היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין...

שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין...

194 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2858258
בלאט: 1 2 3 4

שימעלע » 28/12/2010 17:58

דערווייל האט נאך קיינער נישט מסביר געווען דעם חילוק פון בארא פארק דין תורה אז דארט האט מען נישט געדארפט חתימות פון די רבי'ס

משהלע » 28/12/2010 18:11

דער חילוק איז זייער פשוט, די הויעכגעשעצטע ריכטערן מרת דעמערעסט האט נישט געהאלטן ביים אנעמען די נארישע אמתלאות וועגן אינטער שרייבן שטרי בירורין דורך די רבי'ס, זי האט זייער קלאר פארארדענט אז מען דארף תיכף ומיד גיין צו דין תורה אן קיין שום תירוצים, און אויב נישט איז... און ווי עס זעט אויס האט מענדל שוויממער זייער קלאר פארשטאנען דעם וואונק פון די חשובע ריכטערן.

פישמאן » 28/12/2010 18:48

משה שפיר קאמרת, זייער גוט געזאגט האסט דיך נאר טועה געווען מיט די נעמען,
ר' מענדל שווימער האט נישט געזוכט קיין אמתלאות ער האט דאך תובע געווען לדין, ער האט געוואלט דער בית דין זאל דן זיין נאר ווער עס איז די הנהלה פון סאטמר בארא פארק און נישט עפעס מער, דוקא דער נתבע אהרן וועלץ האט געזוכט אמתלאות זיך משתמט זיין,
ביז ווען דער אפעלאט געריכט האט געזגאט פאר וועלץ אז די האסט נישט מיט רעליגיע קיין שייכות און אז די טענות פון וועלץ אז די רבי'ס קומען אריין אין סכסוך איז נישט קיין טענה, דעריבער קען ריכטערן דעמעריסט זעך יא אריינמישן אין דעם סכסוך און דיך ארויסווארפן פון די הנהלה,
דעמאלס האט וועלץ לחרפתו אונטערגעשריבן א נוסח פון בוררות וואס דער בית דין אבן המשפט האט אים פארגעלייגט - וואס האט שוין געהאט מענדל שווימערס חתימה פון יארן פריער - וואס וועלץ האט נישט געוואלט חתמ'ן ביז נאכן אפעלאט פארלוסט,
און ווי איינער האט פריער דערמאנט האט מען דעם בית דין טאקע לכבוד דעם מחרים געווען אין דער בלאט,

משהלע » 28/12/2010 20:40

טיפישל, נישט איך האב מיך טועה געווען מיט די נעמען, נאר די הויעכגעשעצטע ריכטערן דעמערעסט, זי האט אריין געפליקט פאר דעם מענדל שוויממער און געשריבן אז זי ארדערט עם זאפארט זיך צו שטעלן צו א בית דין, און זאל אויפהערן מיט זיינע לעכערליכע נארישע תירוצים, איך ווייס אז עכט האט זי געמיינט ר' אהרן וועלץ, נאר בטעות האט זי געשריבן מענדל שוויממער, (אלל חסידיק פיפעל לוק אלייק [בילד – נישט אפגעהיט]) נו, טעות לעולם חוזר, זי האט געמאכט א טעות...

Plywood » 28/12/2010 21:11

שוין ווייטער מישט מען, פון וואס וויל מען רעדן, פון די גרויסע צענטראלע די"ת אדער פון ב.פ.?

ביטע קלאר מאכן, איך בין גרייט צו רעדן פון ביידע, אבער נישט מישן

_________________

שימעלע » 29/12/2010 00:53

פלייוואוד יעדער רעדט דאס ווער דאס הארץ גליסט אים צו רעדן,

סענעטאר » 29/12/2010 00:56

היפאקריטען נוסח ארונים.

די ארונים שיקן דא זייער פארטרעטער סקאט מאלען צו ענפערן דעם שאקירענדן בריוו אז קרית יואל איז נישט גרייט זיך מתדיין צו זיין ביי א בית דין של זבל"א, טראץ וואס דוד עקשטיין איז געווען דער ערשטער אויף די תביעה אויף די נאווארדיקע הזמנה אלס תובע און אזוי אויך אין געריכטן האבן עקשטיין מיט הורוויץ געחתמ'ט אלס תובעים בשם קהל יטב לב המרכזי, אלע קאורט דאקומענטן שטייט קלאר אז אלעס איז איין גרויסע קהלה, אבער ווען ס'קומט צו דן זיין זאגט קרית יואל מיר זענען מחותנים צו וויליאמסבורג צו זיין תובעים אבער נישט צו זיין נתבעים.

קומט מאלען מיט ספינס און דרייט אוועק דעם שמועס דייני הקהלה וכו', בשעת ווען ער ווייסט אז מען רעדט יעצט פון בוררות, פרעגט מען לאמיר שוין זאגן אז מ'האט געענפערט פאר נאווארדיק דעם תירוץ דייני הקהלה,  מה נשתנה קרית יואל אז ר' אהרן מיט ר' געציל האבן געשריבן פאר אלתר משה וזו' שינדל גאלדבערגער זאלן זיך מתדיין זיין ביי רבני ודייני הקהלה, פארוואס צו דעם דארף מען נישט זיין אראגענט און מאפיאנעריש כלשונו, האט מאלען נישט געקענט דערהייבן די היץ און ווערט נעלם, מ'האט געמיינט ער איז נישט דא צוליב די שניי דערווייל ענטפערט ער אין אנדערן פארום, אז גאלדבערגער איז געווען א קליינע דין תורה איבער א תקנה פון די מוסדות, משא"כ דין תורה אויף קהל יטב לב רעדט מען פון נכסים פון האלב ביליאן דאלאר.

(אגב ווייס איך נישט ווי עס קומט האלב ביליאן דאלאר צו קהל יטב לב אין וויליאמבורג, איך מיין אז אויסער די ראדני שול מיט די נייע האלב געבויטער שול  מיטן רבי'ןס הויז אין די מצה בעקעריי האט קהל יטב לב נישט קיין נכסים, איך וואלט געזאגט אז מסתם אלעס אינאיינעם איז נישט ווערט קיין 50 מיליאן דאלאר וואס איז א צענטל פון א האלב ביליאן דאלאר, וואס לכאורה איז שוין געווען אין די היסטאריע סך גרעסערע דין תורות, די באבאווער דין תורה איז זיכער סאך מער נכסים ווי דעם)

קודם כל וואסערע תקנה אין די קהלה וועגן מוחה זיין אויף ר' משה'לע וויזניצער, אין די שטאטוטן איז נישטא אזא זאך, און אויב איז יא דא א תקנה וואס קען בארעכטיגן ארויסווארפן קליינע קינדער פון א מוסד פארוואס זאל נישט א כשר'ער בית דין פון מאנסי אדער סיי ווער נישט קענען פארשטיין אז די קהלה מוז אויספירן זייערע תקנות, אדער אפשר האט ר' אהרן געדאפט לאזן דער בית דין דן זיין אויף די שאלה אליין, צו גאלדבערגער'ס דין תורה איז א רוחניות'דיגע אדער גשמיות'דיגע, און אויב בית דין וועט באשלוסן אז עס איז רוחניות זאל דעמאלס דייני הקהלה דן זיין, און פארוואס איז נישט מאפיאנעריש צו באשמיצן א בית דין אלס בית דין חצוף ווייל זיי האבן געהאלטן אזויווי ר' אהרן טענה'ט יעצט, אז דייני קהלה זענען נישט ראוי דן זיין אויף דעם סכסוך?.

צווייטענס אפשר איז דאס ארויסשטעלן בערל פרידמאן פון קהל אויך א רוחניותדיגע שאלה וואס באלאנגט צו דייני הקהלה, און ווידער דער צוווייטע טענה פון שוויות פון די נכסים איז בכלל א נפקא מינה, אויב איז דייני הקהלה א קאראפטירטע טענה, איז עס אלעמאל קאראפטירט. ווידער אויב איז טאקע יא אזוי קאראפטירט וויאזוי איז דאס אז די פוסקים ווי הג"ר יחזקאל ראטה שליט"א און להבחל"ח הג"ר ישראל יעקב פישער זצ"ל האבן נישט געוויסט פון די קאראפציע, און דוקא סקאט מאלען מיט רעביענקל ווייסן אז עס איז מופרך מעיקרה.

בראותו כי כלתה אליו הרעה פרובירט ער צומישן דעם עולם, מיט ר' אהרן'ס חתימה, ער איז טעכניש נישט אויפן פאפיר קיין תובע וכדו', קען ער נישט ווערן קיין נתבע, קודם כל אויב ר' אהרן איז נישט קיין תובע איז ר' זלמן לייב נישט קיין נתבע, ווייל טעכניש האט קיינער עם נישט געשיקט קיין הזמנה, איז סקאט מחדש אז למעשה איז דער טענה פון ר' אהרן'ס חתימה אויפגעקומען הערשט בשנת תשס"ב, וואס אגב איז שוין אויך ניין יאר, און אויך נאר צוליב א חתונה, ממילא איז דאס נישט א גוטע ענטפער און ר' אהרן האט נישט געמוזט אינטערשרייבן והא ראיה צען יאר השתלשלות היסטאריע איז דאך קלאר אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה, פרעגט מען לכאורה פארשטייט יעדער בר דעת אז דער סכסוך איז איבער די פאליטיק פון די צוויי ברודער איז דאך ר' אהרן זיכער א בעל דין און פארוואס זאל ער נישט מסכים זיין תיכף ומיד חתמ'ן אפילו ער איז טעכניש נישט מופיע אויפן פאפיר אלס א בעל דין, ר' זלמן לייב איז אויך נישט טעכניש אויפן פאפיר קיין בעל דין און דאך זאגט ער פארן שופט אז ער איז מסכים צו חתמ'ן שטרי בירורין? דרייט סקאט, אז קודם דארף מען גיין צו בית דין און נאכדעם זאגן ווער ס'חתמ'ט, קודם גיין צו דין תורה און נאכדעם באשליסן וואס מ'זאל דן זיין, זאג מיר סקאט, וואס מיינט גיין צו דין תורה, ר' בנציון באבאוו'ער איז געגאנגען צום בית דין? ניין ער האט נאר געחתמ'ט שטרי בירורין און געשיקט זיינע פארטרעטערס, און דאס מיינט געגאנגען צו דין תורה ווייל מדארף נישט אריבערגיין אין בית דין שטיבל, מ'דארף בלויז זיך מתחייב זיין צו מקבל זיין דעם פסק פון בית דין, נו וואס דרייסטו א קאפ קודם זאל מען גיין צו דין תורה? על זה גופא אנו דנים, אונז בעט מיר שרייבט'ס אונטער אז איר וועט זיך מתדיין זיין אלע דיונים בקהל יטב לב המרכזי, נכלל בזה תביעות נגדיות, און דו שרייסט ניין איך וויל נישט. מען זאגט לאמיר דן זיין ווער איז ממלא מקום דעם ברך משה און ר' אהרן זאגט איך וויל נישט, זאגט סקאט דאס אלעס זאל מען זאגן פארן בית דין, און וואס בית דין וועט זאגן דאס זאל מען טוהן.

דו פארשטייסט נישט אז בית דין הייסט נישט קיינעם גארנישט זיי האבן נישט קיין שום כח צו צווינגען קיינעם חתמ'ן גארנישט, זייער פאוער הייבט זיך אן נאכדעם ווי מען האט אינטערגעשריבן, און אויב איינער שרייבט נישט אונטער איז עם דער פסק נישט מחייב, ווי קען בית דין זאגן אז ר' אהרן מוז אדער מוז נישט, זיי קענען סך הכל זאגן אז אויב ר' אהרן חתמ'ט נישט איז נאך דא א מעגליכקייט צו איבערשפילן די דין תורה נאכן פסק, די זעלבע איז מיט תביעות נגדיות, דער בית דין קען נישט צווינגען דן זיין אויף תביעות נגדיות, עס ווענדט זיך וואס די צדדים זענען זיך מתחייב, אויב די צדדים שרייבן ארויס נאר אויף דעם פרט פון סכסוך און נישט עפעס אנדערש דעמאלס קען דער בית דין נישט ארויסגיין פון דעם גבול וואס איז מגביל די שטרי בירורין, זיי קענען נישט צווינגען קיינעם מער ווי די התחייבות, אבער דער נתבע האט א קלארער רעכט צו זאגן אז איך וויל די שטרי בירורין זאל כולל זיין תביעות נגדיות, טא וואס רעדסטו קודם קום צו דין תורה נאכדעם וועט מען זעהן וואס איך זאל חתמ'ן, קומען צו דין תורה מיינט חתמ'ן שטרי בירורין, ועל זה אנו דנין וואס זאל שטיין אין שטרי בירורין, ר' זלמן לייב'ס צד זאגט שטרי בירורין זאל כולל זיין אלעס, און ר' אהרן זאגט ניין, נאר וויליאמסבורג אבער נישט מער.

אז מען האט נישט וואס צו עטפערן זאגט מען פארוואס בארא פארק האט מגביל געווען שטרי בירורין און דא אין וויליאמסבורג נישט, קודם כל איז די הזמנה פון בארא פארק געקומען נישט דורך ראשי קהלה, און אוודאי נישט דורך אזוי גערופענע צענטראלע קהלה עס איז קלאר געווען אויסגעשטעלט יחיד'יש, חבר הנהלת המוסד קעגן חבר הנהלת המוסד, דער תובע האט געזאגט אפיציעל מיך גייט נישט אן דער רביסטעווע אדער פאליטיק, פון מיין זייט זאל ר' אהרן ווייטער זיין רבי אדער ביידע ברודער רבי אדער קיינער נישט, איך וויל איין זאך, צוריקשטעלן די אלטע הנהלה. ר' אהרן וועלץ דער נתבע האט טאקע גענוצט די טענה אז עס איז פאליטיק און ער וויל נאר גיין צו דין תורה אויב מען איז כולל וויליאמסבורג אין די שטרי בירורין, דער פראבלעם איז אבער געווען אז דער טוען פון די תובעים האבן געמאכט שטרי בירורין וואס איז מוגבל נאר צו די שאלה איבער די הנהלה פון בארא פארק, און דער בית דין אבן המשפט האט דער נוסח געגעבן פאר נתבעים מיט די חתימה פון דעם תובע מענדל שווימער, און ווען אהרן וועלץ האט פארלוירן אין אפעלאט געריכט, האט ער שנעל אינטערגעשריבן אויף דעם שטר בירורין וואס מענדל שווימער האט געחתמ'ט און געמאכט א מאושען אין געריכט אז עס איז שוין דא שטרי בירורין כדי נישט צו פארלירן דעם גאנצן קעיס אין געריכט, בלית ברירה האבן זיי דאס געמוזט אריינגעבן אין געריכט ווייל אויב נישט וואלטן זיי געקענט פארלירן אלעס.

אויסער דעם האט נישט בית דין געקענט אנעמען די טענה פון אהרן וועלץ אז ער האט תביעות נגדיות קעגן מענדל שווימער בנוגע וויליאמסבורג ווען מענדל האט נישט מיט וויליאמסבורג קיין שייכות, און אפילו אויב מענדל שרייבט אונטער אויף וויליאמסבורג פארשטייט דער בית דין אז עס וועט נישט מחייב זיין די וויליאמסבורגער, משא"כ דער דין תורה וואו עס איז תובע ראשי קהלה פון קרית יואל, וויליאמסבורג און בארא פארק אלץ צענטראלע קהלה, איז אוודאי יא שייך תביעות נגדיות, אבער ווי געזאגט דאס איז אלעס נאר צו פארדרייען דעם שמועס, אבי מזאל נישט דארפן ענטפערן די שאלה פארוואס קרית יואל ענפערט אז אויף זיי איז נישטא קיין שום שאלות, דער איינציגער שאלה וואס א בית דין מעג דן זיין איז איבער וויליאמסבורג ותו לא.

נאכן אנטלויפן עטליכע טעג שיקט ער זיינען יונגעלעך שימעלע מיט משה'לע רעדן פאר פייער און וואסער, אשר לא ידע בין ימינם לשמאלם, אבער דער עיקר מען פארדרייט דעם שמועס און דער עיקר פארגעסט מען.

אלזא צוריק צום שמועס דו קענסט נישט פעיסן די מוזיק אנטלויפסטו?  זיי נישט מועל אין דיין שליחות. סקאט לעבן איך האב דיך געפרעגט קשיות זיי מוחל און ענפער מיר א תירוץ.

 די קשיא איז:

פארוואס וויל נישט ר' אהרן מיט קרית יואל'ער ראשי קהלה מאכן שטרי בירורין ביי א בית דין של זבל"א פון נייטראלע רבנים, וואס זענען נישט רבני ודייני קהלתינו כלשונו פון ר' אהרן, און לאמיר דן זיין אויף אלע סכסוכים פון די צענטראלע קהל יטב לב, כולל רבנות פון די צענטראלע קהלה מיט אירע פליגלעך אין וויליאמסבורג, קרית און יואל בארא פארק, כולל ממלא מקום אדמורו"ת פון סאטמאר והמסתעף.

און כדאי דער אשכול זאל נישט פארפארן פונעם נושא, ביטע נישט שרייבן יעצט וועגן אנדערע דין תורות אדער סכסוכים, ועוד חזון למועד.,

אויששש » 29/12/2010 01:17

בערל האט געהאט א גרויסע געשעפט אויף דיוויזשאן עוו. און יענקל איז געקומען און איהם ארויסגעשליידערט מיט די געוואלד, בערל האט איהם כדרכה של תורה געשיקט א הזמנה צו די"ת און יענקל האט זיך משתמט געווען מיט פארשידענע תירוצים, בערל האט בלית ברירה ובהיתר ב"ד געקלאגט דעם יענקל אין געריכט, און נאך מערערע הירונגען און אורטיילן פון נידעריגע און העכערע געריכטן האט די געריכט באשלאסן אז די סכסוך צווישן בערל און יענקל געהערט צו דין-תורה.
יענקל זעהענדיג כי כלתה אליו הרעה ער מוז זיך שטעלן צו א די"ת און אונטערשרייבן שטרי בירורין, האט ער אויסגעטראפן א געדאנק: ער פאדערט אז בערל זאל ביי די שטרי בירורין אויך אריינרעכענען זיין לאקאל אויפן 13 עוו. און זיין לאקאל אינעם שאפינג סענטער.
בערל ווי פארשטענדליך זאגט איהם בלא, דו האסט עפעס געהאט א דין ודברים מיט מיר איבער די אנדערע געשעפטן, אויב יא רוף מיך צו די"ת און איך וועל מיך אוודאי צושטעלן.
איז ווער איז דער וואס וויל נישט קיין דין תורה ? ............... אוודאי בערל
עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן

שארטקאט » 29/12/2010 01:50

עס איז יא דא ווער זאל לאכן, און מען לאכט טאקע אין די פאסטען פון די היפאקריטן,

zibala » 29/12/2010 01:53

מעכיל האט געהאט א קייט פון געשעפטן אויסגעשפרייט בכל אתר ואתר,

מעכיל האט געהאט צוויי קינדער מיט מערערע מענעדשערס,

איינטאג האט מעכיל ארויסגעשליידערט מענעדשער בערי, און הייסט אז נאר יענקל מיט זיינע געהילפן זאלען ראנען די געשעפטן,

בערי איז דאך נישט קיין נאר, מיטן הילף פון א זוהן פון מעכיל באפעסטיגט ער זיך אין איינע פונן די צווייגן פונעם געשעפט, און שרייט ארויס מיט א הויכהילכער אין מיט א מאביל קאמענד סענטער אז איך בין נאך אלץ דא,

ס'שטעלט זיך נישט אפ דא נאר ער רופט צו דין תורה און ווען ער קען נישט ברענגן שט"ב לויפט ער און קארט, ווען דער ריכטער שיקט צו דין תורה שרייטער איך גיי נאר דן זיין אויף דארט ווי איך האב נישט געקענט צוכאפן פון מעכיל דארט ווי איך בין פעסט באפעסטיגט אין געהיידשקעט דעם געשעפט שפיל איך נישט,

איז ווער איז דער געווינער ביים דין תורה????

_________________

סקאטמאלען » 29/12/2010 02:01

דיין ארטיקל הייבט זיך אן מיט א אומבאזירטע ליגענט, אז איינער האט מיר דא געשיקט פארענטפערן איינעם, וואס איז דיין פראוו פאר דעם? צווייטנס, להוי ידיעה, מצידי איז דער נושא פארטיג, [ביז ס'וועט זיך נאכאמאל אויפוועקן], אויב איינער שפירט אז איך בין מנוצח געווארן, פארגין איך איהם דעם קורת רוח מיטן גאנצן הארץ, ביטע פארשטיין מיין מטרה און מהלך פון דעבאטירן א נושא אויך היידפארק, ווען איך שרייב א רעיון איבער א געוויסע הייסע נושא, זענען מיינע דיבורים געצילט צו די המון עם ליינער, מיך אונטערסירט לגמרי נישט צו מנצח זיין א ספעציפישער פארשלייערטער ניק, איך וויל פשוט דער המון ליינער זאלן דערהערן מיינע רעיונות וואס לפי ראות עיני שפיר איך האב איך שטארק ארויסגעברענגט מיינע פונקטן, און א ליינער מיט א אפענע מח וועט קלאר איינזעהן און די גערעכטיקייט פון מיינע דיבורים, נאכדעם אינטערסירט מיך שוין נישט קיין כי הוא זה צו האבן די לעצטע ווארט, אויב איך זאל דארפן אלס האבן די לעצטע ווארט אויף היידפארק וואלט איך לכאורה געדארפט, אפלאזן מיין דשאב און אפ'גט'ן מיין משפחה, איך האלט נאך נישט אז האבן די לעצטע ווארט אויף א אנאנימער וועבסייט איז ביי מיר אזוי וויכטיג, לענינינו דער איצטיגער נושא איז געקומען צו א מצב אז וואס אימער איך זאל שרייבן איז ארויסגעווארפן צייט, ווייל אלעס וואס איך האב צו זאגן, לפי קט שכלי האב איך שוין ארויסגעברענגט, קען זיין ס'דא אנדערע וואס האבן נאך רעיניות וסברות, ממילא פארוואס סתם איבערקייען די זעלבע זאכן אויף איין אנדערן שניט און ספין,

כעל מאכן א שנעלע ס"ה, ואסיים בזה,

סאטמאר האט 3 גרויסע קהלות אין ניו יארק, וומ"ב, מונרו און ב"פ,

בהשגחה פרטיות, איז וומ"ב [די גרעסטע פון די 3] געפאלן פאר ר' זלמן לייב, און די אנדערע 2 פאר ר' אהרן

יעדע פון די 3 האט, א אייגענע רב, אייגענע ראה"ק, אייגענע טובי הקהלה, אייגענע הנהלת המוסדות, די נכסים זענען אונטער גענצליך זעלבסשטענדיגע קארפארעשנס, קיינער איז נישט אחראי אויפן אנדערן, קיינער איז קיינמאל נישט געווען משעובד צו די אנדערע, דער וומ"ב אדמיניסטראטור, האט קיינמאל נישט איינגעטיילט וויזוי צו פירן די בארא פארקע מוסדות, אהרן וועלץ האט קיינמאל נישט איינגעטיילט מונרו, אדער אברהם ווידער האט קיינמאל נישט איינגעטיילט 82, יעדער האט זיך געפירט זיינער קהלות לויט זייער פארשטאנדן, לויט די באדערפענישן פון זייערע מעמבערס, וכדומה,

ממילא פארשטייט יעדער בר דעת אז אויב זאל זיך מאכן א סיכסוך איבער איינע פון די 3 קהלות, קען מען נישט רופן צו די"ת דער ראה"ק פון איין קהלה איבער די נכסים פון אן אנדערן קהלה, די פערזענליכקייטן זענען אנדערע און די תביעות וטענות זענען אלס אייגנארטיג,

אין בורו פארק, האלטן די זאליס אין איינקומען מיט סברות שונות ומשונות אז די טענות זענען אנדערש ממילא, מוז עס באזונדער באהאנדלט ווערן, אבער אין קרית יואל קענען זיי עס עפעס נישט פארשטיין

אפי' אם תמצא לומר אז געוויסע תובעים פון די וומ"ב תביעה האבן א שטיקל בעלות אויף קרית יואל, איז א טיפשות צו זאגו אז מ'זאל מאכן איין דין תורה אויף 2 זעלבסשטענדיגע קהלות, ביידע דארפן באהאנדלט ווערן באזירט אויף די אייגענע טענות ומענות, אין מיט די ארטיגע ראשי הקהלה,

ממילא אויב חסידי ר' זלמן לייב האט עפעס א תביעה איבער קרית יואל, ווער לאזט זיי נישט רופן צו דין תורה אברהם ווידער און מאיר הירש, און אויב זיי זענען זיך משתמט, קענט עטס האבן א שטיקל טענה נגדיות, אבער אזוי לאנג עטס רופטס נישט צו דין תורה איבער קרית יואל, וואס געבט ענק די רעכט צו זיך אליין אפ'פסקנ'ן אז ס'מוז זיין איין דין תורה, יעדער זאל באהאנדלט ווערן מיט די אייגנארטיגע טענות, ענק האלטן דאך ענק וועלן ממילא געווינען ביי ביידע,

בקיצור, חסידי מהר"א זענען שטענדיג גרייט צו דן זיין איבער קרית יואל, רוף זיי נאר צו די"ת, און מ'הייבט מארגן אן די די"ת

ודי בזה, כי הארכתי יותר מדי

שארטקאט » 29/12/2010 02:15

אפשר קענסטו געבן צו פארשטיין בקיצור יותר מדי,
פארוואס קען דוד עקשטיין פון זעלבשטעניגע קהלה בקר"י תובע זיין יענקל כהנא ביי דין תורה,
פארוואס קען דוד עקשטיין אלישע הורוויץ פון זעלבשטענדיגע קהלה בקרי"י און בנציון ווערצבערגער מיט זלמן ליכטמאן פון בארא פארק תובע זיין בערכאות די זעלבשטענדיגע וויליאמסבורגע קהלה,
פארוואס קען דער מעמבער פון דעם זעלבשטענדיגע קהלה בקר"י וועלן פאר זעלבשטענדיגע קהלה אין וויליאמסבורג אין ענקער אזויגערופענע וואלן פאר ראשי קהלה,

zibala » 29/12/2010 02:21

און צוויי ווערטער: פייער און וואסער

און אנדערע (לענגערע) ווערטער אויב איינער פרעגט אפ דיינע גאנצע בנין איז דער תירוץ איך רעד נישט צו דיר איך בין דא אויף א פאבליק רילעשאנס מיסיע צום המון עם וואס קיינער האט מיר נישט געשיקט, און חזר איבער דיין אפגעפרעגטע געביידע און זיי מסיים ודי בזה

פארשטייסט, ודי בזה, כי הארכתי יותר מדי

_________________

סקאטמאלען » 29/12/2010 02:53

בלנ"ד, פון יעצט אין ווייטער וועל איך בלויז קאפירן העתקות פון מיינע פריערידיג מאמרים, אין איניינוועגס דעמאנטסטרירן אז די מ'קייט איבער אין איבער די זעלבע זאכן

סקאטמאלען » 29/12/2010 02:55

שארטקאט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אפשר קענסטו געבן צו פארשטיין בקיצור יותר מדי,
פארוואס קען דוד עקשטיין פון זעלבשטעניגע קהלה בקר"י תובע זיין יענקל כהנא ביי דין תורה,
פארוואס קען דוד עקשטיין אלישע הורוויץ פון זעלבשטענדיגע קהלה בקרי"י און בנציון ווערצבערגער מיט זלמן ליכטמאן פון בארא פארק תובע זיין בערכאות די זעלבשטענדיגע וויליאמסבורגע קהלה,
פארוואס קען דער מעמבער פון דעם זעלבשטענדיגע קהלה בקר"י וועלן פאר זעלבשטענדיגע קהלה אין וויליאמסבורג אין ענקער אזויגערופענע וואלן פאר ראשי קהלה,
 

"אפי' אם תמצא לומר אז געוויסע תובעים פון די וומ"ב תביעה האבן א שטיקל בעלות אויף קרית יואל, איז א טיפשות צו זאגו אז מ'זאל מאכן איין דין תורה אויף 2 זעלבסשטענדיגע קהלות, ביידע דארפן באהאנדלט ווערן באזירט אויף די אייגענע טענות ומענות, אין מיט די ארטיגע ראשי הקהלה,"

סקאטמאלען » 29/12/2010 02:57

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און צוויי ווערטער: פייער און וואסער

און אנדערע (לענגערע) ווערטער אויב איינער פרעגט אפ דיינע גאנצע בנין איז דער תירוץ איך רעד נישט צו דיר איך בין דא אויף א פאבליק רילעשאנס מיסיע צום המון עם וואס קיינער האט מיר נישט געשיקט, און חזר איבער דיין אפגעפרעגטע געביידע און זיי מסיים ודי בזה

פארשטייסט, ודי בזה, כי הארכתי יותר מדי
_________________

[/quote]


"אויב איינער שפירט אז איך בין מנוצח געווארן, פארגין איך איהם דעם קורת רוח מיטן גאנצן הארץ"

Plywood » 29/12/2010 04:43

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דיין ארטיקל הייבט זיך אן מיט א אומבאזירטע ליגענט, אז איינער האט מיר דא געשיקט פארענטפערן איינעם, וואס איז דיין פראוו פאר דעם? צווייטנס, להוי ידיעה, מצידי איז דער נושא פארטיג, [ביז ס'וועט זיך נאכאמאל אויפוועקן], אויב איינער שפירט אז איך בין מנוצח געווארן, פארגין איך איהם דעם קורת רוח מיטן גאנצן הארץ, ביטע פארשטיין מיין מטרה און מהלך פון דעבאטירן א נושא אויך היידפארק, ווען איך שרייב א רעיון איבער א געוויסע הייסע נושא, זענען מיינע דיבורים געצילט צו די המון עם ליינער, מיך אונטערסירט לגמרי נישט צו מנצח זיין א ספעציפישער פארשלייערטער ניק, איך וויל פשוט דער המון ליינער זאלן דערהערן מיינע רעיונות וואס לפי ראות עיני שפיר איך האב איך שטארק ארויסגעברענגט מיינע פונקטן, און א ליינער מיט א אפענע מח וועט קלאר איינזעהן און די גערעכטיקייט פון מיינע דיבורים, נאכדעם אינטערסירט מיך שוין נישט קיין כי הוא זה צו האבן די לעצטע ווארט, אויב איך זאל דארפן אלס האבן די לעצטע ווארט אויף היידפארק וואלט איך לכאורה געדארפט, אפלאזן מיין דשאב און אפ'גט'ן מיין משפחה, איך האלט נאך נישט אז האבן די לעצטע ווארט אויף א אנאנימער וועבסייט איז ביי מיר אזוי וויכטיג, לענינינו דער איצטיגער נושא איז געקומען צו א מצב אז וואס אימער איך זאל שרייבן איז ארויסגעווארפן צייט, ווייל אלעס וואס איך האב צו זאגן, לפי קט שכלי האב איך שוין ארויסגעברענגט, קען זיין ס'דא אנדערע וואס האבן נאך רעיניות וסברות, ממילא פארוואס סתם איבערקייען די זעלבע זאכן אויף איין אנדערן שניט און ספין,

כעל מאכן א שנעלע ס"ה, ואסיים בזה,

זייער א גלייכע זאך צו מאכן א שנעלע ס"ה, דער פראבלעם איז אבער אז צומאל פעלט זיך יא אויס אריינצוגיין אין מער דעטאלירטע פרטים, איבערהויפט ביי אזא פארצווייגטע נושא, כדי מען זאל קענען אביסל מער ארויסהאבן דאס ענין.

איך וועל פרובירן אריינצוהאקן אין דיין שנעלן ס"ה

סאטמאר האט 3 גרויסע קהלות אין ניו יארק, וומ"ב, מונרו און ב"פ,

בהשגחה פרטיות, איז וומ"ב [די גרעסטע פון די 3] געפאלן פאר ר' זלמן לייב, און די אנדערע 2 פאר ר' אהרן

עס איז אינטערעסאנט אין וויכטיג צוצולייגן אז יעדעס איינע פון די דריי איז אריינגעפאלן אויף אן אנדערן אופן, וומ"ס אין קר"י ווייל דער ברך משה האט דארט אריינגעשטעלט די קינדער, און ב.פ. ווייל אהרן וועלץ דער אדמיניסטראטאר האט אזוי געטוהן

יעדע פון די 3 האט, א אייגענע רב, אייגענע ראה"ק, אייגענע טובי הקהלה, אייגענע הנהלת המוסדות, די נכסים זענען אונטער גענצליך זעלבסשטענדיגע קארפארעשנס, קיינער איז נישט אחראי אויפן אנדערן, קיינער איז קיינמאל נישט געווען משעובד צו די אנדערע, דער וומ"ב אדמיניסטראטור, האט קיינמאל נישט איינגעטיילט וויזוי צו פירן די בארא פארקע מוסדות, אהרן וועלץ האט קיינמאל נישט איינגעטיילט מונרו, אדער אברהם ווידער האט קיינמאל נישט איינגעטיילט 82, יעדער האט זיך געפירט זיינער קהלות לויט זייער פארשטאנדן, לויט די באדערפענישן פון זייערע מעמבערס, וכדומה,

אויף דעם איז אויך כדאי צוצוגעבן, אז עס איז א ליגנט, כמעט אלע נסכים אין קר"י און ב"פ זענען לכתחילה געווען אויף די קארפערעישאן אין וומ"ס, אין ב"פ זענען נאך עטליכע בנינים עד היום אויף די קארפארעישאן אין וומ"ס, אין קר"י ווייס איך נישט דער מצב כהיום, ווי אויך פלעגט וומ"ס באצאלן א גרויס חלק פון די בילס און טאג טעגליכע אויסגאבן אין ב"פ, אין קר"י ווייס איך נישט,

ווי אויך זענען די קר"י ראשי קהילה געווען א חלק און נישט סתם א חלק נאר ממש בראש פון די די טענות ותביעות פון א חלק פון ארוני'שע קהילה לייט קעגן צוויי זאלי ראשי קהילה, מיט די טענה אז אלעס איז איינס, במילא איז ממש א חוכא וטלולא צו זאגן אז איז נאר גוט אז יענער זאל מיך רופן צו די"ת און נישט אויף פארקערט, לכאורה איז עס א טו וועי סטריט

ממילא פארשטייט יעדער בר דעת אז אויב זאל זיך מאכן א סיכסוך איבער איינע פון די 3 קהלות, קען מען נישט רופן צו די"ת דער ראה"ק פון איין קהלה איבער די נכסים פון אן אנדערן קהלה, די פערזענליכקייטן זענען אנדערע און די תביעות וטענות זענען אלס אייגנארטיג,

ווי דערמאנט פריער איז דא גענוג און נאך סיבות, אוודאי נישט אייביג קען מען אויף יעדע זאך זאגן אז עס איז די זעלבע, אבער נישט דאס אז עס איז באזונדערע ערטער מאכט די טענות אנדערש, אדער די סיבה פארוואס מען זאל נישט קענען רופן אנדערע פלעצער, עס ווענדט זיך לויט די תביעות און די טענות און תביעות נגדיות.

אין בורו פארק, האלטן די זאליס אין איינקומען מיט סברות שונות ומשונות אז די טענות זענען אנדערש ממילא, מוז עס באזונדער באהאנדלט ווערן, אבער אין קרית יואל קענען זיי עס עפעס נישט פארשטיין.

וואס מיינט דאס סברות שונות ומשונות? אנדערש פון וואס דו טענה'סט דא, אויב אזוי פארוואס פרעגסטו פארוואס עס איז אנדערש פון קרית יואל, דו זאגסט דאל אליינס דעם תירוץ פארדעם, זיי האבן סברות שונות ומשונות אז די טענות זענען אנדערש

אפי' אם תמצא לומר אז געוויסע תובעים פון די וומ"ב תביעה האבן א שטיקל בעלות אויף קרית יואל, איז א טיפשות צו זאגו אז מ'זאל מאכן איין דין תורה אויף 2 זעלבסשטענדיגע קהלות, ביידע דארפן באהאנדלט ווערן באזירט אויף די אייגענע טענותומענות, אין מיט די ארטיגע ראשי הקהלה,

דו פרובירסט צו מאכן אזא מציאות, ראובן רופט צו די"ת שמעון אויף ABC קארפארעישאן, ראובן האט אויך א קארפארעישאן וואס הייסט XYZ קומט שמעון און זאגט אז היות ראובן איז דער תובע און ראובן האט פארמאגט אויך XYZ קארפארעישאן ממילא ברויך מען רעדן אויך פון XYZ, דאס איז וויאזוי דו פרובירסט דא אראפצולייגן די זאך.

די מעשה גייט דא אבער ביסעלע אנדערש, דער ראובן האט גארנישט מיט ABC קארפארעישאן, איי וויאזוי איז ער תובע? ער טענה'ט אז ABC און XYZ איז איין זאך במילא האט ער א רעכט צו זיין א תובע,

דאס איז די מעשה דא, עס איז נישט סתם "אז געוויסע תובעים פון די וומ"ב תביעה האבן א שטיקל בעלות אויף קרית יואל," די גאנצע טענה פארוואס זיי זענען תובעים איז צוליב וואס זיי האבן א בעלות אין קר"י און עס איז איין זאך.

און אויב עס איז איין זאך,איז עס איין זאך אויף ביידע וועגן, אן אויב נישט, האט נישט אנגעהויבן צו זיין דא בכלל עפעס א תביעה והזמנה, מכח די סיבה אליינס

ממילא אויב חסידי ר' זלמן לייב האט עפעס א תביעה איבער קרית יואל, ווער לאזט זיי נישט רופן צו דין תורה אברהם ווידער און מאיר הירש, און אויב זיי זענען זיך משתמט, קענט עטס האבן א שטיקל טענה נגדיות, אבער אזוי לאנג עטס רופטס נישט צו דין תורה איבער קרית יואל, וואס געבט ענק די רעכט צו זיך אליין אפ'פסקנ'ן אז ס'מוז זיין איין דין תורה, יעדער זאל באהאנדלט ווערן מיט די אייגנארטיגע טענות, ענק האלטן דאך ענק וועלן ממילא געווינען ביי ביידע,

בקיצור, חסידי מהר"א זענען שטענדיג גרייט צו דן זיין איבער קרית יואל, רוף זיי נאר צו די"ת, און מ'הייבט מארגן אן די די"ת

לידיעתך, מ'האט גערופן צו די"ת די חסידי מהר"א איבער קרית יואל, און זיי האבן געענטפערט אז זיי ווילן נישט קומען.

(עס איז נישט מעלה ומוריד צו מען האט זיי גערופן מיט א אייגענע הזמנה, צו מיט זייער הזמנה, צו מיט א תביעה נגדית, אלע דערמאנטע זענען הלכה'דיג אויסגעהאלטן און אנגענומען, די זאליס האבן דאס נישט באשאפן און אויסגעטראפן (דאס איז אויסער וואס די זאליס האבן אויך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין הזמנה לדי"ת, נישט פון ר' אהרן, און נישט פון בערל פר"מ, עס איז נאר געווען אן הזמנה לכאורה אנגעבליך צוליב עפעס אן אינערליכן סכסוך אין די קהילה, וואס האט לכאורה נישט באלאנגט דארט,און דער הזמנה איז שוין אויך צוריקגעצויגן געווארן)


ודי בזה, כי הארכתי יותר מדי


איך האב שוין אויך אמאל אביסל מאריך געווען אין דעם ענין, און טאקע אויך מיט סקאט, נאך אין די אמאליגע צייטן אויף אחים אנחנו, איך געדענק עס זענען דארט אויך געווען אויסגעשמועסט אסאך זאכן טייל ווערט דא אויך אויסגעשמועס און טייל נישט, איך האב געוואלט צוריקגיין אהין צו נעמען אביסל אינפארמעישאן און אויפפרישן געוויסע זאכן, צום באדויערן זעה איך אז די דארטיגע חברה האבן אלעס אפגעמעקט אויסער די פארמעגליך ארטיקלען, עס איז באמת א שאד אסאך גוטע ארטיקלען זענען דארט פארלוירן געגאנגען,

ווייסט איינער די סיבה דערפון? און אפשר קען מען זיי בעטן אז זיי זאלן דאס צוריק עפענען.


_________________



תוקן על ידי Plywood ב- 29/12/2010 04:50:26

סקאטמאלען » 29/12/2010 06:53

1. האט נישט דער ברך משה פונקט אזוי אריינגעשטעלט אין בורו פארק זיין איידעם רב מייזליש? האט ער דען נישט די רעכט צו האבן די זעלבע כח אין בורו פארק ווי רז"ל אין וומ"ב? דער ברך משה האט קיינמאל נישט מרמז געווען אז רז"ל זאל באקומען עפעס א הנהגה אין בורו פארק, ממילא פונקט ווי אין וומ"ב פארשטייסטו אז די מוסדות קען נישט געפירט ווערן דורך מענטשן וואס זענען נישט לויאל צו דער ארטיגער רעכטפולער רב, די זעלבע מעג מען פארשטיין אויף רב מייזליש'ן, דער ארטיגער רעכטפולער רב,

2. איך ווייס נישט וואס דיין סברה איז אז די הויפט תובעים ותביעה איז מטעם קרית יואל, איך הער עס יעצט צום ערשטן מאל, די הויפט תובעים אין וומ"ב זענען, בערל פרידמאן, דוד הויער אין יצחק ראזענבערג, זיי האלטן זיך אלס ראש הקהל, און סגן ראשי הקהלה, פון קהל יטב לב וומ"ב, נישט עקשטיין אדער לישע הורוויץ,

3. אט די הויפט תובעים פון וומ"ב האבן נישט קיין ענדגילטיגן כח צו פארהאנדלען איבער די קהלה ומוסדות אין קרית יואל, ס'זענען דא פילע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות, פון קרית יואל, וואס זענען לגמרי נישט אויף די פאפירן פון די וומ"ב קעיס, וואס אן זייער גיטהייסונג קען מען מעגליך נישט פארהאנדלען איבער די ארטיגע מוסדות,

4. ס'נאר דא איין איינציג וועג וויזוי מ'קען מברר זיין צו חסידי מהר"א זענען מוכן לעמוד לדין איבער קר"י, נאר אז מ'שיקט די ארטיגע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות א הזמנה כדת וכדין, אזוי ארבעט דער דרך העולם, אזוי לאנג איר טוט דאס נישט האט איר נישט קיין שום פראוו אז זיי ווילן נישט קומען צו דין תורה,


כל הנ"ל כבר הערתי עשרות עשרות פעמים בין כותלי הפורום

שארטקאט » 29/12/2010 07:19

וראה זה פלא
אז די פארהאנדלונגען איבער די וויליאמסבורגע דין תורה מיט ריכטער שמיד איז דוקא דוד עקשטיין און לישע הרווויץ פון קר"י און נישט קיינער פון די וויליאמסבורגע
און דער ערשטער נאמען אויף די הזמנה פון נאווארדאק איז דוד עקשטיין אבער בערל פרידמאן בכלל נישט,
און די חותמים בערכאות איז עקשטיין מיט הורוויץ תובעים אויף וויליאמסבורג

Plywood » 29/12/2010 08:07

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
1. האט נישט דער ברך משה פונקט אזוי אריינגעשטעלט אין בורו פארק זיין איידעם רב מייזליש? האט ער דען נישט די רעכט צו האבן די זעלבע כח אין בורו פארק ווי רז"ל אין וומ"ב? דער ברך משה האט קיינמאל נישט מרמז געווען אז רז"ל זאל באקומען עפעס א הנהגה אין בורו פארק, ממילא פונקט ווי אין וומ"ב פארשטייסטו אז די מוסדות קען נישט געפירט ווערן דורך מענטשן וואס זענען נישט לויאל צו דער ארטיגער רעכטפולער רב, די זעלבע מעג מען פארשטיין אויף רב מייזליש'ן, דער ארטיגער רעכטפולער רב,

ניין, ער האט נישט אריינגעשטעלט רב מייזליש אלס רב אין ב.פ. נישט אין די מוסדות און אפילו נישט אין די קהילה, ער האט איפגענומען רב מייזליש פאר רב אין53 אין ר' שלום אליעזר פאר רב אין 15. וואלט ווען אין ב.פ. געדארפט זיין נאר די מענטשן וואס זענען לאיאל צו רב מייזליש, וואלט אהרן וועלץ שוין נישט דארט געווען פאר 25 יאר צוריק, און נישט מרדכי שבתי ועוד, ר' הערשל גלאנצער וואלט לכאורה געדארפט זיין דער ראש. אין וומ"ס האט דער ברך משה אויפגענומען ברחל בתך הקטנה ר' זלמן לייב פאר רב אין די קהילה און די מוסדות, די מענטשן וואס זענען נישט געווען לאיאל צו אים זענען נאך פארבליבן אפילו דעמאלטס אין זייערע אמטן, ביז מען האט זיך איבערצייגט אז עס גייט א שטאפל וווייטער ווי נישט לאיאל, נאר זיי ארבייטן קעגן דעם אז דער נייער רב זאל קענען זיין רב אין די קהילה, און זוכן דאס אונטערצוברענגען (א זאך וואס קען בשום אופן נישט אנגעוויזן ווערן אין ב.פ. אז מען זאל האבן געארבייט קעגן די רבנות פון רב מייזליש), און אין די מוסדות אין וומ"ס בעצם איז בכלל נישט געווען אז מען זאל האבן אויפגעזאגט איינעם

2. איך ווייס נישט וואס דיין סברה איז אז די הויפט תובעים ותביעה איז מטעם קרית יואל, איך הער עס יעצט צום ערשטן מאל, די הויפט תובעים אין וומ"ב זענען, בערל פרידמאן, דוד הויער אין יצחק ראזענבערג, זיי האלטן זיך אלס ראש הקהל, און סגן ראשי הקהלה, פון קהל יטב לב וומ"ב, נישט עקשטיין אדער לישע הורוויץ,

איך בין נישט שולדיג אז עס איז יעצט דיין ערשטע מאל, אבער עס טוישט נישט קיין פאקטן, בערל פר"מ פיגורירט בכלל נישט אויף קיין שום הזמנה לדי"ת, די איינציגע הזמנה לדי"ת וואס עס איז פארהאן און איז שפעטער צוריקגעצויגן געווארן, זענען עקשטיין אין לישע הורוויץ די סאמע ערשטע נעמען וואס פאררופן זיך אלס תובעים, ווי אויך אויף די חליפת מכתבים בנוגע דעם סכסוך ווי למשל דער בריוו צום דיין אז היות ער וויל נישט פסק'ענען וויאזוי זיי ווילן מילא מוז מען גיין צו אן אנדערן בי"ד, זענען אונטערגעשריבן די קרית יואל'ע.

ווי אויך קוקט אויס אז דו פרובירסט אז מען זאל פארגעסן, אז אלע אסיפות, טענות, בריוון, קונטריסים, הסברות, שלעגערייען, טעראר, ועוד, זענען געווען מיט די טענה אין בארעכטיגונג אז אז אלעס איז איינס (הוי, מי יתנני ירחי קדם ווען מען האט אזויפיל טינט און פאפיר, שוים און שפייעכץ פארגאסן אויף דעם סאטמאר איז איינס און אלעס איז איין זאך, איך האב לכתחילה געבעטן אז מען זאל אפירברענגען אלע אלטע דאקומענטן און קונטריסים וואס דארט געפינט זיך די הזמנה לדין און די אויבנדערמאנטע בריוון ועוד, וואס אזוי וועט מען קענען זיין סך קלארער)

3. אט די הויפט תובעים פון וומ"ב האבן נישט קיין ענדגילטיגן כח צו פארהאנדלען איבער די קהלה ומוסדות אין קרית יואל, ס'זענען דא פילע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות, פון קרית יואל, וואס זענען לגמרי נישט אויף די פאפירן פון די וומ"ב קעיס, וואס אן זייער גיטהייסונג קען מען מעגליך נישט פארהאנדלען איבער די ארטיגע מוסדות,

אדרבה ואדרבה, אוף די הזמנה שטייט אז די עטליכע צוואנציג תובעים פיגורירן דארטן בשם עוד מאה, וואס זענען איבער 120 אידן, וואס לויט די דעמאלטס'דיגע טענות איז אין דעם נכלל געווען אלע קרית יואל'ע,(אגב וואלט טאקע כדאי געווען צו וויסן ווער עס זענען די 120 מענטשן וואס זענען געווען טייל פון יענע תביעה און ביי די נתבעים איז געווען אויסגערעכענט בלויז צוויי נעמען ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין אהן סיי וועלכע צוגאב וואס מען שרייבט געווענליך אויב האט מען א סכסוך איבער די בעלות פון אן ענין און עס זענען דא נאך מענטשן וואס קענען זיין א טייל פון די וואס האלטן זיך אלס בעלים (ווי למשל ביי בארא פארק, איז געווען צוגעשריבן צו אהרן וועלץ וכל הנספחים עמו), און עס איז זיכער אז אין די קהילה ווי עס איז געווען נאך פילע צענדליגער מענטשן פון די אנדערע זייט וואס זענען געווען קהילה לייט, אז מען וואלט נישט געקענט פארהאנדלען אהן זייער גוטהייסונג, נאר בלויז מיט צוויי מענטשן.


און אליבא דאמת דארף מען טאקע האבן די חתימות פון יעדען איינעם וואס קען זיין אז ער האט א חלק הבעלות, און אזוי גייט עס געווענליך צו ביי יעדע די"ת אז מען ארבייט אויס פארדעם וואס זענען די טענות און ווער עס זענען א חלק דערפון, ווי איך האב שוין געשריבן אויבן.


4. ס'נאר דא איין איינציג וועג וויזוי מ'קען מברר זיין צו חסידי מהר"א זענען מוכן לעמוד לדין איבער קר"י, נאר אז מ'שיקט די ארטיגע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות א הזמנה כדת וכדין, אזוי ארבעט דער דרך העולם, אזוי לאנג איר טוט דאס נישט האט איר נישט קיין שום פראוו אז זיי ווילן נישט קומען צו דין תורה,

עס איז נישט אמת, ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, ע"פ הלכה איז כדת וכדין אפילו א תביעה נגדית, און עס איז שוין געווען פלענטי די"ת אהן קיין הזמנה בכלל און מכש"כ מיט תביעות נגדיות, אין באבוב למשל איז בכלל נישט געווען קיין הזמנה. און ווי דערמאנט איז אפילו די ערשטע צוריקגעצויגענע הזמנה, קיינמאל נישט געווען קיין כדת וכדין ווי מען איבערצייגט זיך אליין פון וואס איך דערמאן דא אויבן ביי סעיף 3, אויב האלט מען ביים קומען קומט מען אפילו ווען די הזמנה איז נישט אינגאנצען טעקניקלי אויסגעארבייט, מכש"כ ווען ע"פ הלכה איז עס יא גוט.

כל הנ"ל כבר הערתי עשרות עשרות פעמים בין כותלי הפורום 

גם אני כבר שניתי ושלשתי כל זה כמה פעמים אלא מכיון שאתה ככלב שב על קיאו מוכרח אני לחזור עוד הפעם לברר דבריי כשמלה, ואליבא דאמת אין ביהמ"ד בלא חידוש ובכל תגובה ניתוסף כמה ידיעות והסברים ופרטים להגדיל תורה ולהאדירה

_________________

אומזיסט » 29/12/2010 09:03

מען רעדט און מען רעדט און מען רעדט, און מען קומט נישט צו צום פוינט. אין איין ווארט, סקאט מאלען האט קודם אראפגעלייגט א יסוד אז ר' אהרן איז גרייט צו קומען צו דין תורה  אויף קר"י. ר' אהרן אליין זאגט, אז ער איז נישט גרייט. טא צו וואס איז דא צו רעדן ווייטער?

בכל אופן, איז ביי מיר ברור אז סקאט איז נישט קיין שליח פון די אהרונים. ווען יא, ווי קען ער פארגעסן די היסטארישע אסיפה ה' אמור אין ויוא"מ, ווי בערל פר"מ האט אפגעפסקנט כתוב וחתום אז סאיז איין קהילה? ווער עס געדענקט יענע אסיפה, און די רעזולוציעס דערפון, וועט נישט גלייבן אז סקאט שרייבט די אהרונישע זייט.

נאכמער, ווי מאנכע האבן שוין אנגעוויזן, איז דוד עקשטיין בראש התובעים אין די וויליער תביעה. איימיצער ווייסט וויאזוי? וואס איז זיין יחס צו דעם סכסוך?

ועוד והיא העיקר, די אהרונים ווילן פילייכט זייער שטארק פארגעסן פונעם בריוו - וואס ליגט ביי מיר אין די ארכיוון - וואס דוד עקשטיין האט געשיקט צו התאחדות הרבנים, אז אמת ער פאר זיך וויל זייער שטארק גיין צו דין תורה מיט ד(י מורשים פונ)עם ברך משה איבערן הויז אויף אוהעל קט, אבער וואס קאן ער טון אז ער האט ערהאלטן א בריוו פון קהל אין ווילי אז ער זאל בשום אופן נישט גיין צו דין תורה מיטן ברך משה, ווילאנג קהל אין ווילי שטעלט זיך נישט צו דין תורה מיט די אהרונים. ווייסט איינער וואס הודו האט מיט כוש? דאס איז א ראיה אז ווען מען וועט רופן קהל אין ק"י צו דין תורה, וועלן זיי כאפן העק און פעק צו לויפן צו די"ת?

ועוד בה שלישי', לגבי די טענה אז מען קען נישט מדמה זיין די תקנה רוחנית אז מען טאר נישט נאכשרייען דעם וויזניצן, צו דעם. לאמיר אריין טראכטן אביסל, וועם פונקטליך זענען די אהרונים תובע שוין צען יאר צו גוטן? יאנקל כהנא? שאול פערלשטיין? זיי האבן אמאל געזאגט אפילו ברמז פאר בערל פריעדמאן ארויס צו גיין פון קהל'ס אפיס? זיי זענען בכלל שלעגערס? ווען בערל פר"מ וויל זיך מיט יאנקלען פארמעסטן פיזיש, וואלט דען יאנקל געווינען? בקיצור ווער האט זיי מרחק געווען פון אריין קומען אין אפיס פירן די ווירטשאפט?

עליך אייך זאגן. אדמו"ר רז"ל ט"ב, האט פרייטיג מקץ יענס יאר געלאזט רופן בערל פרידמאנען און אים דערמאנט אז בערל האט אים אלס געזאגט אז אויב ער פילט ער איז נישט גענוג געטריי צו אים, וועט ער זיך אפזאגן. האט ער אים געלאזט מעלדן אז טאקע הגיע זמן און ער קען שוין רואיג גיין.

א זונטיג דערויף דאכט זיך, האט דער ברך משה געהערט וועגן די מעשה מיט בערלען (יענע יאר איז געווען א גרויסע געראטשקע שבת חנוכה וועגן די ניגונים, און משה גבאי האט ארויס געפירט דעם בר"מ אינמיטן טיש ביי של"ס. סאו קען זיין וועגן דעם האט מען דאמאלס דערציילט דעם ברך משה וועגן דעם ענין). דער ברך משה האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט, ער האט תיכף אריבערגערופן יעקב הערש שענפעלד, דער סעקרעטאר פון קהל ער זאל שוין גיין זאגן פאר בערל אין  זיין נאמען אז ער איז ארויסגעווארפן. באגלייט מיט שטרענגע לשונות. ער האט נישט געוואלט אן נעמען קיין שום לימוד זכות אויף אים.

זייט יעקב הערש שענפעלד איז דאס געגאנגען זאגן פאר בערל'ען, האט ער זיך פשוט מער נישט געטרויט צו קומען אין קהל'ס אפיס. דאס זענען טרוקענע פאקטן, דברים כהוויתם. יעקב כהנא איז בכלל נישט קיין צד דא. ער איז סייווי געווען קא פרעזידענט אינאיינעם מיט בערל ביז דעמאלט, און פון דעמאלטס און ווייטער איז ער געווען דער איינציגסטער פרעזידענט וואס האט זיך באוויזן ביי מיטונגען.

דאס, און נאר דאס, האט זיי געטריבן צו די אלף שמות אפערע. קיינער אין קהל, האט נאך נישט געהאט גערעדט קיין פיפס געגן בערל.

איז אלזא, אין אנדערע ווערטער די תביעה איז אויב עפעס נאר קעגן דעם ברך משה'ס ווערטשאפט. אדער וועט מען טענה'ן שטאטוטן, און דער בר"מ קען נישט ווארפן, אדער וועט מען טענה'ן אז דער ברך משה איז שוין נישט געווען בדעה צלולה תשס"א. א זאך וואס קיין איין בי"ד וועט נישט אננעמען. על כל פנים, אויף די ערשטע אפציע, איז זיכער אז אין לך תהליכי הקהילה גדול מזה. און ווי רבי ישראל יעקב פישער דריקט זיך אויס אינעם בריוו: דער סכסוך באלאנגט כמובן נאר ביי כ"ק אדמו"ר שליט"א און די דייני הקהילה. אין אנדערע ווערטער, די תביעה איז נישט קיין תביעה וואס מען קען רעדן בכלל. מלך לא דנין אותו. דאס איז דער אפטייטש פון תהליכי הקהילה. פארשטאנען?

והיינו טעמא וואס קהל האט זיך נישט געהאלטן ביים שטעלן צו דין תורה מיט זיי. מען האט זיי געפרעגט איינמאל און נאכאמאל - כדי צו ווייזן פאר נאווארדאק בי"ד אז זיי זענען כלל נישט די ריכטיגע נתבעים דא - לייגט פאר וואס אייערע טענות זענען, וואס און וועם פונקלטליך רופט איר צו דין תורה? עד היום, ועד בכלל, איז נאכנישט געקומען קיין תשובה דערויף. קהל האט געהאלטן, אז מען גייט נישט און מען טאר נישט שטעלן דעם רבי'ן ומנהיג הקהילה צו דין תורה מיט אפאר מחוצפים.

דאס איז אקוראט ווי אז משה פרידמאן - מאנרויער זאל רופן דעם ברך משה צו דין תורה אין תשמ"ט, הלמאי ער האט אים ארויס געווארפן פון ראש הקהלשאפט אין מאנרא.

המהדרין » 29/12/2010 09:27

צוליב די נאכנאדיגע שאלה וואס קומט אן צו מיר אין אישי "וואס דארף איך טון צו באקומען רשות כתיבה?"

רבותי, איר דארפט נאר בעטן רשות, שיקט אונז נישט קיין אינפארמאציע אויף אייך, מיר דארפן נישט און ווילן נישט וויסן וועלכע חסיד איר זענט און וואס איר האט געגעסן נעכטן פאר נאכטמאל...

אויך די וואס זענען אין די פארגאנגענהייט ארויסגעשפארט געווארן קענען באקומען רשות, חוץ די וואס זענען ארויסגעשפארט געווארן פאר גילוי שם. אויב זענט איר פון דיע, קענט איר זיך איינשרייבן און איר וועט בעז"ה באקומען רשות. פארשטייט זיך אז אויב וועט איר פירן וויכוחים נישט לויט די כללי המקום וועט איר פריש ווערן אויסגעשפארט.

יעדער איז צופרידן פון די זאכליכע אופן מיט וועלכע די וויכוח אין דעם אשכול און אין אנדערע אשכולות ווערן געפירט, די חברים ווילן נישט זיך פלוצלינג טרעפן מיט פרישע 10 ניקס וואס האבן א מטרה פון פארדרייען און אראפשלעפן דעם שמועס.

מיט האפענונג פאר פארשטענדעניש.

נ.ב. איך וויל נאכאמאל דערמאנען אז עס איז בשום אופן נישט אויסגעהאלטן צו ענטפערן אופן פורום פאר אזאנע וואס זענען אויסגעשפארט געווארן און ניצן "אישי" צו בלייבן א חלק פונם פורום, דאס זעלבע איז ריכטיג ווען אזאנע ניצן אנדערע פורום'ס אונז צו אטאקירן וכדו'.

שטערט אייך נישט און זייט ממשיך דעם העכסט באלערענדע שמועס.

_________________

zibala » 29/12/2010 18:26

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
1. האט נישט דער ברך משה פונקט אזוי אריינגעשטעלט אין בורו פארק זיין איידעם רב מייזליש? האט ער דען נישט די רעכט צו האבן די זעלבע כח אין בורו פארק ווי רז"ל אין וומ"ב? דער ברך משה האט קיינמאל נישט מרמז געווען אז רז"ל זאל באקומען עפעס א הנהגה אין בורו פארק, ממילא פונקט ווי אין וומ"ב פארשטייסטו אז די מוסדות קען נישט געפירט ווערן דורך מענטשן וואס זענען נישט לויאל צו דער ארטיגער רעכטפולער רב, די זעלבע מעג מען פארשטיין אויף רב מייזליש'ן, דער ארטיגער רעכטפולער רב,

זעהר גערעכטע טענות - אבער ביים די"ת ביטע

2. איך ווייס נישט וואס דיין סברה איז אז די הויפט תובעים ותביעה איז מטעם קרית יואל, איך הער עס יעצט צום ערשטן מאל, די הויפט תובעים אין וומ"ב זענען, בערל פרידמאן, דוד הויער אין יצחק ראזענבערג, זיי האלטן זיך אלס ראש הקהל, און סגן ראשי הקהלה, פון קהל יטב לב וומ"ב, נישט עקשטיין אדער לישע הורוויץ,

זיי האלטן זיך פאר ראה"ק טאקע, אבער ווי ארויסגעברענגט הונדערטער מאל האט קר"י גערופן די די"ת

3. אט די הויפט תובעים פון וומ"ב האבן נישט קיין ענדגילטיגן כח צו פארהאנדלען איבער די קהלה ומוסדות אין קרית יואל, ס'זענען דא פילע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות, פון קרית יואל, וואס זענען לגמרי נישט אויף די פאפירן פון די וומ"ב קעיס, וואס אן זייער גיטהייסונג קען מען מעגליך נישט פארהאנדלען איבער די ארטיגע מוסדות,

כנ"ל די תובעים זענען בעה"ב אין קר"י, ועוד לו יהא כדבריך, וואס ארט דיר דאס צוברענגן פאר בי"ד, פאר א די"ת?

4. ס'נאר דא איין איינציג וועג וויזוי מ'קען מברר זיין צו חסידי מהר"א זענען מוכן לעמוד לדין איבער קר"י, נאר אז מ'שיקט די ארטיגע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות א הזמנה כדת וכדין, אזוי ארבעט דער דרך העולם, אזוי לאנג איר טוט דאס נישט האט איר נישט קיין שום פראוו אז זיי ווילן נישט קומען צו דין תורה,

די פראוו איז אז רעבארען האלט נישט ביים שרייבן קיין שט"ב, אפגעזעהן יא הזמנה נישט הזמנה, דאס האט יעצט געקענט געברענגט ווערן פאר א בי"ד, נאר אביסעלע טינט פון זיין פעדערל מיט א גאנצע זאק מיט תירוצים האלט עס אפ

כל הנ"ל כבר הערתי עשרות עשרות פעמים בין כותלי הפורום

ככלב שב על קיאו

ודי בזה כי הארכתי יותר מידי

_________________




תוקן על ידי zibala ב- 29/12/2010 18:51:54

טאטעלע » 29/12/2010 19:53

דא איז א קאפי פון הזמנה פון בית דין בית יוסף, די ערשטע צוויי תובעים זענען דוד עקשטיין און משה שעהר, דער פרעזידענט און ווייס פרעזידענט פון קהל יטב לב קרית יואל.

בערל פרידמאן מאן דכר שמיה און אפילו דוד הויער וואס סקאט מאלען זאגט אז ער איז א תובע, שטייט אויך נישט אויף די הזמנה.

[בילד – נישט אפגעהיט]

נארפאקטן » 29/12/2010 22:47

לידיעה בּעלמא, ר׳ משׁה שׁעהר ע״ה האט נאך דאן געוואינט אין וומ״ס,


Plywood » 29/12/2010 22:49

ווען האט ער געמופט?

Plywood » 29/12/2010 23:51

עס קוקט אויס אז דו ווייסט נישט ווען ער האט געמופט, ר' משה שעהר האט געמופט קיין מאנראו נאך אין נ"ט (אפשר אנפאנג ס'), ער האט שוין לאנג געוואוינט אין מאנראו ווען מען האט געשיקט די הזמנה, (אפילו ר' אהרן האט שוין דעמאלטס געוואוסט אז ער וואוינט דארט, און ער איז נישט סתם דארט פאר א שמחה... כידוע)

דאס איז טיפיקעל ארוניזים, שיסן ליגנדס אין די וועלט אריין, אפילו ווען עס איז נישט מעלה ומוריד און וועט גארנישט אויסמאכן.

Plywood » 30/12/2010 23:21

ב"ה די טענה'ריי דא אין דעם אשכול איז געווען גאנץ פיין, עס איז געווען באלערענד, אינפארמאטיוו, און תוכנ'דיג. טטילמאל האט מען טאקע געענטפערט שלא מן הענין און אוועקגעפארן פון די רעלסן, אבער אין אלגעמיין איז אלעס געווען זייער אינהאלטס'פול (אפילו די תגובות שלא מן הענין) און צוגעגאנגען אויף א פארהעלטניסמעסיג ציוויליזירטן אופן (הלוואי אויף אלע אשכולות געזאגט),

איינער פון די שטארקע פראבלעמען וואס איז געווען דא אין דעם אשכול, אז מען האט זיך צופיל איבערגע'חזר'ט, מאכע האבן געהאלטן אין איין איבערזאגן זייערע פאינטס, טראץ דעם וואס מען האט דאס שוין לאנג געהאט געענטפערט, און טייל דערפון האט מען גאר שטארק אפגעפרעגט, האט עס זיי נישט צוריקגעהאלטן פון עס סתם איבער'חזר'ן, און מען האט זיך אפילו נישט געשעמט ארויסצושרייבן אז מען האט עס שוין פריער געשריבן, און דאך חזר'ט ער עס איבער, באמת האט מען טאקע טיילמאל צוגעלייגט א געדאנק און מוסיף געווען אויף וואס מען האט פריער געשריבן, און פרובירט צו פארענטפערן וואס איינער האט געפרעגט, אבער רוב תגובה איז געווענליך געווען סתם איבערגע'חזר'ט פון פריער אהן קיין שום הוספה

אני הקטן זעהענדיג וויאזוי עס גייט צו, און האבענדיג א תאווה אריינצווארפן מיינע צוויי סענס, האב איך צוליב דעם גענומען א מהלך פון פרובירן צו ענטפערן און שרייבן דירעקט אין יענעמס תגובה, אזוי ווערט נישט סתם איך שרייב מיינע פאינטס און דו דיינע נאכאמאל און נאכאמאל, נאר מען ענטפערט יענעם, און אויף דעם אופן זעהט מען קלאר וואס יענע האט געפרעגט און וואס מען האט אים געענטפערט.

כמדומה לי האט דאס גאנץ פיין געארבייט, אסאך זאכן וואס מען האט ביז היינט נישט געהעריג געענטפערט, האט מען דא שיין געענטפערט, פילע פרטים וואס מען האט ביז היינט נישט געהעריג ארויסגעברענגט, זענען דא ארויסגעברענגט געווארן, דורך דעם אופן פון ענטפערן אין יענעמס תגובה אריין, און איך מיין אז אסאך חברה זענען ארויס דא סך קלארער מיטן ענין פון די"ת און זיך איבערצייגט מיט מער אינפארמאציע, למי החותמת ולמי הפסולים, ווי דער די"ת איז געווען א פשוט'ער געים פון די ארונים, ברצותם מרחיב וברצותם מקצר, אמאל איז וומ"ס אין קר"י איינס. און אמאל איז דאס אזוי כרחוק מזרח ממערב אז ניטאמאל א תביעה נגדית קען מען האבן, כהנה וכהנה, ווי איר קענט זיך איבערצייגן דורכלייענענדיג די תגובות.

סקאט מאלען, איז געווען דער עיקר וואס האט דא גע'טענה'ט פאר צד האהרונים, ער האט מער ווייניגער שטארק ארויסגעברענגט די טענות פון די ארונים, איך האב בעיקר געענטפערט פאר אים, אין זיין תגובה אריין, דער סקאט האט מיינסטנס געענטפערט אין באזונדערע תגובות, ווי ער האט בעיקר איבערגע'חזר'ט די פריערדיגע, און צוגעלייט עטליכע פרישע זאכן וואס איז בעיקר באשטאנען, פון הומאריסטישע לאזונגען און צינישע פראזן, וואס אויף דעם אופן האט ער פרובירט צו צעמישן און צעווישן דעם אנדערנס תגובות, איך האב פרובירט זיך נישט צולאזן און ווייטער געענטפערט אין זיין תגובה אריין מיט מער מרחיב זיין את הדיבור, אז זיינע טענות -ערנסטע און צינישע- זאלן זיין פארענטפערט, ווי איך אנגעהויבן דא דעם שמועס, מיין איך אז איך האב גאנץ מצליח געווען אין אים אפצוענטפערן אין אויפווייזן אז עס איז פונקט פארקערט.

למעשה, האט דער סקאט נאכדעם אויפגעהערט צו ענטפערן, איך האלט אז די סיבה איז ווייל ער האט פשוט נישט וואס, אבער ער האט אויבן געשריבן אז ער האט שוין באמת נישט קיין נערוון, און מען קען ווען זאגן אז דאס איז די סיבה, למעשה האב איך היינט אריבערשפאצירט אקעגנאיבער, און דארט אין שכינות באמערק איך ווי דער סקאט האט זיך געלאזט הערן מיט א רעאקציע אויף וואס עס שטייט דא, דאס מאכט מיר אביסל מער טראכטן אז די סיבה פארוואס ער ענטפערט נישט דא איז צוליב וואס ער האט נישט וואס. איך האב אבער באשלאסן יא צו ענטפערן אויף וואס ער שרייבט דארט טראץ דעם וואס ער האט עס נישט דא געשריבן, און אויפווייזן וואס פאר א מסלף ער איז און וויאזוי שרייבט איבער זאכן וואס מען האט אים שוין לאנג אפגעוואנדן, נאר ער פוצט עס צו מיט אביסעלע ציניזים כדרכו בקודש, ווי אויבנדערמאנט.

דאס איז וואס סקאט שרייבט:

די טענות הזאלונים אבער די טעמע פון קרית יואל האלטן זיך אין איין טוישן יעדן טאג, שקר, ווי איך וועל שוין שרייבן אין ווי נאר איין טענה פאלט אוועק פארן זיי גלייך צים נעקסטן, מצידי האב איך נישט קיין פראבלעם צי מיטגיין מיט זייערע אלע פרישע תירוצים, ווייל איך קען באשטיין באמת צו וויסן וואס דער יסוד פון זייער טענות זענען, עס זענען דא עטליכע טענות דאס מיינט נאכנישט אז ווען מען רעדט פון איינס איז די אנדערע אפגעווארפן, און אש מען איז זיך סותר

קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט דעם המצאה אז נישט מער און נישט ווייניגער היות ר' זלמן לייב האט אסאך אנהענגער אין קרית יואל, קומט זיך פאר זיינע חסידים פון די נכסי הקהלה והמוסדות פראצענטועל, לויט וויפיל איינוואוינער ס'וואוינען דארט, אן קיין פארווען אן קיין פארוואס, קודם, עס איז נישט קודם, עס איז איינער פון די טענות,, און עס איז א שטארקע תביעה, דאס מיינט נישט אהן קיין פארוואס און אהן קיין פארווען

פארשטייט זיך דער סברה איז זייער אינגיכן געפאלן אין שלאכט, ערקלערנדיג אז פראצענטן טיילט מען נאר ווען ביידע צדדים האבן עפעס א יסוד פאר זייער תביעה, נאכער קען מען מאכן א "פשרה" למען השלום, אבער משורת הדין, קען אזא טענה נישט לעבן קיין איין רגע, אויך שקר ווען איז דאס געפאלן אין שלאכט? איך וועל דא איבערלייגן די טענה'ריי פון פריער אויף דעם:
"
     דאס איז וואס דו שרייבסט (אין באלד): 
    . היות ר' זלמן לייב האט אנהענגער אין קרית יואל, מוז מען איהם געבן פראצענטועל און א פארווען אן א פארוואס,

       פארוואס הייסט דאס אהן א פארוואס און א פארווען אויב האט ער אנהענגער? אז איז זייער א שטארקע און גערעכטע    טענה
 
      איך האב ביסל גענישטערט בנוגע די באבובער די"ת וואס איז אויך א גרויסע קהילה, און עס האט דעם זעלבן פראבלעם אז מען קריגט זיך ארום ווער עס איז רבי, וואס דאס איז אייגנטליך דא אויך דער סכסוך, לויט ווי איך זעה דארטןטענהן די מרדכי דוד'ס צוויי טענות איינס ירושה און נומער צוויי דאס וואס דו רופסט אהן א פארוואס און פארווען, דאס הייסט אז זיי האבן פראצענטואל א גרויס חלק און ממילא קומט זיך זיי לויט דעם, וואס צוליב די טענה איז בעיקר געווען די וואלן, צו זעהן וואס עס זענען די פראצענטן (אגב מען קען זיך אסאך ארויסלערנען פון די באבוב'ער די"ת סיי לגבי וומ"ס און קר"י און ב.פ.)

האסט א טיפער טעות די יסודות פון די טענות פון ביידע צדדים אין באבוב, איז אז יעדער האלט אז "כולו שלי" און זיי זענען די אויסשליסליכע יורשים, דאס וואס מציילט די פראצענטן, איז נאר ווייל מ'מאכט א "פשרה" למען השלום, דוק ותשכח וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט

איך ווייס נישט פונקטליך ווי טיף מיין טעות איז, אבער דו מאכסט דא א זיכערען טעות, מרדכי דודס טענות איז קלאר געבויעט אויך אויף קהילה שנתפרדו, קוק אין אלע זייערע קונטריסים און הער זייערע טעיפס, וועסטו דאס הערן קליפ און קלאר, אז איך וועל האבן צייט מארגן און איך וועל טרעפן די סחורה אנליין (איך דענק אז עס דארף זיין) וועל איך עס בל"נ פרובירן ארויפצולייגן,

אגב דאס וואס דו שרייבסט אז מציילט די פראצענטן נאר ווייל ממאכט א פשרה, קלער איך אז דאס קען זיין נאך א סיבה פארוואס די זאליס ווילן מען זאל רעדן פון קרית יואל ווייל זיי ווילן מען זאל מאכן א פשרה למען השלום, בפרט ווען די וומ"ס סכסוך קען אויך זיין אז עס בי"ד וועט וועלן וויסן די פראצענטן כדי צו קענען מאכן א פשרה למען השלום, איז פארוואס זאל מען דאס נישט טוהן אין קר"י למען השלום?, אין קר"י דארף נישט זיין קיין שלום? (איך קלער אפשר דארף טאקע נישט זיין ווייל אין קר"י איז אלעמאל שטיל, דאס איז בדרך אפשר איך ווייס נישט)"

ע"כ פון פריער דא אין דעם אשכול, דא גיי איך צוריק צו סקאטס תגובה אין כל העולם.

איך זעה נישט דא פארוואס עס איז געפאלן אין שלאכט,

אזוי ווי איך האב געשריבן אז איך וועל פרובירן צו ברענגען פון באבוב, וועל איך עס בל"נ אראפברענגען אין די נעקסטע תגובה


איז מען געגאנגען צום נעקסטן טענה, אז זיי האבן יא לעולם א תביעה פאר קרית יואל, פארוואס? אדער ווייל ר' זלמן לייב איז תובע בשם געוויסע ראשי הקהלה וואס מ'האט 25 יאר צוריק ארויסגעווארפן, אדער אז ר' אהרן איז געווארן אויס מרא דאתרא פון קרית יואל, און ר' זלמן לייב האט איהם איבערגענומען, ווי שוין געזאגט אויבן איז עס נישט געגאנגען צום נעקסטן, עס איז נאך איינס פון די טענות (עס איז אינטערעסאנט אז ביים אנהייב פון דעם אשכול האסטו עס אויך געזעהן אז עטליכע תשובות, און נישט איינס אפגעפרעגט און געגאנגען צום נעקסטן, דאס האסטו געשריבן: "וואס איך האב נעכטן געפרעגט איז וואס פונקטליך די טענה פון ר' זלמן לייב האט אויף קרית יואל, גארנישט מער, וואס אויף דעם האב איך באקומן 4 תשובות", דא האסטו צוליב דיין דעמאגאגישן און ציניזים מהלך פון רעאגירן צו זאכן באשלאסן עס אזוי אראפצושטעלן)

און דאס איז די דין אברים ווען דו האסט  געשריבן די זעלבע טענה אויבן:
"

2. אז ער איז תובע מטעם די בני יואל ראשי הקהלה וואס מ'האט ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק,

ר' משה פר"מ און ר' שלמה מיכל ראזנער ועוד וועמען מען האט ארויסגעווארפן פאר 25 יאר צוריק זענען נישט די ראשי הקהילה אין בני יואל, זיי זענען די ראשי הקהילה ביי די זאליס אין קר"י-
-
-מאכט נישט קיין חילוק, למעשה ווען מ'האט זיי ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק האט עס גארנישט געהאט מיט ר' זלמן לייב, ממילא איז א לצנות צי זאגן אז ר' זלמן לייב זאל ווערן א מחותן 15 יאר שפעטער,

דו רעדסט שטותים, אויב איז דא א טענה אז וויבאלד בערל פר"מ קען זיין אז ער איז די ראה"ק און במילא קען ער זאגן ווער עס וועט זיין רבי, איז אויב ר' משה פר"מ קען זיין ראה"ק ווייל 15 יאר צוריק האט מען עפעס געטוהן שלא על פי דין, קען ער אויך זאגן ווער עס וועט זיין רבי אפילו עס איז 15 יאר שפעטער

3. אז ער איז דער סאטמארע רבי בכל קצבי תבל ממילא איז ער דער בעה"ב איבעראל, און מרא דאתרא אין קרית יואל

איך ווייס נישט צו דווקא אלס קצווי תבל, אבער ער האט געוויסע טענות אויף וואס א די"ת קען חל זיין (נאכאמאל, קענסט האלטן אז ער גייט נישט געווינען אבער א די"ת קען זיין און דארף זיין) קודם כל איז די אויבנדערמאנטע אז זיינע ראשי הקהילה האבן אים אויפגענומען, עס איז דא געוויסע בריוון פונם ברך משה זי"ע וואס געט צו א שטארקן געוויכט אויף די טענה און קען זיין נאך

-
--בקיצור די טענה'סט אז ר' אהרן איז געווארן אויס מרא דאתרא, און ר' זלמן לייב האט איהם איבערגענומען, מסכים

איך טענה נישט גארנישט, איך זאג נאר אז במציאות איז דא פאקטן, וואס גיט אים געוויסע רעכטן, ביי א די"ת, און יא עס קען זיין אז אויב וועט זיין א געהעריגע די"ת איבער קר"י איז דא טענות אז עס קען אפשר זיין אז ר' אהרן האט נישט קיין רעכט אויף די מרא דאתרא'שאפט

4. אז קרית יואל איז א חלק פון וומ"ב ס'איז די זעלבע בעלי בתים, און ווער ס'איז בעה"ב אויף וומ"ב איז אטאטמאטיש בעה"ב אויף קרית יואל,

איך ווייס נישט צו עס איז ממש אינגאנצען אזוי און צו עס גייט אויטאמאטיש, אבער א טענה איז לכאורה דא עס איז דא געוויסע נכסים וואס בעצם באלאנגט דאס פאר וומ"ס און מען האט עס בגניבה איבערגעשריבן, עס איז דא זאכן וואס פלעגט ווערן פארוואלטעט און געצאלט דורך וומ"ס, און אויך קען טאקע זיין אז עס אזוי ווי דו זאגסט אז וומ"ס האט בעצם א חלק בעלות אויף קר"י, כידוע איז דאס גאנע עפענען א קארפארעישאן בשעתו געווען נאר אויפן ביה"ח, און שפעטער איז עס איבערגעגאנגען אויף נאך זאכן, אלענפאלס עס איז דא אויף וואס דן צו זיין,-
-
איך פארשטיי לגמרי נישט וואס די רעצט, אדרבא זיי מסביר, ווי ווייט איך ווייס זענען די חדר מיט די מיידל סקול אין קרית יואל אלס געווען א באזונדערע לעגאלע קארפארעישן, מ'האט עס קיינמאל נישט איבערגעשריבן בגניבה נאך די מחלוקה, די זעלבע מיט די בתי מדרשים, איז אויך א באזונדערע לעגאלע קארפארעשן וואס איז געווארן זעלבסטשטענדיג, מיט די הסכמה פון וומ"ב, סאך פאר די מחלוקה, דאס מיינט מ'האט עס קיינמאל נישט ציגענומען פון ר' זלמן לייב'ס חסידים,

די איינציגע זאך וואס איז געווען א שטיקל מדובר איז די בניני מתיבתא, און די ביה"ח, וואס דאכצעך אז קיין איינע פון די איז נישט די רעדע דא, ווייל אויף דעם זענען די ארונים אויך מודה אז ס'געהער צו די וומ"ב סיכסוך

בקיצור דאס איז אזוי און דאס איז אזוי, דער בנין פון ביהמ"ד האט מען איבערגעשריבן וכהנה וכהנה,

אונטערשטע שורה אז עס איז דא גענוג און נאך סיבות פארוואס עס איז שייך א די"ת אין קר"י און איך זעה נישט וויאזוי מען קען זאגן אז עס בכלל נישט שייך צו גיין צו א די"ת"

ע"כ פון פריער דא אין דעם אשכול, דא גיי איך צוריק צו סקאטס תגובה אין כל העולם.



לאמיר אנעמען אז רגלים לדבר, צו די אויוונדערמאנטע טענות, איך זעה נישט וויזוי, אבער לאמיר זאגן
for argument sake
, אז יא, מיינט דאך דאס אז קרית יואל איז כדאי לעצמו, אין ס'לגמרי נישט אנגעוויזן אין וומ"ב, לו יצויר אויב מאיזה סיבה וואלטן די אהרונים קיינמאל נישט תובע געווען וומ"ב, וואלטן די זאליס פונקט אזוי געקענט גובה זיין קרית צו צוליב טענת משה מאנרוער אדער צוליב טענת מרא דאתרא, נו אויב אזוי וואס געבט דיר רעכט צו משלב זיין די צוויי דין תורות אין מאכן איינס, דאס זענען דאך באזונדערע קהלות, באזונדערע מקומות, אנדערע מעמבערס, אנדערע טענות, אנדערע צדדים,
ממילא אויב האסטו א תביעה איבער קרית יואל ווער לאזט דיך נישט שיקן א הזמנה לדין תורה, און מ'וועט ביידע באזונדער דן זיין כדת וכדין

וואס זאל מען אבער טוהן אז דער שו"ע לאזט יא צו אזא מין מושג ווי תביעה נגדית, און ע"פ הלכה איז דאס כדת וכדין.

לאור הנ"ל, האט זיך נעכטן געטוישט דראסטיש די ניגון, אז נישט אז מ'האט בלויז "אויך" א תביעה אויף קרית יואל, נאר קרית יואל איז גאר איינס מיט וומ"ב, ס'איז ממש היני הך, די זעלבע ראשי הקהלה זענען בעה"ב אויף ביידע, די צדדים זענען די זעלבע, ס'ממש איין זאך, ממילא מוז קרית יואל אויך אריינגענומען ווערן אין די זעלבע נושא, ווייל מ'קען נישט דן זיין איבער נאר א חלק פון די זעלבע נכסים,

עס איז נישט לאור הנ"ל, און עס איז נישט דראסטיש געטוישט די ניגון, און ניטאמאל קומט עס פון די זאליס, עס איז א טענה וואס די ארונים האבן שטענדיג גע'טענה'ט, און עס אימפלעמענטירט צו פיגורירן אלס תובעים קעגן ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין, די טענה איז צד האהרונים ביי יענע הזמנה, און אויב דו האלטסט אז עס איז נישט אזוי, דעמאלטס ענטפער דו טאקע, ווי קומען די קרית יואל'ע ראשי קהילה אריין ביי יענע הזמנה אלס תובעים??? (נישט אז עס וועט משנה זיין, ווייל בשעתו האט מען קלאר געשריבן און געשריגן אז די סיבה איז ווייל אלעס איז איינס, איך בין נאר סתם נייגעריג אויף דיינע זיסע ספינס)

אויב דאס איז גאר די סברא, בין איך מער צימישט ווי בעפאר, און איך פארשטיי לגמרי נישט וואס די מילער איז דא, וואס האבן די זאליס צו מורא האבן, אפי' די אהרונים זאלן נישט אינטערשרייבן אז מ'מוז אויך רעדן פון נכסי קרית יואל, וועט זיי עס ממילא גארנישט העלפן, צו זיי ווילן יא צו נישט איז עס אטאמאטיש אויפן טיש, ווייל ס'איז דאך איינס,

פונקט ווי איינער זאל רופן איינעם צו די"ת איבער א הויז, און די הויז האט א קאך, א שלאף-צימער א דיינונג רום א טוילעט אין א בעיסמענט, וועט דען איינעם עולה על הדעת זיין אז אויב מ'זאל נישט ארויסשרייבן ברחל בתך אז אינעם דיון איז אויך נכלל די דיינינג רום, איז דער דיינינג רום דען אויסגעשלאסן? דאס איז אזאך וואס מ'דארף מיטאמאל פארלאנגען, ממילא אויב איז עס איינס, איז עס אטאמאטיש נכלל אין די דין תורה, צו די אהרונים ווילן צו נישט,

דאס איז שטותים גערעדט, ווייל הא גופא איז טאקע זאגן וואס מען שרייבט אריין אייביג און מען שלאגט זיך ארום, איינער האלט, אז דאס איז יא אריינגערעכנט, און איינער האלט אז נישט, למשל אויף די צוריקגעצויגענע הזמנה האלטן די ארונים אז עס איז אויטאמאטיש אויך נכלל די מוסדות, גיי ווייס פארוואס, און די זאליס האלטן אז נישט, איז אויב דאס ווערט נישט אויסגעשמועסט פאר די די"ת, וואס אלס עס איז איין זאך, און אויב אפילו עס איז נישט איין זאך, צו מען זאל אויך רעדן דערפון ווייל עס האט א שייכות, וועט מען קענען אפילו ענדיגן די די"ת און האלטן ביי א' לגבי די אנדערע זאכן,

און ווי געזאגט איז דאס א טענה פון די ארונים אז אלעס איז אויטאמאטיש איין זאך, די זאליס טענה'ן אז עס זענען דא זאכן וואס זענען טאקע איין זאך, און עס זענען דא זאכן וואס קען זיין אז עס איז איין זאך, און עס איז דא זאכן וואס זענען טאקע נישט ממש איין זאך אבער עס האט א געוויסע שייכות, אדער מען האט געוויסע טענות דערויף.

און דא וויל איך טאקע צוקומען צו די אלע הייפאטעטיקעל קשיות, אויב וויל מען גיין צו די"ת, פארוואס זאל מען נישט טוהן אזוי אדער אזוי?

איך מיין אז לאור הנ"ל איז זייער פארשטענדליך, וויאזוי די זאליס ווילן עס זאל צוגיין, אזויי ווי עס זענען דא זאכן וואס זענען טאקע איין זאך, און עס זענען דא זאכן וואס קען זיין אז עס איז איין זאך, און עס איז דא זאכן וואס זענען טאקע נישט ממש איין זאך אבער עס האט א געוויסע שייכות, אדער מען האט געוויסע טענות דערויף, איז פשוט א שאד און נישט ריכטיג צו האבן עקסטערע די"ת אויף יעדע זאך, מען וועט זיך קודם ארומשלאגן יארן וואס האט צוטוהן מיט וואס און ווער האט צוטוהן מיט וועם, און ווען האט עס צוטוהן מיט יענס, אייביג אדער נאר אין אזא אין אזא פאל און אויף אזא און אזא אופן, ביי יעדע די"ת וועט מען דאס עקסטער איבער'חזר'ן, און עס קען גאר זיין אז די זעלבע מענטשן וועלן דא טענה'ן אז עס איז אזוי און ביים אנדערן וועלן זיי טענה'ן פארקערט, (אזוי ווי מען זעהט דא), כהנה וכהנה, און עס וועט אפקאסטן געלט, צייט, כח, און עגמ"נ. און עס איז דא סך א גרעסערע טשענס אז מען זאל נישט פסק'ענן ריכטיג, און עס זאל גאר ארויסקומען קאנפליקטינג פסקים, א.א.וו.

דאס איז ווי מען זאגט א הייפעטעטיקל סיבה וואס קען זיין די סיבה פארוואס די זאליס גייען אויף דעם אופן, און איך וויל טאקע וויסן לשיטת האהרונים לאמיר זאגן אז עס איז נישטא אזא מין זאך ווי תביעה נגדית, נאר די זאליס האבן זיך עס אויפגעמאכט, און קרית יואל און וומ"ס זענען נאר איינס ווען עטס ווילטס און ווען עס ווילטס נישט האט עס טאקע נישט קיין שייכות, וויאזוי זאגט סקאט  for argument sake ווי נישט ווי דארף די זאך אנקומען צו א בי"ד און עס איז א גרויסער חילול ה', איז טאע נישט גערעכט די טעכנישע וועג וויאזוי די זאליס רופן אז מען זאל קומען צו די"ת, פארוואס ווילסטו נאר קומען אויב מען שיקט דיך אן עקסטערע הזמנה? וועסט דאך דעמאלטס במילא מוזן קומען, אויב האלטסטו טאקע אז זיי האבן נישט קיין שום שאנס און דאס איז אפילו די סיבה פארוואס זיי שיקן נישט קיין עקסטערע הזמנה, דעמאלטס דארפט עטס זיכער נישט מורא האבן און טאקע יא גיין צו די"ת און זאל טאקע יעדער זעהן אז זיי האבן נישט קיין שום טענות,

איך האב שוין נישט קיין נערוון צו שרייבן, עס קען זיין אז עס פאלט אריין אפאר טעותים איך האב נישט געהאט קיין צייט און קיין נערוון עס איבערצוגיין, אויב איך וועל באמערקן עפעס א טעות, וועל איך עס פרובירן צו פאררעכטן אין א אנדערע תגובה אין א קומענדיגע געלעגענהייט

Plywood » 30/12/2010 23:30

דא וועל איך אראפברענגען וואס כהאב געטראפן אין באבוב'ער פארום, פון צד ר' מרדכי דוד וואס זייערע טענות זענען, ווי מען זעהט קלאר אז ווען קומט צו א די"ת איבער א געוויסע זאך קען מען קומען פון עטליכע פראנטן מיט עטליכע טענות, און עס מיינט נישט אז אויף יעדע טענה דארף זיין אן עקסטערע די"ת און הזמנה, (ליהוי ידוע אין באבוב איז קיינמאל נישט געווען קיין הזמנה בכלל, יא מען קען מאכן א די"ת אהן שיקן אן הזמנה, די הזמנה איז נישט דער עיקר אדער מעכב, עס איז נאר א טעכנישער חלק וויאזוי מודיע צו זיין א צד אז מען האט א טענה)

ווי אויך זעהט מען דארט אז קהילה שנתפרדו איז א געהעריגע חלק פון די תביעה, און נישט א זאך וואס דער בי"ד טוט אלס פשרה,
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא איז א לינק צום באבוב'ער פארום פון דעם
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2312583&whichpage=&forum_id=13951#R_1

שימעלע » 31/12/2010 17:03

מיט א שער בלאט פון א קונטרס איבער די באבאוו דין תורה ווילסטו אפענפרן די סירוב לדין פון ענקער צד?

שימעלע » 31/12/2010 19:37

היוצא לנו מכל אלו, קום מיר אלס צוריק צום ארגינעלן טענה וואס די אהרונישע קהלה טענה'ט שטענדיג אין זייערע אלע מודעות

דהיינו,

דא זענען דא 2 צדדים, יעדער האלט אז הדין עמו, יעדער צד האט גאר שטארקע נגיעות וואס נייגן זיין שכל צו פארשטיין אז זיין צד איז 100% גערעכט, אין דער צד שכנגדו נישט,

דאס איז נאטורליך, ס'איז אזוי זייט וועלט איז וועלט, ס'קיין שום עוולה נישט, יעדער האט א רעכט צו האלטן אז ער איז גערעכט,

וואס טוען סיוויליזירטע מענטשן וואס קענען פארשטיין, אז אפשר בין איך לעולם נישט גערעכט און די סיבה פארוואס איך האלט מיט אזא זיכערקייט אז הדין עמנו איז אפשר ווייל איך בין משוחד צו מיינע נגיעות, וואס טוט מען אין אזא פאל? מ'שטעלט זיך צו א דרויסענדיגע פאראנטווארטליכע בי"ד בלי שום חשש נטיעה ונגיעות, און אט דער בי"ד וועט פסק'ן ע"פ יושר,

דאס איז די אלף בית פון יעדן סיוויליזירטע געזעלשאפט,

למשל,

אויב איין צד האלט אז דא איז גילטיג "אין נזקקין" און דער אנדערע האלט אז נישט,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

אויב איין צד האלט אז א געוויסער פארשוין איז אויך א צד אין מוז אויך זיך משעבד זיין צום פסק און דער אנדערע האלט אז נישט
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

אויב איין צד האלט אז "תביעה נגדיות" מיינט אז מ'קען צווינגן צו כולל זיין אין די זעלבע דין תורה אנדערע נכסים, און דער אנדערע האלט אז נישט, נאר עס זאל באזונדער באהאנדלט ווערן,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

אויב איין צד האלט אז מ'מוז ארויפברענגן אדמור"ת וירושה און דער אנדערע האלט אז נישט,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,


אויב איין צד האלט אז "תובע הולך אחר הנתבע" מיינט אפי' א היסטארישע שונא צו דער צד שכנגד, אדער א בי"ד וואס האט געשריבן א "קשר בוגדים" מודעה, און דער אנדערע האלט אז נישט,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

דאס מיינט מ'זאל שטעלן א בי"ד וואס זאל זיך בלויז קאנצעטרירן אויף די אויווענדערמאטע טענות, אין איינמאל מ'שליכטעט די אלע הקדמות טענות, וועט מען דאן אנהויבן די דין תורה לויט די אנווייזונגען פון דעם בי"ד,

קרעדיט: סקאטמאלאן

zibala » 31/12/2010 19:54

נו ווי זענען די שטרי בירורים פונעם מאנראוער?

פאולוויניק » 31/12/2010 20:12

שימעלע מיט סקאט

הוא אשר דברנו, לייגט נישט קיין הגבלות לאזט בית דין באשלוסן אלעס, ר' אהרן זאגט פאר שמיד איך וויל בשום אופן נישט דן זיין איבער קרית יואל, איך וויל נישט חתמ'ן שט"ב אויף דעם, און איך וויל נישט די ראשי קהלה חתמ'ן בנוגע קרית יואל,

בעטן מיר דיך שימעלע מיט סקאטעלע: בעט ר' אהרן ער זאל מסכים זיין צו דיין פארשלאג, ושלום על ישראל,

שארטקאט » 31/12/2010 21:37

ועדיין לא נושענו

ר' דוד שמידט קומט אין בעט גייט צו דין תורה און שרייב אונטער שטרי בירורין אבער ר' אהרן מיט זיינע תירוצים און אמתלאות דרייט זיך ארויס, און זאגט איך שרייב נאר אונטער מיט תנאים, פרעגט מען אולי שרייב אונטער אויף דעם אליין אויב די האסט רעכטן צו מאכן תנאים זאגט ער בלא איך וויל נישט,

עד מתי ווילאנג נאך וועסטו מיט דיין סבלנות צוריקהאלטן א יושר'דיגע ערליכע דין תורה, שטעל דיך צו דין תורה צו א בית דין כשר אן קיין תנאים, גענוג דיין חילול שם שמים פון צעהן יאר ערכאות,

jhol » 2/1/2011 16:29

איך פאר שטיי נישט וואס דא גייט פאר .       סקאט האט זייער קלאר געשריבן אז אויב איין צד האלט אז א געוויסע פארשוין איז אויך א צד אין מיז אויך זיך משעבד זיין צום פסק און דער אנדערע צד האלט אז נישט.     איז דארף מען מען גיין צי דין תורה איו זיי דארפן דאס פאסקענן.           און אויב דין תורה וועט פאסקענען אז ווילי און ק''י איז איינס דעמאלס וועט ר' אהרן דארפן אינטער שרייבן שטרי בוררין און אויב איז נישט .    אבער קודם גייט צו דין תורה און שטעלט פאר אייערע טענה אז ק''י און ווילי זענען איינס.    און אויב דין תורה וועט פאסקענן אז ס'איז איינס און ר' אהרן וועט נאך אלץ נישט אינטער שרייבן.    דעמאלס וועלן ענק זיין דער געווינער.    איו ענק וועלן נישט דארפן גיין ווייטער צי דין תורה. אבער ביז דעמאלס זענט ענק דער מסרבים לדין תורה.
איך בעט מער זאל נאר ענפערן צי דער זאך און נישט סתם פארדרייען דער מוח מיט ספינם אזוי ווי איר האט פריער געטעוהן. 

Plywood » 2/1/2011 16:56

JHOL איך האב אן אנדערן פארשלאג, קודם זאל מען גיין צו די"ת אויב ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין זענען א צד,און דערנאך אויב בי"ד וועט פסק'ענען אז זיי זענען א צד, וועלן זיי אונטערשרייבן שט"ב, וואס זאגסטו צו דעם פארשלאג?

אגב די זאליס פארלאנגען אז ר' אהרן דארף אונטערשרייבן אפילו נאר אויף וומ"ס

נ.ב. כדי צו קענען פארלאנגען אז יענער זאל ענטפערן צו די זאך, ברויך מען אויך פרעגן צו די זאך, ווי אויך וואלט איך געוואלט וויסן צו וואס דו באציסט דיך ווען דו שרייבסט "נישט סתם פארדרייען דער מוח מיט ספינם אזוי ווי איר האט פריער געטעוהן."

גלייכצייטיג וואלט איך געוואלט וויסן סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווי עס איז שוין למשל געווען אזא פאל פון א די"ת ווען די צדדים האבן פאר די די"ת געהאט פארשידענע קעגענזייטיגע טענות, איבער וואס און ווער עס איז א חלק פון די די"ת, און בי"ד האט קודם גע'פסק'נט אויף יעדע זאך עקסטער, קודם וואס עס קומט אריין און ווער עס קומט אריין, און נאכדעם געהייסן יענעם אונטערשרייבן שט"ב, און אזוי ווייטער


_________________

משהלע » 2/1/2011 17:27

דאס הייסט א פלייוואד קאפ, עס עקזעסטירט נישט א טענה אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה ווייל איך פאלאנג א געוויסע פרט, שרייב אינטער שטרי ברורין, פארלאנג דיינע תביעות ביים בית דין ויקוב הדין את ההר, איין צד קען נישט מחליט זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט, והדברים פשוטים מאוד.

שארטקאט » 2/1/2011 19:51

והדברים פשוטים מאוד, עס עקזעסטירט נישט אזא זאך אז א איד ענפערט אז אויף מיין רבנות איז נישטא קיין שום טענה און איך שטעל מיך נישט צו דין תורה דערויף, איין צד קען נישט מחליל זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט,
דעריבער משה'לע זיי מוחל אין בעט דיין רבי זאל אויפהערן שטעלן תנאים און הגבלות אז ער וויל נישט דן זיין אויף קרית יואל וכדו', נאר ער זאל חתמ'ן שטרי בירורין ויקוב הדין את ההר,

און אויב ער האלט אז אויף קרית יואל איז נישטא קיין תביעה זאל ער טאקע דאס טענה'ן די ערשטע זאך, והבית דין יחליט אויב ער איז גערעכט,

Plywood » 2/1/2011 19:58

יישר כח משהלע פארן ארויסברענגען מיין פאינט,

"שרייב אינטער שטרי ברורין, פארלאנג דיינע תביעות ביים בית דין ויקוב הדין את ההר, איין צד קען נישט מחליט זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט, והדברים פשוטים מאוד."

דאס איז געזאגט געווארן פאר ר' אהרן אויך!

jhol » 3/1/2011 14:19

plywood איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט.        דאס אז ענקער צד פון קהל ייטב לב זיצען אויף דער בנינים איז א פאקט און ממילא זענט עטס א צד האט מען ענק געריפען צי דין תורה. .און די קענסט נישט זאגן אז ס'איז נישט א צד ווייל ס'איז א פאקט אז דאס איז איין צד.        משא''כ דער וואס ריפט צי דין תורה דאס איז נישט קיין פאקט אויף א געוויסע מענטש. ווייל יעדער איינער האט א רעכט צו ריפען יענעם צי דין תורה. און יעצט און דער פאל ווען בערל פרידמאן ריפט יענקל כהנא צו דין תורה קומען דער זאליס און טענהן אז ר' אהרן דארף אויך אינטער שרייבן .    און אויף דעם זאגט ר' אהרן אז ס'האט נישט מיט מיך און איך בין בכלל נישט קיין צד דא . [אזוי ווי  ר' ז''ל האט נישט געדארפט אינטער שרייבן און ב''פ.]נו איז דא א מחלוקת אויב ר' אהרן איז איין צר מיט בערל און ער דארף אינטער שרייבן צי נישט.   איז אויף דעם דארף מען קודם גיין צי בית דין און זיי זאלן דאס פאסקענן .   אבער אויב יענקל כהנא איז א צד אויף דעם איז נישט דא פארוואס צי גיין צי דין תורה ווייל דאס איז א פאקט.
און איך בעט נאך אמאל פארדרייט נישט סתם אזוי דער מוחות מיט נארישע ספינס. ווייל צייט איז פאר מיך וויכטיג.

משהלע » 3/1/2011 16:35

לאזט מען ענק דען נישט רופן רבי אהרן צו דין תורה?, שיקט עם א הזמנה און ער וועט גיין, און אינטער שרייבן שטרי בירורין, אבער איר קענט נישט זאגן אז אזוי ווי בערל און שמערל האבן א דין תורה זאל שוין איציק -וואס איך האב מיט עם עפעס א סכסוך- אויך קומען אינטער שרייבן שטרי בירורין, דאס ארבייט נישט אזוי, בערל מיט שמערל האבן א דין תורה וועלן זיי אינטער שרייבן שטרי בירורין, אויסער אויב דער בית דין וועט צו שטעלן נאך צדדים וואס דארפן אינטער שרייבן, אבער דיין סכסוך מיט איציק האט גארנישט מיט דעם דין תורה, און די דארפסט עם עקסטער מזמין זיין לדין, און נאכאמאל, אויסער אויב דער בית איז מחליט אז דער סכסוך מיט איציק האט יא צוטון מיט דעם דאזיגן סכסוך און ער דארף יא אינטערשרייבן, און ווידער נאכאמאל, והדברים פשוטים מאוד,  

שארטקאט » 3/1/2011 16:47

אויב צייט איז דיר וויכטיג זיך דיר א צווייט פלאץ, היידפארק איז נישט געמאכט פאר די וואס האבן נישט קיין צייט,

און קורצן: דוד עקשטיין האט געשיקט א הזמנה פאר יענקל כהנא ביי בית דין בית יוסף, בית דין בית יוסף האט למעשה חוזר געווען פון זייער הזמנה לדין, איז יעצט נישטא קיין תובע און נישט קיין נתבע, בסך הכל איז דא א איד וואס וויל מפשר זיין און ברענגן צו דין תורה, בעט ער אלע ביידע צדדים פון סאטמאר צו חתמ'ן שטרי בירורין, און ר' אהרן וויל נישט,
אפילו אויב די באציסט דיך אויף די הזמנה פון דעמאלס, איז דאך דוד עקשטיין דער תובע, און די וויליאמסבורגע ראשי הקהלה ענפערן מיר גיין מיט דיר צו דין תורה, נכלל ביי דין תורה איז די תביעה נגדית אויף דיין קהלה, און דוד עקשטיין זאגט אז אויף דעם בין איך נישט מסכים,
דאס הייסט אז קרית יואל וויל נישט גיין צו דין תורה, דארט ווי זיי זיצן אין די בנינים,

משהלע » 3/1/2011 17:57

די ראשי קהלה מצד האהרונים שיקן מודעות מידי שבוע בשבוע פאר די זאלונים אז זיי זאלן זיך שטעלן לדין תורה אויפן סכסוך פון די נכסי הציבור, מען האט געלאזט וויסן ווער די בוררים זענען, פון די זאלונים האט מען קיינמאל נישט געהערט קיין שום תביעה לדין, נאר הזמנות פון קארט, אדרבה, לאמיר זען א תביעה לדין פון די זאלונים צו רבי אהרן, וועט ער זיכער זיין מחוייב צו גיין לדין תורה,  דער תירוץ פון די התחמקות פון די זאלונים זיך נישט צו שטעלן צו דין תורה ווייל זיי ווילן רבי אהרן זאל אויך אינטערשרייבן איז נישט בידם, שיק א הזמנה וועט ער אינטער שרייבן, און אז נישט, איז דאס נאר ביד הבית דין עם צו צושטעלן, והדברים פשוטים מאוד.

שארטקאט » 3/1/2011 18:00

די ראשי הקהלה מצד מהרז"ל שיקן מודעות מידי יום ביומו אז זיי זאלן זיך שטעלן צו דין תורה אויף די גניבה פון די נכסי הציבור קהלה והמוסדות בקרית יואל, ואין מענה

משהלע » 3/1/2011 18:03

ווי זענען די מודעות?

Plywood » 3/1/2011 18:26

ביים זעלבן פלאץ ווי ר' אהרן האט געענטפערט אז ער וויל נישט אונטערשרייבן,

עס האט זיך שוין עטליכע מאל געמאכט וואס אידן האבן זיך אריינגעלייגט ראשם ורובם צו ברענגען די סיכסוכים וואס די ארונים האבן אריינגעטראגן אין קאורט צו די"ת, און פארהאנדלט מיט ביידע צדדים, און ביידע צדדים האבן אנגענומען זייערע פארהאנדלונגען, און געשיקט זייערע טענות וכדומה, פאר יענעם פארהאנדלער, און דער פלאץ ווי עס האט זיך אייביג אפגעשטעלט, איז געווען ביי ר' אהרנ'ס חתימה, צווי פון די פארהאנדלונגען וואס זענען באוואוסט זענען פון תשס"ג דורך הרה"ג ר' משה מנחם טירנוער שליט"א, און איינס איז יעצט פון ריכטער שמידט.

יא מודיע זיין נישט מודיע זיין, יא מסרבים נישט מסרבים, ווערט נישט געמאסטן לויט די בלאט שרייבעריי
 

תוקן על ידי Plywood ב- 03/01/2011 18:26:48

שארטקאט » 3/1/2011 19:03


וואס הייסט ווי? ביי יאנקל כהנא אין בעיסמענט הענגט די מודעה און ער זאגט דאס מדי יום ביומו, די ווייסט דען נישט?

וואו איז ענקער מודעה מדי שבוע בשבוע, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געזעהן,

משהלע » 3/1/2011 20:08

קהל יטב לב שיקט א מודעה פאר די קהל הגנבים מידי שבוע בשבוע זאלן זיך שטעלן לדין, און זענען מפרסם דעם הזמנה אין דער בלאט מידי שבוע בשבוע, פון די זאלונים האט קהל נאך קיינמאל נישט באקומען קיין הזמנה לדין, און מען האט דאס נאך קיינמאל נישט געזען מפורסם אין זייער צייטונג דער איד, יא, הזמנות לבית המשפט האבן מיר פלענטי באקומען, און תירוצים פארוואס מען וויל נישט גיין צו דין תורה האבן מיר אויך היבש געהערט פון שאול פערלשטיין, אבער קיין תביעה אדער א הזמנה לדין תורה האבן מיר נאך פון ענק קיינמאל נישט באקומען, אדרבה, לאמיר זען איין אזא תביעה, צו אין בית המדרש אדער אין דער איד, (נישט אויף היידפארק). ביז דאן איז זייער קלאר פאר יעדן, אפילו פאר ר' משה מנחם און פאר ריכטער שמידט, ווער עס וויל יא גיין צו דין תורה און ווער נישט, די ריכטערן דעמערעסט האט דאס שוין איינמאל זייער קלאר ארויס געשריבן, און פון דאן האט זיך נאך גארנישט געטוישט.

Plywood » 3/1/2011 20:29

וואס ר' משה מנחם און ריכטער שמידט האלטן ווייסן מיר -איך און דו- זייער קלאר, אבער ווען האט ריכטערן דעמערעסט זייער קלאר ארויס געשריבן, דאס איז מיר נאך אלץ שווער

_________________

שארטקאט » 3/1/2011 20:31

משה'לע דיינע פעיראל דיינים ווי הרב ראזענוואסער מיט הרבנית דעמערעסט האלטן טאקע אז ר' אהרן וויל יא דין תורה אפילו דער בעל דין זאגט אז נישט,
און ר' משה מנחם טירנויער און הרב ישראל האגר פון מאנסי ועוד וגם ר' דוד שמיד זאגן אז ר' אהרן וויל נישט,
בלאט: 1 2 3 4