איך ווייס נישט וואס ער איז מרבה,
אזוי פיל ווייס איך,
אז ער האט אויפגעהאדעוועט א דור
וואס לויטן רמב"ם דארף זייער יחוס גאר א ערענסטע בדיקה, וזה לשונו
וכל מי שהוא אכזרי, יש לחוש לייחוסו.
אויב בחרים קענען זינגען (פאסוגע) נגינים בשעת צרתו פון א אנדערע איד,
און די אפעציעלע צייטונג זייערע שפאסט נאך אפ פון יענעם'ס צרות,
און מאכט זיכער אז א בחור זאל ח"ו נישט האבן אפילו א פאר אדער א נאך געפיל,
און יעדער איינציגע ארוני בארעכטיגט דאס,
יא א יעדע איינציגע ארוני, אפילו די וואס האבן פארשטאנן די עולה וואס איז דאן געטון געווארן,
האט ער געדעקט זיין פארטיי און איר פארענטפערט,
און מיט דעם דערשטיקט זיינע נאטירלעכע אידישע געפילן,
עס מיז דא באצייכנט ווערן אז דאס איז נאר א טיפה מן הים פון אידישע הארץ ווייטאגן און טרערן וואס איז דורך זיי נתרבה געווארן במשך די לעצטע 3 צענדליג יארן,
האט איר שוין געזען אמאל ווי אזוי א הינגעריגע חיה אדער בהמה כאפט זיך צי צי א שטיקל פלייש?
אט אזוי גענוי זעען זיי אויס בשעת א צרה פון א איד וואס באלאנגט נישט צי זיי,
גלייך ווערן זיי מאמינים און שכר ועונש אויף יענם'ס עבירות און אויפן חשבון פון יענעם'ס בלוט,
און זיך צי בארעכטיגן באניצן זיי זיך מיטן ירחיק עדותו טאקטיק און זענען מטיל מום בקדשים און ברענגן מעשיות וואס איז באשאפן געווארן ספעציעל פאר סדום בעטל צוועק אז ווען מען טוט א מעשה שפלה וואס פאסט נישט לייגט מען ארויף די פריעדיגע צדיקים אויפן סדום בעטל און שנייד זיי אראפ ביז צי זיין מאס רח"ל,
אלזא היוצא לנו מכל זה איז אזוי ווי דער רמב"ם זאגט
וכל מי שהוא אכזרי, יש לחוש לייחוסו.
דאס איז אמאל זיכער אז דאס האט ער מרבה געווען במידה גדושה ליידער,