היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 2 בלאפער'ס שפיל'ן רבי

2 בלאפער'ס שפיל'ן רבי

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2927931
בלאט: 1 2 3

פאמאגראנט » 29/11/2011 17:29

[בילד – נישט אפגעהיט]

outspoken » 29/11/2011 18:10

וואס הייסט זיי שפילען רבי'ס, למעשה זענען זייער טאטע  און פעטער די רבי'ס פון די גרעסטע חסידות, די ערשטע מאל איז עס א דזאוק און נאכדעם ווערט עס א פאקט.

עס וואלט געווען שיין ווען זייער טאטע און פעטער וואלטען געזיצען אזוי און וואלטען ארויס פון ערכאות ר''ל

רבי_יונה » 29/11/2011 19:17

אוטסאופקן:

אז דו רעדסט אריין אין סאטמארע ענינים, דארפסטו הערן א סאטמארע לעקציע:

מיט א ברידער וועלכער האט באשמוצט זיין אייגענעם טאטן מסוף העולם ועד סופו און אים געמאכט ללעג ולקלס, און האלזט זיך מיט זיינע דם שונאים.

אזאש אז אפילו אין זיין ישיבה טאר נישט דערמאנט ווערן דער נאמען "ברך משה".

מיט אזא ברידער טאר מען נישט זיצן.

נישט אומזיסט לערנען מיר יעקב מפרכס לצאת, אפילו ווען ער האט געלערנט תורה מפי המלאך.
מיט אן עשו טאר מען נישט זיצן אינאיינעם !

outspoken » 29/11/2011 20:20

רבי יונה:

יישר כח פאר די סאטמארע לעקציע:

אפאר פאקטן דארף מען דא ארויסברענגען.

ווער האט באשמיצט זיין אייגענעם טאטן מסוף העולם ועד סופו פון מ''א ביז נ''ט מיטן האלטן דרשות און סטיעטמענטס אויף יעדען גדול?

ווער האט באשמיצט זיין אייגענעם טאטן מסוף העולם ועד סופו פון נ''ט ווען ער האט אויפגענומען רז''ל פאר רב אין וויליאמסבורג?

די ברך משה'ס דם שונאים האבן געהאט א שנאה אוף אים  וועגן מהר''א, איינמאל ער האט אויפגענומען רז''ל פאר רב האבן זיי נישט מיט אים.

רבי יונה ביטע לייג אראפ ביידע צדדים , ן נאכדעם קום אויף מיט א מסקנה,

גרוינים » 29/11/2011 20:32

אוטספאקען:
כאילו די זאלישע רע בנים שעלטן נישט יעדן טאג דעם נשיא בעמך ברבים וביחיד מיט ווואס אין די שווערסטע צייטן ווען מאיז לפעמים יא ארויס קעגן די מהרסים האט מען א הונדערטסטל פון די מיאוסע ווערטער נישט גערעט
אבער פון דעם רעדט קיינער נישט ווייל עס שטייט פון בעש"ט אז אויף צדיקים ברעדט מען יעדן פינטל אפילו פון איינמאל וועט מען בארעדן 30 יאר שפעטער אין דער צייט וואס די בארעדערס זענען נכשל דערין אויף די ערגסטע פארנעם יעדן טאג
אדרבה ווער האט נאך אזויפיל געפייניגט מענטשן ווי די קווינס בחורים קעגן די עירוב טראגערס און ווי די משתמשים קעגן רבבות אנ"ש וואס האבן זיך אנגענומען פארן ברך משה אויסצופירן זיין אמתע רצון וויפיל רעדער זענען געשטאכן געווארן וויפיל תביעות ומלשינות איז געווען מידי יום ביומו
און די זעלבע איז געווען ביי בני יואל וואס זייערע רשעות ווייסט קיינער נישט אבער עס איז דא אזויפיל ביזן איבערן קאפ וואספארא רשעות די אידן האבן אנגעמאכט פאר רבינו שליט"א און פאר רבינו ב"מ ז"ל אבער פון דעם וועט קיינער נישט רעדן ווי דער הייליגער בעש"ט זאגט אונז
 
עכ"פ סאיז א שאד יעדעס ווארט

תוקן על ידי גרוינים ב- 29/11/2011 20:32:20

געלעכטער » 29/11/2011 20:47

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אוטסאופקן:

אז דו רעדסט אריין אין סאטמארע ענינים, דארפסטו הערן א סאטמארע לעקציע:

מיט א ברידער וועלכער האט באשמוצט זיין אייגענעם טאטן מסוף העולם ועד סופו און אים געמאכט ללעג ולקלס, און האלזט זיך מיט זיינע דם שונאים.

אזאש אז אפילו אין זיין ישיבה טאר נישט דערמאנט ווערן דער נאמען "ברך משה".

מיט אזא ברידער טאר מען נישט זיצן.

נישט אומזיסט לערנען מיר יעקב מפרכס לצאת, אפילו ווען ער האט געלערנט תורה מפי המלאך.
מיט אן עשו טאר מען נישט זיצן אינאיינעם !

נישט דא וואס צי רעדן דיין רעבע איז אז א פרומער וואס האט נישט דאס גלייכן אין די וועלט, ער וועט ענדערש זיצען אין ערכאות אין רופען זיין טאטן אין ערכאות ווי איידער צי זיצען מיט עישיו!

נאך א מזל דער בני ברקער מעיאר איז נישט קיין עשיו אזוי קען ער זיצען מיט אים יא

outspoken » 29/11/2011 20:47

גרוינים

מיט אזעלעכע חסידים ווער דארף מתנגדים.

כ'האף אז די פאטרעטס נישט די דעת חסידי מהר''א וד''ל.

דעקלעראציע » 29/11/2011 20:58

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יונה:

ווער האט באשמיצט זיין אייגענעם טאטן מסוף העולם ועד סופו פון מ''א ביז נ''ט מיטן האלטן דרשות און סטיעטמענטס אויף יעדען גדול?

ווער האט באשמיצט זיין אייגענעם טאטן מסוף העולם ועד סופו פון נ''ט ווען ער האט אויפגענומען רז''ל פאר רב אין וויליאמסבורג?

וועכלע דרשות מיינסטו פנוקטילך

די פגום דרשה אויף ר' אברהם לייטנער
די מאמע איז געגאנגען אויס געשניטן
נ' שערי טומאה אויף קאשוי רב
איך האב א מחותן א שוטה
ביק שמיק
עטת זאלט'ס אלע איין נעמען א מיתה משונה ( ווען ער האט געשאלטן ווער עס רעדט אויף משה בן פראדל  )

איך מיין דער ברך משה האט אסאך מער מבזה געווען דעם זין ווי פארקערט

געלעכטער » 29/11/2011 21:06

דעקלעראציע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

קוקט אויס ווי די האסט דיך אויך זייער געפרייד דעם פארגאנגענעם מוצש"ק מיט הכנסות ספר תורה לעילו נשמת דעם ברך משה ז"ל אין אפשר גאר געווען עמאשענעל!

יכוואלט הערן ווי אזוי די וואלסט גערעדט אלטס שונא

געלעכטער » 29/11/2011 21:07

וועכלע דרשות מיינסטו פנוקטילך

די פגום דרשה אויף ר' אברהם לייטנער
די מאמע איז געגאנגען אויס געשניטן
נ' שערי טומאה אויף קאשוי רב
איך האב א מחותן א שוטה
ביק שמיק
עטת זאלט'ס אלע איין נעמען א מיתה משונה ( ווען ער האט געשאלטן ווער עס רעדט אויף משה בן פראדל  )

איך מיין דער ברך משה האט אסאך מער מבזה געווען דעם זין ווי פארקערט
[/quote]

איך בין נייגעריג ווען 1SATMER זאל אזאנס פאוסטן וואס די וואלסט געזאגט?

תוקן על ידי געלעכטער ב- 29/11/2011 21:09:28

דעקלעראציע » 29/11/2011 21:09

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יונה:

יכוואלט הערן ווי אזוי די וואלסט גערעדט אלטס שונא

אלץ שונא וואלט איך אויף גענימען זשיגאן אלץ רבי אין געטאנצען מיט יאסל וואלדמאן ביי זיינע חתונות

געלעכטער » 29/11/2011 21:13

דעקלעראציע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבי יונה:

יכוואלט הערן ווי אזוי די וואלסט גערעדט אלטס שונא

אלץ שונא וואלט איך אויף גענימען זשיגאן אלץ רבי אין געטאנצען מיט יאסל וואלדמאן ביי זיינע חתונות

אן עכטער חסיד רופט זיין טאטן אין קארט אין זאגט ברבים אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומייכון

דעקלעראציע » 29/11/2011 21:13

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

וועכלע דרשות מיינסטו פנוקטילך

די פגום דרשה אויף ר' אברהם לייטנער
די מאמע איז געגאנגען אויס געשניטן
נ' שערי טומאה אויף קאשוי רב
איך האב א מחותן א שוטה
ביק שמיק
עטת זאלט'ס אלע איין נעמען א מיתה משונה ( ווען ער האט געשאלטן ווער עס רעדט אויף משה בן פראדל  )

איך מיין דער ברך משה האט אסאך מער מבזה געווען דעם זין ווי פארקערט
[/quote]

איך בין נייגעריג ווען 1SATMER זאל אזאנס פאוסטן וואס די וואלסט געזאגט?

תוקן על ידי געלעכטער ב- 29/11/2011 21:09:28

א דאנק1SATMAR האט מען געזאגט די אלע דרשות

דעקלעראציע » 29/11/2011 21:19

איך האב נישט געזאגט אז דער ברך משה האט ח"י מיליאן דאלער אין די שווייץ
איך האב נישט געזאגט אז דער ברך משה האט שוין געהאט די טיקעט' קיין מיאמי ביי די הקפות
איך האב נישט געזאגט אז דער ברך משה קוקט אויף נשים אין מימאי
איך האב נישט געזאגט אז ביים ברך משה הט געארבעט רעדיא א גאנצען טאג
איך האב נישט געזאגט אז דער ברך משה האט געליינט די וואראפערטס מיט אלגעמיינער יעדן טאג

איך האב סך הכל אראפ זיינע ווערטער וואס איך האלט נישט אז ס'איז א בזיון נאר OUTSPOKEN זאגט אז ס'איז געווען א בזיון
האט איך אים געפרעגט וועלכע דרשה ער מיינט

outspoken » 29/11/2011 21:20

אוי, ווען די צוויי ברידערס וואלטן געוויסט אז מיט זייער זיצען אינאיינעם, וועלן די ארונים אזוי בארעדען זייער זיידן די ברך משה, וואלטען זיי......

געלעכטער » 29/11/2011 21:23

אין וואס האט מען געזאגט אין געטוען א דאנק מהר"א ?

דעקלעראציע » 29/11/2011 21:26

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין וואס האט מען געזאגט אין געטוען א דאנק מהר"א ?

איז די נעילת החג אין ראדני

געלעכטער » 29/11/2011 21:30

דעקלעראציע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב נישט געזאגט אז דער ברך משה האט ח"י מיליאן דאלער אין די שווייץ
איך האב נישט געזאגט אז דער ברך משה האט שוין געהאט די טיקעט' קיין מיאמי ביי די הקפות
איך האב נישט געזאגט אז דער ברך משה קוקט אויף נשים אין מימאי
איך האב נישט געזאגט אז ביים ברך משה הט געארבעט רעדיא א גאנצען טאג
איך האב נישט געזאגט אז דער ברך משה האט געליינט די וואראפערטס מיט אלגעמיינער יעדן טאג

איך האב סך הכל אראפ זיינע ווערטער וואס איך האלט נישט אז ס'איז א בזיון נאר OUTSPOKEN זאגט אז ס'איז געווען א בזיון
האט איך אים געפרעגט וועלכע דרשה ער מיינט

בקיצור א חסיד מיינט אז ער מעג זאגן אין חוזק מאכן פונעם רבין טאמיר עס פעלט אויס פאר די אייגענע אינטערעסע אבער א שונא מעג נישט ווייל.....

אין א חסיד הייסט אויך וואס זאגט נישט וואס יענער זאגט נאר וואס ער זאגט

דעקלעראציע » 29/11/2011 21:38

נאכאמאל ביי מיר הייסט עס נישט חוזק געמאכט
אין דער ברך משה איז גערעכט מיט א יעדעס ווארט

ביי ענק זאלי'ס הייסט חוזק געמאכט נאך זאגן זיינע ווערטער ביי מיר איז עס דברי אלקים חיים
פארדעם קען ענקער ישיבה נישט הייסן ברך משה

אין אינז פריי מיר זיך מיט זיין הכנסת ספר תורה
אין אינז געב מיר ארויס זינע תורות ברך משה
אין אינז געב מיר ארויס משה היה רועה
אין ביי אינז איז שוין איבער 6 שולן מיט קאנטרי  וואס טראגן זיין נאמען

תימענער » 29/11/2011 21:47

דאס אז זיי זיצן אינאיינעם איז נאר לפנים פאר די פיקצ'ער אבער אונטערן רוקן רודף'ט איינער דעם אנדערן עד חרמה.

געלעכטער » 29/11/2011 21:52

דעקלעראציע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נאכאמאל ביי מיר הייסט עס נישט חוזק געמאכט אבער ווען א שונא זאגט עס הייסט עס יא
אין דער ברך משה איז גערעכט מיט א יעדעס ווארט חוץ ווען דער זון מאכט אפ אז ער איז נישט גערעכט קאלעכט בלא"ז

ביי ענק זאלי'ס הייסט חוזק געמאכט נאך זאגן זיינע ווערטער ביי מיר איז עס דברי אלקים חיים
פארדעם קען ענקער ישיבה נישט הייסן ברך משה א' ב' ג' דרשה יוכח עמרם כהן דרשה יוכח

אין אינז פריי מיר זיך מיט זיין הכנסת ספר תורה פארוואס נישט
אין אינז געב מיר ארויס זינע תורות ברך משה אפילו דער ברך משה האט צוואה געלאזט ווער עס זאל עס ארויסגעבן
אין אינז געב מיר ארויס משה היה רועה ווי 2 קינדערזענען נעבעך פארשווינדען געווארן אין מען ווייסט נישט ווי אהין
אין ביי אינז איז שוין איבער 6 שולן מיט קאנטרי  וואס טראגן זיין נאמען טאקע זייער נאבעל

גרוינים » 29/11/2011 22:07

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אין אינז געב מיר ארויס משה היה רועה ווי 2 קינדערזענען נעבעך פארשווינדען געווארן אין מען ווייסט נישט ווי אהין

גראדע האט ומשה הי' רועה שיין באשריבן אלע קינדער צו גלייך טראץ וואס לא התנהג עמנו כאח אלא כעשיו הרשע מיטן זאגן יקרבו און שטערן דעם אייגענעם טאטען פון משתתף זיין אין זיינע אייגענע שמחות און נישט אריינלאזן די אלפי החסידים און בעיקר צו פרובירן צושטערן די גאנצע האראוואניע פונעם טאטען די אלע יארן בלויז פארן תאוות הכבוד והשררה
אבער ביי אונז איז אפילו פאר אזאנא רשעים נאך אלס גילטיג דער כללל אז א קינד בלייבט א קינד ממילא האט מען זיי זייער שיין באשריבן אינעם חלק שישי פון ומשה הי' רועה ועיין שם. 

תוקן על ידי גרוינים ב- 29/11/2011 22:08:36

ויואמ_אמת » 29/11/2011 22:14

עס איז זייער אינטערסאנט צו ליינען ווי די זאלונים פראבירן מכחיש צו זיין שמש בצהרים, אין אויסמעקן אזא בלוטיגע היסטאריע, די גרעסטע חידוש איז מיר פארוואס לשיטתם זענען אלע וואס חסידים אין גיטע פריינד פונעם ברך משה ביי די ארונים אין די שונאים זענען ביי די זאלונים (חוץ אויב זיי וועלן דאס אויך לייקענען - מען קען נישט וויסן)

דעקלעראציע » 29/11/2011 22:21

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נאכאמאל ביי מיר הייסט עס נישט חוזק געמאכט אבער ווען א שונא זאגט עס הייסט עס יא געכעכט
אין דער ברך משה איז גערעכט מיט א יעדעס ווארט חוץ ווען דער זון מאכט אפ אז ער איז נישט גערעכט קאלעכט בלא"ז
א חוץ ווען ער זאגט עיקר שכחתי

ביי ענק זאלי'ס הייסט חוזק געמאכט נאך זאגן זיינע ווערטער ביי מיר איז עס דברי אלקים חיים
פארדעם קען ענקער ישיבה נישט הייסן ברך משה א' ב' ג' דרשה יוכח עמרם כהן דרשה יוכח אדרבה פארצייל וואס די דרשות זענען געווען ווייל בשעתו זענט עטץ געווען זייער העפי מיט די א' ב' ג' דרשה

אין אינז פריי מיר זיך מיט זיין הכנסת ספר תורה פארוואס נישט
אין אינז געב מיר ארויס זינע תורות ברך משה אפילו דער ברך משה האט צוואה געלאזט ווער עס זאל עס ארויסגעבן ווי איז די צואה ?
אין אינז געב מיר ארויס משה היה רועה ווי 2 קינדערזענען נעבעך פארשווינדען געווארן אין מען ווייסט נישט ווי אהין מען האט קיינעם נישט אויס געלאזט
אין ביי אינז איז שוין איבער 6 שולן מיט קאנטרי  וואס טראגן זיין נאמען טאקע זייער נאבעל גערעכט

outspoken » 29/11/2011 22:30

ויואמ_אמת כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס איז זייער אינטערסאנט צו ליינען ווי די זאלונים פראבירן מכחיש צו זיין שמש בצהרים, אין אויסמעקן אזא בלוטיגע היסטאריע, די גרעסטע חידוש איז מיר פארוואס לשיטתם זענען אלע וואס חסידים אין גיטע פריינד פונעם ברך משה ביי די ארונים אין די שונאים זענען ביי די זאלונים (חוץ אויב זיי וועלן דאס אויך לייקענען - מען קען נישט וויסן)

 לאמיר דא צוטיילען די אזוי גערופענע שונאים,

די פערזענליכקייטען וואס האבן אים גערודפט אין די צייטען פונם רבי ז''ל האבן געמאכט תשל''ט א 180 דעגרי טורן און געווארן זיינע הייסע חסידים,

די ביליגע רודפים זענען אלץ געבליבען זיינע שונאים עד היום,

די שונאים וואס ער האט זיך איינגעקויפט פון ווען ער האט אויפגענומען מהר''א ביז נ''ט זענען צירוק געווארן גוטע פריינד.

דעקלעראציע » 29/11/2011 22:32

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די ביליגע רודפים זענען אלץ געבליבען זיינע שונאים עד היום,

ווי באלנגען די ביליגע רודפים ? ווי לערנען זייערע קינדער אין בחורים
רעדט אין דיטיעלס ביטע

outspoken » 29/11/2011 22:37

דעקלעראציע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די ביליגע רודפים זענען אלץ געבליבען זיינע שונאים עד היום,

ווי באלנגען די ביליגע רודפים ? ווי לערנען זייערע קינדער אין בחורים
רעדט אין דיטיעלס ביטע

זיי האבן אלץ גלערענט אין סאטמאר און לערנען נאך אין סאטמאר (רוב ביי מרז''ל)

גרוינים » 29/11/2011 23:05

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די שונאים וואס ער האט זיך איינגעקויפט פון ווען ער האט אויפגענומען מהר''א ביז נ''ט זענען צירוק געווארן גוטע פריינד.

שיינע סטעיטמענט אבער ווייט פון מציאות
ווייל אין מציאות זענען ע"פ רוב דאס געווען מענטשן וואס קענען נישט דערהייבן הנהגה אדער פארגינען נישט דעם רבין 
 אוודאי איז במשך הימים פון די משה גבאי פירערשאפט צוגעקומען מתנגדים בלויז צוליב אומציפרידענקייט פון די ווילדע אקציעס (וואס זענען אין רוב פעלער פארדאמט געווארן פון מהר"א) אבער בדרך כלל איז דאס געווען מענטשן וואס זענען אדער מקנא דעם רב זעלבסט אדער מענטשן וואס ווילן פרייהייט פון הנהגה אדער תמימי לב וואס זענען נאכגעשלעפט געווארן פון די אראפגעצויגענע ביבערהיטן ביז צום נאז מיט כוונת לשם מחלוקת
און דאס צו מזאל נאכאלץ שעלטן דעם ברך משה- אפילו ער לעבט שוין נישט צי נאך נ"ט אפילו ווען ער איז שוין געווען במאסר ביי די אנשי רשע וואו ער האט זיי אנגערופן- דאס איז תלוי צי מאיז א בנ"י וואס דאס מיינט א סאסיידער בטבע אדער בטבע שני דאן איז עס עד הסוף
אבער אויב איז מען א זאלי דהיינו די וואס זענען געזעסן ביי אונז און געהעצט אויפן רבין דעם ברך משה ביי זיי איז גענוג אז די הנהגה איז צובראכן ממילא יעצט קען מען שוין זיין חסידים כלומרשט עכ"פ

די זאכן זענען קלאר און פשוט ביי יעדן סאטמארן חסיד ואגב אביא ראי' לדברי, 
אדרבה זאג מיר וועלכע מתנגד/זאלי איז געווארן א חסיד/ארוני ווען משה גבאי וחבריו זענען אריבער צו הגז"ל און מהאט ביי אונז בלויז געליטן און געשוויגן און אין ראדני האט מען געשפלעטערט קעפ און אויסגעטיילט רדיפות פאר אלע אהרונים און אפילו ביים עירוב פרשה וואס האט נישט געהאט דווקא מיט ארונים האט מען געשטאכן רעדער און געלייגט טעראר אויף ווער סאיז ניש געגאנגען אין שפאן
אוטספאקען אפשר ביזטו פון די וואס זענען געווארן ארונים זייט די טעראר האט געמאפט קיין קווינס? אויב יא ביזטו דער איינציגער..

תוקן על ידי גרוינים ב- 29/11/2011 23:09:53

תוקן על ידי גרוינים ב- 29/11/2011 23:44:01

קריסטאל » 29/11/2011 23:20

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די ביליגע רודפים זענען אלץ געבליבען זיינע שונאים עד היום,

ווי באלנגען די ביליגע רודפים ? ווי לערנען זייערע קינדער אין בחורים
רעדט אין דיטיעלס ביטע

זיי האבן אלץ גלערענט אין סאטמאר און לערנען נאך אין סאטמאר (רוב ביי מרז''ל)

נ'וואדי זשיגאן איז מקרב אלע שונאים פינעם ברך משה
אין ביי זיי איז דא א אהבה מסתרת

outspoken » 30/11/2011 00:52

גרוינים

מסביר צו זיין פארוואס די אזוי גערופענע שונאים זענען אנגעקומען צו מרז''ל, דארף מען צירוק גיין צו פאר תשל''ט, ווען די יודן זענען אנגעקומען נאך די מלחמה, האבן זיי זיך צוגעקלעפט צו רביה''ק ז''ל, וואס האט נישט פארקויפט די סיגוט'ער גזע אדער פארטיי, זיין ציל איז געווען  אויפצושטעלען ערליכע דורות ווי אינדערהיים, 30 יאר שפעטער ווען חשכו המאורות ונצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש האט מען זיך געטראפען מיט א גרויסע קהילה,  האבן די ראשי הקהלה אויפגענומען די ברך משה ז''ל, כאטשיג ער האט גארנישט געהאט מיט די קהילה פארדעם און כמעט קיינער פונם ניי דור האט אים נישט געקענט,  (חוץ פונם זען ערב ר''ה ביי סליחות) און אוודאי נישט קיין שטארקע נאנטקייט ווי תלמידים צו א רבין,

ביי די הכתרה האט ער געזאגט (די באוויסטע תורה פון פני משה כפני החמה) אז ער וועט נישט טוישען גארנישט און ער וועט זיך אלעס דורך שמוסען מיט די זקנים פון די קהילה, למעשה זענען די גרויסע קעפ געלויגען און מהר''א איז געווארן ראש הישיבה, זיינע קינדער האבען באקומען פאסטען'ס אין די קהילה, סאיז געווארען פאלשטענדיגע חסידות און פארטיי.

האט זיך ארויסגעשטעלט צוויי מיני מענטשען,

 סוג א' זענען פארטיי מענטשן, מענטשען וואס בטבע האבן זיי ליב פארטיי, און האבן אלעס אוועק געקוקט פאר פארטיי.

די צווייטע זענען מענטשן וואס האט זיי אלעס וויי געטון, ווי אז מ'האט ארויס געוואפען זייערע ראשי ישיבה און מנהל בית רחל וואס רביה''ק האט זיי געשטעלט און יעדער האט געזען ווי ער שמיעסט זיך דורך מיט זיי ברבים, דערנאך ווען מ'האט אויפגענימען מהר''א אלס רב אין קרית יואל ערב די חתונה במעמד די ווישזניצע חסידים, וואס האט דערמאנט די פארווייטיגטע פרשה פון צוואנציג יאר פריער וד''ל, אויך האט מען גענומען אזא איד ווי רא''ל וואס האט געהאט אסאך נאנטע תלמידים פון סאטמאר'ע ישיבה און מהאט אים מבזה געווען כאחד היריקים, אויך זענען די דיינים וואס זענען נישט נאך געטאנצען די פארטיי געפלויגען אזוי האט זיך געהאלטען און איין אויפבויען מתנגדים און שונאים.

תשנ''ט ווען מרז''ל איז געווארען רב און מ'האט צוריק געברענט כבוד הרבנים ודיינים, אז זיי זענען מחליט זאכען פון די קהילה נישט די פארטיי פירערס, זענען די סוג א' געגאנגען צו מהר''א, און זענען להשמיד אויף מרז''ל פארן צוברעכען די פארטיי וואס הייסט מלכות סאטמאר

סיג ב' זענען געגאנגען צו די קהילה פון מרז''ל וואס אויף יעדע זאך ווערט עס דן דורך די דיינים מיטען רבין.

פאמאגראנט » 30/11/2011 02:25

א שיינע פורים תורה OUTSPOKEN 

וואס זאגן די אלע סוג ב' צי די זאלי'ס גיין אין בג"ץ
אז זיי האבן א פראבלעם מיט די ווישניצער שידוך פארוואס דעמאלס קלעבן זיי נאך צי שיגאן ?

שלמהווייס » 30/11/2011 02:46

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גרוינים

מסביר צו זיין פארוואס די אזוי גערופענע שונאים זענען אנגעקומען צו מרז''ל, דארף מען צירוק גיין צו פאר תשל''ט, ווען די יודן זענען אנגעקומען נאך די מלחמה, האבן זיי זיך צוגעקלעפט צו רביה''ק ז''ל, וואס האט נישט פארקויפט די סיגוט'ער גזע אדער פארטיי, זיין ציל איז געווען  אויפצושטעלען ערליכע דורות ווי אינדערהיים, 30 יאר שפעטער ווען חשכו המאורות ונצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש האט מען זיך געטראפען מיט א גרויסע קהילה,  האבן די ראשי הקהלה אויפגענומען די ברך משה ז''ל, כאטשיג ער האט גארנישט געהאט מיט די קהילה פארדעם און כמעט קיינער פונם ניי דור האט אים נישט געקענט,  (חוץ פונם זען ערב ר''ה ביי סליחות) און אוודאי נישט קיין שטארקע נאנטקייט ווי תלמידים צו א רבין,

ביי די הכתרה האט ער געזאגט (די באוויסטע תורה פון פני משה כפני החמה) אז ער וועט נישט טוישען גארנישט און ער וועט זיך אלעס דורך שמוסען מיט די זקנים פון די קהילה, למעשה זענען די גרויסע קעפ געלויגען און מהר''א איז געווארן ראש הישיבה, זיינע קינדער האבען באקומען פאסטען'ס אין די קהילה, סאיז געווארען פאלשטענדיגע חסידות און פארטיי.

האט זיך ארויסגעשטעלט צוויי מיני מענטשען,

 סוג א' זענען פארטיי מענטשן, מענטשען וואס בטבע האבן זיי ליב פארטיי, און האבן אלעס אוועק געקוקט פאר פארטיי.

די צווייטע זענען מענטשן וואס האט זיי אלעס וויי געטון, ווי אז מ'האט ארויס געוואפען זייערע ראשי ישיבה און מנהל בית רחל וואס רביה''ק האט זיי געשטעלט און יעדער האט געזען ווי ער שמיעסט זיך דורך מיט זיי ברבים, דערנאך ווען מ'האט אויפגענימען מהר''א אלס רב אין קרית יואל ערב די חתונה במעמד די ווישזניצע חסידים, וואס האט דערמאנט די פארווייטיגטע פרשה פון צוואנציג יאר פריער וד''ל, אויך האט מען גענומען אזא איד ווי רא''ל וואס האט געהאט אסאך נאנטע תלמידים פון סאטמאר'ע ישיבה און מהאט אים מבזה געווען כאחד היריקים, אויך זענען די דיינים וואס זענען נישט נאך געטאנצען די פארטיי געפלויגען אזוי האט זיך געהאלטען און איין אויפבויען מתנגדים און שונאים.

תשנ''ט ווען מרז''ל איז געווארען רב און מ'האט צוריק געברענט כבוד הרבנים ודיינים, אז זיי זענען מחליט זאכען פון די קהילה נישט די פארטיי פירערס, זענען די סוג א' געגאנגען צו מהר''א, און זענען להשמיד אויף מרז''ל פארן צוברעכען די פארטיי וואס הייסט מלכות סאטמאר

סיג ב' זענען געגאנגען צו די קהילה פון מרז''ל וואס אויף יעדע זאך ווערט עס דן דורך די דיינים מיטען רבין.

זייער שיין אויס געשמועסט ביז תשנ"ט, אבער וואס איז געווארן מיט סיג ב' זינט תשנ"ט ביז תשע"ב, פון דעם זאל מען בעסער נישט רעדן

דאס וואס די שרייבסט:

"תשנ''ט ווען מרז''ל איז געווארען רב און מ'האט צוריק געברענט כבוד הרבנים ודיינים, אז זיי זענען מחליט זאכען פון די קהילה נישט די פארטיי פירערס, זענען די סוג א' געגאנגען צו מהר''א, און זענען להשמיד אויף מרז''ל פארן צוברעכען די פארטיי וואס הייסט מלכות סאטמאר

סיג ב' זענען געגאנגען צו די קהילה פון מרז''ל וואס אויף יעדע זאך ווערט עס דן דורך די דיינים מיטען רבין."

קען זיין, דו האסט געוואלט אז עס זאל אזוי זיין

וואלןסח » 30/11/2011 04:42

יע יע אוטספאוקען
אפשר ביסטו מסביר  וואס מיינט סיגוטער גזע אדער פארטיי? אויף וועם רעדסטו דא? סיגוט האט זיך אנגעהויבן ביים ברך משה? סיגוט האט זיך אנגעהויבן ביים ייטב לב, רופסטו דאס אן פארטיי? פארוואס? ווייל שלמה יענקל האט געזאגט אז דער רבי ז"ל לפניו לא הי' ואחריו לא יהי'?
צווייטנס, איך זע נישט קיין פראבלעם מיטן אויפנעמען דעם ברך משה ווען קיינער האט אים נישט געקענט, דעם דברי יואל האט מען יא געקענט אין די י' יארן? מען האט זיך באקענט מיט אים
דריטנס וואס איז דער פראבלעם אז מען האט געווארפן ראשי ישיבה מיט מנהלי בית רחל? האט דעם רביה"ק נישט געווארפן לעת הצורך אזעלכע מענטשן? וואס איז געווען זייער חטא? ציונות? ניין! פשוט זיי האבן זיך געהאלטן קלוגער ווי די הנהגה, נו אזעלכע האט די רבי נישט געדארפט עמי בבית, און אט דאס האט דער ברך משה אויך געטון.
ולשיטתך אז מען טאר נישט ווארפן וועם דער פריערדיגער רבי האט געשטעלט, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין מיט וואסערע רעכט רז"ל האט געווארפן אזויפיל מנהלים וראשי ישיבות וואס זענען נישט געגאנגען מיט אים אין שפאן?
פערטנס, אפשר געסטו מיר א דוגמא פון א זאך ווי מען זעט די הרמת כבוד הרבנים, א זאך וואס פאר תשנ"ט האט מען נישט געקענט אויפטון, ובדומה לו נאך תשנ"ט האט מען יא אויפגעטון, געב א דוגמא

ריפל » 30/11/2011 04:43

דא איז דא א שטיקל פראבלעם אינעם גאנצן שמועס, מ'מאכט עס כאילו די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן תשל"ט, דא שטעקט די טעות, די מחלוקה האט זיך אנגעהויבן פיל פריער, נאך פארן קריג (עיין עצי חיים ורבינו, ר זלמן לייב הי"ד ורבינו). שפעטענס תיכף נאכן קריג. 

אויף די אלע בני יואל איז דא זייער א שיינע ווארט פונעם וואוידעסלאווע רב: עס שטייט פני משה כפני החמה, פני יהושע כלבנה, וזקנים שבדור היו אומרים או לאותה בושה. פרעגט דער וואוידעסלאווע רב, וואס די זקנים'ס בושה דא?

נאר זאגט ער זייער א טיעף ווארט, אז די מענטשן וואס האבן יעצט געזאגט פני משה כחמה, איז נאר געווען צו טשעפענען יהושע אז ער איז נאר ווי די לבנה, די מענטשן האבן פיינט געהאט משה רבינו בחייו, זיי האבן געצאפט זיין בלוט בחייו, ווי משה רבינו אליינס האט זיך אפגערעדט "עוד מעט וסקילנו", נאך אביסל וואלט מען מיר פארשטיינערט. ווי נאר משה רבינו איז נפטר געווארן, און די ראשי סנהדרין האבן געוואלט אויפנעמען יהושע, דא פלוצלינג איז ער געווארן א רבי זיכרונוליבראכע און מען טאר נישט אויפנעמען א מנהיג נאך אים כדי מ'זאל אים געדענקן (איך מיין אז יעדער איז מודה איז משה רבנו איז געווען גרעסער ווי די רבי ז"ל) וכו' וכו' (אפשר האבן זיי גאר געוואלט מאכן א טעוועלע און נישט ערלויבט צו טוישן די ניגון פרייטאג צונאכטס).

אויף דעם האבן די זקנים געזאגט אוי לאותה בושה, קוק וואס מ'טוט נעבעך מיט משה רבינו כדי צו שטויסן יהושע, זיי האבן נאך געדענקט ווי די אלע מקטריגים האבן געצאפט משה רבינו'ס בלוט בחייו.

די זעלבע איז דא ביי אונז, די אלע בני יואל האבן נאך געצאפט דעם רבי'ן אלע יארן זיינע (רבינו סר מן הדרך) נישט געלאזט קיין מנוחה. פלוצלינג ווערן זיי גרויסע חסידים ותלמידים)

די רדיפות אויפן רבי'ן בעל ברך משה איז נאך געווען אסאך פריער פונעם שידוך, אסאך פריער פונעם רבנות אסאך פריער פון אלעס ארום (אפשר האט רויזעלע הי"ד אויך זיך משדך געווען מיט ויזניץ אדער געווארן רבי?).

גרוינים » 30/11/2011 04:45

איך לייג מיינע הגהות מיט היילייט

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גרוינים

מסביר צו זיין פארוואס די אזוי גערופענע שונאים זענען אנגעקומען צו מרז''ל, דארף מען צירוק גיין צו פאר תשל''ט, ווען די יודן זענען אנגעקומען נאך די מלחמה, האבן זיי זיך צוגעקלעפט צו רביה''ק ז''ל, וואס האט נישט פארקויפט די סיגוט'ער גזע אדער פארטיי, זיין ציל איז געווען  אויפצושטעלען ערליכע דורות ווי אינדערהיים, 30 יאר שפעטער ווען חשכו המאורות ונצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש האט מען זיך געטראפען מיט א גרויסע קהילה,  האבן די ראשי הקהלה אויפגענומען די ברך משה ז''ל, כאטשיג ער האט גארנישט געהאט מיט די קהילה פארדעם און כמעט קיינער פונם ניי דור האט אים נישט געקענט,  (חוץ פונם זען ערב ר''ה ביי סליחות) און אוודאי נישט קיין שטארקע נאנטקייט ווי תלמידים צו א רבין,

איך זעה אז די ווילסט רעדן היסטארי און דער עיקר לאזטו אויס
לידיעתך איז די לעצטע 11 יאר ווען רביה"ק איז נישט געזינט געווען געווען א טאטאלער פיסטקייט אין סאטמאר נישט האבענדיג די פייערדיגע דב"ק און די פריערדיגע כוחות פונעם רבין און דאס איז כולי עלמא מודי אבער ליתר שאת איך וועל פארציילן א מעשה לא נודע וואס כהאב געהערט פון איד הרב גאלדשטיין אין קרית יואל (אויב איך וועל מיר דערמאנען זיין נאמען וועל איך עס ארויפברענגען) פון דעם וועסטו זעהן אביסל מער וואס דא האט געדארפט זיין אלס קהילה אנע פאליטישע חשבונות
געווען איז דאס אין תשכ"ח תיכף נאכן סטראוק ווען רביה"ק האט זיך אויפגעהאלטן אין בילהארבער אויף אפרוה פלעגט פארן א מנין יעדן טאג ווי מהאט מיטגענומען ממש ענג מנין וואס האבן געהאט די זכי' צו דאווענען מיטן רבי'ן איינמאל אינדערפרי רופט ר' ליפא פריעדמאן דער ראש הקהל צו דעם הרב גאלדשטיין ער איז געווען א בחור און זאגט אים זיצט אייך אריין אין די קאר ועט איר קענען דאווענען ביים רבין שחרית
ביי אים איז דאס געווען א שמחה גדולה ער גייט די זכי' האבן צו דאווענען מיטן רבי'ן אבער אויפן וועג באמערקט ער א אנגעצויגנקיט אויף ר' ליפא זיך שעמענדיג האט ער נישט געפרעגט וואס גייט פאר און זיי זענען אנגעקומען און מהאט געדאווענט ביים רבי'ן און נאכן דאווענען זאגט אים ר' ליפא איר וועט דארפן ווארטן אביסל ווייל איך האב א וויכטיגן מיטינג
נאכן מיטינג אריינגייענדיג אין די קאר באמערקט ער אויף ר' ליפא אז ער איז ווייס וואו דער וואנט כמי שמתו מיטל לפניו ל"ע ממש וואו דער רבי וואלט ווען נסתלק געווארן פרעגט ער ר' ליפא וואס גייט פאר וואס זענט איר אזוי צובאריכן
ענטפערט אים ר' ליפא וויסן זאלט איר אז סאטמאר האט היינט געקראכט סאיז גענדיגט!
וואס??? וואס האט יעצט פאסירט פרעגט ער ר' ליפא 
ענטפערט ער אים הער מיך צו דא איז היינט פארגעקומען אן אסיפה ווי מהאט פארגעלייגט פון קהל אז די קהלה קען ווייטער אזוי נישט אנגיין מען מוז ממנה זיין אן רב הצעיר אן איש על העדה וואס זאל פירן אונטערן רבין וויבאלד דער עולם וועט זיך צעגיין צוזענדיג דעם שווערן מצב פונעם רבין
אבער ביים מיטינג האבן די שטוב מענטשן אויסגעפירט אז "די שטוב גייט פירן", אזוי איר הערט נישט קיין רבני נישט קיין רב נישט קיין דיינים, נאר די "שטוב"
און איר זאלט וויסן אז איך לייג א גרויסן שלאס אויף סאטמאר זאגט ר' ליפא און דערפאר בין איך אזוי צושוידערט!
איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין אז ר' ליפא איז טיילווייז גערעכט געווען עכ"פ לויט זייער פלאן אז תשל"ט זאל אויך די שטוב פירן וואלט שוין פון סאטמאר קיין שריד ופליט נישט געווען
עכ"פ נחזור לענינינו אין די לעצטע 10 יאר האבן די שטוב וועלכע האבן געהארגעט דעם רבינס טאכטער און די שטוב וואס האט פארהאקט טירן פאר רביה"ק בעל ברך משה זיי האבן געפירט אינאיינעם מיט זייער מיהעלפער אין די ישיבה וד"ל
עכ"פ אין די 11 יאר פון כ"ח ביז ל"ט זענען אסאך פון סאטמאר זיך צופארן און פארשטייט זיך אז דער רוב ציבור האט פארשטאנען  אז כאטש דער רבי וועט קיין ריפלעיסער נישט האבן בדוגמתו האט מען געוויסט אבער ווער זיין יורש וועט זיין א אוד מוצל מאש וואס איז שוין געווען רב אינדערהיים און געווען בטיל ומבוטל ממש צום רבין ז"ל
און גאר א גרויסער ציבור פלעגט זיך אפטמאל ווייקן ביים רבין דעם ברך משה אלס סיגוטער רב
קומט דער זאלי איגערמאנטשיג און פארקויפט לאקשאן אז קיינער האט נישט געוויסט אום תשל"ט ערב ר"ה מי זה סיגוטער רב

ביי די הכתרה הט ער געזאגט (די באוויסטע תורה פון פני משה כפני החמה) אז ער וועט נישט טוישען גארנישט און ער וועט זיך אלעס דורך שמוסען מיט די זקנים פון די קהילה, למעשה זענען די גרויסע קעפ געלויגען און מהר''א איז געווארן ראש הישיבה, זיינע קינדער האבען באקומען פאסטען'ס אין די קהילה, סאיז געווארען פאלשטענדיגע חסידות און פארטיי.

אסאך דא צו רעדן אבער די טינט וועט ממילא נישט מספיק זיין אבער אין איין ווארט לאמיר אייך פרעגן אויב וואלט רביה"ק געהאט קינדער וואלטן זיי אויך נישט געטארט איבערנעמען די ישיבה???

 וואס א טיפשות צו רעדן אז די אומפאגינערישע רביצין מענטשן וואס האבן געוואלט סאטמאר זאל אינטער גיין אבי זיי זאלן זיין ביים רעדל און זייערע מיטהעלפער די איבעריגע אנטי הנהגה מענטשן אז זיי האבן פשוט געהאט א טענה פארוואס מנעמט נישט די דיינים?
זייט וויסענד אז איר לעבט אין עולם החלומות ווייל יארן לאנג איז יעדן טאג געווען א פרישער חטא אויפן ברך משה בלויז פאר די סיבה ווייל ער איז געווען אונזער מנהיג וואס השי"ת האט אונז אראפגעשיקט צו קענען ראטעווען אז די עבודה פון רביה"ק זאל נישט גיין לאיבוד און די חברה האבן אים דאס ניקס פארגינען
איינמאל האט דער חטא געהייסן שידוך איינמאל פאבליק סקול און אזוי ווייטער אבער דער פרישער ספין פון דיינים זאלן פירן דאס איז שוין א חידוש פון תשע"ב און דאס ליצנות פון אייערע ווערטער שרייט פאר זיך
 
האט זיך ארויסגעשטעלט צוויי מיני מענטשען, 

 סוג א' זענען פארטיי מענטשן, מענטשען וואס בטבע האבן זיי ליב פארטיי, און האבן אלעס אוועק געקוקט פאר פארטיי.
 
איר האלט טאקע אז אלע חסידי ברך משה זענען פארטיי מענטשן??
עס האט מיר דערציילט הרה"ח ר' דוד לייב גרינפעלד ע"ה וויאזוי עס האט אויגעקוקט די של"ש תורות פון רביה"ק אינעם אלטען ביהמ"ד מיט ארום 200 אידן 
איך האב פון אים געהערט א ליסטע פון ארום 150 נעמען וועלכע זענען אלע היינט ביים מיטעלסטן טיש אין קרית יואל און אין הופער סט
לאמיר אייך פרעגן אזאנא אידן וואו ר' מענדל פריעדמאן ז"ל וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין איידעם ר' מרדכי בצלאל קליין אז ווייניג פארשטייען דעם רבינס שיטה אבער ר' מענדל האט זיין חוות דעת איז אזא איד געשטאנען און זיך געווייקט ביים ברך משה און געווען אדוק צו בנו דער רב דער היינטיגער רבי שליט"א איז ער אפשר אויך געווען א פארטיי איד? קוק נאר זיין דרשה אין ישיבה 3 יאר נאכן הסתלקות פון רבין וואו ער רעדט איבער דעם אז עס האט אויסגעקוקט אז די קהלה צעפאלט און ב"ה אשר לא השבית לנו גואל אז די קהלה איז געבליבן שטיין
וכהנה מסלתה ומשמנה עכ"פ פון די קלוגע ערליכע זענען זיכער קיינער נישט אוועקגעגאנגען

די צווייטע זענען מענטשן וואס האט זיי אלעס וויי געטון, ווי אז מ'האט ארויס געוואפען זייערע ראשי ישיבה און מנהל בית רחל וואס רביה''ק האט זיי געשטעלט און יעדער האט געזען ווי ער שמיעסט זיך דורך מיט זיי ברבים, דערנאך ווען מ'האט אויפגענימען מהר''א אלס רב אין קרית יואל ערב די חתונה במעמד די ווישזניצע חסידים, וואס האט דערמאנט די פארווייטיגטע פרשה פון צוואנציג יאר פריער וד''ל, אויך האט מען גענומען אזא איד ווי רא''ל וואס האט געהאט אסאך נאנטע תלמידים פון סאטמאר'ע ישיבה און מהאט אים מבזה געווען כאחד היריקים, אויך זענען די דיינים וואס זענען נישט נאך געטאנצען די פארטיי געפלויגען אזוי האט זיך געהאלטען און איין אויפבויען מתנגדים און שונאים.

אסאך צו רעדן איבער יעדע נושא וואס אפילו אויב איז געווען אויף וואס צו האבן טענות האבן זיך ערליכע אידן נאך אלץ אינטערגעווארפן און געוויסט אז הנהגה דארף זיין אבער דאס איז זיכער אז צו די אלע ווי רא"ל וואלט רביה"ק ראגירט אסאך שארפער ווי באקאנט וואו ער פלעגט שארף פארדאמען די וואס זענען זיך מתחצף, און רביה"ק אליין האט דאך אים ארויסגעווארפן כאחד הרקים פון התאחדות הרבנים ביז דער ברך משה האט אים צוריקגענומען און זיך ליידער אפגעבריעט
ביי די וועי איך קען היינט עטלכע תלמידים פון ר' אברהם ז"ל וואס זענען הייסע ארונים און זיי ווייסן פון זיין שוואכקייטן טראץ זיין ערליכקייט
און וואו פריער געזאגט די חטאים האבן זיך געטוישט טעגליך אבער דער יסוד איז ווי פריער געזאגט עס זענען אפשר צוגעקומען מתנגדים ביי יעדע פרשה אבער בדרך כלל זענען די מיט קנאה אויפן רבין אדער די אומהנהגה מענטשן זענען אלס געווען די שונאים נאר לויט ווי שטארק די שנאה איז געווען לויט דעם האט זיך ארויסגעשטעלט צו מאיז א זאלי אדער עקסטרעים בני יואל

תשנ''ט ווען מרז''ל איז געווארען רב און מ'האט צוריק געברענט כבוד הרבנים ודיינים, אז זיי זענען מחליט זאכען פון די קהילה נישט די פארטיי פירערס, זענען די סוג א' געגאנגען צו מהר''א, און זענען להשמיד אויף מרז''ל פארן צוברעכען די פארטיי וואס הייסט מלכות סאטמאר 
סיג ב' זענען געגאנגען צו די קהילה פון מרז''ל וואס אויף יעדע זאך ווערט עס דן דורך די דיינים מיטען רבין. 

איך מיין אז צו ראגירן צו דעם סטעיטמענט דארף איך זיין געהעריג משוגע סאיז נישטא א פלאץ אין דער וועלט וואס די עקירת התורה פון התירים אויף ערכאות און סירוב לדין און אלע אלע מעשה השחתה זאלן באקומען א חתימה פון די דיינים אזוי דער וו"ב בג"ץ אויף קיעפ סט, און מעגליך אז מקען נישט האבן אויף זיי קיין טענהס ווייל אויב נישט וועלן זיי פליען טאקע ווי דו האסט פריער געשריבן אויך זענען די דיינים וואס זענען נישט נאך געטאנצען די פארטיי געפלויגען אזוי האט זיך געהאלטען און איין אויפבויען מתנגדים און שונאים

תוקן על ידי גרוינים ב- 30/11/2011 04:51:28

תוקן על ידי גרוינים ב- 30/11/2011 04:52:41

outspoken » 30/11/2011 06:27

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יע יע אוטספאוקען
אפשר ביסטו מסביר  וואס מיינט סיגוטער גזע אדער פארטיי? אויף וועם רעדסטו דא? סיגוט האט זיך אנגעהויבן ביים ברך משה? סיגוט האט זיך אנגעהויבן ביים ייטב לב, רופסטו דאס אן פארטיי? פארוואס? ווייל שלמה יענקל האט געזאגט אז דער רבי ז"ל לפניו לא הי' ואחריו לא יהי'?

סיגוט, איהעל איז הייליג אבער די רבי ז''ל האט נישט געבויט סאטמאר אלץ המשכה צי די גזע, פארטיי האט גארנישט מיט סיגוט, פארטיי מיינט  א פאליטישע געזעלשאַפֿט וואס שטייט העכער די תורה

צווייטנס, איך זע נישט קיין פראבלעם מיטן אויפנעמען דעם ברך משה ווען קיינער האט אים נישט געקענט, דעם דברי יואל האט מען יא געקענט אין די י' יארן? מען האט זיך באקענט מיט אים

איך זעע אויך נישט, אבער אז א פרעמדע (אין די קהלה)קומט און הייבט אן ציווארפען און טוט כאדם העושה בשלו, ברענגט דאס שונאים. 
 
דריטנס וואס איז דער פראבלעם אז מען האט געווארפן ראשי ישיבה מיט מנהלי בית רחל? האט דעם רביה"ק נישט געווארפן לעת הצורך אזעלכע מענטשן? וואס איז געווען זייער חטא? ציונות? ניין! פשוט זיי האבן זיך געהאלטן קלוגער ווי די הנהגה, נו אזעלכע האט די רבי נישט געדארפט עמי בבית, און אט דאס האט דער ברך משה אויך געטון.

אז די אלטע ראשי ישיבה מיט מנהלי בית רחל און דיינים האבן זיך געהאלטן קלוגער ווי די נייע הנהגה, דארף מען  געבן א גוטן קוק צו די נייע הנהגה איז אויסגעהאלטן מיט די אלטע, זיער אסאך האבן געהאלטן אז נישט.

ולשיטתך אז מען טאר נישט ווארפן וועם דער פריערדיגער רבי האט געשטעלט, אפשר קענסטו מיר מסביר זיין מיט וואסערע רעכט רז"ל האט געווארפן אזויפיל מנהלים וראשי ישיבות וואס זענען נישט געגאנגען מיט אים אין שפאן?

?

פערטנס, אפשר געסטו מיר א דוגמא פון א זאך ווי מען זעט די הרמת כבוד הרבנים, א זאך וואס פאר תשנ"ט האט מען נישט געקענט אויפטון, ובדומה לו נאך תשנ"ט האט מען יא אויפגעטון, געב א דוגמא פרעג די דיינם

outspoken » 30/11/2011 06:39

גרוינים

מ'מיינט נישט קיינעם פערזענטליך, כ'האב געשריבען דורך א זלונישע קוק ווינקעל, פונקט ווי די (מיט די ארונישע קוק) מיינסט נישט צו זאגען אז אלע זלונים זענען מענטשן וואס זענען אדער מקנא מהר''א זעלבסט אדער מענטשן וואס ווילן פרייהייט פון הנהגה, ביי ביידע זענען דא 
תמימי לב וואס זענען נאכגעשלעפט געווארן.
ס'נישט אזוי ווייס אדער אזוי שווארץ

סאטמער100 » 30/11/2011 06:42

מיין פאטער א יוד א זקן האט מיר פארציילט .
דער רבי דער בעל ברך משה זי"ע האט אנגערופן הרב מאנדל ע"ה וואס האט געהאט זיין דירה אויף bucanon Dr.
ער האט אים געווינטשען ברכות לרוב ווייל ער האט אים געפענט די דורכגאנג פון זיין בעיק יארדאון ער וועט מער נישט דארפן אריבער גיין יאשקעלעס דירה ווייל יאשקע פייניגט אים.

און אז א קינד פונעם ברך משה קען קוקן פאר אים און אויגן ??????
בושה תכסה פנינו
עס איז נישט אז ס'האט משמע געווען פון אים אז ער פייניגט אים
ער האט עס קלאר געזאגט 
ווער רעדט נאך פון גיין צו זיינס א שמחה אדיר גאר טאנצען מיט אים
א תירוץ אויף דעם ביטע

תוקן על ידי סאטמער100 ב- 30/11/2011 06:43:47

שלמהווייס » 30/11/2011 09:49

איך וויל דא צולייגן א נקודה,

פון א אומפארטייאישע קוק ווינקעל, עס איז אלץ שייך צו האבן טענות אויף די הנהגה, און פיל מאל אויך גערעכטע טענות, וואס עס פאדערט באמת א תיקון, אבער ארויסצוגיין מיט א מחלוקה, פאדערט עכ"פ צוויי תנאים, איינס אז ער זאל דאס מיינען לש"ש, דהיינו אז פאר זיך פארקוקט ער אויך נישט קיין עוולת, צוויי אז די רווחים גייען זיין מער ווי די שאדן,

דא, סיי רובה דרובה האבן און מיינען עס נישט לש"ש, און פארשטייט זיך אז קיין רווח איז בכלל נישט געווען דערפון, און די שאדן איז אומשאצבאר

וואלןסח » 30/11/2011 14:53

ריפל און גרוינעם האבן זייער שיין צולייגט די זאך, און ס'איז כמעט נישטא וואס צוצולייגן
אוטספאקען, פון דיין שרייבעריי זעט מען ווי אלט דו ביסט
אפשר ביסטו מסביר ווי כאפט די נפקא מינה אויב סאטמאר איז א המשכה צו א גזע צו נישט? דער רבי ז"ל האט זיך געפירט אסאך זאכן כמנהג אבותיו און געוויסע זאכן האט ער מקבל מבית חותנו הראשון, דער רבי ז"ל דער ברך משה האט געטון אסאך זאכן ווי דער רבי דער דברי יואל, און געוויסע זאכן האט ער געטון וואס ער האט מקבל געווען מבית אביו העצי חיים וואס ווי באקאנט האט ער זיך געפירט אלעס אקוראט ווי דעם קדושת יו"ט, דו ווייסט ווער דער קדושת יו"ט איז געווען? דער רבי ז"ל טאטע, (קען זיין האסט עס נישט געוואוסט, קען זיין מען האט דיר געזאגט אז די רבי ז"ל איז נישט געווען קיין ילוד אשה) און ס'איז באקאנט אז ווען דער רבי ז"ל האט געוואלט וויסן אויף א מנהג ווי אזוי זיין טאטע האט זיך געפירט האט ער געפרעגט דעם ברך משה ווי אזוי זיין טאטע האט זיך געפירט, און לויט דעם האט געוואוסט אז דער קדושת יו"ט האט זיך אויך אזוי געפירט.
יעצט דו מיינסט ווען די רבי ז"ל איז געווארן רב אין סאטמאר האט ער אנגעהאלטן אלע מנהגים פון שבט מיהודה? אדער ער האט געטון ווי אזוי ער האט געוואלט? כל זמן ס'איז נישט כנגד התורה, הו קעירס וועמענס מנהגים ער טוט? הו קעירס וועלכע לא תבושי ניגון מען זינגט.
אויף די דריטע גיי איך דיר נישט ענטפערן, ווייל דאס איז דאך זה דרככם כסל, דור ששופטים את שופטיהם, דער רבי דער ברך משה וואלט זיך געדארט דורכרעדן מיט ר' בנימין הערש בערקאוויטש, איך מיין קאום אן? (אגב ר' בנימין הערש האט שפעטער געשריגן "הי איז די באס" ווער געדענקט (די ערשטע מאל ווען ער האט געשריגן)
און די פערטע קשיא וואס דו זאגסט: פרעג די דיינים, וועל איך דיר זאגן די דיינים ווייסן שוין איינמאל דעם ביטערן אמת, נאך תשנ"ט איז די גאנצע תורה מצטמק געווארן, בא נועם המדות והעמידן על אחת, אלע איסורים איז מותר אונטערצוברענגן רבינו שליט"א, ס'איז געבליבן איין פסוק אין תנ"ך, עת לעשות לה', און פארטיג, מיט דעם כשר'ט מען אלע רשעות'ער.

תוקן על ידי וואלןסח ב- 30/11/2011 14:55:44

תימענער » 30/11/2011 15:10

דאס גרעסטע טפשות און ליגנט איז צוזאגן אז מען דערהויבן די כבוד הדיינים נישטא ווער זאל לאכן פון די נארישע אויגן בלענדעניש ווי כבוד וואס כבוד די דיינים אליין נידערן אראפ זייער אייגענעם כבוד וואס פאר נזיד עשדים פארקויפן זיי די תורה און אלעס וואס איז הייליג פאר כלל ישראל .

שלמהווייס » 30/11/2011 16:59

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

און די פערטע קשיא וואס דו זאגסט: פרעג די דיינים, וועל איך דיר זאגן די דיינים ווייסן שוין איינמאל דעם ביטערן אמת, נאך תשנ"ט איז די גאנצע תורה מצטמק געווארן, בא נועם המדות והעמידן על אחת, אלע איסורים איז מותר אונטערצוברענגן רבינו שליט"א, ס'איז געבליבן איין פסוק אין תנ"ך, עת לעשות לה', און פארטיג, מיט דעם כשר'ט מען אלע רשעות'ער.

מיט דעם האסטו אלעס געזאגט

געלעכטער » 30/11/2011 17:03

און פאר תשנ"ט, ווער האט געגעבן דעם היתר אויף אלע רשעות'ער?

שלמהווייס » 30/11/2011 17:31

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און פאר תשנ"ט, ווער האט געגעבן דעם היתר אויף אלע רשעות'ער?

אשר על כן

פשיהא » 30/11/2011 18:21

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און פאר תשנ"ט, ווער האט געגעבן דעם היתר אויף אלע רשעות'ער?

דו האסט אנגערירט א געפערליכע הייקעלע נערוו, ווייל איך ווייס אז א חשוב'ער איד (א קלויזנוברגער איד מיטן נאמען ניימאן) איז אריינגעקומען אין ראדני אין תשל"ג צו א ברית וואו ער איז געווען דער מוהל.

דער איד האט קיין ווארט נישט גערעדט צו קיין, קיינעם נישט באליידיגט אבער ער האט געכאפט מכות רצח פאר'ן באלאנגען צו קלויזנבורג. ער איז מוהל ביי יענעם ברית נישט געווען אין ראדני !

אפשר זאגסטו מיר גוטער איד, ווער האט מתיר געווען די השחתה פאר תשל"ט?

פשיהא » 30/11/2011 18:27

מיך וואונדערט אויך זייער שטאק און עס עגבערט מיר אין קאפ:

פארוואס האט מען אין די תש"ל פארהאקט די באנק ווי הגה"ק רבי משה ארי' פריינד איז געזעסן אין רחוב יואל?
פארוואס האט דער איד נישט געטארט האבן קיין שטענדער?

איז ער אפשר געווען א שטער פאר רביה"ק בעל דברי יואל?
ווער האט געמאכט די טעראר בימים ההם?

פארצייל ביטע אלעס !

אבער אלעס !

וואלןסח » 30/11/2011 18:32

און פארוואס האט מען דעם פאפער רב ז"ל דער בעל ויחי יוסף געלאזט תשל"ח שטיין אינדרויסן אויפן גאס ביי א צוגעשפארטע טיר פון בית רבינו ז"ל איבער א שעה צייט?
ער איז אפשר געווען א ציוני? ער איז נישט געווען מיט די שיטה גלייך?
ער האט געהאט איין חטא, ער האט אויך געהאט א קהלה אין מוסדות אין וומסב"ג

ווער האט דאס מתיר געווען?

פשיהא » 30/11/2011 18:35

געלעכטער לאכט שוין נישט!

ער איז פארשוואונדן! בדוק ומנוסה

האנדא » 30/11/2011 18:37

פארוואס האט מען גע'הרג'ט רויזעלע ?

outspoken » 30/11/2011 18:47

מקען ברענגען 100 מעשות וואס יעדנס באבע האט גע'חלמט, ס'איז דא א גרויסע חילוק ווען אפאר צעהיצטע חברה אדער שטוב מענטשען טוען, ווי אז די ראש האלט א דרשה, שטיצט און פירט אן  די טעראר וד''ל
בלאט: 1 2 3