היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

262 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2755567
בלאט: 1 2 3 4 5 6

FiveBoro » 11/2/2010 22:33

פארשטייצעך:

בנוגע די בריוון פונעם ברך משה האב איך שוין געענטפערט, פאר דו שרייבסט עס נאכאמאל, פרעג מיך אפ.

בנוגע די נעלויגן, עס איז לגמרי נישט דומה צו אונגארן. אונזער שטאט איז נישט א שטאט וואס איז געוועהן האוואוינט פון אלעמאל מיט אידן און נישט-אידן. דער שטאט האט רביה"ק זי"ע געבויט. און זיין יורש איז געווען דער ברך משה ז"ל. און איינער וואס עס געפעלט אים נישט די הנהגה פונעם ברך משה, דארף עפ"י הלכה פארלאזן דעם שטאט. און אזוי איז געווען די מיינונג פון די פריערדיגע צדיקים ווי אויבן דערמאנט. אלזא, די "קהילה" וואס איר האט איז זעלבסט א מציאות נגד התורה. און דאס זעלביגע איז היינט ביים היינטיגן מרא דאתרא וועלכער איז געשטעלט געווארן אויף דעם שטאט דורך זיין טאטן דער פריערדיגער מרא דאתרא.

סקאטמאלען » 11/2/2010 22:41

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער ברך משה אליין האט געשריבן "לבני אהרן" אז ער האט מועל בשליחות געווען,
 

פון וואנעט ווייסטו האסט געזעהן איהם שרייבן? איז טאקע אויף דעם בריוו געבויט דיין גאנצער היתר? לו יצויר איך ווייז דיר אויף קלאר אז דער בריוו האט קיין שום נאמנות און תוקף להלכה וועסטו דאן מודה זיין אז ר"א איז מרא דאתרא.

פארשטייצעך » 11/2/2010 22:41

אפשר איז רבינו שליט"א שטאטס רב אין וויליאמסבורג און קיינער קען נישט מסדר קידושין זיין אין די גאנצע שטאט והגלילות און זיין רשות, ווייל ביי די לעצטע פאליטישע וואלן האט ער געווינען א רוב?


FiveBoro » 11/2/2010 22:45

האסט געטראכט פארן שרייבן? אדער געשאסן ווי א קינד?!

שלעק » 11/2/2010 22:45

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער ברך משה אליין האט געשריבן "לבני אהרן" אז ער האט מועל בשליחות געווען,
 

פון וואנעט ווייסטו האסט געזעהן איהם שרייבן? איז טאקע אויף דעם בריוו געבויט דיין גאנצער היתר? לו יצויר איך ווייז דיר אויף קלאר אז דער בריוו האט קיין שום נאמנות און תוקף להלכה וועסטו דאן מודה זיין אז ר"א איז מרא דאתרא.



סקאט, פונט פארקערט, דער דין איז המוציא מחברו עליו הראי', ברענג מיר א ראי' אז דער ברך משה האט אויפגענומען דעם ר' אהרענען פאר מרא דאתרא, אדער אז ער האט אים איבערגעגעבן דעם סידור קדושין.

פארשטייצעך » 11/2/2010 22:47

סקאט אונזער מיינונג אויף רא"ט, איז געבויט אויף אסאך שטארקערע זאכן ווי אויף דעם בריוו פון ברך משה.
עס איז דא אסאך גרויסע צדיקים און פוסקים וואס האבן זיך אויסגעדוקט זייער שארף קעגן רא"ט אז ער טאר נישט זיין קיין רב בישראל.

אבער וואס מען זעט יא פון דעם בריוו פון ברך משה אז ער גיט קלאר רשות פאר זיין זון מהרי"י שליט"א, דער היינטיגער מרא דאתרא פון קרית יואל, אז ער זאל מסדר קידושין זיין אין די שטאט, נאך בחייו.

FiveBoro » 11/2/2010 22:47

סקאט, ברענגסט אויך ארויס א גוטע פוינט.

מ'האלט מיר דא שוין ביי זיבן בלעטער טענות, יעדע פאר שעה טוישט זיך עס צו א צווייטן ריכטונג מיט א צווייטע טענה.

איך וואלט געוואלט יעצט הערן "איין" טענה, וואס "דאס" איז דער היתר! אזוי וויט און אזוי קלאר אז אויב [חלילה..] איינער גייט קענען איבערצייגן אז "דאס" איז נישט אמת, גייט דער זאלי מודה זיין אז די סידור קידושין איז אסור.

תוקן על ידי fiveboro ב- 11/02/2010 22:49:30

סקאטמאלען » 11/2/2010 22:52

אפשר איז גאר דער פאפער רב מרא דאתרא, ווייל זיין קהלה האט אויך אינדערסירט דער זעלבער אנטי ר' אהרן קאנדידאט און געוואנען, אדער מעגליך ווינער רב, צעהלימער רב, שאפראנער רב, קלויזענבורגער, נייטרער רב, אדער אפשר להבדיל וויטא לאפעז...ווייל זיינע כעלערעס האבן אויך מיטגעשטימט מיט דעם קאנדידאט.

לצנות אין א זייט, אין וומ"ס איז נישט שייך דער ענין פון מרא דאתרא, ווייל ס'אלס געווען א גרויסער שטאט מיט צענליגע קרייזן וקהילות, מיט להבדיל גוים, דער סאטמארער רבי אליין בעל דברי יואל האט קלאר נישט געוואלט זיין קיין מרא דאתרא אין וומ"ב, פארדעם האט ער געגרינדעט קרית יואל ווי ער וועט זיך קענען פירן זיין אייגן ווערטשאפט לויט זיין אייגן געשמאק אין אנדערע ווערטער 'א מרא דאתרא' כפי עדותו פון ר"ג בערקאוויטש.

פארשטייצעך » 11/2/2010 22:52

ווען מיר וועלן פארלאנגען אז רא"ט טאר נישט מסדר קידושין זיין אין קרית יואל, אן רשות פון מהרי"י דער היינטיגער מרא דאתרא, וועלן מיר דאס דארפן אויפווייזן.

אבער ווילאנג רא"ט וויל ארויפצווינגען זיין רבנות אויף אנדערע קהלות, וועלכע האבן אייגענע רבנים, און ער וויל פון זיי צונעמען זייערע רעכטן, דארף ער אויפווייזן אויף יעדע טענה עקסטער פארוואס דאס איז נישט ריכטיג.


FiveBoro » 11/2/2010 22:59

נישט דאס איז טייטש "המוציא מחבירו עליו הראי'",
ווען צוויי יודן שלאגן זיך אויף א חפץ, און ראובן האט עס יעצט, און שמעון טענה'ט אז ער דארף האלב, איז שמעון א מוציא. טראץ וואס ראובן טענהט אז ס'איז "נאר" זיינס און שמעון טענהט אז ס'איז ביידענס.

נפל » 11/2/2010 23:00

עס זענען פארהאן 2 שטארקע יסודיות'דיגע נקודות וואס די אהרוינים פראבירן מיט אלע כוחות צו באגראבן, זיי זענען גרייט אויף אלעם אבי נישט צו רעדן פון דעם!

1   ר' אהרן האט אין זיין לעבן נישט מוכתר געווארן מיט "וואלן" און מיט א "כתב רבנות", אזוי ווי עס פאדערט זיך כדאי צו באקומען די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין! וויפיל מאל מען האט געבעטן פון די אהרוינים זיי זאלן צייגן דעם "כתב רבנות" איז צאל-לויז, וויפיל מאל די אהרוינים האבן מצליח געווען דאס צו ווייזן איז אויך צאל-לויז! (די חילוק איז נאר, אז געבעטן צו זען האט מען שוין טויזענטער מאל, און מצליח געווען צו ווייסן האבן 0 מאל)!!!! א פאשקעוויל\צעטל\קול קורא\צייטונג מאכט נאך נישט א מענטש פאר רב מיט דעם וואס מען באטיטלט אים רב!

נומער 2 איז נאך שטערקער פון נומער 1, ווייל אפילו אויב מיר וועלן יא זאגן אז ר' אהרן האט א רוב אין קהל יטב לב ד'סאטמאר (בארנאדא [איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, איך האב געזען אז אזוי רופט מען דאס דא])... ליינט ווייטער נומער 2

2   די הלכה לגבי וואלן פאר רבנות איז נוגע לגבי "די קהלה" און נישט "די שטאט". דהיינו, דער רב וואס האט באקומען רוב שטימעס ווערט טאקע רב אין די קהלה, און אויך באקומט ער די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין "אין שטאט"! אבער, דאס איז נאר אויב אין די שטאט איז דא 1 קהלה, אויב איז דא 2 קהלות קען זיך יעדע קהלה מאכן שבת פאר זיך!

סקאטמאלען » 11/2/2010 23:02

שלעק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער ברך משה אליין האט געשריבן "לבני אהרן" אז ער האט מועל בשליחות געווען,
 

פון וואנעט ווייסטו האסט געזעהן איהם שרייבן? איז טאקע אויף דעם בריוו געבויט דיין גאנצער היתר? לו יצויר איך ווייז דיר אויף קלאר אז דער בריוו האט קיין שום נאמנות און תוקף להלכה וועסטו דאן מודה זיין אז ר"א איז מרא דאתרא.



סקאט, פונט פארקערט, דער דין איז המוציא מחברו עליו הראי', ברענג מיר א ראי' אז דער ברך משה האט אויפגענומען דעם ר' אהרענען פאר מרא דאתרא, אדער אז ער האט אים איבערגעגעבן דעם סידור קדושין.


דא איז נישט שייך קיין מוציא מחברו, ווייל ר' אהרן איז מוחזק, ער איז פאר 25 יאר געווען דער איינציגער וואס האט פארפיגט מיט אלע פונקציעס וואס א מרא דאתרא טוט, קיינער אויסער איהם האט זיך קיינמאל דערקלערט אלס מרא דאתרא, פלוצילינג ויהי היום איין שיינעם פרימארגן וועקן ענק זיך אויף אז ר' אהרן איז קיינמאל קיין מרא דאתרא געווען, אין ענק ערקלערן זיך א נייער קאנדידאט וואס האט קיינמאל קאנדידירט ביז יעצט קיינמאל געוואוינט דארט, עטס זעהטס נישט וואסערע לצנות חלה דעקליזם דאס איז?

נפל » 11/2/2010 23:03

בארא, המוציא מחבירו איז לכאורה נישט שייך דא, ווייל די זאלן האבן געהערט פאר מהר"א, עס איז נישט געווען מעגליך פאר א צווייטן מסדר קידושין צו זיין ווייל די זאל איז מהר"א'ס, נישט וועגן מרא דאתרא.

אויב ווילסטו יענעם אפהאלטן פון מסדר קידושין זיין אין זיין זאל, דארפסטו דאס אויפווייזן, נישט יענער.

אפילו ווען די וועסט אויפווייזן אז ער איז יא רב, וועט דאס אויך ווייניג הלעפן צוליב ווי ערווענט אין מיין פריערדיגע תגובה.

נפל » 11/2/2010 23:05

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס זענען פארהאן 2 שטארקע יסודיות'דיגע נקודות וואס די אהרוינים פראבירן מיט אלע כוחות צו באגראבן, זיי זענען גרייט אויף אלעם אבי נישט צו רעדן פון דעם!

1   ר' אהרן האט אין זיין לעבן נישט מוכתר געווארן מיט "וואלן" און מיט א "כתב רבנות", אזוי ווי עס פאדערט זיך כדאי צו באקומען די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין! וויפיל מאל מען האט געבעטן פון די אהרוינים זיי זאלן צייגן דעם "כתב רבנות" איז צאל-לויז, וויפיל מאל די אהרוינים האבן מצליח געווען דאס צו ווייזן איז אויך צאל-לויז! (די חילוק איז נאר, אז געבעטן צו זען האט מען שוין טויזענטער מאל, און מצליח געווען צו ווייסן האבן 0 מאל)!!!! א פאשקעוויל\צעטל\קול קורא\צייטונג מאכט נאך נישט א מענטש פאר רב מיט דעם וואס מען באטיטלט אים רב!

נומער 2 איז נאך שטערקער פון נומער 1, ווייל אפילו אויב מיר וועלן יא זאגן אז ר' אהרן האט א רוב אין קהל יטב לב ד'סאטמאר (בארנאדא [איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, איך האב געזען אז אזוי רופט מען דאס דא])... ליינט ווייטער נומער 2

2   די הלכה לגבי וואלן פאר רבנות איז נוגע לגבי "די קהלה" און נישט "די שטאט". דהיינו, דער רב וואס האט באקומען רוב שטימעס ווערט טאקע רב אין די קהלה, און אויך באקומט ער די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין "אין שטאט"! אבער, דאס איז נאר אויב אין די שטאט איז דא 1 קהלה, אויב איז דא 2 קהלות קען זיך יעדע קהלה מאכן שבת פאר זיך!


סקאט, איך האב שוין געשריבן פריער, ר' אהרן איז געווען דער איינציגסטער אין קרית יואל וואס האט פארמאגט א חתונה זאל! די לעצטע 25 יאר, דעריבער איז דאס גענץ א קנאפע "חזקה"...

FiveBoro » 11/2/2010 23:07

נפל, איך האב שוין געענטפערט אויף אלע דיינע טענות! איך וועעס אפירזוכן און עס פעיסטן.

פארשטייצעך » 11/2/2010 23:11

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אפשר איז גאר דער פאפער רב מרא דאתרא, ווייל זיין קהלה האט אויך אינדערסירט דער זעלבער אנטי ר' אהרן קאנדידאט און געוואנען, אדער מעגליך ווינער רב, צעהלימער רב, שאפראנער רב, קלויזענבורגער, נייטרער רב, אדער אפשר להבדיל וויטא לאפעז...ווייל זיינע כעלערעס האבן אויך מיטגעשטימט מיט דעם קאנדידאט.

טאקע אויף דעם תירוץ האב איך געווארט, און דאס האב איך געמיינט מיט מיין פראגע. און דאס איז געווען אין באצוג צו די פראגע פון די ווילידזש וואלן אין קרית יואל.

וויליאמסבורג האט עטליכע קהלות מיט רבנים, און אז ס'איז געווען וואלן איבער א פאליטישן ענין מאכט דאס נאכנישט רבינו שליט"א פאר שטאטס רב.
אין קרית יואל זענען היינט דא עטליכע קהלות מיט רבנים, און מיט דעם וואס ר' אהרן'ס קאנדידאטן האבן אנגעצויגן א רוב ווערט ער נאכנישט שטאטס רב.

אמת אז קרית יואל האט רביה"ק זי"ע געבויעט, און לאחר פטירתו האט מען אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע אלס זיין ממלא מקום, ובימים ההם איז אין קרית יואל געווען נאר איין קהלה, 

בשנת תשמ"ה ווען דער ברך משה האט ממנה געווען רא"ט אלס זיין שליח אין קרית יואל איז נאך אויך געווען נאר איין קהלה, במשך השנים האבן ראט בידים מאבד געווען דאס וואס ער האט באקומען פון פאטער, און מיט זיינע מעשים אויפגעבויט די קהלה בני יואל.

נאך שפעטער האט ער זיך צוקריגט מיטן פאטער אליין וועלכע האט געמאכט א צווייטן זון אלס שליח, אזוי אז היינט צו טאגס איז נישט שייך צו זאגן אז רא"ט איז געווארן דער נייער מרא דאתרא.

אינדערהיים אין אייראפע זענען געווען אסאך שטעט מיט צוויי קהלות, און יעדע קהלה האט געהאט זייער אייגענעם רב וואס האט דארט מסדר קידושין געווען.


FiveBoro » 11/2/2010 23:14

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נומער 2 איז נאך שטערקער פון נומער 1, ווייל אפילו אויב מיר וועלן יא זאגן אז ר' אהרן האט א רוב אין קהל יטב לב ד'סאטמאר (בארנאדא [איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, איך האב געזען אז אזוי רופט מען דאס דא])... ליינט ווייטער נומער 2

2   די הלכה לגבי וואלן פאר רבנות איז נוגע לגבי "די קהלה" און נישט "די שטאט". דהיינו, דער רב וואס האט באקומען רוב שטימעס ווערט טאקע רב אין די קהלה, און אויך באקומט ער די אויסשליסליכע כח אויף סידור קידושין "אין שטאט"! אבער, דאס איז נאר אויב אין די שטאט איז דא 1 קהלה, אויב איז דא 2 קהלות קען זיך יעדע קהלה מאכן שבת פאר זיך!

לחזור לענין ראשון... (איינער געדענקט נאך?..)

ווען אין סקווער גייען אויפשטיין א באנדע מוסרים, און זיך גרינדן אין סקווער א אייגענע קהילה "קהל בני דוד", (די סקווערע גייען עס רופן "בני ויזתא"...) און זיי גייען טענה'ן אז דער יעצטיגער סקווערער איז א מסור/שייגעץ/נואף/ממזר/נבילות וטריפות וגו', גייט די סקווערע רבי האבן דארט א דין מרא דאתרא? "יא" אדער "ניין" און "פארוואס".

פארשטייצעך » 11/2/2010 23:16

דער געוועזענער מרא דאתרא פון קרית יואל, דער ברך משה זי"ע האט אויך געוואוינט אין וויליאמסבורג...

FiveBoro » 11/2/2010 23:17

מיט וועם רעד איך דא? מיט א קווינס בחור אדער מיט א כיתה ז' אינגל?!
פארשטייצעך, דו האסט א שוואכע קאפ? אדער דו מאכסט דיך?!.

מ'האט גערעדט צו רוב שטאט וויל אים אלס רב, און מ'האט געברענגט א ראי' פון די וווילדש וואלן, האסטו געברענגט א ראי' אויף וומ"ס פון די סיטי וואלן, האט ער דיר געענטפערט אז די וואס דו רופסט "רוב" זענען געווען א צוזאמשטעל פון אסאך קהילות. איז וואס ענטפערסטו?? אז אין קרית יואל איז די "מיעוט" צוטיילט אין אסאך קהיולת?? אידעך זיכער גוט??

פארשטייצעך » 11/2/2010 23:22

פיוו-בארא
לאמיר דיר ענטפערן די פראגע וועגן סקווער, מיט די האפענונג אז עס וועט קיינמאל נישט פאסירן...

אויב חלילה אן אור אייניקל פון סקווערע וועט זיין אין די רייע צו ווערן רבי, און ער וועט זיך נישט פירן על פי דרך המסורה פון סקווירא, און עס וועלן זיך צוזאמען נעמען פינף הונדערט ערליכע אידן אין שיכון סקווירא, נישט באמעס וואס ווילן אראפווארפן פון זיך דעם עול תורה ומצוות, נאר ערליכע אידן ובראשם וועלן זיין תלמידי חכמים מופלגים ועובדי ה', און לאמיר זאגן אז זיי וועלן אפילו האבן עטליכע דיינים פון די עקזיסטירנדע קהלה וואס וועלן מיט זיי מיטשטיין. און זיי וועלן גרינדן אן אייגענע פולשטענדיגע קהלה, און האבן אייגענע רבנים.

איז קלאר אז יענער אדמו"ר פון די גרעסערע קהלה וועט מער נישט זיין מרא דאתרא!

פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א הלכתא למשיחא, און מיר אלע וועלן בקרוב דערלעבן משיח'ן, און מיר וואונטשן דעם סקווערער קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן.

סקאטמאלען » 11/2/2010 23:23

אין קר"י אקוראט די זעלבע גרופע מענטשן וואס שטימען אין די ווילעדש וואלן, וואלטן געשטימט אין א מרא דאתרא וואלן, דאס מיינט ס'קען נישט זיין קיין בעסערע סעמפל ווי די וואלן

ווייטער אין וומ"ב, זענען די קאנסיל וואלן א געמישאכטס פון כלערעיי גרופעס עלעמענטן וואס מעגליך בלויז א פיפטל דערפין זענען ריינע סאטמארע חסידי ר"א ורז"ל, ממילא פון די וומ"ב וואלן קען מען לעולם גארנישט ארויסנעמען קאנקריט לגבי די סאטמארע פאליטיק.

פארשטייצעך » 11/2/2010 23:33

איך פארגלייך נישט די צוויי וואלן, מען טענה'ט זיך נישט יעצט ווער ס'איז רוב אין שטעטל, די שאלה איז אויב מען האט אמאל ערוועלט רא"ט אלס מרא דאתרא, די ווילידזש וואלן קען מען נישט רעכענען וועגן כמה סיבות, אויסער בחירות נשים און מענטשן פון די גלילות קענען נישט וואויטן.
איז דער פשוט'ער מציאות אז ס'איז נישט קיין וואלן פאר מרא דאתרא, 
אויב לאמיר זאגן אז דער טאהשער רבי האט א זיכערן רוב אין קרית יואל, ווערט ער נאכנישט מרא דאתרא אין קרית יואל, נאר אויב מען האט געמאכט וואלן פאר די זאכן און ער האט געווינען.

סקאטמאלען » 11/2/2010 23:33

א"כ קען זיך דאך יעדער מאן דהו אויפשטעלן אין שרייען אז דער מרא דאתרא איז א שייגעץ, און האסט אויסגעריסן דער גאנצער ענין פון מרא דאתרא.

און אגב דער ענין פון סידור קידושין און מרא דאתרא איז אלס געווען אין שטעט וואס איז געווען מערערע קהלות, ווי למשל רב קרייזווירטה אין אנטווערפן, די קהלה וואס ער האט געהערט איז לכאורה געווען דער קלענסטער קהלה אין די גאנצע שטאט. מיט דעם אלעם איז ער געווען דער מרא דאתרא. אל אחת כו"כ אין קר"י ווען די אלע ענקער נייע קהלות אינאיינעם זענען דער מיעוט קעגן ר' אהרנס איינער קהלה.

נפל » 11/2/2010 23:35

פיין, זייער גוט!

אויף די ערשטע שאלה האסטו שוין גענטפערט!

די ערשטע שאלה איז געווען אויב די קענסט צייגן א כתב רבנות פאר ר' אהרן, דיין תירוץ איז "ניין"!

היות די זאליס זאגן אז ר' אהרן האט נישט קיין כתב רבנות, און די קענסט נישט צייגן אז ער האט יא, וועלן מיר מוזן איינזעצן אז ער האט טאקע נישט!

אויף דיין שאלה צו דער ברך משה האט אים אויפגענומען אלס רב אין קרית יואל איז די תירוץ "לכאורה ניין"!

פארוואס זאג איך אזוי? ווייל ביי די "הכתרה" אין קרית יואל ווי דער ברך משה האט אים כלומר'שט אויפגענומען אלס רב האט מען אים אין פאקט אויפגענומען אלס א "העלפער" נישט אלס רב! "די טיטל רב יא! אבער בפועל נישט" בפועל איז דער ברך משה געבליבן רב (אויך נאר לויט די וואס האלטן אז דער ברך משה איז בכלל יא געווען רב אין קרית יואל.

יעצט קענען מיר צוריק גיין צו מיינע אנדערע 2 שאלות וואס די האסט "פארזען" צו ענטפערן.


  קענסט אנצייגן ווען עס איז פארגעקומען וואלן אויף די רבנות אין קרית יואל, אזוי ווי עס פאדערט זיך אין א שטאט ווי דער רב וויל אויסשלוסליכע בעלות אויף סידור קידושין?
   מיט וואס פארא רעכט פאדערט דער רב פון איין קהלה בעלות אויף די סידור קידושין פון א צווייטע קהלה?

נפל » 11/2/2010 23:40

סקאט, ביטע נישט ווייזן ברבים וויפיל די ווייסט נישט קיין פאקטן!

הרב קרייזווירט אין אנטווערפן איז געווען רב אין "קהל מחזיקי הדת" אלע קהלות אין אנטווערפן זענען געווען אינטער "קהל מחזיקי הדת" אפילו סאטמאר און פשעווארסק!

FiveBoro » 11/2/2010 23:40

פארשטייצעך, דו וויסלט נאר צוריקגיין. גוט.

דו האסט א טענה אז ער איז נישט ערוועלט. מיין טענה איז געווען אז עס איז גענוג אז די ערוועלעט אדער געשטעלטע טובי העיר נעמען אים אויף, און צווייטנס דא דארף מען לכאורה בכלל נישט קיין וואלן וויל די שטאט האט די רבי געבויט און עס איז זיינס און אזוי גייט עס ווייטער, און דו וועסט מיר מודה זיין אז דער דברי יואל האט נישט געברויכט מאכן וואלן צו ער זאל זיין דא מרא דאתרא..

אבער מיין שאלה איז געגאנגען ווייטער:
לו יהא אז עס מוז זיין וואלן. ארלעדיגט. יעצט וויל איך הערן פון דיר צו נאך די וואלן גייט זיך עפעס טוישן. אויב מהר"א גייט געווינען די וואלן צו ענקער שאק. וואס גייט דעמאלס זיין? א קלארע ענטפער ביטע!

נפל » 11/2/2010 23:42

סקאט, אמת! יעדער מן דהוא קען זיך אויפשטעלן און זאגן אז דער רב טויג נישט און לכבוד דעם זיך גרינדן א עקסטערע קהלה! די רגע עס איז דא א עקסטערע קהלה זענען דא 2 רבנים וואס קענען על פי הלכה מסדר קידושין זיין!

איין זאך וואס איך ווייס נישט איז אויב איז שוין יא דא 2 קהלות צו דאן מעג שוין סיי וועלכע רב מסדר קידושין זיין אדער נאר איינער פון די 2 רבני הקהלות.

סקאטמאלען » 11/2/2010 23:42

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארגלייך נישט די צוויי וואלן, מען טענה'ט זיך נישט יעצט ווער ס'איז רוב אין שטעטל, די שאלה איז אויב מען האט אמאל ערוועלט רא"ט אלס מרא דאתרא, די ווילידזש וואלן קען מען נישט רעכענען וועגן כמה סיבות, אויסער בחירות נשים און מענטשן פון די גלילות קענען נישט וואויטן.
איז דער פשוט'ער מציאות אז ס'איז נישט קיין וואלן פאר מרא דאתרא, 
אויב לאמיר זאגן אז דער טאהשער רבי האט א זיכערן רוב אין קרית יואל, ווערט ער נאכנישט מרא דאתרא אין קרית יואל, נאר אויב מען האט געמאכט וואלן פאר די זאכן און ער האט געווינען.



איז געווען וואלן אין קר"י בימי רבינו יואל? וואלט איר געהאט א פראבלעם אז איינער איז מסדר קידושין שלא ברשותו, קיין ספק אז יא.

יעדער פארשטייט אז צו מאכן וואלן אויפן אלטן רבי'ן זצ"ל וואלט געווען סתם א לצנות, ווייל ס'מובן מאילו אז ער וואלט געהאט 101%, ווייל יעדער איינוואוינער איז דאך געקומען נאר צוליב זיין אנוועזנהייט דארט, און ס'כאילו ס'געווען וואלן.

די זעלבע אין קרית יואל אויב אין מציאות האט מען זיך שוין צענליגע מאל איבערצייגט אז ער האט דער רוב, רוב תושבים ווילן איהם, איז סתם א לצנות צו מאכן ספעציעלע מרא דאתרא וואלן.

פארציילער » 11/2/2010 23:43

איך וויל דא אריין רעדן מיט א נייע נישא פין די זעלבע זאך

קודם וועל איך אראפ ברעגען די ווערטער פינעם דיין ר' געציל ווי ער זאגט אז צי קענען אסר'ן פאר אנדערע רבנים צי קימען אין שטאט מסדר קדושין זיין דארף מען צוויי זאכן נאכקימען איינס מדארף זיין אויף גענימען "בקהילתו" אדער " פין א גאנצע מדינה" אדער פין א "גליל" קודם איין זאך זעט מען פין דא אז ווען מנעמט אויף א רב פאר "קהילתו" אדער פאר "א מדינה" מיינט נאך נישט אז סאיז פאר די "גליל" אויך יעדע זאך דארף שטיין אינעם קאנסוס א.ד.ג. קימט אויס אז אויב שטייט נישט די גלילות דעמאלטץ איז נישט שייך קיין גלילות

נאך דעם נאך אזאך סמיז זיין א "אויסגעוועלט'ער רב " אויף צי קענען אסר'ן א רב אריין ציקימען מסדר קדושין זיין יא מאיז א רב אנדעם אויך אבער אויף צי אסר'ן מסדר קדושין פאר א צווייטען מיז זיין א" נבחר דייקא " אין אויב איז ער נישט אויסדערוועלט דעמאלטץ האט ער נישט דע כח פין אפהאלטן מסדר קדושין צי זיין אין זיין שטאט 


דא האט איר די וועטער פינעם דיין שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

יעצט לאמיר גיין מיט איין סטעפ ווייטער וואס טיט זיך אין ק"י היינט ציטאג
 
סאיז דא דארט איינער וואס זאגט אז ער האט א קאנסוס נא לאמיר זעען וואס שטייט אין זיין קאנסוס דארט שטייט (קודם אז ער איז נאר א שליח פין זיין טאט'ן ז"ל) אז ער איז אויף גענימען געווארן פאר "קהלתנו המעטירה" אין נישט מער סשטייט נישט די זאכן וואס די דיין האט געזאגט אז ספעלט אויס אריין צי גיין אין די גדר אז קיינער טאר נישט קימען מסדר קדושין זיין אין שטאט אין אויך אין די גלילות ארום סשטייט נישט אז ער איז "דערוועלט געווארן" קען זיין אז ער איז א רב אבער נישט אויף דע כח אז קיינער זאל נישט קענען מסדר קדושין זיין דא אין אזוי אויך שטייט נישט אין זיין קאנסוס אז ער איז אויף גענימען געווארן אויך פאר די "גלילות"

ממילא קימט אויס אז אין די גלילות איז זעכער נישט קיין פראבלעם מסדר קדושין צי זיין  





תוקן על ידי פארציילער ב- 11/02/2010 23:48:36

FiveBoro » 11/2/2010 23:44

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
האט מען אים אין פאקט אויפגענומען אלס א "העלפער" נישט אלס רב! "די טיטל רב יא אבער בפועל נישט"!
וואס מיינט דאס אין אידיש איבערטייטש?

בפועל איז דער ברך משה געבליבן רב
אוודאי אזוי, ער לעבט דאך נאך, אוודאי איז אלעס אונטערן רבין. אונזער רבי איז אונזער אבדק"ק סאטמאר. איז יעצט פשט אז ר' מענדל איז נישט רב אין וומ"ס?


נפל » 11/2/2010 23:47

בארא,

דיין טענה איז טאקע אז עס פעלט נישט אויס קיין וואלן ביים ציבור, עס איז גענוג אז די טובי הקהלה האבן אים בוחר געווען. דאס קען זיין זייער א גוטע טענה, די שאלה איז נאר אויב להלכה איז דאס א אמת'ע טענה...

וועגן דיין צווייטע שאלה, אויב וועט זיין וואלן און ר' אהרן וועט האבן א רוב, איז די שאלה צו ר' אהרן וועט צוריק באקומען זיין כוח.. די תירוץ איז לכאורה ניין!

און די סיבה פאר דעם איז אז עס זענען דא 3 גענצליך אפגעטיילטע קהלות און יעדע קהלה קען ע"פ הלכה געבן סידור קידושין פאר זיין רב!

די איינציגסטע אופן וויאזוי ר' אהרן קען צוריק באקומען דעם כוח איז אויב (העטעך פעטעך) די זאליס פארמאכן זייער קהלה און בני יואל פארמאכט זייער קהלה, און ביידע שליסן זיך אן אין די אהרוינישע קהלה. דאס מיינט אז עס איז דא אין שטאט נאר איין קהלה... דאַן קען ר' אהרן צוריק באקומען די כח אויף סידור קידושין אויב באקומט ער רוב שטימעס. אבער כל זמן עס זענען פארהאן באזונדערע קהילות איז די געי"ם פון "נאר איך" פארלוירן!

נפל » 11/2/2010 23:58

בארא, פון דיין שאלה "וואס מיינט דאס אין אידיש איבערטייטש?" שטעלט זיך ארויס אז די האסט גאר נאך א שוואכערע קאפ ווי איך...

איך וועל דיר מסביר זיין! מיר קענען היינט אלע דעם ווינער רב שליט"א (אין זיין נאכט קעסטל ליגט די היתר הליכה לערכאות). אה, איז ער באמת "ווינער רב"? קען ער מסדר קידושין זיין אין "וויען"? די תירוץ איז "ניין" אין וויען קען מסדר קידושין זיין דער וויענער ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א. ווייל ר' אברהם יונה איז געווארן אויפגענומען דורך די וויענער קהלה מיט וואלן און דורך א "כתב רבנות". דער וויענער רב וועם די קענסט קען מסדר קידושין זיין אין וויענער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג אבער אין "וויען" קען ער נישט מסדר קידושין זיין ווייל דארט איז דא א רב!

דאס מאכט "וויענער רב" אויס וויענער רב? ניין, דער איד און דער בלאט צוזמאען מיט די צייטונג און העולם החרדי וועלן ווייטער שרייבן אויף אים וויענער רב...

בקיצור נמרץ, מיט דעם וואס געוויסע האבן אים במשך עטליכע יאר גערופן "קרית יואלער רב" ווערט ער נאך נישט קרית יואלער רב.

פארשטייסט?

סקאטמאלען » 12/2/2010 00:01

פארציילער, וואס איז דיין פוינט? אז ר' געציל איז סתם א געריבענער לץ, ער זאגט איין זאך אבער אין אמת'ן אויף א כיטרע וועג מיינט גאר פונקט פארקערט...

וויזוי גייט עס נאר, 1+1 = חלה דעקל

פארשטייצעך » 12/2/2010 05:00

סקאט
דאס וואס דו פרעגסט אויב ר' געציל איז סתם א געריבענער לץ, איך וואלט נישט געזאגט אזוי.

אבער דאס איז קלאר אז ער האט געהאט דא זייער א שווערן פראבלעם, ווייל אז מען קוקט אריין אין די תשובה ספרים זעט מען קלאר אז דער חרם דרבינו תם גייט נישט ארויף נאר אויף א פאל ווען דער מסדר קידושין איז נישט בקי בטיב גיטין וקידושין, עקסטער דעם איז דא אן ענין פון נישט צונעמען די פרנסה וואס געהערט פארן שטאטס רב.

אבער אזוי ווי די היץ קעפ האט געלייגט אויף אים שרעקליכע דרוק אז מען מוז די מאכן א זשיהאד, און היידפארק שרייבט אז נאר דער פורים רב נעמט זיך אן פאר'ן ראט, ממילא איז ער געווען געצווינגע עפעס צו זאגן ברבים, ער האט אבער געהאט א פראבלעם וואס זאגט מען?

און זיין עצה איז געווען אז ער האט פארגעלערנט אפאר לשון קודש ווערטער וואס זענען בכלל נישט דומה צום פאל פון קרית יואל, און איבערגעטייטשט אין די אידישע שפראך, אז דאס זאל זיין אביסל לענגער, אבער א בירור פארוואס ראט איז מרא דאתרא האט ער נישט געזאגט, און האט אפילו נישט דערמאנט ר' אהרן'ס נאמען, כדי ער זאל זיך נאכדעם קענען פארענטפערן אז ער האט געמיינט ר' זלמן לייב.

עס איז נאר אינטרעסאנט אז די באלד אותיות פון דעם אידישן איבערטייטש וואס קוקט אויס אז דאס איז דער איבערטייטש, אויף דעם טוט זיך א גאנצע מחלוקת הפוסקים, אסאך פוסקים טייטשן די ווערטער "אז ער איז נישט אויסגעוועלט און קיין שום קהלה, נאר האט בלויז סמיכה אן קיין שטעלע".

די פוסקים האלטן אז דער טעם פון חרם דרבינו תם איז, אז ס'זאל נישט קומען סתם א קליינער ת"ח וואס זאגט אז ער האט סמיכה און מסדר זיין קידושין אין א קליין דערפל, און ער וועט נישט וויסן אז א כהן טאר נישט חתונה האבן מיט א גרושה, וכדומה, ממילא האט דער ר"ת געמאכט א תקנה אז נאר איינער וואס איז געוועלט געווארן אלס דיין אדער רב, אזא איינער קען מסדר קידושין זיין. ווייל מסתמא וועלט מען נישט אויס נאר איינעם וואס קען גוט די הלכות.

די ווערטער "זאל ער זיין סיי וואסערע גרויסע רב", איז קלאר נישט דער פשט אין חרם דר"ת.

הגם זיי לייגן צו אז מצד המנהג האבן די רבנים אפגעמאכט צווישן זיך, נישט מסדר קידושין צו זיין אין יענעמס שטאט, כדי נישט מקפח צו זיין זייער פרנסה.



פארשטייצעך » 12/2/2010 05:04

נאך א לימוד זכות וואס איך קען אפשר טראכטן אויף ר' געציל, אז ער האט געמיינט נאר זייער קהלה, און ביי זייער קהלה טאר טאקע נישט קומען ר' שלמה זאבעל און מסדר קידושין זיין אן ראט הסכמה, אויב ער קען נישט קיין הלכות גיטין וקידושין, וואס אין דעם פאל איז דא דער חרם דרבינו תם, אדער אלס קיפוח הפרנסה לויט די תקנה.

FiveBoro » 12/2/2010 05:26

גילוי דעת:
צו די וועלכע פרעגן מיר אין אישי פארוואס איך ענטפער מער נישט:

מיין ציהל פון ענטפערן איז געווען כדי אז ווען א תמימות'דיגער איד קוקט זיך צו זאל אים נישט אויסזעהן ווי דא איז דא עפעס א נארמאלער היתר אין די וועלט אויף די סידור קידושין.

אצינד האב איך שוין עררייכט מיין ציהל. איך קען נישט נאכלויפן יעדן ניק וואס קומט ארויף מיט א פרישקייט ככלב שב אל קיאו, עס איז מיר גענוג אז יעדער וואס ליינט אדורך די גאנצע אשכול זעהט אז עס איז נישטא קיין שום ספעציעלע היתר אויף וואס זיי פארופן זיך, נאר יעדע מינוט ווערט די אישו עפעס אנדערש. במשך דעם שמועס זענען שוין אלע אישוס אויסגעשמועסט געווארן, טייל אפילו מער ווי איין מאל, און ווער עס איז נישט בלינד צו זיין - אדער זיין טאטנ'ס.. - שיטה\שנאה, זעהט דא א קלארער בילד, און דערפאר בין איך צופרידן צו בלייבן יעצט ביי דעם, און פון מיין זייט איז די דעבאטע געשלאסן.


הצלחה

כלהנערים » 12/2/2010 06:10

איך האלט אויך אז די זאך איז געשלאסן געענדיגט מיט די ניקס, יעצט זאל מען אביסל אריינקוקן אין תשובה ספרים
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2756497&forum_id=21016

כלהנערים » 12/2/2010 06:23

פון עמוד יב אות י' הייבט ער אן מברר זיין די סידור קידושין, כ'וואלט אפרישיעט פון סקאטמאלן אויב ער קען דעס אויך אפווענדן, נישט נאר ניקס 

FiveBoro » 12/2/2010 07:18

כ'האב מיך געבראכן...
היות מיין אפוועזנהייט איז געווען צוליב'ן איבערקייען אלטע זאכן, יעצט אבער האט איינער געדרוקט א קונטרס\פאשקעוויל וואס רעדט אביסל פון דעם ענין פון סידור קידושין, כאטש וואס איך [היידפארק שרייבער] שפור מיך אביסל פארשעמט צו דארפן אפענטפערן יענעם טייטלבוים [נערוון קראנקער], אבער כדי שלא יאמרו אז יש דברים בגו [כ'מיין.. סידעך געשריבן אויף לשה"ק..] וועל איך ענטפערן אין קורצן:

1) די רמ"א אויף וואס ער בויעט רעדט פון א "רב היושב בעיר" דאס הייסט אז ביז היינט איז נאר געווען דארט איין שיינע איד, און יעצט קומט א נייע שיינע איד, און דער ערשטער האט א טענה אז ער נעמט אוועק זיין פרנסה. מ'רעדט דא לגמרי נישט פון א "מרא דאתרא" וואס אויף דעם איז דא א גדר פון די ראשונים אז נאר די מרא דאתרא מעג מסדר קידושין זיין.

2) אויך ברענגט ער א דברי חיים וואס איז לגמרי נישט נוגע, דער ד"ח רעדט ווען עס איז דא צוויי באזונדער-באוואוינטע שטעט, איינס איז א גרויסע שטאט און די צווייטע איז א קליינע, און די קליינע האט צוערשט נישט געהאט קיין אייגענעם רב\שוחט, מעגן די קליינע אבער יעצט יא אויפנעמען א אייגענעם רב. דא רעדט מען אבער לגמרי נישט ווען עס איז בלויז דא "איין באוואוינטע שטאט" וועלכע באנוצט זיך אויך מיט די גלילות.

די איבריגע איז פובליק סקול...

המהדרין » 12/2/2010 07:45

דרשת הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט"א, דאונלאוד (מאת FiveBoro)

http://www.s endspace.com/file/h9qt1k

קאפי די url און נעם ארויס די ליידיגע ספעיס (היידפארק לאזט עס נישט אריבער אלס לינק)

קרעדיט: כל העולם מנחם מענדל

פארציילער » 12/2/2010 16:53

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארציילער, וואס איז דיין פוינט? אז ר' געציל איז סתם א געריבענער לץ, ער זאגט איין זאך אבער אין אמת'ן אויף א כיטרע וועג מיינט גאר פונקט פארקערט...

וויזוי גייט עס נאר, 1+1 = חלה דעקל



ניין ח"ו אזוי צי זאגן אויפ'ן דיין נאר ער איז א ערליכער אין ער האט אבער נישט געהאט קיין ברירה מיט זיינע ברויט געבערס ער וויל נישט אין די יארן זיכן א פרישע פרנסה האט ער געמיזט רעדן האט ער אבער אזוי גערעדט געזאגט אין גארנישט געזאגט אזוי איז ער עס אריבער מיט גראדע גלידער פין זיינע ברויט געבערס

אין באמת איז ער ווערט א געוואלדיגע ווי מזאגט אויף עגליש "א ראנד אויף ע פלאס" ער האט זיך געהאלטן אפי' אין אזא אנגעצויגענע מצב
  הרה"ג ר' געציל שליט"א די האסט געטין וואס די האסט געדארפט אלס א שליח פין אינזער רבי ז"ל

כלהנערים » 12/2/2010 19:19

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היות מיין אפוועזנהייט איז געווען צוליב'ן איבערקייען אלטע זאכן, יעצט אבער האט איינער געדרוקט א קונטרס\פאשקעוויל וואס רעדט אביסל פון דעם ענין פון סידור קידושין, כאטש וואס איך [היידפארק שרייבער] שפור מיך אביסל פארשעמט צו דארפן אפענטפערן יענעם טייטלבוים [נערוון קראנקער], אבער כדי שלא יאמרו אז יש דברים בגו [כ'מיין.. סידעך געשריבן אויף לשה"ק..] וועל איך ענטפערן אין קורצן:

1) די רמ"א אויף וואס ער בויעט רעדט פון א "רב היושב בעיר" דאס הייסט אז ביז היינט איז נאר געווען דארט איין שיינע איד, און יעצט קומט א נייע שיינע איד, און דער ערשטער האט א טענה אז ער נעמט אוועק זיין פרנסה. מ'רעדט דא לגמרי נישט פון א "מרא דאתרא" וואס אויף דעם איז דא א גדר פון די ראשונים אז נאר די מרא דאתרא מעג מסדר קידושין זיין.

2) אויך ברענגט ער א דברי חיים וואס איז לגמרי נישט נוגע, דער ד"ח רעדט ווען עס איז דא צוויי באזונדער-באוואוינטע שטעט, איינס איז א גרויסע שטאט און די צווייטע איז א קליינע, און די קליינע האט צוערשט נישט געהאט קיין אייגענעם רב\שוחט, מעגן די קליינע אבער יעצט יא אויפנעמען א אייגענעם רב. דא רעדט מען אבער לגמרי נישט ווען עס איז בלויז דא "איין באוואוינטע שטאט" וועלכע באנוצט זיך אויך מיט די גלילות.

די איבריגע איז פובליק סקול...


 מיין קינד האסט זייער גיט געענפערט,

אבער דו וואלסט געדארפט אויסלאזן מיט דיינע ווערטער,  כ ן  נ ר א ה  ב ע י נ י ....

אז נישט איז עס ח"ו גניבת דעת, דער עולם וועט מיינען אז דו האסט טאקע ריכטיג מבחין געווען די מציאות הדברים..

moishe12 » 14/2/2010 04:05

בין איך פאריקט
איך קיק איבער דעם בריוו פינעם רבי זי"ע וואס דער בלאט שרייבט יעדע וואך אין קען נישט טרעפין דעם ווארט אדער א רמז גלילות וואס דרייט בערקאוויטש א קאפ מיט דעם בריוו

די זעלבע זאך מיט עפעס א תשובה פין ר" שמואל סאלאנטער פין וואנעט טרעפין די פאריקטע חברה אז די תשובה איז געשריבען לגבי מאסקאווי איך טרעף נישט די ווארט דארטען
רבותי העלפט !!!!!!

נוטראלער » 14/2/2010 10:37

(איך האב ביז יעצט נישט אריינגערעדט, ווייל איך האב געוואלט פאר שרייבן דאס אדורך רעדן מיט א ת"ח, יעצט נאכן דאס אדורך רעדן קען איך שוין שרייבן)

1) דער חרם דר"ת איז געווען אז א מסדר קידושין זאל זיין נאר אזא איינער וואס איז א "רב" אדער א "דיין" נישט קיין חילוק און וועלכע קהילה, נישט סתם א פשוטער איד.

2) שפעטער האט מען געמאכט א פרישע תקנה אז אין יעדע קהילה זאל מען "נאר" קענען נעמען די "אייגענע" רב, וואס דער עיקר תקנה איז געווען געבויעט וועגן געלט, וואס דאס איז געווען פון די אפיצעלע געהאלט וואס דער רב האט באקומען, און אזוי אויך א שטאט וואס האט נאר "איין" קהילה (וואס דעמאלט ווערט דער רב אנגערופן "מרה דאתרא") קען מען נאר אים נעמען, אגער מיט זיין רשות א צווייטן.

3) די זעלבע הלכה גייט אויך אן ביי א שוחט, אז מען טאר נישט עסן קיין פלייש וואס איז גע'שחט'ן געווארן אין א קהילה אנעם רשות פונען שוחט.

4) ווען א קהילה וויל זיך צוטיילן, און נעמען אן עקסטערן שוחט, און רב, איז געווען אונדערהיים גרויסע מחלוקת (עיין סיגוט, מונקאטש - בעלזא, ואכמ"ל

5) ביי די מחלוקה פון סיגוט איז ארויסגעקומען א ספר מלחמת מצוה, ווי עס איז באשריבן אלע דאקומענטן און טענה'ס וואס איז געווען דעמאלט, און ווער עס איז מעיין אין די טענה'ס האוסרים וועט זעהן אז דאס איז נישט שייך דא, ווייל בעיקר איז עס געבויעט אז די אלע מענטשן וואס האבן זיך אפגעיילט זענען נישט געווען ארויסגעווארפן פון די ערשטע קהילה, און אזוי אויך האבן די מענטשן נישט געהאט קיין הלכה טענה'ס אויף די ערשטע קהילה.

6) ביי די מחלוקה פון מונקאטש - בעלזא, וואס דארטן זענען שוין יא די בעלזא געווען ארויס געווארפן, איז דא א תשובת מהרש"ג איבער דעם ענין ווי ער איז מברר אז טאמער עס איז געווען מחלוקת און מען קען זיך אפטיילן און דורך דעם וועט זיין שלום, ווייל מען וועט מער נישט זיין געבונדן צי די ערשטע קהילה, איז מותר זיך אפצוטיילן.

7) אזוי אויך איז פארהאן א תשובה אין מהרש"ג אז א קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט בהיתר (ווי שוין פריער דערמאנט ווען עס איז מותר)  דארף שוין מער נישט זיין געבינדן צום אלטן קהילה, און מען מעג האבן אן אייגענע שוחט, און כ"ש זיין מסדר קידושין אנעם רשות פונעם רב פון די אלטע קהילה, "און אפי' דער בי"ד רופט אויס אז דער קידושין אין פסול, איז עס א דבר בטל"

8) לענינינו, דאס איז זיכער אז מען האט זיך געמעגט אפטיילן (עיין אות 6), און אויב אזוי איז זיכער אז מען קען מסדר קידושין זיין אליין אן רשות.

9) בנוגע די בריוו וואס רביה"ק האט געשריבן איז געווען א פלאץ ווי עס איז נישט געווען קיין עקסטערע קהילה, נאר פשוט איינער האט געברענגט א אנדערע מסדר קידושין, און דאס איז אויך געווען ביים כנסת יחזקאל.

10) דאס חוץ וואס מען קען דן זיין צו ער איז אפי' מרא דאתרא, און צו דא איז די הלכה פון גלילות, ווייל די הלכה פון גלילות איז געווען ווען דאס האט באלאנגט צום שטאט, זיי האבן נישט געהאט קיין אייגענע ת"ת, מקוה, ביהמ"ד, וכדו' וואס דא איז דאך יא דא. ועוד. ועוד.

ותפילה לקל בורא עולם שילמדו תועים בינה.


בייגעלייגט קאפיס פון די תשובת מהרש"ג חלק ה'

לערנט גיט אדורך קודם תשובה סימן ס"ח ווי ער איז מבאר אז א קהילה וואס האט מחלוקת מעג מען זיך צוטיילן, אויב מען קען נישט לעבן בשלום אינאיינעם, [וואס אזוי איז דאך די מצב אין ק"י, נישט קיין חילוק ווער עס איז שולדיג, צוטיילן מעג מען זיך], נאכדעם לערנט אדורך סימן ס"ט, אז א קהילה וואס איז צוטיילט געווארן בהיתר (ווי דערמאנט אין סימן ס"ח, ווען מען מעג זיך צוטיילן), מעג מען אליין מאכן סידור קידושין. מערקט אן זיין אינטעסאנטען לשון "שהכריזו הבי"ד שאינן קידושין, זה וודאי דבר בטל הוא, ואי אפשר להאמין כזאת על ת"ח.

 

[נ.ב. אויך איז אינטערסאנט אדורך צו לערנען סימן ס"ז, ווי ער פסק'נט אז אייגענע מוסדות קומען פאר "כולל שומרי החומות")

[בילד – נישט אפגעהיט]




[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]




תוקן על ידי המהדרין ב- 14/02/2010 17:14:13

בעלהסבר » 14/2/2010 23:36

איך מיין אז ס'איז א טעות צו פארגלייכן דעם מצב אין קרית יואל צו די מחלוקה אין מונקאטש אויף דער מהרש"ג האט געשריבן זיין תשובה.
ווייל דארט האט זיך גערעדט אז ביידע צדדים זענען ערליכע אידן קדושים וטהורים.

עס איז מער גלייך צו די פרשה אין קלויזנבורג ווי דער גלאסנער האט נוטה געווען צו ציונות, און אלע גדולי ישראל האבן גע'טענה'ט אז ס'איז א מצוה פון אים זיך אפצוטיילן און מאכן א עקסטערע קהלה, און דער הייליגער עצי חיים, און נאסוידער רב און רביה"ק זי"ע, האבן מחזק געווען די קהלה, כאטש דער גלאסנער האט געשריגן אז ער איז מרא דאתרא.


סעננדר » 14/2/2010 23:47

דעס גיהער שוין פאר FIVEBORO ער איז זייער באקאנט אין מחלק זיין די מציאות'ער

זמן_כפרה » 15/2/2010 00:28

סעננדר וואס אטאקירסטו לעצטנס היימישע שרייבערס,
האט איינער געהעקט דיין קאמפיטער און שרייבט מיט דיין ניק,
אז די ווילסט געבן פאר FIVEBORO פארוואס דארף עס גיין  אויף בעל הסבר'ס חשבון,
ער זאגט דאך דברים של טעם,

זיכערמאן » 15/2/2010 01:09

איך מיין אז מ'דארף אויפקומען מיט עפעס פריש!
גענוג געווען מיט די קאטשקעס און בני יואל!!

עפעס חדשות האט איינער?

זיכערמאן » 15/2/2010 01:13

חוץ מזה וויל איך פאר דיר YESWECAN3 מסביר זיין אז:

מ'פרעגט נישט קיין קשיא אויף א מעשה!

זמן_כפרה » 15/2/2010 01:15

עס ליגט נישט און אינזער האנט,
דארפסט וויסן אויב יענע האבן אויף געגעבן,
ווילאנג יענע געבן נישט אויף זענן מיר און קאמפ אויף ציריק,
בלאט: 1 2 3 4 5 6