היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

271 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2930224
בלאט: 1 2 3 4 5 6

אבראהאם » 11/12/2011 14:50

[בילד – נישט אפגעהיט]

אבראהאם » 11/12/2011 14:58

די זעלבע רשעים די זאלי'ס וואס ווען ביי זיי איז דא א טראגעדיע  שרייען זיי מען טאר נישט רעדן דערפין ווייל אינז זעמיר נישט הימעל

אבער רשעים הללו לא לקחו מוסר זיי מעגן רעדן אין טייטלן פינגער'ס פאר זייער פאלטישיע אינטערסן

פין מענדעלע שווימער'ס אייניקיל וואז דער בער האט פארציקט האט מען געמעגט רעדן ?
פין זילא פערלשטיינ'ס פטירה האט מען געמעגט רעדן ?

ווען מעג מען יא אין ווען טאר מען נישט ?

דיןתורה » 11/12/2011 17:16

דאס איז שוין אריבער אלע גבולים, איך זעה אז אפילו ביי צד מהרז''ל זענען שוין דא אזעלכע וואס שעמען זיך מיט דעם

מלך_מלכים » 11/12/2011 17:40

א נערישע רישעותדיגע פראבע פון די ארונים טרעגערס, צו :פארשווארצן דאס פנים פון די ערליכע יודן. ענקער מאסקע איז דורעכזיכטיג, אין ענקערע פונגער אפדרוקן זענען איבעראל

פארברענג » 11/12/2011 18:08

דערמיט טוה איך מוחה זיין ברבים אויף די שרעקליכע אקט וואס איז פארגעקומען היינט צופרי אין וומ"ס!!

עס איז זייער זייער נישט קיין שיינע זאך געווען, מ'האלט נאך פאר די לויה.

אזוי קוקט מען אויס אן קיין מורה דרך, יעדער טוט וואס אים פאלט ביי רח"ל

ווי אזוי פלעגט דער ברך משה זי"ע שטענדיג נאכזאגן אין אזעלכע צייטן

במקום שאין מנהיג ס"מ מנהיג.

פוטער » 11/12/2011 18:15

מלך, א בפירושער אידישער געדאנק, הא? ליצים אין אכזרים

דייקן » 11/12/2011 19:36

רשעות שאין כדוגמתה!

outspoken » 11/12/2011 19:47

מ'זעט אז אן עם הארץ האט עס געשריבען, מחללי' מות יומת, אז מ'טראגט ארויס אין כרמלית איז נאר א דרבנן, (חוץ אז וויליאמסבורג איז א רשות הרבים און רביה''ק וואס האט געהייסען מאכען אן עירוב שבת חוה''מ סוכות אויף בעדפארד איז......)

ליידער איז שוין געשעהן אסאך עקסידענטס אין די לעצטע 9 יאר,

כהאב געקענט ר' מלך פערזענדליך, ער איז געווען אן אויסערגעווענליכע איש החסד, יה' זכרו ברוך.

וואלןסח » 11/12/2011 19:57

די עסן איז מיר ארויפגעקומען ווען איך האב געליינט דעם פאשקעוויל
אזעלכע נידריגע יונגאטשן נאכנישט געווען מימות עולם
צו די זאליס האבן עס געמאכט צו נישט ווייס איך נישט, ס'איז שווער צו זאגן בברירות יא ווי לאנג ביזט נישט עדות דערויף, אז דער ניין זאגט זיך אויך נישט אזוי גרינג ווייל למעשה זענען זיי די אנפירערעס פון די עירוב מערכה

וואס מיר געפעלט נאר ווי דער אוטספאקען פאלט דא אריין אזוי קאלטבלוטיג און זאגט מען זעט אז א עם הארץ האט עס געשריבן (מיר שיינט אז אוטספאקען האט איינגעסיינט ביי די תגובה מיט א ראונג ניק)
יא יא אוט ספאקען, דאס זענען תלמידי העם הארץ דורינו, אויף דעם בין איך יא עדות צוזאמען מיט נאך הונדערטער אידן, אז די זאליס שרייען יעדן שבת מחללי' מות יומת פאר ווער עס טראגט, און ס'איז לא רחוק מן השכל אז די קאלטבולטיגע יונגען האבן געמאכט דעם פאשקעוויל, שעמאניו!!!!!!!!!!

בלומבערג » 11/12/2011 20:30

די זאלי'ס זענען מבוזה פאר די גאנצע וועלט וואס זיי האבן געטיען מיטן ווארפן פאשקעווילן אויף א נפטר ווען זיין בלוט איז נאך ווארעם פרוברין זיי עס אנצילייגן אויף סאטמערע יודען כאילו זיי האבן עס געווארפן

וויל איך פרעגן אפאר שאלות

ווער שרייט יעדע וואך נאך יודן מחלליה מות יומת די זאלי'ס אדער סאטמאר ?
ווער מאכט דרשות יעדן חול המועד קעגן דעם עירוב ווי מען העצט אויף בחורים מיט יונגעלייט נאך צי שרייען נשים ובתולות מחלליה מות יומת די זאלי'ס אדער סאטמער ?
ר' זלמן לייב פילעפף שרייט נאך אויף די גאס מחלליה מות יומת ?
ווער האט געמאכט אסיפות קעגן גור אין סקווירא אז זיי זענען רוצחים די זאלי'ס צי סאטמאר ?
ביי וועלכע ישבות העצט יצחק שטערן מיט יצחק גרינפעלד אז מען זאל נאך שרייען מחלליה מות יומת ?
אין וועלכע צייטנוגען שרייבט מיילך שטערן מיט מנשה פילעפף ווואך איין וואך אויס מחלליה מות יומת ?

די וואך שבת נאכן דאוונען האט מאיר הערש גרינבוים געשריגען פארן קלויזנבארגער בית מדרש אין ווילאימסבורג אז אזוי קוקט מען אויס אז מען טראגט מען ווערט גע'הרג'ט ל"ע

יאסעלע פריעד איז די פארטאג'ס ארום געפארן אין אויס געווארפן די בלוט'יגע פאשקעווילן

שעמ'טס ענק זאלי'ס מיט ענקער פארדארבענע חינוך אז מען האט רב'ין א שטריק מיט א פארדארבענע לישקע וואקסט אויף אזא פארדארבענע יונגעט



outspoken » 11/12/2011 20:31



פארן ענטפערען, האט איר וואס דער וואלן-סח האט אמאל געשריבען,

האב איך דיר געפרעגט צו דו מיינסט די "מכם ובכם דרשה" דו ווייסט וואס די תוצאות פון יענע דרשה איז געווען? שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, מען האט דאן אויך פארשפארט בתי מדרשים, מען האט דאן אויך מבזה געווען אידן, וועל איך זאגן אז חלילה דער רבי ז"ל האט געשטיצט אדער געפירט טעראר? חלילה וחס, דער רבי האט געהייסן זיי זאלן זיך גיין, און די חסידים האבן עס געטון מיט אלע הידורים.

יעדעס יאר איז דא אן אסיפה וואס דיינים שליט''א וואס מ'פארלאזט זיך אויף זיי אויך כשרות און כריתות זאגן אז מ'איז מחיוב מוחה צו זיין אויף די טראגערס, רז''ל אליין האט קיינמאל נישט געהייסן גארנישט (חוץ אין חדר האט מען געזאגט פאר די יונגלעך אז מ'זאל נישט שרייען) למעשה אז איין מעשוגענער גייט משוגע האט דאס דאס גארנישט מיט זלונים
 

בלומבערג » 11/12/2011 20:39

אויב ווילט איר שטיצן די פארדארבענע חינוך ווי מען לערנט אויס די קינדער זיך טינק'ען אין יוד'נס בלוט ביזן קני גייט'ס אין זייט'ס מחזק די זאלי'ס
[בילד – נישט אפגעהיט]

outspoken » 11/12/2011 20:43

די וואך שבת נאכן דאוונען האט מאיר הערש גרינבוים געשריגען פארן קלויזנבארגער בית מדרש אין ווילאימסבורג אז אזוי קוקט מען אויס אז מען טראגט מען ווערט גע'הרג'ט ל"ע


כהאב יעצט גערערט מיט מאיר הערש'ן, זאגט ער מיר אז ס'שקר, ער האט די וואך געגעבען קידוש ווייל זיין זון איז א חתן געווארן (מיט א פאפא'נער וואס טראגען) אין ביהמ''ד רחובות הנהר (פעען בעדפארד) און איז ער איז אהיים געגאנגען קיין ווייט עוו.

אזוי גייט די שיינע מעשות

בלומבערג » 11/12/2011 20:46

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די וואך שבת נאכן דאוונען האט מאיר הערש גרינבוים געשריגען פארן קלויזנבארגער בית מדרש אין ווילאימסבורג אז אזוי קוקט מען אויס אז מען טראגט מען ווערט גע'הרג'ט ל"ע


כהאב יעצט גערערט מיט מאיר הערש'ן, זאגט ער מיר אז ס'שקר, ער האט די וואך געגעבען קידוש ווייל זיין זון איז א חתן געווארן (מיט א פאפא'נער וואס טראגען) אין ביהמ''ד רחובות הנהר (פעען בעדפארד) און איז ער איז אהיים געגאנגען קיין ווייט עוו.

אזוי גייט די שיינע מעשות




בעיני ראיתי

בלומבערג » 11/12/2011 20:52

באלד וועלן די זאלי'ס קיינער איז נישט געשטארבן
ר' זלמן לייב איז נישט געווען אין מיאמי
די רעבעצינס שול איז אפען

איך פארשטיי עטץ שעמטס ענק וויאזוי האט עטץ געטיען ביי גור ווען די זאלי'ס האבן געוואלט מאכן א פראטעסט אין געמיזט צוריק ציען בחרפות ובושות
אין די זעלבע טעם פארן איבער בעטן ליבאוויטש ווען מען האט חוזק געמאכט פין ליבוויטשער רבי'ן אויפן טיש פורים

עטץ זענט'ס פינקט ווי די נאצי'ס א יעדער איז מחיוב טויט שטראף נאר די זאלי'ס די ריינע ראסע זיי מעגן לעבן

געמיינקייט

משהלע » 11/12/2011 21:03

ווער האט געשריגן מאיר הערש גרינבוים אדער יושע וואלף גרינבוים?
און ווער האט געגעבן קידוש מאיר הערש גרינבוים אדער יושע וואלף?

אגב, דאס בלוט גייט ארויף אין קאפ, צו זען אזעלעכע פאשקעווילן עס איז אומגלויבליך אז א אוד מזרע ישראל זאל זיין אומשטאנד דאס ארויס צו געבן, איך גלייב אז נארמאלער זאלי (אויב עקזעסטירט אזא קאנסעפט) שעמט זיך דערמיט און פארדאמט דאס, לכאורה וועט מען קיינמאל נישט וויסן פאר זיכער ווער עס האט געשריבן און פארשפרייט, דאס דארף פארדאמט ווערן פון יעדן איד וואס האט א אידיש הארץ,

האנדא » 11/12/2011 21:04

איך פארשטיי נישט די זאלי'ס..

אויפן שאפראנער פערד ווען מען ווארפט פאשקעווילן אז ער טרעט אויף די תורה ווער די זאליבאנער ווילד ווי פערד
אבער א יוד וואס זיין דיין הרב הגאון ר'  פישעלע האט אים מתיר געווען די עירוב ער איז מחיוב מיתה ?

דאס גייט אריין נאך אין די רינגעלע איך מעג אין די טארסט נישט !

outspoken » 11/12/2011 21:07

קוקט אויס אז ס'געווען א פארדריסליכע טעות פון ניק בלומבורג (ער איז היינט אויפגעשטאנן פארטאגס צו זען ווי יאסעלע פריד ווארפט די צעטעלך....)

האנדא » 11/12/2011 21:25

זעזוע בניו יורק: פשקווילים פוזרו נגד נפטר - בהלוויתו
קיצוני סאטמר, מעוררים שאט-נפש בניו-יורק: הפיצו כתב פלסתר בהלווית הרב אלימלך וייס ז"ל, שנהרג בתאונה בליל שבת • הסיפור המלא והפשקוויל - בפנים
משה כהן, בחדרי חרדים 20:30 11/12/2011
[בילד – נישט אפגעהיט]
זעזוע. המכונית הפוגעת
[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]0
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

מסתבר שלא רק בישראל: גם ניו-יורק סובלת מנחת זרועם של קיצונים הקרובים לחוגי סאטמר.

המעלל המזעזע האחרון, התחולל בהלוויתו של הרב אלימלך וייס ז"ל, היום (א), שנהרג בליל שבת בתאונה בויליאמסבורג.

הרב וייס, מראשי ועד העירוב של וויליאמסבורג, נפגע מרכב בעת שחזר לביתו, לאחר תפילת ליל שבת. הוא פונה לבית החולים שם נפטר מפצעיו.

עוד בנושא:
• ליל שבת בויליאמסבורג: נהרג בתאונה בחזור מבית הכנסת

הבוקר, התקיימה הלווייתו כשהמונים מלווים אותו בדרכו אחרונה. במהלך ההלוויה, נזרקו פשקווילים מבזים על מסלול ההלוויה.

תחת הכותרת "מחלליה מות יומת", נאמר בפשקוויל: "מחלל שבת באקומט סקילה - הוא חילל את השבת בעירינו הקדושה, והשבת התנקמה בו" - דבר הפשקוויל.

כידוע, קיימת בניו-יורק מחלוקת עזה על כשרות העירוב בעיר. מרבית הפוסקים מתירים את העירוב ורבני סאטמר ואחרים - אוסרים.

אם ברחבי העיר המחלוקת מתנהלת בפסים הלכתיים, הרי שבשכונת ויליאמסבורג הסיקריקים המקומיים פועלים לפי שיטתם האלימה: פוגעים בנשים הצועדות ברחובות עם עגלותיהן ואף קוראים קריאות גנאי נגד רבנים הצועדים בשבת עם הטלית בידם.

אחד מראשי מכשירי העירוב בעיר הינו הרה"ג רבי פישל הרשקוביץ, דומ"ץ צאנז קלויזנבורג. הרב אלימלך וייס, שהיה מאנשיו, היה מראשי העסקנים בעד העירוב המקומי.


[בילד – נישט אפגעהיט]
(לחץ על המסמך לצפייה בגודל מלא)

האנדא » 11/12/2011 21:26

פאפיטעס » 11/12/2011 21:35

דער שאפראנער זון דער זאלי, האט היינט צופרי ארום געטיילט די צעטל אין שאפראן ביהמ"ד, ווען א איד האט אים פארשריגען דעראויף, האט ער אים צוריק געשריגען אזוי איז געווען ווען די בית המקדש איז געשטאנען, ווען בי"ד האט געהייסן איינעם סוקל זיין צוליב חילול שבת, זענען אלס געקומען די בעלי רחמנות אין געזאגט נו רציחה מען טאר נישט הרג'ענען.

פאמאגראנט » 11/12/2011 21:40

יעדעס מאל ווען די זאלי'ס באגייען א מעשה נוולה אין רציחה ווערן מענטשן איבער גענימען
אין מען זאגט איך ווייס די זאלי'ס זענען באנדיטען אבער אויף אזוי ווייט האב איך מיך נישט גערישט
אין היינט צופרי איך שטיי אויף זע איך ווי מענטשן זענען ציקאכט איבער דעם פרישען רשעות פין זיי

ווי לאנג גייט מען נאך ווערן איבער רעש'ט פין די זאלי'ס זיי זענען עלול אויף רציחה עד הסוף !!

מלך_מלכים » 11/12/2011 21:43

פאפיטעס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער שאפראנער זון דער זאלי, האט היינט צופרי ארום געטיילט די צעטל אין שאפראן ביהמ"ד, ווען א איד האט אים פארשריגען דעראויף, האט ער אים צוריק געשריגען אזוי איז געווען ווען די בית המקדש איז געשטאנען, ווען בי"ד האט געהייסן איינעם סוקל זיין צוליב חילול שבת, זענען אלס געקומען די בעלי רחמנות אין געזאגט נו רציחה מען טאר נישט הרג'ענען.


איך בין זיכער אז זייענדיג א לעבעדיגע עדות צו זעהן דעם ספעקטאל האסטו זיכער אפאר בילדער, שטעל ביטע ארויף אז דער גאנצער עולם זאל זיך איבערצייגן טאקע שווארץ אויף ווייס ווער עס האט עס געטון


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 11/12/2011 21:55:29

געלעכטער » 11/12/2011 21:47

כאפט א בליק דא, דערנאך זאגט מיר וועמענס שפראך דער פאשקעוויל איז.

http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2676434&forum_id=16386

FiveBoro » 11/12/2011 21:48

וועלקאם "סיקריקים ד'וויליאמסבורג"

פאמאגראנט » 11/12/2011 21:48

איך פארשטיי נישט פארוואס פלוצלינג די זאלי'ס שעמן זיך מיט דעם  פאשקעוויל
זיי שרייען עס יעדע וואך אין מען העצט די בחורים דערמיט כסדר
פארוואס אנטלויפן זיי דערפין יעצט ?


תוקן על ידי פאמאגראנט ב- 11/12/2011 21:49:24

יקרבו » 11/12/2011 21:54

היינט הער איך זאלי'ס שמועסן אז ווען נישט דעם נפטר איז ווען נישט דא קיין עירוב אין ער איז געווען דער גאנצער ברוח התיכון דערפין ממילא איז אים געקומען דעם עונש..

נישט צים גלייבן אז די מענטשן ריפן זיך נאך יודן איך האף אז די מענטשן זאלן זיך אראפ ווארפן דעם קאפל אין אויף הערן צי מאכן חילול השם.

טראכטן » 11/12/2011 22:05

עטס קענטס האלטן אז איך בין משוגה, אבער איך האלט אז איינער איז געשטאנען אונטער דעם עקסידענט גופא.

האנדא » 11/12/2011 22:07

בלומבערג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארשטיי עטץ שעמטס ענק וויאזוי האט עטץ געטיען ביי גור ווען די זאלי'ס האבן געוואלט מאכן א פראטעסט אין געמיזט צוריק ציען בחרפות ובושות

געמיינקייט


איך האב פאר דיר נייעס די זאלי'ס שעמהן זיך נישט בכלל נישט דערמיט זייער סיגניטשער אין זייער סלאגאן איז רשעות אין שפיכות דמים פאר ווער ס'גייט נישט מיט זיי אין שפאן .

ווען דעם רב'ס איידים הרב יואל גלאנץ שליט"א איז פאר א שטיק צייט געווען נישט געזינט האט מען זיך עמטליך געפרייד אין זייער אויסגאבע דער איד.

דעס איז זייער מאטא .

מען דארף דאנקען דעם נורא עלילה  4 מאל א טאג אז אינז האמיר זיך אפגעטיילט פין די שלענג אין קרעץ.

מלך_מלכים » 11/12/2011 22:11

טראכטן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עטס קענטס האלטן אז איך בין משוגה, אבער איך האלט אז איינער איז געשטאנען אונטער דעם עקסידענט גופא.


וואס רעדסטו, נישט נאר די פאשקעווילן, נאר דעם עקסידענט אויך, ווי קויפט מען אזאנע חלה דעק? קום אריין אין סיגוט באקומסט צען קאפלעך פארן זיין אזא פערד. 

האנדא » 11/12/2011 22:23

לייגער א פאקט די זאלי'ס וואס זענען מזרע ישראל זענען נאך שטאלץ מיט אזא רשעות

גרוינים » 11/12/2011 22:30

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עטס קענטס האלטן אז איך בין משוגה, אבער איך האלט אז איינער איז געשטאנען אונטער דעם עקסידענט גופא.

וואס רעדסטו, נישט נאר די פאשקעווילן, נאר דעם עקסידענט אויך, ווי קויפט מען אזאנע חלה דעק? קום אריין אין סיגוט באקומסט צען קאפלעך פארן זיין אזא פערד. 


קענסט לאכן אבער כוועל אייך זאגן מתחילה אמר לי לבי אז אויב איינער קען שרייבן אזא טרויריגע פאשקעוויל איז ער עלול אויף רציחה מרעדט דאך דא נישט פון א געשרייבעכטס אויף הייד פארק מרעדט דא פון פאשקעוולין פאר א לוי' וואס איך מיין אז כמוהו לא הי' אין כלל ישראלס היסטאריע אז מזאל אזא זאך טאן פשוט ווייל זיין דיין האלט אנדערש און מרעדט דאך דא פון וויליאמסבורג וואס אהאט לכו"ע נישט קיין בעה"ב און איז טאקע נאך מער הפקר משנת תשנ"ט און פאר דעם חטא זאל מען אזוי באשמיצן פאר א לוי' ל"ע במילא איז מי יודע ווער עס ליגט אונטער דעם וכו'
אבער באמת איז אזא מעשה שפילה רציחה ממש במילא אז קיין שום נפקא מינה וואס דער מציאות איז געווען ווייל דער עצם מעשה פון היינט איז באלד ערגער ווי הארגענען



תוקן על ידי גרוינים ב- 11/12/2011 22:38:52

לאגיש » 11/12/2011 22:38

שרייט מען נאך אין שבת די עירוב טראגער'ס מחלליה מות יומת ?

וואלןסח » 11/12/2011 22:49

די קומענדיגע וואך אז די זאליס וועלן שרייען שבת, זאל מען זיי צוריקשרייען רוצחים!!!

פאמאגראנט » 11/12/2011 22:49

מחלליה מות יומת  ווערט נאך געשריגן דורך א כאר פין זאלי'ס יונגאטשן א יעדע וואך אין בפרט אין די זומער וואכן
וועלכע מענטש ס'טראגט אין וועלכע פרוי ס'שטיפט א קעריזש ווערט באפאלען דורך די לאפענעטאטערס
דאס הארץ רייסט א יעדע וואך ווי אזוי די יונגעגאטשן לויפן נאך זקנים ונערים אין האלטן זיך פין גארנישט צוריק.

ליידער ווען ס'פאסירט אזא טראגעדיע ווען ביי א יעדן בר נש ציפט דאס מח בשל מי הרע הזאת קומען די רשעים תיכף ארויס מיט א שמייכל אין קלעמיען וויקטארי.

פאמאגראנט » 11/12/2011 23:01

פאמאגראנט » 11/12/2011 23:05

א קליפ ווי די זאליס שרייען ( באלד וועלן זיי זאגן אז די אהרונים שרייען יעדע וואך נאך מענטשן  )

outspoken » 11/12/2011 23:07

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די קומענדיגע וואך אז די זאליס וועלן שרייען שבת, זאל מען זיי צוריקשרייען רוצחים!!!


ביטע טוט דאס בעסער מסבר זיין, די זלונים-שבת שרייערס האבן קיינעם נישט געהארגעט, זיי פאלגען אויס אסאך דיינים וואס האלטן אז ס'איז א חיוב מן התורה מוחה צו זיין, חוץ אז כ''ק אדמו''ר קומט ארויס מיט א פסק אז מ'זאל מען זיי צוריקשרייען רוצחים!!! זאלסטו דאס אוודאי טון.

גרוינים » 11/12/2011 23:34

יא על כגון דא נאמר צוה לחלל השבת זאל מען נישט פאלגן
די זאלונים פארשוועכן די כבוד פון שבת אז כאילו אויב איינער האלט אנדערש להלכה ווי זיי אין א מצוה דרבנן דארף מען נאכשרייען מחללי' מות יומת
א זאלי וואס שרייט שבת איז מחלל און פארשעהמט דעם שבת אז ער שרייט אויס אז כאילו די וואס טראגן זענען אזאנא מחללי שבת ווי די פרייע ציונים און אנשטאט דער שבת זאל זיך פרייען אז אין וו"ב איז יעדער ערליך מיט שמירת שבת און טייל זענען גאר מחמיר אפילו אויף א הוה אמינא פון כמה דיעות אז דער רבי האט נישט געהאלטן פון קיין עירוב (אבער עכ"פ פאר קיין דאורייתא האט עס דער רבי זיכער נישט געהאלטן והא ראי' דער רבי האט געלאזט ברענגען בריתן דורך א גוי מידי שבת בשבתו) און טייל זענען זיך מקיל אין דעם ענין על פי הוראת פון זייערע רבנים 
קומען די מוחים און זענען מחנך די קינדער אז דער שבת איז אן אפגעפרעגטע זאך ביי אסאך אידן אין וו"ב כאילו זיי האבן פיינט דעם שבת קודש און זוכען צו ווייזן פארן שבת ווי די צדוקים בימי הסנהדרין און זיי זענען כאילו חייב מיתה מן התורה ל"ע
זאלונים בני יואל און שענער גערופן "סיקריקים" הערט אויף מבזה זיין דעם שבת!
העכסענס אויב שפירט איר אז אויב איז דא א מחלוקה להלכה דארף מען פארט מוחה זיין דאן זוכט ענדערש א איסור כרת וואס מרן הדברי חיים זצ"ל האט געהאלטן מאשין מצות פאר חמוץ גמור און די בד"ץ עדה החרדית גיבט א הכשר אויף די מצות, נעמט אייך צו די מלאכה הכונו למערכה נגד הבד"ץ מאכילים חמץ בפסח... 

צוריק לענינינו וו"ב איז נישט קיין ירושלים (מלחמת בעלז) און וו"ב איז נישט קרית יואל (מלחמת בני יואל)
וויליאמסבורג האט נישט קיין רב וויאמסבורג האט מערערע קהילות פונקט ווי בארא פארק און מאנסי און פונקט ווי סיי ווי איבער די וועלט וואס האט נישט קיין מרא דאתרא און קיינער איז נישט פארפליכטעט צו פאלגן יענעמס רב אדער דיין, יעדער זאל פאלגן זיין רב און אויב זיין רב הייסט מוחה זיין האט עס נישט קיין שום ממשות ע"פ תורה און דאס איז ריכטיג מבזה דעם שבת כנלע"ד 
גראדע לידיעתם דארף מען מודיע זיין פאר די זאלונים פארוואס ר' זלמן אליין איז דער גורם העירוב, ראשית נאר ווייל סאטמאר איז צובראכן קענען אנדערע מאכן אן עירוב בלי רשותינו, והשנית ווען סווערט ווען א געטועכטס וואלט בשנים קדמוניות געווען א מיטינג פון אלע רבנים אין התאחדות (ע"ה) און ברוב דיעות וואלט יעדער מיטגעשטימט צו ממעג יא אדער נישט מאכן אן עירוב ועכשיו שנועם המידות שולט אין דעת תורה ואין דעת הרבנים ואין שכל ואין תבונה ואין רחמנות ואין כלום רק עם הארץ היושב ב550 בעדפארד



תוקן על ידי גרוינים ב- 11/12/2011 23:49:48

דעקלעראציע » 11/12/2011 23:36

די זאלי'ס גיין אות טאס אין משה בן פראד'לס פוס טריט פין געמיינע טעראר אין ווארפן פאשקעווילן
ווער ס'גייט נישט מיט זיי אים שפאן
ווער געדענקט נישט ווען בן פראדל האט געשיקט זיין נערווען קראנקן שיק יונגעל אינטער צי צינדען דעם ילד שעושעים מיט איבער 50 מאמעס מיט פיצלעך קינדעראין

ווי אזוי גייט דער סאלגאן אויך בין נישט דער פיילאט זאל דער פליגער קראכן אין א יעדער זאל שטארבן

קיינער איז נישט איבערשעט ווי אזוי די זאלי'ס ביהעווען זיי זענען לייז

פילעף » 11/12/2011 23:57

אויף דעם פאשקעוויל שרייבט דער רבי ר' אלימלכ'ס זין אז ווער עס ליינט אין האט הנאה איז אין לו חלק הבא
די זאלי'ס מיינען אז מיטן מאכן א נער'ישע שפיל וועט עס איינער אפקויפן פין זיי, אין דער צייט ווען מען זעהט זייער גיפטיגע שמייכל אויף זייער פנים איבראל .

גרוינים » 11/12/2011 23:58

איינער שרייבט מיר אין אישי:

 איך האב זייער א שווערע קשיא:

א רשות הרבים דאורייתא הייסט נאר:

1) אויב עס איז שישים רבוא בוקעים בו 

2)עס איז ברייט 16 אמות, 

קיין איין איינציגע גאס אין וומ"ס האט נישט קיין איינס פון די 2 זאכן, און אפילו א רשות הרבים דאורייתא אויב עס האט א צורת הפתח מעג מען מן התורה דארט טראגן, 

קומט אויס אז די גאנצע טראגען  אין וומ"ס איז לכל היותר א דרבנן, און באמת איז עס אפילו א דרבנן אויך נישט, ווייל אפילו רביה"ק האט נישט געזאגט אז מען טאר נישט מאכן קיין עירוב, ער האלט נאר געהאלטן בתורת חומרא אז עס איז נישט גוט צו מאכן קיין עירוב,און אין אונזער פאל, האט די עירוב א הכשר פון הרה"ג ר' פישל הערשקאוויטש וואס אלע נארמאלע דיינים ביי די זאליס אזויווי ר' לייבוש פר"מ וועלן מודה זיין אז ער איז א אנגענומענע דיין,

און אויף דעם שרייען די זאליס:
מחלליה מות יומת
און אז אלע צרות ישראל קומען פאר דעם

יעצט הגע בעצמך וויאזוי קען זיין אז זמן "רבינו תם" מוצ"ש און מוצאי יו"כ וואס "אלע אלע" רבנים האבן אנגענומען ביי די אסיפה פון החאחדות הרבנים תשי"ד, קיין איין חסידישע דיין וועט נישט מתיר זיין צו טוהן אפילו א מלאכה דרבנן פאר די 72, און אין יענע פאל איז עס א חשש "דאורייתא", אויב עס איז נאך באמת נישט די זמן, היכי תמצי אז קיינער קערט נישט?

אין קורצן צוויי קשיות:

1) וויזניץ זמן איז א שאלה דאורייתא און עס איז קעגן וויאזוי עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שו"ע משא"כ עירוב אין וומ"ס איז נאר א חומרא פון בעל דברי יואל זי"ע,

2) הסתכלות בנשים און נאכשרייען פרויען און שטיפן קערידזשעס, איז אביזרייהו דעריות וואס איז מעגליך יהרוג ואל יעבור,
און עס איז דא עטליכע איסור דאורייתא,

א) ולא תתורו אחרי עיניכם
ב) לא תונו
ג) אביזרייהו דעריות
ד) חילול שבת פאר די 72

דאס איז מותר לכתחלה און קיינער קערט נישט, משא"כ א חומרא פון רבין ז"ל איז מחלליה מות יומת?

און מיין תירוץ אויף דעם איז זייער פשוט ביי די חברה איז בג"ץ אויך א מצוה ווייל זיי זענען קוב"ה אליין און זיי זענען די רבי ז"ל אליין און זיי זענען די די תורה נישט פארפליכטעט בלויז שררה ואשר יעבור על פיהם מות יומת
 


תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:01:55



תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:08:19



תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:08:52



תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:33:38

FiveBoro » 12/12/2011 00:00

די זאלונים דערמאנען מיר א מעשה פון עטליכע חדשים צוריק, ווען בי"ד האט פארגעהאלטן זייערע ברודער אין אר"י, ביי א זיצונג אין עדה, וועגן די גראפיטי וואס זיי האבן געפירקלט "נסים קרליץ חופר קברים", האבן זיי געענטפערט אז אהרעלע יאקטער האט דאס געטוהן...

פארפאלן, די אר"י'דיגע סיקריקים מיט די וומ"ס'ער סיקריקים זענען פון זעלבן טייג געקנאטן.

וויאזוי זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך? אז ס'נישטא קיין מנהיג, איז דער שטן מנהיג. אט אזוי זעהט עס אויס.

colorfull1 » 12/12/2011 01:27

אנשטאט צו פארשרייען די משוגעים וואס שרייבן אזאנע פארשקעווילען אפשר איז כדאי אריינצוקלערן על מה בא עלינו הצרה הזאת אויב געדענק איך גיט איז דאס שוין די דריטע טראגעדיע אום שבת קודש אויף די גאס פון מענטשען וואס טראגען אום שבת הלא דבר הוא עס איז מעשה יצר ליידער ביי יעדע טראגעדיע צוריק צושרייען רוצחים וכדומה לו אבי נישט אריין קלערן אויף וואס דאס איז מעגליך געקומען

גרוינים » 12/12/2011 01:34

ביי אונז איז דא א תורה
מעגליך אז די וואס שעלטן קללות אויף די וואס טראגן האבן א כח פון שעלטן איך ווייס נישט 
אבער ביי אונזער תורה שטייט נישט אז אויף א דרבנן וואס לשיטתם איז מותר זאל זייין א חיוב מיתה
אז אידן ווילן זיך מחמיר זיין אזוי ווי סאטמאר  רבי האט  געהייסן פאר זיינע חסידים זייער חשוב אבער צו טיילן עונשים על לא עול בכפם איז נישט קיין שום מצוה
אדרבה אויב איז א חיוב זיך מתבונן צו זיין דארף יעדער זיך אפשאקלען פון מחלוקת וווי סקולענער רבי האט געזאגט ביים מעמד החופה פון נכדתו פאריגע וואך אז דאס איז גורם צו אלע צרות 
לאמיר אויפהערן טשעפען און רודפן איינעם דעם אנדערן לאמיר נישט זוכן יענעמס שאדן נאר זוכן די טובה פון יעדן אידן און מונע זיין סיי וועלכע צער פון סיי וועם 

איך אנטשולדיג מיר פארן האקען כסדר אויף די זאליס טראץ וואס איז נישט קעגן א יחיד ווייל די סיבה פון האקען איז נישט צו מצער זיין סיי וואסערע איד נאר בלויז אראפצונעמען דעם פאלשן לאלעך וואס זיי לייגען ארויף אויף די אהרונים ווי שוין ערווענט עטליכע מאל וואס אויף די שקרים מיט משה גבאי מעשיות פון יארן צוריק וואס מיט דעם בויען זיי אלץ דעם יסוד וואס מיט דעם מעג מען אויסרייסן כל התורה כולה און ווען מווייזט אויף דעם שקר דערפון כאפן זיי עס אן בשלשה ידים מיטן לעצטען אטעם עיין כאן http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=5&topic_id=2927931&forum_id=16386 וגם עכשיו ווילן זיי עס אנכאפן מיט מסי"נ אז אונז זעמיר די רוצחים עיין כאן דברי שטות של טאטעלע http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2930243&whichpage=2&forum_id=21016#R_8
ממילא רופן מיר אויס צו די זאליס אזוי ווי רבינו הקדוש בעל ברך משה האט געזאגט פאר די מהרסים ביי רבינו שליט"אס הכתרה איך בין יעדן מוחל דער ציבור איז זיי מוחל און דער פעטער איז אויך מוחל אויב וועלן זיי יעצט תשובה טאן און ארבעטן אינאיינעם מיטן נייעם רב
מיר רופן אייך טייערע ברידער מיר זענען מוכן צו לעבן בשלום מיט אייך לאזט אייך אפ פון די פאלשע וועגן פון צוברעכן הנהגה ביי כלל ישראל מיט זינלאזע תירוצים און אויב ווילט איר גיין בדרכי שלום וועט איר קענען חוזר זיין (עיין קארלסבורג ועוד) שטעלט אייך צו דין תורה ווי ערליכע אידן הערט אויף מיט מערכות שלא לשם שמים קעגן יעדן וואס האט אן אנדערן רב אדער רבי'ן ווי אייך זאל יעדער גיין בדרך רבותיו און מיט דעם וועט איר מקרב זיין די גאולה שלימה



תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 02:05:45

colorfull1 » 12/12/2011 01:44

איך רעד נישט פון טיילען עונשים איך רעד פון א מציאות וואס האט פאסירט מערערע מאל איז כדאי זיך איבערצוקלערן על מה בא עלינו הצרה הזאת אנשטאט צוריק צושרייען רוצחים אלא מאי ווען עס איז געווען די ערדציטערניש אין צפת און די הייליגע חתם סופר האט געזאגט עס קומט ווייל ירושלים איז תבעו עלבונו אדער מירון ווען די קופה איז איינגעפאלן קומט דען פארדעים מיתה עס איז א מעסעדזש פון אויבן ווען משן זעט עס איז שוין די דריטע טראגעדיע אום שבת אויף אזא געפערליכע אויפן דארף מען איבערקלערן און אוועק לייגען ניצחון אין א זייט

פאמאגראנט » 12/12/2011 02:09

קאלירפול איז א ריכטעיגער זאלי מערדער מיט אלע קאלירן

גיי אריין אין פאלאקאס לאט וועסטו טרעפן דארטן 90 פראצענט מענטשן ל"ע זענען אונטער 60 יאר
וויפיל טראגעדיעס איז דארט ל"ע איז איינעם ביי געפאלען צי מאכן א פאשקעוויל אויף די זאלי'ס אז זיי זאלן תשבוה טיען ?

די האסט בלוט אויף דיין הענט !

סקאטמאלען » 12/12/2011 02:37

colorfull1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך רעד נישט פון טיילען עונשים איך רעד פון א מציאות וואס האט פאסירט מערערע מאל איז כדאי זיך איבערצוקלערן על מה בא עלינו הצרה הזאת אנשטאט צוריק צושרייען רוצחים אלא מאי ווען עס איז געווען די ערדציטערניש אין צפת און די הייליגע חתם סופר האט געזאגט עס קומט ווייל ירושלים איז תבעו עלבונו אדער מירון ווען די קופה איז איינגעפאלן קומט דען פארדעים מיתה עס איז א מעסעדזש פון אויבן ווען משן זעט עס איז שוין די דריטע טראגעדיע אום שבת אויף אזא געפערליכע אויפן דארף מען איבערקלערן און אוועק לייגען ניצחון אין א זייט


טויזנט פראצענט גערעכט!

אבער חילול שבת איז דאך זיכער אויסגעשלאסן, ווייל וומ"ב האט דאך אן עירוב, 

colorfull1 » 12/12/2011 02:38

אין די ספרים שטייט אז א מערדער איז ווער עס טראכט נישט אריין ווען עס קומט א צרה און דאס וואס די זאגסט וועגן פאלאקס לאט ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט עס קען זיין עס קומט וועגן די חילול השם פון די קארטס אבער ליידער הערט מען איבעראל טראגעדיעס אבער ווען מען זעט א גראדע PATH וואס עס געשעט אויף א געוויסע מהלך נישט קיין נארמאלע טראגעדיעס דארף מען זיך עפענען די אויגן נישט שרייען רוצחים 

פאמאגראנט » 12/12/2011 02:52

אבער גיין שרייב אז ער איז מחיוב סקילה ? אין ווער שרייבט עס אפאר קווינ'סער בחורים ?
בלאט: 1 2 3 4 5 6