מעג מען לייגן א קורה אזוי אז מען זאל דאס נישט באמערקן יא אדער ניין ווען יא און ווען ניין
תוקן על ידי שלמהווייס ב- 16/01/2012 00:53:27
מעג מען לייגן א קורה אזוי אז מען זאל דאס נישט באמערקן יא אדער ניין ווען יא און ווען ניין
תוקן על ידי שלמהווייס ב- 16/01/2012 00:53:27
למשל עס וואוינען 100 מענטשן אין א מבוי, איינער זאגט אז ער האט געלייגט א קורה אונטער כ' אמות, ברייט א טפח על טפח, די אנדערע 99 מענטשן זאגן אז זיי זעהן עס נישט, די איינער איז נישט מחויב צו זאגן ווי די קורה איז, אזוי ווי "פון דא דארט" האט גע'פסק'ענט, מיר זענען נישט מחולק מיט די פסק, ווייל מיר האבן נישט קיין מראה מקום אז ער דארף יא צו ווייזען ווי דאס איז די שאלה איז נאר מעגן די 99 מענטשן טראגן אין די מבוי יא אדער ניין ווען יא און ווען ניין
תוקן על ידי שלמהווייס ב- 16/01/2012 03:51:25
תוקן על ידי findodort ב- 16/01/2012 05:35:16
|
יא אדער ניין
ווען יא און ווען ניין
|
מן הסתם האבן די חכמים טאקע געוואלט, ווען זיי האבן געהייסן מאכן אן עירוב, אז מען זאל פאררעכענען די אלע מענטשען פאר בלינד ל"ע
דאס איז זיכער פשוט פשט אין די הלכה
די סיבה וואס די חכמים האבן געהייסן מאכן א היכר איז נישט נאר פאר די טראגער, די חכמים האבן אויך געוואלט אז די צוקוקער זאל אויך זעהן אז דא איז נישט קיין רשות הרבים
משה'לע, כתב
"זייער פשוט, אויב איז דער איינער א איש נאמן, וואס יעדער גלייבט עם, מען איז נישט מסופק אז ס'איז אמת"
נו, פארוואס אויב די לחי איז ד' אמות, און עס איז דארט פון פארדעם, איז עס נישט כשר
פארוואס קען נישט א 'איש נאמן' זאגן אז ער האט זיך סומך געווען דרויף, און עס זאל זיין כשר
פארוואס דארף מען לייגן א פרישע לחי
|
וויאזוי ווערט מיטען מאכן א תיקון 'א קול'
אויב מיטען לאזען וויסן, אז ער האט געמכט א תיקון
נו, פארוואס דארף ער צו לייגן א פרישע לחי
זאל ער לאזען וויסען אז ער האט זיך סומך געווען
און מאכן א גרויסע קול
פעלט דאך פארדעם נישט אויס צו לייגן א פרישע לחי
"ער מיז דאס נישט לייגן בשעת אנדערע זעען"
ער מיז דאס אויך נישט לייגן אזוי אז אנדערע זאלן דאס נישט באמערקן
משה'לע,
פון וועלכע תורה שרייבסטו דא נאך
אפשר האלטסטו גאר יעצט אינמיטען שרייבן א נייע תורה
דו רעדטס מיט אזא זיכרקייט, און דו האסט נאך נישט אנגעוויזען קיין איין מראה מקום
"והדברים פשוטים מאוד לכל מאן דבעי למידע." ועיין בתורת הנסתר
ועוד יש לעיין בסדר התרת נדרים, וז"ל "הכל יהיו מותרים לך" "כולם מותרים לך, כולם שרוים לך"
משה'לע,
אויב איינער וועט גלויבן אז א לחי וואס איז ברייט ד' אמות איז כשר וועט ער מעגן טראגן
האט טאקע די כשרות העירוב צוטאן מיטען גלויבן דערין
וואס איז די פראבלעם אז די לחי איז א ביסעל ברייט
עס האט די שיעור
תוקן על ידי שלמהווייס ב- 17/01/2012 09:00:11
משה'לע,
האט דער קאשויער רב ז''ל מחולק געווען מיט די שו"ת דברי יואל תשובה כ"א, " וגם בצורת הפתח דעת רוב הפוסקים דבעינן גם הכירא קצת"
ער שרייבט אז "שלא יהא ניכר שעירוב הוא"
איז דא דא א מחלוקה וואס רוב פוסקים האלטן
און איז ער אפשר אויך מחולק מיט דעם שו"ת חת"ם סופר תשובה צ"א, "אודות הכשר מבוי בצורת הפתח שהקנים אינם נראים בתוך המבוי וכו', והנלע"ד דפתח בלי שום הכירא לא עבדו אינשי וכו' וה"ל כפתחא בקרן זויות וכו' מ"מ כיון דלא עבדי אינשי הכי לא הוי צורת הפתח".
און דער קאשויער רב ז''ל האט געמאכט אן עירוב וואס "שלא יהא ניכר שעירוב הוא"
קאשויער רב זצ״ל איז דאך תלמיד דתלמיד פון חת״ס זצ״ל און ממשיך דרכו געווען כידוע
און קאשויער רב ז''ל שרייבט דאס אלץ א מעשה און כידוע אז לויט א מעשה פאסקענט מען נישט
און דער חת"ם סופר און סאטמאר רבי שרייבען עס אין א תשובה
האט קאשויער רב ז''ל נישט געשפירט פאר וויכטיג זיך וויסענדיג צומאכן פון חת"ם סופר און סאטמאר רבי
אדער אפשר גאר איז עס בכלל נישט קיין סתירה
עס קען זיין א "היכר קצת", און אין די זעלבע צייט "שלא יהא ניכר שעירוב הוא"
|
|
משה'לע,
זעהט אויס אז דו האסט אנגענומן אז עס בכלל נישט קיין סתירה
עס קען זיין א "היכר קצת", און אין די זעלבע צייט "שלא יהא ניכר שעירוב הוא"
לויט דיר נוצט דער קאשויער רב ז״ל דעם ענין פון היכר אויף אנדערע מענטשען און נישט ווי דער חת״ס און דער רבי?
הייסט דאס אזוי, דער חת"ם סופר און דער רבי ווען זיי זאגן אז עס דארף צו זיין ניכר, רעדען זיי אז עס דארף צו זיין ניכר פאר דעם וואס מאכט די עירוב
און צו דעם איז דער קאשויער רב ז''ל אויך מודה
און דער קאשויער רב ז''ל זאגט "שלא יהא ניכר שעירוב הוא" מיינט ער פאר אנדערע וואס האבן נישט געמאכט דעם עירוב
אבער פאר די וואס האבן געמאכט דעם עירוב איז עס יא געווען ניכר
קומט אויס אז כאטש, סיי דער חת"ם סופר און סיי דער רבי ווי אויך דער קאשויער רב ז''ל ניצען די ווארט 'הכירא' 'היכר' 'ניכר'
האבן זיי נישט גערעדט פון די זעלבע מענשען
און זיי האבען אלע פארשטאנען אז משה'לע גייט מסביר זיין די דאזיגע חילוק
און אויך האבן זיך דער חת"ם סופר און דער רבי פארלאזט אז ווען דער קאשויער רב ז''ל וועט זאגען "שלא יהא ניכר שעירוב הוא" אז מען זאל דורך דעם פארשטיין וואס זיי מיינען מיט די ווערטער 'הכירא' 'היכר', אז מען רעדט נאר פון די וואס מאכען דעם עירוב, און נאר פאר זיי דארף צו זיין די היכר, און מען וועט זיך נישט טועה זיין און מיינען אז דער היכר דארף אויך זיין פאר די וואס האבן נישט געמאכט דעם עירוב
אדער האבו זיי פשוט געהאלטן אז היכר מיינט נאר פאר דעם וואס לייגט דאס
און קיינמאל נישט געהאלטען אז עס דארף בכלל זיין א היכר פאר אנדערע, אדער אז איינער קען זיך אפילו אין דעם טועה זיין
און דער קאשויער רב ז''ל דערציילט סתם א מעשה, אז ער האט געטאן ווי די הלכה, און ער האט געמאכט אז "שלא יהא ניכר שעירוב הוא"
און אויך וואס דו זאגסט אז "אבער פון א מעשה רב קען מען זיכער יא פסקענען"
יא א מעשה רב וואס איז געבויעט אויף א בירור הלכה, קען מען זיך דערויף פארלאזן, ווייל דאס ווייזט אז דער מברר פארלאזט זיך אליינס אויך אויף זיין בירור, במילא איז א מעשה רב שטערקער ווי בלויז א בירור הלכה, משא״כ א מעשה אן א בירור ווייסט מען נישט אויף וואס ער האט דאס געבויעט, קען מען זיך נישט פארלאזען דערויף ווייל מען קען נישט וויסען צו מען האט געמאכט א טעות דארט, און אויך קען מען נישט מדמה זיין ווייל מען ווייסט נישט וואס דארט איז געווען פונקטליך די מעשה, אפי׳ א קלייניגקייט אין די מציאות קען משנה די הלכה
עכ״פ אויף בלויז א מעשה אן א בירור, ובפרט א מעשה וואס מען ווייסט נישט וואס די פונקטליכע מעשה איז געווען קען מען נישט פסק'ענען, און דאס איז איינס פון די כללי הוראה.
|
משה'לע,
דאכט זיך אז דו האסט דיך אפגעשטעלט א ביסעל צו פרי
דו וואלסט געקענט גיין נאך א טריט ווייטער
דהיינו, אז דער קאשויער רב ז''ל האט געמאכט א לכתחלה'דיגע עירוב
ווייל לכתחלה נאכדעם וואס מען שטעלט אהין די עירוב, און עס איז א היכר פאר דעם וואס האט עס געמאכט, דארף מען צו מאכן אז "שלא יהא ניכר שעירוב הוא"
נאר אין די פלעצער ווי מען זעהט יא דעם עירוב און מען דערקענט אז דאס איז אן עירוב, איז עס אויך כשר בדיעבד, און ווי באלד עס איז שווער עס צו באהאלטן, פארלאזט מען זיך אויף בדיעבד
|
משה'לע,
אפשר ברענגסטו ערגעץ ווי מען רעדט אין שו"ע אדער פוסקים פון עירוב, און עס ווערט דערמאנט די זאך פון "נאמנות" אדער "ערליכער איד וואס מען איז זיך סומך אויף איהם"
איך מיין אז עס ווערט בכלל נישט דערמאנט די ווארט "נאמנות" אדער "ערליכער איד וואס מען איז זיך סומך אויף איהם", ווייל עס קומט בכלל נישט אריין ביי עירוב
ביי א שוחט, פעהלט אויס אז ער זאל זיין א יראת שמים, ווייל דארט דארף מען זיך פארלאזען אויף איהם
קען איינער ביטע ארויף לייגן די תעודת הכשר פון די קרית יואל''ער עירוב?
|
אנטשולדיג, איך האב נישט פארשטאנען די טיפקייט פון דיין פראגע
יא, די שטריק פון די צורת הפתח מעג זיכער זיין העכער 20 אמות
אבער די צוויי לחי'ס פון די צורת הפתח, דארף צו זיין אינטער 20 אמות
ווייל א צורת הפתח דארף בלויז קצת היכר