היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס

דער פראבלעם מיט די קרית יואל קאטשקעס

251 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2745379
בלאט: 1 2 3 4 5 6

דיןתורה » 18/1/2010 21:55

זעליג_כהן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נישט ווער ס'דינגט ארויס ביי ענק און שעכט אונטער א אייגענע השגחה, אזוי ווי די זאליס טוען ביי די שלאכט הייזער ווי זיי גייען.



תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 18/01/2010 18:59:53



שקר
מהרז''ל דינגט נישט ארויס קיין איין שלאכט הויז!
זיי נעמען די פלייש פין די גווענליכע וויינלאנד אין מארביד שחיטה,

דיןתורה » 18/1/2010 21:59

בית_דין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
1. מליחה ואילך עסערס?
וואס מיינט ממליחה ואילך, פאקט: רבי הילל וויינבערגער איז כלליות'דיג משגיח אין וויינלאנד, און בנוסף איז רבי חיים דוד כ''ץ ספעציפיש משגיח ווען סאטמאר שעכט דארט, און דאן אין 82 איז דער דיין משגיח: ''וואס קען זיין שענער פון דעם?


ר' הילל איז בעל מכשיר נישט 'משגיח'
הרב חיים דוד כ''ץ איז נישט דארט ווען מ'שחט פאר מהרזל''ס ווייל אויב יא, איז ער דארט יעדן טאג - ווייל כמעט יעדע בוטשער האט טעגליך פרישע פלייש.
קענסט זיין אז ער קומט אמאל אמאל, אבער אפט איז ער זיכער נישט דארט.


נו פיר אויס, משא"כ ר' משולם פאלאטשעק קומט 'יעדן טאג' ארויס קיין קרית יואל צו ענקער מליחה ואילך שחיטה


ר' משולם איז נישט דער משגיח, ער איז פין די בעלי מכשירים........
ווען ער וואלט געווען משגיח וואלט ער דארט געווען יעדן טאג,
אגב, ער מאכט זיכער דארט צו זיין לכה''פ 2 מאל א וואך

פארשטייצעך » 18/1/2010 22:09

[בילד – נישט אפגעהיט]

פארשטייצעך » 18/1/2010 22:12

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 18/01/2010 22:21:42

פארשטייצעך » 18/1/2010 22:15

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 18/01/2010 22:25:48

פארשטייצעך » 18/1/2010 22:16

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 18/01/2010 22:27:17

פארשטייצעך » 18/1/2010 22:18

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 18/01/2010 22:28:23

דיןתורה » 18/1/2010 22:28

פין כל העולם כולו

מען איז זיך א ביסעל מתבונן, וואס באדערט פאר די קרעשמע פארטריבענע הולכים בערעות, און זאליבאנצעס הולכים לבג''ץ אזוי שטארק דעם בית השחיטה?

 

וואס האט זיי דער בית השחיטה געטאן?

 

די חברה זענען בייז אויף די עופות?

 

אויף די שוחטים?

 

וואס דריקט פאר די דאזיגע באנדע?

 

אפשר די הכשר? איז דען נישט כ''ק רבינו שליט''א אזא מורה הוראה, וואו דער הרב  מארגענשטערן,הרב  וואלדמאן, הרב טענענבוים, וכל מרעין בישין?

 

איז דען נישט כ''ק רבינו שליט''א א תלמיד מבהק פון רבינו הקוה''ט זי''ע? האבן זיך דען מארגענשטערן מיט וואלדמאן מער מסתופוף געווען בצל התומר פון אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע? האט רבינו הקוה''ט זי''ע געווארט מיטן פארלערנען די טיפזינגע סיגיא שיעורים אויף מארגענשטערן? אדער אויף וואלדמאן? אדער אויף דעם צינישען לץ הרב שטיין? איז דער הרב שטיין געווען איין מאל ביי די הייליגע שובבי''ם תורות? האט ער דען מיט געהאלטען איין סיגא שיעור פון רבינו הקוה''ט זי''ע? האט דער שטיין היתר הוראה פון הרה''ק משאפראן זי'''ע,? פון הרה''ג ר' פנחס עפשטיין זי''ע? האט ער בכלל היתר הוראה?

 

איז דען הרה''ג ר' געציל בערקאוויטש דער בעל אגלי דבש שליט''א ווייניגער באגלייבט אדער ווייניגער ת''ח וואו מארגענשטערן, טענענבוים, וואלדמאן, שטיין, ???

 

איז דען הרה''ג ר' משילם פאלאטשעק שליט''א דער בעל מגד יהודה ווייניגער באגלייבט וואו מארגענשטערן, טענענבוים, וואלדמאן, שטיין, ???


(הערא'ת המעתיק: די רבנים ווי די ריפסט זיי קט''ם, קומען נישט צו צו קיין איינס פין די רבנים וועם די רעכנסט אויס,)

 

פארוואס זענען אלע יודן המדקדקים בכשרות, חסידים, ספרדים ליטווישע, מקפיד צו עסען דייקא פון די פלייש פון בית השחיטה?

 

 

די זאליס מיט די בני יואל, און אלע אנדערע מרעין בישין,מיט אלע זייערע לבישים, צו איז עס אויפגעקלערטע, פרימע, רביזיכרוינעלברכהדיג, זענען נעבאך ביטערע אונגעווייטאגטע מענטשען, זיי האבן פיינט זיך מיט יענעם, מיט א שנאה שאין לשער, יעדע פאזאטיווע זאך וואס ווערט אויפגעטאן דירוך כ''ק רבינו שליט''א, צו איז עס כשר פלייש, אריזנא ווייץ, חתונה תקנות, צניעות, היכל התורה, יסודי התורה, אינדיאנע שייטלך,  אד''ג רופט ביי די דאזיגע משיגעים, ארויס בייז בלוט, און שעלטען דעראויף מיט נאצישע קללות, און הייסע ווינטען בלאזן ארויס פון זייערע ריזיגע נאז לעכער, אז עס איז א פחד,

 

זיי האבן מיטן הייליגען באשעפער, און מיט זיין הייליגע תורה, און מיט די אלע צדיקים הקודמים, וואו רבינו הקוה''ט זי''ע, רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, דער מנחת יצחק זי''ע , און נאך און נאך גארנישט איינגעשטויסען, זיי פייפען זיך אן אויף די הייליגע תורה, מיטן גיין און קארט, זיי נעמען די הייליגע תורה וואס מיר האבן מקבל געווען אויפן בארג סיני ברתת ובזיע, און מאכען דערפון און קאמידע, רח''ל, זיי זענען גאסערט געוארען דירוך דעם מנחת יחצק ובית דינו,  זיי ניצען נישט קיין שטיין זאלטץ, און זייערע ישיבות גייט מען אויף חתונות, מען לערנט דארט אויפן ליטווישען דרך, נישט אזוי רבינו הקוה''ט האט געפאדערט אז מען זאל לערנען אויפן דרך פונעם הייליגען חת''ס ותלמידיו הק' זי''ע , זיי רייסען אויס דאס ענין פון לערנען פארטאגס,  זיי האבן אויף געשטעלט א פריצותדיגע חתונה זאל און הארטץ פון וויליאמסבורג, זיי האבן פארדרייט די מסורה, וואו מען לערענט מיט די קליינע קינדער עברי, זיי גייען און טמא'נעם בג''ץ הציוני,  וכו' וכוי' ר''ל

 

פאר די דאזיגע באדערט קאטשקעס? זיי באדערט צומות גידין? א הויקער!

 

 

זאלן די דאזיגע משוגעים נישט פארדרייען קיין קאפ, זאלן זיי זיצען און חרדים, און זיך שלאגען און הארגענען ציווישען זיך, און זיך בייסען און פנים,  איינער פארן צווייטען,זאלן זיי פארעכטען זייער בית חינוך לבנות, אז די וועדי הצניעות זאלן נישט דארפן אזוי שווער ארבייטען,

 

און שחיטה, און כשרות, אד''ג זאלן זיי לאזען פאר די רבנים, וואס פארשטייען דערצו, וואס טיען שוין צענליגע יארן און כשרות הבשר,

 


ווער_איז » 18/1/2010 22:32

ווער עס וויל ליינען שמוץ מיט הבל הבלים קען אליין אהין גיין אין די בעקערי פארום מיסט נישט אהער ברענגען זייערע זאכן אין א ישר כח פאר'ן שרייבן אז סאיז פין דארט אזוי האב איך עס ניטאמאל געליינט

סעננדר » 18/1/2010 22:33



תוקן על ידי סעננדר ב- 18/01/2010 22:48:06

פארשטייצעך » 18/1/2010 22:47

לכבוד דיןתורא בשם מישמאש.

וואס א חילוק וואס עס באדערט דעם אדער יענעם, 
ראט'ס פראפעגאנדע בית השחיטה האט מכשיל געווען אידן מיט עופות טמאים,
אבער דער כבוד הפארטיי שטייט העכער פון די תורה הקדושה.

אנשטאט מען זאל תיכף ומיד מודיע זיין פאר די קאסטומערס, זיי זאלן כאטש נישט עסן די טריפה'נע קאטשקעס וואס ליגן נאך אין פריזער, האט מען געלייקנט און ליצנות געטריבן פון דעם מעורר הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א.
דאס האט גורם געווען אז נישט נאר וואס די אידן וואס זענען לכתחילה נכשל געווארן האבן דאס געגעסן, נאר פרישע מענטשן האט מען במזיד מכשיל געווען, מיט מאכלות אסורות, אלעס לכבוד הפארטיי
און ס'איז נאך אלס ביי ענק א דזשאוק.
רק אין יראת אלקים במקום הזה.

סקאטמאלען » 18/1/2010 23:29

אמעראצים! די קאטשקעס זענען נישט קיין "עוף טמא", פינטל. ס'האט אלע סימני טהרה, אצבע יתירה, וזפק, וקורקבנו נקלף ביד, ואינו דורס ואוכל, וואס דען? מ'טאר זיי טאקע נישט עסן ווייל ביי עופות שטייט אין שו"ע רמ"א סי' פ"ב, אז מ'זאל נישט עסן וואס איז נישט מסור מאבותינו, און מ'טאר זיי טאקע נישט עסן, אבער כשר'ין כלים דארף מען לכל הדעות נישט, איבערהויפט אז די שוחטים זענען אלע מעיד אז זיי האבן געשחטן די מסורה'דיגע גענז, די פעקין, אין ע"פ חז"ל איז אפי' דער צייד נאמן, דעריבער האט מען ס"ה געזאגט אז די פאר פענסי רעסטוראנטן אין קעטערערס וואס סערווירן די גענז (ווייל סתם המון האט נישט אין קיין פריזער קאטשקע פלייש) זאלן דערווייל עס נישט ניצן, פארוואס, ווייל רב שטיין האט פארפירט אז די קאליר פון די פלייש איז אביסל טונקעלער ממילא יתכן אז מ'איז מעגליך מרכיב אנדערע ביצים ביים האדעווען, ווען מ'רעדט ווען פון הינער פלייש וואלט מען זיכער נישט געמאכט דעם ריקאל, ווייל ס'א גאר ווייטער חומרה יתירה, וואס אגב ס'נישטא קיין שום מקום צו זאגן אז אנדערע שלאכט הייזער זאל נישט האבן די שאלה.



תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 18/01/2010 23:39:20

דיןתורה » 18/1/2010 23:35

פארשטייעכץ כ'וואלט נייגעריג געווען ווי אלט די ביזט האטס מיך זייער דיספוינטעד מיט דיין תגובה....
''מכשיל געווען יודן מיט עופות טמאים''????
פארוואס ווייל מ'האט געמאכט א ריקאל אויף א ספק ספיקה לפנים משורת הדין לכל הדעות?
פשוט ווייל די בית השחיטה וויל זיין ממש מהודר אן קיין ספק ספיקה

די נעמסט זיך אזוי אן פאר ר' יצחק שטיין, ווייסט אפשר פארוואס ר' יצחק האט נישט געמאכט קיין ריקאל אויף די קאטשקעס וואס ער האט געקויפט ג' מקץ פין ק''י?
ס'דאך טריפה!!!!!

סעננדר » 18/1/2010 23:46

סקאטמאלן/דיןתורה, וואס איז דער נאמען פון דער קאטשקע אויף וואס מ'האט געמאכט דעם ריקאל?

רשכבהגולם » 18/1/2010 23:49

א עוף וואס ס'איז שוין געווען על שלחן מלכים און די פריע תר' יארן,
און דעמאלטס האבן געפסקנט רבותינו הקדושים אז דער עוף האט נישט קיין מסורה,
דאס מיינט ביי אינז, אז מען טאר דאס נישט עסן, פינקט ווי מען טאר נישט עסן א עוף טמא,
און דעמאלטס איז אויך געווען וואס האבן קלאר געזאגט, אז אזוי ווי עס האט סימני עוף טמא,
ווי למשל, עס לייגט רינדיגע איי, און ס'איז דורס,
דאס קען ווערען מיט רעכט אנגעריפן
''מכשיל געווען יודן מיט עופות טמאים''
איין טענה קענסטו האבן אויף דיינע אויבער הארן וואס האבן גענימען אויף זיך אזא בעבישע מהלך,
אז ביי אינז איז אלעס גיט און אויב נישט איז עס נאר די שונאים,
און בין בכלל נישט דיספוינטעד פון ענקער בעבישע מהלך,

סקאטמאלען » 18/1/2010 23:49

לויט די שוחטים "פעקין", און אזוי איז געשטאנען אויף די אינוואויסעס.

סעננדר » 18/1/2010 23:49

סקאטמאלן ביסט משבש,
אין רמ"א שטייט נישט "מזאל נישט" עסן, אין רמ"א שטייט אסור לאכול

סקאטמאלען » 18/1/2010 23:56

געוואלד אין געשריגן, איך זאג דאך אויך אז מ'טאר נישט עסן קיין מוסקאווי, אבער ס'דא א יסודות'דיגער הלכה'דיגער נפק"מ צו די פראבלעם איז בלויז מסורה אדער סימני טהרה, פאר בלויז מסורה הייסט מען נישט כשרין כלים,

בנוסף איז ע"פ הלכה זענען די שוחטים נאמן אז דאס איז געווען די מסורה'דיגער גענז. אזוי זאגט די גמרא חולין,

ועל כולם די סיבה פארן ריקאל איז נאר איבער א חשש רחוק וואס ס'נישטא קיין שום מקום צו זאגן אז די אנדערע בתי שחיטה זאלן עס נישט האבן. ווייל רב שטיין האט געקוקט אויך די געפאקטע גענז פלייש אין לשיטתו איז עס טינקעלער ווי די וואס זיין עקספיריענס זאגט אז ס'איז געווענליך, (די ארטיגע דיינים, רב בערקאוויטש מיט רב פאלאטשעק האבן עס אוועקגעמאכט)


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 19/01/2010 00:00:07

סקאטמאלען » 18/1/2010 23:57

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סקאטמאלן ביסט משבש,
אין רמ"א שטייט נישט "מזאל נישט" עסן, אין רמ"א שטייט אסור לאכול


גערעכט די רמ"א שרייבט טאקע נישט אין אידיש, סארי

פארשטייצעך » 18/1/2010 23:59

סקאט

גיי לערן דורך די סוגיא פאר דו רעדטס וועגן עופות טמאים. 
דער זכר פון די מוסקאווי איז א דורס
און די אייער זענען רינדיג ווי ביי עופות טמאים.
דערנאך קומט צו די שאלה וועגן "מסורה".
אמת עס איז דא מצדדים להיתיר, אבער נאר אויף געוויסע שאלות

וואס דו זאגט וועגן די שוחטים, האב איך אליינס געהערט פון א שוחט, אז ער האט נישט געוואוסט די חילוקים פון פעקין און מאסקאווי בשעת'ן שחט'ן , און ער האט בכלל נישט משים על הלב געווען דערויף ביז דער סקאנדאל איז ארויס אויף די גאס.

עס איז אמת אז די שוחטים בעצם האבן א נאמנות, (קען זיין אין קרית יואל ווי נאמנות פאר כבוד הפארטיי קומט פאר נאמנות פאר כשרות איז אנדערש). אבער דאס איז נאר ביי א זאך וואס 

דאס וואס דו שרייבסט פארוואס נעם זיך אן פאר דעם רב המעורר הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א. הלמאי ער האט אויך גענומען פון קרית יואל הונדערט קאטשקעס און נישט געמאכט קיין ריקאל.
איך קען דיר נישט ענטפערן אויף דעם פרט ווייל איך ווייס נישט די פרטים, אויב ס'איז בכלל אמת די גאנצע זאך, אבער ער האט ביי מיר א נאמנות אז ער האט געהאנדעלט וויאזוי מען דארף, אויב ס'איז אמת.
איך האב מיך נישט אזוי ווייט "אנגענומען" ווי ארויסגעברענגט ענקער השחתה, אז עס קומט א רב און איז ענק מעורר אויף א ערנסטן כשרות פראבלעם, פון עופות טמאים, וואס ענקערע קאסטומער קענען נכשל ווערן יעדע מינוט, האט מען נישט גענומען די זאך מיט א ערנסטקייט, נאר אנגעהויבן א שמוציגע אטאקע קעגן דעם רב המעורר, מען האט אים באזינגען אלס "שונא" וואס מאכט נאר צרות. און ווייטער מכשיל געווען דעם ציבור.
אנשטאט מען זאל אים באדאנקען פאר'ן מעורר זיין אויף דעם פראבלעם, האט מען פארשריגן.




רשכבהגולם » 19/1/2010 00:00

פאר בלויז מסורה הייסט מען יא כשרן
אדרבה לאמיר זען וואס די קענסט,
אז די זאגסט אזוי ברענג א ראי צי דיינע ווערטער,

כלהנערים » 19/1/2010 00:08

סקאט, אויב איז געשטאנען אויף די אינוואויסעס "פעקין" הייב איך הענט און יעדער דא וועט מוזן נאכטון, ווייל "פעקין" איז דער עוף טהור מיט די מסורה! עטס האטס באשטעלט די ריכטיגע ס'איז דער סוחר וואס האט געמאכט דעם מיסטעק.  

דיןתורה » 19/1/2010 00:13

פארשטייצעך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סקאט

גיי לערן דורך די סוגיא פאר דו רעדטס וועגן עופות טמאים. 
דער זכר פון די מוסקאווי איז א דורס
און די אייער זענען רינדיג ווי ביי עופות טמאים.
דערנאך קומט צו די שאלה וועגן "מסורה".
אמת עס איז דא מצדדים להיתיר, אבער נאר אויף געוויסע שאלות

וואס דו זאגט וועגן די שוחטים, האב איך אליינס געהערט פון א שוחט, אז ער האט נישט געוואוסט די חילוקים פון פעקין און מאסקאווי בשעת'ן שחט'ן , און ער האט בכלל נישט משים על הלב געווען דערויף ביז דער סקאנדאל איז ארויס אויף די גאס.

עס איז אמת אז די שוחטים בעצם האבן א נאמנות, (קען זיין אין קרית יואל ווי נאמנות פאר כבוד הפארטיי קומט פאר נאמנות פאר כשרות איז אנדערש). אבער דאס איז נאר ביי א זאך וואס 

דאס וואס דו שרייבסט פארוואס נעם זיך אן פאר דעם רב המעורר הגאון ר' יצחק שטיין שליט"א. הלמאי ער האט אויך גענומען פון קרית יואל הונדערט קאטשקעס און נישט געמאכט קיין ריקאל.
איך קען דיר נישט ענטפערן אויף דעם פרט ווייל איך ווייס נישט די פרטים, אויב ס'איז בכלל אמת די גאנצע זאך, אבער ער האט ביי מיר א נאמנות אז ער האט געהאנדעלט וויאזוי מען דארף, אויב ס'איז אמת.
איך האב מיך נישט אזוי ווייט "אנגענומען" ווי ארויסגעברענגט ענקער השחתה, אז עס קומט א רב און איז ענק מעורר אויף א ערנסטן כשרות פראבלעם, פון עופות טמאים, וואס ענקערע קאסטומער קענען נכשל ווערן יעדע מינוט, האט מען נישט גענומען די זאך מיט א ערנסטקייט, נאר אנגעהויבן א שמוציגע אטאקע קעגן דעם רב המעורר, מען האט אים באזינגען אלס "שונא" וואס מאכט נאר צרות. און ווייטער מכשיל געווען דעם ציבור.
אנשטאט מען זאל אים באדאנקען פאר'ן מעורר זיין אויף דעם פראבלעם, האט מען פארשריגן.





כ'האב געהערט פין א מורה הוראה אז מוסקאווי האט יא אלע סימני טהרה, אין די פראבלעם איז נאר מסורה, והא ראי' אז ביי די ספרדים וואס פסקנ'ן נישט ווי די רמ''א עסן עס געהעריג


דאס וואס די שרייבסט אז א שוחט האט דיר געזאגט אז ער זעהט נישט קיין חילוק
עס איז מיר זייער שווער דיר צו גלייבן
קוק דא
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2744705&forum_id=16386

וואס די שרייבסט וועגן ר' יצחק שטיין
ווען ער קומט ווען ווי א ''רב המעורר'' ביזטו גערעכט
אין פאקט איז ער געקומען ווי א שונא (ווי די ריפסט עס) אין אנשטוט רופן די בית השחיטה איז ער ארומגעגאנגען בארעדן די בית השחיטה אין די רב המכשירים אן קיין האפט,  אין געברענגט א ראי' אז וויבאלד אין מהדרין האט מען געברענגט מאסקאווי'ס מיז זיין אז ק''י האט אויך געניצט א וואך פריער מאסקאווי'ס (לכאורה איז ער געווען אין ק''י בשעת'ן שחט'ן די קאטשקעס א וואך פריער, אין גיי ווייס פארוואס ער האט עס נישט באמערקט), ווען אין פאקט האט מען פארשיקט דעם טראנספארט פין מהדרין לויט די הוראה פין ר' נח גפן וועלכע האט געזאגט מ'זאל קוקען אויף די שנוב.
(כ'ווייס קלאר וואס איך שרייב, ער איז ארום בארעדן די רב המכשרים כ'ווייס פין עטליכע פעלער, אין דאס איז די סיבה פארוואס הרה''ג ר' משה ראטה האט אים ציריקגעהאלטען פין מאכען א אסיפת הרבנים לעצטן מיטוואך אין קאלעסבורגער ביהמ''ד, טראץ וואס ר' יצחק שטיין איז שוין געווען גרייט מיט פינקטליכע פלענער אין א פארגעקוקטע העצע דרשה, ער האט אים געזאגט ס'דא ערליכע רבנים וואס געבן א הכשר, רוף זיי אן פאר די גייסט העצן)
ווי עס האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט איז עס טאקע נישט געווען קיין מאסקאווי'ס, אין האבען געהאט אלע סימנים פין א פעיקען, נאר יעצט איז דא א 'עורעור חדש' וועגן די קאליר פין די פעטנס וואס איז טונקעלער.




תוקן על ידי דיןתורה ב- 19/01/2010 00:18:11

פארשטייצעך » 19/1/2010 00:18

מיטצוהאלטן אביסל וויאזוי די אהרונישע ספינס ארבעטן,
דער אפיציעלער בית השחיטה ניק צומת הגידין, פרובירט אומדירעקט צו שרייבן אז די מאסקאווי קאטשקעס זענען נישט אזוי געפערליך שרייבט ער ווי פאלגענד:

דער דברי מלכיאל פסקט אין א תשובה אז ס'איז מותר לכתחילה (דברי מלכיאל חלק ד' סי' נ"ו
דער נצי"ב איז עס מתיר לכתחילה אין זיין ספר משיב דבר, יו"ד סי' כ"ב.
אין ספר זכרון יוסף ברענגט ער עדות פון הרה"ק ר' שמואל סאלאנטער (ירושלימער רב) אז די מוסקאווי זענען מותר.
אזוי פסק'ט אויך ר' צבי פסח פראנק. (דער רב הראשי, פאר ווער עס ווייסט נישט)...

למעשה איז א מחלוקת איבער די מוסקאווי.
אין נאמען פון רבי חיים בריסקער ווערט געברענגט אז ער אסור'ט עס.
ר' שמשון רפאל הירש שרייבט אין א בריוו אז מ'זאל עס נישט עסן.

אזוי זעט מען אז ס'איז א מחלוקה.
די מתירים זאגן אז ס'איז מותר לכתחילה, ווייל די מסורה איז יא א גוטע, און עס קומט פון רוסלאנד, און דארט האט מען עס שטענדיג געגעסן.

פון דעם זעט מען אז אין פיל ערטער האבן גדולי הדור גע'כשר'ט די מוסקאווי לכתחילה.

בקיצור די אלע גדולי ישראל וואס האבן גע'פסק'נט לאיסור אז דאס איז א עוף טמא, פון זיי זאגט מען נאך.... אדער שרייבן אין א בריוו... אבער די מתירים, פסק'ענען אלע להלכה אז ס'איז מותר לכתחילה.

פארשטייצעך אז ער לייגט צו דעם לחש... אז מיר האלטן אויך ס'איז אסור, אבער דער זאל שוין פארשטיין אז עכט עכט איז עס מותר לכתחילה.

סקאטמאלען » 19/1/2010 00:19

נאך 2 וויכטיגע פונקטען, פאר מ'טענה'ט זיך ווייטער,

1. דערווייל האט נאך קיינער נישט מברר געווען אויף זיכער אז דא מ'האט געשחטן די מאסקאווי גענז, ס'בלויז א ספק, וואס בימי השו"ע (איידער ס'געווען לעבס) וואלט די זאך שוין געווען געשלאסן ווייל דער שוחט איז נאמן אין קעיס קלאוסד.


2. מ'האט דאך געמאכט א ריקאל.

דיןתורה » 19/1/2010 00:20

רשכבהגולם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פאר בלויז מסורה הייסט מען יא כשרן
אדרבה לאמיר זען וואס די קענסט,
אז די זאגסט אזוי ברענג א ראי צי דיינע ווערטער,


ס'דא א תשובה אין אבני צדק אז מ'דארף נישט כשר'ן

gimpele » 19/1/2010 00:23

רשכבהגולם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פאר בלויז מסורה הייסט מען יא כשרן
אדרבה לאמיר זען וואס די קענסט,
אז די זאגסט אזוי ברענג א ראי צי דיינע ווערטער,


http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=40536&pgnum=190

עי' אות ל"ה משו"ת אבני צדק

ביטע זיי מודה און זאג טעיתי

סעננדר » 19/1/2010 00:24

ר' יחזקאל ראטה שליט"א פסקנט אז מדארף כשרן די טעפ פון די מאסקיווא פלייש, קענסט עס פרעגן ר' משה פריעדמאן ענקער דיין, פארגאנגענעם שבת האט ער זיך געבעטן ביי ר' יחזקל'ן ס'וועט זיין ביזיונות, ר' יחזקאל האט זיך געהאלטן ביי זיינס, ער האט יא געזאגט אז מ'זאל נישט נאכזאגן בשמו אז מ'דארף כשרן די קרית יואלע ווייל ער האט נישט געזען יענע קאטשקעס און ער קען נאר פסקנען וואס ער זעט, אבער דאס האט ער געזאגט קלאר אז די כלים פון די "מאסקיווא" קאטשקעס דארף מען כשרן,

איך האב דיר געפרעגט וועלעכע קאטשקעס מ'האט געמאכט דעם ריקאל האסט געענפערט מיט א זיכערקייט, מאסקיווא, יעצט שרייב ווייטער וויאזוי דו פארשטייסט
 

סעננדר » 19/1/2010 00:28

גימפל יעצט ברענג א לינק אז מאסקיווא איז נישט קיין עוף דורס

gimpele » 19/1/2010 00:29

רשכבהגולם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א עוף וואס ס'איז שוין געווען על שלחן מלכים און די פריע תר' יארן,
און דעמאלטס האבן געפסקנט רבותינו הקדושים אז דער עוף האט נישט קיין מסורה,
דאס מיינט ביי אינז, אז מען טאר דאס נישט עסן, פינקט ווי מען טאר נישט עסן א עוף טמא,
און דעמאלטס איז אויך געווען וואס האבן קלאר געזאגט, אז אזוי ווי עס האט סימני עוף טמא,
ווי למשל, עס לייגט רינדיגע איי, און ס'איז דורס,
דאס קען ווערען מיט רעכט אנגעריפן
''מכשיל געווען יודן מיט עופות טמאים''
איין טענה קענסטו האבן אויף דיינע אויבער הארן וואס האבן גענימען אויף זיך אזא בעבישע מהלך,
אז ביי אינז איז אלעס גיט און אויב נישט איז עס נאר די שונאים,
און בין בכלל נישט דיספוינטעד פון ענקער בעבישע מהלך,


וועלכע רבותינו הקדושים זאגסטו דא נאך?

נעמען ביטע...

אגב, במציאות זענען די ביצים נישט רינדעכיג און דער עוף איז נישט דורס.

נישט אז איך ראט אייך צו פאלגן ר' שמוא' סאלאנט און עסן דעם עוף וזל"ק "עסט געזונטערהייט און מיט אפעטיט" (זכרון יוסף ירושלים תרפ"ד), נאר להעמיד הדברים על אמיתותן בלי פאליטיק.

סעננדר » 19/1/2010 00:32

גימפל איך בין נישט אינטייטלד פאר א ענטפער?

סקאטמאלען » 19/1/2010 00:32

גענומען פון ספר דרכי תשובה


[בילד – נישט אפגעהיט]

gimpele » 19/1/2010 00:33

סעננדר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גימפל יעצט ברענג א לינק אז מאסקיווא איז נישט קיין עוף דורס


קוק אין אלע תשובות הדוברים מזה. חוץ הרב דר. איללאווי וואס שרייבט אז די ביצים זענען רינדעכיג א זאך וואס במציאות איז נישט אזוי. ער זאגט אויך נישט אז עס איז דורס

gimpele » 19/1/2010 00:34

מיין קאמפיוטער איז יעצט שטייט, וועסט באלד בל"נ האבן לינקס כאוות נפשך

gimpele » 19/1/2010 00:39

תשובת משיב דבר וואס פארלאזט זיך אויפן סימן פון בעל המאור אז ער איז נישט קיין דורס
 http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=1096&st=&pgnum=82

קוק סוף דבריו.

איך ווייס ער איז עס מתיר נאר בדיעבד ווייל במציאות עסט מען עס אבער ביני לבינך איז מציאות דער דמיון צו טורקי זייער א אמת'ער.

gimpele » 19/1/2010 00:40

יעצט גיימיר צו מנחה, מארגן נאכמיטאג, אם יהא עתי בידי,  וועסטו בל"נ האבן נאך לינקס

סעננדר » 19/1/2010 00:41

סקאט, דיין תשובה וואס דו ברענגסט רעדט פון ווילדע-טויבן, ס'דא תשובות וואס רעדן שרייבן ארויס מאסקיווא ברענג יענע תשובות קען זיין ביסט גערעכט, כ'וועל מודה זיין,
גימפל, מסכים כ'וועל ווארטן

סקאטמאלען » 19/1/2010 00:45

איך ווייס, איך ברענג נאר א תשובה וואס זאגט אז עופות וואס דער איינציגער פראבלעם איז 'מסורה' דארף מען נישט כשרין די כלים, אזוי פסקנט דער סיגעטער רב זצ"ל בעל אבני צדק. די זיידע פון אדמור"י סאטמאר


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 19/01/2010 00:45:53

סעננדר » 19/1/2010 00:50

גימפל ביני לביני צווישן זיכן אין די תשובה ספרים, נעם דעם טרייבל און רוף אן ר' יחזקאל ראטה שליט"א אדער ר' משה פריעדמאן שליט"א וואס קען עס נאכזאגן בשמו פרעג אים אויב מ'ברויך כשר'ן די כלים וואס מ'האט געקאכט מאסקיווא פלייש, לייג ארויף דעם ענטפער צוזאמען מיט די לינקס וואס דו האלסט נאך אינמיטן זוכן. 

פארשטייצעך » 19/1/2010 01:01

די שאלה אויב מען דארף כשר'ן די כלים דאס וועט יעדער פרעגן זיין רב.
עס קען זיין אז מען קען מקיל זיין, אז ס'איז אינו בן יומו איז מען נישט מחויב,
פארשטייט זיך א יראת שמים וועט זיכער יא כשר'ן, חוץ ביי הפסד מרובה וועט ער זוכן א היתר.

אבער אפגעזען צו מען דארף כשר'ן די כלים אדער נישט, האט דא פאסירט א שרעקליכער מכשול, אז א בית השחיטה וואס רופט זיך מיט דעם פאלשטן נאמען "מהודרת", האט במזיד געלאזט זייערע קאסטומערס עסן די קאטשקעס, בשעת זיי האבן שוין געוואוסט אז עס טויג נישט. און גאר מבזה געווען דעם רב המעורר שליט"א.

סקאטמאלען » 19/1/2010 01:19

ס'שווער צי גלייבן אז ר' יחזקאל ראטה האט געהייסן כשרי'ן כלים ווען מ'ווייס מיר נאך נישט צו דא איז בכלל געווען א פראבלעם, איבערהויפט אז קאטשקע עסערס זענען א מיעוט שבמיעוט, אין פונקט דער קאטשקע עסער זאל פונקט פרעגן ר' יחזקאל, עפעס שטימט דא נישט.

פונקט פארקערט איך האלט דא איז געשען א געוואלדיגער דבר טוב אז א בית השחיטה וואס צוליב וואס זיי זענען ידוע אלס מהודרת האבן געמאכט א ריקאל אויף עפעס וואס ע"פ הלכה איז כשר לכתחלה שבלכתחלה, ווייל די שוחטים זענען דאך מעיד אז ס'געווען פעקין, אלעס נאר צוליב א נייער חשש רחוק אז מ'האט זיי אפשר מגדל געווען מיט אנדערע עופות, וואס די אנדערע בתי שחיטה דארף מען פונקט אזוי חושש זיין.

ממנו ילמדו!

ychtzel » 19/1/2010 01:23

גימפל
פארוואס ביסטו מיר נעלם געווארן אזוי ווי דיין פארגייער פינפענאטער,
איך האב דאך מיט דיר געהאט א נושא אינמיטן דורך ארבעטן,
פליז זיי קודם ממשיך מיט אינזער נושא,

זעליג_כהן » 19/1/2010 01:31

לאז מיך פארשטיין, ס'איז שייך צו זאגן נאמנות שוחט אויף א זאך וואס דער שוחט קען אפי' נישט וויסן דעם אמת, נאר מ'דארף צוקומען צו א לעב.?

רשכבהגולם » 19/1/2010 02:01

אידן וואס קענן ר"א מיט זיין גאנצע מהות זאגן,

ווען ער האט זיך בארימט מיט זיין שחיטה, היה אומרים

אין כאן לא מהדרת, ולא תקינים, ולא שטיין זאלץ, ולא מנחת, וכו.
אבל יש כאן אדם, "שוטה" שצריך לבראיתו, שכל העולם ידבר עבורו,

אויף ווי אזוי ער האט ראגירט אויפן סקאנדל דינן היה אומרים

אין כאן לא נאמנות, ולא שוחט, ולא כשרות, ולא סמכות,
אבל יש כאן אדם,  "גס רוח" שכל מה שהיה והוה ויהיה הוא בתכלית טוב יותר מכל העולם כלו,

רשכבהגולם » 19/1/2010 02:02

דאס איז זיין גאנצע מהות
שוטה רשע וגס רוח

סקאטמאלען » 19/1/2010 02:56

זעליג_כהן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאז מיך פארשטיין, ס'איז שייך צו זאגן נאמנות שוחט אויף א זאך וואס דער שוחט קען אפי' נישט וויסן דעם אמת, נאר מ'דארף צוקומען צו א לעב.?


ווייל דער עוף איז שוין לאנג נישטא מ'זאל קענען פעסטשטעלן די סימני טהרה, דאס גאנצע וואס מ'האט איז בלויז פארפאקטע געפרוירענע שטיקלעך פלייש.

פארשטייסטו?

זעליג_כהן » 19/1/2010 04:24

איך פרעג נישט יעצט כהיום ווען ער איז שוין געפרוירן און פארפאקט
, דו האסט געזאגט אז ס'איז דא די נאמנות פון די שוחטים, און זיי זאגן אז דאס וואס זיי האבן גע'שחט'ען איז די גוטע מין, מיין שאלה איז, זיי האבן דען געקענט באמערקן א חילוק פון די כשר'ע מין און די אנדערע?

סקאטמאלען » 19/1/2010 04:34

יא, ווען ס'גאנץ אין לעבעדיג קען מען זייער גרינג באמערקן, די פיסלעך און שנובעל האבן איין אנדערן פארעם אין קאליר.

זעליג_כהן » 19/1/2010 04:50

איך הער וואס איר זאגט.

פארשטייצעך » 19/1/2010 05:26

עס איז אמת אז מען קען דערקענען,
אבער נאר ווען מען האט ביידע פאר זיך, און מען ווייסט אז מען דארף קוקן אויף א חילוק
ליידער האבן די שוחטים נישט געהאט בשעת מעשה די נויטיגע עקספיריענס, און די לעצטע מאל האט מען גע'שחט'ן מיט אפאר חדשים פריער, ממילא זאגן זיי אז ס'איז פאר זיי שווער צו געדענקען, ווייל זיי האבן נישט געוואוסט אז זיי דארפן קוקן אויף סימנים.

בלאט: 1 2 3 4 5 6