היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

262 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2755567
בלאט: 1 2 3 4 5 6

חיים_מענדל » 24/2/2010 17:29

רשכבהגולם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך מיין דאס פלאץ פון דעם איז דא, איינער ברענגט דאס און א באזינדערע אשכול,

                     אבן העזר      הלכות פו"ר       סימן ב  

ב כל משפחות בחזקת כשרות ומותר לישא מהם לכתחלה ואף עפ"כ אם ראית ב' משפחות שמתגרות זו בזו תמיד (או שני בני אדם שמתגרים זה בזה) או ראית משפחה שהיא בעלת מצה ומריבה תמיד או ראית איש שהוא מרבה מריבה עם הכל ועז פנים ביותר חוששין להן וראוי להתרחק מהן שאלו סימני פסלות הם וכן הפוסל את אחרים תמיד כגון שנותן שמץ במשפחות או ביחידים ואומר עליהן שהן ממזרים חוששין לו שמא ממזר הוא ואם אמר להן שהם עבדים חוששין לו שמא עבד הוא שכל הפוסל במומו פוסל וכן כל מי שיש בו עזות פנים ואכזריות ושונא את הבריות ואינו גומל להם חסד חוששין לו ביותר שמא גבעוני:             



כל שכן ביי אינז לו יהא לשיטת השטוסים, זענען זיי אויך נישט גערעכט, ווייל פסולים איז נאר ביי א אשת איש, א פנוי' איז א הארבע איסור מה"ת אבער די קינדער זענען נישט קיין פגום,

ממילא איז זיכער אז ביי אינז ס'צריך לחייש אויף די מרננים !!

יש"כ פארן אראפברענגן דעם מחבר, איך האב עס ארויפגעפעיסט אויף א וואורד דאקעמענט און געלארדשט די ווערטער, איך גיי עס אויפהענגן אין מיין שבת'דיגע שוהל, יעדער קען דאס טהון, ס'וויכטיגע מחבר וואס יעדער ברויך דאס זעהן!
 
 

חיים_מענדל » 24/2/2010 17:32

נישט יעדע זוהן מאכט אזא שארפע יו-טורן, נישט יעדע זוהן רופט זיין טאטע אין פעמילי קאורט 

רשכבהגולם » 24/2/2010 17:44

סקאטמאלען » 24/2/2010 17:56

חיים_מענדל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נישט יעדע זוהן מאכט אזא שארפע יו-טורן, נישט יעדע זוהן רופט זיין טאטע אין פעמילי קאורט 


חכם, דער פעמילי קארט איז דאך א דירעקטע תוצאה פון די גבאים'ס עביוז אוו פאוער, לויטן חשבון, איבער 2 יאר נאך די אלטע רבי'ס מקלאמפערשטע יו-טורן. דער מיאמי בריוו איז געווען 2002, און די פעמילי קארט איז דאכצעך געווען 2004

אגב, למען הפונקטליכקייט, ער האט נישט תובע געווען זיין טאטע אין קארט, ער האט בלויז פארלאנגט מ'זאל טוישן די אפיטרופסים, און ענדיגן די עביוז, לשיטתם, וואס האט זיך אנגעהויבן יארן פריער

דער_אקס » 24/2/2010 19:26

האט א גוי געוואלט געבען א סאמענס פאר זיין טאטע יא אדער ניין

FiveBoro » 24/2/2010 19:39

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
FIVE BORO האסט אנגעסקריבלט דעם אשכול מיט קידוש לבנה אותיות איינער זאל דיר ענטפערן, וואס ביסטו יעצט אוועקגעלאפן, קום צוריק...


איך אפעליר צו אלע געסט וואס קומען אריין דא אלס מחותנים, זאלן צוערשט דורכליינען די "גאנצע" אשכול, ווייל איך האב שוין געשריבן אז אלע טענות וואס איך האב שוין אפגעענטפערט גיי איך נישט איבערחזרן, איך בין מסכים אז עטס זאלטס האבן דעם לעצטן ווארט, אזויפיל רעכטן האט עטס דאך אין ענקער פארום..., איך בין צופרידן אז דער אמת ווערט "איינמאל" ארויסגעברענגט.

יעצט בנוגע די פסק פונעם לישקע, דאס וואס זיי הייבן אן מיט'ן ברך משה ז"ל, אין לך ליצנות גדולה מזו, און דאס ווייסטו פונק ווי מיר אדער נאך בעסער.

און דאס וואס זיי ברענגען שפעטער געשטיקלטע אויסצוגן פונעם מהרש"ג, דאס ווייזט אויף א שרעקליכן אומ'אחריות'דיגקייט און אומ'ערנסטקייט מיטן שפילן מיט די תורה וויאזוי מ'וויל, א שטייגער ווי די אינטערנעט רב שרייבט בנוגע די קאטשקעס, און אפשר נאך ערגער.
ס'רעדט זיך דאך דא פון א קהילה וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי הרבנים, און זיי קומען מיט א מהרש"ג. און אז מ'קוקט אריין אינעווייניג, וואס שרייבט ער? ער שרייבט קלאר אז די קהילה נפרדה איז נישט באגלייבט אליינס אז זיי זענען אפגעטיילט בהיתר, וויל זיי זענען נוגעים, נאר זיי מוזן האבן די הסכמות פון די פרעמדע רבנים וועלכע האבן נישט קיין נגיעה, נאר זיי האבן אנערקענט אז די אנדערע אלטע קהילה וויל זיך נישט צושטעלן צו די ערליכע אידן און מ'מוז זיך אפטיילן. טא איז דאס נידון דומה לראי'??? שארף פארקערט!

(בנוגע די באזוך פון ירושלימער רב אין די סאסמאן שול, ערשטנס יעצט רעדט זיך נאך פון א בני יואל זאל, נישט פון די זאליס, און צווייטנס, ווילסטו דא הייסט מודה זיין אז די אפטיילונג איז געווען אן קיין הסכמה פון איינעם אנע נגיעה, דאס הייסט אז ס'איז געווען באיסור, עכ"פ נישט בהיתר, נאר שפעטער איין נאכט האט זיך ארויסגעשטעלט "למפרע" אז ס'האט יא איין הסכמה?, גוט, כ'הער. אבער, ס'איז זייער שוואכע מעשיות... איך גלייב נישט אז פון אזא הסכמה רעדט דער מהרש"ג.. אז עס איז געקומען שטרענגע באפעלן פון די געלט אידן.. אז מ'מוז גיין, און נאך ערנסטע איבערקערענישן אהער און אהין איז ער געגאנגען, און וואס האט ער דארט גערעדט? געדענקסט אפשר? ער האט פארציילט ווי ער איז נתפעל געווארן פון זיין היינטיגע באזוך ביי די תלמוד תורה, מיינענדיג די צענטראלע ת"ת... נו? דאס הייסט אז ער האט באשטעטיגט א טיילונג?... סארא געלעכטער.)

סקאטמאלען » 24/2/2010 20:24

דער_אקס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האט א גוי געוואלט געבען א סאמענס פאר זיין טאטע יא אדער ניין


למאי נפק"מ? קען זיין יא קען זיין נישט, דאס טוישט נאך נישט די עצם תביעה, די קעיס איז קלאר געווען א "גארדיען פרעסידינג", דאס איז קלאר געשטאנען אין די דאקומענטן, נישט קיין נפק"מ צו דער ברך משה האט באקומען א מיליאן סובפינעס פון א מיליאן גוים טוישט עס נישט די קלארע מציאות.

YESWECAN3 » 24/2/2010 20:29

מיסטער FIVEBORO..איך פארשטיי נישט פארוואס די קאפעסט...אזו...אויב האבען די אוסרים תשמ''ט גאהאט א  נגיעה איז דאך ממילא נישט דא קיין איסור! שטימט דאך דער מהרש''ג זייער גיט.. איז דאך עס א קהילה וואס האט זאך אפגעטיילט בהיתר...אין ביטע זיי מסביר דיינע ווערטער (ס'רעדט זיך דאך דא פון א קהילה וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי הרבנים)

אפשר קענסטי מיר זאגען וועלכע גדולי הרבנים?..איך האף אז די גייסט נישט קימען מיט די דיני קהילתנו...אין אויב יא ביטע זיי מסביר פארוואס היינט האבען  זיי א  נגיעה אין דעמאלטס נישט...









תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 24/02/2010 20:35:18

FiveBoro » 24/2/2010 20:36

כ'רעד פון די בי"ד הגדול שבירושלים בראשות בעל מנחת יצחק ז"ל.

(אנשולדיגט פארן ענטפערן פאר א ...)

YESWECAN3 » 24/2/2010 21:14

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'רעד פון די בי"ד הגדול שבירושלים בראשות בעל מנחת יצחק ז"ל.

זאג נאר איז דער ברך משה געווען נשיא אין די בי"ד הגדול שבירושלים? יא אדער ניין?...

(אנשולדיגט פארן ענטפערן פאר א ...)

די דארפסט דיך נישט אנטשולדיגען איך בין דיר מוחל.....




תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 24/02/2010 21:16:06

סעננדר » 24/2/2010 21:29

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
FIVE BORO האסט אנגעסקריבלט דעם אשכול מיט קידוש לבנה אותיות איינער זאל דיר ענטפערן, וואס ביסטו יעצט אוועקגעלאפן, קום צוריק...

איך אפעליר צו אלע געסט וואס קומען אריין דא אלס מחותנים, זאלן צוערשט דורכליינען די "גאנצע" אשכול, ווייל איך האב שוין געשריבן אז אלע טענות וואס איך האב שוין אפגעענטפערט גיי איך נישט איבערחזרן, איך בין מסכים אז עטס זאלטס האבן דעם לעצטן ווארט, אזויפיל רעכטן האט עטס דאך אין ענקער פארום..., איך בין צופרידן אז דער אמת ווערט "איינמאל" ארויסגעברענגט.

יעצט בנוגע די פסק פונעם לישקע, דאס וואס זיי הייבן אן מיט'ן ברך משה ז"ל, אין לך ליצנות גדולה מזו, און דאס ווייסטו פונק ווי מיר אדער נאך בעסער.

און דאס וואס זיי ברענגען שפעטער געשטיקלטע אויסצוגן פונעם מהרש"ג, דאס ווייזט אויף א שרעקליכן אומ'אחריות'דיגקייט און אומ'ערנסטקייט מיטן שפילן מיט די תורה וויאזוי מ'וויל, א שטייגער ווי די אינטערנעט רב שרייבט בנוגע די קאטשקעס, און אפשר נאך ערגער.
ס'רעדט זיך דאך דא פון א קהילה וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי הרבנים, און זיי קומען מיט א מהרש"ג. און אז מ'קוקט אריין אינעווייניג, וואס שרייבט ער? ער שרייבט קלאר אז די קהילה נפרדה איז נישט באגלייבט אליינס אז זיי זענען אפגעטיילט בהיתר, וויל זיי זענען נוגעים, נאר זיי מוזן האבן די הסכמות פון די פרעמדע רבנים וועלכע האבן נישט קיין נגיעה, נאר זיי האבן אנערקענט אז די אנדערע אלטע קהילה וויל זיך נישט צושטעלן צו די ערליכע אידן און מ'מוז זיך אפטיילן. טא איז דאס נידון דומה לראי'??? שארף פארקערט!

בנוגע די באזוך פון ירושלימער רב אין די סאסמאן שול, ערשטנס יעצט רעדט זיך נאך פון א בני יואל זאל, נישט פון די זאליס, און צווייטנס, ווילסטו דא הייסט מודה זיין אז די אפטיילונג איז געווען אן קיין הסכמה פון איינעם אנע נגיעה, דאס הייסט אז ס'איז געווען באיסור, עכ"פ נישט בהיתר, נאר שפעטער איין נאכט האט זיך ארויסגעשטעלט "למפרע" אז ס'האט יא איין הסכמה?, גוט, כ'הער. אבער, ס'איז זייער שוואכע מעשיות... איך גלייב נישט אז פון אזא הסכמה רעדט דער מהרש"ג.. אז עס איז געקומען שטרענגע באפעלן פון די געלט אידן.. אז מ'מוז גיין, און נאך ערנסטע איבערקערענישן אהער און אהין איז ער געגאנגען, און וואס האט ער דארט גערעדט? געדענקסט אפשר? ער האט פארציילט ווי ער איז נתפעל געווארן פון זיין היינטיגע באזוך ביי די תלמוד תורה, מיינענדיג די צענטראלע ת"ת... נו? דאס הייסט אז ער האט באשטעטיגט א טיילונג?... סארא געלעכטער.)
 

 דו האסט געשריבן אויף דיין "מהרש"ג נצחת" דע ווערטער "נסתר היסוד נפל הבנין", אויף דעם האב איך דיר געבעטן זייער א נארמאלע זאך זאלסט מיר בארגן דיינע ברילן איך וויל אויך זען ווי ס'איז דא א יסוד נבנה אדער א יסוד נסתר אינעם מהרש"ג וואס ווערט דארט דערמאנט די לעצטע פון אלע תשובות,
 דעס אז דו ביסט נישט מכיר דעם בריוו פון ברך משה דרייט נאך נישט אויס דעם יסוד הפסק, דער פסק הייבט זיך אן די ערשטע שטיקל מיט די ווערטער פונעם ברך משה, די צווייטע ברענגט ער צו א פסק פונעם דברי חיים און אבני צדק, און ביי די דריטע  שרייבט ער שוין וכבר נהגו און ביי דעם ברענגט ער דעם מהרש"ג, און צום סוף איז ער מסיים מיטן ברך משה, יעצט קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס פונעם גאנצן פסק מיט אלע מקורות האסטו אויסגעקליבן דעם וכבר נהגו אלץ די יסוד ?
  
דו קענסט מיר ענטפערן נארמאל אן סאסמאן'ס שול...?




תוקן על ידי סעננדר ב- 24/02/2010 21:55:46

סעננדר » 24/2/2010 22:28

איך האף צו זען מארגן אין דער בלאט דע "תשובה נצחת", דעס וועט זיין מיין נצחון....!

FiveBoro » 24/2/2010 22:57

נאך "איין" מאל: יעדער מענטש וואס הערט אז ס'איז דא א בריוו פון דיינים, אז דער ברך משה בלא בלא בלא וגו' , לאכט דערפון. כמשמעו.

וואס עס איז יא נוגע און ציהט אינטערעסע איז די הלכה'דיגע חלקים. אצינד האסטו די הלכה'דיגע מקורות...

סעננדר » 24/2/2010 23:11

אויב איינער פארשטייט וואס מ'האט מיר געענפערט זאל מיך ביטע ארויסהעלפן,

נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, דע פסק דין מאת חברי בד"ץ איז צעטיילט און 3

1) הוראת ברך משה זי"ע

2)פסקי הדברי חיים והאבני צדק

3) מנהגי עיירות איירופא כמבואר במהרש"ג

יעצט זיי מסביר, די מנהגי איירופא איז דער יסוד פארן הוראת הברך משה זי"ע אדער אויפן פסק פונעם דברי חיים מיטן אבני צדק ? 

סעננדר » 24/2/2010 23:35

איך בעט דיר לייג דעס יא אריין און דער בלאט אלס ענטפער מיט קידוש לבנה אותיות "נצחת" און מ'וועל מיר ביידע האבן א נצחון...

                               

דער_אקס » 24/2/2010 23:44

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האף צו זען מארגן אין דער בלאט דע "תשובה נצחת", דעס וועט זיין מיין נצחון....!


די נעמסט די טמא'נע בלאט אין דיינע הענט ?

גערעכטער1 » 25/2/2010 00:26

אקיי, ווען מיינט דער עולם קעמען מאכן א סך הכל צי זען וויפיל רבנים פאלגן רבי געציל שליט''א אין קימען נישט מסדר קידישין זיין אין דעם גיאסערטן זאל אין וויפיל סיוועלן פאלגן די לישקעלעך רבנים אין וועלן יא מסדר קידישין זיין דארט, לדעתי וועלן נישט זיין מער ווי 7-6 עזות פענימער וואס וועלן פאלגן די לישקעלעך, איך מיין אז חודש אלול וועט מען קענען מאכן דעם סך הכל,

FiveBoro » 25/2/2010 01:10

סענדער'ל, די איבריגע מראי מקומות אינעם פסק, דאס צוצושטעלן דא אין די צייט וואס זיי רעדן וועגן די 'נעלויגן', איז א ליצנות פאר זיך.

אבער ווי איידער זיך צו באציעהן אין א דיוק אין מיינע ווערטער , יא יסוד אדער נישט יסוד, באציה זיך ליבערשט איבער די עצם טענה אין די געפעלשטע דעת תורה.
זיי מיר מסביר וויאזוי מ'קען נעמען אזא תשובה פון מהרש"ג צו זיך, פארקוקנדיג אויף די יסוד פון די תשובה, וועלכע זענען "קלארע ווערטער" אז דער פסק דין פון די לישקע איז ווערד כחספא בעלמא.

אצינד צוריק צו דיינע נצחונות...

פארשטייצעך » 25/2/2010 01:23

גערעכטער
דא דארף מען בכלל נישט מאכן קיין סך הכל'ס.
דאס איז געווארן א פרישע מציאות, אז ס'איז דא נאך א זאל אין קרית יואל, וואס מען קען מכבד זיין פארשידענע רבנים חשובים פאר מסדר קידושין, און בקרוב ווערט פארטיג די ויואל משה זאלן.
און מען רעדט דא פון א לאנג טוירם טויש, עס וועט גארנישט געשען אויב וועט זיין נאך 7-6 רבנים, אדער אפילו נאר 2-3, עס איז גענוג אפילו 1.
בסך הכל וועט מען קענען חתונה מאכן אין קרית יואל, מיט כשר'ע פלייש, מיט ערליכע מסדרי קידושין, און נישט דארפן פארן קיין מאנסי, אדער וויליאמסבורג.
בני יואל האט זיך געעפנט מיט 6 קינדער, און עס איז געדויערט לאנגע יארן ביז ס'איז געוארן איבער טויזנט,
מען רעדט פון ביז חודש אלול תש"ע, און אויך נישט ביז חודש אלול תשע"א, מען רעדט פון א יסודות'דיגן טויש וואס איז בעזהשי"ת צושטאנד געקומען.
עס קען זיין אז במשך די צייט וועט עטץ קענען האבן "זיגן", למשל א באקאנטער בני יואל מעמבער וועט נישט חתונה מאכן אין דעם זאל מאיזה סיבה שיהי', אבער דאס וועט נישט טוישן דעם מציאות,

אז דו ווילסט דוקא, לאמיר עס געבן 5 יאר.
ביז ראש חודש אדר תשע"ה, אויב וועט נישט זיין מינימום 250 חתונות און 30 רבנים מסדרי קידושין,
קענסטו זאגן אז ס'איז נישט הונדערט פראצענט דורכגעבראכן.

FiveBoro » 25/2/2010 03:39

שטייצעכל, זיך רייצן קען איך בעסער, נישט דא איז דאס פלאץ.

ער האט דיר געפרעגט צו דו ערווארטס אז איין נוטראלער רב וואס איז נישט קיין שונא פאר סאטמאר [ברך משה\מהר"א] וועט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.
ענטפער אויף דעם.

סעננדר » 25/2/2010 04:08

פינעווער, איך האב מיך מתחלה זיך געשטעלט אז דו נוצט דעם מהרש"ג צו לבנות ולסתור אינדערצייט וואס מ'איז אים גאר מציין צום סוף, וכבר נהגו, אצינד זעט אויס אז דו ביסט מודה צו מיר און דו הייבסט שוין אן אריינצונעמן אין דיין "נצחת" אויך די אנדערע תשובות, אבער עד כאן, ביי דעם גיי איך מיך אפשטעלן,
 
בדרך אגב, אינעם בריוו פון בני יואל צו ר' געציל האבן זיי אריינגעלייגט אויך דעם ערשטן מהרש"ג, אין סי' סח, ער שרייבט דארט, דגם הנסיון הורה לנו כן דע"י שנתפרדו זה מזה נעשה שלום והשקט א"כ יש טעם גדול להתיר החלוקה למען להשקיט המריבה והמחלוקה, ביי דע תשובה פארלאנגט ער פארשטענדליך נישט קיין רבני המדינה, ותורה אחת היא, ס'איז דער זעלבער מהרש"ג
 
 

פארשטייצעך » 25/2/2010 04:38

מיינע ווערטער זענען בכלל נישט זיך צו רייצן, ווייל דא ווערט נישט געטאן קיין זאך ענק צו טשעפענען,
נאר פשוט פאר אונז גרינגער צו מאכן דאס לעבן, מען זאל זיך נישט דארפן שלעפן קיין מאנסי,
און איינוועגס וועט עס שוין אויך זיין א הכנסה פאר די מוסדות וכו'.

איז זע נישט פארוואס דיין רצון איז, עס זאל זיין דוקא א "נוטראלער רב" ביי קהל בני יואל, איז דאס גרעסטע חשיבות צו געבן סידור קידושין פאר'ן שארמאש'ער רב אדער אנדערע רבנים חשובים תלמידי רביה"ק זי"ע, און ביי סאטמאר'ע חסידים תלמידי רבינו שליט"א, איז די גרעסטע זכי' צו קענען מכבד זיין דעם רבי'ן שליט"א, אדער דעם דיין שליט"א, שארמאש'ער רב שליט"א וכדומה. פארוואס זאל מען זוכן דוקא "נוטראלע רבנים", מיט וועמען מען האט נישט קיין שייכות?

אבער איך וואלט יא געקענט באשטיין דו זאלסט מיר געבן א ליסטע פון רבנים וואס דו האלטס פאר נייטראל, וועלן מיר קענען איבערקוקן צו מען קען טראכטן זיי זאלן מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.

זעלבסט פארשטענדליך אז אין די רגע וואס זיי זענען מסדר קידושין זענען זיי אויס נוטראל, און מען וועט שוין טרעפן אויף זיי עפעס א צונאמען וכדומה.

ביטע שרייבן א ליסטע פון 15-20 רבנים וועלכע זענען אין דיינע אויגן נייטראל...

חיים_מענדל » 25/2/2010 04:59

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ער האט דיר געפרעגט צו דו ערווארטס אז איין נוטראלער רב וואס איז נישט קיין שונא פאר סאטמאר [ברך משה\מהר"א] וועט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.
ענטפער אויף דעם.

מיר קענען נישט טרעפן צו סאך, דאס איז א יקר המציאות...

FiveBoro » 25/2/2010 07:03

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אבער איך וואלט יא געקענט באשטיין דו זאלסט מיר געבן א ליסטע פון רבנים וואס דו האלטס פאר נייטראל, וועלן מיר קענען איבערקוקן צו מען קען טראכטן זיי זאלן מסדר קידושין זיין אין קרית יואל.

עס פעלט רבנים אויף דער וועלט? דא איז וואס עס קומט מיר אויפן געדאנק:

טשערנאוויצע רבי
שאצע רבי
סקולענע רבי
וויענע רב
ספינקא
ספינקא
קראלי
ר' חיים מערץ
ר' יחזקאל ראטה (נישט נייטראל, אבער וועט נישט קומען)
ר' ברוך כהנא (קארלסבורג)
דינובע רבי
פאפא רבי
קרעטשניפ'ע רבי
הרב שלעזינגער פון מאנסי
ניקלשבורגע רבי
ר' מיכלע מנתני'
וויזשניץ מאנסי (נישט נייטראל, אבער וועט נישט קומען)


ועוד...


תוקן על ידי fiveboro ב- 25/02/2010 07:26:50

וואלןמה » 25/2/2010 17:06

האסט גימאכט א שיינע ליסטע, אבער האסט פארגעסן צו ענדיגן מיט די ווערטער,

אויב וועלן איינער יא קומען העט עס זיין צוליב די דרוק פון געלד געבערס...

ביטע זיי מתקן

FiveBoro » 25/2/2010 19:17

איר מאכט א גרויסן טעות!

דו קלערסט אז גאב"ד ירושלים וועט אמאל מסדר קידושין זיין אין קרית יואל? (און איך וועל ענפערן געלט-געבער'ס?)
אויב יא, דאן ווארט דיר סורפרייזעס.

הער מיך גוט צו: קיין איינער אויסער די וועלכע דער הייליגער ברך משה ז"ל האט אנגערופן ווערעמיגע שונאים, וועט "נישט" קומען מסדר קידושין זיין דארט. און דאס איז דא די פוינט.

גערעכטער1 » 25/2/2010 20:05

ווען דער שארמאשער מיט דעם טשאדער זענען מסדר קידישן אין קרית יואל איז נישט קיין גרעסערער דורכפאל פאר רבינו שליט''א ווי ווען זיי זענען גיגאנגען אין ערכאות העכו''ם בלי רשות בית דין, ביי סידור קידישין לאכן זיי פין די תורה אין ביי ערכאות לאכן זיי פין די תורה, ביי סידור קידישין זענען זיי מרים יד בתורת משה פינקט ווי ביי די ערכאות, ווען נייפעל וועט נישט קענען נעמען דעם טאשער רבי זיין מסדר קידישין נאר וועט זיך דארפן באגיניגן מיט די פאר עזות פענימער, אדער עפעס א תולדות אהרן חסיד, צי א סוקולענער חסיד, אדער א קאשויער חסיד, וואס וועט וועלן געבן פאר זיין רבי סידור קידישין אין דער ענטפער וועט זיין אין וויליאמסבורג? א וודאי יא, אבער נישט אין קרית יואל, דארט קענען מיר נישט גיין, איז דאס א דורעכפאל פאר אינזער רבי צי א געווינס?,

חיים_מענדל » 25/2/2010 21:18

בארא, האסט אהערגעשטעלט א ליסט איך וואלט דיר זייער געוואלט ארויסהעלפן מיט נאך נעמען איך האב נאר נישט פונקט אין פראנט פון מיר א ביזנעס דירעקטארי, אבער ביזדערווייל, דארף איך פון דיר אויב דו קענסט מיר צוליב טוהן און אויך צאמשטעלן א ליסט עד שידך מגעת,
 
פון אלע רבנים אין די ארומיגע שטעיטלעך ארום מונקאטש ווער ס'איז אלץ אריינגעקומען אין מונקאטש מסדר קידושין זיין, איך רעד -שוין נאכדעם- וואס סאטמאר רב האט זיך געשטעלט אויפן בעלזער'ס זייט.

קען זיין אפשר אמאל האבן נייטראלע רבנים יא גענומען א שטעלונג און יענעם'ס שטעטל ?!

ביזדערווייל, ווער ס'קען ארויסהעלפן און האט עקסעס צו רבנים ליסטעס זאל ארויפלייגן, בארא האט דערווייל געטון א האלבע ארבעט ס'פעלט נאך אסאך רבנים




מאןדפליג » 25/2/2010 21:28

טייערער פייב איר האט פארגעסן צוצולייגן אז "דאס איז דאס לעצטע מאל וואס איך...... און מענטפערט נישט פאר א ......."
אדער האט איר שוין פארגעסן פון אייער הבטחה?

אגוטןטאג » 25/2/2010 22:34

גערעכטער
די מעמבערס פון בני יואל, וועלן נישט האבן קיין פראבלעם. זיי האבן כ"ק הגה"ק משארמאש שליט"א.
די מעמבערס פון קהל יטב לב, וועלן אויך נישט האבן קיין פראבלעם. זיי האבן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. אדער הגה"צ ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קהל יטב לב קרית יואל.

פון די ליסטע פון רבנים וואס מען האט דא אויסגערעכנט זענען דא עטליכע וואס וועלן יא זיין מיט די צייט מסדר קידושין אין קרית יואל, און די אנדערע (למשל וויזניץ מאנסי) וואלט סייווי קיינמאל נישט געקומען.

בסך הכל זאגסטו אז אויב א סקולענער חסיד וואס וואוינט אין קרית יואל, וועט זייער שטארק וועלן זיין רבי זאל זיין מסדר קידושין, וועט ער אריינטראגן די חתונה קיין בארא פארק.
פונקט ווי יעצט. ערלעדיגט. 
אבער וואס ווילסטו זאגן מיט דעם? דאס וועט זיין א געווינס פאר ענק?

איך קען נאר צולייגן אז אויב עטץ וועלן אנהאלטן די נארישע "משפחות פסולות" פינקעס קאמפיין,
וועלן נאך אסאך חשוב'ע רבנים זיך אפען ארויסשטעלן.

נפל » 25/2/2010 22:44

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איר מאכט א גרויסן טעות!

דו קלערסט אז גאב"ד ירושלים וועט אמאל מסדר קידושין זיין אין קרית יואל? (און איך וועל ענפערן געלט-געבער'ס?)
אויב יא, דאן ווארט דיר סורפרייזעס.



ביז היינט האט ער נאך נישט געהאט די זכיה צו זיין א מסדר קידושין אין קרית יואל! איז דאס אויך א דורך פאל פאר בני יואל? אדער צייגט דאס עפעס אויף די פערזענליכקייט פון דיין רבי?

הערטס_צו » 26/2/2010 00:37

נייפעלע, דו ענטפערסט נישט די שאלה!

קום נישט מיט קיין פרעזענליכקייט א.ד.ג.

 זאג מיר צו דו האלסט אז דער גאב"ד וואלט אנגענומען צו זיין מסדר קידושין דארט...

moishe12 » 26/2/2010 03:16

הינדערט פראצענט
אין וויסען זאלסטו אז דער גאב"ד האט אייניקלעך אין די הייליגע מוסדות בני יואל דסאטמער

moishe12 » 26/2/2010 03:25

א סך הכל פין די גאנצע מערכה 2 דיינים קעגען 8 דיינים
 נא אחרי רבים להטות

רב בערקאוויטש אין לואב א פרייליכען פירום

כלהנערים » 26/2/2010 03:52

משה פריי דיך נאך נישט, דע 8 רבנים האבן גארנישט גערעדט פון די שבע ברכות, אפשר איז נאר מותר די סידר קידושין, די ש"ב ווערט בכלל נישט דערמאנט אינעם פסק אז ס'מותר...

אבער בדיעבד טראכט איך וועט מען זיך קענען פארלאזן אויף ר' געציל, וואס ער האט נאר געאסרט די סידור קידושין און נישט די שבע ברכות אזוי ווי קאלעסבורגער רב שליט"א האט זיך סומך געווען...

 שמחת פורים 

הערטס_צו » 26/2/2010 05:13

moishe12 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הינדערט פראצענט
אין וויסען זאלסטו אז דער גאב"ד האט אייניקלעך אין די הייליגע מוסדות בני יואל דסאטמער


משה'לע, דו ווילסט איך זאל דיר אויסרעכענען אלע רבנים וואס האבן אייניקלעך אין די הייליגע מוסד שערי חמלה?
איך רעדט פון די וואס האבן געזאגט אז ס'איז אסור ביהרג ואל (ואך) יעבור... א.ד.ג.

זמן_כפרה » 26/2/2010 05:35

לאמיר מאכן א ס"ה פונעם סידור קדושין פרשה און ק"י
קהל בני יואל האט א קהילה און קרית יואל מיט אלע פונקציעס פון א קהילה שוין די לעצטע 20 יאר,
בויען א זאל איז ביי זיי געווען א דבר פשוט פאר נאך א רינגעלע און די שיינע קייט וואס דער מוסד טראגט מיט זיך מיט,
חוץ מזה איז דער זאל איז ספעציעל וויכטוג פאר ק"י איינווינער 
וואס זענען ביז היינט געצווינגען אוועק ציטראגן די חתנה'ס קיין מאנסי ווליאמסברוג,
ווייל אלע זאלן וואס עס געפינט זיך און ק"י ביז היינט האבן די פארוואלטער זייער גרינג געשעצט און דעם ענין פון ס"ק
דהיינא, זיי האבן זיך באצויגן צום ענין פון סידיר קדישין אזוי ווי צי אלע סערוועסעס פינעם זאל,
אזוי ווי די מחתנים קענען זיך נישט מישן וועלעכע גוי זאל סארווען ביי די חתונה און פון ווי מען זאל קויפן טישטעכער,
די זעלבע איז מיט סידיר קדישין א סערוועס וואס די זאל שטעלט צי און מחיתנים קענען זיך נישט מישן,
איך שיהי' האבן די בני יואל געבויט דעם זאל פאר זיך נישט א קעגען סיי וועם,

אבער אז איינער האלט אז דער וועלט איז זיינס, 
קומט אויס אז א יעדע זאך  וואס איז נישט אינטער עם, האט מען פון עם ציגעגאנבעט אפילו עס איז ביי דיר אינדערהיים,

היוצא לנו מכל זה 

בני יואל מאכט א זאל ביי זיך אינדערהיים
ר"א עפענט קריג, מיט די טענה אז דאס איז ביי מיר אינדערהיים,

בני יואל האט יעצט איין פראבלעם וואס דאס איז א אנגריף אויף זיי פון ר"א
ר"א 'ס פראבלעם איז אז דעס וואס זיינע מענטשען מיינען אז ק"י איז זיין היים גייט אויסוועפן,  

א יעדער פארשטייט אז ציביסלעך גייט די אנגריף פון ר"א קעגן ב"י אויסוועפן,
און די מציאות אז ק"י איז נישט ר"א'ס היים גייט שיינען א יעדן ארוני אין פנים אריין,

איז ווער דער פארלירער אוווער דער געווינער?

ווי זייערע קארפן קעפ האבן געזען כי כלתה עליהם הרעה ווילען זיי טוישן דער מציאות פון די שעריריא
כאילו מען האט זיך אמאל געקריגט ווער פינקטלעך עס וועט יא קענען זיין מסדר קדישין און ווער נישט,
און זיי פראבירען מיט צי שלעפען אינז זאל מיר אריין גיין מיט זיי א א דיבעט אבער דעם,

ענטפערט זיי מיר האבן אינזער זאל און אייער רב האט ווייסט נאך נישט ווי זיין דירה און ק"י אז,
און מיט דעם ענדיגט זיך די גאנצע פרשה,
 

צי דער קומט יא צי נישט דאס וועט זיין נוגע בשעת עס וועט אויפקומען על פרק, 


תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 26/02/2010 05:44:34

הערטס_צו » 26/2/2010 05:59

יעצט העל איך מאכן דעם סך הכך...

קהל בני יואל וויל האבן א קהילה אין קרית יואל מיט אלע פונקציעס פון א קהילה שוין די לעצטע 20 יאר...

און געוויס איז פאר אונז אידן א גרויסער נפקא מינא צו ערליכע רבני דורינו זענען אין איינקלאנג מיט אן אקט וואס די דאזיגע ווערמלעך (כלשה"ק של רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל) פראבירן אויסצופירן דורכן זיין אויסגעשפיגן די לעצטע 20 יאר (אינאיינעם מיט זייערע פול פונקציעדיגע קהלה...).

moishe12 » 26/2/2010 06:52

אין פיר אויס עס איז פיין געלונגען 
נאך 20 יאר האבען זיי בני יואל געשאסען דעם לעצטען בולעט
אין לגבי די רבנים פין וואס די רעדסט זענען קיינער נישט אקעגען בני יואל
אויסער איין ווילאיך"ער קהילה
אפילו די גרויסער בי"ד פין ירשלים האט ארויס געוויזען גרויס ליבשאפט צי די אלע ערשטע בני יואל
אדרבה פרעג דיך נאך ביי די מקורבים פין רמ"א
עס איז מקיים געווארען ריכטיג
\ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים
ענקער שמיציגער בלאט פארווערט האט געוויזען ענקער אמת"ר פרצוף למי הפתילום
יעדער לאכט פין ענקער פארפירער וואס לויפט יעצט נאך די בני יואל ווי פרעה וואס איז נאך געלאפען די יודען אין איז אריין אין וואסער אריין
 קענסט שרייען ווערים קרעטץ
 קיק דיך גיט ארום ביים רא"ט די גוים גמירים אכלי טריפות ונבילות מחללי שבתים זענען ליידער פין יענעם קרייז אין זאג די אליינס ווי ס"זענען די קרעטץ אין ווערים
אין אויף הלל ה אייר האט שוין רא"ט היי יאר געהאט אפאר פין זיינע תלמידים ביי 5טע עוועניא ביי די מדינה פארעד אין מאנהעטען

ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר


moishe12 » 26/2/2010 07:07

הערטס_צו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הינדערט פראצענט
אין וויסען זאלסטו אז דער גאב"ד האט אייניקלעך אין די הייליגע מוסדות בני יואל דסאטמער

משה'לע, דו ווילסט איך זאל דיר אויסרעכענען אלע רבנים וואס האבן אייניקלעך אין די הייליגע מוסד שערי חמלה?
איך רעדט פון די וואס האבן געזאגט אז ס'איז אסור ביהרג ואל (ואך) יעבור... א.ד.ג.

איך פיר נישט דעם באשעפערס באק קיפינג
 איך ווייס נישט וואס די מישט אריין קראנקע קינדער
 אין ווער זאגט אז מען טאר נישט גיין אין א פאבליק סקול ווי ווייט איך ווייס טאר דאס נישט באלאנגען צי א איד
איך קען ליידער אסאך יודען וואס דארפען נעבעך שיקען אין פאבליק סקולס
מען קען נאר גיין ווי די נענסטע פלאץ איז
דא זענען די רשעים געגאנגען ציגענימען פינעם מאנרא וואדבערי
 אין וויבאלד זיי זענען אין ק י רעזידענט מיזען זיי גיין אהין גלייב מיר זיי גייען ענדערש קיין וואדבערי

הערטס_צו » 26/2/2010 07:26

קוקטס ווי די חברה קענען נישט פערטיג ווערן, איינע נאך די אנדערע...

א) ס'האלט ווייט פונעם לעצטן בולעטל, דאכט זיך אז ס'זענען דא די וואס האבן זיך בארעכנט מיט'ן חתונה מאכן דארט.
   (און איך גלייב אז בני יואל האט זיי נישט פארשיקט..).

ב) בנוגע די רבנים, האמיר דערווייל געזען ווי מ'מוטשעט זיך זייער ארויסצושלעפן א רב, א חוץ די וואס זענען א טייל
   פון די פונקציעדיגע קהלה... (וואסעט פאסירט מיט שאפראן? וכו').

ג) לאמיתו של דבר ווייסטו דאך אזוי גוט ווי מיר וואס די עדה האלט בנוגע די סידור קידושין... איך קלער אז דו
   האסט שוין אוודאי געזען די בריוו פונעם עדה וואס אסר'ט די פונקציעדיגע קהלה.

ד) "ענקער שמיציגער בלאט פארווערט האט געוויזען ענקער אמת"ר פרצוף למי הפתילום"
   אויף דעם קען איך דיר נאר ענטפערן דאס וואס איך האב שוין בלית ברירה באדארפט צו נוצן מיט ענק כמה פעמים: "ליבערשט טראכטן בעפארן שרייבן".

ה) בנוגע ווערים און קרעטץ: היא הנתונה למשה רבינו עליו השלום, ולא תהא תורה אחרת...

און משה'לע גיי לייג דיך, ס'שפעט.

הערטס_צו » 26/2/2010 07:30

moishe12 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין פיר אויס עס איז פיין געלונגען 
נאך 20 יאר האבען זיי בני יואל געשאסען דעם לעצטען בולעט
אין לגבי די רבנים פין וואס די רעדסט זענען קיינער נישט אקעגען בני יואל
אויסער איין ווילאיך"ער קהילה
אפילו די גרויסער בי"ד פין ירשלים האט ארויס געוויזען גרויס ליבשאפט צי די אלע ערשטע בני יואל
אדרבה פרעג דיך נאך ביי די מקורבים פין רמ"א
עס איז מקיים געווארען ריכטיג
\ונהפוך הוא אשר ישלטו היהודים
ענקער שמיציגער בלאט פארווערט האט געוויזען ענקער אמת"ר פרצוף למי הפתילום
יעדער לאכט פין ענקער פארפירער וואס לויפט יעצט נאך די בני יואל ווי פרעה וואס איז נאך געלאפען די יודען אין איז אריין אין וואסער אריין
 קענסט שרייען ווערים קרעטץ
 קיק דיך גיט ארום ביים רא"ט די גוים גמירים אכלי טריפות ונבילות מחללי שבתים זענען ליידער פין יענעם קרייז אין זאג די אליינס ווי ס"זענען די קרעטץ אין ווערים
אין אויף הלל ה אייר האט שוין רא"ט היי יאר געהאט אפאר פין זיינע תלמידים ביי 5טע עוועניא ביי די מדינה פארעד אין מאנהעטען

ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר






קוקטס ווי די חברה קענען נישט פערטיג ווערן, איינע נאך די אנדערע...

א) ס'האלט ווייט פונעם לעצטן בולעטל, דאכט זיך אז ס'זענען דא די וואס האבן זיך בארעכנט מיט'ן חתונה מאכן דארט.
   (און איך גלייב אז בני יואל האט זיי נישט פארשיקט..).

ב) בנוגע די רבנים, האמיר דערווייל געזען ווי מ'מוטשעט זיך זייער ארויסצושלעפן א רב, א חוץ די וואס זענען א טייל
   פון די פונקציעדיגע קהלה... (וואסעט פאסירט מיט שאפראן? וכו').

ג) לאמיתו של דבר ווייסטו דאך אזוי גוט ווי מיר וואס די עדה האלט בנוגע די סידור קידושין... איך קלער אז דו
   האסט שוין אוודאי געזען די בריוו פונעם עדה וואס אסר'ט די פונקציעדיגע קהלה.

ד) "ענקער שמיציגער בלאט פארווערט האט געוויזען ענקער אמת"ר פרצוף למי הפתילום"
   אויף דעם קען איך דיר נאר ענטפערן דאס וואס איך האב שוין בלית ברירה באדארפט צו נוצן מיט ענק כמה פעמים: "ליבערשט טראכטן בעפארן שרייבן".

ה) בנוגע ווערים און קרעטץ: היא הנתונה למשה רבינו עליו השלום, ולא תהא תורה אחרת...

און משה'לע גיי לייג דיך, ס'שפעט.

moishe12 » 26/2/2010 07:40

הערטס_צו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קוקטס ווי די חברה קענען נישט פערטיג ווערן, איינע נאך די אנדערע...

א) ס'האלט ווייט פונעם לעצטן בולעטל, דאכט זיך אז ס'זענען דא די וואס האבן זיך בארעכנט מיט'ן חתונה מאכן דארט.
   (און איך גלייב אז בני יואל האט זיי נישט פארשיקט..).קיינער

ב) בנוגע די רבנים, האמיר דערווייל געזען ווי מ'מוטשעט זיך זייער ארויסצושלעפן א רב, א חוץ די וואס זענען א טייל
   פון די פונקציעדיגע קהלה... (וואסעט פאסירט מיט שאפראן? וכו').א אויסגעזויגענע מעשה ער איז גראדע געווען אויף ביידע חתנות

ג) לאמיתו של דבר ווייסטו דאך אזוי גוט ווי מיר וואס די עדה האלט בנוגע די סידור קידושין... איך קלער אז דו
   האסט שוין אוודאי געזען די בריוו פונעם עדה וואס אסר'ט די פונקציעדיגע קהלה .קיק וואס איך האב פריער געשריבען

ד) "ענקער שמיציגער בלאט פארווערט האט געוויזען ענקער אמת"ר פרצוף למי הפתילום"
   אויף דעם קען איך דיר נאר ענטפערן דאס וואס איך האב שוין בלית ברירה באדארפט צו נוצן מיט ענק כמה פעמים: "ליבערשט טראכטן בעפארן שרייבן".הוא אשר דיברתי אבער יעצט איז שוין צי שפעט .....ברוך שכונתי

ה) בנוגע ווערים און קרעטץ: היא הנתונה למשה רבינו עליו השלום, ולא תהא תורה אחרת..א שיינע מדרש פליאה.

און משה'לע גיי לייג דיך, א גיטע נאכט  ס'שפעט.

זמן_כפרה » 26/2/2010 16:24

שןיו פריער געבעטן אינזער עולם
העלפט נישט די ארונים צי טוישן די מציאות פינעם סידור קדישן שאריריע
האלטס ענק ביי די ערשטע צילן פון די מערכה
סיי ב"י'ס ציל און סיבה און אופן פון מאכן א זאל און ק"י
און סיי ר"א'ס ציל און סיבה און אופן פונעם אנגריף קעגן דעם זאל

זמן_כפרה » 26/2/2010 16:26



זמן_כפרה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאמיר מאכן א ס"ה פונעם סידור קדושין פרשה און ק"י
קהל בני יואל האט א קהילה און קרית יואל מיט אלע פונקציעס פון א קהילה שוין די לעצטע 20 יאר,
בויען א זאל איז ביי זיי געווען א דבר פשוט פאר נאך א רינגעלע און די שיינע קייט וואס דער מוסד טראגט מיט זיך מיט,
חוץ מזה איז דער זאל איז ספעציעל וויכטוג פאר ק"י איינווינער 
וואס זענען ביז היינט געצווינגען אוועק ציטראגן די חתנה'ס קיין מאנסי ווליאמסברוג,
ווייל אלע זאלן וואס עס געפינט זיך און ק"י ביז היינט האבן די פארוואלטער זייער גרינג געשעצט און דעם ענין פון ס"ק
דהיינא, זיי האבן זיך באצויגן צום ענין פון סידיר קדישין אזוי ווי צי אלע סערוועסעס פינעם זאל,
אזוי ווי די מחתנים קענען זיך נישט מישן וועלעכע גוי זאל סארווען ביי די חתונה און פון ווי מען זאל קויפן טישטעכער,
די זעלבע איז מיט סידיר קדישין א סערוועס וואס די זאל שטעלט צי און מחיתנים קענען זיך נישט מישן,
איך שיהי' האבן די בני יואל געבויט דעם זאל פאר זיך נישט א קעגען סיי וועם,

אבער אז איינער האלט אז דער וועלט איז זיינס, 
קומט אויס אז א יעדע זאך  וואס איז נישט אינטער עם, האט מען פון עם ציגעגאנבעט אפילו עס איז ביי דיר אינדערהיים,

היוצא לנו מכל זה 

בני יואל מאכט א זאל ביי זיך אינדערהיים
ר"א עפענט קריג, מיט די טענה אז דאס איז ביי מיר אינדערהיים,

בני יואל האט יעצט איין פראבלעם וואס דאס איז א אנגריף אויף זיי פון ר"א
ר"א 'ס פראבלעם איז אז דעס וואס זיינע מענטשען מיינען אז ק"י איז זיין היים גייט אויסוועפן,  

א יעדער פארשטייט אז ציביסלעך גייט די אנגריף פון ר"א קעגן ב"י אויסוועפן,
און די מציאות אז ק"י איז נישט ר"א'ס היים גייט שיינען א יעדן ארוני אין פנים אריין,

איז ווער דער פארלירער אוווער דער געווינער?

ווי זייערע קארפן קעפ האבן געזען כי כלתה עליהם הרעה ווילען זיי טוישן דער מציאות פון די שעריריא
כאילו מען האט זיך אמאל געקריגט ווער פינקטלעך עס וועט יא קענען זיין מסדר קדישין און ווער נישט,
און זיי פראבירען מיט צי שלעפען אינז זאל מיר אריין גיין מיט זיי א א דיבעט אבער דעם,

ענטפערט זיי מיר האבן אינזער זאל און אייער רב האט ווייסט נאך נישט ווי זיין דירה און ק"י אז,
און מיט דעם ענדיגט זיך די גאנצע פרשה,
 

צי דער קומט יא צי נישט דאס וועט זיין נוגע בשעת עס וועט אויפקומען על פרק, 


תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 26/02/2010 05:44:34

גערעכטער1 » 26/2/2010 17:55

דע בני יואל/זאליס נאכן האבן א שווערן ווינטער מיט כאפן מנה אחת אפיים, זיי האבן גיכאפט פליקעס איינס נאכן אנדערן, ווילן זיי אויפשפילן ווי גלייך די סידיר קידישין איז עפעס דאס לעצטע נאגל פינעם קעסקעט, אין די אהרונים האבן גיכאפט אזא פליק וואס מיט דעם זענען זיי פארטיג, זיי ווילן מיט דעם קאווערן זייער אפגישפארטע ווערצהויז, זייערע כסדרדיגע פארלירן די וואלן ביז זיי האבן שוין אפילו נישט ארויס גישטעלט קיין געגנעריגע קאנדידאטן, די אלע רבנים וואס פלעגן נאך פין מאל צי מאל זיך אנעמען פאר זיי, זענען מער נישט צים האבן, אמאל פלעגן זיי נאך האבן, דעם וויזניצן רבין, דעם קאשויער רבי, רבי יחזקאל ראטה, אין אפילו אמאל דעם סוקולענער רבי, אין וועם האבן זיי היינט צי טאג,  רעב מנשה פיליפ מיט ר' מאטל שטיין,  זייער פרעסטיש פאלט פין טאג צי טאג בו בזמן ווען דער פרעסטיש פין רבינו שליט''א וואקסט אין די וועלט מידי יום ביומו, אין דאס ברענגט אריין אין זייער אנהענגער א גיוואלדיגע דעמראליזאציע, האבן זיי מחליט גיווען צי מאכן דעם סידיר קידישן אישא פאר דעם גרעסטן ניצחון ואס זיי האבן נאך פין סיי ווען אפגיהאלטן,

לאמיר מאכן א שטיקל חשבון, איז דער סידיר קידישין מער דורעכפאל פין מוסדות בני יואל, די בני יואל האבן שוין לאנג אפגיווארפן דעם מרות פינעם מרה דאתרא, אין נאך ביים בירך משה, זיי האבן גיעפענט מוסדות, זייערע באסעס דרייען זיך אין שטעטל פראנק אין פריי, זיי האבן  אייגענע בתי מדרשים א אייגענעם בית החיים א אייגענעם בוטשער, אייגענע דיינים, אין יעצט האבן זיי א אייגענעם האל, סא וואס איז דער גרויסער ניצחון אין ווי איז דער מעכטיגער דורכפאל? האט דען רבינו שליט''א עפעס פארלוירן? האבן דען וואלנער פאלקאוויטש אין הירש ביז היינט יא גענימען דעם רבין זיין מסדר קידישין?, אבער די קיעלעך דארפן דאך חיזוק!, דארף מען שרייען אז מיט דעם האבן זיי גיווינען,

קלעימען עפעס א שטיקל ניצחון וועלן זיי קענען נאר ווען א רב/רבי וואס ביז היינט וואלט ער זיך נישט גיוואגט דארט מסדר קידישין זיין אין אצינד וועט ער אנפייפן די אהרונים אין יא קימען אהין, דאס וועט אפשר זיין א שטיקל דורעכפאל, אין אפילו דאס וועט אויך נישט זייט אזא מעכטיגער דורעכפאל ווי די קרעציגע פרובירן דאס צי מאכן, דע גאנצע אישא פין סידר קידישן איז א הלכה'דיגע, דער דיין פין שטאט רבי געציל בערקאוויטש שליט''א האט געפסקעט אז דאס איז אסור בתכלית האיסור, אין אפאר עזות פנימער זעלבסט גיקרוינטע דיינים האבן גיפסקעט אז סאיז מותר אין גאר א מצוה, יעצט וועלן מיר זען, דאס איז זיכער אז די קרעציגע עזות פנימער וואס האבן ביז היינט אויך אריין גילאכט אין די תורה, זיי האבן נאך אנגיפיפן דעם בירך משה זיי וועלן זיכער האלטן מיט עזות פנימער, די חסידי הבירך משה וואס איבער 90 פראצענט פין זיי זענען היינט צי טאג חסידים פין רבינו שליט''א וועלן זיכעאר פאלגן דעם דיין שליט''א, בלייבט נאר איבער צי זען, וויפיל חסידי רבינו שליט''א וועלן אנעמען דעם פסק פין די עזות פנימער, וואס ביי יעדן איינעם וועלן די קרעציגע קענען קלעימען א מעכטיגן זיג, אין וויפיל בני יואל / זאליס וועלן נישט וועלן חתונה מאכן אין דעם גיאסרטן זאל בלי רשות המרה דאתרא, וואס ביי יעדן איינען וועלן די אהרונים קלעימען א מעכטיגן זיג, ועל כולם, אויב וועט סיי וועלעכער נייטראלער רב אדער רבי, וועט יא אנעמען סידיר קידישן אין דעם זאל אין אנעמען דעם פסק פין די עזות פנימער וואס דעמאלטס וועלן די קרעציגע קענען קלעימען א שטארקן זיג, אבער ביז דאן, בלייבט אלעס ביים אלטן, די חסידים נעמען אן דעם איסור, אין די מחוצפין לאכן זיך אריין אין די תורה,  

moishe12 » 26/2/2010 19:19

לכאורה טייפסטי איבער אויסעווייניג דיינע שטותים איינמאל נאכען אנדערען אבער לערין זיך יעצט אויס די ווערטער ונהפוך הוא
ווייל דא שטימט עס פינקט גיט אריין
אבער ווי באלד די מיזט דאך האבען דאס לעצטע ווארט ווייל דאס מאכט דאך דאס געווינס אשר על כן שיס שנעל צירוק עפעס
קרעציג ווערעמיג ווערצהויז קרעטשמע

סקאטמאלען » 26/2/2010 19:34

דער גערעכטער האט זייער א טיפער געדאנק, וואס דארף דערהערט ווערן,

טראכט גוט אריין, בני יואל פייפט זיך שוין אריין אין ר' אהרן פאר 25 יאר, ממש יעדער איינציגער הינזיכט וואס געבט זיי זעלבסטשטענדיגקייט האבן זיי שוין געטון, אייגענע קהלה, אייגענע רבנים, אייגענע דיינים, אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מוסדות, אייגענע ביה"ח, אייגענע בוטשער, זייערע באסעס קורסירן קרית יואל פראנק און פריי, וואס נישט, זיי זענען שוין 25 יאר גענצליך אפגעהאקט מיט די קהלה און זייערע מנהיגים,

פארשטייט יעדער בר דעת וואס האט א טראפקעלע שכל אין קאפ, אז דער אקט פון אליינס מסדר קידושין האט שוין גארנישט מוסיף גיין אין זייער זעלבסטשטענדיגקייט, איבערהויפט אז ס'זענען אלע די זעלבע מענטשן וואס האבן שוין מורד געווען פאר 25 יאר, און די זעלביגע פארשטייט יעדער בר דעת אז אפי' לו יצויר מ'זאל יא קענען זיי מונע זיין פון אליינס מסדר קידושין, גייט ר' אהרן קיינמאל נישט האבן עפעס מער שליטה אדער פארמינערן זייער גענצליכע זעלבסטשטענדיקייט.

דאס גאנצע וואס איז בלויז געבליבן זיך צו קריגן איז א ריינער הלכה'דיגער פונקט, עפעס אנדערש איז באמת נישטא, ממילא בכגון דא איז דער שורת הדין זאגט, אז די איין איינציגער אגענדע וואס ר' געציל בערקאוויטש האט מיט זיין פסק הלכה איז בלויז ריין הלכה לשם שמים, ווייל קיין אנדערע אגענדע איז ע"פ שכל נישטא. לפי שיטת ר' געציל זענען אט די סידור קידושין נגד הלכה און מ'שפילט זיך ארום מיט דברים חמורים.

בנוסף, וואס איך האב שוין געהאט ארויסגעברענגט, אז ר' געציל האט א זויבערע רעקארד, ער שטייט געווענליך שטיל און עניני פאלאטיק, ממילא אלס דער דיין פון די ארטיגע קהלה האט אלע רעכטן צו דעם חוות דעת, און מיר האבן ע"פ הלכה נישט קיין שום רעכט איהם צו דן זיין לכף חובה אז ער זאל מייעןט פאליטיק און פארטיי, איבערהויפט אז זייער פארטיי געינט ממש גארנישט פאליטיקלי, (חוץ אויב א נייטראלער רב, נישט פון די פורשים אדער זייערע סימפאטיקער, וועלן מסדר קידושין זיין, אזא גאטונג ווי ר' שמעלקא לייפער, גאלאנטער רב, פאפא רב וכדומה, וואס דאס גייט לכאורה קיינמאל פאסירן, אזוי לאנג ר' אהרן ור' געציל לעבן).

די בני יואל מיט די זאלויניס גרויסן זיך אז זיי טוען דא עפעס אפ פאר ר' אהרן, און ר' אהרן רעגט זיך צו וואס, קודם כל ווי געשמועסט, איז דער אקט באמת א מינדעריקער, ריינער סימבאלישער אקט, אין זייער לאנגער 25 יעריגער מרידה, ר' אהרן גייט זיך שוין זיין וועג פאר יארן, די בני יואל גייען זיך שוין זייער וועג, צו זאגן אז פונקט דאס זאל איהם באדערן, איז נאנ-סענס,

אפי' לו יצויר אז אויפן מאמענט, ר' אהרן מיט די אהרונים רעגן זיך געפערליך, שטעלט זיך אבער די קשיא וועם טוט עטס באמת דא אפ? משל למה הדבר דומה, א שווער מיט א איידעם זענען געווען ביטער ציקריגט, ויהי היום, דער איידעם האט געוואלט ציפיקסט דעם שווער, האט דער איידעם זיך אפגעהאקט זיין אייגן נאז, אזוי אז דער שווער זאל זיך אוועקשעמען מיט זיין איידעם, דער שווער האט זיך טאקע געשעמט, און דער איידעם איז געבליבן מיט א חצי נזק לעולם ועד, די זעלבע לענינו, לאמיר זאגן אז די אהרונים שעלטן און רעגן זיך, אבער זיי וועלן זיך אפ רעגן פאר א שטיק צייט, און דערנאך וועט שוין יעדער פארגעסן דערפון, און אט די פארפעלקער, וועלן מעגליך זיך אפלעבן זייערע גאנצע לעבנס, מיט שאלה'דיגע פסולע קידושין'ס און זיך אומגליקליך מאכן פאר דורי דורות, ווען די גאנצע מחלוקה וועט שוין לאנג זיין פארגעסן און נישט זיין אקטועל, נו, פרעגט זיך די פראגע, רבונו דעלמא כולם! וועם טוט עטס באמת אפ?!

KJ » 26/2/2010 21:37

סקאט וכת דילי',
 
דו ספינסט אוועק געפערליך.

די דיון איז גאנץ אנדערש, קודם כל

א) האט זיך בני יואל געעפנט גענוי מיט 21 יאר צוריק (נישט 25).
ב) בני יואל האט נישט געקענט פייפן און טוהן וואס זיי ווילן די אלע 21 יאר, ווייל מ'האט זיי געטרינקן דאס בלוט און אויסגע'רודפ'ט עד חרמה צו דערקוטשענען זייערע יארן, קוים האבן זיי געקענט זיך ארום זען אז די מסודות (דעמאלס נאך גאר קליין) זאל דאס קענען אריבער טראגן און בלייבן שטיין בכלל.
ג) די אלע רשעות און מעשי רציחה און טעראר און בזיון ת"ח וואס לאזט זיך נישט גלייבן עד היום הזה איז געטוהן געווארן כדי צו פארזכערן פאר דעם "סבלן" זיין בענקל און כבוד המדומה, זיי האבן עס אנגערופן מיט די פארמאלע ווארט "מרא דאתרא". מיט דעם ווארט האט מען געשלאגן פארשעמט און געפלינדערט אינג און אלט, בני תורה דיינים רבנים און חשוב'ע אידן.
ד) וכאשר יענו אותו, בלית ברירה, און באקומענדיג אסאך הערצה פון פיל חסידי סאטמאר וואס האבן צוגעזען די אומדערהערטע באנעמונג פון די צולאזטע שלעגערס און שארלאטאנען, האט זיך בני יואל געבויט און געבויט פון 11 קינדער צו 40, דערנאך צו הונדערט און אזוי וויייטער אז מ'האלט שוין היינט ביי נאנט צו "1500" קע"ה!
ה) דאס זעלבע מיט שולן און מקוואות, בלית ברירה האט מען געבויט נאך און שולן, דערנאך א בוטשער, בית החיים, ישיבה קטנה און ישיבה גדולה, נאך בניני המוסדות אא"וו.
ו) און דאס זעלבע מיט די נייע זאל, יארן האט קיין בני יואל אפילו מיט טריקס נישט געקענט באקומען קיין זאל אין קרית יואל, מ'האט זיי נישט פארדינגען! (זיי זענען דאך ווערעמדיג, נישט אזוי? חלה דעקלעך), און ווען מ'האט שוין לעצטנס (דורך טריקס) יא געקענט דינגען א זאל, איז מען געווען געצווינגען צו נעמען א באנדיט און אויסוואורף פאר מסדר קידושין. דעריבער האט מען צוגעשטעלט אן אייגענעם זאל, ווי מ'קען לעגאל און אפענערהייט דינגען און מאכן שיינע שמחות, און נעמען פאר מסדר קידושין ערליכע אידן תלמידי חכמים וועמען די מחותנים ווילן, נישט וועמען מ'צווינגט ארויף מיט געוואלד.
ז) די אלע זאכן האט מען געבויט געצוואונגענערהייט, אבער במציאות איז געשען פונקט די פארקערטע וואס די שלעגער בראשות פון זייער מנהיג דער א.ג. מרה דאתרא האבן געוואלט און פארדעם זיך פארשעמט פאר די גאנצע וועלט מיט זייערע מעשים מגונים.
 צום סך הכל, בני יואל האט געארבעט "פאזיטיוו" זיך בויען און בויען צו האבן אלעס זעלבסט שטענדיג, אזוי אויך מיט'ן זאל, בשעת די עסטעבלישמענט פון שלעגערס האבן די אלע יארן געארבעט נאר "נעגעטיוו" מיט מסירות און שלעגערייען וכו' וכו' האט בני יואל געזיגט נאר מיט גיין פאזיטיוו, "בני יואל" איז אנגעקומען פונקליך וווי זיי האבן געוואלט, אינגאנצן זעלבסטשטענדיג, די מחנה השלעגערס בייסן זיך די נעגל און שפרינגען ביז די לבנה, אבער זיי קענען נישט פועל'ן ביי זיך צו מאכן א יו טורן נאכן איינזען זייער פאטאלן טעות ווי זיי מיט זייערע מעשי אלימות און מיט די ידים ידי עשו אזויפיל יארן האבן זיי מיט קיין האר נישט פרקלענערט בני יואל, פארקערט, זיי זענען גאר די וואס האבן געבויט בני יואל..

יעצט צום ענין, איר זענט אויסגעצייכנטע ספינערס, אוועקדרייען דעם נושא אויף זייטיגע שטותים, "קהל בני יואל" האט געוואלט א זאל ווי מ'קען נעמען אייגענע מסדרי קידושין, און ווי יעדער בני יואל אדער אנדערע ערליכע איד מעג דארט דינגען א זאל,(אן קיין טעראר אדער רשעות אריינגעמישט) זיי האבן עס באוויזן!

די קהילת הארונים האבן איינגעלייגט וועלטן אז דאס זאל נישט געשען, זיי האבן געטון כל מיני השתדלות דאס אפצושטעלן, זיי האבן געוואלט פארידען פרייז אז ס'זאל זיין נאר "איין איינציגער" מסדר קידושין פון דא ביז נהר פרת ועד עבר הירדן, ביז ווי זיי שפירן און האלטן אז ס'הייסט נאך די גללים, אנטשולדיגט, די גלילות פון קרית יואל.. זיי האבן עס פארלוירן! פינטל.

סקאטמאלען » 1/3/2010 20:14

דיין ספין איז פאפעריש און פארפירעריש, און די ווייזט עס זייער גוט, ווייל מאכסטעך אינגאנצן נישט וויסענדיג פונעם אפענעם פאקט אז זייט די ארוני זאלוני מחלוקה איז בני יואל גענצליך באפרייט פון זייערע פייניקער אין גייען זיך זייער וועג פראנק אין פריי, איך וואלט געזאגט אפשר אפי' 2-3 יאר פאר די ארוני/זאלוני מחלוקה, דאס איז א חשבון פון 13-14 יאר וואס זיי גייען זיך זייער וועג אומגעשטערט, און די אהרונים האט שוין לאנג פארגעסן און אויפגעגעבן זייער קאמפיין קעגן בני יואל'ס עקזיסטענץ, אויף אזוי ווייט אז דעם ווינטער האט בני יואל געקענט מאכן א פראטעסט אין מיטן שטאט און מחרף ומגדף געווען קעגן ר' אהרן בקול רם, ואין פוצה פה ומצפצף, סא, שפיל נישט רחמנות.

אין אלנספאל איז עס בכלל נישט קיין נפק"מ, ווייל ווי געשמועסט, זענען די נייע מסדרי קידושין פונקטליך די זעלבע גרופע מענטשן וואס רעוואלטירן קעגן ר' אהרן'ען שוין צענליגער יארן, (די לעצטע 13 יאר אומגעשטערט), ממילא ווען די זעלבע מענטשן טוען נאכמאל א מינדעריקע סימבאלישע אקט, איבערהויפט אז קיין איין איינציגער נייטראלער רב גייט ווייטער נישט מסדר קידושין זיין אן רשות פון ר' אהרן (ווי למשל די באבובער רביס, אדער טענקער רב, וכדומה), זעה איך נישט וואס איז די ביג דיל פאליטיש, גארנישט האט זיך נישט געטוישט ס'איז ממש מפטירין כדאתמול, די חסידי ר' אהרן האלטן ווייטער אז ער איז יא מרא דאתרא, די שונאי ר' אהרן שרייען ווייטער, ווי די לעצטע 25 יאר, צי וויפיל, אז ער איז נישט, און שאר העולם, זוכט זיך ווייטער נישט צו פארטשעפען מיט ר' אהרן, נו מאי שנא היום מיומים? די איינציגע זאך וואס קען יא זיין היסטאריש, אז ליידער וועלן מעגליך זיין חסידישע משפחות פסולות בישראל אלעס צוליב דרעקישע חסידישע מחלוקת, שהשנאה מקלקלת השורה, ליידער ליידער.
בלאט: 1 2 3 4 5 6