היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » די ביטערע עונשים פארן טשעפנען א מרא דאתרא

די ביטערע עונשים פארן טשעפנען א מרא דאתרא

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2676434
בלאט: 1 2

ארגינעלער » 23/8/2009 20:23

זייט די מחלוקת פין קרח ועדתו ווייסט כלל ישראל אז מען טשעפעט א מרא דאתרא א מנהיג בישראל
קומען געפערליכע עונשין, אין טיילמאל מורא'דיג פלוצלינג אין די עונשין קומען צי מ'איז יא שולדיג צי מען איז נישט שולדיג.

מען האט אלע דורות דעס געוואסט אז מיט א מרא דאתרא קריגט מען זיך נישט, אין אז יא זענען די עונשין פאטאל.

די לעצטע 10 יאר זייט די מוחלקה האט אויסגעבראכן האט מען געזעהן ( אן אריין גיין אין קיין נעמען )
ממש ווער ווער ס'האט געהאט א חלק דעראין האט זיך געפערליך אבגעבריט
מיט מיתות משינות, מענטשן זענען פולצלינג געשטארבן, היי יאר אין קרית יואל אליינס איז איינע פין די גרויסע בעלי מחלוקת 
שטרעבליך קראנק געווארן אין ראנגלט זיך מיטן לעבן 
אנגעהויבן פין זייער שיינע יודען אין גענדיגט ביי זייערע ראשי קהילה ס'הרג'ט נעבעך טובים ורעים 

איין פרשה וועל איך יא אראפ ברענגן וואס שלמה יאנקל אליינס האט געזאגט אז ווען ס'פאסירט ווען ביי רבי'ן ז"ל אזא מעשה
לייגט ער עס ווען אריין אין ערשטן באנד מושיען של ישראל

פרשת אביגדור יאקאבוויטש
א יוד אלע יארן געווען א מיליאנער, א בעל מחלוקת איינס אין דער וועלט, געגעבן צדקה נאר פאר מחלוקת 
סוף ימיו האט ער פארלוירן דאס גאנצע פארמעגן  
ער איז ל"ע קראנק געווארן אין אוועק פין די ביטערע מחלה
אלע זיינע זין ארסטירט
קיין איין קדיש זאגער
ווער ס'האט גענימען פין אים א פעני פין דורות צוריק האט עס געמיזט צוריק געבן ( אזוי ווי ביי קרח )

מען האט געזעהן בחוש אז מען טשעפט א מנהיג בישראל א מרא דאתרא שניידט מען נישט גוט אפ

די פרשה פאריגע וואך איז ליידער א ביטערע טראגעדיע, א געזינטער יונגערמאן א טאטע פין 10 קינדער
איז פלוצלים נישט אויף געשטאנען
ליידער ליידער איז עס געווען א בחינה פין פין אב ובנו שראו את החידוש, ביידע גרויסע בעלי מחלוקת 
איך רעד שוין נישט דער טאטע שאול פערלשטיין, איך וואלט ווען געזאגט אז ער איז נישט מזרע ישראל 
אפילו דער זין אויכט, אייביג  געהעצט, געווען פין זייערע ראשי קהילה.
 ( אז מען לערנט זיך אפ דערפין איז עס א טובה פאר די נשמה )

ס'איז צייט זיך מתבונן צי זיין אין לייגן אלע נער'שיע אינטערסען אין א זייט 
ס'איז געשעהן ר"ח אלול א צייט פין תשובה אין קבלה אויף להבא 
 זייט נישט קיין חכמים מיטן רבוש"ע קען מען זיך נישט קריגן.

bigsatmar » 23/8/2009 20:51

איך האב אויסגעמעקט די נעמען איך וויל נישט האבן א חלק אין אזא אשכול אבער די ווייסט גאנץ גוט עטליכע פון ענקערע היץ קעפ סיי וומ"ס אין סיי ק"י וואס די ווייבער זענען אוועק אדער ליגן על ערש דוי וד"ל.



 



תוקן על ידי bigsatmar ב- 23/08/2009 21:35:40

911zalis » 23/8/2009 20:53

אויב די ביסט שוין יא אין הימל אין די ווייסט פארוואס אין פארווען עס איז געשעהן דע צרות. פארצייל פארוואס האבן מיר פארלוירען אלע בנינים אין וויליאמסבורג אין סאטמאר איז געווארען צוטיילט אין האלב? ווען פאר 10 יאר צוריק האט זיך קיינמאל קיינער נישט געחלומט עס וועט אזאונס פאסירען ?

ווי האסטו אזאונע ברייטע פלייצעס צו רעדן אזוי אויף אידען וואס לעבן שוין נישט ? די ביסט פארזיכערט אז די ביסט נישט נעקסט ?

 שעם דיך! דע אשכול פארשעמט די ארונים 

לאמיר לייגען אין א זייט ר' אביגדור ז"ל וואס האט געהאלפן אסאך אידען אפי' אין די צייטען פין די רבי זי"ע ווען ער איז נאך געווען אין די ניטינג ביזנעס . יארען האט ער געצאלט האלב פין אלע הוצאת פין די קמחה דפסחה פין משפחת לויפער וואס יעדער נצרך  געניסט דערפון .

עס איז ליידער אוועק א אינגע טאטע פין 8 קינדער ל"ע עס כאפט א ציטער - א יעדער נערמאלער מענטש איז צובראכען אין צושודערט ווי קענסטו אים אזוי מספיד זיין דא אויפן פארק ?

 די ענדיגסט נאך צו עס איז חודש אלול די ביסט א לץ מיט א הארץ פין א נאצי שעם דיך

טאטלע » 23/8/2009 21:03

נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען שרייבן

כנלע"ד

bigsatmar » 23/8/2009 21:14

טאטלע דאס מאל בין איך מסכים מיט דיר און זעה די מנהל זאל אראפנעמען די אשכול

ארגינעלער » 23/8/2009 21:14

ווען מען זעט ליידער ביטערע עונשים חוץ לדרך הטבע קומען איז א צייט פין התבננונות
אזוי ווי ביי קרח איז געווען חוץ לדרך הטבע, אין די תורה הקדושה האט עס ארויסגעשריבן אז מען זאל געדענקן לדורות.

אז ס'קומט צרות איז  חיוב ציפרעגן בשל מי הרעה הזאת
אזוי ווי דער אור החיים הקדוש זאגט שלם ישלם המבעיר את הבעירה די יודען וואס צינדען אינטער דעם פייער צאלן ליידער א טייערן פרייז
אין דער אייבישטער זאל העלפן אז זיי זאלן מיט דעם אפקומען זיירע עבירות.

ארגינעלער » 23/8/2009 21:15

די זאליס ציטערן פאר אזא אשכול אין זיי ווילן מען זאל עס אראפ נעמען
ווייל זיי ווייסן אז אז יודען קענען חרטה האבן, אין זיי ווילן נישט אז ס'זאל זיך אריין כאפן א הירור תשובה.

רשעים אפילו פתחו של גהינם...  

איך וועל ענק זאגן זאליס טוט'ס תשובה בעוד מועד.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 23/08/2009 21:15:44

העלד » 23/8/2009 21:19

ארגינעלער איז אמאל געווען גערעכט ווער עס האט זיך אמאל אנגעהויבן מיט ר' אהרנ'ס
מענטשן האבן זייער מיאוס אפגעשניטן, מען האט זיי יורד געווען לחייו געפייניגט, גערודפ'ט,
 געכאפט שטיינער,אנגעהרגט די קינדער, אסאך מאל האט יענער פארלוירן די פרנסה צוליב
 ר' אהרן'ס קפידא.

 אבער ב''ה זינט ח''י סיון תשנ''ט האט זיך דאס אלעס געענדיגט ר' אהרן האט געכאפט
 א ריק פון אויבן דער בוכ''ע האט געוויזן אז יודיש בלוט איז נישט הפקר און אידישע טרערן
 גייען נישט לאיבוד, ר' אהרנס קפידא'ס האט פון איין מינוט צו די צווייטע פארלוירן די ווערד,
 זיין גאנצע חלום איז צורינען ווי א זייפן בלאז און איז אריינגעפאלן אין א מיאוסן דעפרעסיע
ל''ע, זיינע נאכנאנדע פרובען צוריק צו פארכאפן די מאכט און געוועלטיגן מיטן אייזערנעם
פויסט האט זיך שטענדיג אויסגעלאזט מיט א מיאוסן דורכפאל.

 עס האט גענומען א 10 יאר
 און בגניבה האט ער געלייגט א האנט אויפן בית החיים אין קרית יואל און פלוצלינג זיינע
 קפידות האבן אנגעהויבן צוריק שאטן, ווער עס האט נאר געקלערט צו טוהן אנדערש ווי ער
 וויל האט ער און זיינע שבעה קרובים פארלוירן זיינע רעכטן אין בית החיים, אויף א גאר 
ברוטאלן אופן,  דאס האט אבער אויך אנגעהאלטן פאר א קורצע טערמין מען האט
מקדש געווען א נייע בית החיים און ר' אהרן קען יעצט  האלטן זיינע קפידות און עונשים ביי זיך,

יעצט פרובירט ארגינעלער מיט א נייע מהלך אז ביי אלע טראגעדיעס רח''ל וואס עס פאסירט אין סאטמאר שטייט אויך ר'  אהרן אונטער דעם.............

911zalis » 23/8/2009 21:20

ארגינעלער איך גיי זיך ניטאמאל טעהנען מיט דיר!
 דע אשכול פארשעמט די ארונים וואס די טראכסט האלט ביי דיר ווייל נסתרים דרכי ה' - קיינער ווייסט נישט אין קיינער קען נישט וויסען !

פאר דיי טובה בעט די מנהל זאל פארמאכן דע נערישע רשעותדיגע אשכול

ארגינעלער » 23/8/2009 21:22

פארוואס איז מענדל שווימער געלאפן איבער בעטן

שטייט אין משנה חי' רעה באה בשביל חילול השם

פארוואס איז אבידגור יאקאבוויטש קינדער געלאפן איבער בעטן


ועוד ועוד

ארגינעלער » 23/8/2009 21:24

דער אור החיים הקדוש זאגט שלם ישלם המבעיר את הבעירה

די וואך האט מען עס געזעהן החוש

דער באשפער ווייזט אסאך מאל מאל יש מנהיג לבירה די וועלט איז נישט הפקר
קען נישט קומען אזא הפקר יונג אין א  לץ ווי שאול פערלשטיין אין ליצנות מאכן פין כלל ישראל

די וועלט אפרירט נישט אויף דעם סיסטעם.

שלם ישלם המבעיר אית הבעירה

rebyankel » 23/8/2009 21:31

נאר קלארצושטעלן BIGSATMAR אין ZALIS911 זענען זאלי'ס - דער צווייטער האט ווארשיינליך זיך געגבן אזא נאמען, כדי מ'זאל מיינען אז ער איז א סאטמערער

אין זיי/ער פארבירן/פראבירט פאר אלע געלטער מ'זאל נישט מורא פין טשעפן א מרא דאתרא, זעהט אויס אז ער האט / זיי האבען ברייטע פלייצע'ס 

כ'גיי נישט אריינגיין צו מ'דארף אזוי שרייבען.
אבער יעדער נארמאלער מענטש, איז חושש די ערשטע זאך אויף דעם.
מ'האט אייביג געוויסט אז טשעפן א מרא דאתרא איז א שפיל מיט פייער..... והוי זהיר בגחלתן.....

מיר האט א עלטערע זאלי'ס שוין לאנג געזאגט אז ער האט געבעטן ..(כ'מעק עס אויס די נאמען אויפ'ן פארלאנג פין א קאלעגע).. משפחה זאל גיין איבערבעטן דעם מרא דאתרא, (אויך נאך איינעם וואס איז געווען אויף די ליסט פין זייער טראסטי אין איז זייער נישט געזינט - כ'גענדענק נישט יעצט זיין נאמען), כ'דארף קיינעם נישט דערמאנען די מעשה פין די בער אין כולל קאנטרי
כ'בין נישט אין הימעל, אין כ'וויל נישט מאריך זיין אין דעם נושא.

כ'בין נאר מתפלל, אז הקב''ה ילמדו תועים בינה, אין מיר זאלען שוין זוכה זיין אז הוא יעשה שלום עלינו, במהרה, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו.

תוקן על ידי rebyankel ב- 23/08/2009 22:26:40

ארגינעלער » 23/8/2009 21:32

ווער ס'געדענקט אפאר וואכן נאכדעם וואס הגז"ל האט זיך אנגעריקט קיין וויליאמסבורג
איז א בחור פין כונת הלב אוועק ל"ע אין בה"כ

דעמאלס האט ר' זלמן לייב פילעף געיאמרט ביי די לווי' אז ס'קומט פין מחלוקת

האט ער יא געמגט רעדן דערפון פין וואנעט האט ער געוואסט
נאכדערצי ווען יענע משפחה האט גארנישט געהאט צי טיען מיט די מחלוקה כיודע

נאר הגז"ל פילעף האט פלעין געזיכט אטנשען אין קליינער נער איז ער אויך נישט.

גרינג » 23/8/2009 21:46

ווער געדענקט נישט ביי די מעשה מיטן פייער שבועות תש"ס, ווען הגז"ל האט געיאמערט שפעטער כי תצא אש ומצאה קוצים... שלם ישלם המעביר... יאפ זייער גוט געזאגט...

רעכטער » 23/8/2009 21:49

ורשעים הללו ראו ולא לקחו מוסר.

זאליס טייערע, וועקט אייך אויף פונעם טיפען שלאף, ע"פ הלכה איז דער סאטמאר'ער רבי שליט"א דער פולקאמער רב פון קרית יואל. ס'שמעקט אייך נישט? עטס האלטס נישט ביים זיך אונטערווארפן אונטער זיין הנהגה? עטס האטס טענות? קיין פראבלעם, זיצט איינגעמאכט, גייטס ענק אין ענקער לעכל, און טוט וואס אייער הארץ באגערט.

אבער וויסן זאלן ענק, אז דאס איז ווילאנג ענק זיצן שטיל און איר שטערט נישט קיינעם. אבער יעדע פעולה וואס איר טוט קעגן דעם מרא דאתרא, זאלט איר וויסן: איר שפילט מיט פייער!

ניין! קיינער טראכט נישט אז ענק גייען אויפהערן צאפן דאס בלוט. אבער וויסן זאלט עטס, יעדער איינציגער אין די היסטאריע וואס האט זיך באנומען מיט די זאכן האט זיך געפערליך אפגעבריהט.

דאס איז נישט קיין שום שאלה אז דער אשכול שטערט ענק און ס'ציפט אייער געוויסן. אבער ס'איז אויך נישט קיין שאלה אז אפילו נאר איין עזות פנים זאל זיך דערפון עפעס ארויסלערנען, וועט דאס זיכער זיין אן עלי' פאר די נשמה פון עוזיא' בן שאול יחזקא' ע"ה.

יקרבו » 23/8/2009 21:51

מען זעט בחושד ווי די זאליס האלטן נישט אויס ווי הרב יואל גלאנץ איז געזינט ב"ה
ווער ס'געדענקט יענע וואך אין דער איד

אפילו מאיר ראטה האט שוין אויך לעצנטענס געזאגט אז די מחלוקה דארף מען צי סטאפן

אין איך האלט אז מען אז דארף פין רעדן וואס מער

אמרו חכמינו (מובא ברש"י טז, כז): "בא וראה כמה קשה המחלוקת שהרי בית דין של מטה אין עונשין אלא עד שיביא שתי שערות ובית דין  של מעלה עד עשרים שנה וכאן אבדו יונקי שדים"

אדמיראל » 23/8/2009 22:12

איך האלט אז מען דארף רעדן דערפין

אבער !

אן קיין נעמען סוף כל סוף קען זיין די יודען האבן שוין תשובה געטיען
אין ס'זאל נישט אויס קוקן ח"ו ווי א מתכבד בקלון חבירו, אין ס'שטייט בנפול אביך אל תשמח.
 
יעדענפאל דארף מען שטייט ווייט פין מחלקות ס'האט נאך קיינמאל קיין גוט'ס נישט געברענגט

חכמים הזהרו בדבריכם ומעשיכם.

ארגינעלער » 23/8/2009 22:42

דעס מיינט ובני קרח לא מתו.
 
מען זעט מיט די אייגענע אויגן די עונשין, אין מען מען גייט ווייטער אן מיט די מחלקות

ס'איז ליידער דא יודען מזרע עמלק וואס האבן אינטערס אין די מחלוקה אין זיי וועלן פארדראגן די זאליס אן צי גיין ווייטער מיט די מחלוקה

שלם ישלם המבעיר את הבעירה


בלומבערג » 23/8/2009 23:04

איך פארשטיי בנפול אביך אל תשמח.

אבער וואס טוט זיך מיט'ן באבוד רשעים רנה???

בלעקבערי » 23/8/2009 23:20

איך קען שוין קוים ווארטן אויף מנשה פילאפ'ס ארטיקעל די וואך
וואס ער איז געווענדליך א עקספערט אויף די סארט צרות ל"ע
ער האט אויך געוואסט צי זאגן פארוואס ס'איז דא די שוויין פלו  וכו.

בדרך אגב האב איך געהערט א שוידערליכע מעשה אז שאול פערלשטיינ'ס ווייב האט לעצטענס געזאגט ביי די בר מצוה פין דעם מסור מענדל שווימער פין ב"פ
ווייל מענדל שווימער'ס ווייב איז געווען זייער צי בראכן אז מען איז געגאנגען אין קארט
האט שאול'ס ווייב ( א לעפקא ) איר בארוגיט אין געזאגט, קיינער איז נאכנישט געשטארבן פין גיין אין קארט ממילא איז נישט דא וואס מורא צי האבן רח"ל.

געהעריג דברי כפירה

מישמאש » 24/8/2009 03:05

ס'איז מיר ברור ס'איז דא מענטשן ביי די זאליס וואס טראכן אז מען דארף אויף הערן די מחלוקה
מען זעהט די ביטערע שטראפן מיט די אייגענע אויגן
זאכן וואס זענען חוץ לדרך בטבע,  ממש פין א בחינה פין אם בריאה יברא השם ישמרנו ויצלנו.
 


וואדרידש1 » 24/8/2009 05:26

איך וואלט געזאגט, ווען איר ווילט קויפען עפעס א עסענווארג אין איר האט נאר 1% חשש אויפן הכשר דעמאלט וואלט איר דאס איבערגעלאזט אין געקויפט עפעס אנדערש, גערעכט?

זעלבע דא, קיינער ווייסט נישט דא 100% ווייל למאשעל א זאלי האט אזוי פיינט ר' אהרן אז ער איז טאנעל וויזשאן אין ער קען נישט גלייבען אין זען די גאנצע פיקטשער דא, אבער אז מען קען טרכטען 1% אז מען שפילט זיך מיט פייער, מיין איך וואלט זיך געלוינט ארויס גיין פין קארט אין צי גיין צי דין תורה,
עס איז איין פראבלעם דאס הייסט "איגוא" די גאווה לאזט נישט, everybody wants to look like a winner

911zalis » 24/8/2009 06:07

ארגינעלער טייערער קוק וואס עס איז אנגעקומען !

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2676566&forum_id=20420

איך בין א ארוני פונקט ווי די אבער איך בין א איד. 

וויאזוי האסטו אזעלעכע ברייטע פלייצעס????
 די האלטסט באמת אז פאר דעם אשכול וועסטו באקומען שכר ?
די האסט יעצט א ליסט מיט משפחות איבערצובעטן .אויף אלע לשה"ר מיט רכילות וואס דע אשכול אין די אחים אנחנו אשכול ברענגט....
 
לאמיר זאגען אז די ביסט א עלטער עלטער זיידע פין 108 יאר - מיט אלע קינדער אין אייניקלעך חתונה געמאכט - מיט די שענסטע שידוכים - אין די ביסט רייכער פין קרח - אין די זיצט שוין ריטייערט אין פלארידע ווארטנדיג פאר דיין טויט : גלייבסטו נישט אז אויף יענע וועלט וועסטו באצאלען פארדעם ???

על אחת כמה וכמה ביסט א אינגערמאן א טאטע פין קינדער די ווייסט וואס עס קען נאך זיין ?
 
שעם דיך אין שעמען מעגן זיך אלע וואס האב דא געשריבען אין נישט מוחה געווען !

 

דער_פוסק » 24/8/2009 06:26

אריגינעלער טייערער וכל המשתתפים כאן. 
אויב פלוני און אלמוני זענען באשטראפט דעווארן וועגן זייער זייט פון די מחלוקת ווייס איך נישט, אבער עס קען זיין. אלזא גייסטו יעצט העצן מחלוקת און זיך נישט אפלערנען?

געדענקט! אפגעזען פון ווער ס'איז גערעכט, מחלוקת בלייבט מחלוקת!

און איך בין מיך מצטרף צו די וואס פארלאנגען מ'זאל אפמעקן דעם אשכול.

ברוינפן » 24/8/2009 06:36

גם אני רוצה להמנות בין אלו

גענוג גערעדט (בארעדט) איך האלט אז עס איז גענוג געווען, איך ליין אלע תגובות און עס איז הארצרייסענד די פרשה. אלע אשכולות וואס דערמאנען דעם נפטר ע"ה (איך האב עס נישט געשריבען בטעות) זאלען אויסגעמעקט ווערן

ארגינעלער » 24/8/2009 15:19

איך האב נישט געשריבן קיין נעמען איך האב סך הכל געזאגט א פאקט וואס איז אנגענימען דורות
רואה אדם שיסורים באין עליו יפשפש במעשיו
מען האט אלע דורות געוואסט אז מחלקות אין בפרט זיך קריגן מיט א מרא דאתרא איז געפערליך
עפנעטס אויף אלע מעשה ביכעלך איז עס פיל פין די סארט געשעהניש

אין דעס וואס די זאליס שרייבן נעמען מיט ציגעקאצטע מעשיות ( איך וואלט געקענט שרייבן איבער 100 נעמען פין זייערע דיינים מיט ראשי קהיליה אויב איך וויך וויל ווען )

1) זיי זענען געמיינע אןי הארצלאזע מענטשן  פארדעם טיען זיי עס
2) זיי האבן מורא אז ס'וועט זיך אריין כאפט א הירור תשובה ספינען זיי אז ס'איז א מוקרה
אין מען מיינט גארנישט פין הימעל ער איז סתם אזוי נישט אויף געשטאנען .

ער איז געווען א טייערער יונגערמאן אבער מחלקות הרג'ט טובים ורעים
בקרובי אקדש

סך הכל שרייב איך וואס יעדער זעט אין טראכט אין מען האט געוואסט אלע דורות.

געדאנקען » 24/8/2009 15:38

  די פאוסט ווייזט ארויס די טיפיקל אראגאנץ פון די ארונים, אז אלעס קומט זיי, און דער אנדערער צד איז דער אומזונסטער בעל מחלוקה, וואס קריגט זיך נאר לשם מחלוקות, עס האט פאסירט א געפערליכער טראגעדיע, וואלט יעדער און אזא צייט זיך געדארפט אויפפירן לפנים משרות הדין און ארויס ווייזן סענסעטיווטי, און נישט פראבירן צו פראפיטן פון א טראגעדיע, אזוי ווי אידן רחמנים בני רחמנים, דארפן זיך אויף פירן און אזא צייט. אנשטאט פראבירט יעדער ארויס צו נעמען די מערעסטע וואס ער קען, א חרפה און בושה.

allgood1s » 24/8/2009 18:09

איך האב נישט געוואלט שרייבען אין די אשכול, און איך האלט אויך ווי טאטלע אז נישט אלעס וואס מ'טראכט דארף מען שרייבען, נאך מער ווילאנג מען האט נישט געשריבען דערפון גלייב איך אז א גרויס חלק פון זיי האבען אויך אזוי געטראכט, נאר יעצט אז מ'שרייבט דערפון הייבען זיי אן צו פארענטפערען און באראיגען זייער גילטי פילינגס

אבער איך זעה עס איז דא וואס באשילדיגען די אהרונים היתכן צו זענען זיי דען אין הימעל? וויל איך נאר זאגען אז די זאליס זענען אויך נישט אין הימעל און פונדעסטוועגען דאך האבען זיי זיך נישט געשעמט אפי' צו שרייבען אין די איד פארוואס יענעמס צרה איז געקומען.

צום שליס רבותי טשעפענען א צווייטען נישט נאר א מרא דאתרא איז זייער הארב, און מען זעיט היינט בחוש מענטשען וואס האבען געטשעפעט א מלמד אלס אינגעל אדער אפי' נאר א צווייטע קינד האבען געהאט צרות יארען שפעטער, און ווי נאר זיי האבען געבעטען מחילה פון די באטרעפענדע איז זיי לייכטער געווארען,

איך האב אפי' אמאל אליינס געזעהן ווי א מלמד האט געבעטען מחילה יארען שפעטער פון א תלמיד, ווייל ער האט חושש געווען אז אפשר ליידט ער היינט צילוב א מעשה וואס עס פארגעקומען יארען פריער ווען דער תלמיד איז נאך געווען א אינגעל

פארשטיי » 24/8/2009 18:57

איך מיין אז אונז דארפן נישט מאכען די קאלקעלאציעס! 2 טריקענע פאקטען:

1 אז נישט יעקל כהנא, נישט אברהם בער יאקאבאוויטש, נישט אברהם מאיר רייך, נישט ספרא שפילמאן, אד''ג האבן זיך אויף געשטעלט און אלטען ביהמ''ד אויף ראדני, סמוך ונראה צום הייליגעם מקום וואו רבינו הקוה''ט זי''ע ומ''מ כ''ק רבינו הברך משה זי''ע האבן שופך שיח געווען צעדנליגע יארען, און באמבאסטיש עקלערט, מיט א בלעכענע פנים, אן קיין טראפ בישה, אדער ערנווירדע, אז דעת בית החיים באלאנגט פאר די זאליס, אחד היה דער מינטקאשער עזות פנים, מיט די שיינע ווייסע איינגעדרייטע בארדע, שאול יחזקאל פערלשטיין וואס האט פאקאלאמירט פאר זיינע פארצווייפעלטע זאלי קאלעגעס אז ''אלעס בלייבט ביים אלטען''!

2 מען האט נישט געמאכט די גרענד אויפענינג, אויף די נייע פאלאק'ס סעמעטערי נישט מיט יעקב יואל באנדא, נישט מיט וויגדור זעכרונעעליבראאאכעעעעעע, אד''ג
דער ערשטער וואס האט געמיזט אוועק לייגען דאס געביין פון זיין פארשטארבען קינד כדומן על פני הפארקינג לאט, מיט א ניפלע און דער זייט, איז געווען דער זעלביגער מינטקאשער עזות פנים, מיט די שיינע ווייסע איינגעדרייטע בארדע, שאול יחזקאל פערלשטיין וואס האט פאקאלאמירט פאר זיינע פארצווייפעלטע זאלי קאלעגעס אז ''אלעס בלייבט ביים אלטען''!

קאלקאלאציעס זאל יעדער מאכען ביי זיך און מוח, מען דראף עס נישט אראפלייגען אויפן פאפיר ברחל בתך הקטנה!

האמתנעדרת » 25/8/2009 03:08

  

גם אני מצטרף, אז מען זאל אראפנעמען די אלע נעמען וואס די "אלס ווייסערס" האבן געשריבן פון ביידע זייטן, ביי יעדע אומגליק דארף יעדער תשובה טון, ובפרט ווען עס בארירט אין הארץ, ווי ס'ווערט געברענגט אין ספרים אז ווען דער באשעפער ברענגט א אומגליק איז עס אויסגערעכנט אלע מענטשן ארום וועם ס'זאל בארירן כדי זיי זאלן תשובה טון.

און אונזער פאל האט עס קלאר בארירט אויך אונזער לאגער, און יעדער דארף תשובה טון.

מיינע ווערטער זענען יעצט געצילט צו אידן וואס פרובירן צו גיין אין וואנט אריין, און ווייסן קלאר - פארוואס יא ווייסן זיי נישט אבער - פארוואס דאס איז זיכער נישט געקומען, פארן טשעפענען א מרא דאתרא זיכער נישט, והראי' וכו' וכו'.

כאפט  א בליק אין דברי תורה פון הייליגן מונקאטשער רב ז"ל אין מהדורא תניינא אות לח, ברענגט ער מורא'דיגע ווערטער פון הייליגן דברי חיים.

שטייט אין פרשת קרח, משה רבינו האט געזאגט, אם כמות כל האדם ימותון אלו וכו' לא ה' שלחני, ואם בריאה יברא ה' וכו' וידעתם כי נאצו האנשים האלה את ה', איז שווער אויב "לא ה' שלחני" פארוואס קומט זיך זיי מיתה, די בעלי מחלוקה זענען דאך גערעכט.

זאגט דער הייליגער דברי חיים,   אויב קריגט מען אויף א מרא דאתרא, אפילו אויב דער מרא דאתרא איז נישט גערעכט, ווער ס'קריגט אויף אים, יהי' מי שיהי' ובאיזה אופן שיהי' בעל כרחך וועט ער האבן א מפלה און א עונש מיתה ר"ל.

דער חילוק איז נאר, אויב איז דער מרא דאתרא נישט גערעכט, וועט אויך דער בעל מחלוקת שטארבן, נאר כדרך העולם על מטתו, און פארדעם זאגט ער  כמות כל האדם ימותון, דעמאלט לא ה' שלחני, און איך בין נישט גערעכט, אבער אם בריאה יברא ה' ופצתה האדמה את פי', דעמאלטס - האט משה רבינו געזאגט - זאלט איר וויסן אז איך בין יא גערעכט. ע"כ דברי קדשו.

מורי ורבותי, די הייליגע ווערטער דארפן נישט קיין פירושים, און איך וועל מיר האלטן מיט א גדר נישט מסביר זיין אונזער פאל, אבער דבריו בוערים כגחלי אש.

איך וויל נאר קורץ ענטפערן - הנלע"ד - פאר די אלע וואס צייגן אן, קוק ער און דער האט נאך גארנישט פאסירט, ס'איז באקאנט וואס שטייט אין ספרים, אז פאר רשעים באצאלט דער באשעפער אויף די וועלט זיין שכר און אויף יענע וועלט גייט ער אין שאול תחתית, און פארקערט איינער וואס פירט זיך ערליך און פארדינט זיין שכר באקומט זיין עונש אויף די וועלט אין שכר אויף יענע וועלט.

ווי אלע זאגן איז דער נפטר געווען א געוואלדיגע בעל חסד און וואוילער מענטש, ביז... ווען ס'איז געקומען צו די ענינים, עכ"פ אלעס וואס האט אים פאסירט איז אוודאי א כפרה, און אויף יענע וועלט ימצא מנוחה נכונה.

און פרעגט מיר נישט אויף די אלע - וואס רביה"ק בעל ברך משה האט זיי געוואונטשן א מיאוסן סוף - פארוואס ס'גייט זיי גוט, ווייל איך בין זיי נישט מקנא.



בלעקבערי » 25/8/2009 21:20


ירא הקהל וישפוט!!!


[בילד – נישט אפגעהיט]

מבקש_האמת » 25/8/2009 23:29

די טעמע איז זייער א האקעלע און א קאנטראווערסיאלע, ס'איז א פאקט אז קיינער קען זיך נישט טרויען אריינצורעדן אין די חשבונות פון בי"ד של מעלה, ובפרט אין די קארדינאלע פראגע פון "רשע וטוב לו, צדיק ורע לו" וואס איז אזוי אלט ווי די וועלט. איך וועל אודאי נישט זיין דער וועלכער וועט זיך וואגן צו מישן דעם טאפ פון שכר ועונש, כאטש ווי יעדער איד גלייב איך דערין מיטן גאנצן הארץ.

פארט איז א טרוקענער פאקט אז איבער די לעצטע יארן האט שוין דריי מאל פאסירט דאס זעלבע. דריי גרויסע עסקנים פון די זאליס זענען נפטר געווארן מיט א מיתה חטופה א קורצע צייט נאך, אדער גאר אינמיטן, וואס זיי זענען געווען שטארק אקטיוו אין די אקטיוויטעטן וועלכע זענען אלע געצילט אונטערצוברעכן דעם כח פונעם מרא דאתרא אין קרית יואל, ה"ה כ"ק מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א.

1) האברך ר' יואל ברמ"י גליק ע"ה. אן איידעלער יונגערמאן וועלכער איז געווען א גרויסער עסקן, און בערך א האלב יאר בעפאר זיין טראגישע פריצייטיגע פטירה איז ער געווען אויסערגעווענליך אקטיוו אין צורישן דעם ערשטן שבת וואס רז"ל האט געפראוועט אין קרית יואל, און אויך שפעטער איז ער געווען פון די גרויסע עסקנים פארן דאן-נייעם "סאסמאן" שול, און פאר די נאכנישט געבוירענע נייע "ויואל משה" מוסדות. ער איז איין אינדערפרי פשוט נישט אויפגעשטאנען [אויב געדענק איך גוט איז עס געווען חוה"מ סוכות, אדער ארום יענע צייט].

2) הרה"ג ר' מענדל הענדלער ע"ה. א לאנגיאריגער אויסגעשפראכענער מתנגד פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולהבחל"ח כ"ק מרן רבינו שליט"א. במשך דעם זומער בעפאר זיין פטירה איז ער געווען שטארק אינסטרומענטאל אין פרובירן צו פאררעכטן די נייע מוסדות "ויואל משה" פון די זאליס אין קרית יואל, וואס האט שוין דאן געהאט א שרעקליכן נאמען אפילו צווישן די גרעסטע זאליס. ר' מענדל איז געווען אריינגעטון ראשו ורובו אין פארצווייפלטן פרואוו עס צו ראטעווען, און אפגעהאלטן פערזענליכע אינטערוויוס מיט יעדן נייעם מלמד, טיטשער, און תלמיד, וואס האט דאן געוואלט אריינקומען אין די נייע מוסדות, ווי אויך געארבעט צו פארשאפן פרישע געלונגענע מלמדים. זיין פריצייטיגע פטירה איז געווען אן אויסטערלישער קלאפ פאר די נייע מוסדות, וועלכע האבן זיך נאך זינט דאן נישט באוויזן געהעריג צו שטעלן אויף די פיס.

3) האברך ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה. א חשוב'ער יונגערמאן און גרויסער עסקן, וועלכער איז געווען שטארק אקטיוו אין קרית יואל'ער פאליטיק, טראץ וואס ער איז לגמרי נישט געווען אזא פארביסענער שונא פון כ"ק רבינו שליט"א ווי זיין פאטער. אין די וואך בעפאר זיין אויפטרייסלנדע פטירה איז ער געווען צווישן די באטייליגטע ביי אן אסיפה וואו מ'האט אים, צווישן אנדערע, אויפגענומען אין די נייע זאלי קהל יטב לב אין קרית יואל, וועמענ'ס איינציגער ציל איז געווען דאס צו קענען נוצן אין געריכטליכן פארמעסט צו בארויבן דעם ביה"ח פון אירע תורה'דיגע אייגנטימער.

נאכאמאל, כ'שפיל נישט גאט און כ'טייל נישט קיין עונשים. אבער דריי אזוינע טראגישע פאסירונגען פארלאנגען בהכרח א חשבון הנפש. ס'איז אויסער יעדן צווייפל אז דער אויסטערלישער צוזאמענשטעל פון אזוינע מאדנע און טראגישע פאסירונגען איז נישט קיין מקרה, און קיינער קען נישט אנווייזן אויף אזא צוזאמענשטעל ביי קיין שום אנדערע קרייז און/אדער מחלוקה.

ס'איז דא אמאל א צייט פאר אלעם, אויך פאר א טרוקענעם חשבון הנפש צי דער וועג וואו מ'גייט איז א ריכטיגער.

תוקן על ידי - מבקש_האמת - 25/08/2009 23:29:08

_________________

פעטרסאן08 » 26/8/2009 01:21

אין דער מחוצף יעקב יואל באנדא איז אויך נישט אוועק צי מאכן.

ארגינעלער » 26/8/2009 01:40

בלעקבערי א ישר כח פארן ארויף לייגן דעם מודעה
נישט פארגעסן דער אסיפה איז געווען א צוויי טעג  פאר דער יונגערמאן איז אוועק
תיכף ווען ער איז אוועק האט זיי גראד אראפ גענימען זיין נאמען כדי מען זאל נישט קענען פינט פאינטן
והרשעים הללו לא למדו

allgood1s » 28/8/2009 20:57

מ. סופר אין די צייטונג אונטערען קעפעל "א ווינק פון הימעל" רייסט אראפ די זאליס

rebyankel » 18/10/2009 23:52

כ'בין נישט אין הימל,
אבער כ'קען נישט זאגען אז מ'דארף נישט חייש זיין אויף דעם.....

הקב''ה  ילמדו תועים בינה, ולא ישמע שוד ושבר בגבלנו

שכלדיג » 18/10/2009 23:58


רבונו של עולם, איז דען נישט (לשיטתכם) די דאזיגע גערדעכטצער 'דברים שהשתיקה יפה להם' ?
ווי האט מען נישט מורא ? ווער נעמט אחריות ?
טראכט אביסל שכלדיג !

rebyankel » 19/10/2009 00:35

נערי'שער זאלי'ס
אנשטאט מפשפש זיין במעשים, ווילסטו נאר מ'זאל נישט רעדן דערפון......

אויב איז דאס דער גורם פין די {לכה''פ} צוויי קרבנות, האסטו א דין פין רוצח.......

חכמינו  ז''ל זאגען ''והי  זהיר בגחלתן''

נאכמאל: כ'בין נישט אין הימעל, אבער א יוד דארף אייביג טראכטען, אין מפשפש  זיי אויף וואס מ'ווינקט......

הקב''ה  ילמדו תועים בינה, ולא ישמע שוד ושבר בגבלנו

דוד46 » 19/10/2009 00:50

אהרונים

ענטפערסט די שאלה:

פארוואס דרייט זיך יאסל וואלדמאן ארטם און לעבט און לאכט?

לשיטתכם וואלט ער דאך געדארפט האבן א מיתה משונה.

און פארוואס איז ד. כהן אוועק פון דער וועלט אין יונגן עלטער נאכן פייניגן זיך אין יסורים? ער איז דאך געווען פון די גרויסע אנהענגער פון ענקער רבין?

rebyankel » 19/10/2009 00:56

אויף רשע וטוב לו, האבען שוין אסאך צדיקים געזאגט אז מ'טאר קיין קשיות נישט פרעגן

כ'קען דיר נאר אנצייגען ווען ס'געשעהט אזעלכע טראגעדיעס אין אזא קורצע זמן,  האסטו א דין ווי אימ-שכלדיג

כ'ווייס נישט וואס די ווילסט פין ר' דוד כהן ז''ל, האט ער איז זיין לעבן געטשעפט א יוד?
(אגב, ער איז נישט אוועק פליצלינג, אזווי די פין וועם די מדובר איז דא)

NOYOUCANT » 19/10/2009 01:20

חברה!
איך וויל נישט אוועקנעמען די שרעקליכע מעשים פון די אלע מתנגדים.
אבער ווי קענען מיר דן זיין ווער איז פארוואס געשטארבן?
ווער זענען מיר?
איך וויל בעטן אלע חברים פון אלע זייטן. ביטע הערט אויף. צו רעדט זיך איינער איין אז די יתומים זענען נישט ארויף אויף אינטערנעט? פארוואס דארפן זיי אייביג וויסן אז די ארונים האבן זיך געפריידט(וואס עס נישט אמת, איך ווייס) ווען מיין טאטע איז נפטר געווארן? נישט מיט'ן שרייבן ברוך דיין אמת, איז מען זיך משתתף מיט די צער. די יתומים זעהן דאס, זיי וויינען ביינאכט, ווער וויל נעמען די אחריות?
איך מיין דא ביידע זייטן צוגלייך. איך מיין נישט קיינעם פערזענדליך, איך שעץ ענק אלע זייער, און עס איז מיר א כבוד צו שרייבן דא. אבער ביטע הערט אויף. עס לוינט זיך נישט איין טרער פון יתום וועלכע דארף זעהן שמיץ אויף זיין טאטע.

צו די םפאר נער'ישע וויל איך אפילו נישט רעדן. אבער צו די קליגע, וויל איך יא.

האט דען נישט די רבי ז"ל געוויינט ווען א ציוני איז נפטר געווארן? האט ער דען נישט פארגאסן טייכן טרערן אויף יעדעם איינעם? זיי זענען דאך געווען ציונים! מיט דעם אלעם, האט ער געוואסט אז מען פרייד זיך נישט ווען יענער שטארבט.

הרה"ח ר' עמרם בלוי זצ"ל, דער אבי אבות הקנאות. האט איינמאל געזאגט ברבים: ביי שמחות און ביי לוויות שפילט מען נישט קיין קנאות!

דא רעדט מען נישט פון קיין ציונים. נאר פון אייגענע בלוט און פלייש וועלכע זענען זיך טועה (BIG TIME) אבער דאס גיט אונז נאך נישט קיין רעכט צו רעדן פון יענעמ'ס חסרונות נאכ'ן שטארבן.



חייםהעלער » 19/10/2009 01:32

גערעכט. טויזענט מאהל גערעכט.
יפה דברת

rebyankel » 19/10/2009 01:36

האסט א פוינט
אבער מאך עס קלאר, דאס האט  זיך ''קיינער'' (עכ''פ ארונים) נישט געפרייט מיט קיין איינס פין די טראגעדיעס
YOU GOT ME WRONG

shia550 » 19/10/2009 01:44

אז דא זיצען מענטשען וואס פארשטייען חשבונות שמים פארוואס האט דער סאטמארער רבי בעל דברי יואל פארלוירען אלע זיינע קינדער בחייו?
מיט וועלכע מרא דאתרא האט ער געטשעפעט?
און פארוואס האט דער סאטמארער רבי דער בירך משה פארלוירען זיין עלטסטע טאכטער בחייו?

אז איר ווייסט פארציילט ביטע.

מלוה_מלכה » 19/10/2009 05:16

איך הייב אן טראכטן אז די ארונים פארסמ'ן פשוט ווער ס'שטייט זיי אין וועג.
דערנאך קומען זיי שרייען שלם ישלם המבעיר את הבערה.

מען דארף דא אריינמישן די לאבראטאריע אין וויסקאנסין.

זעליג_כהן » 19/10/2009 05:48

shia550

פאר די רעקארד,
דער ברך משה האט פארלוירן בחייו א ווייב און א גאנצע משפחה פאר ער האט נאכאמאל חתונה געהאט.

לעקסינגטאן » 17/2/2010 21:55

זייטס מתפלל פאר פאלקאוויטש פון קרית יואל זאל קענען זיך משתתף זיין ביי זיין קינד'ס חתונה

לעקסינגטאן » 17/2/2010 22:02


******* language=""> *-- function confirmClubDelete(userid,clubid) { if (window.confirm('?האם למחוק')) *.href='delete_userclub.asp?userid=' + userid + '&clubid=' + clubid; } function confirmUserDelete() { if (window.confirm('?האם למחוק')) frmDel.submit(); } function HideFromBadwords(userID) { if (window.confirm('BadWords -האם להעלים מ')) window.open('HideFromBadwords.asp?userID='+userID,'HideFromBadwords','width=100, height=30'); } * ******* language=""> // open new popup window that add new response for each article // the ArticlID is MUST function AddTalkBack( ArticleID ) { parent.open("news_talkback_add.asp?ArticleID=" + ArticleID , "AddTalkBack" , 'menubar=no,resizable=no,scrollbars=no,width=500,height=520'); } function PrintReport() { *'אפשרות זו לא פעילה כרגע'); } function SendToFriend() { //*'אפשרות זו לא פעילה כרגע'); window.open('send_tofriend.asp?id=15374&cat_id=11', '', 'menubar=no,resizable=no,scrollbars=no,location=no,titlebar=no,toolbar=no' ); }
חדשות חוץ

[בילד – נישט אפגעהיט]
זירת התאונה. צילום: ליפא שטאובר
תאונה טראגית: הילד עמרם אלטמן ז"ל

ניו-יורק החרדית מתאבלת: עמרם אלטמן, ילד בן 6 מחסידות סאטמר, נפגע מאוטובוס של ת"ת בשכונת בורו פארק • כוחות ההצלה שהוזעקו למקום, לא הצליחו להצילו • הלוויתו בשעות אחר הצהריים • וידאו ותמונות מזירת התאונה


יוסי כץ וליפא שטאובר, בחדרי חרדים
תאריך: 17/02/2010 17:40:00

אבל בניו יורק החרדית: עמרם אלטמן ז"ל, ילד כבן 6, נדרס למוות על-ידי אוטובוס הסעות של תלמוד תורה 'דרכי חיים' בשכונת בורו פארק.

התאונה אירעה בשעות הבוקר המוקדמות, עת אלפי ילדים נוסעים באוטובוסים הצהובים למוסדות הלימוד, ברחוב 49 בין השדרה ה-13 לשדרה ה-14, שם המתין הילד לרכב ההסעה שיאסוף אותו מביתו ללימודים.

נהג האוטובוס, שלא הבחין בילד הקטן, פגע בו. הנהג, שלא הבחין כי פגע בילד המשיך בנסיעתו, ולאחר זמן קצר אותר.

אנשי ההצלה שהוזעקו למקום, הגיעו בהמוניהם, וניסו לבצע פעולות החייאה, אולם ללא הצלחה.

העברת גופתו של ילד, שבשעת כתיבת השורות עדיין מונחת על הכביש, מטופלת על ידי ארגון 'המתעסקים'.

אביו של הילד, ר' אברהם מאיר אלטמן, נמנה על קהילת סאטמר בבורו-פארק. בבעלותו עסק של משלוחי דואר.

משטרת ניו יורק כבר פתחה בחקירת נסיבות התאונה.

לפי דיווחים ראשונים עולה, כי האוטובוס המתין לילד, אולם הילד לא הופיע. כפי הנראה, הילד המתין בין שתי מכוניות, ולכן הנהג לא ראה אותו. כאשר החל הנהג לנסוע, הילד רץ אחריו, החליק בשלג ונפל בין הגלגלים.

הפיקוח על רכבי ההסעות בארצות הברית נמצא בכמה רמות מעל הפיקוח בארץ, וכל אוטובוס הסעות מחוייב לפעול עם רמזור בצידי האוטובוס, ולחסום את הכביש בכל עצירה.




[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


rebyankel » 17/2/2010 22:22

לעקסינגטאן
נישט אלעס וואס מ'זעהט דארף מען זאגען

rebyankel » 17/2/2010 22:23

לעקסינגטאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זייטס מתפלל פאר פאלקאוויטש פון קרית יואל זאל קענען זיך משתתף זיין ביי זיין קינד'ס חתונה



זיי זאגען ס'נאר א פענדעקס
מ'דארף מתפלל  זיין אז ילמדו תועים בינה
בלאט: 1 2