היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין...

שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין...

194 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2858258
בלאט: 1 2 3 4

חסיד_152 » 19/12/2010 19:50

שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"


צען יאר א' שמות און ר' אהרן איז נאך אלס מסרב לדין.



ריכטער שמידט פון ברוקלין סופרים קאורט, וואס האט אין די לעצטע 3 חדשים אריינגעלייגט כחות עצומות צו שליכטן דעם סאטמאר'ן סכסוך בבית דין המרוצה לשני הצדדים, האט ערהאלטן פאריגע וואך פרשת ויחי א בריוו פון צד מהר"א וואס שטעלט קלאר זייער שטעלונג אז זיי ווילן נאר גיין צו דין תורה אויב וועט מען דן זיין איבער דאס רבנות פון וויליאמסבורג אבער נישט קיין שום אנדערע זאך.
 
עס איז געווען וואס האבן געהאלטן אז די פארהאנדלונגען וועלן צופאלן צוליב די אינערליכע רייבערייען ביי די ארונים, נאכדעם וואס די וויליאמסבורגער ראשי קהלה האבן געבלאזן אז מען רעכנט זיך נישט מיט זיי, און מ'האט זיי נישט געגעבן קיין מאנדאט ביי די פארהאנדלונגען. אבער צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט זיך אפגעשטעלט צוליב ר' אהרן'ס הארטקייט כלפי פארהאנדלען אויף קרית יואל, און האט אפיציעל געמאלדן בכתב אז היה לא תהי' קרית יואל וועט נישט גיין צו דין תורה.

א קורצע כראנאלאגיע פון די פארהאנלונגען.


דער ריכטער איז געווארן אריינגעשלעפט אין דעם סכסוך נאכדעם וואס די ארונים האבן פרובירט אוועקצוכאפן א בנין אין וויליאמסבורג וואו עס געפינט זיך די סאטמארע בית המדרש אויף סאוט אכט סטריט, דער זעלבער וואס האט יעצט געגנב'עט דעם בנין דורך איבערשרייבן פאלש דעם דיעד, האט מיט זעקס יאר צוריק געקלאגט אין ערכאות די קהלה אז ער איז א שותף אין דעם בנין, און ווען דער סכסוך איז אנגעקומען צו ריכטער שמידט האט ער געפרעגט די צדדים צו זענען מסכים צו גיין צו א בית דין, האט די קהלה מסכים געווען אבער דער הולך לערכאות האט זיך נישט געשטעלט לדין, דעריבער ווען סאיז געווארן א פרישע פראבלעם מיט דעם בנין ווען דער הולך ערכאות האט דאס פרובירט גנב'ענען איז דאס צוריק אנגעקומען צו דעם זעלבן ריכטער.
 
ריכטער שמידט וואס האט א לאנגען רעפוטאציע פון סעטלען קעיסעס, האט געפרעגט די צדדים צו מ'קען שליכטן דעם סכסוך ביי דין תורה, וואס די קהלה האט געזאגט אז זיי האבן שוין געחתמ'ט מיט 6 יאר צוריק, אבער דער גנב וואס איז שוין מסרב 6 יאר לדין האט געלייגט תנאים אז אויך אנדערע סכסוכים פון קהלת סאטמאר זאל גיין צו דין תורה. דער ריכטער האט זיך נישט געפוילט אז ער איז אריבערגעגאנגען צום סאטמאר רבין אין וויליאמסבורג אין געפרעגט צו ער איז מסכים אז דער סכסוך פון בנין סאוט אכט זאל גיין צו דין תורה, דער סאטמאר רבי האט געזאגט אדרבה ואדרבה. ריכטער שמידט איז אריבערגעפארן קיין קרית יואל, און דער קרית יואל'ער רבי האט זיך אנגעגרייט א פאר טאשטיכלעך, און זיך גענומען וויינען ווי ביי די מאמעס לוי', איך וויל גיין צו דין תורה מגנב'עט מיר אלעס אוועק, דער טאטע האט מיך געמאכט פאר רב חול המועד פסח תשנ"ט איבער גאנץ סאטמאר, און מ'האט מיר אוועקגעגנב'ט וויליאמסבורג, איך וויל נאר גיין צו דין תורה אויף סאוט אכט אויב מען וועט שטעלן צו דין תורה אויף גאנץ וויליאמסבורג. ער האט שטארק אראפגעריסן די בתי דינים וואס שלעפן צייט און געלט, און געזאגט אז בוררות פאר סאוט אכט איז ארויסגעווארפן געלט מיט צייט, נאר מ'זאל גיין צו א בית דין.
 
ריכטער שמידט איז צוריקגעגאנגן קיין וויליאמסבורג צום סאטמאר רבי'ן, און געפרעגט אויב מען איז מסכים צו גיין צו דין תורה איבער גאנץ וויליאמסבורג, האט סאטמאר רבי געענפערט אז ער האט אלעמאל מסכים געווען צו גיין צו דין תורה אויף וויליאמסבורג אבער ער האט תביעות נגדיות אין קרית יואל און בארא פארק, און ער וויל אז די שטרי בירורין זאל זיין אויף אלעם. דער ריכטער האט צוריקגעברענגט די תשובה פאר קרית יואל'ער רבי האט ער געענפערט אין קרית יואל אין נישטא קיין שום תביעות, איך גיי נישט צו דין תורה אין קרית יואל. דער קרית יואל'ער רבי האט אויך געזאגט פארן ריכטער אז ער קען מער נישט רעדן פון דעם נושא, און מהיום והלאה זאל ער זיך פארבינדן מיט דוד עקשטיין, אלישע הורוויץ און ברוך מרדכי גאלדבערגער.
 
נאך עטליכע וואכן פון ארומשלעפן, איז ענדליך געקומען דער ענפער פאריגע וואך פרשת ויחי אז קיין דין תורה וועט נישט פארקומען אין סאטמאר אויב מען וויל דן זיין אויף עפעס וואס ר' אהרן האט א שליטה, דהיינו קרית יואל נישט.
 
בקיצור הדברים: דאס וואס ר' אהרן האט געזאגט תשס"ב פאר הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער, און דאס וואס ר' שאול פערלשטיין האט געהאלטן אין איין זאגן ברבים אז זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה האבן זיי יעצט ארויסגעשריבן בכתב פאר ריכטער שמידט.
 
היינט די צענטע יארצייט פון אלף שמות, ווען די סלאגאנען יחידים המשתלטים על הציבור און מסרבים לדין זענען געאשאפן געווארן, שטעלט זיך ארויס אז סאיז שקר און בלאף, זיי זענען יחידים וואס ווילן זיך משתלט זיין אויפן ציבור, און זיי זענען די ריכטיגע מסרבים לדין. די וואלן אין וויליאמסבורג איז שוין געווען תשס"ו ווען די נייע מוסדות האבן זיך געעפענט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען בערך א דריטל פון סאטמאר, דאס זענען די יחידים המשתלטים, און יעצט זענען שוין אפען מודה אז זיי זענען מסרבים לדין אויך.

חזקה » 19/12/2010 20:22

חסיד 152 פרובירט אראפצומאלן כאילו אונזער סיטואציע איז אז ר' אהרן טייטלבוים האט קלאר געלאזט וויסן אז ער וויל זיך נישט שטעלן צו די דין תורה.
יא! עס פארשטייט יעדער בר דעת און ווער עס האלט ביים איינזעהן אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס ר' אהרן זיך זיך שטעלן צו דין תורה אין קרית יואל, ווייל וואס האט ר' זלמן לייב אריינצורעדן אין קרית יואל, ווען דער איינער ציל פון זיין אהער קומען איז דאך בלויז געווען צו העלפן ס'ברודער אין וויליאמסבורג?

איך געדענק נישט וואספארא סיכסוך עס זאל האבן געווען אין קרית יואל? עס ווייסט יעדער אז זלמן לייב איז דאך געקומען בלויז איינצונעמען וויליאמסבורג? וויאזוי די וויסט עס אנרופן יעדער איינער לויט זיינע געפילן.

אין וויליאמסבורג איז ר' אהרן אלעמאל געשטאנען בראש, און איבערהויפט ווען עס געקומען צו בויען דער ביהמ"ד החדש אין ווילאמסבורג, און דער ברך משה האט אים פארטרויעט מיט אלס און אלעמען, און איך ווייס נישט וויפיל פון די אנהענגער פון ר' זלמן לייב פארמאגען דען זיצן אין דעם בנין, אויב עפעס האבן הונדערטער און הודערטער חסידי ר' אהרן דארטן אינוועסטירט און פארלוירן.

דעריבער: וואספארא תמימות קומט דא פאר? ריכטער שמידט וועט אייך לאזן הערן גאר בקרוב ווער עס איז מסרב לדין, ער איז נישט קיין גויאישער קאפ וואס קען נישט די אינערליכע קרופציע פון אפאר הונגעריגע היפאקריטן, ער איז א היימישער יונגערמאן וואס זוכט דעם אמת, און דער ווארהייט, דעריבער קוקט ער אריין אינעם קעיס מיט יושב הדעת און ווערט נישט פארלוירן פון שקרים און טעראר...

ימים ידברו...!

חסיד_152 » 19/12/2010 20:56

חזקה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
חסיד 152 פרובירט אראפצומאלן כאילו אונזער סיטואציע איז אז ר' אהרן טייטלבוים האט קלאר געלאזט וויסן אז ער וויל זיך נישט שטעלן צו די דין תורה.
יא! עס פארשטייט יעדער בר דעת און ווער עס האלט ביים איינזעהן אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס ר' אהרן זיך זיך שטעלן צו דין תורה אין קרית יואל, ווייל וואס האט ר' זלמן לייב אריינצורעדן אין קרית יואל, ווען דער איינער ציל פון זיין אהער קומען איז דאך בלויז געווען צו העלפן ס'ברודער אין וויליאמסבורג?

איך געדענק נישט וואספארא סיכסוך עס זאל האבן געווען אין קרית יואל?

 
אדאנק אייך חזקה פארן מחזק זיין מיינע ווערטער אז ר' אהרן טייטלבוים האלט זיך נישט ביים שטעלן צו קיין די"ת, מאיזה סיבה ואופן שהוא. דעריבער ווערט ער ביי אונז אידן אנגערופן א מסרב לדין, אפשר דיינע געפיהלן פארלאנגן נישט פון ר' אהרן צו קומען צו די"ת, אבער אונזער אידישע רעליגיע פארלאנגט דאס יא, און אזוי ווי דער ר' אהרן האלט נישט דערביי איז ער א מסרב, און די לעצטע צען יאר אלף שמות'ן שרייען איך וויל דין תורה איז געווען א בלויזער פורים שפיל, פינטל.

תוקן על ידי חסיד_152 ב- 19/12/2010 20:58:30

ספרינטער » 19/12/2010 21:41

איך בין בכלל נישט געשאקט פון די נייעס.

שארטקאט » 19/12/2010 21:52

חזקה שרייבט "איך געדענק נישט וואספארא סיכסוך עס זאל האבן געווען אין קרית יואל?"

איך געדענק יא, שוין 26 יאר איז דא א סכסוך אין קרית יואל, רוב תושבי העיר רוב קהלות העיר רוב מוסדות העיר זענען קעגן ר' אהרן, זיי טענה'ן אז ר' אהרן איז א יחיד המשתלט על הציבור און זיי ווילן אים נישט,

איך געדענק אויך, אז די לעצטע 26 יאר איז פארגעקומען יעדן טאג נייע סכסוכים עס איז נישטא א שטאט אויף דער וועלט וואס זאל זיין אזויפיל סכסוכים ווי אין קרית יואל,

דער יעצטיגער סכסוך פון סידור קידושין איז נישט גענוג פאר ר' זלמן לייב צו תובע זיין ר' אהרן צו דין תורה, ר' זלמן לייב האט א בריוו פון זיין טאטען אז ער מעג מסדר קדושין זיין און ר' אהרן לאזט נישט מסדר קידושין זיין אין בית רחל פארארדייס, ער מעג אים תובע זיין לדין,

הנגיד_רבי » 19/12/2010 22:57

איך שטיי און שטוין! די ארונים האבן אפגעקויפט און געטרעידמארקד די ענין פון 'דין תורה'...
ווען זיי ווילן זאגט מען אויף ק''י:

1) נאו! עפפעס א ספק? דאס ''באלאנגט נישט'' ביי די''ת!

2) אויף דעם איז קיינמאל נישט געווען קיין תבועה

3) זאל ער שיקן א הזמנה (איי רבוש''ע, על זה גופא אנו דנין: אז איך וויל דאס זאל זיין ביי די''ת...?) 

4)ס'איז ''אייביג'' געווען ביי אהרנ'ן... ובכגון דא איז נישט דא די''ת...

5) די גאנצע שטאט איז זיין'ס, און ואסערע פנים טראגט עס, אז ער גייט אויף די''ת אויף זיין אייגענע שטאט....?
*  *  *  *  *  *  *  *  *  *  *  *  *  *
ומי שיש לו קדקדו במוחו ווייסט אז די גאנצע ישיבה לאט איז אינגאנצן 4 יאר צוריק איבערגעשריבן געווארן בגניבה דורך די וועלטס-ים-גנבים, פון 82, די זעלבע זאך די ביה''ח,
דאס איז נאר די פשוט'ע גניבות:און וואס טוט זיך מיט די מעמבערס וואס האבן געבויט דעם שטעטל און געבויט דעם ווייסן שוהל און זיי האבן אויך עפפעס אריינצורעדן?

אדרבה אז דו האלטסט אז דאס איז אזא דבר פשוט, אז ס'איז נישט שייך אויף דעם די''ת, וואס האסטו אזוי מורא דערפון???

בי''ד וועט דאך גלייך נאכ'ן דן זיין דערויף איין טאג, איינזעהן אז דאס איז געווען א טעות, און די ענין דארף מען אויסקרויזן פון'ם די''ת, נישט אזוי?

פארוואס איז דיר ווערט, לכבוד דעם איינעם זאך צו טארפעדירן די גאנצע די''ת אויף וואס די הונגערסט שוין - כלומפ'רשט - 12 יאר???? אתמהה! 



תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 19/12/2010 23:13:33

פישמאן » 19/12/2010 23:02

א תביעה נגדית דארף א הזמנה?

אז א איד זאגט איך האב געגענזייטיגע טענות דארף מען נישט שיקן קיין הזמנה, מען פארלאנגט דער תובע זאל אינטערשרייבן אויף די תביעות נגדית אויך שטרי בירורין,

אויב די וויליאמסבורגער האלטן אז זיי האבן א תביעה נגדית צו קרית יואל דארפן זיי נישט שיקן קיין פרישע הזמנה,

זעליג_כהן » 19/12/2010 23:18

what a joke! joke of day and town!'
דאס אז אהרן האט אפגעווערפן די''ת, ווייל ער וויל נישט לאזן דן זיין אויף ק''י, איז - הערט גוט און כאפט אייך גוט אן - א תירוץ פון...... פון ............ יו איך קען עס נישט ארויסזאגן, דאס איז א תירוץ, נישט פון אהרן זיך ארויסצודרייען...... דאס איז א תירץ פון די זלונים זיך ארויסצודרייען.. כא כא כא שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס............

חזקה » 20/12/2010 00:15

אמאל זענען פארהאן צוויי צדדים, נארמאלע מענטשן וועלכע פארמאגען מיינונגס פארשידענהייטן, און עס אנטוויקעלט זיך א סוכסוך, און ווי אידישע קינדער זענן באפוילן געווארן גייט מען צו דין תורה און מען האמערט אויס א פשרה געווענטליך, בקיצור וויאזוי בית דין זעהט איין און פסקנ'ט.

אבער ביי אונזער געשיכטע איז די מציאות גאר אנדערש, סאטמאר דארף האבן א ממלא מקום, אבער עטליכע מחוצפים צוליב מגיעות ווילן דאס נישט אנערקענען, מען האט זיך מיט זיי געספראוועט און סאטמאר פארמאגט ב"ה א ריכטיגע מנהיג וואס מיר דארפן האבן היינטיגע צייטן אין אונזער דור, חסידים וואס דארפן אויטאריטעט, און זענען גרייט געווען מקבל מרות צו זיין פון א רבי'ן.

אבער צו די זעלבע צייט זענען פארהאן א געוויסע סארט גרופע מענטשן וועלכע זענן בטבע אזוינע וועלכע קענען נישט דערהייבן אויטאריטעט, זיי דערהייבן נישט קיין פרעשור, און זיי דערהייבן נישט ווען א צווייטער ווערט דערהויבן...

און אט דאס זענען די היינטיגע שונאים, און די מתנגדים וועלכע זענען ארויס אין א מערכה פאר יארן אנטקעגען דעם רב, און היינטיגער רבי'ן...(איר מיסט נישט איינשטימען מיט מיר...)

עס ווייסט יעדער עס זענט'ס נעבעך א גרופע זינלאזע היפאקריטן, פול מיט נגיעות און סיבות פארוואס איר וועט געטריבן צו יענעם פירער, איר זענט נישט אינטערסירט צו זיין אינטערגעווארפן אינטער קיינעם, מיר דארפן דאס חזר'ן ווייל איר האלט און איין פארגעסן אייערע אידענטיטעט.

ווער האט געפירט אלע יארן 82?

ווער איז געזיצן אלע יארן אין אפיס?

ווער האט פארשעמט און מצער געווען דער ברך משה?

טרוקענע ווייטאגליכע פראגעס וועלכע דארפן נישט קיין ענטפער, די אלע אנהענגער אהין זענען נעבעך וואנזיניגע הונגעריגע היפאקריטן, ווען קען מען פרובירן צו פארשטיין אז א צווייטער פארמאגט א אנדערע מיינונג, ווען ער גוט כאטשיק עפעס גערעכט פאר דיר, איבער עפעס, אבער ווען איינער פארשטייט נישט גארנישט, ער וויל נישט פארשטיין, און ער שרייט די ביסט נאר נישט גערעכט, די ביסט נאר ראנג...דאן האסטו צו טוהן מיט א נערווען געטריבענער פארברעכער, און די וועסט מיט אים אין ערגעץ נישט אנקומען...

ער דארף נישט קיין אויטאריטעט, רוב רובם וואס פירן די לעגאלע אקטיוויטעטן ביי יענער לאגער זענען אנגעווייטאגטע יונגעלייט וועלכע האבן פריוואטע נגיעות אנטקעגען ר' אהרן, ער האט פשוט געהאט א סוקסעס ביי א געוויסע געריכט וואסע ר האט געפירט ביי א געוויסע לעקאלער קהילה, דעריבער איז ער אריינגענומען געווארן אין די מערכה אנטקעגען ר' אהרן מיטן ברך משה.

נאכאמאל און נאכאמאל, אייער מנהיג טוט זיך אידענטיפיצירן מיטן מסור ומלשין אן די מינדעסטע פראבלעם...עס איז שוידערליך ביז גאר, דער ברודער דינט אלס א שטעקן, און ער כאפט נעבעך נישט וויאזוי זיינע מענטשן ארום זענען טרוקענע היפאקריטן...

מיט ענק דארף מען רעדן דער שפראך וואס מען האט גערעדט ביז היינט, שמידט האט זיך שוין דערלערענט ענקער שפראך, און טאקע צוליב די ריכטיגע שריט וואס קהל האט אינטערגענומען די לעצטע עטליכע יאר איז דא ב"ה פאזעטיווע רעזולטאטן...

נאך איז אויפן וועג...!

שארטקאט » 20/12/2010 01:03

חזקה דיינע ווערטער קלעבן נישט איין ווארט מיטן צווייטן, דיין ניק וואלט ענדערש געפאסט צו הייסן חוזק,

לאמיר דיר פארציילן די פאקטן, סאטמאר מוסדות פון וויליאמסבורג וואס איז הויפטקאוורטירט אויף 82 לי עוועניו, האט די לעצטע דרייסיג יאר נישט קיין איין ארוני, חוץ ארי' לייב גלאנץ וואס איז געווען א באצאלטער ארבעטער און האט זיך אפגעזאגט פון דארט צוליב געוויסטע סיבות,

ווידער די קהלה אין קרית יואל און דער ווילידש פון קרית יואל איז געבויט געווארן דורך ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מיכל ראזנער, די איבעריגע ראשי הקהלה און ועד הקריה, זענען געווען ר' יוסף אשכנזי ר' סענדר ר' לייביש ר' שלמה זלמן סאנדער ע"ה, און להבחל"ח ר' עזריאל גליק, יעצט זאג די ווער פון די מייסדים פון קרית יואל זענען ארונים?

הנגיד_רבי » 20/12/2010 01:27

חזקה: קען זיין דו בוזט גערעכט קען זיין נישט...... 
....טאקע פארדעם איז באשאפן ביי אונז אזא מושג פון די''ת!
יעצט וואס האסטו געענטפערט?

בקשה #20,365,89
שטעלט אייך צו די''ת או זבל''א וזבל''א
און הערט אויף צו דרייען יעדן טאג מיט א נייע תירץ!


פישמאן » 20/12/2010 03:19

דאס איז די בקשה פאר ר' אהרן שטעל דיך צו דין תורה די גנב גזלן, דיין טאטע האט דיר געשיקט שארפע מוסר בריוו, אז ער געט רשות צו עפענען מוסדות אין קרית יואל, די ועד הקריה געלט באלאנגט פאר די כשר'ע מוסדות, שטעל דיך צו דין תורה אן קיין שום תנאים,

פאולוויניק » 20/12/2010 16:45

שארטקאט, ארי' לייב גלאנץ איז נישט געווען קיין הנהלה, ער איז געווען אדמיניסטראטער, ער איז נישט ארויסגעגאנגען פון סאטמאר צוליב פאליטיק, ער איז אוועקגעגאנגען צוליב געלט סכסוכים, ער האט נישט מיט די ארונים גארנישט, ער איז געבליבן אן קיין פרנסה האבן די ארונים אים גענומען פאר א שטיק צייט און דערנאך געדאמפט,

סענעטאר » 20/12/2010 19:55

הנגיד_רבי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך שטיי און שטוין! די ארונים האבן אפגעקויפט און געטרעידמארקד די ענין פון 'דין תורה'...
ווען זיי ווילן זאגט מען אויף ק''י:

1) נאו! עפפעס א ספק? דאס ''באלאנגט נישט'' ביי די''ת!

2) אויף דעם איז קיינמאל נישט געווען קיין תבועה

3) זאל ער שיקן א הזמנה (איי רבוש''ע, על זה גופא אנו דנין: אז איך וויל דאס זאל זיין ביי די''ת...?) 

4)ס'איז ''אייביג'' געווען ביי אהרנ'ן... ובכגון דא איז נישט דא די''ת...

5) די גאנצע שטאט איז זיין'ס, און ואסערע פנים טראגט עס, אז ער גייט אויף די''ת אויף זיין אייגענע שטאט....?
*  *  *  *  *  *  *  *  *  *  *  *  *  *



גוט געזאגט. און די תירוצים שפעטיגן טאקע נישט צו קומען.

סקאטמאלען » 20/12/2010 20:47

איך יושב מיך שוין אגאנצן טאג צו איך זאל זיך אריינלאזן דא אינעם ויכוח, איך האב א שטארקע רייץ, ס'לעולם די הייסטע אין מערסטע פעווריט נושא פאר מיר, כ'אמעך אבער מיישב געווען אז ס'איז לריק, ראשית האט מען שוין אלעס אויסגעקייט א מיליאן מאל, איך זעה נישט קיין שום חדשות זאל נתחדש ווערן, שנית איך ווייס דאך שוין ממילא וואס דער ענדגיליטיגער ענטפער גייט זיין, נאך זיך אויסטענה'ן אהין אין צוריק אגאנצע וואך, זיך ציען 20 בלעטער, גייט דער נושא פארקירעוועט ווערן אין די גדלות פון ר' ישראל חיים פרידמאן און ר' זלמן לייב פילאף, און די ניגון גייט גיין, ווער ביסטו ראצער היידפארק שרייבערערל צו אריינרעדן צווישן אזעלעכע גדולים וואס פסק'נען חייבי כריתות 40 יאר, ממילא פארוואס אפי' אנהויבן,

אי"ה אויב ריכטער שמידט וועט פסק'ען עפעס דראסטיש און היסטאריש וועל איך מיך לאזן הערן,

הצלחה

סקאטמאלען » 20/12/2010 20:52

אין דעם לעצטיגן אשכול קענט איר זעהן בטוב טעם, מיינע דעות איבער דעם פארצווייגטן נושא, איך מיין איך דעק דארט רוב אספעקטן פון דעם סוגיא

עיין שום ותמצא נחת

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2816887&forum_id=21016

פריש » 20/12/2010 21:14

איך בין איבערגעגאנגען יעצט א חלק פון די תגובות אין יענעם אשכול. במחילת כבודך קומען יענע תגובות בכלל נישט אריין דא אין דעם נושא, יענע אשכול איז די מדובר די צוואה, פון איין זייט שטייט ר' אהרן מיט צוויי עדים יחידים (צוויבן און הורוויץ). פון די צווייטע זייט שטייט ר' זלמן לייב מיט א כתב כתוב וחתום מיט עדים (דייני סאטמאר שליט"א).

דא רעדט מען פונם היינטיגן מציאות ווען צד מהרי"י זאגט "איך בין גרייט צו גיין צו בי"ד איבער אלע סכסוכים וואס נעמען אריין אין זיך דעם נאמען סאטמאר הן די נכסים וואס איך בין מחזיק און הן די נכסים וואס איך בין נישט מחזיק. פון די צווייטע זייט שטייט מהר"א און זאגט "איך בין גרייט צו קומען צו דין תורה נאר בנוגע דאס וואס איך האב נאך נישט, די נכסים וואס איך בין מחזיק האט נישט וואס צו זיכן ביי דין תורה"

דאס איז די פשוטע מציאות. עס ווינדערט נאר ווי דער סקאטמאלען האט אזא שוואכע זכרון, אינם אשכול וואס ער האט דא געברענגעט האט ער אליינס געשריבן בשם דעם גנב לישע הורוויץ אז ער איז גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה בשם ר' אהרן אויף אלע נכסי סאטמאר, ווי אזוי ווערט פלוצלינג פון "אלע נכסי סאטמאר" נאר "אלע נכסים וואס דער ברידער פארמאגט"?

מיינט דאס "גרייט צו גיין צו דין תורה" אדער מיינט דאס "כאפן נאך"?

סקאטמאלען » 20/12/2010 21:22

מסכים

איך קען נאר באשטיין צו וויסן וואס פונקטליך ענקער תביעה איז איבער מונרו, ווען בערך האבן די ארונים ציגעגנבעט מונרו פון די זאליס,

איך פרעג נאר,

פריש » 20/12/2010 21:28

איז א פאקט אז צוזאמען מיט די ישיבה בחורים ציען ענק אן ביי די וואלן א קארגע בלויז 60%? (אויך נאר ווען מען שאצט שטארק איבער לטובתכם).

יעצט שטעלט זיך די פראגע, הלמאי ר' מרדכי דוד אונגאר האט בערך 30% פון באבוב (לשיטת ר' בנציון, לשיטתי האט ער קרוב צו 40%) און עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז גארנישט אזוי פשוט אז עס קומט פאר ר' בנציון, בי"ד ברעכט שוין קאפ 5 יאר.

פארוואס מיינסטו אז ר' אהרן זאל נישט דארפן ענטפערן ביי דין תורה פונקט ווי ר' בנציון?

חזקה » 20/12/2010 21:38

איך וויל פשוט אריינווארפן דא, עס איז אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי די וואנזיניגע היפאקריטן מאנעווירן די צאל פון די מאונרא תלמידים לויט זייער געשמאק:

ווען עס קומט די רעדע ווער עס פארמאגט מער בחורים צום נייעם זמן, דאן האט די מאונרא ישיבה ממש די מאגערע צאל פון 250 אדער ממש א שפיי מער, ווי זיי לופטערן...

אבער ווען עס קומט צו רעדן איבער די וואלן, איז די גאנצע געווינס פון די קהל אינדארסירטע קאנדידאטן בלויז צוליב די מאסן וואוטס פון די הונדערטער תלמידי המתיבתא...א מין פערדעריי...

היפאקריטן...

_________________



תוקן על ידי חזקה ב- 20/12/2010 21:40:09

אומזיסט » 20/12/2010 21:55

אין מיי אפיניאן, זענען די זאליס זייער העפי אז דער שופט זעט איין מיט וועמען ער דילט דא, און וועט מער נישט לייגן קיין איבריגע דרוק עובר צו זיין אויפן פסק פונעם ברך משה און רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל.

לענין וואס די תביעות זענען אין מונרו, איז קודם לאמיר זען וואס עס זענען די תביעות אין ווילי. אויבו איז די תביעה אז דער רבי האט נישט קיין בעלות ווייל עס איז א אונגארישע סטיל קהילה, דאן פארשטייט זיך אליין אז אין מאנרא טענה'ט משה מאנראער אז ער דארף צוריק זיין בענקל אלס ראש הקהל. דער ברך משה האט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט אים ארויס צו ווארפן. וואס איז? ביי דין תורה איז נישטא קיין "סטעטשו אוו לימיטעישאנס".

ווידעראום אויב גייען די תביעות גיין אין דעם ריכטונג אז לעולם איז דער רבי יא פולי בעה"ב, און דער עולם האט נישט קיין רעכט אריין צו רעדן קיין פיפס, און דער בר"מ האט נישט עכט ארויסגעווארפן בערל פר"מ, איז דאך נאך אלס היינט צוטאגס דער אדמו"ר מהרי"י בארעכטיגט צו ווארפן דעם בערל פר"מ. ווייל כאמור איז דער רבי דאך פולי בעה"ב.

בהכרח גייען זיך די טענות פארקירעווען איבער וואס איז שטערקער, צוויבל - הורוויץ בצירוף אהרונישע פי. אר. אז דער בר"מ וועפט, אדער א כתב כתוב וחתום בפני עדים כשרים וואס האבן באשטעטיגט אז ער איז בדעה צלולה. דא האבן די זאליס א נישקשהדיגער אויבערהאנט.

ווידער לאמיר אננעמען אז דער בי"ד וועט נישט וועלן אריין רעדן אין די נושא, נאר זאגן א פשוטער יחלוקו לויט די פראצענטן פונעם ציבור, דאן קומען תושבי ק"י און טענה'ן ווי דוד עקשטיין און ר' יחזקאל גאלד בשעתו: "למה נגרע"? פארוואס פאר אונזערע ברידער אין ווילי קומט א חלק פון די נכסים על אף וואס זיי גייען אקעגן דעם בר"מ, און פארוואס אונז נישט?

סקאטמאלען » 20/12/2010 22:00

רמ"ד האט כאטש עפעס א טענה אז ער איז דער יורש פון ר' נפתלי, רב"צ טענה'ט אז ער האט לכתחלה ג'ירשנ'ט פון מהר"ש, עפעס א טענה האבן זיי ביידע פארוואס ס'קומט זיך זיי "אלעס", ממילא למען השלום מאכט מען א "פשרה", און די פשרה איז מ'ציטיילט פראצענטועל, אבער סתם אזוי? וואס ביסטו דער מחותן אין מונרו? די האלטס טאקע אז אן קיין שום מקום לטעון קען מען זיך נעמען ציילן פראצענטן? אויב אזוי זאל מען יעדע פאר יאר זיך נעמען ווידער ציטיילן די בנינים לויט די פראצענטן?

שארטקאט » 20/12/2010 22:03

חזקה דער תירץ איז זייער פשוט, עס לערנען אין קרית יואל קנאפע פיר פינף הינדערט בחורים,

אבער רעגעסרירט צו די וואלן זענען די בחורים וואס זענען שוין נישט אין ישיבה, למשל די וואס ארבייטן אדער האבן שוין חתונה געהאט,

אבער דאס איז לכאורה נישט נוגע צום יעצטיגן נושא

פריש » 20/12/2010 22:12

אקוראט די זעלבע טענות וואס די אהרוינים האבן אין וויליאמסבורג האבן די זאלוינים אין קרית יואל. נאך מער, די זאלוינים זענען אין ביידע פלעצער שטערקער.

אין קרית יואל שטעל זיך ארויס אז ר' אהרן האט קארגע 60% (מיט די בחורים וכדו') משא"כ אין וו"ב האט דער זעלבער ר' אהרן קארגע 30%

אויב וועט מען מאכן א יחלוקו (א פשרה, אזוי ווי עס פירט זיך היינט אין רוב אזעלכע פעלער) האט ר' זלמן לייב אין וו"ב 70% קעגן ר' אהרן'ס 30% און אין קרית יואל האט ר' זלמן לייב קרוב צו 50% קעגן ר' אהרן'ס קורב צו 50%

פארלירן פון א דין תורה קען נאר ר' אהרן, פארדעם וויל ער נישט הערן פון דן זיין אויף נכסים וואס ער איז מחזיק, ער וויל נאר כאפן נאך, ביי אידן רופט מען דאס "סירוב לדין".

_________________


פאולוויניק » 20/12/2010 22:13

איך ווייס נישט וואס די טענות אין באבוב זענען און אויך נישט וואס עס זענען אין קרית יואל

אבער איך וואלט געזאגט אז ירושה באלאנגט פאר אלע קינדער, און אויב די פארשטייסט אין באבוב אז די יורשים קענען טענהן דעמאלס קענען די קינדער פון בר"מ פון פארלאנגען זיך טיילן מיט קרית יואל פינקט אזוי,

אויסער דעם פארשטייסטו אז נישט ר' זלמן לייב אלייןס איז תובע קרית יואל, נאר פינקט ווי אין וויליאמסבורג בערל פרידמאן מיט דוד עקשטיין זענען תובעים, איז אין קרית יואל שלמה מיכל ראזנער מיט משה פרידמאן תובעים, אונטערן שירעם פון רז"ל קאמפעני, און אזוי אויך ר' עזריאל גליק וואס זיי זענען די איינציגע לעבנגעליבענע ראשי הקהל פון קרית יואל בשעת'ן גרינדן די קהלה און זיי האבן קיינמאל נישט אפיציעל רעזיגנירט,

שלמה מיכל משה מיט עזריאל זענען אויך געשטעלט אויף ועד הקריה דורכן דברי יואל, זיי האבן דאס קיינמאל נישט אויפגעגעבן און זיי ווילן יעצט תובע זיין אלע נכסי הקהלה אלע מוסדות און אלע נכסי ציבור וואס באלאנגט פאר ועד הקריה וכדו',

סקאטמאלען » 20/12/2010 22:29


אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אין מיי אפיניאן, זענען די זאליס זייער העפי אז דער שופט זעט איין מיט וועמען ער דילט דא,

שוין! אגוט מארגן! ער ווייסט שוין וואס דער שופט זעהט אין טראכט, אונז העמיר זיך דערוויסן ווען ער וועט פסק'ן

און וועט מער נישט לייגן קיין איבריגע דרוק עובר צו זיין אויפן פסק פונעם ברך משה

טאקע בהא קמפליגי, וואס איז געווען דער ריכטיגער פסק פון ברך משה, "הוא ולא אחר" בימי חורפו, אדער "עיקר שכחתי" הוקופס פון פלורידא

און רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל.

ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל פסק איז לגמרי נישט מחייב קיינעם, איך וועל דיר מסביר פארוואס, דאס איז פונקט ווי איינער זאל פרעגן א שאלה א דיין צו א שטיקל פלייש וואס איז אריינגעפאלן אין א פארעווע טאפ צו דער טאפ איז טרייף, און דער דיין וועט פסקן אז ס'כשר, אבער דער שואל וועט גארנישט זאגן פארן דיין אז דער שטיקל פלייש איז געווען חזיר פלייש, איז אזא פסק עפעס ווערד? אוואדי נישט, מעג עס זיין פונעם גרעסטן גאון הדור, די זעלבע לעניניו דער רב פישער האט געפסקנ'ט אז היות מ'האט פארגעשלאגן 3 בתי דינים זענען די זאליס גערעכט, אבער קיינער האט איהם קיינמאל נישט געזאגט די היסטאריע פון די 3 בתי דינים, די בליטיגע קאנפליקטן די זעלבע בתי דינים האבן געהאט מיט ר' אהרן, האט מען דאך איהם נישט געפרעגט די ריכטיגע שאלה, אטאמאטיש איז דער תשובה נישט נוגע אהער.

לענין וואס די תביעות זענען אין מונרו, איז קודם לאמיר זען וואס עס זענען די תביעות אין ווילי. אויבו איז די תביעה אז דער רבי האט נישט קיין בעלות ווייל עס איז א אונגארישע סטיל קהילה, דאן פארשטייט זיך אליין אז אין מאנרא טענה'ט משה מאנראער אז ער דארף צוריק זיין בענקל אלס ראש הקהל. דער ברך משה האט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט אים ארויס צו ווארפן. וואס איז? ביי דין תורה איז נישטא קיין "סטעטשו אוו לימיטעישאנס".

זאל משה מונרואער מיט די אנדערע בני יואל רופן צו דין תורה, וויזוי איז יאנקל קאהאן מיט ר' זלמן לייב ט"ב מחותנים דא? אדרבא זיי זענען דאך געווען די וואס האבן מיטגעארבעט מיט די ארויסווארפן די בני יואל,

ווידעראום אויב גייען די תביעות גיין אין דעם ריכטונג אז לעולם איז דער רבי יא פולי בעה"ב, און דער עולם האט נישט קיין רעכט אריין צו רעדן קיין פיפס, און דער בר"מ האט נישט עכט ארויסגעווארפן בערל פר"מ, איז דאך נאך אלס היינט צוטאגס דער אדמו"ר מהרי"יבארעכטיגט צו ווארפן דעם בערל פר"מ. ווייל כאמור איז דער רבי דאך פולי בעה"ב.

ווי קומט אדמו"ר מהרי"י אהער דא, ווער האט איהם געמאכט פאר אדמו"ר, מ'שמועס מיר דאך אז דער ברך משה האט קיינמאל ארויסגעווארפן בערל פרידמאן, מיינט דאך דאס אז ער איז געווען ראה"ק ביז די פטירה פון בר"מ, האט דאך דער זעלביגער ראה"ק מכתיר געווען מהר"א,


בהכרח גייען זיך די טענות פארקירעווען איבער וואס איז שטערקער, צוויבל - הורוויץ בצירוף אהרונישע פי. אר. אז דער בר"מ וועפט, אדער א כתב כתוב וחתום בפני עדים כשרים וואס האבן באשטעטיגט אז ער איז בדעה צלולה. דא האבן די זאליס א נישקשהדיגער אויבערהאנט.

מ'קען דאך דאס נישט וויסן ביז מ'זעצט זיך אראפ ביי די"ת, ביזס דעמאלטס קען מען חוזק מאכן צוויבל קנאבל, הו קעירס?

ווידער לאמיר אננעמען אז דער בי"ד וועט נישט וועלן אריין רעדן אין די נושא, נאר זאגן א פשוטער יחלוקו לויט די פראצענטן פונעם ציבור, דאן קומען תושבי ק"י און טענה'ן ווי דוד עקשטיין און ר' יחזקאל גאלד בשעתו: "למה נגרע"? פארוואס פאר אונזערע ברידער אין ווילי קומט א חלק פון די נכסים על אף וואס זיי גייען אקעגן דעם בר"מ, און פארוואס אונז נישט?

ווי דערמאנט יחלקו איז ווען ביידע טענה'ן אז משורת הדין איז "כולו שלי", און ביידע האבן עפעס א טענה, אבער סתם אזוי בלי שום יסוד וטענה, איז נישטא קיין יחלוקו

פאולוויניק » 20/12/2010 22:46

סקאט עס איז זייער פשוט, אז ווען מ'האט א תביעה נגדית דארף מען נישט שיקן קיין הזמנה לדין,

משה מאנרויער מיט שלמה מיכל ראזנער זענען א חלק פון יענקל כהנא'ס קהל און אזוי איז עזריאל גליק, די נתבעים פון וויליאמסבורג זאגן מיר ווילן זיך מיט אייך מתדיין זיין איבער אלעם, זייטס מוחל שרייבטס אינטער שטרי בירורין נכללים תביעות נגדיות, און מיט דעם וועט זיך אלעס ענדיגן,

בנוסף צו דעם קען וויליאמסבורג קהלה מיט אירע ראשי הקהלה טענה'ן אז זיי האבן געבויט קרית יואל די ועד הקריה מיט די קהלה מיט די מוסדות, און מיר זענען די בעלי בתים דערפון,

דאס איז אלעס פשוט'ע טענות נגדיות וואס דארף נישט קיין הזמנה,

נפל » 20/12/2010 23:11

וועלן די אהרוינים איינזען וואספארא נאריש פנים זיי האבן יעצט אדער וועלן זיי פארמאכן די אויגן און ווייטער שרייען דין תורה?

סקאטמאלען » 20/12/2010 23:15

וויזוי איך קוק עס אן, איז עס קיין שום טענות נגדיות, ווייל ס'איז געהעריג לאו בעל דברים דידהו את, ווייל בעת מ'האט ארויסגעווארפן ראזנער מיט פרידמאן, אין די תש"מ'ס, האבן קיין איינע פון די נתבעים אין וומ"ב נישט געהאט קיין שום שייכות מיט ראזנער און פרידמאן, אדרבא א גרויס חלק פון די הייניטיגע זאליס זענען גאר געווען פון די ווארפערס, אין אנדערע ווערטער, ר' אהרן האט קיינמאל גארנישט צוגע'גנב'עט אין מונרו פון ר' זלמן לייב אדער די איבריגע נתבעים אין וומ"ב, 20 יאר שפעטער האט ר' זלמן לייב מיט יאנקל קאהאן זיך דערמאנט אז ער גייט מאכן א יד אחת מיט דעם באטראפענער אין מונרו, און ער וויל אזוי למפרע ווערן א צד, ס'ארבעט נישט אזוי, נישט ע"פ תורה אין נישט ע"פ שכל,

למשל אין בארא פארק האלט איך וואלטן די זאליס יא געקענט פארלאנגען דין תורה, ווייל מ'האט זיי ארויסגעווארפן אלס אנהענגער פון ר' זלמן לייב, זעלבסטפארשטענדליך אז יעצט איז עס מער נישט רעלעוואנט, ווייל מ'זיצט דאך שוין דארט ביי דין תורה, ב"ה,

קען זיין די זאליס האבן אנדערע טענות אין מונרו, אדרבא איך קען באשטיין צו הערן

פאולוויניק » 20/12/2010 23:37

קודם כל האט ר' זלמן לייב א טענה אלס יורש פון זיין טאטען, לכאורה איז ער פינקט אזא יורש ווי ר' אהרן,

אויסער דעם האלט ר' זלמן לייב אז ער איז סאטמאר רבי און ער איז מרא דאתרא אין קרית יואל

בנוסף צו דעם איז די וויליאמסבורגע קהלה די מייסדים פון קרית יואל קהלה ומוסדותיה זיי זענען די בעלי בתים פון קרית יואל'ער קהלה מוסדות און אויך די ועד הקריה,



די וויליאמסבורגע קהלה האט אויפגעבויט די גאנצע קרית יואל'ער קהלה אינקולדינג די וועד הקריה,

פאולוויניק » 21/12/2010 00:00

בנוגע ראזנער פרידמאן גליק, וואס זענען די מייסדים און בעלי בתים פון קרית יואל קהל, איז בכלל נישט נוגע ווער ס'האט זיי ארויסגעשטעלט, עס איז נאר נוגע וועמען עס געהערט,

למשל אויב איך שיק משה גבאי זאל דיך ארויסווארפן פון דיין הויז און איך זעץ מיך דארט אריין וועמען רופסטו צו דין תורה משה גבאי פאר'ן גורם זיין שאדן, אדער מיך וואס איך זיץ דארט, מסתם ביידע, אבער קיין לאו בעל דברים דידי קומט דא נישט אריין, ווייל דער וואס איז זיך משתלט אויף זייער זאך איז זייער בעל דין,

סקאטמאלען » 21/12/2010 00:13

פאולוויניק כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קודם כל האט ר' זלמן לייב א טענה אלס יורש פון זיין טאטען, לכאורה איז ער פינקט אזא יורש ווי ר' אהרן,

קיינער זאגט נישט אז נישט, אבער דאס איז נאר נוגע פאר פריוואטע נכסים פון א טאטע, אבער נכסים פון א חסידות איז נישט שייך צי פאדערן, ס'איז במציאות נישט קיין נכסים וואס א קינד האט א רעכט צו פארלאנגען, די נכסים געהער פאר די חסידות, און א חסידות האט דאך נאר איין רבי, און דער איינער רבי קומט זיך דאך זיכער פאר א עלטערע ברודער,

קוק נאך היסטאריע, ביי אלע מחלוקת'ן פון הנהגה פון א חסידות איז אלס געווען די טענות פון ביידע צדדים, אז משורת הדין איז
 "כולו שלי", אין נאר "למען השלום" האט מען געמאכט פשרות, דוק ותשכח

אויסער דעם האלט ר' זלמן לייב אז ער איז סאטמאר רבי און ער איז מרא דאתרא אין קרית יואל

וואס ער האלט  איז נישט אינטערסאנט, וואס איז דיין יסוד פון דיין האלטן?

בנוסף צו דעם איז די וויליאמסבורגע קהלה די מייסדים פון קרית יואל קהלה ומוסדותיה זיי זענען די בעלי בתים פון קרית יואל'ער קהלה מוסדות און אויך די ועד הקריה,

די וויליאמסבורגע קהלה האט אויפגעבויט די גאנצע קרית יואל'ער קהלה אינקולדינג די וועד הקריה,


שכוח, באותו זמן איז דאך וומ"ב געווען די איינציגע קהלה, אלע איינוואוינער פון קרית יואל זענען אמאל געווען וומ"ב איינוואוינער, אבער במציאות איז קרית יואל שפעטער געווארן א זעלבסשטענדיגע קהלה און דאס איז נישט געשען בגניבה, וומ"ב האט קיינמאל נישט אפגעמאכט ווער די ראשי הקהלה אין מונרו זאלן זיין,

נפל » 21/12/2010 00:21

סקאטמאלען, איז דיינע ווערטער א תירוץ פארוואס ר' אהרן האלט זיך נישט ביים שטעלן צו דין תורה?

שארטקאט » 21/12/2010 00:31

איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט דעם פאקט אז יורשים פון א רבי'ן קענען נישט תובע זיין מדין ירושה?
און מהיכי תיתי אז דער עלטערער זון איז ממלא מקום אדמורות?

זיין יסוד פון האלטן אזוי קען ער איבערווייזן פאר א בית דין ער איז נישט מחיוב דאס אויסשמיסן פאר'ן גיין צו בית דין,

די האסט פארשטאנען אז ווען דער צד פון רז"ל האבן געענפערט פאר נאווארדיק אז זיי טוהן וואס דער סאטמאר רבי הייסט און בערל פרידמאן האט נישט קיין טענות קעגן סאטמאר רבי, האסטו פארשטאנען אז דאס אלעס זאל ער ענפערן ביים בית דין, די זעלבע זאגן די מורשים פון רז"ל אונז זאגן אז ר' זלמן לייב איז סאטמאר רבי און ער האט באווייזן דערצוה דעריבער איז ער בעל הבית אין קרית יואל,

אריגינעלער » 21/12/2010 02:09

ענקער טענה פרובירן ארויפצושמירן איז אז ס'איז א "תביעה נגדית" פונעם נתבע.

די תירוץ איז אז ס'איז נישט.

דער תובע אין די די"ת איז ר' בערל פריעדמאן ודעימי', און דער נתבע איז כהנא\פערלשטיין. קיין איינע פון די צוויי האבן נישט קיין כי הוא זה שייכות מיט קרית יואל, ר' בערל קען נישט געבן שטחים און בנינים פון קרית יואל, און דאס האט נישט קיין שום שייכות נישט צו זיין תביעה און נישט צו זיין פערזענליכקייט בכלל. 

און מאידך גיסא איז דער אמת, אז כהנא האט ניטאמאל קיין שום טענה ומענה אין די וועלט קעגן קרית יואל. אויף דעם איז אבער געזאגט געווארן אז "אויב יא", אויב האט כהנא יא א תביעה קעגן ר' דוד עקשטיין אדער ר' אברהם וויעדער, קען ער זיי "היינט" רופן צו די"ת, און זיי וועלן זיך שטעלן תיכף ומיד, און די די"ת וועט זיין פארטיג נאך פאר די נעקסטע געריכט הירינג!...

דעק טריק פון וועלן אריינעמען קרית יואל אלס "איין גרויסער דיון", א דבר שאינו, דאס קומטצוליב וואס זיי ווייסן גאנץ פיין אז אין קרית יואל איז נישטא קיין שאנסן אויף גארנישט, ווילן זיי כאטש פרובירן צו די שוואכקייטן וואס מיר קענען האבן אין וומ"ס זייענדיג דער אינו מוחזק וועט זיי קענען פירן צו א פשרה אויך אויף קרית יואל.

דאס איז זייער א שיינער ביזנעס חשבון, אבער דאס האט מיטן שו"ע נישט קיין שייכות...

KJ » 21/12/2010 02:17

מיין מיינונג האלבוועגס פון די זייט, איך גלויב נישט אז ס'וועט אמאל קומען צו דין תורה, אבער אויב יא וועלן די תוצאות נישט קיין סאך משנה זיין, קיינער פון די צוויי ברידערס וועט נישט פארלירן קיין מענטשן אויב ער ווערט אן אלע בנינים, און קיינער וועט נישט באקומען מאר אויב ער געווינט, די קריטישע יארן צו געבן צייט צו בויען א מלוכה פאר זיך איז געווען רז"ל, אויב וואלט ער ארויסגעפלויגן פון ראדני און די וויליאמסבורגע מוסדות נאך בלויז צוויי דריי יאר נאך זיין התמנות, וואלט ער נישט געקענט אזוי אויסוואקסן צו אזא אימפעריע ווי ער האט עס באוויזן, ס'וואלט צוקלאפט זיינע מענטשן וואס זענען אזוי אויך אויסגעשטאנען אומאויפהערליכע רדיפות פון דיקר"י צד, ער האט געווינען 12 קריטישע יארן, ווי ער האט געהאט צייט זיך אראפצושטעלן מיט פעסטע יסודות צו אזא מאכט ווי ער איז טאקע אויסגעשטיגן,  יעצט איז עס שוין ווי מ'רופט עס א "ריעל עסטעיט" מערכה, צו וועט איינער פון די צוויי זיך דארפן אביסל מער אנשטרענגען אדער דער אנדערער, אדער קיין איינער.

KJ » 21/12/2010 02:25

אריגינעלער, דו געדענקסט אפשר אויף וועמענס נאמען די מתיבתא פון קרית יואל איז געווען? די בית החיים?

און וואס איז מיט די טענה אז דער ברך האט געגעבן קר"י פאר ר"א און ווימס"ב פאר רז"ל, אויב האבן די קר"י א טענה אויף ווימס"ב האבן די זאלונים די זעלבע טענה אויף קר"י, אדער נעמסטו אן דיין חלק און זיץ איין אינדערהיים, אויב ווילסטו צונעמען וואס דער טאטע האט געגעבן פארן ברודער, ווילן מיר אויך וואס דער טאטע האט געגעבן (?) פארן ברודער, גייט מען לויט ווי די טאטע האט איינגעטיילט איז איין וועג, גיין מיט די טענה ווייל מיר האבן אויך מענטשן אין יענע שטאט איז א צווייטער וועג, און א "טו וועי", פונקט די זעלבע טענה, יושר, חלק כחלק.

אריגינעלער » 21/12/2010 02:57

KJ טייערער
איך ווייס נישט ווי עס קומט דא אריין וועמען עס לוינט זיך, קען זיין אז דאס וואס רז"ל האט זיך משתמט געווען די 12 יאר האט אים געהאלפן זיך בויען, אונז רעדמיר וועגן ענקער טענה אז ר' אהרן דארף גיין צו דין תורה אין קרית יואל אדער נישט,
עס איך אויך נישט נוגע וועמעס נאמען די בניני מתיבתא זענען געווען פארשריבן, די שאלה איז על פי הלכה צו די נתבעים פון וויליאמסבורג האבן א טענה נגדית אויף די תביעות, קיינער האלט נישט אז די בניני מתיבתא האט א שייכות מיט יענקל כהנא אדער מיט שאולי פערלשטיין

SatmarNews » 21/12/2010 04:10

שארטקאט און חזקה: די דריי הונדערט קרית יואל בחורים האבן נישט קיין שום פראבלעם צו וועלן 5 מאל, כידוע ליו"ח

סענעטאר » 21/12/2010 04:11

אריגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

ענקער טענה פרובירן ארויפצושמירן איז אז ס'איז א "תביעה נגדית" פונעם נתבע.

די תירוץ איז אז ס'איז נישט.

דער תובע אין די די"ת איז ר' בערל פריעדמאן ודעימי', און דער נתבע איז כהנא\פערלשטיין. קיין איינע פון די צוויי האבן נישט קיין כי הוא זה שייכות מיט קרית יואל, ר' בערל קען נישט געבן שטחים און בנינים פון קרית יואל, און דאס האט נישט קיין שום שייכות נישט צו זיין תביעה און נישט צו זיין פערזענליכקייט בכלל. 

און מאידך גיסא איז דער אמת, אז כהנא האט ניטאמאל קיין שום טענה ומענה אין די וועלט קעגן קרית יואל. אויף דעם איז אבער געזאגט געווארן אז "אויב יא", אויב האט כהנא יא א תביעה קעגן ר' דוד עקשטיין אדער ר' אברהם וויעדער, קען ער זיי "היינט" רופן צו די"ת, און זיי וועלן זיך שטעלן תיכף ומיד, און די די"ת וועט זיין פארטיג נאך פאר די נעקסטע געריכט הירינג!...

דעק טריק פון וועלן אריינעמען קרית יואל אלס "איין גרויסער דיון", א דבר שאינו, דאס קומטצוליב וואס זיי ווייסן גאנץ פיין אז אין קרית יואל איז נישטא קיין שאנסן אויף גארנישט, ווילן זיי כאטש פרובירן צו די שוואכקייטן וואס מיר קענען האבן אין וומ"ס זייענדיג דער אינו מוחזק וועט זיי קענען פירן צו א פשרה אויך אויף קרית יואל.

דאס איז זייער א שיינער ביזנעס חשבון, אבער דאס האט מיטן שו"ע נישט קיין שייכות...




 

די ארונים זאגן אז אויף תביעות נגדיות דארף מען שיקן הזמנה.

 

וויל איך ענק פרעגן מה נשתנה דין תורה הזה?

 

בשנת תש"ס ווען דער בנו בכורו פונעם בנו בכורו האט איבערגעשריבן דאס הויז פון

ברך משה אין קרית יואל צו קהל יטב לב קרית יואל, האט דער ברך משה געגעבן הרשאה

פאר זיין זון ר' ליפא צו רופן צו דין תורה בשמו, דוד עקשטיין בתור ראש הקהל

קיט"ל בקר"י איז געקומען צו דין תורה אלס נתבע און געזאגט איך שרייב נישט קיין

שטרי בירורין נאר אויב דער רבי דער ברך משה שרייבט אונטער אז ער וועט זיך שטעלן

מיט אים צו דין תורה איבער תביעות נגדיות. האט אים דער בית דין געפרעגט וואס

זענען דיינע תביעות נגדיות האט עקשטיין געזאגט אז דער ברך משה האט

ארויסגעווארפן בערל פרידמאן פון קהל, און עקשטיין אלס ראש הקהל פון קרית יואל

פארלאנגט אז דער ברך משה זאל זיך מיט אים מתדיין זיין האט אים ר' מענדל זילבער. האט

דער בורר פון ברך משה געפרעגט פארוואס שיקסטו נישט קיין הזמנה, האט עקשטיין

געענפערט: זאג איך דיר יעצט אז איך בין אים יעצט תובע לדין פארן ארויסשטעלן

בערל פרידמאן פון וויליאמסבורג קהלה און ביז ער שרייבט נישט אונטער קיין שטרי

בירורין אויף סאטמאר קהלה אין וויליאמסבורג שטעל איך מיך נישט צו דין תורה אויף

דעם גניבה פונעם הויז.

 

פרעג איך דיר פארוואס האט דוד עקשטיין געקענט זאגן איך האב א תביעה נגדית אן

שיקן קיין הזמנה פאר'ן רבין, אבער ר' זלמן לייב קען נישט האבן קיין תביעה נגדית אן קיין

הזמנה, פון וואו נעמסטו אז מען מוז האבן א הזמנה צו א תביעה נגדית,, ,

אלע בתי דינים נעמען אן תביעה נגדיות חוץ אויב עס שטייט ארויס אין די שטרי

בירורין אז בית דין קען נישט דן זיין אויף תביעות נגדיות.

געלע_באס » 21/12/2010 04:37

 
מיין מיינונג האלבוועגס פון די זייט, איך גלויב נישט אז ס'וועט אמאל קומען צו דין תורה, אבער אויב יא וועלן די תוצאות נישט קיין סאך משנה זיין, קיינער פון די צוויי ברידערס וועט נישט פארלירן קיין מענטשן אויב ער ווערט אן אלע בנינים, און קיינער וועט נישט באקומען מאר אויב ער געווינט, די קריטישע יארן צו געבן צייט צו בויען א מלוכה פאר זיך איז געווען רז"ל, אויב וואלט ער ארויסגעפלויגן פון ראדני און די וויליאמסבורגע מוסדות נאך בלויז צוויי דריי יאר נאך זיין התמנות, וואלט ער נישט געקענט אזוי אויסוואקסן צו אזא אימפעריע ווי ער האט עס באוויזן, ס'וואלט צוקלאפט זיינע מענטשן וואס זענען אזוי אויך אויסגעשטאנען אומאויפהערליכע רדיפות פון דיקר"י צד,
 
ער האט געווינען 12 קריטישע יארן, ווי ער האט געהאט צייט זיך אראפצושטעלן מיט פעסטע יסודות צו אזא מאכט ווי ער איז טאקע אויסגעשטיגן,
 
 יעצט איז עס שוין ווי מ'רופט עס א "ריעל עסטעיט" מערכה, צו וועט איינער פון די צוויי זיך דארפן אביסל מער אנשטרענגען אדער דער אנדערער, אדער קיין איינער.



KJ
A-1
צום פינטעל!

שארטקאט » 21/12/2010 06:07

ארגינעלער די ווייסט אפשר ווער ס'האט געשיקט די הזמנה פאר יעקב כהנא מיט שאול פערלשטיין?
זיי מוחל קוק איבער די הזמנה וועסטו זעהן, אז אלישע הורוויץ מיט דוד עקשטיין זענען פון די תובעים,
אויב קרית יואל'ער אידן רופן וויליאמסבורגע ראשי קהלה צו דין תורה, קען דאך וויליאמסבורגע ראשי קהלה רופן די קרית יואל'ע צו דין תורה,

קוק איבער די קאורט פעפערס די לעצטע צען יאר ווען די ארונים האבן געקלאגט אין וויליאמסבורג, וועסטו זעהן אינטערגעשריבן דוד עקשטיין אלישע הורוויץ משה שעהר,

וויליבאג » 21/12/2010 06:41

סקאט:    וויאזוי גייט עס נאר קודם קום צו די''ת אדער זבלא ,און נאכדעם וועלמר זעהן  ,  הא לן וכו'וו
                                                                                                                                             

סקאטמאלען » 21/12/2010 06:52

איך וועל מודה זיין איין זאך, אז די איינציגע טענה וואס איך קען דעהערן וואס געבט רעכט פאר די זאליס צו פארלאנגען מונרו, איז נאר אויב זייער טענה איז אז לשיטתם איז משורת הדין ר' זלמן לייב דער איינציגער אדמו"ר אין סאטמאר בכל קצבי תבל און פארנעמט די זעלבע פאזיציע ווי דער ברך משה און דער דברי יואל, [פערזענליך, האלט איך אז דאס איז זייער אן עקסטרעמע טענה וואס שוואכע יסודות, אבער דאס וועל מיר איבערלאזן פאר די בי"ד צו מחליט זיין] ממילא אטאמאטיש איז ר' אהרן בגניבה אין קרית יואל, בארא פארק און בני ברק צו ווי אימער,

עפעס אנדערש האט נישט קיין פירוש, דאס אז מ'האט 25 יאר צוריק ארויסגעווארפן געוויסע יחידים פון די מונראער קהלה, איז דאך - ווי געשמועסט - ר' זלמן לייב מיט יאנקל קאהאן און די זאליס אין וומ"ב קיין שום מחותן דא, וואס געבט דיר די רעכט צו תובע זיין עפעס פון ר' אהרן, ווען דו ביסט נישט דער וואס מ'האט ארויסגעווארפן פון מונרו, די ארויסגעווארפענע האבן באותו זמן נישט געהאט קיין שום שייכות מיט ר' זלמן לייב מיט יאנקל קאהאן אין שאול פערלשטיין,

סקאטמאלען » 21/12/2010 07:15

גראדע די ארונים זענען אלס געווען גרייט צו דן זיין איבער מונרו, נאר מיט איין פארשטענדליכע תנאי אז מ'זאל עס דן זיין אויף אקוראט דעם זעלבן אופן ווי ביי די די"ת אין בארא פארק, דהיינו, א באזונדערע דין תורה, ווי בלויז די ראשי הקהלות פון מונרו זאלן זיך אויסטענה'ן איבער די מונראער נכסים, פונקט ווי איו ב"פ זענען בלויז די ראשי הקהלות אין ב"פ די צדדים אין די בארא פארקער די"ת, און מ'איז עס דן אין א באזונדערע דין תורה, פארוואס זאל מונרו זיין אנדערש? אויב עטס האלטס אז ב"פ איז נישט תלוי אין וומ"ב, פארוואס זאל דעמאלטס מונרו יא זיין תלוי אין וומ"ב? ממילא זאל מען טאקע גיין צו די"ת איבער אלעם, און אלעס באזונדער דן זיין. און לשיטתכם וועט ר' זלמן לייב זיגן אין מונרו ווייל ער איז דאך דער אדמו"ר דארט,

און אז ס'שוין יא אזוי, זאל מען אין איינוועגס אויך מאכן א די"ת אין מאנסי, און אין ירושלים, און איבעראל וועט דאך ר' זלמן לייב ממילא זיגן, ווייל ער איז דער איינציגער אדמו"ר בכל קצבי תבל, והכל על מקומו יבא בשלום,

פאולוויניק » 21/12/2010 09:03

גראדע בין איך מודה מיט דיר אז די ארונים אין בארא פארק וואלטן געקענט טענה'ן אז זיי שרייבן נישט אינטער קיין שטרי בירורין אויב מען איז זיך נישט מתדיין אויך אויף וויליאמסבורג דער פראבלעם איז אבער געווען אז זיי האבן דאס נישט געטוהן מאיזה סיבה שהוא און זיי האבן געשריבן שטרי בירורין נאר אויף בארא פארק אליין,

בנוגע די טענות פון די זאלונים אין קרית יואל, ביסטו מחולק מיט די ארונישע מהלך אלע יארן, לויט זייער מהלך ביי דין תורה און אויך אין קאורט אז עס איין גרויסע קהלה, און עס ווערט בכלל נישט צוטיילט, זיי האבן שטארקע באווייזן אז עס איז די זעלבע קהלה, און ווי שארטקאט האט געשריבן פריער זענען די קרית יואל'ער ראשי קהלה אינטערגעשריבן אויף די דין תורה תביעות און אויך אויף די קאורט פאפירן מיט די טענה אז עס איז איין קהלה, לשיטתם איז איין גרויסע דין תורה, וואס איז ווער איז בעל הבית פאר די צענטראלע קהלה וואס איז כולל וויליאמסבורג קרית יואל און אויך בארא פארק,

איך מיין אז די בארא פארקער דין תורה איז אויך נישט כולל די בארא פארקע קהלה וואס האט אויך שויות פון מיליאנען דאלארן, עטליכע בתי מדרשים אין בארא פארק, און דאס איז אויך אין כלל פון צענטראלע קהל יטב לב,

לפי זה מוז מען דן זן בבת אחת אויף אלע קהלות פון צענטראלע קהלה, עס איז יתכן אז מאנסי אדער אפשר מאנטרעאל זענען אויך אין כלל פון די צענטראלע קהלה, וואס לפי זה קענען טאקע די ארונים דאס פארלאנגען, אבער דער פארלאנג פון וויליאמסבורג צו מאכן איין גרויסע דין תורה איז זייער אויסגעהאלטן לאגיש אן קיין טענה פון ר' זלמן לייב'ס אדמורות,



דאס איז אבער

פישמאן » 21/12/2010 16:30

די דין תורה אין בארא פארק איז צווישן מענדל שווימער מיט אהרן וועלץ, די אדמורים זענען נישט בעלי דינים, די ראשי קהלה זענען נישט בעלי דינים, דאס מיינט אז וועלכע צד עס פארלירט דין תורה קען נאך אלץ זייער רבי רופן צו דין תורה, אדער די ראשי קהלה קענען נאך רופן צו דין תורה,
וועגן דעם וואס סקאטמאלאן זאגט אז אין באראפארק האט מען גיקענט זאגן מישרייבט נישט שטרי ברורן נאר אויב מישרייבט אויף די תביעה נגדי און ווילאמסבורג, האט טאקע אהרן וועלץ געטעהניט און ער האט נישט גיוואלט קיין דין תורה אויף באראפארק אליין, אבער די קאורט האט אים געצווינגן,

אריגינעלער » 22/12/2010 00:46

א פרישע ספין, די קאורט האט געצווינגען ר' אהרן וועלץ צו גיין צו דין תורה,
דער כלל פון מילתא דאבידי לגלוי לא משקרי אינשי ווייסט עטס נישט? ר' אהרן וועלץ האט אלס געוואלט גיין צו דין תורה,

פישמאן » 22/12/2010 02:17

מילתא דאבידי איז טייטש א פארלוירענע זאך, א דבר האבד, דיין ארגומענט איז לאוסט פארלוירן,

וועלץ האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה, און נאכדעם וואס ער איז אראפגיקומען צו בית דין און גיזאגט אז ער וויל נישט גיין צו דין תורה, האט בית דין גיגעבן רשות צו מעקל זיין בערכאות, בית דין האט געשריבן אפאר מאל אז וועלץ איז לא ציית דינא און א מסרב לדין,

ווען אהרן וועלץ האט פארלוירן זיין פריוו פון קאורט צו דיסמיסן די קעיס, האט ער בלית ברירה אינטערגעשריבן די שטרי בירורין און גימאכט א מאושען אז ער וויל גיין צו דין תורה, ווייל אין קאורט פארלירט ער גלייך,

דאס מיינט דער קאורט האט אים געצווינגען צו גיין צו דין תורה, און אין קאורט קען מען נישט זאגין אז מען וויל אויך דן זיין אויף ווילאמסבארג ווייל ליגאל האט באראפארק מיט ווילאמבארג נישט קיין שייכות,

סקאטמאלען » 22/12/2010 02:56

פישמאן, די טענה'סט זיך אויף זאכן וואס יעדער האט דאס געקענט זעהן, אלע קארט דאקומענטן זענען געווען צישפרייט פאר די וועלט, ליין ביטע איבער די ארגינעלע פאפירן אין דער לעצטער פסק, וועסטו קלאר זעהן אז די אהרונים זענען געווען די וואס האבן פון די ערשטע מינוט פאלאנגט דין תורה, און די זאליס האבן אלס פארלאנגט פון קארט אז "נאר" דער קארט זאל דן זיין, און זיי ווילן נישט דין תורה, איך בין ברור אויף דעם אויף הונדערט פראצענט, גלייב מיר, וועסט איבער ליינען די דאקומענטן וועסטו מודה זיין, נישט געפערליך א מענטש קען מאכן א טעות,
בלאט: 1 2 3 4