דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס
דיין רבי האט פערזענליך וויי געטון טוזענטער מענטשען,
נישט און קיין כלליותדיגע ענינים,
נאר טאקע פרזענליך ראנירט מענטשען'ס לעבן,
נאר פאר איין סיבה,
צי קענען ציקומען צי זיינע תאוה'ס אומגעשטערט,
תשנ"ט איז ארויף ד דמעת העשיקים צום כסא הכבוד,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 19/01/2010 23:50:16
איינע פון די מעשים טובים פון דיין רבי, איז טשעפענן מענטשען בשעת שמתם מיטל לפניהם,
זייט וויסן
אז ווען מען טשעפט מענטשען בשעת מתם מיטל לפניהם,
איז דאס א בחינה פון א אפעראציע,
דער מענטש איז דעמאלטס אויפגעשניטן, וואס די טוסט עם דאן, וועט ער לעולם וועד נישט פארגעסן,
ווייל די ווינט היילט זיך אויס, און די צער וואס מען האט עם מצער געווען דאן, בלייבט פארנייט,
אייער רבי האט במשך אלע יארן אויס געניצט אן א שיער מאל די געלגנהייט,
פאר דעם אליין איז ער א עוף טמא וואס איז דורס,
און ער איז נישט באגלייבט אויף גארנישט,
עטס קומטס מיר פאר ווי די וואס האבן זיך ערענסט געשוואוירן אז דער טשאטער בני יואל עקסטרימיסט, איז א פרעמדע רב וואס האט נישט קיין שום נגיעה מיט רעבעצין שול.
וואס זאל איך ענק זאגן, עטס זענטס אלע עופות טמאים, בת היענה'ס
זייטס מיר אלע געזונט!
זאגסט ריכטוג, איך בין מסכים צי דעם,
אז דער גאנצער ענין דא נישט נוגע פאר מיר ווייל איך טראסט נישט ר' אהרן בכלליות,
ביסטו אויך מסכים צי מיין הנחה?
אז ביי דיר ולדומה לך איז אויך נישט שייך די גאנצע ענין,
ווייל וואס ער טוט אין וואס ער גייט טון איז דיר גיט נאך פאר די עפענסט עני תשובה ספר,
אויב יא
וועלן מיר מברר זיין ציזאמען פאר וועם עס איז יא נוגע
,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 20/01/2010 00:10:21
איך וועל נישט קיינמאל זאגן אזעלעכע ווערטער אויף סתם ארונים,
וואס איך האב געשריבן איז נאר אויף א איש צבירי,
וואס לויטן חפץ חיים דארף מען מפרסם זיין מעשיו,
אייער רבי איז מיר ניטאמאל ווערט איך זאל וועגן עם איין עמך איד פיינט האבען,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 20/01/2010 00:11:24
אז מען פארנעמט נישט קיין היץ, גייט מען ארויס פון קאך,
תוקן על ידי ווער_איז ב- 20/01/2010 00:18:29
איך האב שוין געטון די עצה,
און אזוי ווי איך האב גענדיגט דעם חודש תענית,
און איך האב שוין אנגעהובן אביסל מיט צי האלטן וואס טוט זיך,
פינקט דאן איז אויפגעקומען די פערלשטיין אומגליק,
אבער איך האב נישט אויף געגעבן, איך האב נאכאמאל אנגעהובן,
און ווידער אזוי ווי איך ענדיג די תענית האט זיך אנגעהובן רידערן מיט די רעבעצן'ס ביהמ"ד,
אלזא סקאטעניו געב מיר א אנדערע עצה,
ס"ה האלט יעצט די שאלה נאר צו מ'דארף יא כשר'ן די כלים אדער נישט, משמיה דהרב מקארלסבורג שליט"א זאגט מען אז אויב ס'איז געווען "מוסקאווי" קאטשקעס דארף מען יא כשר'ן, און כמה אחרונים דא אויף הייד פארק האלטן אז מ'דארף נישט, ווייל ס'איז נאר א אבסעסיע פונעם קר"י רבי, ס'איז נאר א ספק ספיקא [?????], לויט רוב [??] פוסקים איז עס מותר לכתחלה, וכו' וכו'.
אבער הכל מודים, אז ס'איז "יא" דא אן ערענסטע חשש אז ס'איז געווען "מוסקאווי" קאטשקעס, און מ'האט עס פארהוילן פונעם ציבור, ווייל ... ביי אונז איז אלעס "מהודרת".
איך מיין אז מ'דארף ענדיגן ביי דעם, און יעצט איז שוין צייט צו פארמאכן דעם אשכול, ווייל ווי ס'קוקט אויס וועט שוין נישט זיין קיין פרישע חידושים אין די נושא פון די קאטשקעס.
חוץ אויב דער רבי וועט אונז מהנה זיין מיט א פייערדיגע דרשה איבער די "קאטשקעס", וואו ער וועט יורד זיין לעומקם של דברים, וויאזוי זיי ווערן געבוירן, וויאזוי זיי טאנצן, וויאזוי זיי שווימען, די נפלאות הבריאה וכו' וכו' [איר געדענקט נאך די דרשה פון די אייער].
תוקן על ידי ychtzel ב- 20/01/2010 16:35:17
תוקן על ידי ychtzel ב- 20/01/2010 16:42:42
תוקן על ידי ychtzel ב- 20/01/2010 17:05:44
ווער שרייבט דאס?
אויף דאס וואס דער זכר אוכל כשהוא קטן עופות חיים איז דא א היתר מבי"ד פון רש"ס עי' בזכרון יוסף נימוקם ולפלא אז איינער וואס שרייבט א בירור זאל זיין אזא מסלף און נישט אראפברענגען די תשובות פון די חולקים ובראשם הגרש"ס מירושלים.
ביציו משונה איז דער גלאטער מציאות נישט אזוי, נאך א סילוף אראפצוברענגען א תשובה פון א רב וואס האט גענטפערט כפי השקר בהשאלה שנשאלה מלפניו. און עינינו הרואות שזה אינו.
תוקן על ידי gimpele ב- 20/01/2010 16:42:51
[בילד – נישט אפגעהיט]תוקן
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי ychtzel ב- 20/01/2010 17:07:22
נעם דיך צי די ארבעט מיט ישוב הדעת,
דער תשובה האט געשריבן גאר א חשובע רב און קרית יואל,
א גרויסער תלמיד חכם,
ער איז גראדע גאנץ נאנט צי די ארונישע פארטיי,
וויפיל איך ווייס האט ער שוין געזאגט דרשות און גרוסן בית מדרש און ק"י, לכל הפחות 2 מאל,
אויב וועסטו שרייבן געהעריג אז עס וועט זיין ראוי איבער צי געבן פארן חשובן רב,
וועל איך עס אי"ה איבער געבן, און איך וועל בעטן דעם רב ער זאל ענטפערן אויף אלע קשוית,
אז די רעדטס שוין יא מיט איהם, געב איהם איבער אז דער שאלה איז ענדערש וועגן עניני 'נאמנות', ווי איידער 'עופות טמאים', ווייל לכתחלה איז דאך כו"ע מודה אז די מאסקאווי טויג נישט, קיינער איז זיך נישט חולק אויף דעם, און אפי' בדיעבד איז אויך נישט נוגע פאר די אברכים יקרים צו וועם ער רעדט דארט, ווייל די שאנסן זענען אז קיין איינע פון די אברכים יקרים האבן און זייער לעבן געגעסן קאטשקע פלייש.
ער קוקט מיר אויס ווי א שיינער תלמיד חכם, ממילא וויל מיר אלע הערן זיין חוות דעת, וואס טוט זיך ווען דער איד איז מעיד אז די עופות איז געווען פעקי"ן, צו מען דארף חושש זיין וואס דער גוי אדער א לעב זאגט.
מיט דאנק.
מיר ווילן פרעגן די חשובע תלמידי חכמים שרי התורא מגדולי התחתונים בדורינו
הגה"ק דיןתורה שליט"א הגה"ק גערעכטער אחד שליט"א הגה"ק מאנדרויער שליט"א
ועל כולם ה"ה הוד כבוד
הגאון גימפל שליט"א
ראש ישיבה דמתא
ווי זענט איר אנטלופן, פארנעמט איר נישט אביסל תורה?
|
אין מיינע אויגן קוקט עס אויס ווי טייטלבוים דער שפיטקעווער האט עס געשריבן
|
נישט שיין פין דיר אזא שפראך די פלעגסט זיין דא מער פין די נארמאלע שרייבערס
על דבר השערריה האחרונה שנתהווה בכרם בית ישראל,
אני מסכים לכל דברי הקונטרס "תשקצו מן העוף" שהוא מברר היטב הדק בטוב טעם ודעת,
אבל היות שקשה לי להיות מודה על האמת,
לזה באתי בזה לבקש מכל חברי קהלתינו קהל חדרי חרדים שבהייד פארק יצ"ו,
שהשתיקה שאחז אותי יהיה נחשב לכם כאילו הייתי פרטם כהדאה גמירה לכל האמור בהקונטרס הנ"ל,
כאמרם ז"ל מדשתקי רבנן שמע מינה דניחה ליה,
באתי על החותם בלב קרוע ומרתח על המכשול הנורא וי"ר שלא יהיה עוד כזה, וילמדו תועים בינה,
ה"ק גימפל
מו"ץ בקהלתנו
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 21/01/2010 16:56:25
פשוט אין עתותי בידי צו שרייבן א לאנגער בירור אויפצוווייזן די סילופים אין דעם אזויגערופענעם בירור.
צוויי הערות וואס איך האב תיכף געשריבן נעכטן צופרי ווען איך האב נאר געזען די ערשטע האלב זאל קודם פארענטפערט ווערן, און דערנאך וועל איך זען צו איך האב צייט צו גיין ווייטער....
אפשר אז זיי וועלן זען דיינע בירורים וועלן זיי צוריקציען,
אפשר זאל גימפל אויך שיקן זיינע הערות צו יענע דיינים אז זיי האבן געמאכט א טעות און די ריקאל איז נאר געווען לפנים משורת הדין ווילאנג מ'האט נישט געטראפן דעם אבני צדק.
ראובן מיט שמעון האבן זיך געקרוגט ביים בי"ד, ראובן טענהט אז ער האט געבארגט א טאפ פאר שמעון און ער האלט עס נישט ביים צוריקגעבן, אויף דעם ענפערט שמעון צוויי זאכן,
איינס, כ'האב פון דיר קיין טאפ קיינמאל נישט געבארגט!
צווייטענס, איך האב דיר עס שוין צוריקגעגעבן..
דעס גענוי ענטפערן יעצט די ארונים,
1) די שוחטים זאגן אלע קלאהר אז דעס איז נישט געווען מאסקאווי ס'האט געהאט אלע סימני טהרה,
2)דער אבני צדק פסקנט אז מ'דארף נישט כשרן די כלים
וויאזוי זאגט די וועלט, קאמענטארן זענען איבריג...
והשנית ס'איז טאקע נישט דומה ווייל דארט האט יענער קודם געלייקענט און נאכדעם מודה געווען ס'איז נאך נארמאל, אבער דא איז געווען פארקערט מ'האט אן א בושה געלייקענט א אייגענע הודאה! מיט שתוסים אז ס'איז נאר לפמשוה"ד, סקאט מ'קען נישט ביידע...
ס'איז מיר איין זאך נאך שווער אויב דו קענסט מיך ענטפערן,
אויב האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז געווען א פאלס אלארם און די קאטשקעס זענען יא כשרע מיטן מסורה,
דאן פארוואס ברויך מען דעם תשובה פון אבני צדק אז מ'ברויך נישט כשרן יעדער פארשטייט דאך אליינס?!
מאכטס מיך מו"ץ און ראש ישיבה בתשו"ח גדול, אבער קיין אפיציעלע ווארטזאגער בין איך נישט כדי ארויסצולערנען מעשיות פון מיינע ווערטער.
איך האב סך הכל מגיב געווען אןיף איינער וואס האט געשריבן מיט א פעסטקייט אז אויף מסורה כשר'ט מען כלים, האב איך אים געזאגט פקח עיניך וראה שוממתיך אז די הלכה איז נישט אזוי.
דער שמועס איז נתגלגל געווארן מענין לענין איבער וואס מוסקאווי איז האב איך מיטגעטיילט מיטן עולם אפאר ידיעות איבער דעם ענין וואס מי שלא טח עיניו ע"י הפאליטיק מראות ווייסט דאס.
אבער אז מיין שיחת חולין וועט זיין א צריכה לימוד אויף וואס די פאקטישע מעשה איז געווען אין בית השחיטה און קרית יוא' לא פללתי.
איך גיי נישט זאגן וואס גענוי די מעשה איז געווען, פשוט ווייל איך ווייס נישט....
איך פראביר נאר ארומצורעדן טעאראטיש די פארשידענע מציאות'ער וואס די הלכה איז, און ווער עס שפירט, נעבאך, א נצחון אין קרית יואל דורכן אויסדרייען מיינע ווערטער פארגין איך אים עס בטוב לבי מיטן גאנצן הארץ.
|
ער איז נישט דער ערשטער צי זאגן דע שקר גס ווי די ריפסט עס סאיז נאך פין פריער ממילא ניצט נישט אזא ווארט ווען די געהויבענער ראצער אקעגן איינעם פין די פריערדיגע די ווילסט זאגן אנדערשט איין זאך אבער זאגן שקר גס דאס שוין נישט קיק זיי מוחל די 4 שורה פין אינטן
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך ווייס נישט פארוואס הרב דר. איללאווי ז"ל האט אזוי געשריבן, איך בין נישט מהרהר אחרי מטתו און מסתמא איז דא א ביאור דערויף פון ווי זיין טעות האט זיך גענומען.
אבער צו ברענגן א טעות הנראה לעינים, ולא נפק"מ כלל ווער עס האט זיך סומך געווען אויף דעם טעות, פאר א פאקט איז א סילוף מאין דוגמתו.
בעל מגלה טעותים
|
איך ווייס נישט פין ווי דיין חוצפה אין ביטול אקעגן איינעם וואס איז געווען פין די תלמידי חת"ם סופר וואס ער איז געווען חבוב אין געהאט די הוראה פינעם הייליגן חת"ם סופר אין האט לוחם געווען אקעגן די רעפארמער אין מהאט עם פארטריבן וועגן דעם אין די מיט דיין חוצפהדיגע פעדער ריפט עם אן דר. איללאווי סאיז נישט צי פארשטיין דיין חוצפה רח"ל!!!!
אין לאמיר זאגן אז סקיקט דיר אויס נישט רינדעכיג אבער ער האט דאך געהאט ביי זיך אין שטאט די פארום האט ער עס עכט געזען נישט אויף א פיקטשער ווי איך אין די ווי אין מקען זיך ארום קריגן אויב סאיז יא אדער נישט רידעכיג (וואס אויף די בילד איז עס נישט אזוי ווי אינזערע אייער) אבער די ראצער אין חצוף קימסט אפווענדן אזא איינעם וועגן די קיקסט א פיקטשער אויף דיין סקרין די חצוף מחוצף .....
שעם אן יא
תוקן על ידי ווער_איז ב- 22/01/2010 17:40:54
Rabbi Illowy was a fascinating character in American Jewish history, with a reputation as a masterful orator and staunch defender of traditional Judaism against Reform. He was born in Kolin, Bohemia in 1814 to a family of distinguished rabbinic scholars. Rabbi Bernard Illowy studied in the Pressburg Yeshiva, the University of Budapest, and the rabbinical school of Padua, Italy under Rav S.D. Luzzatto (Shadal; see EJ 11:604-607). He served as a rabbi and teacher in Europe as well as professor of French and German. He was fluent in Hebrew, Latin, Greek, German, English, French, and Italian. On account of (non-Jewish) political pressures related to the 1848 revolt of the Bohemians he was unable to take a rabbinic post in his native land. He therefore came to the U.S. where he was the first university educated Orthodox rabbi. In his U.S. rabbinic career he served congregations in New York City, Philadelphia, St. Louis, Syracuse (NY), Baltimore, New Orleans, and Cincinnati. He died on 3 Tammuz 5631 [June 22, 1871] and was buried in Cincinnati.
ביי מיר איז ער לגמרי נישט אראפגעקוקט חלילה, ער איז געווען דער הויפט לוחם אין OCCIDENT אנטקעגן די רעפארמער אין אמעריקא.
א לינק איבער זיין היסטאריע, באשריבן דורך זיין זון.
http://www.jewish-history.com/Illoway/biography.html
ער איז געווען א פראפעסאר גראדע אויך אין גימנאזיום אין מורבי'ה - מערן, דאס מאכט אים ביי מיר חלילה נישט קליין, איך ברענג עס נאר כנגד דיין חוכא'דיגע סטעיטמעינט אז זיין דאקטאראט האט ער באקריגן צוליב א וויזא קיין אמעריקא.
נאך א לינק פאר זיינע תולדות,
http://www.tzemachdovid.org/gedolim/jo/tpersonality/rillowy.html
בקיצור איך האב נאר אזוי געשריבן ווייל ער האט זיך אזוי גערופן.
http://onthemainline.blogspot.com/2009/10/vandalism-please-leave-rabbi-illowys.html
איויף דער אומקלארער בילד פון די מציבה זעט מען קלאר עכ"פ די ווערטער אין ענגליש
REV. DR.
זיין זון אויפן שער בלאט פון פאטער'ס ספר באטיטלט אים אויך מיט א PhD
וואלסט געקענט אביסל היסטאריע וואלסטו געוואוסט אז דר. איז נישט אזא געפערליכער טיטל
איך מיין עס אמת'דיג... וויפיל כ'האב נאר געפרעגט און געטרייט געוואויר ווערן קען איך עס נישט דערגיין, יעדער זאגט יעדע מינוט עפעס אנדערש.
וואס זאגען די מערערים און וואס ענטפערט בית השחיטה?
איז די פראבלעם נאר אין ק"י אדער איבעראל די זעלבע?
ביטע מיר ענטפערן די 2 שאלות פשוט לידיעות הדברים
די בית השחיטה האט קודם געלייקענט להד"ם נאכדעם מודה געווען אין די צייטונג אז מ'זאל צוריקברענגן נאכדעם נאכאמאל געלייקענט ס'איז נאר חומרא יתירה נאכדעם נאכאמאל מודה געווען אז דער אבני צדק האט ביי אזא שערורי' געפסקענט אז מ'דארף נישט כשרן,
נו א וואונדער וואס דו ביסט צעמישט...
ביטע זאג מיר ווי דו האסט געזען מטעם דעם בית השחיטה איינעם רעדן פון דעם אבני צדק.
|
מר' גימפל איך מיז דיר זאגן אז די ביסט ווערט א קאמפלאמענט נאך דעם ווי איינער דא אויפן פארום האט דיך מעורר געווען אז סאיז נישט אויס געהאלטן צי ניצן אזאליכע געמיינע לשונות ווען מרעדט פין איינעם וואס האט געהאט די הוראה פינעם בעל חת"ם סופר זי"ע נאכדערצו די ווארט שקר גס אין דע נאמען דר' יעצט זע איך אז די ביסט מודה אז סאיז א געפערליכער טיטל נאר די האלטסט אז סאיז נישט אזא געפערילכע טיטל
וויל איך דיר נאר פרעגן א טאמער די צייטונג גייט נעקסטע וואך שרייבן אויף דיין קדוש'ל אין סבלן העולמי (יא ער איז באמת סובל יענעס צרות איבערהויפט ווען ער מאכט דאס אליין עי' טאלי גראס) אז למשל פרישע נייעס דר' אהרן טייטלבוים האט געזאגט א שקר גס ...........גייט מען דארט נאך מעגען אדוועטייזן?
תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 24/01/2010 17:08:44
האסט נאכגעקוקט די אלע לינקס וואס איך האב געברענגט?
ער האט זיך אזוי גערופן וכך נחרתה על מצבתו, האבענדיג א PhD, אויב דו ווייסט וואס דאס מיינט, פון בודאפעסטער יוניווערזיטעט. און האבענדיג געווען א פראפעסאר פון שפראכן אין גימנאזיום אין מעהרן.
ביי מיר ווערט ער נישט פארמינערט דערפאר קיין כי הוא זה. אבער מציאות בלייבט מציאות, פינטעל.
שקר גס האב איך גענוצט אנטקעגן די היינטיגע וואס זענען זיך תולה בטעותו פון א קדמון ווען זיי ווייסן אז דער מציאות איז נישט אזוי. קוק איבער מיינע ווערטער וועסטו דאס קלאר זען.
דיין דיוק אין אז"א געפערליכע"ר טיט"ל ווייסטו אליינס אויך אז עס איז גארנישט מער ווי א קינדערישע ספין בדברי, און אזוי אויך דיין ווילדער אויסברוך שלא מן הענין לגמרי איבער מרן שליט"א, או ממילא פיל איך נישט קיין נויט מגיב צו זיין, וד"ב.