לכל מאן דבעי למידע אמיתת הדברים.
ווער ס'האט א מינדעסטע ידיעה אין שחיטת עופות וכדו', [נישט פון היידפארק, בלאט, דרשת מהר"א, נאר פון זעהן און מיטהאלטן], ווייסט אז דער שוחט זעהט כמעט נישט דעם קאפ פון די עוף, בפרט ביי א קאטשקע וואס איז אביסל גרעסער, דער גוי נעמט ארויס די עוף\קאטשקע פונעם קעסטל, לייגט עס ארויף אויפן טשעין, צו אויף די שטענדער וואו ס'ווערט געשחט'ן, [ווענדט זיך אין וועלכע בית השחיטה, יעדע אופן האט מעלות און חסרונות, ואכמ"ל], דערנאך בייגט ער איבער דעם קאפ, און שטרעקט אויס די האלז פארן שוחט, דער שוחט שחט, און געגאנגען ווייטער.
אודאי טאמער דער שוחט וועט וויסן אז מ'דארף קוקן יעדן עוף ביים קאפ צו ס'איז גוט, וועט ער משים לב זיין, הייסן דעם גוי אראפנעמען זיין האנט פונעם קאפ, כדי צו קענען זעהן, אבער ווי לאנג דעם שוחט פאלט נישט ביי אז ער דארף עפעס קוקען, וועט ער בכלל נישט פרובירן צו קוקען, און בפרט ווען ער זעהט עס נישט, ווייל דער גוי דעקט עס צו מיט זיין האנט.
ממילא ווען מ'פרעגט א שוחט נאכן שחט'ן, וועלכע קאטשקעס איז עס געווען, איז לא ימלט אז דער שוחט זאל זיך דאכטן אז ס'איז געווען די ריכטיגע, און לאמיתה של דבר איז עס נישט געווען, וויבאלד דעם שוחט פאלט נישט ביי אז ס'קען זיין עפעס א פראבלעם, ער פארלאזט זיך אויף די בית השחיטה אז זיי האבן זיכער געברענגט די כשרע, [וכש"כ ביי שוחטים וועלכע ווייסן בכלל נישט אז ס'איז דא חילוקים אין דעם], און ממילא קען דער שוחט נארמאל נישט זאגן בברירות אז ס'איז געווען אזוי צו אזוי, ווייל ער האט עס בכלל נישט געזעהן, און אויך נישט משים לב געווען.
לדוגמא, אז איר וועט פרעגן א שוחט נאכן שחט'ן, צו ער האט גשחט'ן זכרים אדער נקיבות, וועט ער נישט וויסן צו ענטפערן, פארוואס, סיי ער האט נישט געזעהן דעם כרבולת, און סיי ס'איז אים נישט בייגעפאלן צו קוקען, [מילתא דלא רמיא עליה דאינשי]. אבער ערב יוהכ"פ ווען מ'שחט כפרות, ע"פ רוב קוקט דער שוחט יא זיכער צו מאכן אז ס'איז א זכר [אין די פלעצער וואו ס'איז נישט מסודר, און ס'קען אנקומען נקיבות אנשטאט זכרים], און דאן אויב דער שוחט זאגט אז ס'איז געווען א זכר קען מען זיך יא פארלאזן.
איי וועט איר פרעגן, וויאזוי האט מען עס אין זשי ענד זשי יא באמערקט, וועל איך אייך מגלה סוד זיין, דער שוחט וואס האט עס באמערקט, האט געעפנט די קעסטל מיט די קאטשקעס 15 מינוט פארן שחט'ן, און אליינס ארויס גענומען א קאטשקע, און עס געוואלט שחטן, [פארוואס, א גוטע קשיא, מעשה שהיה], און דאן ווען ער האט געהאלטן די קאטשקע ביי זיך אין די האנט האט ער גאנץ קלאר געזעהן אז ס'איז אנדערש פון די געווענליכע קאטשקעס. דהיינו, די קאפ האט געהאט אזויווי א שווארצע קאפל, בזמן וואס די געווענליכע זענען ווייס, און די שנאבל האט נישט אויסגעקוקט געל.
איך זאג קלאר "נישט אויסגעקוקט געל", ווייל דער שוחט זאגט אז ער האט אליינס נישט געקענט באשליסן צו ס'איז יא געל אדער נישט, ס'איז געווען אזא געמישטע קאליר, האט ער געפרעגט אנדערע שוחטים, און זיי האבן אויך מסופק געווען צו ס'איז די געווענליכע געלע קאליר אדער נישט.
אלזא, ווען ס'איז געווארן דארטן די טומל, און דער רב המכשיר האט עס נישט געוואלט לאזן נוצן, האט דער בעה"ב פונעם בית השחיטה אנגערופן דעם דעסטריביוטער היתכן ער שיקט עם נישט די געווענליכע קאטשקעס, האט ער געזאגט אז ער האט קיין קרית יואל אויך געשיקט און ס'איז גוט געווען.
ווי נאר מ'האט דאס געהערט, איז גלייך געלאפן א שוחט, וועלכע פאררופט זיך אלס "אהרוני", און אנגעקאלט ר' נח גפן פרעגן צו ס'איז אמת, און לפי דבריו פון דעם שוחט, וועלכער איז נישט נחשד אין פארדרייען א מעשה קעגן די אהרונים, האט ר' נח געזאגט אז ס'איז טאקע געווען שווארצע קעפ, אבער וויבאלד די שנאבל איז געווען געהעריג געל, האבן זיי אנגענומען אז ס'איז די געווענליכע קאטשקעס, עכ"ד.
דער שוחט, האט א גאנצע וואך פאר יעדעם פארציילט די מעשה, און אפילו ווען די בלאט איז ארויסגעקומען מיט זייער פורים געשיכטע, האט ער נישט געוואלט גלייבן אז די הייליגע בלאט קען שרייבן אזעלכע ליגנטס.
איז יעצט די שאלה, וויאזוי קען מען זאגן אז מ'פארלאזט זיך אויף די שוחטים, וועלכע זענען מעיד אז ס'איז געווען די געווענליכע?
א) האבן די שוחטים בכלל משים לב געווען צו קוקען וועלכע קאטשקעס עס איז? האבן זיי געוואוסט בכלל די חילוק פון די ביז די אנדערע? א ודאי יעצט ווען ר' משולם האט געברענגט פיקטשערס זאגן זיי ס'איז געווען די נישט יענע, אבער ווי יעדער פארשטייט זענען די חילוקים צו דקות'דיג, און די שוחטים האבן בכלל נישט געטראכט אז מ'דארף עפעס קוקען, און נארמאל זעהן די שוחטים בכלל נישט דעם קאפ, אזוי אז מ'קען בכלל נישט בויען אויף דאס וואס די שוחטים ווייזן יעצט אויף די פיקטשערס, מילתא דלא רמיא עליה דאיניש לאו אדעתיה.
ב) אויב ר' נח האט תיכף מודה געווען אז ס'איז געווען שווארצע קעפ, נאר ס'האט געהאט געלע שנאבלן אזוי ווי געווענליך, איז דאס נישט גענוג אפצופרעגן די גאנצע "נאמנות פון די שוחטים", ווער זאגט אז אזא פאל קען מען זיך סומך זיין אז ס'איז כשר, אפשר איז דאס נישט די ריכטיגע קאטשקעס? בפרט לויט ווי די שוחטים פון זשי ענד זשי זאגן האבן זיי אליינס נישט געקענט מבחין זיין צו ס'איז טאקע געל צו נישט, איז שטארק מעגליך אז ר' נח האט זיך געדאכט אז ס'איז געל, און ער האט נישט צופיהל געקוקט, נאר זיך פארלאזט אז אודאי האט מען געברענגט די גוטע, און די שווארצע קעפ מיינט גארנישט. אבער יעצט אז דער דעסטריביוטער האט קלאר געזאגט אז דאס איז אנדערע, און דאס האט ער געשיקט קיין קרית יואל, איז דאך א ודאי שטארק מעגליך אז ר' נח במחכ"ת האט נישט אזוי גוט געקוקט, און צו שנעל מחליט געווען אז ס'איז גוט.
[במאמר המוסגר, איך ווייס נישט וואס ר' נח זאגט היינט, קען זיין אז ער האט שוין אויך געליינט אין בלאט אז ס'איז גאר געווען פארקערט די מעשה, אבער ביז דעמאלטס האט ער אזוי געזאגט].
בנוסף על כל אלה, אויב ר' יצחק שטיין ווייזט אן אויף די געפאקטע קאטשקעס, אז ס'איז אנדערש ווי געווענליך, [איך ווייס נישט צו ער האט יא געשיקט צום לאבראטארי צו נישט], איז א ודאי נישט קיין שאלה, אז ס'איז עכ"פ א שטארקע צד אז ס'איז אנגעקומען קיין קרית יואל די נישט כשר'ע קאטשקעס, און ס'איז בכלל נישט קיין "ערעור חדש" ווי זיי ווילן משוגע מאכן דעם עולם מיט זייער צעטל, נאר ס'איז א געהעריגע חשש גדול.
א ודאי האבן זיי זייער ריכטיג געטוהן [נאר אביסל שפעט] מיטן צוריק רופן די קאטשקעס, אבער די נאכאנאנדע מאכן פורים פונעם ציבור, רופט זיך זייער נישט גוט אפ אויף א בית השחיטה וועלכע שטעלט זיך אהער אלס דאס בעסטע און שענסטע.