היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים

מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים

229 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1675643
בלאט: 1 2 3 4 5

worldwar » 18/11/2005 23:15

וואסא שרייב דא וואס מען זאל ענפערען פאר א גוי אויב ספעלט אויס די ווייסט דאך אליינס נישט די זאגסט יחידים וכדומה
און ווען מפרעגט פארוואס משרייט זאל איך זאגן סיז יחדים?
און ביי די וועי וואס זאל איך ענפערען ווען מפרעגט ווי אזוי ער קומט אריין צום טיש


תוקן על ידי - worldwar - 18/11/2005 23:17:28

wassa_dif » 18/11/2005 23:19

וועלטסקריעג
אז דו וועסט מיר זאגען קלאר וואס דער גוי האט געפרעגט קען איך עפעס ענטפערען. דו שרייבסט נישט אויס זיין שאלה.

kutchma » 20/11/2005 01:52

וואסא-דיף, אזוי וי די האסט זייער גיט מסביר געוועהן די סיבה פארוואס מ'האט מקפח געוועהן די פרנסה פין א אידיש קינד, גל פז, אפשר קענסטו יעצט ארויסברענגן בטוב טעם די הצתדקות אין די לוג'יק פין שמירן סוואסטיקעס איין איד אויף א צווייטען.

אזוי וועלן מיר גיין סטעפ-ביי-סטעפ, ביז מיר וועלן אלע קלאר ארויס האבן אייערע מאטיוון, געדאנקן-גאנג, הילוך המחשבה, אין איבעראלע שיטה.


א דערמאנונג: טעותים זענען געמאכט אז מ'זאל זיך פין זיי לערנן, דערפאר ביטע זיי נישט קיין כסיל שונה באוולתו.

wassa_dif » 20/11/2005 02:00

קוטשמע
פאר דיר עניטינג. גערן.
וואו און ווען האט מען געשמירט סוואסטיקאס? (האקענקרויצען אויף אידיש).

ווי קומט דער דערמאנונג אריין?

kutchma » 20/11/2005 02:09

פשששששששששש, ביסטו שנעל, טרם אקרא...

אינטרעסאנט אז ביז יעצט ווען איך האב דערמאנט די האקענקרייצן האסטו דערפין געוויסט, פליצלונג ווייסטו נישט. לאמיך דיך דערמאנען. ביים מערכה קעגן גל פז האט לכבודו של מלך מלכי המלכים געשמירט פעך אין אנג'ספרעיט האקענקרייצן מיט ווייסע ספרעי פעינט די גראטעס פין די געשעפט.

ביטע דערנידער אינז נישט צו דיין רמה, מיטן טענה'ן אז לא היה הדברים מעולם. גיי אריבער די געשעפט, וועסטו זעהן אז 'די שקצים' פין גל פז אדער סתם אנדערע ציונים האבן דערנאך געמאכט פין די סוואסטיקע פיר קעסטלעך. (וואס איז זיי אנגעגאנגען אז מ'איז מוחה?)

אזוי וי אייביג, וועסטו אינז אוודאי נישט לאזן ווארטן, אין וועסט אוודאי האבן א גיטע תירוץ.

תוקן על ידי - Kutchma - 20/11/2005 2:10:52

באראפארקער » 20/11/2005 02:19

וואסאדיף
איך האב הנאה ווי די בעטסט דיך מען זאל שרייבען די "נוסח" השאלה, אזוי וועסט די קענען זאגען וואס צו ענטפערען פאר א "גוי".

און וואס וועט מען ענטפערען פארען מלך מלךכי המלכים?


די סיבה פין א מחלוקת ווי עס האט אויסגעזעהן שמנ"ע קומט נישט פין איין מינוט, דאס איז חינוך און פלעגען פין עבודה פין צענליגע יאר.....

wassa_dif » 20/11/2005 02:22

קוטשמע
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען. איך האב דען געלייקענט? איך האב געוואלט וויסען צו דו ווילסט א הסבר וועגען ספרייען האקענקרויצען אין אלגעמיין צו ביי די מערכה.
אזוי ווי איך האב נישט געספרייעט קען איך נישט זאגען מיט א זיכערקייט פארוואס יענער האט עס געטאהן.
ס'קען זיין אלץ גדול המחטיאו יותר מן ההורגו האט ער פארגליכען איינער וואס ברענגט אריין א פירצה אין אידישקייט צו אנדערע.
בפרט אז יש אומרים אז די געשעפט האט מיט ציונות און דער מנהג פון שרייבען מגן דוד = האקענקרויץ איז שוין אן אלטע.
ס'קען זיין אז ווייל דער איד האט געוואלט וויי טאן דעם עולם מיט אריינברענגען זיין גרויל אין היימישער געגענט האט מען עם סתם געוואלט צוריק וויי טאן.
און ס'קען גאר זיין אז יענער האט געוואלט מאכען א רושם פאר די פאליציי צו פאר וועמען אז גוים האבען דאס וואנדאליזיערט.
ווילסט נאך סברות?

wassa_dif » 20/11/2005 02:25

באראפארקער
דאס האט מען געשריבען.
"אגט ער אז זיי פארשטייען נישט ווי אזוי די ווילי יודען פירען זיך אויף און פרעגט הויך פארוואס די ראבייס טועהן גארנישט"
צו דער גוי האט געמיינט צו פרעגען
פארוואס ער טרעפט אידען אין שענק/אטלאנטיק סיטי
פארוואס אידען גנב'נען און שווינדלען וועלפעיר/האד/פודסטעמפס
פארוואס מ'האט זיך נישט אויפגעפיהרט צו עם פערזעהנליך שיין מיט עפעס א מעשה צו וועגען שמיני עצרת איז נישט קלאר.
יעדער אינער קען מען דאך ענטפערען אנדערש.

kutchma » 20/11/2005 02:40

האט איינער געבעטן סברות?

קום טאטעלע, איך וועל דיך קודם געבן סברות אין דערנאך וועל איך דיך איבער פרעגן וואס איך האב לכתחלה געפרעגט:


אט האסטו צוויי סברות, וואס זענען כולל אלע וואס דיך קען נאר איינפאלן.
ניין זיי זענען נישט אזוי פשעטעלדיג אין געלעכטערבאר ווי דיינע, וואס קען איך טין איך האב נישט געהאט דיין חינוך.



>> סתם רשעות.

>> סתם טפשות.


איך האב אבער נישט געבעטן פאר קיין סברות. איך האב געבעטן הצתדקות. שרייב ביטע נישט איבער דיינע "סברות." ווייל איך האף אז די טראכסט נישט אז זיי זענען עס מצדיק.

worldwar » 20/11/2005 02:43

איך זעה אז יעדע שבת אינמיטען די געשרייען אויף לי עוו פארט דורך די סיטי באס
סא וואס קען עם שווער זיין פארוואס מען פארט אויף אטלאנטיק?
אין אויך סתם צו ווילדעווען אין פראנט פון אזוי סאך גוים (אן קשיות) איז נישט חילול השם?
(אגב איינער האט מיר גיענפערט אז טראגן איז א גרעסערע חילול השם ווען גוים זעהען)

kutchma » 20/11/2005 02:47

וועלט-מלחמה, זאגסטעך גיט. פליצלונג באדערט עם חילול השם. הייתכן זאגסט פאר איינעם אז בעלי מחלוקת ווי אין וויליאמסבורג איז נישט פארהאן. א סוד פאר גאנץ בראד, אבער ער מאכט דערפין א הכצקתה.


אבער פאר'ן שמירען סוואסטיקעס אויף אידישע געשעפטן טרעפט ער סברות אין פרובירט נאך אויף דערווייל - אבער אן ערפאלג - צו טרעפן הצתדקות.

חברה, דעס ווערט בעסער פין מינוט צו מינוט.

wassa_dif » 20/11/2005 02:48

קוטשמע
קום לאממיר רעדען מאמע לשון. הצתדקות מיינט בארעכטיגונג.
סברא מיינט א טראכט, א גאנג, צו א קלער, בנידון דידן א סברא פארוואס יענער זאל זיין בארעכטיגט דאס צו טאהן.
איך מיין אז די ערשטע צוויי סברות מיינער זיינען אזעלכע.
חינוך מיינט וויאזוי מ'איז ערצויגען, אויפגעהאדעוועט.
איך מיין אז סברות האט מיט כשרון, נישט מיט חינוך. (-:
צו דן זיין אידען לכף חוב און זאגען אז זיי טוען זאכען צוליעב רשעות אדער טפשות האט אפשר מיט חינוך..

wassa_dif » 20/11/2005 02:49

וועלטסקריעג
האסט מיר נאך נישט געזאגט וואס גענוי האט דיר די גוי געפרעגט?

worldwar » 20/11/2005 02:52

פארוואס די ראבייס מאכן נישט אפילס פאר קאטארינא

worldwar » 20/11/2005 02:56

דרך אגב
די מיינסט אז איינער וואס איז אויפגיצויגען גיווארן מיט די שיטה חינוך איז מעגליך בדרך הטבע צו האבן א סברא נישט צו שרייען

שלוםצאידען » 20/11/2005 02:59

אנטשולדיג וואס איך האק אריין דא

איך מיז אייך אויפמערקזאם מאכן "קוטשמע" און "באראפארק'ר" אזויווי איר ביידע רעדן וועגן חינוך און ס'קען זיין געדרינגן אז "וואסא דיף" האט באקומן זיין ערציאונגס (חינוך) אין ווילאמסבורג [אין א געוויסע מוסדות )


און א מעסידזש פאר וואסא רעד נישט אין נאמען פון סאטמאר אדער איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין וויליאסבורג ווייל עס איז פאלטש

איך האב שון געזאגט צופיל

תוקן על ידי - allnewspic - 20/11/2005 5:19:22

kutchma » 20/11/2005 03:01

ענדליך פאנגן מיר שוין אהן צו פארשטיין.

א) גדול המחטיאו יותר מן ההרגו. נו מעג מען דאך גל-פז'ן הארגענען. אבער איין מינוט - נישט ממש מיתה, נאר יזכיר לו יום המיתה - דארך סוואסטיקעס. גאנץ פיין אבער דאך נישט גרינטליך.

ב) הואיל וחטא ושנה נעשית לו כהיתר. עס איז דאך שוין אן אלטע מנהג צו ספרעיען סוואסטיקעס, נו וואס איז בכלל די שאלה. מ'האט דאך אייביג אזוי געטין.


קען זיין אז סברה האט מיט כשרון, בנידן דידן בעט איך דיך אבער אז די זאלסט האלטן אנדערש ווייל אז נישט זעהט יעדער איינער דיינע כשרונות. לאמיר זעהן..... יאפ קנאפע כשרונות.

אויך קען זיין אז דן זיין אידן לכף חובה האט מיט חינוך, דערפאר זעהט מען טאקע די זעלבע מידה ביי ענק אלע. אין נאך מיט עקשניות אין שטאלץקייט. טאקע תנוקות שנשבו.

wassa_dif » 20/11/2005 03:03

שלוםצואידען
איך רעד אין מיין אייגענער נאמען און דאס איז גאנץ גענוג.


תוקן על ידי - jewboy - 20/11/2005 15:15:54

kutchma » 20/11/2005 03:07


די וועטער זענען זיכער געזאגט געווארן אין די נאמען פין די געוויסע חדר אין וויליאמסבורג. אפשר אין צוגאב צו דיין אייגענע נאמען, אבער אריגינעל איז עס זיכער נישט.

תוקן על ידי - jewboy - 20/11/2005 15:16:29

שלוםצאידען » 20/11/2005 03:11

איך מיין דער עיקר קוטשע און באראפארקער אז זיי קענען האבן די ראנג אימפרעשאן א יעדעס מאל וואס זיי רעדן וועגן דער חינוך וואס די האסט באקומען מיינענדיג אז דאס איז די פירות פון די (ס) וויליאמסבורג'ער חינוך דאס איז מיין פוינט


תוקן על ידי - jewboy - 20/11/2005 15:17:09

kutchma » 20/11/2005 03:13

די ווילסט זאגן אז דאס איז נישט די פירות פין די וויליאמסבורגע חינוך?

wassa_dif » 20/11/2005 03:21

שלוםצואידען
צו איך טראג א קליידעל צו הויזען און צו איך האב באקומען מיין חינוך אין וויליאמסבורג, לאנדאן צו גאר כינע איז נישט דיין געשעפט.
אז דו פראביערסט אויסצוטרעפען ווער איך בין וועל איך זיך ווענדען צו'ם מנהלים בעטען דיר חוסם זיין.
שוין געקומען דער צייט זאל זיך נעמען אן עק צו'ם מנהג פון פראביערען מגלה שם זיין דא.

kutchma » 20/11/2005 03:24

וואסא-דיף: ענדליך קען איך שוין אויף עפעס צו שטימען מיט דיך. גילוי שמות וכדומה וועט דא נישט טאלערירט ווערן.

נישט קיין נפקה מינא וואס דער גולש שרייבט שמעקט אייך יא אדער נישט.

שלוםצאידען » 20/11/2005 04:03

נאכאמאל ביטע פארשטייט מיר דאס מאל ווען איך וויל אויפדעקן ווער וואסא דיף איז וואלט איך פשוט און פראסט געשריבן זיין נאמן וואס איך רעד מיך איין אז איך ווייס,
נישט דאס איז מיין פוינט, איך בין אפילו נישט אנגעקומען נאנט דאס אויפצודעקען זיין נאמען און נאך אמאל איך גיי דאס נישט טוהן

אלזא איך האב געוואלט ארויס ברענגן איין נקודה

קוטשמע און באראפארקער
זאל דאס דינען א מוסטער אז נישט תמיד ווען איר רעדט מיט איינעם און איר זעהט אז דער אנדערע צד מיט וועמן איר שטייט אין ווארט איז אביסל פארפוילט נתחנך געווארן מיינט דאס וויליאמסבורג'ר חינוך

איך נעם אהן פון וואסא'ס וועטער אז איך בין גערכט מיט דעם פוינט
איך האב דיר נישט געממיינט פערזענליך

wassa_dif » 20/11/2005 04:08

קוטשמע
אבער ווי קומט אזא איינער ווי דיר, א גוטער א פארגינער, אן אויפגעקלערטער וואס ליידט נישט פון די חינוך צו זאגען אויף אידען אז זיי טוען עפעס פון סתם רשעות אדער סתם טפשות?

kutchma » 20/11/2005 04:15

מען ריפט דאס PROCESS OF ELIMINATION.

פין צדקות קומט עס נישט. פין קיין ריינע מאטיוון קומט עס אויך נישט. איך זעה דאך ווי די קריכסט נישט ארויס מיט קיין ענטפער דאס מצדיק צו זיין. מיז זיין אז עס קומט אדער פין טפשות, אדער פין רשעות. קען זיין אז עס איז א קאמבינעישען פין ביידע אין דאס איז קען זיין ווייל די חברה זענען תנוקות שנשבו

wassa_dif » 20/11/2005 04:21

קוטשמע
לאממיר צונעמען דיין PROCESS OF ELIMINATION
פון ווי נעמסט דו אז ס'קומט נישט פון צדקות
פון ווי נעמסט דו אז ס'קומט נישט פון קיין ריינע מאטיווען?
וואס איז שוין דער ביג דיל אז מ'האט געקאטשקעט א האקענקרויץ?
מיין ענטפער איז געווען אז פארגלייכען א מחטיא את הרבים צו א מאסענמערדער איז גארנישט אזוי אפגעפרעגט.

kutchma » 20/11/2005 04:49

דיין דריטע שאלה פארענטפערט דיין ערשטע צוויי:

וואס איז שוין דער ביג דיל אז מ'האט געקאטשקעט א האקענקרויץ?




תוקן על ידי - Kutchma - 20/11/2005 4:49:18

wassa_dif » 20/11/2005 04:54

קוטשמע
אזוי ווי איך האב "קנאפע כשרונות" ביטע האלט מיט מיט מיר.
וויאזוי פארענטפערט דאס וואס איך זעה נישט איין אין דעם קיין ביג דיל צו די וואס האבען עס געטוען האבען עס געטוען פון צדקות צו נישט?
אז נישט אז דו האלטסט אז איך אליין האב עס געטוען.

kutchma » 20/11/2005 04:55

ווייל ווען די וואלסט ווען געהאלטן אז גל-פז מעג זיין אפן אין וויליאמסבורג וואלסטו דאך געזאגט די זעלבע זאך, וואס איז שוין די ביג דיל. טאקע CRITICAL THINKING.

wassa_dif » 20/11/2005 04:59

קוטשמע
נאכאמאל, אזוי ווי איך האב "קנאפע כשרונות" ביטע האלט מיט מיט מיר.
וועגען דעם אז ווען איך וואלט געהאלטען אז ס'מעג זיין אפען וואלט איך געזאגט וואס איז דע ביג דיל דרינגסט דו אז די וואס האבען געספרייעט האבען עס נישט געטוען פון צדקות?
ווי קום איך אריין?
און וואס האט עס מיט CRITICAL THINKING?

worldwar » 20/11/2005 05:06

ווי מער די שרייבסט פארשטייסטו אלץ ווייניגער

[בילד – נישט אפגעהיט]

kutchma » 20/11/2005 05:27

עס איז א בחינה פין והם כלים מאליהם.

wassa_dif » 20/11/2005 05:33

וועלטסקריעג
זאגען איך פארשטיי נישט איז אמאל אן איידעלערע וועג פון זאגען יענעם ער רעדט שטותים.

שלוםצאידען » 20/11/2005 05:55

אלזא איז דאס דיין 2 צווייטע קאנפעשאן היינט

worldwar » 20/11/2005 06:29

די שרייבסט אליין צוויי מאל נאכאמאל, אזוי ווי איך האב "קנאפע כשרונות"

שלוםצאידען » 20/11/2005 06:35

אויב רעכנט מען דאס , האלטן מיר שוין ביי 4

נא נו

polish » 20/11/2005 07:53

דער אמת איז אז ביידע שטעט האבן מעלות און חסרונות.

אבער וו"ב איז סאך מער חסיד'יש ווי ב"פ.

1) אין ווילי קען מען נישט טרעפען איין שייטל געשעפט אפען צו דער גאס, וואס אין ב"פ איז דא צענדליגער, און דאס איז א פירצה.

2)נישט פאראן איין פרויען-קליידער געשעפעט אין וו"ב וואס האבן ארויסגעשטעלט ביי זייערע פענסטער פיגורן פון פרויען, אבער אין ב"פ איז דאס א "נארמאלע" זאך.


אין וו"ב איז פאראן א ווייטאג וואס ברענט אויף יעדע פירצה וואס אין ב"פ איז דאס נישט פאראן.


90pct » 20/11/2005 08:04

POLISH
JUST THIS TIME

polish » 20/11/2005 08:05

90: ישר כוח

kutchma » 20/11/2005 08:05

פויליש, איך זעה ביסט אזא ממחה אויף וויליאמסבורג. אפשר קענסטו אויך מיט טיילן אביסל פין די פירצות וואס אויף דעם איז "פאראן א ווייטאג."

נאך דעם וועל איך דיך מיטטיילן די פירצות אויף וועלכע עס איז נישט פארהאן קיין ווייטאג.

דאס איז נישט צו זאגן אז וויליאמסבורג האט נישט אירע מעלות, טראצדעם וואס זיי זענען געציילטע.

polish » 20/11/2005 08:08

אין וויליאמסבורג וועט נישט קיין שום געשעפט פארקויפן דעם נ.י. פאוסט, וועלכעס זוכט דוקא א שמוציגן בילד אויפן פראנט פעידש אלע טאג, אבער אין ב"פ איז דאס נארמאל צו פארקויפן אפילו אין חסיד'ישע גראסעריס.

90pct » 20/11/2005 08:13

,KUTCMA

1) עירוב
2) ארטיסטן
3)עטרת בלעם

kutchma » 20/11/2005 08:23

טאקע א פיינע זאך. אבער, אין וויליאמסבורג זענען דא פיהל אזעלכע וואס וועלן קיין המודיע אין זייער הויז נישט אריין נעמען אבער א פאוסט אדער טיימס יא. אין די צייט וואס אין בארא פארק הערשט ווייניגער דער אחד בפה ואחד בלב.

אגב, אויב זענען זיי טאקע אזוי חס אויף זייער נשמה, קענען זיי שוין אויך אריין נעמען די המודיע פאר די געלט?

תוקן על ידי - Kutchma - 20/11/2005 8:24:36

polish » 20/11/2005 08:33

אריינצונעמען א פאוסט אין שטוב איז זייער א נידריגע זאך און ס'שווער דאס צוזאגן אויף א חסיד'ישן איד.

kutchma » 20/11/2005 08:36

טאקע שווער אבער פארט א פאקט.

polish » 20/11/2005 08:38

קוטשמע: דו לייקנסט אז וו"ב איז מער אידיש ווי ב"פ?

kutchma » 20/11/2005 08:40

וואס מיינט מער אידיש?

polish » 20/11/2005 08:42

די זאכן וואס איך האב פריער אויסגערעכנט

kutchma » 20/11/2005 08:49

איך מיין אלץ א פועל יוצא פין די אלע זאכן, וואס איז מער אידיש?

געט וויליאמסבורג ארויס ווייניגער באמס? גייען די וויליאמסבורגע פרויען אנגעטיען מער צניעותדיג ווי די בארא פארקע פרויען? האבן די בארא פארקע אידן זיך אזוי פיינט איינער די אנדערע אזוי ווי אין וויליאמסבורג? זענען די פאסט טרעגער'ס וואגאנען ווייניגער אנגעפאקט מיט מאגאזינען אין "רויטע קאנווערטן" ווי אין בארא פארק? איז די תאוות הממון והשררה אזוי שטארק אין בארא פארק ווי אין וויליאמסבורג?

איך פרעג, ווייל איך וויל נישט ווארפן נאסע לאלעכער. לאמער זיך אבער אפשטעלן אין טראכטן פאר מ'מאכט Stereotypical סטעיטמענטס.
בלאט: 1 2 3 4 5