היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

עקספלאשין! טעראר אין סקווירא

682 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2840136
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14

מיניווען » 5/11/2010 01:32

טעות

תוקן על ידי מיניווען ב- 05/11/2010 01:45:20

SkverShtat » 5/11/2010 01:48

בעל שיטה איר דארפט טוישען אייער נאמען צי בעל חימה.

 איך גיי מיר אויסדריקליך זיך שטעלן דא מיט דיר אין א ויכוח און זיך פארענפערן דא אויף שורה ביי שורה עס גייט מיר נישט קיין טראפ אן וואס די גלייבסט יא אין וואס די גלייבסט נישט. (איך האב נישט געוויסט אז די האסט רוח הקודש צי וויסן וואס קיינער גלייבט נישט).

לאמיר דיר קודם מסביר זיין א נקודה ס'איז פונקט אזוי ווי די מוסלומענער וואס האבן א מצוה צו זאגן ליגענט כדי צו פארקויפן זייער מוחאמעד... ווען איך מיט boyskver און גביר אדיר שטעלן זיך דא פארציילען וואס ס'גייט פאר בחדרי חדרים ווייסטו שוין אליינ'ס וועמען די גאס קויפט אפ.

איך וויל דא נאר אנרירען איין נקודה וואס די האסט געשריבן...

די שרייבסט: "וואס הייסט גארנישט ריקט זיך נישט ?" אין די ברעינגסט א גאנצע ליסט מיט זאכן וואס האבען זיך כלאמפישט געריקט די לעצטע פאר יאר.

בעל שיטה ווען האסטו געטוישט דיין נאמען פון "בעל שיטה" צי "בעל שוטה?" ווייסט וואס נאך ריקט זיך? קארן!!! אבער מען רעדט דא נישט פון קארן! מען רעדט פון די מנין וואס גייט שוין אן פון ר"ה. אין זיי האבען שוין געטרייט אלע מיטלען צו בטל מאכן די מנין אין די מנין איז נאך דא. איז נאך אמאל, וואס ריקט זיך?!?!

יעצט לאמיר צונעמען יעדע זאך באזונדער:

"דער חינוך סיסטעם ווערט בעסער." זאג מיר ווי אזווי? ווער געדענקט דען נישט ווען סוכות תשס"ח האט די רבי געהאט א לענגערע אונטערוויאו מיט די משפחה [וואס אגב ווי שטארק האט דאס ווי געטוהן די עלטערע חסידים די גאנצע פירסומת] און פארציילט אז אין סקווירא איז נישטא די פראבלעם פון פירות הנושרין וד"ל, יא דעמאלס זענען זיי נאך געווען באהאלטען אין ישיבה, יעצט וואס מען האט זיי ארויסגעווארפן אויפן גאס זעהט שוין יעדער איינער אז ליידער אונז האבן מיר די גרעסטע פראבלעם אין די ענינים, ביזטו בלינד צו דעם פאקט אז בחורים וואס וואלטען געדארפט זיין שבת ביים דאווענען לעבען זייער טאטע שטיין אינדערויסען אין דאווענען נישט קיין ווארט. איז ווי ווערט אונזער חינך בעסער???

"דער כולל ווערט מסודר" פונקטליך וויאזווי? פרעג וועלעכע כולל יונגערמאן די ווילסט נאר מען צאלט שוין נישט פאר איבער א יאר זייער ארעמע שכירות!! מען האט אפילו בטל געמאכט די תקנה אז ביז צוויי יאר נאכן חתונה מוז מען לערנען אין כולל. ווייל עס איז נישט דא קיין געלט!!! דאס איז וואס די רופסט מסודר??? דאס מיינט אז דער "דער כספי חלק פון דער מוסד פארט"???

"מען זעהט פירות אויף יעדער פעלד" איך האב דיר געזאגט 3 פעלדער וואס מען זעהט ליידער נישט קיין פירות, זאג די מיר ווי מען זעהט יא? הלואי.

"רוב שטאט וויל דעם גדר צניעות און גדולי ישראל זענען דאס זייער מחשיב" איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם, מיין פראבלעם איז אויב איר גייט אזוי פאר קדושה דעמאלס פארוואס האט מען געבויט א חתונה זאל 5 פיס אוועק פון די חדר. ווען עס איז דא דארטען האלב געמישטע חתונות וואס די איינציגסטע מחוצה איז קליינע ביימערליך? ווען קינדער קיקען ארויס פונעם חדר פענצטער קענען זיי זעהן ווי די מאדערענע יודען צו חיבוק'ן און נישוק'ן זיך אויפען גאס לעיני כל. אוי וויי מי יגלה עפר מעיניכם גדולי ישראל... איז דאס דעם גדרי הצניעות פון וואס די רעדסט? אדער ווען ה.ב. האט מעלעסטעט 10'דליגע קינדער אין דעם רבי'נס הויז פאר 20 יאר צייט, אדער די אלע מלמדים וואס האבען געטאטשט קינדער איז דאס אויך אריינגערכענט אין צניעות???

ביטע סטאפ צו פארקויפן בלאניס פאר די גאס ווייל דאס אלעס איז דברים ידועים פאר יעדעם איינעם!!!

ב.ד.וו. פאר ענטפערט ביטע אלע אנדערע פראבלעמען פון וואס דער בריעף רעדט, וועל איך זיין געצווינגען מער ארויס צו שרייבן פון וואס מען רעדט!!!

משה9 » 5/11/2010 18:25

מורי ורבותי! איך קען פארשטיין אז מ'איז אנגעווייטוגט אויף קהילה פירערס און אפילו אויף א מנהיג ישראל, אבער צו נוצען ביליגע, נידריגע און געמיינע אויסדרוקען אויף א מנהיג ישראל איז א שפיל מיט פייער, נישט קיין חילוק צו דאס איז די סאטמאר'ע רבי'ס צו באבוב'ע רבי'ס אדער דער סקווער'ע רבי, א.אוו.

 

ר' יוחנן'טשע מראכמיסטריבקא זצ"ל האט אמאל געזאגט, ווען מיין טאטע דער טשערנאבילער מגיד איז נפטר געווארן האבן זיך די קינדער צוטיילט מיטן טאטע'נס מידות האב איך געוואלט נעמען דאס גארנישט האט מיך איינע פון די ברודער אויסגעכאפט בין איך טאקע געבליבן מיט גארנישט.

 

איינמאל קומענדיג אין א געוויסע שטאט האט מען אים געמאכט א גרויסע קבלת פנים, איז דארט געווען א גרויסע גביר א מחוצף און ער פרעגט פון ר' יוחנן'טשע מראכמיסטריבקא זצ"ל, דער רבי זאגט דאך אז ער איז גארנישט, האט ר' יוחנן'טשע מראכמיסטריבקא זצ"ל אים געענטפערט ביסט גערעכט איך בין טאקע גארנישט אבער אויב פון הימל האט מען צוגעפיהרט אז איך זאל זיין א מנהיג בישראל זאלסטו זיך היטן פון מיר.

 

אויב פון הימל האט מען צוגעפיהרט אז די רבי'ס זאלן זיין מנהיגים בישראל דארף מען זיך היטן פון זיי.

Shvoger » 5/11/2010 19:50

גביר, ביטע קוק אין דיין תיבה פרטית.

Shvoger » 5/11/2010 19:51



תוקן על ידי Shvoger ב- 05/11/2010 19:54:29

בעלשיטה » 5/11/2010 22:23

פאר אלעס וויל איך זיך אנטשולדיגען פאר SKVERSHTAT

אויף מיין לעצטע תגובה ..... איך וואלט דיך נישט געדארפט אפשטעלן אויף מינדערוויכטיגע ענינים ווי למשל צו דער בריוו איז געשיקט וכולו. ווען דו האסט געשריבען אז גארנישט רוקט זיך האב איך פארשטאנען אז דו רעדסט בכללות און לאו דוקא וועגען דער מעשה ..... ווען איך שרייב אז דער חינוך ווערט בעסער האב איך אוודאי נישט גערעד פון דו בחורים און דו פירות וואס דו רעדסט.... דאס איז הארטץ רייסענד!!! און איך ווייס אז דו קהילה האט א חלק אין דעם חורבן מיטען שטערען געוויסע זאכען וואס מען האט געוואלט טאן צו העלפען דו בחורים . איך האב גערעד פון דו תלמיד תורה וואס האט געמאכט פארשריט לטובה אין דו לעצטע פאר יאר. לגבי דעם כולל האבען זיי אויף גענימען א וועד פון געלונגענע יונגעלייט וואס ארבעטען אוועקצושטעלען דו כולל פאר דעם לאנג טערם.

אבער איך וויל עפעס פארשטיין, וואס איז דיין ציהל? דו ווילסט אויפרעגען מענטשען? ווילסט צעברעכען בכלל דו הנהגה? [דאס איז לכאורה נישט מעגליך און איך מיין אז רוב סקווירא וויל דאס נישט] מיין ציהל איז אז זיי זאלען נישטצולאזען קיין טעראר אויף דו איינוואוינער און זיי זאלען נעמען אחריות אויף דו זאכען וואס זיי ווילען און פארלאנגען.... עס דאכט זיך מיר אז איך וויל וואס רוב שטאט וויל..... רעדענדיג מיט מענטשען זעהט מיר נישט אויס אז מענטשען וואלטען געוואלט דו גאנטצע הנהגה זאל צופאלען . מיינסט אנדערש? דיינע שרייבערייען זענען ארים געגאנגען ווי א פאשקעוויל אויפען רבין אין סקווירא ... וואס פארדינט מען פון דעם מער ווי מאכען טערעריסטען ווילד און צעמישען דו מוחות פון יונגע בחורים...... ווען דו שרייבסט טראכט וואס דו ווילסט אויף טאן וואס דו קענסט שאדען מאכען ......איך וויל איין זאך . זיי זאלען פארדאמען און אפשטעלען טעראר בכל תוקף און מהיום והלאה האנדלען מיט זאכען רעספאנסעביל..... איך גלייב נישט אז מער פון דעם איז א רעאליסטישע זאך צו צילען!

אויב דו האסט באמערקט האב איך שטארק פארדאמט און אוועקגעמאכט דו פאשקעוויל פון דו טעראריסטען אויף דעם יוגערמאן אבער איך מיז זאגען אז דיין פאשקעוויל אויף דער הנהגה ברענגט נישט קיין שום טובה פאר דעם פלאטץ לעניות דעתי..... האסט א גיטע פעדער און ניץ עס לתועלת און נישט לקלקל. הצלחה

יעצט צום גביר אדיר

" די וואך ביי די וואוטס האט זיך שוין אנגעזען די פירות פון די טעראר. אין א קלארן מעסידזש, וואס די "צוויי מחוצפים" האבן געשיקט פאר קהל, האבן זיך איבער צוויי הונדערט מענטשן אפגעהאלטן פון וואוטן בכלל, און איבער הונדערט מענטשן, האבן געוואוט דוקא פארקערט (איך האב נישט געקענט מברר זיין די קלאר נומערס, איך האב געהערט נומערס צווישן 104 און 153, און איך מיין עס איז נישט באמת קיין נ"מ פונקט וויפיל, ווייל אפיל 104 איז בערך 15 מאל מער ווי סיי ווען אימער אין סקווירא." אמת ויציב דו מעסעדזש איז זייער קלאר: מיר ווילען נישט מען זאל צולאזען קיין טעראר ביי אינז אין שטאט!!! איך טענה א גאנטצער צייט אז רוב סקווער איז קעגען טעראר און אז זייער ברוגז אויף דער שווייגעניש וואס האט איינגענימען דעם קהל. איך האלט נישט אז דו וואויטס איז ספארט פאר דו פרידוואלט דאווענערס . עס איז נאר א הודעה :אויב דו לאזט צו טעראר האסטו מיר פארלוירען!!!

"פאר די אלע וואס שרייען אז גאנץ סקווער איז פארגלייב אין רבין און לאוון דעם רבין אהבת אמת, און ווילן נאר זיך לאזן טרעטן אונטער זיינע שטיוול באהבה ויראה ברתת ובזיעה. פאר די אלע האב איך איין ווארט, עס קען זיין "נאאיוו" עס קען זיין "שמאל קעפיג", עס קען זיין "בלינד" אדער פשוט "אומוויסנד"." קיינער האט דא נישט געטנהט קיין מקצת מן המקצת וואס דו האסט געשריבען.... ווער זאגט אז גאנטץ סקווער גלייבט אין רבין? ווער זאגט מען וויל זיך לאזען טרעטען אינטער שטיוועל? דאס צו זאגען איז טאקע שמאלקעפיג אדער אן אנדערע לשון פון דער ברייטע אויסוואל וואס דו שטעלסט צו בטוב לבך.... ווער האט דערמאנט איינמאל דעם ווארט "גאנטץ" סקווירא .... בלאז נישט אויף וואס איך האב געזאגט כדי עס צו קענען אפפרעגען....לאמיר מצטט זיין מיין לשון..... "רוב סקווער האט ליב דעם רבין און ווילען נישט קיין חוצפה קעגען דעם מרא דאתרא .... רוב עלטערען פון קינדער ווילען א פלאטץ וואס ווערט געפירט און נישט קיין אנרכיה....אפילו א גרויסער עולם האלט אז מען וואלט לכתחילה נישט געדארפט מעכב זיין דעם גיין דארט דאווענען.. לאז א מענטש גיין ווי ער וויל ... ווילען אבער נישט דו מענטשען מען זאל זיך מתחצף זיין צום רבין אפילו אויב זיי פארשטייען אנדערש פון רבין " ליב דעם רבין מיינט פארגלייבט? נישט קיין חוצפה מיינט זיך לאזען טרעטען? איך האלט זיך ביי מיין שטעלונג: "רוב סקווער האט ליב דעם רבין און ווילען נישט קיין חוצפה קעגען דעם מרא דאתרא!!!

"סדנא דארעא חד הוא, און דאס וואס מענטשן אין ק"י אדער אין אנדערע מקומות האבן נישט ליב, דאס זעלבע האבן מענטשן אין סקווירא נישט ליב. און ווער עס חלומ'ט אז צווישן צוועלעף הונדערט משפחות איז נישט דא ווער ווי "צוויי" אדער אפילו "צוואנציג" וועלכע זענען אויסגעשפראכן קעגן די הנהגה, דער לעבט טאקע אין חלומות. אזא זאך איז גארנישט במציאות"

קיינער ! אבער קיין איינער טראכט נישט און ערווארט נישט אז אין א שטעטיל פון 1200 אידען איז נאר דא 2 אדער 20 וועלכע זענען אויסגעשפראכען קעגען.....מען האט גערעד 2 אדער 20 האט מען גערעד מתפללי המנין נאך מען האט געבעטען בשם דער רבי אויף צוהערען ..... ליב דעם רבין האט מען גערעד פון רוב .... ידידי נאכען אראפ נעמען רוב פון 1200 בלייבט נאך איבער א מקום פאר א היבשע פאר אידען צו זיין קעגנער און קיינער איז נישט מחולק מיט דעם.


"זיי האלטן זיך בייי זייערס אז נאר פארטרייבן די חברה מיט געוואלד וועט ארבעטן. אבער וואס זיי פארגעסן איז אז ביז די חברה וועלן גיין, וועלן זיי אליינס אנמאכן צוואנציג נייע חברה אזעלכע" א סאך מער ווי 20 ווערען יעצט בייז וועגען דו טעראר .... זיי כאפען נישט וויפיל מענטשען דאס רעגט אויף!

אוי וויטער שרייבסטו אז מען טענהט עס איז נאר 2 און אלע אנדערע גייען אין פייער פארען רבין.....האסט אזא גוטע חוש אין ליינען אז דו טרעפסט אפילו זאכען וואס מען האט נישט געשריבען און נישט געהאלטען! רוב סקווירא וויל ארואיגע פלאטץ און האט ליב דעם רבין .... דאס מיינט אז דו מענטשען גייען אין פייער ?! דאס מיינט אז עס איז נאר דא 2 קעגנער?!?!?!

און ווייטער דער פאשקעוויל אויף דעם יונגערמאן וואס דו רעגסט דיך ביזטו 100% גערעכט ! א רשעות ! א עוולה! א מיטעל אויף צו רעגען אייגענע סקווערע מענטשען....

הצלחה גביר אדיר

יעצט צו מיניווען .... א יישר כח פאר דיין פרי אנעליז אויף מיר און א דאנק פאר דו קאמפלימענטס . ביזט גערעכט אז עס איז שווער צו פארשטיין על מה כל הרעש הזה? טאטעס פרעגען וואס זאגט מען פאר דו קינדער ... דו אידען באווארפט מען ווייל זיי זענען אמאל געגאנגען ערגעץ דאווענען .....עס איז יענע געלעכטער ! יעצט הגם איך מיין אז רוב מענטשען פארשטייען נישט וואס מען וויל דא ווילען אויך נישט מענטשען קיין דיירעקטע חוצפה צום רבין אפילו אויב עס ווינדערט זיי דעם רבינס צוגאנג... מיניווען מיר דאכט זיך אז איך האב נישט געטוישט מיינע שיטות אויב דו האלטסט אז יא וואלט מיר געווען אינטרעסאנט זאלסט מיר מצטט זיין דו סתירות....

איך זעה דו פארשטייסט נישט דער באדייט פון וואלען מעסעדזש ....עס איז נישט צו דער פאלעטישען וועט דארפען סקווער אדער נישט .... עס איז א מעסעדזש מיר זענען ברוגז אויף דו פאסירונגען דא אין שטאט !!!

משה 9 יישר כח פאר דיינע סיפורי מעשיות דא ... אויף מבזה זיין א משפחה בישראל ... אוועק מאכען מעשה צדקה וחסד .... מאכען א בלבל אויף א איד אז ביי אים איז דא חילול שבת איז אויך דא שיינע מעשיות .... קענסט עס אפשר ברענגען? און אפשר ברענג אויך צו אפאר עובדות אויף חילול שבת און ביזיון בית המדרש.....

הצלחה און א רפואה

 

גביר_אדיר » 7/11/2010 04:32

ר' בעל שיטה, איך הייב שוין אן צו גלייבן אז דו מיינסט ערנסט. און דעם לעצטן תגובה רעדסטו גאנץ גוט צו דער זאך.

דאס איז 100 פראצענט אמת. אין סקווירא איז אלעמאל געווען א רואיג לעבן און דאס וויל דער עולם דארט, מען וויל לעבן רואיג. אמת גאר א גרויסער עולם וויל מען זאל יא קענען דאווענען ערגעץ אנדערש, אויף אזא אופן אדער אן אנדערן, אבער זיי ווילן זייער עס זאל זיין רואיג.

אין סקווירא האט מען קיינמאלל נישט גענוצט אזעלכע זאכן וועלכע מען נוצט יעצט, און דעריבער האבן זיי טאקע מצליח געווען צו האלטן דעם עולם אויף אזא אופן. ווייל אפילו ווער עס איז געווען ברוגז האט נישט טעראריזירט ווייל ער האט עס קיינמאל נישט געזען, מען האט אים נישט מחנך געווען דערצו.

יעצט אבער, אז די הנהגה פירט דאס איין, ומדשתקי ....... שמע מינה דניחה ליה, כאפט מען אויף דעם מעסידש זייער שנעל, און דער וועג פון דארט ביז טאטעל כאאס איז זייער קורץ.

און איך בין מסכים מיט דיר. רוב שטעטל וויל עס זאל זיין שטיל, און אויב וועלן זיי אויפהערן וועלן זיי אסאך בעסער פארן, און דאס זאג איך אגאנצן צייט. הערט אויף ווייל איר וועט נאר אויפבויען די חברה.

געדאנקען » 9/11/2010 02:29

די שוטים אין סקווער האבן אין א פאר וואכן פארהארגעט ארבעט פון צענדליגער יארן פון אויפבויען דעם סקווערער רבי'ן אלס פקח עצום וואס אפילו פרעמדע פון אלע קרייזע שטייען און די רייע איעדען טאג זיך אדורך רעדן, מיטן אנפירן א מערכה אנקעגען צוויי צענדליגער תושבים פאר דאווענען אין אן אלטער היים נעבען סקווער, האט דער רבי ארויס געוויזן א נישט נאר ער איז ווייט פון זיין א חכם, נאר ער איז גאר א קליינער קינד/בעבי וואס באדערט אז ער וועט האבן צוואנציג מענטשן ווייניגער וואס וועלן הערן זיין זיסן/הייליגען קול ווען ער דאווענט פארן עמוד, און דערנאך ווען צוויי תושבים האבן זיך נישט אינטער געגעבן און ווייטער געדאווענט דארט האט ער אימפאטירט טעראר מיטלן פון ווייטן אפגעניסטאן מיט וואס די טאליבאן צייכן זיך גוט אויס פאר די וואס נעמן נישט אן זייער אזויגערופנע "הנהגה" מיט דעס האט ער געוויזען וואס פארא שוואבע פירער ער איז און ווי זיין מלוכה אין זיין אייגענע שטעטל הענגט אויף א האר, אז ער מיז שיקן בחורים און די טונקלע נאכט זיך אננעמען פאר זיין כבוד.

פאר די אזויגערופענע הנהגה וויל איך זאגן, גייטסט אן מיטן טעראר אלל די וועי, למען ישמו ויראו ,  און חלילה וחס גייט נישט בדרכו נועם.

פאר די קרבנות, חזק ויעמץ, אפילו עטס וועטס דאסמאל  פארלירן זאלסט עטס וויסן אז א טייל מאל דארף מער פרובירן עטליכע מאל, אבער און ענד געווינט נישט טעראר.

עטליכע עצות פאר די קרבנות, סקווער לעבן אויף צדקה פון אסאך נישט סקווערע מאכט זיכט צו לאזן וויסן פאר די אלע וואס זיי געבן געלט אז מיטן געבן געלט שטיצען זיי טעראר און זענען מחזיק עושה רשעה, אויב עס קומען נאך פרעמדע מיט קוויטלך צו סקווער רבין קלערט אויף די דאזיגע וואספארע טעראר די רבין פירט אן אין זיין שטעטל, ועל כלום די פעדעראלער רעגירונג האבן א סעצפילער אפטיילונג פאר די פראבלעם וד"ל.

SatmarBum » 9/11/2010 02:44

אינטערגיצינדען די טרעיליר פון חתונה זאכען הכנה צי מארגענדיגע חתונה אין סקווער
[בילד – נישט אפגעהיט]

אלעסגוט » 9/11/2010 05:00

איך נעם זיך נישט אן פאר קיין זייט נישט, אבער די וועגן פון פלאצן רעדער און אונטערצינדן טרעילערס איז נישט קיין גוטע מהלך פאר די נרדפים, ווייל אין היינטיגע טעג וואו אין יעדע וואונקל איז פאראן קעמערעס, וועט מען גאנץ שנעל כאפן ווער עס זענען די אונטערצינדער און דער סוף וועט זיין אז דער יעניגער וועט פארלאזן סקווירא מיט בושות און נאך מוזן באצאלן א שיינע אפוטיקי דערפאר.

דער בעסטער וועג פאר זיי איז ווי געדאנקען האט געשריבן, לאזן וויסן פאר זייערע שטיצער און גיין דורך די רעגירונג און מיטן כח פון געזעץ.

דער אויבערשטער זאל ברענגען שלום בין בני ישראל, און צווישן אלע שיכטן און קרייזן.

SkverShtat » 9/11/2010 06:02

אלץ  איינער וואס וואוינט אין סקווער פיל איך פאר א חוב צי מודיעה זיין פאר יעדע יוד וואס איז אמת אין וואס איז נאר שמיעות.
די טראילער וואס האט היינט אפגעברענט האט גארנישט געהאט מיט די גאנצע מחלוקת. עס איז געוויען א אלטע טראק פון א פרעוואטע מענטש. (איך שטעל זיך פאר אז עס האט געהאט צי טיהן מיט אינשארענס)

געדאנקען » 9/11/2010 06:05

איין פונקט וואס איך האב פארגעסן,

אין אלע חסידות ווי עס איז דא מחלוקות, איז עס אנקעגען דעם נייעם ממלא מקום (בני יואל( אדער די קינדער צווישען זיך(ארונים/זאלונים, קלויזנבורג, ווישניץ, וכדו') אדער אין סקווער איז א פייט אנקעגען א רבי וואס איז שוין לאנגע יארן אויפן בענקעל "וואס איז נאך גענוגט יונג אז קיין איינער רעדט זיך נישט איין אז ער וועפט" דאס זאג אסאך וועגען סקווער און זייער נערישע תקנות וואס זיי מיינען וועט גרויס מאכן זייער רבין, אבער דער אמת איז, דאס וועט זיי לייגען אין דער ערד.

 

און צום לעצט, שכוח פאר ר' גביר_אדיר פארן אראפלייגען אזא שיינע ארבעט און אויפדעקן די אמת פון די אונטערדרוקעניש. און פאר אלע סקווערע ניק'ס וואס האבן מקיים געווען "לא תגירו מפני איש" און איינגעשטעלט זייער האב און גוטס (פענסטער/קאר'ס), ארויסצוברענגן אינפארמאציע פון אינטערן אייזנען פורהאנג. שכוח. חזק ואמץ!!!!!!!



תוקן על ידי געדאנקען ב- 09/11/2010 06:30:03

SatmarBum » 9/11/2010 21:16

New Square, NY - Arson Units Investigating Trailer Fire


http://www.vosizneias.com/68316/2010/11/09/new-square-ny-arson-units-investigating-trailer-fire/

New Square, NY - Ramapo police are investigating a fire that extensively damaged a trailer on Adams Lane in the village.

Police and firefighters were called to New Square shortly before 5:30 p.m. to investigate a report of a structure on fire.

They found the storage trailer on Adams Lane fully engulfed in flames. No one was injured.








http://www.lohud.com/article/20101109/NEWS03/11090370/-1/newsfront/New-Square-fire-damages-trailer



NEW SQUARE — Ramapo police are investigating a fire that extensively damaged a trailer on Adams Lane in the village.


Police and firefighters were called to New Square shortly before 5:30 p.m. to investigate a report of a structure on fire.

They found the storage trailer on Adams Lane fully engulfed in flames. No one was injured.

Ramapo police and the Rockland County Sheriff's arson unit are continuing to investigate to try to find out how the blaze started.



תוקן על ידי SatmarBum ב- 09/11/2010 21:27:24

SatmarNews » 9/11/2010 21:43

ווער האט שוין געמסר'ט?

בעלשיטה » 9/11/2010 23:04

א יישר כח גביר אדיר פארען פארלאנגען רואיגקייט .
צו געדאנקען ... סתם אויף העצען דו געמיטער , אוועק מאכען דעם רבי'ן , געבען נארישע אים אויספירבארע און אים אויסגעהאלטענע עצות מאכט דיך אויסזעהן ווי סתם א מחרחר ריב וואס וויל אז סקווער זאל זיין א אימרואיגע פלאץ. געדענק אז האומר אלך ואמסור איז גאר גאר א הארבע זאך ביי אינז אידען און איך האב באמערקט אז דו שרייבסט אידיש...... פארוואס טוסטו מחזק זיין מחלוקת?!?! נכתב בצד דאכט זיך רש"י אויפען פלאטץ האט א אנדערע פשט אויף לא תגירו מפני איש...
דער סאטמערבום איז מן הסתם בעצם נישט קיין שקרן אבער דו נייעס וואס ער שרייבט זענען שקרים וכזבים . קיין שום טרעלער פון חתונה זאכען האבען נישט געברענט . עס איז סתם א פארלאזטע טרעלעיר און האט זיכער גארנישט צוטאן מיט לעצטיגע ראבענישען.....להד"ם . ברוך השם עס האט זיך היבש צוריק געקערט דו רואיגקייט אין סקווירא דו לעצטיגע טעג.
צו אלעסגוטס . זאלסטו טאקע האבען אלעס גוטס ... אסער האסט מיך געמאכט טראכטען א אינטרעסאנטע היכי תימצא ... וויאזוי קען זיין א מענטש נעמט נישט קיין זייט און ער שרייבט נאר אויף איין זייט....ועוד . וויאזוי קען זיין א איד וואס איז זיך שופך נפשו לפני השם ער זאל שוין ברענגען שלום ביי אידען איז מייעץ צו מחזיק זיין במחלוקת און זיין א אומר אלך ואמסור.... 2 שטארקע תמיהות... איך גלייב מען טרעפט שוין דו קשיות אין דו ראשונים ....
סאטמערנייעס ... קיינער האט נישט געמסרט און קיינער האפענטליך גייט נישט מסרען.... מען רעדט דא פון בני אברהם יצחק ויעקב שומרי תורה ומצוות וואס ווייסען אז מסערען איז א הארבע הארבע איסור און אזוי אויך איז גלוי וידוע לכל אז א איד וואס מסורט גייט אריין אין דו אידישע היסטאריע אלטץ א רשע א עוכר ישראל און ווערט פארשריבען לדראון עולם... קיין שום מוסד התורה וועט נישט נעמען דו קינדער פון א איד וואס מסורט און קיין שום בית המדרש וועט נישט אריינלאזען א מסור!
א חוץ פון דעם סטראטעגיש איז עס זייער נישט גוט פאר זיי ווייל זיי וועלען תיכף ומיד פארלירען דו מיטגעפיל פון דעם עולם און שטאט סקווער רבו ככלו וועלען זיין שרעקליך אויפגעברויזט....
צוליב דו אלע זאכען האלט איך אז מען טאר נישט און מען וועט נישט מסרען !
[משה.. פארצייל עפעס...]

הצלחה

מיניווען » 10/11/2010 02:11

בעל שיטה איז א באצאלטע , איך ווייס נאר נישט פון וועלכע צד

_________________

SatmarBum » 10/11/2010 03:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

SatmarBum » 10/11/2010 03:48

רא"ט איז געוועהן היינט נאכט נאר ביי חופה אין סקווער ווייל ער איז אין יאר קען נישט גיין צי די חתונה
boyskver כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

 



תוקן על ידי boyskver ב- 26/10/2010 20:15:46


_________________

SatmarBum » 10/11/2010 11:09

נייע ווידיא פון פראטעסט אין סקווער

http://www.youtube.com/watch?v=GAOPkSjI5UA


  <*

_________________



תוקן על ידי SatmarBum ב- 10/11/2010 11:14:10

SatmarBum » 10/11/2010 12:32

פאר JNET באניצער


More New Squre Terror Some more footage of the latest terror in New Square


http://mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=15887

_________________

boyskver » 10/11/2010 18:31

די קאמענטס פון מה נשמע

1*--.*

 Yesterday at 12:38 PM Ye Says: *-- . *

I wonder if this is connected to the various fights about fairness and abuse in Skver?

2

 Yesterday at 02:26 PM Reb Yona Says: *-- . *

it looks like the skverers are 20 years behind.
this is the way the satmars successfully fight to have more Shouls in KJ and Reb Aaron's closing all the Shouls didn't work
Now their is as much as 60 Shouls open in KJ, 95% are form his Misnagdem.

3
*--. Yesterday at 03:13 PM Ch Says: *-- . *

The KGB supported communist government of the old USSR fell many years ago. If the government of New Square doesn't institute some realistic reforms soon, and I'm not talking about yiddishkeit, their KGB will be the end of them too. Their internal rules, meant only to support the rebistva of the rebbe, is becoming unraveled, and this will be their downfall. All this strife and rocks and fires will only lead to more machloikis and this is not leshem shomayim, its leshem malchus beis skver. When you send out a fire into the public arena, it can backfire and burn your own house too.: *-- . *

Who ever is not happy in New Square should please move out and go live a happy life somewhere else.

5
*
Reply to #4  Show Quote

And after that, lets put a wall around New Skvere and lock the gate.

6

 Yesterday at 04:56 PM Ch Says: *-- . *

#4 that isn't so easy. These "unhappy" people have very deep roots in Skver, parents, brothers sisters et al. You can't just throw out dozens of people. Everybody knows that the rules in Skver are extremely restrictive, not as yiddiskeit but as pure xenophobia. These "rebels" aren't vilde chevra. They are respectable people who want to stay in Skver. The truly unhappy have actually left.

7

 Yesterday at 07:45 PM s Says: *-- . *

If moving out of New Square would be as is it as you put it, 1190 families would pick themselves up tonight and leave. What has skver given to its residents in terms of Yiddishkeit all in the name of the "Rebbe's tatteh"??? If skvereh Rebbe is so eager to follow his fathers footsteps, why isn't he taking 10 people (if he can even find them) and move to one of his hugh mansions and serve hashem like his father did. Skver can survive without a rebbeh just as many chareidi settlements perfectly survive.

What is certain? Skver cannot sustain itself with the current drop out rate due to a marshal law chinuch system where parents are not in charge of their own kids, one shul for 1200 members, and decision process based on "is it going to benefit us" and "us" meaning the rebbe and his ilk.

And again, let's remind ourselves who has asked for this fight?
Why feel so threatened by a few at risk bucherim davening outside of a shtetl?
Why is a rebbe of so many chasidim, so afraid of an innocent minyen a mile away from his shul?

8

 Yesterday at 09:23 PM urbrainwashed Says: *-- . *
Reply to #4  Show Quote

Yes, after that type of upbringing u get in skver it is very hard to move, even the brave ones that do exile come back to hang out in skver. And by the way, u act no different then the Spanish at the inquisition or any other girush on jews. Shame on you *

9

 Today at 01:15 AM Who Me? Says: *-- . *
Reply to #4  Show Quote

I agree 100% I'm not from New Square and I will never be in Square. But I do know a lot of square yingerleit and they are the nicest people in the world. Always willing to do you a favor, help you out with anything. And guess what "They are all happy there" yes there are rules
All the Dictators made also Rules as was in Spain. 

10

 Today at 09:08 AM new square Says: *-- . *
Reply to #9  Show Quote

you agree 100% becuse you are not from skver, but if you will be from skver - enen skver world-wide not new square you are not gana say "thay are all happey" please think a litle more before you are giving a statement

11

 Today at 09:35 AM ALLAN Says: *-- . *

I know little of the internal issues of the Skverer community.
My comment is strickly related to possible arson which if true is a terrible crime.
The lives of responding firemen and civilians could have be put in danger and there is always the chance that a small fire will spread. If it is indeed arson then I would hope that every effort is made to catch the parties responsible and that those persons are punished to the fullest extent of the law



תוקן על ידי boyskver ב- 10/11/2010 18:39:27

SatmarBum » 12/11/2010 07:32

סקווער אויף איבעי
Video: Skvere rebbe uses young kids to protest opponents


 http://www.yourjewishnews.com/1415.aspx



Skvere rebbes blessed matza for sale on ebay



 http://www.yourjewishnews.com/1384.aspx



http://matzav.com/honey-cake-from-skverer-rebbe-being-auctioned-off-on-ebay




http://cgi.ebay.com/ws/eBayISAPI.dll?ViewItem&item=280586670476&ru=http%3A%2F%2Fshop.ebay.com%3A80%2F%3F_from%3DR40%26_trksid%3Dp5197.m570.l1313%26_nkw%3D280586670476%26_sacat%3DSee-All-Categories%26_fvi%3D1&_rdc=1

Bizas Hayom Matzah from the heiliga skvera rabbe 2009

Bizas Hayom Matzah from the heiliga skvera rabbe 2009


Item condition:Used

Time left:7d 12h (Nov 18, 201010:05:34 PST)

Bid history:


Current bid:US $8.50

US $
Place bidPlace bid

(Enter US $9.00 or more)





_________________



תוקן על ידי SatmarBum ב- 12/11/2010 07:36:08

קידושלבנה » 12/11/2010 16:45

די פאלגענדע תגובה האב איך געשריבן פאריגע וואך, נאר איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט צו שרייבן אויף די פורום.

יעצט איז שוין ב"ה שטילער געווארן אין סקווירא ב"ה, אבער איך מיין אז מיינע הערות זענען נאך וויכטיג און וועליד.

 

------------------

 

על זאת תבכה נפשי....

 

די מערכה אין סקווער איז שוין ארויס פון אלע גדרים...

 

סקווער מאכט זיך אליינס קאליע מיט די נערישע וועג וויזאוי זיי ריעקטן, אדער בעסער געזאגט זיי ריעקטן נישט, אויף די היציגע פייער וואס ברענט שוין אוט אף עני קאנטראל... ליבי ליבי על חלליהם...

 

איך האב געוואלט אפשרייבן א לענגערע אפשאצונג איבער דעם, אבער מיינע ווערטער זענען גענצליך איבריג, נאכדעם וואס אלע רואיגע נערמאלע בעלי דעת האבן ארויסגעברענגט די זעלבע זאך.

 

ס'זענען אסאך מער ווי צוויי און מער ווי צוויי צענדליג...

 

צייטן טוישן זיך, און מ'דארף איינזעהן אז אם ראשונים כחמורים אנו כבני אדם, מ'קען נישט טוהן אלעס וואס מ'האט אמאל געקענט.

 

אבער דאך הערשט דא א שטיקל צימישעניש צווישן די עולם. דאס איז נישט קיין ספק אז צווישן די 1200 משפחות אין סקווירא איז דא א "שיינע" פערצענט וועלכע זענען נישט צופרידען און האבן טענות אויף די געפיראכטץ. במשך די לעצטע 30 יאר זענען געווען מערערע ענינים מענינים שונים, דא אין דארט, וועלכע האבן צובליסלעך פארוואנדלט א מענטש דא א מענטש דארט, א משפחה דא א משפחה דארט, אין קאלטע שונאים. צו איז דאס געווען מיט איינגעשטעלטע אין מוסד, צו איז דאס געווען מיט מענטשען וואס האבן געוואלט קויפן הייזער, עפענען געשעפטן וכו', עקסנים וועלכע האבן זיך גענויטוגט אין הילף וכו' וכו', אזוי האט "סקווירא" אליינס אוועקגעשטעלט און פארמירט א ציבור שטילע אנגעווייטאגטע אידען וועלכע פרייען זיך יעצט מיט יעדע זאך וואס גייט ראנג פאר די קהילה און אירע פירערס. דאס איז נישט די רעדע דא.

 

אבער מיט די ספעסיפיק נושא פון פרידוואלד זענט איר אביסל ראנג.

 

פארוואס?

 

די תקנה פון איין בית המדרש אין סקווירא אויף שבת ויו"ט האט די רבי ז"ל איינגעפירט אין שטעטל, אלס זייער א פשוטע סיבה. ווייל ער האט געוואלט אז אין די שטעטל זאל זיין א כוח פון א הנהגה, יא, אשויווי איר הערט, ער האט זייער גוט געוויסט אז צווישן א ציבור אידן איז אייביג דא חילוקי דעות סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, האט ער אבער געוואלט אז ס'זאל בלייבן איין זאך, איין כח, איין קהילה, האט ער מייסד געווען די תקנה אז אלעס קומט צו איין פלאץ, אלעס ווערט געפירט דורך איין הנהגה.

 

דאונט געט מי ראנג, איך האלט קלאר אז די היינטיגע איין כוח און די היינטיגע פירערס גייען מיט געוויסע ענינים צו ווייט, און נאכמער, איין כוח איז נישט טיישט "געוועלטיגען", אדער טוהן אזוי ווי איך וויל, די איין כוח דארף קלאר הערן אין פארשטיין וואס די ציבור וויל און וואס די ציבור פארלאנגט, אדורך טוהן יעדע פראבלעם בכובד ראש, נאר אויף זיי ליגט די כוח צו שאפן די לעצטע החלטה, ואין כאן המקום להאריך בזה.

 

ממילא די זאך פון איין בית המדרש איז א ענין וועלכע תושבים אין שיכון סקווירא האבן אייביג פארשטאנען אין מיטגעגענגען. עלטערע אידן וועלכע איז זיי געווען שווער צו ווארטן אפאר שעה פון ווען זיי שטייען אויף ביז זיי דאווענען שבת אינדערפרי האבן פארשטאנען די וויכטיגקייט און מיטגעגאנגען דערמיט.

 

און נאכמער: אין די לעצטע פאר יאר האלט מען מער און מער אין איין צושטעלן און פארגרינגערען פאר די מענטשן וואס איז זיי שווער צו ווארטן. למשל פרייטאג צונאכטס אין די זוממער ווען די זמן איז שפעט, פלעגט מען אמאל דאווענען אזויווי אין די ווינטער, אז מ'האט גענדיגט מנחה בין השמשות, די לעצטע פאר יאר האט מען דאס שטארק צוריקגעריקט די מערסטע וואס שייך, און מ'דאווענט מנחה 35 מינוט נאכן שקיעה, אזוי אז ברכו איז אפאר מינוט נאכן זמן צאה"כ לפי שיטת ר"ת. און א וואך וואס דער רבי דאוונעט קבלת שבת פארן עמוד (א יארצייט שחל בשבת אדער א שמחה) דאווענט מען בערך 15-10 מינוט נאכן שקיעה, כדי מ'זאל נישט ענדיגן שפעט.

אדער שבת אינדערפרי ווען ס'איז דא א לענגערע דאווענען, (שבת חנוכה-ר"ח, אדער א שמחה כנ"ל וכדומה) דאווענט מען מיט א האלבע שעה פריער.

 

בקיצור, די שוועריקייטן פון איין מנין איז געווען אנגענומען אייביג אין סקווירא, און לעצטענס פרובירט מען צו מאכן גרינגער ווען ס'איז נויטיג.

 

אצינד די וועלכע גייען יעצט דאווענען אין פרידוואלד מיינעם בכלל נישט שם שמים, זיי מיינען נישט די עלענדע עלטערע אידן וועלכע זיצן אין נורסינג האום אין דארפן א באזיכער.... זיי מיינען אויך נישט זיך צו פארגרינגערען און דאווענען פריער, זיי מיינען בלויז לקנטר, זיי ווילן אינטערברעכן א אלטע תקנה אין סקווירא, און זיי ווילן ווייזען פאר יעדן אז ס'איז נישטא וואס מורא צו האבן, מ'קען היינט טוהן אין סקווירא וואס מ'וויל.

 

און דער וואס האט געשריבן וועגן די גרושים וועלכע ווילן פשוט זיך נישט טרעפן מיט זייערע עקס געשוויסטער, רעדט אויך נערשיקייטן, ווייל די 2 גרושים וועלכע האבן געדאווענט דארט האבן נישט קיין געשוויסטער אין סקווירא. איינער איז געווען א איידען אין ב"פ ווי איר גאנצע משפחה וואוינט, אין איינער אין מאנסי, זייער פראבלעם איז נישט זייער געשוויסטער, זייער פראבלעם איז אז מ'האט זיי געהייסן פארמאכן זייער "מושב ליצים" ווי גרושים און פויערען פלעגן זיצן און פארברענגן מיט א פרעכהייט, 7 טעג א וואך, 24 שעה א טאג, ומשם יצא תרבות רעה כידוע.

 

ממילא דאס איז פארשטענדליך אז מ'האט זיי געמוזט צוריק האלטן פון אינטערברעכן די גדרים.

 

אבער די וועג וויאזוי מ'טוט דאס איז טאטאל ראנג!

 

בעל שיטה רירט צו די זאך אביסל מיט אן אמת, אז די ערגסטע זאך איז ווען מ'לאזט זאכן אין די הענט פון נערישע בחורים. אבער פארט שרייבט ער זייער איין זייטיג, כאילו זיי האבן נישט קיין שום סעפארט פון העכערע מענטשען.

 

אין רבינ'ס קאך ווערט פלאנירט די הכנות (נישט דורך די רבי אדער זיינע קינדער, נאר דורך מענטשן וועלכע ארבעטען דארט), אין קעלער פון 18 דזעפערסאן ווערט אנגעגרייט די זאכן, משם תצא הוראה.

 

נישט אז די אפיציעלע חברי קהילה אדער די רביס קינדער זענען אינוואלוווד אין די ווילדע אקטן, קלאר אז נישט, אבער די מענטשן איין סטעפ נידריגער ווי זיי, די וואס זענען יוצאי ונכנס דארט, זיי פירן עס אהן, והדברים ידועים. און נאכמער, אויב די גרויסע זענען נישט מוחה, ווייס מיר דאך מכלל דלא מיחו שמע מינה דניחה להו.

 

און אויב זיי זאגן גארנישט, אויב די קהילה, הנהלת הישיבה, משפיעים, זאגן גארנישט, קען מען נישט האבן קיין טענות אויף דעי וואס זאגן אז ס'ווערט געפירט פון אינסייד.

 

און טאקע דאס עסט זייער סאך מענשטען אין די יעצטיגע מצב:

 

אמת מ'טאר נישט לאזן אפאר מענטשן אינטערברעכן יסודות וכדומה, אבער לא זו הדרך! נישט אויף אזא וועג, אויף די וועג בויסטו זיי נאר!

 

אין אנהייב האט די קהילה גארנישט געטוהן, ווען די פייער האט שוין געפלאקערט, די בחורים האבן שוין געשאסן און צובראכן האבן זיי זיך אריינגעמישט און פרובירט מסדר צו זיין אביסל, אבער: 1. אביסל צו שפעט, 2. הייס די בחורים שוין זאפארט אויפהערן מיט זייערע ווילדע שטיק, זיי שטערן דיר נאר, בכלל נישט קיין העלפ.

 

מאך אויף דיינע אויגן, הייב אן איינצוזעהן אז מענטשען זענען נישט צופרידען מיט הונדערטע קלייניקייטן אין שטעטל!

זיך נישט פארמאכט און הער נאר פאזיטיוו, און יעדע מענטש וואס קומט זאגן א קריטיק אדער א טענה איז א "קריטיקירער", אן "אומצופרידענע מענטש", "אויך שוין אנגעהערט פון יענע צד", "סתם א שונא" וכו' וכו'.

 

--------------

 

אבער וואס איך וויל זיך יא קריגן דא איז מיט בוי-סקווער,

דו רעדסט שטותים מיט נערישקייטן וואס מאכן אפילו נישט קיין סענס.

איך גיי זיך נישט קריגן מיט אלעס וואס דו שרייבסט, פשוט ווייל איך האב נישט קיין געדולד דיר אפצופרעגן יעדע ווארט,

נאר נאכן אלעס דורכליינען באריכות, בין איך איבערגעלאפן דיינע תגובות שנעלערהייט,

לאמיר זען וואספארא שטותים דו שרייבסט דא, איך וויל נאר ווייזן פאר די עולם אז דער רעדט פון היץ זאכן אשר לא היו דברים מעולם.

 

 

 

 

באלד די ערשטע שטיקל:

"סקווער רעבעס גבאים-ראשי הקילה שלו' בער פישעל און מענדל בערגער (דער זון פון ר' חיים בערגער וואס איז אוועק אין תפיסה פאר די סקווערע גניבות) "

 

די איינגערינגעלטע זעט אויס ווי דו ביסט א שרייבער פאר די דזורנאל ניוס אדער די פאוסט.

 

- -

 

עס פאלט אים נישט איין אז די געלט פאר די פאבליק סקאוול, לייף אינשארנס, אדער אנדערע אינוועסטמענט'ס, וואס ער האט  ארויס געשלעפט פון זיינע כולל אינוגע מענער וואס מען האט זיי שוין נישט געצאלט פאר כמעט 2 יאר, איז געוויהן די סובה דערצי.

 

איז די פאבליק סקול עפעס אנדערש ווי עני אנדערע קרן הבנין פון סיי וועלכע מוסד, חסידות?

 

לידיעתי איז די כולל שולדיג פאר בערך 4 אדער 5 חדשים. טאקע א לאנגע צייט, אבער: 1. נישט צוויי יאר, 2. וועלכע כולל/מוסד אופן כדיר הארץ איז אפ טו דעיט?

 

- -

 

איצי'ס עלסטע זין יעקב יוסף אן איידעם ביי האלערשטאם וואס איז געקימן שבת ביינאכט נאכען טיש קלאפען אויף א. י. סיגלס פענסטער האט יעצט 1:00 am אויסגעשאסען א פענצטער ביי ח. א. ראטענבערג

איך האב געפרעגט איינעם אויב מ'האט געזען יעקב יוסף אויסשיסען די פענסטער? זאגט ער מיר מ'האט אים געזען סיי דאנערשטאג נאכט און סיי פרייטאג צונאכטס אהין גיין און זיך דרייען לעבן ראטטענבערגס הויז.

האב איך פאר ענק נייעס, אז יעקב יוסף האט געהאט א קינד, און ער וואוינט יעצט ביי זיין שוער וועלכע וואונט נעקסטע הויז פון ראטענבערג...

 

- -

 

די ווישנעצער רבי האט א פאר מאל געזאגט אז געדענגט נישט אז די שווער (די הייליגע סקווירא רבי ז"ל) זאל זאגן אז ער וויל עס זאל נאר זיין איין בית המדרש

 

געטראפן א גוטע וועג צו פארדרייען די עולם דא, אז אפשר איז די גאנצע זאך נישט אמת....

וויזניצע רבי שליט"א האט קיימאל נישט געוואוינט אין סקווירא, און איז קיינמאל נישט געווען מעורב דערין.

פרעג יעדער וואס האט אמאל געוואינט אין סקווירא וועט דיר זאגן אז יא.

ובראשם, פרעג די נומער 1 שונא פאר די היינטיגע חסידות סקווירא: חסידי ראחמסטריבקא.

 

- -

 

ליל שישי פ' חי' שרה
האט דער הייליגער רבע ארפגעשיקט זיינע יעשיבע בויעאס 
און אויסגעשאסען די ווינדאס פאר הרה"ח ר' ח' א' ראטטנבערג שליט"א
וואס זענען מוסף רשעות על רשעתם ר"ל
וואס לא די אז זיי האבן ארויסגעווארפן זיינע טייערע קינדעלעך פון די חדרים
האבן זיי נאך אויפגעשאסן די ווינדאס און פארגאסן אומשילדיג בליט ר"ל

 

 

1. איז דער רבי ארויף אין ישיבה ליל ששי אריבער שיקן די בויעס?

2. הרב החסיד - אינטערגעשאצט! לכה"פ הרב הצדיק, הקדוש, ער מיינט דאך כבוד שמים, חסד פאר עלטערע אידן, ער האט מסירות נפש פאר'ן באשעפער.

3. כפי ידיעתי האט ח.א.ראטענבערג נישט קיין קינדער אין חדר.

 

- -

 

די גאנצע וואך זענן די סקווערע ראשי הקילה  מרדכי שווארטץ, אברהם משה זילבערמאן, מענדי בערגער ארים געגאנגען צו אלע מוסדות אין מאנסי ווארענען נישט אריין נעמען די טייערע קינדערלעך  תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס די בראוטאלישע סקווערע הערשער האבן ארויסגעווארפן פין קענען לערנען די הייליגע תורה.

 

לאמיר זיך נעמען איין מינוט איבער די ווערטער:

 

קודם כל צוויי קליינע הערות:

ווען איז מען די לעצטע מאל אין היסטורי' "אריבערגעגאנגען צו מענטשן" רעדן וועגן אזעלכע ענינים? היינט מיט א טעלעפאון איז 100 מאל גרינגער צו האלטן זאכן שטיל, ממילא איז סתם א נערישקייט געווען אריבער צו גיין צו זיי, א זאך וואס יעדער קען זען (בפרט אויב דער רבי אליינס איז מיטגעגאנגען.......).

שנית, צו ווען האבן זיי גערעדט? מיט די מנהל? די וועד החינוך? די נשיא המוסד? און איז דער צו ווען זיי האבן גערעדט געווען גרייט מיטצוארבעטען און איבערגעבן פאר די וולעכע זענען איבער/אינטער אים אז בשום אופן נישט אריינעמען די סקווירא קינדער?

 

אבער לאמיר ווייזן דיין פאלשקייט אין א אנדערע שטותים וואס דו שרייבסט:

 

"די גאנצע וואך" זענן די סקווערע ראשי הקילה ארים געגאנגען צו אלע מוסדות אין מאנסי וכו'

 

1. איך ווייס נישט צו דו רעדסט פון פרשת חיי שרה אדער תולדות, אבער פרעג סיי ווער ס'האט ארויסגעמופט פון סקווירא די לעצטע יאר-צוויי וויפיל זיי האבן זיך געמוטשעט צו טרעפן א מוסד פאר זייערע קינדער, פרעג לוי יצחק ד. ווי ער איז געלאפן פון מוסד צו מוסד ביז ער האט געטראפן ווער ס'זאל אריינעמען זיינע קינדער.

 

2. די עיקר רעדע דא איז געווען וועגן פראמאוויטש'ס יונגל וואס קיין איין מוסד האט נישט געוואלט אריינעמען, און טאקע די יונגל איז שוין געווען מסודר אין "ת"ת אמרי שפר" סוף פרשת וירא (ער האט שוין פול מיט פראוד ארומגעשיקט א בילד פון זיין יונגל מיט א אמרי שפר קרוין זונטאג חיי שרה). סאו וועלכע גאנצע האט מען געזען די רבי'ס קאר, אדער עכ"פ די ראשי קהילה ארומגעפארן ווארענען און סטראשענען???

 

און אז די ליינער ווילן וויסן די אמת איז זייער פשוט: קיין איין מוסד איז נישט אינטערעסירט אריינצונעמען אזעלכע סארט מענטשען אויבער-חכמים.

 

און טאקע מרדכי דוד פראמאוויטש יוכיח:

 

קודם האט ער געזוכט א כיתה פאר זיין עלטערע יוגנל, ער איז אנגעקומען צו ת"ת באבוב, האבן זיי אים געפרעגט פארוואס ער שיקט נישט קיין סקווירא (אין מאנסי), האט ער געזאגט אז ס'איז נאכנישט דא א כיתה פאר זיין עידש, האבן זיי אים אריינגענומען.

א צייט שפעטער איז ער ווייטער געקומען זוכן פאר זיין ינגערע קינד, האט מען אים ווייטער געפרעגט פארוואס ער שיקט נישט קיין סקווירא. א נערמאלע מענטש וואלט געטראפן א תירוץ. די גריננגסטע תירוץ איז אז ביידע קינדער זאלן זיין אין איין חדר וכדומה, וואלטן זיי אים גערן אריינגענומען לכאורה.

ער האט אבער גענפערט: ווייל איך זיך א חדר וואס האט מיט די באשעפער און נישט מיט די רבי!

אזוי? דו ביסטו א אויבער חכם? האבן זיי ארויסגעשיקט זיין עלטערע יונגל אויך... יעצט דארף ער זוכן א חדר פאר צוויי קינדער...

 

- -

 

עס איז אויפן פסק פון דעם רבינ'ס מ"מ הרה"צ אהרן מענדל וואס האט ברבים געזאגט אז "חסידות איז העכער פון די תורה" על"פ,

 

ווען דו זאגסט מיר אז ער האט עס געזאגט ביחידות פאר מענטשען, קען איך דיר נישט אפפרעגען, בארע ער האט עס געזאגט ברבים? ווען און ווי האט ער דאס געזאגט?

 

*

 

איינער האט געפרעגט:

א זייטיגע שאלה וואס איך פרעג (מעגליך מחמת חסרון ידיעה)

באלאנגען נישט אלע הייזער אין סקווירא פארן רבין (צו פאר די קהלה/מוסדות וכו')

אזוי האב איך אמאל געהערט

ממילא וויל איך עס נאר קאנפירמען


קומט בוי סקווער און כאפט זיך ארויף אויף דעם מיט א געשמאק:

די אידען וואס זענען יעצט אינוואלוועט זענען באלעבטישע אידען און האבן אלעס אויף זייער אייגענע נעמען
טאקע דאס איז זייער מזל,
און די אלע אנדערע, טאקע שווייגען און ליידען טאקע מהאי טעמא!

 

איך האב פאר אייך נייעס:

כמעט קיין איין הויז איז נישט אויף די קהילה'ס נאמען! יעדע הטיז געהערט פריוואט פאר א מענטש אדער פריוואטע קאנג. חוך די פאר פאבליק בנינים וואס מ'האט באקומען פון די שטאט.

 

 

- -

 

איך קען נישט יעצט שרייבן מער, איך האב נאר געוואלט ווייזען אז דער בוי-סקווער רעדט שטותים מיט נערשיקייטן, וואס פרעמדע ליינער ווייסן פשוט נישט אז ס'איז להד"ם.

 

 

 

המשך יבוא נאך שבת בל"נ אי"ה.

בעלשיטה » 12/11/2010 20:46

לכבוד קידוש לבנה.
כשם שאני כותב [כנגדך?] לך ואיני יכול לנגוע בך כך לא יכלו כל אויבי לנגוע בי לרעה......
שיין געזאגט .. איך האב געוואלדיג הנאה אז איינער רעדט שוין צום זאך... דו מערסטע האב איך פארשטייט זיך הנאה פון
"בעל שיטה רירט צו די זאך אביסל מיט אן אמת"..... איך בין פארשטייט זיך מסכים מיט דיר אז סקווער גראבט זיך אליינס א טיפע גריב מיטען צולאזען טעראר.... א יעדער נארמאלע מענטש חסיד און נישט חסיד צוגלייך ווערט שרעקליך ברוגז אויף דו צוגאנג... דו ברענגסט זייער גוט ארויס אז מען דארף האבען אפענע אויערען צו מענטשענס טענות און נישט זיך אפשאקעלען מיטען זאגען ער איז פון דו יעניגע... אזוי אויך האב איך הנאה אז דו נעמסט דעם בויסקווער אויפען צימבעל און דו דעקסט אויף פארען עולם זיין געוואלדיגע כשרון אין שקר... דו ווייזט פארען עולם אז עס איז דא אזא מושג ווי 30 איי קיו אויכעט. אבער ווי איך וואלט געוואלט מיט דיר זיך אויסשמוסען איז לגבי דעם חלק וואס עס איז משמע פון דיינע ווערטער אז סקווירא מענטשען זענען שוין צוגעוואוינט צו דער ענין פון איין מנין וכולו ...איך מיין און פארשטיי אז דער עולם קרעכצט שטארק שטארק אויף דעם סיי צוליב זמנים און סיי ווייל א איד וויל אמאל האבען א גלעגנהייט צו זאגען שוכן עד פאר א 100 אידען וכולו וכולו אסאך מעלות פון א בית המדרש'ל ... אזוי אויך האלטען אסאך אידען אז נאך א בית המדרש בנשיאות כ"ק מרן שליט"א וואלט נישט אוועקגענימען קיין כי הוא זה פון דער הנהגה און אפשר אפילו צוגעגעבען ....
אויך וויל איך צולייגען אז איך פערזענליך האלט נישט אז "זיי מיינען בלויז לקנטר, זיי ווילן אינטערברעכן א אלטע תקנה אין סקווירא"  . עס איז זיי פשוט געווען גרינגער און באקוועמער צו דאווענען דארט און ווען מען וואלט גערעדט "אפיציעל" "בדרכי נועם" מיט א "שטארקייט" וואלט עס אפגעשטעלט געווארען.... אויף אסאך נארמאלע אופנים וואלט מען דאס געקענט אפשטעלען.... נאר מען האט זיי אריינגעשלעפט און א געפערליכע נצחון פייט אדורך א קוואליע פון טעראר און דער קאמפעני און סקווער וואס ארבעט צו מאכען שונאים פארען רבין האט מצליח געווען...
און אודאי האלט איך ווי דיר אז אויף קיין שום פאל קיין מחוצף טאר מען נישט זיין.
נאכאמאל האסט געשריבען גוט און צו דער זאך
זיי געזונט

אלעסגוט » 14/11/2010 05:48

איך וויל דא באמערקן א נקודה וואס קיינער האט נאכנישט ארויפגעברענגט.

צווישן אלע הויפן און רבי'סטעוועס, האב איך נאכנישט געזען א הויף וואו עס איז פאראן עטליכע אייניקלעך וואס זענען שונאים פון זייערע זיידע'ס און זענען בועט לכל הקדוש פון יענעם הויף. יא! עס מאכט זיך אמאל אייניקלעך וואס לאכן שטילערהייט אדער טראכטן אז עס איז נישט מי יודע וואס הייליג און וויכטיג, אבער פארט גייען זיי מיטן שטראם און געניסן פון די כבוד וואס מען גיבט זיי אפ אלס בנשק'לעך. אפילו אזעלכע אייניקלעך וואס מען האט זייערע עלטערן באזייטיגט פונעם הויף, א סטייל אין היינטיגע טעג צו דערווייטערן קינדער אין פארשידענע הויפן, אבער די אייניקלעך זענע טאקע ווייט אבער וועלן זיך נישט לאזן צורעדן שארף קעגן זייער זיידע אדער קעגן דעם הויף פון וואו זיי שטאמען - זיכער וועלן זיי נישט אפלאכן פון די ארגענעלע חסידות מיט אירע פריעדיגע רבי'ס וואס לעבן שוין נישט.

נישטא קיין הויף, האב איך געשריבן? - נישט פונקט אזוי! איין הויף איז יא דא וואו עס איז פאראן עטליכע אייניקלעך וואס לאכן אפן און זענען בועט בכל הקדוש להם... איר האט ריכטיג צוגעטראפן... דאס איז סקווירא... הדברים אומרים דרשינו!

און לאמיר נישט פארגעסן! זיי זענען נישט קיין דערווייטערטע קינדער, זיי געניסן מכבוד מלכים אויף א גאלדענעם טאץ און האבן פון אלעמען גוטן, אבער האבן פיינט זייער זיידע מיטן גאנצן הויף שנאת מות... אזש ביזן פארן קיין אומאן ראש השנה... ווייזט דאס נישט אז עפעס טויג נישט דארט? איז נישט פשט אז די הנהגה איז צו שטארק עקסטרעם, אדער אנדערע לעכער אינעם סיסטעם?

הדברים אומרים דרשינו!

בעלרעיון » 14/11/2010 08:39

אויפדעקן פרצוף פון "אלעסגוט"

לכבוד אלע חשוב'ע ליינער;

איך ליין שוין דא די אשכול א שטיק צייט און האב הנאה. עס איז שיין צו זעהן ווי מענטשן ברענגען ארויס זייער מיינונג, און צומאל זייער ווייטאג און האלטן עס אויף א רואיגן אופן (ע"פ רוב).

ספעציעל וויל איך דא קאנגראטאלירן בעל שיטה און קידוש לבנה אויף זייער אמת'ע פאקטן. איך בין נישט קיין בעל שיטה, נאר א בעל רעיון. און רעיונות זענען אלעמאל דא לכאן ולכאן, במילא האב איך ליב צו זעהן וואס די עולם שרייבט אזוי זאמעל איך נאך רעיונות. פאקט אבער איז אלעמאל נאר דא איינס, און פאר דעם אפלעדיר איך פאר די צוויי. די פאקטן זענען אלעמאל אמת און קראנט ביי זיי, צו מען גלייכט זייער מיינונג צו נישט.

בויסקווער'ס דמיונות, חלומות, שקרים, כזבים, סיפורים בדויים, שטיות והבלים איז נישט וויכטיג צו מאריך זיין, ווייל אנדערע האבן שוין קלאר געמאכט מיט וואספארא איש אמת מען רעדט פון. מיט זיין גרויס עם-הארצות (ווי עס דערקענט זיך אויף זיין שפראך "ראשי קילה", "שקץ ארויס", "בעטן רחמניות", "קארבנות", "געוויהן די סובה", "יעשיבע", "אפולי", "בפרהיסיא", "שפיחת דמים") האט ער געמיינט אז דאס וואס חז"ל זאגן אין חלום בלא דברים בטלים, מיינט גאר חלומ'ן נאר דברים בטלים.

דא וויל איך בעיקר זיך פארנעמן צום אזוי געריפענעם "אלעסגוט". איך וואלט דיר צום אלעם ערשטן מייעץ געווען צו טוישן אייער ניק צו "אלעסשלעכט" (איך ווייס עס איז שווער זיך צו אפטיילן פון דיין באקאנטע נאמען פאר אלע דיינע חברים אין די נידריגע פורומים, ווי איך וועל ווייטער ערקלערן). די ביסט פשוט א שלעכטע מענטש. קודם ביסטו מייעץ אויף מסירה, א זאך וואס על פי הלכה אפילו זאגען צו גיין מסר'ן ווערט מען אנגעריפען א רשע און מען איז פסול לעדות לויט א טייל שיטות.

דערנאך יעצט ביסטו מוסיף רשעה על רשעתך און אנשטאט צו דעבאטירן די עצם פרשה אין סקווירא (וואס די האסט שוין געשריבען פריער אז פשוט "איך נעם זיך נישט אן פאר קיין זייט נישט") הייבסטו אָן רעדן פון מענטשן'ס פערזענליכע צער, וואס איז אויך אסאך באזירט אויף גאר אסאך שקר. הגם עס איז דא ליידער געוויסע ווייטאגן פון אמת אין די ווערטער, וואס דאס איז ליידער א מכת מגיפה אין כלל ישראל (וואס דיינע עלטערן קלאגן אוודאי אויף דיר אויך, אויב דיין פרצוף איז אפען, ווי מיר וועלן באלד קלארער מסביר זיין), און עס איז נישט דולג אויף קיין שום משפחה גרויס אדער קליין ר"ל, חשוב אדער פשוט. עס איז א מלאך משחית וואס איז נישט מבחין בין טוב לרע, צווישן די הויף אדער אַן אנדערע הויף, חסידים און ליטוואקעס, רייכע אדער ארעמע.

די האסט געשריבען סתם שקר ווי צום ביישפיל וועגן אומאן. עס איז פשוט ליגענט. איך וועל נישט אריינגיין דא און עס אויפווייזן ווייל די וועסט מיר אריינשלעפן אין אנדערע זאכן ארום דעם, וואס דאס איז דיין גאנצע תכלית דא, אבי רעדן שלעכטס, צער און ווייטאג פון יודען נישט קיין חילוק אויב אמת אדער שקר. איך וויל פון דעם נושא נישט רעדן ווייטער איך וויל דיר נאר זאגען אז די האסט געשריבען פאלטשע פאקטן און פאלטשע מסקנות דערפין. עס איז אן אומרעכט צו אריינברענגען דא אומשילדיגע געליטענע מענטשן, צער פון טאטע'ס און מאמע'ס וואס די וואס ווייסן די פאקט פארשטייען אז עס איז א פשוט און פראסטע רשעות דאס צו ארויפברענגען דא.

געדענק נאר איין זאך, ווילאנג די האסט נאך געטוהן שמיץ פאר דיר (ליינט ווייטער) האסטו אפשר געקענט איין טאג תשובה טוהן, אבער פאר דיין וויי טוהן אנדערע זאלסטו געדענקען אית דין ואית דיין, און די ביזט נישט פארזיכערט ביי דיינע (אויב די ביסט אינטרעסירט אויף בעסערס.), און די אייבערשטער צאלט צוריק מדה כנגד מדה, פאר'ן וויי טוהן א צווייטע יוד קומט צוריק.......

איך וואלט דיר בעצם דן געווען לכף זכות אז עס קומט פון חסרון ידיעה, אבער נאכ'ן אויפדעקן ווער די ביסט קען איך נישט. ווילנדיג וויסען מיט וועם איך האב צו טוהן, איז נאך א פשוט'ע זיך אויף גוגל ארויפגעשווימען "היידפארק" (חוץ פון דיינע פארשפארטע אשכולים אויף בחדרי חרדים) אלע שמיציגע און נידריגע אשכולים וואס די האסט גע'עפענט אליין און ווי די האסט געשריבען די ערגסטע און די נידריגסטע. (פאר'ן עולם דא וויל איך זאגען אז מען רעדט דא פון צענדליגע נידריגע אשכולים וואס אן ארענטליכע גוי וואלט נישט געקענט ליינען) איך האב נישט געגלייבט וואס איך זעה. איך האב געוואלט דא ציטירן אפאר אשכולים, אבער אונז יודען דא אויף די אשכול וועלן אלע ברעכן און דאס נישט גלייבן. אַן עצה טובה די זאלסט זיך נישט מאכן תם'וואטע, וואס דאן וועל איך גיין אפאר טריט ווייטער.

זע'הנדיג מיט וועלכע רשע מיר האבן דא צוטוהן מיין איך אז די ליינער פון די פורום וועלן וויסען וויאזוי זיך צו באגיין צו זיין אינפארמאנציע. ער האט געשריבען "איך וויל דא באמערקן א נקודה וואס קיינער האט נאכנישט ארויפגעברענגט." עס איז פארשטענדליך..... ער טוהט זאכען וואס קיינער דא טוהט נישט..... גביר אדיר, SkverShtat וועלכע האבן נישט אזוי ליב סקווירא און אפילו בויסקווער זענען נישט וואס "אלעסשלעכט" איז!

נ.ב. איך האב נישט קיין מורא, די מעגסט מיר אויך שיקן אין מיין פערזענליכע באקס אויף די פורום וואס די האסט אמאל געשיקט פאר "ווארימער", און איך וועל עס דא ציטירן פאר'ן עולם:

קורצע ווארענונג איידער איך פארלאז דאס ארט:
בקרוב וועסטו הערן פון מיר, מיר וועלן זיך גוט מטפל זיין מיט דיר, אבער זייער גוט...
האסט איין ברירה... אויפצוהערן שרייבן אויפן פארק
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=4&topic_id=2740557&forum_id=21016

איך וועל מסיים מיט דיינע שלוס ווערטער:

הדברים אומרים דרשינו!

 



תוקן על ידי בעלרעיון ב- 14/11/2010 08:44:59

SatmarBum » 14/11/2010 09:53


Matzoh from Skverer Rebbe Being Auctioned Off On eBay

http://matzav.com/matzoh-from-skverer-rebbe-being-auctioned-off-on-ebay


Friday November 12, 2010 9:01 AM - 4 Comments

matzoh-skverer-rebbeA year after an eBay seller auctioned off a piece of honey cake from the Skverer Rebbe, a seller is auctioning off matzoh from the Rebbe. The post is called “Bizas Hayom Matzah from the heiliga skvera rabbe 2009” and the item condition is classified as “used.” The bidding is now at $8.50.

Bidding ends on Thursday, November 18.

The exact wording of the post is as follows:

Are you a Mamin in sgilah’s? it says in the torah that Bizas Hayom Matzah is a sgilah for parnasa,
so buy this holy Bizas Hayom Matzah from the heiliga skvera rabbe 2009, good luck with your bid!!!!
(we will ship your matzah out to you ASAP)

 There is a 99-cent standard flat rate shipping charge added to the winning bid.

It is assumed that the Skverer Rebbe referred to in the post is Rav Dovid Twersky, the Skverer Rebbe in New Square.

 To view the eBay post, click here.

{Yossi Schneider-Matzav.com Newscenter

_________________

SkverShtat » 14/11/2010 09:59

סופרי צדיקים 1

א גוטע וואך מיינע פריינט און פיינט...

 פאר די אלע וואס ווילען פארשטיין ווי אזוי די דאווענען אין סקווער זעהט באמת אויס און ווי אזוי ס'פילט זיך צו זיין א סקווערע חסיד, לאמיר אייך פארציילען ווי אזוי ס'האט אויסגעזעהן די וואך קבלת שבת

די זמן שבת אין סקווער איז געוועהן 414 [אגב מען קען פון דעם מאכן א לענגערן שמועס, ווי די אלטע רבי האט געוואלט מען זאל מקדים זיין דעם שבת קדש, און אזוי פירען זיך נאך ביז היינט צום טאג די נשים צדקניות צו צינדען ליכט, און ווי אזוי זיין זוהן די היינטיגע רבי טוט נאך מלאכות דאורייתות ביז ביז... איך וויל עס אפילו נישט פארציילען, זעהט אויס נישט אלעס דארף מען נאך גיין נאכן טאטענ'ס דרכים, פארשטייט זיך חוץ איין מנין יא, אגב די ווישניצער רבי שליט"א האט יא געוואוינט אין שטעטל און איר ווייסט ווי? יא דארטן ווי ר' חיים אהרן ראטענבערג שליט"א וואוינט היינט, גיי פארצייל דאס פאר די היינטיגע יונגווארג] די שקיעה איז געווען 439 די רבי איז אריין געקימען 530 צי מנחה [רעכן אויס וויפיל מינט נאכן שקיעה דאס איז איך מיין כמעט א שעה שפעטער] מען האט גענדיגט דאווענען בערך 720 יא איר ליינט גיט זיין דאווענען אין וויינערייען האט גענומען כמעט 2 שעה  אין דאס מיינט זיך צו צושטעלען צום עולם וואס האט נישט קיין כח און קיין געדולד????

 

ארים גייענדיג אין בית המדרש ווען ער דאווענעט פארן עמוד זעהט מען די אומגעדולדיגקייט אויף א סאך פנים'ער נישט נאר די פשוטי העם נאר אפילו די פני העדה האבען נישט קיין געדולד צו צוהערן ווי א איד וויינט און וויינט אין ציט אויס יעדע ווארט ווי אן אלף בית יונגעל, ער דאווענט נישט סתם אזוי ווארעם ער דאווענט וו-------אאאאאאאא-----רררררררררר---------עעעעעעעעעעעעעעעע-------------םםםםםםםםםם קיינער זאל מיר נישט זאגען אז ער האט געדולד פאר אזא דאווענען (ווי יענע יוד האט זיך אויסגעדריקיט "סתם צו הערען וויינען בלייב איך שוין ענדערשט אינדערהיים ווי דארטן איז עס מיינע אייגענע קינדער וואס וויינען")  איך בליק זיך אזוי צו באהאלטענערהייט צו מיינע קינדער מיינער א שכן'ס קינדער ווי זיי שטייען אין קלאצען קוקען אין די דאך אריין [איי עם סארי, זיין קוקען אויפן נייעם קרוין וואס מען האט געמאכט לכבוד די חתונה, אה ווער האט געהאלפן מאכן די נייע קרוין וואס האט געקאסט איבער 12 טויזענט דאלער? יא איר לייענט גוט ר' י. י. סורקוס שליט"א דער מחוצף דער אויסווארף, וואה אזא הכרת הטוב צו האבן אין סקווירא פאר א איד וואס האט זיך שוין אזויפיל אוועק געגעבן אומזינסט פארן רבין איז נישטא קיין גלייכן] אין ווארטען קוים מיט געדולד ווען זיי וועלן שוין קענען אנהייען מזמור "לדוד"...

 

לאמיר דא צונעמען זיין דאווענען. תפילה ווערט אן געריפען עבודה שבלב ווייל די עיקר  עבודה פון דאווענען איז וואס עס גייט פאר אין די הארץ פונעם מענטשט (אויב האט מען נישט קיין הארץ?!?........)

ווער געדענקט דען נישט ווי ער פלעגט ביז ממש א פאר יאר צוריק  אריין קומען צום דאווענען אין מיטען וואך 10 מינוט פארן סוף זמן תפילה, יא אין 10 מינוט האט א גאנצע מנין אידען  אפגעכיפערט פון הודי ביז שמונה עשרה כדי זי צי שטעלן שמונה עשרה פאר פארן סוף זמן תפילה. (וואס דאס איז זייער גיט פארן חינוך הבנים) נאך שמונה עשרה האט מען געדארפט ווארטען פאר אים 25 מינוט ביז מען האט געקענט אנהויבען הויכע שמונה עשרה. פאר וואס? ווייל ער האט "אנגעהויבען" דאווענען שוין נאכן סוף זמן תפילה (ער איז פארשפארט אין זיין שטוב קיינער קען ממילא נישט זעהן וואס ער טוט, ומעשה בחסיד אחד שהציץ ונפגע) איז האט מען געדארפט ווארטען אז ער זאל אויסטרעטן שטילע  שמונה עשרה אז צום ווייניגסטענס זאל ער דאווענען מיט מנין פון דארטן און ווייטער. אויב דאס איז נישט גענוג האט ער ווי א לץ ארויס געקלאפט פון זיין שטוב ביי ה' אלקיכם אמת ווען ער האט נאך געזיפט פון זיין קאווע ווי צו זאגען איך האב שוין גענדיקט קריאת שמע מען קען שוין דאווענען ווייטער. אזוי גאר וועמען טרייסטו צי פארנארן  אז די דאווענסט מיט מנין אונטערסאנט איז נאר ווען די האסט געהאט א יארצייט איז געוועהן א ונהפוך הוא ביז שמונה עשרה האט גענומען 25 מניט אין שטילע שמונה עשרה האט אינגאנצען גענימען 7 מינוט, ווען עס איז געקומען צי הויכע שמונה עשרה וואס איז לויט מיין חשבון מער ווייניגער די זעלבע ווערטר איז די צייט דראסטיש געשטיגען צי א 15-20 מינוט. פארשטייט זיך אז אויב נאך יעדע פינף ווערטער לייגט מען אריין א איהי הי הי הי אאאאאאאאאאאאאאאאייייייהיהיהיהיהי וואס עד היום הזה ווייסט מען נישט צי ער לאכט אדער וויינט גייט עס נעמען א סאך לענגער.......... ויהי לפלא!!!!!



תוקן על ידי SkverShtat ב- 14/11/2010 10:03:35

בעלרעיון » 14/11/2010 10:56

SkverShtat

איך מיז אנהייבן מיט דיר געבן גערעכט אויף די פאקטן. די זייגער און מציאות זענען אמת און דיינע ווערטער. כאטש זאגסטו נישט קיין ליגענט.

פאר איך גיי ווייטער וויל איך שרייבען אז וואס איך שרייב דא מיינט נישט מיין מיינונג לכאן או לכאן, איך וועל נאר אראפברענגען געדאנקען און רעיונות וואס מענטשן טראכטן, וירא הקהל וישפוט.

איך וויל יעצט אריינגיין אין די נושאים וואס די האסט געשריבען:

1.      די האסט טענות פארוואס די סקווירא רבי טוט מלאכות נאכ'ן זמן וואס זיין טאטע האט געוואלט. איך האב עס נישט פערזענליך מברר געווען קלאר, אבער איך הער אז די סקווירא רבי ז"ל האט אליין אויך געטוהן מלאכות נאך די זמן. זיין רצון איז געווען אז די נשים זאלן צינדן 25 מינוט פאר די שקיעה. און אזויווי אין אלע תפוצות ישרא-ל וואס די פרויען צינדען 15-18 מינוט פאר די שקיעה און די מענער טוען נאך מלאכות שפעטער, עס איז דא בכלל נישט אנדערשט. דאס וואס די שרייבסט אז ער טוט מלאכות ביז ביז............. האף איך אז די מיינסט נישט שפעטער און די פלאנסט דא צו גיין אין די דרכים פון בויסקווער וואס שרייבט סתם דברים מבטן.

2.      די שרייבסט אז די סקווירא רבי איז אריין געקומען כמעט א שעה נאך די שקיעה, און נישט ווי קידוש לבנה שרייבט אז ווען ער דאווענט פאר די עמוד קומט ער אריין אפאר מינוט נאך די שקיעה. עטס זענטס ביידע גערעכט. עס איז פשוט א חילוק פון די ווינטער און זומער. אין די זומער וואס די זמן איז שפעט קומט ער אריין אפאר מינוט נאך די שקיעה כדי מעריב זאל זיין ביים זמן, און יעצט אין די ווינטער דאווענט מען נישט פריער (איך גיי נישט אריין צו עס איז גערעכט אדער נישט, אבער עס זעהט אויס אז די הנהגה פארשטייט אז אין די ווינטער שטערט עס נישט אזוי שטארק פאר'ן ציבור וויבאלד עס איז פרי).

3.      די גאנצע ליצנות וואס די מאכסט פון זיין וויינערייען איז נישט שייך צו דעבאטירן. דער חסיד וועט זאגען אז דאס איז הייליג און דער מתנגד וועט לאכען, און דער פשוט'ער יוד וועט דאס מכבד זיין. איך וויל אייך עפעס שרייבען אבער רעגט אייך נישט אויף: ווען קדוש ישראל מרן הבעל שם טוב זצוקללה"ה האט געדאווענט און געוויינט האט דער מתנגד דאן אויך געלאכט. איך פארשטיי די וועסט זיך נעמן שרייען הלמאי?! מעג מען דען מדמה זיין די צוויי?! איך וויל נאר ארויסברענגען איין פשוט'ע נקודה: די טענה פאר זיך בנוגע די וויינען און קרעכצן ווענדט זיך וואס מען האלט בכלל אויף אים. עס איז נישט קיין נקודה צו דעבאטירן פאר זיך אליין.

4.      די שרייבסט אז די עולם האט נישט קיין געדולד. אמת. זייער א גרויס ציבור האט נישט קיין געדולד. אבער דאס ווייזט בכלל נישט צו עס איז גערעכט אדער נישט. ווייל די וואס וועלן זאגען אז זיי גלייבן אין איהם, וועלן זאגען אז אפילו עס איז שווער און אפילו זיי האבען נישט קיין געדולד וועלן זיי מיטגיין. (מיר יודען טוהען אסאך זאכן וואס מיר האבן נישט קיין געדולד.) (אגב: פון וועלכע "פני העדה" וואס האבן נישט קיין געדולד ווייס איך נישט פון וועם די רעדסט, אפשר פון די "פני העדה" וואס ביי "בואו בשלום" זענען זיי די ערשטע).

5.      איך וויל נישט מאריך זיין אין די נקודה פון די יוד וואס האט זיך "אזויפיל אוועקגעגעבן פארן רבי'ן"..... די האסט ביי מיר א בעסערע רעפאטאציע און איך גלייב אז די טענה איז בטעות ארויסגעפאלן, איך באהאנדל דיר מיט שכל, אביסל אנדערשט ווי בויסקווער און אלעסגוט.

6.      די שרייבסט א גאנצע סתירה מיט די זמנים און איך מיין אז די תירוץ ליגט אין דיינע אייגענע ווערטער. איך וועל יעצט שרייבען ווי א חסיד שרייבט כדי צו מסביר זיין זייער זייט. אויב ווילסטו קומען מיט טענות דארפסטו קומען מיט פרישע טענות און נישט מיט די זעלבע טענות וואס מתנגדים האבן אלעמאל געהאט קעגן די חסידים. די סקווירא רבי פלעגט בכלל נישט מקפיד זיין אויף זמן תפלה, אזויווי זיינע זיידעס וועלכע האבן געדאווענט אפילו נאך חצות (די סקווירא רבי אליין האט נישט מקיל געווען אויף נאך חצות) און אזויווי עס פירן זיך נאך היינט אסאך הייליגע צדיקים ווי די טאהש רבי שליט"א סקולענע רבי שליט"א ועוד. די האסט זייער קלאר געשריבען ער פלעגט דאווענען ביי זיך אין שטוב, אזויווי זיין טאטע און עס איז נישט קיין סוד אז ער האט געדאווענט אסאך ש ט י י ט ע ר   פון זיין מנין און דערפאר ערשט אנגעהויבן שמונה עשרה אסאך שפעטער און דערפאר ארויסגעקלאפט נאך 25 מינוט, וואס דאס האט געמיינט פשוט ער האט געדאווענט פאר זיך ווייטער און ערשט ווען ער האט גע'ענדיגט שמונה עשרה ארויסגעקלאפט. היינט וויבאלד מען האט געבעטן דעם רבי'ן ער זאל אריינקומען פריער נעמט דאס טאקע די זעלבע לאנג ווי דעמאלטס פון אנהייב דאווענען ביז סוף שמונה עשרה. מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מאטעמאטיקער צו זעהן אז די זייגער'ס זענען די זעלבע.

7.      פארוואס הויכע שמונה עשרה איז לענגער ווי שטילע שמונה עשרה. איך וועל דיר שרייבען וואס די חסידים זאגען, און איך פלאן דאס גראדע צו מברר זיין. דערווייל שרייב איך עס אויך מכח ספק. ביי זייער אסאך פריערדיגע צדיקים ווי למשל די סקווירא רבי ז"ל און די סאטמארא רב ז"ל האט מען געזעהן אז זאכען וואס זיי האבן געזאגט הויך פאר'ן ציבור האט גענומען אסאך לענגער. איך הער אז עס זענען דא קאסעטעס דערפון. איך פלאן דאס בודק צו זיין. אגב: די סקווירא רבי איז באוואוסט אלץ א קליגע יוד, דאכט זיך מיר אז אויב איז עס אזא בולט'דיגע זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, וואלט ער נישט געהאט קיין פראבלעם לשיטתך זיך צו מאכן ווי ער דאוואנעט אויך א לאנגע שטילע שמונה עשרה.

איך האב געשריבען די ארטיקעל נאר לגופו של הטענות. דיין ליצנות פון קאווע זיפען און נאך ענדליכס האב איך נישט אדרעסירט. אויב דיין תכלית איז פשוט צו מאכן ליצנות, און דאס וועל איך זעהן לויט דיין יעצטיגע תשובה, האב איך דיר אביסל איבערגעשאצט. איך האב יעצט באנומען דיינע ווערטער ווי אפאר ערנסטע טענות געמישט מיט אביסל ווייטאג, צוזאמען מיט אביסל מוצאי-שבת'דיגע מידעקייט ביזטו ארויס פון דיין גבולים און געניצט אביסל צונישע שפראך. אבער איך מיין אז אין זה דרכיך. געדענק אז ליצנות ניצט מען ווען מען שפירט אז די טענות זענען נישט גענוג גוט פאר זיך!

נ.ב. דאס וואס בעל שיטה האט דיר געפרעגט וואס איז דיין תכלית, איז געבליבן אומפארענפערט. עס איז נישט קיין ספק אז פאר די יודען וואס טראכטען אדער רעדן ווי דיר אז דער סקווירא רבי איז סתם עפעס א לץ פון איך ווייס נישט ווי, זענען משוגע זיך צו דרייען בכלל אין סקווירא. די דעבאטעס דא זענען איבער יודען וואס וואינען און סקווירא, רעספעקטירן איר בעצם, אבער ווילן געוויסע שינויים, אין דעם איז דא דרגות אין די שינויים....... און דא קומען די דעבאטאס. די ווילסט סתם זאגן גלייך ווערטלעך אויף די סקווירא רבי, עפען אויף א פרישע אשכול אויף דעם און מן הסתם וועסטו האבן גענוג שרצים וואס וועלן עס נאכטאנצן און הנאה האבן. אבער איך האב דיר איבערגעשאצט אז נישט דאס זיכסטו.

הצלחה רבה

א גוטע וואך

 

משה9 » 14/11/2010 11:00

SkverShtat

לדבריך קוקט אויס אז דער סקווערע רבי איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי א 


   מחלל שבת

   א לץ

   האט נישט קיין הארץ

   נישט גוט פאר חינוך הבנים

   נאך יעדע פינף ווערטער זאגט ער אאאאאאאאאיייייייייהיהיהיהי

 

אין אנדערע ווערטער, לויט דיינע ווערטער קוקט ער אויס צו זיין א קל שבקלים און א סכנה פאר די חינוך פון דיינע קינדער.

אויב אזוי, ווי אזוי שעמסטו דיך נישט אז דו וואוינסט דארט אפילו נאך איין טאג, פאר די אידישקייט פון דיינע קינדער טארסטו נישט זיין דארט אפילו איין רגע לענגער, און אויב דו בלייבסט יא דארט ביסטו דער קל שבקלים.

 

SkverShtat

אויב דו מיינסט עס טאקע אמת'דיג אז עס איז דיר אזוי ביטער דארט אין סקווער, הייב דיך אויף און גיי דיר דארט וואו דו וועסט יא זיין צופרידן.

Stop the BS

 
ווילאנג דו האסט געשריבן אנטקעגען די טעראר האט מען נאך מיטגעפילט מיט דיר, אבער איינמאל דו הייבסט אן צו שרייבען אויף דעם סקווער'ן ווי אויף א קל שבקלים האסטו פארלוירן דיין גאנצע נאמנות און עס זעט זיך מער אויס ווי דו ביסט דער קל שבקלים.

Go and get yourself a life

מיניווען » 14/11/2010 11:50

פארפאלן בעלרעיון רעדט צו דער זאך , דו קוקסט מיר אויס צו זיין א קלוגע יוד, און לויט ווי ס'סקוקט אויס איז די שטעלונג פון בעל שיטה און בעל רעיון (כ'האב מורא אז ס'איז די זעלבע מענטש ) די מיינונג פון רובא דרובא פון די נארמאלע מענטשן אין שטעטל ( אפי' איך פערזענליך האלט אביסל אנדערש ) וועגן די שמו"ע ביזטו אויך גערעכט , קענסט גיין קוקן ביי אלע די סארט רבי'ס איז עפ"י רוב די הויכע שמו"ע לענגער ווי די שטילע . פארוואס ? ווען איך ווייס בין איך דאך אויך רבי ..

_________________

בעלשיטה » 14/11/2010 16:29

לכבוד בעל רעיון

א יישר כח פאר דו קאמפלימענטען וואס דו טיילסט מיך צו. איך געב א געס אז דו ביזט א שטארקע סקווירא חסיד מיט א געוואלדיגע ברייטקייט צו פארשטיין אויך קעגן זייטיגע מיינונגען. אשרי לך.

איך וויל דיך מעורר זיין אויף דער וועג וואס דו רייסט אראפ בויסקווער זייער פערזענליך מיט זיינע פלעצער ווי ער מוטשעט זיך .. לאמיר דא רעדן וועגען מיינונג דיפרענסען און מסכים זיין אדער זיך קריגען – אפילו שארף קריגען- מיט א חברס מיינונג .. אבער פארוואס פערזענליך? (איך וועל דיך מסביר זיין מער וואס איך מיין אין דיין תיבה אישית)

איך מיז דיר זאגען און פאר אלע ליינער . דו האסט געמאכט א געוואלדיגע און שוידערליכע אויפדעקונג מיט דער "אלעסגוט" איך האב עס נאכגעקיקט אין גאגעל מיט זיין ניקנעם און עס איז מיר באפאלען א פחד און א עקל, איך האב געטראכט פאר א רגע אויפצוהערען שרייבען אויף א פארעם ווי אזא געמיינער אינג שרייבט. מען רעדט פון א מענטש {?} וואס האט צענדליגע שמוציגע אשכולים וואס ער פירט אן און וואס ער שרייבט און דא מאכט ער זיך א פרומער שלייער.... ער איז א מנוול ומוכה שחין און זאל מוחל זיין זיך אפטראגען פון אינזער פארום! דא שרייבען איידעלע סקווירא אידען וואס ווילען דיסקיסירען א נושא עס איז נישט קיין פלאטץ פאר געמיינע אינגען.. גיי שרייב דיך מיט דיינע מניוולים און קים נישט דא אריין רעדען וועגען סקווירא. ביזט א עכטע געמיינע געמיינע אינג! א דאנק בעל רעיון פארען קלאר מאכען מיט וועם מען האט דא צו טאן!

בעל רעיון האט אויך זייער שיין געשריבען דו פערספעקטיוו פון א חסיד לגבי דעם רבינס תפילות און האט אפילו נישט פארלייקענט אז עס איז שווער פאר געוויסע מענטשען . און דו טייערע סקווערשטאט ביטע רעד נישט פון מענטשען פערזענליך נישט קיין חילוק צו עס איז דער רבי אדער מ.ד. אדער ווער עס זאל נישט זיין... רעד פון הנהגה... רעד פון קהילה ... אבער פארוואס כאפסטו אן א מענטש פערזענליך? און וואס וועט דיך ברענגען דו רעדערייען וואס א רוב פון סקווירא מענטשען גלייכען נישט לעניות דעתי......

הצלחה

קידושלבנה » 14/11/2010 18:32

עטליכע נקודות.


ערשטענס צו די הערה פון סקווערשטאט.

בעל רעיון האט שוין זייער גוט צונומען זיינע רייד, אז ס'איז האוקעס פוקעס, לאמיר נאר צולייגען איין זאך, בנוגע די כמעט 2 שעה וואס ער האט געדדדדדאאאאאוווווועעעעעעננננננטטטטטט (דיין לשון):

דער רבי איז אריין בערך 5:35, צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' הערש אלימלך הלבערשטאם שליט"א חתן האדמו"ר מראחמסטריבקא שליט"א וועלכע דאווענט גאנץ במתינות. מ'האט גענדיגט מנחה נאך 6:00, נאכדעם איז געווען 3-2 מינוט הפסקה אזויווי אייביג ווען דער רבי דאווענט, דעם רבי'ן קבלת שבת האט גענומען פונקט א שעה. פון 6:10 ביז 7:10.

און בנוגע דעם רבי'ןס השתפכות הלב, איך זעה נישט די חסרון, אסאך רבי'ס וויינען און בעטען זיך אויס ביים דאווענען. איך מיט מיינע שכנים האבן גראדע יא הנאה געהאט צו הערן דעם רבי'ן דאווענען.

ר' יום טוב ערליך זינגט וועגן פרייטאג צונאכטס דאווענען: "און ביים סקועערען הערט מען שוין די קרעכצען".
איך זעה ער האט עס אויך אנגוקומט אלס א מעלה נישט אלס חסרון.

 
און בנוגע די זמנים פון די דאווענען האט ער שוין אויך געזאגט אז איך האב געשריבן אז אין די זומער דאווענט מען פריער ווען ס'איז דא שמחה, אין ווינטער נישט.
און איך האב נישט געשריבן אז מ'האט זיך צוגעשטעלט צו זיי אינגאנצען, איך האב געשריבן אז מ'האט שוין אסאך זאכן גרינגער געמאכט.


רוב אנדערע זאכן שטים איך צו צו בעל רעיון וועלכע האט עס בעסער צונומען ווי מיר.

 

און סקוויראשטאט האסט פארגעסן איין זאך, אז פרייטאג צונאכטס ביים טיש, ביי מצוה טאנץ בערך 12:30, ווען קיינער צווינגט קיינעם נישט צו קומען, זענען די 12 שטאקיגע פארענשטעס, און די 8 שורות זיצן, געווען שווארץ פון מענטשען.

זעט אויס עפעס מענטשן האבן נאך יא ליב סקווירא, און ווילן מיטהאלטן א שבת שבע ברכות ביים רבינןס הויף, אפילו ס'איז שפעט ביינאכט.

 

---------

 

און צו די הערה פון אלעס גוט בנוגע די "עטליכע אייניקלעך" וועלכע לאכן און זענען בועט בכל הקודש,

 

בעל רעיון האט שוין גוט ארינטערגעריסן דעם חלק אויך, איך וויל נאר אריינגיין אין מער פרטים פון וואס מ'רעדט.

 

דער איין אייניקל פון וועם דו רעדסט האט געהאט א שווערע שווערע לעבן, גארנישט צו טוהן מיט די "סיסטעם". זיין טאטע האט געליטן אויף פארשידענע מחלות ל"ע, ובפרט אויף די ביטערע מחלה ה"י, וואס ווי באקאנט צוהרגעט די שטוב ביזן סוף, די עלטערין זענען פארנומען לויפן צו דאקטוירעם וכו', וכו',

חוץ דעם איז געווען אין א זעלטן שווערע כיתה, וואס אלע מלמדים זאגן עדות דערויף. ("איך מיין" אזוי ווייט אז יענע יאר ווען זיי האבן געדארפט אריין גיין אין ישיבה לצעירים האט זער מנהל ראי"א זיך אפגעזאגט, ווייל ער האט געהאלטן אז ער וועט נישט קענען מצליח זיין מיט זיי, און ס'האט געדוירט בערך 3-2 וואכן ביז ס'איז געקומען א נייע מנהל. איך מיין ס'איז געווען ביי יענע כיתה).

און ווען ביידע צוזאמען האבן זיך צאמגעשטעלט איז ליידער געשען דאס וואס איז געשען, און ער האט אנגעהויבן צו פאלן. זיין טאטע האט זיך געבראכן קאפ, ביז בלית ברירה האט ער אים קודם ארויסגענומען פון יענע כיתה געלייגט אין א העכערע כיתה (א זאך וואס האט געברענגט היט פון אנדערע עלטערין פון די כיתה, נאר ער האט נישט געהאט קיין ברירה), און שפעטער האט ער אים געשיקט צו אנדערע סקווירא ישיבות וכו' וכו', ביז ער האט אים געשיקט קיין ארץ ישראל צו א פריווטע ישיבה, און אזוי ווייטער, ביז ס'איז געקומען צו די מצב וואס ער האלט האנט, אז ער איז ליידער אויסגעלאשן, קאלט צום באשעפער. ער דרייט זיך מיט אנדערע פארלוירענע נשמות, און איינע פון די נשמות האבן אים געשלעפט קיין אומאן (אויב ער איז געווען).

 

דאס איז אלעס באותו זמן וואס זיין טאטע ווייזט אים ארויס א זעלטענע מאס אהבה, ער פארט אים באזיכן כסדר אין ארץ ישראל, רעדט מיט אים, איז אים מחזק באשר הוא שם, פארברענגט מיט אים שבתים.

(ווען ער האט געלערנט אין מאנטריאל, איז זיין טאטע אמאל אים געפארן באזיכן אויף א שבת אין די קעמפ, מוצאי שבת איז ער ארויס מיט זיין זוהן זעהן ווי ער שווימט אין די פאאל - א זאך וואס אסאך פרומע סקווערע חסידים וואלטן בכלל נישט מחזק געווען זייער קינד מיט שווימען, און ער האט פארשטאנען אז דאס איז זיין זוהנס טובה, האט ער אים געוויזן הערצה און אהבה).

און זיין זיידע דער רבי שליט"א רעדט מיט אים אופן טעלעפאון פון צייט צו צייט, און ווען ער איז אין סקווירא פארברענגט ער מיט אים פריוואט.

 

איז דאס טייטש "בועט בכל הקודש להם"? האבן פיינט זייער זיידן מיטן גאנצע הויף שנאת מוות"? נישט ביי מיר.


האט דאס עפעס צו טוהן מיט א "עקסטרעמע הנהגה"? איך מיין אז נישט.

Palin12 » 14/11/2010 23:28

לכאורה מיינט ער נישט דעם ער מיינט נאר דער אייניקל וואס איז א איידם אין לאנדאן

SkverShtat » 14/11/2010 23:55

מורי ורבותי חטאתי עוויתי פשעתי כי מרוב צערי וכעסי דברתי

 כדי איר זאלט פארשטיין מיין פוינט ווי אזוי איך זעה דעם זאך, לאמיר אייך פארשטעלן ווי אזוי ס'האט אויסגעזעהן ביי מיר, נאך א געיאגטען ערב שבת קודש און נאכן אויסמאטערנדיגען דאווענען לאנגווייליג צו קוועטשטערהייט אן קיין פלאץ זיך צו רירען [פארפאלען איך בין נישט פון די מזרח אידען] קענט איר זיך שוין פארשטעלן ווי דרך ארצדיג די קינדער זענען צו זייערע עלטערן [קיין טענות צו זיי קען מען דאך נישט האבן בדורינו בפרט ווען מען האט זיי דאס נישט אויסגעלערנט אז ס'איז פון די עשרת הדברות] נא ווי אזוי זעהט שוין אויס נאכדעם א שבתדיגע סעודה, אה מען דארף שוין לויפן צום טיש, יא אויב איר ווילט גוטע קינדער דארף מען זיך צו שטעלן צום פאקט [ס'דערמאנט מיר פון איינע פון די זקני החסידים אין די בראשית יארן פון די הנהגה האט פארקויפט אסאך מופתים אויפן חשבון פונעם רבין, האט איינער אמאל געפרעגט איר גלייבט אין די אלע זאכן, האט ער זייער קלוג גענטפערט "איך וויל מייינע קינדער זאלן עס גלויבן", יא זיינע קינדער גלייבן נאך היינט אין די שטותים, אבער יענער איז שוין היינט אן אפגעפרעגטער ביי די יונגע חסידים נאכן זיך אויפן ארויס שטעלן אפען אז רבינו סר מן הדרך, אגב יענער האט לעצטענס זייער גוט געפרעגט וואס איז נענטער צום שטעטל דער שמוציגער זאל עטרת טשארנא אדער פרידוואלד], שוין אזוי איז דארך דעם גאנצען שבת מבואו ועד צאתו.

 

מיין מטרה אין ישרות איז...

1. מען זאל אנפאנגען צוריק צו פארקויפן לאטס און לאזן ווי שנעלער אנפאנגען די פראצעדור פון בויען הייזער.

2. די אלע מענטשען וואס האבן שוין געקויפט לאטס זאל מען שוין לאזן אנפאנגען צו בויען, וואס אגב איז דאס א חשש פון גניבה וגזילה וואס זיי דארפן צאלען יעדעס יאר טויזענטערס אין טעקסעס און מען לאזט זיי נישט בויען, איך בין חושש אז די אלע פוילע תירוצים האט צו טוהן מיט דעם וואס די אלע לאטס זענען זייער נאנט צו פרידוואלד.

3. מען זאל אויפהערן צו שלעפן טויזענטערס פון יונגעלייט וואס האבן ממש קוים אויף צום לעבן, און בכלל איז דאס א חשש גזילה ווען די געלט קומט פון די פרויען וואס ארבעטען און נישט פון די מענער [אגב איך בעט יעדער איינער וואס האט נאר קרובים אין סקווירא זאל נעמען די טירחא און געוואר ווערן פאר ווי לאנג מען צאלט שוין באמת נישט אין כולל]

4. מען זאל אויפהערן צו רודפן מענטשען און די שטארקע הנהגה זאל דאס פארדאמען און אפהאלטען אויף אלע אופנים וואס נאר מעגליך, אזוי ווי זיי האבן דאס באוויזן במשך ימי השמחה וד"ל.

 

שלמה המלך זאגט עת לשתוק ועת לדבר זעהט אויס איך האב צופיל גערעדט, צוליב דעם וועל איך לעת עתה נישט מער שרייבן דא אין דעם פארעם אלץ תשובת המשקל, סיי ווי די מצב אין שטעטל האט זיך גאנץ פיין בארואיגט, סא פארוואס דארף מען נאך שרייבן.

קידושלבנה » 15/11/2010 03:51

אויף דעם זאגט מען טענו לו בחיטים והודו לזכר קדשו...

קודם קומסטו מיט א גאנצע באריכט פון שבת ווי דו רייסט ארינטער דעם רבי'ן, שטעלסט אים אהער אלס א נידריגן יונג, א אינטערברענגער פון די חינוך וכו', און ווען מ'הייבט דיר אן נעמען אופן צימבל, ניין דו האסט אינגאצנען נישט דאס געמיינט, דיר באדערט פשוט די לאטס מיט די דירות, נישט די דאווענען, דיין מטרה איז ישרות.

און אז דו זעהסט אז ס'איז רבו עליך חבירך, אדער שונאיך ווי דו דריקסט זיך אויס, וואס שטעלן זיך אקעגן דיר און בלאקירן דיר פון פיטערן דעם עולם מיט שטותים און ליצנות, ביסטו מחליט צו טוהן תשובת המשקל און מער נישט שרייבן.
"ווייל ס'איז שוין ממילא שטיל אין סקווירא"! אינטערעסאנט, האט מען אין די פאר שעה אנגעהויבן צו פארקויפן לאטש מיט דירות? איז דיין מטרה פון ישרות ערפילט געווארן?
און בכלל, כ'האב געמיינט אז מ'רעדט דא פון א קהילת פרידוואלד וועלכע האט מיט זיך בערך 200 - 300 שטיצערס, ווי קען זיין אז מ'האט שטיל געמאכט צוויי דריי חברה, און ס'איז געווארן שטיל?

און אצינד בנוגע דיין הערה,

דאס וואס דו שרייבסט בנוגע די לאטס האלט איך פונקט ווי דיר, איך האב עס ערווענט אין מיין ערשטע הערה, אז אויב וויל מען וויסן וואס באדערט פאר מענטשן, איז די דירות א גרויסע חלק דערפון, (בפרט אז מ'האט שוין נישט פארקויפט קיין לאטס אדער ערמעגליכט צו בויען פאר אפאר יאר, און די איינציגסטע וואס מאכן חנוכת הבית אויף נייע דירות זענען דעם רבי'ןס אייניקלעך...), דאס האט נישט קיין שייכות מיט הנהגה, מיט תקנות, מיט די רצון פון רבין זצ"ל, דאס איז פשוט נישט קיין יושר.

אבער דיין גאנצע שבת'דיגע קוגעל פארשטיי איך נישט,
דו הייבסט אן מיט א געיאגטע ערב שבת, (וואס דו וואלסט לכאורה געדארפט אפרישיעיטן די שעה 20 מינוט הפסקה צווישן הדלק"נ און דאווענען, בפרט דו וואס טיסט דאך שוין נישט קיין מלאכה פון זמן הדלק"נ, וואלסטו כאטש געקענט כאפן א שטיקל דרימל, און צו זיך קומען).
פון דארט פארסטו אריין אז דו ביסט געווען צוקוועטשט ביים דאווענען ווייל דו שטייסט נישט אויף מזרח (ביטע זיי מסביר פאר די פשוטי המון עם וואס דאס מיינט),
און אז דאס איז גורם אז די קינדער זאלן נישט זיין דרך ארץ'דיג צו די עלטערין.
פון דארט אז די סעודה האט נישט קיין פנים ווייל מ'יאגט זיך צום טיש (וואס איז געווען צווי מיט א האלב שעה שפעטער),
פון דארט צו א אמאל-חשובע און היינט-אפגעפרעגטע איד וואס האט קיינמאל נישט געגלייבט נאר זיינע קינדער גלייבן, און ער האט עפעס א שטארקע טענה אויף עטרת טשארנא אדער אויף פרידוואלד.
"שוין אזוי איז דארך דעם גאנצען שבת מבואו ועד צאתו".

בעלשיטה » 15/11/2010 19:20

skverstat
כשאין מקבלים שכר על הדרישה מקבלים שכר על הפרישה.
נעם דיך מיט א כלל אין לעבען : ווען דו ברענגסט ווען ארויס דעם זעלבען זאך מיט רעספעקט און כבוד וואלט יעדער פארשטאנען און הנאה געהאט פון דיינע טענות אפילו גרויסע מתנגדים האבען נישט ליב געהאט דער זולזל צוגאנג.
 איך האף אז אין אנדערדיגע פראיעקטען אין דיין לעבען וועסטו מער מצליח זיין.
זיי געזונד און שטארק

קידושלבנה » 15/11/2010 19:51

Palin12 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לכאורה מיינט ער נישט דעם ער מיינט נאר דער אייניקל וואס איז א איידם אין לאנדאן


קיין נביא בין איך נישט, ער שרייבט וועגן דעם אייניקל וואס איז געווען אין אומאן, האב איך גענטפערט אויף דעם.

און בנוגע די אייניקל פון לאנדאן וואס איז טאקע בועט בכל הקודש, נאר נישט סתם בכל הקודש, נאר "בכל" הקודש ממש. נישט נאר אינעם רבי'ן און אין זיין טאטע, נאר אינעם באשעפער אויך.

ער טוט זאכן וואס קיין שום נארמאלע מענטש וואלט נישט געטוהן, והדברים ידועים.

ער איז אייביג געווען א ווילדע אינגל, און א ווילדע בחור, ידו בכל ויד כל בו,

ווען ער איז געווען דער וואס האט געווארפן שטיינער אויף מענטשען וואס האבן געוואקט צוזאמען אין סקווירא, האט ער אויף געמאכט בושות פאר סקווירא, היינט איז ער פארקערט, זוכט צו בארעדען כל הקודש.

אבער איך פארשטיי נישט פונקטלעך וואס דאס האט מיט די עקסטרעמע הנהגה.


תוקן על ידי קידושלבנה ב- 15/11/2010 20:09:20

משה9 » 15/11/2010 21:03

קידושלבנה שרייבט
 
"ווען ער איז געווען דער וואס האט געווארפן שטיינער אויף מענטשען (מאן און פרוי) וואס האבן געוואקט צוזאמען אין סקווירא"

SatmarBum » 16/11/2010 21:47

די עולם גייט דאווענען אין פרידוואלד צילוב חושך אין סקווער ביהמ"ד הגדול...
http://www.lohud.com/article/20101116/NEWS03/11160357/-1/NEWSFRONT/Power-cut-to-New-Square-main-synagogue-for-not-paying--78-000-bill

Power cut to New Square main synagogue for not paying $78,000 bill

NEW SQUARE — Worshipers attending the Hasidic Jewish community's main synagogue have been praying in the dark since Monday morning after Orange and Rockland Utilities cut off power when bills were not paid.
Congregation Zemach owes the utility $78,332 dating to late 2009 and payment negotiations have been ongoing for several months, a utility spokesman said today.

The congregation must pay a minimum of $46,500 for power to be restored, O&R spokesman Michael Donovan said.

"We warned them this was going to happen," Donovan said. "We just didn't decide one day to cut of their power."

New Square Deputy Mayor Israel Spitzer said today that he and other community members are negotiating a payment plan with the utility to get power restored.

Spitzer said the community's main synagogue has never before failed to pay its bills, adding he and others were surprised the Truman Avenue synagogue had fallen far into arrears.

"We're trying to work out a reasonable, acceptable payment plan for both parties," Spitzer said. "We're not happy this was allowed to happen."

Spitzer said New Square always has had "a very, very strong relationship with the senior people at O&R and have always worked together.

"I am confident O&R and the congregation will reach an agreement and will get this resolved in a short time," Spitzer said.

The synagogue's power was cut off on Monday morning. Some residents tried hooking electrical wires from other buildings into the main shul, where Grand Rabbi David Twersky holds services.

Spitzer blamed the tough economic times cutting into the donations from supporters.

"Donations are slow," he said. "In these tough economic times people don't have the money they had in the past."

Spitzer said the lack of power has not stopped services.

"The prayers and the learning are going on," he said. "Nothing stops the prayers and the learning."


http://www.vosizneias.com/68864/2010/11/16/new-square-main-synagogue-loses-power-for-not-paying-78g-bill/



_________________

SatmarBum » 16/11/2010 23:09

Rockland electric shuts down lights of Skvere shul


http://www.yourjewishnews.com/1541.aspx


Rockland electric shuts down lights of Skvere shul.

Several days ago the big Skvere shul in New Square NY was plunged into darkness.

It turns out that the Skvere shul did not pay their electric bill to Rockland electric well over a year.

Sources say that a feud broke out between the shul administration and the Skvere rebbe as to who is responsible to pay the electric bills.

A source said that the administration outright demanded the rebbe pay the electric bills from his personal

account.

The rebbe is demanding to raise funds for the electric bill from his hasidim.

Some hasidim are quoted as saying that they are fed up with paying high taxes to the rebbe from their low incomes, so they will not contribute any funds to pay for the electric bills.

Some in village are angry as the rebbe is forcing them to pray only in the main shul and now they are asked to give away more funds from their low or no income.

Seizing this opportunity the other unofficial shul in the village is welcoming Skvere hasidim of the village to attend prayers in their shul.

_________________

motty659 » 16/11/2010 23:42

As a family member of a patient in Friedwald it's hard to believe and I'm very disturbed and disappointed to hear what is going on in New Square.
If you would only see the faces of these patients, many who are in wheelchairs and blind, when these wonderful young man of your village come to pray, console, and talk to them, you wouldn't sit on the sideline and watch how they're taking away this great Mitzvah; by threatening these young man, breaking windows, (which is a felony and is punishable by jail) and sending home their precious children from school. (This is against the child services law and can result in loss of programs and money and services to the village.) This shameful behavior reminds one of Crystalnacht carried out by the Germans.
Let these brave young man come to this home and pray with the elderly patients many of them who have nobody but helpers and thank goodness for these help.
These young men bring a spiritual uplifting to lonely souls!!!
If your village is so concerned about where these young man are. What about the Grand Rabbis house in Nyack?
That house should be sold immediately.
It's in an unholy place, with no religious people, and the areas around are full of lewdness!
Remember not everyone is lucky enough to stay home and be taken care of like the Grand Rabbis mother was of blessed memory. Most of us will end up in nursing homes such as Friedwald and hopefully we will be blessed to have these young men come to us as in days of old like it is written in the Torah.

You are watching these young men, but the one above is watching you! What will you do? Ask the leaders of New Square: please, let the elderly have a Minyn, and stop terrorizing these brave young men…
A sad family member of a disabled patient in Friedwald,



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/11/2010 00:55:06

boyskver » 17/11/2010 19:09

די וועלט איז אויף מיט די סקווערע חובות פון 78,0000
רגע לפני שמחת האדמו"ר: החשמל נותק
המשבר הכלכלי הפוקד את ארצות הברית, הגיע גם למרכזי החסידויות הגדולות • שעה קלה לפני שמחת השבע ברכות לנכדת האדמו"ר מסקוירא, נותק החשמל בשל חוב כספי של 78,332.00 
יקי אדמקר ויוסי כץ, בחדר חרדים 13:24 17/11/2010

המשבר הכלכלי שפקד את ארה"ב הראה את אותותיו בחברות, עסקים ובאנשים פרטיים שאיבדו את כל רכושם לאור המצב הקשה אליו נקלעו.

אמש (ג') הכה המשבר גם במרכזי החסידויות האמריקניים.

בית המדרש הגדול והמרכזי של חסידות הרב דוד'דל מסקווירא הממוקם בניו סקווירא נקלע לקשיים כלכליים קשים. מאז יום שני, הפסיקו חברת החשמל המקומית את שירותי החשמל לבית המדרש בגלל חוב כספי בסך  78,332.00 אלפי דולרים.

סגן ראש העיר של סקווירא איטזי שפיצר אומר בשיחה עם 'בחדרי חרדים' כי "עסקני החסידות נמצאים כעת במו"מ עם חברת החשמל ומנסים להגיע להסכם פריסת חובות, מו"מ הנמשך גם בשעות אלו.

מקור בכיר בחסידות סקווירא עמו שוחחנו אומר כי "מדובר בתקדים של ניתוק חשמל לבית מדרש ומדובר בתקדים חמור, אך יחד עם זאת בל נשכח", הוא אומר: "את המצב הכלכלי הקשה שפקד את ארה"ב לפני כשנה ונתן את אותותיו בזרם התרומות למוסדות דבר שגרם לחוב המצטבר".

יצויין, כי שמחת השבע ברכות של נכד האדמו"ר התקיימה אתמול בסקווירא אחר ששילם טשק של 46,450.00  .

SatmarBum » 17/11/2010 22:36

מאיר פרוש ביי די שבע ברכות אין סקווער אן לעקטער



http://twitpic.com/37a25u



http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=21585




[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

שארטקאט » 18/11/2010 02:26

די חובות פון סקווירא האט עפעס א שייכות מיט די מחלוקה? דער צווייטער מנין נעמט אוועק געלט פון די קהלה?

SatmarBum » 30/11/2010 07:28


http://www.frumsatire.net/2010/11/29/skverer-rebbes-estate-auctioned-off-on-ebay/

Skverer Rebbe’s estate auctioned off on eBay

by Heshy Fried on November 29, 2010 · 6 comments

With the success of last week’s eBay auction of the Skverer Rebbe’s matzo, many in the community have expressed hope that other items owned and used by the Skverer Rebbe can get a pretty penny at auction to help raise money to feed all those New Square community members who have been forced into unemployment by the rising rates of Monsey Trails. Many of the items that may be put up for sale have been deemed priceless and will provide certain segulas for those who purchase them, beyond the simple fact that your purchase goes to help perpetuate the welfare state within the Charedi community.

The Rebbe’s Washing cup: The Skverer Rebbe’s washing cup which he used for negel vasser on the weekdays will be unchained from the sink at the Skverer bais medrash and sold at auction. The washing cup is dented and dinged from the many falls it took into the long and narrow sink. It has lost its shine from so much use. Bochrim would line up after using the beis hakisei to use the Rebbe’s washing cup. The cup will come complete with the chain that prevented its theft from the washing area for many years.

The Rebbe’s never ending towel: After the Rebbe washed negel vasser, he used to use this never ending towel that would keep going around and around after the rebbe pulled on it. We cannot include the entire machine at this time, but since it was never washed, it may even contain hairs from the Rebbe’s knuckles – a real zechus.

Lekach from the Rebbe: The vintage of these lekach is unknown, but based on the type of kugel used it is thought to be from the 1985 tish in Boro Park. Lekach can provide you with more than stomach ulcers. They help with shidduchim, parnassah and health. Lekach will not include original tin foil.

Water from the Rebbe’s mikvah: If Chabad can sell it on the streets of crown heights, there’s no reason that Skvere Town cannot auction some vials of the water from the Rebbe’s mikvah to supplement its government programs. Each vial comes with the special mikvah bracha and a certificate of authenticity.

The Rebbe’s food stamps: It was said that the Rebbe zt”l was so holy that he had never even purchased bread. Fortunately, we have these very special items from before food stamps switched over to a debit card which would have provided the Rebbe’s servants much less busha when buying his bread for him. This will be a zechus for you not to know what it is like to buy bread.

The Rebbe’s gartel: It is black on black with little tassels on the end. There is a legend that anyone who kills themselves with this gartel will be transported straight to hell without having to watch the video of your life.

The Rebbe’s last cholent: The last cholent before the levaya is permanently encrusted in the bottom of his Rebetzin’s crockpot. Rumor has it that it still smells fresh despite all this time.  Should be a zechus for healthy children.

Apparently there are more items, such as gemaras, pictures, dolls, scrolls and those pajamas with the socks built in.

SatmarBum » 30/11/2010 07:32

מ.ד.פראמאוויטש מנדב נייע באסעס פאר זייער חדר


http://twitpic.com/3aet0r


[בילד – נישט אפגעהיט]




[בילד – נישט אפגעהיט]

boyskver » 30/11/2010 15:08

GEVALDIG סקווערער רבי שליט"א אסאך גרעססער פון סאטמאר רבי זי"ע
א דאנק די ארויסגעווארפענע קינדער פין סקווער וואס איינע פון די טאטעס
הרבני הנגיד ר' מרדכי דוד פראמאוויטש שליט"א האט מנדב געווען גרויסע סכימים פארן מוסד אמרי שפר ת"ת
האט מען צו געגעבן דעם נאמען "בני דוד"
 אזוי ווי אין מאנרא "בני יואל" חיידר

דער סקווערערער רבי שליט"א דער הייליגער "דוד טווערסקי" האט דאס נאך דערלעבט בחיים
צו באקומען א נייעם מוסד פאר תלמיד תורה מיטן נאמען "בני דוד"
אזוי ווי עס שטייט אין פסיק
גדולים צדיקים אפ' בחייהם נקרא על שמותם


תוקן על ידי boyskver ב- 30/11/2010 15:14:02

SatmarBum » 5/1/2011 09:00




תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 05/01/2011 21:58:26

שארטקאט » 5/1/2011 18:41

פארוואס מישט מען צזאם א מעשה וואס האט נישט קיין שייכות מיט סקווירא פאליטיק אין דעם אשכול
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14