תוכן השמועס באסיפת הקהל אצל
מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע
אהרן ט"ב: ס'איז געווען דא אין קהל'ס אפיס א מיטינג, מ'האט מיך אריבערגערופען, און דער ראה"ק ר' בערל און דער ראה"ק ר' יענקל און אנדערע חברי הקהלה און מ'האט געזאגט אז אזוי ווי ביים טאטן איז א טובה, ווינטער איז זייער קאלט דא, גרויסע קעלטן אין ניו יארק, מוז מען אוועקפארן לצורך הבריאות, ווי ס'איז ווארימער, און זומער איז אפי' ווען ס'איז פרילינג איז אין קרית יואל גוטע לופט א גארטן מיט א הויף, ס'איז לטובה פארן טאטנ'ס בריאות, אז דער טאטע זאל זיין דארט.
נא, איז קהל אין דער גאנצע ציבור איז אלעס מוותר, כאשט דער גאנצע עולם ווארט און מ'איז משתוקק אז דער טאטע זאל זיין דא אלע חדשים, און קומען אין ביהמ"ד דאווענען, פירן טיש, און אלעס אזוי ווי ס'איז געווען אמאל, אבער אז ס'איז בעסער פארן טאטן אזוי, איז די היזיגער קהלה אלעס מוותר, און דער טאטע זאל זיין ווי ס'איז באקוועמער, און ווי אזוי ס'איז בעסער.
למעשה איז אז ס'שטעלט זיך ארויס, אז די היזיגער קהלה בעט אז ס'זאל זיין עמיצער וואס זאל זיין דא און צוהעלפן, ממילא איך בין דא געווען יו"ט, און מ'האט מיר געבעטן, און מ'האט מיר געזאגט אז איך מוז אריינקומען יעדן שבת, ביז ווען די עולם צופארט זיך, און אינמיטן די וואך אויך דא זיין כפי הצורך דא אין שטאט, מ'זאל קענען זיין זאכן קענען ברענגן פארן טאטן גריסן.
רבינו: דאס איז דאך אלעס גוט בין הזמנים,
אבער ביזט דאך צוגעבינדען צו דער ישיבה!!
אהרן ט"ב: יעדער זאך העט מען מוזן אריינטראכטן,
איך האב נאך נישט אויף אלעם קיין...
רבינו: משיח וועט קומען ביז דעמאלט'ס,
ס'איז דאך דעמאלטס "הלכתא למשיחא" (הקהל צוחקים)
אהרן ט"ב: דער טאטע זאל אנוואונטשן די טאטן'ס ברכות.
רבינו: אז משיח זאל קומען.. (הקהל צוחקים)
אהרן ט"ב: דאס אויך דאס אויך, סייעתא דשמיא און הצלחה אויף אלעמען.
רבינו: די אייבישטער זאל העלפן, מ'מיינט דאך נישט קיין אייגענע אינטרעסן.. וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם, און ווער ס'איז נישט עוסק בצרכי ציבור דער נישט?, נאר דער וואס איז נישט עוסק בצרכי ציבור באמונה, דער נעמט זיך אליינס, וכו' וכו'. (הקהל צוחקים).