היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

682 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2840136
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14

אייזנער » 17/8/2011 20:41

מנהל איך ווייס נישט צו ס'הייסט גילו, ער האט שוין כמה פעמים מגלה געווען ווער ער איז, קוק איבער זיינע תגובות, ער באהאלט גארנישט, א באקאנטער בדחן, און זאגט עס ארויס.

מנהל איך מיין זאלסט צוריקציען

געדאנקן » 17/8/2011 21:48

לבקשת הציבור, פארוואס איך שרייב שוין נישט קיין דעטאלן, דאס איז צוליב דעם ווייל כ'האב נישט קיין רשות, ווען איך זאל האבן רשות וואלט איך געהאט זייער אסאך צו זאגן, אבער איך בין נישט ערלויבט. אבער! ס'קומט גוטע צייטן

123news » 18/8/2011 05:32

שרעקליך לויט די פארפירן זעט אויס אז עס ווארט זייער א שווערן משפט קעגען סקווערן רבין!


תוקן על ידי 123news ב- 18/08/2011 05:45:37

געדאנקן » 18/8/2011 08:08

לא דובים ולא יער

boyskver » 18/8/2011 11:47

Shocking! The court papers against the Rabbi
http://www.scribd.com/fullscreen/62361185?access_key=key-2ny6mgaa0jnymzdb9kxl


99

 

 

Lawyer to Court: New Square Rabbi David Teversky Guilty of attacks

*************** id="doc_58617" class="scribd_iframe_embed" height="600" src="http://www.scribd.com/embeds/62361185/content?start_page=1&view_mode=list&access_key=key-2ny6mgaa0jnymzdb9kxl" frameborder="0" width="100%" scrolling="no" data-aspect-ratio="0.772727272727273" data-auto-height="true"><* ******* type="text/">(function() { var scribd = *(""); scribd.type = "text/"; scribd.async = true; scribd.src = "http://www.scribd.com/s/embed_code/inject.js"; var s = *("")[0]; s.parentNode.insertBefore(scribd, s); })();

עס קומט נייע צייטן  פאר די סקווערע עבדים  עס וועט זיין
"ותחתונים עלזו"

[בילד – נישט אפגעהיט]




תוקן על ידי boyskver ב- 18/08/2011 12:05:02

געדאנקן » 18/8/2011 22:10

וואס ווילסטו מיר דא ווייזן, אז סאסמאן מאכט פראפאגאנדע? ממילא, דארף מען יעצט נעמען פענקעלער, קאפוויי קאפדריי..
אונטערשטע שורה: ראטנבערג גייט נישט מאכן קיין רויטן צענט!!!
נאר דאס וואס דער רבי וועט ברצונו הטוב וממידת טובו להטיב וועלן געבן די אומשולדיגע משפחה, וועט 'אפשר' אנקומען צו זיי, אויב מ'וועט איבערקלוגן דעם שלאנג חיים אהרן ימ''ש צו אריינשמוגלען עסן און שטיצע פאר די נעבעכדיגע משפחה.
פון קארט אויס, וועט קיין האר נישט פאלן פונעם סקווערן אימפעריע, סוסמאן קען זיצן און שוויצן און ארויפצוואונגען א שמייכל אויף זיינע אויפגעבלאזענע ראציגע בעקעלעך. אבער הלכה למעשה 'זילטש' נאדא! כלום . מאמי זאגט 'באקומסט גארנישט'!

פריש » 18/8/2011 22:34

געדאנקן, ס'ממש נישטא קיין שאנס אז סקווירא וועט אפילו דארפן באצאלן א ניקל? דו זאגסט אגאנצן צייט אז דו ווייסט אסאך, דו קענסט נאר נישט רעדן. קען זיין אז דאס איז גורם צו דיין פרייד און זעלבסטזיכערקייט אז סקווירא גייט אין די ענד אוו די דעי געווינען. אבער בוסטו אזוי זיכער אז זיי גייען ממש געווינען מיט אזא לענסלייד ווי דו לייגסט עס אראפ דא? אפילו נניח אז יא, ווייס איך נישט צו ס'גוט פאר סקווירא די אפענהארציגע שמחה וואס דו צייגסט דא ארויס.

געדאנקן » 19/8/2011 02:16

דאס איז אויך עפעס וואס שטייט מיר ביים מזוזה פונעם מויל, און כ'האלט מיך איין, ווייל איינמאל איך רעד איז פאר'רעדט

פריש » 19/8/2011 03:39

אהא. סא וואס קענסטו יא זאגן?

געדאנקן » 19/8/2011 07:19

וואס איך קען יא זאגן, אז איך האב שוין מיטגעהאלטן באמת שווערע מצבים אין שטעטל און אינעם חסידות, און ס'געווען אומגלויבליך וויאזוי מ'האט מסדר זיין א מצב.
און וויפיל איך גריבל אין דעם מצב, זע איך נישט וואס די וועלט האט אזוי איינגערעדט אז דאס איז א פלאנטער. א שטינק האט מען געמאכט א גוטע אקעגן סקווער, אבער ס'איז נישט מער ווי א שווערע וועטער, וואס טוישט זיך מיט די צייט און ווידער עולם כמנהגו נוהג, ס'בכלל נישט קיין היסטאריע אינעם סקווערן ביאגראפיע, ביי מתנגדים יא. ווייל ס'האט גורם געווען א געשמאקע קלינאפ פון דעם קרעציגער סעקטע.
וואס ס'בלייבט מיר צו זאגן, איז, אז דאס בירור פון די פסולת דא, האלט שוין ביים סוף פראסעס, און בעזרת השם וועט מען די קאפדרייער אויכעט אין פלאץ שטעלן, און מסדר זיין כמו שכתוב, דאס פארלאז איך מיר אויף די נסיון און חכמה פון אונזער הייליגער מנהיג וואס האט א היסטאריע פון באזיגן יעדן שונא מיט טיפע פארשטאנד, און קיינער האט עהם נאכנישט איבערקלוגט.
אבער וואס ווען ווי, איז מיר פארבאטן צו רעדן, און די מינוט איך בין ערלויבט, בין איך דא מיט געשמאקע גריסן. איין זאך! איך לאך.. ס'דאך אזוי לעכערליך אזוי שפאטיש, אזוי נאריש, און דווקא דורך דעם געשיכטע בויעט זיך סקווער מיט פרישקייט און שטאלץ. און ימים ידברו דעמאלטס ווען די שונאים וועלן וועלן פארשווייגן די מפלה זייערע 'וועל איך עס היילייטן''..


תוקן על ידי געדאנקן ב- 19/08/2011 07:21:19

ספרינטער » 21/8/2011 06:05

עפעס נייעס?

געדאנקן » 21/8/2011 15:24

ליפא שמעלצער האט אויסגעלייגט פון די געלט וואס ער האט נישט.. לטובת שפיטצער

ספרינטער » 21/8/2011 16:49

מעגט עטץ ענק זיך טאקע שעמען פארן ווארפן ליפא פון סקווירא.
 
ווי גייט דאס ווארט? אמאל האט זיך סקווירא געשעמט מיט ליפא שמעלצער, און היינט שעמט זיך ליפא שמעלצער פון סקווירא...

געדאנקן » 21/8/2011 19:18

איך האב מיך ארויסגעכאפט מיט א נייעס'ל, וויבאלד איך האב שוין געהערט פון די גאס דערפון. אבער צופיל האב איך נישט געוואלט מגלה זיין, נאר אז דו פרעגסט, וועל איך הסבר גיסן.

דער ליפא איז א בעל חסד להפליא, אפילו פאר מיר האט ער געשפענדעט און גומל חסד געווען, מיין ליבע שוואגער האט א ווארעם הארץ, און דאס האט עהם באוואויגן זיך ארויסצושטעלן און זיך אויסדרוקן דעם סלאגאן וואס דו דערמאנסט.
שפעטער אז איך האב פארשפרייט דעם מאמר, האט ער זיך זייער געשעמט דערמיט, ווייל א סקווער בלייבט א סקווערער, און לעצטענס האט ער זיך געקומען איבערבעטן, און געבעטן צוגלייך הילף פאר זיין שוהל, וואס האלט אויף הינער פיס.
למעשה, אז די קאמיטע פון משפחת שפיטצער האט עהם געבעטן צו שטייער געבן פאר זייערע לויער קאסטן, האט ער געגעבן פינעף הונ
דערט דאלער. צו ער האט צו געבן צו ניט איז נישט מיין ביזנעס, אבער ער האט געגעבן פון הארץ.
ממילא, דאס אויסדרוק טוהט עהם וויי צו הערן.. און מאידך גיסא, די חלק פון זיין פארגיטיגונג מיטן רבין, איז אויכעט עפעס וואס קומט פון זיין נאטור, אז ער כאפט זיך אלץ שפעטער ווי ער איז פארפלאנטערט מיט סקווער, ווען סקווער האט דאך עהם לעולם נישט ארויסגעווארפן, פארקערט, פרעגט עהם אליין, דער רבי האט זיך ביי עהם געבעטן צו בלייבן דארט, און דער רבי האט עהם מכיר טובה געווען ווען ער פלעגט באשיינען די שמחות.

יעצט אזוי, ס'דא א אסאך קשיות אינעם סטארי ארום און ארום, ווילאנג ס'נישט אויפן גאס, קען איך נישט מרחיב זיין בדיבור, אבער אז איך הער צוריק פון די גאס חלקים פון נייעס, קען איך באשטיין צו צוענדיגן די אינפארמאציע בשלימות. און וואס נישט, איז ואידך זיל גמור, איך בין דאך נישט מער ווי א נייעס זאגער, איך בין נישט קיין איינגעשטעלטער צו באצאלטער דא. נאר איך האב מיין אייגענע קראנטע 'שטארקע' שטאנד אינעם געשיכטע, און דאס גריבל איך און דאס אנטפלעק איך כיד השם הטובה עלי.

חמץ_גמור » 21/8/2011 21:40

מנשהלע, דו ביסט זיס ווי צוקער, קען יעדער זאגן וואס ער וויל.........

ביידען » 21/8/2011 21:46

חמץ_גמור כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מנשהלע, דו ביסט זיס ווי צוקער, קען יעדער זאגן וואס ער וויל.........

נאאאאאאאאאאאאאא גילו....................לאל

געדאנקן » 22/8/2011 02:16

א סוד פאר גאנץ בראד

SatmarBum » 22/8/2011 10:44

New Square letter: Spitzer sought mischief, not murder, in Rottenberg attack


http://www.lohud.com/article/20110820/NEWS03/108200347/New-Square-letter-Spitzer-sought-mischief-not-murder-Rottenberg-attack


http://www.vosizneias.com/89640/2011/08/20/new-square-ny-letter-spitzer-sought-mischief-not-murder-in-rottenberg-attack/

New Square, NY - A community group has circulated a letter claiming Shaul Spitzer just wanted to make mischief on the early May morning that he’s accused of trying to kill a dissident resident and burn down the man’s house with his family inside.

Spitzer, 18, is charged with trying to kill Aron Rottenberg, 43, who defied Skver Grand Rebbe David Twersky by not praying at the rabbi’s synagogue in the village.

Three board members of the New Square Kehila issued a “special letter for Skver followers and friends.” The Kehila deals with charity and other communal affairs.

The letter-writers state that after gathering the facts, “the most important thing we have learned is that the teenage boy did not intend to harm anyone.”

They argue that the incendiary device went off when Rottenberg went after Spitzer, who is accused of tossing one device on the back porch.

“He never wanted to burn a house with five people inside,” the letter says. “His design was mischief on Lag Be’omer night, not arson.”

The Lag Be’omer holiday involves lighting bonfires to honor the teachings of Rabbi Shimon bar Yochai, who is linked to a Jewish revolt against the Roman Empire. In Israel, the holiday is celebrated as a symbol of the fighting Jewish spirit.

The letter condemns violence, says Rottenberg was unjustly attacked, calls for community peace and says “disagreements in a community have to be solved by adults with reason, not by teenage boys with mischief.”

The letter staunchly defends Twersky and the New Square Hasidic Jewish community against criticism and ridicule.

Read full article at The Journal News. The letter here 

געדאנקן » 22/8/2011 16:02

הא הא.. דער משומד סטיוו ליברמן, האט זיך געכאפט ביים קאפ, אז זיין ארבעט מיטן ארויסקוועטשן פון ראטנבערג שר''י, מיטן זאגן, און 'קעקעצן'.. כ'האב געוואלט אראפשלעפן זיין בעקיטשע פון פנים, און עמ עמ.. כ'האב געוואלט.. עמ עמ.. פלוצלינג האב איך זיך געטראפן אין פייער.. כ'ווייס נישט וויאזוי... חחח [ער וויל נישט וויסן.. ווייל די אינוועסטיגעיטער'ס ווייסן שוין יא..]
די דאזיגע קוועטשעריי וואס לאהאוד האט פראדצירט פונעם פי חזיר אליין, האט געמאכט א רושם, נישט ביים לאקאלן געמיינדע ווי 'לאהאוד' קורסירט, נאר איז  געווארן פארשפרייט איבערן גארער וועלט!
די בריוו האט געמאכט א גוטער אפעקט, און די גאנצע ליסטע וואס האט נאר אמאל געהאט געגעבן א קוויטל דעם רבין, וואס ציילט זיך אין די וועלט ציפערן, האבן אנשטענדיג געמאלדן מחילה פון רבין, פארן נאר מקבל זיין לשון הרע אויף אזא ריזן גייסט.
די מצב איז זיי ביטער? נו, מיט געדולדט זעט יעדע מצב די אמת'ע ישועה..

געדאנקען » 22/8/2011 22:20

געדאנקן אן א ״ע״ די דארפסט וויכטיג א פעסכיקער וואס זאל דיך ארויסנעמען פון דיינע חלומות.

געדאנקען » 22/8/2011 22:35

איך בין מוחה אויף מנשה לוסטיג פאר גנבנען מיין ניק. דאס איז נישט גילו http://www.bhol.co.il/forums/usercard.asp?uid=403575

געדאנקן » 23/8/2011 00:36

אז דו קענסט נישט ספעלן, געהערסטו בכלל נישט אינעם שרייב פעלד. און דיין נאמען איז קיין נאמען!
עד כדי כך כ'וואלט געקענט זיין דיין זיידע.. די נעמען זענען בכלל נישט איינס. קומסט ניטאמאל צו, צו מיין קנעכל, ושתיקה יפה לך

SatmarBum » 23/8/2011 10:03

געדאנקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הא הא.. דער משומד סטיוו ליברמן, האט זיך געכאפט ביים קאפ, אז זיין ארבעט מיטן ארויסקוועטשן פון ראטנבערג שר''י, מיטן זאגן, און 'קעקעצן'.. כ'האב געוואלט אראפשלעפן זיין בעקיטשע פון פנים, און עמ עמ.. כ'האב געוואלט.. עמ עמ.. פלוצלינג האב איך זיך געטראפן אין פייער.. כ'ווייס נישט וויאזוי... חחח [ער וויל נישט וויסן.. ווייל די אינוועסטיגעיטער'ס ווייסן שוין יא..]
די דאזיגע קוועטשעריי וואס לאהאוד האט פראדצירט פונעם פי חזיר אליין, האט געמאכט א רושם, נישט ביים לאקאלן געמיינדע ווי 'לאהאוד' קורסירט, נאר איז  געווארן פארשפרייט איבערן גארער וועלט!
די בריוו האט געמאכט א גוטער אפעקט, און די גאנצע ליסטע וואס האט נאר אמאל געהאט געגעבן א קוויטל דעם רבין, וואס ציילט זיך אין די וועלט ציפערן, האבן אנשטענדיג געמאלדן מחילה פון רבין, פארן נאר מקבל זיין לשון הרע אויף אזא ריזן גייסט.
די מצב איז זיי ביטער? נו, מיט געדולדט זעט יעדע מצב די אמת'ע ישועה..
 


ביי מינוט 4:30 הערט מען ווי ראטענבערג פארציילט ווי אזוי ער האט אראפ געשלעפט פון שפיצערס קאפ


http://www.youtube.com/watch?v=nRzxQ9R1QwY



http://www.zingmit.com/2011/08/new-square-arson-victim-aron-rottenberg.html






תוקן על ידי SatmarBum ב- 23/08/2011 10:27:43

SatmarBum » 23/8/2011 10:10

זושא שמעלצער רעדט וועגען ראטענבערג פון סקווער

http://www.youtube.com/watch?v=s9TKyYNT65A


 


תוקן על ידי SatmarBum ב- 23/08/2011 10:28:36

געדאנקן » 23/8/2011 10:14

פאר איך וועל אנטפלעקן, עפעס וואס איך האב דערשנאפ נאר וואס לעצטענס, וועל איך קודם פארלאנגן הסבר, אויף מיין גרויס וואונדער, איך האב געקענט גוט חיים אהרן, און ס'גייט מיר נישט אין קאפ, אין מיינע אויגן איז ער נישט געווען דער שוטה צו זיין קהל'ס נער, און זיין דער חטאת הקהל מיטן זיך ארויסשטעלן אין א פייט וואס ער וועט גארנישט האבן דערפון.
כ'מיין, די וואס האבן עהם געשיקט, ווייסן גארנישט וואס מ'ווייסט אלץ וועגן זיי, נו, פון ווי זאלן זיי וויסן, איך בין דאך געווארן שטארק געבעטן נישט ארויסצוגעבן וואס איך דערשנאפ. אבער ער האט דאך יא געקענט פארשטיין, אז ער גייט דא גיין לעבעדיג אין אפגרונד, ער וועט עסן פארשטונקענע פיש כאפן קלעפ און סוף כל סוף פארטריבן ווערן פון שטאט..
ער האט געהאט שוין אפאר עקסיטס ווי ארויס צו בעקן, און דאך האט ער געזאגט תמות נפשי עם פלישתים.. מיינט עטץ מיר צו זאגן איך האב מיך גענארט אין חיים אהרן, ער האט געמאכט א קלוגע פנים, און דערווייל איז ער טאקע ענקער שיק יונגל???

פרייליך123 » 23/8/2011 17:08

געדאנקן, איין טאג ווען דו וועסט זיך אויפוועקן פון דיינע איינרעדענישן, וועסטו זיין זייער דיסאפוינטעט.

outspoken » 23/8/2011 17:50

אזא בהמה'ישע בריוו ,קיינער זאגט נישט אז ער האט אים בשעת'ען זיך ראנגלען אים געוואלט אנצינדען, נאר אז ער האט געוואלט אינטערצינדען(ח''ו) א הויז מיט 5 מענטשען,

ס'איז ווי למשל איינער שיסט אויף א משפחה און די טאטע לויפט זיך ראנגלען מיט די מערדער און ס'געשענט א שאס....

געדאנקן » 24/8/2011 02:39

טעות לעולם חוזר!
ליפא האט געגעבן פאר משפחת שפיטצער פינעף 'טויזענט' נישט הונדערט.

געדאנקן » 26/8/2011 03:47

ווי אין אלע דורות, האבן די מתחדשים, משכילים, אפיקורסים, און די איבריגע שמות הנרדפים, פראבירט זיך אריינרייסן אינעם כרם ה' צבאות, און אפלאכן שטערן צעברעכן דעם ערליכער יודישער גייסט, די עזות דקדושה וואס האט איבערגעלעבט די אלע נסיונות דור ודור.
אויכעט אינעם היינטיגער דור, די גרופע וואס פראבירן מלשין צוזיין און אויסשמירן דעם היימישער חרדישער געמיינדע אויפן שמוציגסטער שטייגער וואס נאר שייך, זיצן זיי טאג און נאכט מיט שוחד געלט און אפילו פאר בחינם, מיט טשענל 12 און אנדערע דאגות זיכערס.. און וועבן פלענער וויאזוי אריינצודרונגען אינעם ערליך יודישער חינוך און יסודות הדת, און עס צעברעכן אפ'חוזק'ן, און וויי טוהן..
אט דא א פרישע משכילישע לעגעדע, די פירות פונעם מתנגדים גרופע, וואס פאררופן זיך 'אייבירשטערס חסידים'..

http://www.youtube.com/watch?v=NzCeIIiAEGI&feature=feedu

איך האב גוטע נייעס, ווי איר זעט, האבן מיר זיך נישט דערשראקן פון די אלע מחריבי הדת, און פורעים בכרם בית ישראל, און מיר וועלן זיך מתגבר זיין אויף אלע טריקס און מכשולות פונעם שטן, ביזן לעצטען אטעם.. און ווען כ'זאג לעצטע אטעם מיין איך זייער לעצטע אטעם, ביז זיי וועלן אויס'באבלען פאר קנאה און שנאה און אוועקפייגערן ווי נאסע ווערעם און בייזע קרעץ אינעם לעכטיגן טאג פון ישועת השם.
היו לא תהי', מיר האבן זיך נישט געבויגן און מיר וועלן זיך קיינמאל נישט בייגן, ענק יודישע פיינט, עטץ קענטס פלאפלען מיט טויזענט מיילער און קוקען ווילד מיט מיליאנען אויגן, אבער בן פורת יוסף אונז וועלן מיר ממשיך זיין דאס מסירות נפש'דיגע אמונה און דערלעבן א המשכה פון לעכטיגע דורות ברוח טהרה על דרך ישראל סבא
עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום, פארוואס איין זאך כי עמנו א-ל


תוקן על ידי געדאנקן ב- 26/08/2011 03:55:44

אלעסגוט » 26/8/2011 05:22

ס'קען זיין א געדאנק, אויף דאס וואס מען בעט הושענא רבא "הושענא חנה דוד", אז דאס גייט ארויף אויף די רבי מיט די רביצין (אויף די רומענישע הברה, זאגט מען א פתח אזוי ווי א קמץ, ממילא די נאמען פון די רביצין איז אויך "חנה" מיט א קמץ), דאס איז "הושענא חנה דוד",

דער אויבערשטער זאל העלפן.

אויטענטיש » 26/8/2011 20:44

דו אומפארשעמטער געדאנקן, מיש נישט אריין די הייליגע מסירות נפש'דיגע מלחמה וואס פריערדיגע צדיקים האבן געפירט קעגן מהרסי הדת, און אוועקגעגעבן דערפאר 'זייער' לעצטע אטעם (נישט יענעמס) און ניטש געלייזט דערפאר נישט קיין געלט מאכט אדער כבוד, נאר בלויז בזיונות רדיפות און עגמת נפש,  צו די אני אמלוך מערכה וואס עטץ פירטס מיט די וואס ווילן נישט מכיר זיין אונ'ם הושענא חנה דוד מיט די רומענישע - מארמאראשע הברה.

אפגעזען ווער עס איז גערעכט אין ענקער סכסוך, איז דאס א פשוט'ע מאכט געראנגל, וואס אין בעסטן פאל ליידט איר פון פרעמדע אריינדרינגער וואס ווילן זיך -אומבארעכטיגטערהייט -  נישט צושטעלן צו ענק, און עטץ זענטס גרייט זיי אויסצוקוילען ווי נאסע ווערעם, און טרוקענע שלענג.

עס איז אן עקל צו שטיין מיט דיר אין ווארט, בשעת ווען דיין גאנצע שפראך איז אזוי בולט תאות הנצחון אכזריות און רציחה, וואס רוב מאל פרובירסטו ניטאמאל עס צובאהאלטן אין א מאנטל פון אידישקייט, נאר דו ביסט פערפעקטלי באקוועם מיט אפענע תאות השררה און מדות מושחתות, און אפלאדירסט רציחה אויפן געמיינסטן אופן.

עס איז איין זאך אז א יונג בחור'ל פארלירט זיך (איך בין גרייט ענק דן צו זיין לכף זכות אז עס איז נישט געקומען פון די הויכע פענסטערס) און וויל אונטערצינדן איינעמס הויז אין א הייסע מינוט, און עס איז גאר עפעס אנדערש אז נאכדעם ווי דער קרבן ליגט אין שפיטאל אין וואלגערט זיך פאר יסורים קומט איינער וואס איז לכאורה פיל עלטער פון דעם אינטערצינדער, און רייבט זיך דאס בייכל מיט הנאה און פרעגט אויב דער גרילד טשיקן לעבט נאך.

וואס עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, פארוואס ווערן מיר אזוי אויפגעשוידערט ווען מען הערט ליידער היימישע רציחה, בשעת דא שטייען מענטשן און וואונטשן ברבים מיתות משונות ואכזריות נישט אויף איין פערזענליכן יחיד, נאר אויף אלע 'מתנגדים', פוי!!!!!! זיי נישט ברוגז אבער דו ביסט ביי מיר אויף איין שורה מיט לוי אראן און אשר דהאן.

ועל כל אלה החרשתי, זאל דער די. עי.'ס אפיס קעיר נעמען פין די טויט סטראשונקעס וואס איר שטעלט דא ארויף אויפ'ן פורום, אבער ווען דו קומסט במצח נחושה און די שטעלסט אן א פנים כאילו איר זענט גאר די וואס ענקער ביליגער מאכט געראנגל איז א המשך פון ר' יעקב שאשפורט'ס מלחמה מיט שבתי צבי, און פונ'ם חת"ם סופר'ס מערכה קעגן אהרן חארינער, פארדינט דאס א פארדאמונג אויף די העכסטע טענער, נישט אז עס זאל האבן א השפעה אויף דיר, נאר פשוט למען כבוד רבותינו הקדושים וואס ווערט דא צוטרעטן בריש גלי.

שווענק דיר אויס דעם מויל מיט בליטש, טוה דיר אויס די שיך, און קומענדיגעס מאל דיין רבי גייט נופש'ן אין פרעשבורג, גיי זיי מקבל נזיפה אויפ'ן קבר פון הייליגן  חת"ם סופר זי"ע והוא רחום יכפר עון ולא ישחית.

געדאנקן » 26/8/2011 22:36

ריכטיג געזאגט, איך בין אומ'פארשעמט!
דו פארצייל מיר נאר, וועלכע גדול בישראל שלאגט פאר די דאזיגע רייד וואס דו זאגסט?
איך זאג פשוט נאך די דברי חז''ל, ווי עס ווערט גע'פסקנ'ט אין חפץ חיים, ווער ס'רעדט אויף א ת''ח א מנהיג בישראל, איז זיין דין ווי א אפיקורס און ער איז הפקר צו רעדן אויף עהם אלסדיג, ספעציעל ווען ס'דא ווער ס'זאל הערן די רייד.
אויף דעם נעם איך אפיר דעם רמב''ם, ווי ער פסק'נט הלכה למעשה א מסור איז ווער ס'איז קודם האט די 'זכות' עהם צו הארגענען.
ווי עס קוקט אויס, ביסטו א שוואכע מאמין בכלל אין צדיקי הדור, מסתמא נאר אין אזעלכע וואס גייען איינגעבויגן כמעט ביזן פלאר און ווייסן נישט, אדער ווילן זיך שוין נישט מישן אינעם שמוץ פונעם דור ווי אויטענטיש אטעמט געבארגטע לופט.
אבער זאת התורה לא תהא מוחלפת, יעדע דור האט זיינע מנהיגים, און שלמה המלך האט שוין געזאגט, אל תאמר לימים הראשונים היו טובים מאלה. פאקטיש איז דער סקווערער רבי געשעצט ביי יעדן וואס האט נאר א דעת תורה, און ווי נידריגער אלץ מער קשיות האט מען..
פון ווי ווייסטו און פון ווי שעפסטו דיינע געדאנקן? איך בין אויפגעוואקסן צווישן חסידים טהורים, וואס יעדערער פון זיי איז ווערד צו נעמען א קוויטל און פועל'ן ישועות, נאר זיי ווייסן גוט, אז מ'נעמט זיך נישט דאס ווארט בלי הורמנא דמלכא מאן מלכא רבנן
וויאזוי דען האבן אויסגעקוקט די משכילים אמאל, נישט ווי דיר? מיט אייגענע אויסגעזויגענע סברות פון דוימען פינגער.
ברוך השם איך געהער צו א געמיינדע וואס גלייבט יא אין צדיקים, און איז יא פרייליך מיטן תורה הקדושה אין אירע היינטיגע פירער. און אז דו נישט הענג דיך אויף ווי די הלכה פון א אפיקורס אין די תורה הקדושה
ווען מ'הארכט אויס די תורה, ווייסט מען זייער גוט, ווען מ'דארף ניצן רחמנות, און ווען רחמי רשעים אכזרי. איינער וואס איז א לץ און איז א מסית ומדיח א מסור, א פורש מן הציבור, א מורד במלכות שמים - אין א זאך וואס רבנים האבן דא גע'פסק'נט ע''פ דעתם הישרה ע''פ תורה, איינער וואס איז א אויסגעשפראכענער 'מסרב לבית דין' און אפילו ווען די דיינים אליין האבן זיך מבזה געווען און געקומען צו עהם אין הייזקע, און שיין געבעטן ער זאל נישט אונטערברעכן די תקנות, האט ער זיי מיט בושות אנטזאגט.
פארדינט רחמנות? וביערת הרע מקרביך, מיינט עפעס ציונים? פארקערט ציונים טוהן דאס וואס משכילים האבן אמאל געטון, זיי צייגן כאטש אפען זייער כוונה, ראטנבערג וסעייתו הטמאה, הענגן זיך אן אויף גאט ב''ה, ווי כאילו עפעס חברותא כלפי שמיא דער אייבירשטער האט זייער ליב דעם פארברענטן קליפה וכל עדתו.
אויב דו שוינסט אויף דיין שפייעכטס, איז מיר א וואונדער אז דיין צונג הענגט דיר ווי א קראנקע חי'.. מ'קאן דאך קלאר זען ווער ס'וועט אויספירן, דאס כח האמת שווימט אלץ ארויף אויפן אויבערפלאך. נאכמער, אז ''געדאנקן'' זאגט עפעס, זאגט ער נישט סתם. האסטו געדארפט גוט קלערן פאר דו ענטפערסט עהם אפ!

גרינטושי » 26/8/2011 22:55

עס איז זייער אינטערסאנט אז די הויכע פענסטער לאזען דא שרייבען געדאנקען די סארט דיבורים בשעת ווען ער באהאלט נישט זיין אידענטיטעט
איך קען פארשטיין ווען כולל אינגעלייט שמועסען אזוי אין מקוה, עס איז אינגאנצען נארמאל
אבער ארויסקומען מבזה זיין א גאנצע שטעטל כאילו זיי זענען פארביסענע מענטשען מאכט פשוט נישט קיין סענט

געדאנקן » 26/8/2011 23:00

אלא מאי?

אלעסגוט » 28/8/2011 07:47

געדאנקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 פאקטיש איז דער סקווערער רבי געשעצט ביי יעדן וואס האט נאר א דעת תורה,


...

אין מילים

פרייליך123 » 29/8/2011 23:07

געדאנקן: איך פארשטיי דו האלטסט דיין רבי פאר דער הייליגסטער און גרעסטער רבי פונעם דור, און איך רעספעקטיר דאס. אבער דו טוסט נישט קיין שום טובה פאר סקווער בכלל און דיין רבי'ן בפרט, זיך צו באנוצן מיט קללות אויף די וואס האלטן נישט ווי דו.

געדענק נאר ווען דיין רבי האט נישט געלאזט שעלטן אפילו דעברע לענדיס.

געדאנקן » 29/8/2011 23:44

חלילה איך זאל אליין זאגן זאכן.. ווי ביסטו מיר אפילו חושד אז איך בין עפעס א יודע עתידות, עפעס א שעלטער, חלילה לי מעשות כדבר הזה.
איך מיט מיינע ווערטער צייג פשוט אויף מאמע לשון יידיש, די ווערטער פון חז''ל וויפיל איך ווייס און ציטער פון די הייליגע רייד פון חז''ל, ווי שטארק מ'דארף אכטונג געבן אויב ביזוי ת''ח. ספעציעל ווי מ'זעט אין חפץ חיים, ווען ס'רעדט זיך אויף א רבים, אויף א קהילה שלימה אויף א רבי פון טויזענטע אויף א מנהיג ישראל מפורסם.

און וואס דו זאגסט בכלל וועגן שעלטן, דער איז א געשאלטענער וגומר, ווי ס'שטייט 'ומקללך אאור', און ווי די כלי יקר איז מסביר, ס'נישט גלייך איינער וואס שעלט א חבר, ווי איינער וואס שעלט א גדול, און ס'נישט בכלל נישט דאס שטראף דאס גלייך, ווי ווען דער שעלטער איז א אדם שפל, וואס שעלט א גדול, וואס דעמאלטס איז נישט געשמועסט 'ובוזי יתבזו' נאר ובוזי יקלו..! עכלשה''ק

און ממילא שטייט דאך, וכל לשון תקום אתך למשפט תרשיעי, כן נחלת עבדי השם וכו'.
איך האב מיט מיינע ווערטער, געמיינט צו שטעלן א מודעה ואזהרה, אז סיי איך בין נישט מסכים צו די עקלדיגע מעשים און דיבורי כזב פונעם יעניגער און זיינע נאכשלעפער, ווי ער האט אליין געזאגט, מ'האט מיך גוט מסדר געווען אז מ'האט מיך ארויסגעשטעלט אלץ חטאת הקהל קעגן סקווער.
ווי זאגט זיך די משל, פארשטונקענע פיש געגעסן, קלעפ געכאפט, און נאך געפלויגן פון שטאט.
באמת, ווי לאנג ס'נאכנישט דערווארגן די מצב, שפיר איך אויפצושפילן דעם מיאוסן סוף וואס ווארט עהם אפ. די מינוט ער וועט זיין א געהאנגענער, וועט שוין זיין תיקון לכאורה זיין אפגעצאלט, הארט דעמאלטס הערסטו נישט פון מיר מער וועגן עהם. ווייל טאקע ווען קללת אלוקים תלוי איז נישט קיין ענין מער צו פראקלאמירן.
דער הייליגער רבי איז אונזער רבי, ער איז פוקד עקרות און פועל'ט ישועות מיט איין מאך מיטן האנט. ממילא די והיה ברכה איז קלאר מקוים. אבער ס'דא נאך רביס, איך האב נישט געזאגט אז ער איז יעדענס רבי, און דאס אז ער האט נישט געשאלטן דעברע לענדיס, נו, טאקע ווייל אין דרכו בכך, ער איז נישט קיין בעזים פאר שמוץ, און נישט ער איז דער ווארפער נישט ער טוהט בכלל זוכן חטאים אויף נשמות, פארקערט זיין בליק איז בלויז לטובה, אבער מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול, נישט אז איך דארף מיך אנ'נעמען פאר עהם. ניין, איך טוה דאס נישט דא צו פארטיידיגן, נאר גענוי ווי אלע זאגן וואס זיי האלטן זאג איך אויכעט וואס איז די געהאלטעכץ פון איינער וואס איז גוט באקאנט בחדרי חדרים אינעם סקווערן הויף, און האט א היבשע ברייטן ידיעה אינעם אלוועלטליכע משא ומתן, און דאך קומט צום מסקנה דאס וואס ער פראקלאמירט.
דאס איז נישט אלץ סקווערס כבוד, דאס איז מיין כבוד, מיך פאסט נישט צוזאמצולייגן די הענט, און זאגן. האק זעץ, ניין! ווילאנג מ'זעט עהם נישט למטה מעשרה טפחים, איז נישט קיין רעדע פון שטילשטאנד
בקיצור איך שעלט נישט, איך פראקלאמיר דאס אורטייל וואס די הייליגע חז''ל האבן געזאגט אויף אזא שפל ונבזה און בדומה לו לשמצה

פרייליך123 » 30/8/2011 00:20

געדאנקן: איך האלט נאך אלץ אז ווען דיין רבי זאל וויסן וואס דו שרייבסט דא, און בכלל אז דו שרייבסט אויפן אינטערנעט וואלט דאס אים זייער וויי געטוהן, און איך גלייב נישט אז דו וואלסט אים געוואלט וויי טוהן.

געדאנקן » 30/8/2011 00:56

ביטע קלעב מיר צוזאמען דעם עפיזאד
'איך האלט' ווען דיין רבי 'זאל' וויסן, 'וואס' דו שרייבסט. 'וואלט' אים זייער וויי געטון. איך גלייב דו וואלסט עהם נישט געוואלט וויי טון.
אלא מאי? איז עס אפשר נישט דיין רבי? און ווייסט ער יא אדער וואלט ער געוואוסט.. און אז 'דו' גלייבסט אז איך וויל עהם נישט וויי טון, איז פארוואס שרייב איך?

אלעסגוט » 30/8/2011 03:09

געדאנקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 ער איז פוקד עקרות


נו, וואדע, אין צעלמער ווייבער שוהל...

געדאנקן » 30/8/2011 03:31

אלעסגוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'קען זיין א געדאנק, אויף דאס וואס מען בעט הושענא רבא "הושענא חנה דוד", אז דאס גייט ארויף אויף די רבי מיט די רביצין (אויף די רומענישע הברה, זאגט מען א פתח אזוי ווי א קמץ, ממילא די נאמען פון די רביצין איז אויך "חנה" מיט א קמץ), דאס איז "הושענא חנה דוד",

דער אויבערשטער זאל העלפן.


מזל האסטו אז דו שפייעסט אריין דיין גאל, מיט א פארדעקט פנים, ווייל איך וואלט נישט זיך אזוי אויסמאכן ברשות הרבים, סתם ווייל יעצט האב איך שליים..
וואס איז פשט פון די אלע סטעיטמענטס וואס דו סלייסט אריין נאך יעדע פאר תגובות? ווילסטו זאגן עפעס מיט פשט, עפעס קראנט, עפעס קלוג, עפעס זאכליך, אדרבה!
טאמער ווילסטו סתם אז דיין הענט זאל נישט ווערן ראסטיג, מוז עס דאך נישט זיין דווקא דא.

געדאנקן » 30/8/2011 21:57

[בילד – נישט אפגעהיט]

פרייליך123 » 30/8/2011 22:21

דו פארגלייכסט עפעל צו מאראנצן. טענה לו בחיטין והודו לו בשעורין.

געדאנקן » 30/8/2011 22:51

פרייליך123 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געדאנקן, איין טאג ווען דו וועסט זיך אויפוועקן פון דיינע איינרעדענישן, וועסטו זיין זייער דיסאפוינטעט.


ווען גייט דאס פארקומען, ווייסטו אויכעט? צו דו ווייסט נאר צו זאגן אז וואס איך גיי זיין, אבער ווען האסטו נישט קיין דאטום..
ווען דו זאגסט דו קלערסט אזוי, ממילא, אבער זאגנדיג, 'דו וועסט זיין דיסאפוינטעט'. קוקט עפעס אויס ווי א חכם הרזים א יודע עתידות, א ידען נפלא במופלאות, לייגט ארויס א סטעיטמענט.
אגב, איך בין איבערצייגט אז נישט, איך וועל קיינמאל נישט זיין דיסאפוינטעט מיט מיין פעלזן פעסטע אמונה בצדיק אחד ובהשם אלוקיו

פרייליך123 » 31/8/2011 00:01

זאג נאר געדאנקן, האט נישט ענקער דיין נאכגעזאגט נעכטן ביינאכט ביים אסיפת התעוררות בשם "הצדיק אחד" אז די אינטערנעט איז אסור בהחלט און אז יעדער זאל אויספאלגן אלע תקנות הבי"ד?

איך זעה שוין ווי אזוי דיין "פעלזן פעסטע אמונה בצדיק אחד ובהשם אלוקיו" זעט אויס. וואס און ווען עס געפעהלט דיר גלייבסטו אין אים און דו פאלגסט אים און וואס עס געפעהלט דיר נישט פייפסטו אים אן. אין דער ענגלישער שפראך ווערט אזא איינער אנגערופן א היפעקריט.

געדאנקן » 31/8/2011 01:41

פונקט ווי דו מיטן באשעפער!
דו ווייסט אויכעט אז דער אייבירשטער האט נישט ליב געוויסע זאכן, אבער גיין מורד זיין אפען און האקן אקעגן באשעפער וועסטו נישט, און טאמער איינער וועט יא גיין אקעגן וועסטו נישט שטיל שווייגן.
איך אויכעט!
וואס איך בין עובר, איז נישט קיין מרידה, עס איז א אייגענע פארלעצונג וואס איז נישט גורם קיין הירוס. אינטערעסאנט אז דו האסט נישט גלייך פארשטאנען די סוגיה

טייפיסט » 31/8/2011 02:45

אאאאאאאאאאאאוי וווווווווווווווווווווווווווויי

אויטענטיש » 31/8/2011 18:43

געדאנקן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געדאנקן, איין טאג ווען דו וועסט זיך אויפוועקן פון דיינע איינרעדענישן, וועסטו זיין זייער דיסאפוינטעט.


ווען גייט דאס פארקומען, ווייסטו אויכעט? צו דו ווייסט נאר צו זאגן אז וואס איך גיי זיין, אבער ווען האסטו נישט קיין דאטום..
ווען דו זאגסט דו קלערסט אזוי, ממילא, אבער זאגנדיג, 'דו וועסט זיין דיסאפוינטעט'. קוקט עפעס אויס ווי א חכם הרזים א יודע עתידות, א ידען נפלא במופלאות, לייגט ארויס א סטעיטמענט.
אגב, איך בין איבערצייגט אז נישט, איך וועל קיינמאל נישט זיין דיסאפוינטעט מיט מיין פעלזן פעסטע אמונה בצדיק אחד ובהשם אלוקיו


איך געב 100 פראצענט גערעכט פאר געדאנקן, ער גייט זיך לכאורה קיינמאל נישט אויפוועקן פון זיינע איינרעדענישן.
די סיבה: ער איז נישט נאר איינגערעדט אין א געוויסן יחיד, נאר עס פעלט אים בכלל די סאמע וויכטיגסטע יסודות וואס מען דארף האבן פאר מען איז מחליט אין וועם צו גלייבן.

צומאל איז דא איינער וואס די עיקרים זענען דא היי אים, עס פעלט אים נאר געוויסע אינפארמאציע וואס ער קען געוואויר וווערן מיט די צייט, אבער אמאל איז דא איינער וואס ביי אים הערשט א 'עירבוב מושגים' ער קען נישט די 'באגריפן' ארום די נושא.

לענינינו, דער געדאנקן האט נישט די מינדעסטע השגה וואס זענען די קרעדענשאלס וואס מען דארף האבן בכדי אריינצוגיין אין די קאטעגאריע:  'ערליכער איד', (שלאגן זיך אויף די אייגענע כבוד אין מאכט איז ביי אים נישט קיין שום סתירה צו זיין דער משה עבדו  - ליינט איבער זיינע פריערדיגע תגובות איבער זיין רבינ'ס געלונגענע טאקטיקן צו האלטן די אמונה אין אים הייליג און ריין)

האט נישט קיין השגה וואס דאס מיינט חיזוק - הירוס הדת,

קען נישט מבחין זיין צווישן תאוות השררה ונצחון, און מלחמה פאר'ן כבוד שמים, 

און בכלל איז ער געשלאגן מיט איגנאראנץ אויף אן אויסנאמליכן שטייגער,

און ועל כולם איז ער א שטיק בעלאני פון קאפ ביז פיס, נעמליך, ער קען אין איין מינוט מסביר זיין אז זיין רבי איז א געלונגענער סטראטעגיסט וואס קען זיך זייער גוט א  עצה געבן מיט זיינע שונאים, און זיי לייגן טיף אין דער קרקע, ווי אויך אז די סיבה פארוואס זיי הרג'ענען מענטשן אין די גאסן, און זיי לאזן נישט מאכן א צווייטן מנין איז ווייל זיין רבי האט מורא אז די אמונה אין אים וועט אפגעשוואכט ווערן, און תוך כדי דיבור וועט ער זאגן אז דער רבי איז בעצם מיליאן מאל העכער פון די אלע זאכן, און דא פירט זיך א מלחמה על דבר כבוד שמו יתברך. ביי געדאנקן זענען די אלע זאכן נישט קיין סתירה, ווייל ער איז בעצם איין שטיק בעלאני.

אין איין ווארט: נניח אז געדאנקן איז איבערגעצייגט אז ער האט די זכיה צו זיין דבוק אין א צדיק אמת, איז דאס זיין פערזענליכע ווילן צו האלטן אזוי, ווייל אזוי איז אים באקוועמער.

ער איז 'באמת' נישט אינטערעסירט אז טאמער זיין רבי איז נישט קיין ערליכער יוד זאל ער דאס געוואויר ווערן, ווייל זיין גאנצע כלומר'שטע התקשרות צו צדיקים איז פשוט ווייל ער אינזשויט צו האבן א רבי וואס קען שעלטן מתנגדים, פוקד זיין עקרות, און אויסקוילען שונאים ווי נאסע ווערעם, עס האט אבער מיט 'אמת' און מיט'ן אייבערשטען קיין שום שייכות נישט. 

אשר כל כן, גיב איך (כמעט) נישט קיין טשענס ער זאל זיך אמאל אויסטשוכענען,

אדער ווער ווייסט? מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן...

טייפיסט » 31/8/2011 19:49

ווער עס קען געדאנקן, ווייסט אז ער איז א געלונגענער שפילער, ווארט נאר ווארט, בקרוב וועט ער געבן א הילכיגען געשריי קאלאווער!

חמץ_גמור » 31/8/2011 21:01

סיז מיר אזוי בייגעפאלן אין מיינע ״געדאנקן״.....

מיין חבר האט מיר איבערגעזאגט דאס ביטער אויס-טייטש וואס דרייט זיך ארום, אויפן פיוט בראש השנה יכתבון וכו׳ כמה יעברון וכו׳, לויט די היי יעריגע טראגעדיעס רח״ל, מי באש - רייכענשטיין אין מאנסי, ומי במים - מרת שטערן, מי בחניקה - קלעצקי / והילדה יאקאבאוויטש, מי בחרב - באבא לאזאר, ע״כ. (ולא ישמע עוד שוד ושבר).

האב איך מיך אזוי געפרעגט, און וואס איז מיט הרב ראטטענבערג וואס איז ״שיעור נישט״ כמעט שלא נשחט, פארוואס דערמאנט מען דאס נישט?

אבער איך האמיך פארענטפערט, ווייל סיז בעצם א ספק וואו די ראטטענבערג טראגעדיע געהערט, צו ביי מי באש, אדער גאר אין ״מי בחיה״, דער חיה בצורת אדם וואס האט איהם לעבעדיגערהייט געוואלט פארציקן.
און דער אמת איז אז דאס גייט אריין אין ביידע, רחמנא לישזבן.

אבער למעשה איך האלט זיך ביי מיינעם, וואו שרעקליך עס זאלן נאר זיין די געדאנקען פון ״געדאנקן״, אבער ער איז נאך אלס זיס ווי צוקער, יעדעס ווארט זיינע שטעל איך מיך אין דמיון, וויאזוי למשל ער איז אנגעטוהן פאני, און ער מאכט פאני פעיסעס, און א מאדנע קול, און אזוי זאגט ער אפ די אלע דרשות וואס ער שרייבט דא, און מיט דעם דמיון ליין איך עס, מען קען זיך רייסן פאר געלעכטער.......

אלענפאלס דערמאנט ער אונז פון ״טאריק אזיז״ אין איראק, וואס אפילו ווען די אמעריקאנע טאנקען זענען שוין אריבערגעפארן פאר זיין נאז, האט ער נאך אלס געשריגן אין די רעגירונג מידיא מיט פרייד, ״אונז געוואונען, נאך אביסל און אמעריקא איז דערנאך!״, (ס׳ דערמאנט אויך די ארונים...). אזוי איז עס מיט דעם געדאנקן, ער וועט זעהן זיין בראך פאר די אויגן, און ער וועט שרייען ״אונז זענען שטארק און פעסט!״......
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14