היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

זאלי'ס ווייקן זיך אין ר' מיילך ווייס בלוט השם ישמרנו

271 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2930224
בלאט: 1 2 3 4 5 6

בלומבערג » 12/12/2011 03:22

פארפאלן איין גיטע זאך איז ארויס געקומען פין די אינטערנעט, אז לפנים שעמען זיך די זאלי'ס מיט די אפענע מעשה רציחה אין זיי לייקענען עס
האפנדליך וועלן זיי זיך אינגאנצען אפלאזן פין די רשעות'דיגע אלטע סאטמערע דרכים אין אנערקענען אז יענער איז אויך א יוד אין ער איז נישט מחיוב טויט שטראף אויב ער טוט אנדערש פין ר' ישראל חיים מנשה מיט אשר מאנן.

היראים » 12/12/2011 04:47

עס איז יום טוב דארט, די אויפגעקלערטע שעמען זיך שוין דערמיט אין די מער פארביסענע שרייען אז מ'דארף עס ווייטער מפרסם זיין
א עקל אין אין א גרויל
אזא פנים האט זייערע פאלטשע מערכעות

שלמהווייס » 12/12/2011 05:11

קען איינער ארויפלייגן די בירור הלכה אז די עירוב איז מותר

פאפיטעס » 12/12/2011 05:38

איך פארשטיי נישט די גאנצע פראבלעם פון די זאליס, פארוואס זיי שעמען זיך דערמיט.

לויט ווי ר' הלל וויינבערגער און ווי די זאליס האבן כסדר מפרסם געווען אין זייערע דרשות און גליונות, אז עס איז א מצוה גדולה נאך שרייען א פרוי וואס טראגט מיט אלע מיאוס'ע געמיינע לאזונגען, ווייל בשעת מען מען שרייט אויף איר, זאל מען טראכטן אז זי איז א "מילך קעסטל".

טא אז א פרוי וואס טראגט איז א "מילך קעסטל", איז ר' אלימלך ווייס ביים עקסידענט באגאסן מיט בלוט, געווען בלויז א "פרוכט פאנטש באקס"... און אים איז דאך א מצוה גדולה צו באשרייען און באזינגען מיט אלע מיאוס'ע לאזונגען און פאשקאווילען.

די גאנצע פראבלעם אז זיין פרוי די צובראכענע אלמנה וועט מער נישט האבן איר מאן ל"ע, זי איז דאך א בלויז א "מילך קעסטל".
 
נו וועם גייט אן אז א "מילך קעסטל" האט פארלוירען א "פרוכט פאנטש באקס"....

פאפיטעס » 12/12/2011 05:47



תוקן על ידי פאפיטעס ב- 12/12/2011 05:47:45

בלומבערג » 12/12/2011 06:09

אין וואס זאגט הלל דעוויס פין פלעטבוש ?
אין עפעס א פארקאש האבן זיי אויך געהאט וואס זאגט ער ?





תוקן על ידי בלומבערג ב- 12/12/2011 06:10:17

colorfull1 » 12/12/2011 06:43

ליצנות אחד דוחה מאה תוכחות אן אכזר איז מען אז מען וויל זיך מעלים עין זיין און א משוגענער אז מ'שרייבט אזאנע פארשקעווילען נאכדערצו ווען עס איז מיתו מוטל לפניו אבער עס נעמט נאך נישט אוועק די חיוב זיך מתבונן צו זיין

שלמהווייס » 12/12/2011 08:34

פארוואס איז דא געווארן אזוי ווילד היינט?

האט שוין טאקע סאטמאר שלום געמאכט מיט גלויזענבורג?

איך פארשטיי די זאלי'ס זענען חיות

אבער ווי איז די בירור הלכה להיתר

האנדא » 12/12/2011 14:29

די זאלי'ס אין א פארלוירנע פראף זעננדיג אז מען קען עס נישט אנלייגן אויף די אהרונים פרובירן זיי יעצט אנדערע
פארפאלן ס'קומט פין זיי זיי קען נישט אנטלויפן פין זייער מעשה נבלה
א מען האדעוועט א פרדארבענע יונגט שנייד מען נעבעך ביטערע פירות

שלמהווייס » 12/12/2011 17:08

האנדא,

די גלויזענבורג'ע זענען בעסער פון די זאלי'ס?

findodort » 12/12/2011 17:26

שלמהווייס

די היתר וואס די זיכסט איז אין ש"ע.

די טריקענע פאקט איז שרוב גדולי הרבנים דהתאחה"ר מדור הקודם – כתבו במכתביהם שיש לעשות עירוב בברוקלין

ואפילו כתבו מכתבים "בעד" תיקון עירובין בשכונת וויליאמסבורג ברוקלין, ה"ה: הגה"צ אבד"ק שארמאש זצ"ל יו"ר התאחה"ר, הגה"צ אבד"ק פאפא זצ"ל , הגה"צ אבד"ק אודווארי זצ"ל , הגה"צ אבד"ק שטשאקאווא זצ"ל , מהר"י שטיינער זצ"ל דומ"ץ קהל עדת יראים  ועוד ועוד, ומכתבי הרבנים הגאונים הנ"ל הרי נדפסו בחייהם


די ווילסט האלטען אנדערש כל הכבוד - אבער מאך דיך נישט צינאר

שלמהווייס » 12/12/2011 17:35

findodort כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

שלמהווייס

די היתר וואס די זיכסט איז אין ש"ע.

די טריקענע פאקט איז שרוב גדולי הרבנים דהתאחה"ר מדור הקודם – כתבו במכתביהם שיש לעשות עירוב בברוקלין

ואפילו כתבו מכתבים "בעד" תיקון עירובין בשכונת וויליאמסבורג ברוקלין, ה"ה: הגה"צ אבד"ק שארמאש זצ"ל יו"ר התאחה"ר, הגה"צ אבד"ק פאפא זצ"ל , הגה"צ אבד"ק אודווארי זצ"ל , הגה"צ אבד"ק שטשאקאווא זצ"ל , מהר"י שטיינער זצ"ל דומ"ץ קהל עדת יראים  ועוד ועוד, ומכתבי הרבנים הגאונים הנ"ל הרי נדפסו בחייהם


די ווילסט האלטען אנדערש כל הכבוד - אבער מאך דיך נישט צינאר


יא, אפילו מען זעט עס נישט

findodort » 12/12/2011 18:53

עס איז נישט דא קיין הלכה אז מען דארף זען א עירוב אדער וויסען ווי דאס איז

לאמיך דיר פרעגן א בלינדער מעג טראגן מיט א עירוב?

קאשוי רב שרייבט אז אינדערהיים האט ער געמאכט א באהלטענם עירוב כדי מען זאל דאס נישט רייסען

ווען האסטו די לעצעטע מאל געזעהן די לינג אדער די קישקע אין באטשער?

מישמאש » 12/12/2011 19:22

עס איז א מחיה צו זען, וואו אזוי די זאליבאנצעס אקטעוועזירן ''דעמעדש קאנטראל'', איין זאלי שרייט אז מען האט גוט געטאן מיטן ווארפן די פאשקעווילן, א צווייטער זאלי זאגט אז די ארוינים האבן עס געווארפן, שמואל קאמפאט בעט מחילה, עס הערשט א טאטאלע צימישעניש און די גאנצע זאלי מענארכיע,

צו די דאזיגע זאליס וואס האבן געווארפן די פאשקעווילן, אז עס איז זיך געקימען מיתה פאר דעם קלויזענבורגער רה''ק, אלס מחלליה מות יומת, פשט איז אז זי ווייסן וואס עס טיט זיך און הימל, האב איך א פאר אומפארענפערטע מעשיות וואס האט ליידער פאסירט, און איך וואלט ווען געוואלט אז די זאלישע הימל קריכער זאלן מיר דאס אנטשיידן,

א' די ערשטע שביעות שנת תש''ס, ווען די זאליבאנישע הענקער האבן נישט געלאזט דעם הייליגן ברך משה זי''ע קימען קיין קרית יואל, אזוי עס איז געווען זיין מנהג פון תש''מ און ווייטער, האט פאסירט א שרעקליכע אומקליק במשפחת עצי התמרים, א מאמע מיט א קינד זענען ליידער פארברענט געווארן צום טויט רח''ל, דאס האט אויפגעציטער די געוויסן ביי יעדן רעכט דענקער מענטש, אפי' דער פוילער מן הארץ ר זלמניו, איז דאן געקימען צו לויפן וואו א פארזעניש, און געבעטן שלום, ( פארשטייט שלום לויט זיין ניסח, עס פארבלייבט מיט די גניבה, און אלע רשעותדיגע אקטיוועטעטן גיין ווייטער אן, אבער ער וויל שלום, וואו יענער האט געזאגט בלוט וועט זיך גיסן אבער שלום וועט זיין)

 

פארוואס איז געקימען דער אומגליק?

 

ב' עס איז סיון תשס''א, עס איז א מהפיכה אין די הייליגע שטאט קרית יואל, וואס גייט פאר? עס גייט זיין וואלען פארן מעאר שטול, אלזא? ''מענדל שוויימער'' האט געמאלדען זיין קאנאדאטור, פארוואס? ווייל ר' זאלי אליינס האט אים געבעטן ער זאל לויפן פאר מעאר, פארוואס? ווייל דער ר' זאלי איז נישט געווען צופרידען צו באקימען וויליאמסבורג, און דער נאך גאנץ ברוקלין, אויף א גאלדענעם טאץ, דער ר' זאלישעל האט זיך פארגליסט אויף קרית יואל אויך, האט ר' זאלישעל מיט זיין חכמה פארשטאנען אז אויב האט ער דעם מעאר אמט, וועט ער באקימען גאנץ קרית יואל אויף א גאלדענעם טאץ,

 

ווער האט אלס געשטיצט דעם מענדל שווימער,? איר וועט נישט גלייבען, נאר די דאזיגע וואס ארבייטן שוין 30 יאר אונטערצוברענגען דעם הייליגען שטעטל קרית יואל, וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט אויפגעבויעט לשמו ולזכרו, נאר די האבן געשטיצט דעם ''אומפארטייאישן מענדל שווימער'' וואו עס איז נאר געווען און שטעטל עפעס א ווערימ'ל אדער א קרעצ'ל האט ער קאמפיינט פאר שווימער, וואס עס האט זיך אויסגעלאזט, איז היסטאריע,

 

רבינו שליט''א אלס מרא דאתרא, האט נישט געקענט צוזען כבלע את הקודש, וואו משנאי השם נשאו ראש, און די גאנצע הארעוואניע פון רבינו הקוה''ט גייט א גאנג, האט ער געלאזט ריפן צו זיך דעם מענדל שווימער'ן און זיך געבעטן מיט שיינעם אז ער זאל נישט לויפן פאר מעאר, דער רבי האט דאן געזאגט, ''דיין לויפון פאר מעארשאפט וועט ארויס ברענגן די בערן פון וואלד'' עכ''ל צדיק,

 

דער מענדל שווימער, דער גרויסער העלד, האט זיך אריין געפיפן און רבינו שליט''א, ער האט געהאט אן הבטחה פון יאשקע משומד ימ''ש, וחביריו דער האנד באוואקסענער יעקב מאיר פרענץ, און וואו אויך פונעם גרויסען ריזען געלן בדחן אז ער גייט געווינען די וואלן מיט א לענדסלייט ח''ו, און ער איז געלאפן פאר מעארשאפט, און פארלוירן וואו עס באדארף צו זיין,  

 

א חודש נאך די וואלן, תמוז תשס''א, עס א שיינעם העלן טאג, קיין וואלקאן זעט זיך נישט אויפן האריזאנט, און מענדל שווימער'ס זון זיצט און כולל קאנטרי און פארברענגט א געשמאקע וועקאציע מיט זיין פארמיליע, און זיין זיס קינד שלאפט זיך ריאיג און איר קינדער וועגעלע,

 מיטאמאל קימט ארויס פון וואלד א שווארצע בער, און לויפט צו צום שלאפעדיג קינד, און שטעקט אריין און איר זיינע מערדערישע ציין, און פארציקט איר אויף טויט רח''ל,  אזא אומגליק, די הימלן האבן דאן מיטגעוויינט, א קליין זיס קינד ווערט טראגיש פארציקט דירוך א חיה רעה, א זאך וואס מען הערט כמעט נישט, רח''ל

 

פארוואס איז געקימען דער אומגליק?

 

ג' ר''ח אלול תשס''ט, וועקט זיך קרית יואל אויף אונדערפרי, און די שרעקליכע בשורה פארשפרייט זיך און די שטאט, אז דער חשובער יונגערמאן האברך החשוב מו''ה עזואל פערלשטיין ע''ה, איז ליידער נישט אויפגעשטאנען אונדערפרי, איבערלאזענדיג א שטוב מיט יתומים, רח''ל, עס שרייט זיך ארויס פון הארץ די קינה וואס דער הייליגער נביא ירמיה, האט מקונון געווען בייים חורבן בית המקדש,

 

מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה. ואבכה יומם וליל חללי בת עמי. על ההרים אשא נהי על נאות מדבר – קינה.

 

לאמיר ציריק גיין א מינוט, א פאר חדשים פאר דעם, האט דער הייליגער באשעפער געהאלפן, אז די ראשי הקהלה, האבן באקימען פולע קאנטראל אויפן בית החיים, וואו עס ליגען אונזער הייליגער רבי'ס זי''ע

און וואו פארשטענדליך, האט דאס ארויסגעברענגט גרויס צארן, און פארדרוס, פון די כת הגנבים, וחמסנים, עס איז געווען א מחיה צוקיקן וואו דער והשיב את הגזילה ווערט אויסגעפירט, און די יאקאבאוויטשליך שפייען הייס בלוט,

 

 ליבי ליבי על חלליהם,

 

 האט זיך דאן אויף געשטעלט דער באוויסטער שגץ, דער ''טאריק אזוז'' שאול פערלשטיין פון מינקאטש, און געזאגט פארן ארון קודש וז''ל: מיר האבן פולע קאנטראל אויפן בית החיים, און אלעס בלייבט ביים אלטען'' עכ''ל,

 

דאס איז געווען פאר די זאליס א ביסל דראדס, ביז................

 

דער חצוף שאול אזיז, האט נישט געוואלט פארהאנדלן מיט די הנהלת קהלתינו הק' בטענתו שאינו מכיר, נא? אז מען האנדעלט נישט, גראבט מען נישט,

 

און דער זעלבער שאול וואס האט הייס פראקאלמירט אז ער האט דעם בית עולם, האט זיך געמיזט אראפלאזן די מכנסיים, און פראקאלאמירן פאר די גאנצע וועלט, אז ער האט ליגענט געזאגט, ער האט געמיזט אנכאפן זיין פארשטארבן קינד נעבאך, און אים א וועק לייגען כדומן על פני השדה.

 

פארוואס איז געקימען דער אומגליק?

 

עס איז געווען א יוד און וויליאמסבורג, ער האט געהייסן אביגדור יאקאבאוויטש, ער האט געהאט א מנהג, אז ווי עס איז געווען מחלוקות, רשעות, רציחה, איז געווען דער ראש וראשון צו שיסן געלט, ( מיר ווייסן שוין היינט פון וואו די געלט איז געקימען)

 

איין מאל ווען דער רשע האט ביטער געפייניגט דעם הייליגן ברך משה זי''ע, האט די ברך משה געלאזט פאלן א לטותא דרבנן, אז מען וועט אים ניישט באגראבן און די אייגענע תכריכים, וואס דאן האט דאס אויסגעזען וואו א דמיון,

 

למעשה?

 

ווייסט יעדער וואס האט זיך אויס געלאזט מיט דעם וויגדור,

 

עס איז נתקדש געווארן די נאמען פונעם הייליגען באשעפער, ווען מען האט געזען וואו בעלי מחלוקות שנידן אפ,

 

מיז זענען נישט און הימל, מיר ווייסען נישט, און פארשטייען נישט דרכי אלוקינו, אבער די טמאים די זאליס, זאגן אז זיי פארשטייען יא, דאן יעמוד......... לאמיר הערן פארוואס זענען געקימען די 4 אויבענדערמאנטע אומגליקען ???????

 

 



תוקן על ידי מישמאש ב- 12/12/2011 19:43:01




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/12/2011 23:26:17

ויואמ_אמת » 12/12/2011 19:31

מעג אויס דיין תגובה  רעדן אויף א שוכן עפר איז אסור ביי יעדן פאל

פשיהא » 12/12/2011 19:34

שוכן עפר???
ר' מילך ווייס איז וואס?

געלעכטער » 12/12/2011 19:34

אויב איז נאך איינער געווען מסופק וועמענס ארבעט דער פאשקעוויל איז, אט קוקט מישמאש'ס פאשקעוויל און ציט אליין די מסקנות. ‎​
 
אגב, דער מופת פון ר' אהרן איז ווינדערליך וועגן די בערן. וויאזוי האט ר' יאנקעלע געזאגט אויף אזא מעשה: איך האב נישט געוויסט אז ער איז געווען אזא מאסן מערדער...

מישמאש » 12/12/2011 19:45

געלעטערל, איך האב געזאגט 2 באזינדערע זאכן,

1 אז דע רבי שליט''א האט געזאגט אז ער זאל נישט ארויסריפן די בערן פון וואלד

2 אז א בער האט אויסגעגסן זיין אייניקל,

עס קען זען אז עס האט גארנישט צוטאן איינס מיטן צווייטען,

איך זע אז די ביזט און הימעל, און די האסט עס גראד צו זאם געשטעלט, הוא אשר דברתי

קריסטאל » 12/12/2011 19:47

ווען וועלט איז וועלט איז וועלט אווי מיילך שטערן האט הייזעריג געשריגן
לייגט מען אריין אלע זאלי'ס אין חרם פאר אזא נידעריגע אקט.

מישמאש » 12/12/2011 19:50

פשיהא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שוכן עפר???
ר' מילך ווייס איז וואס?


יא! קוק, העצל, נארדו,זשאבאטינסקי,ביאלק,מענדלזאן,שבתי צבי, נתן העזתי, אהרן חארינער, הרב גלאזער, ימ''ש זענען אויך שוכני עפר

אויף רשעים מעג מען רעדן, אפי' זיי זיינען שוכני עפר

שלמהווייס » 12/12/2011 20:01

findodort כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

עס איז נישט דא קיין הלכה אז מען דארף זען א עירוב אדער וויסען ווי דאס איז

לאמיך דיר פרעגן א בלינדער מעג טראגן מיט א עירוב?

קאשוי רב שרייבט אז אינדערהיים האט ער געמאכט א באהלטענם עירוב כדי מען זאל דאס נישט רייסען

ווען האסטו די לעצעטע מאל געזעהן די לינג אדער די קישקע אין באטשער?



ביטע לייג ארויף די בריוו ווי קאשוי רב שרייבט אז אינדערהיים האט ער געמאכט א באהלטענם עירוב כדי מען זאל דאס נישט רייסען

ביז דערווייל האסטו געמאכט גאנץ א שיינע בירור הלכה, פון א בלינדער און לינג אדער די קישקע אין באטשער

 

מיר האבן געלערנט אין חדר, אז מען מאכט א עירוב פאר א היכר, אז נאר ביז דא מעג מען טראגן

 

איך מיין אויב מען מעג טראגן מיט א עירוב אפילו מען קען עס נישט זעהן, איז אויך דא זאלץ אין די אריזאנע ווייץ

אייזיל » 12/12/2011 20:40

outspoken כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די וואך שבת נאכן דאוונען האט מאיר הערש גרינבוים געשריגען פארן קלויזנבארגער בית מדרש אין ווילאימסבורג אז אזוי קוקט מען אויס אז מען טראגט מען ווערט גע'הרג'ט ל"ע


כהאב יעצט גערערט מיט מאיר הערש'ן, זאגט ער מיר אז ס'שקר, ער האט די וואך געגעבען קידוש ווייל זיין זון איז א חתן געווארן (מיט א פאפא'נער וואס טראגען) אין ביהמ''ד רחובות הנהר (פעען בעדפארד) און איז ער איז אהיים געגאנגען קיין ווייט עוו.

אזוי גייט די שיינע מעשות


לידעותך ס'איז צוויי מאיר הערש גרינבוימ'ס אין ער רעדט נישט פין וועם די רעדסט
דער בעל מוחה מאיר הערש וואלט זיך נישט משדך געווען מיט איינעם וואס טראגט !

תוקן על ידי אייזיל ב- 12/12/2011 20:41:11

findodort » 12/12/2011 21:00

מען מאכט א עירוב פאר א היכר, אז נאר ביז דא מעג מען טראגן ?!?  - אין וועלכע חדר האס די דאס געלערענט
די קענסט סאען דיין מלמד

ביטע לייג ארויף א מקור אויף וואס די שרייבסט



פאר ווער ס'ווייסט נישט ,

א צורת הפתח האבן חז"ל געזאגט איז ווי א מחיצה גמירה

און האט נישט מיט קיין היכר.  (אויף א קורה אליין איז דא אזא צד אין גמרא נישט אויף לחי וקורה)

שלמה די ביסט נישט שילדיג די ביסט פשוט ברענוואשט פין ליצים מיט א אג'נדע אין האט מיט תורה נישט ציטון 




תוקן על ידי findodort ב- 12/12/2011 21:16:13

יקרבו » 12/12/2011 21:26

די זאלי'ס שפרינגען על מה יצא החרי האף הזה וואס איז די איבערקערעניש די אהרונים פארפירן מען האט געווארפן פאשקעווילן אויף אן עירוב טראגער
אנפאנג האבן זיי געמאכט קודם דעם ביליגען רציחה'דיגע שפיל אין שרייען די אהרונים האבן עס געטיען
נאך דעם זאגן זיי די קלויזנבראגער האבן עס געווארפן
נאך דעם קומט צימערמאן אויף די ריי אז ער האט געווארפן

אבער חס מלהזכיר אז ס'קומט פין די אייגענע זאלי רייען אז יוסעלע פריעד א קווינסער פרי
א נידערעגער יונג וואס האלט זיך פאר גארנישט אפ אז ער האט עס געווארפן

די זאלי'ס לעבן ווי די בת היענה מען לייגט זיך די קאפ אין די ערד אין מען לאכט א גיט'ס אז קיינער באמערקט אים נישט
זיי מיינען אז די וועלט ליגט אויך מיט די קאפ אין די ערד אין מען קויפט אפ זייער שקרנות.

גרוינים » 12/12/2011 21:31

אינטערסאנט צו זעהן ווי זיי פרובירן צו זוכען ווי זייער שטייגער אז זיי זענען גאר די נרדפים און פרובירן יעצט מיט אלע כוחות צו דערמאנען אלטע מעשים מיט צוגעלייגטע זאלץ וואס טאקע די חברה וואס האבן געהאט דערמיט בימים ההם זענען היינט ביי ר' זלמן
כמו שביארתי כמה פעמים

יקרבו » 12/12/2011 21:50

זיי אנטלויפן פינעם אמת פינקט ווי זיי זענען חסידים פין מהרז"ל

מישמאש » 12/12/2011 22:46

די זאלי שקצים קימען יעדע מינוט אויף מיט א נייע מעשה,

די ארוינים האבן עס געווארפן!

עס איז זיך אים געקימען מיתה, ווייל ער טראגט מיטן עירוב, און ר' מנשה מראס לאזט נישט, !

עס איז קיינמאל נישט געווען קיין פאשקעווילן,!

עפעס א רובין האט עס געווארפן,

דער שר המחילות שמואל קאמפאט האט איבערגעבעטן,!

עס איז שוין באלד דא אזויפול תריצים, וואו פיל הכתרות די פשיהא וועקי ראבינער ר' זאלצמןהאט געהאט !

כללטוער » 12/12/2011 22:53

פון דא דארט און שלמה ווייס, כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געזאגט ברבים, אז טראגן טארן מיר נישט, אבער שרייען טאר מען אויך נישט! ס'איז דא רבנים וואס האלטן להיתר, האבן מיר נישט צו שרייען אויף די וואס טראגן, רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכן אן עירוב, האלטן מיר זיך למשמעתו הטהורה, אבער שרייען איז נישט ערלויבט, דאס איז דעם רבין,ס הייליגע דעת תורה

שלמהווייס » 12/12/2011 23:13

findodort כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מען מאכט א עירוב פאר א היכר, אז נאר ביז דא מעג מען טראגן ?!?  - אין וועלכע חדר האס די דאס געלערענט
די קענסט סאען דיין מלמד

ביטע לייג ארויף א מקור אויף וואס די שרייבסט



פאר ווער ס'ווייסט נישט ,

א צורת הפתח האבן חז"ל געזאגט איז ווי א מחיצה גמירה

און האט נישט מיט קיין היכר.  (אויף א קורה אליין איז דא אזא צד אין גמרא נישט אויף לחי וקורה)

שלמה די ביסט נישט שילדיג די ביסט פשוט ברענוואשט פין ליצים מיט א אג'נדע אין האט מיט תורה נישט ציטון 



 

איך האב דא א שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"



[בילד – נישט אפגעהיט]

ברענג דו א מראה מקום אז א עירוב אדער א צורת הפתח איז כשר אפילו מען זעט עס נישט

האנדא » 12/12/2011 23:15

אונטערסאנט ביי מו''ה עזיאל פערלשטיין ע''ה, האבן די זאליבאנצעס געריסן וועלטן כבוד המת, כבוד המת, היתכן מען האט דעם נפטר געלאזט ליגן און אמבעלאנס, ( איי וואו האט מען אים געזאלט לייגן,? )

און דא ביי מו''ה אלימלך קליין ע''ה, איז נישט נישטא קיין כבוד המת, מען מעג ווארפן פאשקעווילן געקען א נפטר, אפי' נאך פאר סתימות הגולל,

די מערכה קעגן דעם עירוב איז אלעס דוחה, עס איז דוחה, שבת, יו''ט, יו''כ, גילי עריות, שפ''ד, אלעסדינג,

פארוואס? ווייל דאס איז די שפיגעלע פון רבי זאלי, דאס איז די איינציגסטע זאך, וואס דער פשיהא רעבע האט אויפגעטאן, זייט זיין ליכטיקייט האט אנגעהויבן צו פארפילן די ברוקלינע גאסען,

findodort » 12/12/2011 23:22

קיק איבער מיין תגיבה. די מישט אויס א קורה מיט א צורת הפתח. דאס זענען צוויי באזינדערע מושגים.
ברענג א מקור אז א צה"פ האט מיט א היכור


די וואס האבן דיר דאס פארקויפט ווייסן די נ"מ זיי פראלזען זיך פשוט אויף דיין איגנערענס אין ע"ה



תוקן על ידי findodort ב- 12/12/2011 23:25:51

שלמהווייס » 12/12/2011 23:39

findodort כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קיק איבער מיין תגיבה. די מישט אויס א קורה מיט א צורת הפתח. דאס זענען צוויי באזינדערע מושגים.
ברענג א מקור אז א צה"פ האט מיט א היכור


די וואס האבן דיר דאס פארקויפט ווייסן די נ"מ זיי פראלזען זיך פשוט אויף דיין איגנערענס אין ע"ה



אין דער היים דארף מען אויך נישט מאכן א היכר אז מען טאר נישט ארויס טראגן אויף די גאס, אבער אויב איינער וועט זאגן אפילו דו זעסט נישט דא קיין ווענט דא איז מיין היים, וועט ער מעגן דארט טראגן

 

די זעלבע איז מיט א צורת הפתח   


findodort » 12/12/2011 23:52

אז די ווילסט זאגען בויך סברות - מסכים

ווי וועט זיין ווען זיין וואנט איז געמאכט פין גלאז אין מען זעט נישט קיין וואנט, וועט ער נישט מעגן דארט טראגן?

די זעלבע איז מיט א צורת הפתח





תוקן על ידי findodort ב- 12/12/2011 23:55:53

האנדא » 12/12/2011 23:56

דאס איז וואס א צימישטער זאלי שרייבט אונעם קווינס פורום

 
עס טוט זיך נאך אלס געפערליך כאאס ביי די ארונים צוליב די שרעקליכע געשעעניש,
אין א בחינה פון יכו יוסי את יוסי!
מ'ציפּט זיך מ'רייסט זיך ביי די קעפּ,
פישער ווארפט די שולד אויף מאסרי און מאסרי אויף צויבּל, צוויבּל אויף לאובּ
אין איין ווארט ס'איז חאָגעֶ!
די שארפערע שרייען אז ס'קומט זיך אים,
און די אויפגעקלערטע, די ביי וואס אהרן ווערט נאר גרויס ביי זיי,
ווען א א"י'דיגער, אדער א לעיקוואדער, גיבט אהרנ'ן א ביסעלע רעקאגנישען.
די האלטן עס נישט אויס, ווייל מ'האט דערמיט אים פארסטעמפלט פאָר עווער!
סאו זיי, די אויפגעקלערטע, זיכן זיך שוין א נייע רבּי,
איך האב זיי היינט געזעהן שטיין אין די קעלט ביים טיהר פון'ם גאלאנטער,
און דאן ביי רבי זיידל קרעטשניף,
אבער מ'האט זיי נישט עקסעפּטעד ביי קיין איינעם, אזא שוואכע שטאטוס האבן זיי. נעבעך.

איצט אזוי, ווער עס פארשטייט א ווארט וואס דער זאלי שרייט דא גייט אריין און גאר א חשובער גורל, וואו מען וועט קענען געווינען בלויז 3  גאר ווערטפולע זאכען.

1 א בלעטעל פונעם הדס שוטה, א בלעטעלע פון רבי זאלישעל'ס הדס!

2 א קנאביל,

3 א חלקה און פאללאקס


תוקן על ידי האנדא ב- 12/12/2011 23:57:23



תוקן על ידי האנדא ב- 12/12/2011 23:57:53

שלמהווייס » 13/12/2011 00:06

findodort כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אז די ווילסט זאגען בויך סברות - מסכים

ווי וועט זיין ווען זיין וואנט איז געמאכט פין גלאז אין מען זעט נישט קיין וואנט, וועט ער נישט מעגן דארט טראגן?

די זעלבע איז מיט א צורת הפתח



דער מושג פון צורת הפתח איז, אז אפילו עס איז נישט קיין גאנצע וואנט, איז הלכה למשה מסיני אז עס ווערט פארעכנט ווי א גאנצע וואנט, דאס מיינט נישט אז עס קען זיין טמיר ונעלם

 

אדרבא, ברענג דו א מראה מקום אז עס איז דא א מושג פון א צורת הפתח וואס מען זעט נישט די צורת הפתח


אבראהאם » 13/12/2011 00:14

איך מיין די פרשה איז די ערשטע פרשה וואס די זאלי באנדע זענען ערנסט פארלוירן
אן קיין מעסיזש
די יונגעלך זענען צי'חוש'ט זיי האבן קודם געמיינט ס'איז א זשאוק

אבער ציביסלך הייבן זיי אן ציפילן די היץ פין די גאס, מענטשן זענען נישט גרייט זיך צי לאזן טרעטן פין די זאלי רשעים אין מערדער
נישט פארגעסן די אלע פאשקעווילן איז מיט קלארע אויטעריזאיצע פין זייער לישקע קישקע ובראשם פין זייער פיורער דער עם הארץ.

בלומבערג » 13/12/2011 00:24

אברהאם די חלומ'סט זיי זענען אינגאנצן נישט פארלוירן זיי לאכן אין זיי זענען עומד ברשועתם
רשעים אפילו בפתחה של גיהנם לא שבים

זיי זענען עלול צי דעם אין אויף אסאך ערגער.

שלמהווייס » 13/12/2011 01:20

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דער מושג פון צורת הפתח איז, אז אפילו עס איז נישט קיין גאנצע וואנט, איז הלכה למשה מסיני אז עס ווערט פארעכנט ווי א גאנצע וואנט, דאס מיינט נישט אז עס קען זיין טמיר ונעלם

 

אדרבא, ברענג דו א מראה מקום אז עס איז דא א מושג פון א צורת הפתח וואס מען זעט נישט די צורת הפתח


 

טעות, עס איז נישט קיין הלכה למשה מסיני

 

קוק אריין אין סימן שס"ב ווי מען רעדט פון צורת הפתח וועסטו זעהן אז מען האט דארט אויך נישט אלץ מתיר געווען

 

עס ווערט נישט אין שו"ע גערעדט פון א מושג אז די חכמים זאלן לאזן טראגן דארט ווי מען זעט נישט קיין היכר צו די רשות הרבים


פאמאגראנט » 13/12/2011 01:36

ווער געדענקט מען האט געמאכט פורים מען האט געברענגט גרויסע אייזערנע טירן אויף ראדני
נאך א רינגעלע פין די לישקע קישקע פורים בי"ד.

שלמהווייס » 13/12/2011 02:50

findodort כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אז די ווילסט זאגען בויך סברות - מסכים

ווי וועט זיין ווען זיין וואנט איז געמאכט פין גלאז אין מען זעט נישט קיין וואנט, וועט ער נישט מעגן דארט טראגן?

די זעלבע איז מיט א צורת הפתח



שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', והנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".   

הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א

[בילד – נישט אפגעהיט]
שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, "ולפענ"ד יש להסביר עוד, דהכיא דצריך תיקון וכו', וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת"

[בילד – נישט אפגעהיט]

פילעף » 13/12/2011 04:07

א קלויזנבארגער זיוד אגט מיר יעצט אז בשעת די לווי' איז געווען די בלוט'יגע פאשקעווילן אויף די גאס

ריפל » 13/12/2011 05:56

גרוינים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איינער שרייבט מיר אין אישי:

 איך האב זייער א שווערע קשיא:

א רשות הרבים דאורייתא הייסט נאר:

1) אויב עס איז שישים רבוא בוקעים בו 

2)עס איז ברייט 16 אמות, 

קיין איין איינציגע גאס אין וומ"ס האט נישט קיין איינס פון די 2 זאכן, און אפילו א רשות הרבים דאורייתא אויב עס האט א צורת הפתח מעג מען מן התורה דארט טראגן, 

קומט אויס אז די גאנצע טראגען  אין וומ"ס איז לכל היותר א דרבנן, און באמת איז עס אפילו א דרבנן אויך נישט, ווייל אפילו רביה"ק האט נישט געזאגט אז מען טאר נישט מאכן קיין עירוב, ער האלט נאר געהאלטן בתורת חומרא אז עס איז נישט גוט צו מאכן קיין עירוב,און אין אונזער פאל, האט די עירוב א הכשר פון הרה"ג ר' פישל הערשקאוויטש וואס אלע נארמאלע דיינים ביי די זאליס אזויווי ר' לייבוש פר"מ וועלן מודה זיין אז ער איז א אנגענומענע דיין,

און אויף דעם שרייען די זאליס:
מחלליה מות יומת
און אז אלע צרות ישראל קומען פאר דעם

יעצט הגע בעצמך וויאזוי קען זיין אז זמן "רבינו תם" מוצ"ש און מוצאי יו"כ וואס "אלע אלע" רבנים האבן אנגענומען ביי די אסיפה פון החאחדות הרבנים תשי"ד, קיין איין חסידישע דיין וועט נישט מתיר זיין צו טוהן אפילו א מלאכה דרבנן פאר די 72, און אין יענע פאל איז עס א חשש "דאורייתא", אויב עס איז נאך באמת נישט די זמן, היכי תמצי אז קיינער קערט נישט?

אין קורצן צוויי קשיות:

1) וויזניץ זמן איז א שאלה דאורייתא און עס איז קעגן וויאזוי עס ווערט גע'פסקנ'ט אין שו"ע משא"כ עירוב אין וומ"ס איז נאר א חומרא פון בעל דברי יואל זי"ע,

2) הסתכלות בנשים און נאכשרייען פרויען און שטיפן קערידזשעס, איז אביזרייהו דעריות וואס איז מעגליך יהרוג ואל יעבור,
און עס איז דא עטליכע איסור דאורייתא,

א) ולא תתורו אחרי עיניכם
ב) לא תונו
ג) אביזרייהו דעריות
ד) חילול שבת פאר די 72

דאס איז מותר לכתחלה און קיינער קערט נישט, משא"כ א חומרא פון רבין ז"ל איז מחלליה מות יומת?

און מיין תירוץ אויף דעם איז זייער פשוט ביי די חברה איז בג"ץ אויך א מצוה ווייל זיי זענען קוב"ה אליין און זיי זענען די רבי ז"ל אליין און זיי זענען די די תורה נישט פארפליכטעט בלויז שררה ואשר יעבור על פיהם מות יומת
 


תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:01:55



תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:08:19



תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:08:52



תוקן על ידי גרוינים ב- 12/12/2011 00:33:38

שלמהווייס » 13/12/2011 06:17

מן הסתם איז דאס די בירור הלכה

עירובווילי » 13/12/2011 06:36

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מן הסתם איז דאס די בירור הלכה

ביי מיר איז גענוג די בירור הלכה פון

כ"ק הגה"צ אדווארי רב זצ"ל

ולהדבחל"ח

הגאון הגדול מו"ה אפרים פישל הערשקאוויטש שליט"א

הגאון הגדול מו"ה יחזקאל ראטה שליט"א

וואס האלטן אז מען מעג טראגען מיטן עירוב אין ווילימסבורג
זיי ווייסען אויך פון די אלע שאלות וואס די ווייסט


נ ב  אז די ווילסט וויסען וואס דער קאשוי רב זצ"ל האט געהאלטען, גיי זיי מוחל אריבער צו זיין איידעם הגאון ר' יוסף משה פרידמאן שליט"א אב"ד סוואליווא, און פרעג אים וואס איז געווען זיין שווער'ס דעת לגבי דעם עירוב און ווילימסבורג, איך מיין אז ער נאך אזא ת"ח וווי זיין שוואגער, וואס פין אים שטאמט דעי גאנצע זאך אז דער שבת וועט אינטערגיין 

שלמהווייס » 13/12/2011 06:47

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

                                   כתב:findodort

שלמהווייס

די היתר וואס די זיכסט איז אין ש"ע.

די טריקענע פאקט איז שרוב גדולי הרבנים דהתאחה"ר מדור הקודם – כתבו במכתביהם שיש לעשות עירוב בברוקלין

ואפילו כתבו מכתבים "בעד" תיקון עירובין בשכונת וויליאמסבורג ברוקלין, ה"ה: הגה"צ אבד"ק שארמאש זצ"ל יו"ר התאחה"ר, הגה"צ אבד"ק פאפא זצ"ל , הגה"צ אבד"ק אודווארי זצ"ל , הגה"צ אבד"ק שטשאקאווא זצ"ל , מהר"י שטיינער זצ"ל דומ"ץ קהל עדת יראים  ועוד ועוד, ומכתבי הרבנים הגאונים הנ"ל הרי נדפסו בחייהם


די ווילסט האלטען אנדערש כל הכבוד - אבער מאך דיך נישט צינאר

יא, אפילו מען זעט עס נישט

עירובווילי » 13/12/2011 07:41

בשם די טויזנטער אידען וואס וואוינען און וויליאמסבורג

 

וויליאמסבורג איז זייער פארווייטאגט!!!

 

עס איז דא אפאר טעראריסטען וואס ווילען נאר ווייזען אז זיי זענען באלעבאס און וויליאמסבורג און איעדער וואס וואוינט און ווילאמסבורג איז אונטער זיי, זיי מיינען נישט קיין עירוב, זיי האבען נאר א פראבלעם מיט אני ואפסי, און וועגען דעם טערארעזירען זיי איעדעם איינעם  וואס גייט נישט און זייער שטרוים,

 

גענוג איז גענוג!!!

 

ענק וועלען אזא סוף ווי אלע דיקטעטארס האבן געהאט

פאפיטעס » 13/12/2011 07:59

איבער די פרשה פון די שרעקליכע מעשה ל"ע, ווען די בער האט גע'הרג'ט זימער דאס קינד.

דאס קינד איז געווען א אייניקל פון ר' מענדל שווימער וואס איז דעמאלס געלאפען פאר מעיאר אין קרית יואל און אנגעזייעט א שרעקליכע חילול ה', די מעשה איז פארגעקומען אין כולל קאנטרי פון די זאליס, האט דעמאלס מיידלך שטערן געשריבן אן ארטיקל איבער דעם אין דער איד, און האט געשריבן דארט מיט גאנצע ראיות אז די שרעקליכע מעשה האט פאסירט

לייגטס צו קאפ...

ווייל די אהרונים זענען געגאנגען אין קארט...!

ווער עס האט די ארטיקל פון דעמאלס איז געבעטען עס אריין צו שטעלן דא.

שלמהווייס » 13/12/2011 09:17

ביז דערווייל האט עס נאך נישט מיט די זאלי'ס

די גלויזענבורג'ע האבן נאך נישט געברענגט א מראה מקום אז א עירוב וואס מען זעהט נישט איז כשר

אין שו"ע הרב שטייט אז א קורה איז א היכר צו די רשות הרבים

אין שו"ת דברי יואל שטייט אז צורת הפתח דארף אויך האבן לויט רוב פוסקים א "הכירא קצת" א שטיקל היכר

אין שו"ת חת"ם סופר שטייט אז צורת הפתח אפילו עס דארף נישט זיין קיין היכר, אבער אויב מען זעהט עס נישט, האט עס נישט קיין דין פון א צורת הפתח, ווייל א מענטש מאכט נישט קיין טיר אויף א פלאץ ווי מען זעהט עס נישט

שלחן ערוך הרב מבעל התניא, סימן שס"ג סעיף א' "וכיון שיש קורה על פתחו יש בזה היכר וזכרון לרואים שיכירו וידעו שתקנת חכמים הוא קורה זו במבוי זה ולא יתחלף להם ברשות הרבים"

שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, "ולפענ"ד יש להסביר עוד, דהכיא דצריך תיקון וכו', וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת"

שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, " אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', הנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".   

הובא בשו"ת דברי יואל תשובה כ"א

האנדא » 13/12/2011 16:52

איך הער אויף דעם שבת וואס קומט רישן זיך די זאלי'ס אויף גרויסע פראסטעטן צי ווייזן אז די מערכה איז אין פולן קראפט אין זיי וועלן ווייזן טאקע אז רב ווייס איז פארדעם נענש געווארן ווייל ער האט געטראגן אין שבת.

ישראל כשהן יורדין .

משהלע » 13/12/2011 17:30

איך האב נישט דורך געליינט אלע תגובות ווייל לדעתי איז זייער נאריש מחליט צו זיין אויף היידפארק די הלכה, מיר איז גענוג אז גדולי ישראל ווי דער אודווארי רב זצ''ל און רבי פישל הערשקאוויטש שליט''א מיט רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א און רבי יחזקאל ראטה שליט''א זאגן אז דער עירוב איז כשר, ווארשיינדליך דארף דאס נישט יעדער זען, עס איז גענוג אז מען קען דאס זען (ווער עס ווייסט ווי עס איז), דער קאשויער רבי זצ''ל אין די הקדמה פון זיין ספר טל השמיים שרייבט אז אלץ רב אין קאשוי נאך די קרוג האט ער געמאכט א עירוב וואס קיינער האט נישט געזען, (צוליב טעראר פון די גוים) אלזא, האט איר א פסק הלכה פון א גדול בישראל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6