שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין...
The Refusal to Arbitrate
It is clear from the foregoing recitation that after his victory in the appellate court, Schwimmer has refused to arbitrate with Welz pursuant to the terms of the arbitration agreement which he earlier signed and delivered. Through a counter-proposed stipulation, he sought to materially change the terms of the arbitration agreement by adding a broad injunction to be approved by this court, despite the fact that the court previously denied Schwimmer's request for similar injunctive relief. Schwimmer now contends that he is not bound by the terms of his signed and delivered arbitration agreement because Welz failed to deliver to the Rabbinical Court his signed counterpart of the arbitration agreement within the 30-day deadline unilaterally set by Schwimmer and apparently undisclosed by Gobioff to Welz's rabbinical attorney
That branch of the motion of the individual defendants to stay this action insofar as asserted against them and to compel arbitration before the Zebla rabbinical court, consisting of Yitzchok Chaim Zeltenreich, Yekusiel Zalmen Graus, and Mordechai Babad, is granted.
זיי עס ביטע מסביר פאר דיין קאלעגע פריש,
יעצט וועל איך מאכן באלד נאך אפאר ווערטער און וועל מיר זעהן:
The Refusal to Arbitrate
It is clear from the foregoing recitation that after his victory in the appellate court, Schwimmer has refused to arbitrate with Welz pursuant to the terms of the arbitration agreement which he earlier signed and delivered. Through a counter-proposed stipulation, he sought to materially change the terms of the arbitration agreement by adding a broad injunction to be approved by this court, despite the fact that the court previously denied Schwimmer's request for similar injunctive relief. Schwimmer now contends that he is not bound by the terms of his signed and delivered arbitration agreement because Welz failed to deliver to the Rabbinical Court his signed counterpart of the arbitration agreement within the 30-day deadline unilaterally set by Schwimmer and apparently undisclosed by Gobioff to Welz's rabbinical attorney
קודם זעהט מען אז אלעס וואס זי שרייבט רעדט מען "נאך" דעם אפעלאט אורטייל וואס איז ארויסגעקומען דריי יאר נאכן הזמנה לדי"ת דעמאלטס האט פאסירט וואס זי שרייבט, שטעלט זיך די שאלה וואס איז געווען ביז דעמאלטס???
ווער איז שולדיג אין דעם איבער דריי יעריגן סירוב לדי"ת???
(ווען מען וועט מברר זיין דעם ערשטן טייל וועל איך צוריקקומען צום צווייטן טייל, איבער וואס דער ריכטער האט געשריבן וואס עס האט זיך אפגעשפילט נאך דעם אפעלאט אורטייל, און איך וועל ערקלערן מיין פשט פון מאכן באלד די אנדערע חלקים פונם פסק)
תוקן על ידי Plywood ב- 22/12/2010 03:44:46
זינט נעכטן ביסטו נעלם געווארן ווייל די האסט נישט געהאט וואס צו ענפערן אויף די טענות פארוואס ר' אהרן וויל נישט גיין צו דין תורה אויף קרית יואל,
דיין קאלעגער ארגינעלער האט זיך ארויפגעכאפט אויף די תגובה פון פישמאן אז אהרן וועלץ האט נישט געטענה'ט תביעה נגדית פון וויליאמסבורג ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה דאס צו טענה'ן אין קאורט,
די טענה פון פישמאן איז לכאורה אמת'ע טענה אז אין קאורט קען מען נישט טענה'ן אז די מחלוקה כהנא מיט פרידמאן פון וויליאמסבורג איז דער זעלבער ווי שווימער מיט וועלץ, און דאס איז מסתם אויך אמת אז אין קאורט וואלט וועלץ פארלוירן האט ער דעריבער נישט געהאט קיין ברירה נאר גיין צו דין תורה אויף בארא פארק אליין,
יעצט בנוגע די דין תורה פון בארא פארק גופא ווייס איך נישט, אבער פישמאן אויב די קענסט זיי ממציא דיינע באווייזן אז וועלץ האט נישט געוואלט קיין דין תורה,
אבער סקאט טייערער מ'דארף נישט אנטלויפן ווען מ'האט נישט וואס צו ענפערן, זיי מוחל און ענפער מיר א תירץ פארוואס ר' אהרן וויל נישט גיין צו דין תורה אין קרית יואל,
יעצט האלט מען ביי בארא פארק, זאל ער דא ענטפערן, ווען מען וועט דא פארטיג ווערן, ווען מען צוריקגיין צו קר"י און וומ"ס און דארט פארטיגן
סקאט, ענטפער יעצט וועגן בארא פארק.
וואס איך האב נעכטן געפרעגט איז וואס פונקטליך די טענה פון ר' זלמן לייב האט אויף קרית יואל, גארנישט מער, וואס אויף דעם האב איך באקומן 4 תשובות
1. היות ר' זלמן לייב האט אנהענגער אין קרית יואל, מוז מען איהם געבן פראצענטועל און א פארווען אן א פארוואס,
2. אז ער איז תובע מטעם די בני יואל ראשי הקהלה וואס מ'האט ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק,
3. אז ער איז דער סאטמארע רבי בכל קצבי תבל ממילא איז ער דער בעה"ב איבעראל, און מרא דאתרא אין קרית יואל
4. אז קרית יואל איז א חלק פון וומ"ב ס'איז די זעלבע בעלי בתים, און ווער ס'איז בעה"ב אויף וומ"ב איז אטאטמאטיש בעה"ב אויף קרית יואל,
איך זעה נישט וויזוי קיין איינע פון די 4 טענות זאלן האבן פיס פאר איין רגע, אבער וואסא א חילוק וואס איך האלט, איך האב געפרעגט און איך בין ציפרידן אז מ'האט מיר עס קלאר געמאכט,
אבער לעניניו, מהיכי תיתי אז ר' אהרן האלט נישט ביים קומען צו די"ת איבער מונרו, האסטעך איהם מיטאמאל גערופן, שיק איהם א הזמנה, און אויב ער וועט מסרב זיין, וועסטו דעמאלטס קענען טענה'ן אז די קומסט נישט צו די"ת איו וומ"ב אזוי לאנג ר' אהרן קומט נישט צו די"ת אין קרית יואל, אבער כ"ז דו האסט איהם נישט געשיקט קיין הזמנה איבער קרית יואל, מהיכי תיתי אז ער האלט נישט ביים קומען?
לענינו, איך ווייז דיר קלאר ווי דער קארט שיקט צו די"ת אויפן פארלאנג פון די ארונים אין קעגנזאץ פון די זאליס רצון, קומסטו מיט תירוצים איז ס'מיינט נאר דאס און נאר יענס, זיי זשע מוחל ווייז דו מיר קודם א פארקערטע דאקומענטן אין איך וועל אי"ה אויך האבן די תירוצים,
האט בי"ד געגעבן רשות מעקל צו זיין בערכאות צוליב דעם וואס אהרן וועלץ (אהרוינים) האט געמאכט א ליצנות פון בי"ד?
ענטפער ביטע קורץ, יא אדער ניין
קודם כל, קוקט אביסל אויס ווי דו מישסט אויס קר"י מיט ר' אהרנ'ס אונטערשרייבן, ר' אהרן מוז אונטערשרייבן אפילו מען רעדט נאר פון וומ"ס און ער האלט נישט דערביי, אזוי ווי עס שטייט אויף די צעטלעך פון לישע הורוויץ,
און נאכדעם איז דא נאך אן אישו קרית יואל, איינער פון די עיקר טענות בשעתו אנהייב ס' יארן איז געווען אז אלעס איז איינס, מען האט דאס גענוצט אויף אלע קונטריסים, פאשקעווילן, הסתות, העצערייען, שלעגערייען, שרייערייען, טעראריזירן, און מסר'ן רעכטס און לינקס, יעדער בריוו פון א טענה קעגן איז געווען אונטערגעשריבן פון די ראשי קהילה אין קר"י אריינגערעכענט די הזמנה פון ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער און ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער.
און מען קען זיך נישט וועלן, אויב איז אלעס איינס און קר"י איז גוט אויף צו שיקן הזמנה דימאלטס איז קר"י א חלק פון די די"ת, קען זיין אז די די"ת וועט טאקע איינזעהן אזוי ווי דו זאגסט און גארנישט געבן פאר די זאליס, אבער צו זאגן אז מען טאר נישט רעדן דערפון איז אבסורד (אגב, אויב איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט אז די זאליס האבן אזעלכע שוואכע טענות אויף קר"י, פארוואס זענט עטס אזוי שטארק דערקעגן? מען קען דאך דא די זאליס גוט אריינארן אין זאק, עטס ווילטס מאנראו אדרבה נאו פראבלעם קומטס, און אוי וועלן זיי ארויסגיין בשן ועין, לאמיר זעהן וואס די זאליס וועלן דעמאלטס זאגן, אלא מאי איז דאס ענין נישט אזוי גלאטיג)
יעצט וועל איך נעמען די טענות וויאזוי דו לייגסט עס אראפ און פרובירן אביסל מסביר צו זיין סיבות פארוואס עס קען לכאורה יא האבן פיס (און אפשר אזוי וועסטו אביסעלע פארשטיין פארוואס עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט פאר ענק צו רעדן פון קר"י
דאס איז וואס דו שרייבסט (אין באלד):
פארוואס הייסט דאס אהן א פארוואס און א פארווען אויב האט ער אנהענגער? אז איז זייער א שטארקע און גערעכטע טענה
2. אז ער איז תובע מטעם די בני יואל ראשי הקהלה וואס מ'האט ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק,
ר' משה פר"מ און ר' שלמה מיכל ראזנער ועוד וועמען מען האט ארויסגעווארפן פאר 25 יאר צוריק זענען נישט די ראשי הקהילה אין בני יואל, זיי זענען די ראשי הקהילה ביי די זאליס אין קר"י
3. אז ער איז דער סאטמארע רבי בכל קצבי תבל ממילא איז ער דער בעה"ב איבעראל, און מרא דאתרא אין קרית יואל
איך ווייס נישט צו דווקא אלס קצווי תבל, אבער ער האט געוויסע טענות אויף וואס א די"ת קען חל זיין (נאכאמאל, קענסט האלטן אז ער גייט נישט געווינען אבער א די"ת קען זיין און דארף זיין) קודם כל איז די אויבנדערמאנטע אז זיינע ראשי הקהילה האבן אים אויפגענומען, עס איז דא געוויסע בריוון פונם ברך משה זי"ע וואס געט צו א שטארקן געוויכט אויף די טענה און קען זיין נאך
4. אז קרית יואל איז א חלק פון וומ"ב ס'איז די זעלבע בעלי בתים, און ווער ס'איז בעה"ב אויף וומ"ב איז אטאטמאטיש בעה"ב אויף קרית יואל,
איך ווייס נישט צו עס איז ממש אינגאנצען אזוי און צו עס גייט אויטאמאטיש, אבער א טענה איז לכאורה דא עס איז דא געוויסע נכסים וואס בעצם באלאנגט דאס פאר וומ"ס און מען האט עס בגניבה איבערגעשריבן, עס איז דא זאכן וואס פלעגט ווערן פארוואלטעט און געצאלט דורך וומ"ס, און אויך קען טאקע זיין אז עס אזוי ווי דו זאגסט אז וומ"ס האט בעצם א חלק בעלות אויף קר"י, כידוע איז דאס גאנע עפענען א קארפארעישאן בשעתו געווען נאר אויפן ביה"ח, און שפעטער איז עס איבערגעגאנגען אויף נאך זאכן, אלענפאלס עס איז דא אויף וואס דן צו זיין,
און צום שלוס מוז איך דיר זאגן דעם אמת, אז לכאורה נישט איך און נישט דו ווייסן דעם אמת וואס מ'גייט באמת טענהן, האסט נאר געפרעגט וואס עס "קען" זיין, אויף דעם קלער איך דיר אויך אז קענען קען זיין אסאך זאכן.
איך האף אז דו קענסט יעצט צוריקקומען צו בארא פארק.
ר' מענדל שווימער האט געהאט א היתר בי"ד צו גיין אין ערכאות, און בי"ד איז מיטגעשטאנען לכל אורך הדרך, ביזן לעצטן ערכאות וואס דארט האט אפילו בית דין אליין געשריבן פארן געריכט די השתלשלות הדברים, אז אהרן וועלץ האט נישט געהאלטן ביים אונטערשרייבן, און ער דרייט זיך ארויס. קיינער האט נאך געענטפערט אדער פארענטפערט איבער דעם בי"ד בריוו נישט א צווייטער בי"ד (אז עס זאל האבן כאטש עפעס א פנים און ממשות) און אפילו נישט סתם יענער צד. בעיקר איז מען העפי אז מען קען מאכן באלד געוויסע ווערטער פונם גויאישן ריכטער, און ווען דאס ווערט אפגעפרעגט, קומט מען מיט א בלעכענעם פנים מיטן קצות.
תוקן על ידי Plywood ב- 22/12/2010 05:39:24
|
|
ר' אהרן איז גרייט צו גיין צו זבל"א זיך מתדיין זיין אפילו אויף קרית יואל'ער תביעות, דהיינו ווער איז דער רבי ווער איז דער רב פון קהל יטב לב קרית יואל ווער איז דער מרא דאתרא פון שטאט, ווער איז וועד הקריה, ווער איז ראשי קהלה ומנהל מוסודות וכו' וכו',
דאס הייסט אז די מחלוקת דא אויפן אשכול איז נאר אין די מציאות צו ר' אהרן איז גרייט צו נישט,
פרעג איך דיך טאמער וועט מען איבערצייגן אז ער וויל נישט גיין צו דין תורה אויף די אויבנדערמאנטע, איז ער א מסרב לדין?
וואס ר' אהרן טענה'ט איז אזוי, למעשה אויף פאפיר בין איך נישט קיין צד, די זעלביגע איז מיט די נכסים אין קרית יואל, ממילא זאל מען טאן וויזוי מ'טוט ביי אלע דיני תורות פון כלל ישראל מאז היתה ישראל לגוי, אז צום ערשט זאלן די ארגינעלע צדדים, זיך פארגלייכן אויף א בי"ד צו בוררות, ביידע זאלן אונטערשרייבן ש"ב, נאכדעם זאל דער בי"ד מחליט זיין ווער נאך דארף אונטערשרייבן, און וואסערע נכסים נאך דארפן באהאנדלט ווערן,
גראדע, פרעגסט מיך, לבי נוטה אז ר' אהרן מיט ר' זלמן לייב זענען פערזענליך יא א צד, דאס אז קרית יואל דארף אויך אריינגענומען ווערן אינעם דיון, זעה איך נישט וויזוי, אבער אלעס איז מעגליך, אבער דאס וועל מיר איבערלאזן אויף בי"ד צו מחליט זיין איך גלייב זיי וועלן מאכן א יושר'דיגע החלטה,
דאס איז פונקטליך וואס ר' אהרן שרייט שוין פון די ערשטע מינוט, און איך האלט ער זייער גערעכט, וואס קומסטו צו מיר איבער מיין חתימה, ווען די ארגינעלע אפציעלע צדדים האבן נאך גארנישט אונטערגעשריבן, מ'האט זיך מיטאמאל פארגליכן אויף א בי"ד,
קוק וויזוי די די"ת אין בני ברק איז ציגעגאנגען, הערשט נאכדעם וואס מ'האט זיך פארגליכן אויף א בי"ד, ביידע צדדים האבן אונטערגעשריבן ש"ב, האט מיין תיכף ביים ערשטן מושב זיך בלויז קאנצעטרירט אויף ווער נאך מוז אונטערשרייבן, פארוואס זאל נישט זיין אזוי דא,
די זעלבע איז געווען ביי די הויז אין מאנרא, האט משה גבאי גערופן דוד עקשטיין צו די"ת, איז דוד אראפגעקומען ווי צו בי"ד ווי אלע אידישע קינדער, און הערשט ווען מ'איז געזעסן ביים בי"ד האט ער פארגעהאלטן די תביעה נגדיות,
סקאט שרייבט:
וואס ר' אהרן טענה'ט איז אזוי, למעשה אויף פאפיר בין איך נישט קיין צד, די זעלביגע איז מיט די נכסים אין קרית יואל, ממילא זאל מען טאן וויזוי מ'טוט ביי אלע דיני תורות פון כלל ישראל מאז היתה ישראל לגוי, אז צום ערשט זאלן די ארגינעלע צדדים, זיך פארגלייכן אויף א בי"ד צו בוררות, ביידע זאלן אונטערשרייבן ש"ב, נאכדעם זאל דער בי"ד מחליט זיין ווער נאך דארף אונטערשרייבן, און וואסערע נכסים נאך דארפן באהאנדלט ווערן,
נעריש און היפאקריטיש,
יעדער פארשטייט אז די צדדים אין די מחלוקה זענען די צוויי אדמורי"ם אין טעכנישט גערעדט איז די שאלה ווער נאך דארף אונטעשרשרייבן פון די אפיציעלע מענטשען, כדי דער פסק דין זאל מען קענען אינפארסן אין געריכט מוזן די לעגאלע אציפציעלע אויך חתמ'ן, אבער די אדמורי"ם זענען די בעלי דינים, ממילא מוזן ביידע אדמורי"ם קודם מסכים זיין מתדיין זיין.
היפאקריטיש איז צו זאגן אז די אדמורי"ם זענען נישט בעלי דין, ווען ר' אהרן'ס קינדער האבן דאס געשריבן בכתב אלס הגנה פאר הזמנה פון ר' זלמן לייב פארן רופן אים בערכאות, די זעלבע וואס דוד עקשטיין האט געטענה'ט אז דער ברך משה איז דער נתבע אפילו זיין נאמען האט נישט מופיע געווען בתורת נתבע,
היפאקריטיש איז אז מען איז תובע בערכאות אלס א גרויסע צענטראלע קהלה פון וויליאמסבורג קרית יואל בארא פארק כאחד, די תובעים זענען קרית יואל'ער און בארא פארקע אינאיינעם מיט וויליאמסבורג, אבער ווען ס'קומט צו דין תורה זאגט מען קרית יואל איז א דיון נפרד,
היפאקריטיש איז צו פירן ווי א בת היענה און זאגן איך בין נישט אויפן פאפיר דער תובע, ווען ער איז געווען דער ערשטער וואס האט געזאגט פלניא גזלנא ולמחר תבענא ליה בדינא, די מאכסט א מסירת מודעה אז די גייסט תובע זיין, אבער חתמ'ן שט"ב וויל ער נישט, ווען דיינע קינדער זענען תובע בערכאות זאגסטו אז דער תביעה פון בערל פרידמאן אין נאווארדיק איז געווען באמת פון ר' אהרן קעגן ר' זלמן לייב, דעריבער האט ער רעכט צו שיקן די קינדער תובע זיין בערכאות, און ווען מען זאגט קום שרייב אונטער שטרי בירורין זאגסטו איך בין נישט למעשה אויפן פאפיר,
און אויב דער סדר ביי אלע דין תורות צום ערשט זאלן די ארגינעלע צדדים זיך פארגלייכן אויף א בוררות און אונטערשרייבן שטרי בירורין נאכדעם זאלן דער בית דין מחליט זיין ווער נאך און וואס נאך, דעמאלס דארפן די ערשטע זאך די צוויי אדמורים חתמ'ן און דערנאך זעהן אויב די איבעריגע שליחים פון צדדים זאלן אויך חתמ'ן,
יעצט צוריק צו מיין שאלה, דער דין תורה אויף צענטראלע קהל יטב לב זאגט ר' זלמן לייב איך וויל א בוררות און איך וויל חתמ'ן אבער זיין ברודער זאגט איך וויל נישט, נאר מיינע שליחים זאלן חתמ'ן איבער די בעלות פון וויליאמסבורג אליין, פרעג איך דיך נאכאמאל, אויב איז אמת אז ר' אהרן זאגט דאס, איז ער א מסרב לדין? אדער א פשוט'ער היפאקריט?
נ.ב. בנוגע וואס די שרייבסט דער סדר פון בני ברק דין תורה איז פשוט א טעות, די ארונים האבן געשריבן מיט א לויער פארן גאב"ד אז איידער מען זעצט א בית דין מוז מען זיכער מאכן אז די אדמורי"ם חתמ'ן, און אזוי אויך די אנדערע בעלי דינים, די שט"ב זענען געחתמ'ט חודש אדר וואס איז 6 חדשים פאר בית דין האט זיך צאמגיזעצט, און אזוי איז דער סדר ביי יעדע בוררות דין תורה,
תוקן על ידי פאולוויניק ב- 23/12/2010 09:11:13
חסיד
_________________
|
סקאט, עס קוקט אויס ווי בשיטה ביסטו מיט אונז אינגאנצען דו האלטסט אויך קלאר אז ר' אהרן דארף אונטערשרייבן, סך הכל קוקט אויס אז דו מאכסט עטליכע טעותים אין מציאות הדברים און אין די מהלך העניינים פון פון די"ת.
אויב איינער וויל קלאגן צו באקומען א געוויסע זאך, און ער וועלט זיך דערביי אויס ווער עס זאל זיין דער נתבע לויט ווי עס וועט דעם דאס בעסטע אויסקומען, מיינט נישט אז מען מוז נאכטאנצען און ענטפערן לויט ווי דעם תובע שמעקט, געווענליך וועט דער נתבע ענטפערן נאך פאר וואס און ווען, אז עס איז פאראן נאך מענטשן וואס דארפן זיין א חלק פון די תובעים אדער נתבעים און געווענליך וועט דאס דער בי"ד המזמין עס נעמען צו קענטעניס, און ער וועט מעלדן פארן תובע און אז נאך מענטשן וואס האבן א חלק אין די זאך דארפן אויך זיין א חלק פון די תובעים אדער נתבעים.
דער ענין פון ווער עס זאל זיין דער בי"ד איז אויך א זאך וואס די צדדים אמפערן זיך אסאך מאל ארום, און אמאל קומט מען זיך דורך פריער אויף ווער עס זענען די צדדים און דערנאך אויפן בי"ד און אמאל קומט מען זיך דורך קודם אויף ווער עס זאל זיין בי"ד און דערנאך אויף ווער זענען די צדדים, איינס איז נישט מעכב דאס צווייטע, אלענפאלס געווענליך ווערן ביידע זאכן מסודר איידער די די"ת הייבט זיך אהן.
אסאך מאל פאסירט טאקע אז אין לויף פון די די"ת זעהט מען אז עס קומען אריין פארשידענע אישוס וואס מען האט נישט גערעדט ביז יעצט, און דעמאלטס קען זיך פארלאנגען אז נאך מענטשן זאלן דארפן אונטערשרייבן, וועט מען טאקע הייסן אז זיי זאלן דעמאלטס אונטערשרייבן. די סיבה פארוואס מען האט נישט געוואוסט דערפון ביז היינט קען זיין פארשידענארטיג, טיילמאל וועלן קיינער פון די צדדים עס נישט אויפברענגען, ווייל ביידע האלטן אז עס וועט זיך זיי נישט לוינען, אסאך מאל ווילען זיי נאר אז עס זאל ארויפקומען אינמיטן די די"ת ווייל זיי האלטן אז אזוי וועט זיך עס זיי בעסער לוינען, און טיילמאל וועט דער בי"ד אליין איינזעהן אז עס פעלט דא א חלק פון דעם בילד און מען דארף ארייננעמען נאך מענטשן.
למשל אין בני ברק, זענען די ארונים אויפגעקומען ביי די צווייטע זיצונג מיט א באמבע אז ר' שמעון ווייס ז"ל האט איבערגעשריבן זיינע שעירס פאר מאיר פערל, האט מען טאקע גראד געזאגט אז ער דארף אונטערשרייבן שט"ב, נאר דארטן האבן די זאליס געהאט א שטערקערע טענה אז היות מען האט אפגעמאכט פארן די"ת אז אלע שעירהאלדערס דארפן אונטערשרייבן, וואלט ער שוין געדארפט אונטערשרייבן פון פריער.
עכ"פ לענינינו, דא ווי סיי דו און סיי איך פארשטייען און כמעט יעדער פארשטייט אז ר' אהרן איז א צד, דאן ברויך ער אונטערשרייבן שטרי בירורין, און טאמער וויל ער נישט טייטשט דאס אז די ארונים ווילן נישט קיין נארמאלע די"ת,
און די ארגינעלע אפיציעלע צדדים -ווי דו רופסט זיי אהן- האבן רעכט צו זאגן אז זיי גייען נישט און שרייבן נישט אונטער ווילאנג ר' אהרן איז נישט מסכים אונטערצושרייבן.
אגב, וואלט איך געוואלט וויסן צו די ארגינעלע אפיציעלע צדדים פון די תובעים ווי למשל ר' יקותיא' הערש ווצ"ב און ר' ישרא' אלימלך ווערטהיימער האבן שוין יא אונטעגעשריבן?
תוקן על ידי Plywood ב- 24/12/2010 07:27:36
_________________
_________________
זיי מוחל גיי לייען עס און שרייב נישט סתם אין די וועלט אריין.
_________________
אבער כל הנ"ל איז נאר גליטיג ווען מ'רעט פון נארמאלע אומשטענדן, ווען מ'קען ווען זאגן אז אלימלא ר' אהרן וואלט היינט אונטערגעשריבן, וואלט עס געריקט עטוואס פאראויס די מעגליכקייט אז זאל קומען צו א שליכטונג, וואלט מען געקענט האבן א שטארקע טענה אויף ר' אהרן, אבער היות דא רעט מען פון "נישט נארמאלע" אומשטענדן איז אט די "נישט נארמאלע" אומשטענן פארענטפערט אלעס, און געט ר' אהרן אינגאנצן די רעכט נישט אונטערצישרייבן אזוי לאנג מ'זיצט נישט ביי א בי"ד און בי"ד פארלאנגט די חתימה,
ווייל אויב עקזעמינירט מען פארזיכטיג די השתלשלות פון די לעצטע 10 יאר, איז כל מי שיש לו מח בקדקד, וועט קומען צו די החלטה אז קיין שום חתימה אין די וועלט גייט נישט ציברענגן די סיכסוך צו די"ת, מצד הזלונים, נאר איין זאך און וועלט וועט ברענגן די זאליס צו די"ת, אויב זיי וועלן ממש געדריקט ווערן צו די וואנט, למשל אז א דשאדש צווינגט זיי אז אויב זיי גייען נישט צו די"ת פארלירן זיי אלעס, דעמאלטס וועלן אלע פארלאנגען פון חתימות בטל ווערן אלע תהליכי קהלה טענות גייען פארגעסן ווערן, ובארא פארק יוכיח.
דער עיקר באווייז, איז דער פאקט אז אויב מ'קוקט צוריק צו די ערשטע מינוט פון ווען די אהרונים האבן געשיקט די ערשטע הזמנה ביז בערך 3-4 יאר נאכדעם, ווען ר' אהרן האט חתונה געמאכט אין ארמארי, אין ס'האט זיך אנגעהויבן פרישע פארהאנדלונגען דורך רב טירנויער פון מאנטריאל, ביז דעמאלטס איז מיטאמאל בייגעפאלן צו פארלאנגען פון ר' אהרן א חתימה, אדרבא קוקטס דורך אלע פאפירן פון שמואל פריד, און די בריוון פון די זאלוני קהל, קיין זכר פון ר' אהרן חתימה, עטס ווייסט וואס זיי האבן געטענה'ט ביז דעמאלטס? יא איר האט גיט געגעסט: די אלעמען באקאנטע קאראפטירטע ערפינדונג פון "תהליכי הקהלה", אז היות דער רבי איז בעה"ב זענען זיי שונה משאר קהלות, און לפנים משורת הדין זענען זיי גרייט צו גיין צו ר' יצחק מאנדל און יצחק שטיין, ממש אזעלעכע צדיקים, זיי זענען גרייט "לפנים משורת הדין" צו גיין צו אויסגערופענע שונאים פון ר' אהרן, אבער א נארמאלע בי"ד אזוי ווי אין בארא פארק, ח"ו! זיי פארשטייען דאך נישט תהליכי הקהלה, 4 יאר שפעטער וועקן זיי זיך אויף מיט א פרישע המצאה אז ר' אהרן דארף אויך אונטערשרייבן, און זיי האבן נאך די העזה צו זאגן אז ר' אהרן'ס ביסל טינט איז גאר די עיכוב צו די"ת,
אויף דעם טענה'ט ר' אהרן, בין איך ווען א צד אויף פאפיר וואלט איך דאך נישט קיין ברירה אבער היות מן הדין בין איך דאך נישט קיין צד, אויב עטס ווילטס מיין חתימה לפנים משורת הדין? קיין שום פראלבעם, אבער
WE'LL CROSS THE BRIDGE WHEN WE GET THERE
מ'וועלמיר אריבערגיין דעם בריק ווען מ'קומט אן אהין,
ביז מ'קומט נישט אן אהין און איז נישט נוגע די גאנצע זאך, ס'נאך דא 100 אנדערע זאכן וואס ברויכן פאסירן ביז מיין חתימה זאל עפעס אויסמאכן, די רגע וואס ס'איז דא 1% שאנס אז מיין חתימה זאל מקרב זיין דין תורה, צעגער איך נישט קיין איין רגע, און איך שרייב אונטער לפנים משורת הדין טראץ וואס איך בין נישט קיין צד אויף פאפיר, אבער כעת איז די איינציגע זאך וואס מיין חתימה וועט יעצט טאן איז נאך לצנות עדיטאריעלס אין דער איד, גארנישט מער וטענת תהליכי הקהלה ובארא פארק יוכיח כדלעיל
קודם ביסוד הדבר איז דא צוויי באזונדערע נקודות, איין איז דער חתימה פון ר' אהרן, דער צווייטער איז דיונים אויף קרית יואל,
אפילו אויב מען איז דן נאר אויף וויליאמסבורג איז שייך צו פארלאנגן ר' אהרן'ס חתימה, מכח דעם וואס יעדער אויף די וועלט האט געוויסט אז דער תביעה פון בערל פרידמאן אויף יענקל כהנא, איז געווען מכח די פאליטיק פון ר' אהרן און ר' זלמן לייב, חוץ מזה נאכדעם וואס ר' אהרן האט געזאגט בעת'ן אויפנעמען ר' זלמן לייב פלניא גזלנא ולמחר תבענא בדינא, וועט א פסק בית דין אן ר' אהרן'ס חתימה גארנישט מיינען, ווייל אפילו בערל פרידמאן פארלירט דין תורה קען ר' אהרן נאכאמאל קומען תובע זיין אלס רב הצעיר אדער לאחר מוע"ש פון זיין טאטן אלס ממלא מקום, דאס איז אלס דברים פשוטים,
דער צווייטער נידון איז, אז צד מהרז"ל פארלאנגט אז דיונים זאלן זיין אויך אויף בעלות פון קרית יואל קהלה מוסדות וכדו', און אויך אויף דעם רבנות פון שטעטל וכדו', דאס איז פשוט א תביעה נגדית אויף די תובעים, וואס יעדער בעל דין קען פארלאנגען אז זיין שטרי בירורין זאל כולל זיין תביעה נגדיות און אזוי איז נהוג בכל בתי דינים,
דאס איז אלעס דברים פשוטים מאוד, עס האט נישט מיט קיין מנהיג ישראל אחריות מיט ביטול תורה וכו' דיינע נארישקייטן, עס איז דער פשוט'סטער זאך אז ר' אהרן איז א בעל דבר און אז מען מעג פארלאנגן תביעות נגדיות,
יעצט אויב איז אמת אז ר' אהרן זאגט אז ער איז נישט מסכים צו די צוויי זאכן, איז בכלל נישט נוגע דער איבעריגער שמועס, ווייל דאס מיינט איך האלט נישט ביים גיין צו דין תורה נאר אויף וואס איך קען עפעס פארדינען,
לויט די שמועה וואס דער פותח האשכול ברענגט דא, רעדט מען אז ריכטער שמיד האט גערעדט צו ביידע צדדים איבער א בוררות נישט פון די רבנים וואס די פסל'סט נאר א זבל"א אויפן שטייגער ווי בני ברק אדער בארא פארק, און ר' אהרן זאגט אז אויף קרית יואל איז ער נישט מסכים זיך מתדיין זיין, און די קומסט אויף מיט נארישע תירוצים, ווי אויפן פאפיר איז ער נישט, קודם כל האט דער בורר זלמן גרויס געשריבן פאר די התאחדות אז ר' אהרן איז דער עכטער תובע ביי די קהלישע דין תורה אין וויליאמבורג, און צווייטענס פארשטייט יעדער אז ער איז דער בעל דין, אבער דאס איז דאך עכ"פ זיכער אז קרית יואל'ער קהלה זענען בעלי דין, און אויב וויליאסבורג ענפערט מיר האבן א תביעות נגדיות אויף ענק, מיט וואס א רעכט איז קרית יואל זיך משתמט,
אויב די האסט א קלארער ענפער אויף דעם צו ר' אהרן איז מסכים צו מתדיין זיין ווער סאיז מרא דאתרא פון קרית יואל, און ווער סאיז בעל הבית אין קרית יואל, לאז אונז וויסן, אבער פארדריי נישט דעם אשכול כדרכך מיט תהלוכי הקהלה אדער מיט בארא פארק, דאס איז א שמועס וואס איך וועל בעז"ה אויסטענה'ן אן אנדערס מאל,
ר' אהרן ווען ער האט געוואלט אנהאלטן זיין זשאב אלס איינציגער סידור קידושין אין קרית יואל וגלולתיה, האט ער נישט גערופן צו קיין דין תורה, און ער האט נישט אנגעפרעגט פרעמדע רבנים, נאר דוקא איין איינציגער דיין ר' געציל, אפשר איז דאס א שאלה וואס פרעמדע דארפן פסק'נען,
תוקן על ידי שארטקאט ב- 26/12/2010 18:05:06
|
נאר אגב:
ס'מיר סתם אינטערסאנט צו וויסן מכח וואס איז דער תביעה פון מענדל שווימער אויף אהרן וועלץ? איך שטעל מיך פאר אז לשיטתך, אוואדי נישט די פאליטיק פון ר' אהרן און ר' זלמן לייב, ווי וואס ווען, סנאר פערצופאל אזוי אז איינער איז פונקט א חסיד פון ר' אהרן און איינער פון ר' זלמן לייב, דארט טאר מען ח"ו נישט רעדן פון רבנות, לויט דיין סברה פארוואס זאל מען נישט חושש זיין אקוראט דעם זעלבן חשש אין בארא פארק, אז נאכן פסק אויב אהרן וועלץ געווינט, וועט ר' זלמן לייב זיך אנרוקן ווי א מחותן און תובע זיין אלס ממלא מקום פון סאטמאר,
איך פרעג נאר אגב,
מיר רעדן פון א פאסירונג פון טבת תשע"א, ווען קיינער האט נישט געשיקט קיין הזמנה פאר קיינעם, ר' זלמן לייב האט נישט באקומען קיין הזמנה און ר' אהרן אויך נישט, בסך הכל האט א ארטאדאקסישער איד א שופט פרובירט צו ברענגן א סכסוך פון א שטח אויף סאוט אכט סטריט צו א דין תורה, און אזוי ווי איינע פון די צדדים זאגט אז דער סכסוך האט צוטוהן מיט סאטמאר פאליטיק פון צוויי ברודער, האט דער שופט זיך מטריח געווען און אריבערגאפארן צו ביידע רבנים און זיי געפרעגט צו זענען מסכים אז די צדדים פון סאוט אכט זאלן גיין צו דין תורה, האבן ביידע מסכים געווען, און זיך פארגליכן צו פרעמדע בתי דינים,
ר' אהרן האט געזאגט פאר דעם שופט אז ער האט תביעות אויף זיין ברודער, וואס ער האט נישט געשיקט קיין הזמנה, אבער די תביעות זענען בעיקר אויף זיין רבנות און ממלא מקום פון אדמורות והמסתעף, און ער וויל גיין צו דין זבל"א, דער שופט האט געפרעגט ר' זלמן לייב האט ער געענפערט בכל הכבוד אז ער וויל גיין צו דין תורה וועל איך מיט אים גיין, אפילו אן דעם וואס ער שיקט מיר הזמנה, אבער איך האב תביעות נגדיות און איך וויל די זאלסט אים מודיע זיין אז איך וויל שרייבן די שטרי בירורין קלאר אז תביעות נגדיות זענען נכלל אין די שטרי בירורין,
די צדדים האבן ביידע מודיע געווען ווער די בוררים זענען און די בוררים קענען שוין צווישן זיך אויסקלויבן שלישים כדרך כל הארץ, אבער דער שופט האט זיך אנגעשטויסן אין א פראבלעם, ווייל ר' אהרן זאגט איך האלט נישט דערביי, איך בין זיך מתדיין אויף וואס איך וויל אבער נישט וואס די ווילסט,
יעצט ליין איבער דיינע תגובות און זאג אויב עס קומט בכלל אהער
נישט נאר די אדמור"ים נאר די קהלות אויך, למשל אויב אהרן וועלץ פארלירט וועט בערל פרידמאן רופן צו דין תורה מענדל שווימער אז ער איז ראש הקהל, און אלע מוסדות זענען אונטער קהל, און די זעלבע פארקערט
קרעדיט דיןתורה
דא האסטו דעם אלעמען באקאנטן קאראפטירטן מהלך פון דייני הקהלה
א בריוו וואס ר' אהרן האט געשריבן פאר 26 יאר צוריק פאר אלטר משה ושינדל
גאלדברערגער, בלויז איין יאר נאכדעם וואס ער איז געווארן דעם מסייע פאר זיין
טאטן אין קרית יואל,
העתק המכתב
לאלטר משה גאלדבערגער ואשתו שינדל
היות שערכתם משפט בערכאות של גוים נגד
הנהלת מוסדות הקדושים של קרייתנו המפוארה, הרינו
להודיעכם שעל בפי דין תוה"ק הנכם מחויבים להפסיק מיד
ולבטל את המפשטים והתביעות בערכאות, וכמבואר בחו"מ
סי' כ"ו שכל ההולך לידון בפניהם הרי זה רשע וכאילו
חירוף וגידף וכאליו הרים יד בתורת משה רבינו ע"ה
ונוסף לזה דינו כמסור, ותדעו שהקולר יהי' תלוי
בצאוריכם אודות החילול השם שמים ר"ל הגדול והנורא
שבצעדיכם.
ואם יש לכם איזה טענה ותביעה נגד הנהלת המוסדות
אז ידונו על זה רבני ודייני דקהלתנו ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר
עט"ר שליט"א
וע"ז בעה"ח יום ד' ויקרא תשמ"ו לפ:ק
הק' אהרן טייטלבוים
רב ור"מ פה ק"ק קרית יואל יצ"ו
הק' געציל בערקאוויטש
דומ"ץ פה קרית יואל
הק' יואל מארגענשטערן
אבדק"ק שארמאש יצ"ו
אויסער דעם האט ר' אהרן קיינמאל נישט מסכים געווען צו גיין צו דין תורה מיט בני
יואל, בימים ההם האבן די בני יואל פרובירט אויף אלע אופנים ברענגן ר' אהרן צו
דין תורה, קיין איין בית דין האט נישט געוואלט האבן קיין טעראר האבן זיי מורא
געהאט שיקן הזמנות, דעריבער האט בני יואל געשיקט בריוו, און זיי האבן זייער
בריוון מפרסם געווען איבעראל אז זיי ווילן א זבל"א וזבל"א אבער ר' אהרן האט
נישט געענפערט,
און יעצט פלוצלינג שרייט ער דייני הקהלה איז א קאראפטירטע טענה, ניטאמאל האט ר'
אהרן פארגעשלאגן בתי דינים ווי קאלרסבורג אדער משפט שלום אדער חקר הלכה וואס
פסק'ענן דיני תורות, נאר אך ורק רבני ודייני קהלתנו ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר
שליט"א
און וייסט איינער וואס איז געווען אלטר משה גאלדבערגערס חטא, ער האט מוחה
געווען אויף ר' משה'לע וויזניצער דערפאר האט מען ארויסגעווארפן זיינע קינדער
אויף די גאס, ווען עס איז נישט געווען קיין מוסדות אין קרית יואל,
און אויך דער פוסק הדור דער בעל אגלי דבש איז אינטערגעשריבן אויף דעם בריוו,
און אפילו דער שארמאשער רב וואס האט אלע יארן געפסק'נט שווערע שאלות אין קרית
יואל האט אויך אינטערגעשריבן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי חסיד_152 ב- 27/12/2010 20:04:32
אגב, איך מיין בי"ד משפט שלום האט נאך אין יענע יארן געמאלן צעטלעך אונטערן נאמען ש.מ.ח.ה.
חקר הלכה האט נאך אויך נישט עקזעסטירט
און קארלסבורג איז נאך געווען דיין אין סאטמאר ב"פ
איך זעה מיטאמאל א סברה רחוקה וויזוי מ'זאל קענען אפי' בדוחק גדול מדמה זיין דעם צעטיל אהער, ס'מיטאמאל גוט פאר א דשאוק, דארט האט א יחיד געהאט א טענה קעגן א געוויסע תקנה רוחניות פון די קהלה, קומסטו עס מדמה זיין צו א מאסיווער דיני ממנות תביעה פון "ווער איז" קהל יטב לב,
דאס איז איין זאך וואס איך באוואונדער שטארק די זאליס, זיי האבן עפעס א אויסערגעווענליכע NERVE, העזה, חוצפה, איך וואלט קיינמאל און מיין לעבן נישט געהאט די האָזע צו זאגן אן קיין שום בושה, אז א געשוואוירענער דיין, אדער אזא איינער ווי יצחק מאנדל צו יצחק שטיין זאל מחליט זיין ווער עס זאל זיין דער בעה"ב פון נכסים ווערד אהאלב ביליאן דאלאר,
טראכטס באמת אריין, לויט די זאלויניס וואלט נישט מער אין נישט ווייניגער נישט קיין אנדערער ווי יצחק מאנדל געזאלט זיין דער וואס זאל פירן די גרעסטע אין האקעלסטע דין תורה בימינו, אפי' ווען ער איז ווען נישט קיין געשוואוירענע שונא פון ר' אהרן וואלט עס געווען א אומפאראנטווארטליכקייט, קענענדיג זיין קריאזע כאראקטער, עאחכו"כ אז ער איז גאר דער שיינער איד פון זייער קהלה אין מונרו,
אין באבוב איז ידוע איז דער דיין רב טויבער אנגעשלאסן צי צד רב"צ, דארט האט צד רב"צ קיינמאל נישט עולה על הדעת געווען צו פארלאנגן אז רב טויבער זאל זיין דער דיין, פאר איין סיבה, ס'האט גארנישט מיט זייער צידקות, פשוט ווייל זיי האבן פשוט נישט דו סארט האזע ווי די זאליס, זיי זענען נארמאלע מענטשן, צו פארלאנגען אזא זאך דארף מען זיין זייער עראגענט און מאפיאנעריש,
די זעלבע איז מיט אהרן וועלץ, ער וואלט פונקט אזוי געקענט זאגן אז דער רב ר' בעריש מייזליש, זאל דן זיין דער סיכסוך, נאר ווי געשמיסט, ס'האט גארנישט מיט קיין צידקות פון אהרן וועלץ, ס'פשוט, העזה, חוצפה, nerve,
סקאט אין אונזער תורה שטייט דין פרוטה כדין מאה, עס איז בכלל נישט משנה אויב מען איז תובע אויף נכסים פון האלב ביליאן דאלאר, אדער פון א יחיד וואס רופט א מוסד צו דין תורה,
אויב ר' אהרן האט געשריבן אז א סכסוך פון די מוסדות קען נאר דן זיין דייני רבני קהלה זאת התורה לא תהא מוחלפת, די זעלבע תורה איז אויך ווען ר' אהרן איז דער תובע, פעיראל דיינים זענען פעיראל דיינים,
בדרך אגב רב טויבער פון באבוב איז א שוואגער פון ר' בנציון, וואס איז פסול על פי הלכה,
בנוגע אהרן וועלץ נישט איינפאלן פארשלאגן בעריש מייזליש, וויל איך דיר זאגן אז ער האט נישט נאר פארגעשלאגן בעריש אלס בית דין, נאר ער האט געברענגט פאר בית דין א בריוו פון בעריש אז אהרן וועלץ מוז נישט גיין צו דין תורה בכלל ווייל ער איז מרא דאתרא און וועלץ פאלגט אים אלעס, דאס הייסט אז בעריש האט נישט נאר געוואלט זיין דיין נאר ער האט שוין אויסגעפסק'נט די דין תורה פארן אנהויבן,
איך קען נישט די הלכות איך פרעג נאר, ביז ווי ווייט גייט קירבות צו זיין פסול
ריח"מ מיט רז"ל פילאפף זענען אייניקלעך פון ייטב לב דורך זייער שווער און רח"ד כ"ץ איז א אייניקל פון ר' שלום אליעזר (אויב איך האב נישט קיין טעות)
זענען זיי נישט פסול?
ביטע ענטפערן נאר מיט א מקור בהלכה, נישט סתם אין די וועלט אריין
אלו הם הפסולים: האחים, זה עם זה, בין מן האם בין מן האב, הרי הם ראשון בראשון, ובניהם זה עם זה שני בשני, ובני בניהם זה עם זה שלישי בשלישי. ולעולם שלישי בראשון, כשר, ואצ"ל שלישי בשני. אבל שני בשני, ואצ"ל שני בראשון, שניהם פסולים. לפיכך האב עם בן בנו, פסול, מפני שהאב ובנו ראשון בראשון כמו אח ואחיו, ועם בן בן בנו, שהוא רביעי ממנו, כשר, מפני שהוא שלישי בראשון. וכן הדרך בנקבות. כיצד, שתי אחיות, או אח ואחותו, בין מן האב בין מן האם, הרי הם ראשון בראשון; בניהם, בין זכרים בין נקבות, שני בשני. בני בניהם או בנות בנותיהם, שלישי בשלישי; ויש אומרים: השלישי בראשון, פסול: הגה - וכן ראוי להורות. וי"א דאינו פסול רק מדרבנן, אע"ג דשאר פסולים מדאורייתא, ונ"מ לענין עידי קדושין, כמו שנתבאר בא"ה סימן מ"ב (מרדכי פ' זה בורר). וי"א דקרובי האם נמי אינן פסולים אלא מדרבנן (מיי' פי"ג מהלכות עדות):
(ג) כל אשה שאתה פסול לה, אתה פסול לבעלה, שהבעל כאשתו. וכל בעל שאתה פסול לו, כך אתה פסול לאשתו, שהאשה כבעלה. ולדעת הפוסלים שלישי בראשון, מכשירים באשתו, מפני שהוא מופלג.
צווייטע קאזען לכל הדעות כשר, כ"ש ווען די קירבות איז נאר דורך די ווייבער,
דאס איז א קליינע דוגמא פון טעראר וואס ר' אהרן האט אנגעפירט אויף א פרעמדער בית דין וואס האט געוואגט צו שיקן הזמנה על פי בקשת התובע אלטר משה גאלדבערגער, און ר' אהרן אליין האט אפגעשריבן דעם בריוו פאר הרב גאלדבערגער ואשתו שינדל, וואו ער שרייבט ארויס אז נאר רבני ודייני קהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א קענען דן זיין אויף דעם, און ביזדערווייל זאלן גאלדבערגער'ס קינדער זיך וואלגערן אויף די גאס, אדער זאלן זיי פארן קיין מאנסי יעדן טאג.
נאך א דוגמא פון טעראר אויף א בי"ד וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט די תהליכי הקהלה אידילאגיע, איז דער בית דין פון מאנסי וועלכער האט זיך געוואגט צו שיקן הזמנה פאר אהרן וועלץ. נאכדעם וואס אהרן וועלץ האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה האט דער בית דין געגעבן א היתר מעקל זיין בערכאות, איז דער בית דין אראפגעריסן געווארן אין בלאט מיט די ערגסטע איסורים וחרמים.
אזוי אויך דער בית דין אין ירושלים, וואס האט געגעבן א היתר מעקל זיין אויף משה חיים ווייס אין בני ברק, ווען די הנהלה האט געוואלט גיין צו בוררות ביי רבנים פון עדה החרדית, און די בני ברק'ער האבן געוואלט נאר ציוניסטישע רבנים אדער בני ברק'ער רבנים, האט זיי ר' אהרן אראפגעריסן ברבים אין זיין דרשה אלס שלשה רועי בקר.
דאס איז אלס נאר א מקצת מן המקצת וואס ר' אהרן האט חוזק געמאכט פון בתי דינים אלעס ווייל זיי האבן זיך געוואגט צו טראכטן אנדערש ווי ער, היינט איז שוין נישטא קיין בית דין וואס וויל שיקן הזמנה קיין קרית יואל, ווייל קיינער האלט נישט ביים זיין אין דעם גרויס נארישער מויל פון דעם שוטה וגס רוח און עם הארץ מיט זיין לצנות משכילישער שפראך.
אבער היינט צוטאגס שטעלט ער זיך אהער ווי א גאנצער רחמנות, און זאגט אז עס א קארפטירטע טענה צו וועלן דוקא דייני הקהלה, אדער דיינים וואס זענען סאטמארער תלמידים און זענען דיינים אין אנדערע בתי דינים. און זיין צווייטע טענה וואס ער זאגט איז שיקטס מיר אן הזמנה, נאכדעם וואס ער האט טערארעזירט 25 יאר בתי דינים וואס זענען אים נישט געפאלן, מאכט ער זיך תמימותדיג און זאגט שיק מיר הזמנה. אבער א מסרב לדין איז יענער ווייל... תהלוכות הקהלה, קאראפטירטע בתי דינים, קרובי משפחה און נאך.
בעיקר דארף איך די צוויי קונטריסים וואס זענען ארויסגעקומען בשעתו פאר די וואלן, וואס דארט געפינען זיך פארשידענע וויכטיגע דאקומענטן און פרטים בנוגע דעם גאנץ ערשטן די"ת ווען ר' יקותיא' הערש ווערצבערגער און ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער האבן אינאיינעם מיט נאך עטליכע צוואנציג מענטשן (בערל פר"מ "נישט" בתוכם) גערופן ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין, בנוגע אן אינערליכע סכסוך אין די קהילה וואס האט גארנישט צוטוהן מיט אדמורו"ת, דער חלק האט אנגעהאלטן פאר עטליכע חדשים ביז דער בי"ד המזמין האט אינגאצען צוריקגעצויגן פון די הזמנה און תביעה, אנגעבענדיג דערביי אז ר' יקותיא' הערש און ר' ישרא' אלימלך און די אנדערע האבן עובר געווען על דברי הבי"ד, (איך מיין אז זינט דעמאלטס האט מען גארנישט געהערט פון ר' יקותיא' הערש אדער ר' ישראל אלימלך)
ווי אויך אויך וואלט כדאי געווען צו האבן די דאקומענטן פון עטליכע יאר שפעטער, ווען נאכדעם ווי די אהרונים האבן גענומען צו גיין אין ערכאות אויף רעכטס אין לינקס, האט ר' משה מנחם טירנויער פרובירט אויסצוארבייטן אן הסכם צו שליכטן די סיכסוכים פון ערכאות ביי די"ת, דארט איז אויך דא פארשידענע דאקומענטן מיט וויכטיגע פרטים, וואס וואלט כדאי געווען צו האבן.
איך מיין אז אויב מען וועט האבן די דערמאנטע דאקומענטן וועט מען קענען פירן א וויכוח מיט מער תוכן און מער אמת'דיג לויט די פאקטן.
אלזא בעט איך ווער עס קען זאל מוחל זיין אנצייגן ווי מען קען האבן צוטריט דערצו, אדער זאל דאס איינער יעצט ארויפלייגן.
_________________