היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

682 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2840136
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14

boyskver » 31/10/2010 07:01

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

א זייטיגע שאלה וואס איך פרעג (מעגליך מחמת חסרון ידיעה)

באלאנגען נישט אלע הייזער אין סקווירא פארן רבין (צו פאר די קהלה/מוסדות וכו')

אזוי האב איך אמאל געהערט

ממילא וויל איך עס נאר קאנפירמען

אבער ביטע ענטפערט נאר אויב איר ווייסט קלאר נישט סתם השערות



ע"פ רוב זענען די סקווערע יא בעה"ב
אדער די אידען וואס זענען יעצט אינוואלוועט זענען באלעבטישע אידען און האבן אלעס אויף זייער אייגענע נעמען
טאקע דאס איז זייער מזל,
און די אלע אנדערע, טאקע שווייגען און ליידען טאקע מהאי טעמא!

קעציל » 31/10/2010 07:23

בעל שיטה שיין מסביר געווען

בעלשיטה » 31/10/2010 09:04

א יישר כח קעציל. מיין נקודה איז דו פענסטער ברעכער זענען אגרעסיווע טערעריסטען ..... דו דאווענערס זענען פאלנער מחוצפים.....  שילדיג איז דו קהילה פארען נישט אפשטעלען דו דאווענען אין פריוואלד מיט אפיציעלע קהילישע מיטלען! שילדיג איז דו קהילה פארען נישט אפשטעלען דו טעראר און ווילדקייט און נישט מוחה זיין קעגען דו גניבות ביזיון בית המדרש און חילול שבת! ....... ליידען ליידט דער אלגעמיינער איינוואוינער פין סקווירא וואס וויל א רואיג פלאטץ מיט א שטארקע קהילה אן קיין טעראר און אן קיין חוצפה ....ליידען ליידט דער רבי וואס זיין קהילה און אפיציעלע מענטשען האבען נישט געטאן זייער שליחות און אזוי ארום פארוואנדעלט דעם פלאטץ און א געשלעג פלאטץ.....!

מחוצפים הערטס אויף דאווענען דארט און אריינברענגען חוצפה און אנארכיה ביי אונז און שטאט!!!
טערעריסטען הערטס אויף שיסען פענסטער און מאכען הפגנות און אנזייען כאאס און אימרוהען ביי אונז אין שטאט!!!
קהילה מיטגלידער ! קהל! נעמטס איבער דעם זאך אפיציעל!!! טוטס ענקער ארבעט! שטעלטס אפ דעם דאווענען אין פרידוואלד אפיציעל!!!! שטעלטס אפ דעם צהיצטען רוח ההפגנות וטעראר אפיציעל!!! קימטס ארויס קעגען טעראר! קימטס ארויס קעגען חוצפה!!! קימטס ארויס קעגען חילול שבת !! געבטס נישט איבער קהלס ארבעט פאר אינגע בחורים!!!!! קהל קהל טוטס אייער ארבעט אויף אלע פראנטען עטץ זענטץ אחראי !!! וועגען ענק טיען נישט ענקער אויפגאבע זענען דו אימרוהען !!!

גביר_אדיר » 31/10/2010 19:52

בעל שיטה, דו ביסט גערעכט ביז א געוויסע נקודה.

רוב פון די מענטשן מיט וועלכע מען שלאגט זיך, זענען לגמרי נישט אינטערעסירט זיך צו שלאגן. זיי ווילן פשוט לעבן ווי נארמאלע מענטשן.

דו ווילסט אסר'ן צו דאווענען אין פרידוואלד, פיין און וואויל, שטעל זיי צו אן אנדער מקום צו דאווענען, א פריערע מנין. פאר די שווערע ארבעטער וועלכע קענען נישט מיטהאלטן אזא שווערן סדר. זאלן זיי האבן ווי צו דאווענען דארט ווי דו שטעלסט עס צו. מ'וועט זאגן קץ מיט ברוך יאמרו, מ'וועט נישט זאגן אמן ביי שמי' דקודשא בריך הוא, און וואס נאך ווילסט, אלעס וועט מען טון.

און דו ווייסט גאנץ גוט, א גאר א גרויסער עולם אין שטעלט, נישט נאר אפאר יחידים, האלטן אזוי, אריינגערעכנט רוב דיינים, נאר וואס דען. זיי האבן מורא, ווייל אויב וועלן זיי דאס טון, דעמאלס וועט מען טאקע געוואר ווערן וויפיל אידן עס ווילן דאס האבן. און פאר דעם ציטערן זיי, דעריבער וועלן זיי ליבערשטן פייטן מיט די אלע משוגענע אופנים, און לאזן די בחורים טעראריזירן, ווייל זיי ווייסן, אז אויף זיך צו שלאגן אויף דעם זענען טאקע נישט גרייט נאר יחידים.

עס איז מער נישט תש"ל אדער תש"מ. עס איז א אנדער וועלט, און אין סקווער וואוינען היינט צופיל מענטשן מען זאל זיי קענען פלעין צוקוועטשן. עס איז נאר א שאלה פון צייט ביז ווען דער באבל וועט פלאצן.

בפרט, ווען דו, בעל שיטה אליינס, וייסט זיער גוט, אז פ. איינער פון די יחידים, (אדער מחוצפים ווי די ווילסט עים רופן) איז גרייט ארויסצומופן, ער וויל נאר מען זאל אים באצאלן פאר זיין הויז, אזוי פיל וויפיל עס איז ווערט, ער זאל קענען קויפן א הויז ערגעץ אנדערש.

boyskver » 31/10/2010 20:50

לא תעמוד עד"ר
לעצטע וואך האט מען מענדל בערגער געפינען ארבייטן אויף די פוד שאו
יעדער זאל אפריפן זיינע ב"ב און בעטן זיי זאלן אים אויפאדערן
ער זאל תיכף אויפיהערן זיינע בראטאלישקייט קעגין קליינע אימשילדיגע קינדער
אויב נישט זאל דער ציבור נאר קויפן פון די אלע אנדערע פירמעס וואס האלטן נישט אזעליכע רשעים!

[בילד – נישט אפגעהיט]

בעלשיטה » 31/10/2010 21:00

מיין תשובה צו גביר אדיר
ווי איך מאך """ בין איך מצטט פין גביר אדיר
"בעל שיטה, דו ביסט גערעכט ביז א געוויסע נקודה." מיט און ביז וועלכע נקודה?
"רוב פון די מענטשן מיט וועלכע מען שלאגט זיך, זענען לגמרי נישט אינטערעסירט זיך צו שלאגן. זיי ווילן פשוט לעבן ווי נארמאלע מענטשן." וואס הייסט רוב מענטשען? מען שלאגט זיך נאר מיט 2 מענטשען ... וויפיל איז רוב פין 2 ?.....זיי ווילען זיין נארמאל? פייטען מיט טערעריסטען איז נארמאל? לאזען קינדער אן מוסדות איז נארמאל? מתחצף זיין פאר א מרא דאתרא איז נארמאל?
"דו ווילסט אסר'ן צו דאווענען אין פרידוואלד, פיין און וואויל, שטעל זיי צו אן אנדער מקום צו דאווענען, א פריערע מנין." עס איז שוין כמעט געווען רייף דו צייט וואס סקווער זאל לאזען עפענען נאך א בית המדרש אין סקווירא לטובת הציבור ..ביז אפאר יאר וואלט עס לכאורה פאסירט אזויווי אסאך אנדערע זאכען וואס דו הנהגה לאזט נאך מיט דער צייט לטובת הציבור .... נאר יעצט צוליב דו מחוצפים איז דו תקנה פון איין בית המדרש נאכאמאל שטארק געווארען ! דו טאליבאנער האבען געהויבען דו קעפ! דו הנהגה איז דיפענסיוו! יעצט קענסטו פארגעסען מען זאל עס נאך לאזען אין דו נעקסטע פאר יאר.... ווען א מענטש פילט מען איז מורד און מען פייט מיט אים ווערט ער שטערקער און זיין פאזיציע... מיט א רואיגע צוגאנג וואלט א נייער בית המדרש א סאך שנעלער געעפענט געווארען בדרכי נועם מיט דו רשות און הנהגה פון רבין לטובת הקהל .... יעצט האבען דו מחוצפים אוועק גענימען דעם געלעגנהייט און געעפענט א דירעקטע פייט אנקעגען דעם וואס וועט גארנישט ברענגען.... סא ווער איז שילדיג אז דער פשוטער סקווערער איינוואוינער וועט און 5 יאר ארום נאך דארפען אין איין ביהמ"ד? דו מחוצפים ! ווער האט געמאכט טאליבאנקייט שטייגען און הייבען קאפ אין סקווירא ? דו מחוצפים!  און דער חוצפה פון דו מחוצפים האט גורם געווען דו גרעסטע שאדען פאר דו אידען פון סקווער וואס ווילען נאך א בית המדרש. ווען דו הנהגה פילט מען פייט זיי קענען זיי נישט נאכלאזען און ווען מען פייט זיי קענען זיי נישט האבען דער יישוב הדעת אז עס וועט גארנישט געשעהן מיט 2 בתי מדרשים... א יישר כח מחוצפים פארען מאכען אז דו גאנטצע שטאט זאל האבען נאר איין בית המדרש לעולמי עד!

"און דו ווייסט גאנץ גוט, א גאר א גרויסער עולם אין שטעלט, נישט נאר אפאר יחידים, האלטן אזוי, אריינגערעכנט רוב דיינים,"
 א יישר כח פארען רעדן אין מיין נאמען און זאגען וואס איך ווייס גאנטץ גוט .... גראדע האסטו נישט צוגעטראפען....דו דיינים האלטען מען זאל נישט גיין אין פרידוואלד און רוב סקווער האט ליב דעם רבין און ווילען נישט קיין חוצפה קעגען דעם מרא דאתרא .... רוב עלטערען פון קינדער ווילען א פלאטץ וואס ווערט געפירט און נישט קיין אנרכיה....אפילו א גרויסער עולם האלט אז מען וואלט לכתחילה נישט געדארפט מעכב זיין דעם גיין דארט דאווענען.. לאז א מענטש גיין ווי ער וויל ... ווילען אבער נישט דו מענטשען מען זאל זיך מתחצף זיין צום רבין אפילו אויב זיי פארשטייען אנדערש פון רבין

"עס איז מער נישט תש"ל אדער תש"מ. עס איז א אנדער וועלט, און אין סקווער וואוינען היינט צופיל מענטשן מען זאל זיי קענען פלעין צוקוועטשן. עס איז נאר א שאלה פון צייט ביז ווען דער באבל וועט פלאצן" עס איז טאקע נישט תש"מ און צוליב דעם זעהט מען אז סקווירא האט נאכגעלאזט אסאך זאכען זייט תש"מ.... דער זאך פון איין בית המדרש וואלט אויך ברוב געווארען נאכגעלאזט בדרכי נועם ווען נישט דו מורדים וואס מאכען דעם תקנה שטארק כאשר ביארתי לעיל-
קיין שום באבעל גייט נישט פלאצען חלום נישט!

"בפרט, ווען דו, בעל שיטה אליינס, וייסט זיער גוט, אז פ. איינער פון די יחידים, (אדער מחוצפים ווי די ווילסט עים רופן) איז גרייט ארויסצומופן, ער וויל נאר מען זאל אים באצאלן פאר זיין הויז, אזוי פיל וויפיל עס איז ווערט, ער זאל קענען קויפן א הויז ערגעץ אנדערש." אה נאך א זאך וואס מיין ווארט זאגער זאגט אז איך ווייס..... און דאס מאל אויך נישט צוגעטראפען....ער  האט נישט געהאנגען קיין שום צעטיל אז ער פארקויפט זיין דירה.... איך האב נישט געהערט ער זאל מאפען געווענטליך ווען מען זיכט א קונה פירט מען זיך און אמעריקא אז מען אדווערטייזט!!!! זיין דירה וואלט געהאט קופצים. און סקווער וואלט טאקע נישט געמאכט קיין עסק מיט אים ווען ער קימט זאגען א צייט ווען ער מאפט
זיי מצליח

רשכבהגולם » 31/10/2010 21:24

גביר אדיר, זעהט מיר אויס צי זיין א אינסיידער, וואס רעד צי דער זאך, ער איז זייער קלאר מסביר די צד וואס מאנכע דא און פארק האבן געבעטן פאר א הסבר,
דער בעל שיטה זעהט ענדרשט אויס ווי איינער פון אינדרויסן, פון די מדובר'דיגע קרייז, וואס איז ניכר און זיין שרייבן אז ער ציט א פערעלל פון א אנדערע קרייז און אזוי ציט ער מסקנות צי די איצטיגע באטרעפענדע,
גראדע האב איך קאזינע'ס און סקווער, און האב איך אמאל געארבעט מיט א גאר חשובע סקווערע איד פון די עלטערע דור. וויפול איך האב מיך שוין אנגעהערט, רעד מען דא בכלל נישט פון קיין ליידיג גייערס עס איז דא כהיום און סקווער אידן פון אלע יארגאנג אן א אסנאם, און גראדע פון די חשובע אינגעלייט כלי קודש וכדומה, וואס זענען שרעקליך אנגעווייטאגט אויף די הנהגה, אויב וועט איר פרעגן פארוואס וועל איך באלד אהער ברענגן א קאפיטל און נ"ך וכל מי שיש לו מוח בקדקדו וועט פארשטיין וואס דער מדובר דא איז, איך זאג אייך שוין אן ארויני וועט דאס נישט כאפען נאר אויב ער וועט שטארק וועלען.

רשכבהגולם » 31/10/2010 21:38

יחזקאל קאפיטל לד
עס איז כדי עס צי לערנען מיטן מצידות

קודם רעכענט אויס דער נביא ווי אזוי די מנהיגי שקר פירן זיך אויף.

כֹּה אָמַר אֲדֹנָי יְהוִה, הוֹי רֹעֵי-יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הָיוּ רֹעִים אוֹתָם--
הֲלוֹא הַצֹּאן, יִרְעוּ הָרֹעִים. 
ג אֶת-הַחֵלֶב תֹּאכֵלוּ וְאֶת-הַצֶּמֶר תִּלְבָּשׁוּ, הַבְּרִיאָה תִּזְבָּחוּ; הַצֹּאן, לֹא תִרְעוּ. 
ד אֶת-הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת-הַחוֹלָה לֹא-רִפֵּאתֶם, וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם, וְאֶת-הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם, וְאֶת-הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם; וּבְחָזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם, וּבְפָרֶךְ. 
ה וַתְּפוּצֶינָה, מִבְּלִי רֹעֶה; וַתִּהְיֶינָה לְאָכְלָה לְכָל-חַיַּת הַשָּׂדֶה, וַתְּפוּצֶינָה. 
ו יִשְׁגּוּ צֹאנִי בְּכָל-הֶהָרִים, וְעַל כָּל-גִּבְעָה רָמָה; וְעַל כָּל-פְּנֵי הָאָרֶץ נָפֹצוּ צֹאנִי, וְאֵין דּוֹרֵשׁ וְאֵין מְבַקֵּשׁ. 

פון דא און ווייטער זאגט שוין די נביא די עונשים וואס די רועים גייען באקומען, מיר ווילן דא נאר אראפ ברענגען מען זאל וויסן אז די אידן ליידן זיך אפ דארט די גהינם נישט נישט ווייל זיי זוכן הפקרות נאר ווייל די מנהיג איז פארנומען נאר זיך צי פאשען,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 31/10/2010 21:41:27

קווינסצדיק » 31/10/2010 21:55

דער בעלשיטה איז א אינטערגעציפטע שלאנג מיט א באהאלטענע אגענדע. ער וויל נאר איין זאך, ער וויל אז די 2 מחוצפים און אויסווארפן זאלן באקומען א אפיציעלע ווארענונג פון קהל וכדו' אזוי וועלן זיי קענען גלייך לויפן אין קארט אז מען דיסקרימינירט קעגן זיי. די 2 עזי פנים האבן שוין קלאר געזאגט אז זיי ווארטן אויף א געלגענהייט צו נעמען דעם רבין אין קארט פאר א דיסקרימינעשאן קלאגע. צודרייט דארפן זיין די פירער פון סקווירא קהלה אריינצושפילן איז זייערע הענט. און דאס וויל דער בעלשיטה ער פראבירט אויף אלע אופנים צו דערווישן אזא סארט בריוו צו קענען שטיפן ווייטער א קלאגע.

מעשיגע זענען 2 עזי פנים און מחוצפים פארן מאכן מחלוקות אין אזא הייליגע איידעלע שטעטל

ווען מיר זאלן נעמען שריט קעגן די ווערעמיגע אין יאר תש"מ און מיר וואלטן נישט געווארט אויף תשמ"ה וואלט היינט נישט געווען קיין בני יואל\זאליס

רשכבהגולם » 31/10/2010 22:03

ריכטוג ווען מיר טיען דאס ריכטיגע תשמ"ה מיט דיין געטשיק, וואלטן אלע היינטיגע ארונים געווען אחים לדעה,

יוסףמאיר » 31/10/2010 22:08

איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכא אבער אזוי נאריש צו פירען א מערכה האט נאך קיין שום קהילה נישט

ממש אריינשפילען אין די שונאים'ס הענט?

קווינסצדיק » 31/10/2010 22:09

אוי מאכסטו מיר לאכן, ענק האבן געטון אלעס אין די וועלט אינטערצוברענגען דעם רבין שליט"א און די רבי בעל ברך משה ז"ל. אבער די תורה האט אינז שוין צוגעזאגט ולא תשכח מפי זרעו, כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים!

פון די אנדערע זייט איז געבליבן בני יואל מיט א פרישע געטשקע יעדע 2 חדשים געוואנדן לויט וויפיל מוחאות יענער מאכט. לעצטנס זעט שוין אויס אז דער שפעטיפקער פון מאנרא גייט זיין דער נעקסטער לייטנער. און די זאיס זענען געבליבן מיט א זשיגאן מיט די פיס אין די הייעך.

רשכבהגולם » 31/10/2010 22:32

איך האב עטלעכע פראבלעמן (קיינמאל קיין ערגערס) צי פירן מיט דיר א געשפרעך,
איינס: עס פירט אוועק די נושא פון דעם אשכול,
צוויי: די האסט נישט קיין פראבלעם צי ענטפערן, וואס עס קומט דיר אויפן געדאנק, אן אריין קלערן צי עס איז יא אדער נישט צי די זאך, ווידערום, איך פיר מיך יא צי טראכטן פאר איך שרייב עפעס, במילא איז פשוט נישט קיין יושר אז די זאלסט ענטפערן אלעמאל און איך נישט, עס איז נישט איקאל, 
דריי: איך שעם מיך פשוט, וד"ל

רשכבהגולם » 31/10/2010 22:43

איצטערט וויל איך בעטן, די וואס זענען באקאנט און די נושא, ביטע ארויף פירן די אשכול אויף די רעלסן,
ביטע, קיינער זאל נישט מאכן קיין קוגעל פון סאטמאר און סקווער, נישט אויף  א ראי' אויף יא, אדער אויף נישט, ווייל עס איז בכלל נישט הנידן דומה לראי,
לענ"ד זאלן דא די פאר שרייבערס לטובת הנרדפים דא אראפ ברענגן מעשיות אשר לא יעשו וואס עס איז שוין אפגעטון געווארן און סקווער א קעגן פשוטע אידן, קעגן תלמידי חכמים, וואס האבן מעגליך גלייגט דעם רבין און שאטן, און נאך און נאך אזוי ווייטער,

SkverShtat » 1/11/2010 00:28

איך וויל דא רעדן אלץ א אינסיידער.

מען רעדט דא נישט פין " 2"  אדער מחופצים. די מנין גייט שוין אן עטליכע יארן פון א גרופע פון איבער 20 אינגלייט. א חלק מנין זענען גרושים וואס פילן זיך נישט און פלאץ אינעם גרויסען בית המדרש זיי ווילן זיך נישט דארפען טרעפן מיט זייער געוועזענע שווערס און שוואגערס נאכען דאווענען. אדער שווערע ארבעטארערס וואס האבען נישט קיין כח צו דאווענען זומער 10 ביינאכט..

די סקווערע הויף האט געוואוסט אז סתם אסרן וואלט עס קיינער נישט געקויפט האבען זיי אנגעהויבן מיט א מרידה קאמפיין. א חלק פון די אידן זענען ב"ה באשאנקן געווארען מיט שיינע פרנסות אין פלעגען אריין טארגען גרויסע געלטער צום "צדיק" ביז לעצטענס. אויך מיר א מרידה..

נאך ר"ה האבען זיי זיך גענימען סטראשען די מותפלילם מיט זייער דזאבס/קינדער

אין אויסגעשאסן די פענצטערס פון זייערע קארן. י"כ זענען געבליבן דאווענען די גרושים און 2 אינגעלייט. איז אזוי, די גרושים האט מען נישט געהאט מיט וואס זיי צי סטראשענען האט מען זיי נישט געטיהן קיין גרויסע זאכן אבער די יונגעלייט האט מען אנגעפאנגען צי טעראריזען. די קהילה האט ארויס געשיקט האפלא סופר מיט די בחור אפטער (די זין פון די סקווערע מסור) אין זיי האבן אנגרייצט די יונגע עולם צי איבער דרייען די שטעטיל. אין מאכען פראטעסטען.

 

יעצט צו בעלשיטה

 1) עס קיקט מיר אויס ווי די ביסט געשטעלט געווארן פון סקווער 1) דיין לשונות "מחוצפים" "שטארקע הנהגה" איז די הויף'ס לשון 2) די פרובירסט אראפ צילייגן א בילד ווי עס האט גארנישט מיט די קהילה. נאך מער די ביסט ברוגז אויף זיי פאר וואס זיי מישען זיך נישט אריין. ווען אין פאקט איז דא אויף טעיפ ווי איינער פון די טעראריסטן האבען געזאגט אז גארנישט אין סקווער ווערט געטיהן אן רשות.

 

2)"עס איז שוין כמעט געווען רייף דו צייט וואס סקווער זאל לאזען עפענען נאך א בית המדרש אין סקווירא"

ווען עס איז געווען די פייט מיט די עלטערע בחורים האבען זיי זיך געבעטן זיי צי לאזען האבען נאך א בית המדרש זיי האבען געקענט באשטיין אז עס זאל זיין א באורד פון סקווער ווער עס זאל מעגען אריין גיין איז די ענפער געוויהן א ניין. סקווער איז נישט געוויהן נאנט צי זיין רייף צי עפענען נאך א בית המדרש יא פרידוואלט נישט פרידוואלט

בעלשיטה » 1/11/2010 02:26

מיין תשובה צו קווינסצדיק . ווי איך מאך """ בין איך מצטט פין אים

"דער בעלשיטה איז א אינטערגעציפטע שלאנג מיט א באהאלטענע אגענדע." א שלאנג? א יישר כח פאר דעם טיטעל עס איז גראדע נישט קיין סימן פון א שטארקע מיינונג ווען מען דארף ניצען ביליגע שפראך. א בהאלטענע אגענדע? גראדע זייער א אפענע אגענדע... קיין טערעריסט טאר מען נישט זיין ! קיין מחלל שבת טאר מען נישט זיין! קיין מחוצף צו א רבי א מרא דאתרא טאר מען נישט זיין! א קהילה און נאר א קהילה דארף קער נעמען פון עולות אין א שטאט ! ווען דו קהילה נעמט נישט קער האט עס אזא פנים!
"ער וויל אז די 2 מחוצפים און אויסווארפן זאלן באקומען א אפיציעלע ווארענונג פון קהל וכדו' אזוי וועלן זיי קענען גלייך לויפן אין קארט אז מען דיסקרימינירט קעגן זיי. די 2 עזי פנים האבן שוין קלאר געזאגט אז זיי ווארטן אויף א געלגענהייט צו נעמען דעם רבין אין קארט פאר א דיסקרימינעשאן קלאגע. צודרייט דארפן זיין די פירער פון סקווירא קהלה אריינצושפילן איז זייערע הענט. און דאס וויל דער בעלשיטה ער פראבירט אויף אלע אופנים צו דערווישן אזא סארט בריוו צו קענען שטיפן ווייטער א קלאגע." דער גביר אדיר האט געוויסט וואס איך ווייס און דו ווייסט וואס איך וויל.....בעלי רוח הקודש! אויב ווילען זיי גיין און קארט איז דא געניג שטאף און געניג דאקימענטען און זיי דארפען נישט אנקימען צו קיין שום צעטיל פון דער יעצטיגע מערכה! יעדער ווייסט אז זיי וועלען נישט גיין אין קארט ווייל דאן זענען זיי עוכרי ישראל פאראייביגט און דער אידישע היסטאריע! קיין שום רב וועט זיי נישט בעקען און קיין שום מוסד וועט זיי נישט אריינעמען!
א חוץ פון דעם. זאל סקווערער קהל זיצען מיט לויערס וויאזוי מען קען דאס אויסארבעטען.... דער וועג פון איבערגעבען דו דין אין דו האנט פון חיות טורפות איז נישט קיין וועג .... עס איז נישט קיין חינוך! עס ווארפט א פחד אין שטאט ! עס רעגט אויף מענטשען! דו חיות זענען מכה ברעים ובטובים .... א יוד וואס האט אוויפגעהערט דאווענען שוין פאר אפאר וואכען איז באשפיגען געווארען אין בית המדרש דורך א חיה ...ואין קול ואין עונה ! חילול שבת . ואין קול ואין עונה ! אזוי זעהט מען אויס מיט א שוואכע קהילה וואס לאזט צו טעראר און לאזט צו חוצפה און מען הערט נישט פון זיי!


"מעשיגע זענען 2 עזי פנים און מחוצפים פארן מאכן מחלוקות אין אזא הייליגע איידעלע שטעטל" איך בין מסכים מיט דיר אז יעצט זענען זיי מחוצפים ... איך ווייס נישט צו דאס איז נישט דער שולד פון שיסען פענסטערס פאר מען רעדט מיט זיי נארמאל.....
מחלוקת מאכען פונקט אזוי דו טערעריסטען.....
אזא הייליגע איידעלע שטעטעל..... אויב וועסטו נישט שטיצען קיין טעראר ..... און דו קהילה וועט נישט צולאזען קיין חילול שבת..ביזיון בית המדרש.... הלבנת פנים...גניבה... און חוצפה ... וועט דו שטעטל טאקע זיין הייליג און איידעל....
הצלחה רבה

boyskver » 1/11/2010 02:47

דער הייליגער רבע איז אחריות אוין זיין שטעטעל אויף דעם שפיחת דמים
א' תולדות תשע"א
איז ווידער געווען אכזריות אין סקווער!
א איד איז געקומען דאווענען מנחה מעריב, און די חיות האבן געווארט אויף קרבנות
איז אנגעקומען א איד וואס האט "אמאל " געדאווענט אויסער דעם שטאט ביי די מושב זקנים
אבער ער דאוונט שוין לאנג נישט דארטן נאר ער דאווענט ביים הייליגען רבין'ס שול
און די סקווערע חיות האבן פארשטיינערט זיין קאר מיט שטיינער און אייער, און אים שאדען געמאכט שווערע געלטער.

[בילד – נישט אפגעהיט]

בעלשיטה » 1/11/2010 02:50

מיין תשובה צו רשכבהגולם ווי איך מאך """" בין איך מצטט
"גביר אדיר, זעהט מיר אויס צי זיין א אינסיידער, וואס רעד צי דער זאך, ער איז זייער קלאר מסביר די צד וואס מאנכע דא און פארק האבן געבעטן פאר א הסבר," איך בין מסכים מיט דיר ער איז א אינסיידער . און ער איז פון דו איינציגע דא וואס רעדען צום זאך אן קיין שקרים און גוזמאות ..... אבער ער זעהט מיר אויס צו זיין פערזענליך אנגעווייטאגט און ער זעהט אלעס מיט דו אנגעווייטאגטע גלעזער. דער באשעפער זאל לינדערען זיין ווייטאג.
"דער בעל שיטה זעהט ענדרשט אויס ווי איינער פון אינדרויסן, פון די מדובר'דיגע קרייז, וואס איז ניכר און זיין שרייבן אז ער ציט א פערעלל פון א אנדערע קרייז און אזוי ציט ער מסקנות צי די איצטיגע באטרעפענדע, " ביטע גיי נישט אריין אין דער פעלד פון צוטרעפען צו וועלכע קרייז און ווי מענטשען באלאנגען ווייל דו ביזט נישט גוט אין דעם..... עס איז נישט קיין חסרון איך בין זיכער דו האסט אנדערע מעלות!

"וויפול איך האב מיך שוין אנגעהערט, רעד מען דא בכלל נישט פון קיין ליידיג גייערס עס איז דא כהיום און סקווער אידן פון אלע יארגאנג אן א אסנאם, און גראדע פון די חשובע אינגעלייט כלי קודש וכדומה, וואס זענען שרעקליך אנגעווייטאגט אויף די הנהגה,"
עס זענען דא טאקע אנגעווייטאגטע מענטשען..... נישט יעדעם געפעלט אלעס און נישט אלעס געפעלט יעדעם און אזויווי און עס זענען זיכער דא זאכען וואס דארפען תיקונים...איך מאך נישט אוועק חלילה קיינעמס ווייטאג אבער איך קים צוריק צו מיין נקודה אז רוב סקווירא איינוואוינער און יא אפילו אנגעווייטאגטע ווילען נישט קיין חוצפה און קיין אומרוהען.....און רוב סקווערער איינוואוינער האבען א געפיל צום רבין אפילו דו וואס האלטען אז געוויסע זאכען דארפען זיין אנדערש!
הצלחה

בעלשיטה » 1/11/2010 03:07

רשכבהגולם ! ברענגען דא דו פסוקים פון נביא האט מער מיט גולם ווי מיט רשכבהג! ניץ נישט דו תורה פאר דיין אינטער האלטער און ברענג נישט דעם נביא זיך צו אינטערטענען און פירען מחלוקת! אויב דו ווילסט גיין מיט תורה און פסוקים איז דא אסאך פסוקים און פסקים פין גדולים וואס קענען דא געניצט ווערען אויף ביידע זייטען. מאך דיך נישט כאילו דיין דעת קימט פון דו תורה ... זאג דיין מיינונג און גיי ווייטער אן מאכען חוזק פון דעם נביא
א דאנק

בעלשיטה » 1/11/2010 05:45

 

מיין תשובה צו דער אינסיידער . ווי איך """ בין איך אים מצטט

" איך וויל דא רעדן אלץ א אינסיידער." אינסיידער פון ווי ?? פון פריוואלד?? פון דער קהילה?? אה. פשוט א אינסיידער פון סקווירא ?!?!? ווייסטו דאך גארנישט מער ווי מיר!

"מען רעדט דא נישט פין " 2"  אדער מחופצים. די מנין גייט שוין אן עטליכע יארן פון א גרופע פון איבער 20 אינגלייט."
ביזט גערעכט און נישט גערעכט .... דאס הייסט אזוי ' דו מנין גייט שוין אן עטליכע יארען ? יא איבער 20 אינגעלייט? יא ! ווען דער רבי האט אפיציעל געלאזט הערן אז ער וויל נישט זענען געבליבען נאר 2 און יא..... מחוצפים ! [קען אבער זיין ווען מען וואלט זיי נארמאל באהנדלט וואלטען זיי זיך נישט מתחצף געוען!]

"א חלק מנין זענען גרושים וואס פילן זיך נישט און פלאץ אינעם גרויסען בית המדרש זיי ווילן זיך נישט דארפען טרעפן מיט זייער געוועזענע שווערס און שוואגערס נאכען דאווענען". אמת ויציב און איך האב מיטלייד מיט זיי!
"אדער שווערע ארבעטארערס וואס האבען נישט קיין כח צו דאווענען זומער 10 ביינאכט."
. איך ווייס נישט... קען זיין ... אויב יא האב איך גרויס מיטלייד מיט זיי... איך פארשטיי אז מענטשען ווילען אהין גיין און איך האב נישט קיין טענות פארען ווילען און אפילו נישט פארען גיין אהין ביז דו רבי האט געריפען קהל אז מען זאל סטאפען !!! טעראר אנקעגען דו מענטשען איז א געוואלדיגע געוואלדיגע עוולה גדולה ונוראה!!!
"די סקווערע הויף האט געוואוסט אז סתם אסרן וואלט עס קיינער נישט געקויפט" נישט אמת!! נישט אמת!!! ווען עס הענגט ווען א צעטיל אין בית המדרש [פאר אלע טעראר] פון בית דין און פון קהל דאס צו אסרען בשם דעם רבין וואלטען רובא דרובא דרובא מענטשען אויפגעהערט אהין גיין!!
"נאך ר"ה האבען זיי זיך גענימען סטראשען די מותפלילם מיט זייער דזאבס/קינדער" אמת און דאס איז שוין געווען נאכען שיסען פענסטער ....ריינער ווייסט נישט ווער עס האט ארויסגעווארפען דו קינדער .... או לאותה בושה וכלימה ! פארוואס האט דו קהילה זיך נישט ארויסגעשטעלט?!?!?!?

"אויסגעשאסן די פענצטערס פון זייערע קארן. י"כ זענען געבליבן דאווענען די גרושים און 2 אינגעלייט. איז אזוי, די גרושים האט מען נישט געהאט מיט וואס זיי צי סטראשענען האט מען זיי נישט געטיהן קיין גרויסע זאכן אבער די יונגעלייט האט מען אנגעפאנגען צי טעראריזען. די קהילה האט ארויס געשיקט האפלא סופר מיט די בחור אפטער (די זין פון די סקווערע מסור) אין זיי האבן אנגרייצט די יונגע עולם צי איבער דרייען די שטעטיל. אין מאכען פראטעסטען" 

או לאותו בושה ! איך גלייב נישט דו קהילה האט געשיקט אבל מדשתק שמע מינה ניחא ליה .... א שוואכע קהילה ....קענען נישט אליין קער נעמען.....

"יעצט צו בעלשיטה" אה... אנטשולדיגט איך האב געמיינט דו רעדסט א גאנטצע צייט מיט מיר... טעיתי!
 " עס קיקט מיר אויס ווי די ביסט געשטעלט געווארן פון סקווער" איך האף דו ביזט נישט בודק תולעים מיט דו גלעזער וואס עס קיקט דיר אויס אז איך בין געשטעלט פון סקווירא......  מיט דיין מיינען אז איך בין געשטעלט פון סקווירא זעהט מען אז דו ביזט בכלל נישט אזא אינסיידער און אזא מבין צו סקווירא ווי דו לייגסט דיך אראפ.... [עס איז נישט קיין חסרון שעם דיך נישט מיט דעם... נישט יעדער מיז זיין א מבין צו אלעס...]"דיין לשונות "מחוצפים" "שטארקע הנהגה" איז די הויף'ס לשון" דער ווארט "חוצפה" איז שוין היינטיגע צייטען באניצט ביי דו אמעריקאנע גוים און איז אן אלטע לשון קודש ווארט ...... א יעדע אידישע שטאט האט געהאט דו סארט סחורה....און דו ווארט "הנהגה" איז אויך אן אור אלטע ווארט באניצט ביי גאנטץ כלל ישראל פון אלע צייטען .... איך זעה נישט וואס חוצפה מיט הנהגה האט מיט א הויף - חצר מיינט א הויף

"די פרובירסט אראפ צילייגן א בילד ווי עס האט גארנישט מיט די קהילה. נאך מער די ביסט ברוגז אויף זיי פאר וואס זיי מישען זיך נישט אריין. ווען אין פאקט איז דא אויף טעיפ ווי איינער פון די טעראריסטן האבען געזאגט אז גארנישט אין סקווער ווערט געטיהן אן רשות." ליין איבער מיינע ווערטער .... ביזט מסתמא א גיטע קעפעל בכללות אבער דא האסטו מיך נישט פארשטאנען בכלל....איך זאג אז דו קהילה וואלט געדארפט קער נעמען פון דעם מנין עסק מיט אפיציעלע קהילישע מיטלען און נישט עס איבער לאזען אין דו האנט פון ווילדע בריונים וואס שפייען א אימשילדיגע טאטע פין קינדער אין בית המדרש אין פראנט פון זיינע קינדער און הענגען שיך און זאקען אין שול און זענען מחלל שבת! נכתב בצד וואס דו האסט אויף טעיפ וואס טערעריסטען זאגען איז מיר נישט קיין חילוק ... אז זיי קענען מחלל שבת זיין און גנבענען קענען זיי זאגען ליגענט .....איך גלייב נישט אז סקווערער קהילה האט זיי דיירעקט געשיק וואנדעלעזירען אבל מדשתקי שמע מינה ניחא להו

און דער שוויגען איז א עוולה - סיי דער שווייגען קעגען טעראר און סיי שווייגען קעגען דו  מחוצפים.  ובעיקר מיטען זיך נישט ארויסשטעלען לכתחילה ווי א קהילה האט צו טאן. עס טוט מיר וויי אז סקווערע קהילה פירט נישט זייער פקודה פון רבין צו סטאפען דעם מנין ! עס טוט מיר וויי אז סקווערער קהילה איז נישט מוחה אויף טעראר ! עס טוט מיר וויי אז זיי זענען נישט מוחה אויף חילול שבת / הלבנת פנים/גניבה/ביזיון בית המדרש/ סקווער איז א הערליכע שטאט אבער ווי זענען דו ראשי קהילה באהאלטען ? איינער ווייסט?

מיט דיין קימענדיגע נקודה וואס פארלאנגט ביאור וועל איך צרוק קימען בעזהי"ת

זאלסט האבען הצלחה און דיין געמוט זאל זיך ברואיגען בסייעתא דשמיא



 

משה9 » 1/11/2010 05:58

גביר_אדיר דו שרייבסט אויבן:
"בפרט, ווען דו, בעל שיטה אליינס, וייסט זיער גוט, אז פ. איינער פון די יחידים, (אדער מחוצפים ווי די ווילסט עים רופן) איז גרייט ארויסצומופן, ער וויל נאר מען זאל אים באצאלן פאר זיין הויז, אזוי פיל וויפיל עס איז ווערט, ער זאל קענען קויפן א הויז ערגעץ אנדערש"

איך האב נייעס פאר דיר, פ' קען נישט פארקויפן זיין הויז ווייל עס האט עטליכע Liens ווייל ער האט געוואלט שפילן מעשה עושר און געטיילט צדקה א שטיק צייט פון געלט וואס איז אפילו נישט געווען זיינס ביז זיין באלאן האט געפלאצט. צוליב דעם איז ער אזוי אנגעווייטוגט. ער האט געוואלט שפילן א ראלע ווי א. אסטרייכער אבער סקווער האט גלייך געזען אז ער איז א שטיק בלאף און אז ער איז נאר אויסן פאר כבוד און מ'האט אים איגנארירט, ממילא איז ער אנגעווייטיגט. ער איז נעבאך א צורידערטע בריאה וואס קומט פון א צורידערטע משפחה.

בעלשיטה » 1/11/2010 06:23

מיין המשך תשובה צום אינסיידער 

"ווען עס איז געווען די פייט מיט די עלטערע בחורים האבען זיי זיך געבעטן זיי צי לאזען האבען נאך א בית המדרש זיי האבען געקענט באשטיין אז עס זאל זיין א באורד פון סקווער ווער עס זאל מעגען אריין גיין איז די ענפער געוויהן א ניין. סקווער איז נישט געוויהן נאנט צי זיין רייף צי עפענען נאך א בית המדרש יא פרידוואלט נישט פרידוואלט"

דו טבע פון א יעדער מענטש ווען מען וויל אדורך פירען מיט אים א זאך וואס איז אים זייער שווער איז נישט אז מען קימט אים פייטען און אטאקירען , אויב באפאלט מען אים טוט זיך דער מענטש מער באפעסטיגען אין זיין פאזיציע ווייל ער מיז זיך באשיצען פון דו אטאקירער . נאר דו מהלך איז אז מען לאזט דעם מענטש און צעביסלעך צעביסלעך געבט מען אים אנצוהערען אז עס ברענגט אים נישט קיין גוטס זיין מהלך און עס וועט זיין זה נהנה וזה נהנה אויב ער וועט נאכלאזען . אזוי ארום לאזט דער מענטש צעביסלעך נאך פון זיין קעגנערשאפט - מענה רך משיב חימה- פראביר עס אויף דו מענטשען וואס דו ווילסט פערזענליך משפיע זיין און דו וועסט זעהן הצלחה בעזר השם.
והנה. דו מענטשען וואס שטייען אויף דו הנהגה פון סקווירא זענען נישט אנדערש אויב קימט מען זיי אטאקירען וועלען זיי זיך מיזען באפעסטיגען ווייל אזוי איז דער טבע אנושי.... ווען עס איז רואיג קען מען צעביסלעך נאכלאזען.....אסאך זאכען האבען נאכגעלאזט דו לעצטע פאר יאר אין סקווירא .... איך דארף דיך נישט דאס פארציילען .... פארוואס האט עס נאכגעלאזט ? ווייל עס איז געווען רואיג! דו מחוצפים טיען אפ פאר דו גאנטצע שטעטעל!
 איך וויל ווידערהאלען מיין פאזיציע .... [מען אטאקירט מיך מוז איך זיך באפעסטיגען]  סקווערע מענטשען בכללות : פארשטייען דו וואס ווילען און פלעגען אהין גיין דאווענען, א גרויס חלק האלט  נישט  מען האט דאס געמיזט מבטל זיין, בכללות האבען סקווערע מענטשען זייער זייער ליב דעם רבין, זיי ווילען נישט מען זאל זיך מתחצף זיין פארען רבין אפילו אויב זיי האלטען מען וואלט עס געקענט לאזען דאך איז חוצפה אסור און עס טוט וויי , סקווירא מענטשען ווילען א הנהגה און נישט קיין אנארכיה, סקווירא מענטשען האבען ליב דעם פלאטץ און האבען אסאך בענעפיטס פון דעם פלאטץ, סקוורער מענטשען וואלטען זייער געוואלט עס זאל זיין נאך א בית המדרש בהנהגת דעם רבין, סקווערער מענטשען ווילען נישט קיין חוצפה, זיי ווילען נישט קיין טעראר , זיי ווילען זיין פארזיכערט אז מען גייט זיי נישט אנשפייען אין בית המדרש, זיי ווילען נישט חילול שבת זאל אדורך גיין בשתיקה , זיי ווילען נישט פענסטערס געשאסען און דו בית המדרש בהאנגען , זיי ווילען א קהילה !!!! קהל זאל נישט שווייגען !!!! קהל זאל אפשטעלן טעראר און חוצפה !!!!!! זיי ווילען א רואיגע פעלאטץ בנשיאות פון זייער רבי!!!! זיי ווילען א קהילה וואס טוט זייער אויפגאבע און זענען דא ווען מען דארף זיי!!! זיי ווילען נישט אז יעדער רגע זאל נאך א מענטש ווערען א שונא צוזעהנדיג ווי קיינער שטעלט זיך נישט קעגען דו טעראר וואס ווערט געטאן צו זייערע קרובים ידידים שכינים און באקאנטע...... דו קהילה דארף נעמען דו לייצעס און זיך ארויס שטעלען קעגעו דו עוולות אפיציעל . קהל קהל! שוינסט אויף דו כבוד פון רבין לאזט נישט קיין חוצפה ! שוינסט אויפען רבין  און אויף דו איינוואוינער לאזט נישט קיין טעראר ! נאר ווען קהל וועט טוען וואס זיי דארפען וועט זיך דער שיינקייט פון סקווירא ארויסזעהן

בעלשיטה » 1/11/2010 07:52

איך שרייב צו משה 9
אונאת דברים איז ביי דיר גארנישט ?מבזה זיין א גאנצע משפחה איז ביי דיר גארנישט ? גראדע א שיינע וואוילע משפחה מיט קינדער חסידים און וואוילע אידען . וואס מאכסטו אוועק צדקה????
מען מעג נישט זיין קיין מחוצף ! מען מעג נישט טערעראזירען ! מען מעג נישט מלבין זיין א איד ! מען מעג נישט אנריפען א שיינע משפחה "א צורידערטע משפחה." שעם דיך ! איך קען נישט גלייבען וואס האסט געשריבען! וכל הפוסל......
השי"ת זאל העלפען זאלסט זוכה זיין צו תשובה
עס וואלט געווען א ריכטיגע זאך זאלסט זיך אנטשולדיגען און צוריקציען

SkverShtat » 1/11/2010 08:55

"אינסיידער פון ווי ?? פון פריוואלד?? פון דער קהילה?? אה. פשוט א אינסיידער פון סקווירא ?!?!? ווייסטו דאך גארנישט מער ווי מיר"

איך בין א אינסיידער פון סקווירא אין שטעלט זיך ארויס נישט אז איך ווייס מער פון דיר נאר איך בין נישט אזוי נאיוו ווי דיר. די ביסט פארנימען שרייבען אז די טעראר האט גאנישט מיט די קהילה, דאן זיי מיר מסביר פארוואס פינקט די נאכט וואס רבי האט אריין געריפען די קהילה פאר א מיטינג האט מען געזיהן שלום רייצענשטיין שליח ב"ד אויסשיסען פענצטערס פון קארן?!?!  נאך א נקודה, נאך די פראטעסט מצ"ש ביי ח. א. ראטענבערג איז פאר געקימן א מיטונג ביי איצי'ס הויז אין ביי די מיטונג איז געבליבען אז אפי' די מענטשען וואס האבען שוין געסטאפט דאווענען דארף מען נאך אלץ פייניגען ווייל מלך שמחל אל כבודו אין כבודו מחל. אין טאקע היינט נאכט האט מען אויסגעשאסען א פענצטער פון א געוועזענע מתפלל.

"ווען דער רבי האט אפיציעל געלאזט הערן אז ער וויל נישט זענען געבליבען נאר 2 און יא..... מחוצפים" "א חלק מנין זענען גרושים וואס פילן זיך נישט און פלאץ אינעם גרויסען בית המדרש זיי ווילן זיך נישט דארפען טרעפן מיט זייער געוועזענע שווערס און שוואגערס נאכען דאווענען". "אמת ויציב און איך האב מיטלייד מיט זיי"                           ליין וואס די שרייבסט די ביסט מודה אז עס איז דא גרושים דארטען אבער מחוצפים איז נאר דא צוויי חוץ אויב גרושים זענען נישט קיין מענטשען זיה איך נאך נישט ווי דיין חשבון קימט אן צי צוויי. אין אויב עס איז יא דא מער ווי צוויי איז פאר וואס האבען זיי זיך גענימען נאר איבער די צוויי וואס האבען קינדער אין די מוסדות?

וואס איז באקאנט פאר אלע איינוינער אז די מוסדות איז זייער גרעסטע שטעקען ווען זיי ווילען איינער זאל טיהן עפעס וואס זיי ווילען

"נישט אמת!! נישט אמת!!! ווען עס הענגט ווען א צעטיל אין בית המדרש [פאר אלע טעראר] פון בית דין און פון קהל דאס צו אסרען בשם דעם רבין וואלטען רובא דרובא דרובא מענטשען אויפגעהערט אהין גיין!!"

פאר וואס עפעס בשם די רבי? פאר וואס זאל ב"ד נישט אויף הענגען א צעטיל אז זיי אסרן צי גיין אין פרידוואלד? נאר וואס ווייל ווען ב"ד הענגט א צעטיל אז פרידוואלד איז אסור וואלטען מנטשען געפרעגט וואס איז די פראבלעם פון דאווענען מיט עלטערע יודן? יעצט ווען ב"ד וואלט ווען אויפגעהאנגען א צעטיל בשם די רבי אין איינער וואלט זיך נאר דעאוואגט צי גיין ווייטער דאווענען וואלט ער געוויהן א שגץ אין א מורד. דיין עצה איז ווייטער צי ניצען די מורד קאמפיין.

איך פערזענליך האלט אז ער האט נישט קיין רעכט צי צווינגען מענטשען צי ציך צי שטעלען צי זיין סיסטעם. אין לאמיר ווען זאגען אז עס איז יא זיין שטעטיל אין ער קען יא איינטיילען ווי מען מעג אין מעג נישט דאווענען. ווי קען ער נעמען די אחרית אויף די אלע יודען וואס גיין דאווענען ביחודת אדער דאווענען בכלל נישט לכבוד אים? ער איז א רבי אין די דזאב פון א רבי איז צי נעטער ברענגען יודן צום באשעפער נישט חו"ש פארקערט.

"עס טוט מיר וויי אז סקווערער קהילה איז נישט מוחה אויף טעראר!" "אבער ווי זענען דו ראשי קהילה באהאלטען?"

עס איז דא זייער א פשוט'ער תריץ פאר וואס די קהילה מישט זיך נישט אריין, ווייל זיי שיקן די טעראריסטן. זיי נישט אזוי נאיוו זיי ווילען דאס אין פארדיעם איז עס דא!!

בעלשיטה » 2/11/2010 01:56

לכבוד דעם אינסיידער
"איך בין א אינסיידער פון סקווירא אין שטעלט זיך ארויס נישט אז איך ווייס מער פון דיר נאר איך בין נישט אזוי נאיוו ווי דיר"
ווען מען האט חילוקי דיעות און מען באציהט זיך צו דו פאקטען אן געבען קיין ביליגע טיטלען ווייזט עס אויף א חכמה און א ברייטקייט......
"ביסט פארנימען שרייבען אז די טעראר האט גאנישט מיט די קהילה" ביטע זיי מצטט איין פלאטץ ווי איך האב דאס געשריבען.... איך שרייב כסדר אז עס איז א געוואלדיגע געפערליכע עוולה פון דער קהילה אז זיי שטעלען נישט אפ קיין טעראר ומדשתקי שמע מינה ניחא להו......נאר איך האלט גראדע נישט אז זיי האבען בפירוש געשיקט .... אבער וואס איז א חילוק עס איז געניג שלעכט אז זיי זענען נישט מוחה און ווייזען א ניי נפשא מען דארף נישט צובאקען און מגזם זיין אז זיי האבען געשיקט ....עס איז ביטער ווי א זית גענוג.
"דאן זיי מיר מסביר פארוואס פינקט די נאכט וואס רבי האט אריין געריפען די קהילה פאר א מיטינג האט מען געזיהן שלום רייצענשטיין שליח ב"ד אויסשיסען פענצטערס פון קארן?!?!" [איך באשטעטיג נישט אז מען האט אים געזעהן אבער אויב יא]
ניחא להו! ער האט געשמעקט אז דו קהילה מאכט צו דער אויגען און האט פארשטאנען....וויי אזא שוואכע קהילה וואס קען נישט אפיציעל קער נעמען פון א ענין נאר מיט צולאזען טעראר מיט פארמאכטע אויגען!
"נאך א נקודה, נאך די פראטעסט מצ"ש ביי ח. א. ראטענבערג איז פאר געקימן א מיטונג ביי איצי'ס הויז אין ביי די מיטונג איז געבליבען אז אפי' די מענטשען וואס האבען שוין געסטאפט דאווענען דארף מען נאך אלץ פייניגען ווייל מלך שמחל אל כבודו אין כבודו מחל
"
שקר וכזב ! עס איז נישט געווען און קען נישט זיין!!! זאל זיך קיינער נישט איינרעדען אז ביי ר יצחק אינדערהיים איז פארגעקימען אזא מיטינג !!! מה יתן לך ומה יוסף לך לשון רמיה?!

"ווען דער רבי האט אפיציעל געלאזט הערן אז ער וויל נישט זענען געבליבען נאר 2 און יא..... מחוצפים" "א חלק מנין זענען גרושים וואס פילן זיך נישט און פלאץ אינעם גרויסען בית המדרש זיי ווילן זיך נישט דארפען טרעפן מיט זייער געוועזענע שווערס און שוואגערס נאכען דאווענען". "אמת ויציב און איך האב מיטלייד מיט זיי"                           ליין וואס די שרייבסט די ביסט מודה אז עס איז דא גרושים דארטען אבער מחוצפים איז נאר דא צוויי חוץ אויב גרושים זענען נישט קיין מענטשען זיה איך נאך נישט ווי דיין חשבון קימט אן צי צוויי. אין אויב עס איז יא דא מער ווי צוויי איז פאר וואס האבען זיי זיך גענימען נאר איבער די צוויי וואס האבען קינדער אין די מוסדות?"

א יישר כח פאר דו הומאר וואס דו לייגסט דא אריין אין דעם געדרייטען פשעטיל בנוגע א חקירה צו גרושים זענען מענטשען.... אבער דו עצם קשיא תירוץ און פירכא פארשטיי איך נישט ביטע באלייכט מיינע אויגען און מאך קלאר וואס דו שרייבסט דא

"וואס איז באקאנט פאר אלע איינוינער אז די מוסדות איז זייער גרעסטע שטעקען ווען זיי ווילען איינער זאל טיהן עפעס וואס זיי ווילען" אמת ... עס איז א פיינפילע טעכניק .... מען דארף דעת תורה פאר מען ניצט דעם מהלך .... א קהילה האט זיכער א רעכט צו האבען דעם שטעקען אין דו האנט לעת הצורך... אבער אפיציעל ! זיך ארויסשטעלען! חס ושלום נישט צולאזען ווילדע יונגעלייט קימען ארויסטראגען דו קינדער פין מוסד און אויסריפען  אין דו הויך הילכער דו קינדער זאלען אהיים גיין מיט אלע זאכען.... דאס איז שוואכקייט ... דאס איז רשעות...דאס איז טעראר!

"פאר וואס עפעס בשם די רבי? פאר וואס זאל ב"ד נישט אויף הענגען א צעטיל אז זיי אסרן צי גיין אין פרידוואלד? נאר וואס ווייל ווען ב"ד הענגט א צעטיל אז פרידוואלד איז אסור וואלטען מנטשען געפרעגט וואס איז די פראבלעם פון דאווענען מיט עלטערע יודן? יעצט ווען ב"ד וואלט ווען אויפגעהאנגען א צעטיל בשם די רבי אין איינער וואלט זיך נאר דעאוואגט צי גיין ווייטער דאווענען וואלט ער געוויהן א שגץ אין א מורד. דיין עצה איז ווייטער צי ניצען די מורד קאמפיין." בשם דער רבי... ווייל אין יעדער איינציגע בית דין צעטיל אין סקווירא איז דערמאנט בהסכמת מרן שליט"א.... און חוץ פון דעם בית דין אליין וואלט מען אויך געפאלגט.... מען וואלט געקרימט מיט דו נאז סיי אויב מען דארמאנט יא דעם רבין און סיי אויב נישט אבער געפאלגט וואלט מען. א חוץ פון דעם איך האב נישט אנקעגען א מורד קאמפיין גארנישט .... נאר דו קהילה דארף עס פירען און בדרכי נועם נארמאל מיט א שטארקייט גיין שלב נאך שלב מיט קהילישע מיטלען און נישט צולאזען קיין טעראר און קיין חוצפה.
"איך פערזענליך האלט אז ער האט נישט קיין רעכט צי צווינגען מענטשען צי ציך צי שטעלען צי זיין סיסטעם." איך הער דיין מיינונג ... עס קען זיין... אסער א הנהגה פון א עדה אידען און פון א מרא דאתרא טאר מען נישט אינטער ברענגען אפילו אויב זיי זענען נישט גערעכט
"אין לאמיר ווען זאגען אז עס איז יא זיין שטעטיל אין ער קען יא איינטיילען ווי מען מעג אין מעג נישט דאווענען. ווי קען ער נעמען די אחרית אויף די אלע יודען וואס גיין דאווענען ביחודת אדער דאווענען בכלל נישט לכבוד אים? ער איז א רבי אין די דזאב פון א רבי איז צי נעטער ברענגען יודן צום באשעפער נישט חו"ש פארקערט."
  איך פארשטיי דיין טענה איך פארשטיי אויך אז דער רבי האט זיכער חשבונות און תירוצים דאס צו פארענטפערען ווי למשל טובת הכלל אנקעגען טובת הפרט וכולו כל מיני חשבונות.

"עס איז דא זייער א פשוט'ער תריץ פאר וואס די קהילה מישט זיך נישט אריין, ווייל זיי שיקן די טעראריסטן. זיי נישט אזוי נאיוו זיי ווילען דאס אין פארדיעם איז עס דא!!" איך זעה אויך אז זיי זענען נישט מוחה ! זיי לאזען עס צו! עס איז א עוולה נוראה! פארוועם זענען זיי דא דו קהילה ? זיי כאפען נישט אז מענטשען אין סקווירא ווערען מלא חימה ? זיי האבען נישט קיין אחריות אפצושטעלען חיות טורפות? זיי קענען נישט קער נעמען פון דעם ענין ווי א קהילה דארף טאן ! האלוואי זאל טעראר און חוצפה אפגעשטעלט ווערען בקרוב ... מי יתן סקווער זאל האבען א קהילה פון שטארקע און נארמאלע מענטשען!

הצלחה




בארא » 2/11/2010 15:43

איך בין נישט קיין סקווערער, אין אלץ א סייד וויוער קיקט עס יר אויס נישט גוט פון ביידע זייטען, קודם כל די סקווערע רבי הייסט א ערענסטע אין חשובע יוד, און איך ווייס נישט ווער סהאט נישט מורא צו טשעפענען אפען מיט אים, נישט זיין א חסיד פארשטיי איך, אבער טשעפענען איז שוין גאר עפעס אנדערשט

און פין די אנדערע זייט די מעשי טעראר און ווייעלענס איז קלאר אקעגען די תורה און מענטשלעכקייט, און די עקספיריענס ווייזט אז סהאט נאך כמעט אייביג געהאט א פארקערטע ריעקשען, ספעשעלי היינטיגע צייטען ווען מענטשען זענען מער אויפגעקלערט ווי אמאל און מענטשען זענען נישט גרייט זיך צו לאזען שמייסען, און אנדערע מענטשען זענען נישט גרייט עס ציקוקען ווי מפירט אן טעראר אקעגען יודישע ברידער

בעלשיטה » 2/11/2010 18:01

בארא ! יפה דברת. מיר זענען אחים לדעה!
חוצפה איז א עוולה וואס א קהילה דארף מטפל זיין !
טערע איז א רשעות און א עוולב נוראה וואס מען טאר נישט צולאזען און אוודאי נישט מאכען א חינוך אדער א הייליגע זאך דערפין.
עס איז דא א גרויסע מעגליכקייט אז דו מתחצפים וואלטען נישט אנגעקימען צו דעם ווען דו קהל וואלט מיט זיי נארמאל מטפל געוועזען.... יעצט זענען זיי פארכאפט אין א נצחון פייט....
הצלחה מרובה

boyskver » 3/11/2010 09:40

א שמיצגע פאשקעוויל אויף א חשוב'ע יונגערמאן פון סקווער פארן פלעיגען גיין דאווענען אין פרידוואלד!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי boyskver ב- 03/11/2010 09:50:34




תוקן על ידי boyskver ב- 03/11/2010 09:53:25

משה9 » 3/11/2010 19:14

בויסקווער: אויב עס שטערט דיך אזוי שטארק די שמיצגע פאשקעוויל אויף א חשוב'ע יונגערמאן פארוואס האסטו דאס דא ארויפגעלייגט, אים נאכמער צו פארשעמען?

אלא מאי? דו ביסט די זעלבע טעראריסט ווי דער וואס האט געמאכט דעם שמיצגע פאשקעוויל אויף א חשוב'ע יונגערמאן און דו זוכסט נאר עקשאן.

ב,ד,וו, what about די חילולי שבתות אין דעם חשוב'ע יונגערמאן'ס אפיס אנטקעגן דעם שלאכט הויז?

SatmarNews » 3/11/2010 19:33

א ריכטיגע סקווערע פאשקעוויל...

_________________

HTML clipboardSatmarNews


בעלשיטה » 3/11/2010 19:43

א פאשקעוויל איז טערעריזעם! ווי זענען דו קהילה און ווילידזש וואס דארפען אפשטעלן טעראר און הלבנת פנים ביי זיי אין שטאט?! מדשתקי שמע מינה......... דו סקווערער וואויטערס האבען שוין נעכטען געוויזען זייער מיינונג. מיטען יא און נישט ארויסקימען וד"ל
בויסקווער טוט א עוולה מיטען ארויף לייגען דעם פאשקעוויל אויף דו אינטערנעט ! נאר אין שטאט מעג מען עס נישט ארום ווארפען און אויף דו אינטערנעט מעג מען עס לייגען?! דו געבסט דאך זיי פרי אדווערטייזמענט. בוי סקווער סטאפפ מיט דיין טעראר! דו אייבעשטער זאל שוין העלפען מיט מנוחה שלימה שאתה רוצה בה

משה 9 דאס מאל האב איך הנאה פון דיר אבער ביטע בעט איבער דער משפחה וואס האסט מבזה געווען

בעלשיטה » 3/11/2010 19:46

אוי וויי משה9 .
איך באמערק יעצט דו רעדסט שוין ווייטער לשון הרע

בעלרעיון » 3/11/2010 20:19

דער בעל שיטה איז גוט. דער SKVERSTAT דער אינסיידער ווי בעל שיטה רופט אים איז אנטלאפען פון דא צו עפעס א קליינע פארום וואס ווערט געקוקט אדורך אסאך ווייניגער מענטשען לכאורה ווייל ער האט מורא פון בעל שיטה

משה9 » 3/11/2010 20:44

בעלשיטה: וואס איז די פורום אויב נישט פול מיט רכילות און לשון הרע. רכילות און לשון הרע איז אסור אויף א רבים פונקט ווי אויף א יחיד.

רשכבהגולם » 3/11/2010 20:50

זאגט נאר אידן? האט זיך עפעס אנגעזען אויף די רזאלטאטן ביי די וואלען נעכטן, און סקווער,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 03/11/2010 20:52:10

SatmarNews » 3/11/2010 20:54

א ריכטיגע סקווערע תגובה...



בעלרעיון כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער בעל שיטה איז גוט. דער SKVERSTAT דער אינסיידער ווי בעל שיטה רופט אים איז אנטלאפען פון דא צו עפעס א קליינע פארום וואס ווערט געקוקט אדורך אסאך ווייניגער מענטשען לכאורה ווייל ער האט מורא פון בעל שיטה

_________________

HTML clipboardSatmarNews


רשכבהגולם » 3/11/2010 21:12

קענסט מיר אפשר זאגן וואס די ווילסט פון די סקעווערע,
דער סטעטמענט וואזט אויף צומצום,
עיין כל המתיבתא פארום (טיפיקעל זאלי)

_________________

רשכבהגולם » 3/11/2010 21:20

SatmarNews כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א ריכטיגע סקווערע פאשקעוויל...

_________________






זיי מסביר פינקטליך וואס די ווילסט,

_________________

SkverShtat » 4/11/2010 00:27

שלום עליכם מיינע חברים וידידים וועלקאם בעק!

לאמיר דא מסביר פון ס'רעדט זיך דא איך בין נישט אנטלאפן אין ערגעץ נישט...

די נאכט פאר די גרויסע וואלן האב איך ארויף געלייגט אן הארצרייסענדע בריעף וואס איינער פון די תושבי השיכון האט מיר אריין געשיקט אין email, איך האב עס דייקא נישט געוואלט ארויף לייגן דא אין די פארעם וויסענדיג וואספארא חורבן דאס קען נאך אנמאכען אין שטעטל, האב איך עס ארויף געלייגט אויף א נייעם פארעם האפענדיג אז ס'וועט נישט האבן קיין השפעה אויף מער ווי 25 מענטשען, צו שיקען א שטילען שטיקעל מעסעדש צו די הנהגה...

דא האט איר דעם גאנצען בריעף...

אן אפנע בריעף צו די תושבי השיכון

די אלט/ניי מאוומענט "שטארקע הנהגה" אין שטעטל

פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זיצונג אין הויף [בחצר הקודש], ווי ס'איז אויסגעליפטערט געווארן פארשידענע געדאנקן צו פארשטיין וואס האט צו געברענגט צו דעם מצב אז גארנישט רוקט זיך נישט אין שטעטל, ביז מען איז אנגעקומען צו דעם החלטה אז די סיבה איז... ווייל מען האט נאך געלאזט פון די שטארקע הנהגה די פארלאפענע צען יאר!

איז דאס אמת? ניין! ווען נאך האט מען ארויס געוויזן אזויפיל שטארקע הנהגה ווי אין די פארלאפענע צען יאר, ווען האט מען איין געפירט מענער און פרויען זייט? ווען האט מען איין געפירט ארויס צו רייסן חתונה געהאטע זוהן און טעכטער פון אונטער די טאטעס און מאמעס הענט מיט עכטע ברוטאלישקייט און זיי פארשיקן צו אלע קצוות תבל, ווייל אזוי האט די שטארקע הנהגה אפגעמאכט, בשעת די קינדער און אייניקלעך פון די הויף קענען בלייבן רואיג וואוינען דא אין שטעטל ואין פוצה פה ומצפצף? ווען האט מען איינגעפירט אז א חיוב קען נישט דאווענען מוסף פארן עמוד, אפילו ווען די רבי דאווענט נישט יענע וואך? וכו' וכו'...

לאמיר זעהן ווי מען זעהט נישט די שטארקע הנהגה אויף וואס מיר קוקען אזוי ארויס...

ווי איז די שטארקע הנהגה ווען ס'הערשט אזא מאנגעל און דירות אז יונגעלייט דארפן גיין וואוינען ביי די זיידעס און באבעס, ווי לעכרליך איז דאס ווען איין דאנערשטאג פאר די וואלען קומט מען ארויס מיט גרויסע קול קורא'ס אויף די הימעל שרייענדע גזירה, ווי כאילו דאס האט אויך צו טוהן מיט פאליטישע אמטען, ווען קינד און קייט ווייסן אז דאס קומט נאר ווייל די שטארקע הנהגה האט אויפגעהערט צו פארקויפן לאטס פאר די המון עם ווייל זיי האלטן אלעס פאר זיך, און מער פון דעם וואס די שטארקע הנהגה האט אזוי ארויף געשרויפט די פרייזען פון די לאטס אויף גאר אויסטערלישע הויכע פרייזן, יונגע מאמעס גייען אראפ פון זינען פון את הלחץ זו הדחק [עיין ברבינו בחיי], בשעת די איינציגסטע הערליכע הייזער ווערן געבויט דארך די שטארקע הנהגה פאר די משפחה פון די שטארקע הנהגה!!!

ווי איז די שטארקע הנהגה געווען ווען די גאנצע כולל סיסטעם איז צוזאמען געפאלן, וואס א חוץ ארויס שלעפן דאס לעצטע דאלער פון די פאר ארומטען ציבור הערט מען נישט פון זיי!!!

ווי איז די שטארקע הנהגה געווען ווען די השחתה אין שטעטל איז געווען אויפן שרעקליכסטן פארנעם, וואס א חוץ פון פארשטאפן יעדען אויפריכטיגען קריטיק, האבן זיי אלעס פארדעקט!!!

ווי איז די שטארק הנהגה ווען מען איז מחנך אונזערע קינדער צו טעראריזעם, ווען דאס פארדארבט דאס גאנצע חינוך מקטן ועד גדול!!!

ווי איז די שטארק הנהגה ווען כבוד תלמידי חכמים וכבוד הבריות ווערט אזוי דערנידערט און צוטרויטען  מיטן שטיוועל אין שטעטל!!!

חשובע ציבור, לאמיר שיקען אן איינמאליגען שטארקען מעסעדש צו דעם שטארקען הנהגה, ס'איז שוין צייט צו טוישען די סארט הנהגה, ניצט אויס די הנהגה וואס השי"ת האט ענק געגיבען צו העלפן אידן און נאר צו גוטס טוהן פאר אידן, אזוי וועט השי"ת העלפן אז די הנהגה וועט בלייבן ביי ענק שטארק אויף שטענדיג!!


ווי ס'זעהט אבער אויס האט דאס געשיקט א שאק כוואליע אין שטעטל, איך רעד שוין נישט פון דעם וואס איבער צוויי הונדערט וואטערס [כולם אנשים חשובים וידועים] האבן זיך נישט באטייליקט דיע מאל אין די וואלן, ווי צו שיקן א שטילן מחאה פאר די פארפירערס, [ס'דערמאנט מיר פון די באקאנטע מעשה פון א אינגערמאן וואס האט ליידער נישט געהאט קיין שלום בית, און איז נישט געגאנגען צו די בחירות, ווייל ער און זיין ווייב שטימען נישט], איז דא פארגעקומען אן אומדערהערטען זאך פאר אזא שטעטל ווי סקווער, אז איבער הונדערט אידן האבן געשטומט אקעגן די הנהגה מער פונקטליכער 104 וואטס זענען געגאנגען צום צד שכנגד, פאר דער וואס איז באקאנט אין שטעטל איז דאס קיינמאל נאך נישט פארגעקומען אזא זאך אז מער פון 7 מענטשען זאלן אזוי ארויס ווייזען זייער שטארקן אומצופרידענהייט מיט זייער וואט...

יעצט צו דעם בעל שיטה נאכן זיך אזוי פיל ארום שרייבן אהין און צוריק, פאנג איך שוין אן צו ווערן א בעל דרך ארץ פאר דיר, כאטשיג איך בין נאך מחולק אויף דיר מיט כמה וכמה זאכן, אבער ווי מען זעהט מיט רוב זאכן זענען מיר צו געקומען צו א גלייכן פארשטאנד, הלואי וואלטן מיר זיך געקענט אראפ זעצן ביי איין טיש און פארהאנדלען מיט די איבעריגע זאכן, און הלואי וואלט מען איז נאכאמאל אויסגעהערט אין הויף וד"ל...

לעת עתה וועל איך נעמען א שטיקעל אוירלויב פאר עטליכע טעג, איך וועל זעהן ווי אזוי זאכן שטעלן זיך אויס, און איך האף אז איך וועל קענען צוריק קומען מיט בשורות טובות, אז זאכן האבן זיך באמת פארבעסערט, און אויב נישט...



תוקן על ידי SkverShtat ב- 04/11/2010 00:29:52

boyskver » 4/11/2010 04:26

דאס רשעות אין סקווער איום ונורא, מען האט יעצט אויך אריינגעשלעפט זייערע איינגעשטעלטע דאס ב"ד פון די הנהגה
די רעביסטעווע האט אנגעהויבן עמטליך בליט פארגיסונג אינטערן נאמען פון סקווערען  ב"ד 

די סקווערע הנהגה האבן יעצט עמטליך זיך אריינגעווארפן אינטערן שמיציגען קאמפען קעגן הרה"ח ר' מ"ד שליט"א
אריין געווארפן צו אים א צעטעל (זיי האבן נישט געהאט די גאטס, אן אינטערשרייבן זייערע חתימות) ווי זיי טוען נאכמאכן די אנדערע דורעכגעפאלענע הנהגות מיט "אסור דריסת הרגל"
און נותנים יד לפושעים, ווי זיי האבן געגעבן א יד, און אינטערגעצונדען די סקווערע טעראריסטן צו נעמען דאס געזעץ אליינס און אנפירן מיט די טעראר!
ווי אין זייער פאשקעוויל  שטייט "וצריכים למנוע אותם מהכניסה"
די שוטים! זיי ווייסן נישט אז אין סקווער איז אויך דא 911 .



[בילד – נישט אפגעהיט]

קווינסצדיק » 4/11/2010 04:59

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

קווינסצדיק » 4/11/2010 05:12

סקווירא בני יואל האט געלערערט 24 רעדער פון די טרעילער וואס פירט די פארענטשעס

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

גביר_אדיר » 4/11/2010 17:42

k
איך גיי נישט ענטפערן דא אויף אלע תגובות פון בעל שיטה, ווייל פון זיינע ערשטע פאר תגובות זעט מיר אויס דא ווי ער איז דירעקט געשיקט געווארן פון די בעלי זרוע דארט אין סקווירא, צו טרייען זיי צו פארענטפערן. און דעריבער גיי איך מיך נישט ספראווען מיט אים. (און אויב האב איך געמאכט א טעות, בעט איך אים שוין מחילה).

יעצט אזוי. די וואך ביי די וואוטס - מען האט עס שוין דערמאנט דא, אבער איך שרייב עס נאכאמאל - האט זיך שוין אנגעזען די פירות פון די טעראר. אין א קלארן מעסידזש, וואס די "צוויי מחוצפים" האבן געשיקט פאר קהל, האבן זיך איבער צוויי הונדערט מענטשן אפגעהאלטן פון וואוטן בכלל, און איבער הונדערט מענטשן, האבן געוואוט דוקא פארקערט (איך האב נישט געקענט מברר זיין די קלאר נומערס, איך האב געהערט נומערס צווישן 104 און 153, און איך מיין עס איז נישט באמת קיין נ"מ פונקט וויפיל, ווייל אפיל 104 איז בערך 15 מאל מער ווי סיי ווען אימער אין סקווירא.

איז דאס אלזא געווען א שטילע מעסידזש צו די חברה, אז זיי זאלן האלטן די הענט ביי זיך. איך ווייס נישט ווי לאנג די מעסיזשעס וועלן בלייבן שטיל, ווייל ביז היינט האט מען אין סקווירא נישט געהערט פון פעטש און שטיינער ווארפערייען און פענסטער ברעכערייען, דעריבער האט טאקע דער ציבור (כמובן די וואס זענען נישט צופרידן) געליטן און געשוויגן. יעצט אבער אז "זיי" הייבן אן נוצן דעם שפראך, די ידיים ידי עשו, מיין איך אז עס וועט נישט דויערן לאנג ביז די "מחוצפים" וועלן זיך אויסלערנען דעם שפראך פון די בעלי דרך ארץ, און זיי וועלן אנהייבן ענטפערן אין א שפראך וואס זיי פארשטייען.

פאר די אלע וואס שרייען אז גאנץ סקווער איז פארגלייב אין רבין און לאוון דעם רבין אהבת אמת, און ווילן נאר זיך לאזן טרעטן אונטער זיינע שטיוול באהבה ויראה ברתת ובזיעה. פאר די אלע האב איך איין ווארט, עס קען זיין "נאאיוו" עס קען זיין "שמאל קעפיג", עס קען זיין "בלינד" אדער פשוט "אומוויסנד".

סדנא דארעא חד הוא, און דאס וואס מענטשן אין ק"י אדער אין אנדערע מקומות האבן נישט ליב, דאס זעלבע האבן מענטשן אין סקווירא נישט ליב. און ווער עס חלומ'ט אז צווישן צוועלעף הונדערט משפחות איז נישט דא ווער ווי "צוויי" אדער אפילו "צוואנציג" וועלכע זענען אויסגעשפראכן קעגן די הנהגה, דער לעבט טאקע אין חלומות. אזא זאך איז גארנישט במציאות.

אבער דאס איז געזאגט געווארן נאר פאר איינער וואס ווייסט נישט, אז ער קען זיך דאס אליינס משער זיין. אבער אזוי ווי איך ווייס דער מציאות, קען איך רעדן פון אמת'דיגע נומערן. און לפי די נומערן פון די "הויכע פענסטער" אליינס, שטייט די נומער ביי שרעקעדיג הויכע פראצענטן. און טאקע דערפאר ציטערן זיי דערפאר פון פון א בייזן רוח, און זוכן פארלוירענערהייט מיטלען וויאזוי דאס צו סטאפן (פאר סאם ריזען ווילן זיי נישט הערן די פאר רואיגע מענטשן וועלכע געבן זיי פיל בעסערע עצות).

זיי האלטן זיך בייי זייערס אז נאר פארטרייבן די חברה מיט געוואלד וועט ארבעטן. אבער וואס זיי פארגעסן איז אז ביז די חברה וועלן גיין, וועלן זיי אליינס אנמאכן צוואנציג נייע חברה אזעלכע.

אדרבה, גלייבט מיר נישט, און קוקט אדורך דעם נארישן קינדישן פאשקעוויל וואס איז געווען געווארפן אין שטעטל די טעג. (וואס מען האט שוין דא ארויפגעשטעלט. און יא, אויב ווארפט מען עס אויס אין שטעטל פאר צוועלעף הונדערט משפחות און אפאר הונדערט בחורים צו זען, און מתיר צו זיין זיין בלוט, מעג מען עס דא אויך ארויפשטעלן). און טריי צו ליינען צווישן די שורות.

קודם האבן די חברה דא גע'טענה'ט אז מען רעדט נאר פון צוויי מענטשן. "צוויי" אפילו נישט איינס מער. אלע אנדערע 1198 משפחות גייען אין פייער פארן רבין, און אויך אקעגן די מחוצפים. פארשטייט זיך אז עס איז נאריש אזוי צו טראכטן. פונקט ווי אין יעדע קהילה ווען עס איז דא א מחוצף וואס שטעלט זיך ארויס ברבים קעגן די הנהגה, האט ער זייער אסאך שטילע חיזוק, יא, נישט יעדער איז גרייט זיך ארויסצושטעלן, אבער ווען עס מאכט זיך אזא איינער האט ער זייער אסאך חיזוק פון גאר אסאך מענטשן, עס איז נישט מעגליך אנצוגיין אן דעם. נאר די חיזוק וואס זיי באקומען העלפט זיי גיין ווייטער.

אבער למעשה, גיט א קוק אויף דעם פאשקעוויל. פלוצלינג איז דא א דריטער מענטש. סאו מען רעדט שוין נישט פון צוויי. יעצט וועלן זיי זאגן אהה, מען רעדט נאר פון דריי. און ווען איך וועל געווארן ווערן פון א פערטן וועלן זיי זאגן טאקע, אבער נאר פיר. גיוו מי עי ברעיק.

אבער א ווארט וועגן דעם אינגערמאן אקעגן וועם דער פאשקעוויל איז געצילט. ערשטנס, ווער עס קען דעם משפחה נאמען און ווייסט עפעס וועגן סקווירא, ווייסט אז די "גאנצע משפחה" פון אונטן ביז ארויף זענען ריין סקווירא, טאטעס זיידעס באבעס פעטער מומעס קאזינס און אייניקלעך, אלעס סקווירא. דאס מיינט אז מען רעדט דא פון די שענסטע משפחות אין סקווירא.

און דער אינגערמאן אליינס אז א עכטער חסיד, ערשט ביז לעצטענס פלעג ער מאכן די גראז און ביימעלעך אינדרויסן פון רבי'נס הויז "בחינם" (ער האט א ביזנעס פון דעם, אבער פארן רבין האט ער נישט גענומען קיין געלט. איי פארוואס באצאלן זיי טאקע נישט, זאל נאך א היימישער האבן פרנסה, נו גיי פרעג קשיות), אבער דערנאך האבן זיי אים אנגעהויבן פייניגן און געטרייט אונטערצוברענגען א זייטיגע פרנסה זיינס צוליב נארישע איינרעדענישן (וואס וער עס ווייסט פון וואס איך רעד, קען לאכן א גוטס אויף דעם).

אזוי סטעפ ביי סטעפ האבן זיי אים געצוואונגען צו ווערן א מתנגד. אבער למעשה היינט האלטעס ביי דעם אז ער האט אויפגעהערט צו דאווענען אין דעם נוירסינג האום,  ער גייט ארויסמופן פון סקווירא (ער קען דאס נישט טון איבערנאכט, אבער ער גייט מופן, דאס איז שוין געווען געהעריג אפגעמאכט נאך פארן ברעכן די פענסטער) און ער טוט מער גארנישט וואס עס קען זיי אויפרעגן.

מיט דעם אלעם האט מען אים אויסגעבראכן די פענסטער, פאשקעוויליזירט, און ארויסגעווארפן די קינדער פון מוסד אויף גאר א מבוזה'דיגן אופן, "נאך דעם וואס מען איז געווען ביי די דיינים און אפגעמאכט קלאר אז מען גייט "נישט" ארויסווארפן די קינדער". און די דיינים האבן דאס מודיע געווען אין מוסד. אבער די היץ קעפ פארשטייען בעסער ווי די דיינים, און פאקטיש פאלגט מען זיי מער ווי די דיינים (אפשר ווייזט דאס אויך אז די חברה ווייסן וואס די דיינים האלטן באמת).

 און יעצט גיב א קוק אויף א קליין שורה'לע אויף דעם פאשקעוויל וועגן דעם שווער פון דעם אינגערמאן.

ווער עס ווייסט פון וועמען מען רעדט, ווייסט אז מען רעדט דא פון די עידית שבעידית וואס סקווירא פארמאגט, פון די טאפ אידן וואס געבן פאר סקווירא דעם אימעזש פון דעם פארצייטישן חסיד'ישן הויף, אזעלכע וואס עס קומען שוין נישט צו היינט "אפילו אין סקווירא". א איד מיט וועמען סקווירא האט זיך - ביז נישט לאנג צוריק - געגרויסט מיט אים. אזא איד וואס זיינע שיחת חולין חברים אין סקווירא זענען די וואס אנדערע מקומות זענען נאך מקנא. (גלייבט מיר נישט, פרעגט זיך אביסל נאך. אביסל איז גענוג, ס'פעלט נישט אויס אסאך).

און אט אויף דעם איד, שרייבן זיי אליינס, אז ער לאכט און חוזק'ט אפ פון דעם צדיק. נו, האב איך נאך עפעס מוסיף צו זיין אויף דעם. אז ער לאכט און חוזק'ט אפ, אויף אזוי ווייט אז די טיפשים פאשקעווילן שרייבער ווייסן דאס, ווייסן דאס דאך אוודאי זיינע ידידים, די עלטער אידן, און עלטערע אינגעלייט, וועלכע האבן זיך נאך געווייקט ביים רבין ז"ל, און זיי האבן אים נאך נישט ארויסגעווארפן, אדער אויסגעשלאסן פון זייער חבורה.

ואם בארזים נפלה שלהבת, אז מה יאמרו אזובי הקיר.


תוקן על ידי המהדרין ב- 10/11/2010 18:00:58

בעלשיטה » 4/11/2010 22:05

דער פאשקעוויל אנקעגען דעם יונגערמאן וואס בויסקווער מיט זיין לייכטזיניגקייט ברענגט אראפ האט מיר געהאלפען פארשטיין דער מאמר חז"ל אז שלמה המלך איז געווען חכם מכל אדם אפילו מן השוטים.... וואס איז שווער צו זיין קלוגער פון א שוטה ? נאר אדורך ליינענדיג דעם צעטיל זעה איך אז ענטפערען פאר אזעלכע שוטים איז אזוי שווער און איז אזא געוואלדיגע חכמה וואס איך קען נישט באווייזען.....מיינען זיי ערליכקייט מיט אידישקייט? זיי פארשטייען נישט א מענטש וואס מען האט אים אויסגעשאסען דו פענסטער פאר מען האט גערעד נארמאל צו אים אז ער ענטפערט איך וועל עס איבער קלערען?[אויב ער האט אזוי גענטפערט] ווער האט אים געווארענט וועגען ארויס וארפען קינדער ? נישט דו מוסד! נישט דו קהילה! סתם א צולאזטע חיה א יונגערמאן א מחריב פון סקווער מיט זיין טעראר! זיי האבען געשיקט א בריוו ? אך! זיי האבען געווארפען א פאשקוויל דאס מיינט א בריוו ביי זיי.... ער טאר נישט רעדן מיט א סעקראטערי וואס האט ארויסגעווארפען זיין טאכטער און פארלאנגען מען זאל צוריק ריפען? ער מעג נישט מטכס עצה זיין מיט זיין שווער וויאזוי צוריק צו שטעלען זיינע קינדער אין מוסד? זענט עטץ משוגע? ווער זאגט ער העצט זיין ברודער? ער דארף פארשטיין אז מען דארף אים טערעראזירען .... גאנטץ סברהדיג... מען הערט אים נישט רעדן אויף דער דיין! וואס מישט מען דא אריין זיין שווער?! וואס איז מיט זיין נאמען?

איך האב מקובל פון דער באבע ע"ה אז ווען איך פרעג איינעם וויפיל איז 1 + 1 און ער ענטפערט 6  קען מען אים טרייען צו אויף ווייזען אבער אויב ענטפערט ער 1+1 איז = געבראטענע פלייש טענה נישט מיט אים... ביי דעם פאשקעוויל איז 1 + 1 = לאקשען מיט קרויט......עס איז א שאד מיינע ווערטער....

מיניווען » 4/11/2010 22:23

גביר א

בעלשיטה » 4/11/2010 23:03

  אדער אינסיידער ווי איך ריף דיךSKVERSHTAT

"די נאכט פאר די גרויסע וואלן האב איך ארויף געלייגט אן הארצרייסענדע בריעף וואס איינער פון די תושבי השיכון   האט אריינגעשיקט צו מיין אימייל." ביטע מאך נישט חרוב דיין טראסט ביים עולם , קיינער וועט דיך נישט גלייבען אז מען האט עס דיר געשיקט יעדער וועט טראכטען אז דו האסט עס אליין געשריבען ..... סא אפילו אויב איינער האט עס דיר טאקע געשיקט שרייב עס נישט ווייל דער עולם וועט דיר נישט גלייבען.

"איך האב עס דייקא נישט געוואלט ארויף לייגן דא אין די פארעם וויסענדיג וואספארא חורבן דאס קען נאך אנמאכען אין שטעטל, האב איך עס ארויף געלייגט אויף א נייעם פארעם האפענדיג אז ס'וועט נישט האבן קיין השפעה אויף מער ווי 25 מענטשען, צו שיקען א שטילען שטיקעל מעסעדש צו די הנהגה..."

געב א קיק עס איז נישט פון דו י"ג עיקרים און איך בין נישט מחויב צו גלייבען פאר קיין האלבע רגע אז א מענטש וואס האט פיינט דו הנהגה פון סקווירא אזוי ווי דיר , א מענטש וואס איז גרייט זיי צו באשמיצען אויף דעם אינטערנט און אפילו דעם רבין פערזענליך האט געוואלט נאר אפטאן אביסעל און נישט קיין סאך ..... פארקויף דיינע ליגענטס אין חעלעם .....דארט האסטו טשאנסען

"די אלט/ניי מאוומענט "שטארקע הנהגה" אין שטעטל" אלט/ ניי דערמאנט פון דער שול און פראג וואס האט עס אהער?

לאמיר איבערחזרן רוב סקווער וויל א הנהגה געפירט ביים רבין אסאך מענטשען האבען געוויסע טענות אבער נאך אלטץ ווילען זיי א הנהגה .... עס זענען אויך דא מענטשען וואס פילען אז עס איז נישט אזוי וויכטיג אזא שטארקע הנהגה..... אבער דו פירערס פון דו פלאטץ האלטען אז עס איז יא וויכטיג.... דאס זענען דו פאקטען פון דער זאכען .... מיט דיין צינישקייט פון איבער חזרן דו ווערטער שטארקע הנהגה מאכסטו סתם חוזק אבער אן קיין שום ערענסטע נקודה אין דעם.

"פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א זיצונג אין הויף [בחצר הקודש], ווי ס'איז אויסגעליפטערט געווארן פארשידענע געדאנקן צו פארשטיין וואס האט צו געברענגט צו דעם מצב אז גארנישט רוקט זיך נישט אין שטעטל, ביז מען איז אנגעקומען צו דעם החלטה אז די סיבה איז... ווייל מען האט נאך געלאזט פון די שטארקע הנהגה די פארלאפענע צען יאר!"

לויט מיינע ידיעות איז אזא זיצונג נישט געווען..... וואס הייסט גארנישט ריקט זיך נישט ? דער חינוך סיסטעם ווערט בעסער. דער כספי חלק פון דער מוסד פארט... דער כולל ווערט מסודר .... מען זעהט פירות אויף יעדער פעלד ... וואס ריקט זיך נישט? ווער האלט מען האט נאך געלאזט פון דער הנהגה? זיי ווילען נישט , האבען נישט , גייען נישט, נאך לאזען דו הנהגה קיין כי הוא זה .... דו איינציגע זאך וואס איז געשעהן און גייט געשעהן ווייטער ווען אלע רוחות גייען זיך בארואיגען , אז דו הנהגה ברייטערט אויס געוויסע זאכען און פארשטייען מער דו געברויכען פון מענטשען ווי מען זעהט ביי דו קעמפ פאר מיידלאך ....און נאך אסאך דוגמאות ווי ווען עס איז רואיג קענען זיי פארשטיין דעם צורך הזמן ..... חוצפה ברענגט נישט קיין גוטס פאר קיינעם.

"ווען נאך האט מען ארויס געוויזן אזויפיל שטארקע הנהגה ווי אין די פארלאפענע צען יאר," שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך. קיין היסטאריע פון סקווער זעה איך קענסטו נישט .... נא... וועל איך רעדען דעם נושא מיט א צווייטען.

"ווען האט מען איין געפירט מענער און פרויען זייט?" רוב שטאט וויל דעם גדר צניעות און גדולי ישראל זענען דאס זייער מחשיב... ביזט נישט מחשיב קיין ערלעכקייט ? איך וועל יעצט מפסיק זיין און צוריק קימען צו דער המשך פון דער בריוו וואס איינער האט דיר געשיקט שפעטער....

 

 

 

 

מיניווען » 5/11/2010 01:24

גביר אדיר זאגסט גוט . נאר מיר קוקט בעל שיטה נישט אויס צו זיין פון די קהילה ער קוקט מיר ענדערש אויס ווי א טיפיקל תמימותדיגע סקווערע וואס איז נאך ביזדערווייל אביסל צו שטארק פארגלייבט אינם רבין אז ס'גלייבט זיך עם נישט ער אליינס(אדער די הנהגה ווי ער ריפט עס ) זאל אינטערשיקן די טעראריסטן נאר ס'ענדערש אפאר היץ קעפ , ער נעמט נישט קיין קלארע צד כמנהיג סקווירא נאר קריטיקירט ביידע זייטן , מאכט זיכער צו קאמפלימענטירן שיין יעדן דא אין פארום וואס ער פליקט אריין, וכו' מיין מיינונג, אויב ס'איז איינעם אינטרעסאנט, איז, אז מקען נישט צו גיין צו א עלטערע יונגערמאן וואס האט שוין משפחה אין קינדער און איז עסטעבלישט אויף א פלאץ אלע יארן, גיי פיץ דיך אפ ווייל ער האט די שרעקליכע חוצפה פון ארויסשפאצירן פון הייליגן שטעטל יעדן שבת צו גיין דאווענען אין עפעס א נוירסינג האום, ס'איז דאך א הימל שרייענדע עוולה , כמעט אזוי הארב ווי די ג' עבירות אז בזמן הסנהדרין וואלט ער באקומען סקילה ( ספאלט מיר יעצט איין א חקירה וואס איז די עוולה די גיין דאווענען ערגעץ אנדערש אדער נישט דאווענען מיטן הייליגן רבין, די נפקא מינה וועט זיין אויב איינער דאווענט ביחודות צו מ'וועט עם אויך מעגן טעראריזירן, מדארף אפשר בודק זיין טאקע וואס די הנהגה טוט אין אזעלכע פעלער , לכאורה ווערט ער א קם ליה בדרבה מינה אויפן נישט דאווענען מיט מנין) פון די אנדערע זייט קענסטו אויך נישט צווינגען א נארמאלע מענטש צו דאווענען אין משוגענע שעות , מילא ווען זיי עפענען א צווייטע מנין אינם הייליגן שטעטל איז דאס טאקע א חוצפה (נניח) אבער ארויסשפאצירן אויסערן שטעטל צו א מנין וואס עקזעסטירט במילא , פארדעם טעראריזירן ? מה קאלאראש ? פארדעם האב איך קודם געהאלטן מיט די מתפללים אז מ'דארף ווייטער אנגיין ץ דאס איז אלטס ביז מ'האט געזען געזען מיט וועם מ'האנדלט, אבער אז ס' האלט שוין אזוי אז מ'הערט נישט אויף טעראריזירן און די קינדער פליען פון די מוסדות (וואס זיי זענען גארנישט שולדיג) מיין איך אז לעת עתה זאל מען אויפגעבן אין שטילערהייט ארבעטן אויף א אייגענע מוסד וכו' און ווען די צייט וועט זיי רייף זיך נעמען דערצו ו איך האב נאר אביסל רחמנות (אפי' די בי"ד מאכט חוזק פון דעם אין זייער פאשקעוויל) פון די אלטע יודן וואס האבן זיך מחיה געווען אז אפאר יונגעלייט דאווענען מיט מיט זיי און די מנין האט אביסל אויפגעלעבט אבער יעצט בלייבן זיי נעבעך אויסגעשפילט ( אפשר קען די הנהגה אליינס אראפשיקן יעדע וואך אפאר יונגעלייט מיט א ספעציעלן פערמיט .אז זיי מעגן דארטן דאווענען , פארשייט זיך מען וועט נאר שיקן אזעלכע וואס זענען גענוג פארברענטע חסידים אז זיי וועלן נישט ח"ו פארכאפט ווערן דארט אין קיין מינות און עסקים וועט זיי גארנישט שאטן צו יודישקייט ( אפשר אז די רבי אליינס וועט זיי הייסן אהינגיין וועט דאס זיין א בחינה פון א עבירה לשמה ) פ

מיניווען » 5/11/2010 01:26

איך האב נישט באמערקט פריער בעל שיטה ' ס נייע תגובה איך האב שטארק הנאה פון דיין באבעס קבלה ס'איז א שטארק ווארט אבער למעשה זע איך אז ציביסלעך גייסטו מער און מער אריבער פון די זייט פון די הנהגה צו די זייט פון די מתפללים האסט אנגעפאנגען מיט די הנהגה טוט נישט גארנישט ס'נאר אפאר ליידיגייערס אריבער צו מדשתקי שמע מינה דניחה ליה און יעצט האלסטו שוין ביים דירעקט באשילדיגן די הנהגה

תוקן על ידי מיניווען ב- 05/11/2010 01:42:05

מיניווען » 5/11/2010 01:27



תוקן על ידי מיניווען ב- 05/11/2010 01:38:16

מיניווען » 5/11/2010 01:28

איך פארשטיי נאר נישט ענקער גרויסע שמחה אז 200 מענטשן האבן נישט געוואוט בכלל אין 100 קעגן , לאמיר מאכן א חשבון אין שטעטל וואוינען בלע"ה 1200 1 משפחות וואס דאס איז לפחות 5000 וואוטערס (מאן, ווייב און בחורים ) דאס מיינט אז צוויי הונדערט איז קנאפע 8 פראצענט דאס מיינט אז 92% האט יא געוואוט וואס דאס איז א געוואלדיג גרויסע ווייטער פון דעם איז געעווען הונדערט קעגן וואס דאס איז ניטאמאל א האלבע פראצענט וואוטס און עס בלייבט נאך אלץ איבער איין און ניינציג פראצענט פאר די וואס די קהילה האט געהייסן וואוטן און די פאלעטישענס וועלן זיך נאך אלץ שטארק רעכענען מיטן ווילעדזש

תוקן על ידי מיניווען ב- 05/11/2010 01:53:42

בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14