מלחמה הירש און המספיק
334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1832924
3
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאר אזוי, אהרונימלעך, רייסטס ענק ביי די נעזער. מאיר ווערטהיימער איז די נעקסטע יאסל וואלדמאן, מאיר הירש איז די נעקסטע משה גבאי, און דעס ביסעלענוואס איז נאך געבליבן פון ענק וועלן ענק סעלף דיסטרויען...
ווי גוט האט מיר עמיצער געזאגט שוין לאנג צוריק, אז די אהרונים זענען א באנדע צוריקעבליבענע נישט ציווילע פארשוינען, וואס נאר אזא טעראריסט ווי משה גבאי קענען צאמהאלטן, און יעצט אז משה איז שוין מיד געווארן פון זיי, זענען זיי געבליבן מיט דעם טשיקען אהרן, און אלע זיינע מענטשן גייען זיך ארומרייסן ווי די טשיקענס ביז סוועט פון זיי גארנישט בלייבן!
חכם עדיף מנביא!
אנטווערפענער רב
איך געדענק, ווען אזעלעכע, איידעלע, געטרייע, גוטהארציגע, וואוילע, ערליכע, געשמאקע, בא'חן'טע
שונאים פון אהרונים/סאטמאר, האבן זיך ארום געדרייט מיט דעם לאזונג, וואס מען האט אנגעלייגט
אויפן קלויזענבורגע רבי,
אז סאטמאר קען זיך נאר קריגן, און ווען זיי וועלן זיך ענדיגן קריגן מיט יעדן איינעם, וועלן
זיי זיך אנהויבן קריגן מיט זיך אליין
נו, וואס מיינט איר, איז געווארן פון די פאראויסזאגונגען פון די אלע חכמים
באבוב די דזשענטעלייט, קריגן זיך "נישט" , אין וויזשניץ ווי עס הערשט אהבת ישראל קריגט מען
זיך "נישט" אין אלע ריכטונגען, די צוריקגעשטאנע טאהש ווי עס איז שוין נישטא, די רעבעצין, דער
ברודער, דער גבאי, קריגט מען זיך "נישט", די ממשיכי דרך החסידות אין סקווירא, איז "נישט" די
רייבערייען האלטן ביים ארויףקומען אוףי די אויבערפלאך, און טאקע די קלויזשע וואס פון זיי
שטאמט די מימרא, איז איבעריג צו זאגן אז מען קריגט זיך "נישט" אין בעלזא הישן/החדש איז נאר דא
די אלטע מחלוקה, אין ספינקא איז שלום ושלוה,
נו, וועלעכע חסידות איך האב פארגעסן אויסצורעכענען אז מען קריגט זיך נישט, זאל אנעמען מיין
איבערבעטונג
און אנווערפענער בעלגישער חכם, ווען מיין שטאלץ וואלט מיר ערלויבט, וואלט איך אריין די דעבאטע
מיט דיין טיפ חכמים, וואס האבן געשטיצט משה פריעדמאן אלע יארן, צו דורכגיין, אז אלעס איז טאקע
געווען קרית יואל רב שליט"א און דער רבי שליט"א ובפרט זיין 'געטרייע' גבאי, זענען נאר געווען
קוים קוים זייט שפילער
אבער וואס זאל איך טאן אז עס איז שוין דא 2-3 יאר פון ווען איך בין ארויס פון ישיבה, און עס
פאסט נישט פאר מיר, זיך אראפצולאזן אזוי נידעריג
מר. גאזעט א גוט מארגן אייך
א קליינע פראגע, דו אזויווי דיין בעה"ב, זענט איר נאך אלץ חסידים פון כ"ק דער רב שליט"א, נישט
אזוי???
איז אויב אזוי וויל איך דיר פרעגן, א קורצע פראגע, לויט דיר, שטעל דיר פאר, ווען מיר אהרונים
פעלשן ווען באורד מיטינגן, אז כאילו יעקב כהנא אדער שאול פערלשטיין, האט אזוי געזאגט אזוי
געטאן, וויפיל שאנסן האלטסו וואלט געווען, אז כהנא און פערלשטיין זאלן נישט אריין אין געריכט
דערמיט
מה שאין כן, דער ארענטליכער ר' ליפא גראס, וואס ווי יעדער קען זעהן דא, די צעטליך פון די
מכלומרשטע באורד מיטינג, וואס מיינט איר האט ר' ליפא געטאן, וואס האט ר' מאיר הירש געטאן,
וואס האט ר' בערל פאלאטשעק געטאן, נו, ... גארנישט,
און וואס מיינט איר שרייט דער רויטער מזה בן מזה למשפחת ווערטהיימער, אז ר' ליפא גראס איז א
מסור,
שוטה שבעולם, ווען ר' ליפא גייט ווען אין געריכט לייקענען די פאלשע מיטינגען, וואלט מר. גאזעט
המכונה פייפליין ,נישט געקענט מאכן קיין אשכול, ווייל עס וואלט שוין לאנג נישט געווען קיין אישו,
ובכגון דא נאמר, ראו מה בין בני לבן חמי
פרישע גרויליגע העצערישע מאסן-אימעילס
מיט אומאויפהערליכע שקרים און בלבולים
פון דעם דער גוזל את הרבים ומועל בהקדש,
דער זייפן און מוחזק שקרן ורמאי,
הגזלן מאיר ווערטהיימער
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]2
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]
ענדליך צום 37'סטען טאג האט שוין ר' עמרם גענומען די פענע
אבער נאר נישט וויינען מאר נישט וויינען.........
ווייל יעדער ווייססט אז you are there for the money$$$$
האסטו דיך שוין איינמאל אראפ געבויגען צובינדען די שיך פאר א נשמה'לע????
וויאזוי זאגט די שלעכטע מאמע גזרו את הילד והכסף תקחו.
נאך דריי טאג לאזן די סטאדע ווילעדזש שווענץ אויסגארגלען אויף היידפארק אלעס וואס זיי האבן ארויסגעלייגט ביים בית דין און ארויס בשן ועין, און נישט כאפן די מינדעסטע בליק אהין, קומט זיך א שטיקל באזוך אין קרעטשמע... אמת, ארענדאר?
דער עולם ליינט די אלע מוראדיגע "דאקומענטן" און קייכט פאר געלעכטער, פונקט ווי בית דין האט געלאכט דערפון. ענק האבן געלייגט נאכאמאל דעם פסק דין חלקי מיט רויטע און גרינע ליינס פון אלע זייטן, אבער דאס טוישט נישט דעם איינציגן וויכטיגן פסק דערינען אז דער פארלאנג פון צד א' (ווילעדזש-הירש) אז בית דין זאל לייגן א "עיקול" קעגן צד ב' (המספיק) אז המספיק זאל נישט קענען בויען די נייע בילדינג, האט דער בית דין נישט עפראווט, וואס מיינט בית דין האט אזוי צוקערדיג אפגעווארפן פון טיש יעדע חלום פון ווילעדזש צו טשעפן המספיק פון בויען די בילדינג.
און ענק גייען נאך ארויפלייגן דעם פסק דין נאכאמאל און נאכאמאל, העי, וואס טוט מען נישט פאר כבוד?
ענק קענען ארויפלייגן די גאנצע ניו יארק פובליק לייברערי, איי אר עס און סטעיט דעפארטמענט ארכיווען, און עס וועט נישט טוישן א האר פון דת תורתינו הקדושה כמצווה עלינו על ידי בית דין בישראל זבל"א זבל"א ושליש.
ענק קענען רעדן פון מרן הגאב"ד שליט"א וויפיל עס גייט, דער רעקארד פון מאיר ווערטהיימער רעדט פאר זיך אליינס. נישט בחינם איז מרן הגאב"ד שליט"א געקומען זיך פערזענליך משתתף זיין און אויפטרעטן מיט דברי ברכה ביים חנוכת הבית פון המספיק'ס אכטע היים פאר ספעציעלע קינדער, "גרענדוויו ברודערהיים" אין מאנסי פאר טייערע אומשולדיגע נשמה'לעך אין גאר שוואכע גופים. דער רב שליט"א האט געזאגט א מוראדיגע דרשה, שטייענדיג א וואך פאר סליחות א האלב יאר צוריק. דאס איז שוין עטליכע יאר נאכדעם וואס די ווילעדזש חברה האבן אנטדעקט מקען שארן געלט פאר וועד הקרי' און פארפירן קעגן המספיק.
און קיינער איז ענק נישט חושד אין מיינען דעם כבוד פון מרן הגאב"ד שליט"א ביים פארפירן פארוואס המספיק קוקט נישט אויף חסידות אדער קיין שום אנדערע זאך ווען עס קומט צו העלפן בני אברהם יצחק ויעקב מיט ספעציעלע געברויכן. דער עולם האט ענק שוין געבעטן שטילערהייט צו סטאפן די גרויליגע ראסיזם קעגן די הייליגע נשמהלעך און ענק מיינען דעם "כבוד" פון מרן הגאב"ד שליט"א ביים אריינדרייען אנדערע פארטייען און אנדערע צדדים וואו זיי קומען נישט אריין. ווי מער ענק וועלן איבערקייען דעם טיפשות אלס מער וועט זיך הייבן ענקער כבוד.
שוין אפגערעדט פון די גרויס "כבוד" וואס קרית יואל בכלל באקומט ווען ווילעדזש שרייבערס פארפירן היתכן המספיק "נעמט אריין אלע נידעריגע עלעמענטן..."!
שוין אפגערעדט פון דעם וואס אלע ליינער איבער די גאנצע וועלט זעהן ווי די ווילעדזש שווענץ האלטן זיך נישט צוריק פון אריינשמירן סיי וועמען, ווייל עס "דינט" כלומרשט ענקער צוועק. נארישע טיפשום, פארוואס האבן ענקערע שרייבער אויסגעלייגט דא א חשבון פון באלד 40 פריוואטע מענטשן? וואס האבן זיי חוטא געווען? קיינער האט נישט ליב ווען אפילו זייער בעסטע פריינט פויקט אויס זייער נאמען אויף היידפארק, יהי' מי שיהי', אבער די ווילעדזש האט נישט שום פראבלעם מיט געפילן פאר יענעם ל"ע. אבער געוואלד, וואס האבן זיי חוטא געווען?
ווילסט רעדן פון א ביכל? ס'איז דא מעדיצינען אויף אזעלכע גייסטישע פראבלעמען. די זעלבע זאך מיט די רעדע אין ראדני סטריט. (דו טיפוש איינער, ווער הייסט דיר פארשפרייטן וואס דיין שונא זאגט? וואס טוט מען נישט פאר כבוד...)
אבער מעדיצינען איז נישט גילטיג פאר אזעלכע אומפארשעמטע ברואים פון ווילעדזש אוו קרית יואל וואס ברענגען דא אריין די סכסוכים פון אנדערע קהלות וואס האט נישט קיין שייכות כל דהוא אהער, און יעדער איד דארף מתפלל זיין צום בוכ"ע אז סזאל שוין הערשן שלום ושלוה ביי כלל ישראל. וואס האבן דיר יענע רביים און בנש"ק חוטא געווען?
נאר וואס דען. אידישע געפילן זענען שוין לאנג ליידער אויסגעריסן ביי די שווענצלעך שרייבערס פון ווילעדזש אוו קרית יואל, און היידפארק ליינער האבן עס שוין בייגעוואוינט אויף דעם אשכול גענוג און נאך, פון אטאקירן פרעמדע קהלות נאות בישראל ביז אויספראקן א גוטע פערציג אומשולדיגע בעלי בתים פון אלע חרדישע געגנטער ביז אטאקירן די טייערע ספעציעלע קינדער פערזענליך מיט כל מיני לשונות של גנאי כגרועים שבאומות.
און כמעט פארגעסן, דאס אלעס פאר'ן "כבוד" פון מרן הגאב"ד שליט"א ווי יעדער זעהט טאקע בפירוש.
--
איצט גייט מען צוריק צו דער ארבייט, אבער מוועט אריינפאלן דא אין אשכול איינס-צוויי מאל א וואך.
געוואלד און געשריגן!
עס איז שוין דער
זיבן און דרייסיגסטער טאג
פון ווען דער
זעלבסט געקרוינטער פירער
פון המספיק
וואס האט ווידערשפעניגט
זיינע אמת'ע בעלי בתים
די לעגאלע באורד פון המספיק
און זיי ארויסגעווארפן אומלעגאל
האט זיך גענומען דמיונ'ען אז איינער האט אים
מוסר געווען לעכו"ם
אין דירעקטן קאנטראסט פון די אמת'ע פאקטן
כדי צו זעטיגן תאות השררה והנצחון
ע"כ ווערט דער פארשוין געבעטן ער זאל איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן פון וואספארא מסירה ער רעדט.
זאל ער זיך נישט שפילן מיט די
בלוט פון אומשולדיגע קראנקע קינדער
נאר זאל ער איינמאל פאר אלעמאל אונז ווייזן די דאקומענטן אז מען האט אים מכלומר'שט גע'מסר'ט
גאזעט
פארוואס רעדסטו "יא" פון רב באזוך ביי המספיק פאר א האלב יאר צוריק
פאר רעדסטו "נישט" פון ווערטהיימער באזוך ביים רב שליט"א פארגאגענעם ליל שישי פרשת תשא תשס"ו
ווייל......... הרוצה לשקר ירחיק עדותו
אבער פאר די אלע נייטראלע ליינער, וואס מעלדן דיר אין אישית, וויאזוי זיי לאכן אויס די
ווילידזש איינגעשטעלט - ווי די רופסט אלע וואס זענען נישט איינשטימיק מיט ווערטהיימער און
זיין גאזעט שרייבער - פארוואס פאר זיי מעלדטסטו נישט, עטוואס וואס איז געווען דארט די האלבע
שטונדע, וואס האט ווערטהיימער געוואלט, און וואס האט ער יא/נישט באקומען
די מעשה מיט ווערטהיימער'ס מסירה איז ווערד קעש. מען דארף עס איבערדערציילן נאר כדי דער עולם זאל וויסן מיט וואספארא מטורף מען האט דא צו טאן.
מיט בערך 37 טעג צוריק (איך האב עס נישט אפגעציילט. איך פארלאז מיך אויף ווערטהיימער אז ער קען גוט רעכענען) איז פארגעקומען א ווילידזש מיטינג וואו מען האט באהאנדלט דעם פערמיט פאר'ן בנין פון המספיק.
די לעגאלע באורד פון המספיק וואס איז באשטימט געווארן דורכ'ן רב שליט"א איז אראפגעקומען צו יענעם מיטינג און גע'טענה'ט אז זיי געבן נישט קיין רשות צו בויען דעם בילדינג. די ווילידזש אפישעלס האבן דעריבער באשלאסן זיך נישט אריינצומישן אין דעם קאנפליקט, און עס איז געבליבן אז ווילאנג מען ווייסט נישט ווער עס איז די באורד פון המספיק קען מען נישט געבן דעם פערמיט.
די מיניטס פון יענע מיטינג איז דערנאך צוגעשיקט געווארן צו די ווילידזש אפישעלס און צו ביידע צדדים פון דעם המספיק קאנפליקט, די לעגאלע באורד און מאיר ווערטהיימער. ווי נאר ווערטהיימער האט באקומען די פאפירן איז ער געווארן ווילד ווי א צאפ און האט אנגעפאנגען צו שרייען, מוסרים! מוסרים!
איר וואונדערט זיך אוודאי וואו קומט דא אריין מסירה?
נאר, הערט און שטוינט. ווערטהיימער טענה'ט שוין פונלאנג אז ער איז נישט קיין פריוואטער מענטש, נאר ער איז ניו יארק סטעיט, ווייל ער ארבעט דאך מכלומר'שט פאר ניו יארק סטעיט.
אלזא, ווען די ווילידזש שיקט אזעלכע פאפירן צו ווערטהיימער מיינט דאס אז זיי האבן אים פאר'מסר'ט פאר די סטעיט, ווייל ווי געזאגט איז ער דאך ניו יארק סטעיט אליינס.
נו זאגט איר אליינס איז דאס נישט קיין מסירה?
לצים זאגן אז ווי נאר מאיר ווערטהיימער (כ'מיין ניו יארק סטעיט) האט באקומען די מסירה האט ער תיכף דורכגעפירט אן אויספארשונג אויף זיך, און באשלאסן אז עס קומט זיך אים צען יאר תפיסה פאר אזא הארבע פארברעכן פון פעלשן אונטערשריפטן, און אין די פלענס פון זיין בילדינג האט ווערטהיימער באשטימט איין צימער וואס וועט דינען אלס א צעל, וואו ער וועט אויסדינען די טורמע טערמין וואס די ווילידזש מוסרים האבן ארויפגעלייגט אויף אים...
אה . יעצט הער איך אז ווערטהיימער וויל פארהאנדלען
עפעס א דיל ליגט אויפן טיש אז ביידע זאלן זיין ציפרידען, והמבין יבין
איז כדאי אז מען זאל יעצט נישט גיסען אויל צים פייער
תוקן על ידי - kj_village - 21/03/2006 4:58:45
איך וואלט ווען געענטפערט אלע ענקערע שווערע קשיות, נאר איין זאך ווען מאיר ווערטהיימער, און מאיר הירש וועלן שלום מאכן, וויל איך נישט בלייבן קיין חוזק.[בילד – נישט אפגעהיט]
און פאר די זעלבע סבה שרייב איך כמעט נישט קיין פאליטיק.
איך קען מיך נישט איינהאלטן, איך האב געקוקט אלע באשרייבעכץ, און איך האב עכט נישט געוואלט אריינשרייבן, ווייל מוועט מיך באשייגעצן אז איך באלאנג צו א זייט, און איך האב נישט אזויפיל צייט צו זיצן א גאנצן טאג אויף היידפארק און קוקן אלעס און מיך צוריק טאנען.
אבער נאך די גאנצע באשרייבעכץ זע איך איין זאך, מאיר הירש טאנעט אז סאיז נכסי ציבור, און מאיר ווערטהיימער טאנעט אז סאיז נכסי יחיד, אויף דעם איז דא א דין תורה, און איך טראסט מער דעם גראבער אנגעגעסענער חסיד פונעם מארמאראשער, מער ווי סיי וועלכע היידפארק שרייבער, אפילו אויב ער איז די גרעסטע תלמיד חכם... סאו איך גלייב אז אין דעם איז בכלל נישטא וואס זיך צו טאנען, ווייל סאיז דאך ביי א די"ת, און לויט ווי סשמעקט פון די תגובות פון די הירש שרייבערס דא זעט אויס אז סגייט דערווייל בעסער פאר מאיר ווערטהיימער ביי די די"ת.
אויב וועט די דין תורה פאסקענען אז ווערטהיימער איז גערעכט און סאיז זיינס, האט דאך ווערטהיימער געהאט די פול רייט צו נעמען וויפיל סגייט, ווילאנג די קינדערלעך באקומען אלעס וואס זיי דארפן, וואס דעס איז נישט מעגליך צו לייקנען און דעס ווייסט די גאנצע גאס אז המספיק געט די בעסטע סערוויס פאר ווער סדארף צו זיי אנקומען.
דעס מיינט אז אלע גרויסע גראבע געקאלערטע גרינע און רויטע אותיות דא איז גארנישט ווערט, ביז ווי לאנג די דין תורה פאסקענט נישט.
ווידער בנוגע ווער סאיז א עכטער חסיד פון רב, אין מיינע אויגן זענען סיי מאיר הירש און סיי מאיר ווערטהיימער עכט געטריי פארן רב, אבער ביידע וועלן פארקוקן די רבס כבוד ווען סקומט צו זייערע פרייוועט אינטערעסן, דעס איז זיכער אז מאיר הירש וועט קיינמאל נישט געווינען קיין פייט ביים עולם איבער ווער סאיז א גרעסערער חסיד, ווייל אפילו די הירש שרייבערס דא האבן מודה געווען אז מאיר הירש איז א מעסיגער, און איך וואלט ענק געראטן עטץ זאלטץ אויפהערן מיט די נערישע געטענעריי ווער סאיז יא אדער נישט א חסיד, סברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם פון אונז.
דעס איז זיכער אז ווער סגייט געווינען די דין תורה דער וועט געווינען די קעיס און די דעת הקהל.
אה . יעצט הער איך אז ווערטהיימער וויל פארהאנדלען
עפעס א דיל ליגט אויפן טיש אז ביידע זאלן זיין ציפרידען, והמבין יבין
איז כדאי אז מען זאל יעצט נישט גיסען אויל צים פייער
תוקן על ידי - kj_village - 21/03/2006 5:00:00
שקל שלם
דו האסט נאך נישט געענטפערט מיין פראגע, מעג מאיר הירש נעמען וועד הקרי' פאר זיך, אויב וועט
ער געוינען ביי דין תורה
יא אדער ניין
די אומשולדיגע קינדערליך און די געטרייע המספיק ארבייטער וויינען און פאדערן שוין לאנגע יארן פון
דעם גוזל מן הציבור ומועל בהקדש מאיר ווערטהיימער
מען מוז לטובתינו אינסטאלירן א עלעיוועטאר פארן דעי העב און שאפינג סענטער.
מיר האבן געוויינט יאמערליך
האב אויף אונז רחמנות
חוס ורחם עלינו
--------------------------------------------------
ועדיין לא נושענו !!!
די געוויינען און געיאמער, פאלן אויף טויבע אויערן.
דער גזלן און גנב מאיר ווערטהיימער וויל נישט בויען דעם עלעוועטער בשום אופן, ווייל ער וויל האבן א בארעכטיגונג צו בויען א בילדינג וואס וועט קאסטן 3,000,000.00, כדי די אומשולדיגע קינדער זאלן האבן א עלעוועיטער וואס באטרעפט 20,000.00 .
די טייערע שעפעלעך שרייען פאר דעם גוזל מן הציבור ומועל בהקדש
מיר זענען נישט דיין אייגענטום כחומר ביד היוצר
מיר זענען נישט דיינע קאנאנען פלייש, פאר דיינע געמיינע גזל וחמס אגענדע
אונזער בלוט און טרערן איז נישט הפקר
געב אונז דעם עלעוועיטער זאפארט
דו פארדינסט צוליב אונזער פיין און צער, 10.000 א וואך (מונימים).
אבער א צו בויען פאר אונז א עלעוועיטער קאסט בלויז 20.000 דאלער !!!!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
(פון אישי)
מזל טוב ר' מאיר (הירש) פאר זוכה זיין צו פירן נאך א קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת. השי"ת זאל העלפן איר זאלט זעהן פון דעם קינד און די גאנצע משפחה אסאך אידיש נחת געזונטערהייט מיט הצלחה בכל ענינים עד ביאת הגואל.
די שמחה זאל משפיע זיין נאך שמחות ביי אייך און ביי גאנץ כלל ישראל. אמן.
פאקטיש, וואס א פראגע? אויב סאיז דא א דין תורה און מאיר הירש געווינט אז סאיז זיין פערזענליכע אייגנטים, מעג ער עס הונדערט פערצענט נעמען פאר זיך! א נארמאלע דין תורה מיט א נארמאלע בית דין פארשטייט זיך.
אבער איך בין הונדערט פערצענט אז מאיר הירש וועט קיינמאל אזא דין תורה נישט געווינען, ביי מאיר ווערטהיימער ווייס איך נישט, ווייל איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים.
ועד הקרי' איז מאיר הירש יעצט אליינס מודה אז סאיז נכסי ציבור, ווידער מאיר ווערטהיימער האט אלעמאל געטאנעט אז המספיק איז זיינס פרייוועט, און וועגן דעם האט ער אינוועסטעט געלט אין דעם. אפילו ועד הקרי' האט אויך אינוועסטעט, און פאר דעם בין איך טאקע צומישט ווער איז גערעכט.
און איך מיין אז שטילערהייט וועסטו מיך מודה זיין אז אויב מאיר הירש געווינט אזא דין תורה, וועט ער טאקע עכט נעמען פאר זיך גאנץ ועד הקרי'... ער וועט נאר נישט באצאלן פאר ארענדער און פאקטיש אז זיי זאלן מאכן ריזיגע געקאלערטע אותיות אויף היידפארק קעגן די "גוזל את הרבים ומועל בהקדש" מאיר הירש...
שקל שלם
אט דא שטעקט דיין טעות
די אויסדרוק נארמאלע בית דין מיט א נארמאלע דין תורה
דאס איז דיין אויסדרוק און דארט שטעקט דיין טעות
איך וועל דיר מוזן מסביר זיין א אנדערס מאל, אבער ווען איז געווען די ערשטע מאל וואס
ווערטהיימער האט דערקלערט המספיק פאר זיין פריוואט, איך זעה אז מר. גאזעט וויל דאס נישט
דערקלערן, ווייל א חלק פון זיין דו-פנים איז אר ער לייקנט דאס נאך פאר פילע מענטשן
און אז איך האלט אז וועד הקרי' איז נכסי ציבור, ווער זאגט אז ר' מאיר הירש קען נישט זאגן
פארקערט ביי דין תורה
(פון אישי)
פאקטיש,
דו ווילסט "מסביר זיין אן אנדערס מאל" אז נאר ביי "נארמאלע בית דין מיט א נארמאלע דין תורה" איז א המספיק געווינס קעגן וועד הקרי' "אויסגעהאלטן" מה שאין כן ביי א זבל"א זבל"א ושליש בית דין וואס...
סטאפ!
האב שכל, גיי צו די חתונה און טאנץ דיך גוט אויס, אנשטאט פאררעדן די ציין אין וואנט אריין, נאכאמאל, קעגן דיין אייגענעם בורר. ענק האבן זיך שוין גענוג געשאסן אין די פוס אריין דורך צאמרעדן שטותים און הבלים דא וואס מאכן ענק נאר ביטערע שאדן (גיי זוך ארום אין די 15 בלעטער), פארזינדיג נישט נאכאמאל ביום שמחת לבו.
נארמאלע בית דין האב איך געמיינט צו זאגן נישט אזא בי"ד ווי די זאליס האבן געמאכט אין וומ"ס מיט פרידמאן און פילאפ.
איך ווייס אז מאיר הירש קען טרעפן אין די וועלט דריי דיינים פאר זיך, ספעשילי ביי די זאליס וואס קענען באשטיין אז מאיר זאל האבן די געלט און נישט דער רב.
א זבל"א מיט א שליש וואס ביידע זייטן האבן איינגעשטימט פאר די די"ת הייסט אויסדריקליך א נארמאלע בי"ד, אדרבא, ווייז מיר א בעסערע שליש אין די היינטיגע דיינים וועלט, און ווייז מיר שוין ביי די וועי אויך א בעל דין וואס האט נישט בארעדט זיין דיין ווען ער האט געזען אז ער האלט ביי פארלירן די די"ת...
נאכאמאל, איך האב נישט קיין השגה וואו סהאלט די דין תורה ביי הירש און ווערטהיימער, אבער ווען מקומט דא אויף היידפארק שעלטן מאכט עס נישט א גוטע אנדרוק...
שקל האסט מיר נישט געהערט שעלטן
די נקודה איז זייער פשוט
אויב ביזטו באקאנט מיט דיני תורה, געווינט נישט אייביג דער גערעכטער, נאר אמאל געווינט דער
גרעסערער ליגנער, און אמאל ווער ס'האט מער הלכה'דיגע טענות, ובפרט אז יענער איז א מוחזק
איך האב קיינמאל נישט געפלאנט, זיך צו שטעלן דא, און ערקלערן אז בתי דינים, זאל ח"ו נישט זיין
די דעת המכרעת,
מיין נקודה איז, אז די איינציגע וועג ווי אזוי ווערטהיימער קען געווינען די דין תורה, איז
דורך שקר, דורך שפילן מוחזק,
אבער בעיקר, דורך ארבעטן קעגן רב שליט"א
מיין נקודה ווען וועד הקר'י איז געווען, און לויט דיין תירוץ, האסטו דאס מחזק געווען, אז ביי
דיר איז וועד הקרי' נכסי ציבור, אבער אויב וועט ר' מאיר הירש געווינען א דין תורה אויף דעם
ביזטו מבטל דיין דעת
אבער למעשה ענטפערסטו ביידע וועגן, די דעקלעסט אין די זעלבן אטעם, אז יא, אז בי"'ד פסק'נט איז
ער אוודאי גערעכט, אבער למעשה זאגסטו אז דאס "'קען נישט געשעהן" איז מיין פראגע, פארווואס
האלסטו נישט אז דאס קען געשעהן
די איינציגע סיבה פארוואס דאס קען נישט געשעהן, איז ווייל ר' מאיר הירש איז נישט אזא
נידעריגער מענטש ווי דער ווערטהיימער
אבער, צוריק צו די נושא ווער עס קען געווינען א דין תורה, און צו דער גערעכטער געווינט א דין
תורה, און צו דער הלכה'דיגער געווינער איז דער אמת'ער געווינער
אבער דאס וועט מוזן געשעהן אביסל שפעטער
שוין לאנג נישט געווען א חתונה ווי נעכטען אין קר"י
א אנגעשטאפטע זאל
קארן געווען געפארקט ביז ארויף ישראל זופניק מער ווי סיי וועלכע דינער אדער מסיבה עס קומט פאר אין פערעדייס
איך ווייס אבער נישט פאר וועס מען איז געקומען פאר די חתן זייט אדער די כלה'ס זייט....?????????
איך מיין אז שמואל אבערלענדער האט חתונה געמאכט א אייניקל
ווערטהיימער אימעיל דעדליין
פון דעם "גוזל מן הציבור, ומועל בהקדש"
מאיר ווערטהיימער
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
כאפטס אריין א וואדקע
[בילד – נישט אפגעהיט]פאקטיש. האסט א פוינט, איך האב שוין אליינס געזען דיו תורהס וואס מענטשן האבן פארלוירן אפילו זיי זענען געווען די גערעכטע, אבער צוויי זאכן בין איך נאך אלץ מחולק מיט דיר. 1)אז ועד הקרי' איז הונדערט פערצענט א פאבליק ארגעניזעישאן, אבער המספיק ווייס איך נישט. א דין תורה דארף איך נאר דארט וואו איך ווייס נישט, ממילא ביי ועד הקרי' וועל איך וויסן אז אויב מאיר הירש האט געווינען איז עס געווען מיט ליגענט. 2)וועסט מיך נישט קענען קאנווינסן אז מאיר הירש וועט נישט נעמען די לאטס פאר זיך, אויב למשל די רב וועט אים אמאל הייסן עס אוועקגעבן פאר אנדערע, און אויב ער גייט וויסן אז ער גייט געווינען די דין תורה, איך האלט נישט אז מאיר הירש איז מיט דעם א גרעסערע צדיק ווי ווערטהיימער.
דעס בין איך מודה אז הירש דארף נישט די לאטס פאר געלט, אבער יא פאר פאוער.
שקל און פאקטיש
איך בעט רשות זיך אריינצורעדן !
צו דיר שקל
דו שרייבסט:
ווידער מאיר ווערטהיימער האט אלעמאל געטאנעט אז המספיק איז זיינס פרייוועט
נישט ריכטיג !
מאיר ווערטהיימער האט דאס קיינמאל נישט געטאנעט, און די ישיבה האט טאקע כסדר גענאסן פון המספיק, (אויף א באגרעניצטע פארנעם), און מאיר ווערטהיימער האט גארנישט געטאנעט, אז עס איז זיינס פרייוועט, בלויז ווען עס געבליבען א ריזיגען סורפלוס פון 600,000 $ אינעם המספיק סעיווינגס אקאונט, דאן האט מאיר ווערטהיימער געבוירן די טענה אז דאס איז גאר זיינס פריוואט, און ווען די באורד האט זיך קעגן געשטעלט האט ער זיי בגניבה ארויסגעשטעלט פון המספיק.
לעצטע נייעס!
נאכדעם וואס די שווענצלעך פון ווילעדזש אוו קרית יואל האבן די לעצטע וואכן געוויזן זייער מענטשליכקייט דא אויף היידפארק פאר יעדן צו זעהן, זייער געפיל צום אייגענעם בורר ביים בית דין, זייערע געפילן צו די הייליגע ספעשל קינדער פון המספיק, האט דער ווילעדזש ענדליך ארויסגעוויזן איר אמתע פרצוף הונדערט פראצענט אפיציעל.
באצאלט מיט אידיש געלט דאון פעימענטס און וואסער בילס און סקול טעקס האט דער לאיער פון ווילעדזש און וועד הקרי' געשיקט בריווען צו ווילעדזש מעיאר, טראסטיס, פלענינג באורד, המספיק און ווילעדזש אינספעקטארס, וואס זאגט קלאר און דייטליך אז דער ווילעדזש זאל נישט געבן קיין סייט עפראוועל און בילדינג פערמיט פאר די בילדינג וואס המספיק בויט אין קרית יואל פאר די טייערע קינדערלעך.
ווער איז שאקירט?
ליידער נישט קיין סאך מענטשן. אויסער די געציילטע שווענצלעך שלא נפתחו עיניהם און ווייסן נאך נעבעך נישט וואס מיינט צולייגן א האנט אין די ווילעדזש רציחה קעגן די קראנקע קינדער, און אויסער די קעלבלעך וואס קויפן נעבעך אפ פאר גוט געלט אלעס וואס יענע זייט שאפינג צענטער פארקויפט בלי שום בושה, ווייסט דער ברייטער עולם מיט וועלכע סארט ברואים מען האנדלט דא, ליידער ליידער, ביים שיסל און ביים רעגירונג בענקל פון די הייליגע שטאט קרית יואל.
דאס אלעס קומט נאכדעם וואס דער זבל"א בית דין, צוזאמען מיט די אייגענע בורר פון ווילעדזש וועד הקרי', האט געווארפן פאר'ן ווילעדזש אין פנים אריין די עיקול וואס זיי האבן געוואלט לייגן קעגן המספיק, און בית דין האט געזאגט המספיק מעג בויען די בילדינג.
יא, הנהלת הקרי' פון קרית יואל שיקט א לאיערס צעטל קעגן דעם קלארן פסק פון א בית דין בישראל בזבל"א וזבל"א וואו זיי האבן אליינס אונטערגעשריבן שטרי ברורין. דאס איז היינט קרית יואל ווילעדזש, ליידער, און וועגן דעם ליידן נעבעך די אומשולדיגע קינדער.
דער לאיער שרייבט אויפ'ן באפעל פון זיינע ווילעדזש בעלי בתים אז מען זאל לאזן די "סטעטוס קוואו" ביז נאך דעם אפיציעלן פסק פון בית דין, שוין נאכדעם וואס בית דין האט אפאר מאל געזאגט און געשריבן אז "סטאטוס קוואו" איז המספיק ביי מאיר ווערטהיימער. און זיי פרעגן פארוואס הנהלת קרית יואל ווילעדזש וועד הקרי' זענען "מסרבים לדין"? וועגן דעם!
די געפילן ווערן פארקלעמט, פאר דעם האט רבינו הק' זי"ע מסכים געווען צו האבן א "ווילעדזש"? צו האלטן מלחמה קעגן בחורים און מיידלעך מיט ספעציעלע געברויכן? און זייערע עלטערן? און זייערע געשוויסטער? צו באצאלן "דעם" לאיער צעטל באצאלן אידישע קינדער תושבי קרית יואל סקול טעקס און דאון פעימענטס? פאר "די" בריווען?
ירא הקהל וישפוט, וירא ד' את עני עמו.
תוקן על ידי - סקולדיסריק - 23/03/2006 23:20:52
אבי דער עולם זעהט איין, אז די ווילידזש שעלט
וואס זאגט דער לויער פון די ווילידזש אז ביז נאכן פסק פון בי"ד קען מען נישט בויען, ווייל
אזוי פארלאנגט די באורד פון המספיק ר' ליפא גראס און ר' בערל פאלאטשעק
ממש א רשעות
אדרבה, גאזעט לייג עס ארויף זאל דער עולם אליין זעהן
וואס באהאלסטו עס
הא?????????????????????????????????????????????.
אזא אשכול וואס איז מער ווייניגער אן קיין תוכן ( לויט מיין מיינונג איז אזא שמועס געשמאק נאר אין מקוה בשעת'ן זיך אויסטרוקענען ) און דאך שוין דערגרייכט 20000 צפיות איז היסטאריע און נאך א ראיה אז סתם לשון הרע איינער אויפן צווייטן האבן מענטשן ליעב [בילד – נישט אפגעהיט] ( דאס איז אן זיך אריין מישן און נעמען א מיינונג דערין)
תוקן על ידי - איך_הער - 24/03/2006 0:06:01
דאס איז די תמצית פון גזירת וועד הקרי' קעגן די קראנקע קינדער פון המספיק
March 21,2006
Provider Hamaspik of Orange County, Inc.
51 Forest Road, Suite 302
Monroe NY 10950
To whom it may concern:
This office represents the Village of Kiryas Joel. We must advise you that processing of the above application before the Planning Board has ceased. The existing uncertainties regarding the authorization of the project, which we understand an currently being arbitrated, requires that the review of the application must cease pending the resolution of issues related to the control of the corporation.
This decision does not imply that the Village is in any way determining the validity of the position of any of the parties, but is continuing the status quo until the Village may know with certainty whether or not this application has been properly authorized.
Enclosed please find a copy of our letter to the Board of Trustees concerning this matter:
Donald G. Nichol
cc Hon. Board of Trustees
Hon. Planning Board
Hon. Mayor and Board of Trustees
Village of Kiryas Joel
P.0. Box 566
Monroe, New York 10950
Dear Mayor Wieder and Trustees:
This letter provides legal advice responding to the Planning Board's inquiry on how to address issues which have arisen concerning the above site plan application. The Planning Board is reviewing a site plan application for this new building. The application is purported to be signed by the executive director of the not-for-profit corporation. The Village has now received communication from others purporting to be the board of
directors of the corporation indicating that the application for the site plan approval has not been authorized by the board of directors and, therefore, should be withdrawn and not be acted upon.
Donald G. Nichol
cc: Hon. Planning Board
Gerald MacDonald, Village Engineer
Louis Rosakis, Building Inspector
תוקן על ידי - סקולדיסריק - 24/03/2006 0:13:33
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא איז די אנדערע דאקומענט פון די מסרבים לדין ווילעדזש-ועד הקרי' פון קרית יואל קעגן די קראנקע קינדער פון המספיק
[בילד – נישט אפגעהיט]
פאר דעם באדייט פון די דאקומענטן איז גוט צו ליינען די תגובה (מיט בערך 15 טויזנט תגובות צוריק, זייט 5) וירא הקהל וישפוט
_________
פייפ_ליין
(פון אישי (ייש"כ הרוצה בעילם שמו))
מוסרים ביי דין תורה
די באצאלטע וויליזש אגענטן קענען נישט באהאלטן די פאקטן וועגן די מוסרים און באנדיטן, אבער זיי פראבירן וויפיל מקען ווייל וואספרא פנים קענען מאיר הירש קא טראגן אין קרית יואל און איבעראל בכלל אויב זיי פייפן אן דעם רב מיט התאחדות הרבנים צוזאמען ווען די אנדערע ענין ליגט אין קאורט און משרייט אויף די צד שכנגד ביי יענע ענין פארוואס זיי זענען מסרב לדין וד"ל, אבער זיי קענען פראבירן ביז מארגן,
יענע נאכט פון ווערטהיימערס קינד חתונה זענען די וויליזש מענטשן געקומען מיט פאלשע שמייכל ווינטשן מזל טובס בשעת געוויסע קארס האבן זיך געדרייט ביים שאפינג צענטער מעסטן די בילדינג און פענסטער גרייט צום האלדאפ מארגן צופרי, און פארוואס האבן זיי געדארפט מאכן האלדאפ אז פאליס זאל זיי אוועקטרייבן בחרפות ובושות ווייל המספיק האט געשיקט דריי הזמנות צו דין תורה און זיי האבן זיך אנגעפיפן און אפגעלאכט, זיי האבן אבער געשיקט מסירה צו די גאוורמענט אין אלבאני און געהייסן די סטעיט באשטראפן המספיק מיט הונדערטער טויזנט דאלאר, ווען דריי הזמנות האבן גארנישט אויפגעטאן האט ב"ד געהאלטן ביי ארויסגעבן סירוב דעמאלט זענען ווילעדזש קא. געווען מיט רוקן צום וואנט און געמוזט מאכן דעם האלדאפ דורך אריינקריכן פון די ווינדאו כגרועים שבאומת, נאכדעם האט דער רב שליט"א געהייסן ווילידזש מוז אונטשרייבן שטרי ברורין און מאיר הירש און קא. האט געמוזט גיין צו דין תורה כצאן לטבח,
דאס ציעט זיך שוין אפאר יאר און בי"ד האט שוין אפאר מאל געוואלט געבן פסק דין אבער ווילידזש האט נישט געלאזט ווייל פס"ד מיינט הונדערט פארצענט המספיק געווינט, פארשלעפן זיי יעדע חודש מיט פרישע פורים טענות און עס לויפט חודש לחודש ווי א לופטבאלאן, ב"ד ענדליך האט געגעבן פסק זמני-חלקי כווייס נישט ווי סהייסט הלכהדיג און געשריבן אז מאיר ווערטהיימער איז קלאר בעה"ב און אנדערע צד קעגן זיצן העכער לאנדאו סופערמארקעט און קלאצן, זיי האבן עס נישט דערציילט כמובן און המספיק האט עס נישט דערציילט ווייל וואס פעלט עס אזוי אוויס העיקר מקען ווייטער אנגיין מיט עבודת הקודש,
אבער אגאנצע צייט האבן זיי געהאקט פיסלעך ווי מקען און געמסרט און גערודפט און גענוצט באצאלטע אגענטן נאכצולויפן משפחות און זיי רודפ'ן בייטאג און ביינאכט אוועקצוווארפן המספיק און גיין צו אנדערע וואס המספיק האט פארשוויגן און געלאזט די סערוויס רעדן פאר זיך,
מזאגט אסאך מאל המספיק וואקסט מבויט נייע האומס פאר די טייערע קינדער און נאך פרישע סערוויסעס אבער מזאגט נישט אז סווערט שווערער און שווערער ווייל יעדע פרוטה ווערט נאכגעקוקט אודיטערס קוקן יעדע פאר וואכן, אינספעקטארס פון העלט און בילדינגס און אלבאני און דארט שטייען די ווילעדזש מענטשן און רייצן אויף נאך מער קעגן המספיק מזאל דערגיין די יארן עד פ' אלף מדערגייט די יארן און מטרעפט נאך אלץ גארנישט ב"ה אבער די אלע אינוועסטיגעאשאנס נעמען אויף צייט וואס די קינדער און משפחות ווארטן אויף הילף, אט אזעלכע מוסרים זענען זיי און געבן נישט קיין פיפס פאר קיינעם,
די נייע דעיהעיב בילדינג איז זיי א ביטערע דארן וואס מקען נישט אראפשלינגן און זיי האלטן עס אפ פאר יעדע פרייז, אויף די פסק דין חלקי וואס די ווילזש אגענטון האבן געלייגט דא אויף היידפארק (זייער גאוה האט נעבעך פארבלענדט צו זען ווי ביטער די צעטל איז פאר זיי אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד) זעט מען אז די צד א' (מאיר הירש) האט געבעטן עיקול אז המספיק זאל נישט טארן פארקויפן די לאט און נישט בויען גארנישט, און בי"ד האט נישט געגעבן דעם עיקול נאר געלאזט המספיק בויען!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! אבער די עיקול פון המספיק קעגן בית השחיטה און מצב בעיקערי האט די ב"ד הודעטר פראצענט באשטעטיגט!!!!!!!!!!!!!!! (אויב מזעט שוין נישט די צעטלעך אויף דעם אשכול איז א סימן די שטיין איז געלינגען!!)
נאכדעם זענען זיי געלאפן וויינען ווי ביבערס צום רב שליט"א וועגן דעם עיקול נאר ווייל הירש האט געוואיינט אויף זיינע טשיקנס און נאכדעם האט הירש און קא שוין געניצט דעם רב אויף זייער טינופות און זיי קענען צוריק פייטן די ספעשל קינדער!!!!!!!!!!!!!!
וואס די ווילדזש קאמפאני זאגט אויף דרעינעדזש האב איך געהערט איז נישט ווייניג ווי בלוט בלבול ווייל אויף די הויעךכ בארג וואו וועד הקריה זעלבע קאמפאני וויל בקרוב האבן הונדערטער נייע דירות פאר "בילללללללללללליג" איז א הויכע בארג און די רעגן און שניי וואסער וועט אראפרינען צו המספיק לאט ממילא איז מאיר הירש אויפגעקומן אז המספיק זאל בויען די גרויסע טייערע דרעין סיסטעם פאר די הונדערטער דירות!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! ווייל ער איז אונטן פונעם בארג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!, סאו וואס האט די זבל"א ב"ד געטיען, געלאזט המספיק בויען די בילדינג אפילו אן א פערמיט און וועגן הירש קאמפאניס דרעניניזש פאנטאזיע וועט מען מאכן א אסיפה!!!!!!!!!!!!!!!!!! זיי זענען נישט נאר מוסרים און רוצחים נאר אויך די וועלטס טיפשום ערגער ווי די קעלבלעך וואס זיי מיינען זיי פיטערן!!!!!!!!!!
עד כאן יענע תגובה
________________
ביז היינט האט זיך גארנישט געטוישט, נאר אנשטאט שיקן די שווענצלעך שרייבן דא אויף היידפארק, האט דער ווילעדזש יעצט געהייסן דעם אייגענעם לאיער שרייבט דעם בריוו, אלץ אפישעל פאליסי פון וועד הקרי' און ווילעדזש אוו קרית יואל, זאל יעדער וויסן מיט וועלכע ברואים מען האנדלט דא, זאל יעדער וויסן וויאזוי הנהלת קרית יואל ווילעדזש מאכט פורים פון א זבל"א בית דין און אפילו פון זייער אייגענעם בורר שליט"א, ווייל דער בית דין בישראל האט געהאט די חוצפה צו פסקענען אז המספיק מעג בויען א בילדינג פאר די ספעשל קינדער.
ירא הקהל וישפוט, וירא ד' את עני עמו.
סקול דיסטסט
גענוג...... מיט די שקרים...... און דמיונות........
דא איז דער פסק דין זמני וחלקי, וואס ארענדאר האט געלייגט דא עטליכע טעג צוריק, פון דעם בי"ד בזבל'א וזבל"א, וואס מען זעהט קלאר און דייטליך אלע דיונים וואס זענען אויפגעברענגט געווארן ביים בית דין.
מען זעהט אז דער בית דין האט דערווייל נאר גע'פסק'נט ::
א) זיי האבן מעקל געווען אויף "צייטווייליג", דעם בית השחיטה, נישט צו בויען אויף א איזמענט איבער וועלכע המספיק האט א תביעה, אבער בית דין האט" נישט" מעקל געווען דעם יעצטיגען עקסטענשען פונעם בית השחיטה אזוי ווי מאיר ווערטהיימער האט געפאדערט.
ב) אז בית דין דארף מער הסבר איבער א דרענדיזש סכסוך צווישן די צדדים.
ג) אויב עפעס איז נישט קלאר זאל מען אנפרעגן ביים בית דין.
זעלבסט פארשטענליך אז אויף אלע אנדערע דיונים, אריינגערעכנט אויב דער מאיר ווערטהיימער מעג בויען דעם דעי העב בילדינג, איידער דער בית דין האט ענדגילטיג גע'פסק'נט, איבער דעם צענטראלען דיון, ווער עס האט דעם בעלות אויף המספיק, האט בית דין "נישט" געגעבן קיין צייטווייליגען פסק דין זמני.
זאפארט ווי דעם פסק דין זמני איז ערשינען האט מאיר ווערטהיימער דערקלערט אז ער האט שוין (צום וויפילטען מאל....???...) געווינען... געווינען... געווינען, אבער די לעגאלע המספיק באורד מעמבערס האבען געפאדערט בכל תוקף, אז אין אן א קלארען פסק דין פונעם בית דין, קען מען נישט פארזעצן צו בויען דעם בילדינג.
דאן האט מאיר ווערטהיימער געטון די פאלגענדע שריט::
1) ער האט גענומען א "נקמה" עיקול פון איצא גליק כידוע.
2) ער האט געעפנט א מטורף'דיגע אימעיל קאמפיין וואס האלט אן טאג טעגליך, מיטן גרעסטן אייפער.
3) ער האט געעפנט דעם דאזיגען אשכול אויף היידפארק, און מיט דעם אויסגעלופטערט דעם סכסוך אין רשות הרבים.
, און דער רב שליט"א האט עם אריבערגערופן און געפרעגט?.......וואס איז דער באדייט פון דעם עיקול...... וואס זענען דיינע טענות.......דער בית דין בזבל"א האט דאך גע'פסק'נט אז די בית השחיטה קען יא בויען איבעראל , נאר נישט אויף דעם איזמענט......
האט ער זיך מודה געווען אז באמת האט ער נישט קיין שום טענות אויף דעם בית השחיטה, און ער האט געשריגען פארן רב אלע העצערייען וואס ער העצט אויף די אימעילס און דא אויפן פארק [בילד – נישט אפגעהיט]
ער האט געשריגען און געקאפעט.......
זיי פאלגען אויך נישט.......
בית דין האט גע'פסק'נט אז איך מעג אויך בויען........
מען האט נישט רחמנות.......
האט דער רב שליט"א ארויסגענומען דעם פסק און געזאגט קלאר און דייטליך :::
לדעתי האט דער בית דין נישט גע'פסק'נט אויב דו האסט די בארעכטיגונג צו בויען דעם בילדינג, און ווי לאנג בית דין פסק'נט נישט, האסטו נישט קיינע טענות, אלע "רחמנות" טענות האסטו שוין גע'טענה'ט פארן בית דין, און זיי האבן דאס נישט אנגענומען ווייל אין די תורה שטייט "ודל לא תהדר בריבו" . און דער רב שליט"א האט עם אויפגעפאדערט צו זיין ציית לדינא און זאפארט אפשטעלן אלע בוי פלענער.
מיט דעם קלארען פסק פונעם רב, זענען די לעגאלע המספיק באורד אוו דירעקטארס ווידעראמאל געקומען צום ווילידזש באורד, און פארלאנגט אז מען זאל "ארויסווארפן דעם גאנצן פערמיט ווייל מאיר ווערטהיימער איז נישט אויטאריזירט דורך זיי צו בויען דעם פראיעקט".
אבער דער ווילידזש באורד, האט נאכן דן זיין בכובד ראש, און נאך באראטונגען מיט די ווילידזש לויערס באשלאסן, אז אזוי ווי די גאנצע סכסוך איז ביי א זבל"א, קען דער ווילידזש נישט נעמען קיין שטעלונג, צו ארויס ווארפן דעם פערמיט אפליקעישען, אדער עס צו באשטעטיגען, און דער ווילידזש וועט גארנישט טאן אן א קלארען פסק פון דעם בית דין וואס פארפיגט איבער דעם סכסוך.
[בילד – נישט אפגעהיט] מזל טוב !!!!!
דער גוזל את הציבור ומועל בהקדש מאיר ווערטהיימער, וואס האט געעפענט דעם אשכול אויף היייד פארק, און עקזעקיוטיוו'ט דעם טעגליכע אימעיל קאמפיין איבער דער גארער וועלט, און האט שוין געליארעמט מיט אומצאליגע שקרים און בלבולים, אן קיין שום גרונד, באווייז, דאקומענט, א,א,וו, האט ענדליך נאך 20.000 צפיות, און 240 תגובות, ענדליך ארויף געלייגט דעם
סאמע ערשטע דאקומענט, אויף דעם אשכול,
אבער...... טררררררראך............
און זיין אנגייענדיגער זלזול און גרינגשעצונג, פונעם אונזער אינטעליגענץ. דא אויפן פארק, האט דער שוין היינט באקאנטער פעלשער און מוחזק שקר וזייפן ,, ספעציעל געלייגט דעם דאקומענט אומליינבאר, און האט נאר איבערגעשריבען פאר אונז צו זעהן געקליבענע טיילן פונעם דאקומענט
מר.גזלן, דער פארק איז נישט דער גאזעט.
דא קען מען נישט אנטלויפן פונעם אמת [בילד – נישט אפגעהיט].
און מען קען נישט פרעדיגען שקרים.[בילד – נישט אפגעהיט]
אצינד: לייענט די אומצענזורירטע ווילידזש בריוון
ענגליש
איבער געזעצט אויף אידיש
כאפטס אריין א וואדקע
שוין, מען האלט שוין ערגעץ אויף דעם עולם...
מיט שרייבן אויף די קראנקע קינדער די געמיינסטע ווערטער כגרועים שבאומות ר"ל, מיט אויספראקן צענדליגער יחידים פאר גארנישט דא אויף היידפארק, מיט פיטערן די קעלבלעך אן קיין שום בושה (וואס טוט מען נישט פאר כבוד), קומען זיי נישט אן אין ערגעץ. אבער די לגיונות גיסן נאך אן אויפהער, און ניטאמאל דעם כבוד פון מרן הגאב"ד שליט"א פארשוינען זיי.
דער גרעסטער פסק לטובת המספיק אין "פסק דין זמני" איז דער פסק פון בית דין "נישט" צו לייגן א עיקול פון ווילעדזש וועד הקרי' קעגן די נייע בילדינג. דער אמת שרייט ארויס און די פלייסיגסטע ווילעדזש שרייבערס קענען דאס נישט טוישן, ניטאמאל מיט גרויסע גרינע און רויטע גרעפיקס. נאכאמאל, בית דין האט גענומען דעם "עיקול" וואס דער ווילעדזש האט געוואלט לייגן קעגן המספיק, און עס געווארפן אין פייפליין אריין, לאזנדיג המספיק בויען דעם בילדינג, פערמיט שמערמיט.
יעצט טאמער וויל איינער וויסן וויאזוי צו פיטערן א סטאדע קעלבלעך, גייט צו ווילעדזש אדער וועד הקרי' און לערנט א לעקציע. מאיר הירש און קאמפאני פאדערט פון בית דין מיט די שטרענגסטע לשונות: זאגט פאר מאיר ווערטהיימער ער טאר נישט בויען די בילדינג, און ער טאר אויך נישט פארקויפן די פראפערטי, ווייל ער האט נישט קיין רעכט (לאכט נישט). זאגט בית דין, לחיים טובים ולשלום... איך זאג נישט גארנישט... זאל ער בויען, פארקויפן, המספיק אונטער ווערטהיימער זאל ווייטער טאן פאר די ספעשל קינדער אלעס וואס זיי דארפן... און נאכדעם שיקט דער ווילעדזש זייערע שווענצלעך שרייבערס עסן שטרוי, כ'מיין פיטערן שטרוי...
וויפיל דער ווילעדזש באורד האט "דן געווען בכובד ראש" איז נישט קיין סוד, מקען עס הערן פון די ווילעדזש טראסטיס אליינס, וואס וויינען און פארפירן אז מען האט זיי אריינגעפירט אין באד אריין, זיי קענען נישט אריינרעדן ניטאמאל אן אות אחת אין די ווילעדזש ווירטשאפט, אלעס ווערט געפירט דורך וועד הקרי' בכבודו ובעצמו כחומר ביד היוצר, וויפיל הארץ און געפיל די ווילעדזש טראסטיס האבן פאר די טייערע קינדערלעך, ווערט נעבעך צוטרעטן דורך די מעכטיגע וועד הקרי' און די טראסטיס זענען באלד אזא רחמנות ווי די המספיק קינדערלעך - מען טריט זיי די זעלבע וד"ל.
גאזעט
מיט וועלעכען טראסטי האסטו געהאט א 'עקסקלויסיוו' אינטערוויו
גאזעט
לאנג זאלסטו לעבן
דער עולם איז נישט קיינע בהמות, דער בית דין שוינט נישט קיין טינט, און מען פסק'נט קלאר אויף יעדע דיון, און דער רב האט קלאר געזאגט פאר מאיר ווערטהיימער, אז דער בית דין האט מיט א כוונה, נאך נישט גע'פסק'נט וועגן דעם פערמיט, צו מען מוז דאס יא געבן צו נישט, און דאס געלאזט אלס א אפענע דיון "ביזדערווייל".
צו עס געפעלט פאר מאיר ווערטהיימער, זיכער אז נישט, אבער עס וועט עם גארנישט נוצן, דעם אמת'ער פאקט קען מען נישט פארלייקענען, דער בית דין האט נישט גע'פסק'נט איבער דעם פערמיט. פינטל.
יעצט ספעציפיק מר. גאזעט
ענטפער די איינע פראגע ?
האט דער רב געזאגט פאר מאיר ווערטהיימער, אז ביז ווילאנג בית דין, הייסט נישט געבן דעם פערמיט איז נישטא קיין פערמיט.
יא צו ניין ?????????
ווילעדזש-וועד הקרי' אוו קרית יואל גייט טיפער מיט'ן קאפ אין וואנט אריין, און האט אנגעהויבן א לעגאלע קריג קעגן המספיק, א קריג וואס זיי וועלן זיך נישט קיינמאל נישט מוחל זיין פארן אנהויבן...
און פאר גוטזאגערס קשיא איז דער ענטפער ניין, מרן הגאב"ד שליט"א האט קיינמאל נישט געזאגט אדער געפלאנט צו זאגן אזעלכע זאכן וואס איר קענט פרובירן צו לייגן אויף היידפארק, די צייט וואס ענק קענען פיטערן די קעלבלעך אזעלכע נארישקייטן איז שוין לאנג פאראיבער.
צד א' (מאיר הירש דהיינו ווילעדזש דהיינו וועד הקרי') האט געבעטן בית דין זאל לייגן אן "עיקול" אויף צד ב' (מאיר ווערטהיימער דהיינו המספיק) אז המספיק זאל נישט טארן בויען די בילדינג. בית דין האט "נישט" געוואלט לייגן דעם עיקול און געלאזט המספיק בויען דעם בילדינג, דאס רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, "פערמיט שמערמיט".
אויב דאס איז נישט גענוג, האט בית דין דוקא יא געלייגט דעם עיקול וואס המספיק האט פארלאנגט קעגן "בית השחיטה" נישט צו בויען אויף די איזמענט פראפערטי פון דינוב קאורט. אינעם פסק דין פון בי"ד ווערט "בית השחיטה" אידענטיפיצירט אלס טייל פון "צד א'" (מאיר הירש וועד הקרי' ווילעדזש), יעצט אויב בית דין וואלט איין מינוט געהאלטן אז המספיק געהערט פאר צד א', וויאזוי האבן זיי געגעבן א עיקול פאר המספיק קעגן בית השחיטה, בית השחיטה און המספיק געהערן דאך ביידע לויט מאיר הירש פאר מאיר הירש, סאו וויאזוי קען איין מענטש לייגן אן עיקול אויף זיך אליינס...
זעהנדיג ווי ביטער זיי שטייען ביים בית דין, זענען זיי געגאנגען אין ביטערן יאוש צום "ליגעל" אפשען, וואס ווייזט נאכאמאל ווי בלינד זייער רשעות און טיפשות מאכט זיי. יא, ווילעדזש און וועד הקרי' פון קרית יואל, וויל דוקא גיין אין קאורט קעגן המספיק, ווייל אין בית דין שטייען זיי אין קריטישן מצב. שיין דערלעבט.
נישט געזארגט, המספיק נעמט אויף ב"ה די בעסטע און מעכטיגסטע לאיערס וואס איז נאר פארהאן אין ניו יארק, און מוועט זיך פאר די חיות טורפות פון ווילעדזש גאנץ ווייניג דערשרעקן. דער סוף וועט זיין מוועט זיי טראגן אין קלינערס, פונקט ווי זיי האבן פארלוירן די קאורט קעיס ביי "חרדים" שוהל, אבער וואס טוט מען נישט פאר כבוד...
און וואס וועט זיין דער סוף? יארן ארום וועט מען קוקן צוריק. דער המספיק בילדינג וועט אי"ה שטיין לשם ולתפארת. דער ווילעדזש און וועד הקרי'... ווער ווייסט... און זיי וועלן טראכטן בין תנור לכירים, וואו איז געווען אונזער שכל? וואו?
גייטס נאר ווייטער מיט "לאיערס", איר ווייסט נישט וואס "לאיערס" מיינט! איר ווייסט נישט וואס "ספעציעלע קינדער" מיינט! איר ווייסט נישט וואס "רחמנים ביישנים גומלי חסדים" מיינט!
ווער איז דעי "מרן הגאב"ד שליט"א"
פון וועם סקולדיסריק רעדט?????????
עפעס זאגט ער דארט חרדים אפשר מיינט ער וואלדמאן אפשר מנשה פיפלאף
מר. גאזעט
מיר נעמען אן דיין פארשלאג
מיר פלאנען צו גיין מיטן קאפ אין די וואנט
מסכים
אבער ווען דער ריכטער וועט זיך אנרופן "לעט די 'ריעל' המספיק סטענד אפ", וועט דער רויטער
ווערטהיימער כאפן דאס קדחת
פארשטייסט
ווייל ביי דין תורה, אז מען זאגט ליגנט ביז איבער די ציין, געשעהט .........זיראו
אבער
אין קאורט אז מען זאגט ליגנט, גייט מען אין .............תפיסה
אבער ביזדערווייל, זעהט אויס, אז ווערטהיימער ביי דין תורה, וויל ער אויך נישט צושטעלן דאס
וואס מען בעט אים, און פון דער רב שליט"א איז ער אויך קלוגער, און פון געריכט איז ער אויך
קליגער, [אדרבה, די אלע געלונגענע דורכפאלן פון די אהרונים אין די 90 יארן, קומט היבש פאר
דעם חכם פון די 60 מינוט, מר. ווערטהיימער]
נו, וועלן מיר ווארטן צו זעהן וואס מר. גאזעט וועט באקומען א באפעל ווייטער צו שרייבן..
א שאלה צום גאזעט שרייבער.
ווען דו שטאלצירסט מיט די אלע פלאפס וואס די אהרונים האבן יא אדער נישט געהאט.
וועמען ווילסטו דערמיט וויי טאן?
מיר אלע האבן זיך צוזאמגעליטן די אלע יארן צוזאמען מיט'ן רב שליט"א, איבער די אלע זאכן וואס דו טוסט כסדר דערמאנען.
און אויב דו און מאיר ווערטהיימער ווילן דוקא אויסנוצן דעם אשכול ארויסצוגיין אין קאמף קעגן אונז אהרונים (איבער חרדים, סקול דיסטריקט וכו' וכו') וועלן מיר זיך אלע פאראייניגן כאיש אחד קעגן מאיר ווערטהיימער.
ניין! מיר וועלן בשום אופן זיך נישט לאזן שטויסן. אויב האסטו א סכסוך מיט מאיר הירש, פיר עס דירעקט מיט אים, און לאז ארויס אונז אהרונים. אויב וועסטו טשעפענען מיט אונז אהרונים, וועסטו איין שיינעם טאג זען וויאזוי אלע אהרונישע שרייבערס וועלן זיך נעמען אטאקירן מאיר ווערטהיימער, און ס'וועט זיך דיר ווייניג לוינען!
באקומען אין תיבה אישית:
פאנג אן א דיבעיט מיט דעם משוגע'נם איבערן המספיק גאזעט, און וועם עס אינטערסירט די בויך קוועטשענישן וואס ווערט דארט געשריבן. לאמיך זען וואס ער וועט דעמאלץ ענטפערען
פאקטיש זיסער,
קודם כל א יישר כוח פאר מודה זיין פאר די גאנצע וועלט אז די חיות טורפות וואס באזיצן די בענקל/עך פון ווילעדזש וועד הקרי' אוו קרית יואל, פלאנען טאקע אפיציעל צו גיין בערכאות קעגן די טייערע קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא. דאנקע שעהן פאר נאך א זאפטיגע הודאה וואס דינט אמבעסטן ענק אויסצוטאן פאר די גאנצע וועלט.
<<<<ווען דער ריכטער וועט זיך אנרופן "לעט די 'ריעל' המספיק סטענד אפ">>> וועלן קומען צולויפן הונדערטער קינדערלעך, הונדערטער עלטערן, הונדערטער המספיק סטעף, און זאגן אלעס וואס דארף געזאגט ווערן (נישט געזארגט, מען זאגט נישט אויס קיין לעגאלע סטראטעגיע, ווייל דער ווילעדזש אליינס וועט אי"ה זיכער מאכן עס וועט נישט פאסירן)...
<<<קדחת>>> וועלן כאפן אנדערע מענטשן, רויטע, שווארצע, בלאנדע, סאלט-ענד-פעפער, ועוד.
<<<ביזדערווייל, זעהט אויס, אז ווערטהיימער ביי דין תורה, וויל ער אויך נישט צושטעלן דאס
וואס מען בעט אים, און פון דער רב שליט"א איז ער אויך קלוגער, און פון געריכט איז ער אויך
קליגער>>> אין עצה ואין תבונה נגד ה', נישטא קיין חכמה, עס איז דא א תורה הקדושה, אראפגעשריבן דורך רבינו יוסף קארו זי"ע מעיה"ק צפת, אין שולחן ערוך חושן משפט.
<<<[אדרבה, די אלע געלונגענע דורכפאלן פון די אהרונים אין די 90 יארן, קומט היבש פאר
דעם חכם פון די 60 מינוט, מר. ווערטהיימער]>>> איי וויי געוואלד, די ווילעדזש וועד הקרי' חברה האבן אנגעהויבן כאפן אז די קעלבלעך זענען שוין נישט אזעלכע קעלבלעך, זייער ווירטשאפט איז שוין נישט אזוי הייליג און טייער, מען זעט יא די ברוטאלע קארופציע אויף יעדע טריט און שריט וד"ל, ווילן זיי זיך אפשאקלען דערפון, נו, גוט... אדרבה ואדרבה... דער עולם ווארט וועד הקרי' זאל זיך אויך אפשאקלן פון געלונגענע דורכפאלן...
אבער בענין המספיק איז דא, ווי געזאגט, א שולחן ערוך, א בית דין בישראל, און הונדערטער הייליגע בחורים און מיידלעך מיט ספעציעלע געברויכן וואס ווארטן איר זאלט נאכלאזן דעם טיפשות און רשעות און צולאזן די בילדינג אויף וואס זיי ווארטן. אויב דער ווילעדזש וועד הקרי' אוו קרית יואל וויל דוקא, איז דא אויך ערכאות המכונה קאורט דזשאסטיס סיסטעם, אז ענק ווילן אהינגיין, גוט, מיר גייען מיט, ונזכה ונחי'...
...געוואלד, מען האט גענומען קראנקע קינדערלעך און זיי דערשטיקט צום טויט, נאכדעם האט מען זיי גענומען און אריינגעווארפן אין קאלעך אויבן, און די ווילידזש רשעים ימח שמם וזכרם זענען געגאנגען און זיך געזעצט אינאיינעם מיט די טיפשות און אכזריות וואס מען האט געטאן פאר די קראנקע הייליגע קינדערלעך. די ווילידזש שרייבערס נוצן אזעלכע געמיינע ווערטער כגרועים שבאומות...
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
יא יא, אז מען האט נישט וואס צו ענטפערן נעמט מען זיך שעלטן און שימפן ווי א צורודערט קינד.
עפעס האט מען נעכטען פרעזענטירט פון מאיר ווערטהיימער
איינער קען אפשר ארויף לייגן וואס עס איז געווען?
BTW פארוואס האט מען נישט נעכטן געהערט אגאנצע צייט דעי נאמען מאיר הירש
גאזעט
לאנג זאלסטו לעבן
דא איז ווידעראמאל, דער פסק דין זמני פון דעם בית דין בזבל"א
סעיף ג' פסק'נט דער בית דין
אויב עס איז דא א סכסוך אדער ספק איבער דעם פסק, זאל מען צוריקגיין צום בית דין.
יא צו ניין ?????
האט דער רב שליט"א געזאגט פאר מאיר ווערטהיימער,
אויב האסט תביעות.......אדרבה..........
אין סעיף ג' שרייבט דער בית דין, אז אויב עס איז דא ספיקות זאל מען זאל זיך ווענדן צו זיי,
אלזא, פארוואס רופסטו נישט אן דעם בית דין ??.....
און דער רב שליט"א האט אויסגעפירט קלאר און דייטליך ........
ווי לאנג בית דין פסק'נט נישט, אז ר ליפא מיט ר' בערל האבן נישט אריינצוזאגן איבער דעם בילדינג, וועט מען זיך נישט מער נישט מטפל זיין מיט דיר.
יא צו ניין ??????????
[בילד – נישט אפגעהיט]
גוטזאגער, עס האט געדויערט אביסל צייט, אבער מען האט זיך שוין געכאפט אויף איינס פון ענקערע קינדערישע "סטראטעגיעס" (מוראדיג!) צו לייגן גרויסע לאנגע גראפישע תגובות עס זאל זיך אויטאמאטיש אנהויבן א נייע בלעטל אינעם אשכול, און עולם גולם וואס גייט אלץ צום לעצטן בלעטל וועט נישט זעהן וואס מען האט פריער געשריבן. איר מיינט אלע 22 טויזנט צפיות דא זענען קעלבלעך ווי איר מיינט אז עטליכע תושבי קרית יואל זענען? חלומט ווייטער...
אבער אויב סאיז אמת דער עולם קוקט נאר דעם לעצטן בלעטל און וועגן דעם האסטו דא איבערגעלייגט די זעלבע זאך וואס מען האט שוין פריער ארויסגעפירט בשן ועין, קומט עס נאכאמאל בקיצור...
>>>>:
און פאר גוטזאגערס קשיא איז דער ענטפער ניין, מרן הגאב"ד שליט"א האט קיינמאל נישט געזאגט אדער געפלאנט צו זאגן אזעלכע זאכן וואס איר קענט פרובירן צו לייגן אויף היידפארק, די צייט וואס ענק קענען פיטערן די קעלבלעך אזעלכע נארישקייטן איז שוין לאנג פאראיבער.
צד א' (מאיר הירש דהיינו ווילעדזש דהיינו וועד הקרי') האט געבעטן בית דין זאל לייגן אן "עיקול" אויף צד ב' (מאיר ווערטהיימער דהיינו המספיק) אז המספיק זאל נישט טארן בויען די בילדינג. בית דין האט "נישט" געוואלט לייגן דעם עיקול און געלאזט המספיק בויען דעם בילדינג, דאס רעדט מער ווי טויזנט ווערטער, "פערמיט שמערמיט".
אויב דאס איז נישט גענוג, האט בית דין דוקא יא געלייגט דעם עיקול וואס המספיק האט פארלאנגט קעגן "בית השחיטה" נישט צו בויען אויף די איזמענט פראפערטי פון דינוב קאורט. אינעם פסק דין פון בי"ד ווערט "בית השחיטה" אידענטיפיצירט אלס טייל פון "צד א'" (מאיר הירש וועד הקרי' ווילעדזש), יעצט אויב בית דין וואלט איין מינוט געהאלטן אז המספיק געהערט פאר צד א', וויאזוי האבן זיי געגעבן א עיקול פאר המספיק קעגן בית השחיטה, בית השחיטה און המספיק געהערן דאך ביידע לויט מאיר הירש פאר מאיר הירש, סאו וויאזוי קען איין מענטש לייגן אן עיקול אויף זיך אליינס...
אין איין ווארט: האלט דער ווילעדזש דעם עולם אין קרית יואל און ארום די וועלט אלץ אזעלכע נארישע קעלבלעך אז זיי וועלן נישט פרעגן וויאזוי בית דין האט געלייגט דעם עיקול פון מאיר הירש'ס המספיק קעגן מאיר הירש'ס בית השחיטה?... איין מענטש, אפילו ער קאנטראלירט אזויפיל וואס וועד הקרי' פארמאגט, קען נאך אלץ נישט לייגן אן עיקול אויף זיך אליינס... פארשטייסט? מיט לייגן דעם עיקול פון המספיק אויף בית השחיטה מיט "דעם" האט בית דין געזאגט אלעס וואס המספיק האט געוואלט הערן, פערמיט שמערמיט.
מיר בויען אי"ה דעם בילדינג לשם ולתפארת, און דו קענסט ציען בלעטער אויף היידפארק, און אויך גיין אין ערכאות קעגן המספיק, אלעס וועגן די ביטערע עקשנות נישט צו לאזן בויען דעם בילדינג.