מעלות פון וומס"ב איבער אנדערע ישובים
229 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1675643
איך בין נישט קיין אלץ-ווייסער וואס מענטשן באשטעלן.
אבער איך רעד פון די גאסן אן פון די ענווייראמענט, און דאס איז ווילי אסאך העכער אידישלעך ווי בארא
פארוואס וואלט מען אין ווילי אויסגעהאקט די פענסטער פון א געשעפט וואס ווייזט פרויען פיגורן? סתם פאר רשעות?
איך האלט אז נישט.
צי ווילי האט נישט אירע פראבלעמען? אוודאי יא. איבעראל איז פאראן פראבלעמען אפילו אין די שטעט ווי מאנרא, סקווער וואו נאר ערליכע אידן וואוינען.
אבער אין א סעקולארע שטאט איז ווילי פון די שענסטע.
איך בין ברוך השם נישט פון די ישיבות כרכים, נישט ווילי נישט בפ מעג איך נעמען א שטעלונג אן קיין נגיעות
איך האב געזעהן פון דעם מעיאר'ס ראלי, א געוואלדיגער חילוק,
דער וויליאמסבורגער אדווערטייזמענט, איז געוון נאר אידישקייט, הכרת הטוב פארן מעיאר צוליב מצות מילה כהלכתה, עס וועט זיין צניעותדיג, עקסטער פאר מענער, דוקא מוצאי שבת צוליב ביטול תורה און אזוי ווייטער,
דער בארא פארקער אדווערטייזמענט, איז געוען אלע גויאישע זינגערס און טאנצערס וועלן מהנה זיין, תערובות איז בכלל נישט קיין פראבלעם, פרעסעריי מיט נאש אומזיסט, זונטאג נאכמיטאג אויף דרייצען עוועניו,
עס איז א געוואלדיגער חילוק,
שמחה פעלדער האט דאס אליין געזאגט אז ווילי ברענט פאר אידישקייט ממילא זענען זיי געקומען ענטוזיאטיש פארן מעיאר, ארויסצואוויזן א הכרת הטוב וועגן מציצה בפה. אבער אין ב"פ אינטערעסירט דאס נישט פאר קיינעם, איז טאקע דארט געווען זייער א קאלטע אויפנאמע פארן מעיאר.
דארף מען טאקע דן זיין צו איז אויסגעהאלטן זיך משתלט צו זיין אין מזיק זיין בידים, געשעפטן אין מאנספארזוינען וואס האלטן אנדערש ווי די.
דאס איז טאקע די אינטערשטע שורה, די אינטערשיד צווישן וויליאמסבורג אין בארא פארק.
אין בארא פארק ווייסט יעדער אז אויב האב איך א פראבלעם מיט א צווייטען קען איך גיין צו יענעם עם זאגן. העלפט עס איז גיט, טאמער נישט קען מען גיין צו א רב. העלפט עס ווייטער נישט, פארפאלן איז מען מקיין די פשוט פשט פין היכא דאיכא דרך אחרת.
אין וויליאמסבורג גייט מען גלייך צו די היכא דאיכא דרך אחרת, ווייל עס איז דאך אייביג דא. אין עס איז כל דאלים גבר. מ'האקט אין בראקט אזוי אז עס גייט א רויעך. מ'מאכט א חילול השם אזוי אז די גאנצע מידיע זאל דערפין שמיסען. מען געט אפילו טעלעוויזשען אינטערוויוז אין יום טוב - אין בארא פארק האט דאס נאך נישט פאסירט, מ'ווארפט אוועק די גאנצע תורה, אין משרייבט איבער די מצוות תוכחה. טאקע א אידישע שטאט - א סאך מער אידיש ווי בארא פארק.
אפילו לו האי, אז ווילי האט געמאכט א חיה"ש, מיינט נאכנישט, אז די אלע מעלות פון וויליאמסבורג איז מיסט.
אידישקייט האט נאך קיינמאל נישט געארבעט מיט פאסיווקייט.
שטענדיג האבן ערליכע אידן זיך געקריגט מיט די פושעי ישראל, און ס'נישט פאראן געווען אזא זאך ווי: פרובירט און אויב עס נישט געגאנגען איז פארפאלן.
דאס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון "בארא פארק אידישקייט"!
אפילו לו האי, אז ווילי האט געמאכט א חיה"ש, מיינט נאכנישט, אז די אלע מעלות פון וויליאמסבורג איז מיסט.
צווישן מיסט אין רום המעלה איז דא א שטיקל מהלך. ד"מ אז אפילו איז עס נישט מיסט, האט עץ נאך א לאנגע וועג צו זיין די מבחר וואס עץ פראקלאמירטס צו זיין.
איך האב טאקע קלאר געמאכט אז איך גיי נישט ווארפן קיין נאסע לאלעכער, די ווייטער קענסט זיך דעפין נישט מונע זיין. אפשר קענסטו יעצט קלאר שטעלן וואס "וויליאמסבורגע אידישקייט" מיינט?
תוקן על ידי - Kutchma - 20/11/2005 9:14:30
די מצוה פון תוכחה איז טאקע נישט אזוי באטעמט פאר די וואס הערן דברי תוכחה עס איז אבער פארט א מצוה,
דער ענין פון מחלוקת אין חילול השם, וואס איז דא אין געוויסע קרייזן איז נישט קיין ריאה אויף דעם גאנצן שטאט, און ליידער דער בעל דבר פון מחלוקת שלאפט נישט און ערגעץ, ווען סאיז געווען א מחלוקת אין א געוויסער קרייז אין בארא פארק איז מען נישט געגאנגען אין קאורט, ביז דער קאורט האט געשיקט צו דין תורה,
תוקן על ידי - jewboy - 20/11/2005 9:21:15
די מצוה פון תוכחה איז טאקע נישט אזוי באטעמט פאר די וואס הערן דברי תוכחה עס איז אבער פארט א מצוה,
תוכחה איז טאקע א מצווה, איבער צו שרייבן די מצוות איז אבער נישט קיין מצוה. ווייז מיר ווי עס שטייט אין שולחן ערוך אדער נושאי כלים אז דעס וואס עס גייט פאר אויף א רעגעלמעסיגן פארנעם אין וויליאמסבורג איז אויסגעהאלטן.
די אלע שיינע תירוצים אז עס זענען נאר אפאר וואס טיען עס אין דאס טיט נישט פארדאמען די גאנצע שטאט, די זעלבע תירוץ קען איך דיך געבן אויף די בארא פארקע געשעפטן וכדו'.
ביטע זיך האלטן צום טעמע, ווייל איך האב נול אינטערעסע צו קייען שטרוי בנושא פין חסידישע פוליטיק.
צדקה = ווילי
תורה= BP
רשעות= ווילי
חסד= ווילי
טעלעוויזען = BP
דף היומי= BP
ביהמד 24/7 =BP
טראלי=ווילי
טרעפיק=BP
מאדערענע יודען =BP
טרייפענע קענדי סטארס=BP
ביקור חולים =BP
שפיטאל=BP
ביימער=BP
זויבערקייט = BP
שמח תשמח = ווילי
ביליגע שכר לימוד = ווילי
צניעות=ווילי
תוקן על ידי - jewboy - 20/11/2005 9:32:39
ביקור חולים = ווילי
פרומקייטן = ווילי
תוקן על ידי - jewboy - 20/11/2005 9:33:01
האסט פארגעסן היטשעס, שומר שבת, די פאסט אפיס טראק ביי ראדני, סטיינערס סטודיא, א ווייערלעס עירוב, האנעקאב באס, די וויי, אין בנימין'ס ספרים סטאר.
ביי אונז זאגט מען "אם כבר אז כבר."
א גוטע נאכט, שבוע טוב, היה נעים מאד.
תוקן על ידי - Kutchma - 20/11/2005 9:30:25
דאס איז גראדע נישט מיין ציל,
אליבא דאמת בין איך נתפעל געווארן צו זעהן דעם גרויסן חילוק צווישן ווילי מיט בפ,
איך האב געמיינט אז כהיום איז בארא פארק שוין מער אידישלעך, אבער ווען איך האב געזעהן די אדווערטייזמענטס פון בלומבערג, מיט זינגערס אין קאטאן קענדי בתערובות, און דער אדנערע זייט איז מען ביזי מיט מצות מילה וכדו' האב איך געזען א יסודת'דיגע חילוק,
זיכער איז אין בארא פארק דא הייליגע אידן, און אין ווילי איז דא פושעי ישראל, אבער דער מהלך כללי אין בארא פארק איז הפקרות אין פארוויילונגס, עס איז פיל מיט רעסטאראנטן און אויסגעלאסענקייט,
איך מיין אויך אז וויליאמסבורג האט סאך מער גמילת חסדים ארגאנאזאציעס, ווי גמ"ח, ביקור חולים, רופא חולים, פדיון שבוים, יעדע נאכט טיי אווענטס, חופה גלייד גמ"ח, קרן עזר, עזר למזון, רב טוב,
די איינציגע זאך וואס איך זעה אין בארא פארק וואס איז נאכנישט דא אין ווילי איז משביע,
מרכז: בית הרה"ח ר' שלום לויפער ז"ל = משביע
בית ר' ברוך מאשקאוויטש = משביע
כהנה וכהנה
אפשר קענסטו שוין פאר דעם פרייז מסביר זיין די מח-געשפילעכטס וואס די קאר מיט די הויך-הילכערס האט געשפילט אויף עלעקשען דעי.
די קאר האט געשריגן אז אויב וועט מען וויילען פאר מעיער בלומבערג וועט מען ווייטער קענען היטן די תורה. ווידער די וויליאמסבורגער מאנטאליטעט - לאמיר מטיל זיין אימה יתירה.
מען קען היטן די תורה, ס'איז נישט פארהאן קיין דראאונג. אפילו אויב פערער וואלט געוואנן וואלט מען געקענט מוצץ זיין בפה.
נישט אז דאס פרעגט אפ די גיטע נקודות וואס די שרייבסט, עס איז נאר נספח בצידו.
אין רבי'ןס צייטן האט יעדער געקענט עסן ביי ר' שלום לויפער ע"ה, און ער האט נישט אריינגעלייגט קיין גאנצע פעידשעס אין די צייטונגען,
ר' ברוך מאשקאוויטש איז נאר פאר אורחי פורחי'ס, איך ווייס נישט אויב א פשוטער איד פון ארץ ישראל גייט אריין עסן דארט,
וויאזוי סזאל נאר זיין, איז משביע א גוטע זאך, אפגעזען וויפיל געלט אין פראפאגענדע מען פארדינט דערויף
POLISH
די האסט אפשר געמיינט
וואלי=
ביי די ביידע הייזער, קען "יעדער" איד היינט אויך עסן.
אבער אנשי חסד איז פאראן אויך אין ב"פץ
אבער וואס ב"פ האט נישט, איז הרה"ח ר' הערשל קלאר. פון די פעלט אין ב"פ
פאר איין איד ווי הרב קלאר, וואלט מען נישט אפגעזיגעלט א גאנצער שטאט, די מערהייט פון שטאט זוכט ערענסקייט, זענען זיי קלענערע בעלי תאוה? ניין, אבער זייער ציל איז ערענסטער, און זיי ווילן אופברענגן די קינדער מיט מער ערענסקייט,
די "חילוק" ציווישען ב"פ אין וומ"ב,
יעדער רעכט דענקיגער מענטש וועט אייך זאגען אז עס זענען דא גוטע אין חסידישע אידען סיי אין ב"פ און סיי און וומ"ב, אין אז "טראביל מעיקערס" פעלען נישט אין ביידע פלעצער,
נאר דער "טראביל מאכער" פון וומ"ב, בויט דיין "קעריער" מיט א שלייער פון א "חיצוינית'דיגע פרומקייט", אין ווער וויל זיך דען אנהייבען מיט אן אליין גימאכטען "פרומער טעראריסט"? קיינער וויל נישט "הייסען" "אנטיי פרום", מען דארף דאך טוהן שידוכים, מ'דארף קענען ארויסטרעטען אויפ'ן גאס, לאזט מען עם פייניגען אידען, און ער רודפט די מענטשהייט מיט די אלע "פייגעלעך" וואס ליגט עם אין זיין פינסטערע צודרייטער קאפ, גענוי ווי א "טעראריסט"
מיט די צייט באקומט ער א נאמען פאר א "לוחם מלחמות ה'", א "קנאי", "עס טוהט עם וויי אז מ'איז מחלל שבת", און אזוי באקומט ער אויך "אנהענגער" אין סתם "שטיצער" וואס זעהען אין עם "זיין ערליכקייט,
אזוי אויך ווערט ער גאר "א שיינער איד" מען איז עם שוין "מכבד", ער האט שוין געפירט מערערע "מערכות" אין עס איז עם גילונגען צו "דערשטיקען" די "פורצי גדר" "ומחרחי ריב"
ביז ער ארבעט זיך ארויף, אין ער "באקומט" די "הוראה",
יעצט דריקט ער שוין ,"גרויסע פלאקאטען" וואס "שרעקען" אפ יעדע איד פון "עבירות חמורות" אין פון די "פירצת הדור"
"מלחמה לה' בעמלק", "קאר פיקעטינג ביים יו ען", "לא עת לחשות", "שומו שמים", "עת מלחמה", "פסק דין", "כה תאמר לבית יעקב", "א-ל נא אחי תרעו", "איסורי עירוב",
אויך איסורים אויף, דורכזיכטיגע שטרימפ, קוקען דעם מערעטאן, המודיע, בעידינג סוטס, יונגע מענטשען וואס פארען קיין פלארידע, בלויע ציוניסטישע גמרות, דף היומי, וואסער, אייער, מרור, אד"ג.
אין "אזוי" זענען די וויליאמסבורגער, די "פרומסטע טעראריסטען"
אבער דער ב"פ "טראביל מאכער" דארף כאטש פארקויפען עפעס קראנט אז מען זאל ליידען פון עם,
ווען נישט שיקט מען עם גלייך קיין וויליאמסבורג......
ר' צדוק!!! די ביסט דאך פיין!
באווייז דיין פנים אפטער.
צו מאכען א סה"כ פונעם גאנצעם שמועס, וועל איך דא מקדיש זיין צוויי מינוט, און דערנאך קענען אלע מער אידישליכע אידען פון ווילי, צירוק גיין צו דער ארבעט און ווייטער פירען דעם וויכוח על צד היותר טוב.
פאליש שרייבט:
אידישקייט האט נאך קיינמאל נישט געארבעט מיט פאסיווקייט.
איי ב"פ? ס'ארבעט דען נישט?
אויף דעם איז דאך דער תירוץ קלאר...
זיי זענען דאך נישט אידישלעך!
ב"ה אז מיט דער צווייטע סטעיטמענט זיינע האב איך קיין שום פראבלעם נישט וזל"ק:
דאס איז דער ריכטיגער אפטייטש פון "בארא פארק אידישקייט"!
יעצט צירוק צו דער ארבעט...
עס קיקט אויס דא ווי א הלכה פסוקה אז תורה איז נישטא אין וומסב"ג נאר אין ב.פ.
וויל איך אויף דעם אביסל פראטעסטירן, איך האב מיט איינעם געמאכט דעם שבת די חשבון, און ווי עס ווייזט זיך אויס איז דא אין וומסב"ג בערך א דאפעלטע ראטע פין תורה ווי ב.פ.
די ווינט נעמט זיך נאר, ווייל אין ב.פ. זענען דא מער ליטווישע ישיבות אין כוללים, און זיי מאכן געווענליך א רוח אז סאיז "ישיבי'ש"...
אין ב.פ. איז דא קנאפע צוואנציג טויזנט יודישע משפחות,
אין וומסב"ג איז דא קנאפע ניין טויזנט יודישע משפחות,
ביידע שטעט האבן אריבער טויזנט כולל יונגעלייט
לויטן אויבן אויף חשבון איז דא סך הכל אין ב.פ. בערך 200 כולל יונגעלייט מער ווי אין וומס"ב, ווען עס וואויען דארט איבער דאפעלט משפחות,
(און פין די ב.פ. כולל יונגעלייט איז דא א גרויסע מספר וואס קימען ציפארן פין וומ"ס, איך ווייס נישט וויפל)
בתי מדרשים ווי מלערנט די גאנצן טאג, אין פארטאגס אין ביינאכט, איז דא אין וומס"ב אפשר אויך מער אדער בערך די זעלבע, למשל,
סאטמאר ראדני נעבן ביהמ"ד א גרויסן היכל, און אויבן אין די צימערן, קליימער, קינגס טערעס, זופניק, 13 הופער, פאפא, נייטרא, קראלי, פוילישע שטיבל, בראשוב, גאלאנטא, טאהש, קאשוי, ווין, וויזניץ, קאליב יוז, קאליב ראס, בעלז, מאכניווקא, באיאן, ניימארק, פאפא, און נאך,
א טייל פין די בתי מדרשים זענען געפאקט פין פרי פארטאגס ביז אין די שפעטע נאכט אריין, און א חלק נאר פארטאגס און א חלק נאר ביינאכט, פיל פין די האבן כוללים אויכעט בוקר וערב און אויף אגאנצו טאג
אין ב.פ. איז אויך דא אסאך תורה, אבער פראצענטועל זעט אויס וומסב"ג סאך מער ווי ב.פ. די גאנצע הנחה אז ב.פ. איז מער מקום תורה איז לכאורה בלויז א ווינט
תוקן על ידי - כשריקע - 20/11/2005 20:09:51
אז כשריקא דערמאנט שוין יא ראדני אלץ מקום תורה אויף ביינאכט
וויל איך טאקע שרייבן וואס איך טראכט שוין לאנג
ווי קימט עס אז צי אזא גרויסע קהלה זאל נישט זיין מער ווי 100-150 אידן ביינאכט וואס לערנען אין ביהמ"ד??????
לענ"ד איז עס א חרפה אין א בושה
תוקן על ידי - שלום_משה - 20/11/2005 20:45:41
צדוק
דו האסט זייער שיין ארויסגעוויזען דיין ליעבשאפט פאר פרומקייט, דיין שעצונג פאר מורי הוראות און דיין ווארעמקייט צו אידישקייט עניינים.
אבער איך וויל נישט אריינגיין אין דעם. איך וויל דיר סתם אזוי פרעגען, איז דען ערגער אז איינער לאזט זיך אויס אויף אזא אופן?
איך קען דיר געבען א לאנגע רשימה פון בחורים וואס זייערע עלטערען וואלטען זיך זייער געפריידט ווען זיי עסק'ען זיך מיט אזעלכע "פייגעלאך" אנשטאט דראגס, שווינדלערייען און כל'ערליי גוטע זאכען.
זיץ אפ א פאר שעה ביי די געז סטיישען אויף קענט. אז דו וועסט קענען איבעררעדען א פאר בחורים זיך צונעמען צו "קנאות" פרום" און אפילו פיקעטען ביי די יו ען קען איך דיר צוזאגען ס'וועט זיין עלטערען וואס וועלען דיר קישען די פיס.
זיץ אפ א פאר שעה ביי די געז סטיישען אויף קענט
אההה, נאך אביסל וועגן די "וויליאמסבורגע אידישקייט."
שלום משה,
איך ווייס נישט צי דו גייסט אמאל אריין אין ראדני,
אויב יא ביסטו סתם א שקרן, אויב נישט בעסער רעד נישט, נאר גיי צייל אין 13 הופער וויפיל יודן זיצן דארט
לעולם פארשטיי איך דיך גאנץ פיין, ווייל איינער וואס ביי זיך אנשטאט טויזנט, זעט ער צען טויזנט, און ווען ביי זיי איז דא דריי טויזנט שרייבן זיי הונדערט פופציג טויזנט
דעמאלט ביי יענעם ווען סאיז דא דריי פיר און צימאל פינף הונדערט יודן עוסקים בתורה זעט ער נעבעך נאר הונדערט
ווי אין די וועלט האסטו שוין אמאל געזען ליל שישי 2:00 ביי נאכט אזא געפאקטע ביהמ"ד מיט א הילעכיגע קול תורה ווי אין ראדני?
אפשר דאס טיט דיר טאקע וויי, און איך פארשטיי דיין ווייטאג...
ביי די וועי, דער אשכול איז נישט קיין סאטמארע אשכול, און דו דארפסט נישט אריינפירן יעדע אשכול אין די סאטמארע מחלוקה,
ווען איך האב אויסגערעכנט בתי מדרשים ווי מלערנט האב איך צווישן אויך אויסגערעכנט ענקער ווינקל, ווייל דא איז נישט קיין פלאץ פאר סאטמארע געמויזאכץ
wassa_dif
איך מיין אז דיין "שמוציגער קאפ" וואס איז פוהל מיט מציצה בפה שמוץ, אין "שרית חדד"(???)ניגונים, קען נאר פארדרייען וואס איך חאב געשריבען.
מיין ליבשאפט צו פרומקייט נעמט זיך פון נישט רעדען ניבול פה (ווי דיר), אין פאר האבען דרך ארץ פאר איידעלע אידען.
דיינע "מורי הוראות" זענען נישט מיינע "מורי הוראות"
אין וועגען דיין "ווארימקייט" צו אידישקייט שעם איך זיך צורעדען וועגען...
אבער דיין פאריקטע קאפ פארשטייט נישט, אז "רוב" פון די בחורים וואס זיצען אפ ביים געז סטעישען איז וועגען "דיינע" קאראפירטע אזוי גערופענע "מורי הוראות"
די מיינסט אז די בחורים זעהן נישט זייער פאלשקייט?
דו מיינסט אז זיי זעהען נישט ווי "דיינע" רבנים שלאגען זיך פאר געלט אין כבוד?
דו מיינסט אז זיי זעהען נישט ווי זייערע טאטעס טראסטען נישט "דיינע" רבנים?
געב זיי נאך צו אביסיל "קנאות", און זיי וועלען הארגענען מענטשען אין די גאסן,
נאך איין זאך האב איך דיר צו פרעגען, ביי "וועלעכע געז סטעישען זיצסטו?
צדוק'ל, גייסט מיר עפעס צו שארף...
סך הכל נאך די טענה'רייען און פליקערייען האב איך נאר געהערט פון ווילי און ב.פ. איז דא איינער וואס קען אביסל געבן צו הערן פון די דרויסענדיגע שטעט (ווי למשל "קעטסקילס" ...)
(איך זע ווי עס רוקן זיך אן די קאלטע ווינטער טעג און "קוטשמע" האט זיך אנגעטוהן די קוטשמע און רייסט שטיקער...)
הויכגעשעצטער דיפלאמאט,
אזוי ווי איר זיינט באקאנט אין די דיפלאמאטישע וועלט, ווייסט איר אז אמאל דארף מען גיין שארף אויך...
איך האלט אז דער אשכול קען זיך האלטן צו א שיינעם און איידעלן ניווא, זאל יעדער ארויס ברענגען די " מעלות " פון זיין שטאט.
נישט פרובירן צו קלאפן יענעם און זוכן דעם צווייטנס חסרונות. עס איז באמת דא גאר שיינע זאכן אין ביידע שטעט, עס איז דא זאכן בין אדם לחבירו און בין אדם למקום אויף ביידע פלעצער וואס די אנדערע דארפן זיך און קענען זיך דערפון אפלערנען.
יהי רצון שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם.
צדוק
יא, יא. די בחורים וואס זיצען אפ ביי'ם געז סטיישען און נאך גוטע פלעצער איז אלץ צוליעב "מיינע" קאראפטיערטער מורי הוראות.
נאר צוויי קשיות.
ווי קומט אז די בחורים מיט זייערע גאר ריינע קעפ האבען מכוון געווען לדעת גדולים און פארשטייען פונקט ווי דיר?
און הניחא די סאטמארע, וואס איז מיט די פאפענער, וויזשניצער, בעלזער, קלויזענבארגער, וויענער, טאשער און נאך בחורים וואס האבען נישט דער תירוץ?
איך געב נישט אויס וואו איך זיץ. איך היט אויף מיין אנאנימיטעט. אבער אז דו וועסט זיך אמאל אפשטעלען פאר גאז, און זעהן דארטען א היימישער איד מיט א וויערלעס לעפטאפ און זיין בראוזער אפען צו חדשות אנ"ש קענסט עם פרעגען..
ווער רעדט דען וועגן סטמאר? די נושא איז געוועהן צו איז וויליאמסבורג בעסער ווי אנדערע פלעצער. דיין ארויפברענגן די געז סטעישן איז נאך איין הוכחה אז נישט.
kutchma
tzudick רעדט וועגען סאטמאר. א'נישט אז ער מיינט אז אלע דיינים אין ווילי זיינען קאראפטיערט, אדער אז איך פיהר א בי"ד און איך האב פריוואטע דיינים.
דיר וויל איך פרעגען עפעס אנדערש. וויפיהל בארביקיוס זיינען געווען אין ב"פ פאריגע זומער און וויפיהל אין ווילי?
וואסא דיף
די ווייסט גאנץ גוט אז איך האב געשריבען "רוב"
און יעדע "שבת" הער איך די טענה אז סאטמאר איז "רוב", אין אז די סאטמערע מורי הוראות זענען "רוב",
און אז די אנדערע פארטייען און וומ"ב באשטייען פון אפאר "יחידים"
מסתם זענען די "פרעמדע" ביים געז סטעישען געקומען פון "בארא פארק".....
און אויב די מיינסט אז די "חברה" האלטען נישט אזוי ווי איך, קענסטו דיי געבען א פרעג נעקסטע מאל דו וועסט זיין אין געז סטעישען,
וועסט האבען א גרויסען "סורפרייז"
איך האב דיר גיפרעגט אין וועלעכע געז סטעישען דו זיצסט צו וויסען ווי "נישט" צו גיין...
וואסא-דיף:
לאמיר זאגן אז אין בארא פארק איז געוועהן 2754 בארביקיוס.
לאמיר זאגן אז אין וויליאמסבורג איז געוועהן 7 בארביקיוס.
קודם כל וואס איז דער פראבלעם מיט'ן מאכן א בארביקיו? איך ווייס נישט וואס די וואס זענען דיך מצמצם רעדן דיך איין, אבער אויב איז דער בארביקיו ביי איינעם אין די היים - אויפ'ן פארטש אדער בעק יארד - מען וואשט זיך, מען מאכט א ברכה אין א נאך ברכה דאן וואס איז דער פראבלעם? אדרבה די עולם לעכצט צו הערן וואס "די ווייסט" מער ווי די בארא פארקע אליינס וואס עס קומט דארט פאר ביי אט די באר-בי-קיוס. נאך בקיאות פין די וויליאמסבורגער וואס ווייסט אזוי גיט פין שרית חדד צו זאגן.
איך האב דיך געענטפערט, יעצט ענטפער מיך די.
וויפיל מאל האט מען עובר געוועהן די איסורי דאורייתא פין אונאת דברים אין ולא תשא עליו חטא אין וויליאמסבורג אין וויפיהל מאל אין בארא פארק, אין די פארגאנגענעם יאר?
יצט קענסטו אדער ענטפערן "ביג דיל," אדער זאגן אז בארביקיוס איז סאך האבער ווי אונאת דברים. קודם כל ווייל עס איז א ענגלישע ווארט אין אונאת דברים איז דאך א שיינעם טיטול, אין צווייטענס ווייל דאס האט מען אייביג געטין.
דאס איז צמצום. בארביקיו = אסור. איסורי תורה = מותר.
תוקן על ידי - Kutchma - 21/11/2005 19:51:10
קוטשמע
סופער
ליידער זייער ווייניג פארשטייען עס.
רוב זענען חסירי דעה
די פראבלעם איז נאר אז די וואס פארשטייען עס נישט האלטן זיך נאך גרויס דערמיט, איו מיינען אז אינז זענען גוים.
ביי א צוזאמענקום דעם שבת האט מען אויפגעברענגט דעם אלטן אויסגעדראשענעם נושא פון וויליאמסבורג VS בארא פארק.
אפשר האט עס איינער פון די חברה געזען דא אויף היידפארק און לכבוד דעם עס פרובירט איבערקייען און אויסלופטערן ברבים.
איך האב עס נישט אזוי חשק געהאט צו שרייבן, אבער עס איז צו גוט איך זאל עס קענען איינהאלטן אין מיר, איך האף קיינער וועט נישט ברוגז זיין.
מען האט זיך ארום גע'טענה'ט א לענגערע וויילע אויף די גאר הויכע טענער, ביז איינער האט שטיל געמאכט דעם גאנצן קאכעדיגן געזעמל און גענומען דאס ווארט:
צו אפמעסטן יעדע זאך אהער און אהין וועט מען קיינמאל נישט פארטיגן, איין שאלה וויל איך פרעגן, דאס איז אמאל א מציאות אין וויליאמסבורג וואס מ'זעט בעין חושית, ווען איינער וויל ווערן אביסל מאדערן אדער עמיצער הייבט אן אביסל אדער אסאך צו גליטשן, מופט ער קיין בארא פארק, ווייל דארט שפירט ער זיך מער באקוועם. ווען א בחור האקט ל"ע אפ מיט'ן עבר, און וויל אנהייבן מאכן א לעבן, הייבט ער פיס און לויפט קיין ב.פ. ווייל ער ווייסט אז אין וויליאמסבורג איז נישט זיין פלאץ, נאר אין ב.פ.
ווען א משפחה האט שוין נישט קיין כח צו וואוינען מיט זייערע פארפרומטע ברידער און שוואגערס, פאקט מען זיך צוזאם און מ'גייט קיין ב.פ. ארויס אויף די פריי, אוועק פון די פרעשער.
צו ווייסט איינער פון איין פאל אויף פארקערט, אז איינער אין ב.פ. האט באשלאסן גענוג מיט די אידישקייט דא אין ב.פ. איך וויל ווערן מאדערן איך גיי מיר קיין וויליאמסבורג?
צו האט איינער אמאל געוואלט אפהאקן מיט זיין פרומע משפחה, און אנטלאפן צו די פארדארבענע ווילי?
צי האט איינער גאר אמאל געזאגט אין ב.פ. איך האב נישט מער קיין כח צו די שמירת הלשון וואס גייט דא פאר, איך האב ליב צו רעדן פאליטיק און לשון הרע איך פוץ מיך אפ קיין וויליאמסבורג, דארט איז א הפקר שטאט וואו מ'קען רעדן וואס מ'וויל?
צי האט איינער אין בארא פארק וואס וויל ווערן א גרויסע בעל עבירה געלאפן וואוינען קיין ווילי ווייל דארט איז א פרייע נידעריגע שטאט?
קיינער האט נישט געעפנט דאס מויל, און די דיסקוסיע האט גענומען צו א שנעלע ענדע.
איך מיין אז דאס רעדט פון זיך אליינס...
ווען א בחור האקט ל"ע אפ מיט'ן עבר, און וויל אנהייבן מאכן א לעבן, הייבט ער פיס און לויפט קיין ב.פ. ווייל ער ווייסט אז אין וויליאמסבורג איז נישט זיין פלאץ, נאר אין ב.פ.
די 26 ארעסטאנטן שמיני עצרת - אין וויליאמסבורג נישט אין בארא פארק - יוכיח, וואס?
ווען די וועסט האבן א תשובה אויף דעם וועלן איך מיך באציען צו די רעשט פין דיינע נישט דארך געטראכטע רייד.
תוקן על ידי - Kutchma - 21/11/2005 20:58:09
צדוק
האסט נישט געענטפערט וואס איך האב געפרעגט.
יא, רוב וויליאמסבורג איז סאטמאר.
יעצט זיינען דא מער אויסוואורפען, פראצענטואל פון סאטמאר ווילי ווי ב"פ, אדער פון בעלז, גער, וויזניץ קלויזענבורג?
איך מיין אז נישט.
ריכטיג, זיי זיצען נישט אפ אלע ביי די גאז סטיישאן, ס'דא גענוג און נאך פלעצער.
יעצט ווי שטימט דאס מיט דיין טעאריע אז ס'נאר וועגען קאראפטיערטער רבנים?
איך חידוש מיך צו הערען אז דו ביסט מקפיד אנצופילען גז על טהרת הקודש. וואו האסט דו געטראפען אזא געז סטיישאן?
צו דען האלטסט דו אז איך בין ערגער פון אלע ספיקס, נעגערס וכל מרעין בישין וואס פאמפען גאז אין די זעלבע צייט ווי דיר?
בן מלך
וואסא-דיף פאר'ן זיך אננעמן אויף בןמלך. מיט דיין הסכמה, ווער דארף נאך א קאנקורענץ.
איך וועל נישט פארגעסן ווי עטליכע קנאים (לייען ריקים ופוחזים) האבן נאכגעשריגן דעם גאון ר' א.ל. שטיינמאן שליט"א
אפגעזען צי האלט מען יא פן אים אדער נישט, אבער נאכשרייען א גדול בישראל, א גאון הדור, קען מען נאר אין א עיר הנידחת.
קאמענטארן זענען איבריג.
אגב מ'ווארט נאך צו הערן וועגן די געפערליכע פארגייענישן ביי די באר-בי-קיוס.
פשטידא, ווארט יעצט פאר די ענטפער אזוי וי וואסא-דיף האט ברוב חכמתו אויבן גע'ענטפערט: מ'האט דאך אייביג אזוי געטון.
קוטשמע פאר די וואס האסט געגעבן פאר וואסא_דיף וואס האט געגעבן פאר בן מלך
מקוה'לע, ואתא כלבא ונשך לשונרא.....
Ben
In my opinion, you're buttresing one of the arguments made above about some aspects of the chinuch in Willy.
After all, the boy running to BP, thinking that he is running away from a yiddish lifestyle, is definitely mistaken big time. The only reason for him actually doing so, is that he has been taught, that bp is somewhat inferior when it comes to yidishkeit.