פראגע 2: עס איז מאדנע צו זאגן (לשיטתכם) אז דער סאטמאר רבי זצ"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין שום פארמעלער כתב צי געהעריגע הודאה בפני שני עדים כשרים ונאמנים איבער די המשכה נאך זיין מאה ועשרים.
תשובה: עס קען זיין אז ער האט יא געמאכט א צוואה נאר די מקורבים וועלכע האבן נישט געוואלט דעם ברך משה, האבן עס מבער געווען. אולי אולי, בדרך אפשר. אבל קרוב למציאות.
יעצט וועלן מיר מאכן א "בנין אב" און אהערשטעלן די תשובה וואס מיר נוצן ביים דברי יואל'ס פעלנדיגע צוואה, און עס צושטעלן צו די פעלנדיגע צוואה פונעם ברך משה.
לאמיר זאגן אז דער ברך משה זי"ע האט יא געשריבן אצוואה וואס שמעקט נישט פאר זיינע מקורבים וועלכע האבן זיך משתלט געווען איבער, זענען זיינע מקורבים אומשטאנד עס מבער צו זיין (מעביר מן העולם)... יא אדער ניין?
סענטאר, מוזט נישט ענטפערן אויב ס'איז דיר צו שווער.
נאר אז מ'העט מוזן צוקומען צום זעלבן מסקנא, אז דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט זיך שוין פון דעמאלטס אן....
דער סדר העולם איז אז א מענטש אויב ער איז נישט בדעה צלולה, איז עס די לעצטע 10 יאר פון לעבן נישט די ערשטע 80, ממילא אויב די ערשטע 80 יאר האט ער געזאגט איין זאך און די לעצטע 10 אנאנדערע איז די שכל הישר איז אז וואס ער האט געזאגט צום סוף איז דא א מקום לחוש, נישט די ערשטע 80
אבער דעמאלטס איז מיר שוין מער נוטה צו ניצן די אלע דרשות און בפירושע זאכן וואס דער ברך משה האט געזאגט אז ער וויל בנו רבי זלמן לייב אלס רב אין וויליאמסבורג....
כ'מיין דער ברך משה איז דאך קיין בהמה נישט געווען, ער האט געוויסט אז ער האט נאך קינדער, און אפילו נניח זיי זענען נישט ראוי לרבנות אבער גענוג אויף צו מערער זיין. טא פארוואס האט ער נישט געשפירט פאר וויכטיג צו רעדן צו צוויי עדים אויפאמאל ווי דער הלכה איז, אדער עכ"פ שרייבן א צעטיל בפני שני עדים?
עס איז נאריש צו זאגן אז דער ברך משה האט זיך פארלאזט אויפן דעת הקהל, אז דער עולם איז עניוועי מיט ר' אהרן. דער ברך משה איז נאך אזויפיל געזיצן אויף דין תורות צו האבן אביסל עקספיריענס אז א צוואה דארף מען שרייבן, נאכדערצו אויף אזא האקעלע נושא.
פראגע 2: עס איז מאדנע צו זאגן (לשיטתכם) אז דער סאטמאר רבי זצ"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין שום פארמעלער כתב צי געהעריגע הודאה בפני שני עדים כשרים ונאמנים איבער די המשכה נאך זיין מאה ועשרים.
תשובה: עס קען זיין אז ער האט יא געמאכט א צוואה נאר די מקורבים וועלכע האבן נישט געוואלט דעם ברך משה, האבן עס מבער געווען. אולי אולי, בדרך אפשר. אבל קרוב למציאות.
יעצט וועלן מיר מאכן א "בנין אב" און אהערשטעלן די תשובה וואס מיר נוצן ביים דברי יואל'ס פעלנדיגע צוואה, און עס צושטעלן צו די פעלנדיגע צוואה פונעם ברך משה.
לאמיר זאגן אז דער ברך משה זי"ע האט יא געשריבן אצוואה וואס שמעקט נישט פאר זיינע מקורבים וועלכע האבן זיך משתלט געווען איבער, זענען זיינע מקורבים אומשטאנד עס מבער צו זיין (מעביר מן העולם)... יא אדער ניין?
סענטאר, מוזט נישט ענטפערן אויב ס'איז דיר צו שווער.
דער רבי זי"ע האט נישט גערעדט בחייו, עכ"פ פון וואס עס איז באקאנט, איבער א ממלא מקום, און א צוואה האט ער אויך נישט איבערגעלאזט. דעריבער האט קהל מיט די דיינים באשלאסן אז מ'נעמט אויף דעם ברך משה.
ווייטער ביים ברך משה איז דא א צוואה, באשטעטיגט דורך צוויי עדים נאמנים הרה"ח ר' מאיר שטערן און הרה"ח ר' מרדכי דוד וויעדער וואו ער שרייבט קלאר אז ר' זלמן לייב זאל זיין ממלא מקום. יעצט אזוי צו זאגן אז דער ברך משה האט שוין געקאלעכט דעמאלטס, האבן דאך אבער עכ"פ די עדים געטון ע"פ הלכה (ר' מאיר שטערן איז יארו לאנג געווען א טוען רבני ביי דין תורות), און אויסגעפרעגט ווי די הלכה פארלאנגט און דערנאך באשטעטיגט די צוואה, ווייל אין שולחן ערוך איז נישטא קיין הלכות קאלעכן, און אויב די עדים האבן געטון ע"פ הלכה איז דאך צוואה צוואה.
ווייטער בחייו האט דער ברך משה עטליכע מאל געזאגט ברבים אז ער וויל ר' אהרן אין קרית יואל און ר' זלמן לייב אין וויליאמסבורג. און דיין רבי האט דאס זעלבסט באשטעטיגט ביי די א'ב'ג' דרשה.
היוצא לנו מזה אז דער ברך משה האט יא כסדר גערעדט וועגן די המשכה נאך זיין מאה ועשרים, און האט אפילו געטון פעולות אויסצושטעלן א שטיקל גאנג מיטן געבן פאר ר' אהרן קרית יואל און וויליאמסבורג פאר ר' זלמן לייב. איז הדרא קושי' לדוכתיה: פארוואס איז נישטא קיין שום צוואה צי עדים נאמנים עכ"פ, וואס דאס קענען דאך נישט די שטוב מענטשן באהאלטן, אז ער האט געוואלט ר' אהרן פאר ממלא מקום?
רבותי!! אזאנא טיפשים און קליינע קינדער, לאנצוט רב הסוער ודעימי'...
איך וויל מיר מיט ענק נישט מתווכח זיין, ווייל אזעלכע ליצנות צו מאכן אויפן חשבון פון רבי'ן הברך משה זי"ע איז שרעקליך נישט צום אויסהאלטן, מ'דארף זיין א פארביטערטע אהרוני צו קענען טרייבן שפאס אין ליצנות פון א רבי'ן.
ניטאמאל אין וויזניץ ווי דער רבי דארטן איז טאקע נישט געווען ביי זיך אין די לעצטע 10 יאר און מער רעדן נישט מענדעלע'ס חסידים אזוי....
און זיי פארופן זיך נאך חסידים פון רבינו הברך משה זי"ע.
דו האלסט פאר איין סעקונדע אז דער הייליגער רבי דער חכימי דיהודאי האט נישט געלאזט קיין צוואה? יעדער האלט אז ער האט געשריבן א צוואה, נאר מ'האט עס מעביר געווען.
און איך ווייס אז דער ברך משה האט אויך אזוי געהאלטן, און ער האט געהאט פארשידענע ראיות אויף דעם, אבער ליידער האבן די "אנשי דלא מעלי" דארט געלייגט די האנט דערויף.
דא ביים ברך משה ווייסט מען אז ער האט אנגעזאגט פאר אלע קינדער פאר די אפעראציע תשמ"ז בערך, אז ער וויל זיי זאלן אים צוזאגן אז דער עלטסטער זון ר' אהרן זאל זיין ממלא מקום.
אויסער דעם געדענקט יעדער די מעשה ווען מ'האט אוועקגענומען זיינע פאפירן (קיינער ווייסט נישט וואס פונקטליך) און דער ברך משה זי"ע האט געמאכט קולות וברקים אז עס פעלט אים זאכן, דאס איז געווען תשנ"ז.
און דיין עדות פון הרה"ח רבי מאיר שטערן און הרה"ח רבי מרדכי דוד ווידער, זענען בערך אזויפיל ווערט וויפיל "עיקר שכחתי".
איך לאך פון דיין אמעראצעס וואס דו זאגסט אז אין שלחן ערוך איז נישטא קיין הלכות קאלעכען, פרעג איך דיך זייער פשוט: א שיכור קען פסק'ן א דין תורה, זאל זיין ווי גרויס א גאון און פוסק ער איז. איך זאג חלילה נישט אז דער ברך משה איז געווען שיכור, אבער א שיכור קען נישט פסק'ן ווייל זיין קאפ איז נישט קלאר. וזה ברור.
סיי וועלכער איד וועלכער נעמט ליידער די מעדיציענען (פאר'ן מח) וואס דער ברך משה האט גענומען טאר עפ"י נישט פסק'ן.
יעצט גייסטו מיר ענטפערן אז איך זאג אז דער ברך משה איז א שיכור! ווייל קיין תירוץ אויף די הלכה האסטו נישט ווי עס קוקט אויס.
כ'מיין דער ברך משה איז דאך קיין בהמה נישט געווען, ער האט געוויסט אז ער האט נאך קינדער, און אפילו נניח זיי זענען נישט ראוי לרבנות אבער גענוג אויף צו מערער זיין. טא פארוואס האט ער נישט געשפירט פאר וויכטיג צו רעדן צו צוויי עדים אויפאמאל ווי דער הלכה איז, אדער עכ"פ שרייבן א צעטיל בפני שני עדים?
עס איז נאריש צו זאגן אז דער ברך משה האט זיך פארלאזט אויפן דעת הקהל, אז דער עולם איז עניוועי מיט ר' אהרן. דער ברך משה איז נאך אזויפיל געזיצן אויף דין תורות צו האבן אביסל עקספיריענס אז א צוואה דארף מען שרייבן, נאכדערצו אויף אזא האקעלע נושא.
א קשיא אויף א מעשה
אלא מאי מוז זיין אז חסורי מחסרא, דו פארפעלסט א גאר וויכטיגער פאקט וואס דאס איז מסביר אלעס,
לו יצויר אויב דער ברך משה וואלט חלילה נסתלק געווארן און יענע תקופה וואס ער האט איבערגעגעבן די "הוא ולא אחר" צוואה, בשנת תשנ"ה, נ"ו, בערך,
וואס איז די שאנסן אז ר' אהרן וואלט נישט געווארן רבי אויף גאנץ סאטמאר? און דער הוא ולא אחר צוואה וואלט נישט פארפולקאמט געווארן?
זערא, זילטש, נאדא,
דו ווייסט עס,
איך ווייס עס,
יעדער רעכטדענקער מענטש ווייסט דאס,
און דער ברך משה האט עס אויך אוואדי גוט געוויסט,
נו זיי די מיר מסביר פארוואס איז אזוי וויכטיג געווען פארן ברך משה צו אויפקאכן א קאשע און שרייבן א עמטליכע צוואה אויף אזאך וואס ע"פ דרך הטבע וועט עס ממילא אזוי זיין, און אפציעל מן הדין איז קהל דער וואס נעמט אויף א אדמו"ר נישט קיין ירושה,
שמעלקא טייערער. איך זאג עס איבער יום הקדוש ביינאכט פאר כל נדרי!
דאס איז תורת משה. קיין שום רב וועלכער נעמט די מעדיצינען וואס דער ברך משה האט גענומען, טאר נישט קיין פסק'ן קיין שאלות. ניין. פרעג עס סיי וועלכן רב דו ווילסט.
חוץ אויב תורת הרה"צ רבי מנשה פיליפ שליט"א אדער תורת היידפארק איז אנדערש, דארף מען אפשר מער אריינקלערן.
לאנצוט, איך באקום נישט באצאלט פארן שרייבן אויף היידפארק דעריבער האב איך נישט אזויפיל צייט ווי דיר קען איך נישט אייביג ענטפערן. אבער איך מיין דיין מיסיע איז ערייכט. עס זעט שוין יעדער איינער אז דו בוסט א זאלי וואס שפילט אהרוני און זוכט צו פארשווארצן דאס פנים פון די אהרונים. גוד דזשאב, קיפ איט אן.
סענאטער, אויף דעם וועל איך זיך נישט טענה'ן, איך בין מסכים אז אז דאס מאל ביסטו גערעכט. אבער דו האלסט אז א סיי וועלכער רב וועלכער נעמט אזעלכע מעדיצינען מעג פסק'ן שאלות?
איך ווייס פון גרויסע רבנים, וועלט'ס פוסקים, וועלכע האבן אמאל געשאקלט די וועלט מיט זייער פסק הלכה, טארן היינט מער קיין שאלות נישט פסק'ן, ווייל זייער קאפ איז נישט אזוי קלאר ווי עס דארף צו זיין וד"ל. (וועלכע לעבן נאך היינט אתנו עד מאה ועשרים שנים).
אגב צי ווייסטו אז הגאון האדיר פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א לאזט זיך פארהערן דורך דיינים שאלות בהלכות יורה דעה ואבן העזר יעדעס יאר, און וויל וויסן צי "ער מעג פסק'ן" אדער נישט?
איך וויל נישט אויסרעכען קיין נאמען פון א פוסק הדור, וועלכער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג עד יומו האחרון, א פוסק הדור בה' הידועה, און ער האט מער נישט געקענט פסק'ן קיין שאלות בימי זקנתו, כאטש ער האט געקענט רעדן און דאווענען פאר'ן עמוד. - יעדער סאטמאר איד העכער די 50 האט אים גוט געקענט. מער קיין רמזים גיב איך נישט.
איך בין זיכער אז דו ביסט 100 מסכים לדברי, נאר דיין פאליטיק שטערט דיר. ווייל קיינער איז נישט מחולק אין דעם. א מענטש וואס נעמט מעדיצינען פאר'ן מח, קען נישט פסק'ן קיין שאלות. פינטל.
עס שמעקט דיר נישט צו הערן, ווייל עס גראבט אינטער דעם עקזיסטענץ פון דיין פארטיי ! אבער דאס איז שוין דיין פראבלעם.
והוא הדבר אשר דברנו, דער חילוק צווישן סאטמאר און וויזניץ. אין וויזניץ וואלט דאך ר' מענדל פונקט אזוי געקענט טענה'ן אז דער רבי האט געהאט א דין שיכור ווען ער האט צוריקגעברענגט ר' ישראל, און אז די שטוב מענטשן האבן אים געהעצט קעגן ר' מענדל, האט ער אלעס פארשוויגן אבי נישט צו מבזה זיין דעם שיכור'דיגן קאלעכיגן פאטער. משא"כ ר' אהרן האט פארשטאנען אז ווילאנגט דער טאטע איז ניכטער און זאגט וואס ער וויל הערן, איז דער טאטע טאטע, איינמאל ער גייט נישט אין שפאן באקומט ער א דין שיכור און אלעס בלייבט ווי ר' אהרן וויל.
אין וויזניץ האט מען נישט אויסגענוצט דעם רבי'ן נישט צו גיין צו חתונות פון זיינע אייגענע אייניקלעך.
וואס ביי ר' ישראל האגער'ס קינדער איז ר' משה'לע געווען?
אין וויזניץ האט מען נישט דעם רבי'ן געזאגט ער זאל זאגן אז מענדל איז א בן סורר ומורר און א פגום וכו'.
נאר א דרשה אויף ר' ישראל אין ביהמ"ד אז ער מאכט מיך קראנק און ער וויל מיך פירן שאולה אויב עס איז אונטערסאנט, וועל איך אריינסקענען א בריוו ווי דער וויזניצער רבי זצ"ל שרייבט בכת"י אז ר' אהרן האט עם אונטערגעהעצט קעגן ר' ישראל.
אין וויזניץ איז נישטא קיין טעיפס ווי מ'הערט האקן אויף מענדעלע. ניין. קיין איין טעיפ איז נישטא. אין סאטמאר איז דא הונדערטער קאסעטעס וועלכע מ'הערט דערויף ווי נישט קיין צווייטער פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל, זיין ברודער הצדיק רבי ליפא, דעם משב"ק עבד לעבדי ה' ר' משה פריעדמאן האקן יומם ולילה, דערנאך דעם משב"ק רבי עזריאל גליק האקן און פארקויפן לשון הרע טאג און נאכט.
עס איז נישטא אפילו איין טעיפ ווי מ'הערט דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א האקן אדער אונטערהעצן זיין טאטן אויף זיין ברידער ר' אהרן, אדרבה ברענג עס דא און לאמיר הערן, אנדערש ביסטו א פאלנער שקרן. דאקעגן אין וויזניץ האט ר' אהרן אונטערגעהעצט זיין שווער אויף זיין שוואגער ר' ישראל.
אלזא וואס ביזטו מדמה צו וויזניץ. כ"ק אדמו"ר מהרז"ל און זיינע שלוחים האבן איינגעטינקען דעם ברך משה ללעג ולקלס און אים געמאכט זאגן "עיקר שכחתי".
אן אלטער איד זאל זאגן ביי זיין דרשה "והעיקר שכחתי" זיך דערמאנענדיג אז ער האט עפעס פארגעסן, מיינט עס אז ער געדענקט פון זיך אלעס.
עס איז דא א בריוו פון ר' אהרן צו ר' משה'לע אז ער זאל צוריק אריינעמען זיין זון ר' ישראל לחיקו לביתו נאוה
אויף דעם האט עם ר' משה'לע גענטפערט מיט א בריוו בכתב ידו (די גאנצע בריוו), אז איך ווייסט נישט פארוואס די שרייבסט מיר אזא בריוו, ווען די ביסט געווען וואס די ביסט מיר געקומען דערציילן וואספארא שלעכטער מענטש ישראל איז.
יא מר "אישור" ס'איז דא אזא בריוו, ס'ליגט ביי מיינע אריכיעוו'ן און איך וועל עס ארויפשטעלן.
אין וויזניץ האט מען נישט אויסגענוצט דעם רבי'ן נישט צו גיין צו חתונות פון זיינע אייגענע אייניקלעך.
וואס ביי ר' ישראל האגער'ס קינדער איז ר' משה'לע געווען? -אנטשולדיגט מיר. ווען דער ברך משה ווארפט ארויס רבי אהרן תשמ"ג האט איינער טענות. אבער ווען ער ווארפט אים תש"ס, ווען אלע טעיפס ווי מ'העצט אים זענען דא. און אלע מעדיקעל רעקארדס צייגן אז דער ברך משה איז שוין ליידער נישט געווען דאהי, וואס ענטפערסטו שלא מן הענין.
דעם ברך משה האט מען אוועקגעריסן פון זיינע קינדער'ס חתונות 7 יאר. וואס א רציחה נוראה.
אין וויזניץ האט מען נישט דעם רבי'ן געזאגט ער זאל זאגן אז מענדל איז א בן סורר ומורר און א פגום וכו'.
נאר א דרשה אויף ר' ישראל אין ביהמ"ד אז ער מאכט מיך קראנק און ער וויל מיך פירן שאולה אויב עס איז אונטערסאנט, וועל איך אריינסקענען א בריוו ווי דער וויזניצער רבי זצ"ל שרייבט בכת"י אז ר' אהרן האט עם אונטערגעהעצט קעגן ר' ישראל. - איך גיב דיר טויזענט דאלאר פאר דעם בריוו. נישטא אזוינס. ראשית ווייל אלע איידימער האבן אים געשריבן דעם בריוו, נישט נאר רבי אהרן. שנית, ווייל ער ענטפערט נישט אזוי. יוסף 90 בתפארתו.
אין וויזניץ איז נישטא קיין טעיפס ווי מ'הערט האקן אויף מענדעלע. ניין. קיין איין טעיפ איז נישטא. אין סאטמאר איז דא הונדערטער קאסעטעס וועלכע מ'הערט דערויף ווי נישט קיין צווייטער פון כ"ק אדמו"ר מהרז"ל, זיין ברודער הצדיק רבי ליפא, דעם משב"ק עבד לעבדי ה' ר' משה פריעדמאן האקן יומם ולילה, דערנאך דעם משב"ק רבי עזריאל גליק האקן און פארקויפן לשון הרע טאג און נאכט.
עס איז נישטא אפילו איין טעיפ ווי מ'הערט דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א האקן אדער אונטערהעצן זיין טאטן אויף זיין ברידער ר' אהרן, אדרבה ברענג עס דא און לאמיר הערן, אנדערש ביסטו א פאלנער שקרן. דאקעגן אין וויזניץ האט ר' אהרן אונטערגעהעצט זיין שווער אויף זיין שוואגער ר' ישראל.
סופרייז. עס זענען יא דא טעיפס. די וועלכע האבן עס געהערט זאגן. און צו זאגן אז זיי זענען שקרנים איז גרינג, אבער למעשה האבן זיי שוין דעליווערט טעיפס ווי מ'הערט ר' שאול פערלשטיין האקן און העצן און אויך רבי עזריאל גליק הערט מען ווי ער האקט און העצט. אלזא גלייב איך אז ווען זיי זאגן אז זיי האבן, האבן זיי.
אלזא וואס ביזטו מדמה צו וויזניץ. כ"ק אדמו"ר מהרז"ל און זיינע שלוחים האבן איינגעטינקען דעם ברך משה ללעג ולקלס און אים געמאכט זאגן "עיקר שכחתי".
אן אלטער איד זאל זאגן ביי זיין דרשה "והעיקר שכחתי" זיך דערמאנענדיג אז ער האט עפעס פארגעסן, מיינט עס אז ער געדענקט פון זיך אלעס. - ער האט "עפעס" פארגעסן... ער האט נישט פארגעסן שטיקל עצי חיים וועלכע סדרה עס איז. ער האט נישט געוואוסט צי וועלכע מסיבה ער איז דא, און וואס די מסיבה דארף זיין. אז ער איז דא מכתיר זיין בנו חביבו פאר רב אין וויליאמסבורג. די וועלט פלאקערט, ער זיצט דערביי, אבער ער ווייסט נישט גענוי וואו ער איז און וואס דאס איז. - רבי יוסף 90, זאג עס ביטע איבער.
2. ביזטו מודה אז מ'האט טאקע געהעצט, אבער נישט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל. מיר האבן געמאנט היינט גרויס פראגרעס.
3. לידיעתך, דער איינצגיסטער איידעם פון וויזניצער רבי'ן וועלכער האט אריינגענומען רבי ישראל האגער בשעת ער איז געווען אין גלות איז טאקע דער שייגעץ ר' אהרן טייטלבוים. אין תשנ"ו איז ר' מענדעלע האגער אנטלאפן פון די חתונה ווייל ר' אהרן האט געטאן א חוצפה נוראה און גערופן רבי ישראל'ן... נישט נאר ער פלעגט אים רופן צו זיינע שמחות, ער פלעגט אים שאפן הוצאות פאר די חתונות פון זיינע קינדער.
איך פארשטיי ר' יוסף90 אז איר וועט עס נישט קענען מודה זיין, אבער דאס איז דער אמת.
והוא הדבר אשר דברנו, דער חילוק צווישן סאטמאר און וויזניץ. אין וויזניץ וואלט דאך ר' מענדל פונקט אזוי געקענט טענה'ן אז דער רבי האט געהאט א דין שיכור ווען ער האט צוריקגעברענגט ר' ישראל, און אז די שטוב מענטשן האבן אים געהעצט קעגן ר' מענדל, האט ער אלעס פארשוויגן אבי נישט צו מבזה זיין דעם שיכור'דיגן קאלעכיגן פאטער. משא"כ ר' אהרן האט פארשטאנען אז ווילאנגט דער טאטע איז ניכטער און זאגט וואס ער וויל הערן, איז דער טאטע טאטע, איינמאל ער גייט נישט אין שפאן באקומט ער א דין שיכור און אלעס בלייבט ווי ר' אהרן וויל.
איבער'חזר'ן נאכאמאל ווילאנג דער לאנצוט וועט כאפן. ר' מענדל האגער האט געהאט די זעלבע רעכטן (לשיטתכם) ווי ר' אהרן טייטלבוים צו זאגן אז דער טאטע איז שיכור, פארקאלעכט. אדער אפילו שיקן געטרייע אייניקלעך ארויסצוראטעווען דעם זיידן פון דעם טעראריסט הערשל כץ, אבער ער האט דאס נישט געטון ווייל ביי אים איז דא כיבוד אב און ביי ר' אהרן טייטלבוים נישט.
סענטאר, דא שטעקט דיין טעות. און איך זאג דיר עס אז דו זאלסט איינזען ווי קרום דו ביסט, און דו זוכסט נישט דעם אמת.
לדעתי ולדעת יעדן רעכט-דענקיגן מענטשן: ר' אהרן איז קיינמאל נישט געגאנגען קעגן טאטן. ער איז געגאנגען קעגן די וועלכע האבן מבזה געווען זיין טאטן. זיין טאטע איז נעבעך נישט געזונט געווען, ער איז געהעצט געווארן דורך די אנשי דלא מעלי, און דער ברך משה האט נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט צו זאגן אנדערש ווי די אנשי רשע האבן געוואלט. און מ'האט קיינעם נישט צוגעלאזט צו אים, והדברים ידועים לכל.
און טאקע צוליב די זעלבע סיבה איז געגאנגען אין די "פאמליע קאורט" - נאר כדי אים צו ראטעווען פון די נעגל פון די בלוט-זויגערס (לדעתם). והם את נפשם הצילו.
דו טראכסט פאר א רגע אז מ'איז געגאנגען אין די פאמיליע קאורט פאר אנדערע סיבה?
הונדערט פראצענט אז ער איז געגאנגן אין קאורט קעגן די אנשי רשע וואס האבן געפייניגט זיין טאטן. דער נושא פונעם אשכול איז אבער "מה בין בני לבן חמיו", און עס ווערט ארויסגעברענגט אז טראץ דעם וואס ר' מענדל וואלט געקענט זאגן אז ער וויל באפרייען זיין טאטן פון די אנשי דלא מעלי און גיין אין קאורט לכבוד דעם, האט ער דאס נישט געטון. משא"כ דער תורה ריז און צדיק הדור אהרן טייטלבוים האט דאס יא געטון.
יעצט צו וויזניץ: אין וויזניץ האט קיינער נישט געהעצט דעם רבי'ן. ער האט אפגעמאכט אז ער וויל אים ווארפן מיט יאר צוריק, און ער האט אפגעמאכט אז ער אים וויל צוריקנעמען. הרבי נתן והרבי לקח. TOO BAD !
אין סאטמאר האט דער רבי דאס קיינמאל נישט געוואלט. דאס איז געווען די ארבעט פון די אנשי רשע. זיי האבן געמאכט א מחלוקה, אוודאי דארף מען זיי באקעמפן.
איך וואונדער זיך פארוואס ביסטו עס בכלל מדמה.
ובפרט אז אין סאטמאר איז ליידער דא קאסעטעס ווי מ'הערט אז מ'העצט דעם רבי'ן יומם ולילה און אין וויזניץ איז נישטא קיין איין טעיפ... טאקע ווייל קיינער האט נישט געהעצט.
גראדע האב איך שוין פריער געשריבן, אז ווען דער ברך משה וואלט אין תשמ"ג אפגעמאכט אז ער וויל אז הצדיק הקדוש רבי זלמן לייב שליט"א זאל זיין ממלא מקום, וואלט איך דיר קלאר געזאגט אז ר' אהרן איז א פארטיגער און טאר נישט קיין קעגן דעם רצון פון טאטן. אבער למעשה ווייסט מען פארקערט, אז ער האט אלעמאל יא געוואלט דעם עלטסטן זון.
איך האב יעצט געעפנט די לינק וואס "געלעכטער" האט געפּאוסט, ווי מ'הערט חיים לעזער גראסס דעבאטירן די רבנות. איך כ'האב עס געהערט דעמאלטס בשעתו. אבער יעצט איבערהערנדיג עס האט אויף מיר געמאכט א מורא'דיגן רושם.
איינס, ווי שטארק דע ברך משה בעקט די זאך און ס'גייט אים נישט אהן די כלומפרש'טע קאנועקענצן וואס חייםן לעזער סטראשעט אים אפ אז ס'וועט ברענדגען אויף די קהלה וכלשונו: ס'וועט ברענען א פייער, הינדערט יאר וועט מען עס נישט קענען פארלעשן... (מ'זעהט דעם בירך משה'ס ווייטע בליק ווייל אלעס איז נאר שענער און גרעסער זייט דאן. הגם ס'איז אמת אז דער פייער ברענט נאך, אבער, און א גרויסע אבער, 1) סברענט שוין נאר ביי די ליידיגייערס וואס זיכן דעם פייער. ביי די כוללים ישיבות ת"ת בעלי בתים ביהמ"ד איז נישטא קיין שום פייער אדרבה אלעס איז שענער געווארן זייט דאן. און ווייטער די ארונים וואס האלטן אז חסידות דארף זיין פארענטשעס פירסום בילדער און מה-יפית-געטענץ, נו, האבן זיי עס ווייטער און ווען נישט וואס זיי נעמען דעם ביר'כס צואה ווי מ'הערט עס קלאר אויף דעים טעיפ און זיי שלאגן זיך טאג און נאכט אויף יעדן בילדונג קעמפס וכו' וואלט שוין לאנג קיין פייער נישט געווען.)
צוויי: ווי שטארק ער איז נאך געווען דאן ביים באוואוסטזיין, כ'מיין איך ווער דיזי ווען איך הער עס און די בירך משה, ענטפערט יעדע זאך מיט א תקיפות און דערשרעקט זיך נישט פון חיים לעזער'ס טעמפער, און האלט זיך קיל, - די רבי'ס טשעפע "פאר שבועות מיינט פאר מתן תורה...? - די אבנארמאלע חוצפה וואס די ארונים האבן זיך אויפגעפירט כלפי דעם רבי'ן בפניו - ער האט נישט די גאטס צו טענה'ן פארן רבי'ן אז ר' זלמן לייב איז נישט גענוג גוט הפנים אז דאס איז אנגענימען, די פראבלעם איז נאר אז ס'וועט ברענגען מחלוקת - ער איז נישט בכח אפי' נאר צו טענה'ן אז ר אהרן איז די איינציגסטער און ער זאגט נאר אז ביז מאה ועשרים זאל זיין נאר די רבי, ווייטער זעהמיר אז ער פארטשייט אז ר' זלמן לייב איז דא שותף. - ווי שטארק די רבי האט אנגענימען אז די התמנות איז א מאסט און אז דאס איז א עת לעשות לד' און ער פרעגט חיים לעזער'ן : "ובמילא אז ענק האבן א פראבלעם דערמיט זאל איך אויפלייזן די קהלה?!" - קוקט ווי שיין די רבי רעדט צו אים אפי' ער איז מבזה אים פארנט פון אלע קהלה לייט, דאס הייסט גאלדענע מדות
האט דער געטרייער משה גבאי אנגעהויבן אריינשרייען און באשייגעצן חיים אליזער גראס? לאז דעם רבי'ן שרייען!
דאס שרייען האט א טיפן באדייט, און דאס האט ער חשוב'ער גבאי גענוצט אלס אן אנטימידעישאן מיטל. אבער ווי איך האב שוין פריער געשמועסט באריכות מערערע מאל: כאן קודם העצען כאן לאחר העצן.
אגב, דער רבי זאגט דארט אז ר' משה יוסף איז געווען עלטער, למעשה איז ער געווען יונגער פון קדושת יום טוב.
דער עלסטער זון איז געווען דער קאלבאסובער רב הרה"ק רבי אברהם אהרן טייטלבוים, ער איז געווען א וויין סוחר לאנגע יארן. ערשט אין תרכ"ב איז ער נתמנה געווארן אלס רב אויף זיין שווער'ס ארט אין קאלבאסוב.
דאס איז דאך די הויפט טענה דא אז משה גבאי איז דער וואס דרייט אלעס אן, קומט דער חכם עתיק יומין און זאגט: יא איך בין עס!
לא ראיתי מימי שוטה גדול כמותו. ער האט פושט געווען טלפיו פאר די גאנצע וועלט, אז ס'איז אמת! די ארונים האבן נישט געקענט ווארטן אויף א בעסערע רעספאנס פון משה גבאי.
איך בין אים דן לכף זכות, אז ער איז געווען פארלוירן אז דער רבי וועט מסכים זיין צו ר' חיים אליעזר'ן האט ער געמוזט נעמען שריט און אנהייבן שרייען.
ווען דער עבד לעבדי ה' באמת ר' משה לאזט אים רעדן, און לאזט דעם רבי'ן געבן צו פארשטיין בטוטו"ד, וואלט יעדער איינגעזען 2 זאכן:
איינס אז דער רבי איז נישט מאניפולירט. צווייטנס אז דאס איז דעם רבינ'ס רצון.
משה האט די ביידע מיאוס פארשפילט, און דאס זעלבע איז געווען מיט דעם "גוי" אויף דוד עקשטיין. דער שוטה משה האט זיך באפראדעל'ט ווי מ'זאגט, און אנגעהויבן מיט זיין ווילדע פילאסיפי פון פארשרייען יענעם, און דער רבי נעמט זיך מיטזינגען, טיפיקל סינדראם פון איינעם וועלכע איז ליידער אויף מעדיקעישאן.
און אנשטאט צו איבערצייגן די "וועלכע האבן געצווייפעלט" האט ער זיי גאר שטארק געמאכט, אז משה גבאי מאניפולירט דעם רבי'ן 100 פראצענט. און דער רבי איז געפאנגען!
אבער איך האב פריער שוין געזאגט אז איך בין אים דן לכף זכות, ציטערנדיג אז דער רבי וועט נאך מסכים צו זיין ר' חיים אליעזר, האט משה פריעדמאן גענוצט נוצן דעם "אטאם" און אנהייבן שייגעץ ! מחוצף!
פונקט ווען גראס איז גרייט געווען צו פארלייגן זיינע טענות באיתגלי' אן קיין פארבארגענע קאראפטירטע מיטינגען, דארט האט דער גבאי געפונען פאר וויכטיגע צו זיין עומד על גביו אינטימידעטן די רבי מיט די קהלה, פארשרייען יעדען,
אבער עטוואס שפעטער איז דער ברך משה'ס פלייש געווען הפקר כצבאות וכאיילות השדה פאר דעם בלוט זויגער שאול פערלשטיין, כפי שנתברר ב"אחורי הפרגד" קאסעטן?
דאס איז די קשיא וואס איר וועט קיינמאל קענען פארענטפערן.
איך בין מודה אז דער ברך משה האט נישט געהאלטן ביים גיין צום חתונה פון אהרן'ס אייניקל אויב ער סטאפט די קארט רעוואלוציע קעגן זיין סמכות.
וכבר היה לעולמים דער ברך משה האט שוין אזאנס געטאן
2. ביזטו מודה אז מ'האט טאקע געהעצט, אבער נישט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל. מיר האבן געמאנט היינט גרויס פראגרעס.
ניין, איך בין עס נישט מודה, וואס יא עס איז געווען זייער ריכטיג, אז זיינע משמשים בקודש האבן עם אינפארמירט אויף די רשעות וואס זיין זוון מיט זיין קליקע טיילן אויס קעגן עם.
3. לידיעתך, דער איינצגיסטער איידעם פון וויזניצער רבי'ן וועלכער האט אריינגענומען רבי ישראל האגער בשעת ער איז געווען אין גלות איז טאקע דער שייגעץ ר' אהרן טייטלבוים. אין תשנ"ו איז ר' מענדעלע האגער אנטלאפן פון די חתונה ווייל ר' אהרן האט געטאן א חוצפה נוראה און גערופן רבי ישראל'ן... נישט נאר ער פלעגט אים רופן צו זיינע שמחות, ער פלעגט אים שאפן הוצאות פאר די חתונות פון זיינע קינדער.
דאס אלע האט אהרן געטאן און די שפעטערע יארן, און די ערשטע יארן איז ער געווען א שותף מיט סאסשע גלייך אויף גלייך צו העצן דעם שווער קעגן זיין זון ר' ישראל.
לאנצוט שרייבט: ר' יוסף 90. ביזטו אבער מודה פונעם שמועס 2 זאכן:
1. איינס אין סאטמאר האט מען דעם רבי'ן אוועקגעריסן קיין פלארידא, בשעת ער האט חתונה געמאכט אייניקלעך און דעם עלטסן אור-אייניקל.
איך בין מודה אז דער ברך משה האט נישט געהאלטן ביים גיין צום חתונה פון אהרן'ס אייניקל אויב ער סטאפט די קארט רעוואלוציע קעגן זיין סמכות. (אינטרעסאנט אז נאך די אלע זאכן האט ער זיך געטראפן מיט'ן זון און זיך געפרייט צו אים... אפשר האט ער פארגעסן אז ער איז אין קאורט קעגן אים).
וכבר היה לעולמים דער ברך משה האט שוין אזאנס געטאן (אוועקצונעמען פון זיין אייניקל אין וויליאמסבורג??? ווען???) אפשר ביי היטלער ימח שמו וזכרו.
2. ביזטו מודה אז מ'האט טאקע געהעצט, אבער נישט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל. מיר האבן געמאנט היינט גרויס פראגרעס.
ניין, איך בין עס נישט מודה, וואס יא עס איז געווען זייער ריכטיג, אז זיינע משמשים בקודש האבן עם אינפארמירט אויף די רשעות וואס זיין זוון מיט זיין קליקע טיילן אויס קעגן עם.
נו, לאזן די משתמשים בקודש ארויסגעבן די טעיפס ווי זיי אינפארמירן (!) פארוואס ברענען זיי ווען די ארונים געבן עס ארויס?
3. לידיעתך, דער איינצגיסטער איידעם פון וויזניצער רבי'ן וועלכער האט אריינגענומען רבי ישראל האגער בשעת ער איז געווען אין גלות איז טאקע דער שייגעץ ר' אהרן טייטלבוים. אין תשנ"ו איז ר' מענדעלע האגער אנטלאפן פון די חתונה ווייל ר' אהרן האט געטאן א חוצפה נוראה און גערופן רבי ישראל'ן... נישט נאר ער פלעגט אים רופן צו זיינע שמחות, ער פלעגט אים שאפן הוצאות פאר די חתונות פון זיינע קינדער.
דאס אלע האט אהרן געטאן און די שפעטערע יארן, און די ערשטע יארן איז ער געווען א שותף מיט סאסשע גלייך אויף גלייך צו העצן דעם שווער קעגן זיין זון ר' ישראל.
העי, אנטלויף נישט. וואו איז די בריוו פון וויזניצער רבי'ן צום סאטמאר רבי'ן אז ער האט אים געהעצט?
כאפצעם!
איך פארשטיי ר' יוסף90 אז איר וועט עס נישט קענען מודה זיין, אבער דאס איז דער אמת.