היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס

דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס

251 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2745379
בלאט: 1 2 3 4 5 6

gimpele » 24/1/2010 18:18

אגב, דיין קונטרס חומת הדת האט דוכט זיך געמאכט א טעות מיטן נוצן דעם שינאווער רב'ס בריוו אלס אוסר פון מוסקאווי.

כפי זכרוני, האט ער מפקפק געווען אויפן היתר פון מה שנקרא בזמנינו טורקי"ס, איך בין נישט 100% אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ אז דערויף איז זיין מכתב סובב.

gimpele » 24/1/2010 18:39

הרב איללאווי'ס ספר אין היברו בוקס

http://www.hebrewbooks.org/7201

א חתימה אויף א פסק בי"ד "המכונה ד"ר איללאווי"

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=7201&st=&pgnum=61&hilite=

וויאזוי אדרעסירט אים הרש"ר הירש און זיין בריוו איבער מוסקאווי?!?!?

Dr. Illowy

דא האסטו עס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=7201&st=&pgnum=75&hilite=

האט איינער וואס צו ענטפערן?

תוקן על ידי gimpele ב- 24/01/2010 18:40:14

kj1234 » 24/1/2010 21:28

gimpele כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און אזוי אויך דיין ווילדער אויסברוך שלא מן הענין לגמרי איבער מרן שליט"א, או ממילא פיל איך נישט קיין נויט מגיב צו זיין, וד"ב.

מיט דעם האלט איך אויך אז די ביסט גערעכט

סעננדר » 24/1/2010 21:29

למעשה, איז דער ריקאל בלויז געווען א טעות?
 
gimpele » 24/1/2010 21:45

כ'האב דיר געשטעלט א שאלה אויבן ר' סענדר, ביטע ענטפער.

ייש"כ

סעננדר » 24/1/2010 22:03

אויב דו מיינסט דר. אילאווי, זאלסטו מיר מוחל זיין איך האב אין ערגעץ נישט אריינגערעדט ביי דע סובזשעקט ווייל איך בין נישט באקאנט און כ'האב נישט ליב צו רעדן פון וואס איך ווייס נישט סא בעט מיר ביטע נישט קיין ענטפער, אויב דו מיינסט עפעס אנדערש דאן זאג ס'ארויס 

סעננדר » 24/1/2010 22:10

ווי נישט ווי איז דער אשכול מער געווידמעט פאר קאטשקעס ווי אויף דר. איללאווי'ס לעבנס ביגראפיע, סא קום צוריק צום נושא און ענפער בדברים העומדים על הפרק,

 איז דער ריקאל געווען א טעות?  

gimpele » 24/1/2010 22:18

gimpele » 24/1/2010 22:23

באציענדיג צו דיינע ווערטער דא
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2745379&whichpage=13#R_15

סעננדר » 24/1/2010 22:30

דאסמאל וועל איך צוריקציען, אבער זע קומענדיגע מאל ווען דו ברענגסט א תשובה צו פארטייטיגן איינעם זאלסטו אננמערקן אז ס'איז בלויז דעת עצמו, ווייל מ'קען זיך לייכט טועה זיין ווען איינער פארטייטיגט איינעם אז ער זאגט יענעם'ס שיטה, און אזוי האב איך דא פארשטאנען אבער, טעיתי...

סעננדר » 24/1/2010 22:34

למעשה ווער ס'האט יעצט אין פריזער פון די ריקאל פלייש, מעג ער דאס עסן אדער נישט? קורץ און שארף,  

gimpele » 24/1/2010 22:36

איך האב דעם תשובה געברענגט איינעם צו פארטיידיגען?

איך האב אים געברענגט אפצווארפן דעם סטעיטמעינט פון א גולם'ל אז אויף מסורה כשר'ט מען.

דארפסט נישט נאכאמאל זאגן טעיתי, זכרון א' עולה לכאן ולכאן...

gimpele » 24/1/2010 22:40

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
למעשה ווער ס'האט יעצט אין פריזער פון די ריקאל פלייש, מעג ער דאס עסן אדער נישט? קורץ און שארף,  

קורץ און שארף, איך ווייס נישט.

ווי איך האב שוין אויבן געשריבן ווייס איך נישט די מעשה דא, איך שרייב נאר איבער די טעאראטישע מציאות'ער.

טאמער קאנסטו א אידל וואס האט אזא שאלה,  וואלט איך אים געראטן אנצורופן ר' געציל און פרעגן וואס צו טאן.

סעננדר » 24/1/2010 22:45

אינטערעסאנט, אויף וואסערע סטעיטמענטס לייגסטו מער פריאריטי יא צו פארטייטיגן? יעדע צווייטע תגובה דא איז היפך דעת תורה, ווען נעמסטו דיך דו מי אפצווארפן און ווען נישט...?

סעננדר » 24/1/2010 22:53

אז דו ווייסט נישט די מעשה דא דאן עפן א אשכול פאר דר. איללאווי און לאז איבער דעס פלאץ פאר דו וואס וויסן יא,

gimpele » 24/1/2010 22:54

אזוי ווי דער אשכול איז, כדבריך, נישט אויף הרב אילאווי'ס ביאגראפיע, איז עס דוכט זיך אויך נישט אויף מיין אויסוואל אויף וואס מגיב צו זיין.

gimpele » 24/1/2010 22:58

דו האלטסט טאקע אז די אלע שרייבערס דא ווייסן עפעס וואס די מעשה איז עכט געווען?

איך און דו ווייסן אז א חוץ אז זיי האבן פיינט מרן שליט"א ווייסן זיי נישט גארנישט.

רשכבהגולם » 25/1/2010 00:34

איך מיין טאקע אז מען זאל זיך אוועק קערן צום דעם,
איך וואלט פארגעשלאגן, פאר ווער עס האט צייט,
צי פירן א דיבעט, אויף 3 נושאים וואס איז לעולם 1איינס
צד אנטי ר"א זאל אויפווייזען מיט אלע זייערע ראיית אז ר"א איז א שוטה און א רשע און א גס רוח,
און צד ר"א זאל עס אפפרעגן,

וועסטו מיר וועלן זאגןאז מען זאל מאכן אויך א דיבעט פארקערט,
אויב רז"ל איז עם הארץ א.א.וו.
וויל איך אייך שוין זאגן אז עס איז נישט דא קיין דיבעט אויף דעם,
ווייל ווען מען האט אויף גענימען רז"ל פאר רב האט צד ר"א שוין אופגעברענגט די טענה,
און כולם פה אחד האבען בשעתו גענטפערט כזה,
מיר קענן עם נאך נישט און מיר ווייסען נאך נישט צי ער איז יא א ת"ח אדער נישט,
אבער אויב ר"א איז א ת"ח וואלטן מיר אלע פארציכטעט אויף א רב א ת"ח
ווי איידער צי האבן א נבילה סרוחה פאר רב (כלשון הגמרא) 

gimpele » 25/1/2010 00:47

הוא אשר דברתי, דא רעדט מען נישט פון קאטשקעס דא רעדען נעבאך אפאר אידן פון גרויס קנאה שנאה, און וועלן פאבריצירן מעשיות לויט ווי אזוי עס דוכט זיך זיי אז זיי וועלן קענען עפעס האבן פונדעם אין זייער קאמף שלא לש"ש

ייש"כ גולם'ל פארן מיר אינטערשטיצן.

פארשטייצעך » 25/1/2010 00:57

דער טאקטיק צו ענטפערן "קנאה ושנאה" איז זייער אן אלטער, אבער למעשה פארענטפערט עס נישט די רשעות, אדער דאס קלות פון רא"ט אויפפירונג.

א מענטש וואס פייניגט יתומים, שפארט אפ בתי מדרשים, שלאגט זיך מיט צדקת רבי מאיר בעל הנס, און איז מכשיל אידישע קינדער מיט עופות טמאים, ווייל אזוי וויל איך און אזוי וועט עס זיין, קען אייביג נוצן דעם תירוץ פון קנאה שנאה.

למעשה האבן מענטשן די רעכט צו שרייען געוואלד, און אויפווייזען מיט וועמען מען האנדלט דא, און די האסט רעכט צו ענטפערן "קנאה שנאה".

געדענק » 25/1/2010 01:57

אזוי ווי גימפל האט זיך צו'סכסוך'ט דא איבער א פרעמדע נושא מיט סנדרן און מיין תגובה איז פארוואסערט געווארען שטעל איך עס נאכאמאל ארויף,
ביטע מיר ענטפערן.

קען איך וויסען און פשוטע ווערטער וואס די שערורי' איז דא?

איך מיין עס אמת'דיג... וויפיל כ'האב נאר געפרעגט און געטרייט געוואויר ווערן קען איך עס נישט דערגיין, יעדער זאגט יעדע מינוט עפעס אנדערש.

וואס זאגען די מערערים און וואס ענטפערט בית השחיטה?
איז די פראבלעם נאר אין ק"י אדער איבעראל די זעלבע?

ביטע מיר ענטפערן די 2 שאלות פשוט לידיעות הדברים

סעננדר » 25/1/2010 05:39

וואס זאגן די מערערים?
 דע עופות וואס דער דיסטריבעטער האט דעליווערט פאר נעיטשערס בעסט בדיעה אז קרית יואל נעמט דאס לכתחילה ווערט אנגערופן מאסקאווי דאק, ס'דא שיטות וואס האלטן ס'עוף דורס אדער עוף אן א מסורה
וואס ענפערט בית השחיטה?
?
איז די פראבלעם נאר אין קרית יואל אדער איבעראל די זעלבע?
אויסדריקלעך נישט נאר אין קרית יואל אזאנע טעותים געשעט איבעראל, אבער דעס ווארפן די שילד אויף יעדעם און פאר זיך בלויז נעמן קרעדיט, דעס איז אין ערגעץ נישטא נאר ביי קרית יואל בית השחיטה 
 
רשכבהגולם » 25/1/2010 16:45

גימפל
מיר זענען אויפן זעלבן פעיטש,
די זאגסט: אז דיין מרן איז געבוירן מיט אזא טבע,
אז וואס ער האט געטון בעבר, איז גוט געווען ,
וואס ער טוט בהוה, איז די בעסטע שענסטע גרעסטע,
און אלעס וואס ער גייט טון להבא, איז ער אויך זיכער גערעכט,
איי ווי אזוי איז עס מעגליך?
דער תירץ איז, עס איז א מעלה נאך פון געבארט, זעירן אינן וואס ווערן געבוירן מיט די זעלטנע מעלה, 

מיר זאגן: אז ווען א מענטש וואס האט אזא שחצנות'דיגע טבע, ווערט א רב,
קען ער טון וואס אימער ער וויל,  
ווייל צי ער טוט יא גוט, אדער ער טוט נישט גוט, קומט זיין טבע און איז מכריע אז אלעס איז גוט,
אזוי ווי די מציאת האט שוין באוויזן און די פארגאנגנהייט,
במילא האט אזא מענטש נישט קיין נאמנות אויף גארנישט, ווייל ער איז די בעסטע נאר בטבע,
און תורה'דיג דארף א זאך זיין גוט, אויך (און בעיקר) און ראליטעט,
 
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/01/2010 16:46:57

כלהנערים » 25/1/2010 17:21

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס זאגן די מערערים?
 דע עופות וואס דער דיסטריבעטער האט דעליווערט פאר נעיטשערס בעסט בדיעה אז קרית יואל נעמט דאס לכתחילה ווערט אנגערופן מאסקאווי דאק, ס'דא שיטות וואס האלטן ס'עוף דורס אדער עוף אן א מסורה
וואס ענפערט בית השחיטה?
?
איז די פראבלעם נאר אין קרית יואל אדער איבעראל די זעלבע?
אויסדריקלעך נישט נאר אין קרית יואל אזאנע טעותים געשעט איבעראל, אבער דעס ווארפן די שילד אויף יעדעם און פאר זיך בלויז נעמן קרעדיט, דעס איז אין ערגעץ נישטא נאר ביי קרית יואל בית השחיטה 
 
 סענדר האסט א שטיקל טעות, נישט דעס איז די פראבלעם אז זיי ווארפן די שילד אויף יעדעם און נעמן די קרעדיט פאר זיך, ווייל ווי נישט ווי זענען זיי טאקע נישט שילדיג ווייל דא איז געשען א מיסטעק קיינער זאגט נישט אז זיי האבן בכוונה גענומען די מאסקאווי ס'אויך נישט פראקטיש ווייל ס'איז נישט קיין חילוק אין פרייז, נאר וואס דען,

דעס וואס מ'האט ביז היינט געוואוסט אז בית השחיטה קרית יואל איז אנדערש פון יעדעם מיט זייערע חימרות און הידורים מיט זייער סייעתא דשמיא בכוחו ובזכותו של אותו זקן וכו' וכו' דעס אלעס איז יעצט געווארן היסטאריע, אצינד זעט מען דאס זיי זענען גארנישט אנדערש ווי א צווייטען ביי זיי געשעט אויך מיסטעקס מיטן כוחו של אותו זקן אינאיינעם, יעדער זעט יעצט זייער מורא'דיגע סייעתא דשמיא, ס'איז א ביזנעס ווי אלע שעכט הייזער און ס'געשעט טעותים ווי ביי אלע ביזנעסער, אפילו זיי באטיטלען דעם ביזנעס מיט קלינגעדיגע נעמען, דאס טוישט נישט גארנישט דע טיטלען קען זיך יעדער שרייבן, מהודרת ומשובחת ומפוארת ותפארת מיט די גאנצע געשעפט

געדענק » 25/1/2010 17:34

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
  
ראשית כל זעה איך דערווייל נישט קיין מיסטעיק, ס'איז נאר דא מענטשען וואס זאגען -היפוך פון די שוחטים און ארבעטער און רסיסטס פון בית השחיטה- אז מ'האט גע'שחט'ן מוסקאווי,
אז יענער זאגט מיינט נאך נישט קיין מיסטעיק,
לפי ידיעתי איז עס ביי א לעב אויפן טיש און מ'ווארט אויף אן ענטפער.

והשנית, אונזער פרומע רבי האט דאך -אפילו ס'שאדט פאר די ביזנעס און פאר פאליטיק- נישט געקוקט אויף די אלע זאכען און געמאכט א ריקאל ביז ווילאנג מ'ווערט נישט א מיליאן פראצענט געוואויר וואס דאס איז געווען,
נא... א טעות קען געשען ביי יעדן איינעם, אבער צו מאכען א ריקאל סתם ווייל יענער חלומ'ט אז אפשר איז געווען א טעות... דאס הייסט מהודרת!!!

כלהנערים » 25/1/2010 22:08

מ'האט שוין געשמיעסט איינמאל אז די שוחטים זענען גרויסע מומחים אין שחיטה און די ארבעטער זענען גרויסע מומחים אין זאלצן כשר מאכן פעקעדשין און אויפפיקן די טשעק, אלע זייערע סטעיטמענטס קענען זיי נאר נאכזאגן וואס מ'הייסט זיי זאגן, זיי זענען נישט קיין מומחים אין סימני טהרה,
 
אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק, און דארט ליגט טאקע דער הינט באגראבן דאס מ'האט בטעות דעליווערט א צווייטע סארט ווי וואס מ'האט באשטעלט אויפן אינוואויס.
 
לפי ידיעתי איז א לעב נישט מעלה ומוריד אין די סימני טהרה, און אויך נעמט נישט א וואך צייט צו טעסטן וואספארא סארט קאטשקע דאס איז, דאס ס'אלעס שטיסים פון שמואל ווידערס תירוצים דיקשענערי

והשנית אויב איז דער רבי אזא פרומע רבי וואס מאכט א ריקאל סתם ווייל יענער חלום'ט ס'אפשר איז געווען א טעות, דע תירוץ וואלט מען געקענט ניצן ווען ער זאל ווען טאקע מאכן דעם ריקאל ביים ערשטע מינוט וואס דער שערורי' איז נולד געווארן, ווי קען א קדוש וטהור רבי א וואך צייט לאזן עסן פלייש וואס האט מערערים אתמהה! דער סקאנדאל איז נולד געווארן דינסטאג ס'איז אדורך מיטוואך דארנעשטאג אין ערגעץ איז נישט געווען קיין ריקאל, קומענדיגע מיטוואך האט מען ערשט מפרסם געווען דעם ריקאל, נישט צום פארשטיין?! בעסער געזאגט יא צום פארשטיין, די ערשטע סטראגעדיע האט געארבעט, אנצושטעלן א תמוועטע פנים אז אלעס איז כשורה פארקערט מ'האט געראטעוועט אנדערע... אבער אזוי ווי דע תירוץ האט זיי נאך מער געלייגט אין דער ערד ווייל נישט יעדער האט אפגעקויפט די בלאט'ס לאקשן און דיינים האבן פארלאנגט א דין חשבון וואס דארט איז פארגעגאנגן, אהההה דא איז מען שוין געווארן פרום מ'האט געמאכט א ריקאל..... א וואך צייט האט גענומען צו ווערן פרום.... 

יא יא,דאס הייסט מהודרת, אזוי ווי כ'האב פריער געשריבן, ויקרא שמו בישראל מהודרת!! ס'שטייט אפילו א ריזיגע טאוול מהודרת...
 
כלהנערים » 25/1/2010 22:19

תיקון טעות, כ'האב געשריבן אז ס'נעמט שוין א וואך צייט פאר א לעב פעסטצושטעלן וואספארא סארט קאטשקע דאס איז, דע ריקאל איז ארויסגעקומען מיטוואך וארא דארט איז געשטאנען עד שיתברר ויתלבן הדבר.. מ'האלט שוין מאנטאג בשלח, און מ'ווארט נאך אויפן לעב....

לצים

סקאטמאלען » 25/1/2010 22:47

זייט דער א"ג שערוריא האט זיך אנגעהויבן האב איך נאך נישט געהערט קיין איינער זאל ענטפערן איין פשוט'ער פראגע:

מהיכי תיתי אז KJ האט געשחטן מוסקאווי?

כלהנערים » 25/1/2010 23:11

די גמרא באגלייבט א מסיח לפי תומו אפילו א גוי,
 דער דיסטריבעטער האט זיך פארענפערט במסיח לפו תומו פאר מהדרין, אז פאר דעם האט ער זיי געברענגט דע סארט קאטשקע ווייל ער דעליווערט די זעלבע פאר קרית יואל,

דע סארט קאטשקע ווערט אנגערופן מאסקאווי אזוי האבן עטליכע מומחים באשטעטיגט,
יעצט קענסטו זאגן צוויי זאכן, איינס דו גלייבסט נישט דעם מסיח לפי תומו וועם די גמרא גלייבט יא, אדער קענסטו זאגן אז די אלע מומחים זאגן ליגענט נאר בית השחיטה דקרית יואל זיי ווייסן וואס זיי רעדן און נאר זיי זענען באגלייבט

פארשטייצעך » 25/1/2010 23:20

איך קען נישט פארשטיין די שערוריה האט זיך אנגעהויבן פרשת שמות,
מען שטייט שוין פרשת בשלח,
פארוואס האט ר' געציל נאכנישט ארויסגעגעבן קיין צעטל, אז אין קרית יואל איז נישט געווען מוסקאווי???

סקאטמאלען » 25/1/2010 23:24

די מומחים פון וואס די רעדסט האבן נישט געזען די KJ קאטשקעס, פינטל.

אראפ מיט דעם!

מסיח לפי תומו איז בעצם א "קולא" אז ביי געוויסע פעלער איז מען "מקיל" אויב דער גוי איז מעיד עפעס לפי תומו, ווייל מ'זעהט אז ער זוכט נישט צו זאגן קיין ליגנט, אבער צו זאגן אז וואס דער גוי איז מעיד לפי תומו אסר'ט אזאך וואס דער איד איז מעיד בוודאי אויף פארקערט, לא מצינו בשום מקום.

אראפ מיט דעם!

נעקסט קעיס.

פארשטייצעך » 25/1/2010 23:26

בדרך צחות האט מיר ב. ק. געזאגט, אז ער איז זיכער אז ס'איז נישטא קיין שום חשש אויף די קרית יואל'ע קאטשעקס, ווייל ער געדענקט אמאל איז געווען א חשש אויף "זינגערס קוקיס", האבן זיי תיכף אראפגענומען דעם הכשר. מסתמא אויב דא וואלט געווען א חשש, וואלטן זיי אויך אראפגענומען דעם הכשר...

סקאטמאלען » 25/1/2010 23:27

פארשטייצעך, פארוואס פאר א שווארץ יאר זאל ער שרייבן נאך בריוון אז ער האט שוין געמאכט א ריקאל, למאי נפק"מ דער בריוו?

עני טינג עלס?

כלהנערים » 25/1/2010 23:38

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די מומחים פון וואס די רעדסט האבן נישט געזען די KJ קאטשקעס, פינטל.

אראפ מיט דעם!

מסיח לפי תומו איז בעצם א "קולא" אז ביי געוויסע פעלער איז מען "מקיל" אויב דער גוי איז מעיד עפעס לפי תומו, ווייל מ'זעהט אז ער זוכט נישט צו זאגן קיין ליגנט, אבער צו זאגן אז וואס דער גוי איז מעיד לפי תומו אסר'ט אזאך וואס דער איד איז מעיד בוודאי אויף פארקערט, לא מצינו בשום מקום.

אראפ מיט דעם!

נעקסט קעיס.

 סקאט סקאט לויף נישט אוועק

איך גיי היינט מברר זיין צו דע מסיח לפי תומו פון דעם דיסטריבעטער איז טאקע נישט מעלה ומוריד, און איך וועל דיר אי"ה מארגן ענטפערן, נאכנישט אראפ

די מומחים האבן טאקע נישט געזען דעם קאטשקע און דעס ווענדט זיך אויך -אויב דער נוגע איז טאקע מער נאמן ווי דער מסיח לפו תומו.

נאכנישט נעקסט קעיס פליז, איך גיי דיר אויף דעם מארגן ענטפערן אי"ה

פארשטייצעך » 26/1/2010 00:21

די מומחים האבן יא געזען די קרית יואל'ע קאטשקעס!

דיןתורה » 26/1/2010 02:50

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די גמרא באגלייבט א מסיח לפי תומו אפילו א גוי,
 דער דיסטריבעטער האט זיך פארענפערט במסיח לפו תומו פאר מהדרין, אז פאר דעם האט ער זיי געברענגט דע סארט קאטשקע ווייל ער דעליווערט די זעלבע פאר קרית יואל,

דע סארט קאטשקע ווערט אנגערופן מאסקאווי אזוי האבן עטליכע מומחים באשטעטיגט,
יעצט קענסטו זאגן צוויי זאכן, איינס דו גלייבסט נישט דעם מסיח לפי תומו וועם די גמרא גלייבט יא, אדער קענסטו זאגן אז די אלע מומחים זאגן ליגענט נאר בית השחיטה דקרית יואל זיי ווייסן וואס זיי רעדן און נאר זיי זענען באגלייבט

פריער שרייבסטו:
אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק,

לשיטתך אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי, דאן פארוואס האט ער געשריבן אינעם סטעיטמענט פעיקען???

דארפסט נישט ענטפרן

ביזט א פשוט'ע שקרן.

פארשטייצעך » 26/1/2010 04:07

ווער זאגט אז "קיינער איז נישט מחולק" אפשר זענען יא דא חולקים.

געדענק » 26/1/2010 04:59

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק, און דארט ליגט טאקע דער הינט באגראבן דאס מ'האט בטעות דעליווערט א צווייטע סארט ווי וואס מ'האט באשטעלט אויפן אינוואויס.
 
פון ווי ווייסטו?
האסט עס געזעהן?
האט איינער (עני באדי, א שוחט אדער א זאלצער צו א פאקער צו א קערער) וואס האט עס געזעהן דיר געזאגט אז ס'איז געווען מוסקאווי?

ווי אזוי קומסטו -וואס האט עס נישט געזעהן- מיט א זיכערקייט זאגען אז ס'איז געווען מוסקאווי? ווען פון די אנדערע זייט איז דא אידען שוחטים יראים ושלימים וועמען די תורה הקדושה האט זיי געטראסט מיט זייער נאמנות, און סתם ערליכע אינגעלייט זאלצערס, צו פשוטע בעלי בעתים פאקערס אדער ארבעטער וואס זיי אלע האבען עס געזעהן און זאגען אז ס'איז נישט געווען מוסקאווי???

מ'דארף דאך זיין בלינד נישט צו זעהן קיין חילוק!

כלהנערים » 26/1/2010 05:10

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די גמרא באגלייבט א מסיח לפי תומו אפילו א גוי,
 דער דיסטריבעטער האט זיך פארענפערט במסיח לפו תומו פאר מהדרין, אז פאר דעם האט ער זיי געברענגט דע סארט קאטשקע ווייל ער דעליווערט די זעלבע פאר קרית יואל,

דע סארט קאטשקע ווערט אנגערופן מאסקאווי אזוי האבן עטליכע מומחים באשטעטיגט,
יעצט קענסטו זאגן צוויי זאכן, איינס דו גלייבסט נישט דעם מסיח לפי תומו וועם די גמרא גלייבט יא, אדער קענסטו זאגן אז די אלע מומחים זאגן ליגענט נאר בית השחיטה דקרית יואל זיי ווייסן וואס זיי רעדן און נאר זיי זענען באגלייבט

פריער שרייבסטו:
אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק,

לשיטתך אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי, דאן פארוואס האט ער געשריבן אינעם סטעיטמענט פעיקען???

דארפסט נישט ענטפרן

ביזט א פשוט'ע שקרן.

דער אמת איז אז איך דארף טאקע נישט ענטפערן, ווייל כ'האב דעס קיינמאל נישט געשריבן..

איך כ'האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי,

דער גוי האט אנגעוויזן אז דעס איז די זעלבע סארט, און וואס דע סארט איז האבן די מומחים געזאגט נישט דער גוי, דו פרעגסט פארוואס ער האט געשריבן אויפן סטעיטמענט פעיקען, דעס פרעג איך אויך, דער מציאות איז געווען אז די אינוואויס מיט די סחורה האבן דארט נישט געמעטשט, ס'איז א נארמאלע מיסטעק ביי שיפפינג, און ווער ווייסט ווילאנג די מיסטעק וואלט געבליבן אינעם סיסטעם ווען נישט מהדרין האט דאס יעצט אנטדעקט,

ביטע שרייב נישט זאכן אין מיין נאמען וואס איך האב נישט געשריבן,

דארפסט נישט ענטפרן 

זעליג_כהן » 26/1/2010 05:12

איך ווייס עס פון די זעלבע פלאץ פון ווי די ''בית השחיטה המהודרת'' ווייסט עס..., און אויף דעם סמך האבן זיי געטוהן א אויסערארדינליכע זאך און ארויסגענומען אפאר דאללער און אהינגעגיבן פאר'ן ''די צייטונג'' ער זאל אריינלייגן אז מ'זאל נישט עסן און פארקויפן זייער קאטשקע פלייש...!

א זאך וואס זיי וואלטן נישט צוליב געטוהן, נישט פאר ''די שונאים וואס זיכן שמוץ'' 
אדער פאר די ''זאליס וואס ווילן בויען זייער ביזנעס פלייש-באנק'' 
און זיכער נישט פאר'ן ''אומוויסנדער (הרה''צ רבי יצחק שטיין שליט''א) וואס איז עכט אליין שולדיג... (ח''ו)'' 
זיי האבן עס געטוהן נאר און נאר נאכ'ן זעהן אז יש דברים בגו.

געדענק » 26/1/2010 05:15

נאכ'ן שרייבען מיין פריערדיגע תגובה האב איך געזעהן וואס סקאט האט געשריבען,

זייט דער א"ג שערוריא האט זיך אנגעהויבן האב איך נאך נישט געהערט קיין איינער זאל ענטפערן איין פשוט'ער פראגע:

מהיכי תיתי אז KJ האט געשחטן מוסקאווי?

און איך זעה אז כלהנערים ענטפערט וועגן דעם גויס מסיח לפי תומו,

יעצט פאנג איך עפעס אן צו פארשטיין!
די גאנצע שערורי' נעמט זיך פון דעם אז די גוי האט געזאגט אז ער גיט פאר ק"י די זעלבע קאטשקעס מיט די רויטע פיסקעס,

זאגען די מערערים, אאפס.... מר. ק"י!! מ'האט ענק געפאקט!!! עטץ שחט'ס טרפה'נע מאסקאווי קאטשקעס מיט די רויטע פיסקעס!!! פוי!!!!!!

ענטפערט ק"י, אז אלע ארבעטער דא זאגען אז זיי האבען קיין רויטע פיסקעס קאטשקעס נישט געזעהן דא,

סאו וואס איז יעצט די פראבלעם?

כלהנערים » 26/1/2010 05:22

געדענק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק, און דארט ליגט טאקע דער הינט באגראבן דאס מ'האט בטעות דעליווערט א צווייטע סארט ווי וואס מ'האט באשטעלט אויפן אינוואויס.
 
פון ווי ווייסטו?
האסט עס געזעהן?
האט איינער (עני באדי, א שוחט אדער א זאלצער צו א פאקער צו א קערער) וואס האט עס געזעהן דיר געזאגט אז ס'איז געווען מוסקאווי?

ווי אזוי קומסטו -וואס האט עס נישט געזעהן- מיט א זיכערקייט זאגען אז ס'איז געווען מוסקאווי? ווען פון די אנדערע זייט איז דא אידען שוחטים יראים ושלימים וועמען די תורה הקדושה האט זיי געטראסט מיט זייער נאמנות, און סתם ערליכע אינגעלייט זאלצערס, צו פשוטע בעלי בעתים פאקערס אדער ארבעטער וואס זיי אלע האבען עס געזעהן און זאגען אז ס'איז נישט געווען מוסקאווי???

מ'דארף דאך זיין בלינד נישט צו זעהן קיין חילוק!

דו דארפסט לכאורה צו זיין דיןתורה,

קוק וואס כ'האב געשריבן פאר אים דעס איז די זעלבע אויך פאר דיר,

פון ווי איך ווייס אז אויף די אינוואויס איז געשטאנען פעיקען דאס נעם איך פון סקאטמאלן, פון ווי איך ווייס אז די סחורה איז נישט געווען פעיקען דעס נעם איך פונעם דיסטריבעטער'ס ווערטער אז דע סארט וואס ער האט געשיקט פאר מהדרין די זעלבע שיקט ער אויך פאר קרית יואל, און יעצט קען פון דא און ווייטער די ערליכע שוחטים יראים ושלמים זאגן זייער מיינונג, און די מומחים וואס זעען דעם סארט ביי מהדרין, זייער מיינונג 

כלהנערים » 26/1/2010 05:26

סקאטמאלן ביסט גראדע נישט גירעכט,

מסיח לפי תומו ניצט מען טאקע צו ברענגן א ראיה להקל, אבער דאס איז נישט קיין כלל, מ'ניצט עס אסאך אויך לריעותא, פרעג עס דיין מגיד שיעור

כלהנערים » 26/1/2010 17:19

געדענק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נאכ'ן שרייבען מיין פריערדיגע תגובה האב איך געזעהן וואס סקאט האט געשריבען,

זייט דער א"ג שערוריא האט זיך אנגעהויבן האב איך נאך נישט געהערט קיין איינער זאל ענטפערן איין פשוט'ער פראגע:

מהיכי תיתי אז KJ האט געשחטן מוסקאווי?

און איך זעה אז כלהנערים ענטפערט וועגן דעם גויס מסיח לפי תומו,

יעצט פאנג איך עפעס אן צו פארשטיין!
די גאנצע שערורי' נעמט זיך פון דעם אז די גוי האט געזאגט אז ער גיט פאר ק"י די זעלבע קאטשקעס מיט די רויטע פיסקעס,

זאגען די מערערים, אאפס.... מר. ק"י!! מ'האט ענק געפאקט!!! עטץ שחט'ס טרפה'נע מאסקאווי קאטשקעס מיט די רויטע פיסקעס!!! פוי!!!!!!

ענטפערט ק"י, אז אלע ארבעטער דא זאגען אז זיי האבען קיין רויטע פיסקעס קאטשקעס נישט געזעהן דא,

סאו וואס איז יעצט די פראבלעם?

 ווען די פעיקען וואלט געהאט גרינע פיסקעס אין מוסקאווי רויטע, וואלט טאקע נישט געווען קיין פראבלעם, די פראבלעם איז אז ביידע זענען פון די פינק-רויט פאמיליע,

 און דעס איז איינע פון די זאכן וואס מ'וויל הערן פון די לעב זיי זאלן מבחין זיין די קאלירן,

איך בעט דיך נאכאמאל פארדריי נישט קיין יוצרות און שרייב נישט נאך זאכן וואס קיינער האט נישט געשריבן, דער גוי האט נישט געזאגט רויטע פיסקעס, ער האט זיך פארענפערט אז ער שיקט דעם זעלבן סארט פאר קרית יואל, און דער שאלה איז נישט נאר איבער די קאליר פון די פיסקעס, און נישט דער שוחט נישט די זאלצערס נישט די מעקסיקאנערס זענען באהאוונט אין סימני טהרה, בכלל אויב האט מען מעיקרא אנגעהויבן די קאטשקע פלענט מיט די ראנג קאטשקע וואס קענען שוין די ארבעטערס דא אריינרעדן?!   

דיןתורה » 26/1/2010 18:08

ביזט דיך סותר מיט ענקער באשרייבונג אין דער איד
וועלכע טענה'ט איז מ'קען גלייך זעהן א נ''מ צווישען די צוויי עופות
די פעיקן האט א געילע מויל אין די מוסקאווי א פינקע

דיןתורה » 26/1/2010 18:14

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די גמרא באגלייבט א מסיח לפי תומו אפילו א גוי,
 דער דיסטריבעטער האט זיך פארענפערט במסיח לפו תומו פאר מהדרין, אז פאר דעם האט ער זיי געברענגט דע סארט קאטשקע ווייל ער דעליווערט די זעלבע פאר קרית יואל,

דע סארט קאטשקע ווערט אנגערופן מאסקאווי אזוי האבן עטליכע מומחים באשטעטיגט,
יעצט קענסטו זאגן צוויי זאכן, איינס דו גלייבסט נישט דעם מסיח לפי תומו וועם די גמרא גלייבט יא, אדער קענסטו זאגן אז די אלע מומחים זאגן ליגענט נאר בית השחיטה דקרית יואל זיי ווייסן וואס זיי רעדן און נאר זיי זענען באגלייבט

פריער שרייבסטו:
אויף די אינוואויסעס איז געשטאנען פעקין דאק'ס קיינער איז נישט אויף דעם מחולק,

לשיטתך אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי, דאן פארוואס האט ער געשריבן אינעם סטעיטמענט פעיקען???

דארפסט נישט ענטפרן

ביזט א פשוט'ע שקרן.

דער אמת איז אז איך דארף טאקע נישט ענטפערן, ווייל כ'האב דעס קיינמאל נישט געשריבן..

איך כ'האב אין ערגעץ נישט געשריבן אז דער גוי האט געזאגט אז ער האט געשיקט קיין ק''י מוסקאווי,

דער גוי האט אנגעוויזן אז דעס איז די זעלבע סארט, און וואס דע סארט איז האבן די מומחים געזאגט נישט דער גוי, דו פרעגסט פארוואס ער האט געשריבן אויפן סטעיטמענט פעיקען, דעס פרעג איך אויך, דער מציאות איז געווען אז די אינוואויס מיט די סחורה האבן דארט נישט געמעטשט, ס'איז א נארמאלע מיסטעק ביי שיפפינג, און ווער ווייסט ווילאנג די מיסטעק וואלט געבליבן אינעם סיסטעם ווען נישט מהדרין האט דאס יעצט אנטדעקט,

ביטע שרייב נישט זאכן אין מיין נאמען וואס איך האב נישט געשריבן,

דארפסט נישט ענטפרן 

זייער א נערי'שע תירוץ אויף דיין אייגענע סתירה

הייסט אז די גוי האט פארציילט פאר זשי ענד זשי אז טראץ וואס כ'האב געשריבן אינעם סטעיטמענט פאר ק''י פעיקין, דאך איז די קאטשקע געווען מוסקאווי.........
די ווייסט, זאג פאר ק''י דיין געבעקס, זיי קענען רופן די גוי אין קארט פאר אזא זאך!
----------
די מציאות איז, דער גוי האט קלאר געזאגט פאר ר' שלמה ווידער דער בעה''ב פין זשי ענד זשי, פאר ק''י האב איך געשיקט 'פעיקין' ווייל ער האט דאס געבעטן
אבער פאר דיר האב געשיקט מוסקאווי ווייל האסט מיר נישט געזאגט וועלכע די ווילסט... (עס איז די צווייטע מאל וואס מ'שעכט קאטשקעס זייט ר' שלמה האט איבערגענומען די די פלענט)
יעדער קען אליין גיין פרעגן ר' שלמה, ער איז א נארמאלער גראדער מענטש, אין האט א חזקת כשרות.

אלפאנס, דאס איז זיכער אז די שוחטים אין אלע אנוועזענדע אין ק''י בית השחיטה זאגען אז ס''איז געווען פעיקין, נאר כל הנערים פין היידפארק טענה'ט אז די גוי האט געזאגט (אגב, פארוועם?) אז ער האט געשיקט די נישט מסורה'דיגע מוסקאווי
נו! איז דער ריקאל נישט געווען קיין אויסטערליש מהודר'דיגע שריט?

פארשטייצעך » 26/1/2010 19:08

איך האב פערזענליך גערעדט צו א שוחט, און ער האט מיר געזאגט אז ער האט בשעתו נישט געוויסט קיין חילוק פון קיין פעקין צו קיין מאסקאווי. און ער קען נישט געדענקען פאר קלאר וואס מען האט דעמאלט געשאכטן. ער האט בכלל נישט משים על הלב געווען צו געדענקען.
ער האט מיר געזאגט "פונקט ווי דו געדענקסט נישט וועלכע קאליר פאפריקע מען האט געלייגט אינעם סאלאט פאר זעקס וואכן צוריק ביי פרישטאג, אזוי קען איך נישט געדענקען וועלכע קאטשקעס מען האט גע'שחט'ן, בשעת מעשה האט גארנישט אויסגעזען אנדערש ווי געווענליך, און קיינער פון אונז האט דעמאלט נישט געהאט קיין בקיאות אין דעם, היינט צו טאגס וואלט איך דיר קלאר געקענט זאגן דעם חילוק, אבער נישט דעמאלט".

דיןתורה » 26/1/2010 19:31

קודם כל די שוחטים זאגען אבער א זיי געדענקן יא......

די סיבה דערפון איז פשוט, ווייל א וועזשטעבל סאלאט ליגט דארט אלע מינע וועזשטעלבל'ס אין אלעס איז אויסגעמישט
משא''כ ביי קאטשקעס ווייסען רוב עלטערע שוחטים אז דווקא די געלע מויל מעג מען שעכטן, אין אז מ'זעהט א פינקע מויל שעכט מען עס נישט, פינקט ווי די שוחטים אין זשי ענד זשי האבען עס באמערקט.

סקאטמאלען » 26/1/2010 19:32

מיינט לגמרי גארנישט, ווייל צו וואס ברויך מען אז יעדער זאל משים על הלב זיין, אויב איינער אדער צוויי האבן יא משים על הלב געווען, אין זאגן פעקי"ן ראיתי.

ליתר שאת, טאקע משם ראי', ווייל די מציאות איז אז די מוסקאוו"י קאטשקעס קוקן אין גאנצן אנדערש אויס ווי די פעקי"ן, זיי האבן טונקעלערע פעדערן, אסאך האבן א שטיקל שמיטשיק אויפן קאפ, ארום די אויג איז רויטליך, דער טבע איז אז ווען מ'זעהט אזאך וואסי אנדערש מהרגילו, באמערקט מען עס, און מ'געדענקט עס, ממילא אלמלא וואלט מען טאקע ווען געשחטן די מוסקאווי וואלט געדארפט ווען זיין כאטש איינער וואס זאל געדענקען אדער באמערקן אז ס'אנדערש ווי געווענליך.

ווי געזאגט איז דאס נאר ליתר שאת והעיקר אז למעשה זענען געוויסע שוחטים מעיד אז זיי האבן בברירות געזען פעקין. וואס זיי זענען לכל הדעות נאמן.

אראפ מיט דעם!

ווער איז נעקסט?

רשכבהגולם » 26/1/2010 22:09

.
בלאט: 1 2 3 4 5 6