היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

דעבאטע: סידור קידושין אין קרית יואל

262 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2755567
בלאט: 1 2 3 4 5 6

בארא » 1/3/2010 23:01

KJ שרייבט

די קהילת הארונים האבן איינגעלייגט וועלטן אז דאס זאל נישט געשען, זיי האבן געטון כל מיני השתדלות דאס אפצושטעלן, זיי האבן געוואלט פארידען פרייז אז ס'זאל זיין נאר "איין איינציגער" מסדר קידושין פון דא ביז נהר פרת ועד עבר הירדן, ביז ווי זיי שפירן און האלטן אז ס'הייסט נאך די גללים, אנטשולדיגט, די גלילות פון קרית יואל.. זיי האבן עס פארלוירן! פינטל.

אוי האסטו מיך געמאכט לאכען..

גערעכטער1 » 2/3/2010 00:12

נו, האט איר קראנטע באווייזען וואס פאר א דאמע פערשוינען די קרעציגע זענען, מען שרייבט זיי דברים של טעם, מען רעד צו זיי קלארע דיבורים, מען צייגט זיי איבער אז גארנישט האט זיך לעצטענס נישט געטוישט, דאס עפענען די בני יואל אין מוסדות אין הארץ פון קרית יואל איז געווען פיל פאכיג א גרעסערער פראסק פון די סידור קידושין, און מען האט דעמאלטס פיל פאכיג מער פארפירט דערויף ווי ביים יעצטיגער סידור קידושין סכסוך, דער ברך משה האט בשעתו געפירט מיט די בני המן א מלחמת חרמה, ס'איז דאן געפלויגן איסורים מכל קצוי תבל, מען האט זיי באטיטלט בני המן, קרעציגע, ווערעמדיגע, אלעס האט מען פראבירט כדי דאס זאל נישט צושטאנד קומען, און למעשה האבן די בני יואל טראץ די אלע שטרויכלינגען ווייטער געבויט זייערע מוסדות, זיי האבן געפענט זייערע בתי מדרשים, אייגענע פלייש געשעפטן, מקוואות, וכו', איין זאך האבן זיי נישט געהאט א אייגענעם זאל ווי חתונה צו מאכן, במילא האבן זיי געדארפט פארן קיין מאנסי חתונה צו מאכן, נישט וועלענדיג האבן דעם קרית יואלער רב אלץ מסדר קידושין, יעדער וואס האט א מוח בקדקדו האט פארשטאנען אז דאס איז נאר א מעטטער אוף טיים ביז זיי וועלן זיך עפענען א אייגענעם זאל, איז יעצט ווען דאס איז צושטאנד געקומען איז עס דען געקומען אומערווארטעט?, האט דאס עמעצין געכאפט ביי סורפרייז?, האט מען דען עפעס פארלייגט וועלטן קעגן דעם?, פשוט און גראד, דער דיין שליט''א האט געפסקעט די הלכה אז ס'איז אסור, און אז די קינדער פון די פארפאלקס וואס לאזן זיך מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא זענען פגומים ופסולים און אז כפי פסקו פון רבינו בעל הדברי יואל זי''ע דארף מען דאס מפרסם זיין, נו, הייסט דאס איבער געדרייט די וועלט? נישט אין מיין בוק!, גם זה יעבור,

גלייבט מיר, סיי וועלעכער אהרוני וואס מען גיט עהם וען דעם אויסוואל, צו מען זאל ווייטער האבן נאר איין זאל אין קרית יואל אין די קרעציגע זאלן דארפן פארן ביז מאנסי אבער די קרעטשמע זאל בלייבן אפן, אדער די קרעטשמע זאל וערן פארשפארט, און די בני יואל זאלן אנשטאט מאנסי פארן נאר ביז וואודבערי, איך בין זיכער אז יעדער בר שכל וואלט אנגענומען אז מען זאל פארשליסן דעם קפה הויז, מען רעד דאך במילא נאר פון די מחוצפים וואס האבן במילא נישט גענומען דעם רבי'ן צו סידור קידושין, אבער ווי געשריבן, נאך דעם שווערן ווינטער און די מעכטיגע פליקעס וואס די בני זאלי/בני יואל האבן געכאפט, לעכטצן זיי שוין נאך עפעס א שטיקל ניצחון, במילא האבן זיי אויף געשפילט דעם דאזיגן סידור קידושין סכסוך ווי עפעס א מעידזשאר אישוי, זיי דארפן דעם געווינס ווי לופט צום אטעמען, אבער למעשה מאכט דאס בכלל נישט גרעסער דעם דארעכפאל, און אנשטאט עפעס צו ענטפערן עפעס נארמאל, שרייען זיי געווינען, פינטל, און זיי טרייסטן זיך ווייטער מיט חלשות. 

יעצט וועלן זיי ווייטער צוריק שרייען, חלה דעקל! טיש בעקיטשע! נאכט העמעד!, און אלע זיסע  אויסגעדראשענע תירוצים וואס מען שרייבט ווען מען האט נישט קיין ערענסטע תירוצים.

חיים_מענדל » 2/3/2010 00:47

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויב א פסק דין פון 5 מורי הוראה דערפון וואס רבינו הקדוש האט ממנה געווען אין זיין קהילה זייער פסק הייסט געענפערט נישט נארמאל, דאן וואס הייסט געענפערט יא נארמאל ?

גערעכטער1 » 2/3/2010 04:16

טענו בחיטין והודו לזכר קדשו!!!,  חיים מענדל האט עפעס געדארפט ענטפערן שיסט ער אריין מיט 5 דיינים וואס רבינו הקדוש (וועלעכער?) האט ממנה געווען, איך האב קיין אנונג נישט וועמען ער מיינט, ר' ארי' ראזענפעלד,  צו ר' יואליש שארשמאשער, אדער גאר ר' מאיר יודל, הא נואעס, אבער דא איז דער רעידע צו דער סידור קידושין פירצה איז טאקע אזא טויט קלאפ פאר די אהרונים ווי די בני יואל / זאליס פראבירן דאס צו מאכן, אדער איז דאס נאר א לינק אין די לאנקע קייט פון בועט זיין אין א מרא דאתרא, דאס איז די רעדע, און אויף דעם האט KJ געשריבן אז ס'איז עפעס א מעכטיגער ניצחון... פינטל.... און דאס איז א תגובה אויף זייער א נארמאלער הסבר פון סקאט מאלען ואני הקטן, אז ס'איז בכלל נישט עפעס מעידזשאר, נו, האט מנחם מענדל מחליט געווען צו ווייזן אז גערעכטער איז גערעכט און א בני זאלי / בני יואל איז פשוט און גראד דום מיט א פארשטאפטן קאפ, האט ער אריין געפליקט עפעס מיט 5 דיינים, וואס? ווייס איך נישט, אבער גיי רעכן אויס א דערביטערטן בני יואל.

מאנדרויער » 2/3/2010 16:21

גערעכטער: איך מוז דיר דא קאמפלימענטירן.
 
זייט דו ביסט אויפן פארק, האסטו נאך - במח"כ - ניטאמאל 1 מאל געשריבן א גראד ווארט.
 
דיין שרייבעריי פלעגט מיר דערמאנען אן אהרוני מיט וועם כ'האב געלערנט אין ישיבה, וואס האט נישט געהאט קיין אנונג בין ימינו לשמאלו, און ער פלעגט מיר נאך שרייען: "מיסראבים לדין"...

ב"ה, איינס פאר דיין לעצטע תגובה, האסטו דורך געבראכן אלע שוועריגקייטן, און דאס ערשטע מאל געשריבן צו די זאך. - הגם ביסט נישט גערעכט, כמובן.

כה לחי!! keep on!!

תוקן על ידי מאנדרויער ב- 02/03/2010 16:24:39

גערעכטער1 » 2/3/2010 16:34

גערעכטער: איך מוז דיר דא קאמפלימענטירן.
 
זייט דו ביסט אויפן פארק, האסטו נאך - במח"כ - ניטאמאל 1 מאל געשריבן א גראד ווארט.   [בילד – נישט אפגעהיט] 
 
דיין שרייבעריי פלעגט מיר דערמאנען אן אהרוני מיט וועם כ'האב געלערנט אין ישיבה, וואס האט נישט געהאט קיין אנונג בין ימינו לשמאלו, און ער פלעגט מיר נאך שרייען: "מיסראבים לדין"...[בילד – נישט אפגעהיט]

ב"ה, איינס פאר דיין לעצטע תגובה, האסטו דורך געבראכן אלע שוועריגקייטן, און דאס ערשטע מאל געשריבן צו די זאך.   

- הגם ביסט נישט גערעכט,           כמובן.

כה לחי!! keep on!!     

ביי דע וועי, יישר כח!!! דאס הייסט גענטפערט צו דע זאך!!!!

KJ » 2/3/2010 20:45

גערעכטער, חיים מענדל ווען ער זאגט "מיר האבן פינף דיינים (אכט) וואס זאגן אז סידור קידושין איז נישט קיין פראבלעם", זאגסטו עס איז נישט גערעדט צו דער זאך.

אבער ווען דו - אנשטאט ענטפערן צו דער זאך - ענטפערסטו נאכאמאל און נאכאמאל "ווערעמדיג קרעציג בני המן".. און דאס הייסט גערעדט צו דער זאך.. ארונישע קאפ, (חלה דעקל בלע"ז).

KJ » 2/3/2010 21:00

פאר די וואס זענען צוגעוואוינט צו נוסח הבלאט און פארשטייען נישט וואס מ'רעדט איינמאל, וועל איך עס איבערזאגן נאכאמאל:

יעצט צום ענין, איר זענט אויסגעצייכנטע ספינערס, אוועקדרייען דעם נושא אויף זייטיגע שטותים, "קהל בני יואל" האט געוואלט א זאל ווי מ'קען נעמען אייגענע מסדרי קידושין, און ווי יעדער בני יואל אדער אנדערע ערליכע איד מעג דארט דינגען א זאל,(אן קיין טעראר אדער רשעות אריינגעמישט) זיי האבן עס באוויזן!

די קהילת הארונים האבן איינגעלייגט וועלטן אז דאס זאל נישט געשען, זיי האבן געטון כל מיני השתדלות דאס אפצושטעלן, (און פרובירן נאך יעצט וואס זיי קענען טוהן צו ארטעווען זייער פארלוירענע חוזק קאמף), זיי האבן געוואלט פאר יעדען פרייז אז ס'זאל זיין נאר "איין איינציגער" מסדר קידושין פון דא ביז נהר פרת ועד עבר הירדן, ביז ווי זיי שפירן און האלטן אז ס'הייסט נאך די גללים, אנטשולדיגט - די גלילות פון קרית יואל.. זיי האבן עס פארלוירן! פינטל.

עס איז דא דא א מערכה, זייער לעצטע קויל פון דעם דיין רבי געציל האבן זיי דא ארויסגעשאסן און אים געמאכט צונאר פאר זייער דורכגעפאלענע מערכה, אפיר געקראצט חרמים וקונמים (וואס זענען -גראדע- נישט צום ענין) די ארוינים האבן פרובירט מיט אזעלכע נידעריגע מיטלען ווי מבזה זיין גדולי ישראל וואס האבן דארט מסדר קידושין געווען מיט "וועד למשמרת הדת" מיט א לאנגע ליסטע פון חברי הוועד, מיאוסע חוצפה'דיגע האטליינס, זיי האבן זיך אראפגעלאזט אזוי נידעריג ביז מזלזל זיין אין ענינים פון יחוס משפחה און נוצן די אויסדרוק "ממזרים" רח"ל אויף די אלע וואס פאלגן די תורה הקדושה, די ערליכע דיינים און פאלגן נישט די משכילי'ישן בלאט.

עס האט זיי גענוצט א קדחת! דער זאל איז קאי וקיימא, עס איז שוין דא געבוקט אויף דאס יאר אליינס צענדליגער חתונות.

אין איין ווארט הייסט דאס "א געווינס פאר די "בני יואל" און א מיאוסן פארלוסט פאר די ארוינים"!

גערעכטער1 » 2/3/2010 23:12

KJ
האב נישט קיין פאראיבל אז איך רוף ענק קרעציגע, ווערעמיגע, בני המן, מצוה לשמוע דברי חכמים, און דער חכם הגדול דער שארמאשער וויל זייער וויסן וואס דער הייליגער ברך משה האט געזאגט און געהאלטן צעווישן תשמ''ו און תשנ''ו, ער קאלט ארום יעדן פרעגן פונקטליך וואס ער האט געהאלטן, ניץ איך נאר די נעמען וואס אינזער היילגער רבי דער בעל ברך משה זי''ע האט ענק גערופן, און וויאזוי זאגט דער שארמאשער?, ס'איז א בשורה טובה....

KJ, איך בין געצווינגען צו שרייבן מיט א אהרונישע קאפ, ווייסט פארוואס? ווייל איך בין א אהרוני ענד א פראוד וואן!, במילא קען איך נאר שרייבן מיטן קאפ ואס איך האב, און זעסט, איך בין אבסעלוט נישט באליידיגט ווען דו שרייבסט חלה דעקל, טשיז דעניש, אדער ציין פאסטע, איך בין נישט אזוי סענסיטיוו ווי דו,
 
גלייב מיר KJ, דא ביי אונז אין קרית יואל דערקענט זיך בכלל נישט דער ביטערן שאס וואס מיר האבן געכאפט מיט אייער סידור קידושין, דאס איינציגסטע פלאץ ווי עס דערקענט זיך אביסל איז אויף היידפארק, מיט געוואלד פראבירסטו אנבלאזן דעם סידור קידושין ווי עפעס א מוראדיגע מעכטיגער פאלוסט, און למעשה דער איינציגער וואס האט פארלוירן איז חיים פריינד, ווייל ביז היינט האט ער געמאכט שיין געלט פון די באסעס וואס ער האט צו געשטעלט פאר די פליטים קיין מאנסי, און דאס האט זיך גענדיגט, נא מאר מאנסי,  מען איז אין די שכנות (אדער גלילות) אין וואדבערי און מען דארף מער נישט קיים באסעס קיין מאנסי, אבער אויסער חיים פריינד האט קיינער נישט פארלוירן עפעס עקסטערס, און וויפיל דו זאלסט נאר דרייען און פינטלען וועט זיך גארנישט טוישן, און בכלל, רבינו שליט''א האט נישט קיין גרעסערער דורכפאל מיט די פורצי גדר אין קרית יואל ווי רבינו הקדוש זי''ע האט געהאט מיט נח''ל החרדי און מיט די הולכי לבחירות הטמאות אין ארץ ישראל, ביי ביידע איז דער פארלוסט געווען כלפי שמיא, די תורה הקדושה האט פארלוירן און כביכול האט פארלוירן, און ס'האט גארנישט מיטן רבי'ן פערזענדליך. און איך האף אז אפילו מיט אזא פארשטאפטן (זאלי) קאפ וועסטו פארשטיין די דברים פשוטים.

נו, לעטס גא!!! חלה דעקל, חלה דעקל, אוי אוי אוי אוי דעקל,  חלה דעקל, חלה דעקל, אוי אוי אוי אוי אוי אוי דעקל ....

KJ » 3/3/2010 01:00

גערעכטער כתב:

.....גלייב מיר KJ, דא ביי אונז אין קרית יואל דערקענט זיך בכלל נישט דער ביטערן שאס וואס מיר האבן געכאפט מיט אייער סידור קידושין, דאס איינציגסטע פלאץ ווי עס דערקענט זיך אביסל איז אויף היידפארק, מיט געוואלד פראבירסטו אנבלאזן דעם סידור קידושין ווי עפעס א מוראדיגע מעכטיגער פארלוסט......

לאמיך איבערלייגן מיינע ווערטער, ארויסהעלפן א ארויני חלה דעקל וואס פארשטייט נישט קיין פשוט שטיקל אידיש:

עס איז דא דא א מערכה, זייער לעצטע קויל פון דעם דיין רבי געציל האבן זיי דא ארויסגעשאסן און אים געמאכט צונאר פאר זייער דורכגעפאלענע מערכה [רבי געציל און רבי לאוב האט גערעדט אין היידפארק?]

אפיר געקראצט חרמים וקונמים (וואס זענען -גראדע- נישט צום ענין) [געווען באשריבן אין "די בלאט"ע, אויף אלע זייערע ווענט, אין די מעיל באקסעס, האנט דעליווערט דורך צוויי פיסיגע פערדן צו די מחותנים און חתן כלה'ס, די אלע וואוינען אין היידפארק?]

 די ארוינים האבן פרובירט מיט אזעלכע נידעריגע מיטלען ווי מבזה זיין גדולי ישראל וואס האבן דארט מסדר קידושין געווען מיט "וועד למשמרת הדת" מיט א לאנגע ליסטע פון חברי הוועד, [זענען זיי אלע בלויז היידפארק שרייבער????]

מיאוסע חוצפה'דיגע האטליינס, [האטליינס הייסט אויך ביי ענק - קלאץ קעפ - היידפארק?]

זיי האבן זיך אראפגעלאזט אזוי נידעריג ביז מזלזל זיין אין ענינים פון יחוס משפחה און נוצן די אויסדרוק "ממזרים" רח"ל אויף די אלע וואס פאלגן די תורה הקדושה, די ערליכע דיינים און פאלגן נישט די משכילי'ישן בלאט. [דאס איז געווען אין ענקער בלאט, אנגעשפריצט אויף אלע ווענט אין קרית יואל דורך ענקערע סטודענטן, די מצויינים פון ענקער ישיבה (נעבעך)]

[די מייקס וואס זענען ארומגעפארן אין שטעטל מיט ענקערע סטודענטן מיט מאסקעס שרייען און מבזה זיין ת"ח מיט געמיינע און מיאוסע אויסדרוקן, דאס הייסט אויך היידפארק??]

[די גענעראל פארזאמלונגען פאר די שטעטל און פאר די בחורים, ווי מ'האט געשאלטן און געשימפן, מבזה געווען ערליכע אידן, דאס איז אויך היידפארק?]

[דער בלאט, ענקערע שולן און מקוואות ווי מ'קאכט אגאנצן טאג איבער דעם סידור קידושין איז אויך היידפארק?]

איך ווייס שוין נישט פארוואס מ'רופט ענק חלה דעקלעך, ס'איז נישט יושר אזוי שטארק צו מבזה זיין א חלה דעקל.

גערעכטער1 » 3/3/2010 01:36

די בני זאלי/בני יואל ווייסן נאר פון איין זאך, חלה דעקל, פינטל. און אויף יעדע פראגע וואס האט נישט א קלארן ענטפער איז דער תירוץ חלה דעקל, פאר וואס דארף זיין 8 טאג חנוכה דער נס איז דאך נאר געווען זיבן טאג, תירוץ: חלה דעקל...
וואס הייסט חייב אדם לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, תירוץ: חלה דעקל...
פארוואס זענט איר בועט אין פסק פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי''ע, תירוץ: חלה דעקל...
פארוואס זענט איר אין בג''ץ, בו בזמן ווען דער הייליגער ויואל משה שרייבט אויף דעם גאר הארב, תירוץ: חלה דעקל...
פארוואס איז ביי אייך גיט פלייש בהשגחה ממליחה ואילך, תירוץ: חלה דעקל...
וויאזוי האט איר זיך דערוואגט אויפצוהערן צו ניצן שטיינזאלץ וואס רבינו הק' זי''ע האט אזוי מקפיד געווען, תירוץ: חלה דעקל...
פארוואס נאכדעם וואס מען האט געטראפן א פראבלעם מיט צומת הגידין האט מען ביי אייך נישט בודק געווען,: חלה דעקל...
פארוואס איז רבי דוד עקשטיין א מסור ווען איר האט אריין געפירט דעם קעיס אין קארט, תירוץ: חלה דעקל...
פארואס האט איר מורא געהאט ארויס צו לייגן א קאנדידאט ביי די לעצטע וואלן, תירוץ: חלה דעקל...
און דו ווילסט נישט פארשעמען דעם חלה דעקל... כא כא כא .....

חיים_מענדל » 3/3/2010 02:56

לעניניננו ?
בלאט: 1 2 3 4 5 6