היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מלחמה הירש און המספיק

מלחמה הירש און המספיק

334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1832924
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

גוטזאגער » 10/3/2006 18:48

איך האב פארגעסן צו דערמאנען אז די אלע מעסעדזשעס וואס איך שרייב דא אויף דעם אשכול קומט נישט פון מיר אליינס.

איך אליינס בין נייטראל.

יעדע תגובה וואס איך האב געשריבן איז געקומען פון אן אנדערן אין תיבה אישית "יאנקלזרח", "אמתעראהרוני" "פאלשערזאלי" "קלוגערנאר" "משהגרונם" וכו' וכו' (קיינער זאל נישט טשעקן צו עס עקזיסטירט בכלל אזעלכע נעמען אויף היידפארק) תוקן על ידי - גוטזאגער - 10/03/2006 18:50:27

פייפ_ליין » 10/3/2006 18:54


(פון אישית (ייש"כ קיופאןמלמד))

ברעיקינג ניוז!

מלמדים ווערן געוואר אז [אנטשולדיגט אלעס האט א שיעור!] פרטים יבואו תוקן על ידי - פייפ_ליין - 10/03/2006 18:57:03

גוטזאגער » 10/3/2006 19:16

באקומען אין אישית: (ישר כח: מאיר_ווערטהיימער_בוגד)

ברעיקינג נוס:

גולשי היידפארק ווערן געוואויר אז פייפ-ליין איז נישט קיין אנדערער ווי (אנטשולדיגט אלעס האט א שיעור) בכבודו ובעצמו.

ווארהייט » 10/3/2006 19:36

איך האב מיך ביז יעצט נישט אריינגעמישט אין דעם סכסוך אבער איך האב יא געוואלט קלאר מאכן איין זאך, וואו די המספיק חברה זאגן ליגנט.

עס איז געווען א מיטינג ביים רב שליט"א, וואו דער רב האט פארלאנגט פון ר' מאיר ווערטהיימער אז ער זאל אראפנעמען דעם עיקול אויף די בית השחיטה און מצה בעקערי, ווייל ס'איז קהל'ישע מוסדות, און ער האט נישט קיין רעכט צו טשעפענען א ציבור ווייל ער האט א פראבלעם מיט א יחיד.

אבער עס איז קיינמאל נישט געקומען צו אן אפמאך אז דער ווילידזש גייט געבן א פערמיט פאר המספיק. די ווילידזש טענה'ט אז ווילאנג ס'איז דא א דין תורה ווער ס'איז בעל הבית פון המספיק, קענען זיי זיך נישט אריינמישן און קענען נישט געבן א פערמיט, ווייל אויב יא נעמען זיי א צד לטובת מאיר ווערטהיימער. תוקן על ידי - ווארהייט - 10/03/2006 19:38:16

פייפ_ליין » 10/3/2006 19:46


(פון אישי (ייש"כ הרוצה בעילם שמו))

מוסרים ביי דין תורה
די באצאלטע וויליזש אגענטן קענען נישט באהאלטן די פאקטן וועגן די מוסרים און באנדיטן, אבער זיי פראבירן וויפיל מקען ווייל וואספרא פנים קענען מאיר הירש קא טראגן אין קרית יואל און איבעראל בכלל אויב זיי פייפן אן דעם רב מיט התאחדות הרבנים צוזאמען ווען די אנדערע ענין ליגט אין קאורט און משרייט אויף די צד שכנגד ביי יענע ענין פארוואס זיי זענען מסרב לדין וד"ל, אבער זיי קענען פראבירן ביז מארגן,
יענע נאכט פון ווערטהיימערס קינד חתונה זענען די וויליזש מענטשן געקומען מיט פאלשע שמייכל ווינטשן מזל טובס בשעת געוויסע קארס האבן זיך געדרייט ביים שאפינג צענטער מעסטן די בילדינג און פענסטער גרייט צום האלדאפ מארגן צופרי, און פארוואס האבן זיי געדארפט מאכן האלדאפ אז פאליס זאל זיי אוועקטרייבן בחרפות ובושות ווייל המספיק האט געשיקט דריי הזמנות צו דין תורה און זיי האבן זיך אנגעפיפן און אפגעלאכט, זיי האבן אבער געשיקט מסירה צו די גאוורמענט אין אלבאני און געהייסן די סטעיט באשטראפן המספיק מיט הונדערטער טויזנט דאלאר, ווען דריי הזמנות האבן גארנישט אויפגעטאן האט ב"ד געהאלטן ביי ארויסגעבן סירוב דעמאלט זענען ווילעדזש קא. געווען מיט רוקן צום וואנט און געמוזט מאכן דעם האלדאפ דורך אריינקריכן פון די ווינדאו כגרועים שבאומת, נאכדעם האט דער רב שליט"א געהייסן ווילידזש מוז אונטשרייבן שטרי ברורין און מאיר הירש און קא. האט געמוזט גיין צו דין תורה כצאן לטבח,
דאס ציעט זיך שוין אפאר יאר און בי"ד האט שוין אפאר מאל געוואלט געבן פסק דין אבער ווילידזש האט נישט געלאזט ווייל פס"ד מיינט הונדערט פארצענט המספיק געווינט, פארשלעפן זיי יעדע חודש מיט פרישע פורים טענות און עס לויפט חודש לחודש ווי א לופטבאלאן, ב"ד ענדליך האט געגעבן פסק זמני-חלקי כווייס נישט ווי סהייסט הלכהדיג און געשריבן אז מאיר ווערטהיימער איז קלאר בעה"ב און אנדערע צד קעגן זיצן העכער לאנדאו סופערמארקעט און קלאצן, זיי האבן עס נישט דערציילט כמובן און המספיק האט עס נישט דערציילט ווייל וואס פעלט עס אזוי אוויס העיקר מקען ווייטער אנגיין מיט עבודת הקודש,
אבער אגאנצע צייט האבן זיי געהאקט פיסלעך ווי מקען און געמסרט און גערודפט און גענוצט באצאלטע אגענטן נאכצולויפן משפחות און זיי רודפ'ן בייטאג און ביינאכט אוועקצוווארפן המספיק און גיין צו אנדערע וואס המספיק האט פארשוויגן און געלאזט די סערוויס רעדן פאר זיך,
מזאגט אסאך מאל המספיק וואקסט מבויט נייע האומס פאר די טייערע קינדער און נאך פרישע סערוויסעס אבער מזאגט נישט אז סווערט שווערער און שווערער ווייל יעדע פרוטה ווערט נאכגעקוקט אודיטערס קוקן יעדע פאר וואכן, אינספעקטארס פון העלט און בילדינגס און אלבאני און דארט שטייען די ווילעדזש מענטשן און רייצן אויף נאך מער קעגן המספיק מזאל דערגיין די יארן עד פ' אלף מדערגייט די יארן און מטרעפט נאך אלץ גארנישט ב"ה אבער די אלע אינוועסטיגעאשאנס נעמען אויף צייט וואס די קינדער און משפחות ווארטן אויף הילף, אט אזעלכע מוסרים זענען זיי און געבן נישט קיין פיפס פאר קיינעם,
די נייע דעיהעיב בילדינג איז זיי א ביטערע דארן וואס מקען נישט אראפשלינגן און זיי האלטן עס אפ פאר יעדע פרייז, אויף די פסק דין חלקי וואס די ווילזש אגענטון האבן געלייגט דא אויף היידפארק (זייער גאוה האט נעבעך פארבלענדט צו זען ווי ביטער די צעטל איז פאר זיי אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד) זעט מען אז די צד א' (מאיר הירש) האט געבעטן עיקול אז המספיק זאל נישט טארן פארקויפן די לאט און נישט בויען גארנישט, און בי"ד האט נישט געגעבן דעם עיקול נאר געלאזט המספיק בויען!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אבער די עיקול פון המספיק קעגן בית השחיטה און מצב בעיקערי האט די ב"ד הודעטר פראצענט באשטעטיגט!!!!!!!!!!!!!!! (אויב מזעט שוין נישט די צעטלעך אויף דעם אשכול איז א סימן די שטיין איז געלינגען!!)
נאכדעם זענען זיי געלאפן וויינען ווי ביבערס צום רב שליט"א וואס האט געהאלפן אראפנעמען דעם עיקול נאר ווייל הירש האט געוואיינט אויף זיינע טשיקנס און נאכדעם האט הירש און קא שוין געניצט דעם רב אויף זייער טינופות און זיי קענען צוריק פייטן די ספעשל קינדער!!!!!!!!!!!!!!
וואס די ווילדזש קאמפאני זאגט אויף דרעינעדזש האב איך געהערט איז נישט ווייניג ווי בלוט בלבול ווייל אויף די הויעךכ בארג וואו וועד הקריה זעלבע קאמפאני וויל בקרוב האבן הונדערטער נייע דירות פאר "בילללללללללללליג" איז א הויכע בארג און די רעגן און שניי וואסער וועט אראפרינען צו המספיק לאט ממילא איז מאיר הירש אויפגעקומן אז המספיק זאל בויען די גרויסע טייערע דרעין סיסטעם פאר די הונדערטער דירות!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ווייל ער איז אונטן פונעם בארג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!, סאו וואס האט די זבל"א ב"ד געטיען, געלאזט המספיק בויען די בילדינג אפילו אן א פערמיט און וועגן הירש קאמפאניס דרעניניזש פאנטאזיע וועט מען מאכן א אסיפה!!!!!!!!!!!!!!!!!! זיי זענען נישט נאר מוסרים און רוצחים נאר אויך די וועלטס טיפשום ערגער ווי די קעלבלעך וואס זיי מיינען זיי פיטערן!!!!!!!!!!

ביז_אהער » 10/3/2006 21:03

אין אמת'ן אריין האב איך נישט געהאלטן ביים רעדן פון די נושא ווייטער, לדעתי באלאנגט דאס אינגאנצן נישט אויף היידפארק, עס איז גענוג ווייטאגליך דער מצב, און עס איז זייער גוט געווען אז ביז אהער האט מען זיך געקענט איינהאלטן און נישט ארויפברענגען די טעמע דא אויף היידפארק [פונקט ווי די זאליס וואשן נישט זייערע שמוציגע וועש אויף די גאס].
זעט אויס אז עפעס איז געשען אז מ'האט יעצט יא באשלאסן אז מ'גייט צושמירן די נושא אין היידפארק, און באשמוצן א טייערן איד מיט שקרים וכזבים, און נאך ווער עס באשמוצט אים און מיט וואס... דערפאר האב איך זיך די ערשטע רגע נישט געקענט איינהאלטן און עפעס געשריבן, אבער ווייטער האב איך נישט געוואלט שרייבן.
אבער יעצט אז איך זע אז זיי לאזן נישט נאך, און ס'וואקסט כסדר די טעפל שמוץ און ליגענטס, זאג איך דא קלאר און דייטליך פאר ארענדאר/געשמאק/גוטזאגער און די אנדערע שמות הנרדפים.
אויב וועט איר נישט אויפהערן צו קייען די טעמע אויף היידפארק וועל איך מיך עפענען דאס מויל, און ס'וועט ענק שטארק נישט שמעקן! אז עטץ ווילטץ בין איך אפילו גרייט אריינצוגיין פונקטליך ווער עס שטייט צו וועמענס רעכטע האנט, און ווען. וד"ל.
ראו הזהרנוכם!!!

ארענדאר » 10/3/2006 21:45

ביז אהער

ווער האט געעפנט דעם אשכול ?

ווער האט געשיקט אימעיל'ס פאר די גאנצע וועלט ?

ווער שרייבט העצערישע ליגענטס, און ווער לייגט ארויף דאקומענטן מיט אמת'דיגע פאקטן.

פארוואס ביסטו מרשיע את ה...........  ומצדיק את ה.............

פארוואס?



 

כאפטס אריין א וואדקע

פאקטיש » 10/3/2006 23:47

ביז אהער אדרבה הייב אן איך בין גרייט איך האב איין פראגע און איין פראגע און איין פראגע איז המספיק געווען, איז היינט, דארף זיין, א פריוואטע קאמפאני, אדער איז דאס נכסי ציבור און אדרבה, וועלן מיר געוואור ווערן, צו די ארגינעלע טענה אז מען קען נישט געבן קיין געלט פאר די מוסדות וואס ר' מאיר הירש האט געבעטן ווייל מען וועט מוזן צוריק האלטן די בענעפיטן פון די קינדער האט עפעס האפט, אדער רעדט מען פון מאיר ווערהייטמער וואס זיצט אויף א געהאלט פון 450,000 חוץ בענעפיט, העלט, 401K, וכולי אלץ חוץ ממה שגנב אדרבה, שוין צייט אז ר' מאיר הירש זאל אנהייבן פארציילן וואס דא גייט פאר געגאנגן, געגאנגן געגאנגן ביז אהער, אהער, פון אהער, נו לאמיר הערן

ארענדאר » 12/3/2006 04:33

פרישע "ווערטהיימער" אימעילס 

פול מיט שקרים וכזבים

ליינט און  האט הנאה

קאמענטארן זאגט יעדער אליין זאגן

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

כאפטס אריין א וואדקע

ארענדאר » 12/3/2006 04:34

חלק א'

כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 12/3/2006 04:35

חלק ב' [בילד – נישט אפגעהיט] כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 12/3/2006 04:36

חלק ג' כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 12/3/2006 04:41

אחרון אחרון חביב [בילד – נישט אפגעהיט]

נאכן עפענען דעם אשכול אויפן אינטערנעט , און שיקן  אימעלס דורך אינטערנעט,איז מען מוחה קעגן אינטערנעט.





כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]

yankees » 12/3/2006 04:54

טאנצען אן א קאפל שמחת תורה אין ראדני מעג מען יא, ווייל אזוי שטייט אין חובת הלבבות חלק ב' דף פ"צ עמוד ח'

גוטזאגער » 12/3/2006 04:59

ער האט נאך די חוצפה צו זיין גערעגט און צו סטראשענען.

ווער האט דיר געבעטן צו עפענען אן אשכול אויף היידפארק און באשמוצן אידן מיט שקרים, כזבים און דמיונות על לא עוול בכפם.

דו האסט אנגעפאנגען מיט'ן באשמוצן אידן און יעצט ווילסטו אז מיר זאלן שווייגן.

דו ווילסט זיין ערלויבט צו רעדן וואסערע ליגנטס דו ווילסט און מיר זאלן זיין שטיל.

הקולר תלוי על צווארך.

תוקן על ידי - גוטזאגער - 12/03/2006 5:31:16

גוטזאגער » 12/3/2006 05:01

yankees, [בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 12/3/2006 05:32

קוקטס אלע וואס דער מחרחר ריב שרייבט אויף היידפארק, בנוגע די מוסד מעלה/חמלה וואס מאיר ווערטהיימער האט געגרינדעט פאר די זאליס, אלס הכרת הטוב ווייל זיי זענען געקומען עדות זאגן ביים בית דין אז זיי זענען די לעגאל ערוויילטע קהל און נישט די אהרונים:

קודם איז עס בראווער נישט יאקאבאוויטש, און דו ווילסט עס נאר אנשמירן אלץ בני יואל-עלייענס אישו, אבער וואס איז דען שלעכט? טאר א צווייטער נישט העלפן ספעשל קינדער? אפשר האלט די ווילעדזש אז זיי האבן א מאנאפאל אויף אלע מיני הילף, אבער המספיק האלט קלאר נישט אזוי און אז מאיר ווערטהיימער וויל העלפן אנדערע אידן נישט קיין חילוק פון וועלכע פארטיי אדער חסידות דארף מען זאגן כל הכבוד נישט רעדן ווי א ראסיסט און א טיפוש. דיינע ווערטער זענען א בושה פאר אלע חסידים, זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן

אזוי גאר?

דו קומסט אונז לערנען א פרק אין הלכות ראסיזם ווען עס קומט צו פנחס יאקאבאוויטש.

- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס האט גע'מסר'ט צענדליגער סאטמארע בחורים און יונגעלייט און זיי באשולדיגט אין וואוטער פראוד, ברענגענדיג א געוואלדיגן חילול השם און א סכנה פון שווערע טורמע טערמינען.

- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס שיקט בריוון צו די סטעיט פאליס מיט ווילדע השמצות קעגן די סאטמארע חסידים, ווי למשל אז זיי האבן געקידנעפט דעם ירושלימ'ער רב ווען ער איז דא געווען.

- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס האט אטאקירט די סאטמארע חסידים מיט די ערגסטע סארט לשונות און השמצות, ווי למשל אז אונז האבן מיר אנגעגרייט א לוי' פאר'ן רבי'ן.

- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס האט פיינט נישט נאר מאיר הירש נאר אויך יצחק ראזנבערג און בערל פריעדמאן (און יא, אויך שורשנגח און די אנדערע "וויליאמסבורגער" אהרונישע שרייבערס דא אויף היידפארק)

- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס פירט יעצט א קאמף קעגן סאטמאר אז זיי האבן געגעבן שוחד פאר ראזנוואסער.

- דער פנחס יאקאבאוויטש וואס שטייט צו די רעכטע האנט פון די זאליס נישט נאר אין קרית יואל נאר אויך אין וויליאמסבורג און העלפט זיי מיט לאיערס און מיט געלט.

פאר דעם פנחס יאקאבאוויטש האט מאיר ווערטהיימער געשאנקען אן ארגאניזאציע וואס ברענגט פאר יאקאבאוויטש'ן הונדערטער טויזנטער דאלארס פראפיט, וואס יאקאבאוויטש קען דערנאך נוצן אין זיין דזשיהאד קאמף קעגן סאטמאר.

און - פאר די רעקארד - מעלה/חמלה ווערט יא געפירט דורך פנחס יאקאבאוויטש און בראווער איז נאר אן ארבעטער, ווי יעדער קען זיך אליינס איבערצייגן:

[בילד – נישט אפגעהיט]

Mench » 12/3/2006 06:08

איך בעט א פערזענליכע בקשה פון אלע גולשים וכו' וכו'

ביטע, הערט אויף האקן א טשייניק מיט די נארישע מחלוקה צווישן הירש-ווערטהיימער

עס אינטערעסירט רוב גולשים ווי די פאריעריגע שניי

ענדערש רעדץ שוין פון די מחלוקה צווישן מזרחי און בן-עטר, ווער עס איז געווען די ערשטע בלומען סטאר אין קרית יואל.

ביטע ביטע, צו ביידע זייטן פון יענע נארישע מחלוקה, סטאפטס, עס איז אזוי בארינג און אומאינטערעסאנט

ארענדאר » 12/3/2006 16:06

דא איז דער מחאה קעגן דעם המספיק WEB SITE , וואס ווערט סערווירט לאנגע יארן דורך דעם  "אינטערנעט וואס איז הארבער פון אלע דרייי עבירות" 
 
http://www.disabled.org/      



כאפטס אריין א וואדקע תוקן על ידי - ארענדאר - 12/03/2006 16:18:45
[בילד – נישט אפגעהיט]

פייפ_ליין » 12/3/2006 20:14



(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))

הויכגעשעצטער גוטזאגער,

וואו איז דיין שכל, דו פארשטייסט נישט אז דיין "סטראטעגיע" פון צוזאמשמעלצן מאיר ווערטהיימער מיט פיני יאקאבאוויטש וועט קיינמאל נישט ארבייטן, און עס וועט נאר מאכן דיך מיטן גאנצן ווילעדזש אויסזען ווי ראסיסטן און טיפשום, ווי פייפ_ליין האט געהאט געשריבן.

דו מעגסט פארשטיין אז המספיק איז זייער גערעכט מיט פארקוקן אויף אלע זייטיגע זאכן ווען עס קומט צו העלפן עלטערן פון ספשעל קינדער. קום אהער אמאל אין סקול דיסטריקט און זאג אונז אויב א יונגל מיט דאון סינדראם מעג באקומען שוואכערע סערוויס ווייל זיינע עלטערן גייען נישט אין שפאן הונדערט פראצענט, זאג עס אונז אין פנים אריין.

מיט דיין מאכן אזא געטומל וועגן מעלה-חמלה לייגסטו אריין אלע אהרונים אין דער ערד און מאכסט פערמענענט דעמעדזש וואס דו און דיינע קאלעגעס וועלן קיינמאל נישט קענען איבערדרייען ר"ל. קאט די קרעפ, לאז די קראנקע קינדער באקומען הילף פון וואו זיי קענען נאר און פארמאך דיין גרויס מויל.

און דיינע טענות וועגן וויפיל וועידזשעס מאיר ווערטהיימער מאכט, אפילו אויב ס'איז אמת, לייגט נאר אויל אויפן פייער קעגן ווילעדזש אז וועגן דעם מאכן זיי די פראבלעמען קעגן המספיק וד"ל. זייער גרויסע ביגשאטס אין קרית יואל ווילעדזש מיט וועמען דו ביסט נאנט מאכן צענדליגער מאל אזויפיל פון ציבורס געלט, סאו שווייג ווי א חכם הרואה את הנולד וד"ל און מאך נישט חרוב דעם רב שליט"א מיט אלע געטרייע חסידים אזוי טיף ווי אלע שונאים צוזאמען האבן נישט געקענט. איך וואלט דיר געראטן זאלסט זאגן פאר די גרויסע ביגשאטס זאלן געבן וואס המספיק וויל און ענדיגן די מיאוסע מלחמה ווייל סאיז יצא שכרו בהפסידו אויפן רב'ס חשבון.

גוטזאגער » 12/3/2006 21:13

אינטערסאנט אז דיין תיבה אישית אקצעפטירט נאך אלץ פרישע תיבה אישית'ן. איז עס נאכנישט אווערלאודעד?[בילד – נישט אפגעהיט]

נאר א זאלי אזוי ווי דיר (רעד דיך נישט איין אז איינער מיינט אז דו ביסט אן אהרוני) קען טענה'ן אז מאיר ווערטהיימער דארף געבן הונדערטער טויזנטער דאלאר פאר דעם מחרחר ריב פנחס יאקאבאוויטש.

יעצט צום ענין. ועד הקרי' אינוועסטירט ריזיגע סומעס געלטער צו ברענגען פאר קרית יואל פארשידענע סארט פראיעקטן ווי למשל א בית השחיטה, א העלט סענטער, א ביזנעס סענטער, א שאפינג סענטער ועוד ועוד. אלעס איז מיט'ן חשבון אז די אלע פראיעקטן וועלן אויפטאן צוויי זאכן: ברענגען נוצן פאר קרית יואל און ברענגען ריוח פאר די מוסדות התורה והחסד.

די אלע פראיעקטן ווערן ב"ה געפירט מיט גרויס געניטשאפט ביז'ן היינטיגן טאג. זיי סערווירן דעם ציבור, זיי ברענגען גרויסע געהאלטן פאר די אנגעשטעלטע וואס ווערן באשטימט דורכ'ן הנהלת הקרי', און אויך א שיינעם ריוח פאר די מוסדות, אזוי אז דער רב שליט"א קען אריינפארן יעדן שני וחמישי אין וויליאמסבורג צו פירן די הערליכע טישן און זיך באטייליגן ביי אנדערע סאטמארע מסיבות, אן קיין שום דאגה איבער'ן פינאנציעלן חלק פון די מוסדות הק' אין קרית יואל.

המספיק איז געווען איינס פון די גאלדענע אויפטוען פון ועד הקרי' (נישט קיין חילוק ווער ס'איז דעמאלטס געווען אין טשארדזש פון ועד הקרי'). אונזערע לאביאיסטן האבן געשתדלט דערפאר, אונזערע לאיערס האבן געקעמפט דערפאר, אונזערע צייטונגען האבן געפאמפעט דערפאר, אונזערע דינערס זענען גענוצט געווארן דורך המספיק אלס ארענע זיך גרויסצוהאלטן פאר די פאליטישאנס, און זיי איינצולאדענען און געבן פּלעקס. אונז האב מיר דאס אויפגעבויט און אונז האב מיר דאס געהאלפן ווערן א וועלט ארגאניזאציע.

דער רב שליט"א האט געהאט געשטעלט א קאמיטע צו פירן המספיק, וואס איז באשטאנען פון אברהם ווידער, שמעון משה קעפעטש, ליפא גראס און בערל פאלאטשעק. זיי זענען געווען די בעלי בתים מטעם די קהלה און מטעם דעם רב אנצופירן די ארגאניזאציע. אין תשנ"ד האבן זיי אויפגענומען אן ארבעטער מאיר ווערטהיימער, אז ער זאל זיך פארנעמען מיט די טאג-טעגליכע געברויכן פון די ארגאניזאציע. פאר יארן לאנג איז קלאר געווען פאר יעדן איינעם אז המספיק איז א ציבורישע ארגאניזאציע מיט א קאמיטע וואס איז געשטעלט געווארן דורכ'ן רב און די ארבעטערס זענען נאר ארבעטערס.

אזוי איז אלעס אנגעגאנגען ביז איין שיינעם טאג האט מאיר ווערטהיימער באשלאסן אז: ווער זאגט אז איך דארף פארדינען נאר 125,000 דאלאר א יאר ווען איך קען פארדינען אנדערטהאלבן צו צוויי מיליאן דאלאר א יאר? געזאגט און געטאן: ער האט אומלעגאל ארויסגעווארפן די לעגאלע באורד פון המספיק, זיינע בעלי בתים, וועמען דער רב שליט"א האט באשטימט, דורך שרייבן פאלשע רעזיגנאציע צעטלעך, און דערנאך האט ער זיך דערקלערט אלס בעל הבית פון המספיק, כאטש לעגאל איז ער נישט דער בעל הבית נאר אן ארבעטער, ווייל דער עקזעקוטיוו דירעקטאר איז לעגאל נישט מער ווי אן ארבעטער.

למעשה האט המספיק היינט א בודזשעט פון 14 מיליאן דאלאר. עס איז אומדערהערט אז א יחיד זאל זיך דערקלערן בעל הבית אויף אזא גרויסע ציבור'ישע ארגאניזאציע, נישט ע"פ תורה און נישט ע"פ דיני דמלכותא. ווען איינער זאל מסר'ען מאיר ווערטהיימער אויף די גניבה וואלט ער היינט געזיצן אין חד גדיא און זיך נישט ארומגעדרייט ווי א שיינער איד.

רבותי, זאגט איר אליינס. דארף מען לאזן הקדש געלט פארפאלן גיין? דארף מען לאזן די שווערע טויזנטער דאלער וואס מען האט אינוועסטירט צו ברענגען די המספיק פראגראמען גיין לטמיון? דארף מען לאזן א יחיד איבערנעמען א מוסד וואס באלאנגט פאר'ן רבים - פאר אונז אלע קרית יואל'ער איינוואוינער?

וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט נחום פריעדמאן אז עזרת חולים איז זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער?
וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט גדלי' סעגעדין אז דער ווילידזש איז זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער?
וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט מאיר הירש אז די בניני המוסדות זענען זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער?
וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט דער דירעקטאר פונעם ביזנעס צענטער אז עס איז איז זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער?
וואס טוען מיר אויב מארגן באשליסט דער דירעקטאר פונעם שאפינג צענטער אז עס איז איז זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער?
וואס טוט אמעריקע אויב מארגן באשליסט דזשארדזש בוש אז דאס ווייסע הויז באלאנגט פאר אים, ווייל ער וואוינט שוין דארט זעקס יאר און קיינער האט נישט ארויסגערעדט דערקעגן, און עס איז דעריבער זיין פריוואטער אייגנטום און ער קען דאס מוריש זיין פאר זיינע קינדער?

דארפן מיר לאזן מאיר ווערטהיימער בא'גנב'ענען נכסי ציבור און דערנאך נאך בלייבן א שיינער איד אין בית המדרש?

מאיר ווערטהיימער איז א גוזל את הרבים יעדן טאג. מען האלט נאך אינמיטן די דין תורה, און מאיר ווערטהיימער קומט יעדן טאג צום בי"ד מיט פרישע דריידעלעך צו פארשלעפן דעם פסק לטובתו, דורך ברענגען פאלשע עדות זאליס און בני יואל, וואס דערקלערן אז זיי זענען די אמת'ע בעלי בתים פון המספיק, און זיי האבן געשטעלט מאיר ווערטהיימער אלס זייער ארבעטער.

תוקן על ידי - גוטזאגער - 12/03/2006 21:27:34

פייפ_ליין » 12/3/2006 21:55


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))

הרב גוטזאגער, זיי אזוי גוט ערלעדיג מיר ביי די הויכע פענסטער א רשות כתיבה וועל איך נישט דארפן אווערלאודן קיינעמס תיבה אישית.

צום ענין (ענדליך קומען זיי ארויס מיט די אינערליכע בויך קרעמפן):

1) לאז אפ חרחר ריב יאקאבאוויטש אישו ווייל עס לייגט אוועק די אהרונים, די ווילסט נישט מען זאל זאגן אויף די ווילעדזש-אהרונים אז זיי פארגינען נישט צו העלפן ספעציעלע קינדער פאר פאליטישע סיבות, עס איז א דיזעסטער יעדע מאל וואס דו רעדסט פון דעם, להוה ולעתיד.

2) לאז אפ "די טישן פון רב שליט"א יעדן שני וחמישי אין וויליאמסבורג" מטעם הנ"ל, דו ווילסט מאכן די ווילעדזש-המספיק אישו פאר א רב-זאלי אישו און עס וועט דיר שטארק באנק טאן, דו פארשעמסט אלע חסידים פון רב און רבי'ן. אויך האט די ווילעדזש גוט מסדר געווען דעם רב מיט אים אויסנוצן אראפצונעמען די עיקול און נאכדעם ווייטער אנגיין קעגן המספיק ווי פריערדיגע שרייבערס האבן גוט ארויסגעברענגט. ממילא דיין אחריות פאר'ן כבוד פון רב שליט"א איז גוט פון תענית אסתר ביז פורים, און ענטפער ניטאמאל ווייל עס וועט ווערן נאך ערגער. לאז אפ די רב פון די אישו.

3) ווען ר' משה טובי' בראווער האט געגרינדעט המספיק האט דער דעמאלטסדיגער ווילעדזש נישט געהאט קיין לאביאיסטן און לאיערס וכל שום וחניכא, א געלונגענער סאטמארער מאכער האט עס געברענגט. קיינער האט נישט געהאלפן המספיק ווערן א וועלטס ארגאניזאציע. די פאקט בלייבט, כידוע, אז מער ווי צען יאר האט קיינער פון היינטיגן ווילעדזש נישט אנגעקוקט המספיק, עס איז געווען א פרעמדע שטיף קינד, וואס מאיר ווערטהיימער האט אויפגעבויט פון ערשטן קערל ביז די היינטיגע וועלט פארנעם, מיט אייגענע קאסטן און בלוט און מיה, ער איז געווען אזא ארבייטער פארן ווילעדזש ווי פינחס יאקאבאוויטש איז דער ארבייטער פון וועד הקריה, בערך.

4) אזוי איז אלעס אנגעגאנגען ביז די ווילעדזש האט באשלאסן אז ווער זאגט מען האט גענוג געלט קוועלער בדרא ושלא בדרא, מען וועט נעמען המספיק וואס מאיר ווערטהיימער האט ביז דעמאלט ב"ה אויפגעבויט אויף א שיינעם פארנעם און דאס אויסמעלקן פאר די מוסדות הקדושים און וועד הקריה (נישטא ווער סזאל לאכן), און מאיר ווערטהיימער האט געזאגט ניין, א ריינע ארגאניזאציע וואס העלפט אזויפיל טייערע ספעשל קינדער פון כלל ישראל וועט נישט ווערן נאך א האנטגעצייג פאר די וועד הקריה מאשין. דאס איז געווען א שיינע פאר יאר צוריק, און די ווילעדזש האט נישט געהאט קיין אנדערע וועג נאר צו מאכן דעם האלדאפ ממחרת החתונה כמבואר לעיל.
 
5) ווען איינער זאל מסר'ן מאיר ווערטהיימער וואלט ער געווען דער 20'סטער אין די רייע, ווייל די ווילעדזש האט שוין צענדליגער מאל גע'מסר'ט מאיר ווערטהיימער און ער איז אלץ ארויס שמן זית זך כמבואר לעיל ואכמ"ל.

6) למעשה האט היינט המספיק א בודזשעט פון אסאך מער ווי 14 מיליאן דאלאר (די נומבער האט גוטזאגער מסתמא ארויסגענומען פון "המספיק גאזעט" אדר תשס"ה און ס'איז שוין אדורך א גאנצע יאר זייט דעמאלט) און המספיק שעמט זיך גארנישט דערמיט, אדרבה, יעדער ווייסט אז אזא מוסד באקומט פון די רעגירונג אסאך געלט און יעדער ווייסט אז יעדע דאלאר גייט פאר די טייערע קינדער לרפו"ש מיט אלע מינים סערוויס עד אין שיעור וערך, דורכדעם וואס די ארבעטער און עקזעקיוטיווען באקומען פרנסה בכבוד און עס ווערט געפירט א פינאנציעלע ארדענונג וואס ברענגט א קידוש השם מסוף העולם ועד סופו.

7) עס איז אומדערהערט אז א יחיד זאל זיך דערקלערן בעל הבית אויף אזא גרויסע ארגאניזאציע, יא, זייער גוט געזאגט, טול קורה וכו'.

8) וואס טוט מען אויב די יעצטיגע אנפירער פון עזרת חולים, ביזנעס צענטער, שאפינג צענטער, וועד הקריה, MLDC, דערקלערן זייערע פראגראמען אלס אייגענע פריוואטע אייגענטום? טאקע אך און וויי, א קאטאסטראפע שאין כמוהו וואס האט זיך שוין אנגעהויבן מיט א שיינע שטיק צייט צוריק ודי לחכימא.

9) המספיק איז ב"ה די איינציגסטע ארגאניזאציע וואס איז "נישט" אין יענע אייגענטום און וועט אי"ה אזוי בלייבן עד ביאת הגואל, צום פרייד פון די טייערע קינדערלעך לרפו"ש און זייערע דאנקבארע טאטעס און מאמעס.

10) וועגן דין תורה קען איך נישט די אינווייניגסטנע טענות, און דו ביסט אליינס מודה אז דערווייל איז נאך נישט ארויסגעקומען קיין פסק דין לטובת וועד הקרי' (וואס דו רופסט הנהלת הקרי'). אזויפיל ווייס איך יא און אלע וואס האבן געזען די פסק דין חלקי וואס דו (אדער א גוטער חבר דיינער בחכמתו הרמה) האסט ארויפגעלייגט ביים אנהויב אשכול וואו עס שטייט קלאר אז די ווילעדזש-וועד הקרי' האט געבעטן פון בית דין אז המספיק זאל נישט טארן בויען די נייע בילדינג אדער פארקויפן די לאט ביז בית דין זאגט אפיציעל ווער סאיז בעל הבית פון המספיק, און בית דין האט געזאגט לא מיט אן אלף, על פי תורה און על פי דינא דמלכותא מעג המספיק בויען די בילדינג לשם ולתפארת (פערמיט שמערמיט). ממילא פאר דיין אייגענע כבוד הער אויף צו רעדן וועגן דין תורה און די נארישע זאלי אישו קריכט פון די נאז כמבואר בסעיף א'.

11) נ.ב. די טעראר מעסעדזש פון "פרטים יבואו" (וואס דו האסט אראפגענומען פון דיין תגובה א מינוט צוריק און האסט עס "געלאזט" ארויפלייגן אין א נייע אשכול) האט שוין לאנג נישט קיין ציין, און זעה נאר מזאל דיך נישט דארפן דערמאנען שפעטער.


תוקן על ידי - פייפ_ליין - 12/03/2006 21:57:04

גוטזאגער » 12/3/2006 22:54

טייערער זאלי, פייפליין (אונטער דיינע אלע ניקנעימס וואס האבן נישט קיין רשות כתיבה[בילד – נישט אפגעהיט]):

האסט זיכער נישט געהערט דעם מעסעדזש וואס מיר אלע חסידי סאטמאר האבן געשיקט פאר די הנהלת הקרי' ביי די פארגאנגענע ווילידזש וואלן (ווייל פון וואנעט זאלסטו הערן דעם מעסעדזש אז דער מעסעדזש קומט נישט אן צו ענק אין סאסמאן!) און דער מעסעדזש איז געווען אז: די אלייענס זענען מחרחרי ריב, מוסרים, מלשינים און כפויי טובה, מיט איין ציל אפצוטאן רשעות. מען האט זיי געגעבן וואס זיי האבן געוואלט, אריינגערעכנט דירות פאר שפאט ביליגע פרייזן, און זיי האבן אונז געגעבן א שטויס ווען ס'איז געקומען צו די וואלן.

דאס איז דער אפיציעלער שטעלונג פון אלע אהרונים, אז די אלייענס זענען פארביסענע און שלעכטע מענטשן, וואס זענען מצער כ"ק דעם רב שליט"א (איך מיין ר' אהרן...), און יעדער איינער וואס העלפט זיי מצער זיין דעם רב שליט"א איז א שונא פונקט ווי זיי.

קיינער האט נישט געזאגט אז המספיק טאר נישט העלפן פאר די קראנקע קינדער פון די אלייענס. דער סקול דיסטריקט האט אויך קראנקע קינדער פון די אלייענס, און מאיר ווערטהיימער האט געקענט געבן הילף פאר קראנקע אלייענס קינדער וויפיל ער וויל.

אבער מאיר ווערטהיימער האט נישט דאס געטאן. ער האט געטאן עפעס אינגאנצן אנדערש: ער האט געשאנקען פאר פנחס יאקאבאוויטש א גאלד-גרובן, פון וואו ער זאל קענען פארדינען הונדערטער טויזנטער דאלאר פאר זיין הייליגן דזשיהאד קאמפיין קעגן דעם רב שליט"א.

און פארוואס האט דאס מאיר ווערטהיימער געטאן? ווייל ער איז געשטאנען זייער שמאל ביי די דין תורה, און ער האט געמוזט האבן די הילף פון די אלייענס צו קענען געווינען. וואס האט מאיר ווערטהיימער געטאן?

ער האט געברענגט די זאליס צום בית דין און זיי האבן דערקלערט אז די ראה"ק פון ר' אהרן ט"ב זענען נישט די אמת'ע ראה"ק, נאר "מיר זענען די אמת'ע ראה"ק, און וועגן דעם קען די הנהלת הקרי' זיך נישט דערקלערן אלס בעלי בתים פון המספיק, ווייל מיר זענען די אמת'ע בעלי בתים."

אלס באלוינונג האט ווערטהיימער געברענגט פאר די זאליס די מוסד מעלה/חמלה פון וואו זיי זאלן קענען שלעפן הונדערטער טויזנטער דאלארס.

דערמיט האט ער שטארק געשעדיגט פאר דעם קאמף וואס חסידי סאטמאר פירן קעגן די יחידים המשתלטים על הציבור.

און יעצט, וואס איז די נפקא מינה, צי המספיק מאכט יא געלט אדער ס'מאכט נישט געלט? דער פאקט איז אז ס'באלאנגט פאר הנהלת הקרי'. ווען איך האב א גוטן ארבעטער וואס ארבעט ארויף מיין ביזנעס קען ער מיר ארויסווארפן און זאגן אז ווען נישט אים וואלט מיין ביזנעס נישט געווארן אזוי ארויפגעארבעט?

די הנהלת הקרי' (צי ועד הקרי' - וויאזוי דו ווילסט קענסט עס אנרופן) האט געבויט אסאך פראיעקטן. איינס האט געמאכט מער געלט און איינס האט געמאכט ווייניגער געלט. למשל די בית השחיטה האט נישט געמאכט קיין געלט האט מען געמוזט אויפנעמען נייע מענעדזשערס. ווילסטו מיר זאגן אז ווי נאר א קהל'ישע פראיעקט פאנגט אן צו מאכן געלט איז עס מער נישט קיין נכסי ציבור נאר נכסי יחיד?

ווילסט מיר זאגן אז יעצט אז די בית השחיטה מאכט שוין געלט קען דער יעצטיגער מענעדזשער זאגן אז איך בין בעל הבית?

די אויבנדערמאנטע לעגאלע אנפירער פון המספיק זענען באשטימט געווארן דורך אונזער רב שליט"א און מאיר ווערטהיימער האט ארויסגעווארפן שלוחא דרבנן, מענטשן וואס זענען באשטימט געווארן דורכן' רב שליט"א.

און וואו קומט דא אריין משה טובי' בראווער אין בילד? לייביש לעפקאוויטש האט געבויט קרית יואל. קען יעצט קומען אברומי לעפקאוויטש און איבערגעבן קאנטראל פון די ווילידזש פאר מענדל שווימער ווייל זיין טאטע האט געבויט קרית יואל?

ניין, ניין און נאכאמאל ניין! מען וועט בשום אופן נישט צולאזן אז נכסי ציבור זאלן באראבעוועט ווערן דורך א יחיד!

Mench » 12/3/2006 23:07

איך בעט א פערזענליכע בקשה פון אלע גולשים וכו' וכו'

ביטע, הערט אויף האקן א טשייניק מיט די נארישע מחלוקה צווישן הירש-ווערטהיימער

עס אינטערעסירט רוב גולשים ווי די פאריעריגע שניי

ענדערש רעדץ שוין פון די מחלוקה צווישן מזרחי און בן-עטר, ווער עס איז געווען די ערשטע בלומען סטאר אין קרית יואל.

ביטע ביטע, צו ביידע זייטן פון יענע נארישע מחלוקה, סטאפטס, עס איז אזוי בארינג און אומאינטערעסאנט

פייפ_ליין » 12/3/2006 23:10


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))

הרב גוטזאגער, נאך איינמאל בקיצור נמרץ ווייל די זייגער לויפט, המלאכה מרובה, עס קומט דער גרויסער יום טוב פורים.

די "סטראטעגיע" פון זיך באהאלטן אונטער ווילעדזש-עלייענס אישו איז נאריש און וועט קיינמאל נישט געלונגען, אין די צייט קענסטו אויפטראכטן עפעס בעסערס. קענסט עס איבערזינגען נאכאמאל און נאכאמאל אונטער אנדערע ווערטער מיט רויטע קאלירן און בלויע קאלירן, עס איז היינו הך, היא לא תצלח. די אישו דא איז המספיק אליינס, און די פערמיט וואס די ווילעדזש וויל נישט געבן על אף די ביטערע שאדן וואס מיר וועלן אלע באצאלן דערפאר און באצאלן שוין ליידער.

דו וועסט אלעס טאן איבערצוקייען די נארישע זאכן איינמאל און נאכאמאל, נישט וויסנדיג וואספארא רחמנות דו מאכסט זיך אליינס און דעם גאנצן ווילעדזש ביי אלע תושבי העיר און איבעראל.

אלע אנדערע זאכן ווערן שוין אויסגעשמועסט פריער, ליין עס איבער, אז דו קענסט נישט קיין אידיש בעט הילף פון די געטרייע סטעף אין סקול דיסטריקט.

גוטזאגער » 13/3/2006 00:01

(פון אישי. יש"כ מאיר-ווערטהיימער-מחוצף-פאר'ן-רב)

לויט ווי איך דענק האט די ווילידזש געווינען די פארגאנגענע וואלן מיט א מאיאריטעט כאטש מאיר ווערטהיימער און עמרם כהן האבן געשיקט זייערע נאכפאלגער צו שטימען קעגן ווילידזש.

אלזא, רוב שטעטל איז קעגן מאיר ווערטהיימער!

זאג נאכאמאל איבער פערמיט שמערמיט. דער פאקט איז אבער אז די באורד מעמבערס וואס זענען באשטימט געווארן דורכ'ן רב שליט"א האבן אויסגעדרוקט זייער התנגדות צו בויען די נייע געביידע פאר המספיק, אלזא פארוואס זאל די ווילידזש געבן א פערמיט צו בויען דעם בנין ווען די בעלי בתים פון המספיק זאגן אז זיי דארפן עס נישט?

יעדן טאג וואס מאיר ווערטהיימער איז עומד במרדו איז ער גוזל נכסי רבים און א מחוצף פאר'ן רב שליט"א!

יעדעס מאל וואס מאיר ווערטהיימער ברענגט די זאליס צום בית דין צו טענה'ן אז זיי זענען די אמת'ע ראשי הקהלה, שטעכט ער אריין א מעסער אין רוקן ביין פון די אהרונים!

ניין, ניין און נאכאמאל ניין! מען וועט בשום אופן נישט צולאזן אז נכסי ציבור זאלן באראבעוועט ווערן דורך א יחיד!
תוקן על ידי - גוטזאגער - 13/03/2006 0:16:17

פייפ_ליין » 13/3/2006 00:34


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))

לויט ווי איך דענק האט די ווילידזש געווינען די פארגאנגענע וואלן מיט א מאיאריטעט כאטש מאיר ווערטהיימער און עמרם כהן האבן געשיקט זייערע נאכפאלגער צו שטימען קעגן ווילידזש.

<<<שקר>>>

זאג נאכאמאל איבער פערמיט שמערמיט.

<<<בית דין האט געפסקט המספיק מעג בויען נישט קיין חילוק וואס ווילעדזש קליקע זאגט, מדארף נישט קיין פערמיט אז מהאט רשות בית דין>>>

דער פאקט איז אבער אז די באורד מעמבערס וואס זענען באשטימט געווארן דורכ'ן רב שליט"א האבן אויסגעדרוקט זייער התנגדות צו בויען די נייע געביידע פאר המספיק, אלזא
פארוואס זאל די ווילידזש געבן א פערמיט צו בויען דעם בנין ווען די בעלי בתים פון המספיק זאגן אז זיי דארפן עס נישט?

<<<בית דין האט געפסקט המספיק מעג בויען נישט קיין חילוק וואס ווילעדזש קליקע זאגט, בית דין זאגט המספי מעג בויען, דהיינו מאיר ווערטהיימער מעג בויען עפ"י תורה ועפ"י דינא דמלכותא>>>


יעדן טאג וואס מאיר ווערטהיימער איז עומד במרדו איז ער גוזל נכסי רבים און א מחוצף פאר'ן רב שליט"א!

יעדעס מאל וואס מאיר ווערטהיימער ברענגט די זאליס צום בית דין צו טענה'ן אז זיי זענען די אמת'ע ראשי הקהלה, שטעכט ער אריין א מעסער אין רוקן ביין פון די אהרונים!

ניין, ניין און נאכאמאל ניין! מען וועט בשום אופן נישט צולאזן אז נכסי ציבור זאלן באראבעוועט ווערן דורך א יחיד!


<<<קענסט שרייען מחוצף פארן רב ביז מארגן עס וועט דיר העלפן טויטע באנקעס כמבואר לעיל, די קרעדענשאלס פון מאיר ווערטהיימער פאר מרן הגאב"ד שליט"א ווייסט יעדער, און עס וועט ענק גארנישט העלפן, ווי געזאגט פריער, די אישו איז די בילדינג וואס המספיק בויט לשם ולתפארת ברשות בית דין און די עיקול וואס די ווילעדש האט געבעטן איז ארויסגעפירט געווארן פון זאל מיט בכיות נמרצות, ווי אויך די טענה פון ווילעדזש אוו קרית יואל אז "נכסי ציבור טארן נישט ווערן באראבעוועט דורך א יחיד" פאר אזעלכע ווערטער אליינס קומט זיך אן ערנסטער שמועס וואס קען שטארק באנק טאן...>>>






ווארהייט » 13/3/2006 01:01

איך האב ביז יעצט נאר איינמאל גענומען א שטעלונג אין די מחלוקה און איך וועל יעצט נאך איינמאל נעמען א שטעלונג.

אלזא לאמיר עס קלאר שטעלן!

איינער וואס האקט אויפ'ן ווילידזש איז נישט קיין אהרוני! עקסקלעמעישאן פאינט!!!

מיר האבן צופיל בלוט געשפיגן פאר'ן הצלחה פון די ווילידזש אז מיר זאלן עס גרייט זיין מפקיר צו זיין!

וואס עס קומט פאר אין דעם אשכול איז נישט קיין מחלוקה צווישן אהרונים, נאר צווישן אהרונים און איין זאלי, וואס פרובירט אויסצונוצן די מחלוקה אויף צו פארקאכן א קאשע.

איך האף אז מאיר ווערטהיימער וועט האבן שכל און זיך אפשאקלען פון דעם זאלי און פון די אנדערע זאליס. איך ווייס אז די תאות השררה קען אמאל פארפירן א מענטש צו טאן זאכן וואס ער וואלט אין נארמאלע אומשטענדן נישט געטאן.

אבער עס קען ווייטער נישט אזוי גיין. מאיר, אידער יו אר וויט אס אר יו אר וויט די זאליס!

העלפ_פליז » 13/3/2006 01:07

ווער איז דער זאלי?

ווארהייט » 13/3/2006 01:25

דער וואס ס'שרייבט אזעלכע סארט ווערטער ווי:

...די ווילידזש מענטשן זענען רוצחים און מוסרים און רשעים...

...וויאזוי קענען די אהרונים שרייען אויף יאנקל כהנא מסרבים לדין ווען זיי אליינס זענען מסרבים לדין...

...יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז מאיר ווערטהיימער מעג זיין גוט מיט די זאליס און זיי העלפן...

אן אהרוני וואלט אזעלכע ווערטער נישט געשריבן!!!

ביז_אהער » 13/3/2006 03:36

איך זע יעצט אז איר ווילט דוקא מלחמה, און איר האט אנגעחזערט דעם אשכול מיט איבער אכציג תגובות.
לעולם וואלט געקומען אז איך זאל דא ענטפערן כמו שכתוב, איר ווייסט אסאך בעסער פון מיר די תירוצים, און די קשיות וואס וועלן נאכפאלגן, נאר אייער אראגאנץ, און די גאוה פון אייער פירער פארבלענדט אייך די אויגן.
נאר אזוי ווי איך האב געהערט אז מען פלאנט זיך אראפצוזעצן פארהאנדלען, וועל איך אודאי נישט זען דער וואס וועט האבן אין האנט אין צושטערן אזעלכע פארהאנדלונגען. אבער אויב למעשה וועט גארנישט ווערן, און דער פלייץ פון ליגנט וועט זיך נישט אפשטעלן, וועל איך אי"ה נישט שטיל בלייבן, אפגעזען פון די קאנסעקווענצן.

פאקטיש » 13/3/2006 04:09

ביז אהער סטראשע און סטראשע מאיר הירש איז געווען דער וואס איז געווען שטיל ביז היינט, און דוקא מאיר ווערטהיימער איז געווען דער וואס האלט אין איין פויקן מיר וואס זענען דעם רב שליט"א מענטשן מעגן נעמען פונקט אזוי א שטעלונג ווי משה טובי' בראווער, מענדל שווימער, און זיגי בראך און מיר וועלן נעמען א שטעלונג, און נאך ווי א שטעלונג און ביז אהער, איך האלט נישט אז דער רב שליט"א אדער קהל זאל נעמען שריט קעגן דעם 'ווערהיימער' מאיר ווערהיימער, מיר וועלן נאר אנהייבן צו פארציילן א חלק פון די פאקטן , און מיר וועלן ווארטן מיט געדולד וואס דער ציבור תלמידי וחסידי כ"ק הגאב"ד קרית יואל שליט"א אין קרית יואל און די ברייטע וועלט וועלן טאן איך גלייב נישט אז מיר וועלן דארפן זיין סורפרייזד , א פרייליכן פורים אלע

yankees » 13/3/2006 04:25

מאיר ווערטהיימער מיט עמרם כהן זענען פאר די אהרונים ווי די שווארצע פאר כ"ק די רבי זי"ע, מ'קען פון זיי נישט פטור ווערען.

ארענדאר » 13/3/2006 05:05

ביז אהער

מיר וועלן  געדענקן !!!   און נישט פארגעסן !!!

ווער !!!!!

האט געעפנט דעם אשכול ????

דער ניק פייפליין


*-- _Time * *-- _Date * *-- _mName *
נשלח ב 7/3/2006פייפ_ליין
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

ששון ושמחה אין קרית יואל, אויף טישן און בענק. די שטילע מלחמה צווישן מאיר הירש און מאיר ווערטהיימער האט אויסגעפלאצט אין גרויסן. מענטשן באקומען אימעיל פון ביידע זייטן, ווייל קיינער וויל נישט זיין א שייגעץ.



 המספיק האט אריינגעכאפט א "עיקול" פון התאחדות, אז ווילעדזש זאל נישט טארן בויען בית השחיטה, אבער ווילעדזש פייפט אין באבנס באבע. המספיק פייפט צוריק און האט אנגעהויבן צו בויען זייער "דעיי-העביל" געביידע לעבן מענדי ברייערס שאפ אויף בעיקערטאן. דער עולם שמוסט המספיק בויט אן א פערמיט.



 יעצט וועט זיך ווייטער אנהויבן א פייט ווער מיינט אמת'דיג די ספעציעלע קינדער און ווער נישט. קרית יואל האט שוין לאנג נישט געהאט דעם וויכוח... ווער עס געדענקט...



 ווי האט זלמן לייב וואלדמאן אמאל געזאגט, נישט דא קיין בעסערער מענטש צו מאכן סדר ביי די אהרונים נאר מאיר ווערטהיימער.



לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך.


לאגיש וויל איך פארשטיין פארוואס די ווילעדזש חסידים קענען יעצט אנפייפן התאחדות ווען זיי שרייען אויף די כהנא-וומ"ס חסידים מסרבים לדין. עס איז זייער נאריש. בקיצור די צוויי מאירס האבן אראפגענומען די זיידענע הענטשיך.



תוקן על ידי - פייפ_ליין - 07/03/2006 18:00:12

 זכור ואל תשכח






כאפטס אריין א וואדקע

NYPD » 13/3/2006 07:19

חרפה שברה לבי, עס איז א חרפה און א בושה, אז אייגענע מענשטן זאלן זיך דא אין פאבליק ארומשלאגן, א דין תורה גייט שוין אן אפאר יאר אן די פאבליק, פארוואס קען דאס נישט בלייבן אין געהיים, פארוואס דארפן אלע שונאים לאכן פון אינערליכע מחלוקת, שטעלט אפ די נערישע קינדערישע געשלעג אין פאבליק, עס איז גענוג שמוציג די אנדערע מחלוקת אין סאטמאר, וואס מען האט נישט קיין ברירה, אייער מיינונג אויף היידפארק וועט נישט אויסמאכן אינעם אויסגאנג פון דין תורה, און אפילו נישט אויפן פרעמדן דעת הקהל, וואס האט נישט קיין אנונג וואס עס גייט פאר דארט,

ארענדאר » 13/3/2006 14:42

להציל עשוקים מיד עושקו

מאיר ווערטהיימער דער "גוזל את הרבים" האט אוועקגערויבט פונעם ציבור  דעם ציבור'שען מוסד המספיק , מיט אירע  אסטראנאמישע הכנסות פון  14,774,320,00   (אין 2004 )



 פערצן מיליאן,זיבען הונדערט פיר און זיבעציג טויזענד, דריי הונדערט און צוואנציג דאלער.

מעגן מיר דאס צולאזן !!!

מעג דאס ווערן אוועקגערויבט דורך א פריוואטער יחיד !!!



די סך הכל הכנסות אין אראנדזש אפטיילונג אין 04'  למספרם


http://204.203.220.33/EINS/141711583/141711583_2004_01AFAE21.PDF


http://dynamodata.fdncenter.org/990s/990search/990.php?ein=141711583&yr=200412&rt=990&t9=A


 http://s55.yousendit.com/d.aspx?id=3CB86NAU0L6WM3H0DET4LP6WXQ




תוקן על ידי - ארענדאר - 13/03/2006 15:05:04
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 13/3/2006 14:49

ארענדאר » 13/3/2006 14:54

פייפ_ליין » 13/3/2006 17:34


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))

ארענדאר זיסער, דער חילוק איז אז המספיק לייגט ארויס אלע דאקומענטן ברבים, אינקלאדינג די טעקס רעטוירנס, באצייטנס און פונקטליך ביז יעדע פעני, אפילו אין אייגענעם צייטונג וואס גייט ארום די וועלט, נישטא וואס זיך צו שעמען מיט ווארפן פילע מיליאנען דאלארן פאר די הייליגע קינדער לרפו"ש, אבער דער יחיד המשתלט על קרית הירש האלט אלעס ביי די בוזעם קעשענע און די אפגעריסענע פאפירן וואס מוז זיין ברבים ווי טעקס רעטוירנס זענען מכסה טפח ומכסים עוד טפחים אשטייגער די אומענדליכע פראפערטיס וואס ווערט געקויפט פון בלוטיגע דאון פעימענטס פאר זעקס הונדערט טויזנט דאלארדיגע דירות און אויך אזעלכע מעשהלעך ווי די קיופאנס פאר די מלמדים, איך מיין דו ווילסט שטיין ווייט פון די סוגיא עמוקה מיני ים.

יא, המספיק ווארפט מיליאנען - דורך די רעגירונג - פאר די הייליגע קינדער און דאס וועט אי"ה ווייטער אנגיין עד ביאת הגואל, על פי דין תורתינו הקדושה ועל פי דינא דמלכותא של חסדא פה ארצות הברית ומדינת ניו יארק ומחוזת אראנדזש וראקלענד וקינגס עד אשר יצא מאפכם.

און וועגן זאלי שמאלי קענסטו קייען וואסער ביז מארגן, יעדער ווייסט ווער איז דער פלאמפייערדיגסטער חסיד פון מרן הגאב"ד שליט"א און ווער איז דער אריסטאקראטישער און רומענישער "טרעזשורער מיניסטער" פון קרית הירש.

איין ראי' נאר, ווען דער רב האט געזאגט אז דער "עיקול" גייט אראפ, האט מאיר ווערטהיימער געשלינגען ווי ער שלינגט שוין אזויפיל יארן כעבדי קמי' מרא, אבער די הנהלת קרית הירש האט אריינגעפיטערט דעם רב שליט"א אין זייער טשיקן אפפאל פאר גארנישט און פאר נישט, אראפ מיט'ן עיקול נעבעך און צוריק צום אלטן. יעצט זאג נאר דו ווער איז דער זאלי, הא? אומפארשעמטע ברואים!

וועגן עושק מיד עושקו און יחיד וואס באגזלט דעם ציבור זאלסטו אזוי לאנג שרייען ווילאנג דיינע גוטע פריינד און טויזנטער חסידים פון רב שליט"א וועלן קומען וויינען צו דיר בדמעות שליש האסט זיי שוין גענוג אין דער ערד געלייגט אלעס האט א שיעור, אפשר וועט דעמאלט קומען א שטיקל רוח טהרה, על כל פנים אזויפיל אז די הייליגע קינדער לרפו"ש זאלן באקומען די בילדינג וואס זיי דארפן אזוי קריטיש וויכטיג. פון מיר אויס שריי רויטער און כעסיגער און ווי העכער ווייל דעמאלט וועלן די דאזיגע תחנונים קומען שנעלער ווי דו מיינסט און דעמאלט וועסטו ברעכן די פארשאלטענע בלינדע און ברוטאלע עקשנות.







פאקטיש » 13/3/2006 18:03

פייפליין ווער האט געמאכט די החלטה אז המספיק זאל זיך טוישן פון קהל קאסע צו א פריוואטע קאסע מאיר ווערטהיימער אדער קרית יואל רב קענסט ענטפערן ?? און אגב, וועלעכע מוסד אין קרית יואל האט פרויען דרייווערס, די סקול דיסטריקט, אדער המספיק, פרעג הלל טייטלבוים

פייפ_ליין » 13/3/2006 18:15


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))

1) די ערשטע שאלה איז שוין דרייסיג מאל געענטפערט געווארן, אז דו קענסט נישט קיין אידיש, גיי אין סקול דיסטריקט מיט דיין חבר ארענדאר און די אנדערע פויערן פון קרעטשמע.

2) און אגב, וועלעכע מוסד אין קרית יואל האט פרויען דרייווערס, די סקול דיסטריקט, אדער המספיק,
פרעג הלל טייטלבוים

דאס מיינט "מעד קאו דעזיס" אדער "פוט ענד מאוט דעזיס" און איך האב דוקא געלאזט די לשון פון דיין צווייטע שאלה אין מיין תשובה דער עולם זאל וויסן מיט וועלכע אלטערטימליכע ויזתאס דער ווילעדזש שטעלט זיך ארויס אויף היידפארק.

די קרית יואל סקול דיסטריקט האט בכלל נישט קיין פרויען דרייווערס, עס האט בכלל נישט קיין איינציגע אשה אין די סטעף בכלל, אלע איינגעשטעלטע פונעם סופעראינטענדענט ביז די טעראפיסטן זענען לויטער יראים ושלמים, פרעג הלל טייטלבוים דער משגיח כללי פון המספיק.

נ"ב. פארגעס נישט צו קושן די מזוזה.

תוקן על ידי - פייפ_ליין - 13/03/2006 18:27:43

פייפ_ליין » 13/3/2006 18:24


(פון אישית (ייש"כ סקולדיסריק))

דער ווילעדזש שטעלט טאקע ארויס אזעלכע מאלפע שרייבערס וואס מאכן זיי דאס גענאר פון שטאט, אבער נאך אלץ שלא יאמרו הבריות און והייתם נקיים דארף מען זאגן אז ביים "דעי העביליטעישאן" פראגראם האט המספיק טייערע ערליכע מיידלעך פון מאנסי וועלכע קענען זיך אפגעבן מיט די הייליגע ספעשל מיידלעך לרפו"ש לויט זייער פיזישע געברויך מיטן גרעסטן געטריישאפט וד"ל סיי ביים פארן אין ווען און סיי ביים גיין די ברוטאלע צוויי-שטאקיגע סטעפס.

אויב "פאקטיש" ווילסט דוקא פערזענליך באהאנדלן די קינדער ר"ל, ביסטו העפליך געלאדנט צו קומען צום שאפינג צענטער (די "אנדערע" זייט בילדינג, נישט וואו דיין פעיטשעק ווערט געמאכט) און באטראכטן מיט וויפיל פיין און פלאג מען שלעפט זיך מיט די קינדער אריין און ארויס ווייל די מאלפע-שרייבער-ארויסלייגער לאכן אין די פויסטן פון זייערע ויזתא אגענטן און לאזן בשום אופן נישט בויען א נייע בילדינג פאר די קינדער.

נ"ב. די טייערע מיידלעך פון "דעי העב" גייען היינט אהיים 2 שעה פריער לכבוד יום טוב.

ננ"ב. בעט דיינע אויבערהארן זאלן דיך יא לאזן ווייטער שרייבן, ס'איז א פארגעניגן לכבוד יום טוב.

פייפ_ליין » 13/3/2006 18:42


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))

פאקטיש,

דיין פורים שפיל איז שוין אין די צען מינוט געווארן א געשפרעך אין די גאנצע שטאט און מען מאכט דערפון PDF קאפיס לזכרון עולם ווייל ס'איז ממש היסטארישע ווערטער ושפתים ישק. דער עולם שמועסט ביסט א באהאלטענער זאלי צו פרעגן אזא פראגע, על כל פנים ס'איז גוט אוועקצולייגן.

דו בעל רחמנות ביסט זיי גוט צו געבן א שטויס אויף היידפארק און דעטסאיט, נעבעך. דיך ארויסצולייגן אזוי אויפן באלעמער בפני כל עם ועדה איז שוין דער בעסטער מוסטער פון ווילעדזש'ס געפיל פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן. זיי האבן דיך פארפאקט מיט אלע קעלבלעך צוזאמען און אויך דעם רב שליט"א און וועלן נישט לאזן בויען א בילדינג וואס דינט אמתדיג און געטריי די געברויכן פון די הייליגע קינדער לרפו"ש.

לאמיר עס נאכאמאל איבערזאגן:
<<<<<<<<<<<<<און אגב, וועלעכע מוסד אין קרית יואל האט פרויען דרייווערס, די סקול דיסטריקט, אדער המספיק>>>>>>>>>>

איך קען זיך נישט צוריקהאלטן פון מאכן דערפון מטעמים, ס'איז ממש אויף א גאלדענעם טאץ, דער ווילעדזש האט זיך נישט געקענט אויסמאלן א בעסערע מפלה פאר זיך אליינס ווי דער פריערדיגער זאץ אום סאמע ערב יום הפורים הבעל"ט.



ווארהייט » 13/3/2006 19:06

ענדליך איז דער זאלי ארויסגעקומען מיט זיינע אמת'ע קאלירן.

האט איר געזען וויאזוי ער אטאקירט אונז איבער די מזוזה אויפ'ן סקול דיסטריקט איבער וואס מיר האבן אזויפיל זיך געפייניגט.

ער קומט אונז איבערצייגן אז מאיר ווערטהיימער איז אן אהרוני ווען בו באשכול שטייט ער און איז מבזה כל הקדוש ביי די אהרונים מיט'ן חוזק מאכן און אפפרעגן אלעס וואס איז הייליג און טייער ביי אונז און ביי אונזער רב.

אויב מאיר ווערטהיימער דרייט זיך מיט אזעלכע שונאים פונעם רב שליט"א זאל ער פארגעסן פון באקומען די שטיצע פון קיין איין אהרוני.

פייפ_ליין » 13/3/2006 19:18


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))

ווארהייט, ווען דער ווילעדזש ובראשם דער יושב הראש דער בארימטער חסיד ומחוסד מו"ה מאיר הירש שליט"א וועט זאגן זיין ויזתא "פאקטיש" זאל ארויסנעמען די פוס פון מויל און אראפנעמען די נארישע ווערטער קעגן סקול דיסטריקט וואס אלע שונאים לייגן אוועק "הארד קאפי", וועלן מיר רעדן וועגן זאליס און אהרונים. איך פארשטיי נישט, פארוואס קען קיינער פון ווילעדזש און די מוסדות הקדושים נישט טרעפן דעם באהאלטענעם כיטרען זאלי "פאקטיש" וואס האט זיי צונאר געלייגט איבער די גאנצע וועלט מיט בלויז איין שורה און אים הייסן דאס אראפנעמען?

אזוי אויך ווען דער אזוי בארימטער חסיד ומחוסד מאיר הירש וועט איבערבעטן מרן הגאב"ד שליט"א פאר אים אויסנוצן אראפצונעמען דעם עיקול און נאכדעם צוריקגיין פייפן אויף די גאנצע וועלט, אינקלאדינג דאס פייפן און אויספייניגן די טייערע קינדער וואס דארפן ספעציעלע הילף, וועלן מיר רעדן פון חסידות.

און בכלל האסטו ווארהייט נישט וואס אריינצורעדן אין דעם גאנצן עסק.

גוטזאגער » 13/3/2006 19:18

איך האב א פארשלאג:

די טעקס ריטוירנס זענען דאך פובליק.

זאל מען דא ארויפלייגן די טעקס ריטוירנס פון אלע ארגאניזאציעס אין קרית יואל אז יעדער זאל קענען זען וויפיל געלט מאיר ווערטהיימער פארדינט און וויפיל געלט אלע אנדערע אנגעשטעלטע פארדינען.

איז דא נאך איינער פון די אלע פיגורן, ווי למשל גדלי' סעגעדין, נחום פריעדמאן, משה אליעזר ניימאן וכו' וואס פארדינען אפילו קרוב צו די פאנטאסטישע סומעס וואס מאיר ווערטהיימער רייסט פון המספיק?

פייפ_ליין » 13/3/2006 19:29


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק))

גוט מארגן גוטזאגער, פארגעס נישט מ'פאסט היינט. לכאורה האסטו טאקע נישט פארגעסן ווייל ביסט אביסל צו נערוועז און אויך איז דיין זכרון נישט אזוי פריש ווי אנדערע טעג.

צום ענין,

לייג צו קאפ: דו ווילסט מזאל ארויסלייגן די טעקס ריטוירנס פון מאיר הירש'ס עי. טי. עם. מאשינען און זייערע מענעדזשערס, און דאס שטעלן אין קאנטראסט מיט המספיק. פיין, אבער דעמאלט וועט מען דארפן האבן א וועירהאוז פאר אלע באקסעס דאקומענטן, ווייל די עי. טי. עם. מאשינען ציילן זיך אין גרויסע נאמבערס. איך וואלט געראטן זאלסט נישט רעדן פון קיין געלט און טעקס רעטוירנס ווייל דו וועסט באלד אויסזען ווי "פאקטיש" און זיך פארשמירן איינמאל און א גוטס פאר די ביכער.

אבער אז דו האסט שוין יא צוטריט צו המספיק טעקס דאקומענטן, האסטו זיכער צוטריט צו וועד הקרי'ס דאקומענטן, וואס דארפסטו מיך האבן, לייג זיי אליינס ארויס, דו האסטוך זיי אלע אונטער די האנט, גולם איינער.

דרך אגב דערמאנסטו עטליכע יחידים וואס איז אומיושרדיג. אויף דעם גאנצן אשכול ווערט נישט דערמאנט קיין איינציגער יחיד (אויסער די צוויי צדדים מאיר ווערטהיימער און מאיר הירש) דורך די שרייבערס, אויסער די ווילעדזש שרייבערס וואס האבן יעדן פארפאקט ווען עס דינט זייער היידפארק געברויך. נאכאמאל, לאז ארויס נעמען פון פערזענליכע מענטשן.

בכל אופן ווילסטו מיט די אנדערע פויערן פון קרעטשמע פארדרייען די טעמע אהער און אהין, קודם וויש אויף די טשיקן אפפאל וואס "פאקטיש" האט ענק אנגעשמירט און נאכדעם לאז די טייערע קינדער פון המספיק באקומען זייער בילדינג, ווי עס פארלאנגען זייערע דאקטוירים און עלטערן און עסקנים און רבנים פון די גאנצע וועלט ובראשם מרן הגאב"ד שליט"א. א פארמעסט פון דאקומענטן קען נאכפאלגן, אויב דו ווילסט דוקא.



ווארהייט » 13/3/2006 19:29

איך מעג אריינרעדן דא פונקט ווי יעדער איינער.

פאקטיש שרייבט שוין אויף היידפארק א שיינע שטיק צייט, און ער איז א געבראטענער אהרוני. וואס קומסטו מיט דיינע שטותים אז ער איז א זאלי?

איך בין מודה אז פאקטיש האט נישט געטאנצן חסדי השם אין ראדני אן קיין קאפל אין שטריימל.

אבער פון די אנדערע זייט האט ער אויך נישט:

- געהעצט מענטשן צו שטימען קעגן דעם רב'ס קאנדידאטן אין די ווילידזש וואלן.

- געהעצט קעגן דעם ווילעדזש וואס דער רב איז אזוי שטארק אינטערעסירט אין איר הצלחה צוליב כמה וכמה סיבות, און ווייטאגט פערזענליך איבער יעדן דורכפאל וואס דער ווילידזש האט.

- געהעצט קעגן דעם סקול דיסטריקט, וואס אונזער רבי און רב האבן אזוי געבלוטיגט דערפאר.

- זיך מתחצף געווען פאר'ן רב ווען דער רב האט אים געהייסן ער זאל נישט ווערן א באורד מעמבער אין המספיק.

ארענדאר » 13/3/2006 19:34

להתוודע ולהגלות קבל כל העולם ומלואו

להציל עשוקים  מיד עושקו



דא וועט מען זעהן די ריזן סכומים וואס דער דער "גוזל את הרבים" און  מועל בהקדש

דער מולטי -מיליאנער פון  הקדש געלד
 
דער גזלן וחמסן פונעם ציבור, מאיר ווערטהיימער באראבעוועט יערליך פאר זיך אין קעשענע !!!


דא זעהט מען די פעדעראלע 990 form  , ווי מען זעהט עם שיינעם געהאלט פון 100,800,00  ( $2000  דאלער א וואך), אין יאר 1999 למספרם', ווען די לעגאלע באורד מעמבערס פון המספיק די עוסקים בצרכי ציבור באמונה שלא על מנת לקבל פרס, האבן באשטימט דעם געהאלט, פאר מאיר ווערטהיימער, אלס מנהל און הויפט ארבייטער און המספיק.

דער געהאלט איז געקומען פון די אראנדזש אפטיילונג פונעם מוסד, און פונעם ראקלענד אפטיילונג  האט ער גארנישט באקומען. 


תוקן על ידי - ארענדאר - 13/03/2006 19:33:09
[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 13/3/2006 19:36

 פייפ-ליין, קיפ אן, שעלט. איך רייב מיך די בויך מיט פארגעניגן.

אדרבא, זאל מען ארויפלייגן די טעקס ריטוירנס פון ועד הקרי' און קוקן וואס מאיר הירש'ס אפיציעלע געהאלט פון ועד הקרי' איז. (ערגעץ צווישן 0 און 100 בילאו 0).

און זאל מען דערנאך ארויפלייגן די טעקס ריטוירנס פון המספיק און זאל יעדער זען וויפיל מאיר ווערטהיימער פארדינט (אויף די בוקס - איך רעד שוין נישט פון וויפיל ער רייסט פון די גאווערמענט אונטער'ן טיש פאר פארשידענע דריידעלעך פראגראמען).

יעצט שעלט ווייטער. שרייב תגובות וויפיל ס'לאזט זיך. דעם אמת וועסטו אבער נישט קענען פארהוילן.

בלאט: 1 2 3 4 5 6 7