היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

262 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2755567
בלאט: 1 2 3 4 5 6

YESWECAN3 » 15/2/2010 06:16




תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 15/02/2010 06:18:02

YESWECAN3 » 15/2/2010 06:18

זיכערמאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
חוץ מזה וויל איך פאר דיר YESWECAN3 מסביר זיין אז:

מ'פרעגט נישט קיין קשיא אויף א מעשה!


ביטע זיי מסביר וואס די ווילסט... ווער פרעגט קשיות אין אויף וואס?

סעננדר » 16/2/2010 05:27

בעלהסבר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך מיין אז ס'איז א טעות צו פארגלייכן דעם מצב אין קרית יואל צו די מחלוקה אין מונקאטש אויף דער מהרש"ג האט געשריבן זיין תשובה.
ווייל דארט האט זיך גערעדט אז ביידע צדדים זענען ערליכע אידן קדושים וטהורים.

עס איז מער גלייך צו די פרשה אין קלויזנבורג ווי דער גלאסנער האט נוטה געווען צו ציונות, און אלע גדולי ישראל האבן גע'טענה'ט אז ס'איז א מצוה פון אים זיך אפצוטיילן און מאכן א עקסטערע קהלה, און דער הייליגער עצי חיים, און נאסוידער רב און רביה"ק זי"ע, האבן מחזק געווען די קהלה, כאטש דער גלאסנער האט געשריגן אז ער איז מרא דאתרא.


 

גערעכט 

אגוטןטאג » 19/2/2010 06:41

[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 21/2/2010 22:40

אצינד האב איך ערהאלטן די פארלאנגטע כתב קאנסוס פאר האדמו"ר מהר"א שליט"א אלס רב אין קרית יואל.

[בילד – נישט אפגעהיט]

א דאנק פארן ניק וואס האט מיר דאס אריינגעשיקט אין אישי.

FiveBoro » 21/2/2010 22:45

איך וועל פארגרינגערן דאס ליינען צוויי שורות:

[בילד – נישט אפגעהיט]


רבי אהרן טייטלבוים שליט"א
לכהן פאר ולשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו הקדושה קרית יואל


(נאכאמאל: איך בין נישטא מער אויף קיין זינלאזע וויכוחים. הצלחה רבה)

נפל » 21/2/2010 22:46

די קאנסוס איז פאלש ווייל מען הערט קלאר אויפן טעפ ווי יענער זאגט "ווי איז די בעזרת השם יתברך?"

רשכבהגולם » 21/2/2010 23:01

דער לשון פון זיין קונסוס איז זייער קלאר,

וימלא אחר כ"ק אדמו"ר שליט"א אב"ד דקהלתנו להיות שלוחו כאן בעירנו נושא דבר קדשו בהוראת חכם וכו...... למען יאריך ימים על ממלכתו


דא איז דא צוויי נקידות


איינס,

אזוי ווי די מרא דאתרא וואינט נישט דאהי,

און מען דארף האבן א לאקאלע שליח פונעם מרא דאתרא,

נעמט מען עם אויף צי זיין א שליח פון אב"ד דקהלתנו,

פארשטייט יעדער בר דעת אז אויב דער משלח לעבט נישט, איז נישט דא מער קיין שליח,

אפגערעד פון דעם אז ער האט עם שוין געמאכט אויס שליח בחיו,

איז אפילו לטענתם אז דער בריוו איז נישט אמת, איז ער געווארן אויס שליח מיט די פטירה פון אב"ד דמתא,


צוויי,

א יעדער ווייסט און פארשטייט

אז די דאזיגע ווערטער פינעם פסוק וואס מען לייגט אריין און א קונסוס

למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל

דאס מיינט אז עס בלייבט ביי עם און עס גייט ווייטער בירושה,

און אזוי איז טאקע געשטאנען און ברך משה'ס קונסוס,

און דארט ווי מען פירט זיך אז עס גייט נישט בירישה

נאר קהל וועילט אויס א נייע רב 

האט מען דעם פסוק אדער נישט אריין געשריבן

אדער האט מען געשריבן נאר למען יאריך ימים על ממלכתו

וואס דאן מיינט דאס א ברכה אויף א ארוכת ימים,

און אט אזוי שטייט און חתן דינן קונסוס,

איז, ווי אזוי זאלסט נישט דרייען איז ער נישט דאהי קיין מרא דאתרא, נאר אזוי ווי דער חשובער דיין האט געזאגט ער איז בלויז א רב און א בית המדרש,

לויט בני יואל איז ער נישט רב ווייל ער איז נישט קיין ערוועלטע רב,

נאר פארקערט רוב ציבור האט דאן נישט מסכים געווען,

לויט אנשי מהרי"י איז ער געווען נאר א שליח פון טאטען,

און דער טאטע האט נאך בחיו אוועק געומען זיין כח פון צו זיין זיין אויסשליסליכע שליח בק"י בכתב יד קדשו,

לויט אנשי ר"א איז דער בריוו פאלטש,

אבער אפילו דער בריוו איז פאלטש איז ער געווארן אויס שליח בעת פטירתו מן העולם פינעם משלח,

בנוסף לזה, וויבאלד עס שטייט און די קונסוס פינעם טאטן הוא ובניו

וואלט נאר געווען נישט מער ווי רוכטיג

מען זאל דאס אויך שרייבען און זיין קונסוס

אזוי ארום זאל א יעדער פארשטיין

אז דער הוא ובניו פונעם ברך משה'ס קונסוס גייט ארויף אויף עם

און אז מען האט נישט אזוי געשריבן

איז זיין התמנת געווען בלויז נאר א שליחת און נאר ווילאנג דער משלח לעבט.

ער קען ווערן צירוק א שליח נאר אויב דער ברך משה'ס ממלא מקום רבנו שליט"א נעמט עם אויף אלס שליח,

 

ביז דאן איז האט ר"א

נישט קיין דין מרא דאתרא,

נישט קיין דין שליח,

נישט קיין דין ממלא מקום,

נישט קיין דין יורש,



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 21/02/2010 23:13:38

וואלןמה » 21/2/2010 23:09

בארא ביטע פארגרינגער אויך צו ליינען דע 2 שורות וואס שטייט גלילות, ס'זייער קליינע ווערטער כ'קען ס'נישט טרעפן

(נאכאמאל איך בין נישטא מער אויף זינלאזע וויכוחים, הצלחה רבה)

רשכבהגולם » 21/2/2010 23:14

[בילד – נישט אפגעהיט]0


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 21/02/2010 23:18:04

רשכבהגולם » 21/2/2010 23:25

לשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו
אזוי ווי דער מהרג"ב האט געזאגט, א רב און א שטאט מיינט נישט א רב פון א שטאט,
ביי א רב פון א שטאט דארף ווען שטיין רב ומרא דאתרא דעירנו,
און דא שטייט רב ומרא דאתרא בעירנו,
כלשון מהרג"ב, ער איז א רב און א בית מדרש, און דאס מיינט נישט רב און שטאט, 


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 21/02/2010 23:35:45

סעננדר » 21/2/2010 23:26

כ'מיין מ'קען מאכן א אשכול פארן דעבאטע חלק ב'

דער_אקס » 21/2/2010 23:27

ווי זעסטו די ווארט גלילות ווי דער ר' געציל זאגט קלאר אז סמיז זיין אויפגענימען אויך אין די גלילות צי קענען אסר'ן איינעם דארט מסדר קדושין זיין

רשכבהגולם » 21/2/2010 23:33

ווייטער שטייט להיות רב ומורה לקהלתנו,
דאס פארשטייט יעדער אז אזא לשון פאסט פאר א יעדע אידישע קהילה און וויליאמסברג אויך
און האט בכלל נישט קיין באדייט אז מען רעד דא פון א שטאטס רב, 
ווען יא, וואלט געדארפט שטיין דאס לשון רב לקריתנו אדער לעירנו,

נאכהער, ווערט נישט דערמאנט דאס ווארט גלילות, אזוי ווי דער_אקס האט שוין דערמאנט,

  


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 21/02/2010 23:37:37

אגוטןטאג » 21/2/2010 23:48

דעם בעזהשי"ת האט מען צוגעשריבן נאך די הכתרה.

בשעת די הכתרה הערט מען אויף טעיפ ווי דער פארליינער פרעגט "וואו איז בעזרת השם יתברך"?
ס'איז נישט געשטאנען.

המהדרין » 23/2/2010 07:55

FiveBoro כתב

"תשובה נצחית"! נסתר היסוד נפל הבנין

[בילד – נישט אפגעהיט]
ביאורים זענען איבריג (פאר ווער עס קען לשה"ק...)

זיבענבערגן » 23/2/2010 08:33

פינפער! כ'מיין ביסט גערעכט, ס'האט טאקע נישט קיין הסכמת רבני המדינה, אנגעהויבן ביי הגאון הגדול הצדיק הקדוש וכו' וכו' וכו' וכו' ר' בנציון לאוב שליט"א, וועמענס מיינונג מ'האט נישט אנגעפרעגט בשעת'ן זיך אפטיילן פון די גרויסע קהלה, [דוכט זיך אז ער איז נאך דעמאלטס נישט געווען בר מצוה...], ווי אויך הגאון הגדול הצדיק הקדוש וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א, וועלכער האט זיך גאר שארף ארויס געשטעלט דערקעגן.
ס'איז נאר געווען א בנין נערים, פון אזעלכע ווי מאנטיווידעא רב זצ"ל, להבחל"ח קארלסבורגער רב שליט"א [וועם דער בעל דברי יואל האט געשטעלט פאר דיין ...], וואס קומען נישט צו לקרלסוליו פון "לאוב".

ביאורים זענען איבעריג (פאר ווער עס קען לשה"ק...)

FiveBoro » 23/2/2010 08:40

זיבענבערגן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קארלסבורגער רב שליט"א [וועם דער בעל דברי יואל האט געשטעלט פאר דיין ...]

קארלסבורגער רב שליט"א האט מתיר געווען ענקער סידור קידושין?
אזוי האסטו געוואלט... וואו איז זיין חתימה?
כ'ווארט נאך... (מיט דיר צוזאמען..)


תוקן על ידי fiveboro ב- 23/02/2010 08:52:34

סקאטמאלען » 23/2/2010 18:14

יעדער רעכטדענקער מענטש פארשטייט קלאר אז בעת מ'האט אויף גענומען ר' אהרן פאר רב אין קרית יואל איז עס געווען בדעה אז ער זאל זיין א מרא דאתרא בלתי מוגבלת, בכל פרטי' ודיקדוקי', צו זאגן אז דער ברך משה האט שוין דעמאלטס חושש געווען אז אפשר וועט ר' אהרן נישט טויגן, און ער האט שוין דאן רעזערווירט זיינע רעכטן עס צו צינעמען, איז אבסורד אין נגד המציאות.

די אלע דוחקים וואס עטס פרובירטס צו ארויסלערנען, איז סתם זיך אנגעכאפט אויף א שטרוי,

 

למשל ענקער טענה אז ס'שטייט, "שליח", דאס איז סתם שטותים, ווייל ס'מובן מאילו אז א מרא דאתרא וואס איז אינטער סיי וועלעכער גרויסע חסידות ווי ס'דא א אדמו"ר שליט"א איז יעדער מרא דאתרא בכל המקומות אינטער דער אדמו"ר, דאס האט גארנישט ספעציעל מיט ר' אהרן'ס רבנות.

 

דער אנדערע טענה אז ס'שטייט בלויז קהלתינו, אוואדי שטייט קהלתינו, ווייל באותו זמן האט קרית יואל נאר געהאט איין קהלה אין ס'האט קיינעם דאן נישט עולה על הדעת געווען אז ס'וועט זיין נאך א קהלה בהיתר.

 

דאס וואס עס שטייט נישט הוא ובניו, איז א דבר פשוט אז ס'דא א יסודות'דיגער חילוק צווישן התמנות פאר א רבנות א לאקאלער מרא דאתרא, און א אדמו"ר / א רבי, ביי א לאקאלער רבנות איז געווענליך קיינמאל נישט געגאנגען בירושה, נאר אדמורו"ת, ווייל א מרא דאתרא איז א מנהיג פון א שטאט, און א אדמו"ר איז א מנהיג פון א עדה אידן אפגעזעהן ווי די אידן וואוינען, דאס איז 2 באזונדערע ענינים.

 

יעצט, אויב מ'זאל מיר אנעמען אז דער לעצטער בריוו פון ברך משה האט א תוקף להלכה, (ס'נישט פאלש וכדומה), דאן קען מען אפי' זעהן אז דער ברך משה אליין (אדער דער פעלשער, געוואנדן וועם די פרעגסט), האט גוט געוויסט אז ער קען להלכה נישט צינעמען וואס ער האט שוין געגעבן פאר ר' אהרן, ווייל להלכה, איינמאל מ'האט איינעם ממנה געווען פאר א מרא דאתרא, איבערהויפט ווען יענער דינט שוין דער פאסטן פאר לאנגע יארן, קען מען קיינמאל עס נישט צינעמען, דעריבער שטייט נישט קיין איין ווארט אז ער איז מבטל דאס רבנות, אדער אז ר' זלמן לייב זאל זיך זעצן במקומו פון ר' אהרן, ער שרייבט בלויז אז מ'זאל עפענען פרישע מוסדות. ווייל אויב ר' אהרן האט מועל געווען בשליחותו אין גייט נגד התורה, טראץ וואס מ'קען נישט צינעמען וואס מ'האט דיר שוין געגעבן, אבער ע"פ הלכה מעג מען זיך מאכן א קהלה נפרדה, אויב די אלטע קהלה ווערט געפירט נגד התורה, און די נייע קהלה האט זיך אפגעטיילט בהיתר.

 

איך מיין אז א פארשטענדליכע זאלויני וועט ענדערש גיין מיט דעם מהלך, פון קהלה נפרדה, וואס איז א גערעכטער טענה, ווי איידער זיך נעמען מדייק זיין אינעם קונסוס. און מ'זעהט אז די דייני הזולנים גייען אויך מיט דעם מהלך.

 

למעשה איז נאך געבליבן 2 פראבלעמען:

 

איינס, הניחא קהלות רז"ל האט נאך א תירוץ, אז זיי האבן זיך אפגעטיילט בהיתר, ברשות הברך משה, קענען זיי קלעימען אז זיי זענען א קהלה נפרדה, אבער בני יואל וואס איז בהווסדו נאסר פון די קהילות יט"ל, און די ביד"צ בירושלים, זייער קהלה איז לכאורה יא נגד הלכה, און אזאך וואס א בי"ד האט גע'אסר קען קיין קלענערע בי"ד נישט מבטל זיין אזוי זאגט די גמ' מס' ביצה.

 

צוויי, דער גאנצער היתר הענגט אויף א געשריבענע בריוו, וואס איז ערשינען ווען דער ברך משה איז שוין נישט געווען אזוי אין די פעדערן, ס'שוין געווען זייער פאר'נעפעלטע זמנים, ער איז געווען אין גאנצן קאנטראלירט פון בלויז דם שונאים פון ר' אהרן, ממילא אזא היסטארישע זאך ווי ער האט חרטה פון אזאך וואס ער האט שטענדיג געזאגט פארקערט ברבים בע"פ בימי חורפו, דארף מען שטארק חושש זיין צו דער בריוו איז נאמן, איבערהויפט אז ער האט קיינמאל זיך נישט געלאזט הערן זיין נייער חוות דעת ברבים, עכ"פ לחושש מיהו צריך.

דער_אקס » 23/2/2010 19:57

צי ווייסטו אויף וואס די בריוו וועגן בני יואל פין בי"ד איז געבויט?

חיים_מענדל » 23/2/2010 20:10

בעצם האלט אויך דער קאליסבורגער רב שליט"א אזוי ווי ר' געציל שליט"א נאר ער האט ווייזט אויס נישט געוואוסט בשעת'ן זאגן די שבע ברכות אז מ'רעדט טאקע דא פון די פסול'ע קידושין, איך האלט אז די מחותנים האבן אים גיט אריינגענארט...

פארשטייצעך » 23/2/2010 20:24

דו ביזסט פשוט נישט באקאנט.
דער ענין פון "שליח" האט מען זיך באנוצט להלכה אינעם קאנסוס, צו באווארענען די טענה פון די מתנגדים בימים ההם, וועלכע האבן פארלאנגט וואלן אויף די רבנות, אזוי ווי ס'פלעגט זיין אין שטעט אינדערהיים.
אזוי ווי מען האט זייער מורא געהאט פון וואלן, ביי וועלכע ר' אהרן וואס כמעט זיכער פארלוירן בימים ההם. האט מען זיך באנוצט מיט א הלכה וואס ווערט געברענגט אין תשובה ספרים, אז ווען א רב ווערט עלטער און ער האט נישט קיין כח קען ער נעמען א "מסייע" אן קיין וואלן.
וועגן דעם האט מען אריינגעשריבן "להיות שלוחו", ווייל ער פערזענליך האט נישט באקומען דעם כח פון א מרא דאתרא נאר אלס שליח פון זיין טאטע.

חיים_מענדל » 23/2/2010 20:24

אויב ביזטו נישט מכיר דעם ברך משה'ס בריוו ווייל ס'איז שוין געווען קפצו עליו זקנה וכדומה, קענסט דעמאלטס מבטל זיין אלע חתימות פון יעדן אלטען רב, יעדער האט געהאט גבאים, ואם כן אין לדבר סוף, דעריבער אראפ מיט דעם 

נפל » 23/2/2010 20:31

סקאט, אינם "קאנסוס" שטייט "מסייע" עס איז נישט דערמאנט "מרא דאתרא". (פלאים'דיג ווי איין שורה ווארפט א א ריזן תגובה)...

חיים_מענדל » 23/2/2010 20:31

איך האלט ס'נאריש מדייק צו זיין דעם לשון אינעם קאנסוס, מ'זעט נישט אין די תשובה ספרים אזא סארט נארישע דיוק, זיי ענדערשער מדייק דעם צווייטען בריוו פון ברך משה, אדער אז בכלליות האט דער קאנסוס נישט קיין האפט צוליב וואס דאס איז געשריבן געווארן נגד רצון הציבור כידוע, אבער זיך ארויפזעצן אויף די לשונות דעס איז קינדיש 

סקאטמאלען » 23/2/2010 20:35

לשון הקונסוס:

"לכהן פאר ולשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו הקדושה קרית יואל"

אגוטןטאג » 23/2/2010 20:44

"לכהן פאר ולשרת בקודש   כ ר ב ומרא דאתרא בעירנו הקדושה קרית יואל" 

כ'רב מיט א כף הדמיון.

אז ער כאטש ער האט נישט דעם דין רב, ווייל ער איז נישט ערוועלט געווארן, דאך וועט ער קענען טאן א רבנישע פונקציעס אלס שליח פון זיין טאטע.

סקאטמאלען » 23/2/2010 21:13

כ'רב, ק'רויט, ק'יגל, שטאקיגע לצנות, גוט פאר א פורים תורה 

וואלןמה » 23/2/2010 21:14

חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע.

5 בארא איז שוין גרייט מיט א פורים קידוש

אונז האמיר דא א מהרש"ג,
 די ערשטע תשובה איז ער מסיים, דע"י שנתפרדו זה מזה נעשה שלום והשקט א"כ יש טעם גדול להתיר החלוקה למען להשקיט המריבה והמחלקה
אין די צווייטע תשובה איז ער מסיים, ואין בהכרזה זו שום ממשות כי אין בכוחה לבטל קידושין גמורים
 
היצט וואס מיינט דער ע"ה ארויסצוברענגן מיטן משלב זיין, ואנחנו אין לנו אלא דברי רביה"ק זי"ע להפריד הזיווג ולחזור ולקדש בלא ברכה.. מה ענין שמיטה אצל הר סיני....

אפשר וויל ער זיכער מאכן אונז זאל מיר קיין מינוט נישט מסיח דעת זיין אז אונז שלאג מיר זיך מיט א חלה דעקל

בארא לייג כאטש נאר אריין די צווייטע תשובה מ'זאל נישט זען די ערשטע...

וואלןמה » 23/2/2010 21:29

וואס טוט זיך אויב אין אמעריקע איז נישט דא א רבני'שע קאנצעליי דאן קען מען לעולם דוד נישט שלום מאכן מיט א חלוקה !

חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע


תוקן על ידי וואלןמה ב- 23/02/2010 21:33:24

כלהנערים » 23/2/2010 21:40

די רעפארמער זענען געבליבן מיט די קאנצעליי, אפשר זאל מען אריבערגיין צו זיי בעטן א הסכמה אויף די חלוקה

מאנדרויער » 23/2/2010 22:21

די אהרונים, און סקאטמאלען בכללם, האבן מחדש געווען א פרעצעדענטלאזער וואזשנער אויפטו אין דיני מרא דאתרא וואס פאסט פאר די פריערדיגע...
 
מ'קען זאגן ממש בפה מלא: מקום הניחו להם להתגדר...


ביז תש"ע, האט כלל ישרא-ל נעבעך געמיינט, אז דאס וואס שטייט אין די גמ' אין ממנין פרנס על הציבור אא"כ נמלכין בציבור, און שפעטער האט דער ר"ת גוזר געווען בחרם חמור, איז מחייב דעם חלק כלל ישראל הנקרים אהרונים אויכעט,
 
דערווייל קען יך אהרן ארימען כדרכו: "איך בין געווען  דער ערשטער" - אויס צו שפילן משה רבינו און רבינו תם!!!

בשנת תשמ"ה, איז דער שטעטל געשטאנען פאר א וועלטס קריג בנוגע די התמנות.

70צו 80 פראצענט שטאט איז נישט מסכים. וויאזוי יט מען זיך אן עצה מיט די הלכה?  א המצאה, אהרן איז נאר א שליח. גוט.

בשנת תשס"ו איז דער משלח זצ"ל נסתלק געווארן. די הלכה זאגט: אין שליחות לאחר מיתה. נו וואס איז יעצט? "ער קען  נישט ווערן אויס רב, ער איז געווען געהעריגער רב ביז יעצט"!

דאס הייסט, ביי ביי ר"ת!! מ'קען אויסשפילן דיין תקנה. דער פריערדיגער רב מאכט מיר א שליח, און נאך דעם בלייב איך שוין מרא אתרא נגד רצון הציבור!!!

אגב, לויט דעם איז ר"ג דר מרא דאתרא, -לשיטתו, אז ער רבי האט אזוי מיסד געווען - ווייל בחיי רבינו איז ער דאך געווען דער שליח...

סקאטמאלען » 23/2/2010 22:53

מאנדרויער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


70צו 80 פראצענט שטאט איז נישט מסכים. וויאזוי יט מען זיך אן עצה מיט די הלכה?  א המצאה, אהרן איז נאר א שליח. גוט.



ווי האסטו דאס געהערט אז מ'האט געשריבן די ווארט 'שליח' כדי צי באפרידיגן די קעגענערס, א נייע מעשה, די ווייסט פון עפעס פארהאנדלונגען מ'האט געמאכט מיט די קעגענערס, איידערן שרייבן די קונסוס?

און וואס איז דיין באווייז אז דאס רוב איז געווען קעגן דאס התמנות, ווייל ס'געווען אפאר הויכע רידערערס, איך ווייז דיר שווארץ אויף ווייס, די לעצטע 10 יאר אז א קלארע רוב תושבי קרית יואל ווילן ר' אהרן, ווייז מיר אויף אז ס'געווען אנדערש פארדעם.

ס'נישט צום גלויבן וואסערע אבסורד מעשיות ווערן דא געבוירן אלעס נאר צו פארענטפערן ענקער סידור קידושין.

קודם שרייבט עטס מיט א זיכערקייט אז ס'שטייט נישט די ווארט מרא דאתרא, מ'ווייזט ענק אז ס'שטייט קלאר מרא דאתרא, קומט עטס מיט דידוקים, ס'שטייט נאר כף הדמיון, ד'עיר ב'עיר,  קהלתינו, שליח, וכו' וכו', געהעריגע פורים תורות

נישט צום גלויבן

 

רשכבהגולם » 23/2/2010 22:55

דא האט איר אויסצגן פינעם קונסוס

 

וימלא אחר כ"ק אדמו"ר שליט"א אב"ד דקהלתנו (ברך משה)
להיות שלוחו כאן בעירנו (ר"א)

 זעט עפעס אויס אז אב"ד דקהלתנו איז כ"ק אדמו"ר שליט"א (ברך משה) 
און ר"א איז נאר א שליח,

להיות רב ומורה לקהלתנו,
לקהלתנו קהל יטב לב, אזוי ווי שארמאשע רב איז  
רב ומורה לקהלתו קהל תפארת נפתלי 

לשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו

כלשון מהרג"ב, אז א רב וואס האט א בהמ"ד און א שטאט (בעירנו) איז נאך ניש קיין שטאטס רב,

למען יאריך ימים על ממלכתו
ווי איז די המשך הפסוק הוא ובניו בקרב ישראל צי פארזיכערן זיין עתיד,

רשכבהגולם » 23/2/2010 22:59

איך קען עס נאר פארענטפערן אויב איך וועל זאגן
אז קרית יואל האט געהאט 2 מרא דאתרא'ס ביז די פטירה פונעם ברך משה,

FiveBoro » 23/2/2010 23:03

"הנה יש לדון אם החלוקה מהקהלה הישנה נעשה בהיתר, כי הלא אינכם נאמנים כי אפשר אתם נוגעים בדבר"

איינער קען עברי טייטש?

קען מיר איינער ברענגען א לאנד-רב "אן א נגיעה" וואס האט מתיר געווען א חלוקה אין קרית יואל? געוויס נישט!
א איסור פון וועלט-רבנים, דאס האב איך יא געזעהן.

פארשטייצעך » 23/2/2010 23:05

סקאט 
בשעתו איז ארויסגעקומען א קונטרס מסביר צו זיין די רבנות פון פון און ס'איז דארט געווען מבואר דער ענין פון רב הזקן מיט א מסייע און א שליח פון מרא דאתרא.
און דער קאנסוס איז געווען געשריבן מיט גרויס דיוק

רשכבהגולם » 23/2/2010 23:08

באקומען אישי
דער ברך משה האט כמה פעמים געזאגט ברבים און קרית יואל
בכח מרא דאתרא בון איך מחייב  כך וכך,
בפרט ביי די סקול דיסטריק פרשה האט ער געזאגט ביי די דרשה א טאג פאר די וואלען וז"ל
איך בון דא מרא דאתרא, אויף דעם איז דאך נישט דא קיין חולק, מען האט מיך אויפגענימען דא און בהמ"ד
דער גאנצער ציבור איז דא געווען עכ"ל
אדרבא נעמטס אפיר די טעפ און איבערצייגט אייך אליין,
דער ברך משה האט פארשטאנען אז זיין זין'ס מרא דאתרא'שפט האט נישט קיין שום תוקף, 

FiveBoro » 23/2/2010 23:10

נישט באקומען אין אישי:

"הנה יש לדון אם החלוקה מהקהלה הישנה נעשה בהיתר, כי הלא אינכם נאמנים כי אפשר אתם נוגעים בדבר"

איינער קען עברי טייטש?

קען מיר איינער ברענגען א לאנד-רב "אן א נגיעה" וואס האט מתיר געווען א חלוקה אין קרית יואל? געוויס נישט!
א איסור פון וועלט-רבנים, דאס האב איך יא געזעהן.


רשכבהגולם » 23/2/2010 23:25

מאנדרויער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

בשנת תשמ"ה, איז דער שטעטל געשטאנען פאר א וועלטס קריג בנוגע די התמנות.

70צו 80 פראצענט שטאט איז נישט מסכים. וויאזוי יט מען זיך אן עצה מיט די הלכה?  א המצאה, אהרן איז נאר א שליח. גוט.

בשנת תשס"ו איז דער משלח זצ"ל נסתלק געווארן. די הלכה זאגט: אין שליחות לאחר מיתה. נו וואס איז יעצט? "ער קען  נישט ווערן אויס רב, ער איז געווען געהעריגער רב ביז יעצט"!

דאס הייסט, ביי ביי ר"ת!! מ'קען אויסשפילן דיין תקנה. דער פריערדיגער רב מאכט מיר א שליח, און נאך דעם בלייב איך שוין מרא אתרא נגד רצון הציבור!!!

אגב, לויט דעם איז ר"ג דר מרא דאתרא, -לשיטתו, אז ער רבי האט אזוי מיסד געווען - ווייל בחיי רבינו איז ער דאך געווען דער שליח...


זה מה שכתבתי למעלה
 

וויבאלד עס שטייט און די קונסוס פינעם טאטן הוא ובניו

וואלט נאר געווען נישט מער ווי רוכטיג

מען זאל דאס אויך שרייבען און זיין קונסוס

אזוי ארום זאל א יעדער פארשטיין

אז דער הוא ובניו פונעם ברך משה'ס קונסוס גייט ארויף אויף עם

און אז מען האט נישט אזוי געשריבן

איז זיין התמנת געווען בלויז נאר א שליחת און נאר ווילאנג דער משלח לעבט.

ער קען ווערן צירוק א שליח נאר אויב דער ברך משה'ס ממלא מקום רבנו שליט"א נעמט עם אויף אלס שליח,

 

ביז דאן איז האט ער

נישט קיין דין מרא דאתרא,

נישט קיין דין שליח,

נישט קיין דין ממלא מקום,

נישט קיין דין יורש,

וויכטיג » 23/2/2010 23:33

די אלע טענה'רייען זענען העטעך פעטעך, וואלט דער ר"א געווען א מענטש וואס איז ראוי צו זיין א רב איז אפשר שייך צו טענה'ן און אויפווייזן דעם אמת אז ער איז קיינמאל קיין מרא דאתרא נישט געווען, און יעצט אז דער טאטע האט אים אפגעזאגט אין א בריוו בשנת תשס"ב.

אבער, ווען מ'רעדט פון איינעם וואס איז בכלל נישט קיין "מענטש", א פרא אדם און ווייט פון ראוי לאותו איצטלא, איז א שאד די טענה'ריי..

רשכבהגולם » 23/2/2010 23:41

אויך גערעכט

נפל » 24/2/2010 00:28

קען מיר איינער צייגט ווי עס שטייט אין די קאנסוס כרב ומרא דאתרא? איך זעע עפעס אומליינבארע ווערטער... א אהרויני האט מחליט געווען אז דארט שטייט מרא דאתרא און עולם-גולם קייט אים נאך!

חיים_מענדל » 24/2/2010 00:58

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
"הנה יש לדון אם החלוקה מהקהלה הישנה נעשה בהיתר, כי הלא אינכם נאמנים כי אפשר אתם נוגעים בדבר"

איינער קען עברי טייטש?

קען מיר איינער ברענגען א לאנד-רב "אן א נגיעה" וואס האט מתיר געווען א חלוקה אין קרית יואל? געוויס נישט!
א איסור פון וועלט-רבנים, דאס האב איך יא געזעהן.

 
כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ביי זיין ערשטע באזוך אין קרית יואל הבירה האט ער אפגעשטאטעט איין באזוך אין קהל יטב לב 5 גארפילד און איין באזוך אין קהל יטב לב 10 גארפילד!
אנטשולדיגט אבער היידפארק שטעלט נישט צו קיין גרעסערע פאנט

אגוטןטאג » 24/2/2010 01:20

עס שטייט דארט בזה הלשון:

וימלא אחר כ"ק אדמו"ר שליט"א [רביה"ק בעל ברך משה זי"ע] אב"ד דקהלתנו, להיות שלוחו כאן בעירנו, נושא דבר קדשו בהוראת חכם, איש על העדה להנהיגם ולהוליכם.

 

אויך שטייט:

לכהן פאר ולשרת בקודש כרב ומרא דאתרא בעירנו הקדושה קרית יואל

 

טייל פון די אונטערגעשריבענע נעמען אויף דעם קאנסוס, וועלכע האבן שפעטער איינגעזען אז מען דארף האבן א בעסערן "שליח" לנהל עירנו בדרך התורה המסורה מאבותינו, רוב פון זיי זענען היינט חברי הנהלת הקהלה דקהל יטב לב דסאטמאר בנשיאות כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א

 

הק' משה טייטלבוים [זי"ע]

שלמה זלמן סאנדער, שלמה מיכל ראזנער, משה פריעדמאן, עזריאל גליק, חיים צבי ליימזידער, חיים ישראל מנחם שווימער, יוסף פנחס סטרולאוויטש, יודא לייב פלאהר, אברהם יעקב פאזען

סעננדר » 24/2/2010 03:41

פינעווער, איך קען נישט אזוי גוט לשון הקודש סא ביטע העלף מיר ארויס

אין מיינע אויגן איז דער יסוד פונעם פסק דין מדייני קהל יטב לב געבויט אויפן בריוו פונעם ברך משה, מיט דעם הייבט זיך אן דע בריוו און מיט דעם ענדיגט ער, ליתר שאת זענען זיי אויך מציין א דברי חיים מיט א אבני צדק, און צום לעצט ברענגן זיי אויך צו א מהרש"ג,

אפשר קענסטו מיר בארגן דיינע ברילן איך וויל אויך זען וויאזוי דער "יסוד" איז געבויט אויפן מהרש"ג.. און וויאזוי ס'ארבעט ווען דער מהרש"ג צעפאלט שלעפט ער אויך מיט אלע שכנים מיט זיך...

קענסט מיר שיקן אין אישי דיינע אינפארמעישן און מ'וועל מיר זיך אראפזעצן אויסארבעטן, לשה"ק, און וויאזוי מ'ליינט  א תשובה..

בכל אופן וואלט איך רעקאמענדעד די זאלסט איבערגעבן דיין המצאה פאר דער בלאט באהערדע, ס'וואלט געווען א שיינע זאך זיי זאלן עס אריינלייגן אלס א ענטפער... מה טוב ומה נעים אויב ס'וועט זיין אויף די פראנט פעידש.. 

 

סעננדר » 24/2/2010 03:55

אגוטןטאג, האסט א פוינט, דע אלע אינטערגעשריבענע מענטשן האבן קיינמאל נישט ליב געהאט ר' אהרן, און דו דארפסט נישט קיין בעסערע ראיה צו ווייזן אז דאס גאנצע התמנות איז א ליצנות, עפעס אנדערש האט געברענגט דאס התמנות ווי איידער רצון ודעת הקהל

רשכבהגולם » 24/2/2010 05:07

איך מיין דאס פלאץ פון דעם איז דא, איינער ברענגט דאס און א באזינדערע אשכול,

                     אבן העזר      הלכות פו"ר       סימן ב  

ב כל משפחות בחזקת כשרות ומותר לישא מהם לכתחלה ואף עפ"כ אם ראית ב' משפחות שמתגרות זו בזו תמיד (או שני בני אדם שמתגרים זה בזה) או ראית משפחה שהיא בעלת מצה ומריבה תמיד או ראית איש שהוא מרבה מריבה עם הכל ועז פנים ביותר חוששין להן וראוי להתרחק מהן שאלו סימני פסלות הם וכן הפוסל את אחרים תמיד כגון שנותן שמץ במשפחות או ביחידים ואומר עליהן שהן ממזרים חוששין לו שמא ממזר הוא ואם אמר להן שהם עבדים חוששין לו שמא עבד הוא שכל הפוסל במומו פוסל וכן כל מי שיש בו עזות פנים ואכזריות ושונא את הבריות ואינו גומל להם חסד חוששין לו ביותר שמא גבעוני:             


סעננדר » 24/2/2010 16:55

FIVE BORO האסט אנגעסקריבלט דעם אשכול מיט קידוש לבנה אותיות איינער זאל דיר ענטפערן, וואס ביסטו יעצט אוועקגעלאפן, קום צוריק...


איך קען נישט אזוי גוט לשון הקודש סא ביטע העלף מיר ארויס
 
אין מיינע אויגן איז דער יסוד פונעם פסק דין מדייני קהל יטב לב געבויט אויפן בריוו פונעם ברך משה, מיט דעם הייבט זיך אן דע בריוו און מיט דעם ענדיגט ער, ליתר שאת זענען זיי אויך מציין א דברי חיים מיט א אבני צדק, און צום לעצט ברענגן זיי אויך צו א מהרש"ג,
 
אפשר קענסטו מיר בארגן דיינע ברילן איך וויל אויך זען וויאזוי דער "יסוד" איז געבויט אויפן מהרש"ג.. און וויאזוי ס'ארבעט ווען דער מהרש"ג צעפאלט שלעפט ער אויך מיט אלע שכנים מיט זיך...
 
קענסט מיר שיקן אין אישי דיינע אינפארמעישן און מ'וועל מיר זיך אראפזעצן אויסארבעטן, לשה"ק, און וויאזוי מ'ליינט א תשובה..
 
בכל אופן וואלט איך רעקאמענדעד די זאלסט איבערגעבן דיין המצאה פאר דער בלאט באהערדע, ס'וואלט געווען א שיינע זאך זיי זאלן עס אריינלייגן אלס א ענטפער... מה טוב ומה נעים אויב ס'וועט זיין אויף די פראנט פעידש..

סקאטמאלען » 24/2/2010 17:28

חיים_מענדל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אויב ביזטו נישט מכיר דעם ברך משה'ס בריוו ווייל ס'איז שוין געווען קפצו עליו זקנה וכדומה, קענסט דעמאלטס מבטל זיין אלע חתימות פון יעדן אלטען רב, יעדער האט געהאט גבאים, ואם כן אין לדבר סוף, דעריבער אראפ מיט דעם 


לגמרי נישט, נישט יעדער אלטער רב מאכט אזא שארפן יו-טורן אויף דער עלטער, מיט בלויז א בריוו אדער א הוק-אפ פון די מרחקים, און נישט יעדער רב איז קאנטראלירט פון גבאים וואס האבן אן אגענדע.
בלאט: 1 2 3 4 5 6