היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

682 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2840136
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14

boyskver » 26/10/2010 18:39

איך לייג דא צו א לינק ווי איר קענט תיכף שפרינגען צו די לעצטיגע פאסירן ארום די שריפה אן דעם וואס איר זאלט דארפן דורכליינען די אלטע היסטאריע. 

http://www.bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2840136&whichpage=11#R_3














סקווער רעבעס גבאים-ראשי הקילה שלו' בער פישעל און מענדל בערגער
זיי האבן ארויסגעווארפן קליינע קינדעלעך וואס זייערע עלטערן ווילן נישט דאווענען אין סקווערע בית המדרש, און יעדן שב"ק גיין זיי ארויס ארום 10 מוניטן פון שטעטעל צו די שכנותדיגער נורסינג האם וואס הייסט FREEWALD וואס האט אויך א שול  און די אלטע אידן זענען זיך מחי' ווען מענטשן קומען זיי באזוכען דארטן צו דאווענען.
זיי האבן פראטעסטירט ביי איינעם פון די עלטערן וואס האט נישט געוואלט זיך אינטערגעבן צום רבינ'ס טעראר,
האבן די הייסע סקווערע חסידים (וואס ביי זיי איז דער רבי הייליגער פון גאט ה"י) טערארעזירט און
האבן זיי א גאנצע נאכט געפייניגט און געשאסן די ווינדאס און געמאכט שרעקליכע פראטעסטען פאר זיין הויז
און געשריגען מיט שרעקעדיגע קולות שקץ ארויס און געזינגען קללות נמרצות,,,,
דאס טעראר איז קאנטראלירט געווארן דארך דעם רבינ'ס עלטסטער זון דער מ"מ הצ' אהרן מ' טווערסקי ער איז געזיצען און זיין אוטא ווי מען זעט אויפן פראטעסט פילם,
ביז עס האבן זיך ב"ה אראפגעלאזט א מחנה פון פאליציי קיין סקווער און פארטריבן די גלויביגע סקווערע חיות,
דער פאליציי קעפטען איז אויך אריין צום רבינ'ס רעכטע האנט דער רה"ק מענדל בערגער און אים געגעבן א שארפן מעססעדש איבערגעבן פארן רבין אין זיינע חסידים,
אז אויב דאס ווערט נישט תיכף אפגעשטעלט וועלן זיי פארהאלטן ווערן אויף זייער גאנצען אחריות אויף אלע שאדענס.   

[בילד – נישט אפגעהיט]

http://www.youtube.com/watch?v=Pj_nL4yb1Fo

תוקן על ידי boyskver ב- 26/10/2010 19:25:33

 



תוקן על ידי המהדרין ב- 26/10/2010 20:26:47

 



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 14/11/2010 23:59:05




תוקן על ידי המהדרין ב- 26/05/2011 20:57:11

boyskver » 26/10/2010 18:44

א פילם פון סקווערן פרטעסט פ' חי' שרה

boyskver » 26/10/2010 19:09

הצלה! ראטעוועטס! סקווערע קליינע קינדער און אמשולדיגע אידן בעטן הילף!
יעדער זאל ריפן און בעטן רחמניות פון די צוויי ראשי הקילה
שלום בער פישל
מענדעל בר"ח בערגער
פליז סטאפטס דעם טעראר!
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי boyskver ב- 26/10/2010 19:11:19

מלך_מלכים » 26/10/2010 19:23

איז עס אמת אז מען ווארפט זיי ארויס נאר ווייל זיי גייען דאווענען אין נורסינג האוים? אדער סאיז דא אנדערע זאכן אונטער דעם?

קעציל » 26/10/2010 19:23

זעהט אז די סקווערע האבן זיך געלערנט פון זייער רבי'ס שוואגער, סקווירא רבי איז א וואוילער איד עס נאר א שאד די הייסע חאסידים זאלן טין אזעלעכע זאכן, קרית יואל יוכיח.

boyskver » 26/10/2010 20:04

ביטע נישט אריינמישן סאטמאר דא, ווייל ביי זיין שוואגער און מאנרא איז שוין יא דא צענדליגע שולען
סקווער איז נישט סאטמאר  סאטמאר איז נישט סקווער

תוקן על ידי boyskver ב- 26/10/2010 20:10:02

boyskver » 26/10/2010 20:05

דער סקווערע רבי מיטן שוואגער און מיט קלינטאן

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי boyskver ב- 26/10/2010 20:15:46

משה9 » 26/10/2010 20:10

דער סקווערע רבי איז א הייליגע און א וואוילער איד. פערצופאל קען איך צוויי פון די קעגען וועם מען פראטעסטירט. זארגט אייך נישט מען האט זיי נישט געכאפט מיט דריי פאר תפילין. הלוואי אז מ'וואלט זיי געכאפט כאטש מיט איין פאר תפילין. וד"ל. די זענען אזעלכע וואס איר וואלט זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט זיי.

חיי_שעה » 26/10/2010 20:29

זאלן זיך די 2 משפחות אויפהייבן און גיין וואוינען קיין מאנסי, עס איז נישט קיין שום ענין צו וואוינען אין סקווירא שטעטל און פירן א מערכה קעגן די הנהגה.

לדעתי זענען די צוויי אינגעלייט די טעראריסטן פארן טערעראזירן א גאנצע שטעטל

דייקן » 26/10/2010 20:41

חיי_שעה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאלן זיך די 2 משפחות אויפהייבן און גיין וואוינען קיין מאנסי, עס איז נישט קיין שום ענין צו וואוינען אין סקווירא שטעטל און פירן א מערכה קעגן די הנהגה.

לדעתי זענען די צוויי אינגעלייט די טעראריסטן פארן טערעראזירן א גאנצע שטעטל


חיי, דאס ביזטו, אדער דיין ארבעטער...?
דאס איז דאך אקוראט שיטת חסידי מהר"א אין קרית יואל?!
שיטת חסידי מהרי"י לויט ווי איך דענק, איז אז די הנהגה זאל אוועקמופן.

חיי_שעה » 26/10/2010 20:51

דייקן די דערמאנסט מיר פון א מעשה וואס מיין מגיד שיעור פלעגט פארציילן, די מעשה גייט אזוי:

איך האב אמאל געזען א ווארעמער חסידישער בחור אנגעטון אין א גארטל מיט לאנגע נאסע פיאות עס איז געווען קענטליך אז ער קומט יעצט פון מקוה, און ער לויפט...

שטעל אים אים אפ און איך פרעג אים "ווי אהין לויפסטו?" זאגט ער מיר איך לויף דינען עבודה זרה...

פרעג איך אים "ווי קען אזא זאך זיין?" זאגט ער מיר אז ער איז אויפגעשטאנען פרי זיץ צו צוקוקן צו די עבודה פון זיין רבי, ער האט זיך באהעלטן אינטערן פענסטער און ער האט געהערט ווי די רבי שרייט הויך "וסרתם ועבדתם אלהים אחרים" איך פרעג נישט קיין קשיות און אויב די רבי האט געהייסן לויף איך...

די טראגסט ביי מיר א פנים פון דעם בחור...

די האסט מיר געהערט דא רעדן פון קרית יואל אדער פון סקווירא? איך האב גערעדט דא פון די הנהגה אין קרית יואל אדער די הנהגה אין סקווירא?

איך רעדט יעצט פון די הנהגה אין סקווירא און די פרעגסט מיר אפ פון ר' אהרן ושאשקע אין קרית יואל...

דייקן » 26/10/2010 20:57

ביזט גערעכט, די רעדסט פון סקווירא, אבער מיין פשוט'ן שכל זעהט נישט קיין חילוק צווישן הנהגת ק"י און הנהגת סקווירא.
איז אפשר ביזטו אזוי גוט און די ביזט מיר מסביר וואו ס'כאפט די נפק"מ, און מיט וואס זענען ביידע אנדערש?

boyskver » 26/10/2010 22:52

משה9 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער סקווערע רבי איז א הייליגע און א וואוילער איד. פערצופאל קען איך צוויי פון די קעגען וועם מען פראטעסטירט. זארגט אייך נישט מען האט זיי נישט געכאפט מיט דריי פאר תפילין. הלוואי אז מ'וואלט זיי געכאפט כאטש מיט איין פאר תפילין. וד"ל. די זענען אזעלכע וואס איר וואלט זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט זיי.
 

משה'לע
 1- WAKE UP זיי נישט אזוי פאנאטיש אין דעם הייליגקייט פון דע רעבע! יעדער ווייסט און עס איז זייער גיט באקאנט אז דער רבי איז ארימגענומען מיט די ערגסטע סארט מענטשען פול מיט זימה אויף קליינע קינדער און יונגע בחורים,
און טאקע פארדעם ווילן מענטשן נישט אריינטרעטן מיט זייערע קינדערלעך אין ביהמ"ד.
2- די צוויי יונגעלייט זענען טייערע חשובע יונגעלייט וואס זייער איינציגע עבירה איז אז זיי ווילן נישט גיין אין רעבעס שול,
און עטץ קענטס נאר אנשטעלן א מעשה קאזאק הנגזל, די טעראריסטן מאכען א פנים כאולי דעי יונגעלייט זענען די פראבלעמס
SO STOP YOUR FALSE ACCUSATION ON 2 ERLICHE YIDEN!

חיי_שעה » 26/10/2010 23:01

בויסקווער

אויב ווילן די "צוויי טייערע חשובע יונגעלייט, נישט אריין גיין אין רעבעס שול" דאן זאלן זיי אויך נישט אריין גיין אין "רעבעס שטעטל".

ס'איז נישט קיין מצוה צו טרינקען דאס בליט פארן סקווירא רבי'ן. געפעלט דיר נישט זיין הנהגה הייב זיך אויף און טראג אפ.

נ.ב. פארקויף מיר נישט נחום ראזענבערגס לאקשן ווייל אויב האסטו אפילו נאר 1% נאמנות וועסטו דאס אויך דערלייגן.

קעציל » 26/10/2010 23:17

חיי שעה איז גערעכט
די חילוק פון קרית יואל און סקווירא איז אז קרית יואל האט די רבי זי"ע אויפגעשטעלט אז אידן זאלן האבן ווי צי וואוינען אין א היימישע אטמאספער, נישט געווען קיין שום מרה דאתרא, ווילאנג מען האט זיך אויפגעפירט ווי א יוד האט מען געקענט באקומען א דירה, מאכן א ביהמ"ד, משא"כ און סקווירא איז אלץ געווען נאר איין איינציגע בית המדרש, יעדער דארף זיך האלטן צו די תקנות, נישט ערלויבט צו דאווענען מעריב מוצאי שבת ביז נאך שלש סעודות, פארוואס זאלן קומען געציילטע מענטשן מאכן אזא חילול השם און צוגרינד לייגן א קהילה/שטעטל?

boyskver » 26/10/2010 23:17

דער נעקסטער מושל דער בכור ומ"מ וואס פירט אן מיט די טעראר און די פראטעסטען
הרב אהרן מענדל טעווערסקי שליט"א

[בילד – נישט אפגעהיט]
אויך מיט די קלינטאנס
ער שטייט אויף די לינקע זייט פון דע הייליגע רעבע שליט"א
און די רעכטע זייט פון הצ' קלינטאן
 און זיין קליינער ברידער אויך מיט די ווייסע שאל הרה"צ איצי שליט"א אויף די לינקע זייט פון קלינטאן

[בילד – נישט אפגעהיט] 



תוקן על ידי boyskver ב- 26/10/2010 23:53:58

boyskver » 27/10/2010 00:48

צו חיי שעה און קעציל
יעצט שטעלט זיך ארויס אז עטץ זענטץ פשוט'ע שונאים פאר ענקערען רבין אן קיין רעכטיגען פארשטאנד
ווייל אלעס וואס ער טוט פאר חומת הדת טרעפט איר א תירץ פארוואס עס טויג נישט!
אבער די זעלבע ווען דאס פאסירט אין סקווער האט איר א דומען פארשטאנד און אייער הארץ בליטיגט נישט פאר די טייערע אומשילדיגע  קינדער וואס ווערן יעצט טראמעטייזט דורעך די ברוטאלישע סקווערע מושלים

די גאנצע וועלט ווייסט אז אין סקווערע שטעטעל ומיוחד איו די גרויסע-איינציגע שול איז א מקום זימה רח"ל, און נישט סתם פון פשוטן המון עם, נאר טאקע פון די וואס זענען כסדר ארום דעם רבין און זיינע נאנסטע מענטשן, וויפל מען האט זיך געבעטן צו דעם פורער האלט דאס ווייטער אנגעהאלטן מיטן גרעסטן מאס רח"ל!

עס איז א פאקט אז איבען גאנצען יהדות החרידות איז פראצענטאעל
דער גרעסטער חלק אפפאל פון די נעבעכדיגע אידישע קינדער וואס זענען ארויס לתרבות רעה,
איז נאר אין סקווערע שטעטאל,
דארטן ווי א אזא פריוואטע שטעטעל איז אסאך גרינגער אנציהאלטן די גרעסטע מאס אידישקייט און צניעות, ווי למשל און אלע מקומות פון די אידען וואס וויאונען אין די שטעט וואס איז פיל מיט די גאויאשע שכנים וד"ל

עס איז ל"ע א מצב אז אין שטעטעל סקווער איז "אין בית אשר אין שם מת", ממש יעדע שטוב אין סקווער האט א ארויסגעפאלענם קינד וואס איז ל"ע פארדארבן געווארן און ארויס לתרבות רעה, אן צומאל א פאר קינדער פון איין שטוב,
און פון די טייערסטע און חשובע שטיבער!
 ווייל יעדער איינציגען קינד פון די זענען ל"ע מאלעסטעד געווארן!!

יעצט שטעלט איר א תם מעוואטע פנים אז ווייל זייערע קינדער זענען נעבעך פון די קרבנות!
וועגן דעם דארף מען מאכען אויף זיי א גירוש!
איז טייטש אז ווייל זייערע עלטערן האבן זיי געבוירן אין סקווער זענען זיי געווארן די נכסי הרביסטעווע? הפקר פאר זיי?

פארוואס ווען מען האט ארויסגעווארפן די קינדער פון יוסל וואלדמאן האט עטץ גיט פארשטאנען
אז ער האט געמעגט טון אלעס אויפדערוועלט און אפילו אריינשלעפן דעם רבין אין קארט
וואס האט דעם רבין געדראעט פשוט תפיסה ח"ו


אשר ע"כ עס ליגט א פילכט אויף כלל ישראל ארויסצוהעלפן די פאר נחשון'ס און שטורעמען אויף די פארשמיצטע פורערס
און שרייען הרף - סטאפס צו פארדארבען די הייליגע קינדער דאס זענען דעם באשעפערס קינדערלעך
נישט דעם שטעטעלס, נישט זייערע מנהיגים, און אפילו נישט דעם "היילגען רעבעס" אויך נישט

חיי_שעה » 27/10/2010 00:56

ענטפער מיט ביטע אויף איין קליינע פראגע

פארוואס ביסטו פאר'עקשן'ט צו וואוינען דווקא אין א שטאט וואס איז שטופי זימה (לשיטתך) און נאך דערצו ווען אין יעדע שטוב איז דא לכה"פ איין אפגעגליטשט קינד (לשיטתך)?

לויט דיינע טענות וואלסטו געדארפט אנטלויפן פון דארט ווי פון פייער?!

דייקן » 27/10/2010 01:03

איך בין ווייניג באהאוונט אין די סקווירא געפעכטן וועלכע קומען לעצטנס פאר, אבער מיט אן אינדרויסנדע בליק קוקט מיר אויס ווי די פארמירט זיך א מחלוקה אויפן רבנות פון די קינדער פון סקווירא רבי'ן, לויט ווי דער סקווירא'רע שרייבער לייגט דאס אראפ.
אויך זעה איך אז דא רעדט זיך נישט פון בלויז צוויי יחידים. אויף די קליפס פון די פראטעסטן זעהט מען מער ווי צוויי מענטשן. מעגליך אז דאס איז אונטער די בלויזע אנפירערשאפט פון עטליכע יחידים, אבער דאס איז גארנישט אנדערש ווי א געווענטליכע מחלוקה.
בלייבט נאך אלס שווער די קשיא, לפי שיטת חסידי מהרי"י, מעגן עטליכע יחידים אדער מער איבערקערן א שטאט, אפילו אויב זיי האבן גוטע טענות, אדער זיי ברויכן זיך זוכן אן אנדערן ארט, וואו קיינער זאל זיי נישט איינטיילן וואס צו טוהן?

חיי_שעה » 27/10/2010 01:16

דער 'דייקן' דרייט מיט פינגער און לערנט 'מתוך'

קודם ווער געוואר די פאקטן און דערנאך לערן ווייטער 'מתוך'

ס'האנדלט זיך נישט אין סקווירא וועגן א ירושה פון קינדער, עס האנדלט זיך בלויז פון 'צוויי' אויבער חכמים וואס באלאנגען נישט אין סקווירא. קענסט דאס רופן אז זיי זענען צו קליג פאר סקווירא רוף דאס ווי אזוי די ווילסט, די צוויי באלאנגן נישט דארט. און קרית יואל מיטן סבלן זענען נישט קיין מחותנים דא. הער אויף אריינצוריקן קרית יואל ווען די מדובר איז סקווירא.

גאר בקיצור וועל איך דיר מסביר זיין די נפק"מ, אויב ווילסטו ממשיך זיין די שמועס ביטע עפען א באזונדערע אשכול.

די צוויי שקצים וואס פראבירן יעצט צו צוברעכן די הנהגה אין סקווירא זענען נמשל צו ר' אהרן און שאשקע וועלכע זענען געקומען קיין קרית יואל צו צוברעכן די שטאט. איך האלט טאקע סיי אין קרית יואל און סיי אין סקווירא אקוראט דאס זעלבע!

tzvibp28 » 27/10/2010 01:27

חיי שעה
מאכסט א גריסן טעות דא אויס מיינסטו אז ס'נישט מער ווי 2 אויסווארפס און אז מ'דארף זיי ארויסווארפן פון שטעטל

דייקן » 27/10/2010 01:50

איך וועל בל"נ טאקע נישט פארקריכן איבערן נושא פון סאטמאר, איך וועל שפעטער עפענען אן אשכול ווי איך בין גרייט צו דיסקוסירן אביסל מיט דיר דעם ענין פון ק"י.
אבער די קענסט מיר נאכאלס נישט דא פארקויפן אז דא רעדט זיך פון בלויז 2 יחידים, אין די צייט וואס אלע קליפס זינט די קריגרייען וועלכע קומען פאר אין סקווירא איז צושמירט אויף די אינטערנעט (וואס נאר פון דארט ווייס איך דערפון), זעהט מען דארט עטליכע מנינים מענטשן פראטעסטירן.
און אזוי אויך זעה איך ווי דער סקווירא'ר שרייבער דא, און אויף די סקווירא טוויטער גרופעס, אז זיי האבן אן עקסטערן האס אויפן עלטסטן זוהן פונעם סקווירא'ר רבי.

חיי_שעה » 27/10/2010 02:02

הערשל און דייקן, זיכער איז דער מדובר נישט צוויי, איך גלייב אויך אז עס זענען פארהאן מער פון צוויי ווייל לדעתי דארף מען האבן אביסל א קליין קעפל צו זיין א 100% סקווירא חסיד. עס קען זיין אז צווישן זיי זענען פארהאן גאר קלוגע מענטשן אבער ווען ס'קומט צו די נושא פון סקווירא זענען זיי מצומצם.

עס דערמאנט מיר אלס קינד ווען מען האט געזאגט אז א מאקאש רופט מען אויך א 'סקווירל' ווייל ס'איז א קליינע קאפ מיט א גרויסע שוואנץ...

איך וויל נישט אריינגיין אינם פונקטליכן ציפער ווייל איך ווייס נישט, דאס וואס די שרייבסט אז פון די קליפס זעסטו גרויסע פראטעסטן איז א טעות. די פראטעסט וואס די זעסט דא איז פונקט פארקערט, דער עולם שרייט דא קעגן דעם עז פנים און פורץ גדר.

בנוגע די ציפערן: איך ווייס נישט וואס יעדער סקווירא איינוואוינער האלט אין הארץ... אפיציעל איז נישט דא קיין 10 פורצי גדר ווייל ווען יא וואלטן זיי געמאכט א אייגן מנין. עס זאל קיינער נישט פראבירן איינצורעדן אז די צוויי אינגעלייט גייען דאווענען אין מושב זקנים ווייל זייער הארץ פאדערט פון זיי מחזק צו זיין די אלטע אידן... זיי גייען דאווענען דארט ווייל זיי קענען נישט צוזאמענשטעלן א אייגן מנין זיי האבן נישט קיין 10. אביסל מער פונקטליך איז די מצב אזוי: אלע וואס האבן געדאווענט אין מושב זקנים אנטקעגן די הוראה פון סקווירא רבי און סקווירא בית דין האבן שוין אויפגעהערט און זענען צוריק געגאנגען דאווענען אין ביהמ"ד כאחד האדם, חוץ צוויי עקשנים. די צוויי עקשנים זענען די וואס ריעדערן. און די צווי רעדט איך... זאלן זיך די צוויי אויפהייבן און זיך אריבערציען קיין מאנסי.

וואס_נאך » 27/10/2010 02:10

קודם כל דער קליינער ברודער זעה איך איז גארנישט אזוי קליין. אקעי לאמיך געטן טו די פוינט. איך זעה אבסעלוטלי נישט קיין שום חילוק צווישן ק''י און סקווער, אין קיין שום שטעטל איז טעראר נישט אננעמבאר נישט קיין חילוק וואו און נישט קיין חילוק פארוואס, און פרענקלי מוז איך דיר זאגן ר' חיי שעה איך בין זייער סורפרייזט צו הערן דיך רעדן אזוי. איך ווייס נישט אויב עס איז ממש אזוי ווי סקווערער אינגל לייגט עס אראפ אז ממש יעדעס קינד איז געווארן מאלעסטעד. אבער דאס איז זיכער אז עס איז פארגעקומען דארט און די וואס שטייען פון אויבן האבן אנשטאט עס פאררעכטן האבן זיי נאר פרובירט שטיל צו מאכן און עס באגראבן אין ק''י האט מען אויך אייביג געזאגט פאר ר' יוסל 'מוף ארויס פון דא' אבער ער איז געבליבן און געפייט און ווען ער טוט דאס ווען נישט וואלט עס געווען א בכי' לדורות. די זעלבע זאך איז דארט און מיר דארפן ארויסקוקן און ארויסווייזן שטיצע פאר די אידן וולאס זענען נאך אונטערן אייזענעם פארהאנג, און לאמיר האפן אז דער טעראר זאל שוין אויך דארט צובראכן ווערן. און צו אייך די וואס שטעלן זיך ארויס אנטגעקן די טעראריסטן וויל איך זאגן חזק ואמץ, פון איבעראל קוקן אידן ארויס און ווארטן צו זעהן אייער הצלחה

חיי_שעה » 27/10/2010 02:20

חלמ'ע קלעצער! יוסל וואלדמאן איז דער מדובר דא? יוסל וואלדמאן איז טאקע פונקט אזא שוטה ווי דער איצטיגער סקוויראר בארדאק!

קיינער זאל נישט פראבירן אריינצולייגן אין מיינע ווערטער כאילו איז בין מצדיק טעראר ח"ו

איך האב בכלל נישט גערעדט וועגן די טעראר לטובת דעם עבודה זרה וואס רופט זיך פארטיי, איך האב בסך הכל גענטפערט פאר דעם מנוול וואס זעט מנוולים ווי דער דרייט זיך... אז ער זאל זיך ארויסציען פון דעם עיר הנדחת...

איך האב געפרעגט א פשוטע קשיא, אויב איז די שטאט אזוי איינגעגעסן מיט זימה, פארוואס שלאגסטו זיך מיט ציין אין נעגל צו בלייבן וואוינען דארט? איך וואלט אנטלאפן מיט מיינע קינדער ווילאנג זיי זענען נאך נישט פארכאפט...

נאר וואס דען? דער נידערטרעכטיג אינג איז דא נאר צו באשמוצן סקווירא מיט איר רבי און זיינע קינדער, אויב מיינסטו נעבעך אז דער ערשטער זין און דער קלענסטער זין איז זיין פראבלעם האסטו א טעות, וויסן זאלסטו אז זיין פראבלעם איז סקווירא רבי ווייל ער איז א קליינע קאפ וואס הערט און גלייבט נחום ראזענבערג און ער רעדט זיך איין אז מיטן פירן א מערכה קעגן סקווירא רבי נעמט ער זיך אן פארן באשעפער נעבעך

קרית יואל איז קיין מחותן דא.


תוקן על ידי חיי_שעה ב- 27/10/2010 02:25:10

קאסירער » 27/10/2010 02:35

גרינג צי רעדן אויף קר"י נאכדעם וואס די בערלינע וואנט איז דארט געפאלען און די טעראר האט זיך כמעט אפגעשטעלט, אביסל מיטלייד מיט אינזערע ברודער אין סקווירא וואס האלטן נאכנישט דארט און געפינען זיך נאך אינטער א דיקטאטורישע הערשאפט, אפגעזעהן וויפיל פון זיי האבן די קוראזש זיך ארויסצישטעלן אפען, און ניין איך גלייב נישט קיין מינוט אז סקווירא איז פיל מיט זימה- דאס איז די נייע נחום רויזענבערג טאקטיק, יעדער וואס געפעלט דיר נישט איז א פאלנע נואף, און זיינע קינדער- א פעקל פעדעפיילס.

boyskver » 27/10/2010 03:40

ח"ו צו זאגען אויפן כלל פין סקווערע שטעטעל אז עס איז "פיל" מיט זימה!
אפסעלוט נישט ע"פ רוב זענען די איינואוינערס ערליכע אידן,

נאר דאס איז א פאקט אז די מערסטע אויסווארפן פון אינגע נשמות ליידער איז אין סקווער!
נאך א פאקט איז און אויך ווי יעדע תושב אין סקווער ווייסן צי זאגן אז די שרעקליכע מגיפה "פון מאלעסטעשין" איז שרעקעדיג אין סקווער!

אויב האט איינער א ספיקות דערין אטאקיר נישט מיך, נאר ריף אן סיי וועליכן סקווערע איינוויאינער און פרעג זיי!,
פרעג זיי ווער איז דער הערש ברייער פון אנשי ביתו פון רבען,?
וויפל קינדער אין יונגע בחורים האט ער פארזינדיגט און אפגעשח'טן אויף זייער גאנץ לעבן?
פרעג ווער איז דוד אייזנבאך? וואס איז א גאנצען טאג בבית רבינו, און שטעלט אויך די חופות, וויפל קארבנות האט ער מאלעסטעד?
 וויפעל משפחות האט ער געשחט'ן לעלמי עד?
 וויפל טרערן און בליט האבן זיי פארטרינקען פאר די בליטיגע עלטערן וואס מען האט בארויבט און פאראימגליקט זייער טייערע קינדערלעך? 

מיר ווינטשען דאס נישט פאר קיין שום אידיש קינד אין די וועלט, אבער עס איז ענק גרינג צו זיצן דארט באקוועם און מאנרא און שימפן אויף דעם אימגליקלעכן אימבאהאלפענעם ציבור, אינטער דעם גלויביגען איייזערנעם פירהאנג וואס קעניגט אויף א גאנצען ציבור קנעכט מיט די גרעסטע ברוטאלישקייט.

עס איז זייער גרינג צו שרייען "גירוש" גייטס ענק ארויס פון ענקערע היימען
דאס איז א רעכטע גזירות גירוש פון די וויונונג וואס מען האט מיט בליט און שווייס ערארבען,
" דאס איז א עכטער גירוש" פון דעם געבוירט פלאץ פון אזויפיל יארן,
 "דאס איז א עכטער "גזירות גירוש" פון אלע משפחה מיטגלידער  אין פריינד פון גאנצען לעבן, 

ווער האט דעם כח אנצופאנגען זיכען מיט א געבענטשטע שטיב פון קינדער א נייעם מקום צו ווינען, א נייע פרנסה, נייע חברים און חבר'טעס פאר די אומשילדיגע קינדערלעך.

און דער אמת איז אז רוב תושבי סקווער האלטן אויך אזוי ווי די פאר וואס האבן געהאט די כח די "נחשונים" נאר דאס טעראר איז אזוי שרעקליך אז יעדער האט מורא פאר די ברוטאלישע פירורעס.

איך האף אז עטס וועטס חרטה האבן אויף ענקערע סטעיטמענטס, ווייל אויף יעדען קומט די צייט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! 
 

דייקן » 27/10/2010 04:25

חיי, איך האב זיך אביסל מער קאנצעטרירט אויף די קליפס, און איך זעה אז די ביזט טאקע גערעכט אז די פראטעסטירער דארט זענען טאקע קעגן איינעם פון די מהרסים.

אומזיסט » 27/10/2010 06:24

סקווערבוי איז גערעכט אז סאיז זייער שווער זיך אויף צו הייבן און אוועקמופן, ווען נישט וואלטן שוין אלע אנ"ש לאנג אוועק געמופט פון מאנרא.

אבער לגוף הענין, מיין איך אז די מחוצפים אין סקווער זענען נישט גערעכט. דער פריערדיגער סקווערער רבי האט געגרינדעט דעם שטעטל בדם לבבו, און געשטעלט א הויפט יסוד עס זאל זיך פירן קפידא'דיג אזוי צו זאגן. און זייערע עלטערן האבן אדעתא דהכי אהין געמופט [דאס איז א עקסטערע ענין, צי אזאלכע עקסטרעמע מהלכים קענען האבן א עתיד פארן כלל, ותו"א יוכיח, און כללות החסידות, וואס כידוע האט דער רבי מה"ט נישט אוועק געשטעלט די קהילה אויף דעם גאנג ואכמ"ל], האבן זיי זיך משעבד געווען צו דעם סארט לעבן, און דאס איז עס.

גראדע א מחלוקה צווישן די קינדער וואלט יא באטראכט געווארן לעגיטים.

משא"כ אין מאנרא, ווען דער ברך משה איז ווען מייסד דעם שטעטל נאר פאר אנשי שלומו, איז הדין עמו, עכשיו אז דער רבי האט עס מייסד געווען, האבן אל הולכים בדרכיו א רעכט צו עקזיסטירן אין דעם שטעטל.

והא ראיה, איר האט נישט געזען קיין מוסד בני יואל אין איחוד קאנטרי. פינטל. אין מאנרא קריגט מען זיך אויפן יסוד הענין, ווער עס איז דער בעה"ב אין שטעטל, דעם רבי'נס מענטשן, אדער אהרן'ס.  

חיי_שעה » 27/10/2010 07:07

איך האב געמיינט אז מען קען מיט דעם סקוויבוי רעדן א גלייך ווארט דערווייל זעט עפעס אויס אז ער ווייסט נאך אליינס נישט וואס גלייך מיינט בכלל.

קודם שרייבט ער אז די ביהמ"ד הגדול אין סקווירא איז א מקום פון זימה, דערנאך שרייבט ער אז "אין בית אשר אין שם מת" און ער לייגט צו אז עס איז א בחינה פון לכה"פ איינס פער משפחה און געוויסע משפחות האבן אסאך...

דערנאך ציט ער צוריק אין שרייבט "ח"ו צו זאגן אז סקווירא איז פול מיט זימה רוב סקווירא זענען ערליכע..."

האלוי? בארוהיג זיך און הייב אן רעדן ווי א מענטש, ווילאנג די ביסט אזוי צואווילדעוועט זעט טאקע אויס אז די סקווירא טעראריסטן זענען העכסט גערעכט מיטן פאדערן ענק זאלן זיך גיין פון דארט.

נ.ב. אינטערסאנט א "מאלעסטעשאן" ספעלסטו ריכטיג, די האסט דאס נאך בטעות נישט געספעלט מיט א טעות... אבער אין די זעלבע צייט סעפלסטו לשון קודש ווי נח מיט זיבן גרייזן!...

אומזיסט » 27/10/2010 14:57

כהאב  ערשט יעצט געזען די קליפ, איך מוז זאגן אז די סקווערע זענען גוט פאררוקט מיטן טון דאס. זיי האבן זיך נישט געלערנט קיין לעסאן פון אנדערע. אדער אפשר גאר יא? כידוע ליודעי חן וואסערע חלק סקווער האט געהאט אין די בני יואל מחלוקה, וד"ל.

אויטענטיש » 27/10/2010 18:12

איך בין נישט אזוי פונקטליך באקאנט מיט די היסטאריע איבער די גרינדונג פונע'ם סקווירא'ער שטעטל, אבער לפי מיטב ידיעתי האט דער סקווירא'ער רבי ז"ל אויך נישט געגרינדעט דעם שטעטל על מנת עס זאל זיין א 'סקווירא'ער שטעטל' נאר ענדערש ווי א מקום מיוחד פאר בלויז חסידישע אפגעהיטענע אידן.                                                            דער חילוק פין קרית יואל און סקווירא איז אלזא ווי פאלגענד: קרית יואל איז געגרינדעט געווארן צו דינען ווי א שטעטל פאר 'ערליכע אידן' כל זמן ער פירט זיך על פי שלחן ערוך און איז נישט געשלאגן מיט דיעות כוזבות, נישט קיין חילוק וועלכע היט ער טראגט, און אין וועלכע טעג פין יאר ער זאגט נישט קיין תחנון. משא"כ ''סקווירא'' איז געגרינדעט געווארן כדי צו געבן די מעגליכקייט פאר חסידישע אידן צו פירן א חסידישן כאניאקישן לעבנס שטייגער. (און לשבחם יאמר אז מיט אלע פרעבלעמען וואס זאלן זיך נישט מאכן דארט, איז דאס שטעטל נאך אלס - עכ"פ אוועקגעשטעלט - ווי א שטארק כאניאקיש חסידיש פלאץ, ווי לכה"פ א גרויס טייל פין די איינוואינער בפרט די מיטל יעריגע איז זייער קשר מיט די אלגעמיינע גאס צוריקגעבליבן מיט צוואנציג יאר אין פערגלייך צו אלגעמיינע חסידישע אידן).                                                                                                              יעצט אזוי: אין די בראשית יארן אין סקווער איז קיינער נישט געצוואונגען געווען צו זיין א סקווערער חסיד, עס איז גענוג געווען צו זיין א חסידישער יוד וואס האט געפירט זיין לעבן לויט די סטאנדארטן וואס דער סקוערער רבי האט געוואלט. ווי למשל: מען האט אויסדריקליך נישט געדארפט קומען צום טיש פרייטאג צונאכטס, און ווי איך האב געהערט פין א יוד (נישט קיין סקווערער, וואס על פי סיבה פלעגט אים אויסקומען צו זיין אין סקווער מפעם לפעם בחייו פונעם אלטן סקווערער רבי'ן) זענען פרייטאג צונאכטס ביים טיש געווען נישט מער ווי קנאפע צווי מנינים!         די פאקט איז אז ווער עס קען אביסל די עלטערע סקווירא אידן, די אריגינעלע באזעצער פין סקווער מיט פופציג יאר צוריק, (איך קען עטליכע) זענען זיי על פי רוב געווען אונגארישע אידן אן קיין שום ספעציעלע באקאנטשאפט מיט'ן סקוערער רבי'ן ז"ל וועלכע זענען צוגעצויגן געווארן צום רעיון פין גיין וואיונען אויסער די שטאט מיט בלויז חסידישע אידן (פארגעסט נישט: סקווערער רבי איז געווען דער פיאניר וואס האט ס'ערשטע דורכגעפירט אזא געדאנק נאך די מלחמה) במחיצתו פין א ערליכן איד, און זענען נאך עד היום נישט קיין אמת'ע סקווירא חסידים, פארשטייט זיך אז זיי זענען מעריצים פונע"ם רבין און זענען געטריי פאר'ן שטעטל וכדו' אבער מען קען נישט זאגן אז זיי זענען סקווירא חסידים בלב ונפש, זיי פארמאגן בתוך תוכיותם דער אשכנזישער מהות פין אלגעמיינע אונגארישע אידן אפשטאמיגע פין אשכנז'ישע היימען, און זיי שטלען זיך צו צום פלאץ ווי זיי זענען.                                                               לאחר פטירתו פונע'ם סקווירא'ער רבי'ן ז"ל איז אנטשטאנען א וועזנטליכער טויש אין די גאנצע ווירטשאפט אין סקווירא, און מען האט עס - מיט אדער אן רעכט - צוביסלעך טראנספארמירט אין א שטעטל פאר סקווירא חסידים, וכידוע האבן זיך דעמאלטס מערערע תושבים ארויסגעצויגן פין שטעטל וביניהם מסלתה ומשמנה פין די עלטערע אינגעלייט.                                                                                                                                  לענינינו: איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די יעצטיגע סכסוך, איך האב נאר געוואלט אוועקשטעלן די פאקטן אויף וויפיל איך ווייס.                                                                                                                         (אגב: די תקנה אז עס מעג זיין נאר 1 בית המדרש אין שטעטל, שטאמט נאך פונעם אלטן רבי'ן וועלכער האט אנגעגעבן אז ער וויל דאס שטעטל זאל זיך האלטן באחדות און דאווענען יעדער צוזאמען אויף איין פלאץ.)

גרינטושי » 28/10/2010 03:27

איך האלט אז חיי שעה איז נישט גערעכט
א משפחה וואס איז אויפגעצויגען מיטן סקווערער חינוך קענסטו נישט נישט איין טאג הייסען גיי וואוין ערגעץ אנדערשט ער קען זיך נישט קיין עצה געבען ערגעץ אנדערש מיט זיין חינוך
בשלמה ווען ער מאכט א מנין אין שטעטל איז עס א מרידה אבער אויב ער גייט ארויס וואס איז דען?

אבער דער פותח האשכול איז אויך נישט קלוג ארייןצומושען נחום ראזענבערגס נארישקייטען ווייל ער פארלירט דער חן אין נאמנות ביי מענטשען

boyskver » 29/10/2010 01:15

משה9 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער סקווערע רבי איז א הייליגע און א וואוילער איד. פערצופאל קען איך צוויי פון די קעגען וועם מען פראטעסטירט. זארגט אייך נישט מען האט זיי נישט געכאפט מיט דריי פאר תפילין. הלוואי אז מ'וואלט זיי געכאפט כאטש מיט איין פאר תפילין. וד"ל. די זענען אזעלכע וואס איר וואלט זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט זיי.

משה9 לאמיר דיר עפעס פרעגען, ווען מען האט אויס געפצאפט די היינטיגע קאשוי רבי'ס בליט ווייל ער איז נאר געקימען איין מאל אין 2  וואכען צים טיש אדער די הייליע ראחמסטריווקע'ר רבי, איז עס אויך געווען ווייל מען האט זיי נישט געכאפט מיט 3 פאר תפילין? סקעווער האט א רעקארד אויס צי צאפען די בליט פון אימשילדיגע מענטשען נאר ווייל זיי טיהן אביסל אנדערשט וואס זיי וויל'ן.

פאר צווי יאר צריק איז איינער פון די מנין אריין צים "צדיק" האט ער זיך נאך געפריעגט פינגטעליך וואס, ווען, אין ווער, אבער ווען ער האט זיך געטראפען די ערשטע נאכט סליחות מיט 800 שטיעלעך לקח איבעריג איז "וימלא המן חימה" די בילט איז אים אריוף געקימען אין קאפ. עס פאלט אים נישט איין אז די געלט פאר די פאבליק סקאוול, לייף אינשארנס, אדער אנדערע אינוועסטמענט'ס, וואס ער האט  ארויס געשלעפט פון זיינע כולל אינוגע מענער וואס מען האט זיי שוין נישט געצאלט פאר כמעט 2 יאר, איז געוויהן די סובה דערצי

באנדעלע » 29/10/2010 06:06

חיי שעה, דו רעדסט ווי א באבע אן א ציין... זאג נאר דו אלץ ווייסער, דו האסט אפשר מייסד געווען דעם שטעטל קרית יואל? פון ווי ווייסטו אזוי גוט אויף וואס ארויף די רבי האט געבויט די שטעטל?... דו רעדסט און ביזט מסביר אהער און אהין.... דו האסט שוין אויסגעיוזט אלע דיינע ניקס אין דעם אשכול.... (איים סאררי...) אבער קיין נארמאלע ענטפער האסטו נאכנישט געטראכט צו געבן... ווען אימער דו זעסט אז די מוזט עפעס ענטפערן קומסטו אן מיט דיין פסיכילאגישע מסודר'דיגע תירוץ: 'עפן אויף א פרישע אשכול און מ'וועט דאס דעבאטירן....'. שטאטס צולייגער! האסט דאך ניטאמאל א תירוץ! לאמיר זעהן, איך מאך נישט אויף קיין פרישע אשכול, איך וויל זאלסט מיר דא מסביר זיין פארוואס אין קר"י הייסט דאס טעראר, און ווען מ'זאגט גיי דיר לחיים ולשלום אין חד גדיא אריין איז עס טעראר... און די שמייליגע בני יואל זיי זענען די וואס פארטרעטן דעם רבין... און פארדעם האט די רבי געגרינדעד די שטעטל.... (חלה דעקל דו...) אז וואס? אז איש כל הישר בעיניו יעשה.. די שטעטל זאל זיך פירן פון א גרופע קאקאש קעיק און טשיס קעיק, מיט א סעפטיק טאנק און אירע זיצער!.... איך האב פאר דיר נייעס, די רבי האט אריינגעלייגט בלוט און שווייס אין דעם שטעטל אז ס'זאל זיך פירן אויף א ערליכע אויפן! יא! ס'זאל זיין א מנהיג! ס'זאל זיין א קהילה! קיינער האט נישט געזאגט אז ס'טאר נישט זיין נאך בתי מדרשים, קיינער האט נישט געזאגט אז דו מיזט קומען צום טיש, און קיינער האט דיר נישט געצווינגן צו קומען מיט א קוויטל! יעצט, פארוואס אין סקווירא ווען מ'קאמפלעינט אז מ'מוז גיין מיט א קוויטל, דאווענען אין איין שול, גיין צום טיש וכו' וכו' פארשטייסטו אז אויף דעם האט מען געבויט די שטעטל און וועם ס'געפעלט נישט זאל זיך גיין, און אין קרית יואל איז דיר גארנישט בייגעפאלן זיך אפצוטראגן.... אה... טעראר!!!!! וואס איז? מ'לאזט דיר נישט גיין אקעגן דעם מרא דאתרא!!! מ'לאזט דיר נישט האבן אייגענע מוסדות!!!! געפערליך! זאג מיר אויב ס'וואלט אויפגעשטאנען ביים רבין ז"ל (דברי יואל) איין חצוף און געזאגט די שטעטל איז פריי, יעדער קען עפענען מוסדות, יעדער קען גיין ווי ער וויל, איש כל הישר בעיניו יעשה..... הוי יוא....... איר קענט זיך פארשטעלן וואס וואלט פאסירט?...... יענקל תרך וואלט געמאכט פון דעם יעניגן דעם רעבעצינס קאקאש קעיק! יעצט חיי לעבן, זיי אזוי גוט און זיי מיר מסביר פארוואס אין קר"י וואו עס איז נישט דא קיין דריטל 'טעראר' (ווי דו רופסט עס...) ווי אין סקווירא איז עס ארגער ווי די טעראר אין איראק, און אין סקווירא איז דאס נארמאל און די סיסטעם... (נישט אז איך האב עפעס קעגן סקווירא, מיין מיינונג איז פונקט ווי דיין מיינונג דארט, אבער אין קר"י אויך!) אויב קענסטו נישט געבן קיין קלארע חילוק, אדער אויב דרייסטו זיך ארויס פון ענטפערן בכלל בין איך בכלל נישט דא געווען.. און ליבערשט בלייב שטיל ווי צו ענטפערן שטותים! נ.ב. איך וואלט זייער געוואלט זעהן א נארמאלע הסבר שטרענג זיך אן און קום אויף מיט עפעס, שכוח.

boyskver » 29/10/2010 07:28

breaking news
איצי'ס עלסטע זין יעקב יוסף אן איידעם ביי האלערשטאם וואס איז געקימן שבת ביינאכט נאכען טיש קלאפען אויף א. י. סיגלס פענסטער האט יעצט 1:00 am אויסגעשאסען א פענצטער ביי ח. א. ראטענבערג
נ.ב. די ווישנעצער רבי האט א פאר מאל געזאגט אז געדענגט נישט אז די שווער (די הייליגע סקווירא רבי ז"ל) זאל זאגן אז ער וויל עס זאל נאר זיין איין בית המדרש

boyskver » 29/10/2010 17:43

לעבעדיג, פרישע טעראר אין סקווער
ליל שישי פ' חי' שרה
האט דער הייליגער רבע ארפגעשיקט זיינע יעשיבע בויעאס 
און אויסגעשאסען די ווינדאס פאר הרה"ח ר' ח' א' ראטטנבערג שליט"א
וואס זענען מוסף רשעות על רשעתם ר"ל
וואס לא די אז זיי האבן ארויסגעווארפן זיינע טייערע קינדעלעך פון די חדרים
האבן זיי נאך אויפגעשאסן די ווינדאס און פארגאסן אומשילדיג בליט
ר"ל

boyskver » 29/10/2010 18:57

סקווערער רעבע מיט זיינע ראשי קהילה און פולן טעראר מאד
די גאנצע וואך זענן די סקווערע ראשי הקילה
מרדכי שווארטץ, אברהם משה זילבערמאן, מענדי בערגער
און אויך מיטגענומען ר' שעיה דוד בייער (מנהל בית דוד וואס באקומט אלע זיינע פראגראמס דורך סקווער)
ארים געגאנגען צו אלע מוסדות אין מאנסי ווארענען נישט אריין נעמען די טייערע קינדערלעך 
תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס די בראוטאלישע סקווערע הערשער האבן ארויסגעווארפן פין קענען לערנען די הייליגע תורה.
 עס איז געווען אויך וואס פארציילן אז זיי האבן אפילו מיטגענומען דעם הייליגען סקווערען רבין אליינס אז כדאי צו ניצען זיין פראזענליכען אנוועזנהייט ביי די רבנים און ראשי ישיבות כדאי זיי זאלן נישט וועל אונעמען די טייערע אומשילדיגע קינדער וואס ער האט האט ארויסגעווארפן פון סקווער, ווייל זייערע עלטערן ווילן נישט דאווענען אין סקווערן שול.
מען האט אפולי געזען דעם רעבינס אוטא ביי נייטרא, ליזענסק,אמרי שפר, הרה"צ ניקלשבורג, הרה"צ ר' ח' ל' ראטטנבערג,
 וואס מען געוואלט זיי אנווארענען נישט אריין נעמען די טייערע קינדערלעך אין זייער מוסדץ


לא תעמוד על דם ריעך! על דם של תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, כלל ישראל ווערט געבעטן נישט צו שטיין גלייכגילטיג לאסטץ נישט פארגיסן אידיש בליט
רופטס אן די עוכרי ישראל און בעטס זיי הרף הערטס אויף מיט די אכזריות אויף אידישע קינדער.

יעדער ווערט געבעטן דא ארויף לייגען זייערע טעלעפאן נטמבערס און יעדר זאל זיי אפריפן און זיך מתחנן זיי פאר זיי, און אויך זיי ווארנען אז אידיש בליט איז נישט הפקר, און מען וועט דאס נישט פארשווייגן.
העברת פי ה' והוא לא תצלח, מאנרא יוכיח!

Palin12 » 29/10/2010 19:19

boyskver, ביז יעצט האב איך נאך געהאלטען אז די דערציילסט על פי רוב אמת

אבער יעצט האסטו איבערגעצויגען דעם שטריקל "עס איז געווען אויך וואס פארציילן אז זיי האבן אפילו מיטגענומען דעם הייליגען סקווערען רבין אליינס אז כדאי צו ניצען זיין פראזענליכען אנוועזנהייט ביי די רבנים און ראשי ישיבות כדאי זיי זאלן נישט וועל אונעמען די טייערע אומשילדיגע קינדער וואס ער האט האט ארויסגעווארפן פון סקווער, ווייל זייערע עלטערן ווילן נישט דאווענען אין סקווערן שול" די האלסט טאקע אז איינער גלייבט אז דער סקווירא רבי בכבודו ובעצמו פארט ארום שתדלן ביי די ת"ת'ס מען זאל נישט אנ-נעמן

אפשר דארף איך דן זיין לכף זכות אז די רעדסט דא פון האדמו"ר ר' מיכל מסקווירא ב"פ [בילד – נישט אפגעהיט]


גביר_אדיר » 29/10/2010 19:45

גייט

123news » 29/10/2010 19:46

ניק איז ארויסגעשפארט אויף אייביג פארן א ארויפלייגן טעל נומער און בעטן דעם עולם מען זאל רופן, דאס איז קעגן די געזעצן פון הייד פארק

המהדרין



תוקן על ידי המהדרין ב- 29/10/2010 20:40:20

גביר_אדיר » 29/10/2010 19:55

איך וויל דא צולייגן מיינע צוויי צענט.

איך ווייס נישט צו סקווירא רבי איז ארום געפארן צו מוסדות. מן הסתם נישט. און סקווער בוי טרייבט איבער. בכלל זע איך אז ער רעדט מער פון הארץ ווי פון קאפ, און איך פארשטיי אים ווייל עס טוט אים זייער וויי. מעגליך ער איז אליינס איינער פון די געליטענע, און מעגליך אז נישט, נאר די געליטענע זענען זיינע נאנטע חבירים. איך שלא יהיה, אלס איינער מן הצד, וויל איך אביסל געבן א בליק אויף דעם מצב פאר די סאטמאר'ער וואס שטייען פון אינדרויסן און ווייסן נישט וואס טוט זיך דארט.

סקווער איז א שטעטל וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הרה"ק מהרי"י מ'סקווירא, מיט ציל צו זיין א וואוינן ארט פאר ערליכע חסיד'ישע אידן וועלכע ווילן וואוינען ארויס פון דעם רוישיגן שטאט.

כידוע ליודעים, האבן זיינער צייט געוואוינט אין סקווירא אסאך פרעמדע, נישט אסאך, נאר מער פרעמדע ווי סקווירא (בד"וו, וויפיל אריגינעלע סקווירא'ר, פון דערהיים אין סקווירא, האבן געוואוינט דא אין אמעריקא בכלל?) און אזוי לאנג ווי מען איז געווען ערליך איז אלעס געווען פיין און וואויל. מען האט אפילו געמעגט דאווענען מיט אן אנדערן נוסח אין בית המדרש, אזוי לאנג ווי מען האט געזאגט קץ ביי קדיש, און ברוך יאמרו ביי קדושה, וואס אויף דעם איז געווען א קפידא אין סקווירא אזוי צו זאגן.

ווען דער אלטער רבי איז אוועק, איז געווארן רבי דער היינטיגער רבי, אלט זייענדיג 27 יאר. רוב עלטערע אידן, אפילו זיי האבן נישט געהאלטן פון אים, האבן זיי אים מחזק געווען אלס דעם אלטן רבינס זון.

מיט די יארן איז אונטערגעוואקסן א דור, און זיי האבן זייער גוט געוואוסט וואס זייערע עלטערן האלטן, און זיי האבן נישט געהאלטן אנדערש, און עס האט זיך אנגעהויבן א קלינאפ. מען האט געקאפעט מענטשן רעכטס און לינקס. ווי מען האט געקענט, מיט שיינעם, און ווי נישט, האט מען "גערעדט שטרענג". די לעצטע ערנסטע קלינאפ איז געווען אין די מ' יארן נאך וואס ר' איציקל איז געווארן ראחמיסטריווקא רבי, און מען האט דעמאלס אלע זיינע (אפענע) חסידים פארטריבן פון דארט און עס איז שטיל געווארן.

פון דעמאלס ביז היינט האט זיך די וועלטל שטארק געטוישט. מענטשן ווילן זיך מער נישט לאזן טרעטן אזוי ווי אמאל, מען דולדט שוין נישט דעם פריץ מיט די פופציג שמיץ אויפן רוקן, נאר אנשטאט רעוואלטירט מען. אין אנדערע מקומות האט עס פאסירט פריער, און אזוי ווי סקווירא איז אביסל אונטערשטעליג פון די וועללט האט עס געדוירערט אביסל לענגער.

גביר_אדיר » 29/10/2010 20:08

דער סקוויער'ע רבי זאל זיין געזונט און שטארק און לעבן ביז הונדערט און אכציג (ווער וויל דעם טראכטן וואס וועט זיין נאך אים.......) אבער דערווייל ווילאנג ער לעבט, דאווענט ער שבת צופרי שחרית 10:30 ווינטער און זומער 11:30 אזא דאווענען דויערט אפאר שעה, און ווער רעדט נאך ווען ער דאווענט מוסף פארן עמוד, זאל מען אפגעהיטן ווערן (ווער עס האט דאס געהערט לעצטענס ווייסט וואס איך רעד, און עס ווערט נאר ערגער און ערגער).
שלש סעדודות וואשט ער זיך אפאר מינוט פאר זמן ר"ת און מען טאר נישט מאכן א מנין מעריב ביז נאך די זמירות וואס איז א גוטע האלבע שעה, און צומאל נאך מער, נאכן זמן. דאס מיינט זומער קען א אינגערמאן נישט דאווענען מעריב פאר צען אזייגער ביינאכט אדער נאך שפעטער. אזא סדר היום איז זייער גוט פאר ישיבה בחורים, כולל יונגעלייט און כאניאקעס וועלכע ווילן און קענען לעבן און אטעמען מיטן רבין 24/7

א אינגעמאן א ארבייטער קען כמעט נישט מיטהאלטן אזא סדר. שבת איז זיין איינציגסטע נארמאלע טאג, און ער מוז דאס קענען אויסנוצן, צום לערנען, דאווענען זיך אויסרוען און פארברענגען מיט די משפחה.

איך האב געהערט פון אסאך אינגעלייט, פארוואס צווינגט מען מיך צו ווערן א מתנגד, איך האב גארנישט קעגן דעם רבין, אבער לאז מיך לעבן. איך בין דא געבוירן, דא אויפגעוואקסן, דא איז מיין גאנצע לעבן, מיין גאנצע משפחה. אבער איך קען נישט אזוי לעבן. דער רבי מיט זיינע קינדער איז דאס זייער לעבן, און ווער עס קען דאס מיטהאלטן מה טוב און מה נעים, אבער פארוואס צווינגט מען יעדעם אזוי צו לעבן ווען עס איז פשוט נישט מעגליך.

זיי ווילן נישט מען זאל דא וואוינען? דדאס האבן זיי זיך געדארפט דערמאנען דרייסיג יאר צוריק ווען עס האבן דא געוואוינט אסאך ווייניגער משפחות (ווען סקווירא רבי זצ"ל איז אוועק בשנת תשכ"ח האבן דארט געוואוינט בערך 150 משפחות) למעשה האבן זיי געוואלט האבן א גרויסע שטארקע שטעטל, און האבן געוואלט אז די חסידים זאלן דא וואוינען, ביז איין טאג האבן זיי זיך דערזען אז דאס שטעטל איז געווארן צו גרויס און זיי פארלירן קאנטראל איבער דעם.

דאן האט זיך אנגעהויבן א פארקערטע מערכה, קיינער זאל נישט בלייבן וואוינען אין סקווירא, א תלמיד פון ישיבה קען נאר בלייבן דארט וואוינען אויב ביידע עלטערן וואוינען דארט (אין ישיבה דארט זענען דא זייער וואוילע בחורים, וועלכע קענען נישט טאן שידוכים ווייל זייער טאטע וואוינט נישט אין סקווער, און קיינער פון סקווער וויל אים נישט נעמען פאר א איידעם ווייל ער וועט נישט קענען וואינען דארט).

אבער למעשה וואוינען דארט היינט אפאר הונדערט משפחות וועלכע קענען נישט מיטהאלטן דעם סדר, און זיי האבן זיך שוין געבעטן טויזענט מאל ביי די רעזשים מען זאל זיי צושטעלן א מנין ערגעץ אנדערטש. דאס אלס וואס זיי ווילן. זיי וועלן ווייטער בלייבן וואוילע חסידים און אפילו געבן דעם רבין א קוויטל פון צייט צו צייט. אבער די נערישע אנפירער, אנשטאט פארשטיין אז מען קען נישט היינט באצווינגען מענטשן, האבן זיי די מענטשן ארויפ געלייגט אויף א שווארצע ליסטע.

מענטשן האבן אנגעהויבן פארלירן פרנסה, און נאך פארשידענע אנדערע זאכן, אויף א שטילן פארנעם. אבער דאס אלעס פלאצט אמאל, און דאס האט יעצט געפלאצט. ס"ה גייען אפאר מענטשן דאווענען אין א נוירסינג האום דארט בשכנות, קיינער האט נישט געמאכט קיין מרידה קעגן רבין.

גביר_אדיר » 29/10/2010 20:21

דאס גייט שוין אן א שטיק צייט, און די קנאקער קעפ דארט האבן נישט געוויסט וואס צו טאן, די קילע מוחות האבן זיי גע'עצה'ט צו איגנארירן דעם גאנצן עסק און פערטיג, מען קען זיך מיט דעם נישט שלאגן, פריי זיך אז עס איז נישט ווי אין ק"י וואס מען האט געמאכט אפיציעלע מרידות און אנדערע בתי מדרשים, מאך צו די אויג, זע נישט אלעס און שלום על ישראל.

אבער די היץ קעפ האבן נישט נאכגעלאזט, און געהאלטן אין איין מאנען אז מען מוז דאס אפשטעלן, פאר יעדן פרייז. און לעצטענס האט זיך דאס טאקע אנגעהויבן. מען האט אנגעהויבן רופן די אינגעלייט און זיי געווארנט. פארשטייט זיך אליינס, רוב מענטשן זענען נישט פייטער'ס, און אז מען ווארנט און מען סטראשעט הערט מען אויף. אבער אפאר מענטשן, נישט קיין באמס אדער ליידיג גייערס, פלעינע נארמאלע מענטשן, האבן געזאגט גענוג איז גענוג, און פערטיג, זיי גייען ווייטער.

האט זיך אנגעהויבן א מלחמה, מיט די זעלבע אלטע נארישקייטן וואס מען האט געטוען אין ק"י פאר צוואנציג יאר. זעט אויס אז מען לערנט זיך נישט פון יענעמס מיסטעיקס, זעט אויס אז מען מוז זיך דאס לערנען אויף די אייגענע בארד.

טו בעד, וועט דאס מוזן געשען. דערווייל שרעקן זיך די אינגעלייגט גאנץ ווייניג, און עס איז אמת אז סקווירא לייגט פרעשער אויף אלע מוסדות אין מאנסי נישט אנצונעמען די קינדער, אבער דערווייל געלונגט עס נישט אינגאנצן. ענד יו נאו וואט, איך האב נייעס פאר אייך, אויב דאס וועט יא געלונגען, וועט עס אויך נישט העלפן צופיל. אין ק"י איז אויך נישט געווען וואו צו שיקן די קינדער, און זיי האבן זיך אן עצה געגעבן, זיי האבן אליינס געעפנט.

רוב פון די אינגעלייט זענען בעלי פרנסה, און אויב מען וועט זיי דרוקן וועלן זיי אליינס מאכן מוסדות. ווילאנג עס וועט געדויערן ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז עס איז מער נישךט די וועלט פון אמאל. מען בייגט זיך נישךט מער דעם קאפ פארן פריץ ווי אמאל.

און איך וואלט גע'עצה'ט די ראשי הקהילה אין סקווירא זיי זאלן האבן שכל און אויפהערן דעם קאמפ וואס א טאג פריער, ווייל וואס א טאג לענגער עס האלט אן, ווערן די חברה נאר שטערקער. אסאך מענטשן וועלכע וואלטן קיימאל גארנישט געטאן, זענען יעצט זייער אויפגערעגט אויף די טעראר וואס גייט דארט פאר.

עס איז אמת אז די נאכט האט מען דארט געבראכן פענסטער, און די אנדערע זאכן וואס מען האט געטאן דארט רעגט זייער אויף די נארמאלע מענטשן דארט. אויב וועלן זיי נישט אויפהערן יעצט, האב איך מורא אז זיי וועלן אויפהערן געצווינגענערהייט, און מיט גאר אנדערע רעזולטאטן ווי יעצט.

וואס מיינען זיי, עס איז א דזשאוק אויסצוברעכן פענטסער און איינברעכן אין דירות און הייזער פון מענטשן? און אריינלייגן דארט רעקארדערס אויפצוכאפן פריוואטע שמועסן בין איש לאשתו ובין אב לבתו. זיי לעבן טאקע פאר צוואנציג דריייסיג יאר צוריק.

און צו שלוס (אויף יעצט) פאר די אלע וואס זאגן, "זאלן זיי זיך ארויסמופן פון סקווירא" האב איך פאר ענק נייעס, דער אינגערמאן וועמענס שיך  און זאקן מען האט גע'גנב'עט אין מקוה און אויפגהאנגען אין שול, האט שוין פון לאנג געזאגט פאר די ראשי הקהלה: עטץ ווילט איך זאל מופן פון דא, זייער גערן, קויפט אפ מיין הויז בכסף מלא, וועל איך קענען קויפן ערגעץ אנדערש און גיין פון דא. אבער זיי ווילן דאס נישט טאן, זיי ווילן ער זאל שאדן האבן אויפן הויז און גיין אזוי. אויף דעם זאגט ער בלא. און ער איז גרייט צו פייטן דערפאר אויך.

boyskver » 29/10/2010 21:45

טעראר אין סקווער ווינדאס אויסגעשאסן אין מיטן די נאכט, אריינגעשטעלט קליינע שלאפעדיגע קינדער בסכנה
[בילד – נישט אפגעהיט]

boyskver » 31/10/2010 01:43

חילול שבת בפרהיסיא- דעם רעבינ'ס אייניקל ברעכט פענסטער בעצם השבת קודש רח"ל
דעם שבת איז ווייטער געווען לעבעדיג אין סקווער!
די וואך שבת קודש פרייטאג צונאכטס 3:00 פארטאגס נאכן הייליגען רבינס טיש
איז אנגעקומען דעם רבינס אייניקל ר' יעקב יוסף בן הרה"צ איצי דעם הייליגען רבינ'ס צווייטער זון און איידם פון האלבערשטאם
מיט א גאנצען עולם חיות און בפרהסיא אויסגעשאסען די ווינדאס פון הרה"ח ר' חיים אהרן ראטטענבערג שליט"א
כאטשיג ער איז ניטאמאל געווען אין דער היים
(ער איז אוועקגעפארן פון סקווער למען השלום)


עס איז אויפן פסק פון דעם רבינ'ס מ"מ הרה"צ אהרן מענדל וואס האט ברבים געזאגט אז "חסידות איז העכער פון די תורה" על"פ,

boyskver » 31/10/2010 02:54

אידען איבער די וועלט "לא תעמוד על דם ריעך" העלפטס ארויס פון די רעליגיעזע רשעים
[בילד – נישט אפגעהיט] ---

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי boyskver ב- 31/10/2010 02:59:09

וואלןסח » 31/10/2010 03:54

א זייטיגע שאלה וואס איך פרעג (מעגליך מחמת חסרון ידיעה)

באלאנגען נישט אלע הייזער אין סקווירא פארן רבין (צו פאר די קהלה/מוסדות וכו')

אזוי האב איך אמאל געהערט

ממילא וויל איך עס נאר קאנפירמען

אבער ביטע ענטפערט נאר אויב איר ווייסט קלאר נישט סתם השערות

געלע_באס » 31/10/2010 04:56

לאגיק זאגט,

אויב איז אמת אז 90% אדער 85% פין שטעטל ווילען אזוי לעבען
זאלן דעי פאר וואס גלייכען עס נישט זיך אפטראגען

 איך גלייב אין די קומענדיגע שטיק צייט וועט די בילד זיך אויסקלאהרען

בעלשיטה » 31/10/2010 05:51

לאמיר דא קלאר מאכען דעם ענין. מיר קענען זייער גוט פארשטיין מענטשען וואס ווילען גיין דאווענען אין א אנדערע בית המדרש, מיר פארשטייען אויך זייער גוט אז סקווערער קהילה וויל דאס נישט ווייל זיי פילען אז עס שטערט דו הנהגה פון דעם פלאטץ און . מיר פארשטייען מענטשען וואס וואוינען אין סקווער וואס פילען אז דו שטארקע הנהגה איז נישט אזוי וויכטיג, אזוי אויך פארשטייען מיר אז רוב סקווער און פארשטייט זיך דו הנהגה פון קהילת סקווירא האלטען אז עס איז יא וויכטיג א שטארקע הנהגה.....
מענטשען זענען געגאנגען דאווענען אין א דרויסענדיגע בית המדרש.....נארמאל! סקווירא קהילה האט עס נישט ליב געהאט....נארמאל! וואס דא וואלט געדארפט פאסירען נארמאלערהייט איז אז סקווירא בית דין און דער קהילה זאלען ארויסקימען "אפיציעל" און אסערען אויף תושבי השיכון צו גיין דארט .... רוב מענטשען וואלטען ביי דעם שלב אויפגעהערט דאווענען דארט ...... ווייניג נאמאלע מענטשען זענען גרייט זיך צו שלאגען מיט א הנהגה און רוב סקווירא האט ליב דעם רבין און וויל אים נישט וויי טאן . דו פאר מחוצפים וואס וואלטען געבליבען דארט דאווענען איז דא 2 מהלכים 1 איגנארירען .... וואס גייט דיך אן אפאר משוגעים.... 2 דער בית דין און דער קהילה זאלען גיין א שלב וויטער און "אפיציעל" סטראשענען מיט א צעטיל אנקעגען זיי אין בית המדרש און אזוי ווייטער מיט אפיציעלע קהילישע מיטלען - רוב איינוואוינער וואלטען עס פארשטאנען און הנאה געהט פון דעם פאקט אז עס איז דא א שטארקע קהילה און סקווירא! הגם אסאך איינוואינער וואלטען אפשר געקרימט מיט דו נאז אז מען שטעלט זיך דוקא אויף דו זאכען אבער מען וואלט געזאגט א הנהגה איז א הנהגה מען דארף מיטגיין !

אבער וואס עס האט פאסירט למעשה איז ליידער אינגאנטצען א אנדערע מעשה ..... אנגעהויבען האט זיך עס אז עס איז ארויס א פאשקעוויל אין שטעטיל אין פארעם פין א בריוו צום וועד החינוך אז מען דארף ארויסווארפען א מלמד וואס גייט דארט דאווענען..... א שיינע התחלה? נאמאל?! נישט נארמאל ! דאן איז געווען א מיטינג פין דער קהילה ווי דו מעסעדזש פין רבין איז געווען מען זאל גיין בדרכי נועם. נארמאל! יענע נאכט זענען 6 קארען געווארען צעשאסען....נארמאל?! נישט נארמאל! פין דאן און ווייטער האבען רוב נארמאלע מענטשען פון סקווירא אויפגעהערט דאווענען דארט ....נארמאל! אפאר אידען האבען ווייטער געדאווענד דארט....נארמאל?! שוינסט נישט אויף דיינע קינדער ?! נישט נארמאל! דאן זענען שיך און זאקען אוועקגעכאפט געווארען ....קינדער געווארען ארויסגעווארפען פין מוסד און קיינער ווייסט נישט ווער עס האט זיי געווארפען... פענסטער געשאסען.... חילול שבת .... שרעקעדיגע בחורים דרייען זיך און ווארפען א פאניק! און ידער ווארט דו פלאטץ זאל ווערען צוריק רואיג....נישט נארמאל!
סא ווער איז גערעכט ?.... דו אידען וואס פלעגען אהין גיין פאר מען האט זיך אקעגען געשטעלט .... דער רבי וואס עס האט אים געשטערט און געבעטען מען זאל הנדלען בדרכי נועם! דו שטעטעל אידען וואס זענען ברוגז אז דו דין ליגט ביי טערעריסטען אין דער האנט אנשטאט עס זאל ליגען ביים קהילה אין דער האנט!
ווער איז נישט גערעכט ? דו טערעריסטען וואס ווארפען א פחד און רעגען אויף א גרויסע חלק שטעטעל אויף דער הנהגה .....דו קהילה פארען נישט קער נעמען אפיציעל נאר אריבער געבען דער ריט פאר צעדרייטע יחידים.....דו מענטשען וואס זענען נישט חס אויף זייער וויב און קינדער און פייטען זיך מיט אזעלכע טערעריסטען און לאזען זייערע קינדער אן מוסדות אדער לייגען זיי אריין אין סך שוואכערע מוסדות ווי סקווער- סקווערע מוסד איז א טאפ מוסד- און דו מחוצפים וואס פייפען אויף דער מרא דאתרא.........
פארוואס נעמט דער קהילה נישט קער אפיציעל ????? פארוואס איז דער קהילה מסכים מענטשען זאלען טערעראזירען דעם שטעטעל???? פארשטייען זיי נישט אז דאס רעגט אויף דעם פשוטען סקווירא איינוואינער???? מעג מען צולאזען בחורים טין ישיבה טערעראזירען מעטשען?????? איז דאס חינוך???? ווייסט נישט אז מען קען ענק אויך טערעראזירען????
פארוואס הערען  נישט דו מחוצפים אויף גיין דאווענען דארט ???? מעג מען זיך מתחצף זיין צו א מרא דאתרא???? מעג מען לאזען דו ווייב און קינדער הפקר???? מעג מען זיין א אשר קרחהניק מיט אנפייפען דעם רבין??? מעג מען גורם זיין צו איבער דרייען א שטאט????

נארמאל??!! נארמאל??!! נישט נארמאל! נישט נארמאל!

_________________

בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14