היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מלחמה הירש און המספיק

מלחמה הירש און המספיק

334 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1832924
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

ארענדאר » 16/3/2006 01:50

3
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 16/3/2006 01:51

4
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 16/3/2006 01:56


דא איז די ערשטער "גזילה" קאנטראקט


תוקן על ידי - ארענדאר - 16/03/2006 1:55:55
[בילד – נישט אפגעהיט]

Mench » 16/3/2006 04:50

משוגעים נוראים

פורים און שושן פורים האט מען נישט קיין אנדערע דאגות נאר די סטופיד מחלוקה וואס גייט סיי ווי קיינעם נישט אן אויסער די שרייבערס אינעם אשכול און שאול פערלשטיין

עס איז טאקע נישט דא קיין שום אנדערע נייעס פון די פורים טישן, מגילה, שלח מנות און אנדערע קרישקעלעך, נאר פון די צוויי מאירים?
תוקן על ידי - Mench - 16/03/2006 4:49:47

גוטזאגער » 16/3/2006 06:26

נעבעך, א גרויס רחמנות אויף דיר  מענטש, איינער שטייט איבער דיר מיט א בייטש און ער שמייסט דיר אריינצוקומען אין דעם אשכול, און דו מוזט נעבעך ליינען וואס דו ווילסט נישט.

אז דו ליינסט שוין יא אזוי גרונטליך דעם אשכול פארוואס גיסטו נישט א קוק אויף די צפיות צו זען וויפיל הונדערטער מענטש עס אינטערסירט אינגאנצן נישט די פייט.

גלייב מיר אז די מחלוקה וואלט נישט געווען אויף היידפארק ווען נישט המספיק וויל אזוי שטארק עס זאל זיין אויף היידפארק.

פאקטיש » 16/3/2006 16:47

שקל שלם עס איז דא, צוויי יסודות'דיגע פראגעס די פאקט איז, אז המספיק איז 'געווען' נכסי ציבור, און איז געווען א ביזנעס וואס האט געברענגט שיינע פראפיטן פאר די מוסדות, א שטייגער ווי די בוטשער, פארמעסי, עזרת חולים, בית השחיטה [וועט אי"ה ברענגן], שאפינג סענטער, און נאך איז געגאנגן מאיר ווערטהיימער און באשלאסן אז ער וויל דאס נעמען פאר זיך, און דער ערשטער ארגינעלער תירוץ, וואס ער האט פארקויפט פאר די גאס איז געווען, אז המספיק ברויך יעדע איבעריגע פעני פאר די קראנקע קינדערלעך, און אויב מען וועט לאזן די באורד ר' ליפא גראס, בערל פאלאטשעק און די איבעריגע, וועלן זיי די באורד נאכגעבן ר' מאיר הירש'ס פארלאנגן אז מען זאל געבן 100,000 פאר די מוסדות, און אויב דאס וועט געשעהן, וועלן די קראנקע קינדער מוזן פארלירן א טייל פון זייערע סערוויסעס ווער עס וואוינט אין קרית יואל וועט באשטעטיגן אז דאס איז געווען דער ניגון פון די ווערטהיימערס איז געגאגנן ווערטהיימער און גענומען א 'ראבערנע' באורד, וואלף ווירצבירגער, וואלף שניצער, אלי' רייזמאן, אלץ קאוועראפ, און צווישן זיי זיין געטריער שותף עמרם כהן, וואס זאל אנפירן די העצערייען, און אריגינעל האט ער אפילו פארקויפט אז עס בלייבט ווייטער נכסי קהל, נאר אונטער זיינע כעלעמע חברה למעשה, האט זיך ארויסגעשטעלט ביידע זאכן פאר פאלנע שקרים, המספיק איז א גאלד גרוב, מען האט אייביג געקענט נעמען א איבעריגע 100,000 דאלער פאר די מוסדות, און אויב איז עס געקומען אויף איינעמס חשבון, איז עס געווען אויפן חשבון פון מאיר ווערטהיימער'ס געהאלט, נישט די חשובע קינדערלעך און דאס האט זיך אויך ארויסגעשטעלט, אז ער פלאנט נישט מער צו עס לאזן נכסי ציבור, ער גזל'ט עס פאר זיך פריוואט און פרעגסטו שקל שלם וואס עס באדערט, עס באדערט אז מען האט אויפגעבויט א גוטער ביזנעס, וואס קען ברענגן שיינע פראפיט, איז געגאנגן דער מענדזשער/מנהל/אדער וועלעכע טיטול די ווילסט און באשלאסן אז דער ביזנעס איז זיינס נישט אונזערס דאס איז די אישו, די אלע איבעריגע זאכן זענען זייטיגע זאכן און די זייטיגע זאכן, איז אויך אישו'ס ווי למשל אז אונזערע גרעסטע שונאים ווי מאיר דייטש, פנחס יאקאבאוייטש, זיגי בראך, מענדל שווימער, משה טובי' בראווער, משה גבאי, מאיר שניצלער, זענען אלע אין די רייע געקומען פאלש עדות זאגן לטובת ווערטהיימער און קעגן די מוסדות און די צווייטע רויטע קיען כהן און ווערטהיימער, ווילן אז מיר דארפן וויסן און האלטן ,אז זיי זענען די חסידים פון רב שליט"א און ר' מאיר הירש איז דער פארעטער איז פארוואס זענען די ליסטע פון דייטש, שווימער, שניצלער, יאקאבאוויטש, בראך, בראווער, פריעדמאן, פארוואס פארשטייען אלע, ווער איז דער רב'ס צד, און ווער איז קעגן דער רב אבער ווי געשמועסט איז דאס זייטיגע אישו'ס, די אישו איז אז ווערטהיימער האט גענומען נכסי ציבור, א גוט גייענדער ביזנעס און עס בארויבט און ווער האט אנגעהויבן דער אשכול, פייפליין, המכונה גאזעט, המכונה ווערטהיימער, המכונה.... און ווייל ער האט זיך איינגערעדט אז מיטן טומל וועט ער פארדינען, ער וועט דורכדעם באקומען א פערמיט ווילן מיר נאכמאל קלאר שטעלן פאר ווערטהיימער ביזדערווייל איז נישטא קיין פערמיט פאר המספיק, בית השחיטה בויעט ווייטער און עס איז נישטא מער קיין עיקול, און ביזדערווייל האסטו נישט געוויענן די דין תורה און ביזדערווייל וועלן מיר אראפציען דיין שלייער, און זאל יעדער קענען זעהן דיין פרצוף פנים

געשמאק » 16/3/2006 18:24

זעענדיג די אימעילס פון מאיר ווערטהיימער אז עס איז דא א סכנה פאר די קינדער, האב איך געפרעגט א  המספיק ארבעטארער וואס איז די סכנה? האט ער מיר פארציילט מיט ביטערניש, אז די קינדער האבן נישט קיין עלעוועיטער, און די ארבייטער מוטשענען זיך זייער שטארק ארויפצושלעפן די קינדער צום דעי העב, און זיי אראפצוטראגן, און מען בעהט זיך שוין 8 יאר ביי מאיר ווערטהיימער, ער זאל בויען א עלעוועיטער ביים הויפט אריינגאנג צום אפיס, אויף די רעכטע זייט פון שאפינג סענטער, אבער מאיר ווערטהיימער וויל נישט בשום אופן, ווייל ער מוז דאס קענען נוצן אלס די סיבהף, פארוואס ער דארף בויען א בילדינג פאר מיליאנען דאלער אויף בעקערטאון.

און ער זאגט מיר מיט ווייטאג, "צען יאר פלאגן  זיך די קראנקע קינדער מיט יסורים , און אלע ארבייטער מוזן ארבעטן עבודת הפרך, בלויז ווייל צו ערפולן די לאנג טערמיניגע געלט אינטערעסן פון מאיר ווערטהיימער".

(אוי:     מאיר ווערטהיימער וועט מאכן א א קרימינאלע אויספארשונג וועלכער ארבייטארער האט מיר דאס געזאגט [בילד – נישט אפגעהיט] )
 

פייפ_ליין » 16/3/2006 19:53


(פון אישי (ייש"כ סקולדיסריק "רשות כתיבה פענדינג ביי מנהלים"))

כעל ענק זאגן נאך אזא געהויבענעם פורים און שושן פורים דא אין (?) האב איך אויך א פרייליכן שיתסר זעהנדיג ווי די ווילעדזש חיות האבן אוועקגעלייגט דעם גאנצן הייליגן יום טוב און זיך אנגעטרונקען דא אויף היידפארק עד דלא ידע מיט אלע הידורים, נעבעך, אז זיי ווילן אזוי אוועקווארפן דעם יום טוב, כה לחי. צוויי זיסע זאכן פון פורים זכרונות, "משיח'ס" וויץ מיט די טענט-געביידע ביים רב'ס טיש אז ווילעדזש געט נישט קיין פערמיט, און דאס ברענגען די הייליגע המספיק בחורים צום טיש צוזאמען מיט די טויזנטער אנשי שלומינו, די טייערע בחורים האבן זיך מחי' געווען ביים טיש (און שקויעך פאר די טייערע סטעף וואס האבן אוועקגעגעבן זייער אייגענע צייט און הנאה זיך אפצוגעבן מיט די בחורים ביים טיש), און טאקע זייער בילדינג וויל דער ווילעדזש אזוי ברוטאל אפהאלטן.

היינט פארמיטאג האב איך ב"ה אויסגענוצט צום זאך און געוואלט אינגאנצן פארגעסן פון זייערע היידפארק שטותים, ווייל עס ראבעוועט אוועק אזויפיל צייט פון יעדן נארמאל מענטש.

אבער אנקומענדיג אהער אין אשכול זעה איך מהאלט שוין ביי 164 תגובות און קרוב צו 12 טויזנט "בליקן", און מיט דעם אלעם האלט זיך די ווילעדזש-הירש חברה ביים אלטן, אוי א רחמנות. אלע זייערע שטותים ווערן דאך צעפאלן ווי זייפן בלאזלעך, אלע זייערע שעות אויף שעות צו נישטערן "באהאלטענע" דאקומענטן זענען געווען אומזינסט, אלע זייערע מוראדיגע גרעפיקס צו מאכן רויטע און גרינע מאלערייען אויף די דאקומענטן און נעמען פון פערזענליכע מענטשן איז געווען אומזיסט, שוין אפגערעדט פון דעם אז אין די צייט וואס זיי זוכן די דאקומענטן און באפארענען זיך דערמיט פאר זייערע באשמוצעריי צוועקן, באקומען זיי געשוואלענע וועידזשעס צו ארבייטן פאר די בערך 3 טויזנט תושבי קרית יואל הע"י. אפשר דארפן זיי פרעגן ביים ציבור רשות צו שפענדן זייער צייט און געלט - אידיש געלט פון אידישע דאון פעימענטס און וואסער בילס  - אויף היידפארק פראפאגאנדע קעגן די קראנקע קינדער אנשטאט זיין ביזי פאר ווילעדזש ביזנעס.

איך מיין זייער גאנצע ארבייט איז סיי ווי ארויסגעווארפן ווייל פערמיט שמערמיט, המספיק בויט ווייטער ב"ה אין פולן שוואונג די נייע "דעי העב" בילדינג אויף בעיקערטאון ראוד קארנער המספיק ווהעי, צו דער ווילעדזש רעדט פון א מענטש'ס האר קאלער אדער נישט.

(לאמיר שוין נישט רעדן אז ביים ווילעדזש זעלבסט זיצן נישט נאר שווארצע אדער בלאנדע, אבער דאס איז נישט קיינעמס ביזנעס, לאז די טיפשום רעדן פון יענעמ'ס קאליר באורד אדער פיאות, עס ווייזט נאר נאכאמאל מיט וועמען מען האט צו טאן, די זעלבע טיפשות וואס טרייבט זיי צו רעדן פון אזעלכע קינדערישע גארביזש די זעלבע טיפשות טרייבט זיי צו לאכן פון די טייערע ספעשל קינדער און נישט לאזן המספיק בויען די בילדינג).

די "באדעם ליין" איז נאך אלץ אז וויפיל געלט מאיר ווערטהיימער פארדינט פון "המספיק" און פון "מסע עמביולעט", איז יעדע דאלאר כשר ליגעל, און אויך כשר פארדינט בדרך כבוד, עס איז נישטא וואס זיך צו שעמען דערמיט, זאל די ווילעדזש שפענדן נאך דרייסיג יאר אויפזוכן וויפיל דאקומענטן זיי קענען פון יעדע המספיק זאך און פראגראם, וועט עס נישט טוישן דעם פאקט אז יעדע איינציגע דאלאר איז זויבער ווי גאלד. דאס קענען זיי נישט אויסהאלטן, ווייל זיי מוטשען זיך אויף יעדע דאלאר וויאזוי צו באהאלטן די טריפהנע קרומקייטן וואס השתיקה יפה, און דא ווייזט מאיר ווערטהיימער וויאזוי מקען יא העלפן אידן געטריי און גוטהארציג און דערביי פארדינען שיין פרנסה בדרך כבוד. ווען די ווילעדזש וויל, קענען זיי באווייזן די זעלבע זאך, אפשר, נישט זיכער, אבער זיי וואלטן געקענט זיין כאטש אביסל זויבערער און דעמאלס וואלטן זייערע אויגן נישט אזוי ארויסגעקראכן פון די האלטערס זעהנדיג די שיינע הצלחה פון המספיק און זייער אנפירער און אלע מיטהעלפער בדרך הישר והטוב.

דער פאקט בלייבט פאקט ביי הונדערט אלפים א יאר, ביי א האלבן מיליאן, און אפילו ביי פופציג מיליאן (וואס קען געשען אויב המספיק דערגרייכן א ביליאן דאלארדיגע בודזשעט, אבער משיח וועט אי"ה פריער קומען). עס געפעלט דיר נישט, שרייב אויף היידפארק מיט גרויסע רויטע אותיות אום סאמע יום טוב פורים אפשר וועט עס העלפן.

און דא קומט דער גרויסער סוד: אלע דאקומענטן וואס די ווילעדזש שווענצלעך לייגן ארויף דא האבן זיי שוין מן הסתם געוויזן ביי דין תורה און עס האט זיי געהאלפן אויף טויטע באנקעס, קומען זיי דא אויף היידפארק ווי שטאטס נאראנים, כאילו היידפארק ליינערס זענען דיינים וואס קענען טוישן א פסק דין. אזעלכע גולמים האט נאך די וועלט נישט געזען. זייער אייגענע בורר שליט"א האט אונטערגעשריבן דעם פסק דין (חלקי) וואס זאגט קלאר אז על פי תורתינו הקדושה איז המספיק טאטאל בארעכטיגט צו בויען די נייע בילדינג אין קרית יואל צי די ווילעדזש וויל יא אדער נישט. דאס האט זייער אייגענע בורר געשריבן, אבער עס געפעלט זיי בכלל נישט, קומען זיי באשמוצן יעדן וועם זיי קענען אויף היידפארק, אינקלאדינג דעם "שליש" דיין וואס זייער אייגענעם בורר האט מסכים געווען צו נעמען. און מיט וואס באשמוצן זיי דעם דיין מפורסם שליט"א? יא, איר האט געטראפן, מיט זיין חיצונית'דיגע אויסזען, דאס איז זייער קראנקהאפטע מיטל, רעדן פון יענעמ'ס באורד אדער ציינער אדער בויך אדער ווייסעכוואס, אבי אויסשיסן דעם כעס פאר נישט קענען אפהאלטן בפועל די נייע בילדינג פון המספיקס קינדער.

יעדער ווייסט אז די מיני פראגראמען וואס המספיק ברענגט פאר די הייליגע קינדערלעך זענען פון די טייערסטע און פונקטליכסטע ביי די גאווערנמענט און ווערן נאכגעקוקט בשבע עינים אן אויפהער. המספיק גייט דורך אודיטס און אינספעקשאנס כמעט יעדע וואך אין א צווייטע פראגראם אדער גרופ-האום, ווי יעדער ווייסט. אין וואשינגטאן און אין אלבאני גייט מען אדורך יעדע דאלאר פון המספיקס בודזשעט, משטודירט נאך רעסיטס ביז צום מקור הראשון. די ווילעדזש ווייסט עס זייער גיט, אבער וויבאלד נישט יעדער איז באקאנט מיט דעם, שיסן זיי ארויס מוראדיגע צעטליך מיט היימישע גרעפיקס דורך ווילעדזש סטעף אז מרעדט דא פון די גרעסטע גניבות. עליאט שפיצער און אלע אנדערע רעגירונג מענטשן און אויך אלע דיינים שליט"א ביי דין תורה האבן שוין דורכגעקוקט די אלע צעטלעך מיט די גרעסטע מיקראסקאפן און געפינען אלעס קריסטאל ריין, יצא עיניכם.

לכשעצמי וואלט איך געראטן דעם ווילעדזש צו לאזן פארמאכן דעם אשכול ווי פריער, ווייל זיי טוען זיך אויס בפני כל עם ועדה אויפן נארישסטן פארנעם וואס איז מעגליך. אבער ווילאנג זיי גייען אן איז עס גוט פאר יעדן איינעם אינדרויסן פון די ווילעדזש פעיראל, ווייל איינער אדער א צווייטער פון די באצאלטע ווילעדזש שווענץ דא באשטעטיגט אז:

1) המספיק וועט ביז דערווייל נישט באקומען קיין פערמיט,

2) בית השחיטה בויט ווייטער ווייל מרן הגאב"ד שליט"א האט געהאלפן אראפנעמען דעם עיקול פון התאחדות הרבנים און יעצט קען זיך די ווילעדזש אויסלאכן ווייטער,

3) המספיק זאל נעמען די 12 קראנקע קינדער פון "אונזערהיים" און זיי אפטראגן פון דארט,

4) זיי וועלן ארויספויקן וויפיל יחידים זיי קענען נאר אן קיין שום געפיל פאר אומשולדיגע מענטשן,

5) זייער אייגענער בורר און דער "שליש" זענען נישט קיין גוטע דיינים שליט"א ווייל זיי האבן געפסקט אז המספיק מעג בויען דעם בילדינג להכעיס פונעם ווילעדזש, על פי דין תורתינו הקדושה,

6) והעולה על כולנה: די באצאלטע ווילעדזש שרייבערס זאגן דא קלאר פאר די גאנצע וועלט אז אפילו דער בית דין זבל"א וזבל"א פסקט על פי דין תורתינו הקדושה חיים וקיימים לעד ולעולמי עולמים אז מאיר ווערטהיימער איז דער יושרדיגער מנהל און אייגענטומער פון המספיק, הונדערט פראצענט, על פי דיני שולחן ערוך חושן משפט, איז דער פסק נאך אלץ "שקר" און נישט גערעכט. נאכאמאל, דער ווילעדזש אוו קרית יואל זאגט אז אפילו דער פסק בית דין גייט קעגן מאיר הירש און לטובת מאיר ווערטהיימער, איז דער פסק נישט גוט.

כלשונם הזהב:

"וואס וועט זיין, אויב מאיר ווערטהיימער וועט דערקלערן אז המספיק איז
זיינס און די דין תורה וועט פסק'ן אז ער איז גערעכט... איך וועל האבן
א פראבלעם... אמת, דין תורה דארף מען פאלגן, אבער ווער עס געווינט ביי
דין תורה מיינט נאך נישט אז ער איז גערעכט... און נאכמער, ווען דא רעדט זיך
פון א דיין, א גראבער מארמארעשער פויער, חסיד פון דעם
מארמארישער ..., וואס איז זיין גרויסער מעלאנע
קאפ, אפגעמאכט, אז ער איז דער יחיד מומחה' און דארף זיך נישט רעכענען
מיט די אנדערע צוויי בוררים אזוי ווי ער טוט ביי אלע דין תורה'ס,
פארלאז איך מיך דוקא נישט אויף די דין תורה... זאל איך האלטן אז דער
פעשליכער אפטורפוס... פון מאנסי איז גערעכט נישט זיך צו רעכענען מיט
די אנדערע צוויי בוררים, פארדעם זאל איך האלטן, אז המספיק איז אייביג
געווען... ניין איך האלט אז ר' מאיר הירש איז גערעכט אפילו אויב
ער וועט נישט געווינען, איך האלט און איך ווייס, אז דער
רויטער ווערטהיימער זאגט ליגנט אויף שקר אויף כזב, וויפיל ער קען,
איך ווייס אז דער יעניגער שליש האט קיין הלכה'דיגער רעכט צו פסק'ן...""


יא, ווילעדזש שווענץ, יעדער זעהט פארוואס אלע דריי דיינים שליט"א בזבל"א וזבל"א ושליש האבן געפסקט אז דערווייל מעג מאיר ווערטהיימער בויען די בילדינג לשם ולתפארת, און יעדער זעהט פארוואס איר שפריצט אזוי כעסיג דא אויף היידפארק, ווייל ענק האבן אזויפיל טשענסעס ביי דין תורה פארטיגע פסק ווי אין קאורט (ווי איר חלומט טאקע נישט צו גיין וועגן דעם), און ענק דערציילן פאר די גאנצע וועלט מיט געוואלדיגע חכמה וויפיל ענק האלטן בכלל פון דין תורה וואס גייט נישט אזוי ווי ענק וואלטן געוואלט שוין נאכ'ן ארויסשיסן האלב ארכיווען פון די סטעיט'ס סטעיט דעפארטמענט און די איי אר עס.

און המספיק גייט ווייטער, מיט סערוויס, מיט סערוויס, מיט סערוויס, און מיט בויען א נייע בילדינג פאר די הייליגע קינדערלעך לרפו"ש במהרה.


תוקן על ידי - פייפ_ליין - 16/03/2006 20:01:06

פאטאקי08 » 16/3/2006 21:05

טאגליכט

 איך האב נישט געוואלט רעדן אין די פרשה אבער פון מאיר הירש איז דא וואס צו רעדן קיין חילוק צו ער איז גערעכט דא ביי המספיק צו נישט (אויף דעם איז דא א דין תורה און עס איז נישט מותר פאר קיין שום (אהרוני פארשטייט זיך...) צו מחלוקת'ן איבער דעם)

עס הייבט זיך נישט אן מאיר הירש באקומט נישט קיין פעני נישט פון וועד הקריה נישט פון בית השחיטה וואס ער ארבעט פון 6 אזייגער פארטאגס ביז שפעט כמעט יעדן טאג
אריינגעלייגט פון זיין געלט האט ער יא און די מערסטע אין סאטמאר היסטאריע

ווען מאיר הירש האט איבערגענומען וועד הקריה איז עס געווען באנקראטירט מיט מיליאנען בלי שום גוזמה פלאס האבן די פריערדיגע צוגעזאגט מילינען אין באצאלען אינפראסטראקטשער וואס וועד הקריה מוז היינט באצאלן לדעתי איז דאס געווען א ריכטיגע מסירות נפש פון מאיר הירש עס איבער צו נעמען
און אנטשולדיגט >>>>>>>>>ווייז מיר אויף איין פעני וואס ער האט באקומען<<<<<<<<<
יא !!!!!! פון הימל האט ער באקומען אסאך!!!!!!!!!!
נישט לאנג צוריק האט ער פארדינט אין איין נאכט איבער 50 מיליאן דאללער אין ריעל עסטעיט!!!!!..........

נאכאמאל און דעם המספיק ענין האלט איך אז ווי לאנג עס איז און דון תורה איז אסור פאר אונז זיך אריינצומישן!!
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 16/03/2006 21:06:32

מנחה » 17/3/2006 00:38

ביזדערווייל איז נאך מאיר וו. מגלה טפח ומכסה טפחיים וואס ער מיינט מיטן טרומפייטערן ''מוסרים'' עס וואלט כדאי געווען אז זיין עמפלאיאי זאל מפרש זיין דבריו הסתומים.


צוריק מישענדיג היסטאריע בערך תשנב-נג ווען מאיר וו. האט זייער געוואלט ווערן ווילעדזש קלערק, איז זיין ברודער חיים שלמה געגאנגען שתדל''ן ביים רבי'ן שליט''א האט אים דער רבי געענטפערט ''זאג עם נישט יעדער סאלדאט קען זיין א גענעראל''.

זאל מאיר וו.  די קראנקע קינדערלעך געבן זיי צו עסן אין די איבעריגע וועלן זיינע בעלי בתים טהון. תוקן על ידי - מנחה - 17/03/2006 0:51:21

סקולדיסריק » 17/3/2006 00:47


מנחה'לע, מיט אזעלכע ווילעדזש לאיערס ווי דו ווער דארף שונאים... גאו אהעד, טוטס ענק אויס פאר די גאנצע וועלט, מיט יעדע תגובה אייערע זעהט מען בעסער וויפיל געפיל די ווילעדזש חברה האבן פאר די הייליגע קינדערלעך לרפו"ש...

מנחה'לע, דער עולם שמועסט המספיק באצאלט דיר צו שרייבן אזוי פרעך אלס שליח פון ווילעדזש, ריכטיג? אויב נישט, נאר דו מיינסט עס נעבעך ערנסט, איז דער ווילעדזש אין סאך א טיפערע קאטאסטראפע ווי מהאט זיך פארגעשטעלט ביז היינט.

מנחה » 17/3/2006 00:59

סקולדיסריק

יא איך באקום מיין טשעק פון מסע אבער וויאזוי סיינט מאיר מיין  טשעק אויב עמרם איז בעה"ב

הא???

סקולדיסריק » 17/3/2006 01:00


מנחה'לע האסט געמעגט אראפנעמען דיינע מיאוסע ווערטער קעגן די הויכע נשמות, אבער דא אויף דעם עולם איז עס געבליבן אין PDF, און דארט אויבן -- בעסער פרעג נישט.

דו אן די אנדערע שווענצלעך קענען נישט אליינס שטעלן א בעסערע קעיס פאר המספיק, טיפשות און רשעות צאמגעפלאכטן אין א קייט קעגן די טייערע קינדער זיי זאלן נישט קענען האבן די וויכטיגע סערוויסעס פאר זייערע געברויכן, וויבאלד מקען נוצן די ווילעדזש פערמיט אויטאריטי צו (וועלן!) בלאקן המספיק פון בויען די נייע בילדינג.

מנחה » 17/3/2006 01:12

סקולדיסריק


אלס א מסע באצאלטער בעט איך דיר למען כבוד המפעל פארשווענד נישט די צייט מיט דיני אדם אין דיני שמים מען דארף אריין לייגען דעם גאנצען כח אין ביכעל מאיר וו. האט מיר געזאגט שפעטסענס זונטאג נאכט וויל ער גיין צום דריק.

סקולדיסריק » 17/3/2006 01:18


מנחה'לע זיי מיר מוחל, איך האב געמיינט דו טרייבסט שפאס, יעצט זע איך און יעדער אז דו ביסט א דאפלטער אגענט, פון ווילעדזש באקומסטו באצאלט צו שרייבן דא און דערווייל ארבייטסטו בפועל אזוי געלונגען פאר המספיק, ממש אין לשער.

ווילסט דערשרעקן די ווילעדזש מיט א ביכל דעם זונטאג, זייער פיין, אפשר וועט דאס העלפן זיי זאלן געבן א פערמיט פאר די הייליגע קינדער.

מנחה » 17/3/2006 01:25

סקולדיסריק


די זאגסט דאך שוין פונקט ווי מאיר זאגט אונז אלץ ''זייט'ן גאזעט רועהן זיי איין''

דברי הרב כדברי התלמוד.

kj_village » 17/3/2006 02:24

  תוקן על ידי - kj_village - 17/03/2006 2:33:15

kj_village » 17/3/2006 02:34

סקולדיסריק

די ווייסט נישט ווי געלונגען די ביסט
קיינער כאפט נישט אז די ביסט פייפ-ליין ווייל די האסט א נייעם ניק

ארענדאר » 17/3/2006 02:57

מיר באגריסען דא מיט א ברוכים הבאים אונזערע נייע קאלעגע סקולד...., וואס וועט באשיינען דעם פארק, "ספעציעל און אפיציעל" זיך צו שטעלן צום דינסט פון  דעם פייפליין\ווערטהיימער אשכול, וואס איז געעפנט געווארן, דורך דעם שוין היינט באוואוסטער "בעל ה'אימעיל'ס " דער "גוזל את הרבים ומועל בהקדש" מאיר ווערטהיימער .

אלס אונזער נייע קאלעגע, געב איך דיך אביסל פונעם מנהג המאקעם דא אויפן פארק.

עס איז א (אומ)-אנגענומענדע פראטאקאל, אז מען אטאקירט נישט קיין קאלעגע, אויפן פארק מיט זידל ווערטער, "בלויז" ווייל מען האט נישט וואס צו ענטפערן, און ווען מען וויל עפעס שרייבן, רעדט מען  צו דער זאך און צום פוינט. 
(און מיט הומאר אויב מעגליך...[בילד – נישט אפגעהיט],  אבער ח"ו נישט נעמען עפעס פערזענליך.... [בילד – נישט אפגעהיט]) .

מנאי:  דיין געטרייען ארענדאר



כאפטס אריין א וואדקע תוקן על ידי - ארענדאר - 17/03/2006 3:23:04

בא_ללמד » 17/3/2006 03:31

ארענדאר, נישט גערעכט.

עס איז אויסדריקליך יא די אנגענומענע שטעלונג אז מען אטאקירט נישט קיין גולש פערזענליך, און אודאי נישט מיט קיין לשונות של גנאי אין די וועלט אריין.

גילוי שמות איז שוין פארבאטן דורך די הנהלה פון היידפארק, אבער אין דעם פארום איז פארבאטן אויך צו אטאקירן דעם ניק זעלבסט, ווי שוין אויבנדערמאנט.

פאקטיש » 17/3/2006 04:05

נאכן ליינען דער הויכן שפראך פון גאזעט דא אויפן פארק, וויל אבער פרובירן צו מאכן א סך הכל 1- איז המספיק געווען נכסי ציבור 2- האט מען טאקע נישט געקענט נעמען 100,000 פאר די מוסדות, אן צו באקריוודען די חשובע קינדערלעך מיין תירוץ איז 1- המספיק איז געגרינדעט געווארן אלץ נכסי ציבור, דורך די אמאליגע באהערדע, עס איז געווארן אפגעקויפט [אז איר ווילט קענט איר זאגן בא'גנב'ט, עס איז נישט משנה לגבי דעם נקודה ] דורך די איצטיגע באהערדע, און מאיר ווערטהיימער דער רויטער פערד [וואס ווילסטו גאזעט איך זאל שרייבן שווארצער פערד, ווען ער איז א רויטער פערד?], אלץ זיין פריוואטע אייגנטום 2- עס איז געווען גענוג געלט, ווערטהיימער האט געקענט נעמען א מאה אלף געהאלט, און די מוסדות האבן געלעקט א ביינדל, נאר וואס דען ווערטהיימער האט זיך פארגלוסט צו נעמען וואס ער נעמט היינט צו טאג, ווי יעדער ליינט דא די לעצטע טעג, יעצט, ווענד איך זיך צו פייפליין און סקולדיסטריקט, קענט איר ענטפערן דירעקט אויף די צוויי פראגעס, יא אדער ניין, אדער די הומאר איז די איינציגע זאך וואס די קענסט [פרובירסט זיך אויסצולערנען]

ארענדאר » 17/3/2006 04:36

  בא ללמד !

 דו ביסט גערעכט  100% !

וטעות לעולם חוזר! [בילד – נישט אפגעהיט]



כאפטס אריין א וואדקע תוקן על ידי - ארענדאר - 17/03/2006 4:35:55

גוטזאגער » 17/3/2006 09:17

דער עולם ווארט נאך אלץ אויף אן ענטפער פון פייפליין/סקולדיסריק/המספיק גאזעט:

האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל געגעבן רשות פאר מאיר ווערטהיימער ארויסצואווארפן מיט שווינדלעריי די שלוחא דרבנן, די לעגאלע באורד מעמבערד וואס ער בכבודו ובעצמו האט באשטימט אנצופירן מיט די קהל'ישע מוסד "המספיק"?

האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל מסכים געווען דערצו אז המספיק זאל ווערן דער פריוואטער פארמעגן פון מאיר ווערטהיימער אדער נישט?

איז דער קעיטערער קויפמאן בארעכטיגט צו באשליסן אז דער שאפינג סענטער האל באלאנגט פאר אים אדער נישט? (פאקטיש האט ער דאך עס אויפגעארבעט.)

אנשטאט שעלטן און שימפן און אנפילן גאנצעטע בלעטער מסביר צו זיין וואספארא לוזערס די ווילידזש חברה וואס שרייבן דא אויף היידפארק זענען (אגב, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די ווילידזש האט באצאלטע שרייבערס. גיט אפשר די ווילידזש ארויס א ווילידזש גאזעט אז זיי זאלן האבן פון וואו צו נעמען באצאלטע שרייבערס?) אפשר ענטפערסטו שוין איינמאל פאר אלעמאל אויף די פאר קשיות וואס מען האלט דיר אין איין איבערפרעגן.

גוטזאגער » 17/3/2006 09:29

נאכ'ן געוואר ווערן פון די פרישע אויפדעקונג אז מאיר ווערטהיימער האלט שוין יארן צוריק געלט צו בויען אן עלעוועיטאר פאר די "הייליגע קינדערלעך" אין שאפינג סענטער צוליב זיין פריוואטע אגענדע, קום איך דא מיט א פארשלאג אז מאיר ווערטהיימער זאל פארשפארן די "המספיק גאזעט" און נוצן די געלט צו בויען אן עלעוועיטאר פאר די קינדערלעך.

אדרבא זאל דער עולם זאגן וואס איז וויכטיגער?

א המספיק גאזעט וואס קאסט שווערע טויזנטערס צו דרוקן יעדן חודש און האט איין ציל צו מאכן פראפאגאנדע פאר מאיר ווערטהיימער אדער אן עלעוועיטאר פאר די נישט געזונטע קינדערלעך?

סקולדיסריק » 17/3/2006 16:55


רואיג, אידן, רואיג.

נאך 14 טויזנט בליקן און איבער 180 תגובות האבן שוין די סטאדע שרייבערס פון ווילעדזש אוו קרית יואל אויסגעשאסן אלע קוילן (אקעי, כמעט אלע) און זיי האלטן נאך ביי אלף. פארוואס? ווייל דער אמת לאזט זיך נישט רירן פון פלאץ און שטייט כחלמיש צור אפילו סאיז נישט אזוי באקוועם. די גאנצע סטאדע מיט אלע צוקערדיגע ניקס דא אויפן פארק האבן צעטיילט די מוראדיגע סטראטעגיסטישע טענות צווישן זיך און מאיז מעלה גירה נאכאמאל און נאכאמאל שוין אנפילנדיג 13 גאנצע בלעטער, אבער וואס קען מען טוען ווען מאיז אויף די אנדערע זייט פון די אמתדיגע פאקטן און די הייליגע קינדערלעך (וועמען די ווילעדזש שרייבערס ווילן בלשונם הטהור אוועקטרייבן פון "אונזערהיים").

מען האט שוין פרובירט רויטע קיען, מסע עמביולעט, הויכע וועידזשעס, עלעוועיטאר, 990 דאקומענטן, טעקס רעטוירנס, המספיק גאזעט, באשמוצן אייגענע בוררים און בארימטע דיינים שליט"א, ארויסלייגן די נעמען פון אסאך אומשולדיגע מענטשן פון מאנסי, מאנראו און סקווער,  שרייען מחוצף בוגד פאררעטער גרויסע מעלאנע קאפ, יעדע מין "סטראטעגיע" האבן זיי שוין פארנוצט, ארויסגעגעבן אלע מוראדיגע סודות פון חדר, פרובירט צו באשמוצן עטליכע געטרייע מענעדזשערס פון המספיק (וואס זיי האבן באלד צוריקגעצויגן ס'זאל נישט בעקפייערן ח"ו קעגן די ווילעדזש).

בקיצור, יעדע "טריק אין די בוק" האבן זיי גענוצט אומפארשעמטערהייט פאר גארנישט, נישט פאר מרן הגאב"ד שליט"א, נישט פאר צובראכענע עלטערן, נישט פאר די הייליגע קינדער, נישט פאר אייגענע חסידים און בעלי בתים, נישט פאר אייגענע ווילעדזש טראסטיס און פלענינג באורד, פאר גארנישט נישט. און דאס אלעס מיט בערג פוטער אויף זייערע אייגענע קעפ שהשתיקה יפה.

אלע פאפירן און "סודות" וואס זיי האבן געברענגט צום בית דין און זענען ארויסגעקומען בשן ועין האבן זיי דא מעלה גירה געווען אויף היידפארק מיט קעלבערנע התפעלות, רויטע און גרינע ליינס און באקסעס מיט קידוש לבנה אותיות.

אבער, נעבעך נעבעך, זיי קענען נאך אלץ נישט רירן דעם "עלעפאנט אין צימער" אז קרית יואל ווילעדזש קען זיך נישט פארגינען צו לאזן המספיק בויען די נייע בילדינג פאר די טייערע קינדער פון דעי העביליטעישאן פראגראם, אפילו נאכדעם וואס די זבל"א בית דין האט איינשטימיג געפסקט אז דער ווילעדזש קען נישט אפהאלטן המספיק פון בויען די בילדינג מפואר.

זיי שעלטן און שרייען וויפיל עס גייט און דאס ברענגט זיי נעבעך צו פאררעדן די ציין ווי מהאט געזען נעכטן ווען איינער פון די סטאדע האט קלאר געזאגט אז 1) המספיק וועט נישט באקומען קיין פערמיט און אז 2) אויב דער בית דין פסקט אפיציעל אז מאיר ווערטהיימער איז דער תורהדיגער מנהל און אייגענטומער פון המספיק איז דער פסק נישט אויסגעהאלטן.

המספיק גייט ווייטער, מיט געטרייע סערוויס, מיט היימישע סערוויס, מיט הארציגע סערוויס, און מיט בויען א נייע בילדינג פאר די הייליגע קינדערלעך לרפו"ש במהרה. פערמיט שמערמיט, דער טראקטאר שטייט גרייט און אידן זענען מתפלל אז בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.


מנחה » 17/3/2006 17:47

פאקטיש

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דיין תגובה מאיר וו. האט אנגעהויבען קרית סענטער אונטער די אויפזוכט פון ווילעדזש ער האט באקןמען א אפיס נעבן משה אליעזר ניימאן אויך האט מען עם באצאלט א סעקרעטערי ביז ר' ליפא גראס האט גע'שתדלט פאר א גרעסערן אפיס,אבער ווען ער האט געוואלט אהיים גיין פריה האט ער געבעטען רשות פון ר' מאיר ה.
 

אבער איין זאך וויל איך פארשטיין ווי איז מ.י. הארטמאן פארוואס טוט ער נישט דאס זעלביגע מיט'ן סקול דיסטריקט [הייליגע קינדערלעך]ווי וו.דהיינו מאך א זאלי באארד אין פייף אן דעם רב שליט''א נעם אריין קינדער פון אלע נידעריגע עלעמענטען אין הייב דיינע פראפיטען פיל פאכיג פאק אין דיין אייגענעם קעשענע, צו האט נאר מאיר וו. דעם קאפירייט אויף די הייליגע קינדערררררר??? תוקן על ידי - מנחה - 17/03/2006 18:16:10

verbeenich » 17/3/2006 18:08

היינו דתנן במתניתן

הקנאה
והתאווה
והכבוד
מוציאין את האדם מן העולם

גוטזאגער » 17/3/2006 18:14

ער שעלט און שימפט אבער ער וויל בשום אופן נישט ענטפערן אונזערע הארבע פראגעס:

האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל געגעבן רשות פאר מאיר ווערטהיימער ארויסצואווארפן מיט שווינדלעריי די שלוחא דרבנן, די לעגאלע באורד מעמבערד וואס ער בכבודו ובעצמו האט באשטימט אנצופירן מיט די קהל'ישע מוסד "המספיק"?

האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל מסכים געווען דערצו אז המספיק זאל ווערן דער פריוואטער פארמעגן פון מאיר ווערטהיימער אדער נישט?

איז אהרן הערש בערקאוויטש בארעכטיגט צו באשליסן אז דער עס זאל פון די תלמוד תורה באלאנגט פאר אים אדער נישט? (פאקטיש האט ער דאך עס אויפגעארבעט.)

איז דא א טשענס אז מיר וועלן אמאל באקומען אן ענטפער אויף די פראגעס?

אדער וועט סקולדיסריק זיך ווייטער ארויסדרייען פון ענטפערן דורך שיסן סמעטענע און ראזינקעס?
תוקן על ידי - גוטזאגער - 17/03/2006 18:26:31

ארענדאר » 17/3/2006 18:15

די אומשולדיגע קינדערליך און די געטרייע המספיק ארבייטער וויינען און פאדערן שוין לאנגע יארן פון

דעם גוזל מן הציבור ומועל בהקדש  מאיר ווערטהיימער

מען  מוז לטובתינו אינסטאלירן   א עלעיוועטאר פארן דעי העב און שאפינג סענטער.

מיר האבן געוויינט יאמערליך

האב אויף אונז רחמנות

חוס ורחם עלינו 

--------------------------------------------------

ועדיין לא נושענו !!!

די געוויינען און געיאמער, פאלן אויף טויבע אויערן.

דער גזלן און גנב מאיר ווערטהיימער וויל נישט בויען דעם  עלעוועטער בשום אופן, ווייל ער וויל האבן א בארעכטיגונג צו בויען א בילדינג וואס וועט קאסטן 3,000,000.00, כדי די אומשולדיגע קינדער זאלן האבן א עלעוועיטער וואס באטרעפט 20,000.00 .


די טייערע שעפעלעך שרייען פאר דעם גוזל מן הציבור ומועל בהקדש

מיר זענען נישט דיין אייגענטום כחומר ביד היוצר

מיר זענען נישט דיינע קאנאנען פלייש, פאר דיינע געמיינע גזל וחמס אגענדע

אונזער בלוט און טרערן איז נישט הפקר

געב אונז דעם עלעוועיטער זאפארט



  דו פארדינסט צוליב אונזער פיין און צער, 10.000 א וואך (מונימים).

אבער  א צו בויען פאר אונז א  עלעוועיטער  קאסט בלויז 20.000 דאלער !!!!!!


[בילד – נישט אפגעהיט]

מנחה » 17/3/2006 18:23

אבער איין זאך וויל איך פארשטיין ווי איז מ.י. הארטמאן פארוואס טוט ער נישט דאס זעלביגע מיט'ן סקול דיסטריקט [הייליגע קינדערלעך]ווי וו.דהיינו מאך א זאלי באארד אין פייף אן דעם רב שליט''א נעם אריין קינדער פון אלע נידעריגע עלעמענטען אין הייב דיינע פראפיטען פיל פאכיג פאק אין דיין אייגענעם קעשענע, צו האט נאר מאיר וו. דעם קאפירייט אויף די הייליגע קינדערררררר???

סקולדיסריק » 17/3/2006 18:48


מיין מוח זאגט ענטפער נישט, ווייל די ווילעדזש שווענץ שרייבערלעך ווילן נאר אוועקנעמען די ליינערס אטענשאן פון די פריערדיגע תגובה וואס ווישט אפ אלע 13 בלעטער פון ווילעדזש קרעפלעך.

אבער מיין הארץ קען זיך נישט צוריקהאלטן פון קאנגראטולירן מנחה'לע זיסער פאר נאך א הערליכע מתנה לכבוד שבת קודש צו המספיק אין די האנט אריין, דאס הייסט זיין גרויליגע שפראך אויף די הייליגע קינדער און זייערע חשובע עלטערן וואס שוידערט אויף יעדע אידיש הארץ און ווייזט אזוי קלאר און דייטליך וואס ער און זיינע אויבערהארן ווילן פון המספיק און די הייליגע קינדערלעך, און פארוואס זיי ווילן נישט לאזן המספיק בויען די נייע בילדינג.

זעהט אויס די מיטינג איז נישט אזוי גוט געלונגען, און נאכאמאל האט זיך מנחה פאררעדט די ציין, וואס ער קען יעצט טוישן אביסל צו שפעט נאך די PDF ארכיווען. פארפאלן, וואס ביים ווילעדזש אין געדאנק איז ביי מנחה אויף היידפארק.

17:47 נשלח ב 17/3/2006 מנחה
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
<* dir=rtl style="MARGIN-LEFT: 0px">

פאקטיש

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט מיט דיין תגובה... אבער איין זאך וויל איך פארשטיין וואו איז [אריינגעלייגט נאך א נאמען פון אומשולדיגן איד, ווייל האו קעירס] פארוואס טוט ער נישט דאס זעלביגע מיט'ן סקול דיסטריקט [הייליגע קינדערלעך] ווי וו.(ווערטהיימער) דהיינו מאך א זאלי באארד (...) אין פייף אן דעם רב שליט''א (...) [און דא קומט עס:] "נעם אריין קינדער פון אלע נידעריגע עלעמענטען..." צו האט נאר מאיר וו. דעם קאפירייט אויף די הייליגע קינדערררררר???

תוקן על ידי - מנחה - 17/03/2006 18:16:10


מנחה, זיי מהנה דעם עולם מיט נאך אזעלכע גערעדעכץ, מיט אזעלכע ווילעדזש לאיערס ווער דארף בעסערס?

"נעם אריין קינדער פון אלע נידעריגע עלעמענטען..." האסט עס נישט געקענט זאגן בעסער אויף די הייליגע נשמות און זייערע אידישע טאטעס און מאמעס בכל מקומות מושבותיהם.

אבער פארגעס נישט אז ביסט נישט דער איינציגסטער צו רעדן אזוי אפנהארציג און דערציילן די וועלט וואסערע ברואים ענק זענען. דיינע קאלעגעס פון סטאדע האבן שוין פריער געזאגט דער ווילעדזש זאל אוועקפירן די 12 קראנקע קינדער פון אונזערהיים ווייל וועד הקרי' קען טאן עפעס בעסער מיט די פראפערטי, א צווייטער האט געזאגט די פסק דין איז לכתחילה אפגעפרעגט אויב בי"ד פסקט על פי תורה אז נישט דער ווילעדזש איז בעל הבית, א דריטער האט געריסן שטיקער פון ענקער אייגענעם בורר(!) ווייל ער גייט נישט אין שפאן, און א פערטער האט געזאגט מאיר ווערטהיימער קען זיך האלטן מיט [-א איד קען דאס נישט איבערזאגן-] און פיטערן די קינדער.

מנחה'לע, המספיק עלטערן בעטן דו זאלסט נישט סטאפן צו שרייבן, ווייל פון דיין בלינדע רשעות און טיפשות קומט נאך אזוי וואונדערליך ארויס די גרעסטע טובה, דו וועסט אזוי לאנג שרייבן ביז דיינע ווילעדזש בעלי בתים וועלן קומען וויינען מיר געבן דעם פערמיט אבער סטאפ נאר צו שרייבן.

א פרייליכן שבת.







מנחה » 17/3/2006 19:21

אבער דער ציבור וויינט ואלה הצאן מה חטאו

וועגען דעם גוזל לערנען מיר קינדערליך אין פריוועזארישע קלאסן

וועגען דעם גוזל העכערט מען מקוה געלט

וועגען דעם גוזל צאהלט מען נישט די מלמדים צייטליך

וועגען דעם גוזל האט עצי תמרים 2 יאר נישט געהאט קיין מקוה


אדרבה זיי דיך משתתף מיטן ציבור געב פאר אבני חסד, מתיבתא אאז''וו

תוקן על ידי - מנחה - 17/03/2006 19:20:50

פאקטיש » 17/3/2006 19:33

מר. גאזעט אונטער סיי וועלעכע נאמען ווער האט געגעבן רעכט פאר מאיר ווערטהיימער צו נעמען נכסי ציבור און עס מאכן פאר נכסי יחיד איז עס געווען דער רב שליט"א אדער להבדיל כהן און ווערטהיימער קענסט ענטפערן נאך איין קליינע פראגע ווער שיקט דער 'ראש לימבאו' סטייל אי-מעיל ווי מען ציילט די טעג, איז עס ר' מאיר הירש אדער ווערטהיימער נאך א קליינע פראגע, ווער האט אנגעהויבן דעם אשכול, מר. גאזעט, אדער אנטי ווערטהיימער מענטשן

zalishor » 17/3/2006 20:13

דאס איז א פריוואטע געלט מחלוקה

וואס איז אינץ נוגע אריין צי רעדן אין דעם

זיי ועלן זיך שטעלן צי דין תורה ביים רב אין וועלמיר זען אויב איינער וועט נישט פאלגען

ביידע האבן גיטע טענות

פאקטיש האט מאיר ווערטהיימער עס ארויף דעארבעט צי ווי סהאלט יעצט

פאקטיש איז דעס אויפן פיקל פין די נכסי ווילעדש

מנחה » 17/3/2006 20:24

*-- _mName *
zalishor
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
יענקי קאהן האט ארויף געארבעט גרענד פוד, אין שמווא-ל לייבוש האט ארויף געארבעט די פארמאסי



אפשר מעגן זיי אויך לקח'ען???.

zalishor » 17/3/2006 20:31

זאל שמואל לייביש עפענען א פארמאסי אין מאנסי וועט אויך זיין א דין תורה

לאז די דין תורה פסקען

איך זאג נישט אז ער איז גערעכט אבער איך פארשטיי זיין טענה

עס איז א געהעריגע געלט סכסוך אין אינץ האבן נישט ווי אריינצירעדן

מנחה » 17/3/2006 20:37

So that means that you understand thaht Beth -din will say if the village should approve the Monroe project

גוטזאגער » 17/3/2006 20:45

נאכ'ן ליינען דעם אשכול פון אנפאנג ביז צום סוף פארשטיי איך שוין פארוואס מען שלאגט זיך אזויפיל יאר און עס איז נאך אלץ נישטא קיין פסק בית דין.

איך זע די גאנצע צייט וויאזוי די גולשים לייגן פאר זאפטיגע טענות קעגן המספיק אבער אנשטאט צו ענטפערן קומט המספיק און שיסט דראמאטישע סטעיטמענטס ווי למשל "הייליגע קינדער" "רשעים" "אכזרים" "בלינדע רשעות און טיפשות".

מסתמא איז דאס דער וועג וויאזוי המספיק פארפירט די דיינים און מאכט זיכער אז זיי זאלן נישט ארויסקומען מיט א נארמאלן פסק.

איך וועל דא איבערחזרן פינף פון די טענות וואס די גולשים האבן פארגעלייגט אויף וואס ס'איז קיינמאל נישט געקומען קיין ענטפער פון המספיק.

1. האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל געגעבן רשות פאר מאיר ווערטהיימער ארויסצואווארפן מיט שווינדלעריי די שלוחא דרבנן, די לעגאלע באורד מעמבערד וואס ער בכבודו ובעצמו האט באשטימט אנצופירן מיט די קהל'ישע מוסד "המספיק"?

2. האט כ"ק דער רב שליט"א אמאל מסכים געווען דערצו אז המספיק זאל ווערן דער פריוואטער פארמעגן פון מאיר ווערטהיימער אדער נישט?

3. מעג משה יוסף הארטמאן טון דאס זעלביגע מיט'ן סקול דיסטריקט, ארויסווארפן דעם רב'ס מענטשן דורך שווינדל און זיך דערקלערן בעל הבית אויף די סקול דיסטריקט געלטער, ווייל אינעם סקול דיסטריקט לערנען "הייליגע קינדער"?

4. דארף מאיר ווערטהיימער רייסן מיליאנען פון המספיק, מסע, המספיק גאזעט וכו' וכו' ווען די מוסדות, די אריגינעלע בעלי בתים פון המספיק, פלאגן זיך אזוי שטארק. קרית יואל'ער קינדערליך מוזן לערנען אין פריוועזארישע קלאסן, די מלמדים ווערן נישט באצאלט געהעריג, מען קען נישט בויען קיין פרישע בנינים. וואס וואלט געווען אויב ווערטהיימער מאכט נאר 200,000 דאלאר א יאר און די איבריגע געלט גייט פאר די מוסדות. וואלט ער געווארן אן עני ואביון?

5. פארוואס האט מאיר ווערטהיימער ביז היינט נישט געוואלט בויען א קריטיש וויכטיגע עלעוועיטאר פאר די "הייליגע קינדערלעך" ווען עס קאסט בסך הכל נישט מער ווי 20,000 דאלאר, בערך וויפיל עס קאסט ארויסצוגעבן דעם אומוויכטיגן פראפאגאנדיסטישן המספיק גאזעט פאר צוויי חדשים.

המספיק, איך ווארט אויף אן ענטפער. תוקן על ידי - גוטזאגער - 17/03/2006 20:48:06

גוטזאגער » 17/3/2006 20:46

מנחה, ביטע טענה דיך נישט מיט זאלישור, ער איז א זאלי וואס עקט ווי א סאטמארער חסיד.

שקלשלם » 17/3/2006 20:52

פאקטיש, גוטזאגער, וכל שום וחניכא דאית ליה

אויב מיינסטו דעם כבוד פונעם רב שליט''א - דעמאלס לאז ארויס זיין נאמען פון דעם גאנצן עסק, אזוי ווי יעקב אבינו האט שוין געבעטן לא יזכר שמי במחלוקת, אויב קענסטו זיך בשו''א נישט איינהאלטען האב זיך זייער מורא אז די ביסט נישט פון דיע וואס זוכען צו הייבען זיין כבוד וד''ל.

און בכלל דענק איך אז די צוויי מ.וו. אין ע.כ. האבן זיך נאך עני טיים מוסר נפש געווען פארן רב'ס אין רבינ'ס כבוד ווי סיי ווער, אויב קענסטו היסטאריע פון די לעצטע 25 יאר

קריתיואלער » 17/3/2006 21:26

שקל שלם, ביסט נישט גערעכט.

טאנצן חסדי השם אין ראדני איז טאקע גאר א שיינע זאך, אבער עס הייסט נישט גיין אין פייער פאר'ן רב.

דער פאקט איז אז דער רב האט געבעטן עמרם כהן נישט נעמען א חלק אין די גזילה פון המספיק, אבער ער האט זיך אנגעפיפן אויפ'ן רב.

דער פאקט איז אז דער רב האט זיך שטארק געגעסן דאס געזונט ווען מאיר ווערטהיימער האט געטאן דעם שווינדל מיט המספיק, און ארויסגעווארפן פון דארט דעם רב'ס מענטשן.

דאס איז שוין חוץ די שגץ שטיק וואס מאיר ווערטהיימער טוט מיט'ן אונטערברענגען דעם רב'ס קהלה אין קרית יואל, און העלפן די זאליס אין קרית יואל מיט וואס ער קען, וואס עס איז דא קלארע דאקומענטן דערויף וואס יעדער קען זיך איבערצייגן.

לא בחנם האט שאול פערלשטיין זיך אנגענומען פאר מאיר ווערטהיימער ביי זיין דרשה דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת.

דעריבער האב איך נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם וואס מען באטיטולט זיי אלס מחוצפים פאר'ן רב, ווייל דאס זענען זיי טאקע.

תוקן על ידי - קריתיואלער - 17/03/2006 21:48:48

מנחה » 17/3/2006 22:01

If this is the price for msiros nefesh let's go back to the 1980's when the old UTA administration walked away from office because of the fed's, nobody wanted to look at the Mosdos side only Mayer H. maybe he should also get the noble price of changing boards and stealing money

פאקטיש » 17/3/2006 22:33

שקל שלם ווער האט זיך מער מוסר נפש געווען פארן רב שליט"א עמרם כהן אדער יודל וויינשטאק סיני טייטלבוים אדער מאיר ווערטהיימער אז דו ווילסט גיין אהין, שפאציר איך מיט, מיט דיר אבער ביזדערווייל האב איך נאכנישט געהערט איין סטעיטמענט פון רב שליט"א אדער אפילו פון די גנבים ווערטהיימער ענד קאמפאני אז דער רב שליט"א האט זיי געגעבן רעכט אדרבה, לאמיר הערן אבער מר. שקל שלם, פארוואס זאל נחום פרידמאן נישט מעגן אוועקשפאצירן מיט עזרת חולים, איך רעד נישט פון קיין פריוואטע ביזנעסער, איך רעד פון נכסי ציבור, ווי מען האט אריין געלייגט ציבור'ס געלט אויפצובויען איז עס אזוי, הלכה'דיג,י ושר'דיגע, נארמאל, אז ווען איינער ארבעט אויף א ביזנעס, ווערט דאס זיינס, לויט דיין לאגיק, אדרבה זיי מיר מסביר אבער מיין עיקר פראגע צו דיר איז, אויב זאל ר' מאיר הירש - ווי א חלק ארכי-עקסטרעם- אהרונים האבן שוין אין די פארגאנגענהייט באשולדיגט - זאל אנכאפן גאנץ וועד הקרי' און אוועק שפאצירן אויפן גרונד אז ווער עס בויעט אויף א באנקראפטירטע ביזנעס מעג אוועק שפאצירן דערמיט אז דו ווילסט קען איך גיין ווייטער, פארוואס זאל דער באגאבטער בילדער ר' יעקב זוסמאן סופר, מיט זיינע צוויי קאלעגעס ר' בערל מיטעלמאן און ר' עקיבא צבי קליין וואס זענען אויך ריעל עסטעיט אינוועסטירער, פארוואס זאלן זיי, אלץ באצאלדונג פארן ארויסשלעפן די מתיבתא פון א גרוב פון שווערע מיליאנען, און עס מיט גרויס סייעתא דשמיא געשטעלט אויף די פיס, פארוואס זאלן נישט מעגן מיט די זעלבע טענה, נעמען די שטחים און בויען דערויף דירות, און מאכן דערויף א אפותיקי זאג מיר ווען מעג מען אנהייבן דער תירוץ פון אויפבויען א ביזנעס וועט עס אייגנס, און ווען טאר מען עס נישט נוצן איי וועסטו פרעגן, וואס איך האלט אדער ווייסט וועגן די צוויי מסירת נפש אינגן כהן און ווערטהיימער, פארוואס האבן זיי זיך ערלויבט צו מאכן אזא גניבה, פשוט און פראסט, אין די לעצטע יאר, ווען עס איז געווען פראבלמען מבית ומבחוץ, האבן זיי זיך דערטראכט, אז מען קען נישט עפענן א דריטען אדער פערטן פראנט, און זיך אנגעפיפן נישט נאר אין ר' ליפא גראס און ר' מאיר הירש נאר אויך אין כ"ק דער רב שליט"א און דער רב שליט"א איז נישט איינגעפאלן אז דער גרויסער חסיד ווערטהיימער וועט ביי א דין תורה אראפ ברענגן די גרעסטע שונאים, ווי מענדל שווימער, משה גבאי, משה טובי' בראווער, מאיר שניצלע, מאיר דייטש, יחזקאל בראך, שלמה מיכל ראזנער אלע ווייסן אז המספיק דארף נישט געהערן פאר די קרית יואל'ע מוסדות און איבער דעם דארפן מיר בלייבן שטיל, אמת, ר' מאיר הירש האט - לדעתי - געטאן א גרויסע עוולה, פון נישט מפרסם זיין, במה הדברים אמורים, און ממילא וויבאלד דער ווערטהיימער מיט זיינע שווענץ, האבן יא דוקא פארשפרייט, אלע ערליי מעשיות, און והיות ר' מאיר הירש הייסט דער מעסיגער, און ווערטהיימער/כהן דארפן זיין די גרויסע חסידים, האט מען אנגענומען אז קען זיין אז ווערטהיימער איז גערעכט דעריבער ווענד איך מיט צו ר' מאיר הירש ושותפיו, - לויט דער הומאריסטישן מר. גאזעט פון סאטמאר דאט קאם, רעד איך צו מיר אליין - אדרבה, זיין מקיים ופרשו השמלה, קומט ארויס מיט אלעס וואס איר האט, איך זעה נישט וואס מיר אהרונים וועלן דערלייגן פון וויסן די מעשה, און צו דיר מר. גאזעט, אדרבה, אנשטאט מסביר זיין ווי שטארק די ווילידזש שעלט, לאמיר זיין שטעל צו א קאמפערהענסיווע ביכל, - געלט דערפאר און די מעילינג ליסט איז דאך דא .... - און לאמיר זעהן ווער עס רעדט צו דער זאך און מר. שקל שלם, ביטע ענטפער אויף מיין פראגע

פאקטיש » 19/3/2006 17:55

שקל שלם נאך איין נקודה ווי באוויסט, ווען מען קריגט זיך אינדרויסן ,קען מען זיך נישט קריגן אינעווייניג, דעריבער מוז מען פארקוקן, אבער ברוך השם, מען האלט שוין אויפן דרך צו געווינען מיט די דרויסענדיגע, דעריבער איז צייט צו מאכן ארדענונג אינעווייניג, פאר עס איז צו שפעט און איבער די חלק פון רעדן ברבים, אז צוויי זאכן, ווערטהיימער פובליצירט שוין זיין צד, זיינע מעשיות, זיינע פאנטאזיעס עטליכע יאר, אויב עפעס וואלט מען געדארפט אים פארשרייען שוין פאר א לאנגע צייט, אויב נישט וואשן די וועש אין די גאס, דארף עס זיין גילטיג אויף עם ואחרון הכביד, פייפליין, איז געווען דער וואס האט אנגעהויבן דעם אשכול, דעריבער, ווען מען כאפט צוריק אנטלויפט מען, אבער דאס האלט נישט צוריק פון נאכלויפן

פאטאקי08 » 19/3/2006 20:57

קען אפשר איינער ארויף לייגן די קליפ פון מאיר וו אויף די 60 מינוטס תשנ"ד?

גוטזאגער » 19/3/2006 22:37

נאכ'ן עפענען דעם אשכול און אריינמישן דעם רב אין זייער עיפוש קומט ער שרייען קאזאק הנגזל, אז מיר זענען גאר די וואס האבן אנגעפאנגען צו וואשן די שמוץ וועש אין גאס, מיר זענען גאר די וואס האבן אריינגעמישט דעם רב.

המספיק, יזכר לך עתה אתמול אשר דברת. ווער איז געווען דער וואס האט געשריבן די ווערטער ביים אנפאנג פונעם אשכול:

...דער רב שליט"א האט געהייסן דעם ווילעדזש געבן א פערמיט פאר המספיק און התאחדות האט נאכדעם אראפגענומען דעם "עיקול" פון בית השחיטה, אבער דערווייל איז נישט דא קיין זכר פון א פערמיט, מען שטייט און מען ווארט...

...אויב איינער מאכט חרוב קרית יואל, איז עס מאיר הירש, ער ניצט דעם רב'ס נאמען צו רודפען
אומשולדיגע אידען, אפצוטאן זיינע שייגעץ שטיק, און פארשטייט זיך אז חוץ וואס ער מאכט אן פרישע פיינעט, פארשעמט ער אלע רב'ס חסידים...

...דאס האבן די ווילעדזש קא אויסגענוצט אלס וואפן קעגן המספיק און יעצט דירעקט קעגן רב שליט"א מיט שוידערליכע פארראטעניש...

יעצט ווען עס איז נתגלה קלונך ברבים, ווען אלל העלל איז ברעיקינג לוז, ווען עס קומט ארויס דער אמת ווער עס ברענגט אונטער דאס רבנות אין קרית יואל. יעצט קומסטו און דו וויינסט ווי א ביבער אז מען האט אריינגעמישט דעם רב.

געשמאק » 19/3/2006 22:50

אפּאר שאלות פאר שקלשלם:

* ווען מאיר ווערטהיימער האט געברענגט משה גבאי'ס געפעלשטן צעטל צום בית דין, אז דער רב איז א בן סורר ומורה און זלמן לייב מעג דעריבער מסדר קידושין זיין אין קרית יואל, און וועגן דעם האט דער רב מער נישט קיין בעלות אויף קהל יטב לב -- האט ער דעמאלטס אויך געמיינט דעם כבוד פון רב?

* ווען מאיר ווערטהיימער האט געשיקט אימעילס פאר דער איד (משה גבאי), דער בליק (משה יצחק ווערטהיימער), משה טובי' בראווער און אנדערע שונאים אז די אהרונים זענען מוסרים ומסרבים לדין ("זיי שרייען אז איר זענט מסרבים לדין, דא האט איר גוטע שטאף קעגן זיי. קוקט אייך צו וויאזוי זיי אליינס זענען מסרבים לדין") -- האט ער דעמאלטס אויך געמיינט דעם כבוד פון רב?

* ווען מאיר ווערטהיימער האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט די זאלי קהל און זיי געברענגט צום בית דין צו טענה'ן אז די אהרונישע קהל האט נישט קיין שום תוקף ווייל די זאלי קהל איז אין קראפט, -- האט ער דעמאלטס אויך געמיינט דעם כבוד פון רב?

* ווען מאיר ווערטהיימער האט געהאלפן פאר די בני יואל/אלייענס באקומען די ארגאניזאציע "מעלה", פון וועלכע פנחס יאקאבאוויטש שארט הונדערטער טויזנטער דאלאר פון די גאווערמענט -- האט ער דעמאלטס אויך געמיינט דעם כבוד פון רב? 

* ווען דער רב שליט"א האט אנגעווארנט פאר עמרם כהן נישט צו נעמען א חלק אין די גזילה ומעילה בהקדש און ער האט זיך אנגעפיפן -- האט ער דעמאלטס אויך געמיינט דעם כבוד פון רב?

* ווען עמרם כהן האט גע'דבר'ט קעגן דעם חדב"נ -- האט ער דעמאלטס אויך געמיינט דעם כבוד פון רב?

פונקט ווי פאקטיש האט שוין פריער געזאגט: סיני טייטלבוים און יודעלע וויינשטאק זענען אויך אמאל געגאנגען אין פייער פאר'ן רב.

תוקן על ידי - געשמאק - 19/03/2006 22:57:48

פאקטיש » 20/3/2006 01:44

יעצט פארציילט מיר איינער אז פארגאנגענעם ליל שישי פרשת תשא, זענעןן צוויי חשובע כלי קודש הרה"ג דוד שלמה עקשטיין און הרה"ג שמואל שלמה טעלער געווען ביים רב שליט"א אין שטוב דורכצוגיין, וואס מען פלאנט צו טאן, אין אמעריקא אין בעפארברייטונג צו די בחירות צו די כנסת המינים, אין מיטן איז אנגעקומען דער רויטער ווערטהיימער, און אריינגעשטורעמט צו רב שליט"א, אבער נאך איבער א האלבע שטונדע, איז ווערטהיימער ארויסגעקומען מיט אראפגעלאזטע נאז, און גערעגט עד הסוף הפנים, אז ווערטהיימער האט נאך אלץ נישט קיין תירוץ פאר רב שליט"א וויאזוי המספיק האט נישט געהאט קיין געלט צו געבן פאר די מוסדות, און ווער עס האט אים געגעבן רעכט צו מאכן פון נכסי ציבור אריבערפירן צו נכסי יחיד דעריבער ווערטהיימער, פרעגן מיר די זעלבע קשיא וואס דער רב שליט"א האט דיר געפרעגט דאנערשטאג נאכט, ווער האט דיר געגעבן רעכט צו גנב'ן נכסי ציבור, און פארוואס האסטו אזא פראבלעם איבערצוצייגן בי"ד און דער רב שליט"א אז דער מצב האט נישט ערלויבט צו געבן געלט פאר די מוסדות, אז די האסט פארדעם געמוזט אוועק'לקח'ן המספיק פאר די פריוואט

ארענדאר » 20/3/2006 05:47

ישכר פי דוברי שקר

אזוי ווי דער גוזל את הרבים ומועל בהקדש מאיר ווערטהיימער ,ליארעמט אויף די העצערישע אימעיל'ס אז דער בית דין  בזבל'א, האט מ'כלומר'שט גע'פסק'נט,  אז מען מוז עם געבן א פערמיט.

אלזא:  בעט זיך  דער געטרייער  ארענדאר פון אלע פארק באזוכער ווידעראמאל צו ליינען דעם פסק דין , פון חמשה עשה בשבט תשס"ו, ווי מען זעהט קליפ און קלאר, אז דעם אפענעם ליגענט.

 



כאפטס אריין א וואדקע תוקן על ידי - ארענדאר - 20/03/2006 5:46:57
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארענדאר » 20/3/2006 05:51

להתוודע ולהגלות קבל  תבל ומלואו


פאלגענד איז דער קרימינאלער פאלשע באורד מיטינג פראטאקאל וואס דער
 

זייפן און מוחזק כפרן ,דער גוזל את הציבור ומועל בהקדש מאיר ווערטהיימער



האט געפעלשט, ווי מען זעהט מ'כלומר'שט, אז די לעגאלע המספיק באורד, ר' ליפא גראס מיט ר' בערל פאלאטשעק, האבען מכלומר'שט רעזיגנירט פון אמט, און זיי האבען ערוועלט די צוויי מאפיאנערן, די גוזלים מן הציבור,  עמרם כהן, און מאיר ווערטהיימער . 

http://s54.yousendit.com/d.aspx?id=2BZ9GPLKBZUJQ3005WQSQD73NL


[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7