היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מלחמה הירש און המספיק

מלחמה הירש און המספיק

334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1832924
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

פאקטיש » 26/3/2006 23:31

גאזעט שרייבט: נישט געזארגט, המספיק נעמט אויף ב"ה די בעסטע און מעכטיגסטע לאיערס וואס איז נאר פארהאן אין ניו יארק, און מוועט זיך פאר די חיות טורפות פון ווילעדזש גאנץ ווייניג דערשרעקן. דער סוף וועט זיין מוועט זיי טראגן אין קלינערס, פונקט ווי זיי האבן פארלוירן די קאורט קעיס ביי "חרדים" שוהל, אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד... נאכדעם ענטפערט גאזעט קודם כל א יישר כוח פאר מודה זיין פאר די גאנצע וועלט אז די חיות טורפות וואס באזיצן די בענקל/עך פון ווילעדזש וועד הקרי' אוו קרית יואל, פלאנען טאקע אפיציעל צו גיין בערכאות קעגן די טייערע קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא. דאנקע שעהן פאר נאך א זאפטיגע הודאה וואס דינט אמבעסטן ענק אויסצוטאן פאר די גאנצע וועלט. נו, וואס קומט ווייטער, גאזעט שרייבט אז די ווילידזש גייט אין קאורט, און מען גייט זיי ווייזן, פרעגט מען מר. גאזעט וואס גייט זיין, אויב די ריכטער גייט פרעגן, ווער דער געזעצליכער 'המספיק' איז, איז דער תירוץ, חיות טורפות פרעג איך דיר חכם מחוכם מיט די ברייטע וואנצעס, אויב קענסטו נישט פירן א דיסקוסיע דא אויף הייד פארק, וואס מאכט דיר טראכטן, אז אין געריכט וועסטו בעסער אנקומען אדרבה, לאמיר פארשלאגן, א דעבאטע, יעדער צד, זאל פארשלאגן 4 אישו'ס פון וואס ער וויל רעדן, דערנאך וועט יעדער צד קען ארויסברעגנן זיינע 4 אישו'ס, און יעדע אישו זאל באקומען א נומער פון 1 ביז 8, און ווען מען ענטפערט און מען שרייבט און מען פרעגט אויף איינע פון די אישוס, זאל מען שרייבן פון וועלעכע נומער מען רעדט, און אזוי וועט מען קענען אנהאלטן א דעבאטע, וויסנדיג אויף וואס מען ענטפערט אדער מען פרעגט, אויך וועט מען קען זעהן אויף וואס איין צד וויל אדער קען נישט ענטפערן נו, גאזעט, ביזטו מסכים, אדער....????

סקולדיסריק » 26/3/2006 23:51


פאקטיש מיין טייער קינד,

דעבאטעס פירט מען אין ישיבה, אין מקוה, אין קופקע, אין קרעטשמע (אמת, ארענדאר?), ווער עס וויל. פאליטישע קאנדידאטן קענען אויך פירן דעבאטעס.

ביי המספיק איז דא שולחן ערוך חושן משפט, א בית דין פון 3 דיינים שליט"א, א מרא דאתרא שליט"א, הייליגע קינדער וועמען מדארף העלפן, זייערע עלטערן און געשוויסטער וכו' וכו', נישטא קיין "דעבאטעס" מיט 1 און 8 און אישוס און נומבערס, וואס נאך, א "הענט רעסל", נאכדעם טיק-טאק-טאו? ביסט געפאלן אויפן קאפ?

גראדע, איך פארשטיי ענק אביסל, נאך 18 גאנצע בלעטער אין דעם אשכול פון הויפנס שטרוי וואס א ווארט קלעבט נישט צום צווייטן, משרייט קולות וברקים פון ריזיגע וועידזשעס, גוזל בוגד מחוצף, מברענגט גאנצע פעקלעך דאקומענטן פון אלע גאווערנמענט אפיסעס אין אמעריקע, ממאכט פונעם עולם פורים אין גרויסן, משרייט המספיק גאזעט, ממאכט רויטע און גרינע ליינס און באקסעס און היילייטס, מלייגט ארויס די נעמען פון ארום פערציג פריוואטע אומשולדיגע מענטשן פרויען און בעלי בתים (און איך מיין אפילו פון צד הווילעדזש! לאז אבער אפ פרייוועט מענטשן!), מרעדט צוזאמען אויף די הייליגע קינדער כגרועים שבאומות ר"ל, מען פרובירט צו נוצן דעם כבוד פון מרן הגאב"ד שליט"א פאר די אייגענע אינטערעסן אן ערפאלג, מען אטאקירט אליינס דעם סקול דיסטריקט, מען אטאקירט אלעס וואס שטייט און וועג דומם צומח חי מדבר, מגיסט אויס דעם כעס אויף יענעמ'ס קאליר האר אדער באורד אדער שנאוצן אדער יענעמ'ס נומבער אויפן וואגשאל, מען פאררעדט זיך די ציין ווי דער גרעסטער שיכור...

נאכדעם וויל דער ווילעדזש וועד הקרי' מאכן א דעבאטע אויף היידפארק... זוך א גוטן דאקטאר (המספיק קען געבן א רעפערל)...

נ"ב. אפשר אויב דאס וועט ברענגען ענקערע אויבערהארן צו געבן א פערמיט פאר די דעי העב בילדינג, וואלט מען געקענט טראכטן, אבער ענק מאכן פורים פון די קראנקע קינדער, פונעם מרא דאתרא שליט"א, פון זבל"א בית דין מיט ענקערע אייגענע דיינים שליט"א, און ענק האבן אפילו א מחשבה זרה פון גיין אין קאורט קעגן המספיק נעבעך... בלייבט נישט קיין אנדערע ברירה פאקטיש'ל נאר אז דו זאלסט מאכן א דעבאטע ביי דיר אין אפיס מיט דיר אליינס, וואס איז דען, מאיר הירש קען אויך לייגן אן עיקול אויף זיך אליינס...

פאקטיש » 27/3/2006 00:44

קיין פראבלעם מר. גאזעט איך האב פאר דיר אבער נייעס איך וועל דיר ווייזן א אינטערעסאנטע פאסירונג, איך וועל פירן א דעבאטע מיט זיך אליין, און וואונדער איבער וואונדער איך זאג דא שוין פאר, אז מר. גאזעט ענד קאמפאני וועלן ענטפערן, צו דער זאך און נישט צו דער זאך די חילוק איז צוויי זאכן, איינס, האסטו געוויזן, אז די האסט זייער מורא צו פירן דא א דעבאטע, ווייל דאכט זיך אז איינער וואס פארשטייט אז איינס מיט איינס איז צוויי, פארשטייט, אז היידפארק איז נישט קיין סובסיטאט פאר דין תורה, פאר להבדיל ערכאות, פארן מיינונג פון צוריק להבדיל כ"ק דער רב שליט"א, מען דעבאטירט דא, אין דער בחינה פון 'פוק חזי מה עמא דבר' און אז די דערהייבסט עס נישט, רעדט עס מער ווי א מיליאן ווערטער צווייטענס, היות די קענסט נישט / ווילסט נישט פירן קיין דעבאטע, וועל איך אליין איינפירן דעם סדר וועלן מיר זיך מארגן, אויף די ערשטע סעריע פון די דעבאטע

קאווע » 27/3/2006 02:28

סקולדיסטריק:

1. די האלטס אינאיין שרייבען אז דער בילדינג וועט סייווי געבויט ווערן, "פערמיט שמערמיט".
מיין פראגע איז, די אלע המספיק פראגראמען, דעי-העב אא"וו דארפען לכאורה באשטעטיגט ווערן דורך די גאווערנמענט, עס מאכט נישט קיין סענס אז די רעגירונג וועט באשטעטיגן א בילדינג וואס בויט זיך אן א פערמיט C OF O אא"וו.

2. די ברענגסט עטליכע מאל די פרשה פון חרדים וואס די ווילידזש האט פארלוירן. לויט ווי איך געדענק איז ר' מאיר ווערטהיימער דעמאלטס געווען פון די גרויסע שישקעס אינעם ווילידזש, ער האט אנגעפירט כמעט אלע ליגעל אישוס.

ייש"כ למפרע

פייפ_ליין » 28/3/2006 17:43


ברעיקינג ניוס!

נעכטן איז אנגעקומען דער גרויסער בולדאזער טראקטאר ביים המספיק שטח אין קרית יואל, אנצוהויבן די גראבונגען פאר די נייע בילדינג פאר די קראנקע קינדער וואס די ווילעדזש לאזט נישט בויען.

היינט צופרי האט דער ווילעדזש געשיקט דעם אינספעקטאר, וואס תושבי קרית יואל באצאלן די וועידזשעס, און באפוילן דער טראקטאר טאר נישט ארבייטן, ווייל דער ווילעדזש האלט נישט ביים לאזן בויען די בילדינג, אפילו בית דין זאגט המספיק מעג בויען.

דערווייל האט מען אפגעשטעלט די טראקטאר ארבייט, און המספיק טוט וואס דארף געטאן ווערן מען זאל קענען ווייטער ארבייטן.

פרטים יבואו.

פאקטיש » 28/3/2006 18:09

גאזעט איך האב אז די און דיין בעה"ב פארשטיין אז מען ווען זוכט באקומט מען אין קרית יואל אין 2006 אז מען בויעט אן א פערמיט באקומט מען א סטאפ ארדער בפרט, ווען מען זאגט אפען אז מען האט די ווילידזש אין דער ערד, פארשטייסט און אויב ווילט איר גיין אין קאורט, יו אר מאור דען וועלקאום

פייפ_ליין » 28/3/2006 18:09


קרית יואל, לבשי בגדי תפארתך!

המספיק גרייט זיך צו מאסן דעמאנסטראציעס אין הארץ פון קרית יואל קעגן די ווילעדזש און וועד הקרי' פאר נישט לאזן בויען די נייע בילדינג פאר די קראנקע קינדער.

קרית יואל האט נאך אזוינס נישט געזען עד היום, אבער עס קומט... גרויסע פראטעסטן מיט פלאקאטן און פאליס פראטעקשאן... הכונו למחאה אדירה.

זייער מעגליך אז דער ערשטער פראטעסט וועט זיך אנהויבן שוין היינט דינסטאג נאכמיטאג.

נאך פראטעסטן וועלן נאכפאלגן די קומענדיגע טעג.

ולד' הישועה!

פאקטיש » 28/3/2006 18:17

הלואי ברינג איט אן אזוי וועט דער מיט דער פינטל פארלירן זיין איינציג כח, וד"ל

פייפ_ליין » 28/3/2006 19:07


ברעיקינג ניוס!

אזוי ווי עס ווערט ערווארטעט א ריזיגע צוזאמלויפעניש ביים המספיק פראטעסט קעגן די ווילעדזש אוו קרית יואל, וועט עס נישט פארקומען ביים שאפינג צענטער, וואו דער טרעפיק אין ערב פסח צייט איז ממילא אומדערטרעגליך און מען וויל נישט מאכן שווער פאר אומשולדיגע מענטשן.

המספיק האט א ברייטע אויסוואל פון עטליכע סטראטעגישע פלעצער וואו צו מאכן דעם פראטעסט, אדער א סעריע פראטעסטן במשך עטליכע וואכן נאכאנאד, און מען וועט לאזן מעלדן דעם באשטימטן פלאץ פון פאראויס.

קרית יואל, לבשי בגדי תפארתך עמי.

נ"ב. מעגליך אז פובליק סעיפטי וועט האלטן ארדענונג ביים המספיק פראטעסט, צו להכעיס פונעם ווילעדזש, אבער עס איז נאך נישט אויסגעארבייט הונדערט פראצענט, און מעגליך מ'וועט זיך גוט באגיין אן דעם.

מנחה » 28/3/2006 20:19

איך האלט אז סטראטעגיש גערעדט וואלט דאס בעסטע פלאץ פאר די דעמאנסטראציע געווען אונטער די סאסמאן שוהל דארט ווי די בוזעם פריינט פון המספיק וואינען, איך מיין צו זאגען די געדינגענע עידי שקר.

kj_village » 28/3/2006 20:35

פאר מאיר הירש איז לכאורה די בעסטע זאך אז די סכסוך קימט אן אין קארט 
מאיר הירש  וויל עס נישט אריינטראגען אין קארט ווייל ער איז א ערליכער איד, ער גייט צי דין תורה

האלט איך אז די ווידלעש זאל בשום אופן נישט געבען קיין פערמיט צי מאכן די פראטעסט
אדרבה מען זאל זיי שטעלן שטיינער אין וועג, אזוי וועט עס ווערטהיימער אריינטראגן אין קארט
אין פין דארט איז שוין א קאצן שפרונג ביז די ווידלעש וועט קענענן שיקען ווערטהיימער צי די קלינערס..ער וועט בלייבען אן די המספיק

איך האלט אז דאס וואס די ווערטהיימער חברה סראשענענן כסדר
אז זיי קענענן עפעס אפטיען פאר די ווידלעש אין קארט איז פוסטע שטותים

איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט ע"פ תורה איבער די סכסוך, אבער פאר הירש לוינט עס זיכער אז עס זאל אנקימען אין קארט

פייפ_ליין » 28/3/2006 21:19


לעצטע נייעס וועגן המספיק!

עס איז געווען צוגעשטעלט א פראטעסט אויף 4 אזייגער נאכמיטאג, א היסטארישע עצרת מחאה קעגן די ווילעדזש אוו קרית יואל פאר איר החלטה, דערווייל, נישט צו געבן א פערמיט פאר די בילדינג וואס המספיק בויט פאר די ספעציעלע קינדער.

יעצט, 2 אזייגער נאכמיטאג, האט דער טראקטאר פון המספיק נאכאמאל אנגעהויבן צו ארבייטן אין פולן שוואונג, בס"ד, און האפענטליך וועט דער ווילעדזש "נישט" פרובירן נאכאמאל אפצושטעלן די ארבייט.

שיסן און שרייבן סטעיטמענטס וועט מען לאזן פאר מנחה'לע, גוטזאגער, פאקטיש, און די אנדערע ווילעדזש שווענץ שרייבערלעך, בשעת זייערע בעלי בתים בארעכענען זיך וועגן געבן דעם פערמיט פאר די קינדער אדער נישט, און המספיק בארעכנט זיך וועגן ארויסגיין מיט מאסן פראטעסטן אדער נישט.

אז עס וועט אויספעלן, זענען שוין גרייט די פלאקאטן און בעריקעידס. אבער דער ווילעדזש אוו קרית יואל קען למעשה נישט אפשטעלן די בוי ארבייט בפועל, אפילו המספיק האט נישט קיין פערמיט, ודי למבין בזה.

kj_village » 28/3/2006 22:26

עס איז גיט אז פין צייט צי צייט דערמאנט מען פארן עולם,
די ערשטע תגובה מיט וואס פייפ ליין האט גע'ענפענט די אשכול, דא האט איר עס


 

ששון ושמחה אין קרית יואל, אויף טישן און בענק. די שטילע מלחמה צווישן מאיר הירש און מאיר ווערטהיימער האט אויסגעפלאצט אין גרויסן. מענטשן באקומען אימעיל פון ביידע זייטן, ווייל קיינער וויל נישט זיין א שייגעץ.


המספיק האט אריינגעכאפט א "עיקול" פון התאחדות, אז ווילעדזש זאל נישט טארן בויען בית השחיטה, אבער ווילעדזש פייפט אין באבנס באבע. המספיק פייפט צוריק און האט אנגעהויבן צו בויען זייער "דעיי-העביל" געביידע לעבן מענדי ברייערס שאפ אויף בעיקערטאן. דער עולם שמוסט המספיק בויט אן א פערמיט.


יעצט וועט זיך ווייטער אנהויבן א פייט ווער מיינט אמת'דיג די ספעציעלע קינדער און ווער נישט. קרית יואל האט שוין לאנג נישט געהאט דעם וויכוח... ווער עס געדענקט...


ווי האט זלמן לייב וואלדמאן אמאל געזאגט, נישט דא קיין בעסערער מענטש צו מאכן סדר ביי די אהרונים נאר מאיר ווערטהיימער.
לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך.
לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך

תוקן על ידי - kj_village - 28/03/2006 22:42:04

פייפ_ליין » 28/3/2006 22:54


לעצטע אפדעיט פון המספיק, 3:42 נאכמיטאג

המספיק'ס טראקטאר האט פלייסיג געגראבן אויפן פלאץ פאר די נייע בילדינג

דער ווילעדזש האט שנעל געלאזט רופן דעם אינספעקטאר פון א לאנג דיסטענס פלאץ וד"ל צום המספיק קאנסטראקשאן פלאץ

דער אינספעקטאר איז אנגעקומען און געזאגט פאר דעם טראקטאר מענטש ער זאל סטאפן צו ארבייטן, ווען ער האט נישט געוואלט האט ער געזאגט - לויט אינסטראקשענס פון ווילעדזש אפיס - אז ער גייט רופן סטעיט פאליס.

למעשה איז עס א פוסטע סטראשונקע ווייל סטעיט פאליס קען נישט אריינרעדן אין דעם בילדינג אישו ביז דער ווילעדזש נעמט ארויס א קאורט ארדער קעגן המספיק... וויי געוואלד... און דאס איז לכאורה דער ציל פון ווילעדזש אוו קרית יואל ירום הודם, צו גיין אין ערכאות קעגן המספיק...

און אויב אזוי, מר. אינספעקטאר-אינסטראקטור, נעם דיר א גוטן לאיער וד"ל.

דער טראקטאר האט זיך אפגעשטעלט אויף א קורצע וויילע, אבער ער האט ווייטער געארבייט, און ער ארבייט יעצט בפועל.

בקיצור, דער ווילעדזש שפילט ווייטער א געים מיט די קראנקע קינדער, אבער דער שפיל וועט זיך זייער שנעל ענדיגן נאך די פראטעסטן. הכונו למערכה!

פייפ_ליין » 28/3/2006 23:07


דא איז א בילד וויאזוי דער טראקטאר פון המספיק ארבייט אנצוגרייטן דעם באדן פאר די נייע גרויסע "דעי העביליטעישאן" פאר די 40 ספעציעלע בחורים און מיידלעך וואס זענען דערווייל צוזאמגעדרוקט אויפן צווייטן שטאק פון שאפינג צענטער אין קרית יואל ווייל די ווילעדזש אוו קרית יואל וויל נישט לאזן בויען די נייע בילדינג.

אבער ווי דער בילד זאגט פאר די גאנצע וועלט, בויט המספיק אין פולן שוואונג אפילו אן א...

א

פ ע ר מ י ט


אפילו אן א פערמיט
אפילו אן א פערמיט
אפילו אן א פערמיט

און זאל די ווילעדזש אוו קרית יואל "פרובירן" צו רופן סטעיט פאליס קעגן המספיק!
[בילד – נישט אפגעהיט]

פייפ_ליין » 29/3/2006 00:07



דער מצב סך הכל אויף היינט


(ארענדאר זיסער, ביסט געווען ביזי מיט אלקאהאל אין קרעטשמע די לעצטע טעג, סאו לאמיך דיר זאגן: קענסט נעמען דעם בריוו און גוט דורכליינען און נאכאמאל איבערליינען צווישן פיר אויגן, אבער ס'איז ניטאמאל ווערד אויף אשר יצר. יעצט קען דער ווילעדזש שיקן זעק מיט בריווען, אין די וואנט אריין. המספיק'ס טראקטאר גראבט צולאכעס אלע בריוולעך און ענק קענען בלייבן קריצן מיט די ציין. סאו גיי צוריק צום פלעשל, ארענדאר זיסער]

המספיק בויט ב"ה אין פולן שוואונג, פערמיט שמערמיט, אדער אויף אידיש גערעדט: אפילו ווילעדזש אוו קרית יואל האט נישט געגעבן פאר המספיק קיין "רשות" צו בויען.

אבער וויבאלד בית דין האט יא געלאזט המספיק בויען און נישט געוואלט לאזן די ווילעדזש לייגן אן עיקול קעגן די נייע בילדינג, און וויבאלד די הייליגע שעפעלעך פון "דעי העביליטעישאן" פראגראם דארפן האבן דעם בילדינג אזוי וויכטיג און ווארטן שוין אזוי לאנג דערויף מיט זייערע חשובע עלטערן צוזאמען...

ממילא בויט מען, אבער נאך ווי בויט מען!

דער טראקטאר וועט דארט אויספירן די הייליגע ארבייט אויפן המספיק פראפערטי ביז צום סוף, דהיינו ביז ווען מ'וועט שוין קענען בס"ד לייגן די פאונדעישאן פאר דעם בנין מפואר... אדער, ביז ווען...

"ווילעדזש אוו קרית יואל" וועט מוחל זיין גיין אין קאורט אריין, ערכאות של עכו"ם, קעגן המספיק און די הייליגע שעפעלעך, און ארויסנעמען א "קאורט ארדער" אז מען טאר נישט ווייטער בויען ווייל אויב יא איז עס "קאנטעמפט אוו קאורט"...

או אז, דעמאלט ווען ווילעדזש אוו קרית יואל גייט אין קאורט קעגן די הייליגע קינדער פון המספיק וועט זיך טאקע אפשטעלן דער טראקטאר וואס גראבט ביים המספיק בילדינג, אבער דעמאלט וועט אויך אנקומען עפעס אנדערש.
 
נאר וואס דען, קיינער ערווארט נישט עס זאל קומען דערצו, זיכער נישט ווילעדזש אוו קרית יואל אליינס... און טאמער ווילן זיי יא אנקומען אהין, פארדינען זיי טאקע נישט בעסערס... תוקן על ידי - פשטידא - 29/03/2006 6:05:47

ארענדאר » 29/3/2006 00:07

להתוודע ולהגלות

דא זעהט מען די ווילידזש בריוון, ווי דער ווילידזש לויער ערקלערט, אז דער ווילידזש איז לעגאל געצוואונגען, נישט צו נעמען קיין צד אינעם סטאטוס פון המספיק, איידער עס ערשיינט דעם פסק איבער המספיק פון דעם  בית דין בזבל"א.









[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 29/3/2006 00:09

אידישע איבערזעצונג


[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 29/3/2006 00:11

י
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 29/3/2006 00:12

אידישע איבערזעצונג


[בילד – נישט אפגעהיט]

פייפ_ליין » 29/3/2006 00:21


ארענדאר, כאפ אן דעם לאיער'ס צעטל זייער שטארק...

האלט עס אן שטארק, ווי דער שיכור האלט דעם פלעשל אום סאמע יו"ט פורים, זייער שטארק און קרעפטיג.

אבער הער נאר, אפשר גייסטו זעהן וואס דער המספיק טראקטאר טוט ביי בעיקערטאון ראוד קארנער המספיק וועי?

הא?

נ"ב. כאפ אן דעם צעטל זייער שטארק.

פייפ_ליין » 29/3/2006 17:33


ב"ה אשר לא עזב חסדו

ביי המספיק אין קרית יואל בויט מען ווייטער ב"ה אין פולן שוואונג בלי שום מכשול ופערמיט כל דהוא.

האפענטליך וועט די ווילעדזש וועד הקרי' זיך באזינען און נישט אויסגיסן זייער כעס וועגן פארלירן ביים בי"ד אויפן חשבון פון די הייליגע שעפעלעך, און זיי וועלן נישט שטערן דעם בנין מפואר פון המספיק דעי העביליטעישאן.

פייפ_ליין » 29/3/2006 17:47


אבער הרשעים כים נגרש השקט לא יכלו...

10:44 צופרי

די ווילעדזש האט געברענגט א "סטאפ ארדער" קעגן המספיק.

יעצט אויב המספיק פייפט זיך אן און בויט ווייטער, קעגן דעם "סטאפ ארדער", דארף די ווילעדזש אוו קרית יואל גיין אין קאורט, יא, אין ערכאות, אז מען זאל קענען שיקן סטעיט פאליס קעגן המספיק,

ונזכה ונחי' ונראה

פאקטיש » 29/3/2006 19:32

פייפ ליין גאזעט סקולדיסריק זאג פאר דעם רויטן ווערטהיימער, אז אויב ער דערהייבט נישט די פרעשור, זאל ער אויפגעבן, ער זאל נישט וויינען נאכדעם אויב נאכן באגיין זעלבסטמארד, זאל ער נישט וויינען אז ער איז טויט, ווייל אין אמעריקא אויב איינער באגייט זעלבסטמארד און ער פירט עס דורך, איז רוב מאל שטארבט מען בשעת מעשה די ווילידזש איז א גאווערמענט ענטיטי, וואס זיי אינפארסן זייערע באשלוסן דורכן קאורט, און אויב אין קאורט וועט מאיר ווערטהיימער דערלייגן דעם קאפ איז אויב וויל ער, זאל ער טאן, אבער אז עס וועט זייך דערנאך וועט זיין דערנאך

פייפ_ליין » 29/3/2006 19:59


ירא הקהל וישפוט

דא איז דער "סטאפ ארדער" וואס "ווילעדזש אוו קרית יואל" בהנהלת "וועד הקרי'" האט ארויסגעגעבן קעגן "המספיק" אז מזאל נישט טארן בויען די נייע בילדינג פאר די הייליגע שעפעלעך.

אבער פיהם הכשילם:

אויפ'ן סטאפ ארדער האבן זיי געשריבן אז מאיר ווערטהיימער איז דער אייגענטומער פון די פראפערטי, נו, נאך א פרישע הודאה פונעם ווילעדזש אריין צו המספיק אויף א גאלדענעם טאץ...
[בילד – נישט אפגעהיט]

פייפ_ליין » 29/3/2006 20:01


און דא איז דער צעטל אין גרויסע קלארע אותיות, זאל די גאנצע וועלט וויסן וואס דער "ווילעדזש אוו קרית יואל" טוט קעגן די הייליגע שעפעלעך די קינדער פון המספיק.

און קוקטס גוט וואס שטייט ביי OWNER, ווער איז דער אייגענטומער פון די פראפערטי און פון המספיק... נעבעך, פיהם הכשילם, און נאך ווי.


[בילד – נישט אפגעהיט]

פאקטיש » 29/3/2006 20:10

אבער עס זעהט מיר אויס, אז די גרויסע געוואגטע, פעסטע, שטארקע, געלונגענע, ווערטהיימער קאמפאני האט זיך - עכ"פ פאר א סעקונדע - דערשראקן פון די צעטעלע וואס די אומוויכטיגע, נארישע, קורצקעפיגע ווילידזש האט דארט ארויף געלייגט אגב, וואס הערט זיך מיט די מאסן פראטעסטן

גוטזאגער » 29/3/2006 20:19

פארוואס זיצט קיינער נישט אין דעם טרעקטאר?

זאל איך אננעמען אז דער טרעקטאר דרייווער האט זיך מיאוס דערשראקן נאכ'ן זען דעם סטאפ ארדער טאוול, און אפגעטראגן?

אדער איז ער ארויסגעגאנגען פונעם טרעקטאר ווייל ער האט געוואלט כאפן א בילד פונעם טרעקטאר, און האט נישט געקענט כאפן זיצנדיג אינעווייניג?...

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

ראזינקעס און סמעטענע לאז זיי מוחל פאר'ן גאזעט.

א שאד אז די זאליס אין ירושלים האבן נישט געוואוסט פון ענקער טריק, לייגן אביסל זאמד און א טרעקטאר אויף משה חיים ווייס'ס פראפערטי, און כאפן בילדער און ארויפלייגן אויף היידפארק, און דערנאך דערקלערן מיט קידוש לבנה אותיות אז מען גראבט אן א פערמיט.

די לעצטע מאל וואס איך האב געטשעקט, איז די המספיק בילדינג געבויט געווארן אין אמעריקע, וואו ס'איז א מנהג מקדמת דנא אז מען קען נישט בויען קיין בילדינג אן קיין פערמיט - און נישט אין רוואנדא, וואו אזעלכע זאכן קענען "אפשר" פאסירן.

און רעדנדיג פון רוואנדא, מיר זענען נישט הוטוס אדער טוטסיס, און דו קענסט אונז נישט פארקויפן אז דער דאלאי לאמא פליט אין הימל. דו ווייסט זייער גוט אז די גאווערמענט וועט קיינמאל נישט לאזן המספיק אריינגיין אין א בילדינג וואס האט נישט קיין פערמיט. און אדרבא, זאל מאיר ווערטהיימער איינמעלדן די גאווערמענט אז ער בויט א בילדינג אן א פערמיט, זאל ער אליינס זיך מסר'ען.

איך קען קוים ווארטן דערצו... תוקן על ידי - גוטזאגער - 29/03/2006 21:08:49

פייפ_ליין » 29/3/2006 21:00


רואיג, ווילעדזש שווענצלעך, רואיג.

על ראשון ראשון...

>> די ווילידזש איז א גאווערמענט ענטיטי, וואס זיי אינפארסן זייערע באשלוסן דורכן קאורט, און
אויב אין קאורט וועט מאיר ווערטהיימער דערלייגן דעם קאפ...
>> זאג פאר דעם רויטן ווערטהיימער, אז אויב ער דערהייבט נישט די פרעשור, זאל ער אויפגעבן, ער זאל נישט וויינען נאכדעם אויב נאכן באגיין זעלבסטמארד, זאל ער נישט וויינען אז ער איז טויט.

1) אויב דער ווילעדזש איז טאקע א גאווערנמענט ענטיטי וואס זיי אינפארסן זייערע באשלוסן דורכ'ן קאורט, וועט מען זיך טרעפן מיט די ווילעדזש אין קאורט בכבוד גדול, אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט פאר ענק וד"ל.

2) שרייבטס "רויטער" ווערטהיימער און נאך אזעלכע שיינע לשונות, ווייל עס דערמאנט יעדן איינעם טאקע מיט וואספארא כיטרע באחנטע סטראטעגישע און באזעצענע נארמאלע מענטשן עס זענען די אנפירער פון ווילעדזש און וועד הקרי'.

>> אבער עס זעהט מיר אויס, אז די גרויסע געוואגטע, פעסטע, שטארקע, געלונגענע, ווערטהיימער
קאמפאני האט זיך - עכ"פ פאר א סעקונדע - דערשראקן פון די צעטעלע וואס די אומוויכטיגע, נארישע,
קורצקעפיגע ווילידזש האט דארט ארויף געלייגט.

3) לאמיר זאגן אז יא, איז וואס? אז א גרויסער שווארצער שחור באפאלט א פשוטן מענטש אינמיטן די נאכט, איז א בושה זיך צו דערשרעקן? אבער ענק מאכן א ביטערן טעות, נישט די ווערטהיימער קאמפאני אדער המספיק האט זיך דערשראקן פון די צעטעלע, נאר דער טרעקטאר ארבייטער, ניש'קשה, די "צעטעלע" ווערט באהאנדלט מיט די ריכטיגע שריט.

>> אגב, וואס הערט זיך מיט די מאסן פראטעסטן.

4) אז המספיק וועט דארפן מאכן פראטעסטן וועט מען אי"ה מאכן מיט א קול אדיר וחזק מסוף העולם ועד סופו.

>> זאל איך אננעמען אז דער טרעקטאר דרייווער האט זיך מיאוס דערשראקן נאכ'ן זען דעם סטאפ ארדער טאוול, און אפגעטראגן?

5) יא, נעם אן, כמבואר לעיל.

>> א שאד אז די זאליס אין ירושלים האבן נישט געוואוסט פון ענקער טריק...

6) שוין זייער לאנג צוריק האבן ענק אויפגעהערט צו פארמישן דעם ווילעדזש'ס רשעות קעגן די קראנקע קינדער פון המספיק, אין אנדערע סכסוכים אין ניו יארק אדער ירושלים וואס האבן נישט קיין שייכות אהער, וועלכע יאוש האט ענק געדרוקט נאכאמאל אנצוהויבן דעם אויסגעדראשענעם טריק?

>> די לעצטע מאל וואס איך האב געטשעקט, איז די המספיק בילדינג געבויט געווארן אין אמעריקע, וואו ס'איז א מנהג מקדמת דנא אז מען קען נישט בויען קיין בילדינג אן קיין פערמיט.

7) עס איז א מנהג מקדמת דנא אז ווילעדזש אוו קרית יואל און וועד הקרי' ווילן טרעטן אויף די קודש הקדשים די טייערע קינדערלעך פון המספיק אונטער'ן שלייער פון "א הכנסה פאר די מוסדות הקדושים"...

און ענק ווילן אויך טרעטן אויף ענקערע אייגענע דיינים שליט"א וואס האבן נאכאמאל און נאכאמאל געזאגט א פסק דין תורה אז המספיק ווערט געפירט עפ"י הלכה ויושר און עס געהערט "נישט" פאר די וואוילבארימטע "וועד הקרי'" קאמפאני...

און המספיק וועט זיין דער סימבאל אז אלעס האט א שיעור, "די באק סטאפס היער" זאגט מען אויף אידיש, אויף די טייערע ספעציעלע קינדערלעך וועט איר אי"ה קיין שליטה "נישט" האבן, נישט דורך דין תורה (ווי עס איז שוין ב"ה קלאר געווארן) און נישט דורך קאורט (אויב ענק מאכן די פאטאלע מיסטעיק פון גיין אין קאורט קעגן די הייליגע שעפעלעך).

און עס איז א מנהג מקדמת דנא אז ווען דער ווילעדזש אוו קרית יואל כמצווה עליהם ע"י וועד הקרי' וויל נישט געבן א פערמיט צו בויען די נייע בילדינג, פייפט מען זיך אן מיט א גרויסן טרומפייטער און מען בויט יא, און נאך ווי מען בויט. די בויעריי וועט זיך אפשטעלן פון צייט צו צייט דורך טריקס פונעם ווילעדזש, דערשרעקן די גויאישע ארבייטערס, רודפ'ן און אונטערדרוקן אומשולדיגע מענטשן, אבער סוף כל סוף וועט דער בנין מפואר אי"ה שטיין לשם ולתפארת צו ענק ווילן יא אדער נישט, אין איינקלאנג מיט'ן פסק בי"ד און להבדיל די געזעצן פון אמעריקע.

>> די גאווערמענט וועט קיינמאל נישט לאזן המספיק אריינגיין אין א בילדינג וואס האט נישט קיין פערמיט.

8) זארגטס ענק גארנישט אויף המספיק... ווען ענק האבן גע'מסר'ט המספיק רעכטס און לינקס האבן ענק אויך געמיינט המספיק וועט נישט קענען אריינגיין דא און דארטן, נישט קענען ווייטער פונקציאנירן מיט דעם פראגראם אדער יענעם פראגראם, און די היסטאריע רעדט ב"ה פאר זיך אליינס... סאו די איינע דאגה קענט איר אראפנעמען פון די קלוגע באחנטע קעפ אייערע. המספיק וועט זיך בס"ד פיין באזארגן ביי די גאווערמענט.


תוקן על ידי - פייפ_ליין - 29/03/2006 21:05:40

kj_village » 29/3/2006 22:15

איך פארשטיי נישט

דא שלאגן זיך צוויי מענטשן פאר געלט - גרויס געלט

פארוואס מישט מען אריין די קראנקע קינדערלעך דא????
וואס זיי זענענן זיי שילדיג אז צוויי מענטשן ווילען האבן די מוסד????

ביידע זייטן וועלן געבן אייניג סערוויס פאר די קראנקע קינדער!!!!!!
ביטע אויפהערן אריינצימישען דא די ווארט קראנקע קינדער!!!!!!!!!!!
הערטס אויף צי טרעטן אויף די געפילען פין די אנגעווייטיגטע עלטערן!!!!!

נ.ב אפשר קען איינער אנצייגען ווי בי"ד האט שוין געפסקנט אז די מוסד געהערט פאר איין צד??

פאטאקי08 » 29/3/2006 22:24

איך בין יעצט דארט געווען נישטא קיין זכר פון קיין סיין

אויכעט ארבעט קיינער נישט דארט

faird » 30/3/2006 02:21

מאיר ווערטהיימער איז א כיטרער בחור. ס'מאכט סענס אז ער האט ער אליינס געדרוקט דעם טאוול און געכאפט א בילד פון א ליידיגע לאט, און דורך קארעל צוגעלייגט א טרעקטאר מיט אביסל זאמד.

faird » 30/3/2006 07:03

חברה, לאמיר פירן א דין תורה.


איך האב מיך צאמגעליינט דא די צענדליגער פעידזשעס תגובות, און איך בין געבליבן מער אומקלאר ווי איך בין געווען פאר איך האב אנגעפאנגען צו ליינען. בכלל האב איך גערעדט צו נאך אנדערע מענטשן וואס זענען זייער נישט קלאר. עס ווערן איבערגעקייט די זעלבע טענות נאכאמאל און נאכאמאל און מען קומט נישט צו קיין טאלק.

איך האב דעריבער אן איידיע: זאל מען עפענען א נייע אשכול וואו מען וועט געבן פאר ביידע זייטן א טשענס פארצולייגן זייערע טענות אויף אן אנשטענדיגן אופן. יענע אשכול זאל האבן ספעציעל שטרענגע רעגולאציעס וואס זאל פארסירט ווערן דורכ'ן מנהל. מען וועט געבן צייט פאר יעדן צד פארצולייגן זייערע טענות, און ווען איין צד וועט האבן דעם מיקראפאן וועט דער אנדערער צד בשום אופן נישט קענען אריינשרייען אדער אריינרעדן. ווי אויך וועט מען נישט קענען פארקריכן פונעם ענין. מען וועט אויסשמועסן אלע טענות, יעדע פאר טעג א פרישע אישו, ביז א געוויסע באשטימטע צייט וואס די דעבאטעס וועלן געברענגט ווערן צו אן ענדע און דאן וועלן די נייטראלע צוקוקער האבן א געלעגנהייט ארויסצוגעבן זייער פסק און אורטיילן ווער פון די צוויי זייטן עס קוקט אויס צו זיין גערעכט.

עס וועט זיין א מאדערעיטאר, א דיין - ס'איז בעסער אז ס'זאל זיין דער מנהל פונעם פארום - וואס וועט פירן די דין תורה, דהיינו ער וועט שטעלן די פראגן און געבן א געלעגנהייט פאר ביידע זייטן צו ענטפערן. יעדע זייט וועט האבן אפאר טעג צו ענטפערן און ברענגען באווייזן צו בארעכטיגן זיינע טענות, און דעמאלץ וועט זיך די דין תורה ענדיגן, און דער אשכול וועט געשלאסן ווערן און בלייבן אוועקגעלייגט פאר די רעקארד, אז ווען מען דיסקוסירט די אישו זאל מען אלעמאל קענען אויפמישן די אשכול און זיך פונקטליך אויסקענען מיט די פרטים.

אויב עס וועט זיך אויסארבעטן סוקסעספול מיט המספיק, קען מען איבער'חזר'ן די זעלבע זאך אויף אנדערע הייסע אישוס. אויב משפט שלום קען פירן דין תורות קענען מיר היידפארק ליינער זיכער.

איז וואס זאגט איר צו מיין פארשלאג?

אומדירעקט » 30/3/2006 16:10

faird [בילד – נישט אפגעהיט]

פאקטיש » 30/3/2006 16:46

מנהל/ים ביזסו/זענט איר מסכים אט אזוי דארף מען פירן יעדע דעבאטע, וואס איז אומקלאר

בא_ללמד » 30/3/2006 17:05

מצידי איז עס אנגענומען, אויב ביידע זייטן זענען מסכים אז איך זאל זיין דער שליש. אבער מען דארף פון פאראויס באשטימען א צייט ווייל איך האב נישט קיין באשטימטע צייטן ווען איך בין דא.

אויב וויל איינער פון די אנדערע מנהלים עס אננעמען, אדרבא ואדרבא.

פייפ_ליין » 30/3/2006 17:11


ווער דארף א דעבאטע אויף היידפארק?

ביי אידן איז דא שו"ע חושן משפט, דהיינו בית דין מיט פסקי דינים, און זיי האבן שוין גע'פסק'ט אז מאיר ווערטהיימער איז גערעכט און המספיק מעג בויען די נייע בילדינג פאר די טייערע שעפעלעך. היידפארק קען נישט טוישן קיין פסק דין פון זבל"א בית דין, אפילו די ווילעדזש שרייבערלעך געווינען די מעכטיגע דעבאטע דרייסיג מיליאן קעגן איינס.

און אז דעם ווילעדזש אוו קרית יואל גלוסט זיך, איז אויך דא א קאורט סיסטעם אין אמעריקע, וואו מוועט זיי אויסטון די הויזן אויב זיי דערוואגן זיך צו גיין אין קאורט קעגן המספיק.

איז, נאכאמאל, א דעבאטע אויף היידפארק איז נישט ווערד כקליפת השום קעגן א קאורט קעיס, און ווי פריער געזאגט קעגן פסק בית דין זיכער נישט, טא פארוואס די גאנצע דעבאטע? סתם קייען וואסער? פיטערן די קעלבלעך?

און אז מוועט פיטערן די קעלבלעך מיט אסאך גראז און טשיקן אפפאל, וואס האט מען דערפון?

פייפ_ליין » 30/3/2006 17:26


לעצטע אפדעיט וועגן ווילעדזש אוו קרית יואל קעגן די הייליגע שעפעלעך פון המספיק.

דערווייל ארבייט "נישט" דער טראקטאר ביים נייעם בילדינג, אבער יעדער ווייסט ס'איז נאר א צייטווייליגע אפשטעל פון אפאר שעה אדער אפאר טעג, ביז ווען המספיק וועט האבן איבערגעקלוגט די "כיטרע" טריקס פון וועד הקרי' אויסגעהאלטן על פי שולחן ערוך און להבדיל עפ"י דינא דמלכותא.

וועד הקרי' מוז נוצן די אונטערערדישע טריקס ווייל ביים דין תורה האט בי"ד גע'פסק'ט אז המספיק ווערט יעצט געפירט ביושר דורך די ריכטיגע בעלי בתים, און דאס קען די ווילעדזש קאמפאני נישט אראפשלינגען. אבער נישט געזארגט, המספיק טוט וואס דארף געטאן ווערן און בקרוב וועט דער טראקטאר ווייטער גראבן אין גרויסן.

 


נעכטן מיטוואך נאכמיטאג איז געווען א גרויסע מיטינג מיט אלע מענער סטעף פון המספיק אין קרית יואל בענינים "העומדים על הפרק", מען האט איבערגעשמועסט דעם גאנצן סכסוך פון די שטילע יארן ביז די היינטיגע טעג ווען די ווילעדזש אוו קרית יואל שטייט מיט איר בלינדע רשעות און טיפשות און לאזט נישט המספיק בויען די נייע בילדינג אפילו די גאנצע שטאט און די גאנצע אידישע וועלט שטייען ערשטוינט הזאת נעמי, דאס איז די הייליגע שטאט קרית יואל, וואו טשיקן אפפאל איז וויכטיגער און הייליגער ווי די טייערע ספעציעלע קינדער?

דאס איז קרית יואל ווי ווילעדזש שווענצלעך קענען שרייבן בפני כל העולם כולו אז המספיק זאל אוועקטראגן די קינדער פון "אונזערהיים" צו הרי אררט און "וועד הקרי'" וועט שוין טרעפן בעסערס וואס צו טאן מיט די פראפערטי?

דאס איז קרית יואל וואו מאיר ווערטהיימער און המספיק ווערן אטאקירט מיט די געמיינסטע לשונות ווייל זיי העלפן יעדע משפחה פון אלע שיכטן און קרייזן, ובלשונם הטמא אז המספיק נעמט אריין "אלע נידעריגע עלעמענטן"...? אוי האבן ענק חרטה אויף די ווערטער, אוי אוי (אפשר נישט, ווער ווייסט).

הכלל, דאס אלעס איז ארויפגעקומען ביים מיטינג, און נאך גוטע זאכן שהשתיקה יפה.

דער טעיפ פון די מיטינג ווערט אוועקגעלייגט למשמרת.

 

 


וואס איז געבליבן נאך די מיטינג? אסאך זאכן, אבער צוויי דערפון מוז דער ווילעדזש און וועד הקרי' גוט דערהערן "באצייטנס" כי בנפשם הוא.

1) אלע ווי איינער זענען גרייט צו גיין אין פייער פאר די טייערע קינדערלעך וועמען זיי טרעפן און העלפן און גלעטן און פיטערן יעדן איינציגן טאג (און/אדער נאכט). עס איז נישט פארהאן קיין איינציגער שפאלט פון מחשבות זרות וואס זאל מאכן ווייך זייער מסירות נפש פאר המספיק.

2) די יונגעלייט, מער ווי 40 אין צאל תושבי קרית יואל, האבן זיך געפילט באקוועם ביים מיטינג און זיך געעפנט די געפילן, מען איז אליינס איבערראשט געווארן פון די אפענקייט מיט וואס מען האט זיך אויסגעדרוקט קעגן די ווילעדזש און וועד הקרי' פאר זייער רשעות קעגן די קראנקע קינדער.
 
איר הערט?

"וועד הקרי'" האט גענוג פוטער אויפן קאפ, בערג מיט פוטער און מאראסט. מיט ענקער מלחמה יעצט קעגן המספיק, שטופן ענק אלע מענטשן וואס האבן נאך געהאט אמאל א פינטל רחמנות אדער רעספעקט פאר די ווילעדזש און וועד הקרי', איבערצולאזן די קארופטירטע חברה אינגאנצן און קעמפן פאר די הייליגע ספעציעלע קינדערלעך מיט יושר און אמת.

"גארנישט" אויף די וועלט, איר הערט ווילעדזש קאפאציטעטן?, "ג א ר נ י ש ט" אויף די וועלט קען מאכן אידישע קינדער בני אברהם יצחק ויעקב זאלן האבן א ברעקל געפיל פאר ענק מיט אזא רשעות'דיגע ברוטאלע מלחמה. ענקערע שווענצלעך אויף היידפארק קענען שרייבן פון דעי אישו, יענע אישו, הויכע וועידזשעס, רויטע וואנצעס, גאזעט, מחוצף, עלעוועיטער, בוגד, אבער עס וועט ענק גארנישט העלפן, רשעות האט א שיעור.

 

 

 

און די נייע המספיק בילדינג וועט אי"ה שטיין לשם ולתפארת, פערמיט שמערמיט, צו ענק ווילן יא אדער נישט.

איינער פון די ווילעדזש באאמטע האבן זיך לעצטנס צושריגן אז אויב מגיט נאך המספיק, וועט ווערן א "הפקר וועלט"...

מיר האבן נייעס פאר דיר:

ענק מאכן אליינס א הפקר וועלט מיט שפילן פערמיט פאליטיק וויאזוי ענקער הארץ גלוסט, דער עולם שלינגט און שלינגט, ביז ענק גייען אריבער די ליניע קעגן המספיק, נישט האבנדיג קיין ברעקל רחמנות אויף די קדשי קדשים די קראנקע קינדער. אפשר וואלטן אנדערע מענטשן אדער ארגאניזאציעס געשלונגען, אבער המספיק שלינגט "נישט", נאכדעם וואס בי"ד האט גע'פסק'ט אז די ווילעדזש קען נישט אפהאלטן פון בויען, און נאכדעם וואס ענק האבן גערעדט פון גיין אין קאורט. ענק זענען אליינס שולדיג, בור כרה ויחפרהו.

 

 

 

בקיצור, איז אזוי.

האבן ענק שכל, כאפט עטס דעם שאדן בעוד מועד, מלייגט אוועק די בושה אין א זייט, און מגיט א פערמיט. וועט זיין אביסל א קלענערע "הפקר וועלט". עס וועט אנקומען שווער, אבער פארפאלן, מיט די הייליגע שעפעלעך קען מען נישט טשעפן.

האבן ענק נישט שכל, שלאגטס ענק ווייטער קעגן המספיק, לאטס נישט די קינדער באקומען די נייע בילדינג, טראכטס נאר פון מאכן די פאטאלע מיסטעיק און גיין אין קאורט, און... קיינער וועט נישט וויינען נאך ענק.

אויב מאיר ווערטהיימער פארלירט דעם סכסוך, האט ער פארלוירן "המספיק", און אפשר וועלן אנדערע איבערנעמען צו סערווירן די קראנקע קינדער כאטש היבש שוואכער אין קוואליטי... אבער אויב ווילעדזש-וועד הקרי' גייט ארויס בשן ועין... וואס וועט זיין? נוצט אביסל מחשבה.

 

 

למעשה,

המספיק ארבייט אויף עטליכע פראנטן אנצוהויבן די בוי ארבייט בקרוב ביז אפאר שעה אדער א טאג-צוויי, צי עס שמעקט פאר די מעכטיגע ווילעדזש-וועד הקרי' אדער נישט. וחפץ ד' בידם יצליח.

דער ווילעדזש וויל ראטעווען און אפשטילן די זאך? לאזט בויען די בילדינג פאר די הייליגע קינדערלעך. דאס איז די איין איינציגע זאך וואס קען ענק ארויסנעמען פון דעם זומפ.

פארעץ » 30/3/2006 17:57

איך וויל נישט אריין גיין אין די דעבאטע ווייל מיין מיינונג וועט היידפארק נישט טוישען נאר וואס גרידזשלט מיך איז די שלעכטע אידיש וואס ווערט געניצט דורך די שרייבערלעך למשל פייפ_ליין שרייבט שטענדיג "ענק" האבען "ענג" גייען וכדומה איך האף אז די ביזט נישט גאזעט ווייל אויב יא איז א רחמנות ווייל די דארפסט קודם לערנען די אידישע שפרך

kj_village » 30/3/2006 18:33

נישט אונז. נישט היידפארק
גיייען באשליסען ווער עס איז גערעכט אין די מחלוקה, עס איז דא א דין תורה
אזוי אויך נישט פייפ_ליין  {עכטע נאמען געהיטן אין די רעדאקציע} גייט באשליסן ווער עס איז גערעכט

אבער דאס וואס פייפ ליין אין ווערטהיממער ווילען טיען
אויפצירייצען די ארונים קעגן וועד הקרי', וועט קיינמאל נישט ארבעטען!!

וווייל עס קען זיין אז מיר האבן מיינוגס פארשידענהייטען מיט מאיר הירש
ווי אזוי ער פירט ער וועד הקרי' נישט יעדער איז  ציפרידען  100 פרצענט

אבער איז דען ווערטהיימער בעסער?????????????
וועט ער זיך מער זארגן פאר מיר??????????
פארוואס ווייל ווערטהיימער וויל ווייטער מאכן זעקס הינדערט טויזענט דאלער א יאר
זאל איך צלויב דעם דראפען מאיר הירש???????????

פייפ ליין, קיינער ווערט נישט איבער גענימען פין דיינע דראמאטישע תגובות
יעדער ווייסט אז די מחלוקה דא איז נישט איבער די קראנקע קינדער
נאר די מחלוקה איז א ריין געלט מחלוקה, ווער עס זאל אריינשארן אין טאש די שאר ירקות
בי"ד וועט שוין פסק'נן ווער עס איז גערעכט, אינדערצווישן האלט דיך רואיג אין ווארט מיט געדילד
תוקן על ידי - kj_village - 30/03/2006 18:36:39

פייפ_ליין » 30/3/2006 20:14


ווילעדזש, ענקער טריק פון רעדן שטותים נאך געזונטע תגובות קעגן ווילעדזש אוו קרית יואל (אוועקצונעמען אטענשאן) איז נישט קיין סוד, און דו פארדינסט נישט מיין טייערע צייט, אבער האסט געלאזט פאלן גאלדענע סטעיטמענטס וואס זענען צו גוט צו איגנארירן...

<< נישט היידפארק גיייען באשליסען ווער עס איז גערעכט אין די מחלוקה>>

1. דיינע ווילעדזש קאלעגעס האלטן פארקערט, זיי ווילן יא מאכן מעכטיגע דעבאטעס, ובלשונם הטמא, אז א בית דין "קען פסק'ענען קענען היידפארק ליינערס אוודאי."

<< עס איז דא א דין תורה >>

2. און אויך דריי פסקים, דריי פסק דין "זמני" לטובת המספיק, און די איינציגסטע סיבה וואס האלט אפ די אפיציעלע פסק צו ענדיגן די דין תורה איז די ווילעדזש'ס "כיטרע" טריקס צו שלעפן צייט... שלעפן צייט... און שלעפן צייט...

<< אויך נישט פייפ_ליין  {עכטע נאמען געהיטן אין די רעדאקציע} גייט באשליסן ווער עס איז גערעכט >>

3. קוק נומער 2, עניני פסק בית דין, ווער עס באשליסט.

<< אבער דאס וואס ווילען טיען אויפצירייצען די ארונים קעגן וועד הקרי', וועט קיינמאל נישט ארבעטען!!>>

4. קיינער וויל נישט רייצן אהרונים. זאג דיינע ווילעדזש בעלי בתים און קאלעגעס אויפצוהערן די אבסעסיע מיט זאלונים, אהרונים, עלייענס, בעלזא, סטעטן איילאנד, און די אנדערע שמות נרדפים. המספיק העלפט אידן פון אלע שיכטן און קרייזן עד ביאת הגואל בב"א.

<< אז מיר האבן מיינוגס פארשידענהייטען מיט מאיר הירש ווי אזוי ער פירט ער וועד הקרי' נישט יעדער איז  ציפרידען  100 פרצענט>>

5. דאס מיינט איידל גערעדט, לערן עס אויס די אנדערע ווילעדזש שווענצלעך.

<< אבער איז דען ווערטהיימער בעסער????????????? וועט ער זיך מער זארגן פאר מיר??????????>>

6. בעסער פון דיר? ווער ווייסט?... איז המספיק סערוויס גוט און געטריי? וועט מען זיך זארגן פאר דיר? ווילסט דוקא געוואויר ווערן? איך ווינטש דיר עס נישט.

<< פארוואס ווייל ווערטהיימער וויל ווייטער מאכן זעקס הינדערט טויזענט דאלער א יאר זאל איך צלויב דעם דראפען מאיר הירש??????????? >>

7. ביסט משוגע געווארן? ווער הייסט דיר דראפן מאיר הירש? פארוואס און פארווען? בלייב מיט אים הונדערט פראצענט.

און ווערטהיימער'ס שיינע ברייטע וועידזשעס איז שוין געווארן דורכגעקייט דורך דיר און דיינס גלייכן אכט הונדערט מאל, און עס טוישט נישט קיין האר, איז ער על פי תורה דער מנהל פון א 20 מיליאן דאלארדיגע הילף אגענטור מעג ער מאכן ריזיגע וועידזשעס בדרך כבוד, און בית דין זאגט ער "איז" בעל הבית עפ"י תורה ודינא דמלכותא. קענסט שרייען די נומבער אויף די העכסטע טענער, עס איז נישט קיין שום בושה, אדרבה, מי שטרח יאכל.

<< יעדער ווייסט אז די מחלוקה דא איז נישט איבער די קראנקע קינדער נאר די מחלוקה איז א ריין געלט מחלוקה, ווער עס זאל אריינשארן אין טאש די שאר ירקות>>>

8. ווען וועט דער ווילעדזש אוו קרית יואל אויסלערנען די שווענצלעך שרייבערס צו האלטן דעם קאפ און די צינג אויפ'ן פלאץ...? ווען...?

נאך דאס האט ענק אויסגעפעלט דא, מודה צו זיין אז פון ענקער זייט איז דא א מחלוקה צו "אריינשארן אין טאש שאר ירקות"...

אין דעם ליגט פארזונקען ענקערע קעפ, שארן אין טאש, ירקות, אידיש געלט, רעגירונג געלט, וויפיל עס גייט, דארט ליגט ענקער שכל... און ענק מיינען נעבעך אז אנדערע האבן אויך אויפגעגעבן אלעס פאר געלט, ניין שעפעלע, המספיק האט נישט קיין סכסוך וועגן "שאר ירקות", נאר וועגן די טייערע קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא, איר זאלט אראפנעמען די הענט פון זיי און זייערע עלטערן און לאזן המספיק בויען די נייע בילדינג, "דאס" איז דער סכסוך פון המספיק'ס זייט, און פון ענקער זייט רעדט מען נאר פון געלט, געלט און געלט, שוטים שבעולם!

(נ"ב. נאר וועגן דעם סעיף ענטפערט מען דיין תגובה, ווילעדזשל, עס איז געווען צו גוט אויסצולאזן)

<< בי"ד וועט שוין פסק'נן ווער עס איז גערעכט >>

9. בית דין האט שוין גע'פסק'ט דריי מאל, צו עס שמעקט ענק אדער נישט, ועי' סעיף 2.

<< אינדערצווישן האלט דיך רואיג אין ווארט מיט געדילד >>

10. יישר כוח. באלד גראבט המספיק ווייטער מיטן גרויסן טראקטאר. האב אפיטשקעלע געדולד!


תוקן על ידי - פייפ_ליין - 30/03/2006 20:33:42

פארעץ » 30/3/2006 20:54

מר פייפליין וואס טיסטו דיך אויף אז "המספיק העלפט יעדען" אין די צייט וואס דער סקול דיסטריקט העלפט ב"ה יעדען וועד הקרי' העלפט יעדען די ווילעדזש סאשעל סערוויס העלפט יעדען און די עצי תמרים העלפט יעדען

פאטאקי08 » 30/3/2006 21:01

פייפליין האסט נאך נישט גענטפערט אויף דעם

אויב עטס מיינסט די קראנקע קינדער?
וואס טוט זיך מיט א נייע עלעוועיטאר אין שאפינג סענטער
איז די גאזעט וויכטיגער פאר די קראנקע קינדער ווי דעם?

פארעץ » 30/3/2006 21:31

פייפ_ליין המספיק מוז נישט בדווקא געבען אן עלעוועיטאר זיי קענען אויך געבען נאר די ווערט אונטערען טיש דהיינו אומגעפער א 50 אלפים אבער ווייס איך וועלען זיי באקומען א פערמיט פארן בילדינג פאר די קראנקע קינדער תוקן על ידי - פארעץ - 30/03/2006 21:37:08

kj_village » 30/3/2006 21:50

עס קיקט אויס אז פייפ_ליין איז דא אויף עפעס א מיסע אנציפילען ווי מער בלעטער אויף היידפארק
מיט שטותים אדער שלא מ'מין הטענה, די עיקר אז ער זאגט עפעס {ער באקימט באצאלט פאר יעדן קנאק אויפן קיבארד}

אבער איך וועל איבער זאגן מיינס אין אפאר ווערטער

די מחלוקה דא איז איבער געלט, יא ביידע זייטן ווילן האבן די גאלד גריב וואס המספיק שטעלט צי.
ווערטהיימער האט עס שוין ארויסגעוויזן מיט נעמען זיינע הויכע  וועדשעס, אין מיטען איבערשרייבען די בארד
מאיר הירש ווייסט יעדער, אז זיין איינציגע זאך איז צי זיכען ווי מער געלט פאר די מוסדות,מילא ביידע ווילען די געלט 

די מחלוקה איז נישט איבער געבען סערוויס פאר די קראנקע קינדער ל"ע
ווייל דאס גייען ביידע אייניג טיען, ווייל כידוע ווי מער סערוויס מען גיט פאר די קינדער
אלץ מער פאלט אראפ פאר די שאר ירקות, אין דאס איז דאך די ציל פין ביידע,שאר ירקות

מיר ווייסען נישט ווער עס איז גערעכט, דאס גייט אי"ה בי"ד זאגען, דערווייל האט עס נאך בי"ד נישט געזאגט!!
אבער איך פארשטיי אז די ארונים זענענן נאך נישט גרייט צי דראפן מאיר הירש,אדער ווידלעש, אלעס כדאי ציפרידען צי שטעלן ווערטהיימער
ער איז אין קיין שיום הינזיכט מיט גארנישט בעסער ווי הירש!!! {איך זאג נישט אז עפעס איז ראנג מיט עם}
ממילא פייפ ליין זיץ רואיג אין ווארט מיט געדילד ווייל פין העצן אין ווילדעווען, באשמיצען אין רודפן יענעם, האט נאך קיינער נישט פארדינט
אין די וועסט נישט זיין קיין אויסנאם 
הער אויף צי ניצען די ווארט קראנקע קינדער, ווייל די ווייזט אז די באניצט דיך מיט יענעם'ס צרות פאר אייגענע אינטערעסן אן קיין תועלת פאר זיי, 
אין עס איז נאך שקר אויך, ווייל נישט פאר די קראנקע פייט מען דא

ווידלעש-תיקון הלשון מפני חשש ל"ה תוקן על ידי - kj_village - 30/03/2006 22:02:36

פייפ_ליין » 30/3/2006 22:07



וועד הקרי', פארראט נישט דיינע ארבייטערס, ביטע. רשעות האט אויך א שיעור.

דו שיקסט ארויס דיינע שווענצלעך שרייבערס, אפרוחים מיט פארמאכטע אויגן, קעלבלעך נארוואס ארויס פון שטאל, זיי זאלן זיך דא "אננעמען" פאר דיין "כבוד" און פאר די כבוד פון "ווילעדזש" און "וועד הקרי'" און די גאנצע קרו.

אבער איינער נאכ'ן אנדערן, מנחה, פאקטיש, ווילעדזשל, גוטזאגער, און אנדערע מעכטיגע "ניקס", וואס באקומען שיין באצאלט דורך --- און --------- וכו' וכו', שיסן זיך די פוס איינמאל און נאכאמאל, אבער דו לאכסט פון זיי, וואו איז מענטשליכקייט.

דיינע שרייבערס האבן געלייגט אזעלכע אייער ווי פאלגנד:

* המספיק העלפט "אלע נידעריגע עלעמענטן"

* מען דארף ארויסווארפן אלע קינדער פון אונזערהיים און טאן עפעס בעסערס מיט די פראפערטי

* היידפארק ליינערס קענען בעסער פסק'ן דין תורה ווי א בית דין בישראל

* עפעס גאר געמיינע לשונות קעגן ענקער אייגענעם דיין שליט"א

* אויסגעפראקט ברבים א גוטע 40 פריוואטע מענטשן על לא עוול בכפם

* געזאגט קלארע דיבורים אז המספיק וועט נישט באקומען קיין פערמיט

* געזאגט קלאר אז ווילעדזש אוו קרית יואל פלאנט צו גיין אין קאורט קעגן המספיק

* אז די ווילעדזש וועד הקרי' שלאגט זיך אפיציעל וועגן "שארן די שאר ירקות"

און נאך אזעלכע זיסע סטעיטמענטס איינס נאכ'ן אנדערן.

פרעגט די וועלט: אזוי נעמסטו קעיר אויף דיינע שרייבערס? קענסט נישט געבן אביסל בעסערע אינסטראקציעס? קענסט נישט געבן אביסל טרעינינג? פארוואס דארפסטו פארראטן דיינע אייגענע שרייבערס וואס דינען דיך אזוי געטריי? וויאזוי קענסטו צולאזן דיינע אייגענע שרייבערס זאלן זיך אזוי צעפירן די צינגען, ערגער ווי די גרעסטע שונאים וואלטן געקענט זאגן קעגן די ווילעדזש?

ואחרון הכביד, די לעצטע טעג האבן דיינע שרייבערס פארפירט מיט די נארישע טענה פון עלעוועיטאר, אז המספיק זאל בויען א עלעוועיטאר אין שאפינג צענטער בילדינג וואס געהערט פאר וועד הקרי'. קיינער איז נישט משוגע צו ענטפערן אויף אזעלכע נעבעכדיגע ווערטער... נו, שוין, מגייט ווייטער

אבער דער פרישער שווענצל "פארעצ" האט דא פארקאכט א נייע קאשע אז...

"...המספיק מוז נישט בדאווקא געבען אן עלעוועיטאר זיי קענען אויך געבען נאר די ווערט אונטערען טיש דהיינו אומגעפער א 50 אלפים..."

ערנסט גערעדט, מיסטער וועד הקרי', אזוי לאזט מען אייגענע שעפעלעך פארבלאנדזשעט ווערן? האסט נישט אביסעלע רחמנות? מה יאמרו הבריות?

kj_village » 30/3/2006 22:20

איך וועל ענטפערן אנשטאט וועד הקרי'!!

ווען מ'האט געשריבען

* המספיק העלפט "אלע נידעריגע עלעמענטן"

האט מען גערעדט פין דיר,  די המספיק שרייבער, המספיק העלפט דיר אזוי געטריי,
עס טיט מיר וויי אז איך דארף דיר עס אפען זאגען, אבער וואס זאל איך טיען אז די פארשטייסט נישט אפען ווינק

* מען דארף ארויסווארפן אלע קינדער פון אונזערהיים און טאן עפעס בעסערס מיט די פראפערטי

עס וועט קיינעם נישט באדערן,נישט פאר די קראנקע אין נישט פאר זייערע משפחות, אז המספיק וועט טרעפן א נייע הויז ערגעץ אויף סעווען ספרינגס, נעבען זייער שוועסטע היים, אזוי אז מען זאל קענענן לייגען אויף זייער איצטיגע פלאטץ  אינמיטען ק"י נאך 50 שטארק געזיכטע דירות


* אויסגעפראקט ברבים א גוטע 40 פריוואטע מענטשן על לא עוול בכפם

יא א טעות אויף פיפצען מינוט מאכט יעדער מענטש
אבער דיין פראבלעם איז, אז די ארקענסט נישט דיינע טעותים

* געזאגט קלארע דיבורים אז המספיק וועט נישט באקומען קיין פערמיט

לאמיר טאקע האפן אז אזוי וועט זיין ביז די די"ת ענדיגט זיך

* געזאגט קלאר אז ווילעדזש אוו קרית יואל פלאנט צו גיין אין קאורט קעגן המספיק

פארפאלן המספיק שטיפט זיי עס צי טיען
דורוך בויען אימגעזעצליך, זיי וועלן נישט האבן קיין ברירה

* אז די ווילעדזש וועד הקרי' שלאגט זיך אפיציעל וועגן "שארן די שאר ירקות"

יא מ'קען עס איבער זאגן, יעדער ווייסט עס, די זעלבע איז מיט ווערטהיימער, ער דארף אויך נאר די ירקות
די פראבלעם איז נאר אז די ביסט דער נער וואס כאפט עס נישט, מען פראבירט דיר איינצירעדן קראנקע קינדער

תוקן על ידי - kj_village - 30/03/2006 22:37:58

גוטזאגער » 30/3/2006 22:56

גאזעט-קאפ חזר'ט איבער זיינע ראזינקעס און סמעטענע איינמאל און נאכאמאל, איך האב שוין פארלוירן דעם געדולד איבערצוליינען זיינע שטותים נאכאמאל און נאכאמאל, אלזא די לעצטע פאר טעג האב איך אים אויפגעהערט צו ליינען. ס'קאסט מיר פשוט צייט און ער זאגט נישט קיין שום נייע זאכן.

איך בין זיכער אז ער האט צום וויפלטן מאל איבערגעחזרט זיינע בעלאוניס איבער הייליגע געזונטע קינדער, און טמאנ'ע קראנקע ווילידזש ארבעטער. אבער איך וועל נישט איבער'חזר'ן מיינע ביז יעצטיגע ווערטער. עס האט פשוט נישט קיין זין. איך ווייס ווי גרינג עס איז צו מאכן קאט און פעיסט, אבער איך וועל עס לאזן פאר גאזעט-קאפ טאן.

איך שארף אויס מיין פעדער פאר די דעבאטע אשכול, וואו ביידע זייטן וועלן האפנטליך האבן די רעכט זיך מתווכח צו זיין אויף א יושרדיגן וועג.

אזויפיל וועל איך יא זאגן:

מאיר ווערטהיימער האט עובר געווען אויף די עשרת הדברות, די 10 קאמענדמענטס, וועלכע זענען פארהייליגט אפילו ביי גוים.

לא תענה בריעך עד שקר!
ער האט געברענגט פאלשע עדות אין געריכט, זאליס, וואס האבן עדות געזאגט אז זיי זענען בעל הבית פון המספיק און זיי האבן אויפגענומען מאיר ווערטהיימער פאר זיין יעצטיגן דזשאב, א שקר מוחלט וואס יעדער פון אונז אלע ווייסט אז מאיר ווערטהיימער איז אויפגענומען געווארן דורך די שלוחא דרבנן, דעם רב'ס מענטשן.

לא תשא את שם השם אלוקיך לשוא!
ער האט געשוואוירן פאלש ביים בית דין און געזאגט שוידערליכע שקרים ווי יעדער וועט זיך אי"ה אליינס איבערצייגן.

לא תגנוב!
ער האט גע'גנב'עט, און פון וועמען האט ער גע'גנב'עט? פון אונז אלע תושבי קרית יואל. ער האט באראבעוועט א מוסד וואס האט באלאנגט פאר אונז אלע, וואס האט געדארפט ברענגען געלט פאר אונז אלע, וואס האט געדארפט ברענגען געלט פאר אונזערע מלמדים און פאר אונזערע קינדער.

עס איז א בושה אז א איד וואס איז עובר אויף די עשרת הדברות בשאט נפש האט א דריסת הרגל אין אונזערע בתי מדרשים.

פייפ_ליין » 30/3/2006 23:08


גוטזאגער, אז דו האסט א פראבלעם מיט מאיר ווערטהיימער'ס "דריסת הרגל אין אונזערע בתי מדרשים", ווארף אים ארויס (און בלייב מיט מנין).

קיין דעבאטע וועט דא אויף היידפארק נישט זיין, חוץ אויב די ווילעדזש שרייבערלעך וועלן דעבאטירן צווישן זיך אליינס (למשל "פאקטיש" מיט "קאווע", וואס האט אנגעהאלטן א האלבע שעה און געענדיגט זייער שנעל)...

השלישית, והוא העיקר, מעגסטו וויסן, אז אפילו אין אזא היציגע אטמאספערע זענען דא זאכן וואס השתיקה יפה, נישט אלע קארטלעך דארף מען לייגן אויפן טיש.

המספיק האט די לעצטע טעג געשריבן פאר די ראשי הקהלה אין קרית יואל א מוראדיגע בריוו בייגעלייגט מיט וויכטיגע דאקומענטן, ואכמ"ל, אבער דא אויף היידפארק האט קיינער נישט געשריבן קיין אות אחת דערפון, און אזוי דארף צו זיין וד"ל.

גייסטו ווי א בהמה, און דו שרייבסט דא אויף היידפארק אזעלכע טיפשות'דיגע "פאינטס" וואס דארף אפענטפערן (קוים א צענטל פון) די אינהאלט פון דעם בריוו צו די ראשי הקהלה... ווער הייסט דיר רעדן? דער בריוו ציפט אזוי געפערליך, זאל דער ווילעדזש טאן צו דער זאך... אזעלכע נאראנים! דאס הארץ קען אויסגיין פאר ר ח מ נ ו ת אויף ענק.

נ"ב. אפשר האט דער "דריסת הרגל" סטעיטמענט אויך עפעס צו טאן מיט דעם בריוו? ווארף אים ארויס, חכם איינער.

גוטזאגער » 30/3/2006 23:09

מאיר ווערטהיימער איז שרעקליך צעווילדעוועט. ער טוט סטופיד זאכן וואס ער באדויערט אליינס.

נעכטן האט ער צוזאמגערופן א מיטינג פון די המספיק ארבעטערס און ער האט זיי געגעבן א דרשה, בעטנדיג אז יעדער זאל אים העלפן אינעם קאמף דורך שיקן אימעילס, שרייבן אויף היידפארק וכו' וכו'.

אין די לעצטע פאר טעג האט ער אויך פרובירט אריינצומישן אפאר בתי דינים, דורך קומען צו זיי מיט פאלשע אינפארמאציע אז ס'איז שוין דא א פסק בית דין אז ער איז המספיק, אבער די ווילידזש פייפט זיך אן אויפ'ן פסק בית דין. אבער ער האט געהאט א רייע מיאוס'ע דורכפעלער נאכדעם וואס מען האט אינפארמירט די בתי דינים דעם אמת, אז המספיק איז ביי א דין תורה, און ס'איז נישטא קיין שום פסק בית דין אז ער איז המספיק, און אזוי אויך איז נישטא קיין שום פסק בית דין אז ער זאל מעגן בויען דעם בילדינג.

ער זעט שוין איין כי כלתה אליו הרעה, און אז ער וועט נישט באקומען דעם פערמיט בשום אופן, ווילאנג די דין תורה פסקנט נישט ווער עס איז בעל הבית פון המספיק.

בלאט: 1 2 3 4 5 6 7