מלחמה הירש און המספיק
334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1832924
ששון ושמחה אין קרית יואל, אויף טישן און בענק. די שטילע מלחמה צווישן מאיר הירש און מאיר ווערטהיימער האט אויסגעפלאצט אין גרויסן. מענטשן באקומען אימעיל פון ביידע זייטן, ווייל קיינער וויל נישט זיין א שייגעץ.
המספיק האט אריינגעכאפט א "עיקול" פון התאחדות, אז ווילעדזש זאל נישט טארן בויען בית השחיטה, אבער ווילעדזש פייפט אין באבנס באבע. המספיק פייפט צוריק און האט אנגעהויבן צו בויען זייער "דעיי-העביל" געביידע לעבן מענדי ברייערס שאפ אויף בעיקערטאן. דער עולם שמוסט המספיק בויט אן א פערמיט.
יעצט וועט זיך ווייטער אנהויבן א פייט ווער מיינט אמת'דיג די ספעציעלע קינדער און ווער נישט. קרית יואל האט שוין לאנג נישט געהאט דעם וויכוח... ווער עס געדענקט...
ווי האט זלמן לייב וואלדמאן אמאל געזאגט, נישט דא קיין בעסערער מענטש צו מאכן סדר ביי די אהרונים נאר מאיר ווערטהיימער.
לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך.
לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך.
תוקן על ידי - פייפ_ליין - 07/03/2006 18:00:12
יא די מעשה איז אמת
היינט צופרי האב איך באמערקט א המספיק ארבייטער כאפן בילדער ביים בית השחיטה אין קרית יואל, און עס האט מיר אנגעצינדן א רויטע לייט. וואס גייט פאר? נאכפארשנדיג האב איך געהערט אז די באקאנטע פייט צווישן המספיק קאמפאני און ווילעדזש/סעגעדין/הירש קאמפאני האט זיך שטארק פארערגערט די לעצטע פאר וואכן, דין תורות פון אלע זייטן.
המספיק האט פאריגע וואך באקומען א "עיקול" פון התאחדות הרבנים אז דער ווילעדזש/קהל טאר נישט בויען ביי בית השחיטה, ווייל המספיק דארף קענען דורכגיין געהעריג אויף דינוב קארט. למעשה פייפן זיי זיך אריין אין עיקול.
די גאנצע זאך איז ווייל המספיק וויל בויען א שיינע גרויסע בילדינג לעבן מענדי ברייער'ס שאפ, אבער ווילעדזש פייט דערקעגן מיט ציין און נעגל.
די דין תורה צווישן די צדדים ציט זיך שוין א יאר אדער מער, און לויט ווי איך הער וויל נישט די ווילעדזש לאזן ענדיגן די דין תורה ווייל זייער מפלה וועט זיין אפישעל. די דין תורה, ביי פרייוועט זבל"א, האט נישט געוואלט מסכים זיין צו ווילעדזש טענות קעגן המספיק. אבער ווילעדזש ציט און ציט ווי א גומי שטריק.
עכ"פ די פייט ווערט ערנסט, ווייל מאיר ווערטהיימער, א באקאנטער קאפ-שטיק און כמו-לאיער, האט געזאגט עד כאן. ער האט דעם עיקול, און ווייל די ווילעדזש פייפט זיך אן האט ער אויך אנגעהויבן צו בויען אן א פערמיט און אויב ויואל משה מעג בויען אן א פערמיט מעג יעדער. איך הער פון חברים אז אסאך יונגעלייט האבן עפעס אימעיל שטאף, פיקטשעס, וואס האט סירקולעיטאד אויף אימעיל, וואס איך פראביר דערווייל צו פארשאפן.
איינער פון די וואלדמאנס האט שוין יארן צוריק געלאכט, אז קיינער וועט נישט שטעלן די אהרונים אין פלאץ אווי מאיר ווערטהיימער... כהאב מורא ער האט גערעדט ערנסט... די ווילעדזש מיינט אז דער ווערטהיימער וועט זיך לאזן שפייען אין דער פנים?
דער איקער איז אז די פייט איז ב"ה נישט ציוושן אידין
די מחלוקה איז שוין א אלטע, ס'איז שוין געגאנגען בליט ביי המספיק אין אפיס ווען די ווילעדשז האט זיך איינגעבראכען דורך א פענסטער, איין פארטאגס, נאך א חתונה ביי מאיר ווערטהיימער אין שטיב.
מאיר איז געקומען צו לויפען און מ'האט זיך געראנגעלט פאר א האלבע שעה, ווען די סטעיט פאליס איז אנגעקומען זענען די מאיר'ס אריבער צום רב אין שטוב, די רב האט נישט גענומען קיין צד, נאר געשיקט צו דין תורה...
דין תורה האט געפסק'נט אז מאיר האט געווינען...
די שאלה איז נאר וועלעכע מאיר...
ב"ה פאר דעים !!!
דא אין די קרעטשמע האט צורקולירט דער אימעיל (איך הער עס איז דא נאך....עס וועט נאך אפירקומען..... דא אין קרעשטמע קומט אפיר אלסדונג.... ), געשיקט געווארן פון מאיר ווערטהיימער פערזענליך, פאר אלע צייטונגען אין פובליקאציעס, און פאר צענדליגער ביזנעסער אין יחידים.
מיט דעם אימעיל איז מיט געקומען די הזמנה ועיקול, קעגן מצה בעקערי אין בית השחיטה, פון התאחדות הרבנים, און אויך א פסק "זמני וחלקי" פון דעם זבל'א דין תורה בראש הרב ר' אברהם ברוך ראזענבערג שליט"א.
אויף די דאקומענטן זעהט מען :
אז מאיר ווערטהיימער האט דערקלערט א פולשטענדיגע הייסע בלוטיגע קריג קעגן קהל יטב לב אין קרית יואל, און פרובירט אפצושטעלן אלע לעבנס וויכטיגע קהל'ישע אינסטוטוציעס.
אז מאיר ווערטהיימער האט פרובירט צו באקומען א עיקול אויפן בית השחיטה אין מצה בעקעריי פון דעם זבל'א בית דין, און האט דאס נישט געקענט באקומען.
אז מאיר ווערטהיימער, האט זיך צוזאמען געשטעלט מיט דעם קארופטירן זאלי איצא גליק (לייען: משה גבאי), און צוזאמען ארקעסטרירט א עיקול אויף דעם בית השחיטה, און אויף דעם מצה בעקערי, וואס האט -זעלבסט פארשטענדליך- נישט קיין שום תוקף, ווייל עס איז דא א אנגייענדיגע דין תורה מיט שטרי בירורין כדת וכדין.
אז דער פאררעטער מאיר ווערטהיימער, האט ארום געשיקט דעם עיקול פאר אלע צייטונגען, פאר "דער איד", "דער בליק", דער ציונוסטישער "המודיע", פאר צענדליגער ביזנעסער אין יחידים, אלס מיטן ציהל, צו פארשעמען (פאר פערזענליכע "געלד" אינטערעסן), די הייליגע קהלה קדושה, "קהל יטב לב" אין קרית יואל, אז זיי זענען ח"ו מסרבים לדין, פונקט ווי די זאליס, וואס דאס איז איצא'ס (לייען: משה גבאי'ס) אגענדע, מיט ארויסגעבן דעם הזמנה ועיקול.
דא איז דער אימעיל געשיקט פערזענליך פון מאיר ווערטהיימער צו אלע צייטוגען, פאר "דער איד", "דער בליק", דער ציונוסטישער "המודיע", און נאך אנדערע ......
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]דא איז דער הזמנה פאר "קהל יטב לב", וועגן דעם בית השחיטה (וואס איז אגב נישט אפיציעל אונטער קהל יטב לב, ( אבער נישט פארגעסן....... דער ציהל איז דאך אז מען זאל קענען ליארעמען אז קהל יטב לב קרית יואל זענען מסרבים לדין..........).
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא איז דער עיקול פון איצא גליק (לייען: משה גבאי), ווי ער איז מעקל דעם בית השחיטה מיט די מצה בעקעריי.
מיט גילעכטער זעהט מען אז די מ'כלומר'שטע לעכערליכע טענות פון מאיר ווערטהיימער איז די רויעך, גערוך, און שטויב, וואס וועט זיין ביים מאכן סיי וועלכע עקסענטשען צום מצה בעקעריי, בית השחיטה, וועט קראנק מאכן די 12 קינדער פון אונזערהיים.
(איי.......... די גאנצע שערוריה איז יעצט צושטאנד געקומען ווייל ווערטהיימער וויל צובויען צו זיין אונזערהיים א עקסטענשען......., און אויך עקסטערע וויל ער אויפבויען א פרישען בנין הארט דערנעבן........,
איז די קשיא מרפסין איגרא
די רויעך, גערוך, און שטויב, פון די ווערטהיימער טראקטארן זענען אפשר מינעראלן, וואס וועט גאר געזונד מאכן די קינדער ?.[בילד – נישט אפגעהיט]
אבער מיט איצא (לייען: משה גבאי) דארף מען נישט האבען מער ווי דעם.........
דער ציהל הייליגט די מיטלען ..........
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 8:07:00
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא זעהט מען דעם פסק זמני וחלקי, דאטירט "חמשה עשר בשבט"
מען זעהט:
א די צדדים זענען, מאיר הירש, ליפא גראס, בערל פאלאטשעק (נישט, קהל יטב לב, ווילידזש).
עס איז דא א אנגייענדיגע דין תורה בזבל'א וזבל"א, אויף אלע "המספיק" קארפארעישענס, אין "אראנדזש", "ראקלענד" "קינגס", קאונטיס.
אז מאיר ווערטהיימער האט געבעטן א עיקול אויפן בית השחיטה, אז דער בית דין זאל מעקל זיין פון צו בויען אויף סיי וועלכע זייט פון בית השחיטה, (מיטן אומגעלונגענעם פרואוו, אפצושטעלן דעם יעצטיגען קאנסטראקשען, וואס מען טוט יעצט פארברייטערן, אויפ די לינקע זייט, ווי מען שלאגט די כפרות ערב יום הקדוש ), מיט די טענה אז המספיק האט איזמענט רעכטן זיך צו באנוצן מיט דינוב קאורט, אבער דער בית דין האט גע'פסק'נט אז דער בית השחיטה קען יא צובויען , חוץ אויף דעם איזמענט, וואס דאס מיינט צו אז מען קען נישט בויען אויף דעם ברייט פון דינוב רד, אבער אוודאי מעג מען צובויען אויף די זייטן, פונעם בנין..
אבער אז מען פארלירט......... וואס איז דער פראבלעם......... מען זעצט זיך צונויף מיט איצא גליק (לייען: משה גבאי), און מען ארדערט זיך, א עיקול מיט וואס צו ליארעמען.
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 8:53:50
[בילד – נישט אפגעהיט]
שוין אפאר טעג וואס מאיר ווערטהיימער שיקט אימעילס צו דער איד מיט שמוץ קעגן מאיר הירש.
דאס ווייזט קלאר פאר יעדן איינעם ווער מאיר ווערטהיימער איז און וואס זיין ציל איז!
אויב האט ער א פראבלעם מיט מאיר הירש פארוואס גייט ער צו די זאליס?
לא בחנם הלך הזרזיר אצל העורב.... אלא מפני שהוא מינו...
תוקן על ידי - גוטזאגער - 08/03/2006 8:54:43
די מצה בעקעריי איז א קהל'ישע אינסטיטוציע, עס איז צרכי רבים. מאיר ווערטהיימער קען נישט און טאר נישט אפשטעלן קהל פון פארברייטערן די מצה בעקערי, נאכדערצו נאכדעם וואס ער האט איבערגענומען קאנטראל פון המספיק דורך שווינדל, נאכ'ן ארויסרוקן פון דארט די לעגאלע באורד מעמבערס.
אונזערהיים פארמאגט גאנצע 12 קינדער (פאר וועלכע ער שארט מיליאנען פון די גאווערמענט). זאל מאיר נעמען די 12 קינדער און זיי אריבערטראגן ערגעץ אנדערש.
מאיר ווערטהיימער'ס גאנצע ציל איז אונטערצוברענגען מאיר הירש, אזש אז ס'גייט אים נישט אן צרכי רבים.
ער האט קודם פרובירט צו גיין צו די זבל"א בי"ד בעטן פון זיי אן עיקול קעגן פארברייטערן די מצה בעקערי, ווייל ס'גייט מכלומר'שט אריין אין זיין לאט.
ווען זיי האבן בשו"א נישט געוואלט געבן קיין עיקול אויף די איצטיגע קאנסטראקשען, ווייל ס'האט נישט קיין שום שייכות מיט זיין לאט, איז ער געלאפן צו זלמן לייב טייטלבוימ'ס בי"ד און באקומען פון זיי אן עיקול, איינס צוויי, אבער מיט אינגאנצן א נייע טענה:
אז דער רויעך שטערט פאר די קינדער!
תוקן על ידי - גוטזאגער - 08/03/2006 9:10:37
ארענדאר, וואס איז מאיר הירש האט דיר אויפגענומען פאר זיין לויער טוען וכדו', איך ווייס פונקטליך די מעשה מיט אלע דיטעלס, מאיר ווערטהיימער, איז קיינמאל נישט געלאפן צו די זאליס, דאס איז דיין אייגענע פראוואקאציע און דיין מוסיע וואס מאיר הירש האט ארויפגעלייגט אויף דיר און אויף נאך אנדערע שרייבערס, צו אנדרייען א מעשה אז מאיר ווערטהיימער לויפט צו די זאליס, למעשה לאכט די גאנצע גאס פון די פריוו, ווייל יעדער איינער ווייסט, אז נאר אדאנק מאיר ווערטהיימער און עמרם כהן, איז היינט דער רב שליט"א רב דאהי אין קרית יואל, און נישט דורך מאיר הירש, וואס איז פארפיינטעט, אין רוב שטעטל, סיי ביי די ארוינים אין זיי ביי די זאליס. און זאג נאר די בלאט זענען אויך זאליס?
מאיר הירש, האט פארלוירן מיט א פעסטקייט די דין תורה די פסק פון די בית דין פון בזבל"א, נאר וואס דען ער פייפט זיך אן, און אגב, וואס א חוליק וועלכע בית דין שיקט אן הזמנה, אז משיקט אן הזמנה דארף מען זיך שטעלן צו דין תורה, און זאג נאר דו ביסט א דאקטאר, דו ווייסט פונקטליך וואס סאיז יא געזונט פאר די קינדער און וואס נישט.
זאג מיר נאר פארוואס פליצלינג איז מאיר הירש געווארן אינטערסירט אין המספיק, הא? פיפצן יאר האט ער עס נישט געוואלט אנקוקן, ער האט עס אזוי צוגעווארפן צו מאיר ווערטהיימער, זאגנדיג, מיט דעם קען ער זיך האלטן, ווייל ער האט געמיינט אז סאיז נאר א קאפ ווייטאג, למעשה ווען ווערטהיימער האט דאס אזוי שיין אויפגעבויט, און ער האט אנגעהויבן צו מאכן שיין געלט דערפון , והננו ער איז דא ער דארף עס. דאס הייסט נישט מען אין נישט ווייניגער ווי א פראסטער און פשוטער גנב, אומפארגינער וכדו', די פראבלעם זיינער איז אז ער האט זיך אנגעהויבן מיט ווערהיימער, וואס קען די ווילידש מיט אלע געזעצן בעסער ווי גדלי' סעגעדין אליינס, און אז גייט איינמאל אין קארט, לייגט מען ארויף קייטעלעך אויף אסאך אירע אין ווילידש, און ער מאיר וורטהיימער ווייסט דאד אויך נאר אזוי ווי ער איז א איד, און ער איז נישט אינטערסירט אז מזאל ארעסטירן אידן, טוט ער עס נישט, אבער אז מאיר הירש וועט ווייטער זיין א ווייס גיי, וועט ער נישט האבן קיין אנדערע ברירה נאר דאס.
טאגליכט
איך ווייס פונקטליך די מעשה מיט אלע דיטעלס, מאיר ווערטהיימער, איז קיינמאל נישט געלאפן צו די זאליס, דאס איז דיין אייגענע פראוואקאציע און דיין מוסיע וואס מאיר הירש האט ארויפגעלייגט אויף דיר און אויף נאך אנדערע שרייבערס, צו אנדרייען א מעשה אז מאיר ווערטהיימער לויפט צו די זאליס
ווער האט פערזענליך געשיקט דעם אימעיל פאר דער איד!!!
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 15:33:17
[בילד – נישט אפגעהיט]ארענדאר ביזט טאקע אזא נאר, אדער דו מאכסט זיך נאר?, אז דו ווילסט קען איך דיר שיקן אן אימעל וואס וועט שטיין אויבן פרעזידענט בוש'ס נאמען, מיט א די URL פון די ווייט האוז, וואס שיקט אן אימעיל פאר די על קאידא, אז מען דארף אינטער ברענגן אמעריקע, א נאמען אויף אן אימעיל אדרעסס מיינט נישט גארנישט, קענסטו מיר אפשר איבערזאגן מאיר ווערטהיימער ס אימעיל אדרעסס?
נאך פון טאגליכט
מאיר הירש, האט פארלוירן מיט א פעסטקייט די דין תורה די פסק פון די בית דין פון בזבל"א, נאר וואס דען ער פייפט זיך אן.
פון דעם פסק דין "זמני וחלקי" ו וואס דער בית דין האט געשריבען פאר בלויז 3 וואכן צוריק, זעהט מען אז דו שרייבסט שקר.
נאך פון טאגליכט
וואס א חוליק וועלכע בית דין שיקט אן הזמנה, אז משיקט אן הזמנה דארף מען זיך שטעלן צו דין תורה.
די תורה האלט אנדערש ווי דיר !
ווען מען האט אונטערגעשריבען שטרי ברוררן ביי א בית דין, וועגן א סכסוך, קען מען נישט גיין צו נאך א בית דין זוכן הזמנות מיט עיקולים, ווייל מען פארלירט.
נאך פון טאגליכט
און זאג נאר דו ביסט א דאקטאר, דו ווייסט פונקטליך וואס סאיז יא געזונט פאר די קינדער און וואס נישט.
שוטה
א דאקטאר דארף מען זיין, זיך נישט צו קייקלען פאר גילעכטער פונעם טיפשות פון די טענה, אז די קאנסטראקשען פונעם בית השחיטה\ מצה בעקעריי, וועט קראנק מאכן די קינדער, אין די צייט וואס מאיר ווערטהיימער וויל טון די סאמע זעלבע זאך, בויען א נייע געביידע, און צובויען צו די עקזיסטירענדע האום.
אפשר זאל די מצה בעקעריי רופן די אונזערהיים צו דין תורה, אז די קינדער גנב'נען מצות און עס איז דא נזקי שכנים .
כאפטס אריין א וואדקע
טאגליכט
דאס איז דער מאיר ווערטהיימער אימעיל אדרעס, קענסט עם בעטן אז ער זאל דיך ארויפלייגן אויף זיין אדרעס ליסט צוזאמען מיט "דער איד" דער בליק" "המודיע" און נאך.
mail@disabled.orgכאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 16:06:23
קענסטו מיר אפשר מסביר זיין פשט אין סעיף א'?
נאך פון טאגליכט
מאיר הירש, האט פארלוירן מיט א פעסטקייט די דין תורה די פסק פון די בית דין פון בזבל"א, נאר וואס דען ער פייפט זיך אן.
פון דעם פסק דין "זמני וחלקי" ו וואס דער בית דין האט געשריבען פאר בלויז 3 וואכן צוריק, זעהט מען אז דו שרייבסט שקר.
זאג נאר אפשר ביסטו מיר מסביר סעיף א'
נאך פון טאגליכט
וואס א חוליק וועלכע בית דין שיקט אן הזמנה, אז משיקט אן הזמנה דארף מען זיך שטעלן צו דין תורה.
די תורה האלט אנדערש ווי דיר !
ווען מען האט אונטערגעשריבען שטרי ברוררן ביי א בית דין, וועגן א סכסוך, קען מען נישט גיין צו נאך א בית דין זוכן הזמנות מיט עיקולים, ווייל מען פארלירט.
יא יא אבער דא רעדט זיך פון צוויי באזונדערע זאכן מיש נישט אויס די דין תורה ווער סאיז בעה"ב, און די דין תורה איבער בויען, איי וועסט מיר פרעגן פארוואס סאיז דא פסק פון די בזבל"א בית דין , פשוט ווייל מהאט עס אויך ארויף געברענגט דארטן אויפן טיש, האט מען שוין אויך גערעדט דערפון, אבער אמתן אריין איז דאס אן עקסטערע דין תורה
נאך פון טאגליכט
און זאג נאר דו ביסט א דאקטאר, דו ווייסט פונקטליך וואס סאיז יא געזונט פאר די קינדער און וואס נישט.
שוטה
א דאקטאר דארף מען זיין, זיך נישט צו קייקלען פאר גילעכטער פונעם טיפשות פון די טענה, אז די קאנסטראקשען פונעם בית השחיטה\ מצה בעקעריי, וועט קראנק מאכן די קינדער, אין די צייט וואס מאיר ווערטהיימער וויל טון די סאמע זעלבע זאך, בויען א נייע געביידע, און צובויען צו די עקזיסטירענדע האום.
אפשר זאל די מצה בעקעריי רופן די אונזערהיים צו דין תורה, אז די קינדער גנב'נען מצות און עס איז דא נזקי שכנים .
זאג נאר דו ווייסט וואס סמיינט איזמעט? נאכדעם וואס דו וועסט וויסן וועל איך רעדן ווייטער מיר דיר, און אגב פון שרייבן שוטה און משוגענער וכדו', וועסטו נאךגערעכט נישט ווערןץ
כאפטס אריין א וואדקע
יא ארוינים שלאגט'ס ענק ציוושען זיך און נישט מיט סאטמאר
און איך זעה דא א גרויסע פארליסט פאר די ארוינים ב"ה
ווייל ר' מאיר ווערטהיימער האט א סאך אינסייד אינפארמעישון פון די ארוינים'ס קארט און אז ער ווערט א סאטמערער וועט ער איבער געבען אלע סוד'ס אוי וועט זיין גיט כא כא כא כא
דא איז דער ענטפער.
איך האב דאס שוין געשריבען פריער,
אבער פאר דיר טאגליכט....... אלעס.........
אז מאיר ווערטהיימער האט געבעטן א עיקול אויפן בית השחיטה, אז דער בית דין זאל מעקל זיין פון צו בויען אויף סיי וועלכע זייט פון בית השחיטה, (מיטן אומגעלונגענעם פרואוו, אפצושטעלן דעם יעצטיגען קאנסטראקשען, וואס מען טוט יעצט פארברייטערן, אויפ די לינקע זייט, ווי מען שלאגט די כפרות ערב יום הקדוש ), מיט די טענה אז המספיק האט איזמענט רעכטן זיך צו באנוצן מיט דינוב קאורט, אבער דער בית דין האט גע'פסק'נט אז דער בית השחיטה קען יא צובויען , חוץ אויף דעם איזמענט, וואס דאס מיינט צו אז מען קען נישט בויען אויף דעם ברייט פון דינוב רד, אבער אוודאי מעג מען צובויען אויף די זייטן, פונעם בנין..
פארשטייסט שוין פשט !!!
כאפטס אריין א וואדקע
ארענדאר, זאלסט מיר שטארק אנטשולדיגן, עס קוקט אויס אז דו ביזט דא אויף א מיסיע, א באצאלטע, און דעריבער בין איך מלמד זכות אויף דיר פארן שרייבן אזעלכע געבראטענע שטותים.
דו מאכסט א קוגל הודו מיט כוש, מילא, אבער כאטש לייג נישט ארויף פאר יעדן צו זען אז דו טוסט עס...
איך האב נישט קיין אנונג וואס די מעשה איז, איך האב דעם אי מעיל נאכנישט באקומען פון קיינעם, אבער פון דעם וואס דו האסט דא ארויפגעלייגט זע איך צוויי מעשיות, איינס איז ביים בויען די בית השחיטה, וואס ווערטהיימער טענה'ט אז מ'גייט ארויף אויף זיין לאט, אויף דעם איז די פסק דין חלקי אז מ'מעג בויען. די אנדערע איז א פרישע מלחמה וועגן די מצה בעקעריי, וואס ווערטהיימער טענה'ט אז די רויעך וועט שאטן פאר די קינדער, ועל זה אנו דנין.
און איך גלייב נישט אז דו ביזט טאקע אזא נאר נישט צו פארשטיין די חילוק פון א יאר בויען צו א לעבנסלענגליכע זאך,
בנוגע די איד, אויב עס איז אמת, קען איך בלויז זאגן מיין השערה, אז ער האט א מעילינג ליסטע פון צענדליגער שרייבער'ס, צווישן זיי א שרייבער אין דער איד, און ער האט עס געשיקט פאר יעדן אויפאמאל.
ביז-אהער
ביטע לייען איבער איצא'ס כתב עיקול.
ער שרייבט אז די טענה איז אז דער "צובויען" דעם בית השחיטה\מצה בעקעריי, וועט ברענגן רויך, נישט דאס אפערעיטן דעם מצה בעקעריי.
פאר די שרייבסט, ביטע לייען די דאקומענטן.
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 08/03/2006 16:20:38
(פון אישי)
הרצחת גם ירשת?
ניין, איך וויל נישט שרייבן היידפארק אבער ההכרח לא יגונה, הלואי זאלן די ווערטער נישט מצער זיין קיין אידן, ווייל דער עיקר איז להציל עשוק מיד עושקו און ראטעווען די הייליגע ספעשל קינדער וואס ווערן געהאלפן דורך המספיק פון די בייזע האנט וואס הייסט ווילעדזש מאיר הירש, מיר האלטן דארט אז המספיק פראגראמען מוזן אנקומען אין אונזער משפחה, קען איך די שקלא וטריא אביסל און די האר פון קאפ וועט ענק אויפשטעלן צו הערן מיט וויפל רציחה די ווילעדזש פארפירט קעגן המספיק אזויפיל יארן ואין פוצה פה, וועל מיי פרענדס, סאיז שוין דא א מצפצף און מגייט פייפן אז די גאנצע וועלט זאל ציטערן.
די ערשטע ווארצל פון המספיק איז אנגעהויבן אונטער ר' משה טובי' בראווער זאל זיין געזונט ביי די אלטע ווילידש הנהלה, און די היינטיגע ווילידזש וואס האט איבערגענומען תשמ"ט האט גארנישט איינגעלייגט מיט דעם עסק ווייל נישט קיין צווייטע ווי מאיר ווערטהיימער האט עס אויפגעלעבט און אויפגעשטעלט געטריי און מענטשליך.
יארן לאנג האט די ווילעדזש אין שפיץ פון פאקטישן פירער מאיר הירש נישט געקוקט אויף המספיק זייט און זיי האבן זיך אויפגעוועקט ווען המספיק האט אפגעקויפט פון וועד הקריה די פראפערטי אויף בעיקערטאן צו מאכן דעם נייע בילדינג, אזוי סאיז דא געלט צו קויפן א לאט פאר געפערפעטע פרייז דעמאלס מוזן אונז לייגן די לאפעס דערויף, ווייל וועד הקריה האט דאך די ברייטע לאפעס אויף אלעס אין קרית יואל ווי מוסדות דירות מארגזישעס העדסטארט סקול דיסטריקט הצלה קהלה און נוצט אלעס צו טרעטן אויף אלע תושבים ווי בהמה דקהס
ווערטהיימער האט געשטעלט א פייג און געזאגט עד כאן אייערע לאפעס וועט איר נישט לייגן אויף המספיק בשו"א בעולם און ווילעדזש-וועד הקריה האט פראבירט אלע וועגן וואס איז נישט געלונגען, זענען זיי אויפגעקומען מיט די שוידערליכע פלאן אז אטאג נאכדעם וואס מאיר ווערטהיימער האט געפירט א קינד אונטער די חופה און וואלט געדארפט אויפשטיין שפעטער ווי נארמאל וועגן אויפזיין שפעט וכדו' זענען זיי געקומען אכט אזייגער דורך די ווינדאוס און הננו דא זענען אונז, מאיר איז אבער אנגעקומען באצייטנס און מיט אנדערע סטעף אפגעהאלטן די ווילעדזש מענטשן פון איבערדרייען די אפיס ביז פאליס איז געקומען, און יענע טאג האט דער רב געזאגט מען מוז גיין צו דין תורה, דערווייל איז מקוים געווארן שלא ינוח שבט === על גורל הצדיקים און עד היום איז די אפיס און גאנצע ארגניזאציע ביי מאיר ווערטהיימער.
למעשה האט זיך אנגעהויבן דין תורה דורך זבל"א זבל"א אבער נישט ווייל ווילעדזש האט געוואלט אדער זיי זענען צדיקים, איך וועל ענק זאגן, ווייל ביי "חרדים" שוהל ווען ווילעדזש האט נישט געוואלט געבן א פערמיט זענען זיי געגאנגען אין סיוויל קאורט און געקלאגט אויף פוירסט אמענדמענט פרידאם, און אפילו דער סופערלאיער חייפץ האט גארנישט געקענט טון קעגן די טענות וואס חרדים מענטשן האבן געזאגט ביים עדות פארהערן, צעטליך זענען געהאנגען איבעראל קעגן דעם וואס דער רב האט געדארפט אויפטרעטן אלץ עדות אבער למעשה איז די ווילעדזש געווען טיף אין די אדמה און די איינציגסטע וועג ארויס איז געווען א כלומרשט פשרה דורך ווינער רב שליט"א און מען האט געסעטילט פאר א סכום הגון און חרדים האט באקומען אלעס וואס זיי האבן נאר געוואלט ביז א שיינע בילדינג אין צענטע פון שטאט, די זעלבע זאך האט געקענט געשען אויב המספיק גייט אין קאורט וואלטן זיי אראפגעפירט די ווילעדזש ביז שאול תחתית ווייל מיט ווערטהיימער קען זיך ווילעדזש נישט פארמעסטן ליגעלי, ממילא זענען זיי געגאנגען צו דין תורה ווי א ביבער צום געפענגעניש און זיי האבן ממילא נישט געהאט קיין אנדערע ברירהף דא ביי די זבל"א דין תורה ציט די ווילעדזש שוין איבער צוויי יאר ווייל זיי ווילן נישט צולאזן די סוף פסק דין ווייל המספיק געווינט הענדס דאון.
די בילדינג וואס המספיק וויל בוין אויף בעיקערטאון איז אדארן אין אויג פאר ווילעדזש ועד הקריה און הירש קא. ווייל מקען זען וואס ווערטהיימער האט געבויט אין מאנסי אז די גאנצע שטאט רעד דערפון, אבער ווילעדזש קען נישט צולאזן אזא בילדינג ווייל עס וועט ווייזן פאר די וועלט אז נישט אויף אלעס איז ווילעדזש באלעבאס נאך איינער קען מאכן א גרויסע זאך לשם ותפארת, אבער המספיק דארף נישט די בילדינג פאר שיינקייט (אודאי מאכן זיי אלעס עלעגענט מיט קלעס) נאר פאר די בחורים און מיידלעך וואס גייען יעצט אין שאפינג צענטער ווי יעדער קען זעהן די צובראכענע ווילטשעיר וואס פארט ארויף און אראפ, אויך שטינקט דארט פון די בוטשער סטאר און דעלי אונטער דעם, אויך קענען די הענדיקעפט קינדער ארויסקריכן פון די ווינדאוס אפילו סאיז פארשטאפט מיט שרויפען, עס שטינקט כמעט ווי אין לאנטשרום פון קליינע קינדער ווייל סאיז געבויט אזוי נעבעכדיג פשוט געפעינט אויף ציגל ווי אין בחורים קעמפ, איך פרעג צוזאמען מיט צענדליגע עלטערן פון הענדיקעפט קינדער: דאס האט ווילעדזש געמיינט מיט מלחמה האלטן פאר די קינדער מיט א סקול דיסטריק? אז זיי טארן נישט האבן א נייע בילדינג פאר יעדן טאגעדיגע סערוויס? פארוואס? עד מתי וועט מען איינרעדן די בהמה דקהס אז דער ווילעדזש מיינט אזוי ערליך די טובה פון די קראנקע קינדער, באלאוני, ממיינט אינגאנצן עפעס אנדערשט וואס איך וויל נישט אריינגיין אין צווייטע סובזשעקט.
מענטשן ווילן נישט גלייבען וויפיל געלט וועד הקריה און ווילעדזש קא. מאכט פון די קינדער דורך המספיק אזוי ווי ס'איז ווייל אסאך סערוויסעס וואס המספיק וואלט אפשר געקענט ברענגען פון אנדערע פלעצער קומען למעשה פון די סקול דיסטריק און די ווילעדזש און סקול דיסטריקט באקומט דורך דעם ריזיגע געלטער דאס איז נישט גענוג? אז מאיר ווערטהיימער האט אנגעפירט די ליגעל חלקים צו האבן די סקול דיסטריקט איז נישט גענוג? יעצט ווען די קראנקע קינדע וואס איר זאגט איר פייט פאר זיי דארפן א בילדינג שלעפט מען מיט אזוי ברוטאלע חוזק?
איך זאגט פאר ווערטהיימער אז ער הערט מיך אויס וואס איך זאג און כווייס נאך צענדליגע עלטערן האלטן אזוי ער האט זיך גענוג איינגעהאלטן די לעצטע יארן און נישט געזאגט איין הויעך ווארט קעגן די ברוטאלע ווילידזש, עס איז געקומען די צייט עת לדבר מ'קען שוין נישט לאזן די ווילעדזש קא. רייטן אויף די קעפ פון די קינדער און זייערע עלטערן, פיניש, עס איז צייט צו פייטן די אמתדיגע מלחמה פאר זייער וואוילזיין און מאיר ווערטהיימער זאל וויסן אז די עלטערן שטייען אונטער עים פעלזן פעסט נאך מער ווי ער שטעלט זיך אליינספאר.
איך ווייס ווען המספיק האט געוואלט פאריאר עפענען נייע מוסד האט מאיר ווערטהיימער צום סוף רחמנות געהאט און נישט געעפנט, וואס עלטערן האבן יא געהאט חשק ווייל די סקול דיסטריק וואלט געפילט וואס מיינט ספעשל עד פאר אזעלכע טייערע קינדער און עס וואלט אויפגעשאקלט א וועלט, אבער ווערטהיימער איז געבליבן שטיל ווי א טשיקן, אויך ווען יענע חברה האבן אים געמסרט פון אלע זייטן איז ער געשוויגן ווי א פיש און גארניש געזאגט, אויך יענע מאל וואס קאמישאנער מואל איז געקומען אויף מאנסי זענען ווילעדזש מענטשן געקומען אונטערערדיש מאכן א חורבן (זיי מיינען מווייסט נישט אלעס וד"ל) אבער סאיז נישט געלונגען בס"ד און ער האט ווייטער געשוויגן, אלס האט ער געשוויגן און געשלינגען אן א שיעור, זאלט איר וויסן ר' מאיר אז עלטערן וועלן אייך מער נישט לאזן פארשווייגן, די הונט וועלן נישט חרוב מאכן די קראנקע קינדער!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ניין, ניין נייייייייייייייייייייייייייייייייין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
יקוב הדין את ההר, זאל די גאנצע כלל ישראל וויסן וואס דא שפילט אפ, די פינצטערע ארבייט פון וועד הקרי' און קאמפאני, קעגן די מוסד הצלה המספיק, אן קיין שום סיבה נאר פאר כ'וויל נישט זאגן וואס!!!!!!!!!!!!
ר' מאיר, יענע שבת ווען ס'איז געווען די יערליכע התחזקות פאר עלטערן אין וואודריטש האטעל די לאזש האט איר נישט געוואלט רעדן ווייל אפשר וועט איר אויספלאצן היסטעריש וועגן דעם סקאנדאל דורך די ווילעדזש, כאטש די לעצטע צוויי יאר האט איר יא גערעדט, איר האט זיך געוואלט איינהאלטן פאר יעדע פרייז, אבער מיר וועלן אייך מער נישט לאזן פארשווייגן די רציחה!!!!!!!!! אז סוועט אויספעלען וועט מען דערציילן מער וויפיל די האנט קען שרייבן אז די ווילעדזש חברה וועלן בלייבן כ'וויל נישט זאגן וויאזוי, איר מוזט פייטן די מלחמה עד הסוף, די קינדער מוזן האבן די בילדינג ווי פריער, אל תירא ואל תחת כי ד' עמך גבור החיל.
און ענק מאיר הירש און ווילעדזש און וועד הקרי' און די גאנצע קליקע זאגן מיר, שפילט אייך נישט מיט די הייליגע קינדער ווייל זיי זענען זייער גרויס אין הימל, דארט ווי ענקער רציחה איז באקאנט ביז די לעצטע פינטל, זאגט נישט אז איר קאמפט פאר זייער הילף ווייל דאס איז שקר און חוזק, נעמטס אראפ די שמוציגע ברוטאלע לאפעס פון די טייערע קינדער, באצייטנס.
תוקן על ידי - פייפ_ליין - 08/03/2006 17:35:01
פייפ ליין
קאט די קרעפ!!
די ווילסט דא רייטען אויף די טענות וואס א גרויס חלק עולם האט דא קעגן מאיר הירש וועגן די דירות
ווילסט ציען סימפאטיע צי דיר אויך
די שרייבסט נישט קיין איין פוינט
נאר הויל דעמאגיע!!
פיסטע שטותים
די קיקסט אויס ווי א באצלטער שרייבער פין המספיק גאזעט
דריי נישט קיין קאפ!!!
עס איז דא א דין תורה, אין ווי לאנג די פסק קימט נישט ארויס, זענענן ביידע אויפן זעלבן שטאפעל, גערעכט ווי אוםגערעכט!!!!
זאל איינער פין די באצאלטע המספיק שרייבערס {למשל =פייפ ליין} מביר זיין
פארוואס מאיר וועטהיימער איז געלאפן צי התאחדות נעמען א עיקול
בשעת עס איז יעצט דא א ישובת בי"ד בזבל"א איבער די גאנצע נושא????
פארוואס האט ער גענימען א עיקול?? בשעת די זבל"א בי"ד האט געגעבן רשות פאר מאיר הירש צי בויען ווייטער אויב ער עס איז נישט אויפן איזמענט!!
מיין מיינוג איז, אויב איז מען שוין יא ביי דין תורה
פארוואס פעלט אויס די אשכול???
זאל מען אויסווארטן ביז די פסק קימט ארויס
פארוואס דארף מען זיך ארימהארגענענן בשעת ביידע קענענן זיין גערעכט אדער נישט גערעכט
אויף וועם נעמט זיך אהרן אן??????
פייפליין שרייבט:
צוויי מאל האסטו געפרעגט די
לאגישע ווען דו האסט געעפנט דעם אשכול.
" לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך"
" לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך"
פייפליין. לאגיש געב צו פארשטיין?
מיט וועם נאך (חוץ אייצא גליק?) האסטו אויסגעארבעט אט די
לאגיק !
תוקן על ידי - געשמאק - 09/03/2006 16:20:19
אוי ווערטהיימער מיינט טאקע נאר די טובה פון די נישט געזינטע קינדער, פארוואס ניצט ער זיי פאר א שטעקן אויסצופירן זיין מלחמת הנצחון קעגן זיינע אלטע שונאים.
ער האט דאך געקענט די זעלבע זאך בויען אין מאנסי אדער סייווי אן קיין שום פראבלעמען?
זיין מעין אפיס איז דאך דארט.
פונקט ווי אנדערע אינטערסאנטע היימישע נייעס האט דער עולם געמעגט ליינען פון ווילעדזש-המספיק סכסוך, אבער ס'איז א סענסיטיוו אייטעם אז מענטשן שיקן אין אישי ווייל מוויל נישט לייגן אדער מהאט נישט אייגענע ניק. די עלטערן האבן בעסער וואס צו טאן ווי פארפירן אויף היידפארק, זיי זאגן אפ דאס זייעריגע און גייען צוריק צו די ארבייט.
ווילסט, האסט א ברירה שיק דורך אישי קעגן המספיק און עס וועט פונקט אזוי ארויפגיין, דא איז נישטא קיין צענזור.
ווילידזש, ווילידזש און נאכאמאל ווילידזש.
הער שוין אויף מיט דיין שטאקעדיגע טיפשות, כדי צו געפעלן פאר די זאליס.
דו ווייסט זייער גוט אז די בית השחיטה און די מצה בעקערי באלאנגט נישט פאר די ווילידזש און די ווילידזש טאר נישט לעגאל אנפירן אזעלכע אינסטיטוציעס.
מאיר ווערטהיימער נוצט דעם שיין-קלינגעדיגן ווארט "ווילידזש" ווייל אזוי כאפט ער ענדערש דעם דעת הקהל.
די בית השחיטה און מצה בעקערי באלאנגען פאר קהל יטב לב ד'סאטמאר. צענדליגער סאטמארע חסידים האבן דארט פרנסה און טויזנטער סאטמארע חסידים געניסן פון די דארטיגע מצות און פלייש.
איך האלט אז עס איז נעריש צי נעמען א צד אין די מחלוקה
פשוט ווייל זיי זענענן ב"ה געגאנגען צי א בי"ד אין ביידע קענענן ארויסקימען גערעכט אדער אימגערעכט, מען דארף נאר האבן געדילד אין ווארטען
איך האב נאר איין שאלה
וואס איז געווען ווערטהיימערס חשבון מיטן גיין צי התאחדות פאר א פרישע ד"ת, אין נעמען א עיקול
בשעת עס איז שוין דא איין ד"ת איבער די זעלבע ענין????
פרעגסט זייער גוט
נו: מר. פייפליין ?
זאג עפעס א ליגענט ?
תוקן על ידי - גוטזאגער - 09/03/2006 17:53:47
פרישע "ווערטהיימער" אימעילס
ליינט און האט הנאה.
קוקט וועם ער רופט מוסרים ומסרבים לדין.
קוקט 'ווער' עס איז מדברת מתוך גרונו.
[בילד – נישט אפגעהיט]נאך
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]א פולע אויספירליכע רעפארט, וועלכע איבער די מאיר ווערטהיימער געמיינזאמע שמוציגע פאררעטערישע געשעפטן
מיט (3) משה טובי בראווער'ס (קוקט די אימעיל די דריי אימעיל אדרעסן)
עוד חזון למועד.
כאפטס אריין א וואדקע
(פון אישי (ייש"כ פאר הרוצה בעילם שמו))
ברעיקינג ניוס!
ווילעדזש האט זיך געבראכן, נאך היציגע מיטינגען צווישן די העכסטע פענסטערס, און האט מבטיח געווען א פולע פערמיט ביז א טאג-צוויי, און דער "עיקול" וואס התאחדות הרבנים האט געגעבן פאר המספיק קעגן די בוי ארבייט ביי בית השחיטה און מצה בעיקערי איז אראפ. הלואי זאל שוין טאקע זיין שלום און די קינדער זאלן באקומען וואס זיי דארפן האבן.
גוט זאגער אראנדער וכו'
דריי נישט קיין קאפ מיט דיינע שטותים, אז די שטיצט ר' מאיר הירש זייער פיין אבער פארדעם ווערט נישט ר' מאיר ווערטהיימער א שגץ וכו', עס איז א פריוואטע געלט סיכסוך פון צוויי אידן.
אייך זאך קען איך דיר זאגן
ר' מאיר ווערטהיימער טוט נאך אזוי פיל פארן ציבור, און פאר די קהלה, און פארן רב שליט"א, און אלעס וואס מען דארף, ווי ר' מאיר הירש.
די גאנצע מחלוקה איז א פריוואטע, עס האט נישט קיין מיט די קהלה קיין שייכות ר' מאיר הירש וויל ווי ער קען אונטער ברענגען ר' מאיר ווערטהיימער אזוי ווי ער טוט מיט יעדע מענטש וואס שטיייט אים אין וועג, אדער א מענטש וואסג דאכט זיך אים אז ער גייט אים איבערשטייגען, אבער מיט די קהלה האט עס נישט קיין שייכות.
שור
Welcome to the madhouse
כאפטס אריין א וואדקע
איך האב שטארק הנאה, אז דער פארברעכער מאיר הירש, האט יעצט איינמאל זיך אנגעהויבען מיט דעם
wrong person , ר' מאיר ווערטהיימער איז נישט קיין חדר אינגעל, ער וועט גוט צופיקסען דעם
שלעכקייט וואס ריפעט זיך מאיר הירש. דער רשע האט שוין אנגעטוען צופיל רשעות אלעס מיטען מאנטעל
פון קהל, הקדש, אידשקייט. ער נוצט דעם תמים (שוטה) ר' בערל פאלאטשטעק מיט נאך תמימים וואס
העלפען אים מיטן רשעות, מכלומר'ש אויפצוטוען פאר ציבור. אבער אין אמת איז עס אנגעפילט מיט
רשעות, שפיכת דמים.
איך קען נאר צולייגען אז איך האף אז ער וועט האבן א מפלה ווי שנעלער.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 10/03/2006 5:49:59
מיין פריינט און ברודער שור
עס קוקט אויס אז דו ווייסט נישט די פאקטען און דעם אמת איבער המספיק.
איך בין דיך דן לכף זכות[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס זאגט דיר אזא געמיינע שטיק , ווי זיך אויזדיקעיווען אויף א לאנג יאריגע געטרייע באורד פון המספיק, די אנשים חשובים ונאמנים, ליפא גראס מיט בערל פאלאטשעק, וואס דער רבינו שליט"א צוזאמען מיטן רב שליט"א האבען ממנה געווען שלא על מנת לקבל פרס, אויף דעם נכס הציבור, דער מוסד המספיק, וואס געהערט פאר יעדן פון אונז, און זיי בארבאריש ארויסווארפן ווי כלבים בכח הזרוע, פון כל דאלים גבר, און עס באראבעווען פאר זיך צו שארן טייכען מיט געלד, און עס דערנאך ירש'נען פאר די אייגענע קינדער א פארמעגן וואס געהערט פאר דיר און מיר..
דו שרייבסט אז דאס איז א "פריוואטע" ביזנעס סכסוך, יא, פאר מאיר ווערטהיימער איז דאס פריוואט, אבער נישט פאר ליפא גראס מיט בערל פאלאטשעק.וואס זיי זענען דיינע און מיינע און שלוחים פון יעדען פון אונז , צו באקעמפן דעם געמיינע בארבארישע גזילה פונעם ציבור.
אבער עניוועי, אפשר זאגסטו פשט און דעם פליפ-פלאפ הזמנה ועיקול פרשה,
וואס זאגט דיר אזא געמיינע שטיק, ווי גיין לויפן נעמען עיקולים קעגן קהל יטב לב, פון א בית דין, וואס שיקט נאר הזמנות פאר די אומשולדיגע אייניקלעך פון רבינו שליט"א ווייל זיי ווילן זעהן א זיידע, אבער נישט פאר משה פריעדמאן, וואס האט אונז מיט אזא אכזריות בארויבט אין וויליאמסבורג.
איז דען דער מצה בעקערי, מיט דער בית השחיטה, אויך א פריוואטע ביזנעס פון מאיר הירש, און מען מעג דאס פרובירן צו סאבאטזשירן פאר אייגענע אינטערעסן ?
און צום שלוס, מאיר ווערטהיימער קען העלפן די אהרונים אין וויליאמסבורג וויפיל ער וויל, אזוי לאנג ווי ער ארבעט אונז צו צוברעכן אין קרית יואל, איז ער פונקט אזא שונא ווי אלע סאטמארע שונאים.
וואס האב איך פון דעם אז ער האט ענק געהאלפן אין וויליאמסבורג ווען אין קרית יואל מאכט ער אונז חרוב?
תוקן על ידי - גוטזאגער - 10/03/2006 5:53:34
גוטזאגער:
אויב איינער מאכט חרוב קרית יואל, איז עס מאיר הירש, ער ניצט דעם רב'ס נאמען צו רודפען
אומשולדיגע אידען, אפצוטאן זיינע שייגעץ שטיק, און פארשטייט זיך אז חוץ וואס ער מאכט אן פרישע
פיינעט, פארשעמט ער אלע רב'ס חסידים.
וואסער, Thanx for proving my point
שור, איז עס נישט קיין וואונדער אז זאליס (ווי וואסער) פארטיידיגן אזוי שטארק מאיר ווערטהיימער?
שור שנגח לאמיר גיין שטאטעלעך און זען וואס מאיר ווערטהיימער האט "אויפגעטאן" פאר די אהרונים און פאר'ן רב.
איך וועל אויסרעכענען נאר אפאר זאכן
1. געשיקט אימעילס פאר דער איד (משה גבאי), דער בליק (משה יצחק ווערטהיימער), משה טובי' בראווער און אנדערע שונאים אז די אהרונים זענען מוסרים ומסרבים לדין ("זיי שרייען אז איר זענט מסרבים לדין, דא האט איר גוטע שטאף קעגן זיי. קוקט אייך צו וויאזוי זיי אליינס זענען מסרבים לדין")
2. אויסגעשמירט די מחלוקה אויף אימעיל און אויף היידפארק, וואס האט געברענגט גרויס כבוד פאר די אהרונים בכל אתר ואתר, ממש א נחת.
3. געהאלפן פאר די בני יואל/אלייענס באקומען די ארגאניזאציע "מעלה", פון וועלכע פנחס יאקאבאוויטש שארט הונדערטער טויזנטער דאלאר פון די גאווערמענט.
4. זיך צוזאמגעשטעלט מיט די זאלי קהל און זיי געברענגט צום בית דין צו טענה'ן אז די אהרונישע קהל האט נישט קיין שום תוקף ווייל די זאלי קהל איז אין קראפט, וואס דאס האט אונז גאר שטארק געהאלפן אין אונזער קאמף סיי ביי דין תורה און סיי אין קאורט.
5. אנגעזאגט פאר זיינע ארבעטערס נישט צו וואוטן פאר ר' אברהם ווידער, וואס האט ווייטער געברענגט גרויס כבוד פאר'ן רב.
6. אן קיין טראפ בושה געשריבן די פאלגנדע ווערטער: "לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש."
הלנו הוא או לצרינו ???
(פון אישי (ייש"כ הרוצה בעילם שמו))
דער רב שליט"א האט געהייסן דעם ווילעדזש געבן א פערמיט פאר המספיק און התאחדות האט נאכדעם אראפגענומען דעם "עיקול" פון בית השחיטה, אבער דערווייל איז נישט דא קיין זכר פון א פערמיט, מען שטייט און מען ווארט...
(פון אישי (פון "אהרוני וואס האט נישט קיין רשות כתיבה דא") אזוי האט ער געבעטן מזאל אים רופן)
>> שור שנגח לאמיר גיין שטאטעלעך און זען וואס מאיר ווערטהיימער האט "אויפגעטאן" פאר די אהרונים און פאר'ן רב.
++ תשובה: דו מיינסט אז מיט ענטפערן שור שנגח וועסטו אנקומען ערגעץ? די אישו איז נישט שור שנגח אדער געשמאק אדער פייפליין אדער ארענדער, די אישו איז: וויל דער ווילעזש לאזן המספיק בויען זייער בילדינג אדער נישט? וויפיל דו וועסט נאר איבערקייען מקוה שמועסעריי וועט די פראגע נאך אלץ בלייבן בתוקפו און נישט אפלאזן די ווילעדזש.
אבער אלס גוטער חבר לאמיר אביסל רעדן אין די וועלט אריין...
>> 1. געשיקט אימעילס פאר דער איד (משה גבאי), דער בליק (משה יצחק ווערטהיימער), משה טובי' בראווער און אנדערע שונאים אז די אהרונים זענען מוסרים ומסרבים לדין ("זיי שרייען אז איר זענט מסרבים לדין, דא האט איר גוטע שטאף קעגן זיי. קוקט אייך צו וויאזוי זיי אליינס זענען מסרבים לדין")
++ יעדער מעג שיקן אימעיל פאר וועם מוויל, הגם מקען מלמד זכות זיין אז איינער האט בטעות "ריפלייד טו אלל" אויף א שטיק אימעיל וואס האט לכתחילה געהאט צענדליגער מקבלים, אויב דו נוצט אסאך אימעיל וועסטו פארשטיין וואס איך זאג... אויסערדעם לאזט אפ די "שונאים" אישו ווייל עס קריכט פון די נאז און מאכט דיך אויסזען נאריש.
>>> 2. אויסגעשמירט די מחלוקה אויף אימעיל און אויף היידפארק, וואס האט געברענגט גרויס כבוד פאר די אהרונים בכל אתר ואתר, ממש א נחת.
++ אויב מרעדט פון מחלוקת אויף היידפארק אדער אימעיל קענסטו אייננעמען א מויל מיט וואסער,
>>> 3. געהאלפן פאר די בני יואל/אלייענס באקומען די ארגאניזאציע "מעלה", פון וועלכע פנחס יאקאבאוויטש שארט הונדערטער טויזנטער דאלאר פון די גאווערמענט.
++ קודם איז עס בראווער נישט יאקאבאוויטש, און דו ווילסט עס נאר אנשמירן אלץ בני יואל-עלייענס אישו, אבער וואס איז דען שלעכט? טאר א צווייטער נישט העלפן ספעשל קינדער? אפשר האלט די ווילעדזש אז זיי האבן א מאנאפאל אויף אלע מיני הילף, אבער המספיק האלט קלאר נישט אזוי און אז מאיר ווערטהיימער וויל העלפן אנדערע אידן נישט קיין חילוק פון וועלכע פארטיי אדער חסידות דארף מען זאגן כל הכבוד נישט רעדן ווי א ראסיסט און א טיפוש. דיינע ווערטער זענען א בושה פאר אלע חסידים, זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן
>>> 4. זיך צוזאמגעשטעלט מיט די זאלי קהל און זיי געברענגט צום בית דין צו טענה'ן אז די אהרונישע קהל האט נישט קיין שום תוקף ווייל די זאלי קהל איז אין קראפט, וואס דאס האט אונז גאר שטארק געהאלפן אין אונזער קאמף סיי ביי דין תורה און סיי אין קאורט.
+++ די טענות ביים דין תורה קען איך נישט און איך בין זיכער אז ביידע זייטן האבן געהאט גוטע און אויך נארישע טענות, חוץ אז דו ווילסט זאגן אז די ווילעדזש לאזט נישט די קינדער האבן א נייע בילדינג אלס נקמה פאר איין פון ווערטהיימער'ס טענות ביים דין תורה...
>>> 5. אנגעזאגט פאר זיינע ארבעטערס נישט צו וואוטן פאר ר' אברהם ווידער, וואס האט ווייטער געברענגט גרויס כבוד פאר'ן רב.
+++ איך האב געמיינט דו ביסט קלוגער פון אריינקריכן אין דעם מאראסט, חוץ אז דו ווילסט זאגן אז די ווילעדזש לאזט נישט די קינדער האבן א נייע בילדינג אלס נקמה ווייל ווערטהיימער האט קלאמפערשט געהייסן זיינע ארבייטער וואוטן קעגן אברהם ווידער... און דו רעדסט וועגן כבוד פון רב.
>>> 6. אן קיין טראפ בושה געשריבן די פאלגנדע ווערטער: "לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש." הלנו הוא או לצרינו ???
+++ פייפליין האט געמעגט שרייבן א מחשבה זרה וואס יעדער טראכט און זאגט, אבער סאיז שוין ממילא נישט נוגע ווייל דער רב האט ערלעדיגט אראפצונעמען דעם עיקול קעגן בית השחיטה אויפן סמך אז ווילעדזש גייט שוין ארויסגעבן א פערמיט, ונזכה ונחי' ונראה.
נ"ב: דארפסט נישט אויסנוצן מיין צייט און דיין צייט מיט נאך אזעלכע וויכוחים. איך האב נאר געשמועסט אלץ חבר דיינער אבער קיינער קוקט נישט וואס דו און איך שמועסן, מען ווארט נאר אויף א פערמיט און צוריקשטעלן דעם רב'ס כבוד אין קרית יואל
תוקן על ידי - טאגליכט - 10/03/2006 17:00:24
טאגליכט הלואי זאל ווערן שלום און די מנהלים וועלן קענען פארמאכן דעם אשכול, דערווייל זעהט אויס ווי דו מישסט אריין זאכן וואס באלאנגען נישט דא, אפשר צו פארדרייען די ענין פון די המספיק בילדינג...
מאיר ווערטהיימער האט אנגעפאנגען צו באקומען היעט דא אויף היידפארק איז ער געקומען צו לויפן מיט פאלשע רומארס כאילו המספיק גייט באקומען א פערמיט צו בויען, אן רשות פון די לעגאלע באורד פון המספיק, אלעס כדי דער אשכול זאל אראפגיין פון די ארענע.
וויל איך ענק דא אלע מודיע זיין אז דאס איז שקר וכזב. די לעגאלע באורד פון המספיק וואס מאיר ווערטהיימער האט ברוטאל ארויסגעווארפן מיט גרויס שווינדלעריי (און מיט מכות) האט נישט געגעבן קיין רשות פאר מאיר ווערטהיימער צו בויען און דעריבער קען מען נישט ערלויבן פאר מאיר ווערטהיימער צו בויען, ווילאנג ס'איז דא א פסק בי"ד וואס זאגט אז ער איז יא אדער נישט דער לעגאלער בעה"ב.
די אהרונישע ווילידזש פירער קענען נישט האבן א דאבל סטענדערד, אז אין וויליאמסבורג שטיצן זיי יא די לעגאל ערוויילטע קהל און אין קרית יואל שטיצן זיי א נישט-לעגאלער באורד.
קען זיין אז סוכ"ס וועלן די אהרונישע ווילידזש פירער האנדלען אנדערש, אבער לעת עתה איז דאס די פאקט.
פייפ-ליין, דו האסט אויסגעוואשן די שמוץ וועש אין גאס. יעצט איז צו שפעט פאר דיר צוריקצודרייען.
(פון אישית (ייש"כ קיופאןמלמד))
ווילעדזש-הירש מאכן חרוב דעם רב
רוצחים און באנדיטן, מיטוואך ווען די הכצעקתה האט אויפגעשאקלט די וועלט און דער רב שליט"א האט גערופען די ווילידזש חברה צוזאמען מיט ר' עמרם כהן האבן די ווילידזש חברה בלאס ווי די וואנט אויפגעגעבן און צוגעזאגט דעם רב שליט"א אז די פערמיט ווערט ערלעדיגט, און התאחדות הרבנים האט אויך אראפגענומען די "עיקול", מען האט אביסל געגלייבט די ווילעדזש מאיר הירש קאמפאני, אבער למעשה זענען זיי רשעים רוצחים וואס קרית יואל האט נאך קיינמאל נישט געזען אזאנס זיי ווילן חרוב מאכן אלעס וואס גייט נישט אין שפאן און שוינען נישטאמאל דעם רב פאר זייערע פינצטערע צוועקן,
ווי נאר די עיקול איז אראפגעקומען האבן זיי געלאכט א גוטס אז די שטיקעל איז געלינגען און מגייט ווייטער קעגן המספיק מיט די גאנצע רציחה ווי ביז היינוט איבערלאזנדיג דעם רב און מאיר ווערטהיימער מיט די צינג אינדרויסן,
די מאיר הירש קאמפאני דארף אלעס האבן אין די הענט די גאנצע ווילעדזש און קהלה און מוסדות און אלעס אלעס אוט אוו קאנטראל, די בית השחיטה איז הירשס באליבטע בעיבי אפילו סבאלאנגט פאר קהל און דער אמת איז מיט די קאראפשאן פון ווילעדזש קאמפאני ווייסט קיינער נישט בעולם וועלכע נאמען זענען אויף די פאפירן פון בית השחיטה וד"ל, דא ווילן זיי ארויסבויען דארט וואו המספיק האט ליגל איזמענט רייטס און פייפן זיך אויס אויף יעדן איינעם כדרכם בקודש, פונקט ווי זיי לאזן עקלדיגע טשיקן אפפאל און סוער וואסער אראפרינען ביז די אונזערהיים בילדינג לעבן דעם, די גאנצע ראוד איז צעבראכן איין גרויסע פאטהאול ווייל א ראוד וואס איז געמאכט פאר מאקסימום פופטין פעסנדזשער ווענס נוצן זיי פאר 18ווילער טרעילערס און מאכן א חורבן אבער גארנישט שטייט אין וועג, ווי דער בלוטדארשטיגער ווילידזש שרייבער האט געשריבן אז די 12 קראנקע קינדער זאל מען טראגן וואו די שווארצע פעפער ווער דארף זיי,
מענטשן זענען נישט באקאנט וועגן זבל"א דין תורה היסטארי, המספיק האט קיינמאל נישט געשריבן דערוועגן אין זייער צייטונג און ווילעדזש וועד הקררי' מאיר הירש קא האבן זיך געפרייט זיי דארפן זיך נישט פערענטפערן אין פובליק, אויך ביי די וואלן ווען ווילעדזש האט אזויפיל פראבירט אנצודרייען המספיק האט מען זיך נישט געלאזט און המספיק האט נאך אפגעווארפן יעדע פראבע פון צד שכנגד צו מאכן א אישו ביי די וואלן, די ארגאניזאיציע איז ביזי מיט סערוויס און סערוויס און פארטיג, דין תורה דארף בלייבן אונטער די טיר, אבער דאס האבן די ווילעדזש קא אויסגענוצט אלס וואפן קעגן המספיק און יעצט דירעקט קעגן רב שליט"א מיט שוידערליכע פארראטעניש, נאכדעם שיקן זיי די פיטערן די קעלבער אויף היידפארק מיט זוידיגע בלאפערייען אימעיל שמימעיל כאילוי דאס איז עפעס א אישו, בויען בארג מיט יצחק גליק און משה גבאי וואס האט אזויפיל שייכות דא ווי הרי אררט,ביי זיי דער עיקר צו באגראבן המספיק אפילו דער רב באצאלט פרייז דערפאר,
יזדעזע העולם אויף ענקערע שטיקלעך וואס גארנישט שטייט אין ווענג רבי רב ווילטשעיר קינדער עולםגולם באצאלטע אגענטין, מוועט אויסטאן די הענטשוך און מלחמה האלטן ביז איר וועט אויפהערן צו פייניגן די הענדיקעפט קינדער און צובראכענע עלטערן, מוועט ענק גארנישט פארשוינען שטיינערנע הערצע וואס ענק זענען, די הכצעקתה וועט אויפרודערן עולם ומלואו געדענקט נאר די שורות,
מאיר הירש האט אנגערעדט דעם רב אז "עיקול" פון התאחדות מאכט מזאל נישט קענען שחטן טשיקנס בכלל און וועגןדעם האט מען אראפגענומען די עיקול, רשעים באנדיטן די רבס בלוט איז ביי ענק הפקר, פארדעם דארפן די חסידים שטימען פאר די ווילידזש קאנדידיטן ביי אלע וואלן כצאן לטבח, פארוואס טוט עטס דאס מיטן רבאון די גאנצע קהילה וויפיל גייט מען נאך ליידן בושות און חרפות פון ענק רוצחים, עטץ גייטס וואו ענקער שרייבער האט געזאגט מזאל אוועקפירן די 12 ספעשל קינדער פון אונזערהיים, בלוטפרעסער וואס ענק זענען,
די ווילידזש טראסטיס זענען רב'ס מענטשן אבער זיי קענען נישט לייגן א פינגער אין וואסער און זענען אויך פוסטע קעלבלעך קעגן די ריכטיגע פירער משתלטים ווי זיי זאגן שטיל פאר אלע וואס פרעגן זיי פארוואס דאס אדער יענץ אזוי שלעכט, איך קען גארנישט טון זאגן זיי אלץ סאיז דא איין פירער, הישמע כזאת,
תוקן על ידי - פייפ_ליין - 10/03/2006 18:31:21
אויב וואס פייפ-ליין שרייבט איז אמת אז התאחדות האט צוריקגעצויגן פונעם עיקול איז עס ממש א הימל געשריי.
וויאזוי קען א בי"ד זיך לאזן פארוואנדלען אין א שפיל געצייג פון א יחיד?
אויב איז געווען א סכנה פאר די קינדער צו פארברייטערן די בית השחיטה איז די סכנה בתוקפו, און אויב מאיר ווערטהיימער מיינט באמת די אינטערעסן פון די קינדער טאר ער נישט אויפגעבן דעם תורה'דיגן קאמף.
אלא מאי, דא קענט איר אלע זען וואס דא טוט זיך: דער גאנצער עיקול פון התאחדות איז געווען צו געבן א פראסק פאר (ר') אהרן ט"ב, און משום תאות הנצחון איז מאיר ווערטהיימער גרייט צו גיין מיט די זאליס און אונטערברענגען זיין אייגענעם רב.
דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער האט אריינגעשטאכן א מעסער אין רוקן פון די אהרונים מיטן ברענגען די זאלי קהל צום בית דין און דערקלערן אז זיי זענען די לעגאלע קהל.
און דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער שיקט אימעילס פאר משה גבאי, משה יצחק ווערטהיימער, משה טובי' בראווער וכו' (אה, איך האב פארגעסן, ער האט זיי געשיקט די אלע אימעילס "בטעות") אז די אהרונים זענען מוסרים ומסרבים לדין.
רבותי, בארואיגט אייך... די וועלט גייט נאך נישט אונטער
(און פאר קיופאןמלמד און אלע אישית: איך קען נישט אזוי שנעל נאכיאגן און מיין קאמפיוטער איז בכלל נישט געאייגנט דערצו וד"ל)