היינט איז ערשינען אין די צייטונג א מודעה פון די בית השחיטה המפוארת דקרית יואל
מיט א גאנצע ספין איבער דעם קאטשקע סקאנדאל,
אבער עס ענדיגט זיך אז מען זאל עס נישט עסן, און צוריק טראגן אין געשעפט.
פאריגע וואך האבן זיי מיאוס באשמוצט הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א פארן נעמען די זאך אין די הענט.
זיי האבן אים באשולדיגטן וועלן גנב'ענען א לעיבל פון די אהרונישע בוטשער אין בארא פארק, מיט נאך אזעלכע שטותים האבן זיי זיך איינגערעדט אז אפאר היידפארק ניקס וועלן אנשרעקן דעם דיין.
למעשה דא האט איר דעם צעטל פון זייער בית השחיטה:
היינט האב איך געהערט א אינטרעסאנטע זאך פון א אהרוני,
איך בין נישט זיכער אז ס'איז ריכטיג, אבער כך שמעתי.
אז די סיבה פארוואס די בית השחיטה המפואר האט געלייגט זייער קאטשקע אדווערטייזמענט אין "די צייטונג" איז אפצוטאן די בלאט.
ווייל זייט די בלאט האט זיך גענומען מישן שערוריה'ס אין אנדערע בית השחיטה'ס, האט מען אנגעהויבן קוקן אויף קרית יואל אויך מיט שבע עינים, און אז מען האט טאקע געטראפן מכשולות, וואס האט שוין אפגעקאסט פאר זיי צענדליגער טויזנטער דאלערס אין שאדנס.
ממילא האבן זיי אלס נקמה געגעבן די עד פאר די צייטונג, אז די בלאט זאל עס נישט האבן די ערשטע.
קרעדיט יענקעלע!
את חטאי הנני מזכיר היום, און אזוי ווי איך בין דאך מתלמידיו של אהרן, וואס איז שטענדיג
א איש אמת, ודובר אמת, גיי איך דא מודה זיין אז איך האב נעכטן געהאט א גאר שווערן טאג,
די קאטשקע מודעה פונעם בית השחיטה וואס איז נעכטן ארויס געקומען, האט מיר געהויבן מיין
בלוט דרוק אפ נארמאל הויעך, איך האב עובר געווען און געווען א מהרהר אחרי רבו,
יא, איך בין מודה ומתוודה, ס'האט מיך גאר שטארק פארדראסן, היתכן, אויב שרייט מען אז
אלעס איז כשר וישר, און אז דאס איז נאר א גרופע פון מסיתים ומדיחים וואס קומען יעדן מאנטיג
און דאנערשטיג מיט נייע שערוריות, נו, וואס מאכט מען זיך פון זיי צוטוהן?, פאר די
מהרסים וואס א הכשר ממליחה ואילך (אדער בעסער געזאגט ממלוכה ואילך ווייל אויב
שטארקט דאס זייער מלוכה'לע) איז אלעס כשר וישר, למשל, ווען עס איז דא א צומות הגידין
פראבלעם איז דאס לויט זיי דייקא נאר אין דעם בית השחיטה המהודרת, פשוט, ווייל דארט איז
מען דאך בודק און מען איז מהדר אז אלעס זאל זיין 100% בתכלית הכשרות, אבער ביי די
ממליחה ואילך באנדיטן איז דא א פשוטע עצה, מען מאכט זיך צו די אויגן, מען זיכט נישט,
במילא טרעפט מען נישט, און אז מען טרעפט נישט איז עס דאך כשר וישר, במילא האט מיך
שטארק פארדראסן אז מיר זענען אריין געפאלן אין זייער נעץ, אקוראט דאס האבן דאך די
באנדיטן געוואלט, אז מיר זאלן מהדר זיין און טוהן א פעולה וואס זאל כאטשיג אויסקוקן ווי
א הודאה במקצת, און זיי וועלן קלעימען וויקטארי, זיי וועלן ווייטער עסן די צווייפעלהאפטיגע
פליישן, אזעלעכע פליישן ואס קיין שום ערליכער איד וויל נישט אין מויל נעמען, און טאקע נאר די
חברה אשר כרעו לבעל, נאר זיי עסן און זענען גאר מהדר דאס צו עסן, און נישט נאר זענען
זיי מהדר, נאר זיי פראבירן מיט אלע געוואלדעס צו צווינגען דעם עולם אז מען מעג און
מען מיז נאר דאס עסן, און פאר די באנדיטן האבן מיר זיך געבויגן?, פאר די קלים ורקים
וואס דער אמת איז ביי אינגאנצן נישט קיין ארטיקל, זיי זענען דא נאר משמיץ זיין דעם
רבן של ישראל און דעם גרעסטן גודר גדר ועומד בפרץ, די חברה פראבירט מען צו געפעלן?
ניין! ס'האט מיר זייער שטארק וויי געטוהן.
אבער דאס האט אנגעהאלטן ביז פארנאכט צו מנחה און מעריב, ווי איך טרעף מיך כסדר מיט א
רב, וואס איז היינט שוין בגדר רבי מיט תלמידים וחסידים, א שטארק איינגעזענער רב, סיי בעולם
הרבנות און סיי בעולם הכשרות, און איך האב מיט דעם רב זייער נאנטער באציהונגען, איך טרעף
מיך מיט דעם רב און רעד זיך אויס דאס הארץ, איך פרעג עם ווי האט דאס געקענט פאסירן אז מיר
זאלן אזוי אריין שפילן אין די הענט פון די שונאים, איך פארשטיי נישט, -זאג איך עהם- מען זאגט
אז אלעס איז כשר וישר, און מען נוצט נאר מסורת'דיגע קאטשקעס, די שוחטים און די בעלי משגיחים
זאגן קלאר אז אלעס איז זיכער על צד היותר טוב, און דא אויפאיינמאל א הצהרה פונעם בית השחיטה
אז מען רופט צוריק די קאטשקע פליישן, וועמען וויל מען געפעלן? פרעג איך דעם רב, די קלים ורקים?
זיי וועלן דאך קיינמאל נישט צופרידן זיין, זיי זענען נישט דא מקבל צו זיין דעם אמת, זיי זענען דא נאר
מערער זיין אויף אונזער בית השחיטה ולהבאיש ריחו של רבינו שליט''א, און פאר זיי וויל מען געפעלן?
פרעג איך דעם רב, ס'איז זיכער געווען א איבער געאיילטער שריט, און מען האט דאס נישט איבער
געטראכט, און נאר אזוי איז מען פשוט אריין געפאלן אין אזא פאסקע פון די שונאים, זאך איך עהם מיט
אזא דערביטערקייט.
דער רב הערט מיך אויס און הייבט אן צו לאכן, וואס האט נאר געהויבן מיין כעס, און איך פרעג עהם,
וואס לאכט איר? בין איך דען נישט גערעכט? פרעג איך עהם מיט א קענטיגן צארן, זאגט מיר דער רב
ח''ו, איך לאך נישט פון אייך, איך טראכט נאר ביי מיר, אז עולם הפוך ראיתי, געווענדליך, ווען איך האב
עפעס פראגן אין דעם סאטמאר'ן פאליטיק, ווארט איך שוין קוים אויף מנחה מעריב, ווי מיר טרעפן זיך
כסדר, איך לייג פאר פאר אייך מיינע פראגן, און איר ענטפערט מיר מיט אזא שכל הישר, בטוב טעם ודעת,
אזוי אז אלע מיינע פראגן ווערט פארשווינדן, און אצינד, אזא דבר פשוט, און איר מאכט אייך אומזיסטיגע
שברי לב און עגמת נפש, אומזיסטיגע עגמת נפש? שריי איך אויס, א בלינדער קען דאס זעהן, און איר זאגט
אומזיסטיגע?, בארוהיגט אייך ר' יאנקעלע זאגט דער רב, איך וועל אייך דאס מסביר זיין וועט איר דאס
פארשטיין זייער קלאר, וועט איר זעהן אז דאס זענען דברים פשוטים מאוד.
קודם א פראגע, זאגט מיר ר' יאנקעלע, ואס איז דער יחוס מיט אייערע שחיטות?, וואס הייסט וואס איז דער
יחוס? מיר האבן שחיטה מונחת! מיר האבן טריקענע בדיקות! און נאך הידורים, זעהסט ר' יאנקעלע זאגט
דער רב מיט א ניצחון, די אלע הידורים זענען טאקע הידורים אבער דער גרעסטער הידור ביי די שחיטות איז
רבי אהרן טייטלבוים שליט''א, דאס אז אייער רבי איז עומד בראש די שחיטות המהודרות איז דער גרעסטער
הידור, פארשטייסט נישט, הא?, איך וועל דיר דאס מסביר זיין, דו קיקסט אן די גאנצע פרשה פון די קאטשקע
שערורי' מיט דיינע דעת בעל הבית אויגן, די ווילסט וויסן וואס דער גייט זאגן און וואס יענער גייט זאגן,
און דו וואלסט געוואלט אז דיין רבי זאל לויט דעם מאכן זיינע החלטות, יונגערמאן! דו קענסט נישט דיין רבי,
דיין רבי'נס הערצה ואהדה איז געשטיגן ביי יעדן פיל פאכיג זייט די נעכטיגע דעקלעראציע פון דעם בית השחיטה,
און ווען איך זאג ביי יעדן, מיין איך נישט די שונאי סאטמאר, ווייל זיי וועט מען קיינמאל נישט צופרידן שטעלן,
יעדן, מיין איך דעם עולם התורה און די בעלי מכשירים, זיי זענען כולם כאחד מלאים בשבח פון דיין רבי, זיי
רעדן בשבחו מיט התפעלות עצומה, יעדער פארשטייט אז זיינע נגיעות וואלטן פארלאנגט אז ער זאל זיך אויס
לאכן פון זיי, ער זאל אוועק מאכן דעם פראבלעם און יעדער בלי שום יוצא מן הכלל וואלט דאס אנגענומען,
אבער להגיד שבחו של אהרן, ביי עהם איז זיין פרעסטיטש אינגאנצן נישט מאסגעבענד, זיין כבוד המדומה
אינטרעסירט עהם נישט, ער האט איין זאך פאר זיך, הידור הידור און הידור, און ביי עהם 100% הידור מיינט
100% הידור, נישט 95%, נישט 99%, און אפילו נישט 99.99%, הונדערט פראצענט מיינט קלאר און
דייטלעך גאנצע הונדערט פראצענט, נישט ווייניגער מיט אפילו כקוצו של יוד, און דאס איז דער גדלות פון
דיין רבי, און דאס איז דער הידור פון אייערע בית השחיטות, יעדער ערליכער רב, יעדער ערליכער בעל מכשיר
ווייסט אז ווען דיין רבי זאגט אז דאס פלייש איז 100% מהודר קען מען זיך אויף עהם פארלאזן גאנצע 100%,
און נאך אלע חקירות ודרישות ווען דער ענטגילטיגער פסק וועט זיין, אז מיר האבן חוקר ודורש געווען, מיר זענען
אריבער אלע פרטים, און מיר זענען איבערגעצייגט אז מען קען דאס עסן מיט א רוהיגן געוויסן, וועט יעדער,
וויסן אז דאס איז כשר בתכלית הכשרות אויף גאנצע הונדערט פראצענט ויאכלו ענווים וישבעו.
וואס זאל איך אייך זאגן רבותי?, כמים קרים על נפש עייפה, דברים של טעם גאנצע 100%, נאך א שטיקל
התבוננות זעה איך ווי דער רב איז אזוי שטארק גערעכט, און איך האב דאס אנגעקיקט מיט אזא בלינד אויג,
אוי, ס'פאסט נישט, די זאליס וועלן ארויף שפרינגען אויף דעם, זיי וועלן זיך קלאפן אויפן בויך, און שרייען
איי טאלד יו סא!!!, און מיר זאגן זיי צוריק, הא קערס? וואס איר האלט, לויט אייער מהלך, ווען איר שרייט
כסדר אז די פליישן פון רבינו שליט''א איז חזיר טריפה, די ווייץ פון רבינו שליט''א איז חמץ גמור, וואלטן
מיר ערוארט פון אייך, לויט וואס פאר א גרויסע עזות פנימער איר זענט, אז אצינד ווען רבינו שליט''א האט
מחליט געווען צוריק צוריפן די קאטשקע פליישן, וואלטן מיר פון אייך ערווארט צו לויפן מיט איין אטעם צו
אונזער פלייש געשעפטן, אפקויפן אלע קאטשקע פליישן, און דאס אויף פרעסן על אפו וחמתו, נאר צוטוהן
להיפוך פון זיין דעת תורה, אלזא אייער מיינונג איז קיין מיינונג, איר קענט אייך ווייטער אן עסן מיט מליחה
ואילך פלייש, מיר שרייען אויס בקול אדיר וחזק, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, אלה בפיקטשערס
ואלה בקללות, אלה בזלזול, ואלה בהרמת יד בתורת משה ואנחנו בשם אלקינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו
קמנו ונתעודד.
גראדע זע איך אז די ליינסט גיט אדורעך די ליגיונות דארט
אין זיי באשרייבען דארטען משפחת טענענבוים אלץ א נקמה פאר די מיטעלמאן בריוו
פרעג דארטען אויב זיי זיכען א באשרייבינג אויף ר" מענדי גאלד ווען ער טרינקט זיך אן יעדען שבת נאכען דאווענען מיט די כשר"ע דזעלניק אין דעמאלטץ הייבט ער אן רעדען אויף"ען ברך משה
אין פין די גניבה אין די סעל ביזנעס
אין די אינשורענס ביזנעס
אין פון דארט קען מען גיין צי ר" שלום לאנדא קרעדיט קארד גניבות
גלייך דערנאך וועט מען ציגיין צי (
יצמיך פרקני) לעבאוויטש
תוקן על ידי moishe12 ב- 17/01/2010 20:33:44
געלעכטער, ביי דעם פונקט האסטו מיר געברענגט צו אזא געלעכטער ס'איז באמת אלע דיינע תגובות אבער דא מיט א אויסנאם, דו שרייבסט מיטן גאנצן אייפער אז ביי ענק איז געפאקט מיט קאסטאמערס יעדן טאג....... איינמעניט כ'האב מיך נאכאמאל צולאכט אקעי יעצט ווייטער, ס'וועט דיר זיין אביסל אובאקוועם צו הערן אבער קענסט זאגן ס'נישט אמת כ'וועל מיך נישט באליידיגן, בית השחיטה המהודרת קרית יואל, די גרעסטע און מהודר'דיגסטע שחיטה ס'האט די גרעסטע פארלאנג אויף פראדאקשן, פלעגט ביז עטליכע חדשים צוריק ארבעטן 6 טעג א וואך 12 שעה א טאג (אויסער פרייטיג פארשטייצעך) אצינד איז דער בית השחיטה פלענט אפן, זעט אויס צוליב די ריזיגע פארלאנג, 4 טאג א וואך יא, קענסט רופן הצלה פאר אביסל אקסיזשין אבער דאס איז דער מציאות, קומענדיגן דארנעשטיג קום אליינס אראפ, דער פלענט נעמט וואקאציע יעדן דארנעשטאג, דאס איז אויסער וואס מ'האט ג'קאט א שעה פון יעדן טאג, און דעס איז א מציאות וואס דו קענסט פרעגן שלמה הערש עקשטיין אדער הרב לעווי אדער אויב ביסט באקאנט מיט איינע פון די ארבעטערס, וואס זאגסטו צו דעם פארלאנג...?
| זעליג_כהן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | די ארונים זענען עפעס אבנארמאל צומישט זייט די קאטשקע פראבלעם, יעדער ארוני וועט דיר גיבן א אנדערע תשובה, הצד השוה זיי זענען אנגעבלאזן אויפ'ן בלאט פאר'ן מאכן פורום מיט זיי, און אויף רבי געצל'ן פאר'ן אריינלייגן די בריוו אינ'ם צייטונג אזוי אומגערישט אן זיי צוגרייטן פאר אזא שווערע באמבע, אפגערעדט פון'ם די וואכעדיגן בלאט ספין אז ס'שוין די 2'טע (!) קאטשקע שערורי' וואס באפאלט ק''י שחיטה אין די זעלבע 2 וואכן (!) קוקט עפעס אויס אז ס'קומט ליבערשט פון א צוריקגעשטאנען קינד... און רוב ארונים פארשטייען עס עפעס נישט, ס'קוקט אויס אז מ'וועט מוזן בקרוב מאכן א אסיפה אין הופער ווי דער בדחן וועט געהעריג מסביר זיין די דזשאוקס וואס ער מאכט מיט די שחיטה'ס כסדר'דיגע פראבלעמען.
|
|
דע אהרונים זענען בכלל נישט צימישט, זיי לאכן פין ענק, וואס מיינט איר אז די ארונים מאכן זייער החלטה בעיסט אויף היידפארק שראבערלעך, יצחק שטיין שרייט אז אלעס איז כשר וישר אין אינזער רבי שליט''א זאגט אז ער וויל זיין 100% אין
ביזדערווייל זאל מען דאס נישט ניצן, איז דאס א ניצחון פאר די מליחה ואילך עסערס?, אפשר ביסטו מסביר פארוואס פאפא האט פארלאנגט פיש אנשטאט די מליחה ואילך פלייש?, זיי האבן קלאר גיזאגט, אדער גיט מען קרית יואל פלייש אדער פיש!, מליחה וטאילך פלייש איז זיי נישט גיניג כשר, דאס דארף ציברעכן די אהרונים?, אפשר זאגסטו פארוואס האט א חשובער דיין אין וויליאמסבורג פינעם זאלי לאגער פארלאנגט מען זאל געבן קרית יואלער פלייש ביי זיין חתונה אין ויואל משה, אין ווען מען האט דאס נישט גיוואלט נאכגעבן האט ער פארלאנגט אין גיגעבן פיש, דאס דארף ציברעכן די אהרונים?, אין שבת שבע ברכות וואס איז גיווען אין די זאלי זאל שמח תשמח האבן זיך די זאליס גיבראכן אין יא ערלויבט פאר דעם דיין צי ברענגען קרית יואל פלייש, דארף דאס ציברעכן די אהרונים?, די ארונים האבן פאן פין די קעלבלעך, זיי עסן ממליחה ואילך אין פראבירן צי טרפענען די מהודרדיגע פלייש אין עפעס קלעבט דאס נישט, מען האט ציגינימען 4 נייע שוחטים, אין יעדן אלטן שוחט האט צי געלייגט איין שעה פאר יעדן טאג, דאס דארף ציברעכן די אהרונים, אמת? איך בין חושד אז איר באקימט באצאלט פין מאיר הירש צי פראמאטן דעם בית השחיטה המהודרת,
1.
מליחה ואילך עסערס?וואס מיינט ממליחה ואילך, פאקט: רבי הילל וויינבערגער איז כלליות'דיג משגיח אין וויינלאנד, און בנוסף איז רבי חיים דוד כ''ץ ספעציפיש משגיח ווען סאטמאר שעכט דארט, און דאן אין 82 איז דער דיין משגיח: ''וואס קען זיין שענער פון דעם?
2. אפשר ביסטו מסביר פארוואס פאפא האט פארלאנגט פיש אנשטאט די מליחה ואילך פלייש?
פאקט: פאפא האט געפרעגט אויב זיי קענען גיבן זייער אייגענע פלייש וואס זיי שעכטן אין ק''י מיט זייער השגחה, אוןדער ענטפער איז פארשטייט זיך אז אונזערע מהודר'דיגע זאלן קען מען אפי' קיין מזונות נישט אריינברענגען!.
3. אפשר זאגסטו פארוואס האט א חשובער דיין אין וויליאמסבורג פינעם זאלי לאגער פארלאנגט מען זאל געבן קרית יואלער פלייש ביי זיין חתונה אין ויואל משה?
פאקט: ער שעכט פלייש אין מאנטריאל און ער האט געוואלט אריינברענגען זיין אייגן פלייש אין זאל.
דער ענטפער איז פארשטייט זיך אז אונזערע מהודר'דיגע זאלן קען מען אפי' קיין מזונות נישט אריינברענגען!.
די עכטע שאלה וואס בלייבט איבער איז: וועלכע אנערקענטע מוסד / קהלה / רב נעמט ביי ענק די פלייש?
נישט ווער ס'דינגט ארויס ביי ענק און שעכט, אזוי ווי די זאליס טוען ביי די שלאכט הייזער ווי זיי גייען.
(לדו' די גרויסע לעיקוואוד ישיבה נעמט ביי די זעלבע פלאץ ווי סאטמאר שעכט.)
| זעליג_כהן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | 1. מליחה ואילך עסערס? וואס מיינט ממליחה ואילך, פאקט: רבי הילל וויינבערגער איז כלליות'דיג משגיח אין וויינלאנד, און בנוסף איז רבי חיים דוד כ''ץ ספעציפיש משגיח ווען סאטמאר שעכט דארט, און דאן אין 82 איז דער דיין משגיח: ''וואס קען זיין שענער פון דעם?
2. אפשר ביסטו מסביר פארוואס פאפא האט פארלאנגט פיש אנשטאט די מליחה ואילך פלייש? פאקט: פאפא האט געפרעגט אויב זיי קענען גיבן זייער אייגענע פלייש וואס זיי שעכטן אין ק''י מיט זייער השגחה, אוןדער ענטפער איז פארשטייט זיך אז אונזערע מהודר'דיגע זאלן קען מען אפי' קיין מזונות נישט אריינברענגען!.
3. אפשר זאגסטו פארוואס האט א חשובער דיין אין וויליאמסבורג פינעם זאלי לאגער פארלאנגט מען זאל געבן קרית יואלער פלייש ביי זיין חתונה אין ויואל משה? פאקט: ער שעכט פלייש אין מאנטריאל און ער האט געוואלט אריינברענגען זיין אייגן פלייש אין זאל. דער ענטפער איז פארשטייט זיך אז אונזערע מהודר'דיגע זאלן קען מען אפי' קיין מזונות נישט אריינברענגען!.
די עכטע שאלה וואס בלייבט איבער איז: וועלכע אנערקענטע מוסד / קהלה / רב נעמט ביי ענק די פלייש? נישט ווער ס'דינגט ארויס ביי ענק און שעכט, אזוי ווי די זאליס טוען ביי די שלאכט הייזער ווי זיי גייען. (לדו' די גרויסע לעיקוואוד ישיבה נעמט ביי די זעלבע פלאץ ווי סאטמאר שעכט.) |
|
זעליג אזוי ווי די באלאנגסט צי דע כל הנערים פארטיי וועל איך מיט דיר אנהייבן לערנען אלף בית, דער גרעסטער פראסק פאר דעם בוטשער סטאר בכלל אין פאר רבי הלל וויינבערגער אין ר' חיים דוד כ''ץ בפרט איז גיקימען נישט פין די ארונים נאר פין ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, לאמיר אנהייבן פין אנפאנג, וויזוי ארבייט א השגחה אדער א הכשר, יעדער בעל מכשיר פארלאזט זיך אויף אנדערע בעלי מכשירים אין משגיחים דער בעל מכשיר איז קיינמאל נישט דארט מהיחל עד כלה, אבער ער נעמט אויף זיין אחריות דעם
גאנצן פראדאקט, ווען דער וואלאווער רב גיט א הכשר אויף א פראדאקט פארלאזט ער זיך מיט אינגרידיענס פין אנדערע הכשרים, אבער עם כל זה איז דער פראדאקט
אינגאנצן אינטער זיין הכשר אין ווען ער זאגט אויף א פראדאקט אז ס'איז בהכשר הרב מוואלאווע מיינט דאס דער גאנצער פראדאקט נישט נאר א חלק, אלעס איז אויף זיין פלייצע, יעצט ווען איך גיי אריין צים ממליחה ואילך בוטשער סטאר שטייט א גרויסן טאוועל בהשגחת הדומ''ץ רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן, נו, איז דאך זייער גיט, אבער דער רבי ישראל חיים מנשה זאגט אז זיין השגחה איז נאר ממליחה ואילך, איי וואס טיט זיך פאר די מליחה, זאגט ער איך ווייס נישט, איך נעם אויף דעם
נישט קיין אחריות, ווען אויפן טאוועל וואלט געשטאנען בהשגחת רבי הלל וויינבערגער עד המליחה ורבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן ממליחה ואילך וואלט אויך גיט גיווען וייל רבי הלל וויינבערגער איז דאך אויך א ערליכער, (פין ר' חיים דוד רעדן מיר נישט דא ווייל די מכשולות ואס מע האט גיטראפן אין בארא פארקער בוטשער ווי ער פלעגט צי געבן א השגחה איז א הימל גישריי, אבער דאס איז א סוגי' בפני עצמו), אבער אזוי ווי דער בוטשער איז
נאר בהשגחת רבי ישראל חיים מנשה אין ביז די מליחה נעמט ער
נישט קיין אחריות דאס זאגט זייער אסאך אין דאס מיינט א מליחה ואילך בוטשער סטאר,
פאפא האט
נישט קיין אייגן שחיטה, אין קיינער אין קרית יואל האט נישט קיין אייגענע שחיטה, אלעס ווערט גיטין מיט
אינזערע שוחטים,
אינזערע זאלצערס אין
אינזערע ארבייטער, די איינציגע זאך וואס די קהילות טיען איז זיי שיקן אויך אייגענע משגיחים (אזוי ווי ר' שמואל חיים ליפשיץ וואס איז דער משגיח פין פאפא) אין פינקט ווי יעדער רב דיין בעל מכשיר קען אריין אין בית השחיטה ווען איממער אין דאס מיינט מאכנישט אז דער בית השחיטה איז מיט זייער הכשר אזוי אויך פאפא, קלויזנבורג, וויזניץ, לעיקוואד, וכו' ניצן אויסדריקלעך דאס מהודרדיגע פלייש פין
אינזער בית השחיטה, (סקווער האט יא גיוואלט דינגען דאס פלאץ פאר זייער שחיטה נאכדעם ווי מע האט אפגעשפארט זייער בית השחיטה אין מע האט זיי גיזאגט אז דא קען מען נישט דינגען דאס פלאץ האבן זיי גידינגען דעם בית השחיטה פין GG), ווען פאפא האט פארלאנגט צי ברענגען קרית יואל פלייש האבן זיי נישט גיבעטן צי ברענגען פאפא פלייש נאר זיי האבן קלאר גיזאגט זיי ווילן
קרית יואל פלייש, אין ווען דער ענטפער איז גיווען אז מע לאזט נישט האבן זיי פארלאנגט מע זאל געבן פיש אין נישט מליחה ואילך פלייש.
דער דיין וואס האט חתונה גימאכט אין ויואל משה האט אויך גיבעטן מע זאל געבן
קרית יואלער פלייש נישט קיין קאנטינענטל נישט קיין מליחה ואילך פלייש, אויסדריקלעך נאר קרית יואלער פלייש, אין ווען מע האט עם גיזאגט אז ניין האט ער פארלאנגט אז מע זאל געבן פיש, שבת ביי שבע ברכות אין שמח תשמח איז יא גיווען
קרית יואלער פלייש, על כל פנים אזוי האט דער דיין גיזאגט פאר די מסיבין ביי די שבע ברכות.
אלזא דאס הייסט א עולם השקר, דער בית השחיטה אין קרית יואל איז פיל מיט פראבלעמען, צימת הגידין, קאטשקעס, וכו' אין דאך וויל קיינער נישט עסן די מהודרדיגע מליחה ואילך פלייש נאר זיי עסן די מפוקפקדיגע קרית יואל פלייש, איז דאס נישט א עולם השקר?.
אינטרעסאנטע אהרונישע טעקסט מעסעדזשעס וועגן הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א
Read more info about the story of ducks &about the Sheigets Yitschuk Shtein in the next few Msgs its info that we got first hand not Gizma
A Yingerman told us that HE was on pence when a rav hamachshir was on phone with Yitschuk Shtein few weeks ago &he told him bza halushen>
Beza Halushen; ICH GEI MIR NEMEN IBER.... (NAME OF RABINY) IN ICH GEI EM DERLANGEN AZANS VUS ER HOT NOCHNISH GEHAT! (Shem reshuim Yirkov!)
He was also first1 who spoke in public big leis about arizona wheat he said also a lei l'eini haShemesh that we Using metal To velger matses
But till now he was here only for attention so it was a little leveled but last summer after he sawed that the train is running on rebe's>
>on rebe's side so he sent a shliach to Rabiny that he wan a run @his side rebe answered: Mit yeden ken men handlen, nisht mit A shakren>
>&now he is taking NEKUMA. but any way we have to make seedas hoidua that we not have Rabunim like that with us ASHREINY with Toiras ENES!
תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 18/01/2010 17:32:54
איר זעט פארוואס איך האב ליב צי טענהען מיט די זאליס, ווייל סי דארט נישט לאנג אין זיי געבן ארויס זייער פערדישקייט אז יעדער זאל לאכן, מע גייט אריין אין פאפא בוטשער אין מע פרעגט זיי וואס פאר א פלייש איז דאס? איז דער ענטפער קרית יואלער פלייש, זיי זאגן נישט אז דאס איז פאפא פלייש, זיי זאגן נישט בהשגחת ר' שמואל חיים ליפשיץ, אין זיי זאגן נישט אז דער פאפא טראק האט דאס דעליווערט, זיי זאגן קלאר אין דייטלעך אז דאס איז געהעריגע קרית יואלער פלייש, קימט דער אייזל זעליג אין זאגט, אז רבי אהרן איז נישט פארלעסליך, רבי געציל איז נישט פארלעסליך, רבי משולם איז נישט פארלעסליך, די שוחטים פין קרית יואל זענען נישט פארלעסליך, די זאלצערס זענען נישט פארלעסליך, די בודקים זענען נישט פארלעסליך, נאר הרב הגאון הצדיק פאר ישראל וקדושו דער פאפאער משגיח ער איז פארלעסליך... איין מינוט, זיי ניצן נישט דעם קרית יואל טראק צי דעליווערן זיי האבן א אייגענעם פאפא טראק צי דעליווערן אין נאר וועגן דעם מעג מען עסן די פלייש. נישט אימזיסט איז דער זעליג א זאלי, מיט אזא IQ לאזט מען אפילו נישט אריין ביי אינז.
| כלהנערים כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | ס'וועט דיר זיין אביסל אובאקוועם צו הערן אבער קענסט זאגן ס'נישט אמת כ'וועל מיך נישט באליידיגן, בית השחיטה המהודרת קרית יואל, די גרעסטע און מהודר'דיגסטע שחיטה ס'האט די גרעסטע פארלאנג אויף פראדאקשן, פלעגט ביז עטליכע חדשים צוריק ארבעטן 6 טעג א וואך 12 שעה א טאג (אויסער פרייטיג פארשטייצעך) אצינד איז דער בית השחיטה פלענט אפן, זעט אויס צוליב די ריזיגע פארלאנג, 4 טאג א וואך יא, קענסט רופן הצלה פאר אביסל אקסיזשין אבער דאס איז דער מציאות, קומענדיגן דארנעשטיג קום אליינס אראפ, דער פלענט נעמט וואקאציע יעדן דארנעשטאג, דאס איז אויסער וואס מ'האט ג'קאט א שעה פון יעדן טאג, און דעס איז א מציאות וואס דו קענסט פרעגן שלמה הערש עקשטיין אדער הרב לעווי אדער אויב ביסט באקאנט מיט איינע פון די ארבעטערס, וואס זאגסטו צו דעם פארלאנג...? |
|
כ'וועל דיר מגלה זיין פשוט'ע פאקטען וואס כ'האב קלאר געשטעלט
קרית יואל פלעגט שחט'ן 6 טאג א וואך נאר פאר יו''ט, ווען דעמאלטס שחט כמעט יעדער 5 טאג א וואך
א גאנץ יאר פלעגן זיי שחט'ן נאר 5 טאג א וואך
למעשה זייט ריבאשקין האט אנגעהויבן צו האקען שטיקער אין די מארקעט, אין גיבט פאר שפאט ביליג,
האט וויינלאנד אנגעהויבן שחט'ן נאר 3 טאג א וואך(דאנערשטוג פארמאכט), אין מהדרין נאר 2 טאג א וואך (דינסטוג דינגט סקווירא ארויס, זיי ניצן כמעט א גאנצע טאג, ווייל זיי האבען זייער א שטאטע שחיטה פיל מיט קפידה'ס, אין דאנערשטוג איז פארמאכט) אין קרית יואל 4 טאג א וואך (אפען זינטוג אין פארמאכט דאנערשטוג,)
יעדער פראבירט צו שניידען דווקא דאנערשטוג, אזוי איז די פלייש פרישער, ווייל די דאנערשטוג פלייש קומט הערשט אן מאנטוג אין די געשעפטן ביי אלע בית השחיטות
| זעליג_כהן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | 1. מליחה ואילך עסערס? וואס מיינט ממליחה ואילך, פאקט: רבי הילל וויינבערגער איז כלליות'דיג משגיח אין וויינלאנד, און בנוסף איז רבי חיים דוד כ''ץ ספעציפיש משגיח ווען סאטמאר שעכט דארט, און דאן אין 82 איז דער דיין משגיח: ''וואס קען זיין שענער פון דעם? |
|
ר' הילל איז בעל מכשיר נישט 'משגיח'
הרב חיים דוד כ''ץ איז נישט דארט ווען מ'שחט פאר מהרזל''ס ווייל אויב יא, איז ער דארט יעדן טאג - ווייל כמעט יעדע בוטשער האט טעגליך פרישע פלייש.
קענסט זיין אז ער קומט אמאל אמאל, אבער אפט איז ער זיכער נישט דארט.
כפי השמיעה איז אין וויינלאנד געווען אמאל א משגיח תמידי ביים זאלצען אין פאקען (בעיקר וועגן די ספליט טשיקענס) מטעם מהרזל''ס בוטשער (ס'זאל כאטש זיין א הכשר 'ממליחה ואילך) , אין מ'האט אים לעצטענס אויפגעזאגט,
אין יעצט איז נישטו קיין שום משגיח תמידי מטעם מהרז''ל אין וויינלאנד ביים זאלצען,
| זעליג_כהן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | 1. די עכטע שאלה וואס בלייבט איבער איז: וועלכע אנערקענטע מוסד / קהלה / רב נעמט ביי ענק די פלייש? נישט ווער ס'דינגט ארויס ביי ענק און שעכט, אזוי ווי די זאליס טוען ביי די שלאכט הייזער ווי זיי גייען. (לדו' די גרויסע לעיקוואוד ישיבה נעמט ביי די זעלבע פלאץ ווי סאטמאר שעכט.) |
|
רעכן מיר אויס וויפיל קהילות האבען היינט צו טאגס אייגענע בוטשער'ס וועל איך פראבירן מברר צו זיין פין ווי זיי נעמען
די פאקט איז אז רוב ת''ח ויר''ש ניצען דווקא ק''י פלייש (אפי' תולדות אהרן רבי ווען ער איז דא אין אמעריקע עסט דווקא פין קרית יואל, איר קענט דאס באשטעטיגען ביי זיין זון פין מאנסי אדער אנדערע קינדער)
ווייטער, די קהילות וואס פארקויפן אליין פלייש ווי פאפא, באבאוו, באיאן, צאנז, וכוי' נעמען אלע פין ק''י, אין שיקען ע''פ רוב אראפ א משגיח
חוץ סקווירא וועלכע האט א אייגענע בית השחיטה
אין קלויזענבורג וועלכע דינגט ארויס מהדרין'ס בית השחיטה מיט זייער אייגענע שוחטים אין משגיחים (ק''י דינגט נישט פאר קיינעם, אין דאס איז די סיבה פארוואס סקווירא איז נישט געקומען אויף ק''י)
אין ר' ש' ווידער דער בעה''ב פין מהדרין איז א קלויזענבוירג יונגערמאן
תוקן על ידי דיןתורה ב- 18/01/2010 21:56:46