היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

262 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2755567
בלאט: 1 2 3 4 5 6

YESWECAN3 » 10/2/2010 23:05

יא

moishe12 » 10/2/2010 23:13

איך האלט גראדע אז נישט
אבער לאמיר זאגען טאמיר יא וואס העלפט דאס יעצט לגבי רא"ט ?

FiveBoro » 10/2/2010 23:18

דער הייליגער ברך משה האט געשטעלט מהר"א אלס מרא דאתרא. (בכתב צו בעל פה. דאס איז קיין ספק נישט. דאס איז נישט געווען אין די יארן וואס ער איז געווען נישט געזונט. דאס האט ער געזאגט אז ער וויל און דאס האט ער געוואלט און אויף דעם איז ער גרייט געווען אויף די אלע חצים ובלסטראות וואס ער זיך נעבעך אריינגעכאפט אין זיין לעבן, פון די אלע בני יואלע צדיקים/רוצחים.)

באמת, אויב האלטסטו אז דער ברך משה ז"ל איז נישט געווען מרא דאתרא, איז אונזער שמועס גענצליך איבריג.
אבער מצידי קענסטו ווייטער פרעגן.

YESWECAN3 » 10/2/2010 23:33

זיי נישט בייז..

1# די ברך משה האט קיינמאל נישט געשטעלט ר' אהרן אלץ מרא דאתרא נישט בכתב ווייל סאיז נישט דא  קיין קאנסוס..אין נישט בל פה ווייל סאיז נישט דא אזא טעיפ.. די איינציגסטע זאך וואס איז דרך אגב יא דא בכתב איז אז ר' זלמן לייב מעג אויך מסדר קדישין זיין אין קרית יואל...
2# אפילו די וועסט מיר יא ברענגען א ראיה אז די ברך משה האט געמאכט ר' אהרן פאר מרא דאתרא האט עס נישט קיין האפט..ווייל א מרא דאתרא קען נישט איבער געבען זיין בענקעל פאר א אנדערען...סאיז נישט אזוי רבנות.. עס גייט נישט מיט ירושה! אין קיין איין שטאט אין דערהיים איז נישט געווען אזא זאך אז א מרא דאתרא האט איבער געגעבן זיין זיץ פאר א צווייטען...ווייל מען קען נישט..!   אדער דארף קהל עם אויף נעמען אדער דארף זיין וואלען טאמער סאיז דא א קעגענשאפט...

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 10/02/2010 23:37:54

כלהנערים » 10/2/2010 23:39

אויב דער ברך משה האט ממנה געווען ראט פאר מרא דאתרא, איז ער מרא דאתרא ביים ברך משה אינדערהיים נישט אין קרית יואל, ווען קרית יואל'ע איינוואוינער וועלן אים ממנה זיין דעמאלט וועט ער זיין מרא דאתרא פאר זיי, אין מעמידין פרנס על הציבור אא"כ נמלכין עם הציבור, איין מרא דאתרא איז נישט בכח אויפצונעמן נאך מרא דאתרא'ס ווייל ער איז א מרא דאתרא, און אוודאי נישט א טאטע דעם זוהן,
 

כלהנערים » 10/2/2010 23:47

מצידי קענסטו ווייטער פרעגן

YESWECAN3 » 10/2/2010 23:53

ברעקינג!! איינער מיט די נאמען (FiveBoro) איז פארלארען געווארען! חברה שומרים דקרית יואל איז שוין איין געשפאנט אין די זיך אקציע...אזו גייט עס מיט די חלה דעקלעך... ווען מען שטעלט זיי צי די וואנט אין מען האט נישט וואס צי ענטפערען ציען זיי אפ....

כלהנערים » 11/2/2010 00:01

ס'איז נישט נאר די 5 שטאקיגער וואס איז פארלוירן געווארן, אויב דו באמערקסט איז שוין א גאנצע וואך וואס זיי... זענען נישט געקומען אין חדר...

זעט אויס פרשת משפטים ווער ס'האט נישט געקענט ענטפערן, האט געהאט יענע וואך די פלאה, לאמיר מתפלל זיין פאר דיןתורה סקאטמאלן גערעכטער וכו' זיי זאלן האבן א רפואה שלימה בקרוב, און קענען צוריקגיין אין חדר און ענטפערן.. 

פארציילער » 11/2/2010 00:01

ער וועט קימען באלד מיט א נייע נאמען

YESWECAN3 » 11/2/2010 00:09

איך האב שלעכטע נייעס פאר דיר..דיין שמחה וועט נישט אנהאלטען פאר צי לאנג..פארגעס נישט מארגען קימט ארויס די בלאט...אין די מינוט וואס ער האט די בלאט אין די האנט איז ער דא צירוק...מיט א פרישע ספין...

moishe12 » 11/2/2010 00:32

נאכאמאל קלאר
דער ברך משה איז נישט געווען קיין מרא דאתרא
אין לי יהא אז יא האט ער נישט געקענט אוינעמען קיינעם נאך עם
אין לאמיר זאגען אז ער האט יא געקענט האט ער דאס נישט געטיען נישט בכתב אין נישט בעל פה
יעצט גערעכטער פינעף שטאקעדיגער סקאט מאלען זיי געזינט

FiveBoro » 11/2/2010 00:35

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב דער ברך משה האט ממנה געווען ראט פאר מרא דאתרא, איז ער מרא דאתרא ביים ברך משה אינדערהיים נישט אין קרית יואל, ווען קרית יואל'ע איינוואוינער וועלן אים ממנה זיין דעמאלט וועט ער זיין מרא דאתרא פאר זיי, אין מעמידין פרנס על הציבור אא"כ נמלכין עם הציבור, איין מרא דאתרא איז נישט בכח אויפצונעמן נאך מרא דאתרא'ס ווייל ער איז א מרא דאתרא, און אוודאי נישט א טאטע דעם זוהן,
 


1) איך האב אנגעהויבן דעם שמועס מיט א שאלה, פארוואס - און אויב - די סקווערע רבי איז מרא דאתרא אין סקווער. וואס מיין איך צו זאגן? דא איז נישט א שטאט וואס דער עולם האט געבויט און דערנאן גערופן אויפנעמען א רב. דער שטעטל האט געבויט די רבי ז"ל און עס איז זיינס. און זיין יורש איז געווען דער הייליגער ברך משה ז"ל, וועלכע האט דאס געגעבן פאר זיין זון "ווען ער איז געווען געזונט". (יעצט קום זיי מיר מסביר אז איז "אלס" געווען געזונט).

2) לו יהא אז די תושבים דארפן אין אויפנעמען, האב איך דיר גרויסע נייעס, ס'איז שוין געווען עטליכע מאל משך די לעצטע פאר יאר א "רעפערענדום" איבער די רבנות!.. ביי די ווילידש וואלן איז נישט געווען "קיין איין" נישט-הייסע-ארוני וואס האט געוועהלט פאר די ארונים. (מ'קען דא מער מאריך זיין אויב סעט זיין א פארלאנג). און יעדעס מאל האבן די ארונים געווינען מיט לערך 1000 שטימען. (יא! געפעלשטע!.. לוזערס)

און איך האב דיר נייעס. איך בין אויסדרוקליך גרייט צו מאכן וואלן אויף די רבנות אין קרית יואל!
נאר, איך און דו ווייסן זייער קלאר אז גארנישט גייט זיך נישט טוישן. אויב איר וועט פארלירן וועט איר "גארנישט" גורע זיין ]ון וואס איר טוט היינט. (הכסטנס מיט אנדערע תירוצים) זיי מודה.

3) מיט יעס ווי קען קען איך מיך נישט טענה'ן. זיי נישט ברוגז. ביסט נישט פאר מיר.

zibala » 11/2/2010 01:08

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


1) איך האב אנגעהויבן דעם שמועס מיט א שאלה, פארוואס - און אויב - די סקווערע רבי איז מרא דאתרא אין סקווער. וואס מיין איך צו זאגן? דא איז נישט א שטאט וואס דער עולם האט געבויט און דערנאן גערופן אויפנעמען א רב. דער שטעטל האט געבויט די רבי ז"ל און עס איז זיינס. און זיין יורש איז געווען דער הייליגער ברך משה ז"ל, וועלכע האט דאס געגעבן פאר זיין זון "ווען ער איז געווען געזונט". (יעצט קום זיי מיר מסביר אז איז "אלס" געווען געזונט).
אין סקווער איז נישט געווען אז רוב מנין ובנין האבן נישט געוואלט אים פאר מרה דאתרא, און אויב יא איז ער טאקע נישט, אפשר פארדעם לאזט ער א צווייטן מסדר קידושין זיין אין עטרת טשארנא

2) לו יהא אז די תושבים דארפן אין אויפנעמען, האב איך דיר גרויסע נייעס, ס'איז שוין געווען עטליכע מאל משך די לעצטע פאר יאר א "רעפערענדום" איבער די רבנות!.. ביי די ווילידש וואלן איז נישט געווען "קיין איין" נישט-הייסע-ארוני וואס האט געוועהלט פאר די ארונים. (מ'קען דא מער מאריך זיין אויב סעט זיין א פארלאנג). און יעדעס מאל האבן די ארונים געווינען מיט לערך 1000 שטימען. (יא! געפעלשטע!.. לוזערס)
שעפעלע טייערער - נשים און בחורים קענען נישט שטימען פאר רבנות אמט אין שטעטל - און איינואונערס וואס זענען נישט קיין US CITIZTNS האבן יא א רעכט צו שטימען
און אויב פון דא נעמסט זיך א ראי' אויף רבנות - וויל איך אייך אינפארמירן אז וואדבעררי איינוואונער זענען נישט געווען ערלויבט זיך צובאטיילגן אינעם עלעקשאנס

און איך האב דיר נייעס. איך בין אויסדרוקליך גרייט צו מאכן וואלן אויף די רבנות אין קרית יואל!
אפילו דיין רבי געווינט די עלעקשאנס איז ער נישט קיינעם מחייב פאר דריי טעמים 1) איינס פאר אונז איז ער א שייגץ 2) פאר אים זעמער אונז ערגער ווי גוים ווי ס'נישטא קיין דין מרה דאתרא, 3) ס'נישט קר"י
נאר, איך און דו ווייסן זייער קלאר אז גארנישט גייט זיך נישט טוישן. אויב איר וועט פארלירן וועט איר "גארנישט" גורע זיין ]ון וואס איר טוט היינט. (הכסטנס מיט אנדערע תירוצים) זיי מודה.

3) מיט יעס ווי קען קען איך מיך נישט טענה'ן. זיי נישט ברוגז. ביסט נישט פאר מיר.

YESWECAN3 » 11/2/2010 01:17

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]



1) איך האב אנגעהויבן דעם שמועס מיט א שאלה, פארוואס - און אויב - די סקווערע רבי איז מרא דאתרא אין סקווער. וואס מיין איך צו זאגן? דא איז נישט א שטאט וואס דער עולם האט געבויט און דערנאן גערופן אויפנעמען א רב. דער שטעטל האט געבויט די רבי ז"ל און עס איז זיינס. און זיין יורש איז געווען דער הייליגער ברך משה ז"ל, וועלכע האט דאס געגעבן פאר זיין זון "ווען ער איז געווען געזונט". (יעצט קום זיי מיר מסביר אז איז "אלס" געווען געזונט).


 ווען קרית יואל'ע איינוואוינער וועלן אים ממנה זיין דעמאלט וועט ער זיין מרא דאתרא פאר זיי, אין מעמידין פרנס על הציבור אא"כ נמלכין עם הציבור, איין מרא דאתרא איז נישט בכח אויפצונעמן נאך מרא דאתרא'ס ווייל ער איז א מרא דאתרא, און אוודאי נישט א טאטע דעם זוהן,



2) לו יהא אז די תושבים דארפן אין אויפנעמען, האב איך דיר גרויסע נייעס, ס'איז שוין געווען עטליכע מאל משך די לעצטע פאר יאר א "רעפערענדום" איבער די רבנות!.. ביי די ווילידש וואלן איז נישט געווען "קיין איין" נישט-הייסע-ארוני וואס האט געוועהלט פאר די ארונים. (מ'קען דא מער מאריך זיין אויב סעט זיין א פארלאנג). און יעדעס מאל האבן די ארונים געווינען מיט לערך 1000 שטימען. (יא! געפעלשטע!.. לוזערס)


ביי די ווילידש וואלן גייען די בני יואל נישט וואטען ווייל זיי האלטען אז די גאנצע ווילידש איז יהרג ואל יעבור..
אדרבה אז ענק זענען אזו זיכער אז ענק זענען רוב אין שטעטעל! דעמאלטס מאכט וואלען ווער סאיז די מרא דאתרא...
העטעך..פעטעך...געט נאך נישט קיין כח מרא דאתרא! די פאקט איז אז סאיז געווען וואלען ווער עס זאל זיין די מעיאר פין די
ווילידש...נישט ווער עס זאל זיין מרא דאתרא..


און איך האב דיר נייעס. איך בין אויסדרוקליך גרייט צו מאכן וואלן אויף די רבנות אין קרית יואל!
נאר, איך און דו ווייסן זייער קלאר אז גארנישט גייט זיך נישט טוישן. אויב איר וועט פארלירן וועט איר "גארנישט" גורע זיין ]ון וואס איר טוט היינט. (הכסטנס מיט אנדערע תירוצים) זיי מודה.

אויב מען מאכט וואלען פאר מרא דאתרא..אין ר' אהרן געווינט הייב איך אויף ביידע הענט אבער געגאנגען...


3) מיט יעס ווי קען קען איך מיך נישט טענה'ן. זיי נישט ברוגז. ביסט נישט פאר מיר.



האסט איין ברירה! נעם דיך רעדען צי דער זאך....




FiveBoro » 11/2/2010 03:36

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


אפילו דיין רבי געווינט די עלעקשאנס איז ער נישט קיינעם מחייב פאר דריי טעמים 1) איינס פאר אונז איז ער א שייגץ 2) פאר אים זעמער אונז ערגער ווי גוים ווי ס'נישטא קיין דין מרה דאתרא, 3) ס'נישט קר"י


אה! הוא הדבר אשר דיברתי לאמור.

פארוואס זאל איך מיך טענה'ן מיט ענק זיבעציג מאל פארוואס ער איז מרא דאתרא, אדער גאר מאכן בחירות פאר די רבנות, (וואס איך וואלט גראדע זייער געוואלט עס זאל פארקומען, אייער סורפרייז איז מיר א הנאה) ווען בהאי שעתא זענט עט'ס מודה אז אפילו ווען ער זאל זיין א תורה'דיגע מרא דאתרא וועט עט'ס אויך נישט פאלגן וואס די תורה הייסט?!

שטייט ערגעץ אז ווען "פאר אונז איז ער א שייגעץ" ווערט די הלכה אנדערש? אז די מרא דאתרא איז א שייגעץ, פוץ ארויס פון זיין שטאט! גיי דיר צו דיינע צדיקים!
ער האט ליידער גע'ירש'נט דעם שטאט, ער האט ליידער סטרא אחרא'דיגע נאכשלעפער וואס באטרעפן א רוב אין שטאט, וואס האבן דא די א"ג ערליכע אידן צו זוכן? מאכטס א ערליכע שטאט פאר די ערליכע אידן מיט ערליכע מרא דאתרא (אוי גייט מען זיך שלאגן דארט!... מארגשטערן-שטויבער-ראזנפעלד-קויפמאן-טענענבוים-וואלדמאן-גאלדבערגער (א"מ) גייען אלע זיין מרא דאתרא, וואלדמאן-הירש-ראזנער-פריעדמאן-בראך-שווימער-כהנא-סטרולאוויטש-טירנויער-קרויס-בראווער-בירנבוים-וכו' גייען אלע זיין ראש הקהל, ס'גייט זיין יו"ט... אוי, הלואי ווען עטס האטס ווען א שטעטל.. )

כלהנערים » 11/2/2010 03:51

בארא, איך ווייס נישט ווער זיבעלע איז און וואו ער באלאנגט.. אויב ווילסטוך ארויפזעצן אויף זיינע ווערטער דאן האב איך דיר טאקע נישט וואס צו ענטפערן ווייל איך וואלט אזאנס נישט געשריבן און איך האב אויך נישט קיין ענטפער אויף דעם


לאמיר צוריקגיין,


 

zibala » 11/2/2010 03:58

 אז ווען "פאר אונז איז ער א שייגעץ" ווערט די הלכה אנדערש? אז די מרא דאתרא איז א שייגעץ, פוץ ארויס פון זיין שטאט! גיי דיר צו דיינע צדיקים!"
דער חתם סופר האט אונז געלערנט אז אויב דער רב איז א שגץ מאכט מען א טיילונג אפילו דער נעלאג איז מרה דאתרא,
קאשויער רב און מהר"א לייטנער און להבדבחל"ח קארלסבורגער רב שליט"א זענען יעדער באזונדער גדולים בתורה אזווי דער מטבח אהרן און עגל דבש און הר' בצ"ל מיטן אמסטערדאמער צונאזאם, זיי האבן געפסקנ'ט אז דער יוד איז עובר אויף יהרג בל יעבור און ער פארטוישט גאט פאר א פאר טאלער, נו היעלה על הדעת אויב אזא רב זאל מסדר קידושין זיין פאר מיינע קינדער??
אויסע ר זיינע אנדערע "קליינע" עבירות ווי למשל עובר זיין אויפן חרם דרב"ת ווי ער מיט זיין האניג קוכן (אג"ד) האבן איבער געמאכט א גט וואס דאס איז לית מן דפליג אז ס'איז אסור (אגב דער ערשטע בי"ד'ס חטא איז געווען אז ער האט ר"ל געשיקט א הזמנה צום א יוד וואס זאגט אויפן טעיםא  "אז די וועסט מיר שיקן א הזמנה וועל איך גיין צו דין תורה, ואמכ"ל)

והשנית ער האט נישט געירשנ,ט די שטאט, דע שטאט איז נישט זיין אייגענטום און למעשה האבן רוב תושבים בימים ההם זיך מתנגד געווען צו זיין התמנות, (קוק נאך די ליסטע פון תושבים בימים ההם און זאג מיר ווער די רוב איז...)

והשלישית לפנים משורת הדין האמער זיך געמאכט א פרישע שטאט מיט תלמידי רבינו (און נישט תלמיד הרח"ם מויזניץ) אין וואדבארי ניו יארק, נאר וכל זה איננו שווה לי, און אינז האמער ב"ה אייגנע ראשי קהלה אן עקשטיין פאטאקי סעגעדין גרובער פישער
אונז האמער פון ענק גארנישט פארלאנגט נאר עס זאלטס אונז לאזן מנוחה, זארגט ענק נישט אויף אונזערע עבירות מאך זיכער אז ענקער רבי זאל שערן האר פורים

כלהנערים » 11/2/2010 04:05

1) סקווער, האסט געפרעגט א גוטע שאלה, איך דארף נאך פרעגן א סקווערער פארדעם אבער אויסענוויניג, געדענק איך נישט די סקווירא תושבים זאל האבן געווארפן שטיינער מיט ארענדשעס אדער נאכשרייען אדער פארלאנגען וואלן, כ'האף דו פארשטייסט כ'האב דיר דעס שוין איינמאל געשריבן, מ'קען אויפנעמן א מרא דאתרא דורך טובים, וואלן, רעגירונג, ירושה, געימבלן, ווילאנג קיינער איז נישט קעגן די התמנות,

וויאזוי ס'איז געווען אין סקווער ווייס איך נישט אבער אין קרית יואל איז געווען א אפענע התנגדות און פאר דו ביסט מדמה סקווער צו קרית יואל ברויך מען קודם איבערגיין די סקווירא היסטאריע

כלהנערים » 11/2/2010 04:11

זיבעלע דו ביסט זייער גערעכט ס'איז אבער א אנדערע סובזשעקט, ווען מ'רעדט פון וואלן רעדט מען פון וואלן מיש נישט אריין דעמאלטס שגץ.. 

א גוטע נאכט חברה 

FiveBoro » 11/2/2010 04:12

מסכים צוריקצוגיין.

לויט ווי איך זעה רעדסטו נישט פונעם "יעצטיגן" מציאות, דו רעדסט ענדערשט פון היסטארי. (הרוצה לשקר ירחיק עדותו). גוט לאמיר רעדן היסטארי. דו זאגסט אז רוב שטעטל איז געווען קעגן זיין התמנות. קענסט מיר דאס אויפווייזן? אדער איך דארף דיר גלייבן ווייל "יעדער [פון ענק..] ווייסט"...

zibala » 11/2/2010 04:15

כ'האב דער געגעבן א אזשאב נעם די ליסטע פון תושבים פון בימים ההם, און קוק ווי זיי שטייען היינט

FiveBoro » 11/2/2010 04:28

דו גיבסט מיר א דשאב? א הארציגן דאנק.

אז דו ווילסט מיר אבער אויפווייזן, ווייז מיר אויף. גיב מיר נישט קיין ארדער'ס ווייל איך וועל מיך נישט מטריח זיין פאר דיר...

(אגב: דו שרייבסט "ווי זיי באלאנגען היינט".  מעיק אפ יור מיינד. ווילסט גיין מיט די יעצטיגע מציאות? אדער מיט די דעמאלסדיגע?!)

zibala » 11/2/2010 04:31

איך בין נישט קיין נביא - איך קען קוקען אויף די איינוואונער פון בימים ההם און דיר זאגן וואס זיי האבן האלטן אויף דעם א.ג. ראף

FiveBoro » 11/2/2010 04:41

וואס זיי "האבן" געהאלטן? דאס איז יא גוט.

לאמיר זעהן. אבער זאג מיר נישט אויף קיין שום זאך "יעדער ווייסט" אדער "ס'איז א פאקט". נאר ווייז מיר אויף.

zibala » 11/2/2010 04:52

חלה דעקל

סעננדר » 11/2/2010 05:14

U GOT IT

ער וויל פון גארנישט הערן

איין זאך

יחי אדונינו מורינו ורבינו צדיק דורינו יחי יחי

סאטמארפלעק » 11/2/2010 05:52

כ'וועל דיר אי"ה ברענגן די ליסטע פון די איינוואוינער לאמיר אנהייבן מיט די גרינגערע חלק, קודם די ז טובי העיר געשטעלט דורך רביה"ק זי"ע

ר' לייביש לעפקאוויטש ע"ה
ר' יוסף אשכנזי ע"ה
ר' עזריאל גליק
ר' סענדער דייטש ע"ה
ר' שלמה מיכל ראזנער
ר' משה פריעדמאן (מקרית יואל)
ר' שלמה זלמן סאנדער ע"ה

FiveBoro » 11/2/2010 06:01

לפי ידיעתי זענען אטע די אלע אונטערגעשריבן אויפן קאנסוס. (איך האב נישט דעם קאנסוס, אבער איך מיין אז דו ווייסט אויך אזוי. אויב דו ווייסט אנדערש זאג מיר).

סאטמארפלעק » 11/2/2010 06:05

אגב די ערשטע חתונה אין קרית יואל איז געווען צווישן ר' יודא לייב ווייס ע"ה און ר' הערשל שווארץ, די חתן ר חנני' יו"ט ליפא שווארטץ, די בדחנים ר' ישראל דוד ווייס ע"ה און ר' שלמה יעקב געלבמאן. אהרונים טייערע אויב איר זענט נישט באקאנט מיט די נעמען איז זענט העפליך איינגעלאדענט אין די זעכציג היימישע בתי מדרשים אין קרית מיר וועלן אייך באקאנט מאכן מיט זיי אדער זייערע אייניקלך

סאטמארפלעק » 11/2/2010 06:06

בארא פארק, פארדריי נישט די שמועס, די שמועס איז ווי זענען די אלע היינט? אדער ווי האבן זיי זיך געדרייט פאר זיי זענען אוועק, מאך דעם חשבון

סאטמארפלעק » 11/2/2010 06:06

דער בויער פונם שטעטל: חיים צבי ליימזידער 

FiveBoro » 11/2/2010 06:09

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

לויט ווי איך זעה רעדסטו נישט פונעם "יעצטיגן" מציאות, דו רעדסט ענדערשט פון היסטארי. (הרוצה לשקר ירחיק עדותו). גוט לאמיר רעדן היסטארי. דו זאגסט אז רוב שטעטל איז געווען קעגן זיין התמנות. קענסט מיר דאס אויפווייזן? אדער איך דארף דיר גלייבן ווייל "יעדער [פון ענק..] ווייסט"...


מ'קען רעדן אדער: ווער האט "יעצט" רוב שטעטל, אדער: צו האט רוב שטעטל מסכים געווען "דעמאלס" אים אויפצונעמען.

כאפסט?

למעשה האבן דיינע פארגייער אויסגעוועהלט צו רעדן פון דעמאלס.

FiveBoro » 11/2/2010 06:11

נאכאמאל קלאר: איך דארף א באווייז אז רוב שטעטל האט "בשעתו" נישט מסכים געווען צום רבנות (נאר געווארפן אראנדשעס און עפלעך כלשון איינע פון די חברים דא). ס'איז לגמרי נישט נוגע וואו זיי באלאנגען היינט. שטימט?

סאטמארפלעק » 11/2/2010 06:42

סוי זאג מיר יעצט וואס מיינט ביי דיר א באווייז, דארפסטו טאקע א צעטיל אינטערגעשריבן פון רוב איינוואוינער, האלסט טאקע אז זיי האבן זיך דערווייגט ארויסצוגעבן א בריוו קעגן דעם ברך משה'ס (דעמאלס'דיגער) ווילן? די איינציגסטע וועג (לכאורה) ווי אזוי צו וויסן וויפל אידן האבן אים געוואלט אדער נישט איז צו זען יעצט נאך דעם טעראר ווען מען קען שוין ארויסקומען אפען, מי ומי ההולכים. (א חוץ דעם וואס מיר פערזענדליך דארפן נישט קיין ראיות מיר האבן קבלת אבות, אונזער טאטעס האבן אונז אזוי געזאגט)

סאטמארפלעק » 11/2/2010 06:43

כוויל פשוט וויסן צו עס לוינט זיך מיר אנברענגן די צייט און פארשאפן די ליסטע.

זמן_כפרה » 11/2/2010 06:59

אויף אלעס וואס דער בלאט וויל דיר איינרעדן
ווער עס איז א תלמיד חכם ווער עס איז א עם הארץ ועוד ואין קץ לדברי רוח אויף דעם  דארפסטו נישט קיין ראיות,
ווען די וועסט זיין א אמתדיגע מבקש צי וויסען אויף יעדע זאך וואס די גלייבסט די אמדיגע ראיות דאן איז שייך צי רעדן, דערווייל האב איך דאס נישט געטראפן ביי קיין ארוני,
ער דארף ראיות ווען די טריקענע פאקטן זאגן אנדרשט ווי ער וויל הערען,
ער דארף פאקטן ווען די ראיות דינען נישט זיינע אינטערעסן,

איך וויל נישט פארשעמן די חלה דעקעל וואס מקורן במנהגי ישראל וועל איך זיי נישט אנריפען אזוי
אבער א יעדער פארשטייט פון וואס מען רעד.


תוקן על ידי זמן_כפרה ב- 11/02/2010 07:02:25

FiveBoro » 11/2/2010 07:01

סאטמארפלעק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
(א חוץ דעם וואס מיר פערזענדליך דארפן נישט קיין ראיות מיר האבן קבלת אבות, אונזער טאטעס האבן אונז אזוי געזאגט)

אונזער גאנצע שמועס איז באמת איבריג, צוליב די דאזיגע וועטער. דו וועסט קיינמאל נישט איינזעהן דעם אמת, ווארום "מיין טאטע האט מיר געזאגט". וויסן זאלסטו אז דיין טאטע האט פיינט געהאט דעם הייליגן ברל משה זי"ע און ער האט פרובירט אים מצער צו זיין יעדע ריר. איבערגעדרייט דעם ביהמ"ד יעדן טאג מיט א צווייטע סיבה. וויזשניץ, סקול דיסטריקט, ישיבה עצי חיים, ת"ת ויואל משה, וואלן, קראצמעך ביימער, מזוזות, ועוד ועוד, און דאס איז שוין געווען א המשך פון די רדיפות שאין לשער וואס ער האט נעבעך מיטגעמאכט ביים לעבן פונעם היילגן דבר"י ז"ל, און דאס פארגאסענע בלוט פונעם הייליגן ברך משה וועט דיין טאטן נישט אפשוינען. (ער איז טאקע דיין טאטע?...) און די אלע וועלכע האבן פיינט געהאט דעם ברך משה, די אלע האבן אוודאי אויך - און שפעטער נאך מער - פיינט געהאט זיין גרויסן זוהן וועמען עס האט געבלוטיגט זיין טאטנס מנוחה און האט זיך אנגענומען בכל כוחותיו פארן טאטן'ס כבוד.
טא אויב גייסטו פשוט בדרך האבות, דאן איז נישטא קיינע פראגעס דא. אז מ'האט אלע יארן געמעגט מסר'ן, טרונקן בלוט מיט א שטרוי, און וואס נישט.. מעג מען יעצט מסדר קידושין זיין. פארוואס דען נישט. (אבער, וויסן זאלסטו, אז "אלע" פריערדיגע ערליכע אידן האבן מעריץ געווען און געשטיצט און אנערקענט דעם ברך משה אלס סאטמאר רב, און זענען בפירוש געווען קעגן די רשעים\צדיקים פון בני יואל ואביזריהו. אנגעהויבן ביי אלע חברי הבד"ץ און געענדיגט ביי די פארבליבענע צדיקים א שטייגער ווי הרה"ק רבי יענקעלע ז"ל).

לענינינו, דאס וואס דיין טאטע האט דיר איינגערעדט אז די גאנצע שטעטל איז געווען קעגן ר' אהרן, דאס א פרעכע שקר. יא, עס זענען געווען רידערער. יא. און טאקע גרויסע קנאקערס, די זעלבע קנאקערס וועלכע האבן טאקע מצער געווען זיין טאטן יעדן טריט און שריט, די זעלבע האבן דא אויך גערודערט. און טאקע דערפאר - און צוליב אלעס איבריג - האט דער ברך משה זיי שפעטער ארויסגעשליידערט פון אונזער הייליגע קהילה.

סאטמארפלעק » 11/2/2010 07:16

ווער האט דיר געזאגט אז ער איז "יא" אויפגענומען געווארן אלץ רב, נישט דיין טאטע? סתם אזוי פון דער בלאט? אדער אנאנדערע שרייבער ערגעץ ווי אויף היידפארק? פון נעמסטו וואס די זאגסט אז "מיין טאטע" איז געווען א רודעדער? און דיין טאטע איז גווען דער בארואיגער? קענסט מיר ברענגן א באוויייז אז ער איז געווארן ערוועלט אלץ רב אין קרית יואל מיטן פולן הסכמה פון "רוב" איינוואונער פון קרית יואל? דאס ווייסן מיר דאך אלע אז עפעס איז ער נישט געפאלן פאר א "טייל" פון קרית יואל, טו ברענג מיר א באווייז אז ער איז געווארן אויפגענומען על פי הלכה אלץ מרא דאתרא?

FiveBoro » 11/2/2010 07:40

סאטמארפלעק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פון נעמסטו וואס די זאגסט אז "מיין טאטע" איז געווען א רודעדער? און דיין טאטע איז גווען דער בארואיגער?

פון דא:



[בילד – נישט אפגעהיט]








[בילד – נישט אפגעהיט]

kj1234 » 11/2/2010 17:59

ברענגען צעטליך וואס רוב פין דע האבן דעמאלטץ געזאגט אין די וואס האבן געהאט קאראש האבן געשריבן איז נישט אינטרסאנט יעצט

פארשטייצעך » 11/2/2010 20:09

דאס וואס מען האט גענוצט אויף ראט דעם טיטל "קרית יואל'ער רב" מאכט נישט אז ער איז הלכה'דיג געווארן קרית יואל רב, און נישטאמאל האבן די רבנים דן געווען איבער זיין רבנות אין קרית יואל.
מען האט זיך באצויגן לגבי אים לויט דעם טיטל וואס ער האט זיך גערופן.

און בימים ההם איז נאכנישט געווען איינגעפירט אז מען רופט זיך אקוראט ווי יענער,
ווייל דאס האט ערשט ר' אהרן שפעטער מחדש געווען אין וויליאמסבורג אז עס קען זיין צוויי קהל יטב לב'ס אין די זעלבע שטאט, און מיט די צייט איז דאס געווארן א סטאנדארט אין באבוב, אין קרית יואל
ממילא זע איך נישט קיין שום פראבלעם אז צוויי מענטשן זאלן טראגן דעם טיטל "אב"ד קרית יואל"!

פארשטייט זיך אז לגבי סידור קידושין האט דאס אפילו נישט קיין שייכות, אזוי ווי מען זעט אין תשובה ספרים, אז אויב מען האט זיך פולשטענדיג אפגעטיילט פון א קהלה אין די שטעט אין אייראפע, ווערט גע'פסק'ט קלאר אז דער רב פון איין קהלה קען נישט מחייב זיין די מענטשן פון די אנדערע קהלה, זיי האבן נישט קיין שייכות.

FiveBoro » 11/2/2010 20:10

עס ווערט געזוכט א וואלונטיר וואס זאל איבערטייטשן די אויבנדערמאנטע ווערטער פון קעי-דשעי-איין-צוויי-דריי-פיר, וואס דער עולם אין אלגעמיין פארשטייט נישט קיין איין ווארט, וגם אני בתוכם.

קעי דשעי, אויב איז די רעדע בלויז פון האבן "די לעצטע ווארט", דאן איז גענוג אז דו ענטפערסט אין קורצן: חלה דעקל!

FiveBoro » 11/2/2010 20:23

פארשטייצעך. איך האב דראדע נישט געברענגט די בריוון צו ווייזן אז זיי רופן אים מרא דאתרא (די רויטע ליינס זענען געקומען פון דארט וואו איך האב געקאפיט די בילדער פון), הגם דאס איז אויך זייער א שטארקע זאך און דיין תירוץ דערויף אז זיי האבן אזוי געשריבן ווייל ער האט זיך אזוי גערופן אי זייער א נארישער תירוץ. אבער איך שיהי' איז די אישו דא געווען פון וואו איך ווייס אז די בני יואל זענען געווען די פארפירער און בלוט-צאפער. און דאס האב איך געוואלט ווייזן וואס די גדולי ישראל האבן געהאלטן.

בנוגע וואס דו זאגסט וועגן עקסטערע קהילה אזוי ווי אין וומ"ס, שתי תשובות בדבר. ערשטנס, אין וומ"ס האט מען צוערשט גערופן צו די"ת און עטס האטס מסרב געווען. נו, איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר זיך אפצוטיילן און אוועקנעמען די נאמען קיט"ל, משא"כ אין קרית יואל, האט איר פרובירט צו רופן צו דין תורה? חלומסטו דען אז דו האסט עפעס א טענה עפ"י תורה? אז יא, אדרבה! לאמיר זעהן, שיק א הזמנה פון א בי"ד כשר! ווארט נישט, שיק שוין. ווייל ווילאנג דו שרייבסט נאר אויף היידפארק זעהט עס אויס ווי דו ביסט א לוזער.
שנית, אין וומ"ס איז נישטא קיין מרא דאתרא, איז די אפטיילונג גענצליך אנדערש. פונקט ווי פאפא מעג דארט האבן א קהילה, מעגן אויך זיבן סאטמאר'ס האבן קהילות דארט. משא"כ אין קרית יואל, דאס האט דער דבר"י געבויעט, און עס איז זיינס, און דער הייליגער ברך משה האט עס גע'ירש'נט און ער האט - מיט די חתימה (לישר שאת) פון די ז' טובי העיר - ממנה געווען זיין זוהן אלס רב אין שטאט (ווען ער איז געווען געזונט). טא אויב האלט איינער אז דער ברך משה אדער זיין זוהן זענען נעלויגן, ברויך ער פארלאזן דעם שטאט און זיך זוכן א פלאץ פאר ערליכע(?) אידן. אבער אין דעם שטאט עפענען א קהילה? און נאך נוצן דאס אלס תירוץ אויף ווייטערדיגע שקצערייען? דאס אליין איז טאקע דער עוולה! די גאנצע עקזיסטענץ פון א קהילה אין קרית יואל איז נגד התורה! ממילא נוץ דאס נישט אלס א תירוץ, ווייל דאס מאכט די קשיא גרעסער.

פארשטייצעך » 11/2/2010 21:38

אויף די עצם רבנות פון ראט אין קרית יואל זענען געווען אסאך מערערים תיכף ומיד, וועלכע האבן פארלאנגט וואלן.
און וועגן דעם האט מען אים נאר געמאכט אלס מסייע,
ס'איז דעמאלט ארויסגעקומען א קונטרס וואס האט מסביר געווען אז ס'איז דא א הלכה אז אן אלטער רב מעג נעמען א מסייע אן דארפן דורכגיין וואלן.
ער האט פונקציאנירט אלס שליח פון ברך משה, און דער ברך משה האט שפעטער געגעבן רשות אויך פאר רבינו שליט"א צו עפענען מוסדות און מסדר קידושין צו זיין.

און וויליאמסבורג האט דער ברך משה ממנה געווען זיין זון מהרי"י שליט"א, אלס רב הקהלה, און לגבי די קהלה איז ער דער מרא דאתרא, אבער ראט קען נאר הלכות מרא דאתרא אין קרית יואל, אין וויליאמסבורג האט ער געעפנט א אייגענע קהלה מיטן נאמען קהל יטב לב, זיך צו קריגן מיטן מרא דאתרא, און טראץ דעם איסור פון די דיינים פון די קהלה ובראשם הגאון האדיר דער ראב"ד שליט"א הגריח"מ פר"מ שליט"א, וועלכער איז פערצופאל אויך דער רבו מובהק פון ראט, האט ער זיך אריינגעפיפן, און געמאכט אין בלאט פון זיין רבי'ן און די אנדערע דיינים כל מיני ביליגע ליצנות וואס איך וויל אפילו נישט נאכשרייבן.

קרית יואל האט רביה"ק זי"ע געבויט, און לאחר פטירתו האט מען אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע פאר ממלא מקומו, און ער האט געגעבן רשות בחייו פאר ביידע פון זיינע קינדער צו עפענען מוסדות און מסדר קידושין זיין.

לאחר פטירת הברך משה זי"ע עקסזיסטירט אין קרית יואל צוויי קהלות אונטערן נאמען "קהל יטב לב".
איין קהלה שרייט אז רא"ט איז מרא דאתרא, און איין קהלה שרייט אז מהרי"י שליט"א איז מרא דאתרא.
הגאון ר' געציל בערקאוויטש שליט"א  דומ"ץ קרית יואל,   זאגט אז  רא"ט    איז מרא דאתרא
הגאון ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א     דומ"ץ קרית יואל,   זאגט אז  מהרי"י  איז מרא דאתרא
עס איז קלאר אז מען דארף נעמען רשות פונעם מרא דאתרא, די שאלה איז נאר ווער איז מרא דאתרא?

דער גאון וצדיק שארמארשער רב שליט"א האט גע'פסק'ט אז מהרי"י שליט"א איז מרא דאתרא,
און ער האט טאקע פון אים גענומען רשות מסדר קידושין צו זיין.

באלד וועל איך ממשיך זיין ווייטער..


תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 11/02/2010 21:42:17

FiveBoro » 11/2/2010 22:05

פאר דו ביסט ממשיך, ס'איז נאך דא צופיל ביז אהער צו רעדן..

בנוגע די מערערים ווען מ'האט אים אויפגענומען, כזעה האסט שוין נאכגעלאזט פונעם שקר אז "רוב שטעטל" זענען געווען קעגן די התמנות. האב איך גוט פארשטאנען? אויב יא, דאן איז ער געווארן מרא דאתרא. אויב נישט, פארלאנג איך א באווייז אויף די בלעטל היסטארי וואס איר האט באשאפן.

בנוגע דעם ברך משה צו ער האט געגעבן רשות פאר ביידע זוהן צו מסדר קידושין זיין. על כגון דא נאמר: "זיי אים נישט מסביר דיין תשובה, ווייל ער פארשטייט עס אליינס סאך בעסער ווי דו קענסט אים עס מסביר זיין". איך און דו ווייסן אין וואסערע מצב דער הייליגער ברך משה זי"ע איז דאן געווען, און אויך וייס מיר ביידע אז בריוון האבן זיך געגליטשט פון הונטער די הענט, און קיינער האט נישטאמאל געזעהן פאר וויכטיג צו מברר זיין צו דאס איז טאקע כתי"ק, ווייל לו יהא אז יא, איז דאס נישט מדעתו. אני כשלעצמי, קלער איך ניטאמאל אז ער האט די בריוון געשריבן.

און בנוגע וומ"ס, איר האט געקריגן א הזמנה לדין תורה פון א בי"ד כשר, און מ'ווארט נאך היינט אז איר זאלט זיך שטעלן צו א זבל"א. אן אריינגיין צו איר זענט געווארן מסרבין לדין און פארלוירן די חזקת כשרות ביי כלל ישראל, אלנפאלס קענסטו קיין טענות נישט האבן אז זיי האבן געעפנט א אייגענע קיט"ל, ווארום עפ"י תורה זענען זיי קיט"ל און אלע ענקערע בנינים זענען ביי ענק בגניבה.

סקאטמאלען » 11/2/2010 22:07

אויב דער ברך משה איז געווען מרא דאתרא ביז זיין פטירה, איז אינגאנצן אירעלעווענט צי בשנת תשמ"ה האט רוב קרית יואל געוואלט ר' אהרן צו נישט, ווייל דער רעדע איז דאך דאן נישט געווען צו אויפנעמען ר' אהרן אלס מרא דאתרא, נאר א מסייע וואס אויף דעם ברויך מען נישט קיין וואלן, אזוי זאגסטו דאך

הערשט בשנת תשס"ו נאכן פטירה פונעם ברך משה איז נולד געווארן דער שאלה ווער איז דער נייער מרא דאתרא ר' אהרן צו ר' זלמן לייב, יעצט מ'זאל גיין בתורת רוב, דארף מען זעהן ווער עס האט געהאט דער רוב בשנת תשס"ו נישט למפרע תשמ"ה, און די מציאות הדבר איז אז זייט תשנ"ט איז שוין צענליגע מאל געווען א רעפערענדום אויף ר' אהרן'ס הנהגה און האט שטענדיג געהאט א קלארע רוב. צווישן 500-1200 שטימען.

דאס מיינט רוב שטאט וויל ר' אהרן ואחרי רבים להטות. ס'פשוט נישט קיין יושר אז רז"ל וואס רעפרעזענטירט דער מיעוט זאל זיך ארויפצווינגן אויף רוב תושבי קר"י.

נפל » 11/2/2010 22:22

סקאט

ווילידש וואלן איז קיין ראי', להלכה זיכער נישט!

זאג די אליינס פארוואס! (אויב ווייסטו נישט וועל איך דיר אויסזאגן)

אויף ר' אהרן'ס הנהגה אין קרית יואל איז קיינמאל נישט געווען קיין הלכה'דיגע וואלן.

פארשטייצעך » 11/2/2010 22:26

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב האלט איינער אז דער ברך משה אדער זיין זוהן זענען נעלויגן, ברויך ער פארלאזן דעם שטאט און זיך זוכן א פלאץ פאר ערליכע(?) אידן.
אבער אין דעם שטאט עפענען א קהילה? און נאך נוצן דאס אלס תירוץ אויף ווייטערדיגע שקצערייען? דאס אליין איז טאקע דער עוולה!
די גאנצע עקזיסטענץ פון א קהילה אין קרית יואל איז נגד התורה! ממילא נוץ דאס נישט אלס א תירוץ, ווייל דאס מאכט די קשיא גרעסער.

דער ברך משה אליין האט געשריבן "לבני אהרן" אז ער האט מועל בשליחות געווען, ווייל ער איז געגאנגען בערכאות של עכו"ם.
ממילא איז קלאר אז זענען דא ערליכע אידן ותלמידי חכמים, וועלכע האלטן אז דער ראט איז נישט ראוי צו זיין א רב בישראל, און זיי האבן מורא אז ער וועט אוועקפירן זייערע קינדער מדרך הקבלה, ומדרך רבותינו, מעגן און דארפן טאן אלעס וואס ס'איז ביכולתם זיך פון זיי אפצוטיילן.

און ניין!
מיר דארפן נישט אוועקפארן פון קרית יואל, נאר דא אין קרית יואל עפענען אייגענע ערליכע קהלות.
אזוי איז געווען אין דערהיים אין אונגארן, ווען מען האט געעפנט ארטאדאקסישע קהלות, כאטש די נעלאגישע ראבינערס האבן נישט מסכים געווען, אזוי איז געווען אין עטליכע שטעטלעך בהסכמת רביה"ק זי"ע, ווען געוויסע רבנים זענען פארכאפט געווארן אין ציונות וכדומה, האבן די ערליכע אידן געעפנט אייגענע קהלות, און דער רב האט פאר זיי מסדר קידושין געווען אן רשות פון דעם נעלאגישן (אדער אפילו ארטאדאקסישן) מרא דאתרא.

עס איז קלאר אין די ספרי שו"ת אז אויב די אפגעטיילטע קהלה האט נישט קיין שום שייכות מיט די אנדערע קהלה זענען זיי נישט אונטערגעווארפן תחת מרותם כי הוא זה. און עס קען זיין צוויי קהלות אין איין שטאט, אזוי איז געווען אינדערהיים אין אסאך שטעט.

ביי אונז אין קרית יואל עקזיסטירט עקסטערע קהלות לכל דבר, בית מדרש, בית חינוך, בית השחיטה, בית עלמין, בית אופה.
ממילא איז קלאר אז דער מרא דאתרא פון קהל יטב לב (רא"ט) קען נישט ארויפצווינגען זייער מרא דאתרא אויף אנדערע קהלות.

דאס וואס מען האט מתקן געווען אז א מרא דאתרא דארף מסדר קידושין זיין, איז לכתחילה געווען כדי דער רב זאל האבן דערפון פרנסה, אויך ווערט געברענגט אז איינער וואס קען נישט בטיב גיטין זאל נישט מסדר קידושין זייין.
וואס ביי אונזער פאל איז דאס נישט שייך, ווייל רא"ט האט א גוטן געהאלט פון זיין קהלה, און דערצו האט ער דעם סקול דיסטריקט פאר פרנסה בריווח...
און די קהלה פון קהל יטב לב (מהרי"י) אדער קהל בני יואל, זענען נאך צו סיי וועלכע צייט אזעלכע ערליכע אידן ווי ראט'ס קהלה, און זיי שטייען על המשמר עס זאל חלילה נישט פארקומען קיין הפקרות.
ווער רעדט נאך פון דעם רב מובהק וגדול בתורה, הגאון הגדול משארמאש שליט"א, וואס יראתו קודמת לחכמתו, וואס יעדער פארשטייט דאך אליין אז יעדע חופה וקידושין וועט ווערן דורכגעפירט מיט גרויס ערנסטקייט און אחריות, 
היעלה על הדעת אז איינער זאל קענען אויף אזא קידושין מוציא לעז זיין חלילה?
עס ווערט קלאר געברענגט אין די פריערדיגע פוסקים אז מען דארף בכלל נישט חושש זיין אויף די אנדערע קהלה.

המשך וועט באלד קומען....

FiveBoro » 11/2/2010 22:27

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

2) לו יהא אז די תושבים דארפן אין אויפנעמען, האב איך דיר גרויסע נייעס, ס'איז שוין געווען עטליכע מאל משך די לעצטע פאר יאר א "רעפערענדום" איבער די רבנות!.. ביי די ווילידש וואלן איז נישט געווען "קיין איין" נישט-הייסע-ארוני וואס האט געוועהלט פאר די ארונים. (מ'קען דא מער מאריך זיין אויב סעט זיין א פארלאנג). און יעדעס מאל האבן די ארונים געווינען מיט לערך 1000 שטימען. (יא! געפעלשטע!.. לוזערס)

און איך האב דיר נייעס. איך בין אויסדרוקליך גרייט צו מאכן וואלן אויף די רבנות אין קרית יואל!
נאר, איך און דו ווייסן זייער קלאר אז גארנישט גייט זיך נישט טוישן. אויב איר וועט פארלירן וועט איר "גארנישט" גורע זיין ]ון וואס איר טוט היינט. (הכסטנס מיט אנדערע תירוצים) זיי מודה.

נפל, דו ביסט אויך מודה אז גארנישט וועט זיך נישט טוישן? טא פארוואס מאכן בחירות??

ווער עס האט די רוב, דאס קענסטו דאך זעהן ביי די ווילידש וואלן. ולא עוד, ווען עס וואלט געווען וואלן אויף רבנות וואלט "יעדער" ארוני געשטימט, און די חילוק וואלט געווען "גאר" גרויס. (אפגעזעהן אז ווען מגיבט ווען נישט קיין נעמען פאר וועם צו וועהלן, זאל ג-ט באהיטן וויאזוי ענקער צד וועט וועהלן.. איינער פאר מארגנשטערן איינער פאר שטויבער איינער פאר ראזנפעלד איינער פאר וואלדמאן איינער פאר טענעבוים וכו' וכו', לאמיר נישט פארקריכן).

פארשטייצעך » 11/2/2010 22:32

די קהלה פון בני יואל האט נאך א שטארקע הלכה'דיגע טענה, אז מיט דעם וואס מען האט זיי אויסגעשלאסן פון די קהלה, און צוגענעומען אלע רעכטן פון די קהלה, אפילו אויף לאחר מאה ועשרים. מיט דעם האט רא"ט מרצונו הטוב אפגעזאגט זיין מרא דאתרא'שאפט, און פונקט ווי ער איז נישט צוגעבינדן צו זיי (וכלשונו: איך בין זיי גארנישט שולדיג), האבן זיי אויך נישט קיין שום התחייבות צו אים....

בלאט: 1 2 3 4 5 6