היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש

289 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 290 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2088273
בלאט: 1 2 3 4 5 6

kleinekup » 6/12/2006 22:14

FINDODORT
מקען אלטס ווערן מער און מער עדזשוקעיטעד.

סיי דער קאנסומער

סיי דער בעל מכשיר

יעדער תלמיד חכם ווי מער ער לערענט ווערט ער מער געוואר וואס ער קען נישט
---------------------------
עבד עברי
און לגבי לעוועל מיט די מעשה מיט סקווירא רבי
יעדער ארבעט זיך ארויף צו די לעוועל וואס מאיז. 25 יאר צוריק איז ר"י ראטה געווען אסאך מער עקספיריענסט ווי דער באטור.
אבער אלע יונגע דיינים ווערן אלטע שרי התורה.מיט עידזש{און אוודאי אויב מ'איז}

----------------------------
 די אלע בריוועלעך

סיי די בריווען פון רב מחפוד וואס האט נישט געוויסט מיט וואספארא כאפטע חיות ער האנדלט דא
און האט אנגענומען די ווייסמאנדלישע שקרים אז מזאגט אין זיין נאמען אז עס איז "בכלל נישטא קיין חלב אויף די לעיבער ".  און אויף דעם האט ער גלייך געשריבן אז חלילה וחלילה.
 אוודאי איז דא סיי חלב אין א בהמה
סיי לעבער און א בהמה
סיי כליות און א בהמה
ווי אויך אויגן מיט א נאז
אבער דער שטיקל פונעם בילד איז פון א חלק וואס איז נישט לעבן די כליות
און אז מוויל קען מען שניידן נאך גראבע שטיקער צוזאמען מיטן לעיבער אז עס זאל זיין חלב אויב מ'וויל דווקא
אבער דער עק איז נישט מחובר אהין
----------------
סיי דער בריוועלע פון אן אלטן מנקר וואס שרייבט קוים און זעט קוים. גיי ווייז עם א בילד און פרעג עם חלב או לא

סיי פון ווייסמאנדעלס חברותא

און די איצא גליק בריעוו רבונו של עולם
-------------------------
און עבד 

קענסט ברענגען וואספארא בריוועלעך די ווילסט אבער עס וועט נישט טוישן דעם "אמת'ער" פאקט

קענסט מאכן אייגענע פאקטן פון דא ביז כינע
--------------------------------------------------------------

די לעוועל פון סילוף וואס מטוט אפ איז אטעם פארכאפענד
---------------------------------------------------

באטור רב האט גלייך ווען ער געהערט{"ליין:נישט געזען"} פון וואס מרעדט האט ער געזאגט אז דאס וואס מדארף וועט מען פאררעכטען. אפילו מרעדו םון א שטיקל וואס איז "נישט" חלב. און מ'נעמט דאס אייביג סייווי אראפ
אבער א שטארקע פרישע זהירות קען קיינמאל נישט שאטן.

נאר וואס דען

אז מאיז אין דער ערד וויל מען יענעם אויך זען דארט



findodort » 6/12/2006 22:32

עבדעברי:
וואס ווילן די רבנים מיטן בריוו?  
מעורר זיין, כל הכבוד

אבער וואס טיט זיך מיט די הצאת שם רע, דאס האבען די רבנים בכלל נישט אדרעסירט.
 אין מלחמות טאנצט שוין עוד ישמע

יוסף_נפתלי » 6/12/2006 22:55

טייערע עבד

וואס פארשטייסטו נישט, איך וועל דיר דאס מסביר זיין.

די אויבן דערמאנטע בריעווען שטייט גארנישט מער ווי אז עס איז דא אזא מין זאך ווי חלב הכליות.

און אזוי ווי קליינע קאפ זאגט אז אויך האט א בהמה א נאז מיט אויגן,

דער באטורער רב האט תיכף גענומען די ריכטיגע שריט און ער האט געהייסן זיין מער נזהר ביים ניקור.

וואס דארף די בריעווען מיינען?

וועמען איז דאס נוגע?

די ווייסט פון איינעם וועם עס איז נוגע צו עס איז דאורייתא אדער מנהג?
דער קאנסומער באקומט דאס ממילא נישט.

די ווייסט אז די איינציגע מצה בעקערי אין ברוקלין וואס האט אנגענומען לכתחילה אז א שיעור מיל איז 24 מינוט איז די בעקערי ווי דער דאזיגער רב ביק געט די השגחה
כִּי כָּל-אֹכֵל חָמֵץ, וְנִכְרְתָה הַנֶּפֶשׁ הַהִוא מִיִּשְׂרָאֵל--מִיּוֹם הָרִאשֹׁן, עַד-יוֹם הַשְּׁבִעִי.
דאס איז נישט קיין חשש כרת?

 

trant_lott » 6/12/2006 23:11

עבד עברי שרייבט


 
מען וויל גארנישט מער וויא מעורר זיין דעם עולם אז עס איז פראבלעמען אין כשרות און יעדער זאל זיין מער "קערפול" "אלערט" בלשון ענגליש. . אזוי וויא עס שטייט אויף אלע סאבוועיס אדער אירפארטס אז יעדער זאל אליין אויפמערקזאם זיין טאמער ער זעהט א מאדנע זאך אדער א מאדנע באוועגונג זאך אליין רופן די איסטאנצען. דאס זעלבע טוען די רבנים זיי לאזן וויסן דעם עולם אז עס איז דא א אלערט. יעדער זאל שטיין על המשמר. ודו"ק

לכאורה קענסטו רוהיג עסן ווייל די רבנים האבען דאך נישט געשריבן קיים שום איסור. אבער אויפמערקזאם מעג מען דאך זיין ע"כ.



אינטערסאנט, התאחדות, האט אן א שיעור זאכען ביי זייערע זאכען ווי זיי גיבען א הכשר  ווי זיי קענענן מעורר זיין אויף כשרות, אז מען זאל זיין אויף "אלערט"
אכמ"ל אלע טעותים אין מכשולות וואס עס האט זיך אדורוך געגליטשט ביי זיי, = פינקט ווי ביי יעדעם= די לעצטערע יארן, זיי זענען אויך פין פלייש אין בליט אין זיי מאכען אויך טעותים, פינקט ווי יעדער איינער
אבער ווען עס קימט צי מעורר זיין, דאן רעדט מען פין נירבאטעור,
איי אויב די ביסט דא מעורר צי זיין, רעדט פין די פראדוקטען וואס די געסט א הכשר,  אין ווי מען האט ביי דיר געטראפן פראבלעמען?????
 
תיקו!!!!!!!!!!!

איך בין נישט דא אויף קיין מיסע אינטערצירייסען די רבני התאחדות וואס יעדער ווייסט אז זיי זענענן ערליכע רבנים
נאר פשוט די טענה פין עבד עברי שטימט עפעס נישט, עפעס פישי איז מיט די בריוו

דרך אגב על הגאולה איך וויל נישט עסן פין קיין שוחט וואס זיין ווייב גייט מיט אייגענע האר,{ נוסח ליבאוויטש} דארף איך עסן רובאשקין???

על_הגאולה » 6/12/2006 23:20

טרענט, און וואס טיט זיך מיט א שוחט וואס זיין וייב טובל'ט זיך פאר 72, מעג מען עסען פון זיין שחיטה?

עבדעברי43 » 7/12/2006 07:18

קודם כל איז עס שוא ושקר. נישט ווייל איך האב עפעס מיט הרב וויסמאנדל. און נישט ווייל איך האב עפעס מיט רובשקין אדער סופרים. נאר פשוט סתם שקרים וכזבים . איך קען די שוחטים פון סופרים כשר .יראים ושלימים קיין איינער פון די ווייבער גייט נישט ח"ו אפילו מיט ביי האר. אדרבא כמה וכמה שוחטים וואס די ווייבער גייען אהן גארנישט אדער מיט שפיצלעך. (איך ווייס נישט אויב דעם מנקרס (בארענשטיין) ווייב פון 82 ליע עווע . גייט נישט אפשר מיט עכ"פ ביי האר. ואם שגיתי השי"ת יכפר בעדי כי לא באתי רק לעורר. ישמע חכם ויוסף לקח.

חוץ מזה וואס דו שרייבסט אז התאחדות האט א סאך זאכען וואס מתקן צו זיין ביי זיך. קודם כל האבען זיי נישט דערמאנט דעם באטור. נאר בצירוף מיטן בריוו פון הרב ברוידא ואס ער שרייבט אז ער איז געזיצען מיט זייער בי"ד המיוחד זעהט אויס אז מען רעדט פון באטור. אבער דער אמת אז זיי געבען א הכשר אויף "עטרת אברהם" און אויך אויך די " האלל" וואס איז געווען  מלפנים " ווייט פאראדייס." און זיי סערווירן דארטן "בהמה פלייש" קומט אויס אז זיי מיינען זיך אויך .  חוץ מזה אין "קאשער ווארלד" אין מיאמי ביעטש אין פלארידא . ווערט פארקויפט אלע דעליקאטעסען וואס מען מאכט דארטן אויפן פלאץ אויך ליווער סאלאד פון בהמה לעבער וואס  א  אלטער אמעריקאנער מנקר פון אמאליגען רובשקין איז עס דארט מנקר  און אהין שיקן זיי אפשר אויך דעם בריוו אז מען דארף גוט אכטונג געבען .

נאר וואס דען איך וועל דיר זאגען א פאקט אז א יונגערמאן א בנש"ק א שיינער איד פון וויליאמסבורג האט אנגעקאלט הרב ביק און געפרעגט אויב ער מעג עסן מיעל מארט פלייש האט ער גענטפערט "זיכער בלי שום ספק" נאכדעם האט ער אנגעקאלט רבי הלל וו"ב און געפרעגט די זעלבע שאלה . "האט ער עהם גענטפערט "עס איז בעסער זאלסטו דיך מונע זיין פון עסן מיעל מארט בהמה פלייש" (אלעס איז רעקארדירט געווארן אויף א טעיפ )

מלחמת_ה » 7/12/2006 07:33

פרישע נייעס. היינט בייטאג האבין זיך צוזאמען גענומען דריי פראמינענטע רבנים פון בארא פארק, הרה"ג ר' בנציון שטראססער אב"ד נייטרא ב.פ., הרה"ג מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא ב.פ., הרה"ג משה מנחם ווייס דומ"ץ פאפא ב.פ., און זענען אריבער צום באטערער רב רעדען "תכלית".

 

די רבנים האבין דערקלערט, אז דער מצב הכשרות קען ווייטער אזוי נישט אנגיין. דער "סיסטעם" מוז אפגרעידעט ווערין. דער חרדישער ציבור הקונים האט א רעכט צו באקומען א מהודר'דיגע סטאנדארט, אזוי ווי עס פאסט זיך. פארוואס זאל'ן מיר, אין אמעריקא, נישט האבין דעם  סטאנדארט פון ארץ ישראל, לאנדאן, אדער אנטווערפען וכו', וואס איז פיל העכער.

 

דער "חלב" וואס איז פארבליבען אינעם לעיבער, איז נאר א סימפטאם, ווייל למעשה איז שוין פריער געטראפען געווארען אנדערע חלקים וואס זענען נישט מנוקר געווען כהלכה.    

 

צווישן די תיקונים וואס די רבנים האבין געפאדערט, איז, אז די מנקרים ביי מיעל מארט מוזן האבין דורכגעלערנט קלאר הלכות ניקור און באקומען א "כתב קבלה" אויף זייער בקיאות און מומחיות, כראוי וכנהוג, ווי עס ווערט דערמאנט אין דעם כרוז פון בד"ץ עדה החרדית (תשמ"א) וזה לשונם: "באנו להזהיר שכל הבא למלאות ידו במלאכת הניקור, יהיה זה דוקא אצל מנקר מומחה ויר"ש מפורסם, ואחרי שהלז יתן לו הודעה ואישור שלימודו עלה יפה, ובקי וזריז במלאכתו, יופיע בפני בי"ד, או חכם המקובל להורות הוראה, להבחינו, ואז יקבל ממנו "כתב קבלה" לסומכו למשרת מנקר".

 

ס'איז נישט גענוג מיט דעם ר' י. וואס מיעל מארט האט יעצט אויפגענומען אלץ משגיח אויפ'ן ניקור. זעלבספארשטענדליך, נישט בלויז ער מוז זיך צי-לערנען און באקומען א כתב קבלה, נאר אין אלע פלעצער איבער די וועלט וואו מיעל מארט טוט "כשר מאכען" דאס פלייש, מוז זיך באזונדער געפונען א מנקר מומחה וואס פארמאגט א כתב קבלה.

 

דער באטערער רב האט געענפערט פאר די רבנים, אז מצידו איז ער (שוין) גרייט נאכצוגעבען די פארלאנגטע תיקונים, אבער היות ווי מיעל מארט טוט "כשר מאכען" פלייש אויף אסאך ערטער איבער די וועלט, ווי צום ביישפיל: סאוט אמעריקע, קאסטא ריקא, שיקאגא, טאראנטא, מאנטריאל, קווינס, ועוד, דערפאר וועט מוזען דויערען א לענגערע צייט ביז מ'וועט קענען איינשטעלען די נויטיגע תיקונים אין די אלע ערטער. "מדארף האבין סבלנות"...

 

די רבנים האבין אפגערעט ווידער זיך צו-טרעפען מיטן באטערער רב, מיט'ן ציל אויפצוהויבען די כשרות סטאנדארטען, ווארום אויסער "ניקור" איז דאך פארהאנען אנדערע שטחים אין כשרות הבשר וואס דארפען האבין א גרויסן תיקון, ווי למשל "סירכות" וואס זענען ווייט פון "גלאט" כשר. מ'וויל וויסען פארוואס ביי מיעל מארט איז די פראצענט פון "גלאט" פיל העכער ווי ביי אנדערע חרדישע שחיטות וואס שחט'ן אויפן זעלבען פלאץ. פארוואס געפינט זיך אין געשעפטען אזויפיל "גלאט בית יוסף" פון מיעל מארט, אפילו ווען מ'באשטעלט עס נישט פאראויס, און ביי די אנדערע שחיטות איז נישטא געניג "גלאט בית יוסף" אפילו פאר די וואס באשטעלען עס יא. פארוואס ביי מיעל מארט ווערט נישט געמאכט קיין "בדיקות חוץ" (אויף די לונגען) ביי בבהמות דקות (Lamb), ועוד שאלות כיו"ב המחכים לתשובה.

 

עס איז צו האפען אז ס'וועט בעה"י ארויסקומען גרויסע תיקונים פון די איצטיגע התעוררות, אמן כן יהי רצון.       

 

(-- און דערווייל: "יאכלו ענוים וישבעו"...)

 

עבדעברי43 » 7/12/2006 07:34

חוץ דעם וואס הרב בעלסקי שרייבט אדער זאגט וועגען דעם מעסער אז דער מעסער איז דערשולד.

ווייסט דאך יעדער דעם מאמר חז"ל אין מסכת חגיגה וויא אחר(אלישע בן אבויה) איז נחמץ געווארן. . פארוואס איז דאס געשען . זאגט תוס' אז זיין טאטע איז שולדיג ווייל ביי זיין ברית האט מען איינגעלאדענט די תנאים און רבי אליעזר און רבי יהושע האבען מפלפל געווען אין דברי תורה און דאס הויז האט ממש געפלאקערט . האט דער טאטע געזאגט אז איך זעה אז די כח התורה איז אזוי גרויס וויל איך מיין קינד זאל ווערן א תלמיד חכם. און ווייל ער האט געמיינט שלא לשמה וועגען דעם איז עס געשען. (איז דער טאטע שולדיג).  די מאמע איז שולדיג ווייל ווען זי איז געווען מעוברת איז דורך וויא מען בראט טריפה פלייש (אדער עבו"ז) און געשמעקט וועגען דעם איז עס געשען. (איז די מאמע שולדיג)
אין ירושלמי שטייט אז אין די ישיבה איז ספרי מינות נפלו מחיקו (איז די ישיבה שולדיג)  איז ארויס א בת קול פון "אין הדבר תלוי אלא בך"  רבעלע זיסער. נישט דער טאטע איז שולדיג און נישט די מאמע איז שולדיג און נישט די ישיבה איז שולדיג. נאר אין הדבר תלוי אלא בך   "דו ביסט אליין שולדיג"
דער מנקר איז שולדיג. מיעל מארט איז שולדיג באטור רב איז שולדיג. די קאסטומערס זענען שולדיג. הרב שטערן איז שולדיג.  ניין קיינער איז נישט שולדיג נאר דאס מעסער .
דער רבי האט געשלאגן אין חדר מיט א שטעקן . א נאריש יונגעל איז נישט ברוגז געווען אויפן רבין. נאר אויפן שטעקען ווייל דער שטעקען איז שולדיג.

זייט מיר מוחל טאמער די מראה מקומות זענען אנדערש איך שרייב דא אויסענווייניג ביי איינעם קאמפיוטער. און טאמער איך האב אויסגעמישט דער ירושלמי אנשטאט תוספות וכדומה. טוט מיך נישט באשולדיגן . אז איינער וועט נאכקוקן וועל איך עס פארעכטן בעזהי"ת  (אפשר איז עס יא מכוון)

עבדעברי43 » 7/12/2006 08:10

לגבי דעס וואס איך האב געשריבן אז צוויי רבנים זאלן נאכקוקען דעם ניקור.יא  כשר אדער נישט כשר.

די וואס ווילן זיך פארלאזן אויף לאבאראטארי טעסט . וואלטן זיך אפשר געקענט פארלאזן אויף א טעסט אויב דעס איז חלב אדער שומן. "די גמרא (חולין מט) זאגט דאך אויך א סימן "תותב קרום ונקלף" און אין שו"ע יו"ד ס"ד איז עס אויך געברענגט. נאר אונדז קענען מיר אויף דעם נישט בויען אזוי וויא די סימני אתרוג . אדער סימני עוף טהור (שאינו נאכל כהיום אלא במסורת)  והא ראיה ביי די ספרי תורה ותפילין ומזוזות פארלאזן זיך די רבנים ענדערש אויפן קאמפיוטער וויא ענדערש אויפן סופר.

טאמער א לעב. טעסט וועט ווייזן אז דאס איז נישט געווען חלב דאורייתא . אפילו עס איז געווען א הזנחה. קודם כל עס איז דאך דא עטליכע דעות וועגען בדיעבד ביי די קרומים דרבנן צד השני של הכבד.טו"ז וש"ך בשם הרש"ל . וכדומה  גבעת פנחס. שסמכו עליו בכל מדינת אונגארן.

און נאך אז זאך אז מען טרעפט קיינמאל גארנישט און אלעס איז כשר וישר איז א סימן אז עס  איז גארנישט.ווערט  "אין אומרים בקרו גמל  בקרו חזיר (ווייל עס איז ממילא ווערט א רעטעך) אלא בקרו טלה (חגיגה ט)אין אדם עומד על דבר הלכה אא"כ נכשל בה שנאמר והמכשלה וכו' (גיטין מג)והשי"ת יעזור שלא יצא עוד מכשול ולא נהי' עוד שיחה בפי הבריות .
 עס איז באקאנט דאס הייליגע ווארט פונעם רבין רב בער דער מעזעריטשער מגיד זי"ע אויף די גמרא(חולין ס"ג) למה נקרא שמה ראה פארוואס הייסט דער עוף טמא "ראה" שעומד בבל ורואה נבילות בארץ ישראל (פון בבל זעהט ער נבילות ביז ארץ ישראל) טייטשט דער הייליגער מגיד  "עומד בבל (דער מענטש ליגט אין אלע בבלישע נארישע תאוות ) ורואה נבילות בארץ ישראל (און זוכט נאר נבילות ביי ערליכע אידען  וד"ל  ונזכה בקרוב שהקב"ה יפרוס שלומו עלינו בסוכת שלם

עבדעברי43 » 7/12/2006 08:44

די וועלט זאגט "צוזאגען און ליעב האבען קאסט נישט קיין געלט" דאס הייסט צוזאגען קען מען אלעס אבער ווען עס קומט למעשה לאזט זיך אויס א "בוידעם"  אנפאנג בשנת תשמ"ג האט רבינו בעל ברך משה געזאגט פאר די רבנים בביתו נאוה קודש אז מען וועט אלעס מתקן זיין על צד היותר טוב. נאכדעם וויא א. ק. מיט מ. פ. מיט די וויינשטאק חברה האבען געמאכט א יד אחת "אז סאטמאר בלוט איז נישט קיין וואסער" מען וועט זיך נישט לאזן טרעטן. דעמאלס איז געשען דאס אויבערדערמאנטע. הרב שלום יודא גראס דער האלמינער איז געווארן געשאלטן ל"ע (געבענטשט) די קאשויער זענען געווארן שונאים. רבי משה בער מיטן עמק הבכא זענען ממילא משוגעים. און תיקונים . ווער וואס ווען. . ר' יו"ט ערליך ז"ל זאגט אויף א טעיפ "פאליטיק" מיינט מען זאגט אלעס צו אזוי וויא א פאליטישאן  און מען טוט גארנישט. יעדער וועט נעמען קרעדיט פאר זיך .  סאטמאר וועט שרייען אז ביי זיי מיט די הכשר פון די דיינים איז אייביג געווען כשר . ווייל דער מלאך וואס האט געברענגט צו יעקב אבינו די געפינטעלטע שעפעלעך. ברענגט צו זיי נאר די כשרע און די נישט גלאטע בלייבן ביי מיעל מארט.
התאחדות וועט שרייען אז זיי האבען געפויעלט די תיקונים. און דער וועד פון בארא פארק וועט שרייען כולה שלי אונדז האבען מיר דאס ערלעדיגט.
און וועגען חלק ב"י וואס איך האב שוין געשריבען אנפאנג פון די שערוריה ערגעץ אין א אשכול (טאמער איינער קען עס אהערברענגען טוט ער א גרויסע מצוה ער וועט האבען א זכות הרבים) הרב פולאק וואס איז משגיח פאר סאטמאר ביי מיעל מארט. זאגט ברבים אז "חלק בית יוסף" איז סתם א בלאף צו פאפען די ספרדישע אידען ווייל עס איז זיכער אז עס איז נישט קעלבעל גלאט און עס איז נישט ראוי אנגערופן צו ווערן "חלק בית יוסף" . און ביי סאטמארע בוטשער קומט אהן יעדע וואך אומבאשטעלט גאנצע באקסעס מארך ביינער מיט קני ביינער מיט ריפ סטעיק וואס האט א זיגעל חלק בית יוסף . און "סאטמאר" לאכט זיך אויס דערפון רוב ארבעטארערס דארטן ווייסן נישטאמאל וואס דאס איז עס מישט זיך אויסצוזאמען מיט אלע פליישען און עס ווערט געסלייסט אויפן זעלבען מאשין
ביז רובשקין האט אנגעהויבן צייכענען "חלק בית יוסף" פאר די ספרדים האט דער באטור רב נישטאמאל געוואלט מאכן א חילוק. און חוץ מזה זאלצט מען עס אויס מיטן צלע י"ב וואס דאס וועט מען קיינמאל נישט משנה זייין וואס לויטן מנהג פון זייער א סך פלעצער איז דאס חשש חלב דאורייתא

סך הכל ווילאנג צוויי אומפארטייאישע רבנים וועלען נישט גיין נאכקוקען ביי אלע ביידע סיי ביי "מיעל מארט" אויף אלע פלעצער וויא זיי שחטן און זענען דארט מנקר. (איך מיין אז יעצט ממש האט מיעל מארט אנגעהויבן צו מאכן ניקור חם ווייל לעצטענס ברענגט מען שוין נישט אריין צו די פלענט אין "מעספעט" כמעט קיין שום זאך מנקר צו זיין אלעס ווערט מנוקר גלייך ביי די מקום השחיטה. אין ארארא איללינאיס. אדער באלטימאר. וכדומה. אויזער א פאר צונגען וואס ביי דעם איז נישט שייך חלב נאר דם. ) און די רבנים וועלען אויך גיין באקוקען ביי "רובשקין" און ארויסגעבען זייער חוו"ד לאמיתו של הדברים אהנע טעראר. דעמאלס וועט דער כשרער מארקעט פון בשר בהמה צוריק ארויף אויף די רעלסען . דעמאלס וועט טאקע זיין "יאכלו ענוים וישבעו.

כורמיזא » 7/12/2006 10:06

על הגאולה,
דער באטור איז נישט מחויב צו גיין אין ערגעטץ נישט, אז איינער טרעפט א פראבלעם דארף מען ברענגען דער פראבלעם צו אים אין שטוב. די חברה האבען פשוט געוואלט מאכען א סקאנדאל האט מען גלייך אריין געמושט אנדערע רבנים און אהין גערופן דער באטור רב.

עבד עברי,
איך האלט שטארק פון מאכן תיקונים און אדרבא אויב דאס וועט זיין די תוצאה קען זיין אז עס האט זיך געלוינט, אבער פארשטייט זיך אז די רבנים דארף'ן מאכן די תיקונים ביי אלע היימישע הכשרים. (OU מיט בעלסקי זאלן ווייטער גיין צו די סעמי יודען).

לויט די יעצטיגע סקאנדאל (ווען עס וואלט געלונגן) וואלט נישט געהאלפן קיין תיקונים פון די נירבאטור ווייל ער איז נישט באגלייבט, און דאס איז געווען וואס איך האב געשריבן דא כל הזמן, עס איז דא איינער וואס איז אויף א העכערע סטאנדארט ווי געווענליכע הכשרים אין אמעריקא, באנוץ זיך מיט אים אז ער זאל מאכען די נויטיגע שינויים, און פסל אים נישט ווייל דעמאלטס וועט קיין תיקונים קיינמאל נישט ווערן.

(עם כל הכבוד צו הרב שטיינמץ פון ב"פ, עס קען זיין אז פאר 'בוני עולם' טויג ער עקסעלנט אבער פאר כשרות דארף מען האבן מומחים). עס איז כדאי צו אראפ ברענגען מומחים פון ארץ ישראל פון די גרויסע מערכות כשרות און זאל'ן העלפן אוועק שטעלן די כשרות אין אמעריקא אז עס זאל זיין אויף א נארמאלע סטאנדארט.

מלחמת,
זיי קודם בודק וואס 'גלאט' מיינט און נאכדעם שרייב דערפון...

עבדעברי43 » 7/12/2006 17:05

ידידי ואהובי . איך ווייס נישט יעדענס פרייועט אינטערעס . אויב עס איז טאקע דא אויפן פארק מענטשן וואס האבען ספעציעל אינטערעס צום באטור אדער פארקערט אויב עס איז דא מענטשען וואס ווילן סתם באגראבען יענעם וועגן אינטערעס אדער אהן אינטערעס.
אזוי וויא איך באמערק  אז רוב ניקס זענען דא יונגעלייט וואס געדענקן נישט קיין נארמאלע מערכות וואס פלעגען דא פארקומען מזמן . לזמן. ווען מען האט געוואלט אדער געדארפט איינעם אדער עפעס  באגראבען. מען האט אלץ אריינגעלייגט אין קדושה אדער אידישקייט . און מען האט געציטערט צו זאגען א ווארט דערקעגען.

טייערע אידישע קינדער אחי ואהובי. איך וויל נאר דערמאנען בקצה המזלג א דמיון פון עטליכע קלייניקייטן . ווען עטץ וועט אי"ה עלטער ווערן וועט עטץ דערציילן פאר ענקערע קינדער די מערכה קעגן באטור בשנת תשס"ז (אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח וכו' בכל יום שיבא)
וואס דאס איז א געלעכטער קעגען די אמאליגע מערכות ווייל היינט איז שוין א אפענע וועלט און ליידער א פארדארבענע וועלט וואס רוב מענטשען גייט שוין נישטאמאל אהן אפילו מען וואלט טאקע געטראפן חלב דאורייתא ח"ו. (ווייל מען האט אויסגענוצט דאס קנאות אויף סתם שטותים רח"ל)
אבער אנפאנג ווען וועלט איז נאך געווען א שטיקל וועלט און מען האט נאך גוט געקענט טערארזירן. ווען מהדרין האט אנגעהויבן גרויס צו ווערן . האט מען געפייערט קעגן "העולם טשיז " רח"ל מיט שרעקליכע מעטאדן. איינער פון די בעה"ב פון מהדרין (ער לעבט שוין נישט א באקאנטער פיוגור א קראליר תלמיד א שטיקל בדחן) איז ארוםגעלאפן אין די געשפטן און ארויסגעשמאטץ אלע פראדוקטן פונעם צד שכנגד און געשריגן אויף יעדען קאסטומער שרעקליכע קולות. (בבחינת אזוי וויא גרינבוים ועוד כמה שרייען ארום אין די גאסען וועגן עירוב מידי שבת בשבתו ווייל זיי מיינען נאך היינט אז וועלן דאס קענןאונטערברענגן) און דאס אלעס איז געשטיצט געווארן פון די באהערדע אזוי וויא די שרייעכטצער אין גאסען ווערט געשטצט דורך די (שוין אזויגערופענער ארענטליכער באהעארדע ) אז מען וויל זיך פארשטעלען וויאזוי דער טעראר האט אמאל דא אויסגעזעהן . וויא מען איז באפאלן דעם טאשער  רבין שליט"א ווייל ער האט געוואלט לאזן נוצען אנדערע מילך. וכדומה. דער זאל זיך פארשטעלען די מעשה יעצט קעגען "קלצקין וחביריו " וואס די עדה החרדית פירט אהן א שרעקליכע מערכה קעגען זיין דרוקעריי. און יעדער ווייס דאך קלאר אז גערעכט איז נאר די לוחמים און קלצקין איז א רשע עוכר ישראל. קיינער איז נישטאמאל אינטערסירט צו הערן אדער וויסן וואס זאגט דער צווייטער צד. און אזוי וויא ביי אונדז אליין איז געווען ביי "גל-פז" וואס מען האט זיך פארזאמעלט יונגלעך בחורים ואברכים און געשריגעןו און פארפירט. און אריינגעמישט די פאליציי . אלץ פארן כבוד פון מלך מלכי המלכים .און פאר א פאר מענטשענס אינטערעס אדער פאקעט.
אזוי קינדעלעך האט אויסגעזעהן די מערכה . קעגן "העולם טשיז" ווער עס האט עס פארקויפט דאס אין זיין גראסערי.  . איז געווען טויזענט מאל ערגער וויא דער וואס פארקויפט דעם המודיע . עס איז אויך געווען דעמאלס אנדרייערס . בעלי אינטערעס צוזאמען מיט סתם נישט בעלי אינטערעס. און מען נאכגעשריגן ווער עס האט עס געקויפט.דעם טראק האט מען געבלאקט און אוועקגעגאנבעט די קעסטלעך.  (מען קען עס היינט נישט גלייבן) אזוי וויא מען וועט אמאל נישט גלייבען אז אין וויליאמסבורג האט מען נאכגעשריגען פרויען מענער  וייל זיי פאלגן זייערע רבנים. . און אזוי וויא די וואס האבען אלס קינדער און בחורים נאכגעשריגן אין קרית יואל אלע קעגענער "שייגעץ ארויס _שייגעץ אריין" שעמען זיך היינט מיט זייערע רשעות וואס זיי האבען אפגעטון בשם התורה ובשם הצדק. און זיי ליקענען עס. אזוי וועט ווערן מיט די צייט . (איך גיי נישט אריין אין די מעשה פון קלצקין . אפשר איז עס דא יא א מערכה לש"ש.. אבער אזוי וויא איך געדענק דאך אלע מערכות האט יעדער וגם אני בתוכם קלאר געמיינט אז דאס איז נאר "כבוד שמים" ממש.. ווייס איך שוין היינט נישט קיין שום מערכה אויב דאס איז א כבוד שמים צו סתם א כבוד ואינטערעס עצמו פון אני ואפסי וכדומה. . איך רעדט שוין נישט . וואס יעדען טאג אין חדר . איז אריינננגעקומען הרב א.ד. (ער לעבט שוין נישט עטליכע יאר . און אלע יונגלעך האבען זיך געמוזט אויפשטעלען  מלא קומתם אזוי וויא ביי קדושה "קדוש קדוש" און ער האט פארגעזאגט מיט פארמאכטע אויגן. " דער קלאצענבארגער גלח זלמן לייב האלבערשטאם ימ"ש וזכרו אמן" און אלע יונגלעך האבען נאכגעשריגען בקול גדול די זעלבע ווערטער. אזוי איז ער געגאנגן מחדר לחדר. (בדרך אגב דער באטורער  איז שיעור נישט געווארן א איידעם ביים קלויזענבורגער רבין. שטעלט אייך פאר וואס וואלט דעמאלס געווען. )
נחזור לעניינו . די מערכה ווערט היינט אנגעפירט פון די חברה "מיעל מארט" ומשגיחיהם ומנהליהם קעגען דעם קאמפטישאן "רובשקין" און מען לייגט אלעס אריין אין "שמד שטיק" שקרים און כזבים ליבאוויטשער שוחטים . וכדומה. וועגען דעם איז א פליכט מפרסם מאכן . היינט איז שוין א אפענער וועלט אביסעל. מען זאל וויסן  עס קען זיין אז באטור איז כשר.(איך ווייס נישט יא מכשול נישט מכשול) אבער א קאמפיטישאן איז אלץ גוט. און "רובשקין" איז פונקט אזוי כשר צו יעדער צייט. אפילו עס קען זיין אז די  ניקור ביי רובשקין איז בעסער אויסגעהאלטן להלכה . אזוי וויא מען זעהט שווארץ אויף ווייס אויף די צעטלעך פון "דעל-יוסער" דאך אונזער ניקור האט מען געטון אין א סאך שטעטלך אין אונגארן אפשר. ואין להאריךאון מען איז צוגעוואינט דערצו איז עס אויך כשר. 
      יעצט זעהט מען  אז "העולם טשיז" האט באקומען ברגע אחת די השגחה פון הרב בנימין גרובער. אהנע שום שינוי די זעלבע ליובאוויטשע משגיחים (אזוי פלעגט מען איינרעדען דעם עולם בימים ההם) . ממילא זאל יעדער נישט האקען אויף יענעםס.העכסטענס זאל זיך יעדער האלטן צו זיינס. (אפילו ביים עירוב . דאס איז די  זעלבע טעראר וואס מען האט א אמאל נאכגעשריגען ווער עס איז נישט געגאנגען אין שוואונג אזוי שרייט מען היינט מיט א פאלשן שלייער פון קנאות און משוגעת . אלעס איז נישט תורת משה רבינו עליו השלום. אלעס איז תורת לאקשען. תורת אני ואפסי  נאר איך בין בעה"ב נאר מיין שחיטה איז כשר. נאר  איך בין א ערליכער איד. וכדומה . איך וויל נישט אריינגיין טיפער . ווייל דער פאלשער שלייער ווערט שוין ממילא אויפגעדעקט. עס קומט שוין באלד די ליכטיגע ציייט פון "ומלאה הארץ דעה את השם"  וגר זאב עם כבש (זיי וועלן שוין אויך האבען שכל זיך נישט צוקריגען). אונזער עולם באקומט שוין אויך שכל... ובינה .
מען זאל ח"ו נישט אוסטייטשן אז איך האב עפעס מיט רובשקין וכדומה אדער ח"ו מיט קלצקין, ביי מיר איז נאר יעדע מערכה "כבדהו וחשדדהו" אפשר ליגט אין דעם איינעמס אינטערעס אדער איינעמס פאלטיק אני ואפסי. אבער אפשר איז דא איינער וואס מאכט פרנסה פון אנדרייען און מאכן מערכות און ער נוצט אויס די שוואכקיייטן און איינרעדעניש פונעם עולם פאר זיינע אינטערעסן . אזוי וויא עטליכע צייטונג שרייבער סיי אין איד מ. ש. און סיי  אין בלאט וואס קענען אנדרייען דעם נאיוועןן עולם לטובתם ולטובת זייער פארטיי. לא חרבה ירושלים אלא מפני וכו' שהעמידו דיניהם על דין תורה .(ב"מ ל)    יעדע זאך און שמד שטיק האבען זיי אריינגעלייגט אין די תורה... דער אייבישטער יתברך שמו שרייט (מדרש איכה הקדמה) "הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו" הלואי לאזן זיי מיך ארויס פון זייערע געשעפטן און זאלן נאר אפהיטן די אמתע תורה. 
דער הייליגער חת"ס האט געזאגט פאר די תלמידים. אז עטס ווילטס נאכזאגן מיינע תורות אין ענקער נאמען דעמאלס געזוטערהייט. איך געב רשות. אבער פארקערט ענקערע מעשיות און תורות נאכזאגן אין מיין נאמען . זה לא "ח"ו."  לאזט מיך ארויס פון ענקערע געשעפטן. אנו על אחת כמה וכמה.

והשי"ת ירחם על עמו ויערה עלינו רוח ממרום. וועלן מיר קענען אויפציען שיינע ערליכע אמתדיגע אידיש חסידישע דורות לשם ולתפארת מען זאל האבען מיט וועם צו גיין קעגן משיח צדקינו אמן

_________________

trant_lott » 7/12/2006 18:03

איך בין א אנהעגער פין בעטעור רב'ס השגחה,
אזוי איך האלט איך אז מיעל מארט איז א גרעסערע סטאנדערט ווי רובאשקין, כידוע לכל,
קיינער וועט עס נישט קענענן פארווישען, ניטאמאל באצאלטע היידפארק שרייבער ווי עבד עברי,
פארפאלן דער עולם האט ליב שוחטים, וואס מען דערקענט אויף זייערע ווייבער אז זיי זענענן אידן, {פאר ווער עס פארשטייט נישט וואס איך מיין, זאל זיך נאך פרעגן ווי אזוי מען גייט אין ליבאוויטש}
ליבאוויטש'ע שוחטים האט נאך א חסרון, כידוע האט זיך אויסגעדריקט אמאל די חכימא דיהודא דער  הייליגער וואדעסלאבער רב  זי"ע אויף זיי, אז עס איז א רעליגע וואס איז די מערסטע ענליך צי די אידישע רעליגיע, בקיצור עס האלט נאך נישט ביי א מצב אז דער עולם וועט אקסעפטן ליבאוויטשע גרופ אלץ זייערע שוחטים,
עס האלט נאך נישט ביי א מצב, אז דער עולם וועט אויפהערן צי עסן בהמה פלייש,
מיעל מארט האט נאך א געוואלדיגע מעלה, וואס רובאשקין האט נישט, אז די טריפה בהמות איז נישט זייער דאגה זיי נעמען נאר די כשר'ע בהמות אין די פלענט וואס זיי שחטן משא"כ רובאשקין האט זייער אייגענע פלענט, איז יעדע בהמה א נומבער, ווען א שוחט שעכט דארט א בהמה, אין עס קימט אויס טריפה איז עס א היזק פארן בעה"ב, ער מיז עס פארקויפן פאר טריפה ווי ער מאכט ניטאמאל די פערטל געלט  משא"כ מיעל מארט, קען א שוחט שעכטן וויפיל ער וויל, אפילו רוב איז טריפה איז נישט מיעל מארטס פראבלעם, ער גייט זיך ווייטער אין דער גוי פארעט זיך מיט די טריפה בהמות 

 מילא  זארג איך מיך אינגאנצן נישט אויף מיעל מארט, דער עולם וועט אי"ה ווייטער קויפן אין פארלאנגען מיעל מארט,{חוץ די מעלה אז עס איז בעסערע קוואלטי, די פרויען האבן עס בעסער ליב,}

נאר וואס דען, איך האלט אז רובאשקין גראבט זיך דא זיין אייגענע גריב, אזוי אויך די וואס רעדן זיך איין אז זיי העלפן רב ווייסמאנדעל  דא, זאלן וויסען אז זיי הרגענענן אים אוועק מיט יעדע תגובה וואס זיי שרייבען אין ווארפן שמיץ אויפן נירבאטעור, די גאס האט איצט א שטארקע סימפאטיע צום נירבאטעור  יעדער זעט אז ער איז געפאלן דא  א קרבן פין א גיט פינאצירטע ביזנעס,  מענטשן ווערן מער אין מער גערעגט אז מען זעט ווי מען רודפט יענעם על לא דבר, אין מען בויקאט דערפאר די וואס שטייען אינטער די קאמפיין,

בקיצור פארן נירבאטעור וועט שוין נישט שאטען, די קאמפיין דא, עס ברענגט אין נאר מער אין מער סימפאטיע פאר אים אין כעס אין שנאה קעגן  די וואס טיען עס

דרך אגב כ'האב יעצט געקאלט ר' הלל וויינבערגער שליט"א כהאב אים געפרעגט צי עס איז אמת אז מען טאר נישט עסן מיעל מארט האט ער געענפערט אז להד"ם, ער האט געזאגט פארקערט לעת עתה איז דאס די בעסטע פלייש בנוגע כשרות כהאב אים דערציילט וואס רובאשקין'ס מענטשון שרייבען דא אויף הייד פארק אז ער האט געזאגט אז עס איז נישט גיט, האט ער געזאגט אז עס איז שקר

איך וויל טאקע בעטן יעדעם איינעם דא, אז מען זאל זיך נישט פוילען מען זאל טיען וואס איך האב געטיען

1}קאלן התאחדות אין פרעגן אויב מיעל מארט אז שלעכט, אויב יא מיט ווואס עס איז שלעכט,

2}קאלן ר הלל וויינבערגער פרעגן אויב מיעל מארט איז שלעכט, אין יעדער וועט זען דעם אמת

קאלן דעם גאלאנטער רבי אין פרעגן

זיי זענענן גרייט צי ענטפערן פאר ווער עס פרעגט, זאל זיך יעדער איבערצייגעם דעם אמת לאימתו ויסכר פי דוברי שקר

DellUser » 7/12/2006 18:06

לכבוד העברי

נכרים דברי אמת

ונענה אבתרי' אמן כן יהי רצון

trant_lott » 7/12/2006 18:20

כהאב יעצט באמערקט עברי לעצטע תגובה בנוגע רובאשקין
איך פארשטיי אז די גאנצע קאמפיין די לעצטע פאר וואכען, איז נאר געווען צי ציקימען צי די מסקנה, אז רובאשקין איז פינקט אזוי גיט ווי מיעל מארט
וויל איך דיר טאקע מסביר זיין א פאקט, אז פאר די קאמפיין האט זיך אנגעהויבן האט מיעל מארט געהייסן די בעסטע, עס הייסט נאך היינט די בעסטע,
רובאשקין איז גארנישט געווארן בעסער אז מען האט געווארפן שמיץ אין שקר אויף נירבאטעור, עס טוישט  נישט די פאקט  קיין כי הוא זה, אויב רובאשקין וויל זאגען אז ער איז אויך גיט, דארף ער  עס פראווען פארן ציבור מיט פאקטן אז ער  איז גיט, נישט מיט ווארפן שמיץ אויף נירבאטעור,  ווערט מען א גיטע הכשר
פלייש איז א האקעלע זאך אין נישט מיט ווארפן שמיץ אויפן קאמפיטישען ווערט מען הייליג

יעצט קענסטע צוריק גיין אנהייבן שרייבען אז ביסט נאר א דרויסענדיגער וואס האט נאר פערצופאל פאריגע וואך אנדעקט היידפארק, אין שרייבסט נאר פערצופאל אזעלכע לאנגע מגילות,

דרך אגב ר בנימן גרובער האט יא געטוישט משגיחין פין העולם טשיז
מאך נישט  רב גרובער אויך פאר א ליידיגייער כדי צי קאווערן רובאשקין, נישט דאס איז די וועג

יוסף_נפתלי » 7/12/2006 18:56

כל הכבוד עבד עברי מיט דיין לעצטע תגובה,

לאמיך דיר קודם ערקלערען אז איך בין זייער שטארק פאר פארבעסערונג אונעם כשרות פעלד
ס'איז דא זייער אסאך צו טוהן אין אלע הינזיכטען ספעציעל ביי די פלייש.
איך בין נישט קיין גרויסער פאטריאט פארן באטורער ס'איז דא אסאך זאכען וואס מ'מעג דארט פארבעסערען
אבער פירען א מערכה מיט אזא רשעות סתם יענעם צו באגראבן האט נישט קיין שום זין אין די תוצאה'ס זענען זייער נישט קיין גוטע ווייל דער פשוטער מענטש זעט וואס עס טוט זיך צוט ער זיינע אייגענע מסקנות אז OU איז בעסער פון דעם,

אבער לאמיך דיר קלאר מאכן אפאר פאקטען וואס באדערט מיך זייער שטארק

1) אז ביי ראבאשקין שעכטען דווקא יא משיחיסטן (מפי עדים נאמנים וואס פלעגן פארן אויף א רעגלמעסיגן אויפן)

2) פארוואס אז מ'פירט א מערכה אויף צו הייבן כשרות סטאנדארט, פארוואס מוז דאס גיין מיט יענעם צו באגראבן? למשל נעם דע מערכה דא מיט די חלב

פארוואס איז הרב מ. ד. ש. נישט אריבער צום באטורער גראד?
זיין טענה אז דער באטורער וועט עם נישט אויסהערען, איז לעכערליך ווייל מ'קען מיט נעמען רב ברוידא אין אריבער גיין צום באטורער אין מען ווייזט עם.(נישט רוף עם צו דיר נאכן אנשטינקען וואס ווייזט קלאר אז מ'האט געזוכט נאר זיין בלוט)

פארוואס רידערט הרב ה. וו. שליט"א
ווייל התאחדות הרבנים עם כל הכבוד פאר די רבנים, אבער זייער אדזשענדע צו באגראבען די רבנים המכשירים ספעציעל אין דריי קאטעגאריעס דהיינו פלייש, מילך, און וויין, וואס איז דריי לעבענס וויכטיגע ידישע פראדוקטען ווי זיי האבען נישט קיין צוטריט און זיי זוכען מיט אלע מיטלען אנצוקומען צו געבען א השגחה דערויף. און דאס איז פשט פון זייער צעטיל אויבן, עס האט אזויפיעל שייכות מיט סטענדערט ווי איך מיט די לבנה.

אויך די אנדערע ניקס דא אויפן נעט זענען אלע מיט איין ציהל צו באגראבן דעם באטורער, נעם למשל מלחמות א מונקאטשער וואס מונקאטשער רב האט געפירט א מערכה קעגען דעם באטורער פארן ארויסווארפן א שוחט א מונקאטשער חסיד ווייל ער טראגט מיטן עירוב אין ב.פ. און דעמאלטס האט דער מונקאטשער ארויסגעווארפן דעם באטורער פון זיין ישיבה. (בד"א איז דער באטורער געווארן א מחותן מיט דעם שוחט, יא זיי האבן זיך משדך געווען)

אדרבה זאלן די רבנים ארבעטען צוזאמען צו העכערען דעם סטאנדארט אבער אהן קיין העצעס.

   

ROCKLAND » 7/12/2006 18:59

א איד א שטיקל ת"ח ומומחה וועלכער האט יארן לאנג געארבעט אין א פלייש קאמפאני, האט מיר געזאגט בנוגע די יעצטיגע קאכעניש:

"איך גיי נישט אריינרעדן אין דעם יעצטיגן ענין בפרטיות, אבער איך טוה שוין יארן מיט פלייש, איך קען גוט הלכות שחיטה און טריפות און אלעס וואס איז נוגע פלייש, איך קען דיר איין זאך זאגן, אויב טרעפט מען פראבלעמען ביי ניקור, איז די שחיטה הונדערט מאל ערגער, איך וואלט  געווען בכח, וואלט איך געשטורעמט אז מ'זאל אפשטעלן די גאנצע שחיטה אויף גסות דא אין אמעריקא".

איך זאג נישט קיין קאמענטארן, אבער איך שפיר א אחריות דאס ארויסצושרייבן.



בראשית_ברא » 7/12/2006 19:04

 

ס'איז פשוט נישט ציגלייבן דאס אומפארשעמטקייט פון דעם ניק trant_lott ער שטעלט זיך אוועק און זאגט "מוסר" אז איין שחיטה ווערט גארנישט בעסער מיט ווארפן שמוץ אויפ'ן קאמפעטישן. בו בזמן וואס מיט איין מינוט פריער ווארפט ער אליין שמוץ אויף "supreme", ער קומט ארויס מיט שקרים וכזבים כאילו הרב ווייסמאנדעל'ס שוחטים זענען ליובאוויטש'ער חסידים וואס די ווייבער גייען מיט ביי-האר וכדומה. עבדעברי43 האט שוין פריער געשריבען אז ס'איז פשוט שוא ושקר. די שוחטים פון סופרים זענען יראים ושלימים. קיין איינער פון די ווייבער גייען נישט ח"ו אפילו מיט ביי האר. אדרבא כמה וכמה שוחטים וואס די ווייבער גייען אהן גארנישט, אדער מיט שפיצלעך. און ווער עס גלייבט נישט, אדרבה, הייבט אויף א טעלעפאן צי די רבנים, וועט עץ געוואויר ווערן. [צי באמערקען: איך רעד פון הרב ווייסמאנדעל'ס "supreme", לאפוקי פין כלליות רובאשקין וואס דארט איז יא דא נישט "היימישע" שוחטים].

 

דערפאר trant_lott, אז דו ווילסט זאגן ליגענט: געזונטערהייט. ס'איז נישט די ערשטע ליגענט דיינע. אבער לכל הפחות הער אויף צי זאגן "מוסר" וועגן באשמוצען אנדערע.

 

און אז די רעדטסט פון ווארפן שמוץ, וועל איך דיר זאגן, "supreme" דארף נאר זייער זייער אסאך שמוץ ווארפן ביז זיי זאלן ציקומען צי א פערטל שמוץ וואס דער באטערער טוט אויף זיי ווארפן...

 

און קיינער דא דארף זיך פאר דיר נישט פארענטפערן צו מ'איז א דרויסענדיגער אדער נישט, ווייל קיינער דא האט נישט אזא שייכות קיין "supreme" אזוי ווי דו האסט צו מיל-מארט און צום באטערער... הער אויף מיט דיינע פאלשע שטיק.

 

findodort » 7/12/2006 20:53


איך האלט איך אז מיעל מארט איז א גרעסערע סטאנדערט ווי רובאשקין, כידוע לכל,
עס קען זיין אז די האלטס אזוי, אין עס קען זיין אז סאיז  אמת, אבער דאס מאכט דאס נאך נישט ידוע לכל.
 בכלל  וואס זאגטסטי צי דעל_יאזערס טשארט ?

דאס אז כח דהתירא עדיף דאס איז אלעס זייער גיט ווען איין מנקר וויל זיך פארהערן מיט די אנדערע. אבער פארן קאנסאמער איז דאס נישט נוגע. פארן קאנסאמער איז בעסער אז מען איז בכלל נישט מנקר צלע י"ב אדער פלעטס.




תוקן על ידי findodort ב- 07/12/2006 21:24:23

עבדעברי43 » 7/12/2006 21:19

איך האב שוין מער נישט געוואלט ענטפערן . פאר מענטשען וואס זענען אנהענגער פון פארטייען און ווילן נישט וויסן דעם אמת. און הערן נישט אויף צו ווארפן שמוץ אויף אנדערע און חאזערן איבער דעם זעלבען שקר צענדליגע מאל. נאר כדי שלא יאמרו "מדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו(גיטין נו) " און אזוי וויא איך האב געזעהן אז ב"ה יש קושטא בעלמא(סנהדרין צז) עס איז דאס אמת נאך אויף די וועלט . דער חשובער "בראשית ברא" וואס ער האט מיט א פאר קורצע שארפע אמתדיקע קלארע דיבורים אפגעווארפן דע גאנצען הוילען בנין שוא פון דעם וואס איז א א אנהעגער פון זיין אייגענע הילוך המחשבה. .ודו"ק

האב איך מיישב געווען און וועל נאך מוסף זיין להבהיר הדברים.  אנקאלן דעם הרב הלל וו"ב האט ער געקענט . נאר אנקאלן הרב ווייסמאנדל. פרעגען אויב עס איז דא ביי סופרים שחיטה ליובאוויטשער שוחטים קען ער נישט. (אבער א יעדער קען דאך יא אנקאלן . און וואס מיינט ער . מען קען בלאפן די וועלט? די צייט איז שוין אנדערש מיט איין טעלעפאן קאלל קען מען דאך אלעס געוואיר ווערן.) געוואלד ער קען דאך קאלן די שוחטים אליין. עס איז דאך א מילתא דעבידי לגלויי.(עיין נוב"י אה"ע כז) 

צווייטענס דער אנדערער ניק "יוסף נפתלי" איז עהם דאך סותר מיניה וביה "ער שרייבט קלאר אז הרב הלל וו"ב רידערט" איך פארשטיי נישט מען קען עהם דאך אנקאלן און הערן אז ער רודערט נישט . פארוואס איז מען חושד בכשרים.

געוואלד . ווער ווארפט שמוץ אויפן באטורער . "רובשקין" אדער הרב וויסמאנדל  . די עיקר שמוץ ווארפער זענען דאך די "התאחדות הרבנים" מיט זייער בריוו. אפשר ווילן די התאחדות הרבנים אויך אז מען זאל נוצען ח"ו ליובאוויטשער שוחטים       דריטענס אויב עס קומט נאר ארויס א טובה פאר "מיעל מארט" ווייל יעדער האט "סימפאטיע" און דו דאגעסט גארנישט וועגען "מיעל מארט" נו וואס ווילסטו דארפסט דאך זאגען א יישר כח פאר די התאחדות און פאר די "מעוררים" און דו דארפסט וועין שרייבען פונקט פארקערט. אז רב הלל זאגט טאקע מען זאל נושט נוצען.  ווייל דעמאלס וועלן נאך מער מענטשען האבען סימפאטיע און דוקא קויפן מיעל מארט.
און דאס וואס דו שרייבסט אז ביי מיעל מארט קען מען פארקויפן די טריפות פאר גויים און ביי רובשקין נישט.   נו פארוואס נעמט דעמאלס "מיעל מארט" דעם צלע י"ב . און רובשקין נישט. מען האט גארנישט קיין שאדען מיעל מארט קען עס דאך פארקויפן פאר גויים און אונדז וועלן מיר האבען פלייש וואס איז כשר לכל הדיעות . (איך מוז מפסיק זיין ועוד חזון למועד)

findodort » 7/12/2006 21:38

עבדעברי43 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 סך הכל ווילאנג צוויי אומפארטייאישע רבנים וועלען נישט גיין נאכקוקען ביי אלע ביידע סיי ביי "מיעל מארט" אויף אלע פלעצער וויא זיי שחטן און זענען דארט מנקר.  און די רבנים וועלען אויך גיין באקוקען ביי "רובשקין" און ארויסגעבען זייער חוו"ד לאמיתו של הדברים אהנע טעראר. דעמאלס וועט דער כשרער מארקעט פון בשר בהמה צוריק ארויף אויף די רעלסען . דעמאלס וועט טאקע זיין "יאכלו ענוים וישבעו. 
 


האט דיר שוין איינער געגעבן א   , אויב נישט נאדער איינס

לדעתי וואלטן דאס די רבנים המכשירים דאס געדארפט פארלאנגען לפרקים,

_________________

  

 איך האב שוין מער נישט געוואלט ענטפערן . פאר מענטשען וואס זענען אנהענגער פון פארטייען און ווילן נישט וויסן דעם אמת. 


עבד איך וויל ברענגען צי דיין עטענשען אז עס איז דא פיל מער ליינערס ווי שרייבערס
קיף אף דע גאד ווארק



תוקן על ידי findodort ב- 07/12/2006 21:45:12

shia550 » 8/12/2006 03:07

וואס איז א גוט ספר אויף ניקור הלכה למעשה וואס די היימישע מנקרים ניצען?

מלחמת_ה » 8/12/2006 05:17

עס זענען איבעריג די אלע פלפולים של הבל פון טראנטלאט, פון יוסףנפתלי, די לאנגע דרשות פון עבדעברי, און אוודאי פון דעם קליינעםקאפ. ווייל אויב מוז'ן מנקרים זיך פארהערין אויף זייער בקיאות און מומחיות און קריגען א "כתב קבלה", מיינט דאס: אז דארט וואו מ'נוצט א מנקר וואס (זיין ווייב גייט אינגאנצען אנגעשוירען, אבער ער) האט זיך נישט פארהערט אויף זיינע ידיעות בהלכות ניקור חלב ודם, מוז - על כרחך - ארויסקומען, כסדר, גרויסע מכשולות מתחת ידו. די "לעיבער" פרשה איז נאר א סיגנאל, וואס טוט אויפמערקען אז ס'איז דא פראבלעמען. און דערויף וועט נישט העלפען קיין ויכוחים. דאס איז א מציאות שאין לחלוק עליו. והא ראיה אז די מנקרים האבין געענפערט (ביי די ישיבת בי"ד יום א' תולדות) "על האסור מותר", עי' שו"ע יו"ד סימן א' סעיף ב'.

עבדעברי43 » 8/12/2006 07:46

צום אנהענגער פון באטורער רבס השגחה.

אזוי וויא דו האסט אליין מודה געווען ברבים אז דו ביסט אן אנהענגער פונעם באטורער רבס השגחה איז "הודאת בעל דין כמאה עדים"(ב"מ דף ג)  אז דו ביסט א עכטער נוגע בדבר(עבו"ז ג ועיין תוספות יבמות פרק הערל ריש דף עז). ממילא איז דיין מיינונג קיין מיינונג אין דעם ענין. שטעל דיך פאר אז איינער באלאנגט צו די וויליאמסבורגע סאטמארע פארטיי וועט ער ענדערש עסן די טשיקענס פון וויינלעד וואס מען פארקויפט דא אין 82 בוטשער חאטש ער ווייס הונדערט פראצענט אז די קרית יואל שחיטה איז בעסער. גייט דאס עהם נישט אהן. דאס זעלבע א קאשויער חסיד אדער תלמיד וואס וויל נישט עסן קיין בהמה פלייש פקודתו שמרה רוחי . וועט ממילא נישט עסן נאך אלע תיקונים (אפשר פון שור הבר יא אדער לעת עתה נישט) ממילא רעדט איך נאר צו די נייטראלע מענטשען וואס זענען נישט קיין אנהענגערס. און קיין נאכשלעפערס. אזוי וויא דער חשובער ניק "פון דא  דארט" האט  מיך מעורר געווען מיט זיינע דברי חיזוק (עיין בגמ' שבת הי' לך לעזרני מיד וכו'(שבת פט)) אז עס איז דא א סאך לייענערס וואס זענען אומפארטייאיש און ווילן ב"ה וויסן דעם אמת. . ממילא דאס וואס דער כורמיזא שרייבט אז אוי יו מיט בעלסקי זאל נאר זיין סעמי כשר.  הוא הדבר אשר דיברתי.  מיעל מארט מוז צושטעלען פלייש נישט נאר פאר אידען שומרי שבת נאר זיי מוזן אויך צושטעלען פאר מחללי שבת (נישט די וויליאמסבורג חסידישע מחללי שבת ח"ו) אין אלע סטעיטס. ווייל כשר ווילן זיי נאך יא עסן. ממילא אנשטאט מען זאל מאכען עטליכע דרגות אין כשרות .אזוי וויא ביי די מצות פון פסח. אדער ביי די אתרוגים . איז די פלייש פון מיעל מארט די זעלבע "לעוועל", "מדריגה" פארן פרומסטען איד פון סאטמאר בוטשער אדער פארן קוים א איד פון טשעטונאגא דזשארדזשיא. אדער דעווענפארט אייאווא . וכדומה. חאטש יענער דארף דאס נישט . נאר ווען עס גלוסט זיך עהם קען ער אריינגיין אין א טרייפענע רעסטוראנט קויפן טריפות רח"ל אדער ווען ער וויל קויפן פאר זיך אינדערהיים קען ער באשטיין צו קויפן כשרס. און פארשטייט זיך אז מיעל מארט קען דארט נישט רעכענען די זעלבע פרייז וויא אין וויליאמסבורג . בארא פארק . ווייל דעמאלס וועלען זיי עס נישט קויפן ווייל עס וועט מער נישט זיין ביי זיי דער כלל פון לא שביק התירא ואכיל איסורא(חולין ד)  
ממילא מוזן מיר ליידן און עסן פלייש (חלב מנהג) פון צלע י"ב אדער אויסזאלצן אונזערע פליישן צוזאמען מיטן "טענדערליין סטעיק" ווייל דאס איז מאסן פראדוקשאן פאר רבבות אידן. ..

זעהט אליין דא אין וויליאמסבורג איז דא שחיטה מתונה פאר עופות ביי מתתי קאהן אויף פלאשינג עווע. (דאס איז נישט קיין אדוועטייזמענט איך נעם נישט קיין אחריות אויפן כשרות) פאריגע וואך האט זיך דעם שוחט געדאכט אז ער האט געטראפן אפשר א פגימת הסכין . האט ער למפרע אוועגעווארפן 80 עופות. . און דאס איז א געוואלדיגער שאדן ביי א פרייועט בוטשער. אבער ביי א מאס פראדוקשאן איז קוים מעגליך צו האלטן קאפ און חשבון. אני הגבר בין דאך שוין געווען ביי די בהמה שחיטות און איך ווייס. וד"ל. יעדער ווער עס וויל קען אליין גיין זעהן. .
דאס וואס דער אנהענגער שרייבט אז רובשקין גראבט זיך א אייגענע גרוב.  נישט רובשקחן נאר יעדער איינער ווער עס וויל באגראבן דעם צוויטן באגראבט זיך (חופר גומץ יפל בה.(קהלת י)  ווער איז געלאפן צו רבי מאטעלע וויזניצער רבי און פארפירט מען זאל נישט קויפן "רובשקין"   ווער באטורער רב אדער הרב וויסמאנדל. אז מען וויל באגראבען יענעם זאגסטו דאך אליין אז מען באגראבט זיך
פארוואס דארף מען קאלען דעם רבי הלל וועגען באטורער קאל רבי הלל אויך וועגען רובשקין סופרים אפשר ועט ער זאגען אז עס איז כשר ו
נאר אויף דעם גלייבסטו עהם נישט אפשר ווייל ער איז א קאזין פאר הרב ווייסמאנדל.
נאך די פינסטערע פרשה פון "פינקל" וואס דער עולם איז געווען אזוי צובראכן מען האט זיך געקעלט צו עסן א שטיקל פלייש . און די סטאקס פון הרב ווייסמאנדל האבען זיך אביסעל געהויבן ווייל ער איז געווען דער הויפט מעורר קעגן פינקל.. איז געגאנגען דער באטורער רב נאך מער מש/וגע מאכן דעם מאנסיער עולם און פארדרייט רבי מאטעלעס קאפ . נו ווער וויל באגראבען וועמען.. הכר נא למי החותמת ולמי הפסילים... ונהפוך הוא
יעצט לגבי דיין אנגהערישקייט צום באטורער רב שליט"א . איך בין פונקט אזוי אנהענגער פון באטורער רב שליט"א וויא דו,  ער איז א אדם חשוב מאוד פון די חשובע רבנים פונעם נייעם דור. א ת"ח א ערענסטער מענטש. אדער לאמיר שוין זאגען אז ער איז באגלייבט אפילו ער באקומט געלט פון מייעל מארט (וואס דאס איז קעגען די תורה) אבער ער איז נישט באגלייבט צו זאגען אויף יענעם כמובן
.




תוקן על ידי allnewspic ב- 08/12/2006 19:58:52

עבדעברי43 » 8/12/2006 08:44

צום נאך פארבליבענעם איינציגער באטור אנהענגער ט. ל.

דאס ווערטל וואס דו ברנגסט נאך פונעם חכימא דיהודאי (לשונו של רב סענדר דייטש ראה"ק סאטמאר ז"ל) וואידיסלאווער רב ז"ל  אז "ליובאוויטש" איז דאס מערסטע ענדליך צו די אידישע רעליגיע. וויל איך מוסף זיין אויפן ווארט "ענדליך" . אז "מיעל מארט" שחיטה איז כמעט ענדליך צו די אמאליגע שחיטות אין דער אלטער היים אין יוראפ. (און בופרים-רובשקין . קענסטו זאגען ווואס דו ווילסט. אדער איז עס נישט ענדליך נאר ערגער.  אדער איז עס נישט ענדליך נאר בעסער.

תורת לאקשן אין ענייני השגחות האט מען געקענט פארקויפן. אין די נישט לאנגע פארגאנגענהייט ווילאנג מען האט נישט געקענט געוואיר ווערן אדער ווילאנד די פראוואדא און די טעראר מאשין האט פעסט און שטארק געארבעט  אבער אזוי וויא די וועלט זאגט "אזוי וויא עס גויישט זיך אזוי אידישט זיך להבדיל"  ממילא אזוי וויא אין רוסלאנד איז דאס קאמוניזם און טעראריזם צובאכען געווארן ב"ה האט זיך דאס אייז ביי אונדז אויך צובראכן.
עס קען שוין זיין חוץ דער איד אויך א בלאט מיט נאך צייטונגען. אפילו א הייד פארק. ווען דער "אפשאר רב" האט געגעבען א הכשר אויף "שנאללס מילך" האבען אלע יונגלעך יעדען טאג געשריגן דער "אפשאר שייגעץ" געט טרייפענע מילך. היינט אלע בעקערי פראדוקטן (ווילמארק) פון די התאחדות הרבנים האט די הכשר פון אפשער רבס זון .
קוק וואס דו שרייבסט אז הרב בנימין גרובער האט געטוישט משגיחים ביי "העולם טשיז"
קודם כל פון וויא נעמסטו דאס
צווייטענס צו וואס האט מען געדארפט טוישן משגיחים האסטו דען געגלייבט וואס מען פלעגט אונדז אייביג איינרעדען אז העולם נוצט ליובאוויטשע משגיחים. דער בעה"ב פון "העולם טשיז" איז דאך גאר א ליטווישער איד וואס איז גאר קעגען ליובאוויטש.. אפשר איז אייביג געווען גוטע חשובע משגיחים. .

וואס מיינסטו ווער איז משגיח ביי מהדרין  מילכעדיגע פראדוקטן "דער ראש המשגיחים אין באפעלו ניו יארק איז דאך "הרב וואכטעל" א עכטער ליובאווויטשער חסיד)  און ווער איז משגיח אין וויסקאנסין . אויך א ליובאוויטשער (י.א.) און ווער איז משגיח ביי גאלדן פלאו און ווער איז משגיח אין איטעקע נוא יארק (הרב שלמה זלמן מ.)  און פערצופאל נישט ביי העולם . און אפילו נישט וואס ווערט געמאכט ביי "מעל-בעיטשיק" נאר אונדז האט מען אלעמאל איינגערעדט אז עס איז טריפה (נישט היימיש) וכדומה.. איך האב נישט קיין אינטערעסט מען זאל קויפן רובשקין . איך וויל דיך און דיין גלייכן אויפקלערען דעם ריינעם הייליגען אמת ווייל איך וויל בעזרת החונן לאדם דעת ענק אויסזאגען דעם אמת .  (ליידער טאר איך נישט און קען נישט אלעס ארויסשרייבען פונקטליך בפרטיות ווייל עס וועט ווערן א שרעקליכע איבערקערעניש . אבער איך עפען ענק אביסעל די אויגן . ישמע חכם ויוסף לקח)
דו באטור אנהענגער מיינסט איך האב עפעס קעגען דיר . ח"ו איך ווייס אז דו ביסט נישט באקאנט. וועןן דו וואלסט געוויסט אחת מני אלף וואס איך קען דיר זאגען וואלסטו אויך אזוי געהאלטן וויא איך.

(פאר עס איז געווען די פיקטשע ביכל "כל העולם כולו" האבען די קינדער געפרעגט אויב דער גערער רבי גייט אין א קאפל . און אויב דער סאדיגורער האט א בארד)  ביזט דאס נישט משיג און דו קענסט עס נישטאמאל גלייבן . איך פארשטיי דיך. ביזט געבוירן נאכן טעראר.
פערצופאל איז "העולם טשיז" גוט געווען ביז יעצט אויך (אמאל אמאל ווען עס האט אויסגעפעלט ביי די היימישע פיצא סטארס אין וויליאמסבורג האט עס די התאחדות געלאזט נוצען באהאלטענערהייט)
נאר היינט האט מען שוין אראפגעלייגט די האק אזוי וויא מען האט שוין אנגעהויבן נוצען אין "סאטמאר" "ניו סקווער" מילך.

עבדעברי43 » 8/12/2006 09:22

נאך א דוגמא ידידי אהובי (איך ווייס נישט אין וועלכען חדר דו האסט געלערנט)  אבער אין אלע חדרים און מיידל סקולסוואס זענען געווען נכנע אונטער סאטמאר .פלעגט מען אהיימשיקן צעטלעך צו די עלטערן פון די קינדער אז אלע נאש פון די פירמא "פאשקעס" איז טריפה (נישט כשר)  סיי ווען עס האט געהאט די השגחה פונעם גרויסווארדיינער רב ז"ל . און להבדיל בין חיים לחיים די הכשר פונעם אודוואריער דיין שליט"א (איך האב נאך די צעטלעך) . און מען פלעגט דאס דארשענען ברבים. 
און ווען דער אודוואריער דיין האט שוין מער נישט געוואלט ארומפארן בכל קצוי תבל. צו זיין יעדע וואך אין א אנדערע סטעיט אין די מרחקים מקצה יונייטעד סטעיטס עד קצהו. האט ער איבערגעבען  די השגחה אויף אלע צענדליגע פאשקעס פראדוקטן פאר הרב בנימין גרובער. און באותו רגע איז דער פולער ריזיגער "וועירהאוז" פון "פאשקעס" אויף פירסט עווע. ברוקלין יצ"ו וואס דארט איז געליגען טויזענטער באקסעס מיט אלע מיני נאש וואס יעדעס איינע ווערט געמאכט אויף א אנדער פלאץ אנגעהויבן פון טשיקאגא. און מיניאפלאס. און טולסא אקלאהאמא און טעקסאס. ביז סען פרעסיסקא. . סען חאזע. לאס אנדזשעלעס. טאראנטא קענעדע. אלעס געווארן אין איין רגע כשר מען האט אלע באקסעס אראפגעזיגעלט מיטן זיגל פון בנימין גרובער דומ"ץ התאחדות הרבנים.(געהערט פונעם משגיח הראשי פונעם אודוואריער דיין שליט"א וואס ער איז דארטן געווען צוזאמען מיטן דיין בשעת מעשה.) (בדרך אגב קענסטו פרעגן דעם בעה"ב פון "פרימא ספייסעס" טאמער ער וועט דיר ווילן דערציילן. אז באותו רגע ווען ער האט געגעבען פאר בנימין גרובער דעם ערשטען טשעק פאר די השגחה. האט ער געמעגט ארויפקלעבען "סטיקערס " אויף אלע ספייסעס. וואס זיי ווערן אימפארטירט פון די מזרח לענדער דורך פארשידענע דיוסטריביוטארס. ( נאר דער אמת איז אז פאשקעס איז געווען פאר דעם פונקט אזוי כשר. און אפשר נאך בעסער. דאס "זעלבע פרימא ספייסעס" אזוי אויך העולם און ניו סקווער מילך.

אלזא מיין טייערער פריינט ווילסטו טאקע אמתדיג אז מיעל מארט זאל זיין "טאפ אף די מארקעט" דאס בעסטע. (נישט וויא די וואס ווילן סתם באגראבן )  און ווילסטו טאקע אז סופרים-רובשקין זאל ווערן טריפה ביי יעדען און יעדער זאל מודה זיין און שווערןאז מען נוצט ליובאוויטשער שוחטים מיט ווייבער מיט אייגענע האר ח"ו. דעמאלס האסטו איין עצה נכונה

אנשטאט מיעל מארטזאל שטאפן די ניקים אויף היידפארק מיט געלט(וואס דאס איז אויך א שקר מוחלט וויא אלע ליגענטס) זאל מיעל מארט געבען א "פעטען טשעק" פארן מנהל פון התאחדות הרבנים און מסכים זיין צוצולייגען דעם חותם פון די התאחדות צום באטורער הכשר . און באותו רגע ווען דער זיגל פון די התאחדות וועט צוגעלייגט ווערן אויף די באקסעס פון מיעל מארט פלייש. וועט אלעס למפרע ווערן כשר אפילו די פליישן וואס ליגן שוין ביי יעדען אינדערהיים אין פריזער. און אפילו די געקאכטע פליישן וואס זענען שוין אין די קענס .  און נאך מער "קיינער קיינער וועט זיך נישט דערוואגען צו מאכן א "ערעור" ווייל די גאנצע אפאראט וועט ארבעטין קעגען עהם (אזוי וויא עס איז אמאל געווען איינער א חשובער רב(חכימא דיהודאי) האט פרובירט מעורר זיין קעגען די פסחדיגע צוקער פון די התאחדות)  עס וועט אפילו אפשר ארויסקומען א בריוו צו הילף פונעם ביד"צ  פון די עדה החרדית אין ירושלים עיה"ק תובב"א מחזק זיין די זאך אזוי וויא אונדזער בי"ד האט יעצט מחזק געווען די עדה החרדית ביי די מערכה קעגן דעם דרוקער "קלצקין" דער רשע מרושע וואס האט א חוצפה (א איד מיט א ברייטען ביבער היט מיט לאנגע פאות ) צו האבען אן אייגענעם דרוק . און לאזט זיך נישט שמייסן.  דעמאלס וועט נישט העלפען די גרויסע געלטער וואס "עבדעברי" באקומט פון רובשקין.
ווייל עבדעברי וועט אין איין רגע הייסן א אפיקורס. ער איז דאך מחולק מיטן די גאנצע התאחדות (א פולער באס מיט 60 70 רבנים) און ווער עס וועט אפילו לייענען זיינע דרשות וועט אויך הייסן א אפיקורס. און דער וואס אפילו "קלערען" אדער "טראכטן" אנדערש איז אויך א אפיקורס.
און סופרים-רובשקין וועט זיך מוזן פארמאכן  ווייל די התאחדות וועט רודפן יעדען געשעפט וואס וועט דערוואגען אריינצונעמען סופרים . און דער אנדרייער וועט ארגאנאזירן "פרעטעסטן" ביי דעם געשעפט אזוי וויא  ביי "גל-פז" והיתה למיעל מארט המלוכה . און מען וועט מער נישט דארפן אנקומען צו דיין אנגעהערשאפט צו מיעל מארט. נאר אפילו דו וועסט וועלן ארבעטין דערקעגען וועט שוין נישט העלפן

געדענקסט נאך ווען שב.. ווינשטאק ע"ה פון מיעל מארט איז אריינגעקומען אין פלענט אין מעספעט און געזאגט אז מען אויפגעזאגט דעם באטור. נאכדעם האט עהם דער רבי דער ברך משה געווארענט אז ער נעמט נישט צוריק דעם באטורער וועט מען עהם אסרן.  על אחת כמה וכמה ווען עס וועט האבען די התאחדות צוזאמען מיטן באטורער וועט עס זיין דאס בעסטע כלשונך.

אבל הסך הכל דער פאקט איז אזוי וויא דער  איד החשוב מאוד נעלה "פון דא דארט" ברענגט פון מיר אז צוויי רבנים זאלן גיין אין ביידע פלעצער און ארויסגעבען א פרטי כל דעמאלס וועט דער אמת נתגלה ווערן.
ויה"ר שיתן השי"ת בלבנו שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם ושנדבר כל אחד את חבירו בדרך הישר והרצוי לפניך ואך יעלה בלבנו שום שנאה מאחד על חברו חלילה ותחזק התקשרותנו באהבה אליך כאשר גלוי וידוע לפניך שיהא הכל נחת רוח אליך  וזה עיקר כוונתינו

עבדעברי43 » 8/12/2006 09:36

די ציונים האבען אמאל ארגאנאזירט א גרופע אפגעפארענע בחורים צו פארן קיין "אוישוויץ" ווען מען איז אנגעקומען צום  פלאץ פונעם "גאז קאמער" האט דער מדריך (דער פירער פון די אפגעפארענע בחורים) געזאגט פאר זיי אז אויף דעם פלאץ האבען די נאציס ימ"ש יעדען טאג פארברענט און דערשטיקט 18 טויזענט אידען בשנות תש"ד. אנשים ונשים וטף ל"ע. דא אויף דעם פלאץ זענען די היילי גע נשמות פון יונג און אלט ארויפגעגאנגען צום כסא הכבוד. יעדער איז געבליבן געפלעפט. . ווען די חברה זענען ארויס . איז איין בחור געבליבען דארט זיך אומקוקען האט ער געטראפו א "קליין צעטל" וואס א לעלובער חסיד האט דארט איבערגעלאזט דאס איז געווען . דיי הייליגע פארכטיגע תפילה פונעם הייליגען רבין רב אלימלך פון ליזענסק זי"ע . האט עס דער ציוניסטישער בחור געלייענט . און געזעהן אז דער היילגער רבי רב אלימלך גיסט זיך אויס דאס הארץ פארן מלך מלכי המלכים מיט אזאלכע רירענדע ווערטער. וואס איך האב פריער געברענגט "שנראה כל אחד מעלת חברינו וכו' ותחזק התקשרותינו אליך באהבה  וכו' שיהא הכל נחת רוח לפניך. דער בחור איז אזוי בארירט געווארן און ער האט זיך מקבל געווען  אז ער גייט זוכן וויאזוי מען ווערט ערליך און מען קען זיך מדבק זיין אין הייליגען  לעבעדיגן באשעפער אונזער געטרייער טאטע זיסער אין הימעל. . און ער איז צוריק געפארן קיין ארץ ישראל און געווארן א בעל תשובה און ער האט אויפגעשטעלט א שיין דור יראים ושלימים . פון אייןן ווארט פונעם הייליגען רבין רב אלימלך זי"ע ועל כל ישראל אמן

גביר_אדיר » 8/12/2006 09:42

איך וויל דא אויסדרוקען א אויסטערלישן שכוח פאר הרב עבד עברי, איך רוף דיך אן עבד ה'. שפתים ישק משיב דברים נכוחים. (איך וויל נישט מאריך זיין מיט דעם).

איך האב דאך געוואלט שרייבן בערך די זעלבע זאכן נאר איך בין זיך שוין מוצא מיט דיך.

איך שרייב דא אויף אפאר זאכן פון עטליכע מגיבים אן קיין געהעריגן סדר

אוי געדענק איך נאך אז דער קלויזענבורגער פלעגט רייטן אויף א פערד יעדן שבת, און נאך אזעלכע שטותים. וגו' וכו'.

צו פארשטיין אביסל דעם מהלך פון באטור- מיל מארט, דארף מען נאר אפלייענען דא די תגובות פון קליינעם קאפ. (עס וועט נישט שאטן זיך אונטער צוהאלטן מיט די תגובות פון די אנדערע מילמארט ארבעטער און העלפער דא, אבער עס איז גענוג די פון מחקטן)

און אצינד לאמיך פארשטיין, אפאר וואכן צוריק ווען עס האט זיך געמאכט אן איינמאליגן פראבלעם ביי התאחדות טוירקי, אין מאנטריאל האט דער באטערער געמאכט א שטינק דערפון אן איינמעלדן פאר התאחדות דערפון, - כאטש אפילו ווען זיי האבן געהערט דערפון האבן זיי תיכף מודה געווען, און געטוישט דעם סיסטעם כדי עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל - איז וואס איז די טענה יעצט אז מען האט עם נישט גערופון קודם. כאטש אפילו מען האט עם גערופן צו די ערשטע אסיפה ביי התאחדות, נאר ער האט געשיקט מ.ר. אנשטאט.

יעצט אזוי ווי איך זע, האבן דעם באטערערס מענטשן דא אויפן פארק זייער שווער געארבעט צו פארוואנדלען די גאנצע פרשה אין א באטור-ווייסמאנדל, מילמארט-רובאשקין קאמף, ביז עס איז זיי טאקע געלונגען, וועל איך אויך אריינגיין אביסל אין דעם ענין.

דערנאך לאמיך פארשטיין, דער באטערער איז געלאפן צום וויזניצער רבי - צוזאמען מיט אן אנדערן רב וואס מען האט אמאל ארויסגעווארפן פון רובאשקין - און פארקויפט שקרים אקעגן רובאשקין מיט ווייסמאנדל, בשעת ווייסמאנדל איז נישט ארום געלאפן צו קיין רבנים האקן אויף באטור, דערווייל האט ער צוריק געכאפט אין פנים אריין אזוי ווי ס'שטייט אין משנה אבות. ממילא מוזן זיינע חסידים דא זאגן אז עס שמייסט צוריק אין פנים פאר דעם באטערערס קעגנער'ס.

רובאשקין האט טאקע לובאוויטשער שוחטים, און אויך משיחיסטן, אבער ער וואלט געקענט זייער שנעל האבן א חסידישע הכשר, טאקע פון דעם וואלאווער רב, (יא ער איז גרייט געווען עם צו געבן א הכשר אויף דעם רובאשקין ברענד), אויב וואלט ער זיי אוועק געשיקט און אריין גענומען נאר "היימישע שוחטים", און ער האט עס נישט געוואלט טון, ער האט נישט געוואלט מקפח זיין זייער פרנסה, דאס הייסט ביי מיר ערליכקייט, - אנדערש ווי ביי מיל מארט כידוע ליודעים. און למעשה האט טאקע ווייסמאנדל גענומען נאר "היימישע" שוחטים און משגיחים, און די חבדסקער זענען געבליבן מיט זייערע פרנסות ביי רובאשקין.

אוי איז דאס אלעס אמת, די טעראר, איך האב זיך אלעמאל געוואונדערט פארוואס מען דארף איינשפאנען די גאנצע חסידות מיט די גאנצע פאליטיק אין א שלייער פון קדושה זיך אנצונעמען פאר א פאר יחידים, ווי מיל מארט אדער גאלדען פלאי - מהדרין, ביז איך האב אמאל געזען אין דער איד, ווען מיסיס וויינשטאן איז נפטר געוווארן, און מען האט איר באשריבן, איז געשטאנען דארט אז אין די בראשית יארן ווען עס איז נאך געווען א דחקות ביים רבי'ן אין שטוב, פלעגט די מיסיס וויינשטאק יעדע וואך ברענגען א טשעק פאר די רביצן, אויב אזוי פארשטיי איך שוין, ווייל די שטוב מענטשן (קרי די אינשי דלא מעלי, כלשונו הק' פון בעל ברך משה ז"ל) האבן אויך געמאכט שבת פון די טשעק, אויב אזוי מוז מען טאקע איינשפאנען די גאנצע אפאראט לטובת זייער קאמפאני מיל מארט.

המשך יבא בלי"נ

גביר_אדיר » 8/12/2006 09:59

אוי עבד עבד, איך האב מורא אז אפילו רובאשקין האט נישט גענוג געלט דיר צו באצאלן, אוי שרייבסטו גוט.

איך האב זיך טאקע געחידושט אויף די דריי רבנים פון ב.פ. וואס זענען געגאנגען צום באטערער און גהייסן מאכן תיקונים, - און ער האט טאקע מסכים געווען אויף אלעם (אוודאי אפילו תיקונים, נאר ענדיגטס שוין מיט די פרשה) און זיי טראסטן טאקע עם מיטן מאכן - און אנהאלטן - די אלע תיקונים, אפילו צוויי יאר נאך וואס מען וועט שוין פארגעסן פון די פרשה.

איך האב אמאל גהערט א מעשה אויף איינעם פון די גדולי אונגארן (איך געדענק שוין נישט ווער) ווען ער איז געווארן רב אין א גרויסע שטאט, און ער האט געזען וויפיל קצבים ס'זענען דא דארט האט ער מורא באקומען מי יוכל לעמוד בכל אלה, סך הכל איז ער נאר איין מענטש, האט ער גערופן די אלע קצבים צו זיך, יעדן עקסטער און האט זיי געזאגט, זאלסט וויסן אז יענער קצב רעדט אויף דיר כל דבר אסור, און אזוי האט ער געזאגט פאר אלע קצבים ביז ער האט אנגעמאכט אן ערנסטן מחלוקה צווישן אלע קצבים, דערנאך האט ער זיך אנגערופן, יעצט וועל איך שוין קענען שלאפן רוהיג.

היוצא לנו מזה, אז קאמפעטישן ברענגט תיקונים אין כשרות, יא אפילו קאמפעטישן צווישן רבנים און די אלע קאמפאניס וואלטן געמעגט האבן מער ווי איין רב וואס זאל געבן א הכשר, נישט אלע צוזאמען נאר יעדער עקסטער, ויכה יוסי את יוסי. זיי וועלן שוין מאכן זיכער צו טרעפן פראבלעמען ביי דעם אנדערן רב, אזוי וועט יעדער מוזן זיכער מאכן עס זאל זיין וואס בעסער.

גביר_אדיר » 8/12/2006 10:09

איך האב לעצטענס גערעדט מיט דעם קעיטערער פון דעם גרויסן זאל עטריום אין מאנסי, און איך האב עם געפרעגט צו זייט די פינקל פרשה עסן מענטשן ווייניגער פלייש ביי חתונות. ענטפערט ער מיר, מען האקט אויף אלע באקן, פונקט ווי פריער,

וואס איך האב געזען פון דעם איז, אז דער עולם איז גרייט תשובה צו טאן, און אפילו פאסטן איין טאג, נישט געפערליך מען קען עס נאך אראפשלינגען, אבער זיך צוריק האלטן פון עסן פלייש, דאס שוין נישט. ווי זאגט מען, עס איז גרינגער צו שטארבן אויף קידוש ה' ווי צו לעבן אויף קידוש ה', ווייל שטארבן קען מען נאר איינמאל, אבער לעבן דאס געדויערט אסאך צייט, און עס איז צו שווער.

און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מען וועט ווייטער קויפן מילמארט פלייש, נישט ווייל די אידענעס בעטן עס, און נישט וועגן כשרות. נאר ווייל דער עולם וויל פשוט עסן פלייש, גוטע סטעיק, וכדומה. און מיל מארט שטעלט דאס צו, און רוב זאלן האבן דעם הכשר פון דעם באטערער, און מען לאזט נאר דאס אריין. ממילא וועט מען טאקע ווייטער עסן.

אכלתי ואוכל עוד.

ויאכלו ענווים ויסבאו. (איך האב גע'גנב'ט דעם ספעלינג פון איינעם דא אויפן פארק, יישר כח עס איז זייער אמת)

יוסף_נפתלי » 8/12/2006 17:59

עבד עברי,
הוידל בוידל  ממילא איז דער באטורער רב א טעראריסט וואס זיכט צו טעראריזירען,
סאיז הויל שקר אז ווייסמאנדל האט באצאלט פאר א עבד עברי אזוי אראפצורייסען דעם באטורער,

וואס זאל איך דיר זאגען די רעדסט און די רעדסט אהן א שיעור אהן קיין מסקנות.

ווייל ר' א.ד.ט. ע"ה האט טעראריזירט קלויזענבארג וואס גראדע געדענק איך דעס אלעס ווייל איך האב דעס אלעס מיטגעלעבט,
און ווייל ר' בנימין גראבער האט געזאגט פאר א טשעק אז גאנץ פאשקעס איז כשר
און מארגען גייט קליינס אייזקריעם באצאהלען א טשעק פאר התאחדות און זיי גייען שוין אויך גיין אין די שיטה
איז וועגען דעם נישטא קיין משיחיסטישע שוחטים ביי ראבאשקין.

די לייקענסט שמש בצהרים.

יא די איינציגסטע פראבלעם ביי ראבאשקין זענען די שוחטים.
יא זיי האבען אסאך א בעסערען סיסטעם ווי מיעל מארט.
אבער וואס זאל איך טאן אז און שו"ע ווערט געפסקנ'ט אז א שוחט מוז זיין א יר"ש מרבים, א שוחט וואס איז א משיחיסט איז א כופר בביאת הגואל.
דעס וואס די זאגסט אז סופרים ניצט נישט די שוחטים לויט ווי איך האב געהערט פון איינע פון די שוחטים דארט, 
איז סופרים דערווייל א ברענד נאמען און מען
ניצט די זעלבע שוחטים פאר יעדען.

דעס אז התאחדות וויל איבער נעמען קאנטראל אויף די שחיטה היא הדבר אשר דברתי בין איך אייניג מיט דיר

די שרייבסט אזוי
"ווער איז געלאפן צו רבי מאטעלע וויזניצער רבי און פארפירט מען זאל נישט קויפן "רובשקין"   ווער באטורער רב אדער הרב וויסמאנדל. אז מען וויל באגראבען יענעם זאגסטו דאך אליין אז מען באגראבט זיך"
איך האב פאר דיר נייעס וויזניץ ניצט נישט קיין רובאשקין פלייש ס'איז
שקר מוחלט
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט זיינע אייגענע שוחטים תחת פיקוחו פון הרב שטיינמעץ מו"ץ בוויזניץ און זיי שחטן ביי רובאשקין פלענט
ס'האט אפאר סיבות און איינע פון די סיבות איז ווייל הרב שטיינמעץ מיט הרב ווייסמאנדעל מיט הרב שפיגעל זענען אלע דריי נאנטע ידידים און דארט האט ער געקענט באקומען אלעס וואס ער האט געוואלט.

בעצם אז מ'דארף האבען א אןמפארטייאישען בי"ד לעניני כשרות
תחזקנה ידיהן פאר דע וואס קענען דאס דורך פירען

תוקן על ידי - יוסף_נפתלי - 08/12/2006 18:02:17

_________________

יוסף_נפתלי » 8/12/2006 18:28

עבד עברי,
א זייטיגע הארה
ווען די בעטסט ברך עלינו מעגסטו יענעם אויך אינזינען האבען המתפלל בעד חברו והוא צריך לאותו דבר,
און ווען די זאגסט די תפילה פון רבין ר' אלימלך זי"ע מעגסטו דיך אויך אינזינען האבען.

גביר אדיר,
די שרייבסט
"איך האב לעצטענס גערעדט מיט דעם קעיטערער פון דעם גרויסן זאל עטריום אין מאנסי, און איך האב עם געפרעגט צו זייט די פינקל פרשה עסן מענטשן ווייניגער פלייש ביי חתונות. ענטפערט ער מיר, מען האקט אויף אלע באקן, פונקט ווי פריער,

וואס איך האב געזען פון דעם איז, אז דער עולם איז גרייט תשובה צו טאן, און אפילו פאסטן איין טאג, נישט געפערליך מען קען עס נאך אראפשלינגען, אבער זיך צוריק האלטן פון עסן פלייש, דאס שוין נישט. ווי זאגט מען, עס איז גרינגער צו שטארבן אויף קידוש ה' ווי צו לעבן אויף קידוש ה', ווייל שטארבן קען מען נאר איינמאל, אבער לעבן דאס געדויערט אסאך צייט, און עס איז צו שווער.
 "

נא דיר [בילד – נישט אפגעהיט]  פאר דיינע טייערע ווערטער
שפתים יושק די ווייסט גארנישט ווי גוט די זאגסט 

דא אין בארא פארק האט זיך אפגעשפילט אפאר וואכען צוריק א מעשה מיט א גראסערי וואס האט פארקויפט אליין איבערגעפאקטע פלייש אהן קיין השגחה און ער האט ניטאמאהל געפונען פאר וויכטיג ארויפצושרייבען אויף די פלייש דאס ווארט כשר, יא איהר הערט גוט ס'איז נישט געשטאנען אויף דעם פלייש כשר, און חסידישע אינגעלייט מיט שיך און זאקען האבען געקויפט די פלייש.
לא יאומן כי יסופר אבער א מציאות.

עוד_ישמע » 8/12/2006 18:52

עבדעברי43: אמת, ס'איז א גרויסע "תעודת עניות" פאר'ן באטערער, אז הרב בעלסקי, וואס געבט א הכשר אויף חלב עכו"ם (היינטיגע צייטן חלב טריפה מדאורייתא) בישול עכו"ם. פת עכו"ם. גילוח הזקן. גט מעושה (חשש אשת איש מדאורייתא) קומט עדות זאגען צוזאמען מיטן באטור רב.

 

פונדעסוועגן, לאמיר נישט איבערטרייבען. די אלע עוולות וואס איר רעכענט דא אויס, איז נאר א בעווייז אז דער רב בעלסקי איז א ריכטיגער אמעריקאנער ראביי, אבער דערמיט ווערט ער נאך נישט "פסול לעדות" צו קענען באשטעטיגען א "מציאות" צו איז עס חלב אדער שומן בעלמא.

 

דער פראבלעם מיט דעם רב בעלסקי, איז גאר אן אנדערער, גאר א קאמפלעצירטער. אז דמיון מיט מציאות (ריאלעטי) זענען משמש ביי עם בערבוביא. זיין "כח הדמיון" איז אין לשער, אז עס וועגט איבער די "מציאות".

 

דעם דיאגנאז אויף דעם בעלסקי'ן איז נישט מיינער. איך בין נישט קיין סייקאיעטריסט און אפילו נישט קיין סייקאלעדזשיט. דאס שרייבט איינער פון גאר חשוב'ע ליטווישער רבנים ה"ה הרה"ג רבי אלי' פסח ראמינק שליט"א, א געוועזנע ראש ישיבה פון "חיים בערלין", וואס איז ידוע ומפורסם בעולם התורה, וואו מ'רעכענט זיך שטארק מיט זיין שיקול הדעת.  

 

אט דעם דיאגנאז איז נישט מפי השמועה משמו, נאר מפי כתבו, פון א בריעוו וואס ער האט געשריבען קיין ירושלים צום ליטווישען פוסק הדור רב אלישיב י"ב אייר תשנ"ח לפ"ק, וז"ל:

       

 

"לכבוד מורנו ורבנו פאר הדור והדרו.... בענין הגט שקבלה.... על ידי כפיה... אני הייתי חבר בבי"ד זה יחד עם הרב ישראל בעלסקי הרב אריה רלב"ג...אחרי כן הסתלקתי מן הבי"ד... שהייתי משוכנע שאין שום בסיס עפ"י הלכה לכפיה, והגט שנערך ע"י כפיה הוי גט מעושה והאשה... אסורה להינשא... בענין התשובה ששלח הרב ישראל בעלסקי להגנה על הפסק דכפיה, נזדעזעתי לקרוא את התשובה שיש בו שינוי המציאות, ייצור של הגדת עדות, וגילוי כח הדמיון שלו... האמת ניתן להאמר שהרב בעלסקי זייף את כל המציאות ואת כל הגדת עדות...  הכח הדמיון של הרב בעלסקי היה שולט לייצור פסק שלא היה ולא נברא... החותם לכבוד התורה בהוקרה והערצה אלי' פסח ראמינק מ'[לפנים] ר"מ רבי חיים ברלין כעת רב בפאר ראקאוויי".

 

מיט דעם ביטערען דיאגנאז, פאלען אוועק אלע קשיות וואס בתחילה האט דער בעלסקי געזאגט אז ס'איז חלב דאורייתא, און שפעטער (אין זיין בריעוו) איז עס נהפך געווארען פאר שומן בעלמא "אין שום שמץ של חלב כלל", און ווידער אין זיין שיעור איז עס צוריק געווארען "עפיס" חלב דאורייתא, אבער דער גאנצער שולד איז נאר דאס "מעסער", ונהפוך ונהפוך, אשר ישלטו שינוי המציאות וכח הדמיון לייצור פסק שלא היה ולא נברא...

 

ליידער ליידער, אזא פנים האבין האט עס, זייט דער באטערער האט זיך "משדך" געווען מיט דעם בעלסק'ין מיט זיין מיאוס'ער מערכה קעגען די היימישע גאר-חשוב'ע בעלי הוראה, צו דערשטיקען זייער חוות דעת אין די פרשת העירוב כידוע.

 

עס איז נישט קיין סוד אז זעקס און צוואנציג יאר צוריק לערך, איז דער בעלסקי געווען דער "חתימות קאלעקטור" קעגען דעם עירוב  (צוזאמען מיט מרדכי טנדלר און משה ווסמאן), און שוין דענסמאל האט ער גענוצט זיינע אויבענערמאנטע כשרונות "לזייף את כל המציאות" מיט שקרים וסילופים שונים ומשונים, כדי אריינצוכאפען היימישע רבנים צו חתמ'נען אויפ'ן "קול קורא" הידוע.

 

ס'איז נאכנישט פורים, אבער דער "ונהפוך הוא" איז פלאי פלאים וחיישינן לגומלין. פאר בעלסקי לוינט זיך כסדר צו פאברעצירען אז "דער סאטמער רוב האט געהאלטען אז ברוקלין איז א רשות הרבים דאורייתא", און דער באטערער רב היימישע שחיטה פארלאזט זיך אויף בעלסקי'ס "יאכלו ענוים וישבעו" - והא ראיה אז דער בעלסקי שרייבט "בכתב ידו" אז "ער אליין" עסט אויך דער באטערערס פלייש...

 

אגיטען פורים.                 

 

עוד_ישמע » 8/12/2006 19:06

ס'האט מיר איצט געזאגט א איד א חכם, אז מ'זעהט בחוש, אז אפילו אז ר' הלל וויינבערגער האט געווארפן א מילך-קעסטעל אויפ'ן באטערער - מוז מען זיך צוליב דעם נאכנישט גט'ן...

מלחמת_ה » 8/12/2006 19:36

עודישמע, כ'מיין אז די ביסט נישט מדייק בלישנא פונעם בעל השמועה. מסתם האט דער חכם אזוי געזאגט:  

 

מ'זעהט בחוש, אז אפילו אז ר' הלל וויינבערגער האט געווארפן א "מילך"-קעסטעל אויפ'ן באטערער'ס "פלייש" - מוז מען זיך צוליב דעם נאכנישט גט'ן...

kleinekup » 8/12/2006 19:47


די לאנגע מגילות רבוש"ע

פנים אל פנים וואלט איך דיר ווען געענטפערט.  דא אויפן פארק

האסטו מיך געמאכט אויפגעבן.

הוילע דעמאגאגיע . און פוסטע פאנטאזיעס פון א באצאלטן מענטש
האב איך נישט קיין נערווען צו ווינטשאבלען

ענדזשוי יארסעלוו 

גביר_אדיר » 8/12/2006 20:14

יוסף נפתלי. עס איז טאקע א גרויסע בושה צו קויפן אזוי אן קיין שום לעיבל. די שאלה איז נאר צי אויב די וועלכע האבן געקויפט, האבן מברר געווען וואס זיי קויפן, אדער נישט, פארגעס נישט גאלדען פלאו מילך האט נישט קיין שום הכשר אויף'ן באטל, און אויך נישט קיין אויפשריפט כשר, נאר מען קען שוין דעם קאמפאני. אבער דאך זאגסטו א שטארקן פוינט, בפרט היינטיגע צייטן.

דרך אגב, האב איך אלעמאל גהאלטן פאר א עוולה וואס עס איז נישט דא קיין שום הכשר אויפן גאלדען פלאו באטל

גביר_אדיר » 8/12/2006 20:24

יוסף נפתלי, איך שרייב שוין אין מיין תגובה, און איך האלט טאקע אזוי, דער סיסטעם ביי רובאשקין איז בעסער, אבער ער האט שוחטים משיחיסטן וכו' (עיי' אין מיין פריערדיגע תגובה) אבער סופרים האט נאר אייגענע "היימישע שוחטים", איך ווייס דאס בבירור.
וויזניץ האט נישט קיין אייגענע שוחטים, רב שטיינמעץ'ס שחיטה דארט איז אסאך קלענער פון רב ווייסמאנדל'ס, און שטיימעץ ניצט ווייסמאנדלס שוחטים, פאר ווייסמנדל איז דארט געווען האט ער געניצט מארגערעטען'ס שוחטים.
בד"וו וויזניצער רבי האט אראפגעשיקט שליחים דארט, און זיי אנגעזאגט אויף וואס זיך אומצוקוקן, אן דעם וואס מען זאל וויסן אויף וואס זיי קוקן. און זיי זעננן געווען זייער צופרידן. ועל סמך זה לאזט רבי מאטעלע ווייטער עסן שטיימנעץ'ס שחיטה און ווייסמאנדל'ס שחיטה

יוסקעלע » 8/12/2006 20:31

איז א משיחיסטישע שוחט שחיטתו נבילה? איז שחיטה פון א בני יואל נבילה? איז שחיטה פון א ליטוואק נבילה? איז שחיטה פון א נבילה (ת"ח שאין בו דעת) בעסער? רעדן מיר דא צו משוגעים?

trant_lott » 8/12/2006 20:37

 

אחרי כיכלות הכל, נאך וואכען אינוועסטן אין PR אראפציריסען דעם נירבאטעור  
נאכן אינטערריקען א שטיקעל לעבער פין א אנדערע פלענט מיט חלב דערויף אין זאגען אז עס קימיט פין מיעל מארט
{זייער אסאך מענטשן האלטן אז די ערשטע לעבער איז קיינמאל נישט געקימען פין מיעל מארט, בפרט אלע רבנים וואס מען האט געוויזן די היידפארק פרינטס, ווי אזוי רובאשקין חברה, טרייבערן דעם נירבאטעור, האבן זייער אסאך געזאגט, אז עס איז גאר א גרויסע ספק פין ווי די ערשטע שטיקל לעבער קימט, כידוע איז קיינמאל נישט אויפגעוויזן פין ווי די לעבער קימט, שטערן האט עס געענפענט ביי זיך אינדערהיים,}

איז אינטערסאנט צי זען וואס עס בלייבט, א סך הכל
מיין סך הכל איז, אז רובאשקין האט גארנישט אויפגעוויזן אז ער איז אויך גיט,ער האט נישט אויפגעוויזן  אז ער איז פינקט אזוי גיט ווי מיעל מארט
איך זאג נישט ח"ו אז ער איז עפעס שלעכט, נאר די קאמפיין האט אים גארנישט געהאלפן, נישט מיטן ווארפן שמיץ קעגן די קאמפיטישען ווערט מען גיט, פינטל
ער איז נישט גרייט צי טוישן זיינע ליבאוויטשע שוחטים וואס ער האט פאר ביליגער, ווייל זיי האבן זיך אהינגעצויגען דארט אין אהייא
רובאשקין וועט אי"ה ווייטער בלייבען די גאר גיטע שחיטה פאר אלע נישט היימישע וואס ווילן צאלן ביליגער אין זיכען נישט צי קויפן די טייערע פראדאקטן וואס מיר היימישע זענענן מקפיד
אין מיר היימישע וועלן ווייטער בלייבען מיט די גאר מהדור'דיגע שחיטה פין נירבאטעור, וואס איז ספציעל דיזיינט פאר אונז היימישע אידן יראים ושלמים, ווי בי"ד הגדול שבירשולים אינאיינעם מיט רבני התאחדות האבן אראפגעשטעלט די יסודות תשמ"ג

טאמער וויל מען זיך אויפירען להבדיל ווי עבד_עברי/מלחמת_ה/על הגאולה, קען מען דא מאכען שמאלץ אים מטעמים, פין די התאחדות בריוו, אין אזוי אויך פין רובאשקין הכשר {לשוטתם, פין די שרייבערס דא, אז עס טאר נישט געשען קיין טעות}
יעדער הכשר מאכט פין צייט צי צייט טעותים, א מענטש מאכט טעותים, אין ווער עס זאגט אז ביי אים האט זיך נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין טעות דער איז א שקרן אין ער איז נישט באגלייבט, איך אליין ווייס פין אפאר גראבע  טעותים, אין מיסטעקס וואס עס איז געשען ביי התאחדות אין ביי רובאשקין, איך גיי עס אבער נישט שרייבען, ווייל איך ווייס אז א טעות מעג געשען, אין עס גייט ווייטער געשען, מען לערנט זיך פין טעותים, עס א גזירה מן שמים אז א מענטש פין פלייש אין בליט מאכט טעותים, דאס איז די ארבעט כסדר פין יעדעם איינעם, זיי די וואס גיבען הכשרים זענענן בדרך כלל גרויסע תלמידי חכמים, אין איך גיי מיר נישט איינשטעלן מיינע 70 אין שרייבען אויף זיי, אלעס כדי איך זאל זיין א הירא אויף היידפארק  --בפרט אז איך באקים נישט באצאלט, איז עס זיכער נישט ווערט, אין פאר געלט וואלט איך עס אויך נישט געטיען, עס איז נישט ווערט,-- מילא דער שטורעם איז שוין פארביי די זאמט זעצט זיך שוין, די וואס האבן געהאט שכל אין דערצווישען נישט ארינטער צי רייסען ת"ח ווי קלים ורקים, קענענן יעצט גיבן א שמייכעל אז זיי זענענן אדורוך די נסיון, אין די וואס נישט קענענן עס באדוירען, באדעם ליין האט זיך נישט געריקט די נאמבער פין סעלעס ביי קיינעם, מיעל מארט איז געבליבען ביי זיינס אין רובאשקין איז געבליבען ביי זיינס



תוקן על ידי trant_lott ב- 08/12/2006 21:03:23

kleinekup » 8/12/2006 20:37

אזוי ווי יעדער זעט עס זענען דא מענטשן דא וואס האבן צייט ביז איבערן קאפ איך האב נישט

און ס'איז מיר נישט אזוי וויכטיג צו זיצן דא און קייען וואסער מיט אפאר יוצא דופן'ס{נדרים כ"ט ע"ב}..........אויך א מין בהמה ..ברענג מיר נישט קיין מראה מקומות און ווייז מיר נישט דיינע ידועות. ווייל אז דיין קאפ איז דער מעוקם{שבת קי"ט ע"ג} דעמאלטס איזנישטא מיט וועם צו גיין צום טיש


-----------------------------------------
איין קליינע מהלך . די וואס זענען קלוגער פון זייערע רבי'ס וועלן אייביג

וועלן קיינמאל נישט זיין קיין מנהיגים אדער אנגענומענע רבנישע אויטאריטעטן. און וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן מיט די מהלך היידישקייט. צו איז עס כשרות צו איז דאס יהדות

איז אזוי
מעגליך אז פאר קיום היהדות איז דאס וויכטיג אז אינעם DNA פון יידישקייט זענען דא עקסטרעמיסטן . סאיז א שמועס פאר זיך ואכמ"ל

יעצט לענינו

רביה"ק האט געזארגט פאר "זיין" ציבור און פאר כלל ישראל

ער האט געמאכט "זיין" שחיטה לויט "זיינע" סטאנדארטן
און מרירט זיך נישט פון זיין מסורה

און נאך מער וויל איינער זיין פרומער תבא עליו ברכה
און ב"פ סאטמאר רבי חיים דוד איז אריין א דזשוק ער וויל אראפנעמען די 12 טע . NO PROBLEM משטעלט אים צו וואס ער וויל

--------------------------------------
און אויב עס וועט זיין א רבי אדער רב וואס וויל איינפירען נייע חומרות אדרבא ואדרבא
 
 
צו מדארף דאס? ניין און ניין. {לויטן סאטמאר רבי זי"ע}
חלק ב"י איז דא גענוג ווייל מגרייט אן גענוג פונקט ווי די סאטמארע שחיטה איז דא גענוג

און קודם מאכט מען סאטמארע ארדערס און נאכדעם וואס בלייבט איבער איז חלק םון רעגולער אינווענטארי
דאס זעלבע מיט חלק ב"י
----------------------------------------------------

די קעלבעל גלאט דרשה איז סתם הוידעל בוידעל. אלעס איז לויט די שיטת המסורה פון די ק"ק הספרדים
---------------------------------------------------

ניקור חם

א נייע איינרעדעניש
קודם איינס ניקור חם האט להלכה קיין שום מקור
2טענס רובאשקין מאכט אויך נישט נאר אויף איין חלק פונעם שאלדער
אבער דאס וועט נישט אויסמאכן צום פאמפען דא א פרישער שגעון
די קעלבלעך און די לעמעלע און רוב חלקי הבהמה מאכט ער נישט קיין ניקור חם אבער דא אז ס'איז א לשון קודש ווארט מיינט ער אז ער וועט שחטן "דא" אפאר קעלבער
----------------------------------
OWNING THE PLANT

דער חסרון פארשטייט יעדער

איי אז מיעל מארט האט נישט דעם פראבלעם פון די טריפה פארוואס שניידן זיי נישט ביזן 12 טן און פארקויף עס אזוי פארן גוי?
ווייל אין די אינדאסטרי פארקויפט זיך א HINDQUARTER  ביז אהין . דאס איז א טאטאל מארקעט PHENOMENON וואס מקען נישט טוישן
איו נישט נאר ביי אונז יודען איך רעד פון די גאנצע אינדאסטרי
-------------------------------------------------------------------
און איך בין נישטא צו האקן רובאשקין
יעדער וואס איז א היימישער איד וועט דאס סייווי נישט עסן
שוחטים ....האר....בייבערד..................טעלעוויזיע.......בחירות.............
יא משיח נישט משיח.........מסורה םון ניקור....מאנסי וויזניץ....שפיגעל ....ווייסמאנדל......
דאס וועל איך לאזן פאר די פערדן דא
 ----------------------------------------------------------------

דער שטיקעל איז נישט געווען "חלב"
דאס וועט זיך נישט טוישען
-------------------------------------------------------------------
 
-------------------------------------------------------------------
צוריק צום שורש

אז מוויל זיין קלוגער פונעם הייליגן רבין פארלירט מען די סייעתא דשמיא וואס איז מיטגעקומען מיט זיין הדרכה

און די וואס פאלגען יא. וועלן אוודאי ביישטיין יעדע שטרויכל און יעדע השמצה

כי הצדק "והצדיק" אתם

על_הגאולה » 8/12/2006 21:00

טרענט, ביסט א פאלנער שקרן, די ווייסט זייער גוט אז די לעבער איז באשטעלט און געקויפט געווארען ביי ירושלים פלייש געשעפט, און געפענט געווארען ביי הרב שטערן בפני די בעל הבית מיט זיין ארבעטער

און יעדער וואס וויל וויסען די אמת קען זיך נאך פרעגען ביי די געשעפט


הרוצה לשקר ירחיק עדותו, אבל בעקבתא דמשיחא חוצפא יסגי, זעט אויס אז ביי טרענט מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי גייט נישט אהן ביי איהם

על_הגאולה » 8/12/2006 21:04

מח-קטן

יו לאסט מי, ווי קומט אריין די מסורה פון רבינו הקדוש והטהור זי"ע בעל דברי יואל צו די גאנצע נושא בכלל. האט איינער דא בכלל אטאקירט די מסורה פון די הייליגע שיטה פון ניקור הבשר.

די לעבער האט קלאר יא געהאט חלב, כעדותו של הרב בעלסקי שליט"א כמה פעמים, וכפי דעתו של הרה"ג מסערדאהעלי-נייטרא, גאלאנטע, מעזיבוז, רב דקהל שערי אורה ועוד מנקרים מומחים למיניהם.

אמת, געוויסע רבנים האלטען אז א קליין שטיקעל חלב איז נאר א KITCHEN SITURATION וואס ס'איז גארנישט,

kleinekup » 8/12/2006 22:18

who  is lying , i dont have to tell you, because you know that you are lying


   the kitchen situation is  generally speaking

the shtikel was NOT cheilev at all

in that corner of the liver there IS no chailev CANT be

of course unless you attach  a long hanging piece from the back

and that was what rav machpud said, before his words fell into YOUR distorting fact bungling mind

just like ur mind is connected to ur body but if u cut it willfully away, the connection gets severed, and we get farkrimte tegivos

git shabbis 

and im not gonna give u teidas kashrus on BELSKY or w/e he stands for, or his dimyoinos,
and now continue to bomb away on ur melamed that said klauzenburger ruv yemach shmoi, and how idiotic the maaruchos were and are,
while you are a initiator, and duplicator to all of the afformentioned MAALOS you are now trying to pretend that you are against

and drob your bombs on BELSKY the BATERER and whoever is not ready to listen to YOUR
TALMID CHUCHEM "BEN YOIMOI" meshigasen 

עבדעברי43 » 8/12/2006 22:35

אחי ורעי . היום קצר והמלאכה מרובה.(אבות פ"ב טו) עס איז עש"ק נאכמיטאג. פון די קורצטע טעג דא אין ניו יארק. . איך בין יעצט געגאנגן צו  קאמפיוטער און איך זע אז עס איז דא א סאך הערות. אמתדיגע און ליידער פאלשע.  אבער קודם כל וועל איך מקדים זיין און ענטפערען פאר דעם וואס רופט זיך "קליינקאפ" ווייל ער איז א גרויסער עניו . ער איז גארנישט קיין קליין קאפ ער איז א מח גדול. אדער איז ער איינער פון די הויפט שוחטים ביי מיעל מארט (אדער אפשר גאר דער באטורער רב שליט"א אליין בכבודו ובעצמו אדער דורך א שליח) . ממילא זאגט דאך די גמרא לא צריכא אלא להקדים.(כתובות קו)
מפלפל צו זיין אין מראה מקומות וואס ער ברענגט איז יעצט צו שפעט. און עס איז נישט נוגע צום ענין און עס האט נישט קיין פלאץ דא אויפן פארק. .   קצת אמת וואס ער זאגט אז טאמער מען וויל קלוגער זיין פונעם רבין זי"ע טויג נישט . און אויך אמת אז עס מוז זיין א פאר מקטרגים כדי עס זאל בלייבן אויפן זעלבען דרך וואס דער רבי זי"ע האט געוואלט און עס זאל זיך ח"ו נישט אפגליטשען. און אויך אמת אז דער רבי זי"ע האט זיכער ח"ו נישט געוואלט אז אזא איינער וויא "הרב בעלסקי" זאל זאגען זיין דעה בכלל אויף אונזער שחיטה וניקור. אפילו סתם א מציאות אויך אזוי וויא דער רבי זי"ע ברענגט וועגען די גמרא אין ברכות ביי די ערד ציטערניש כידוע. (ברכות נט)
אבער אהובי ורעי . דאס איז דאך כולי עלמא מודים דא אויפן פארק און בכלל מודה אז באטורער רב שליט"א מיט זיין פולן גרויסקייט און רעספעקט האט א נגיעה . קודם כל ווייל ער איז דער רב המכשיר און נאכדעם ווייל ער באקומט געהאלט.   דאס אויב איך "עבדעברי" באקומט געלט איז דאך נאר א ספק . איז דאך דער כלל "אין ספק מוציא מידי וודאי"(יבמות לח)  און אפילו איינער וועט זאגען ברי זיכער אז איך באקום געלט "העכסטענס " בין איך אויך נישט באגלייבט" אבער עס מאכט נישט אז דער באטורער רב זאל יא ווערן באגלייבט.

נאך א מוראדיג דקותדיגע "נקודה"  למשל א רב פון אוי יו אדער אוי קעי וואס געט א הכשר אויף חלב עכו"ם און טרינקט אליין חלב עכו"ם און ער געט א הכשר אויף א פראדוקט וואס איז נישט חלב עכו"ם נאר "חלב ישראל"  איז ער דען באגלייבט ביי עהם איז דאך דאס די זעלבע.

נו באטרער רב שליט"א האלט אז צלע י"ב וכדומה. און חלק ב"י איז סתם א שטות ווייל דער רבי האט נישט געהאלטן דערפון פאר אנדערע מענטשען (דער רבי זי"ע האט נאר געגעסען קעלבל בכלל)
ער רופט אהן רח"ד כ"ץ חומרא א דזשוק. . אבער הונדערטער אחינו בני ישראל יוצאי אשכנז וואס ביי זיי איז דאס חלב עכ"פ מצד מנהג. ומצד נדר דאורייתא. און נישט חלק ב"י איז ביי זיי טריפה. און על אחת כמה וכמה ביי יוצאי ספרד און ביי וואס נעמען אהן חומרת השל"ה איז עס טריפה ממש.

למשל הגאון הגדול הצדיק המפורסם רבי יונתן שטייף זי"ע ווינער רב האט געגעבען א הכשר אויף מאשין מצות וואס לויטן דברי חיים איז דאס חמץ גמור. נישט חלק ב"י איז ערגער וויא "עסן פסח געבראקס. וואס יוצאי אונגארן ונכדי החת"ס האבען געגעסען.

די קעלבל גלאט דרשה איז אמת ויציב הרב פולאק (משגיח פארן באטורער רב)פון וויליאמסבורג האט דאס געזאגט ברבים

ניקור חם קען זיין אז עס איז טאקע א איינרעדעניש. אבער היינטיגע צייטן ווען מען מאכט ציצית "ניפוץ לשמה" און אין ענייני העוה"ז גשמיות קויפט יעדער דאס שענסטע און בעסטע הדר שבהדרים פארוואס ביי ענייני שמים זאלן מיר נישט האבען דאס בעסטע . ?

אמת באטור רבס טאטע ז"ל האט אויך אזוי געהאלטן מיטן טענקער רב ז"ל אזוי וויא מען הערן אויפ טעיפ פון תשמ"ג (אז מען זאל גארנישט משנה זיי)אדער חוץ וואס דער של"ה הקדוש זאגט אז אין גאנץ מלכות ארץ ישראל ואגפיה (דאס הייסט אלע מזרח לענדער) האלט מען דאס פאר טריפה. היינט אויך. און אין חו"ל איז אויך דא אידען וואס עסן מהודר שבמהודר "חלק ב"י " נאר ביז צלע י"א . וכדומה

על כן טאמער איינער וועט מאכען מער מהודרדיגער אבער טאמער עס איז דא מער מהודרדיגער . זאל מען נישט קומען פארקויפן די אלטע תורה לאקשען. ליובאוויטשע שוחטים . אייגענע האר.


צו גביר אדיר . ביזט דאך א מוראדיגער גוטער שרייבער א "ספרא רבא" דו פאקסט מיך איין . איך שרייב דאך שנעל חאפ לאפ . איך קוק ניטאמאל איבער וואס איך שרייב. דיינע ווערטער זענען זייער שיין און קלאר.
  דו שרייבסט " צו פארשטטין די מהלך פון באטור דארף מען לייענען "קליינקאף"  ואני אומר אולי הוא בעצמו ואם שגיתי השם הטוב יכפר בעדי. כי הוא ראוי לאותו איצטלא.
 וועגען די מעשה מיטן וועלאווער וועגען רובשקין .. וויסן זאלסטו אז התאחדות הרבנים האט געוואלט צושטעלען זייער נאמען וחותם אויך צו מהדרין צענדליגע מאל. נאכדעם אז עס איז נישט געגאנגען האבען זיי געוואלט ארויסקומען מיט אייגענע מילכיגע פראדוקטן .(זיי קענען נישט נאכמאכן די גוטע פראדוקטן וואס ווערן געמאכט עקסלוסיוו ביי "פרענדשיפ" אדער בייסאן"  דער ברך משה האט זיי בשום אופן נישט געלאזט  ער איז געשטאנען כחלמיש צור . לעצטענס האט הרב הלל וו"ב דוקא יא געוואלט אדער ארויסקומען מיט אייגענע מילכיגס אדער זאל מען עהם לאזן צושטעלען דעם נאמען.
הרב שמואל מאיר לייפר נ"י פון די בעה"ב פון מהדרין (וואס איז זיין מחותן) האט זיך געבעטן צו עהם . און זיי האבען זיך ממש געקריגט (ואכמ"ל) ביז מען האט געגעבען פאר די התאחדות "מאה אלף" לא יחרץ געלט(אפטריט געלט)  זענען זיי מער נישט ארויסקומען ריטעיל נאר "האלסעיל פאר בעקעריס האבען זיי "קאהאל" מילכעדיגע פראדוקטן. ווייל ביים באקן שפירט מען נישט אזוי גרויסע חילוק אין טעם . ממילא וואלט זייער פראדוקטן ממילא נישט געגאנגן וד"ל

דו שרייבסט אז אז פאסטן איז גרינגער וויא נישט עסן פלייש. וועגען דעם איז תענית הראב"ד וואס מען סטאפט אינמיטן בעסטן עסן .שווערער  וויא א עכטער תענית וואס מען עסט אינגאנצען. נישט
דו שרייבסט ,לעבען אויף קידוש השם איז שווערער. דאס זאגט די גמרא אז די הייליגע חנניה מישאל ועזריה וואס האבען זיך געלאזט אריינווארפן אין פייער אין נבוכדנצרס קאלעך אויבן . ווען מען וואלט זיי נישט אריינגעווארפן אין קאלעך אויבען פארברענט צו ווערן. נאר מען וואלט זיי געשמיסן דעמאלס וואלטן זיי זיך ח"ו "געבוקט צום צלם" (כתובות לג) ןעיין שם בתוס'

יוסף נפתלי דו האסט טאקע מיטגעלעבט ווען א. ד. וכת דילי האבען טעראזירט "נישט נאר" קלויזענבורג. אבער דאס איז געווען דער אפענער באפעל. געדענק וואס איז געווען ביי די ניחום אבלים פון לאנצוטער רב זי"ע בשנת תשכ"ז אבער דו זעהסט אויס לפי דעתי א וויזניצער חסיד האסט דאך אליין מיטגעמאכט דעם טעראר ווען דער רבי שליט"א איז ארויס פון פראטעסט אין מאנהעטען. וד"ל . און דו שרייסט אז דו האסט האסט געהערט פון "איין"  שוחט דארט.ביי רובשקין  נו טייערע איד  "געווואלד" איין עדות איז דען באגלייבט ווען עס נישט בידו " דו קענסט דאך לערנען.
דיינע נייעס וואס מען עסט אין וויזניץ ווייס איך בעסער וויא דיר . אדער דו ווייסט אויך און ביסט סתם מפיץ שקרים. און פארדרייסט פאקטן. אין זאל אין סקול טערעס . עסן נישט די וויזניצער רבינס קינדער אפילו די עופות נאר וואס עס שעכט דער שוחט פארקאש. איך בין כמה פעמים געווען דארט אין קאך און געזען די באקסעס עופות סתם געקומען ניטאמאל פאר צייכענט אז עס איז געשאחטן געווארן דורך פארקאש . אויסער דעם  עס איז דא יחידים וואס זענען מקפיד אין וויזניץ אזוי וויא דעם רבינס קינדער וכדומה און זיי באשטעלען נאר מיט וויזניצע שוחטים. און טאמער עס איז אמת אז וויזניץ נוצט נישט רובשקין נאר איגענע שוחטים .וואס האט דעמאלס דער באטורער רב געוואלט פונעם וויזנייצער רבין שליט"א  .    אפשר האט ער געוואלט  אז ער זאל נישט נוצען זיינע שוחטים נאר קויפן "מיעל מארט" . איך קען דיר אויפווייזען "פאקטען" אלעס שווארטץ אויף ווייס עס איז מיר נישט נוגע וואס מען געט אין וויזניץ  וייל וויבאלד עס איז מיט די הסכמה פונעם רבין שליט"א אפילו די קינדער עסן דאס נישט איז דאס גענוג קאמפעטעאנט.

דו שרייבסט איך זאל מיך אונזין האבען ביי די תפילה פונעם רבין רב אלימלך זי"ע
ווייל איך האב טאקע מיך אונזין ביי די הייליגע תפילה פונעם רבין רב אלימלך זי"ע  וועגען דעם האלט איך מיך צוריק און שרייב נישט ארויס פרטים וואס זאל ח"ו וויי טון פאר אידישע קינדער.  און טאמער איינער וועט מיך מעורר זיין אז עס טוט עהם וויי וואס איך שרייב ובצדק. דעמאלס וועל איך מיטן אייבישטעןס הילף מער אכטונג געבען ביים שרייבען . ווייל איר מוזט מיר אנטשולדיגן איך שרייב זייער שנעל אזוי וויא מען רעדט כדבר איש אל רעהו. וועגען איז נישט הונדערט פראצענט זיכער אז די מראי מקומות וואס איך שרייב דא איז ממש דארט (עס קען זיין א בלאט אהער אדער אהין אמאל)

צו    עוד ישמע     דבריך הם קילורין לעיניים " חאטשיג איך האלט אז מען טאר נישט רעדן אויף קיינעם. אבער עס איז ידוע אז דער הייליגער בארדיטשעווער רב זי"ע פלעגט אנרופן יעדען איד " " "צדיק"
האט זיך א פשוטער איד אנגערופן "רבי אז איך בין א צדיק און דער רבי איז א צדיק לאמיר זיך משדך זיין. " האט דער הייליגער קדושת לוי גענטפערט. יא מיין קינד ביזט טאקע א צדיק. אבער יעדער "צדיק דארף זיך משדך זיין מיט זיין גלייכען "צדיק" דאס זעלבע אויך אזוי וויא פוסקים שרייבען איינער אויפן אנדערען "כבודו במקומו מונח" בעלסקי איז טאקע גוט . אבער נישט פאר אונדז וד"ל.
 צו עס איז א נקמה פון א שוחט וועגען די עירוב פרשה ווייס איך נישט. אבער דער מונקאטשער רב שליט"א איז גערעכט אז טאמער דער באטורער פארלאזט זיך נישט אויף רח"ל כ"ץ ועוד רבנים גדולים עד כדי כך מקפח צו זיין פרנסה פון א שוחט וועגען פאליטיק . נו פארוואס זאל זיך דער היימישער כלל ישראל פארלאזן אויף עהם אליין.
ער קען נישט טעענען אז ער וויל מחמיר זיין בענייני עירוב ורשות הרבים.  ווייל ער שרייט דאך אז ער וויל נישט מחמיר בענייני חלבים וטריפות.  איינער וואס באדינט דעם ציבור דארף זיך רעכענען מיטן גאנצן ציבור נישט מיט זיינע פרייועט אינטערעסן. וד"ל . איך בעט ענק אלע איבער . עטץ אלע און אונדז אויך זאלען מיר האבען א פרייליכען שבת קודש. סיי די וואס עסן פלייש און סיי די וואס עסן נאר עופות און סיי די וואס טראגן מיטן עירוב און סיי די וואס טראגען נישט הכל על מקומו יבא בשלום
ונזכה להיעוד שרש"י הקדוש מביא בסדרה זו ואימתי ילך (בראשית יג פסוק לד) בימי המשיח שנאמר ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לשם המלוכה אמן

עוד_ישמע » 10/12/2006 02:58

דאס האב איך געפינען שבת אין בית המדרש ווי איך דאווען. איז דאס געווען אויך אין אנדערע בתי מדרשים?:


[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי שם_אחר ב- 18/12/2006 20:09:27

עוד_ישמע » 10/12/2006 05:09

[בילד – נישט אפגעהיט] 

תוקן על ידי שם_אחר ב- 18/12/2006 20:05:35

trant_lott » 10/12/2006 07:00

 


נאטיצען פינעם שקר-סקאנדאל

1} נירבאטעור איז געבליבען די בעסטע השגחה אין די מארקעט

עס איז דא א באנקאטע מימרא פינעם בעל ברך משה זי"ע אז ער קען נישט טיען קיין עבירות,
ווייל הינדערטער אידן שטייען אין קיקען יעדע רגע, ער זאל מיט עפעס קענענן דורכפאלן כדי זיי זאלן אים קענענן כאפען מיט עפעס

לעניניו, די חברה וואס שטייען אינטער דיי העצעריי דא אין פארק, קיקען שוין נאך דעם נירבאטעור גאנצע פיר  יאר {4} יאר
הינטדערטער, הינדערטער שטיקלעך בהמה איז שוין געקויפט געווארן דורוך זיי, לאוו דווקא לעבער, אין מען האט עס אדורוך געקיקט 
 ביז צי זייער גרויס שמחה האבן זיי געטראפן די לעבער מיט די טעות ,קימט אויס אז דער נירבאטעור איז געבליבען די בעסטע בעסטע בעסטע השגחה
קיין שום השגחה איז נאך נישט דורוך אזא שווערע טעסט אזוי לאנג אין א צי, אין עס זאל האבן געווען אזוי גיט אז מען זאל אין נישט קענענן כאפען
פין יעדע השגחה האט מען שוין געהערט אין די דריי יאר טעותים, אבער ביי דעם דעם נירבאטעור האבן זיי לדאבונם גארנישט געקענט טרעפן



2}לויט אסאך עקספערטן  איז די לעבער  אינטער געשטעלט געווארן אין די לעבער קימט נישט פין מיעל מארט, ווייל שטערן האט עס גע'ענפענט ביי זיך אינדערהיים
 זיי אליינס האבן אזוי געשריבעם אויבן- אין שטערן איז כידוע נישט באגלייבט, ווייל ער באקימט געלט פין רובאשקין PR
נעמט אין אכט, שטערן איז נישט אין די קעטערינג ביזנעס ער האט נישט באשטעלט פאר זיך קיין פינף גאנצע בהמה לעבער, ער דארף עס נישט אויף שבת,
ער האט נישט וואס ציטיען דערמיט, די לעבער איז באשטעלט געווארן נאר לקנטר צי כאפען דעם נירבאטעור, 
אזוי ווי אלע זייער ארדערס די לעצטערע צייטען, ממילא איז קלאר אז שטערן איז נישט באגלייבט צי זאגען פין ווי די לעבער קימט,
אין עס בלייבט א ערענסטע ספק פין ווי די לעבער קימט טאקע, אפשר איז די לעבער  פין די קאמפיטישענס אין זיי זאגען נאר אז עס קימט פין מיעל מארט
עס איז נאר איינע פין אלע זייערע ליגענטס די לעצטע צייטען מען וועט לכאורה שוין קיינמאל נישט וויסען דעם אמת פין ווי די לעבער קימט טאקע   
שטערן איז טאקע ערליך, אבער ער איז א נוגע בדבר, זיי זענענן נישט באגלייבט



תוקן על ידי trant_lott ב- 10/12/2006 7:09:20

trant_lott » 10/12/2006 07:06

 


     

המשך נאטיצען

3}די לעבער איז נעלם!!!!
זיי די רשעים, לויפן ארום צי אלע בעלי מנקרים נאר מיט א בילד דערפין, נישט מיט די עכטע שטיקעל לעבער- {ווי יעדער זעט אין די בריוון}
זיי האבן פאר עפעס א אימבאוויסטע סיבה באהאלטן די לעבער, זיי ווייזן עס נישט פאר קיין שום בעל מנקר
זיי האבן עס נאר געוויזן פאר רבני התאחדות, וואס טיען נישט אין ניקור אין גיבן נישט קיין השגחה אויף ניקור ,
אבער פין דא אין ווייטער, קען עס מער קיינער נישט זען, וואס איז די סיבה דערפין??????
יעדער ווייסט וואס מען קען אלץ טיען מיט בילדער היינט ציטאגס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

המשך יבוא אי"ה


ה



תוקן על ידי trant_lott ב- 10/12/2006 7:12:03

עבדעברי43 » 10/12/2006 07:17

אבער איך וויל דיך "טראנט" פרעגען איין קליינע שאלה. עס קען זיין די לעבער איז נישט פון מיעל מארט. . אבער לויט וויא דו זעסט דאס בילד איז עס חלב דאורייתא פון חלב הכליות אדער נישט?

ענטפער מיר דאס איין ווארט יא! אדער ניין!! . עס קען זיין אז א בילד קען מען היינט משנה . עס קען אויך זיין אז מען קויפן א לעבער ביי גויישן פלייש פארקויפער.

אבער נאכאמאל איין פראגע . דאס וואס דו זעסט דא אויפן בילד אזוי וויא עס ווייזט יעצט. איז "חלב דאורייתא אדער נישט.

נאכדעם וואס דו וועסט קלאר ענטפערען יא!! אדער ניין!! וועל איך דיר ווייטער זאגען אלעס

 

בלאט: 1 2 3 4 5 6