יא לאנצוט
וכבר היה לעולמים דער ברך משה האט שוין אזאנס געטאן
יא.
דערמאן זיך דעם דאטום ד' כסלו תשמ"ח
פרעג נאר וואס דער ברך משה האט געטאן ווען די טאכטער האט עם געקאלט נאך די חופה זאגן מז"ט
פרעג נאר ווער האט דעם ברך משה נישט געלאזט דאן קומען צו די חתונה.
לאנצוט שרייבט ווייטער
נו, לאזן די משתמשים בקודש ארויסגעבן די טעיפס ווי זיי אינפארמירן (!) פארוואס ברענען זיי ווען די ארונים געבן עס ארויס?
לאנצוט טייערער קיינער ברענט נישט, יעדן טעיפ וואס איר האט געהאט האט איר ארויסגעגעבן, און וואס עס איז נישטא האט איר נישט
לאנצוט! די לייקענסט אז עס איז דא א בריוו, ווי ר' משה'לע שרייבט פאר'ן בעלזער און סקווירא'ער און אהרן'נען, ווי ער שרייבט זיי אז איר האט מיר געלאזט וויסן איבער די אומווערדיגע מעשים פון ר' ישראל?
דער ברך משה זצוק"ל זאגט: מה בין בני לבן חמיו
|
איצט זעט אז די ביסט א פאלנער שקרן
דעם דאטום ד' כסלו תשמ"ח, האט דער ברך משה זעלבסט בויקעטירט, ער איז געווען ביי זיך אפילו לשיטתך, און ווי אזוי האט ר' ליפא טייטלבוים געהאט די בעלות אויף זיין טאטנ'ס מיינונג?
די ווייסט גאנץ גוט, אז דאס איז געווען די ערשטע מאל וואסז דער ברך משה האט בויקעטירט אן אייגענע שמחה פון אן אייניקל
|
מיט וואס ביסטו מחפה דאס אכזריות פון נישט לאזן א כלה זיך בענטשן ביי איר זיידן ביום חופתה?
האסט נעבעך א פראבלעם, אז לאנצוט שטעלט דיר שווערע מה נשתנה'ס און דו האסט נישט קיין ענטפער.
און דער תירוץ אז "עבדים היינו למשה בן פראדעל ולבנו היקר און אז דער הייליגער ברך משה זי"ע איז געווען מלך אסור ברהטים, און די סאדיסטן האבן אים געפייניגט, מבזה געווען לעיני העולם, - דאס שמעקט דיר נישט צו ענטפערן...
נ.ב.
איך בין דא מגלה דעתי, אז דער בריוו וואס יוסף90 זאגט איז שקר. דו האסט נישט געזען קיין בריוו, עס איז נישטא אזא בריוו. און מ'האט יעצט געכאפט יוסף90 ביים 400'סטן שקר.
דאכצעך אז עס איז קיין שום נייעס נישט.
נו אוודאי קען מען העצן א געזונטן מענטש, רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט מען נישט געהעצט קעגן רויזעלע מיינסטו? און ער איז געווען געזונט. דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט געזאגט אז מ'האט געהעצט דעם דברי חיים ביי די מחלוקה מיט סאדיגורה. וד"ל.
זייער פיין און וואויל, רויזעלע, שינאווער רב, וכו', אבער פארוואס האלסטו נישט אז דאס וואס דער ברך משה האט געמאכט אהרן פאר רב אין קר"י מ"ו איז ווייל מ'האט עם אונטערגעהעצט. פארוואס האלסטו נישט אז דער ראחוב'ער צוואה פון ברך משה פאר אהרן (אויב עס איז אמת) איז נאך ווען מ'האט אונטערגעהעצט דעם ברך משה דערפאר, העצן גייט נאר אויף איין זייט. אבער, דאס אז דער ברך משה זי"ע איז נישט געפארן קיין ארץ ישראל צו א חתונה, ביסטו מדמה צו דאס אוועקפירן קיין פלארידא ביום החופה. יוסף90 דו ביסט ביים זינען? שיגעון האט אויך א שיעור. ניין???? נישטא נאר ער האט נישט געוואלט זאגן זיין טאכטער מז"ט נאך די חופה, ווען זיין טאכטער האט עם גארנישט געטאן, אפגערעגט אז זי האט נישט גערופן איר טאטן צו ערכאות. אפהאקן א טעלעפאן פון א טאכטער נאך די חופה ווען זי האט געקאלט דעם טאטן זאגן מז"ט איז צען מאל ארגער. בויקאטירט? ער האט געשיקט בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
איך האב דיר געזאגט אז ער איז נישט געפארן קיין ארץ ישראל. דאס הייסט נישט בויקאטירט! דער ברך משה האט נישט אונטערגעשריבן אויף די הזמנה, דאס הייסט נישט בויקעטירט, בנו הגדול מהר"א ט"ב, איז געפארן אלס וויזניץ, נישט אלס סאטמאר |
מיט וואס ביסטו מחפה דאס אכזריות פון נישט לאזן א כלה זיך בענטשן ביי איר זיידן ביום חופתה?
האסט נעבעך א פראבלעם, אז לאנצוט שטעלט דיר שווערע מה נשתנה'ס און דו האסט נישט קיין ענטפער.
און דער תירוץ אז "עבדים היינו למשה בן פראדעל ולבנו היקר און אז דער הייליגער ברך משה זי"ע איז געווען מלך אסור ברהטים, און די סאדיסטן האבן אים געפייניגט, מבזה געווען לעיני העולם, - דאס שמעקט דיר נישט צו ענטפערן...
קיינער איז נישט מחפה אויף גארנישט, יעדער איינעאר ווייסט אז דער ברך משה האט געטאן די קליגסטע זאך אז ער האט נישט אנייטלגענומען ביי א חתונה, וואס ווערט אנגעפירט דורך א באנדע רשעים וואס האבן אריינגעטראגן אין געריכט קלאגעס קעגן זיין סמכות, און האבן עם אויסגעטאן נאקעט אין די גאנצע וועלט.
דער אכזר איז ר' אהרן טייטלבוים, וואס אנשטאט ער זאל ארויסגיין פון ערכאות, כדי זיין טאטע זאל קענען קומען צו זיינע שמחות, האט ער ענדערשט מעדיף געווען די קלאגעי אין ערכאות, ווי זיין גרויסן טאטן זאל קומען צו זיינע שמחות.
און דאס ער האט ער געטאן פאר זיינע קינדער, ער האט נישט רחמנות געהאט אויף זיי, און זיי האבן געמוזט דערלייגן זייער זיידענס אנוועזענהייט ביי זייער חתונה, ווייל זייער טאטע האט באשלאסןם צו צופיקסן זייער זיידן אין ערכאות.
נ.ב.
איך בין דא מגלה דעתי, אז דער בריוו וואס יוסף90 זאגט איז שקר. דו האסט נישט געזען קיין בריוו, עס איז נישטא אזא בריוו. און מ'האט יעצט געכאפט יוסף90 ביים 400'סטן שקר.
ערשטענס וואס עפעס שרייבסטו די 400'סטע שקר אפשר איז דאס די 600'סטע.
צווייטענס, עס איז דא אזא בריוו, און עס וועט ארויפגיין דא ווען איך וועל באשליסן עס ארויפלייגן
דריטענס, שרבייסט איך בין מגלה דעתי, ווער ביסטו, אויך מיר א רב, וועם איז אינטערסירט וואס דיין דעת איז.
ת
תוקן על ידי יוסף90 ב- 11/04/2012 02:07:37
לאנצוט, ווער האט דאס געשריבן?
און קעגן וועמען האט דער שרייבער עס געשריבן?
הרי אני מתפלא עליכם, שהרי אתם וב"ב ידעו היטב וראיתם את מעשיו ואת דרכיו, שרק גרמו בזיון לכל חסידי ויזניץ, ובמיוחד לי ולאמו הרבנית ע"ה, ואדרבה אתם רק הוספתם לספר לי במשך השנים עוד ועוד דברים שלא ידעתי אליהם
איך בין דא מגלה דעתי, אז דער בריוו וואס יוסף90 זאגט איז שקר. דו האסט נישט געזען קיין בריוו, עס איז נישטא אזא בריוו. און מ'האט יעצט געכאפט יוסף90 ביים 400'סטן שקר.
תוקן על ידי יוסף90 ב- 11/04/2012 18:24:57
מ'האט געזאגט אז דו וועסט ברענגען א בריוו, טייפסטו אויף א פאראגראף. מאכסט עס רויט, מאכסט עס גרויס, מאכסט עס באלד, און פארטיג. NO.
דאס איז ראשית.
שנית, זעה איך אז דו האסט פארגעסן דעם כלל וואס איך האב אראפגעשטעלט שוין א לאנגע צייט צוריק. ביטע חזר עס איין.
ווען א זאלי זאגט חלה דעקל = מיינט עס ביי מיר א קללה. (ווי אן ערל זאגט ווען ער ווערט אין כעס).
ווען א זאלי שרייבט אכזר אויף ר' אהרן טייטלבוים וכו' = מיינט עס ביי מיר גענוי ווי יאזעף געבלס ימ"ש האט געשריבן בשעתו אינעם שטירמער "שונדיגע דזשידן" אינעם שטירמער.
קוק אן וויאזוי ער בענטש דעם זון פונעם אכזר... צו וועמענס חתונה ער וויל נישט גיין! נישט ער וויל נישט גיין. ער אנטלויפט פשוט ! (אבער קודם בענטשט ער אים... איז עס דיר נישט פאני?)
[בילד – נישט אפגעהיט]
קוק אויך דעם טייערן באדינער פון רבי'ן... רעב מעכל וויינגארטען שליט"א, וועלכער פלאקערט פון כעס אז דעם אכזר'ס זון גייט באקומען א ברכה.... דער טייערער גבאי ר' מעכל וויל שטערן, אבער עפעס וויל דער רבי יא בענטשן און פייפט זיך אן אויף דעם געטרייען משמש, וועלכע אינפארמירט אים נאר.
רעב יוסף90, איך האב נישט געטראכט אז מיין דעבאטע מיט דיר וועט זיין אזוי געשמאק.
קיפ אן טרייאינג.
ענטפערסט גארנישט
די האסט געלייקענט אז עס איז דא א בריוו פון ר' משה'לע וויזניצער שרייבט פאר זיין איידעם ר' אהרן טייטלבוים, מיט זיינע אנדערע צווי שוואגער'ס, אז זיי האבן עם אוננטערגעהעצט קעגן זיין זון ר' ישראל האגער.
אין די ווערטער וואס איך האב דיר גענטפערטף איז לשון בלשון פונעם בריוו.
צווייטענס, דער ברך משה האט טאקע געבענטש זיין אייניקל, אבער וואס האט עס מיטן וועלן גיין צו די חתונה.
אין כאן מכתב שכותב לחתנו כ"ק האדמו"ר מסטמאר אישית.
נא להביא המכתב שאמרת שיש בידך, לא פטפוטי מלים שהקלדת בבקשה.
סבא המברך לנכדו קודם חתנתו אינו בורח משמחתו. הוא נחטף נגד רצון קדשו למיאמי ע"י משמשו ובנו. וכדי בזיון וקצף.
דער עיקר אז ער שרייבט זיי דעס לשון, אז זיי האבן עם אונטערגעהעצט קעגן זיין זון.
איבער דעם צווייטן ענין שרייב איך נאכאמאל, דער רבי האט געקענט באשטיין בענטשן דעם חתן, ווייל ער איז נישט שולדיג, אבער גיין צו די חתונה, מחזק זיין זון האט ער נישט געהאלטם ביים טאן, ביז ווילאנג ער וועט סטאפן די ערכאות
ער שרייבט "חתני היקרים", אפשר מיינט ער ר' מנחם ערנסטער, וועלכער וואוינט אין שיכון וויזניץ
אפשר מיינט ער דעם בעלזער רבי'ן וועלכער וואוינט אין ירושלים?
איך בין געווען זיכער אז עס שטייט כאטש דער נאמען פון ר' אהרן'. להד"ם.
דאס הייסט יוסף90 בתפארתו.
איך וועל דיר זאגן איין סטעיטמענט:
דער ברך משה האט די זעלבע אויפגענומען ר' זלמן לייב תשנ"ט פאר רב מרצונו (און נישט ר' משה פריעדמאן), פינקט ווי ר' אהרן האט איינמאל געהעצט קעגן שוואגער ר' ישראל האגער.
ר' אהרן האט אים אלעמאל געשאפן געלט פאר חתונות און געגאנגען לפנים משורת הדין פאר זיין גע'רודפ'טן שוואגער, נישט אומזיסט האט ער אים אזוי מכיר טוב געווען אלע יארן.
און יעצט צום ענין פון זיין נישט וועלן גיין צו די חתונה פון זיינע קינדער.
פארוואס ביים תנאים פון זיין עלסטן אור-אייניקל איז ער אזוי בשמחה צו טרעפן זיין זון וועמען ער האט אזוי ביטער פיינט?
ביטע ענטפער אפילו נישט צו דער זאך... ענטפער עפעס, פליז.
|
[בילד – נישט אפגעהיט]
יוסף90, קענסט ענטפערן 2 זאכן:
1. אז אין אמת'ן איז ער זייער גערעגט אויף זיין זון, ממש א ברענט פאר כעס אז ער רופט אים אין קאורט. נאר דא שפילט ער עפעס א פאני געים.
2. אז די בילדער זענען פאלש, און געמאכט מיט פאוטו-שאפ.
3. אז דער ברך משה איז קיינמאל נישט ברוגז אויף זיין זון, משה גבאי האט פשוט אויסגענוצט זיין שוואכן מצב. און ווען ער זעט דעם זון "אומגעהעצט", רעאגירט ער אים צו ווי די נאטירליכע ליבשאפט פון א טאטע צו א קינד.
קענסט זיך אויסקלויבן וועלכע די דריי אפציעס עס שמעקט דיר.
דער אמת ווייסט אבער יוסף90 זייער גוט!
לאנצוט שרייבט
דו זעסט דא איין ווארט אז ער שרייבט עס פאר זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
ער שרייבט "חתני היקרים", אפשר מיינט ער ר' מנחם ערנסטער, וועלכער וואוינט אין שיכון וויזניץ
אפשר מיינט ער דעם בעלזער רבי'ן וועלכער וואוינט אין ירושלים?
איך בין געווען זיכער אז עס שטייט כאטש דער נאמען פון ר' אהרן'. להד"ם.
די ווייסט אז מ'קען אויך אריינסקענען די בריוו וואס די דריי שוואגער'ס שרייבן (אהרן, בעלזער, סקווירא'ער) צום שווער, וואס וועלסטו זאגן דעמאלץ.
:
און יעצט צום ענין פון זיין נישט וועלן גיין צו די חתונה פון זיינע קינדער.
פארוואס ביים תנאים פון זיין עלסטן אור-אייניקל איז ער אזוי בשמחה צו טרעפן זיין זון וועמען ער האט אזוי ביטער פיינט?
א טאטע ווען ער טרעפט א קינד ברבים שמייכלט ער צו עם, אפילו זיין זון רודפ'ט עם, ווייל א טאטע איז פארט א טאטע, אבער ווען ער דארף עם גיין מחזק זיין און משתתף זיין ביי זיינע שמחות טראכט ער צווי מאל, און אזוי זעט מען טאקע אין סאטמאר ביי פילע טאטענס וואס האבן זייער ליב זייערע קינדער אהבת נפש ממש, אבער טאמער מאכט א קינד חתונה זיינס א קינד ביי די בני יואל "עטרת מאיר צבי" זאל, איז ער זיך נישט משתתף ביי די חתונה, אפילו ער הנאט ליב זיין קינד אהבת נפש.
פארפאלן, וויזניצער רבי ז"ל האט נישט געגעבן פאר יוסף90 וואס ער וויל. אוי איז ער א שייגעץ!
שנית. האסטו אויסגעקליבן די ערשטע אפציע.
דער ברך משה שפילט א געים
ער איז מורא'דיג ברוגז אויף דעם זון, ער "אנטלויפט" און וויל נישט זיין ביי די חתונה פון זיין קינד.
אבער ווען ער טרעפט אים "ווען משה גבאי און בנו השלישי" זענען נישט דארט, שמייכלט ער אים צו אים, און נעמט אים ביותרת הכבוד.
יוסף90, זאג עס ביטע איבער, וויל כ'האב עס ליב צו הערן.
די טיפש איינער
איך זאג דיר אז עס איז דא די בריוו ווי ר' אהרן מיט זיינע שוואגער'ס שיקן צו זייער שווער
וואס דאס מיינט אז דער בריוו פון זייער שווער איז אן אנטפער בריוו צו אלע דריי.
און פארוואס ביי ר' אהרן'ס שמחת קען עס נישט פאסירן.
ענטפער לאגיש, נישט מיט קיין דעמאגיגישע לאזונגען.
משא,כ בנידון איז די קידושין כשר און מ'מעג גיין
|
איצט האסטו געוויזן וואספארא טיפש די ביסט
דריי אידן שרייב א בריוו פאר איינעם, יענער ענטפערט פאר אלע דריי צוריק איז איר זענט פאברעכער, קומט לאנצוט דער טיפש און זאגט, אז ווער ער ענטפערט פאר אלע דריי האט ער נישט געמיינט אלע דריי נאר צוויי
לאנצוט, טיפש בתפארתו.
יעדער פון אונז האלטן אז דער סידור קידושין אין קרית יואל דורך ר' איז הונדערט מאל מער א שאלה להלכה ווי א סגידור קידושין פון סאטמארער רבי'ן און עטרת מאיר צבי, ווייל דיין רבי איז אן אויפגעזאגט'ער רב פון שטאט, זיין טאטע דער מרא דאתרא לשיטת אנשי מהר"א האט געמאכט זיין זון ר"א אויס רב
איך בין נישט געקומען דן זיין איצט איבער די סידור קידושין.
דא רעדט פון א מציאות אז עס קען זיין אז א טאטע קומט נישדט צו א זון'ס א חתונה, נישט קיין חילוק פארוואס.
צווייטטענס, דער ברך משה האט געשריבן כמה פעמים א בריוו צו זיין זון אין האט געטאדעלט איבער די ערכאות, קומסטו מיר זאגן, אז ער האט יא ליב געהאט ווייל עס איז דא א בילד.
די אלע טאטעס וואס זענען נישט געקומען צו זייערע קינדער'ס חתונה, האבן אויעך שיינע זיסע בילדער ווי זיי שמייכלען צו זייערע קינדער.
ביים חיים הערש מייזליש האסטו א תירוץ אז ר' ליפא האט נישט געלאזט, וואס טראץ לשיטתך איז דער ברך משה געווען געזונט, קומסטו מיר פארקויפן לאקשן אז ר' ליפא האט געהיידזישקט זיין טאטן און האט עם נישט געלאזט קומען.
ר' ליפא האט אויך געהייסן דעמאלץ זיין טאטן אנקאלן ר' אפרים שטערן, אז ער זאל נישט גיין צו די חתונה., אה?
ר' ליפא האט דעמאלץ אויך געהאסן פאר ר' ליפא לעווי און ר' עביר קרייזמאן שיקן א בריוו צו ר' בעריש מייזליש מיט א סטראשונג אז מ'וועט עם מאכן אויס רב.
ר' ליפא האט דעמאלץ געהייסן זיין טאטן אראפהאקן דעם טעלעפאן פאר זיין טאכטער נאך די חופה, אה?
און דאס איז אלעס געווען ביי די געזונטע יארן פון ברך משה ווען ער האט זיך געקענט אליין באוועגן.
וועמען בלאפסטו דיינע נארישקייטן, די מיינסט אז יעדער איז א בהמה.
דעם ברך משה'ס נאטורן האסטו געקענט פונקט ווי מיר, ער איז געווען א שארפער מענטש, און ווען האט זיך געבייזערט אויף איינעם האט ער גענומען גאר שארפע שריט, און דאס איז געווען און יעדע איניזיכט, און די זעלביגע זאך איז עס געווען ביי די ערכאות פרשה וואס זיין זון אהרן האט אנגעפירט.
איך האב דעם ברך משה זי"ע געקענט זעהר גוט, שוין באלד א יובל יאר, און איך ווייס אז ווען ער האט "פיינט" געהאט עמיצן האט ער נישט געגלעט, ער איז נישט געווען קיין פאפער און קיין שוי-שפילער.
יעצט, ווען צד כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האבן פארקויפט אז דער ברך משה האט געזאגט אז דער זון ר' אהרן איז אים מקצר ימים... האט ער אים מורא'דיג פיינט.
ווען צד כ"ק אדמו"ר מהרז"ל האבן פארקויפט אז דער ברך משה האט געזאגט אז דער זון ר' אהרן איז א בן סורר ומורה... איז דאס א סימן אז ער קען אים נישט דערליידן און וויל אים מער נישט זעהן... (ווי לאנג ער טוט נישט קיין תשובה).
יעצט זיי מיר מסביר מיט "יונגעל שפראך" ווייל איסור גברא פארשטייסטו נישט.
אויב ער האט אים פיינט, וויאזוי האט ער אים ליב ביי די פיקטשער.
פארוואס האט ער נישט געזאגט פאר'ן זון דארט: גיי ארויס פון קאורט. ביסט מיר מקצר ימים!
יוסף90 האט נישט קיין תירוץ (ווייל דעם אמת איז דיר שווער מודה צו זיין).
לאנצוט האט א יא תירוץ - ווייל מ'האט נישט געהעצט.
פינטל.
פינטל.
פינטל.
ר' אהרן טייטלבוים האט מיט א בארבארישן אופן געהעצט זיין שווער קעגן זיין שוואגער ר' ישראל האגער, היינטיגער וויזניצער רבי
קענסט שרייבן מיסטער לאנצוט 3 מאל פינטל פינטל פינטל
אבער די מציאות האט געוויזן אז דער ברך משה זעלבסט האט אנגענומען דאס מיטל פון נישט גיין צו א קינד'ס חתונה ווען מ'האט אים נישט געפאלגט.
ווען מ'הערט שמועות אז רעב ראובן האט א קינד שמעון וואס לויט די שמועות זאגט ראובן אז דער זון שמעון איז אים מקצר ימים און איז א בן-סורר ומורה און דער שמעון רופט דעם טאטן אין קאורט און דער פאטער ר' ראובן איז געפערליך בייז אויפן זון שמעון.
און נאכדעם זעהסטו אז ראובן מיט שמעון שמועסן אינאיינעם ווי טאטע און זון מיט א חיבה יתירה אזוי ווי מ'זעט קלאר אין בילד נומער 1:
בילד 1.
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויך הערט מען אז דער רעב ראובן איז אפגעפלויגן קיין פלארידא בשעת דער זון שמעון מאכט חתונה זיין קינד, און דער ראובן שרייבט שארפע בריוו קעגן דעם זון.
און נאכדעם זעהסטו אז עפעס א מאדנע זאך, ווען דער שמעון האט זיך בדרך לא דרך אריינגעכאפט צום פאטער אין שטוב און געמאכט דארט א תנאים זעט מען בילד נומער 2.
בילד 2.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איז ראובן שרעקליך בייז אויף שמעון יא אדער ניין?
ביטע נישט אטאקירן מיט נישט שיינע אויסדריקן אויף די אנדערע חברים. ההנהלה
קיין שום מענטש קען נישט פיינט האבן עמיצן און זאגן אויף אים ביזט מיר מקצר ימים און א צייט שפעטער שמייכלען צו אים מיט א ליבשאפט (!) און האט אים ווידער פיינט... ליבשאפט און פיינטשאט איז נישט קיין קעווטש מיט א קנעפל. אדער האט מען עמיצן פיינט בתכלית ווייל ער צאפט אים דאס בלוט, קען מען נישט שמייכלן צו יענעם. מ'קען נישט. בהחלט נישט.
בל"נ - איך גיב א קוויטל מיט א שיינעם פדיון פאר יוסף90 אויב ער קען דאס פותר זיין.
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 07/05/2012 01:35:32
קענסט ווייטער ברענגען פון שמייכלען
דער ברך משה האט געהאט א נאטור אז ער קען רעדן אויף א איד און א טאג שפעטער שמייכלען צו עם
עס איז דא פול דוגמאות, און ווי אזוי זאגט דיין ראבינער, ווער עס פארשטייט פארשטייט, און ווער עס פארשטייט נישט וועט נישט פארשטיין.
דער ברך משה שמייכלט צו איינעם באהבה עזה בשעת ער האלט אז יענער איז אים מקצר ימים.
ביי מיר מיינט דאס א שרעקליכער "פעיקער". און ביסט אוודאי מסכים צו מאכן דעם ברך משה פאר א בלאפער און א צבוע'אק, אבי דיין דורכגעפאלנע שקר זאל האבן חיות. אז דער ברך משה האט אים מורא'דיג פיינט געהאט.
לאנצוט האט דעם אמת'ן מהלך און ס'איז כמין חומר:
ער האט אים קיינמאל נישט פיינט געהאט.
די באנדיטן האבן ליידער אויסגענוצט זיין שוואכן מצב הבריאות און אים געהעצט און פארקויפט כלערליי שקרים. און ווען מ'האט נישט געהעצט (ווייל עס איז געלונגען זיך אריינצוכאפן ווען זיי האבן נישט באמערקט) האט ער טאקע רעאגירט נארמאל, ווי א טאטע צו א זון.
ווייל.... ער האט אים באמת נישט פיינט געהאט קיין טראפ. מ'האט נאר געקידנעפט און אוועקגעפירט קיין פלארידע נגד רצון קדשו.
אז די האסט נישט וואס צו ענטפערן דארפסטו נישט ענטפערן
אויב דער ברך משה פארט אוועק קיין פלארדיא ווייל ער וויל נישט זיין ביי די חתונה פון זיין אייניקל... פארוואס לאזט ער דארט מאכן א תנאים ביי זיך אין שטוב און טרונקט לחיים מיט א שמחה - הגם לכבוש את המלכה עמי בבית?
יוסף90, אויב דו קענסט דאס פארענטפערן ווערט לאנצוט א זאלי!
יעצט שטיי מיר אויף איין פעיזדש
אונז זאג מיר די זעלבע זאך, לא כל הזמנים שוות
ס'האט זיך געוואנדן אויב מען געמאכט א הכנה בעפאר אדער נישט
כאן קודם העצען כאן לאחר העצען!
ניבא ולא ידע מה ניבא. כאטש ער גייט יעצט ווידער לייקענען.
יוסף90, קענסט ווען באקומען א קוויטל (?)
ביי אזעלכע ענינים לא כל הזמנים שוויות
מ'קען שמייכלען צו א קינד, אבער מ'קען אויף עם זיין גערעגט פאר עם נישט פאלגן.
און אזוי טוט יעדן טאטע צו זיין קינד ביי אזא סיטאוציע
א טאטע האט גרויס צער אויב עס איז דא מציאות אז ער זאל נישט קענען קומען
א טאטע טוט אלעס אין די וועלט אז ער זאל קענען קומען
א טאטע איז די גרעסטע שמחה צו דערלעבן א אור-איינקל'ס חתונה
ווען א טאטע האט דעם טוטער פאר זיך,
האט דעם ביטאנג וואס איז דער מונע,
היעלה על הדעת אז ער וואלט נישט אויסגעניצט די גאלדענע געלעגנהייט
צו פארהאלטן דעם זוהן,
ברמז עפעס,
געוויזן א שטיקל רוגזא,
דערווייל גארנישט,
זערא
זילטש,
נאדא,
שמייכלט צו איהם,
איז איהם מכבד,
גלעט איהם,
טוט נישט גארנישט און די וועלט ער זאל קענען זיך באטייליגן ביי זיין פארשטאבענעם'ס טאכטער'ס ערשטע אייניקל'ס חתונה,
קוקט נישט אויס וואו ס'איז לגמרי עולה על הדעת אז ס'דא אזא מין מציאות אז ער וועט זיך מעגליך נישט באטייליגן
כשטעל זיך פאר לשיטתך:
א כפרה מיט דעם ערשטן אור-אייניקל חתונה,
איך וועל זיין אן אקטיור און שפילן נייס,
אים מיטאמאל זאגן א ווארט,
זאל זיך דער אהרן איינרעדן אז אלעס איז בסדר
די נאכט פון די חתונה וועל איך לאכן א גוטס
בשעת איך וועל זיך זיצן אויף קור ערטער אין מיאמי
הדא הוא דכתיב
1+1= מצה טאש
האסטו געזאגט אז ער האט נישט געמיינט ר' אהרן, וווייל ר' אהרן האט עם גארנישט געשיק'ט,
דעמאלץ האבך איך דער צוגעזאגט אז די ענטפער פון ר' משה'לע באציעט זיך אויף א בריוו וואס די דריי שוואגער'ס ר' אהרן, מיטן בעלזער, מיטן סקווירא'ער האבן געשיקט צו עם.
האט איר דעם בריוו
[בילד – נישט אפגעהיט]
האט איר דעם כת"י בריוו.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער מציאות איז אז דער שוואגער פון קרית יואל האט אים געלאדנט צו די חתונה טראץ וואס מענדל האט פארפירט און אנטלאפן פון די חתונה.
דער מציאות איז אז דער שוואגער פון קרית יואל איז געפארן צו זיינע שמחות און זיך אויסגעפיפן אויף וויזניץ, און נישט געלאזט דעם צעדרוקטן שוואגער ממית'ן. און טאקע פאר דעם איז ר' ישראל איז מכיר טוב עד היום הזה.
די האסט געשריבן קודם אז דאס ר' משה'לע שרייבט לכבוד חותני היקרים, קען עס מיינען ר' מנחם ערענסטער אינעם בעלזער, אבסער נישט ר' אהרן.
האב איך דיר געענטפערט, אז עס איז דא א בריוו ווי די דריי שוואגער'ס, ר' אהרן מיטן בעלזער אינעם סקווירא'ער, ווענדן זיך צום שווער, און דגאס איז א תשובה צו אלע דריי שוואגער'ס
האסטו גענטפערט, אז עס איז נישטא אזא בריוו, און איך שרייב שקר.
איצט ווען איך ברענג דעם בריוו שרייבסטו אז ער שרייבט לשון ברבים מיז עס נישט מיינען ר' אהרן.
דאס אז ער האט געהעצט קעגן, האסטו א "כלליות'דיגן בריוו" צו אלע איידימער.
ממילא איז ידך על התחתונה. ווייל דער מציאות איז אנדערש.
לויט ווי יודעי דבר האט ער געשריבן פאר די איידימער און געמיינט די טעכטער, וד"ל. וואס דאס לייקן איך דיר נישט.
האסט געזאג אז עס נישטא אזא בריוו אין מ'ההאט דיך געכעפט ביים ליגענט
צווייטענס איך ווייס נישט צו ר' אהרן האט געהאלפן ר' ישראל.
איך האב עס נישט באשטעטיגט.
אבער אפילו עס איז יא אמת, איז עס פון די לעצטע יארן.
און די ערשטע יארן איזס ער געווען א העצער ווי אלע אנדערע איידעמער.
זיין שווער שרייבוט א ספעציפישן בריוו צו דריי איידעמער, גלייך אויף גלייך.
נאר אזא שקרן אין טיפש ווי דיר זעט אין דעם בריוו אז עס שטייט דארט אז עס מיינט אלע איידימער אויסער ר' אהרן.
ווער זענען די יודעי דבר?
נאר א כללות'יותדיגן בריוו ווי ער רעדט צו "אלע איידימער", וועלכע האבן אים געשריבן.
אלזא בין איך נישט קיין שקרן.
דאס איז איינס.
צווייטנס: דער פאקט איז אז נאר דער שוואגער פון קרית יואל האט אים געהאלפן. צוליב דיין שנאה מאכסטו א מעשה אז ער האט אים גע'רודפ'ט פאר דעם.
איך זאג אז ס'איז בעלאני, פינקט ווי אלע דיינע מעשה'לעך.
טענו לו בחטין והודה בשעורים
דער בריוו איז געשריבן צו אלע דריי אידימער
איז וואס עפעס איז ר' אהרן נישט אינקלאדעט.
האסט געשריבן אז עס איז נישטא א בריוו פון די דריי אידימער צו זייער שווער
דערווייל האב איך געברענגט
דאס מיינט א אז די ביסט א פוסטער שקרן.
עאויב ער האט עם געהאלפן איז עס נאר אין די לעצטע יארן.
פאקט איז אז ר' משה'לע רעדט א דרשה יתרו תשמ"ח קעגן די אלע וואס העלפן זיין זון, און ער רעכענט אויס זיין ברידער ר' מאטעלע, אבער זיינע איידיעמער רעכענט ער נישט אויס.
מכאן ראיה (יעדער ווייסט אן דעם אוי) אז אין יאר תשמ"יח איז ר' אהרן נאר געווען א גרויסער העצער אויף זיין שוואגער.