויסגעטוהן

אין היידפארק מעג מען עס יא זאגן, אחוץ אז דו האסט געהאט פונקט אויפגעמישט א וועבזייטל כנ"ל...[בילד – נישט אפגעהיט]

משוגענער » 7/9/2006 23:06

עס איז געקומען די צייט פאר דעם הכשר צו אונטערגיין פון דער מאפע. עס איז גאנץ א שוואכע הכשר געווען אלעמאל, און ב"ה אז מן השמים האט מען צוגעפירט אזוי אז דער עולם וועט דעם הכשר שוין מער נישט נוצען.

העלפ_פליז » 8/9/2006 02:56

היידפארק איז פינקט ווי א מקוה

פישפקלדיין » 8/9/2006 04:28

לעצטיגע אפדעיט פון מאנסי: די פארשונגען קומען פאר אונטער געהיימע טירן אבער דאך ווייסט מען אזוי, 1. דער רוסקי וואס האט געארבעט אין שבח איז נעלם געווארן תיכף יענעם צופרי, מען זוכט אים אין גרויסן 2. פינקל האט אויך זייט נעכטן געמאכט פליטה, ער איז נישט צום האבן 3. רבנים האבן פרישע אינפארמאציע וועגן דעם דיסטריביוטער פון נעסאו פראוויזשענס, זיינע מעשים זענען זייער פארדעכטיגט די רבנים האבן אויך געהערט פול עדות וואס האבען מעיד געווען וועגן דעם פינקל שר"י, שוין איבער זעקס יאר צוריק האט הרב שעהן פון לעיקוואד חושד געווען פינקל אז עפעס איז נישט כשורה ווייל ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט נישט געהאט א שארטעדזש אין צינג, ער האט גערעדט מיט הרב ברעסלויער און ער האט עס אוועק געמאכט, מענטשן קומען אויך יעצט ארויס און זאגן עדות אז פינקל פלעגט פשוט באגאנבענען קאסטומערס, למשל איין האלל האט דערציילט אז שוין לאנג צוריק האט ער געמאכט א ארדער ביי שבח, און ער האט באקומען אין ארדער ווייניגער וויפיל ער האט באשטעלט אבער די ביל איז יא געווען פארן גאנצן סכום, ער האט נאכגעקוקט די נעקסטע פאר ארדערס און געזען אז די זאך חאזערט זיך איבער, האט ער פארגעהאלטן פינקל און ער האט אים מער נישט געמאנט די דיפערענץ פונעם פאלשן סכום, יענער האט חושד געווען אז ער איז א פאפער וועם מ'קען נישט גלייבן, איז ער געגאנגען רעדן מיט הרב ברעסלויער און ער האט געדרייט מיטן פינגער אז אפילו אויב ער האט נישט קיין נאמנות אין ממונות איז ער להלכה נאך אלץ באגלייבט אין כשרות, מענטשן טענהן אויך אז פינקל ליידט אויף קלעפטאמעניע, די בעל הבית פון ג. פיש סטאר דערציילט אז ער האט אים מער ווי איינמאל געכאפט ממש גאנבענען, און ווען ער האט אים פארגעהאלטן האט ער מודה געווען אז ער ליידט פון די קרענק, יודעי דבר זאגן אז פארדעם האט הצלחה אים אליין לעצטענס נישט געלאזט אריין קומען אין סופערמארקעט, נאר זיינע ארבעטער פלעגן קעיר נעמען, טייל רבנים דרוקן יא אויס פארדרוס אויף הרב ברעסלויער, הגם ער איז א ערליכער איד, אבער מיט זיין גראדע יעקישקייט איז אויסגעקומען אזא שרעקליכער מכשול, און ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט אז "כל ת"ח שאין בו דעת נבלה טובה הימנו", גאנץ אנפאנג ווען די מעשה האט זיך אנגעהויבן האבן די רעאקציע פוןרב ברעסלויער און הרב זימערמאן שיעור נישט גורם געווען מען זאל מיינען אז עס איז עפעס א בלוט בלבול פון חסידים, עס איז געווען צופיל פראגע צייכענס אויף דעם פינקל און אין אזא צייט איז א חוב אויפן בעל המכשיר מער נאכגיין די זאך, הרב שנעעבאלג האט מעורר געווען, אז וואלטן ווען היינטיגע בעל הביתטעס געוויסט וויאזוי א כשר'ע טשיקען דארף אויסזען, וואלט מען גראד באמערקט אז שבח'ס טשיקענס איז טריפה ווייל ס'איז געווען clean shaved אן קיין שום פעדערן וואס איז כמעט נישט מעגליך ביי כשר'ע טשיקען, פון אקאונטינג וואס מען האט נאכגעפארשט שטעלט זיך ארויס אז אין 2005 האט שבח פארקויפט פלייש אין ווערט פון איבער 500 אלפים, אבער מען האט נאר א קלארע חשבון (bills invoices) אויף בערך 230 טויזענט $$ די אויספארשונג גייט אן אין גרויסן צוזאמען מיט די סטעיט אינוועסטיגעשאן, מענטשן קענען נישט צו זיך קומען פונעם שרעקליכען חורבן, מען ווייסט נישטאמאל וויאזוי מען קען תשובה טון אויף אכילת נבילות וטריפות, שומו שמים!

הצלה2006 » 8/9/2006 05:51

נישט פארגעסן צו כשר'ן אויכעט די פסח'דיגע כלים

יוסקעלע » 8/9/2006 06:50

פישפקלדייין

"מענטשן קומען אויך יעצט ארויס און זאגן עדות אז פינקל פלעגט פשוט באגאנבענען קאסטומערס, למשל
איין האלל האט דערציילט אז שוין לאנג צוריק האט ער געמאכט א ארדער ביי שבח, און ער האט
באקומען אין ארדער ווייניגער וויפיל ער האט באשטעלט אבער די ביל איז יא געווען פארן גאנצן
סכום, ער האט נאכגעקוקט די נעקסטע פאר ארדערס און געזען אז די זאך חאזערט זיך איבער, האט ער
פארגעהאלטן פינקל און ער האט אים מער נישט געמאנט די דיפערענץ פונעם פאלשן סכום, יענער האט
חושד געווען אז ער איז א פאפער וועם מ'קען נישט גלייבן, איז ער געגאנגען רעדן מיט הרב
ברעסלויער און ער האט געדרייט מיטן פינגער אז אפילו אויב ער האט נישט קיין נאמנות אין ממונות
איז ער להלכה נאך אלץ באגלייבט אין כשרות, "

הרב נתן קאמינעצקי זאגט נאך אין נאמן פון זיין הייליקן פאטער ר' יעקב אז דאס איז נאר ביי חסידים אבער ביי ליטאים אויב איז ער נחשד אויף ממונות איז ער חשוד אויף כשרות אויך.... ודוק

tzvibp28 » 8/9/2006 16:44

אזוי האט זייןן "הייליקע" פאטער געזאגט?

ס'שמעקט פון אנטעסעמיטיזם................
בלאט: 1 2 3