פרישע סקאנדאל: מיעל מארט פלייש
289 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 290 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2088273
עס טומלט שוין ווידער.
עפעס האבן "מומחים" אויפגעוויזן ביי אן אסיפה פון רבנים אז זיי האבן געפונען חלב דאורייתא ביי "מיל מארט" , און די מנקרים ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם, דעריבער זאל מען נישט עסן קיין מיל מארט פלייש, אויך שרייבן זיי אז וועגן כשר'ן די כלים זאל יעדער פרעגן זיין מורה הוראה. (אויך פרעגט צי מ'זאל שוין איצט נאכאמאל כשר'ן, אדער זאל מען שוין צואווארטן ביז די קומענדיגע סקאנדאל.. .)
זיי שרייבען ווער זענען זיי ?
א קאפי פון די פאשקעווילן:
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען וועלן שוין די פרינטערס פארברענט ווערן?
ליידיגייערס האבן נישט וואס צו טוהן, מ'שרייבט א צעטל, מ'טייפט עס אפ, מ'פארעכט וואס מ'וויל, און אפס מ'קוועטשט דעם פרינט קנעפל, און ויסעו, דער צעטל איז אינדרויסן.
איז נישט דא קיין רבנים וואס קענען ארויסקומען דערוועגן? און בכלל ווער איז התאחדות הרבנים.???? ווער??? די וואס זענען אונז שוין מאכיל כל דבר אסור פאר די לעצטע 10 יאר? די וואס פאר א טשעקל שיקן זיי א מאשני? כ'מיין סיז שוין געקומען די צייט וואס התאחדות זאל אראפגיין פון די שעלף'ס, גענוג פארשטאפט די קעפ פון אונז און אונזערע קינדער.
איך בין פולשטענדיג איינשטימיג מיט דיר, חשוב'ער התאחדות.
די פאשקעווילן איז ממש א עון פלילי בל יכופר. א עקל און א גרויל. מענטשן, מיט ליידיגע צייט אויף זייערע הענט, האבן נישט וואס צו טוהן מיטן טאג און מיטן נאכט, מען טראכט אויס כל מיני עבירות אויף וועמען מען קען נאר, און אין די פינסטערניש פון די נאכט מאכט מען אן א חילול השם ביי אלע בתי מדרשים, און מ'ווארפט אויס די העסליכע צעטלעך.
דאס פאסט אפשר פאר אראבערס צו טוהן, נישט ביי אידישע קינדער. ווי ס'קוקט אויס, ווערן די חברה גאר פרייליך ווען מען פאקט איינעם ביי עפעס, אזוי האבן זיי מיט וואס אנצופילן די נאכט שעות.
לו יהא אז יעדע פאשקעוויל איז אמת, און מ'דארף טאקע נישט עסן קיין פלייש אדער מ'דארף ארויסטרייבן טריפה'נע זינגערס פון שטאט, פון וואנעט נעמען זיי דעם נארישן דרך פון פאשקעווילן? פון וועלכן צדיק אדער ערליכן איד? דאס איז א געמיינער גוי'אישער וועג פון באשמיצן יענעם אין פובליק! און גויים, אומות העולם, זעהען יעדן צווייטע וואך נאך שמוץ ביי די אידישע שוהלן. אוי לאותה בושה!
ס'זענען פאראן גענוג וועגן ווי אזוי צו פאררעכטן עוולות. שיסן פאפירן אין די גאסן אן אן אונטערשריפט איז א שרעליכע עוולה און חילול השם. מען טאר דאס נישט לייענען! (און איך שוטה לייג דאס נאך אין היידפארק!) און די אומ-מענטשן זענען עתידים ליתן את הדין!!
יש דברים בגו?
איז טאקע געווען אן אסיפה?
אדער איז די גאנצע זאך אויסגעזויגען פין פינגער.
אויב איז געווען אן אסיפה, קען זיין אז די היפוך איז אמת, כידוע אז רח"ד כ"ץ האט בשעתו
ארויסגעווארפען אינגעלייט פין שטוב וואס האבען געטענה'ט אז זיי האבען געטראפען אין סאטמאר
בוטשער חלב דאורייתא צווישען די כשר'ע שטיקלעך פלייש, און דאס קומט אביסעל פארדעקען אויף דעם.
ב"ה ס'האט זיך ווייטער ארויסגעוויזן אז ערליכע אידן האבן סעיתא דשמיא
לא שמתא ולא ארור
דאס קליין הייטעלע איז א חלק וואס באהעפט די לעבער צו די חלק הפנים פון די בהמה.
און אזוי ווי אייביג
די וואס ווילן סתם פארפירן און פארדרייען זאלן ווייטער פארדרייט ווערן
און די וואס מיינען שמו יתברך הוא מצילן מכל רע.
איך פארשטיי נישט פארוואס די התאחדות עקש'נט זיך וועגן מנקר זיין לכולי עלמא.
איך ווייס פאר א פאקט אז מען לאזט נישט פאריכטען.
זיי האבען טאקע א מסורה אבער זיי געבען דאס צו עסען פאר מענטשען וואס האבען אנדערע מסורות.
_________________
ווען רובאשקין איז געווען דער אישו דא אין אנ"ש (בשעת די שבח פרשה) איז נישט געווען אזויפיל
מגיבים אויף די עקל און גרויל פון סתם לשון הרע....
ויהי לפלא
תוקן על ידי - יוסקעלע - 21/11/2006 4:39:17
_________________
איז נישטא רבנים וואס קענען ארויסקומען קעגן נירבאטור?
ווען א מאכיל חלב טראגט א פלאטשיגע קאפעליטש איז דא א אנדערע הלכה?
דאן מוז זיך ארום טראגן א שמועה פון א אסיפה ביי התאחדות דורך שישקעס? אדער דורך נישט אונטער געשריבענע צעטליך?
יוסקעלע,
עס איז יא דא רבנים וואס קענען ארויס קומען קעגן אים, און זיי האלטען אין איין פראבירען אים צו כאפן מיט פראבלעמן,
למעשה איז ער א ירא שמים און א מומחה און די אלע פראבלעמן וואס מ'ווארפט ארויף אויף אים כסדר איז אויסגעזויגן פון פינגער
יוסקעלע
זיי מיר מסביר דיין רצון פון אינדערערדלייגן דעם חשובן רב מחטן פלאכן קאפעלוטש?
מן הסתם האסטו א אמתע גוטע סיבה
געטראפען און די צייטונג
[בילד – נישט אפגעהיט]
די מחרחרי ריב פון התאחדות הרבנים זענען נעבעך אובד עצות, זייער הכשר איז פון די שוואכסטע, ס'גייט מטה מטה, דער באטערער רב מיט זיין ברודער דער וואלאווער רב זענען היינט צו טאג פון די גרעסטע בעלי מכשירים, דער טראק פון קרית יואל פאלטערי שפרייזט ארום דא אין בארא פארק א גאנצן טאג, ווי אויך זעט מען זיי כסדר אין וויליאמסבורג, און אין מאנסי, און רעב איצא האלט דאס נישט אויס, פראבירט ער כסדר צו מאכן א טומעל כאילו די אלע אנדערע הכשרים זסענען מפוקפק, דא האט ער פרובירט מיט קרית יואלער פלייש מיט א מעשה מיט זאלץ, ווע מען האט עם געפרעגט אז אויב איז א שאלה אויף די זאלץ, (וואס אגב האט ער רבי ז"ע זייער מקפיד געווען צו נוצן נאר די זאלץ, איז היתכן אויף פסח ניצט מען נאר די זאלץ, אויב איז דאס נישט כשר איז ויאזוי איז דאס כשר אויף פסח, (די זעלבע ווי די עירוב פייטערס, וואס שרייען געוואלד אז מען טאר נישט און מען קען נישט מאכן א עירוב אין ווילאמסבורג ווייל עס איז דאך א רשות הרבים דאורייתא, איי וויאזוי איז מען מתיר אים סוכות, אויב איז דאס א רשות הרבים טאר מען דאך סוכות אויך נישט מאכן, איז דער ענטפער, תיקו) כשראה רעב איצא אז די זאלץ פראבלעם קלעבט נישט, איז געווארן א נייער פראבלעם מיטן נאמען "בדיקת סכינים", אז ס'איז נישטא א משגיח קבוע לבדיקת סכינים, איי דער רבי זי"ע האט ארום געטענה'ע מיטן אלטן באטערער רב ז"ל וועגן דעם נידון און האט געטענהעט אז אינדערהיים האבן די שוחטים אליין בודק געווען די סכינים, ער האט בהחלט געוואלט אז דאס אחריות זאל זיין דווקא אויף די שוחטים און נישט אויף איין אדער צוויי משגיחים, ער האט נאר קוים מסכים געווען אז עס קען זיין א משגיח נאר "בנוסף" צום שוחט'ס בדיקת הסכינים, דער אחריות זאל קלאר בלייבן אויף די ערליכע שוחטים, און אזוי איז איינגעפירט אין קרית יואל און און אין מיל מארט,
כשראה רעב איצא אז מיט קרית יואל קען ער זיך קיין עצה נישט געבן, (טראץ די העפליכע הילף פון דעם לונעטיק אלתר משה גאלדבערגער וואס האט נעכטן ביינאכט אין קאנטינענטאל געזאגט שמייכעלדיג אז ער ווייסט אז די גאנצע פרשה איז באלאני (כלשונו הקדוש) נאר אז זיין איינציגער ציל איז צו צוקלאפן די הצלחה פון קרית יואלער שחיטה, ווייל ווי ער ווייסט איז רוב רובו פון היימישן עולם אין גאנץ ניו יארק זייער מהדר צו קויפן נאר די דאזיגע שחיטה), און בכל זאת העלפט דאס עם נישט און האט בחרפתו הגדולה געמיזט צוריק ציען פון זיין פארארדענונג צו די עטליכע קעטערערס וואס האבן זיין הכשר נישט צו נוצן קרית יואלער שחיטה, האט רעב איצל מחליט געווען זיך צונעמען איבער שונא נומבער צוויי, דער באטערער רב, און ערפינדען א נייעם מכשול, חלב דאורייתא אין די צונג, זיי האבן דערווישט א צונג וואס איז כלומפערשט געקויפט געווארן ביי מיל מארט, וואס איז נאכנישט מנוקר געווארן, און כידוע, ברית כרותה "ללשון" הרע שתתקבל, מען לויפט ארום מיט די צונג צו אלע רבניםלעך, וואס האבן אין זייער לעבן נאכנישט געזען קיין צונג, (איך מיין פון א בהמה, ווייל דער עלם שטרעקט זיי כסדר ארויס די צונג...) און זיי האבן שוין א מיינונג, דער באטערער רב שליט"א האט זיך אפגערעדט אז אינטרעסאנט אז יעדער רב האט שוין געהאט די זכי' צו זעהן די צונג, אויסער... ער אליין, צו עם, דער ארגינעלן בעל מכשיר איז נאך קיינער נישט געקומען ווייזען קין שום מכשול, למעשה איז דאס א געלעכטער ווייל קודם כל איז אין די צונג בכלל נישטא קיין חלב, דאס וואס מען איז מנקר די צונג איז נאר די אדערלעך און ביי די צונג איז דאס נאר "ליתר שאת" ווייל די צונג קאכט מען נישט דאס ווערט געבראטן און דארט איז נישטא קיין חשש פון בלוט, אבער ווי געזאגט דאס אלעס איז אויב דער גאנצער פראבלעם וואלט אמת געווען, למעשה איז די גאנצע זאך א בלויזער שקר פיל מיט סתירות און פיל מיט רשעות און ווי געזאגט איז דער איינציגער ציל איז נאר מבאיש ריח זיין פארן באטערער רב שליט"א וואס איז איינער פון רעב איצלס גרעסטער קאמפעטישאן, און איז כידוע איינער פון די גרעסטע מומחים אויף דעם פעלד פון הכשרים,
יאנקעלע
ביסט כמעט אינגאנצן גערעכט
נאר מרעדט דא פון לעבער-כבד
טויש נאר די מליצה. מיט
הקנאה ו התאוה ו"הכב"ד מוציאין.................
"לשוני" הכשלינו,
אמת, מען רעדט פון לעבער, און כפי ידיעתי האט נאך קיינער ניט ארויס געשטעקט די לעבער פאר די רבנים...
אבער די לעבער בראדט מען און נישט די צונג, סארי,
אגב, דיין מליצה איז זייער גיט.
ליידער האנדעלט זיך דא פון א מכשול נורא, וואס ווער ס'האט נאר א טראפ יראת שמיים, ווערט דערציטערט דערפון. דא האנדעלט זיך איבערהויפט נישט פין קיין שום פרעזענדליכע חשבונות פון נקמה.
מעשה שהיה כל היה. א חשוב'ער כולל יונגערמאן, א תלמיד חכם, וואס איז נישט פארמישט אין קיין שום פאליטיק, ער איז נישט קיין ארוני און נישט קיין זאלוני, אויך נישט קיין געגענער צו סיי וועמען, וואס האט לעצטענס אדורך-געהאראוועט גרונטליך הלכות ניקור, און האט באקומען חשוב'ע קבלות פון רבנים מובהקים, האט די פאריגע וואך באשטעלט ביי "ירושלים" פלייש געשעפט 5 בהמה-לעיבער (נישט צינג) פון מיעל מארט (עללי-פראססעסינג אינק). איך טו אינטער-שטרייכן נאכאמאל: "מנוקר'דיגע" (געטרייבערטע) לעיבער.
דער באקס מיט די 5 לעיבער איז באשטעלט געווארען ביום ד' חיי שרה, און איז אנגעקומען אין "ירושלים" פלייש געשעפט למחרתו ביום ה'. דער באקס איז געעפענט געווארען דורך דעם יונגערמאן, בנוכחות שני עדים כשרים! ליידער איז קיין איין איינציגע לעיבער נישט געווען הונדערט פראצענט "מנוקר". אבער איינס פון די פינף לעיבער האט גאר געהאט אויף זיך "חלב דאורייתא" ממש! יא, יא, אזוי ווי איר הערט: חלב הכליות, וואס איז חלב דאורייתא! מ'שפילט זיך דא מיט איסור כרת ממש!
חלב הכליות איז עס "נישט"
יא דעם שטיקל נעמט מען געווענליך אראפ "מפני מראית עין"
דא זעען מיר בעין ווי הייליג אינזערע חז"ל זענען
אז ווען זיי זאגן מראית עין מיינט מען נישט דעם גוי.............
{ליין:עירוב ראדני}
ממיינט דעם חשובן אינגערמאן וואס לערנט זיך הלכות ניקור
אגב.
אמת עס באלאנגט נישט דארט דער שטיקל הויט. אבער פון א הייטל ביז די דערציטערענדע
"חלב דאורייתא" איז פאלג מיך א גאנג
המשך הדברים (2):
אויפ'ן פארלאנג פון דעם יונגערמאן, האט "ירושלים" פלייש געשעפט דעליווערט דעם לעיבער צו הרה"ג ר' הערשל ברוידא שליט"א רב דקהל שערי אורה אין בארא פארק. הרב ברוידא האט זיך תיכף פארבונדען מיט די ב"ד המיוחד לעניני כשרות פון התאחדות הרבנים, און פאר זיי געוויזן דעם לעיבער. דער ב"ד המיוחד לעניני כשרות פון התאחדות הרבנים, ה"ה הרב מגאלאנטא שליט"א, הרב הלל וויינבערגער שליט"א און הרב ביק שליט"א, האבן אלע באטראכט דעם לעיבער, און אלע האבן מסכים געווען פה אחד, אז ס'איז חלב דאורייתא ממש בלי שום ספק!
מ'האט אנגערופען דעם רב המכשיר, ה"ה הרב מנירבאטור שליט"א, וועלכע האט אריבערגעשיקט צי התאחדות הרבנים זיין הויפט משגיח ר' מאיר ראטענבערג צוזאמען מיט די צוויי מנקרים פון מיעל-מארט (וועלכע זענען פאראנטפארטליך פאר'ן ניקור פון די לעיבער). קודם האט מען אריינגערופען אין צימער ר' מאיר ראטענבערג און געוויזן דעם לעיבער, און ר' מאיר האט אויך מסכים געווען אז דאס איז חלב דאורייתא. דערנאך האט מען אריינגערופען אין צימער די צוויי מנקרים, און זיי ביידע האבן געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום פראבלעם, ס'איז נישט קיין חלב!
בקיצור, פון יענע אסיפה איז מען ארויסגעקומען מיט אן החלטה, אז ס'איז דא א פראבלעם מיט די מנקרים. און דער נירבאטור רב האט אפגעזאגט איינע (?) פון די מנקרים. (אגב, די צוויי מנקרים זענען טייערע פיינע עהרליכע אידן, זיי קענען נאר נישט קיין הלכות ניקור על בוריו).
הרב ברוידא שליט"א האט זיך אויך פארבונדען מיט הרב בעלסקי פון ou וואס גיט אויך די השגחה אויף מיעל-מארט, און אים אויך געוויזען דעם לעיבער. הרב בעלצסקי האט תיכף געזאגט מיט א קלאהרקייט אז ס'איז זיכער חלב דאורייתא, און ס'איז א שטארקער פראבלעם וואס דארף האבן א תיקון. עטליכע רבנים פון פארשידענע קרייזן וואס האבן זיך פארבינדען מיט הרב בעלסקי, האבן פון אים געהערט קלאהרע דיבורים אז דא האנדעלט זיך פון חלב דאורייתא.
מלחמת:
ווער האט געזאגט ? ווי געזאגט ?
פין ווי ווייס איך אז די זאגסט אמת, אין די אלע רבנים זענען ביי די מיינאג?
ווי איז התאחדות ?
ווי איז רב בעלסקי ?
פארוואס באהלט זיך איעדער איינער, איז נישט די שטיל שווייגן פין אלע רבנים וואס ווייסן א גרעסערע אוולה ווי דאס אז עפעס א מנקר האט נישט געטויגט ?
פאר וואס דארף מען נישט כשרן די כלים ?
האט די התאחדות געהייסן כשרן די זאלן וואס האבן גענימן די פלייש ?
לפי ידיעתי איז די מעשה פון מלחמת השם קראנט און וואר, ליידער.
אויף די פראגע פארוואס מען שווייגט, ליהוי ידיעא אז א קנאפע יאר צוריק איז אויך פארגעקומען עפעס אן ענליכע פרשה מיט די פלייש און מען האט עס אויך דערשטיקט, דאס זעלבע וועט יעצט ווידעראמאל פארקומען.
והסיבה פשוטה,
דא האנדלט זיך נישט פון א יחיד, עס האנדלט זיך פון א ריזן פארצוויגטע מערכת הכשרות, צי איז דאס נירבאטור, צי התאחדות, עס איז א זאך וואס מען קען נישט ארונטעררייסן, א שטייגער ווי שבח, ווייל דאן פארלירט דער גאנצער כשרות סיסטעם איר חזקה און צוטרוי.
יא אמת, מען האט עס געכאפט ב"ה, און מען דארף גלייבן און האפן אז עס זאל מער נישט פארקומען. גלייכצייטיג טוט מען שטארק ארבייטן דאס צו פארבעסערן און באזייטיגן די מכשולות ווי ווייט מעגליך.
און יעדער זאל פרעגן זיין מורה הוראה בנוגע כשר'ן כלים, און א תשובה אדער צדקה.
ברם זכור. די ווייטע לויטערע אויגן פון קאשויער רב זצל, וואס האט שטענדיג געשריגן אז די 'כשרות סיסטעם' אין די פארצווייגטע פלייש אפלייטונגען, איז נישט מעגליך אפצוהיטן כדת וכדין!
נישט ווייל איך האב נישט געגעסן קיין מיעלמארט פלייש. ליידער פלעג איך פון צייט צו צייט אריינכאפן ערב שבת א גוטן טשולענט [כאטש נישט קיין לעבער], אבער לדאבוני האב איך טאקע געגרייזט צו עסן מכל הבא לידי, וקבלה על העתיד בע"ה.
די אויסגעהאלטענסטע פלייש בזמנינו איז לדעתי, די בני יואל שחיטה. מען דארף באשטעלן פון פאראויס, מען גייט אראפ צו א פארם און מען שחט איינצעלנע בהמות, אן קיין רעש מיט א רואיגקייט און א געניטקייט. די בודקים ומנקרים זענען יראים ושלמים, נישט קיין סתם ארבייטערס מיט א משגיח אן טאַפּ.
עס קאסט טאקע זייער טייער.
פאר דער וואס רעדן זיך איין אין די ריינקייט פון דער נירבאטור רב, איז וויכטיג זיי זאלן געדענקן אז דער הכשר איז עם ווערט א פערטל מיליאן דאלער א יאר!
אגב האף איך אז דאס וועט זיין א לימוד פאר דער נירבאטור רב נישט צו בארעדן אנדערע בעלי מכשירים
פשוט דערפאר וואס ער זיצט דערין מיט אזוי גרויס א געלט נגיעה, אז ס'איז נישט מן הנימוס ער זאל דארשענען וועגן קאמפעטישען זיינע
און דאס איז חוץ פון "קשוט עצמך..."
המשך (3)
דער אמת איז, אז א מכשול קען ביי יעדען פאסירען, ר"ל, אין אויף דעם האט שוין דוד המלך געזאגט "שגיאות מי יבין". דער גרעסטער פראבעלם איז, וויאזוי א מכשול ווערט באהאנדעלט. אן ערנסטער איד, וכ"ש אן ערליכער רב, נוצט אויס דעם מכשול לתועלת, על דרך שאמרו חז"ל "אין אדם עומד על דבר אלא אם כן נכשל בה". אויף אזא איינעם זאגט דער פסוק "ומודה ועוזב ירוחם".
ליידער ליידער, ביים איצטיגן מכשול (פון כרת ר"ל) טוט מען פונקט דאס פארקערטע. מ'פארטושט, מ'פארנעפעלט, און מ'נארט אפ דעם ציבור היראים ומדקדקים, מיט כל ערלעיי שמועות מיט באבע מעשעלעך, כאילו סאיז קיינמאל קיין מכשול נישט געווען. און ממילא, דארף מען גארנישט צו פאררעכטען.
אין די היינטיגע צייטונגען האט דער באטערער רב מפרסם געווען א מודעה רבה "אישור כשרות" וואס איז שוין פריער געפאויסט געווארן אין דעם אשכול. זיין מודעה איז געשריבען געווארען בנוסח וסגנון כזה, אז עס איז קיין פראבלעם נישטא, ויאכלו ענוים וישבעו.
לאמיר אביסעלע צונעמען דעם באטעררער רב'ס אישור כשרות.
דער באטערער רב שרייבט: "הניקור של כל חתיכה וחתיכה של בשר הנ"ל נעשה בהשגחת מנקרים מומחים". באמערקט, ווי ער דרייט זיך ארויס פון דערמאנען דעם ווארט "כבד" (לעיבער). ער שרייבט, אז דאס ניקור ווערט געמאכט "בהשגחת מנקרים מומחים" – און נישט "על ידי מנקרים מומחים". ווייסט איר פארוואס? ווייל נישט די מנקרים מומחים מאכן דעם ניקור, נאר גויים טוען דעם ניקור. די מנקרים מומחים זיינע, גיבן נאר די השגחה.
דער באטערער רב טיטולירט די מנקרים אז זיי זענען "מומחים, יראי ה', שלמדו אומנתם אצל מנקרים מומחים שהיו להם קבלה על ניקור מרבנים גאונים זי"ע מדור הקודם", עכ"ל. איר הערט? זיינע מנקרים – המשגיחים, פארמאגען נישט קיין "קבלה" אויף ניקור. נאר זייערע מלמדים האבן געהאט קבלה...
ווייטער שרייבט דער באטערער רב: "סדר הניקור הוא עפ"י המבואר בהכתב של הבד"ץ של העדה החרדית בירושלם מיום כ"ג חשון תשמ"ג". יא, יא. אבער פון בד"ץ של העדה החרדית איז פארהאן נאך א מכתב, פון 2 יאהר פריער - תשמ"א, ווי דארט שטייט מפורש, אז א מנקר מוז האבן די פאלגענדע 3 תנאים: א) שילמד אצל מנקר מומחה ויר"ש מפורסם. ב) צריך שהמלמד יתן לו כתב אישור שלימודו עלה יפה, והוא זריז ובקי במלאכתו. ג) צריך להופיע בפני בי"ד או בפני חכם המקובל להורות הוראה, והוא יבחון אותו, ואז יתן לו כתב קבלה לסומכו במשרת מנקר".
דעם באטערער רב'ס היינטיגען בריעוו, איז א קלארער "הודאת בעל דין" אז ער עובר בשאט נפש אויף אט די הוראות ברורות פונעם בד"ץ. און שעמט זיך נישט אויס-צו-נוצען דעם בד"ץ מכסה צו זיין על פשעיו.
מה נאמר ומה נדבר...
רבוש"ע
אוודאי איז דער כליות אין אויך די לעבער אין בויך פון די בהמה
נאר אז דיין קאפ איז אויך דארט דאס האב איך פארפאסט אינעם בילד
---------------------------------------------------------------------------------------
איז עס חלב?--------ניין
אלע רבנים איינשטימיג? -------------יא
נעמט מען דעם שטיקל הייטל געווענליך אראפ?--------יא
פארוואס נעמט מען עס אראפ? --------מפני מראית עין
איז די אסיפה נעכטן אין מיעל מארט געווען שטורמיש?----פרעגט דעם וועטער נביא
----------------------------------------------------------------------------------------
ווער עס איז געווען דארט האט מיר איבערגעגעבן אז:
מהאט געקענט דערקענען אויפן פנים ווער פון די רבנים האבו נושא ונותן געווין להלכה
איו וועלכער האבן פרובירט צו פלעקסען מאסעלס.
איין ב"פ כוכב איז נאר געווען פארנומען אז מזאל אויפהערן שופך דם זיין ווייסמאנדלען.גיי ווייס
וואס ער וויל...........און ווי דאס קומט צו חלב..........אפשר צו "כבוד"..................
יעצט איז אזוי
על הגאולה . מלוה מלכה.מלחמת ה'
----------------------------
I CHALLENGE YOU
צו פרעגן און POINTEN אמת'ע פאקטן. נישט סתם גראדזשענען אין ווארפען פסוקים און בילדער
א דאנק
----------------------
ווי אויך אז אויב עס איז נישטא ווייטער וואס צוצולייגען.
איז נישט קיין מצוה צו סתם טענה'ען אדער טייפן.
מהאט שוין געהערט אזאנס אז מ'ווישט די נאניע און מ'גייט ווייטער
----------------------------------------------------------
AN APOLOGY IS NOT EVEN EXPECTED FROM THE KIND OF PEOPLE LIKE YOU
ליידער ליידער איז אין פוצה פה און מען זוכט נאר צו פארווישן
ווי גייט דאס ווערטל
נאך א מזל פינקל איז געווען א יעקער און נישט קיין חסידישער
ווייל ווען ער זאל ווען געהרען צו א חסידות וואלט מען שוין פארווישט די גאנצע מעשה
והיינו טעמא דשופר והיינו טעמא דלולב
דאס פארענטפערט פארוואס מען מוז ווארפן צעטליך און גאס
ביי פינקל זענען געוויסע רבנים גלייך ארויס מיט א צעטיל צו כשרן די כלים, און אלע רבנים ביז 2-3 טאג.
אבער דא האט קיינער נישט די "גאאטס" צו שרייען דעם אמת (א חוץ קאשוי'ער רב זצ"ל בשעתו)
במילא מוז מען לייגן צעטליך אין גאס
אמת לא זו הדרך לכאורה וואלט מען געדארפט גיין צום נירבאטור אבער ליידער וויל ער נישט הערן
דער אינגערמאן וואס האט דאס געטראפן איז שוין פאר 2 יאר צוריק געגאנגען צום נירבאטור אז ער האט געטראפן עפעס וואס טויג נישט, אנשטאט צו הערן און מתקן זיין האט ער אנגעזאגט פאר אלע בוטשערס און בארא פארק אז מען זאל אים נישט אריינלאזן.
איז אז מען האט נישט קיין ברירה מוז מען ווארפן צעטליך
קבלתי באישי
די גאנצע מעשה איז איין שטיק בלאף ורציחה
עס איז אמת אז מען האט געטראפן א שטיקעל אויף די לעבער, די שטיקעל איז פארזען געווארן דארט,
עס איז א טעות וואס קען זיך מאכען סיי ווי אין סיי ווען, אין עס האט זיך שוין געמאכט איבעראל די טעותים, אדער ענליכע טעותים
די שטיקעל איז אזוי גרויס ווי א שעורה, א פינטל. נישט גרעסער
עס איז א זאך וואס קען זיך מאכען, עס טאר זיך ח"ו נישט מאכען, אבער פין צווישען מילאנען שטקלעך כשר שטיקלעך פלייש האט זיך עס געמאכט
דער שטיקעל וואלט סיי ווי נישט אנגעקימען צום קאסטומער, ווייל דער בוטשער וואלט עס נאך אוועק געשניטען, זיי שניידן נאך אוועק די עקן, וכדומה
נערמאלערהייט ווען וועלט איז וועלט, גייט מען צים בעל המכשיר מען ווייזט אים עס, מען מאכט תיקונים אז עס עס זאל מער נישט געשען, ווייל א טעות קען זיך מאכען,
היות אבער אז היינט ציטאגס לעבן מיר אין א אנדערע וועלט, א וועלט ווי רשעות ורציחה פארנעמט דעם אויבן אן, איז געשען וואס עס איז געשען, מען האט געמאכט א שטינק על לא דבר מען ווארפט זיך מיט יענעם פאר גארנישט, קיין שום רב, האט גארנישט קעגן מיעל מארט
בנוגע די מעשה פין מלחמת ה
די מעשה האט נישט קיין הענט אין קיין פיס
1}פארוואס האט דער חשובער אינגערמאן געדארפט 5 שטיקער בהמה לעבער?? קר"י בוטשער פארקויפט נישט אזויפיל אין א חודש!! {עס איז נישט א גאנגבאר ארטיקעל
2}פארוואס האט ער עס געפענט קעגן צוויי עדים??, פארוואס האט ער געטראכט אז ער גייט טרעפן חלהב??
3}וואס איז מיט די אנדערע 4 שטיקער לעבער???
5}ווי זענענן אלע רבנים, שוחטים ובדקים, בוטשער סטארס, פארוואס באמערקן זיי גארנישט?? אויב עס איז אמת אז מיעל מארט ווייסט נישט ווי אזוי מנקר צי זיין??!!
פארוואס דארף די מעשה זיין מיט א איגערמאן וואס האט קבלות אויף ניקור??
דער אמת איז,
אז עס האט זיך טאקע אדורוך געגלישט בשוגג די שטיקעל חלב, ,
אבער עס איז נישט קיין זאך וואס איז געשען מיט 5 לעבער נאר פשוט די איין שטיקעל, די מנקרים ווייסען זייער גיט וואס זיי טיען
נערמאלערהייט, ברענגט מען ארויף אזא מכשול פארן רב בעל המכשיר, ער נעמט די זאך אין די האנט, ער מאכט א אסיפה צווישען זיינע מנקרים, ומשגיחים, אין מען איז זיך מקבל אז עס זאל מער אפאכט געבן
דא אבער איז איינער געגאנגען, ווייל ער האט א אלטע חשבון מיט דעם באטעור רב אין ער האט געמאכט א שטינק דערפין
ווען באטעור רב וויל ווען קען ער צוריק געבן מנה אחת אפים, ווייל יעדער וואס טיט אין הכשרים ווייסט אז א טעות מאכט זיך כסדר, אין טאקע וועגן דעם דארף מען א ערליכעם קליגען בעל מכשיר וואס זאל שטיין כסדר אויף די וואך
נאך א פוינט
עס איז נישט דא קיין שים חיוב אז דער באטעור איז מחיוב צי זאגען פארן ציבור אז דא איז עפעס געווען א טעות
דער ציבור קען ווייטער עסן די פיצא רואגערהייט, אין נאכקימען אלע תאוות 100% פראצענט
אזוי אויך די אלע וואס זיצען דא אויפן טריפה'נעם אינטערנעט אין פייטען מיט בכיות פאר כבוד שמים, זיי קענענן עס ווייטער טיען מיט א רואיגערהייט
וואס יא?? ער האט גענימען די נויטיגע שריט אז עס זאל מער נישט פארקימען,
אייביג מאכט אז עס געשענט א פראבלעם, אין דאס איז די ארבייט פין א בעל המכשיר צי זען אז עס זאל מער נישט פאסירען
אבער ער איז אבעסאלאוט נישט מחיוב יעצט זיך אויסצי שרעקן ברבין פאר א פאר ליידג גייערס וואס ווייסט נישט אין וועלכע חלק שלחן ערוך די הלכה שטייט
די אלע ערליכע אידן וויסען דאס אין פארשטייען דאס
יעדער נערמאלער רב וואס האט נישט קיין אגענדא האלט מיט אים
קליינעקאפ:
נעכטען איז דיין מעשה געגאנגען אז ס'איז קיינמאל נישט געטראפן געווארן קיין "חלב", נישט קיין דאורייתא נישט קיין דרבנן, נאר אזא פעטענס וואס מ'דארף אראפנעמען צוליב "מראית עין".
היינט, מיטאמאל, ביסטו שוין מודה אז ס'איז יא געווען חלב אויפ'ן לעיבער, נאר "בשוגג" וכו' וכו' וכו'. און דערצי הייבסטו אהן מיט א שמוץ קאמפיין אקעגען דעם יונגערמאן.
ווער ס'גלייבט דיך נאך אפי' איין ווארט, איז טאקע א קליינעקאפ...
והסיבה פשוטה,
דא האנדלט זיך נישט פון א יחיד, עס האנדלט זיך פון א ריזן פארצוויגטע מערכת הכשרות, צי איז דאס נירבאטור, צי התאחדות, עס איז א זאך וואס מען קען נישט ארונטעררייסן, א שטייגער ווי שבח, ווייל דאן פארלירט דער גאנצער כשרות סיסטעם איר חזקה און צוטרוי.
די צוטרוי ווערט פאלוירן דארך די קאווער-אפס, אין די גאנצע מהלך פין איי גאאט יא ,אין נישט נאר די צוטרוי פין די אדער יענער רב המכשיר נאר פין די גאנצע סיסטים.
עס איז נישט קיין פראבלעם צי זאגן יא סהאט זיך געמאכט, אלס קען זיך מאכן, אין ביי איעדעם קען זיך מאכן, אין עס וועט פין היינט אין ווייטער נישט פאסירן, ווייל מיר, אין אזוי אויך אנדערע בעלי מכשירם, האבען ב"ה אינטער גענימען די אין די באוורעניגען.
די סיבה פארוואס א ב"ב איז נישט באגלייבט איז ווייל ער האט א געלט נגיעה, דער איינגעשטעלטע אין די ביג-כשרות אינדעסטרי האט פינקט אזא נגיעה, אין פאסט פינקעל-געט איז א שיפע טאש נישט מער באגלייבט.
ווען פינקעל-געט איז ווען נאר צווישען די רבנים, אין נישט אויף די גאס, וואלט זיך ווען גארנישט געטוישט
יעדער זאל פרעגן זיין מורה הוראה בנוגע כשר'ן כלים, און א תשובה אדער צדקה.
מיין מורה הוראה ליינט נישט קיין פארשקווילן אין קיין הייד פארק. (אזוי עכ"פ זאגט ער מיר)
מלחמות:
איך זעע נישט די שמיץ קאמפען פין וואס די רעדסט, סך הכול זאגט ער אז דער חשעבע ינגערמאן איז געגאנגען בכוונה כדי צי כאפען. אין עס האט זיך ארויס געוויזען אז די מנקרים האבן שוין גאר גיט געוויסט וואס זיי טוען, ווען נישט פארוואס האבען זיי זיך געבאדערט אראפצינעמן די שטיקל פין די אנדערע
מלחמת
איך מיין אז עס פעלט אן הקדמה צו דיין ווערסיע
דער יונגערמאן איז דאס
ערשטע מאל געווען פארמישט אין א טומל פאר א יאר ווען ער איז אריין באקוק'ן פלייש אין ב.פ.
סאטמאר בוטשער אויף ניו יוטרעקט. דארט האט ער באמערקט אז די ניקור איז נישט 100%, טאקע נישט
קיין דאורייתא אבער אנדערש ווי די אנגענומענע כללים פון ניקור.
(דאורייתא ביי אונזערע
בהמות איז נאר שייך ביי די לעבער ווייל די גאנצע אחוריים ניצט מען נישט, רוב ניקור ארבעט איז
אויף די גידים, ארויס צו שלעפן, שניידן אדער לעכערן לויט ווי עס איז מקובל)
איז ער
אריבער צום דיין ר' ח"ד און איהם פרובירט מסביר זיין דעם פראבלעם.
דער דיין נישט קענענדיג
דעם אינגערמאן (אזוי אויך האט דער אינגערמאן איהם נישט געברענגט ווייזן די פלייש נאר פרובירט
רעדן די הלכה'דיגע שמועס, וואס זעהט אויס דער דיין קען נישט אזוי-גוט [ווי רוב רובא
מורי-הוראות און אפילו שוחטים קענען נישט ניקור]) האט איהם נישט גענומען ערנסט,
וק"ל.
לעצטענ'ס איז דער אינגערמאן אריין צו א בוטשער דעפארטמענט פון א סופערמארקעט,
וואס קויפט נאר געטרייבערטע פלייש, [דער בעל מכשיר לאזט אים אריין גערן], און באקוקט די פלייש
בשעת'ן אויספאקן פון די באקסעס. זע'ענדיג א פראבלעם אויף די לעבער, האט ער זיך אנגערופן צום
ארבעטארער - די שניידס'ט אראפ די חלב דא?! האט יענער דערשראקענערהייט זיך אפגערוקט אין א זייט
אין געזאגט איך ווייס נישט וואס חֵלב ווען חֵלב איך בין נישט מנקר אדרבה ווייז מיר דער פראבלעם
און איך וועל רעדן צום בעה"ב!
ער איז נישט געבליבן ווארטן
אויפ'ן בעה"ב אבער ווי
ס'הייסט אז ער האט עס צוריקגעשיקט צום פלענט.
וועלנדיג זעהן אויב ס'איז נאר א צופאל
אדער נישט האט ער באשטעלט דורך א צווייטע בוטשער (כמדומה JERUSALEM, אבער זיי האבן נישט
געוואוסט אויף וואס דאס איז) פינף געטרייבערטע לעבער.
אלע פינף האבן אויף זיך געהאט
אזא הייטל צו וואס די חלב איז מחובר און די מנהג איז עס אראפצונעמען ביים ניקור, און איינס
האט געהאט א שטיקל חלב (הכליות [דאורייתא]) אויפן הייטל.
און די רעשט ווייסט איר
שוין...
(ר' ח"ד האט זיך אויסגעדריקט יעצט נאך די מעשה אז ער האט נישט געוואוסט בשעתו
אז דער אינגערמאן איז אזא מומחה, ווען יא וואלט ער זיך יא מתייחס געווען צו
איהם)
http://masoret.hevre.co.il/upload1106/20061123_107317821_20061123_022144946_Cheilev3.jpghttp://masoret.hevre.co.il/upload1106/20061123_105189570_20061123_0215412754_Cheilev2.jpghttp://masoret.hevre.co.il/upload1106/20061123_1092219475_20061123_022401268_Cheilev4.jpgתוקן
על ידי - Delluser - 23/11/2006 23:33:15
תוקן על ידי - Delluser - 23/11/2006 23:41:39
דער חשובער אינגערמאן האט געלערנט ניקור
ער וואינט אין בארא פארק און ער איז געגאנגען ביי די היימשמע בוטשערס וואס האבן היימישע (בהיימישע) מיעל מארט קוקען אויב עס איז גיט
און האט געזען אז עס איז דא פראבלעימען האט ער גערעדט צו די רבנים
און די רבנים האבן עם געזגט גיי דיר און מיש דיר נישט
האט ער געווארט ביז ער וועט טרעפן
יא און א דאנק דעם אימגערמאן האפט מען וועט מיעל מארט אנהויבן צו מיקר זיין ווי עס דארף צו זיין
דער באטור רב איז היינט ארויסגעקומען מיט א נייעם בריעוו (אין "דער בלאט" און "דער איד"), מיט א הוספה אויף די בריעוו וואס איז געווען נעכטן אין "נייעס באריכט".
ס'האט א נייעם דעיט: "אור ליום ה'"
און צום סוף איז צוגעלייגט א נייע שורה:
"היות שלדאבוני נמצא על כבד אחת בלבד שניקרו תחת השגחתי, איזה דבר שדרכינו הוא להסירו, ע"כ חזקנו את סדר ההשגחה ביתר שאת, שלא יהי' כן בעתיד
וכן אודיע בזה, שכל מיני בשר, כבדים, ומוצרי בשר, שנעשו תחת השגחתי, אין עליהם שום חשש ופקפוק".
נאך גרויס פרעשור פון צענדליגע רבנים ודיינים יושבים על מדין, האט דער באטורער רב נישט געהאט קיין ברירה, נאר צו זיין א מודה במקצת.
די בראך איז, אז אויף אים פארלאזט מען זיך אויף כשרות...
בעל גאוה,
בנוגע דאס וואס דו שרייבסט אז מען האט נישט קיין ברירה און מ'מוז ווארפן פאשקעווילן:
קודם כל: איין עבירה פארענטפערט נישט דאס צווייטע, אז דער דיין וויל נישט מפרסם זיין איז נאך נישט קיין היתר אנצומאכן א חילול ה'.
צווייטנס: שרייב אונטער א נאמען! און ווארף אינמיטן טאג! וואס איז? האסט מורא? באהאלטסט זיך? אדרבה, דער עולם וויל וויסן פון וואנעט נעמסטו די זיכערע אינפארמאציע אז דו ביסט אזוי זיכער אז מ'קען שיסן פאשקעווילן? אינמיטן די נאכט?
דריטנס: ווארפן און אנמאכן שמוץ אויף יענעמ'ס פראפערטי איז א חילול ה' אבער אויך גניבה און אוממענטשליך. אפשר קען מען הענגען צעטלעך אין די שוהלן? און אז דו האסט יא געווארפן, אפשר פארסטו א וואך שפעטער ארום ביינאכט צוזאמעננעמען די טויזנטער צעטלעך וואס דרייט זיך אונטער די פיס און פאר'מיאוס'ט די גאנצע געגנט??
מיר האבן אזא דרך נישט געלערנט פון קיין צדיקים. דאס איז היינט אויסגעטראפן דורך אזעלכע וואס טרעפן אין אלעם נייע דרכים און האלטן זיך קלוגער פון אלע צדיקים, אפדערעדט פון בזמנינו, נאר אפילו פון פריערדיגע. זיי "פארשטייען בעסער".
ווען די פאשקעווילן העט ווען נאר געווען איינמאל איז איין זאך; אבער אז למשל דער בעלזער רבי קומט אדער אנדערע מינדערוויכטיגע זאכן וואס אינטערעסירט נישט קיינעם, און דו ביסט "לוחם מלחמת ה'" בשם "תושבי מאנסי הכואבים", איז עס א אוממענטשליכקייט און אומגעבעטענע טובות (מילד גערעדט).
ע"כ חזקנו את סדר ההשגחה ביתר שאת, שלא יהי' כן בעתיד
ווי גייט די ווערטעל בעסער שפעטער ווי איידער...
וואס גענא זענען די נייע תקנות ?
האבן די אנדערע אויך די נייע תקנות ?
די בראך איז נאר מלחמות אז די האסט אן אגענדע, אין סאיז זייער אבוויעז
דער עולם האט שוין געשריבן און געזאגט, אין לי כמעט מה להוסיף, אבער דאס איז פשוט אז עס איז נישט דא קיין שום נארמאלע רעכט צו לויפן צו רבנים נאך פאר מ'גייט צום בעל המכשיר אליינ'ס.
און אזוי ווי עמיציר האט שוין אויבן דערמאנט שניידט מען סייווי אראפ דעם שיעור חלב כשעורה פאר'ן עס פארקויפן.
מילא איז פשוט פארוואס מ'דארף נישט כשר'ן, און אפילו זאל מען דאס יא פארקויפן, וואלט דאך דאס בטל געווארן מיט אלע וועגן וואס ווערט בטל איסור שנתערב בהיתר.
מילא פארפירט נישט אזוי, אחוץ אויב וויל מען דא פריש אויפוועקן אלטע שמוץ וואס מ'האט פאר איבער 20 יאר ארויפגעשמירט אויף רבנים און מנקרים מומחים.
נעכטען, ביום ד' נאכמיטאג, איז דער בי"ד המיוחד לעניני כשרות פון התאחדות הרבנים, אראפגעפארן קיין קווינס, דארט ווי מיעל-מארט האט זייער ריזיגער פלענט, און זיי האבן געוואלט באטראכטן דעם סדר הניקור.
ס'איז דארט געווען אנוועזענד די פאלגענדע רבנים: הרב מגאלאנטא, הרב הלל וויינבערגער, הרב ביק, הרב הערשל ברוידא, הרב מנירבאטור, און אויך האט נירבאטער רב מיטגעברענגט מיט זיך א תימנ'ער רב פון ארץ ישראל, א מומחה גדול אויפ'ן געביט פון ניקור, מיט'ן נאמען: הרב שלמה יוסף מחפוד.
די רבנים פון התאחדות הרבנים זענען זייער נישט ציפרידען געווען פונעם סדר הניקור, און האבן פארלאנגט שטארקע תיקונים. אבער דער באטערער רב האט ארויסגעלאזט א שמועה נאך די אסיפה, כאילו דער גרויסער מומחה פון בני ברק, הרב שלמה מחפוד, האט געזאגט אז ס'איז נישט מעגליך צי טרעפען קיין חלב דאורייתא אויף די לעיבער, און ממילא איז דער מכשול מעיקרא ליתא.
רבנים וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך באלד פארבינדען מיט הרב מחפוד, מברר זיין דברים כהווייתן. ווי נאר הרב מחפוד האט געהערט די "שמועות" וואס מ'זאגט נאך בשמו, האט ער באלד מפרסם געווען א "הודעה" ווי ער שרייבט אז "שיקרו וסילפו את הדברים שכאילו אמרתי אין חלב הכליות בכבד. חס מלהזכיר זאת!".
איך האף בקרוב צו פאוסטען דעם בריעוו בשלימותו.
sorry for the english
------------------------------
the obvious has no reason to be debated
of course the whole thing started when some yingerman thought he saw something
,
he went to everybody else and not to the rav hamachshir
it is NOT cheilev. noe even a SEOIRA
he changed the NUSACH in the letter, only because the rabbanim, told him, that it is not looking good for him that he just says that everything is ok, because, obviously there was a situation, and SOMETHING was brought up onto the table,
so he wrote, the truth, that something that usually gets cut off, wasnt and bla bla bla
-----------------
so now,
yingeleit that are learning nikur ,are very welcome to learn, and our new young generation needs talmidei chachumim, to be the future DAYUNIM, but there are more
bar bei rav'elech d'chad yoime's
that think they know enough to criticize the process, that has been founded 100's of years ago, by gedoilim , kedoishei elyon,
and here in america,
yesoidusoi beharrerei koidesh
rabeini m'satmar z"l
-----------------------------
and yes every1 is entitled to think he sees a problem, and bring it to the attention of the rabbonim,
but to create a scandal , without asking and showing the bal machshir, and create furor over NOTHING is unacceptable
----------------------------
al hageila
-------
you are a nutcase,
מלחמות:
וואס פינקליכט איז פאר די רבנים, די באטערס קאנקערענט, זייער נישט געפאלן ?
אין וואס זענען די תקינים ?
וואלט סכדעס אויך אריינגעלאזט אנדערע איבער קיקען זייער השגחה ?
איז דארט אויך געווען אזא הפקרות ווי די סכדעס בעקערייען ?
אויב סאיז חלב מן התורה וואס איז די דיבעט ?
ווייז אן א ס' אין שו"ע אז אויף די לעבער איז דא חלב, אין ענד אף סטארי ?
קליינער קאפ
וואס איז די רעיט פער שעה?
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער בריוו איז בא לילמוד ונמצא למוד
פין זיין בריוו זעט מען קלאר אז ער רעדט פין א חומרא.
ער האט נאר געוויזען די גרענעצען פין חלב (וואס גרייכט נישט להלכה ביזן לעבער - מלחמות דער עולם ווארט אויף א ס' אין ש"ע)
אבער למעשה האט ער גארנישט ח"ו געמיינט - מיט ווייזן די גרעניצען - מקיל צי זיין אין הלכה למעשה
מלחמת השטן שרייבט
די רבנים פון התאחדות הרבנים זענען זייער נישט ציפרידען געווען פונעם סדר הניקור, און האבן פארלאנגט שטארקע תיקונים. אבער דער באטערער רב האט ארויסגעלאזט א שמועה נאך די אסיפה, כאילו דער גרויסער מומחה פון בני ברק, הרב שלמה מחפוד, האט געזאגט אז ס'איז נישט מעגליך צי טרעפען קיין חלב דאורייתא אויף די לעיבער, און ממילא איז דער מכשול מעיקרא ליתא. רבנים וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך באלד פארבינדען מיט הרב מחפוד, מברר זיין דברים כהווייתן. ווי נאר הרב מחפוד האט געהערט די "שמועות" וואס מ'זאגט נאך בשמו, האט ער באלד מפרסם געווען א "הודעה" ווי ער שרייבט אז "שיקרו וסילפו את הדברים שכאילו אמרתי אין חלב הכליות בכבד. חס מלהזכיר זאת!".
דערנאך ברענגט ער א בריוו פין רב מחפוד אז ער לייקענט עס
דער שקר אין די צביעות שרייט פין יעדן ווארט דא
1}דער באטער האט קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז נישט מעגליך צי טרעפן קיין חלב דאוריתה אויף לעבער איז ער דען א ע"ה,?? ווייסט ער נישט א טריקען שטיקעל מציאות אז יא?? זיין מנקר ר' מאיר א ת"ח עצום ווייסט עס דען נישט???
2}מען האט ארויסגעלאזט א פאלשע שמועה אז דער באטעור האט עס געזאגט כאילו ער איז עפעס א גאסן אינגעל וואס ווייסט נישט וועלכע זייט מען עפענט מסבת חילון דערנאך איז מען געלאפן צי רב מפחוד זאגען אז באטעור זאגט, אז ער האט געזאגט, וכילו אין אויף דעם באציעט זיך דעם ברייו פין רב מפחד, ווי ער זאגט אז עס איז יא דא חלב אויף לעבער ער שרייבט אינגאנצן נישט קעגן מיל מארט ווייל ער איז אלייס מודה אז ער האט נישט געזען יענע שטיקעל לעבער
רבותי עס איז שוין צייט אויסצישרייען פאר דעם ניק מלחמת השטן/ מלווה מלכה/ על הגאלה
צביעים נמאסתם , יעדער זעט אז ענק האבן דא א שמיציגע אגענדע
געניג!!!!!! געניג!!! נישט מיט ווארפן שמיץ קימט ערגעץ אן דא איז נישט געווען מער ווי א ווייטיגליכע טעות, אז מען האט פארזען א קליין שטיקעל, ווי דער באטעור האט געזען די שטיקעל {א פאר טעג נאך אלע רבנים} האט ער גלייך מודה געווען אין גענימען די נויטגע שריט אז עז עס זאל מער נישט פאסירען דאס איז די תורה וועג אין אזוי דארף מען זיך פירען, בכלל איז נישט דא שייך די ענין פין קאווער אפ זאל איצא גליק קימען זאגן וויפיל מיסטעקס עס איז געשען מיט התאחדות די לעצטע יאר אליינס זאל ר' הלל וויינבערגער קימען זאגען די מיסטעקס פין זיי השגחה וואס ער האט געכאפט זאל ר' ווייסמאנדל קימען זאגן די מיסטעקס פין זיינע פלייש, זאל רב גרובער קימען זאגען ווי ער האט געטראפן לעכער אין זיין סיסטעם אין די זעלבע מיטען וואלאווע. השגחת קר"י
צבועים, פאררעטער , געניג!!!! הארגטס נישט יעדע הרגש פאר כשרות מיט ענקער פאלשע זעלבסט דינעדיגע געטריבענע קאמפיין, עס איז געווען א טעות, דער פלייש וואלט סיי ווי קיינמאל נישט אנגעקימען צים קאסטומער ווייל דער בוטשער שנייט נאך אוועק די עקן ווי דער נירבאטער האט עס געזען האט ער מודה געווען דערצי.. פיניש פיניש פיניש
ענקער קאמפיין קלאפט ענק ברוך השם צוריק אין פנים, פיין פאר ענק!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
| |
|
|
* action=delmsgs.asp method=post> |
קבלתי באישי
שמועה שמעתי אז הרב ברוידא (רב דקהל שערי אורה) האט נעכטן (דאנערשטאג) צוזאמען געזעצט דער נירבאטור רב מיט דעם אינגערמאן שטערן וואס האט מעורר געווען וועגן דעם חלב הכליות פראבלעם, און הרב שטערן האט איבערגעגעבן פאר דעם נירבאטור רב וועגן נאך אסאך הזנחות בענייני ניקור וואס קומט פאר תחת השגחת דעם נירבאטור.
ווער ס'ווייסט מער אינפא, ביטע מודיע זיין
ב"ה די באטער טוט למעשה, אין בראבירט נישט צי פארדעקן, אין איז גרייט צי הערן. ווען אלע אנדערע בעלי מכשירים וואלטן אזוי געווען וואלט מען בעסער געשטאנען.
ווער ווייסט וואס איצא האט געזאגט ? פין ווען איז ער עם נאך שילדיג פאר דעם באטער ?
עס קיקט אויס אז סדא דא איינער מיט אפאר ניקים (אלע אינטער א קנאית-דיגע נאמען מיט א - אינדערמיט) אין געהערט צי ביג-כשרות INC, אין טרייט צי שלאגן קאפיטעל אז דעס מאל האט מען געכאפט א צווייטען, יא יא דאס איז ליידער די פראבלעם מיט כשרות.
פון דא דארט, אפילו לאמיר זאגן אז סיז נישט דער זעלבער ממש, אבער די משוגע'תן קענען זיי זיך פארבארגן איינער פאר'ן צווייטן.
איך וויל פארשטארקערן דיינע רייד, פון אלע גאססיפ'ס אויפ'ן נירבאטור רב, זעהט מען איין זאך, אז עס איז דא א אויער וואס איז גרייט אויסצוהערן און פאריכטן, און בכלל גלייב איך נאך נישט אלע מעשיות.
רבותי זעצט אייך פעסט לערנען יו"ד סימן סד סעיף יב, די רמא.
יעצט באקומען אין אימעיל פון א מתפלל ביי הרה"ג ר' מרדכי אויערבאך פון מאנסי
The Rov reports that he has removed Alle/Meal Mart meats from his preferred
list. Please check with your butcher to make sure you are aware which meat they
are using.
זעט אויס ווי הרב אויערבאך געהערט נישט צי די מאפיא
די נעכטיגע אסיפה צווישן דעם באטערער רב אין דעם יונגערמאן וואס האט געטראפן די חלב - איז פארגעקומען אין שטוב פון הרב ברוידא בהשתתפות חברי בי"ד המיוחד לעניני כשרות - הרב מגאלאנטע והרב הלל וויינבערגער. באטערער רב האט מיטגעברענגט מיט זיך הרב בעלסקי און ר' מאיר ראטענבערג
שם אחר
ס'איז נאר א שאד אז דער נירבאטור רב האט געפינען זיין אויער נאר נאך וואס עטליכע עסקנים און
מעוררים האבן עם בלית ברירה געדארפט מבייש זיין ברבים
און די שאלה יעצט איז אויב דארף דער נירבאטור האבן בזיונות צי פארריכטן הזנחות מי יערב לנו
דארט ווי דער מעוררים קומען נישט אן