היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

271 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2930224
בלאט: 1 2 3 4 5 6

שלמהווייס » 3/1/2012 01:24

דו האסט פארגעסן צו צולייגן, נאר אויב דער עירוב איז אפען, א יעדער קען דאס זעהן

נישט אויב עס איז באהאלטן, און אפילו ווער עס זיכט דעם עירוב קען עס נישט טרעפן

 

לערען די תניא, און די חת"ם סופר

שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"

 

שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', והנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".   

הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א

שלמהווייס » 3/1/2012 02:09

משה'לע,

וואלסטו געגאנגן מיט הויזן וואס נאר 10 רבנים זעהן עס, און אנדרע מענטשן זעהן עס נישט?

איך מיין אז ניין, ווייל הויזן דארף מען אפצודעקן די פיס, און אויב דעקט דאס נאר פאר 10 רבנים איז עס נישט געניג

די זעלבע מיט די עירוב, עס ראדף זיין פאר א היכר, מיט דעם וואס 10 רבנים זעהן דאס איז נישט געניג

נאך דערצו אז מען דארף זיי אויך ווייזען ווי דאס איז, ווייל אליינס קענען זיי אויך דאס נישט טרעפן

משהלע » 3/1/2012 02:46

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דו האסט פארגעסן צו צולייגן, נאר אויב דער עירוב איז אפען, א יעדער קען דאס זעהן
דאס איז אייגענע בויך קרעמפן, דאס שטייט נישט אין ערגעץ.

נישט אויב עס איז באהאלטן, און אפילו ווער עס זיכט דעם עירוב קען עס נישט טרעפן
אין קרית יואל ביינאכט קענסטו עס זיכן ביז פורים און וועסט עס נישט טרעפן,

 

לערען די תניא, און די חת"ם סופר

שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו
דא איז דא א כשר'ער קורה. 
יש בזה היכר וזכרון לרואים
ווער עס ווייסט ווי עס איז,  
שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"
אין קרית יואל, ביסטו מודה אז אויב א פרעמדער קומט אין ווייסט נישט ווי דער עירוב איז, איז עס כשר

כאטש עס איז נישטא קין שום היכר, וויבאלד א אנדערער ווייסט יא ווי עס איז, כאטש יענער קען עס אויך
יעצט נישט זען, עם כל זה איז עס כשר בלי שום היכר כלל, אזוי אויך אין וויליאמסבורג, רבי פישל
הערשקאוויטש שליט''א ועוד הרבה רבנים ואנשים נאמנים
ווייסן ווי דער עירוב איז, במילא איז עס כשר
נישט יעדער יחיד דארף דאס זען,  

שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', והנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".   

הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א



פארפאלן, איך האב ארויס געשלעפט פון דיר א פסק הלכה, און פראבירסט צו דרייען רעכטס אין לינקס בלי הצלחה.

משהלע » 3/1/2012 03:09

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

משה'לע,

וואלסטו געגאנגן מיט הויזן וואס נאר 10 רבנים זעהן עס, און אנדרע מענטשן זעהן עס נישט?

איך מיין אז ניין, ווייל הויזן דארף מען אפצודעקן די פיס, און אויב דעקט דאס נאר פאר 10 רבנים איז עס נישט געניג

די זעלבע מיט די עירוב, עס ראדף זיין פאר א היכר, מיט דעם וואס 10 רבנים זעהן דאס איז נישט געניג

נאך דערצו אז מען דארף זיי אויך ווייזען ווי דאס איז, ווייל אליינס קענען זיי אויך דאס נישט טרעפן


א מורא'דיגער זאלי פקחות'דיגער צוזאמען שטעל,
 
איך טראכט אריין וואס פאר א מזל דער הייליגער דברי יואל זי''ע האט געהאט אז אונזער שלמה'לע איז נאכנישט געווען בזה העולם אין שנת תשכ''ט, ווען אפאר אויבער חכמים וואס לא קראו ולא שנו, האבן זיך ארויס געשטעלט אלץ מנהיגי העדה,
-מעשה שלמה ווייס- און האבן פארופן א פראטעסט ביים יו-ען, קהל האט זיי געווארענט אז מען זאל נישט גיין, דער פראטעסט איז נישט אוטוריזירט געווארן, און ווער עס וועט גיין וועט מען ארויס ווארפן, די יעניגע שלמה'לעך האבן פונקט ווי דו, געפאכט מיט א שטיקל ויואל משה ווי דער רבי שרייבט אז עס ליגט א חוב אויף יעדן יחיד ויחיד לצאת לרחובה של עיר צו שרייען אין לנו חלק ונחלה מיט מדינת הציונים, קהל האט געשריגן אז א פראטעסט קען נאר באשטעטיגן א עמטליכער אורגאניזאציע און נישט קיין יחידים, די שלמה'לעך האבן זיך נישט געלאזט, זיי האבן ווייטער געווארפן צעטליך מיט קאפיעס (קיין היידפארק איז נאכנישט געווען) פון ויואל משה ווי דער רבי זי''ע לאזט יא גיין, זיי האבן געהאט די שטיצע פון א געוויסן רב וואס איז געווען א מגיד שיעור בישיבתינו הקדושה, (איך וועל נישט פורש בשמו זיין, ווייל ער איז שוין א שוכן עפר, און איך וויל נישט מזכיר זיין עוונותיו ברבים) די אלע קלוגע שלמה ווייס'לעך,(וואס פאר סאם ריזן האט מען גערופן מיט א כינוי די שווארצע), האבן אנגעפופן קהל, און זיך יא באטייליגט אין דעם פראטעסט, און קהל איז אריין צו רבין און פארציילט די מעשה, דער רבי איז געווארן זייער אויפגעברויזט און געשריגן, זיי הייבן נישט אן צו פארשטיין וואס איך שרייב אין ויואל משה, זיי צוברעכן די הנהגה, מען זאל זיי זאפארט אויסשליסן פון קהל, רוב משתתפים זענען אריין געלאפן מפייס זיין דעם רבי'ן און דער רבי האט זיי געשיקט מפייס זיין דעם ראש הקהל ר' ליפא פריעדמאן ז''ל, און נאר מיט דעם תנאי האט מען זיי צוריק גענומען, (דעם אויבן דערמאנטן מגיד שיעור, טראץ וואס ער האט זיך נישט משתתף געווען ביים פראטעסט האט דער רבי אויך מסלק געווען פון זיין פאסטן נאר פאר די חוצפה פון שטיצן די זאך, און דעם אנדערן זמן האט מען עם טאקע נישט צוריק גענומען), 

אלזא, וואס פאר א מזל האט דער רבי געהאט, אז חתן דינן, שלמה'לע פון היידפארק איז נאכנישט געבוירן געווען ביי יענעם זמן, ווייל אויב יא, ער וואלט זיך נישט געלאזט, ער וואלט געשריגן אויפן רבי'ן לא כך לימדתני, דער רבי פאלגט נישט דעם ויואל משה, במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב, און נאך אפאר פון זיינע באקאנטע לויזונגען,     

שלמהווייס » 3/1/2012 04:06

יעצט האבן מיר שוין צוויי הערליכע בירורי הלכות

שלמהווייס » 3/1/2012 20:29

די פשוטע טייטש פון די ווערטער פון תניא,

וויבאלד עס איז דא א באלקן אויף זיין טיר (פון די מבוי), איז דורך דעם דא א דערקענונג און א צייכען פאר די זעהר׳ס, אז זיי זאלן דערקענען און וויסען, אז די באלקן איז תקנת חכמים אין די מבוי, און זיי זאלען זיך נישט פארטוישן מיט א רשות הרבים

 

משה'לע לערענט פשט וויבאלד אין קרית יואל דארף נישט א יעדער וויסען ווי דער עירוב איז, מעג מען שוין אין וויליאמסבורג אויך באהלטען די עירוב

מיר לערנען פשט אזוי ווי אין קרית יואל דארף די ערוב צו זיין אפען א יעדער זאל דאס קענען זעהן און קענען וויסען ווי דאס איז, אזוי דארף אויך צו זיין און וויליאמסבורג

דאכט זיך מיר אז צו מאכן א היכר און עס דערנאך באהאלטן איז א סתירה

משהלע » 3/1/2012 21:53

דיין פשט איז מופרך מעיקרא, ווייל אפילו לויט דיר דארף מען נישט בעצם זען דעם עירוב, למשל ביינאכט, אדער ווען מען ווייס נישט ווי עס איז דער עירוב,  זאגט קיינער נישט אז מען דארף דאס אויפזיכן און זען כדי עס זאל זיין א היכר, ס'דארף נאר זיין אזא מין עירוב אז טאמער דו ווייסט ווי עס איז און דו זעסט דאס, איז דאס א היכר, דאס איז שוין גענוג און דער עירוב איז כשר, אזוי האט דער קאשויער רב זצ''ל געהאלטן, און אזוי האלטן אלע רבנים ודיינים, אויב איז עס א כשרער עירוב ווען דו ווייסט ווי עס איז און דו זעהסט דאס, איז עס א כשרער עירוב אפילו ווען ס'איז באהאלטן, זען איז נישט קיין שום עיכוב, אזוי האלט דער תניא, אזוי האלט דער דברי יואל, און אזוי האלט יעדער איינער וואס קען לערנען.

שלמהווייס » 3/1/2012 23:27

"זאגט קיינער נישט אז מען דארף דאס אויפזיכן און זען כדי עס זאל זיין א היכר"

אוודאי נישט,

ווייל לויט משה'לע דארף מען צו באהלטען די עירוב כדי עס זאל זיין א היכר

ריפל » 3/1/2012 23:38

איך האב מורא,דיג הנאה אז אידן זיצן דא אויפן פארק און שלאגן זיך אין לערנען, יעדער ווערט מיר דא א מר בר רב אשי. זייער גוט! קיפ איט אפ

שלמהווייס » 3/1/2012 23:55

א יישר כח פאר די חיזוק

משהלע » 4/1/2012 05:01

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

"זאגט קיינער נישט אז מען דארף דאס אויפזיכן און זען כדי עס זאל זיין א היכר"

אוודאי נישט,

ווייל לויט משה'לע דארף מען צו באהלטען די עירוב כדי עס זאל זיין א היכר


אזוי? משה'לע זאגט אז מען "דארף" באהאלטן דעם עירוב? אפשר ווייזטו ווי איך האב דאס געשריבן, דו ביסט א ביליגער זאלי שחצן, אזא פנים האבן דיינע אלע סטעיטמענטס, נישט דו ווייסט וואס דער תניא זאגט, נישט דו ווייסט וואס דער דברי יואל זאגט, און אפילו וואס אני הקטן זאגט ווייסטו אויך נישט, אדרבה איך האלט אז מען דארף גארנישט טון כדי עס זאל זיין א היכר, אפילו נישט זען דעם עירוב, אויב איז דא א כשרער עירוב, איז שוין גענוג, מען דארף נישט אויפזיכן דעם עירוב, מען דארף אפילו נישט זען דעם עירוב, מען דארף דאס נישט באהאלטן, מען דארף נישט אויפדעקן, אויב איז דא א כשרער עירוב וואס איז זעהבאר פאר וועם עס ווייסט ווי עס איז, איז דער עירוב כשר פאר א יעדן אפילו מען זעט דאס נישט, אפילו עס איז באהאלטן.. 

שלמהווייס » 4/1/2012 07:13

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

"זאגט קיינער נישט אז מען דארף דאס אויפזיכן און זען כדי עס זאל זיין א היכר"

אוודאי נישט,

ווייל לויט משה'לע דארף מען צו באהלטען די עירוב כדי עס זאל זיין א היכר

-------------------
אזוי? משה'לע זאגט אז מען "דארף" באהאלטן דעם עירוב? אפשר ווייזטו ווי איך האב דאס געשריבן, דו ביסט א ביליגער זאלי שחצן, אזא פנים האבן דיינע אלע סטעיטמענטס, נישט דו ווייסט וואס דער תניא זאגט, נישט דו ווייסט וואס דער דברי יואל זאגט, און אפילו וואס אני הקטן זאגט ווייסטו אויך נישט, אדרבה איך האלט אז מען דארף גארנישט טון כדי עס זאל זיין א היכר, אפילו נישט זען דעם עירוב, אויב איז דא א כשרער עירוב, איז שוין גענוג, מען דארף נישט אויפזיכן דעם עירוב, מען דארף אפילו נישט זען דעם עירוב, מען דארף דאס נישט באהאלטן, מען דארף נישט אויפדעקן, אויב איז דא א כשרער עירוב וואס איז זעהבאר פאר וועם עס ווייסט ווי עס איז, איז דער עירוב כשר פאר א יעדן אפילו מען זעט דאס נישט, אפילו עס איז באהאלטן.. 


איך האב טאקע געמאכט א גרויסע טעות

איך האב געזאגט, "דארף מען צו באהאלטען", אנשטאט "אפילו עס איז באהאלטן"

דער עיקר איז

אז לויט משה'לע, גייען א 'היכר' מיט 'באהאלטען' אינאיינעם

משהלע » 4/1/2012 19:05

אמת דו האסו געמאכט א גרויסער טעות, און מאכסט דאס ווייטער, אפן צו באהאלטן האט לגמרי גארנישט מיט היכר, ווייל מען דארף אפילו בכלל נישט זען דעם עירוב, ס'דארף זיין א כשרער עירוב, מיט א לחי און א קורה, און דאס הייסט א היכר (פארוועם עס זעט דאס), היכר גייט נישט אינאיינעם מיט באהאלטן, היכר גייט צוזאמען מיט א כשר'ער עירוב.  

שלמהווייס » 4/1/2012 20:21

"און דאס הייסט א היכר (פארוועם עס זעט דאס)"

און עס איז מתיר צו טראגן פאר א יעדעם

"היכר גייט נישט אינאיינעם מיט באהאלטן"

ווייל אויב מען באהאלט עס, איז מער נישט דא קיין היכר

און אויב מען מאכט א היכר, באהאלט מען עס נישט

משהלע » 4/1/2012 21:06

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

"און דאס הייסט א היכר (פארוועם עס זעט דאס)"

און עס איז מתיר צו טראגן פאר א יעדעם

"היכר גייט נישט אינאיינעם מיט באהאלטן"

ווייל אויב מען באהאלט עס, איז מער נישט דא קיין היכר

און אויב מען מאכט א היכר, באהאלט מען עס נישט


געדענקסט ווער עס האט דאס געשריבן?
 

כדאי מ'זאל קענען טראגען דארף מען נישט צו גיין אנקוקען דעם עירוב

אן עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן איינעם איז כשר

מען דארף נישט גיין אנקיקן דעם עירוב, אויב איז דער עירוב דארט איז עס כשר,
אז איך זע עס נישט ווייל איך ווייס נישט ווי עס איז איז עס כשר, אויב הייסט עס א היכר אפילו איך זע דאס בכלל נישט אין קרית יואל, נאר פארן טעם אז אויב ווייזט מען מיר דאס און עס ווערט טאג און לעכטיג וועל איך דאס קענען זען, איז אין וויליאמסבורג די זעלבע זאך, אויב ווייזט מען מיר ווי עס איז און איך קען דאס זען, איז עס א זעהבארער עירוב און עס איז כשר אפילו ווען איך ווייס נישט ווי עס איז און דריבער קען איך דאס נישט זען, עס איז היינו הך!

שלמהווייס » 4/1/2012 21:54

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

"און דאס הייסט א היכר (פארוועם עס זעט דאס)"

און עס איז מתיר צו טראגן פאר א יעדעם

"היכר גייט נישט אינאיינעם מיט באהאלטן"

ווייל אויב מען באהאלט עס, איז מער נישט דא קיין היכר

און אויב מען מאכט א היכר, באהאלט מען עס נישט


געדענקסט ווער עס האט דאס געשריבן?
 

כדאי מ'זאל קענען טראגען דארף מען נישט צו גיין אנקוקען דעם עירוב

אן עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן איינעם איז כשר

[/quote]
 
און דאס איז טאקע דער פשוטע פשט פון די הלכה

 

משהלע » 4/1/2012 22:19

ענדליך זענען מיר געקומען לידי הסכם. א עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן וואס ווייסט ווי עס איז איז א כשערער עירוב. אפילו לעת עתה קען איך עס נישט זעהן מחמת איזה סיבה שהוא. איך ווייס נישט ווי עס איז, אדער איז חושך ואפילה, אבער אויב מען וועט מיר דאס ווייזן און עס וועט ווערן ליכטיג וועל איך דאס "קענען" זען, הייסט דאס זעהבאר, עס הייסט א היכר, און ס'איז א כשרער עירוב, אזוי האלט דער תניא, אזוי האלט דער דברי יואל. און אזוי האלט דער טל השמים. און אזוי האלטן אלע רבנים ותלמידי חכמים, און מיר זענען זייער צופרידן אז אונזער היידפארק תלמיד חכם הרה"ג רבי שלמה ווייס האלט אויך אזוי, את והב בסופה

שלמהווייס » 5/1/2012 00:29

א עירוב וואס איז זעהבאר פאר יעדן איז א כשר'ע עירוב

דאס איז דער פשוטע פשט

 

א עירוב וואס איז זעהבאר פאר ווער עס ווייסט ווי עס איז, איז א כשערער עירוב

לויט משה'לע

משהלע » 5/1/2012 01:01

חוזר חלילה, אויב איז איינער אין קרית יואל און האט נישט קיין מושג ווי דער עירוב איז במילא איז דאס פאר עם נישט זעהבאר, מעג ער טראגן? דו האסט איינמאל געפסקעט אז יא, קען זיין אז דער פסק האט זיך געטוישט,

שלמהווייס » 5/1/2012 03:50

אפילו ער האט נישט קיין מושג ווי דער עירוב איז, איז דאס נאכאלס זעהבאר פאר אים, ווילאנג עס איז נישט באהאלטן, דעריבער מעג ער טראגן  



תוקן על ידי שלמהווייס ב- 05/01/2012 04:44:03

משהלע » 5/1/2012 04:38

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויב האט ער נישט קיין מושג ווי דער עירוב איז, איז דאס נאכאלס זעהבאר פאר אים, ווילאנג עס איז נישט באהאלטן, דעריבער מעג ער טראגן  


אזוי? דו ווייסט נישט ווי עס איז און ס'איז נאך אלץ זעהבאר? אפשר ביסטו מיר מסביר וויאזוי דו קענסט זעהן א זאך וואס דו ווייסט אפילו נישט ווי עס איז, און וואס פונקטליך איז דער חילוק צעווישן א באהאלטענער עירוב און א עירוב וואס דו ווייסט נישט ווי עס איז, אין ביין בוק זענען ביידע עירוב'ס א עירוב וואס דו האסט נישט קיין מושג ווי עס איז און ביידע עירוב'ס זענען כשא לכל הדיעות.

טראכט אביסל אריין אויף דיין תגובה און דו וועסט דיך אנהייבן צו שעהמען פאר דיר אליינס אויף אזא פערדישע תגובה, איך האב דיך ענדליך געקארנערט ביג טיימס!!!

שלמהווייס » 5/1/2012 18:54

די חילוק איז זייער פשוט, אויב דער מענטש האט נישט געזעהן דעם עירוב, ווייל ער איז נישט געגאנגן צו דער עק פון די היקף, אדער ווייל עס איז טינקל, אדער ווייל ער קען ל"ע נישט זעהן, איז דער עירוב נאכאלס א זעהבארע עירוב, ווייל די אפהאלט איז אין אים, ער איז פשוט נישט געגאנגן אויפזוכען די עירוב, אדער ער דארף ווארטן ביז עס ווערט ליכטיג,און דיזעלבע ווען ער קען ל"ע נישט זעהן, איז דער אפהאלט ביי אים

מה שאין כן, אויב נאכען לייגן די עירוב אדער בשעת'ן לייגן די עירוב האט מען דאס באהאלטן אדער געלייגט מתחילה אזוי אז מען זאל דאס נישט באמערקן, איז דאס א נישט זעהבארע עירוב, ווייל יעצט איז דאס שוין נישט תלוי אין אים דאס צו קענען זעהן

 

די חכמים האבן געהייסן מאכן א דערמאנונג קען מען נישט גיין אויסשפילן און דאס באהאלטען

למשל ווען איינער וויל מאכן ביי זיך א דערמאנונג אז ווען מען גייט ארויס פון שטוב זאל מען געדענקען צוצושלעפן די טיר, ווייל עס מאכט זיך נישט אליינס אינגאצן צו, ער וועט שרייבן א צעטעל אין עס ארויפקלעבן אויף די טיר, אויב וועט ער דאס לייגן אויף די טיר אז ווער עס גייט ארויס זאל דאס זעהן, וועט דאס דערמאנען, אבער אויב וועט ער דאס לייגן אויף א קינצליכע וועג אז נאר וועם מען ווייזט ווי דאס איז זאל עס באמערקן, וועט דאס נישט דערמאנען

 

די זעלבע דא אויב לייגט מען די עירוב דארט ווי די חכמים האבן געהייסן, דארף מען נישט צו מאכן ליכטיג ביינאכט אז מען זאל דאס באמערקן, אבער אויב מען באהאלט דאס האט מען געטון פארקערט פון וואס די חכמים האבן געהייסן

 

און אפילו מען איז גערעגט אויף די וואס ווילען נישט דעם עירוב, אין זיי צורייסען עס, ווערט עס נאך נאכאלס נישט בארעכטיגט צו באהלטן

פונקט אזוי ווי דאס טוט נישט בארעכטיגען צו פארען מיט א קאר אין שבת

משהלע » 5/1/2012 20:18

לויט ווי איך זעה לעבסטו אין א גרויסן טעות, און דאס איז דער יסוד צו דיינע נארישע מערמעלייען, פון באהאלטן אהער, באהאלטן אהין, דו מיינסט אוודאי אז דער עירוב איז באהאלטן ערגעץ אינטער ערדיש כאטשיג ארבע אמות טיף, אדער לויפט דאס אדורך צעווישן די ביעמס פון בנינים, וויל איך דיר זאגן, אז אזא עירוב איז טאקע פסול "לכל הדיעות" אבער איך וועל דיר אויסזאגן א סוד, זאג עס קיינעם נישט אויס, דא איז דער עירוב בכלל נישט באהאלטן, ס'איז א כשר'ער עירוב, מען דערציילט דיר נאר נישט ווי עס איז, ס'איז דא שטאנגען (ווי עס פעלט אויס) סאיז דא א שטריק ווי עס פעלט אויס, און אלעס איז על צד היותר טוב, איי דו ווייסט נישט ווי עס איז? נו, האבן מיר דאך ביידע מסכים געווען אז "דו" דארפסט נישט וויסן ווי עס איז, ווי לאנג עס איז א כשר'ער עירוב, דיין טעות שטאמט אז דו ווייסט נישט וואס "באהאלטן" איז טייטש, דו האסט געוואלט לערנען פשט אז אויב ווייסט מען נישט ווי עס איז הייסט דאס באהאלטן,  אבער דער אמת איז אז ס'איז בכלל נישט באהאלטן, מען איז ענק נאר נישט מגלה מקום העירוב.
 
אויב פאשטייסטו נישט דעם חילוק, דארפסטו א דאקטאר, און דאקטאריי איז נישט מיין פאך, איך האב היפש געשוויצט דיר אויפצוקלערן די פאקטן און דעם אמת, און לאמיר האפן אז ענדליך וועט דיר דאס אריין אין קאפ, אפילו דו פארמאגסט נאר א זאלי פארשטאפטן קאפ.

שלמהווייס » 5/1/2012 21:20

עס איז נישט קיין חילוק וואספארע אויסדרוק דו ניצט

קענסט ניצען אנשטאט 'באהאלטען', 'לייגן אויף א קינצליכע וועג אז נאר וועם מען ווייזט ווי דאס איז זאל עס באמערקן'

 

די חילוק איז זייער פשוט, אויב דער מענטש האט נישט געזעהן דעם עירוב, ווייל ער איז נישט געגאנגן צו דער עק פון די היקף, אדער ווייל עס איז טינקל, אדער ווייל ער קען ל"ע נישט זעהן, איז דער עירוב נאכאלס א זעהבארע עירוב, ווייל די אפהאלט איז אין אים, ער איז פשוט נישט געגאנגן אויפזוכען די עירוב, אדער ער דארף ווארטן ביז עס ווערט ליכטיג,און דיזעלבע ווען ער קען ל"ע נישט זעהן, איז דער אפהאלט ביי אים

מה שאין כן, אויב נאכען לייגן די עירוב אדער בשעת'ן לייגן די עירוב האט מען דאס באהאלטן אדער געלייגט מתחילה אזוי אז מען זאל דאס נישט באמערקן, איז דאס א נישט זעהבארע עירוב, ווייל יעצט איז דאס שוין נישט תלוי אין אים דאס צו קענען זעהן

 

די חכמים האבן געהייסן מאכן א דערמאנונג קען מען נישט גיין אויסשפילן און דאס באהאלטען

למשל ווען איינער וויל מאכן ביי זיך א דערמאנונג אז ווען מען גייט ארויס פון שטוב זאל מען געדענקען צוצושלעפן די טיר, ווייל עס מאכט זיך נישט אליינס אינגאצן צו, ער וועט שרייבן א צעטעל אין עס ארויפקלעבן אויף די טיר, אויב וועט ער דאס לייגן אויף די טיר אז ווער עס גייט ארויס זאל דאס זעהן, וועט דאס דערמאנען, אבער אויב וועט ער דאס לייגן אויף א קינצליכע וועג אז נאר וועם מען ווייזט ווי דאס איז זאל עס באמערקן, וועט דאס נישט דערמאנען

 

די זעלבע דא אויב לייגט מען די עירוב דארט ווי די חכמים האבן געהייסן, דארף מען נישט צו מאכן ליכטיג ביינאכט אז מען זאל דאס באמערקן, אבער אויב מען באהאלט דאס האט מען געטון פארקערט פון וואס די חכמים האבן געהייסן

 

און אפילו מען איז גערעגט אויף די וואס ווילען נישט דעם עירוב, אין זיי צורייסען עס, ווערט עס נאך נאכאלס נישט בארעכטיגט צו באהלטן

פונקט אזוי ווי דאס טוט נישט בארעכטיגען צו פארען מיט א קאר אין שבת

משהלע » 5/1/2012 22:09

אלזא, איך קען דעם שלמה ווייס נישט געווינען, איך האב טאקע כ''ק אדמו''ר מקאשוי זצ''ל ווי אויך כ''ק אדמו''ר מאודווארי זצ''ל ולהבחל''ח רבי יחזקאל ראטה שליט''א, רבי פישל הערשקאוויטש שליט''א רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א ועוד כמה וכמה רבנים ודיינים מפורסמים אויף מיין זייט, אבער פארפאלן, איך וועל מיך מיזן באגענוגן אן דעם תלוש מן המחובר שלמה ווייס אדמו''ר מהיידפארק שליט''א, זיינע אויסגעטראכטע סברות איז טאקע בלויז זיינע אייגענע בויך סברות, עס שטימט נישט מיטן מציאות, עס שטייט נישט אינערגעץ, אזוי וויל ער, און פארטיג. און דעריבער איז לויט עם  בארעכטיגט די פאשקעווילן אויף א נפטר, און דעריבער איז בארעכטיגט נאך צו שרייען מענטשן וואס פארלאזן זיך יא אויף ערליכע רבנים מיט די לאזונגען מחללי' מות יומת, ב''ה אז מיר זענען מובדל ובדיל פון די אנשי בליעל עושי רשע, אשרינו מה טוב חלקינו.  

שלמהווייס » 6/1/2012 02:32

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

"פון ווי נעמסטו אז בעינן הכירא קצת מיינט אז מען מיז דאס זען?"

בעינן היכרא קצת מיינט טאקע נישט אז מען מוז דאס זעהן אזוי ווי די חנוכה לעכט.

 

"די רבנים וואס זענען מתיר האלטן אז דאס מיינט אז מען דארף דאס קענען זען, אויב וועט דיך איינער וואס ווייסט ווי דער עירוב איז נעמען און ווייזן דעם עירוב וועסטו דאס קענען זען, דאס מיינט הכירא קצת, האסט א פראבלעם מיט דעם?"

יא איך האב א פראבלעם מיט דעם אויב די רבנים האלטען אז דאס מיינט היכרא קצת

ווייל דער תניא און שו"ע אין סימן שס״ג סעיף א' זאגט קלאר אז דער היכר פון אן עירוב איז אז מען זאל זיך נישט פארמישען און מיינען אז דאס איז א רשות הרבים, ווען מען טייטש דאס אפ פשוט מיינט עס אז ווען א מענטש איז אויף א גאס וואס ענדלט צו א רשות הרבים, זאל איהם די עירוב דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, אויב דארף מען איינעם ווייזען ווי דער עירוב איז, און דערנאך גייט איהם דער עירוב דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, דארף ער דאך האבען א באזונדערע דערמאנונג צו קוקען אויפ'ן עירוב, ווייל דער תניא איז קלאר מסביר אז דער עירוב דארף צו דערמאנען,

ווייל אפי' פאר דעם מענטש וואס ווייסט יא ווי דאס איז, טוט עס אויך נישט דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, ווייל דורכגייענדיג דארטען טוט דער עירוב נישט ציען קיין אויפמערקזאמקייט אז דער מענטש זאל זיך דורכדעם דערמאנען אז דאס איז נישט קיין רשות הרבים, מען האט דאך עס געלייגט אזוי אז א דורכגייער זאל עס נישט באמערקען, איז דער פשט אז עס ציט נישט די אויגן און עס ברענגט נישט צו קוקען אהין

במילא איז נישט שייך צו זאגען אז דער וואס ווייסט יא ווי דער עירוב איז, איהם טוט דער עירוב דערמאנען אז עס איז נישט קיין רשות הרבים, און דער וואס ווייסט נישט ווי דאס איז, קען עס נישטאמאל באמערקען, די צוויי זאכען קענען זיך נישט צאמשטעלען אין איין עירוב

דאס איז פשוט אפגעלערענט דעם הלכה, איך גלויב אז ווען עס וואלט ווען נישט געווען א פאליטישע מערכה איבער דעם נושא, וואלט גארנישט געווען וואס נושא ונותן צו זיין איבער דעם הלכה ווייל דאס איז פשוט פשט.

 

דעריבער איז אויך נישט שווער פארוואס מיר פארלאנגען פון די רבנים וואס זענען דאס מתיר, אז זיי זאלען געבען א בירור הלכה דערויף, ווייל אויב איז א רב מתיר אזאך וואס עפ"י פשטות ההלכה איז דאס אסור, דארף ער ארויסצוגעבען א בירור הלכה פאר ער איז דאס מתיר, אדער לכה"פ אינאיינעם מיט'ן היתר דארף ער געבען אויך דעם בירור הלכה אויף וואס די היתר איז געבויעט, כך דרכה של תורה אין אלע דורות אז א רב האט גאוואלט מתיר זיין אזאך וואס איז אסור עפ"י פשטות ההלכה, האט ער קודם ארויסגעגעבען א בירור הלכה דערויף.

 

"דו ביסט א מחוצף גדול און א קל שבקלים"

עס איז קיינמאל נישט געווען אזא געדאנק, אין אלע דורות, אז איינער זאל זאגען אויף אזאך אז עס שטייט אין שו"ע אז עס איז אסור, און וויבאלד א רב האט עס מתיר געווען, זאל דער מענטש וועגען דעם אנגערופען ווערען א קל שבקלים אדער א מחוצף , די האסט איבערגעדרייט הקערה על פי-ה, א קל שבקלים אדער א מחוצף הייסט איינער וואס געט קולות אדער איז מתיר איסורים, אויב א רב זאגט אויף אזאך אז עס איז אסור עפ"י תורה, און איינער גייט און איז מזלזל אין דעם דער ווערט פאררופען א קל און א מחוצף.

 

אין וואספארא וועלט לעבסטו, אויב מ'מאכט איינעם אומבאקוועם זיך נאכצוגעבען די תאוות, מיט דעם וואס מען זאגט איהם אז עס שטייט אין שו"ע אז עס איז אסור, ווייל ער האט שוין א אינטערשריפט פון א רב, רייסט מען איהם ארונטער כאילו ער האט געטוען די ערגסטע עבירה, ווייל ער מאכט יענעם אומבאקוועם

און די ווילסט בכלל נישט אננעמען די הלכה פון שו"ע יו"ד סימן רמ"ב סעיף כ"ב: ראה רבו עובר על דברי תורה, אומר לו למדתני רבינו כך וכך. הגה, ואם רצה לעבור רק על איסור דרבנן אפילו הכי צריך למחות בידו

עס איז בכלל נישט דא וואס זיך צו בייזערען ווען איינער ווייזט אן אז עפעס איז אסור, פונקט פארקערט ווען איינער איז מיקל דארטען זאלסטו דיך רעגן.

באראפארקער » 6/1/2012 04:58

און ווער זאגט אז מען קען עס נישט זעהן?

מען קען עס יא זעהן,

די ווייסט נאר נישט ווי צו קוקען, ווייל אויב יא וועסט די עס אפרייסען, לקיים מצות קריעת התורה.

און אזוי דארף זיין, פארצייטענס ווען די פרייע אידן האבען אפגעריסען עירובין האט מען זיך נישט געקענט מיט זיי אן עצה געבען, אבער מיט די היינטיגע פרייע וואס רייסען, ברוך השם, מען באהאלט עס פין זיי. די עמי הארץ און פרייע נידיריגע פארשוינען וואס קענען נישט סובל זיין אז מען איז מקיים א מצוה דרבנן בכל פרטיה, ווייסען זיך נישט ווי אהין צו טוהן מחמת רוב צער, ווי איז די עירוב, ווי איז די עירוב, זיי זוכען עס בשבע עינים. זיי ווילען עס שוין רייסען. קומען זיי אויף מיט א פאטענט, די עירוב איז פסול, אן עירוב וואס פרייע און שונאי הדת קענען נישט רייסען איז נישט קיין עירוב.

ווער האט געפרעגט די קלי הדעת אין  כשרות, פרובירט מיט אלע כחות צו פארדרייען די תורה. די משכילים האבען אויך פרובירט צו פארדרייען די תורה, אבער, והקב"ה מצילנו מידם. עס איז זיי נישט געגאנגען און בעזרת השי"ת וועלן די אלע היינטיגע משכילים וואס רייסען עירובין און שרייען נאך מענטשען מיט בזיונות אזוי ווי די אמאליגע פרייע אידען, וועלען זיך פורש זיין מן הדת אינגאנצען און ארויס ווייזען זייערע אמת'ע קאלירען.

שלמהווייס » 6/1/2012 05:54

"און אזוי דארף זיין, פארצייטענס ווען די פרייע אידן האבען אפגעריסען עירובין האט מען זיך נישט געקענט מיט זיי אן עצה געבען, אבער מיט די היינטיגע פרייע וואס רייסען, ברוך השם, מען באהאלט עס פין זיי"

פארוואס מיט די פארצייטישע פרייע אידען האט מען זיך נישט געקענט אן עצה געבען

און מיט די היינטיגע יא

זענען די אמליגע ערליכע אידען נישט אזוי קלוג געווען ווי די היינטיגע ערליכע אידען

אדער האט זיי אפשר געפעלט אין יראת שמים

 

"די עמי הארץ און פרייע נידיריגע פארשוינען וואס קענען נישט סובל זיין אז מען איז מקיים א מצוה דרבנן בכל פרטיה"

דאכט זיך אז עס איז געווען אפאר ערליכע אידען אין רי פריערדיגע דור וואס האבן אויך נישט געוואלט אז מען זאל דא מקיים זיין די מצוה דרבנן בכל פרטיה

איך גלויב נישט אז זיי האבען פרובירט צו פארדרייען די תורה

 

"מען באהאלט עס פין זיי. די עמי הארץ און פרייע נידיריגע פארשוינען וואס קענען נישט סובל זיין"

וויבאלט די חכמים האבן געהייסן מאכן א דערמאנונג קען מען נישט גיין אויסשפילן און דאס באהאלטען

למשל ווען איינער וויל מאכן ביי זיך א דערמאנונג אז ווען מען גייט ארויס פון שטוב זאל מען געדענקען צוצושלעפן די טיר, ווייל עס מאכט זיך נישט אליינס אינגאצן צו, ער וועט שרייבן א צעטעל אין עס ארויפקלעבן אויף די טיר, אויב וועט ער דאס לייגן אויף די טיר אז ווער עס גייט ארויס זאל דאס זעהן, וועט דאס דערמאנען, אבער אויב וועט ער דאס לייגן אויף א קינצליכע וועג אז נאר וועם מען ווייזט ווי דאס איז זאל עס באמערקן, וועט דאס נישט דערמאנען

 

די זעלבע דא אויב לייגט מען די עירוב אזוי אז מען זאל דאס באמערקן, טיט עס דערמאנען, אבער אויב מען באהאלט דאס האט מען געטון פארקערט פון וואס די חכמים האבן געהייסן

 

און אפילו מען איז גערעגט אויף די וואס ווילען נישט דעם עירוב, אין זיי צורייסען עס, ווערט עס נאכאלס נישט בארעכטיגט צו באהאלטען

פונקט אזוי ווי דאס טוט נישט בארעכטיגען צו פארען מיט א קאר אין שבת

שלמהווייס » 9/1/2012 00:02

[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהווייס » 9/1/2012 00:21

[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהווייס » 9/1/2012 00:25

[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהווייס » 9/1/2012 00:31

[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהווייס » 9/1/2012 00:39

משה'לע,

אויב דו קענסט אריין קוקען אין שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף י"ד

וועסטו זען ווי דער תניא שמועסט אויס די הלכה פון א לחי וואס איז ברייט ד' אמות

אז כאטשיג א לחי איז כמחיצה גמורה, אויב איז דאס געווען פון פארדעם דארט, מען האט דאס נישט געלייגט פאר א לחי, וויבאלד דאס איז ברייט ד' אמות, איז עס בכלל נישט קיין היכר, און א לחי דארף אויך צו האבן א קצת היכר, איז עס נישט כשר

אויב אבער האט ער דאס געלייגט דארט פאר א לחי, דעמאלס אפילו עס איז ברייט ד' אמות, איז עס כשר

זאגט דער תניא, ווייל עס האט א קול, אז מען האט געלייגט די לחי דארט פאר די מבוי, דריבער איז דאס א היכר כאטש עס איז ברייטער פון ד' אמות

זעהן מיר דא קלאר אז כאטש מען האט געלייגט די לחי לשם לחי, דארף דער תניא נאך אלס דעם טעם ווייל עס האט א קול, אז מען וועט דורכדעם וויסען אז מען האט דעם לחי ספעציעל געשטעלט דארט לשם לחי

און עס איז נישט גענוג אז מען האט געמאכט א כשר'ע עירוב, און דער וואס עס לייגט עס, אדער פאר דעם וואס מען לאזט וויסען ווי עס איז, ווייסען אז מען האט עס געשטעלט לשם לחי

ווייל פאר די וואס ווייסען שוין, וואלט נישט אויסגעפעלט קיין קול

 

וז"ל בא"ד שם, "אבל אם העמידו לשם לחי אפילו יש בו יותר מד' אמות נידון משום לחי מפני שיש לו קול שתקנוהו לחי למבוי זה ויש בו היכר אף שרחב הרבה"


[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהווייס » 11/1/2012 17:16

משה'לע,

דאכט זיך אז די חילוק איז פשוט

די חכמים האבן געזאגט אז אויף א פלאץ ווי מען קען זיך טועה זיין אז עס איז א רשות הרבים, דארף מען צו מאכן א תיקון

אמאל איז די תיקון א קורה, און אמאל א לחי, און אמאל א צורת הפתח

ביי א קורה איז די הלכה אז עס דארף צו זיין א היכר, און ביי לחי און צורת הפתח דארף זיין קצת היכר, אין שלחן ערוך שטייט שוין וואס די חילוק איז פון א קצת היכר ביז היכר

אבער דאס איז קלאר אז עס דארף צו זיין א היכר

מיר געפינען נישט אין ערגעץ אז מען זאל מעגען טראגן נאר דארט ווי מען זעהט דעם עירוב, אדער נאר דער וואס עס זעהט די עירוב

דאס זאגט אבער נישט אז עס דארף נישט צו זיין א היכר, ווייל א היכר דארף צו זיין

די היכר איז דעמאלס ווען מען קומט לעבן דעם היקף פון דער עירוב, ווען עס איז לעכטיג, און ער זעהט אז דא איז דא אן עירוב, ווייל דאס טיט אים דערמאנען אז דא איז אנדערש ווי א רשות הרבים

אויך געפינען מיר אין די פוסקים אז מען מעג באהאלטן די עירוב פון גוים, זיי דארפן בכלל נישט וויסען ווי און פארוואס מיר מעגען טראגן

אבער דאס געפינען מיר נישט אין קיין שום פוסק, און אויך דאס האט נישט פאסירט ביז דא, אז מען זאל מעגן אדער מען זאל באהאלטן די עירוב פון אידען

דער איד וואס טראגט אין וויליאמסבורג, ווייסט נישט קיין שום חילוק פון די גאס וואס ער טראגט אדער א רשות הרבים

 

 

 

 

 

מיר האבן דא ארויף געלייגט א חלק פון די בירור הלכה פון הרה"ג ר' שבתי הכהן קאהן שליט"א צוליב די סיבות

1) אז אפילו א דיין וואס איז נישט א דיין דא אויפען פארק, האט אויך מברר געווען אין א בירור הלכה, אז אין ברוקלין קען מען בכלל נישט מאכן קיין עירוב, אפילו א עירוב וואס א יעדער זאל וויסען ווי דאס איז

2) אויך דאכט זיך אז ער איז נישט קיין דיין ביי די זאלי'ס, אז עס מען זאל אים חושד זיין אז האט דאס געשריבן צוליב פארטיי'אישע נגיעות

3) ער פירט אויס דעם בירור הלכה אז ווי באלד ער האט דא מברר געווען אז מען קען דא נישט מאכן קיין עירוב, ליגט אויף די רבנים המתירים מברר צו זיין זייער היתר

און אויף אים איז נישט דא די טענה אז ער האט געשריבן זיין בירור הלכה אויך הייד פארק, ווייל ער האט דאס געשריבן אין קובץ בית ועד לחכמים

משהלע » 12/1/2012 04:01

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

 

משה'לע,

דאכט זיך אז די חילוק איז פשוט

די חכמים האבן געזאגט אז אויף א פלאץ ווי מען קען זיך טועה זיין אז עס איז א רשות הרבים, דארף מען צו מאכן א תיקון

אמאל איז די תיקון א קורה, און אמאל א לחי, און אמאל א צורת הפתח

ביי א קורה איז די הלכה אז עס דארף צו זיין א היכר, און ביי לחי און צורת הפתח דארף זיין קצת היכר, אין שלחן ערוך שטייט שוין וואס די חילוק איז פון א קצת היכר ביז היכר

אבער דאס איז קלאר אז עס דארף צו זיין א היכר איי וואס איז דער היכר אז מען זעט עס במילא נישט, תיקו!

מיר געפינען נישט אין ערגעץ אז מען זאל מעגען טראגן נאר דארט ווי מען זעהט דעם עירוב, אדער נאר דער וואס עס זעהט די עירוב פארוואס טאקע נישט, אויב דארף זיין א היכר, איז טייטש אז מען דארף דאס זען, ניין?

דאס זאגט אבער נישט אז עס דארף נישט צו זיין א היכר, ווייל א היכר דארף צו זיין, הייסט עס אז אפילו מען זעט עס נישט הייסט עס אויך א היכר, נו, איז דאך אלעס פיין אין וואויל,  

די היכר איז דעמאלס ווען מען קומט לעבן דעם היקף פון דער עירוב, ווען עס איז לעכטיג, און ער זעהט אז דא איז דא אן עירוב, ווייל דאס טיט אים דערמאנען אז דא איז אנדערש ווי א רשות הרבים פארוואס נאר ווען עס איז ליכטיג? אויב דארף מען זען, טאר מען נישט טראגן אויב זעט מען נישט, ניין?

אויך געפינען מיר אין די פוסקים אז מען מעג באהאלטן די עירוב פון גוים, זיי דארפן בכלל נישט וויסען ווי און פארוואס מיר מעגען טראגן ווי אין די פוסקים שטייט דאס?

אבער דאס געפינען מיר נישט אין קיין שום פוסק, און אויך דאס האט נישט פאסירט ביז דא, אז מען זאל מעגן אדער מען זאל באהאלטן די עירוב פון אידען, הייסט אז עס ווענדט זיך בלויז אין די כוונה, אין אמת'ן איז נישט קיין פראבלעם א באהאלטענער עירוב, ווייל אויב יא וואלט מען דאך נישט געטארט טראגן אפילו אויב מען באהאלט דאס פונעם גוי, נאר אויב מען באהאלט דאס פון אפאר צוחושטע יונגאטשעס וואס זענען פערצאפאל געבוירן ביי א איד, דאן טאר מען עס נישט באהאלטן, פארוואס? ווייל מען טאר נישט טשעפען מיט א זאלי! הא?

דער איד וואס טראגט אין וויליאמסבורג, ווייסט נישט קיין שום חילוק פון די גאס וואס ער טראגט אדער א רשות הרבים, פארוואס? ער דארף דאך נישט וויסן! מעיביעליוו עס אייז ביינאכט, מעיבעליוו אז מען האט דאס באהאלטן פאר א גוי, אויב מעג מען טראגן מיט א באהאלטענעם עירוב וואס מען באהאלט פון א גוי, און מען דארף נישט וויסן ווי עס איז, פארוואס זאל מען נישט טארן טראגן מיט א באהאלטענעם עירוב וואס מען באהאלט פון א זאלי? און זאג מיר נישט אז שבתי קאהן וויל אזוי! ווייל רבי פישל הערשקאוויטש און נאך רבנים גדולים וחשובים ווילן נישט אזוי! און מיר איז דאס גענוג,

 

 

 

 

 

מיר האבן דא ארויף געלייגט א חלק פון די בירור הלכה פון הרה"ג ר' שבתי הכהן קאהן שליט"א צוליב די סיבות

1) אז אפילו א דיין וואס איז נישט א דיין דא אויפען פארק, האט אויך מברר געווען אין א בירור הלכה, אז אין ברוקלין קען מען בכלל נישט מאכן קיין עירוב, אפילו א עירוב וואס א יעדער זאל וויסען ווי דאס איז און פיר אויס, דעם שבתי קאהן'ס פסק איז מבטל דברי הרב מאודווארי זצ''ל, דברי רבי פישל שליט''א, דברי רבי יחזקאל ראטה שליט''א, דברי רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א, אלעס איז בטל פאר חוות דעתו פון איינעם וואס מעולם לא שמעתי שמו, איך קען נאר איין שבתי קאהן וואס איז נישט קיין הרה''ג ער איז א גבאי אויף קליימער, און זיין חוות דעת איז גארנישט ווערט!!!

2) אויך דאכט זיך אז ער איז נישט קיין דיין ביי די זאלי'ס, אז עס מען זאל אים חושד זיין אז האט דאס געשריבן צוליב פארטיי'אישע נגיעות, ר' יצחק מאנדל, וואס איז נישט נחשד צו זיין קיין אהרוני האט ארויס געגעבן א בירור הלכה, א גאנץ דיק ספר מיט א קלארן בירור, ווי ער שרייבט אז דער עירוב איז כשר וישר, און אלעס איז נאר נארישע פאליטיק מתובל מיט שקרים וכזבים ארויף געלייגט אז כאילו דער בעל דברי יואל זי''ע איז געווען א קעגן דעם עירוב, חס מלהזכיר!, נו, ער איז נאך אזוי מאסגעבענד ווי דיין שבתי קאהן,

3) ער פירט אויס דעם בירור הלכה אז ווי באלד ער האט דא מברר געווען אז מען קען דא נישט מאכן קיין עירוב, ליגט אויף די רבנים המתירים מברר צו זיין זייער היתר, אזוי? עס ליגט אויף זיי א חיוב? זאל ער זיך אויפהייבן און אריין גיין צו רבי פישל הערשקאוויטש, און א פרעג טון ילמדינו רבינו, פארוואס האלט איר אז עס איז מותר? הערשל קלאר וויל דאך נישט קיין עירוב אין וויליאמסבורג, האט איר באמת נישט מורא פון די הקפדה פון הערשל קלאר? און רבי פישל וואס איז באקאנט אלץ א לב טוב, וועט אים זיכער מסביר זיין בטוב טעם, אז חז''ל האבן מתקן געווען אז אויב איז דא א כשרער עירוב מעג מען טראגן, דאס איז א תקנת חז''ל, און ווער עס גלייבט נישט דערין איז א אפיקורס, ער וועט עם נאכזאגן וואס דער הייליגער בעל דברי יואל זי''ע, (סארי הייליגער בעל ויואל משה זי''ע, איך האב פארגעסן, ער איז דאך גבאי אין קליימער ביי די זאליס...) שרייבט אין א בריעוו פאר הרה''ג ר' מאיר אריק ז''ל, (דער געלער בדחן ברענגט דעם בריעוו אין זיין ביכל מושיען של ישראל, ח''ד עמוד ר''מ) וזה לשונו, ונודע שהוא ענין גדול עשיית העירובין להציל כמה נפשות מישראל, ומשתוקק הייתי לתקנם, עכל''ק, און איך האף אז דער שבתי קאהן וועט זיך ברעכן און וועט אויך מסכים זיין מיטן עירוב והכל על מקומו יבא בשלום,

און אויף אים איז נישט דא די טענה אז ער האט געשריבן זיין בירור הלכה אויך הייד פארק, ווייל ער האט דאס געשריבן אין קובץ בית ועד לחכמים,

 

שלמהווייס » 15/1/2012 16:40



תוקן על ידי שלמהווייס ב- 15/01/2012 16:57:28

שלמהווייס » 15/1/2012 16:48

כללטוער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פון דא דארט און שלמה ווייס, כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געזאגט ברבים, אז טראגן טארן מיר נישט, אבער שרייען טאר מען אויך נישט! ס'איז דא רבנים וואס האלטן להיתר, האבן מיר נישט צו שרייען אויף די וואס טראגן, רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכן אן עירוב, האלטן מיר זיך למשמעתו הטהורה, אבער שרייען איז נישט ערלויבט, דאס איז דעם רבין,ס הייליגע דעת תורה


[בילד – נישט אפגעהיט]

"וזה לשונו, ונודע שהוא ענין גדול עשיית העירובין להציל כמה נפשות מישראל, ומשתוקק הייתי לתקנם, עכל''ק,"

משה'לע,

אורשיווע איז נישט ברוקלין, און ברוקלין איז נישט אורשיווע

 

 

הבהרה,

"הייסט אז עס ווענדט זיך בלויז אין די כוונה, אין אמת'ן איז נישט קיין פראבלעם א באהאלטענער עירוב, ווייל אויב יא וואלט מען דאך נישט געטארט טראגן אפילו אויב מען באהאלט דאס פונעם גוי, נאר אויב מען באהאלט דאס פון אפאר צוחושטע יונגאטשעס וואס זענען פערצאפאל געבוירן ביי א איד, דאן טאר מען עס נישט באהאלטן, פארוואס? ווייל מען טאר נישט טשעפען מיט א זאלי! הא?"

"מעיבעליוו אז מען האט דאס באהאלטן פאר א גוי, אויב מעג מען טראגן מיט א באהאלטענעם עירוב וואס מען באהאלט פון א גוי, און מען דארף נישט וויסן ווי עס איז, פארוואס זאל מען נישט טארן טראגן מיט א באהאלטענעם עירוב וואס מען באהאלט פון א זאלי?"

משה'לע,
דער חילוק איז נישט פאר וואס מען האט עס באהאלטן, צו וועגן דעם גוי אדער להבדיל וועגן דעם איד

דער חילוק איז פון וועם עס איז באהאלטן

פון דעם איד האט מען עס קיינמאל נישט באהאלטן  

 

באפאר מיר טרעטען צו צום ענין

קען איינער דא הרה"ג ר' שבתי הכהן קאהן שליט"א פון קרית יואל

אויב יא, איז ער די זעלבע סארט דיין אזוי ווי ר' יצחק מאנדל

משהלע » 15/1/2012 18:20

ביסט מדמה א גאנצע גרויסע שטאט צו א שכונה ווי וויליאמסבורג צו בארא פארק? ס'איז אינו דומה בכלל, און דאס וואס דו שרייבסט אז גדולי הרבנים האבן נישט געוואלט מאכן קיין עירוב אין גרויסע שטעט, זאגט בכלל נישט אז אויב מאכט מען יא איז דארט אסור צו טראגן, ומחללי' מות יומת, דארט שטייט אז זיי האבן נישט געהאלטן דערפון, און טאקע דריבער טראגן טאקע נישט מיטן עירוב רובא דרובא פון אנשי שלומינו, ווייל דער רבי האט נישט געהאלטן דערפון, אבער צו שרייבן אז דער עירוב איז פסול איז אבסורד.
 
און דאס וואס דו שרייבסט אז די נפקא מינה איז פארוועם מען באהאלט דאס צו פון א איד צו פון א גוי, דאס איז דיין אייגענע נארישע בויך סברה, דו האסט א פראבלעם מיט קאשויער רב'ס הקדמה ווי ער שרייבט קלאר אז ער האט באהאלטן דעם עירוב, ביסטו געצווינגען צו פארברעצירן עפעס א חילוק, אבער דאס איז בלויז דיין פארברעצירטער בויך סברה, ווייל אויב איז א עירוב וואס איז באהאלטן כשר, איז נישט קיין נפקא מינה די כוונה פון וועם עס איז באהאלטן, ווייל אויב איז עס באהאלטן פון א גוי איז דאס באהאלטן פונעם איד אויך, כאטש די כוונה פון באהאלטן איז געווען פונעם גוי, אבער דער מציאות איז אז דער איד ווייסט אויך נישט ווי עס איז, והדברים ברורים ומובנים מאוד למי שיש לו מוח בקדקדו. 

findodort » 15/1/2012 18:30

האם אכן יש בזמנינו רה"ר דאורייתא

בתקופה האחרונה נתיימר אברך ראש כולל מדרש להוראה להעלות "דבר ברור" בנידון "אם יש בזמנינו רשות הרבים דאורייתא" והדפיסו בקובץ בשם "בית ועד לחכמים" (גליון א), ובהערתו הראשונה שם מתנצל האברך ראה"כ הנ"ל דהואיל ונידון זה לא נתבאר די הצורך בשו"ע ובפוסקים והיא סוגיא עמוקה שנסתבכו בה (גדולי הפוסקים)ולא עלתה להם דבר ברור, "על כן ראינו לכתוב מה שעלתה בידינו כשלמדנו ענין זה בפלפול חברים". וכל המעיין בדבריו רואה אמיתות דברי הקדמתו הנ"ל, שמה שעלתה בידו לא עלה על דעת גדולי הפוסקים כלל וכלל, כי מראשיתו היתה כל מטרתו להוציא בכח מלשונותיהם שיש לנו עתה רה"ר דאורייתא, ומקרב ומרחק כפי העולה על רוחו, על כמה פוסקים כתב שדבריהם צע"ג, ועל פוסקים אחרים כתב שדבריהם דחוקים, ומחדש חידושים לסתור דברי הפוסקים בלי שום ראיות מן הש"ס ומהפוסקים הקדמונים, וחידושיו העצמיים הם נגד סוגיות הש"ס כדיבואר להלן, עד שניכר מדבריו שלא העמיק כלל בשורשי הדברים מהש"ס והראשונים, וביסס עצמו על דיוקים קלים, ובהם בא לסתור דברי גדולי הפוסקים בסברות כרסיות, ולא יאומן כי יסופר איך מרהיבים עצמם אברכי זמנינו לסתור יסודות איתנים של גדולי פוסקים שכבר הלכו בהם נמושות, ודבריהם נתקבלו במשך מאות שנים בשערים המצוינים בהלכה. וכבר הארכנו במקום אחר להוכיח סתירת דבריו, ועתה נצא ידי חובתינו להעיר על סדר דבריו בקיצור אמרים.

אי הרבים מבטלין צוה"פ

בהערה י' הביא דברי שו"ע הרב (סימן שס"ד סעיף ד') ואם עשה צורת פתח על גבי ד' קונדסין רשות היחיד גמורה היא מן התורה אפילו עשה כן באמצע רה"ר גמורה כמו שנתבאר בסימן שס"ב עכ"ל. וכונת הרב למש"כ בסימן שס"ב סעיף י"ט דצוה"פ מועיל בכל הד' רוחות, הרי דזהו שיטת הרב. ועתה בא בקובץ הנ"ל לערבב ולטשטש את דבריו הק' דלא הקיל אלא כשיש שני מחיצות שלימות, ודייק כן מדברי הצ"צ בשני מקומות א' ממה שכתב בפ"ב אות ב' וז"ל דהא גם צוה"פ חשוב מחיצה דלא אתו רבים ומבטלי מחיצות, ובפרט דגם לריה"ו הדין כן דסגי אפי' בשני לחיים, דהא ס"ל שני מחיצות דאורייתא אלא משום דרבנן פליגי עליה בזה ואמרו לו אין מערבין רה"ר בכך, מ"מ בצוה"פ י"ל דמהני עכ"ל. ומזה בא ראה"כ הנ"ל ללמוד דלא רצה להקל אלא כשיש ב' מחיצות שלימות דבזה מודה ר' יהודה, אבל הוא טועה בדברים פשוטים מאד דהרי הצ"צ לומד את דברי התוס' שם דלחכמים היה מהני צוה"פ לירושלים, והרי התוס' עצמם כתבו דלר' יוחנן חייבין רק באמצע הפילוש דליכא שם שני מחיצות דאורייתא, וע"ז כתבו התוס' דלחכמים אין חייבין שם מחמת הצוה"פ, הרי מבואר להדיא מדברי התוס' דלחכמים מהני צוה"פ ברה"ר אף בד' רוחות כמו האמצע הפילוש דליכא כלל שני מחיצות.

אלא כוונת הצ"צ להביא ראיה לדברי התוס', דלחכמים מהני צוה"פ ברה"ר, דהרי כיון דלר' יהודה מהני אף לחי מכאן ומכאן וע"ז אמרו חכמים אין מערבין רה"ר בכך, דייקינן מדבריהם דרק בלחיין אין מערבין אבל בצוה"פ מערבין, כיון דיש לנו כלל אפושי פלוגתא לא מפשינן אמרינן מסתמא כוונתם רק על לחי'ין, אבל צוה"פ מהני, אבל לאחר שידעינן דצוה"פ מהני פשיטא דאין חילוק בין שני רוחות לד' רוחות כמו שמוכח מדברי התוס' עצמן דמהני לחכמים אף בד' רוחות.

עוד הביא האברך ראה"כ הנ"ל את דברי הצ"צ בפ"ה משנה ו' שכתב ומה שתירצו וי"ל הואיל והיה לירושלים צוה"פ לדברי רבינו אאזמו"ר סימן שס"ד אף לדידן הדין כן וכו' ואף להריב"א דלא מהני צוה"פ מארבעה רוחות מ"מ צוה"פ משני רוחות מהני כמו פסי ביראות מד' רוחות, וכו' ומה גם לדעת התוס' וכו' א"כ ה"ה בר"ה רוחב י"ו מהני צוה"פ משני רוחות מדאוריייתא כן נ"ל לבאר דברי אאזמו"ר עכ"ל. ואותו אברך רצה לומר בכוונתו דלא הקיל אלא בשתי רוחות משום דאיכא שני מחיצות דאורייתא, אבל זה שיבוש גדול דהרי כתב הצ"צ כן רק לדעת ריב"א דס"ל אף בכרמלית לא מהני צוה"פ מד' רוחות רק בשני רוחות, ע"כ ה"ה ברה"ר הוא כן, אבל אנן הרי לא קיי"ל כהריב"א בסימן שס"ב א"כ ה"ה ברה"ר מהכ"ת להחמיר כהריב"א, מאין לקח הצ"צ חומרא הזה, וע"כ צ"ל כונת הצ"צ דאף לדעת הריב"א מהני עכ"פ משני רוחות וממילא מתבאר לפי"ז דברי התניא דס"ל דמהני אף בד' רוחות כיון דלא קי"ל כהריב"א.

ובאמת אף לפי טעותו דהצ"צ רצה להחמיר כהריב"א הרי לא החמיר הריב"א אלא כשאיכא רק צוה"פ, אבל כשאיכא עומד מרובה הרי מהני צוה"פ אף בד' רוחות אף להריב"א אף דליכא באמצע הפילוש שני מחיצות דאורייתא דסו"ס איכא עומד מרובה, ותדע דהרי הצ"צ כתב שם להדיא דירושלים היה מהני צוה"פ ולדברי אאזמו"ר אף לדידן הדין כן, הרי דלשו"ע הרב מהני לירושלים צוה"פ להלכה, והרי שם היה אמצע הפילוש דליכא שני מחיצות, הרי דברים ברורים בדעת השוע"ה דמותר אף בד' רוחות אף כשליכא שני מחיצות לעומד באמצע הפילוש, ע"כ כל דבריו מוטעים ומשובשים מכל וכל.

עוד הביא בקובץ הנ"ל סתירה על שו"ע הרב ממה שכתב בסימן שמ"ה סי"א שכתב שעיר מוקף חומה שהוא מפולש משער לשער הוי רה"ר, הרי דאע"ג דודאי יש לה צוה"פ דהא כל חומה גבוה הרבה מפתח הכניסה ויציאה, ודבריו אינם כלום דהרי אשכחן כמה אחרונים שמפרשים את דברי הראשונים בחומה בלא צוה"פ, וכן מפרש בספר ברית אברהם סימן י"ח אות י"א את דברי המרדכי פרק הדר שמצריך דלתות משום דמיירי דליכא צוה"פ להחומה עי"ש. וכן מפרש בשו"ת חסד לאברהם תנינא סימן ל"ה את דברי הרמב"ם שמצריך דלתות נעולות, דמיירי דאין שם רה"ר אלא משום דאין צוה"פ להחומה משו"ה צריך דלתות נעולות עי"ש, א"כ גם דברי השוע"ה שם יתפרש כן דליכא צוה"פ להחומה ומשו"ה הוי רה"ר. ומה שהקשה דהא כל חומה גבוה מפתח הכניסה אין לדבריו שחר, דזה רק אם בונים צוה"פ אבל אם אין בונים שם צוה"פ הרי הכניסה והיציאה גבוה כמו החומה.

findodort » 15/1/2012 18:32

אי הרבים מבטלין פסי ביראות

בהערה י"ג הקשה על הבית אפרים והסכמות כמה אחרונים לעשות פסים של אמה בהקרנות ועי"ז יש לה שם ד' מחיצות, והקשה מהא דכתב בשו"ע סימן שמה דכשיש לה חומה ומפולש משער לשער הוי רה"ר דאורייתא, אע"ג דכל חומה יש לה פסים, ואין לומר שהיה מחיצה בשני צידי רה"ר לכל אורך העיר וא"כ ליכא פסים כמ"ש הבית אפרים, דהא בסימן שס"ד מסיים ואין מבואותיה צריכין תיקון, וא"כ מיירי שהכשר המבואות תלוין בהכשר רה"ר שבאמצעו וזהו רק באופן שיש מבואות פתוחין לו מימינו ומשמאלו, וכ"כ הבית מאיר סימן שס"ד להוכיח מלשון זה דמיירי בכה"ג עי"ש, ע"כ תוכן דבריו בהקובץ הנ"ל. וכל דבריו הם טעיות גסים, וכי יעלה על הדעת דלדעת הבית אפרים ליכא מבואות פתוחין לו מימינו ומשמאלו, הרי מיירי מעיר גדולה שהיא רה"ר ופשיטא דיש לה הרבה מבואות פתוחין, ועיין בבית אפרים דף מג ע"ב שכתב דרבינו יונתן מפרש כן בירושלים שהיה לה רק שני מחיצות מחמת דכותלי רה"ר היו חוצצין את העיר לשנים, ופשיטא דהיה בירושלים הרבה מבואות פתוחות, אבל מ"מ אצל שערי החומה שם לא היה שום מבוי פתוח והיה שם סילוק מחיצות, וכ"כ בשו"ע הרב סימן שמה סעיף יא, ואין להקשות דנהי דמחיצות החומה מסתלקים עדיין יש באמצעו מחיצות מחמת המבואות, דכבר כתב החזו"א סימן ק"ז אות ח', דמיירי דהמבואות יש להם צוה"פ דחשוב כמחיצה ממילא לא נחשב כעומד מרובה על הרחוב, או שהמבואות ג"כ פרוצים ואינם רה"י עיי"ש.

ומה שכתב שהבית מאיר הוכיח מלשון זה ואין מבואותיה צריכין תיקון, דמיירי דליכא סילוק מחיצה, זה אינו, דלא התחילו להבין את דבריו, דהבית מאיר כתב רק להוכיח דמיירי דיש להעיר חומה, דאם היה מיירי דאין להם חומה והדלתות נעשין על ראשי המבואות, לא שייך לומר דאין מבואותיה צריכין תיקון שהרי עשו השתא תיקון הדלתות להמבואות, וע"כ דמיירי שיש לה חומה ועשו הדלתות להחומה ולא להמבואות, אבל לא דן הבית מאיר כלל מענין סילוק מחיצות, והוא נקט כריהטא דמילתא דכיון שיש לה חומה מסתמא יש לה ד' מחיצות, אבל לא נחית כלל לסתור הסברא של סילוק מחיצות, ובודאי יכול להיות אף במוקף חומה שמסתלקין המחיצות ע"י אורך של מחיצות הרה"ר כמ"ש הביא"פ, והב"מ לא סתר את זה כלל, וע"כ שפיר משכחת לה שעשו דלתות להחומה ואין המבואות צריכין תיקון ואפ"ה מיירי דאין לה שם ד' מחיצות.

ובעיקר דברי הבית מאיר דע"כ מיירי במוקף חומה מדכתב ואין מבואותיה צריכין תיקון צ"ע, דהרי כתב רש"י בדף נ"ט גם על עיר שאין לה חומה ואין מבואותיה צריכין תיקון, וכ"כ מהרי"ט סימן צ"ד על דברי רש"י דף נ"ט דמיירי בלא חומה ואפ"ה אין צריכן תיקון. ובאמת הבית מאיר עצמו בסימן שצ"ב כתב דרש"י מיירי בלא חומה וכתב לפרש כונת רש"י דאין צריכין תיקון היינו דיכולין לערב עירוב אחד עיי"ש. וא"כ לפי דברי הבית מאיר עצמו בסימן שצ"ב נסתר הוכחתו בסימן שס"ד, ובודאי בסימן שצ"ב חזר מדבריו בסימן שס"ד. ממילא אינו מוכרח כלל דהשו"ע סימן שס"ד מיירי דיש לה חומה.

עוד כתב בקובץ הנ"ל לחדש ע"פ דבריו נגד האחרונים, והעמיד יסוד דברחב ט"ז אמה מודים חכמים דאתו רבים ומבטלי מחיצות, והביא ראיה מדברי האבן העוזר שכתב דר' יוחנן אתי כחכמים והא דירושלים חייבין עליה משום רה"ר משום דדלת שאינה ננעלת ליכא שם מחיצה עלה ולא חשובה כשם ד' מחיצות, ובא לפרש דטעמו משום דברחב ט"ז מודים חכמים דאתו רבים כו', ודבריו מבהילי הרעיון הם, כי מה מצא באבן העוזר יותר מהשו"ע, אם הביא"פ מפרש את דברי השו"ע דהמחיצות של אורך רה"ר מסלקים את מחיצות החומה, וכן מפרש רבינו יהונתן הא דירושלים, וכן מפרש בשו"ע הרב (סימן שמה סעיף יא) את דברי השו"ע, א"כ מדוע לא יתפרש כן גם בדברי האבן העוזר דאיירי שאין רק שני מחיצות, מחמת דמחיצות החומה מסתלקת ואין לו אלא שני מחיצות, וברוח השלישי אין לו אלא דלת א"כ לפי מה שחידש האבן העוזר שם דדלתות לא חשוב כשם ד' מחיצות ממילא מודים חכמים דאתו רבים ומבטלי הדלתות, אבל לפרש כוונת האבן העוזר דמודים חכמים ברחב ט"ז דאתו רבים כו' הוא רחוק מאד להעמיס כן בדבריו, דהרי בתוס' מבואר שם להדיא בתירוץ השני דאין שום חילוק בין רחב י"ו לרחב י"ג ובשניהם אין המחיצה מתבטלת לחכמים, ואם היה בדעת האבן העוזר לחלוק על התוס' היה מזכיר בפירוש שהוא חולק על התוס' והרי לא הזכיר שום רמז מענין זה שיהא חילוק בין רחב ט"ז או פחות, ש"מ דהוא מסכים לדברי התוס' בדבר זה.

ובאמת יש להוכיח מדברי האבן העוזר עצמו דאין שום חילוק בין רחב ט"ז לפחות, שהרי כתב הטעם משום דדלתות שאינו נעולות לא חשוב כשם ד' מחיצות, משמע דאם היה חשוב כשם ד' מחיצות לא היו חייבין על ירושלים משום רה"ר לחכמים אף שהיו בוקעין ברוחב ט"ז אמה, וע"כ דס"ל להאבן העוזר כתירוץ השני בתוס' שם. ועוד לדברי האברך בקובץ הנ"ל מפני מה הוצרך האבן העוזר לחדש דדלת שאינו ננעלת לא חשוב כשם ד' מחיצות, הו"ל לומר בפשיטות משום דברוחב ט"ז מבטלי מחיצות אף לחכמים, וע"כ משום דמוכח מקושית הגמ' דאין חילוק, דהרי מקשה על ר' יוחנן אדר' יוחנן דמתני' דפסי ביראות, לכן מפרש האבן העוזר דבההו"א היה ס"ל דאין צריך שם ד' מחיצות משו"ה היה ס"ל דלחכמים אין חייבין על ירושלים אף דלא היה שם שם ד' מחיצות, ובמסקנא ס"ל דצריך לחכמים שם ד' מחיצות ודלתות אינו כשם ד' מחיצות, אבל לא חזר כלל ממה דס"ל בההו"א דאף ברחב ט"ז אמה לא אתו רבים ומבטלי מחיצות, דהרי כל החילוק בין ההו"א להמסקנא אינו אלא דלחכמים צריך שם ד' מחיצות חשובות, ואי איתא כדברי האברך הראה"כ הנ"ל, מה נתחדש להגמ' במסקנא מה שלא הי' ידוע בהו"א, הלא בההו"א כבר ידעו דירושלים היה רחב ט"ז אמה ואפ"ה מהני לחכמים. ועוד אי נימא דבמסקנא חידש הגמ' דחכמים מודים ברחב ט"ז, הלא עיקר זה חסר מן הספר ולא נזכר דברים אלו כלל באבן העוזר, וע"כ דבדותא היא.

גם מה שרצה להעמיס בדברי שו"ע הרב (סימן שסד בהגליון) דלמסקנא מיירי הגמ' דלא היה לירושלים שם ד' מחיצות מחמת דמודים חכמים ברחב ט"ז, הוא הבל הבלים. מי סני לפרש את דברי הרב כמו שכתב הרב עצמו (בסימן שמה סעיף יא) דמיירי דליכא כלל ד' מחיצות מחמת סילוק מחיצות החומה, וכבר האריכו כל האחרונים מדברי התוס' שם בתירוץ השני דאין חילוק בין רחב י"ג לרחב ט"ז, והבית אפרים האריך בהרבה דפין שזה דבר שא"א להיאמר דחכמים מודים ברחב ט"ז אמה דנתבטל, וכדברי התוס' דאין חילוק בין רחב ט"ז לפחות, מדפריך מירושלים על פסי ביראות. והחזו"א (סימן ק"ז אות ח') כתב על המשכנ"י דרצה לחלק בזה וז"ל, זה תימא דא"כ לא מקשה הגמ' מידי, וכבר הקשה התוס' וכו' וכ' בסוף דבריהם דלמאי דפירשו דרה"ר המתקצר במק"א הוי רה"ר אף במקום הקצר ניחא, הרי דפשוט להם דאין לחלק בין ט"ז לפחות, וקושייתם רק אם נימא דמקום הקצר אינו רה"ר, ואנן קי"ל בשו"ע דאף מקום הקצר הוי רה"ר וא"כ אף בט"ז נמי.

ובאמת המשכנ"י הודה בזה להבית אפרים דאין לחלק בין ט"ז לפחות, וכתב שלא הבינו את דבריו ומעולם לא עלה על דעתו לחלק בכך, וכן דעת כל האחרונים דלתירוץ הב' אין לחלק וזהו העיקר, ה"ה התפארת צבי (סימן י"א) והזרע אמת, הנפש חיה, והתורת חסד, והאבני נזר, והביא"פ, והמשכנ"י, והחזו"א (והעתקתי דבריהם בספר "איזהו רשות היחיד"[1]), ואיך ירהיבו אברכי זמנינו לסתור את דברי גדולי האחרונים ולילך נגד התוס' ונגד סוגית הש"ס. ומה שרצה לומר דהשו"ע הרב היה סובר כך, דבריו מרפסין איגרא היכן מצא בשוע"ה שכתב דבר זה, ואי משום שכתב בגליון דלמסקנא מודים חכמים דירושלים היה צריך דלתות, הלא לא כתב שם שום טעם, ושפיר דבריו מתפרשים ע"פ מה שכתב בעצמו בסימן שמ"ה סעיף י"א דמיירי דמחיצות של אורך רה"ר אינו רחוקות אמה ברוחב רה"ר מכנגד חלל השער, [ואם שנתקשה להם דהרי יש מבואות פתוחין לו, הרי קושיא זו יש להם גם על הבית אפרים, וא"כ מהיכי תיתי דנימא משום קושיא זה דהשוע"ה סובר יסוד חדש היפך סוגית הש"ס, ומה עוד שהרי קושיא זו יש להקשות גם על דבריו בסימן שמ"ה, וכבר כתבנו לעיל דאף שיש מבואות פתוחין לו משכחת לה שלא יהיה לו שם ד' מחיצות] וזה דבר שאין לו שחר לחלוק על כל גדולי האחרונים ולתלות עצמם באילן גדול רבינו בעל שוע"ה להעמיס בכוונתו, מה שלא כתב ולא עלה על דעתו.

ומה שכתב בקובץ הנ"ל דכ"כ הצמח צדק בפ"ה מ"ו להדיא דחכמים מודים ברחב ט"ז דרבים מבטלים המחיצה. לא עיין בדברי הצ"צ מראשו לסופו רק הציצו על איזה שורות, דהרי ז"ל הצ"צ, אבל אם הפירצות רחבים ט"ז אמה י"ל דהוי רה"ר, כדמחלקים התוס' שם וכו' דדוקא פסי ביראות לא אתו רבים וכו' כיון שאין הפירצה רק י"ג, אבל הכא דהפתח רחב י"ו אמה אמרינן אתו רבים ומבטלי מחיצות וכו' ומה שתירץ וי"ל הואיל והיה לירושלים צוה"פ וכיון שכן י"ל בצוה"פ אפילו רחב י"ו אמה מהני מדאורייתא, מה גם לפמ"ש התוס' פ"ק דף ו' י"ל י"ג אמה דפסי ביראות הם חשובים רה"ר דאורייתא, אם דרך רה"ר מהלך ביניהם וכו' ואפ"ה מהני פסי ביראות, א"כ ה"ה ברה"ר רוחב י"ו אמה מהני צוה"פ משתי רוחות עכ"ל. הרי דברים ברורים דזה היה רק ההו"א של הצ"צ דהיה סובר דבפסי ביראות אינו רה"ר דאורייתא מחמת שאינו רחב ט"ז, אבל למסקנא מסיק הצ"צ כדברי החזו"א דכיון דגם ברחב י"ג אמה הוי רה"ר דאורייתא תו אין לחלק בין רחב י"ג לט"ז, וממילא לא מיבעיא מחיצות ממש מהני לט"ז, אלא אף צוה"פ מהני לרוחב ט"ז, והרי זה התירוץ של התוס' נפסק בשו"ע דרה"ר המתקצר הוי רה"ר ממילא אין לחלק.

ומה שרצה לפרש דברי שו"ע הרב סימן שמה סעיף יא דמשו"ה מהני שם מדין פסין אם מחיצות אלו אינן רחוקות אמה מכנגד חלל השער, משום דנמצא דרוחב הפתח הוא רק י"ד אמה וכיון שהוא פחות מט"ז אמה לא אתו רבים ומבטלי מחיצות משא"כ ברוחב ט"ז, זה אינו ודבריו מרפסין איגרא, דהרי כל החילוק בין ט"ז לפחות, הוא רק להשיטות דפחות מט"ז אמה לא הוי רה"ר דאורייתא, אבל כאן דמיירי דרחב הפתח הוא י"ד אמה ואפ"ה ס"ל להרב דהוי רה"ר ע"כ מוכח מדברי הרב דאזיל כאן הרב מטעם רה"ר המתקצר, וא"כ הרי אין שום חילוק בין ט"ז לי"ד, וע"כ כל דבריו בטלים ומבוטלים. 






תוקן על ידי findodort ב- 15/01/2012 19:06:47

משהלע » 15/1/2012 18:43

האט דער רבי זי''ע געהאלטן אז מען קען במציאות עפ''י הלכה מאכן א כשר'ן עירוב אין וויליאמסבורג, יא אדער ניין?

findodort » 15/1/2012 19:34

דאס איז וואס שלמה ברענגט פין ש"ע הרב
ז"ל בא"ד שם, "אבל אם העמידו לשם לחי אפילו יש בו יותר מד' אמות נידון משום לחי מפני שיש לו קול שתקנוהו לחי למבוי זה ויש בו היכר אף שרחב הרבה"

די סיבה פארוואס עס איז גיט שרייבט די ש"ע הרב 
שיש לו קול שתקנוהו לחי למבוי זה אין אלע ווייסן אז סאיז דא א עירב נישט אז מען דארף ווייזען ווי די לחי איז. אדער וויסען ווי די לחי איז.  נאך מער די לחי מעג זיין מער ווי ד' אמות חאטש ד' אמות באמערקט זיך נישט די לחי אבער היות אלע  ווייסען אז עס איז דא   א לחי  דאס איז געניג!

די זעלבע איז מיט א לחי העומד מאילו א שטיקעל העלצעלע ביים עק פין מבוי אין קיינער ווייסט נישט אין טראכט נישט אז דאס איז א לחי קימט צי גיין א אידעל צווישען די הינדרעטע אידען - אן א מינין אדער א מזימן - אין טראכט אהא די העלצעל גייט דינען פאר א לחי אין די גאנטצע מבוי קען טארגן הגם קיינער ווייסט נישט אויף וועלכע הלצעלע צווישען די פילע אנדערע העלצעלע אינזער העלד האט זיך סומך געווען אין מען מיז דאס נישט מפרסם זיין אדער קאלירען מיט א פאלרעסענט קאלער אדער שרייבן א טעוולע עד כאן העירוב .

עס שטייט נישט 
מפני שיש לו קול שתקנוהו לחי זה למבוי זה ויש בו היכר אף שרחב הרבה"
 


findodort » 15/1/2012 19:37

עוד כתב האברך בקובץ הנ"ל דבדעת רבינו הק' אינו ידוע דבר ברור, וכתב בהערה ל"ח דבעשיית עירוב להתיר הוצאה דאורייתא לא רצה להקל בשום אופן. הנה הוא כותב משמם של איזה מו"צ שהיו צעירים מאד בשעה שבאו לכאן מייסדי הישוב, והיו אז ילדים קטנים בזמן שדנו בענין זה. ומאידך גיסא הרי לנו מה שנדפס בקונטרס שמח תשמח מהרה"ג ר' שמעלקא פר"מ שליט"א מו"צ התאחדות הרבנים וז"ל (בדף פ"ט) והנה שאלתי פא"פ מהגאון ר' נתן יוסף מייזעלס שליט"א שיאמר לי דברים כהוויתן, והשיב לי שאינו זוכר מה היה הנידון, אבל זה יכול להעיד מה שזוכר בודאות לשון קדשו של רבינו הק' שאמר לו בפה מלא וויליאמסבורג איז זיכער נישט קיין רשות הרבים דאורייתא וחזר וכפל רבינו דבריו אלו עו"פ.


תוקן על ידי findodort ב- 15/01/2012 19:38:42

שלמהווייס » 15/1/2012 20:38

findodort כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז וואס שלמה ברענגט פין ש"ע הרב
ז"ל בא"ד שם, "אבל אם העמידו לשם לחי אפילו יש בו יותר מד' אמות נידון משום לחי מפני שיש לו קול שתקנוהו לחי למבוי זה ויש בו היכר אף שרחב הרבה"

די סיבה פארוואס עס איז גיט שרייבט די ש"ע הרב 
שיש לו קול שתקנוהו לחי למבוי זה אין אלע ווייסן אז סאיז דא א עירב נישט אז מען דארף ווייזען ווי די לחי איז. אדער וויסען ווי די לחי איז.  נאך מער די לחי מעג זיין מער ווי ד' אמות חאטש ד' אמות באמערקט זיך נישט די לחי אבער היות אלע  ווייסען אז עס איז דא   א לחי  דאס איז געניג!

די זעלבע איז מיט א לחי העומד מאילו א שטיקעל העלצעלע ביים עק פין מבוי אין קיינער ווייסט נישט אין טראכט נישט אז דאס איז א לחי קימט צי גיין א אידעל צווישען די הינדרעטע אידען - אן א מינין אדער א מזימן - אין טראכט אהא די העלצעל גייט דינען פאר א לחי אין די גאנטצע מבוי קען טארגן הגם קיינער ווייסט נישט אויף וועלכע הלצעלע צווישען די פילע אנדערע העלצעלע אינזער העלד האט זיך סומך געווען אין מען מיז דאס נישט מפרסם זיין אדער קאלירען מיט א פאלרעסענט קאלער אדער שרייבן א טעוולע עד כאן העירוב .

עס שטייט נישט 
מפני שיש לו קול שתקנוהו לחי זה למבוי זה ויש בו היכר אף שרחב הרבה"
 



 

אויב די לחי איז ד' אמות, און עס איז דארט פון פארדעם, איז עס נישט כשר, ווייל עס איז נישט קיין היכר

אויב אבער מען האט דאס געלייגט דארט פאר א לחי, באקומט דאס פון זיך אליינס א קול, און עס איז כשר

אפשר ביסטו מסביר ווי אזוי די קול ווערט

ווען ער לייגט עס לשם לחי באקומט עס קול

מה שאין כן, ווען עס איז דארט פון פארדעם באקומט עס נישט קיין קול

שלמהווייס » 15/1/2012 21:11

findodort כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'איז קלאר אז די רבי האלט אז הלכה כדיברי המקיל איז נאר געזאגט געווארן כלפי זיכי הפת ווייל עס האט נישט קיין עיקר מה"ת

אבער ווי געזאגט דאס איז נישט נוגע בכלל צי אינזער עינין - דיין צי שטעל פינעם ש"ע הרב איז א איינפאכע עם הרעצות.
שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים" 
דא שטייט נישט וואס די היכר איז דא שטייט פארוואס עס פעלט אויס א קורה - אין די טעם פין קורה ביי א מבו איז "שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא" אין מען זאל דאס נישט מחלף זיין מיט א רשות הרבים.

ביי א צוה"פ איז גאר א אנדערן טעם עס איז נישט קיין תקנת חכמים אין מען האט דארט נישט געמאכט קיין תקנה. ווייל ביי א חצר האט מען קיינמאל נישט גוזר געווען אז מען וועט דאס מחלף זיין  מיט א רשות הרבים. דעריבער ווינדערט זיך די חתם סופר פארוואס זאל אויספעלן א הכר אין ער זאגט גאר א אנדערן טעם ווי ביי מבו

...(אי"ה נאך שבת)



לויט דיר וואס איז טאקע די היכר

און פארוואס האבן די חכמים טאקע געהייסן לייגן א קורה

findodort » 15/1/2012 21:53

די פרעגסט א קורה אדער א לחי אדער א ציה"פ 

ביי א צוה"פ איז גאר א אנדערן טעם עס איז נישט קיין תקנת חכמים אין מען האט דארט נישט געמאכט קיין תקנה. ווייל ביי א חצר האט מען קיינמאל נישט גוזר געווען אז מען וועט דאס מחלף זיין  מיט א רשות הרבים. דעריבער ווינדערט זיך די חתם סופר פארוואס זאל אויספעלן א הכר אין ער זאגט גאר א אנדערן טעם ווי ביי מבו 


findodort » 15/1/2012 21:58

ווער רעד דא פין קורה
א יעדע חדר אינגל ווייסט אז סיי וואס די חכמים האבן געוואלט אז מען זאל קענען זען איז פסול אויב סאיז העכער כ אמות - א קורה איז טאקע פסול אויב סאיז העכר כ.

וואס מיינסטו איז די הלכה ביי א צוה"פ ?

findodort » 15/1/2012 22:06

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויב די לחי איז ד' אמות, און עס איז דארט פון פארדעם, איז עס נישט כשר, ווייל עס איז נישט קיין היכר

אויב אבער מען האט דאס געלייגט דארט פאר א לחי, באקומט דאס פון זיך אליינס א קול, און עס איז כשר

אפשר ביסטו מסביר ווי אזוי די קול ווערט

ווען ער לייגט עס לשם לחי באקומט עס קול

מה שאין כן, ווען עס איז דארט פון פארדעם באקומט עס נישט קיין קול



לאמער פארשטיין די לחי אליין איז נישט קיין היכר ווייל עס איז ברייט ד' אמות אין עס קיקט אויס ווי א חלק פין א וואנט. וועגן דעם אויב סאיז דארט פין זיך אליין טויג דאס נישט. ער מיז דאס נישט לייגן בשעת אנדערע זעען. אין ער מיז דאס אויך נישט ווייזן פאר ר' זלמן לייב פילופ 
אפשר ביסטו מסביר ווי אזוי די קול ווערט

ווען ער מאכט בפועל א תיקון האט דאס א קול (א שמיעה נישט א ראיה) 

שלמהווייס » 15/1/2012 22:41

findodort כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער רעד דא פין קורה
א יעדע חדר אינגל ווייסט אז סיי וואס די חכמים האבן געוואלט אז מען זאל קענען זען איז פסול אויב סאיז העכער כ אמות - א קורה איז טאקע פסול אויב סאיז העכר כ.

וואס מיינסטו איז די הלכה ביי א צוה"פ ?


ביי קורה האלטסו אויך אזוי ווי מיר, אז אויב מען באהאלט עס איז עס נישט כשר

ווייל משה'לע איז שטארק מחולק מיט מיר אפילו אויף די נקודה

findodort » 15/1/2012 22:56

די דארפסט זיך זעצען לערנען.
די ברענגסט א חתם סופר וואס זאגט קלאר פארקערט פין דיר.

איך ווייס נישט צו משה ווייסט די נפקא מינא  צי נישט. קען זיין אז ער פארט נאר מיט מיט דיין צימישעניש כדי צי ווייזען אז אפילו לשיטתך רעדסטו אויך נישט צים דבר. ווייל למעשה א קורה האט דינים ווי אזוי דאס דארף געמאכט ווערן, למשל ווי הויעך ווי דיק וכו' אויב על פי הלכה איז דאס גיט געמאכט איז נישט קיין נפקא מינא צי די אדער יענער ווייסט ווי דאס איז. אין אפילו ווער עס האט דאס געמאכט וויל דיר בשום אין אופן נישט אויס זאגן ווי דאס איז איז דאס אויך כשר. וזה פשוט 



תוקן על ידי findodort ב- 15/01/2012 23:14:56

בלאט: 1 2 3 4 5 6