מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים
229 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1675643
בןמלך
די שאלה איז טאקע א שווערע. און עפעס מיינט דאך דאס. נישט נאר דאס, נאר פון די וואס דו האסט אויסגערעכנט זענען פאראן וואס "לאזן נישט" וואוינען אין וויליאמסבורג.
עפעס א סיבה מוז דאך זיין דערצו?
פשוט וואלט איך געקענט זאגן אז אין די היסטאריע פון וויליאמסבורג זענען שוין געווען פילע אנשים צדיקים וואס מען האט זיי ארויסגעטריבן ווי הונט פון דא. נו, פארוואס זאל זיי נאך בייפאלן אהערצוקומען?
אז מ'לעבט דערלעבט מען: בןמלך דרייט זיך ארום די היטל.
פארוואס אין בארא פארק, ווען א איד זוכט א מקום זיך צו אנווארעמען. צו א געשמאקע געלאסענע דאווענען, צו הערן א גוטן שלש סעודות תורה, צו נעמען חיזוק פון אן ערליכן איד, אדער גיין צו א רבי'שע טיש. פון עלטערע ערנסטע רבי'ס האט ער א גרויסן אויסוואל ווי צו גיין, צ.ב.ש. סקולענער רבי, ראכמיסטריווקא רבי, הרב ראזנבלום ר"י שערי יושר, וכדו'.
ווארעמע מקומות מיט שטארקע משפיעים ווי אמונת ישראל הרב משה וואלפסאן, סטישטין 54 הרב מאטל זילבער, באלקאני - (מנורה) הרב אלעזר הורוויץ, תהלות יואל הרב חיים אלעזר ראבינאוויטש, ועוד.
ווייל אין בארא פארק איז דא אחדות ס'איז דא פאראייניגטקייט, אין נישט ווען איינער קומט אריין צו הרב מאטל זילבער אין ער איז נישט קיין סטיטשינער קוקט מען עם אהן מיט זיבען בייזע אויגן אין מ'שעפשעט שוין אין די אוירן זיכענדיג ווי קען מען אויף עם טרעפן א כף חוב אזוי וי עס איז די מנהג אין וויליאמסבורג. דערפאר איז דא א אויסוואהל, ווייל א רחמאסטריווקער קען גיין צו סקולען אין א סטיטשינער קען גיין צו אמונת ישראל. זענט עץ טאקע אזוי ווייט פארקראכפ אז עץ פארשטייטס שוין נישט?
אפילו א שמחת בית השואבה צו קענען טאנצן מיט אן ערנסטקייט מיט אלע שיכטן און קרייזן, וואו יעדער געפינט זיך דאס פלאץ, איז דא אין קארלין-סטאלין, ועוד.
פארוואס איז דאס נישט דא אין ווילי??
אויך מיר א פלא. שטעל דיך פאר ווען סטאלין וואלט ווען געמאכט כמנהגם שמחת בית השואבות אין וויליאמסבורג. מ'וואלט ווען געברויכט אינסטולירן נייע לייט-פאולס ווייל די יעצטיגע וואלטן געוועהן צו קליין פאר די גרויסקייט פין די מחאות אין קול קורא'ס, אקעגן הוללות, פריצות, אין ציונות. אזוי ווי עס איז די מנהג אין וויליאמסבורג. דערפאר איז עס נישט דא אין וויליאמסבורג, ווייל פין יעדע גיטע זאך מאכט מען אן עבירה, אין פין יעדע שלעכטע זאך א מצווה. איך גלייב נישט אז די פארשטייסט דאס טאקע נישט.
פארוואס שפירן די אלע רבי'ס אז זייער פלאץ איז ענדערש אין ב.פ. ווי ווילי??
דאס איז שוין טאקע הפלא ופלא. נאך די בושות אין חרפות, בזיונות אין השפלות וואס מ'האט אויסגעטיילט פאר די גרעסטע רבנים, דיינים, ראשי ישיבות, תורה פרעזענדליכקייטן, דארך אויס די עגזיסטענס פין וויליאמסבורג פארוואס טאקע פילן אלע רבי'ס אז וויליאמסבורג איז עפעס א פלאץ וואס פארנעמט נישט קיין קדושה? טאקע נישט צום פארשטיין, די רבי'ס וואלטן ווען געדארפט דווקא קומען קיין וויליאמסבורג פאר די סיגופים וואס אנדערע קדושים עליונים האבן מיטגעמאכט אין דעם עיר השפלה.
וואו גייט א וויליאמסבורגער אינגערמאן ווען ער וויל א געלאסענע לעבעדיגע דאווענען? אדער א קנאקעדיגן שלש סעודות דוגמת אמונת ישראל???
וואס הייסט ווי א וויליאמסבורגע אינגערמאן גייט פאר די זאכן? קיין בארא פארק! דארט איז ב"ה דא אן אויסוואהל פין מקומות וואס מ'דאווענט געלאסן, ווי מ'דאווענט לעבעדיג, אין ווי מ'פראוועט קנאקעדיגע שלוש סעודות'ן. אויב זוכט מען אבער צו דאווענען "קנאקעדיג" מנהג שמיני עצרת, דאן גייט מען קיין ראדני וואס איז "די שוהל" פין וויליאמסבורג.
דאס איז גאר א שווערע קושיא, און איך ווארט אויף א ערקלערונג
פון וועמען פרובירסטו צו טרייבן לצנות? השמע לאזנך מה שאתה מוציא מפיך. דעס וואס איך שרייב שוין דארך אויס די לאנגע פארצווייגטע אשכול, זאגסטו אין איין קליינע תגובה'לה בדרך שאלה.
איך מאך אבער נישט אוועק די שוועריקייט פין די קושיא, איך מאך אבער מיט דיך א געשעפט. די ענטפער אויף דעם שאלה וואס איך שטעל דא פאר דיך פאהר וועל איך דיך ענטפערן אויף די שאלות וואס די שטעלסט פאר אונז פאהר. אגב, די שאלה קען געענטפערט ווערן ביי ווער נאר.
וועלכע פין די אויבן דערמאנטע רבנים, משפיעים, אין ראשי ישיבות, וואס בןמלך האט אזוי מעריץ געוועהן זאגט אויסדריקלעך פאר זיינע תלמידים וואס האבן חתונה אז זיי זאלן נישט וואוינען אין וויליאמסבורג?
הינט: סאיז איינער וואס בןמלך האט שוין געשריבן וועגן עם אין א צווייטען אשכול אויך מיט גרויס הערצה.
אינז וועלן דארפן ווארטן צו זעהן ווי לאנג די הערצה וועט אנהאלטן.
קוטשמע,
דו האסט מיך זייער גוט פארשטאנען, איך האב ארויסגעברענגט די מעלות פון בארא פארק איבער וויליאמסבורג.
איך האב אנהויב אשכול געשריבן אז איך האב "קאלטס און ווארעמס" פאר ביידע, און איך האב מקיים פסק געווען.
צום ערשט ווען אלע וואס האבן פיינט ווילי און אירע איינוואוינער זענען געקומען ארויסגיסן אויף ווילי דעם גאנצן קיתון של שופכין וואס זיי האבן געהאט אין הארץ.
דעמאלס בין איך געקומען זיי באשיצן און ארויס ברענגען זייערע מעלות, די מעלות פון ווילי איבער ב.פ.
ווען די אלע תגובות האבן זיך אפגעשטילט, איז געקומען די צייט איך זאל ארויס ברענגען די מעלות פון ווילי איבער ב.פ., איך האב עס נאר אויסגעשטעלט און צוגעענדיגט בדרך שאלה. ווייל איך האלט אז דא ליגט דער שפיץ...
סך הכל, איז נאריש צו מעסטן איין שטאט מיט די צווייטע, יעדע שטאט האט זיך אירע מעלות און חסרונות.
א שטאט פון כולו מעלות ברוחניות ובגשמיות, וועט אי"ה זיין לעתיד לבא, ליום שכולו שבת ומנוחה אחר ביאת הגואל, אין ירושלים עיר הקודש - יפה נוף משוש כל הארץ, בב"א.
סווענט זיך ווי איינער סדא איינער וואס דארף א רואיג לעבען אן טעראר און היטען נארמאל יודישקייט
ווידעראום איז דא אינער וואס עס ברענט דאס נישט אוועק רירען קיין זיז כל שהוא און דאס איז וויכטיגער פון כל התורה אדער פון א רואיג לעבען
אן 8 יעריג אינגעל פין וו״ב איז געווען אין ב"פ אויף א שבת פרעגט ער זיין טאטע .. מען מעג דא דאווענען ??
פארוואס נישט מיין קינד??
ווייל איך האב געזען אויף די טיר אז דער רב לערענט פאר דף היומי
!!! מי כעמך ווילאמסבורג !!!
איך האלט אז די גאנצע שמועס איז באמת נאריש. יעדע פלאץ האט זיך זיינע אייגנארטיגע געשמאקקייטן, און ווען מען פרובירט עס אויסצומישן האט עס נישט קיין טעם.
וויליאמסבורג האט זיך אירע מעלות, בארא פארק האט זיך אירע מעלות, מאנסי האט זיך אירע מעלות, קרית יואל האט זיך אירע מעלות. לאנדאן האט זיך אירע מעלות. אנטווערפען האט זיך אירע מעלות. בני ברק האט זיך אירע מעלות. ירושלים האט זיך אירע מעלות.
דאס זעלבע פארקערט: וויליאמסבורג האט זיך אירע חסרונות, בארא פארק האט זיך אירע חסרונות, מאנסי האט זיך אירע חסרונות, קרית יואל האט זיך אירע חסרונות. לאנדאן האט זיך אירע חסרונות. אנטווערפען האט זיך אירע חסרונות. בני ברק האט זיך אירע חסרונות. ירושלים האט זיך אירע חסרונות.
לא ראוי זה כראוי זה והצד השוה בהן, יעדער האט מעלות און חסרונות.
אלס איינער וואס איז שוין אסאך געווען אין פארשידענע שטעט אין לענדער, געלערנט אלס בחור אין לאנדאן און אין ארץ ישראל, קומענדיג פון איין שטאט אין ניו יארק אין חתונה געהאט אין א צווייטע שטאט אין ניו יארק, קען איך זאגן אז יעדע איינציגע שטאט האט באמת אירע מעלות, מיט וועלכן ס'שטייגט איבער די אנדערע שטעט, נאר א שאד אז מ'קען נישט בויען א שטאט וואס זאל נאר באשטיין פון די מעלות פון אלע שטעט.
לאמיר קוקן בגשמיות: לכאורה איז בארא פארק די באקוועמסטע אין אידישליכע גרויסע הייזער. אין וויליאמסבורג איז א געטא פון שמאלע הייזער אן קיין ארום, פראדזשעקטס, טרעינס, וואסער, הייוועי אינמיטן וכו'. אין מאנסי און אין קרית יואל איז ריזיגע בערג, ווייט פון געשעפטן און שולן וכו'. בקיצור איינער קען זיך מאכן דעם חשבון איז בארא פארק די באקוועמסטע צו וואוינען אין גאנץ ניו יארק.
און דאך זענען דא טויזנטער מענטשן וואס זענען נישט נייגעריג אויף די בארא פארקער גליקן. פארוואס? ווייל זיי זוכן אנדערע גליקן...
איך למשל האב זייער ליב אייראפע, איז דא אנדערע מענטשן אבער וואס זאגן אז ס'איז פארשלאפן ס'האט נישט קיין טעם. נו, על טעם וריח אין להתוכח! איך האב זייער ליב ירושלים, ס'איז דא וואס עקלען זיך דערפון. חוץ מזה וואס ס'זענען דא צוויי סארט מענטשן: איין סארט וואס האט ליב אזא מין פלאץ צו וואס זיי זענען געווען געוואוינט (למשל אז ער האט אלץ קינד געוואוינט אין א שטילע געגנט אין מאנסי, וועט ער אלץ וועלן וואוינען אויף אזא פלאץ, אפילו וועסט אים מסביר זיין אז ערגעץ אנדערש איז טויזנט מאל באקוועמער און געשמאקער). נאכדעם זענען דא מענטשן וואס האבן אלץ ליב א טויש (למשל אז ער איז געבוירן אויף א רוישיג פלאץ וועט ער ליב האבן א שטילע פלאץ, און דאס זעלבע פארקערט).
תכלית: עס איז נישט שייך זיך צו טענה'ן אויף די סוגיא בכלל, ווייל עס האט באמת נישט קיין גרונד, מען קען אויף יעדע פלאץ אויסרעכענען א ליסטע פון מעלות און א צווייטע ליסטע פון חסרונות. יא, אויף יעדע איינציגע שטאט. סאו, פארוואס זיך קריגן?
זייער איפארמאטיוו אין פיין געשריבן, חלילה וחס.
די האסט אבער פארזעהן די נושא פין די אשכול: מעלות פין וומסב"ג איבער אנדערע ישובים. די שאלה איז: איז די STEREOTYPE וואס תושבי וויליאמסבורג פארשפרייטן, אז זייער מקום מושב איז די מובחר, אמת אדער שקר?
פארשטייט זיך, אין דיינע רייד זענען דערצו אויך עדות, אז עס איז פאלש, אין אפשר אפילו פונקט דאס פארקערטע.
חלילה_וחס
גוט געזאגט!
נאכאמאל,
האט וויליאמסבורג מעלות איבער אנדערע ישובים?
אויסדרוקליך יא!
דאס מיינט אבער נישט אז בארא פארק אדער מאנסי מאנרא ירושלים און בני ברק האבן נישט קיין מעלות איבער וויליאמסבורג.
האט בארא פארק מעלות איבער וויליאמסבורג? יא! א.א.וו.
דאס איז קלאר, אז יעדע שטאט האט זיך מעלות " איבער אנדערע שטעט " וואס יענע שטעט האבן נישט. און אנדערע שטעט האבן מעלות "איבער" דעם שטאט וואס דער שטאט האט נישט.
קוטשמע, האסט נישט אינגאנצן ארויס מיין פוינט.
איך מיין צו זאגן פארקערט: ווען "תושבי וויליאמסבורג פארשפרייטן" אז זייער מקום מושב איז די מובחר, איז עס טאקע אמת!
און דאס זעלבע איז ווען תושבי בארא פארק פארשפרייטן, אדער תושבי מאנסי פארשפרייטן אז זייער מקום מושב איז די מובחר, איז עס אויך אמת!
ביידע זענען גערעכט מיט זייער אויפפאסונג, און יעדער איז גערעכט ווען ער זאגט אז זיין שטאט איז די בעסטע. ווייל דאס מיינט נישט אין אמת'ן אז עס איז טאקע די בעסטע במציאות, מחמת איזו סיבה שהוא, נאר עס מיינט פשוט אז ער זעט עס איין פאר די בעסטע. צי ווייל ער איז געוואוינט צו דעם, אדער ווייל מען האט אים אזוי געלערנט, נישט קיין נפקא מינא און ס'איז נישט קיין עולה. ביי אים איז עס די בעסטע, נישט ווייל ער איז מצומצם, נאר ווייל ער האלט אז די מעלות פון זיין שטאט זענען אים חשוב'ער ווי די חסרונות פון זיין שטאט, און אפילו פון די מעלות פון די אנדערע שטאט.
ווען איך זאל למשל יעצט וואוינען אין ברייטאן ביטש, און כ'דארף מופן און נעמען א באשלוס צו וועלכן חרדישן ישוב איך זאל פארן וואוינען: וויליאמסבורג, בארא פארק, אדער מאנסי. דעמאלט דארף איך ארויסנעמען א קאלקיולעיטאר, און אנהויבן רעכענען יעדן איינציגנס מעלות און חסרונות. רענט פרייזן און געגנט וועליו, ברוחניות ובגשמיות, שכנים, וועלכע סארט אידן, וואסארא געשעפטן און וואספארע בתי מדרשים, און הערשט דערנאך ציען אן אייגענעם סך-הכל לויט מיין געשמאק. און קען זיין אז כ'וועל האבן א שכן נעקסט-דאר וואס וועט אויך דארפן מופן און נעמען א באשלוס, און ער וועט ציען אן אנדערע מסקנא ווי איך. ווייל די מעלות וואס איך האב בעסער ליב, איז פאר אים אפילו חסרונות.
אבער ווילאנג דער שמועס גייט צו די "תושבי וויליאמסבורג" זאגן אמת אז זייער שטאט איז די בעסטע איז זיכער אז יא. ווייל יעדער איינוואוינער פון זיין שטאט מעג האלטן אז זיינס איז די בעסטע, אפילו ס'איז במציאות נישט אזוי.
חלילה_וחס
נאך בעסער ארויסגעברענגט, יישר כח (בשם תושבי וויליאמסבורג...).
חלילה וחס,
שכוח גראף.
און אויב וויל מען זיך טענה'ן אביעקטיוו, דארפן מיר אלע אוועקמופן פון וואו אונז וואוין מיר, נאכדעם ארויפלייגן אויפ'ן טיש יעדע שטאט'ס אלע מעלות, אלע חסרונות, און מאכן וואוטס וואס ס'איז די בעסטע...
וועלכע שטאט ס'גייט באקומען די מערסטע שטימען דארט וועלן מיר עפענען א קרי' "חדשות אנ"ש" און אהינמופן...
נאט דיר אזוינס פאר דיין פריערדיגער פאזיטיווע תגובה.
ירבו כמותו בפורומינו.
חלילה_וחס
דו ווערסט בעסער און בעסער פון תגובה צו תגובה (עס האבן זיך מיר פונקט אויסגענוצט די גרינע מענטשעלעך...).
זאגן אמת אז זייער שטאט איז די בעסטע איז זיכער אז יא. ווייל יעדער איינוואוינער פון זיין שטאט מעג האלטן אז זיינס איז די בעסטע, אפילו ס'איז במציאות נישט אזוי.
וואס איז די פשט דערפון עס איז אמת אז יעצט איז חנוכה ווייל איך מעג האלטען אזוי?
(כמיין דאס איז די נקודה פונם אשכול)
דיפלאמאט
לכתחילה ווען איך האב געזעהן דיין קעפל האב איך געוואלט אויף דעהם שרייבן:
כמה גדולים דברי חכמים, "חן מקום על יושביו"
אבער בדיעבד האב איך פארשטאנען אז פאר די תושבי ארץ חמדה וויליבי דיתבי על נהר ההודסאן ליד ווערצבערגער גראסערי, פאר די זאת העיר כלילת יופי משוש לכל הארץ, פאסט בעסער דאס ווארט:
"ווען א ווארים גראבט זיך אריין אין א חריין מיינט ער סנישטא קיין זיסער'ס"
האטס אגוטן יישוב,
פונדעסטוועגן דאך וואלט איך מיך געלאזט קאסטן צו זיין דארטן ווען משיח וועט בקרוב קומען, כאטש צו זעהן זיין הייליג פנים ווען ער וועט אייך פרעגן:
"פאר דעם דזשאנק האט איהר אויסגעטוישט דעם ארץ חמדה טובה ורחבה?"
באצ'י
עס קוקט אויס אז דו ביסט שוין א מודה במקצת אז משיח וועט קומען צוערשט קיין ליע-ראדני.
הא הא הא
גראף
ווען קומט ער ביי דיר?
אבער ווילאנג דער שמועס גייט צו די "תושבי וויליאמסבורג" זאגן אמת אז זייער שטאט איז די בעסטע איז זיכער אז יא. ווייל יעדער איינוואוינער פון זיין שטאט מעג האלטן אז זיינס איז די בעסטע, אפילו ס'איז במציאות נישט אזוי.
אלץ א ווידער קול צו וועלט-מלחמה: עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער גאנץ לעבן האלטענדיג אז זיי מעגן האלטן פארשידענע האלטונגען, טאמער זענען אבער די האלטונגען מיט וואס זיי דרייען זיך ארום בשקר יסודם, אפילו אויב מעגן זיי זיך נער'ן זייער גאנצע לעבן, וויאזוי קען עס קאטאגארירט ווערן אלץ אמת?
איך בין מודה אז וויליאמסבורגער מעגן האלטן אז זייער פלאץ איז די בעסטע, פראביר זיי נאר צו זאגן אנדערש. וויאזוי די מאכסט די חשבון אז דאס מאכט עס אמת, פארשטיי איך אבער נישט. זעהט אויס אז די ווילסט דא פרובירן צו מאכן א מיטל וועג. דיינע רייד, טראץ זייענדיג זייער איידל אין דיפלאמאטיש, מאכט אבער נישט קיין סענס.
איך פארשטיי וועלטסקריג באציט זיך אויף דעם אז יעדער יישוב האט אין זיך אמת'ע מעלות איבער אנדערע. דעריבער, דער איינוואינער פון יענער יישוב, ווען ער זאל זאגען מיין יישוב איז דער בעסטער, באציט ער זיך נאר בנוגע דער אמת'ע מעלות וואס דאס האט טאקע.
עכ"פ, אין אמת, איז מן הסתם נישט שייך אזא זאך ווי דער בעסטער יישוב. ווייל יעדער יישוב פאר זיך, האט מעלות אין חסרונות.
אבער דער בעסטער אדער ערגסטער אין ווי אזוי דרויסענדע מענטשען קוקען דערויף, און לגבי ווי ווייט זיי קענען דערליידען, אדער עקלען זיך פון א צווייטע יישוב, איז אודאי יא שייך צו מעסטען.
און איך מיין, אז ווילי געווינט צו זיין דער "ערגסטע" יישוב, בנוגע צו ווי אזוי דרויסענדע קוקען דערויף.
און דער פלא דערפין איז בעיקר נאר איין זאך, ווי דער געוועהנליכע תושבים פון ווילי, האלטען באופן כללי, אז אלע אידען וואס וואינען נישט אין ווילי, קוקען אהן ווילי צו "כלילת יופי", און דער ירושלים דאמעריקא ווי זיי האבען זיך ליב צו רופען....
ווער ווייסט, אפשר איז דאס אהנגעבינדען איינס אין צווייטען.
דער אמת איז אז מיט יארן צוריק איז באמת ווילי געווען דער בעסטער פלאץ פאר א חסידישער איד.
א חסידישער איד וואס האט געוואוינט אין א אנדערער שטאט אויף דער וועלט האט אלעמאל געדארפט צוקומען צו פארען קיין ווילי פאר זיינע געברויכען.
עס איז אויך געווען דער איינציגער שטאט לויטער חסידיש.
היינט זענען זיי שוין בכלל נישט קיין מיוחסים, עס איז אלעס דא אין אלע מקומות.
ניין אזעלעכע מוחים טרעפט מען נישט אין ערגעץ
באמת איז זייער שווער צו ענפערן אויף דעם קעפל (פארדעם האב איך געווארט ביז יעצט..)
ווייל, על טעם וריח אין להתווכח.
עס איז בעסער ? ס'ווענדט זיך מיט וואס .
עס זענען דא געוויסע פרטים וואס ווילי איז ארגער פון אנדערע און געוויסע פרטים וואס ס'יז בעסער.
עתידות:
בעוד 20 שנה יהיה בווילי רק מין אחד של אנשים, וכל השאר יברחו. כמו בקרון הייטס.
א עד ת
כבר העידו ע"ז גדולים ממך ולא עלתה להם.
די לעצטע פאר תגובות אנגעהויבן פין JID אין געענדיגט ביי A-Z זענען פשוט געוואלדיג.
כה לחי!
רק מין אחד של אנשים
איזה מין?
עירוב טראגערס
מוחים
ארטיסטען
מאווי פראדאסערס
דף היומי לערנערס
??????????????
או איזה מן
או או
מען האט פריער דערמאנט אז משיח גייט "קודם" קומען קיין וויליאמסבורג ביי ראדני,
איך האלט אויך אז משיח וועט קודם גיין קיין ראדני, וואס איז "זיכער" דער "קודש הקדשים" פון די "ירושלים דאמעריקא"
נאר וואס?
ער וועט אריין גיין אין ראדני און זאגען, איך בין "משיח",
"מער וועט עם נישט פעלען", מען וועט זיך נעמען איבער זיינע ביינער, אין עם זאגען אז איר זענט א צודרייטע חב"דסקער משיחיסט, אין טאמער איר ווייסט וואס איז גוט פאר אייך זאלט איר שוין אפ פיצען פון דא, אין גייטס אייך צו "סעווען סעווענטי" ווי איר באלאנגט מיט אייערע "דיעות כוזבות, אין די "פרומערע" וועלען עם נאך "באגלייטען" מיט א שטויס פון אינטער,
בלית ברירה ,וועט ער מוזען "פאקען פעק" און אנטלויפען קיין קרוין הייטס "גאזא דאמעריקא", דארטען וועט מען עם אפווארטען ,טרינקען א לחיים, אין ארויפ פארען קיין ארץ ישראל.
אבער די "ערליכע" אידען פון וומ"ב, וועלען מוזען בלייבען אין וומ"ב מיט אלע ארטיסטען....