היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין...

שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין...

194 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2858258
בלאט: 1 2 3 4

Plywood » 3/1/2011 20:33

שארטקאט, איך ווייס נאכנישט ווי הרב ראזענוואסער מיט הרבנית דעמערעסט, זאגן אז ר' אהרן וויל גיין צו די"ת, דאס איז אן ארוני'שע פאנטאזיע, וואס איז נאך דערווייל נישט אויפגעוויזן אז עס האט מיטן מציאות

_________________



תוקן על ידי Plywood ב- 03/01/2011 20:33:35

שארטקאט » 3/1/2011 20:37

לשיטתם - בעסער געזאגט לשטותתם

משהלע » 3/1/2011 21:24

ניין, מיר דארפן נישט עדות פון ר משה מנחם צו ריכטערן דעמערעסט אז רבי אהרן וויל גיין צו דין תורה, ער זאגט דאס כסדר אז אויב באקומט ער א הזמנה לבית דין אדער אויב וועט דער בית דין וועט פארלאנגען ער זאל אינטער שרייבן שטרי בירורין וועט ער תיכף אינטער שרייבן בלי שןם דיחוי, און דאס זאגט ר' משה מנחם, הרב ישראל האגער, הרב משה דוב שווייד, הרב ישראל דוד הארפענעס, ר' דוד שמידט, און יעדער וואס האט נאר צו עם גערעדט זאגט די זעלבע זאך, אדער א הזמנה אדער א פארלאנג פונעם בית דין, והדברים פשוטים מאוד,

ריכטערן דעמערעסט האט נאר זייער קלאר געשריבן אז אין בארא פארק טראץ וואס די זאליס האבן געשריגן אז ר' אהרן וועלץ וויל נישט גיין צו דין תורה און מענדל שווימער וויל יא, האט זי קלאר געשריבן להיפוך, (מסתמא בטעות...)  אז עס איז זייער קלאר אז ר' אהרן וועלץ פארלאנגט יא צו גיין צו דין תורה און מענדל שווימער וויל נישט, און זי האט געארדערט מענדל שווימער זיך תיכף ומיד צו שטעלן צו דין תורה ווי א ערליכער איד דארף זיך צו פירן,

Plywood » 3/1/2011 21:25

ריכטער דעמארעסט האט נישט אזוי געשריבן ווי איך האב שוין אויפגעוויזן פריער, אדרבה, ווייז דו מיר ווי זי האט אזוי געשריבן

_________________

שארטקאט » 3/1/2011 21:31

ר' אהרן זאגט קלאר פאר יעדן איינעם, אז איך וויל נישט גיין צו דין תורה וואס איז נוגע קרית יואל,

חוץ ענקערע פעיראל דיינים הרב ראזענוואסער און הרבנית דעמערעסט, וואס אלע זייערע פסקים פון סאטמאר זענען דערווייל איבערגעווארפן אין אפעלאט געריכט, זיי זאגן אז ר' אהרן וויל יא גיין צו דין תורה,

משה'לע מעיק אפ יור מיינד, דארף מען שיקן הזמנה אדער איז גענוג אז מען שיקט הודעה אין דער בלאט, וועלכער בית דין איז מזמין די וויליאמסבורגע קהלה די לעטצע צעהן יאר וואס קרית יואל האלט אין איין גיין בערכאות,

משהלע » 3/1/2011 21:31

The Refusal to Arbitrate

It is clear from the foregoing recitation that after his victory in the appellate court, Schwimmer has refused to arbitrate with Welz pursuant to the terms of the arbitration agreement which he earlier signed and delivered. Through a counter-proposed stipulation, he sought to materially change the terms of the arbitration agreement by adding a broad injunction to be approved by this court, despite the fact that the court previously denied Schwimmer's request for similar injunctive relief. Schwimmer now contends that he is not bound by the terms of his signed and delivered arbitration agreement because Welz failed to deliver to the Rabbinical Court his signed counterpart of the arbitration agreement within the 30-day deadline unilaterally set by Schwimmer and apparently undisclosed by Gobioff to Welz's rabbinical attorney (Schwimmer Aff., ¶ 4; Gobioff Aff., ¶ 20).

Plywood » 3/1/2011 21:34

שוין דו הייבט אהן איבערצוקחזר'ן דאס אלטע ככלב ששב על קיאו וועל איך דיר ארפברענגען וואס איך האב פריער געשריבן

Plywood כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
בקיצור מען ברענגט אראפ א חלק פון דעם פסק, און מען מאכט באלד אותיות נאר אויף וואס מען וויל, (אזוי ווי מיינע רביס פלעגן זאגן אויף די ליטווישע וועגן "אין צדין דגים ביו"ט) און פארטיג אן אפענע ראיה,

יעצט וועל איך מאכן באלד נאך אפאר ווערטער און וועל מיר זעהן:

The Refusal to Arbitrate


It is clear from the foregoing recitation that after his victory in the appellate court, Schwimmer has refused to arbitrate with Welz pursuant to the terms of the arbitration agreement which he earlier signed and delivered. Through a counter-proposed stipulation, he sought to materially change the terms of the arbitration agreement by adding a broad injunction to be approved by this court, despite the fact that the court previously denied Schwimmer's request for similar injunctive relief. Schwimmer now contends that he is not bound by the terms of his signed and delivered arbitration agreement because Welz failed to deliver to the Rabbinical Court his signed counterpart of the arbitration agreement within the 30-day deadline unilaterally set by Schwimmer and apparently undisclosed by Gobioff to Welz's rabbinical attorney

קודם זעהט מען אז אלעס וואס זי שרייבט רעדט מען "נאך" דעם אפעלאט אורטייל וואס איז ארויסגעקומען דריי יאר נאכן הזמנה לדי"ת דעמאלטס האט פאסירט וואס זי שרייבט, שטעלט זיך די שאלה וואס איז געווען ביז דעמאלטס???

ווער איז שולדיג אין דעם איבער דריי יעריגן סירוב לדי"ת???

(ווען מען וועט מברר זיין דעם ערשטן טייל וועל איך צוריקקומען צום צווייטן טייל, איבער וואס דער ריכטער האט געשריבן וואס עס האט זיך אפגעשפילט נאך דעם אפעלאט אורטייל, און איך וועל ערקלערן מיין פשט פון מאכן באלד די אנדערע חלקים פונם פסק)



תוקן על ידי Plywood ב- 22/12/2010 03:44:46


_________________

משהלע » 3/1/2011 21:42

שארטקאט, ווייז מיר איין קארט ווי די אהרונים זענען געווען די מזמינים לקארט אין קרית יואל, פון ווי זאל רבי אהרן וויסן אז די האסט מיט עם עפעס א סכסוך? אדער שיקסטו עם א הזמנה, אדער רופט עם אן א דיין אז איר האט מיט עם א סכסוך, און דער דיין איז דער בורר מצדכם, און ער זאל עם מודיע זיין ווער דער בורר איז מצדו, פראבירט, וועט איר זען אז ער וועט זיך צושטעלן צו דעם, על כל פנים אזוי זאגט ער, און ביז איר פראבירט נישט קענט איר נישט האבן צו עם קיין טענות,

אינטרעסאנט, רבי אהרן זאגט כסדר אז ער איז גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה אויב ער באקומט א הזמנה אדער א פארלאנג פון א בית דין, און ער איז ביי ענק א מסרב לדין, איר זאגט אפן אז איר ווילט נישט גיין צו דין תורה , יעדן טאג מיט נייע תירוצים, איינמאל הייסט דאס תהלוכי הקהלה, איינמאל, אין נזקקין, איינמאל רבי אהרן זאל אינטער שרייבן, איינמאל מען זאל דאס און יענץ אינקלאדן, א דריטע מאל נאר צו אייער לישקע, אדער דייקא צו א שונאים בית דין, על כל פנים טויזענט מיט איין תירוצים פארוואס איר ווילט נישט און דארפט נישט גיין צו דין תורה,
און... רבי אהרן איז א מסרב... עולם הפוך ראיתי.  

משהלע » 3/1/2011 21:45

מענדל שווימער האט לכתחילה גערופן אין קארט, מענדל שווימער האט אפיעלט, מענדל שווימער האט קיינמאל נישט געוואלט גיין צו דין תורה, על כל פנים אזוי שרייבט די ריכטערן, ווילסט דעם גאנצן פסק?, איך האב דאס, דזשאסט בעט שיין...

Plywood » 3/1/2011 21:57

  דאס זענען אויסצוגן פון לישעס בריוו תשס"ג פאר ר' משה מנחם אונטערשרייבן שט"ב און וויאזוי ר' אהרן וויל:

הדיון יהי' על תביעת ראשי הקהלה ואקרו"ט שנבחרו למשמרתם ע"י אלפי חברי קהלתינו הק' ונדחו בכח הזרוע ותובעים (בשליחות הציבור) שיוחזרו למשמרתם, והנתבעים הם המשתלטים על הקהלה נגד רצון הציבור, רק הצדדים הללו יחתמו שטרי בירורין זולת אם לפי ראות עיני הבי"ד יהי' צורך ותועלת לקבל חתימת יחידים אחרים

 

∙ כל בר דעת יודע ומבין שהגה"צ אבדק"ק קר"י שליט"א אינו לא תובע ולא נתבע בסכסוך הנ"ל ואין שום מקום לתביעת המחרחרי ריב שגם הוא יחתום שטרי בירורין, וכל מטרת תביעה זו היא אך ורק לחרחר ריב להסביבו בדו"ד כדי להחליש דעתו, עכ"ז כאשר נשאל בדבר הסכים בענותנותו לפנים משורת הדין להסכים בחתימת ידו לכל דברי הבי"ד אם יראו תועלת בדבר ויבקשו הסכמתו, כפי אשר מסרנו לכהדר"ג שליט"א וכפי אשר שמע כהדר"ג בעצמו מפי הגה"צ אב"ד שליט"א עוד קודם ר"ה.

לייענט דאס גוט איבער

נאר די וועלכע זענען תובעים דארפן אונטערשרייבן שט"ב , נאר אויב בי"ד זעהט א צורך אז אנדערע דארפן אויך, דעמאלטס וועלן אנדערע אונטערשרייבן

אב"ד ק"י לא תובע ולא נתבע וועט למה"ד וברוב ענותנותו מסכים זיין צו מסכים זיין לדברי הבי"ד אויב בי"ד וועט זעהן א תועלת און וועלן בעטן זיין הסכמה.


פארוואס איז ר' אהרן נישט נכלל אין דעם ערשטן סעיף, עכ"פ אין דעם "אם לפי ראות עיני הבי"ד יהי' צורך ותועלת לקבל חתימת יחידים אחרים", פארוואס מאכט אן עקסטערן סעיף וועגן ר' אהרן, און אין יענעם סעיף דערמאנט מען נישט קיין ווארט אז ער וועט אונטערשרייבן שט"ב, נאר אויב בי"ד וועט הייסן וועט ער ברוב ענוותנותו לפנים משורת הדין.... נישט אונטערשרייבן שט"ב.... נאר יסכים להסכים

יעצט זאגטס איבער נאכאמאל, ר' אהרן איז אייביג געווען גרייט תיכף ומיד אונטערצושרייבן שט"ב

_________________

Plywood » 3/1/2011 21:59

בנוגע ב.פ. די ריכטער שרייבט בכלל נישט אזוי, אדרבי ברענג די גאנצע פסק,(איך זוך עס יעצט ארום דא גראדע) און ווייז מיר פונקטליך ווי עס שטייט

_________________

שארטקאט » 3/1/2011 21:59

משה'לע שאף מיר אביסל גלו אדער סקאטש טעיפ וואס קלעבט אזוי ווי א ספרדישע סירכא, וועל איך פרובירן צוזאמקעלבן איין ווארט מיטן צווייטן וואס די רעדטס, איך בעט שיין,

משהלע » 3/1/2011 22:06

א יישר כח פלייוואד, זעהסט, אין גערעכט, די טענה איז בנוגע די קהלה און די בנינים, און אויב וועט דער בית דין פארלאנגען אז רבי אהרן זאל אינטער שרייבן איז ער גרייט, נו, וואס דארפסטו מער, זאל דאס דער בית דין פארלאנגען, 

און פאר שארטקאט, איי קלעים וויקטארי........... ער האט אויפאיינמאל אנגעהויבן צו קעקעצן, גלו, סקאטש טעיפ, ספרדישע סירכא, יא, איי קלעים וויקטארי, כא כא כא..... 

שארטקאט » 3/1/2011 22:11

משה'לע יור מישיען איז אקאפמלישט, אויב דער תכלית איז צו קלעימען וויקטארי האטסו דאס געקענט טוהן פארן אנהויבן דיסקאסטירן,
האסט בלויז געדארפט שרייבן ווערטער וואס קלעבן נישט איינס מיטן צווייטן, ווייטער וואלט איך מיט דיר נישט געשטוישט קיין ווארט,
דו קומסט דא אריין ווי דער רענט טו דעם היי גאווערנאר קאנדידאט וואס רופט זיך אן שטותים אינמיטן א דיבאטע פון נארמאלע מענטשן,

Plywood » 3/1/2011 22:15

זיי נישט ברוגז משה'לע דאס איז פון ענקער צד פון לישע הורוויץ, סאו זאג מיר נישט זעהסטו גערעכט,

והשנית והעיקר ער זאגט נישט אז ר' אהרן גייט אונטערשרייבן שט"ב, ער זאגט אז ברוב ענוותנותו לפמה"ד יסכים להסכים, קלאר נישט קיין שט"ב, און דאס איז שוין אפילו בי"ד וועט פארלאנגען

וואס טוט זיך מיט בארא פארק, האסט שוין דעם פסק?
 

_________________

משהלע » 3/1/2011 22:33

אצינד, וחילופיהן בגולם, יעצט קודם צו שארטקאט און דערנאך צו פלייוואד,

שארטקאט, אזא פנים האט איר ווען איר האט נישט וואס צו ענטפערן, מען הייבט אן צו קעקעצן מיט גלו און סירכות, 20 תגובות האט געקלעבט און געמאכט סענדס, האסט גענטפערט ווי א וואויל יונגעלע, און האסט זייער גיט פארשטאנען, אבער ווען מען דעקט אויף ענקערע שקרים שווארץ אויף ווייס, דאן איז עה עה עה עה עה גלו... עה עה עה עה סקאטש טעיפ, עה  עה עה עה  עה עעה עה עה סירכות... ס'האט פלוצלינג אויפגעהערט צו קלעבן, איר זענט דאס ליצנות פונעם פורום, דע דזשאק אוף דע טאון....

און צו דיר פלייוואד, אה קיי, רבי אהרן וויל נאר אינטער שרייבן לפנים משורת הדין, איז דאס דיין פראבלעם? וואס א חילוק צו לפנים משורת הדין, צו מעיקר הדין, ווען זיין בא כוחו זאגט קלאר און דייטליך אז אויב וועט דער בית דין פארלאנגען רבי אהרן זאל אינטער שרייבן איז ער וויליג אינטער צו שרייבן, נו, זאל זיין לפנים משורת הדין, אבי ער איז גרייט אינטער צו שרייבן, 

און ווי דער פסק איז פון בארא פארק, דארפסטו פרעגן דעם בית דין, אדער איז דאס א פרישער ספין פארוואס מען דארף נישט גיין צו דין תורה???? 

פאולוויניק » 3/1/2011 22:47

פלייוואוד מיט שארטקאט, איך האף עטס זעסט דער מצב,

איינער ברענגט אינפארמאציע אז ר' אהרן'ס חברה שיקן א בריוו פאר ריכטער שמיד, וואס שלאגט פאר צו ברענגן דער סכסוך פון סאטמאר קהלות צו דין תורה, און דער בריוו פון די קרית יואל'ער שרייבן זיי אז זיי האבן א בוררות אויף וויליאמסבורג מיט פארטיגן פלאן, אבער בנוגע קרית יואל'ע נכסים אדער בארא פארקע נכסים ווילן זיי נישט מען זאל דן זיין, דאס איז די אינפארמעשאן וואס איינער האט דא געברענגט,

די ארונים שיקן זייער עקספערט אויף דעם הינזיכט פון דין תורה ספינעריי, סקאט מאלאן און מען געט אים די אויפגאבע צו קומען מיט פרישע סחורה יעדן טאג, איינמאל זאגט ער ר' אהרן איז נישט אויפן פאפיר, איימאל זאגט ער ר' אהרן איז זיכער מרא דאתרא און אויף דעם דארף מען נישט דן זיין, איימאל פארשטייט ער נישט ווי עס קומט צו יאנקל כהנא צו פארטרעטן משה מאנראער וכדו', אבער דער סקאט ווערט אפגעפרעגט אויף יעדע פון זיינע ספינס, און הולכ'ט ער איז נישט צום האבן, ער איז אריינגעפאלן אין טיפן שניי, סקאט פרובירט נאך אין אנדערן פארום צו חזר'ן זיינע לגיונות אבער נאך א שטיק צייט איז ער אראפ פון די ארענע,

די ארונים בלייבן מיטן צינג אינדרויסן ווען דער בעסטער קטיגור איז נעבעך געגאנגען למנוחות ואותם עזב לאנחות, האבן זיי אריינגעשיקט די צוויי קינדערלעך, שימעלע מיט משה'לע צו שרייבן שטותים, אז די שרייבער זאלן נערוועז ווערן, ווייל ווער וויל דען שטיין מיט א שוטה אין ווארט סאיז דאך ביטערע יסורים,
זיי ווילן מיט די נערווען קריכערס אפשפארן דעם אשכול, דער משה'לע קלעימט וויקטארי, און באלד קומט שימעלע מיט ענליכס,

Plywood » 4/1/2011 03:42

האסטו געהערט א חברה, מען ענטפערט נישט צום זאך, און מען האט נאך טענות פארוואס מען האלט זיי פאר,

משהלע טייערער איך זעה דו האסט פראבלעמען מיט קריאה, אויף די צעטל פון לישע שטייט אז ר' אהרן וועט אויף קיין פאל נישט אונטערשרייבן קיין שט"ב אפילו נישט ווען בי"ד וועט הייסן, ס"ה וואס ער וועט טוהן שטייט דארט איז אז ער וועט מסכים זיין צו מסכים זיין, סארי נישט דאס וויל מען, מען וויל ער זאל אונטעשרייבן געהעריגע שט"ב און פאר מען גייט צו די"ת, העכסטענס קען די שט"ב און די ערשטע דיון זיין טאקע איבער דעם צו ר' אהרן איז א צד צו נישט, און די איינציגסטע סיבה פארוואס ר' אהרן זאל נישט מסכים זיין דערצו און לישע זאל דארפן שרייבן דאס וואס ער האט געשריבן איז ווייל ער האלט נישט דערביי צו גיין צו די"ת פינטל.

rebyankel אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן מוזטו נישט, סתם שרייבן אז יענער דרייבט ספינס איז נישט אינטערעסאנט, קיינער איז נישט שולדיג אז דו האסט דיך איינגערעדט ביז היינט אז מיט ריכטער דעמארעסט'ס פסק קענסטו ספינען אז דארט שטייט וואס דו ווילסט פארקויפן, און עס האט געפלאצט, איך קען דיר נישט העלפן דערויף, שלונג עס אראפ, אדער שרייב עפעס צו די זאך.

_________________

משהלע » 4/1/2011 04:14

פארשטיי איך דיך גיט? רבי אהרן וויל עכט נישט אינטערשרייבן, ער איז נאר בלויז מסכים אינטער צו שרייבן, און דאס איז פאר אונזער פלייוואד נישט גענוג, וואס הייסט ער איז מסכים אינטער צו שרייבן? נישט דאס ווילן מיר, מיר ווילן ער זאל אינטער שרייבן און דעטציט, מסכים!, א נייע זאך!, וואס פאר א מין מסכים זיין איז דאס? אינטערשרייבן און גמרנו,
פלייואד זיסער, קיק אריין אין דיקשטנערי אינטער "ספין", וועסטו זען אז דארט שטייט "פלייוואד"...

_________________

Plywood » 4/1/2011 04:24

כ'האב פאר דיר נייעס ר' אהרן האט שוין פונלאנג אונטערגעשריבן, ער איז געווען דער ערשטע אונטערשרייבן קעגן דעם אינטערנעט, דא אין דעם אשכול איז געווען א צעטל פון 15 יאר צוריק ווי ר' אהרן שרייבט אונטער אז מען דארף גיין צו דייני הקהילה און אזוי איז דא נאך הונדערטער צעטלעך וואס ר' אהרן האט אונטערגעשריבן, דא רעדט מען פון אונעטערשרייבן שט"ב, און דאס האלט ער נישט דערביי.

כהאף אז דו פארשטייסט שוין, טאמער נישט געב איך דיר אן עצה דארפסט נישט נאכאמאל איבערשרייבן די זעלבע זאך וואס דו האסט פריער געשריבן שרייב פלעין אז דו פארשטייסט נישט, און עס וועט מיר זיין גענוג

_________________

משהלע » 4/1/2011 05:08

פלייוואד שרייט געוואלד, רבי אהרן האלט נישט ביים אינטערשרייבן, איי יעדער וואס איז אינוואלווד טענה'ט אז רבי אהרן איז יא מסכים אינטער צו שרייבן, אבער פלייוואד האלט זיך ביי זיינעם, רבי אהרן האלט נישט ביים אינטער שרייבן, האט ר' זלמן שוין אינטער געשריבן? ניין!, האט שאול פערלשטיין אינטער געשריבן? ניין!, האט ר' ישראל חיים מנשה אינטערגעשריבן? ניין!, האט יאנקל כהנא אינטער געשריבן? ניין!, זאגן זיי אז זיי האלטן ביים אינטער שרייבן? ניין! און נאכאמאל ניין!, יעדן טאג מיט טויזענט תירוצים, אבער אינטער שרייבן, בלא!, אלזא רבי אהרן זאגט אז ער איז "מסכים" אינטער צו שרייבן, די זאליס שרייען אז זיי ווילן נישט און דארפן נישט גיין צו דין תורה, אלזא, ווער איז דער מסרב?, און ווערט פארט מיט א ספין?

_________________

סקאטמאלען » 4/1/2011 05:10

כעל מאכן א כל הנערים פאר אלע פונקטן ווערדפול בעיני פאר א אנטווארט, זינט איך בין דא געווען לעצט

פלייוואד כתב:
JHOL איך האב אן אנדערן פארשלאג, קודם זאל מען גיין צו די"ת אויב ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין זענען א צד,און דערנאך אויב בי"ד וועט פסק'ענען אז זיי זענען א צד, וועלן זיי אונטערשרייבן שט"ב, וואס זאגסטו צו דעם פארשלאג?

קען זייער מעגליך זיין אז יאנקל כהנא און פערלשטיין זענען לגמרי נישט קיין צד דא, אבער מה יעשה אז זיי האבן באקומען א הזמנה לדין תורה, און ביי אידישע קינדער, וואס די תוה"ק אין כבוד שמים איז ביי זיי הייליג אין טייער, פירט מען זיך אז מען שפילט זיך נישט מיט אזעלעכע זאכן אין מ'שטעלט זיך תיכף לדין, דאס פונקטליך
 טענה'ט ר' אהרן מיט קהל קרית יואל, שיק מיר א געהעריגע הזמנה לדין, וועל מיר זיך תיכף שטעלן אן קיין שום צעגערייען,

שארטקאט כתב:
והדברים פשוטים מאוד, עס עקזעסטירט נישט אזא זאך אז א איד ענפערט אז אויף מיין רבנות איז נישטא קיין שום טענה און איך שטעל מיך נישט צו דין תורה דערויף, איין צד קען נישט מחליל זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט,
דעריבער משה'לע זיי מוחל אין בעט דיין רבי זאל אויפהערן שטעלן תנאים און הגבלות אז ער וויל נישט דן זיין אויף קרית יואל וכדו', נאר ער זאל חתמ'ן שטרי בירורין ויקוב הדין את ההר,

און אויב ער האלט אז אויף קרית יואל איז נישטא קיין תביעה זאל ער טאקע דאס טענה'ן די ערשטע זאך, והבית דין יחליט אויב ער איז גערעכט,

ר' אהרן מיט קהל קרית יואל פארלאנגען נאר איין תנאי, אדער מ'זאל זיי רופן צו די"ת מיט א געהעריגע הזמנה, אדער א בי"ד זאל זיי מחייב זיין

שארטקאט כתב:
און קורצן: דוד עקשטיין האט געשיקט א הזמנה פאר יענקל כהנא ביי בית דין בית יוסף, בית דין בית יוסף האט למעשה חוזר געווען פון זייער הזמנה לדין, איז יעצט נישטא קיין תובע און נישט קיין נתבע, בסך הכל איז דא א איד וואס וויל מפשר זיין און ברענגן צו דין תורה, בעט ער אלע ביידע צדדים פון סאטמאר צו חתמ'ן שטרי בירורין.

איך זעה נישט ווי דאס זאל מעלה ומוריד זיין, למעשה האט מען ענק פאר 10 יאר צוריק געשיקט 3 קלארע הזמנות פון א בי"ד כשר, אז געוויסע אידן האבן א תביעה קעגן ענק בנוגע נכסי וומ"ב, דאס מיינט אז די אהרונים האבן געטאן כל מה שעליהם לעשות צו גובה זיין וואס זיי האלטן אז ס'זייערס, און זיי האבן קיינמאל נישט חוזר געווען דערפין, אדרבא זיי האבן אנגענומען שאר מיני טצדיקי שבעולם להציל את שלהם, דורכאויס די גאנצע 10 יאר האט עטס בלויז געטאן כל מה דאפשר אז דער סיכסוך זאל נישט אנקומען צו קיין דין תורה, מיט די טרויעריגע בארימטע תהילוכי הקהלה תירוץ,
יעצט נאך 10 יאר, ווען מ'דרוקט ענק צו די וואנט, ווילן ענק זיך מוחל זיין די עבירות און מ'זאל פשוט פארגעסן פון ענקער קאראפטירטע סיסטעמאטישע 10 יעריגע השתמטות לדין, ס'ארבעט נישט אזוי,

אפילו אויב די באציסט דיך אויף די הזמנה פון דעמאלס, איז דאך דוד עקשטיין דער תובע, און די וויליאמסבורגע ראשי הקהלה ענפערן מיר גיין מיט דיר צו דין תורה, נכלל ביי דין תורה איז די תביעה נגדית אויף דיין קהלה, און דוד עקשטיין זאגט אז אויף דעם בין איך נישט מסכים,
דאס הייסט אז קרית יואל וויל נישט גיין צו דין תורה, דארט ווי זיי זיצן אין די בנינים,

זיי ווארטן פאר א הזמנה

Plywood » 4/1/2011 07:16

כמעט אלעס וואס דו שרייבסט דא איז איבערגעקייטע שטרוי, וואס מען האט שוין געענטפערט און אפגעפרעגט

סקאטמאלען כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כעל מאכן א כל הנערים פאר אלע פונקטן ווערדפול בעיני פאר א אנטווארט, זינט איך בין דא געווען לעצט

פלייוואד כתב:
JHOL איך האב אן אנדערן פארשלאג, קודם זאל מען גיין צו די"ת אויב ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין זענען א צד,און דערנאך אויב בי"ד וועט פסק'ענען אז זיי זענען א צד, וועלן זיי אונטערשרייבן שט"ב, וואס זאגסטו צו דעם פארשלאג?

קען זייער מעגליך זיין אז יאנקל כהנא און פערלשטיין זענען לגמרי נישט קיין צד דא, אבער מה יעשה אז זיי האבן באקומען א הזמנה לדין תורה, און ביי אידישע קינדער, וואס די תוה"ק אין כבוד שמים איז ביי זיי הייליג אין טייער, פירט מען זיך אז מען שפילט זיך נישט מיט אזעלעכע זאכן אין מ'שטעלט זיך תיכף לדין, דאס פונקטליך
 טענה'ט ר' אהרן מיט קהל קרית יואל, שיק מיר א געהעריגע הזמנה לדין, וועל מיר זיך תיכף שטעלן אן קיין שום צעגערייען,

בכלל נישט, עס איז נישטא אזא זאך איך האב עס ערשט געכאפט, ווייל ר' יקותיא' הערש און ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער האבן אפגעמאכט אז זיי רופן ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין, מיינט נאכנישט אז זיי זענען טאקע די ריכטיגע נתבעים, זיי טענהן אז נישט זיי זענען די ריכטיגע נתבעים און זיי טענהן אויך אז די זענען נישט תובעים, דא האבן געוויסע מענטשן גערופן געוויסע מענטשן אויף א תביעה וואס נישט די תובעים און נישט די נתבעים זענען די ריכטיגע מענטשן עכ"פ אפשר א אויך א צד אבער עכ"פ נישט די עיקר און די איינציגסטע מענטשן צווישן וועם די די"ת דארף זיך אפשפילן, קומט עטס און זאגטס (אין בעסטן פאל) אז קען זיין אז ר' אהרן איז א צד, אבער קודם זאל בי"ד דן זיין איבער דעם, אהן דעם וואס ער זאל עפעס אינטערשרייבן פארדעם, אויף די נארישע סברה האב איך געענטפערט אז מען דארף פונקט אזוי דן זיין צו ר' שאול פערלשטיין איז א צד און נאכדעם וועט ער אונטערשרייבן, אויף דעם קומט ענקער נארישע תשובה, אז ענק האבן עס קודם געכאפט און וויבאלד עטס האטס גערופן ר' שאול פערלשטיין קודם מוז זיין אז ער און נאר ער מיט ר' יעקב כהנא זענען די צדדים, און נאר וואס עטס ווילטס און וויאזוי עטס ווילטס דאס איז אינקלודעט אין די די"ת, סארי עס גייט נישט אזוי נישט מצד השכל נישט מצד היושר און נישט מצד הלכה

שארטקאט כתב:
והדברים פשוטים מאוד, עס עקזעסטירט נישט אזא זאך אז א איד ענפערט אז אויף מיין רבנות איז נישטא קיין שום טענה און איך שטעל מיך נישט צו דין תורה דערויף, איין צד קען נישט מחליל זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט,
דעריבער משה'לע זיי מוחל אין בעט דיין רבי זאל אויפהערן שטעלן תנאים און הגבלות אז ער וויל נישט דן זיין אויף קרית יואל וכדו', נאר ער זאל חתמ'ן שטרי בירורין ויקוב הדין את ההר,

און אויב ער האלט אז אויף קרית יואל איז נישטא קיין תביעה זאל ער טאקע דאס טענה'ן די ערשטע זאך, והבית דין יחליט אויב ער איז גערעכט,

ר' אהרן מיט קהל קרית יואל פארלאנגען נאר איין תנאי, אדער מ'זאל זיי רופן צו די"ת מיט א געהעריגע הזמנה, אדער א בי"ד זאל זיי מחייב זיין 

דו חזר'סט איבער זאכן די זעלבע זאכן וואס מען האט שוין לאנג געענפערט, וועל איך אויך איבער'חזר'ן

אין שו"ע און אזוי איז דער סדר ביי אלע דיני תורות זייט אייביג, איז אז עס איז דא אזא זאך ווי א תביעה נגדית, צו סשמעקט דיר יא צו נישט, און לגבי דאס וואס דו זאגסט אז א בי"ד זאל זיי מחייב זיין, איה"נ, דאס וויל מען טאקע אבער כדי אז א בי"ד זאל קענען איינעם מחייב זיין דארף מען קודם זיך מחייב זיין צום בי"ד, און דאס וויל ר' אהרן נישט בשום אופן.



שארטקאט כתב:
און קורצן: דוד עקשטיין האט געשיקט א הזמנה פאר יענקל כהנא ביי בית דין בית יוסף, בית דין בית יוסף האט למעשה חוזר געווען פון זייער הזמנה לדין, איז יעצט נישטא קיין תובע און נישט קיין נתבע, בסך הכל איז דא א איד וואס וויל מפשר זיין און ברענגן צו דין תורה, בעט ער אלע ביידע צדדים פון סאטמאר צו חתמ'ן שטרי בירורין.

איך זעה נישט ווי דאס זאל מעלה ומוריד זיין, זיי נישט ברוגז אבער דו זעהסט נישט גוט אוודאי איז דאס מעלה ומוריד כהיום יום עקזיסטירט נישט קיין שום הזמנה לדי"ת אפילו נישט קעגן יחידים אויף קיין שום ענין בנוגע די קהילה, די גאנצע הזמנה האט דעמאלטס נישט געהאט קיין פשט ווי שוין אויסגעשמועסט פריער, מכש"כ וכש"כ אז אויב איינער קומט היינט צוטאגס נאך וואס מען שלאגט זיך ארום יארן לאנג מיט די גרעסטע חילול ה' און פרובירט צו פארהאנדלען אז ביידע צדדים זאלן זיך מפשר זיין  און מען ענפערט אז קודם דארף ר' שאול פערלשטיין ענטפערן ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער אויף א צוריקגעצויגענע הזמנה איז דאס געמאכט א ליצנות און א חוכא וטלולא פון דעם גאנצען ענין און ווייזט קלאר אז עטס האלטס ענק נישט ביים שטעלן נארמאל צו די"ת, למעשה האט מען ענק פאר 10 יאר צוריק געשיקט 3 קלארע הזמנות פון א בי"ד כשר,וואס מיינט קלארע אפשר איז עס נישט געווען קלארע אז געוויסע אידן האבן א תביעה קעגן ענק בנוגע נכסי וומ"ב, אזוי? ווי שטייט דארט נכסי וומ"ס איך האב דאס קיינמאל נישט געזעהן דארט, דאס מיינט אז די אהרונים האבן געטאן כל מה שעליהם לעשות צו גובה זיין וואס זיי האלטן אז ס'זייערס, ממש אלעס? וואלט נישט כדאי געווען צו טהון נאך איין קלייניגקייט, אביסעלע טינט פון א קליין פעדערל און ר' אהרן זאל אונטערשרייבן? און זיי האבן קיינמאל נישט חוזר געווען דערפין, זיי טאקע נישט אבער בי"ד יא, און טאקע נישט צוליב וואס די ארונים האבן געטאהן כל מה שעליהם לעשות נאר ווייל זיי האבן זיך אנגעשטרענגט יותר מכפי יכלתם, מיט סך מער וויפיל ממעג, אדרבא זיי האבן אנגענומען שאר מיני טצדיקי שבעולם להציל את שלהם, אה יעס, נישט סתם וואס עטס האט אלץ געטוהן, אבער דאס האט נישט מיט די תורה גארנישט דורכאויס די גאנצע 10 יאר האט עטס בלויז געטאן כל מה דאפשר אז דער סיכסוך זאל נישט אנקומען צו קיין דין תורה, מיט די טרויעריגע בארימטע תהילוכי הקהלה תירוץ,  ממש טרויעריג בארימט? און מען האט טאקע נאר דאס שטענדיג געזאגט? קיינמאל נישט גע'טענה'ט עפעס אנדערש?

יעצט קומט ווייטער דיין (טרויעריג?) בארימטע דעמאגאגיע
יעצט נאך 10 יאר, ווען מ'דרוקט ענק צו די וואנט, ווילן ענק זיך מוחל זיין די עבירות און מ'זאל פשוט פארגעסן פון ענקער קאראפטירטע סיסטעמאטישע 10 יעריגע השתמטות לדין, ס'ארבעט נישט אזוי,

לאמיר אננעמען אז עס איז אזוי ווי דו זאגסט, נאך 10 יאר סיסטעמאטישע קארפטירטע תהליכי הקהילה השתמטות לדין האט מען די זאליס ענדליך געדרוקט צו די וואנט, און ווי יצחק רז"ב האט געזאגט מען וועט זיי צוואונגען אפילו נאך 2 0 יאר, און יעצט איז אנגעקומען דער מאמענט ווי מען האט זיי געצוואונגען און די זאליס האבן נישט קיין ברירה, א דאנק סאוט 8 ביהמ"ד ( וויאזוי זאגט שמואל ווידער ר' ישרא' אלימלך ווערטהיימער האט געבויעט סאטמאר ווען ער האט געשיקט אן הזמנה פאר 10 יאר צוריק פאר ר' יעקב כהנא, און זיין זוהן משה יוסף האט געראטעוועט סאטמאר, מיט די קאורט פון סאוט 8) און יעצט ווילן שוין די זאליס גיין, אבער פארוואס איז דאס נישט גוט?, פארוואס זאגסטו אז עס ארבעט נישט אזוי?


אפילו אויב די באציסט דיך אויף די הזמנה פון דעמאלס, איז דאך דוד עקשטיין דער תובע, און די וויליאמסבורגע ראשי הקהלה ענפערן מיר גיין מיט דיר צו דין תורה, נכלל ביי דין תורה איז די תביעה נגדית אויף דיין קהלה, און דוד עקשטיין זאגט אז אויף דעם בין איך נישט מסכים,
דאס הייסט אז קרית יואל וויל נישט גיין צו דין תורה, דארט ווי זיי זיצן אין די בנינים,

זיי ווארטן פאר א הזמנה

ווייטער קייסטו איבער די זעלבע שטותים, (מען קען קוקן אויבן וואס איך האב אויף דעם געענטפערט)

_________________

סקאטמאלען » 4/1/2011 15:00

הייסט אזוי, 2 פרעמדע אידן, סראל מיילך ווערטהיימער רופט שאול פערלשטיין צו די"ת, איבער לגמרי נישט די נכסי הקהלה, מסתמא איבער א קאר צו א טעלעפאן, און אויף דעם ענטפערט שמיל פריד אז דער רבי איז בעה"ב, און מ'דארף פארשטיין תהליכי הקהלה, אין ווען בערל פרידמאן רופט דשינא כהנא אין קארט איבער קאנגרעשאן יטב לב, שרייבט די בי"ד ידינו מסולקת, וואס פאלט דען ביי דער בי"ד אז דאס האט א שייכות מיט זייער דין תורה פון א קאר אין א טאלאפאון?

וויזוי זאגט נאר זעמיל: מסתמא האבן זיך 2 אנדערע מענטשן געטראפן ביים כותל המערבי

האב איך דען נישט געוויסט אז איך האב שוין נישט וואס צו זוכן

Plywood » 4/1/2011 16:35



איך האב נישט געזאגט אז די הזמנה איז געווען איבער א קאר טעלעפאן, נאר איך זעה נישט דארט אז עס זאל זיין איבער נכסי סאטמאר, 

אז דו וועסט מיר ענטפערן פונקטליך איבער וואס יענע הזמנה איז און ווי עס שטייט אין די הזמנה דאס וואס דו זאגסט, וועל איך דיר אי"ה ענטפערן אויף די איבריגע קשיות, פארוואס מען האט געענטפערט אזוי און פארוואס אזוי

סתם צו שרייבן ליצנות איז נישט אינטערעסאנט, דו שרייבסט אז די די"ת איז נכסי סאטמאר, איך זעה עס נישט דארט, ענטפער מיר ווי עס שטייט דארט און מאך נישט קיין ליצנות.

_________________

rebyankel » 4/1/2011 18:41

ענק זעהן כי כלתה עליכם הרעה, אלע תהליכה הקהילה וועפן אויס אפי' אין קווינס הייבט אן אריינציפאלען ספיקות אויף די אמונה, האבען ענק ווידער איינגעשפאנט א ספינער דא אויף ענקער פקדתו שמרה פארום מיט א ניק "פלייוואד" וואס זיין ציהל איז בלויז צו ספינען די מוחות אלע מיני בעקערייען פארוואס עכט דארפן ענק נישט קומן צו די''ת, דער בעקער איז דא 24 שעה בלי גוזמא, ער שרייבט נישט אין קיין שום אנדערע אשכול נאר בלויז ווי מ'רעדט פין ענקער שרעקעדיגע ווארט "דין תורה" די גאנצע אשכול דא איז געבויט אויף איין גרויסע ספין איבער א געבאקענע בריוו וואס דער סאטמאר רבי שליט"א זאל האבען געשריבן, וואס קיינער קען דערווייל נישט ברענגן א קאפי דערפון, איר וועט קיינמאל נישט זעהן דא א תגובה וואס וועט נישט קורצליך נאכדעם ווערן גענטפרט דורך דעם ניק מיט א פרישע ספין אין פארדרייטע געבעקסן מיט דיוקים אין פשט'ליך, און ביי א פאל וואס ער קען נישט ענטפרן אדער ווען מ'דעקט אויף זיינע טרוקענע שקרים מעקט ער פשוט אויס די תגובה אזווי ער האט נעכטן אליינס געטוהן מיט עטליכע תגובות, אריינגערכנט 2 פון מיינע ווי כ'האב צווישען אנדערע בארירט זיין געבעקס וואס ברענגט א שמייכל אז עכט האט מענדל שווימער אין ב''פ יא געוואלט קומען צו די''ת.....אין ער מאכט גאר א גאנצער דיוק אין די געשריבענע פסק פונעם ריכטערן וועלכע ברענגט ארויס די פאקט אז ער האט נישט געוואלט קומען צו א געהעריגע בי''ד, אט אזעלכע ספיןס איז דארט פון די קלייניגקייטן,
אין כחכם אלא בספינעריי!!, די פאקטען רעדן פאר זיך, פאפען קען מען נאר זיך אליין, עס איז נאר געשמאק צו זעהן די געוואלדיגע כוחות וואס ענק לייגען אריין בלויז פאר די ספינעריי.....







תוקן על ידי rebyankel ב- 04/01/2011 18:55:53

Plywood » 4/1/2011 19:56

יא מורי ורבותי, את אשר יגורנו בא, דער rebyankel האט מיך געכאפט, און דעקט אויף מיין פרצוף, אז איך ווייס מיך פשוט נישט ווי אהינצוטוהן, ספינס,שקרים, בעקערייען, יו נעים איט, מיט אלעס האט מען מיך געכאפט רעד הענדעד, און מען האט מיך ארויפגעלייגט אויפן שאנד סלופ בפני כל עם ועדה, און לכאורה איז דערנאך מיט מיר,

איך ווי אבער נאכאיינמאל פרובירן און בעטן, איידער איר סטעמפעלט אפ מיין גורל, ווייזטס מיר ביטע אהן ווי איך האב געזינדיגט מיטן חטא, פון ספינס, שקרים, בעקערייען, ווי אויך טוט מיט מיר א געפעליגקייט און ענטפערטס מיר אויף מיינע קשיות וכדומה, אהן צו שרייבן סתם ספינס, שקרים, בעקערייען,

_________________

משהלע » 4/1/2011 20:23

פארן פרעגן "וואס האב איך געטון" האט מען אין חדר געכאפט נאך צוויי פעטש,
וואס דו האסט געטון?, די זאליס האלטן נישט ביים גיין צו דין תורה, אזוי זאגט קלאר ר' משה מנחם, רבי ישראל דוד הארפענעס, רבי משה דוב שווייד, און שאול פערלשטיין, און יעדער וואס איז נאר געווען אביסל אינוואלווד, ווען מען פרעגט זיי פארוואס? איז יעדען טאג, ענטשולדיגט!, יעדע מינוט, דא א פרישער תירוץ אדער ווי מען רופט דאס, א פרישער ספין, מען קען נישט טרינקען א גלעזל וואסער, תהלוכי הקהלה, אין נזקקין, רבי אהרן דארף אינטער שרייבן, דוד עקשטיין דארף אינטער שרייבן, אלע אהרונים דארפן אינטער שרייבן, וכו' וכו' און ווען מען כאפט זיי ביי די שקרים, קומט א פרישער ספין אדער א פרישער שקר, צו פארטיידיגן דעם פריריגן שקר, לאמיך דיך פרעגן, די זאליס האלטן ביים גיין צו דין תורה? לאמיר זען זייער אינטערשריפט אויף שטרי בירורין אזוי ווי ר' אהרן וועלץ האט געוויזן ווען די זאליס האבן געשריגן אז ער וויל נישט גיין צו דין תורה, האט ער מפרסם געווען די שטרי בירורין מיט זיין אינטערשריפט, איר טענה'ט אז איר האלט ביים גיין נאר רבי אהרן וויל נישט, לאמיר זען שטרי בירורין פון ענקערע ראשי קהילה מיט ענקער רבי אינטערגעשריבן, דאן ברענג איך ענק א אינטערשריפט פון אונזערע ראשי קהילה מיט אונזער רבי,  

_________________

Plywood » 4/1/2011 21:16

זיי נישט ברוגז משהלע, אויב איינער דארף עפעס קודם ברענגען זענט עטס די וואס דארפן, עטס זענטס די וואס קלאגן לאמיר זעהן אויף וואס עטס קלאגטס ווער עס קלאגט און וועם מען קלאגט,

אבער למען האמת, נישט דאס איז געווען די מדובר דא, איך וועל פרובירן צו מאכן א קורצן ס"ה וואס די מדובר דא איז געווען, לויט ווי איך דענק האט מען דא געזאגט, אז מען איז געווען ביי ריכטער שמידט, און ריכטער שמידט האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען אז די צדדים זאלן קומען צו א די"ת, און עס האט זיך אפגעשטעלט ביי ר' אהרנס אונטערשריפט, און ביי קר"י, האט זיך דא אנגעהויבן א גאנצע טענה'ריי די ארונים האבן אנגעהויבן צו שרייען אז ער דארף נישט אונטערשרייבן, און מען טאר נישט אונטערשרייבן אויף קר"י, וואס אויף דעם ארויף האט מען געענטפערט פארוואס ער דארף יא אונטערשרייבן, און פארוואס מען דארף יא אונטערשרייבן אויף קר"י, אויף דעם איז געקומען די תירוץ, אז איה"נ ר' אהרן דארף יא אונטערשרייבן, און מען קען יא רעדן פון קר"י,אבער מען דארף שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, אויף דעם האט מען געענטפערט, אז עס איז שטותים און מען האט אויפגעוויזן אז מען מוז נישט שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה,

אינצווישן איז אריינגעקומען נאך טענות בנוגע די אלטע צוריקגעצויגענע הזמנה, וואס די ארונים האבן דא גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי האבן עס די ערשטע געכאפט, האבן זיי די רעכט צו זאגן ווער עס דארף זיך אלס שטעלן, און וואס מען דארף אלס אריינשטעלן, און וויאזוי מען דארף פירן די די"ת, אפגעזעהן צו עס מאכט סענס צו נישט, און אפילו אפגעזעהן צו עס שטייט אין די הזמנה צו נישט, די עיקר איז אז געוויסע ארונים האבן געשיקט פאר געוויסע זאלונים אן הזמנה, און מכאן ואילך מוזן די זאלונים נאכטאנצען די ארונים. עס איז דערנאך אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט פון די נארישקייטן, און מען איז אריין אביסל בפרטיות אין די פאלשקייטן וואס מען פרובירט צו נוצן מיט יענע הזמנה (מען האט געפרעגט וואס פונקטליך איז די תביעה אויף יענע הזמנה און ווי עס שטייט דארט, איז געקומען א מאדנער ליצנות ענטפער קאר טעלעפאן) , און ווי אויך האט מען אויפגעוויזן אז דער גאנצער הזמנה ווארפט נישט אפ קיין איין זאך וואס די זאליס טענהן, און פארענטפערט נישט קיין איין טענה מצד האהרונים, מכש"כ וכש"כ ווען דער הזמנה עקזיסטירט שוין נישט, און דער בי"ד האט צוריקגעצויגן דערפון, ווייל מען האט זיי נישט געפאלגט, איז זיכער נאריש צו פרובירן צו צוימען די זאליס מיט זייערע טענות צוליב יענע הזמנה.

ווי אויך איז אינצווישן אויסגעקומען צו רעדן וועגן בארא פארק, ווי אהרן וועלץ האט איבער 3 יאר מסרב געווען געווען צו קומען צו די"ת, און די ארונים האבן פרובירט אנצושמירן אויף ריכטער דעמערעסטס פסק, אז דארט שטייט אז ר' מענדל שווימער האט נישט געוואלט קומען צו די"ת, און דאס האט מען ברוך השם אויך אויפגעוויזן אז עס איז פאלז פון קאפ ביז פיס.

אויף למעשה איז אויסגעקומען שוין עטליכע מאל דא ווי די ארונים שרייען אז עס הייבט זיך נישט אהן די גאנצע מעשה אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן און מען וויל נישט רעדן פון קר"י, און מען איז גרייט צו ברענגען אפילו שט"ב פון ר' אהרן אויב מען ברענגט פון ר' זלמן לייב, אויף דעם וויל איך זאגן קודם כל נישט דאס איז געווען די פראבלעם דא אויף וואס איך האב זיך ארומגע'טענה'ט, איך האב נאר אפגעענטפערט די ספינס וואס מען האט פרובירט צו ספינען אז מען דארף נישט גיין צו די"ת און אז ר' אהרן דארף נישט אונטערשרייבן, און די שקרים וואס מען האט פרובירט צו פארקויפן, פון אלטע מעשיות, דאקומענטן, פסקים, פון ביז היינט, און ב"ה איך מיין אז עס איז געווען מיט א שטארקע הצלחה,

אויב וויל מען רעדן איבער די מציאות וואס מען האט טאקע געזאגט אדער נישט געזאגט פאר ריכטער שמידט, בין איך גערן מסכים, אז מען זאל דא ארויפלייגן די דאקומענטן וואס ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן פאר דעם ריכטער, איך האב נישט קיין צוטריט דערצו, איך האב נאר אלע קונטריסים וואס עס איז שוין ארויסגעקומען ביז היינט פארן פובליק פון ביידע צדדים, ובעיקר פון די ערשטע יארן פון די מחלוקה, וואס פון דארט שעפ איך מיינע אינפארמאציע, אויף וואס איז געווען ביז היינט, אדרבה אויב האט איינער די פאפירן פון ביידע צדדים וואלט געווען זייער א גלייכע זאך אויב מען קען עס דא ארויפלייגן און דעבאטירן, כפי השמועה האבן ביידע זייטן אריינגעגעבן זייער ווערסיע פון שטרי בירורין, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז ווער עס האט צוטריט דערצו זאל עס ארויפלייגן.

_________________

משהלע » 5/1/2011 05:08

[quote]זיי נישט ברוגז משהלע, אויב איינער דארף עפעס קודם ברענגען זענט עטס די וואס דארפן, עטס זענטס די וואס קלאגן לאמיר זעהן אויף וואס עטס קלאגטס ווער עס קלאגט און וועם מען קלאגט, עד כאן למען השקר...

אבער למען האמת, נישט דאס איז געווען די מדובר דא, איך וועל פרובירן צו מאכן א קורצן ס"ה וואס די מדובר דא איז געווען, לויט ווי איך דענק האט מען דא געזאגט, אז מען איז געווען ביי ריכטער שמידט, און ריכטער שמידט האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען אז די צדדים זאלן קומען צו א די"ת, און עס האט זיך אפגעשטעלט ביי ר' אהרנס אונטערשריפט, און ביי קר"י, שקר שקר שקר, דיין ספין!!!,  האט זיך דא אנגעהויבן א גאנצע טענה'ריי די ארונים האבן אנגעהויבן צו שרייען אז ער דארף נישט אונטערשרייבן, און מען טאר נישט אונטערשרייבן אויף קר"י, וואס אויף דעם ארויף האט מען געענטפערט פארוואס ער דארף יא אונטערשרייבן, און פארוואס מען דארף יא אונטערשרייבן אויף קר"י, אויף דעם איז געקומען די תירוץ, אז איה"נ ר' אהרן דארף יא אונטערשרייבן, און מען קען יא רעדן פון קר"י,אבער מען דארף שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, אויף דעם האט מען געענטפערט, אז עס איז שטותים און מען האט אויפגעוויזן אז מען מוז נישט שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, דאס הייסט א ספין, יעצט ווייסטו שוין וואס א ספין מיינט?

אינצווישן איז אריינגעקומען נאך טענות בנוגע די אלטע צוריקגעצויגענע הזמנה, וואס די ארונים האבן דא גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי האבן עס די ערשטע געכאפט, האבן זיי די רעכט צו זאגן ווער עס דארף זיך אלס שטעלן, און וואס מען דארף אלס אריינשטעלן, און וויאזוי מען דארף פירן די די"ת, אפגעזעהן צו עס מאכט סענס צו נישט, און אפילו אפגעזעהן צו עס שטייט אין די הזמנה צו נישט, די עיקר איז אז געוויסע ארונים האבן געשיקט פאר געוויסע זאלונים אן הזמנה, און מכאן ואילך מוזן די זאלונים נאכטאנצען די ארונים. עס איז דערנאך אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט פון די נארישקייטן, און מען איז אריין אביסל בפרטיות אין די פאלשקייטן וואס מען פרובירט צו נוצן מיט יענע הזמנה (מען האט געפרעגט וואס פונקטליך איז די תביעה אויף יענע הזמנה און ווי עס שטייט דארט, איז געקומען א מאדנער ליצנות ענטפער קאר טעלעפאן) , און ווי אויך האט מען אויפגעוויזן אז דער גאנצער הזמנה ווארפט נישט אפ קיין איין זאך וואס די זאליס טענהן, און פארענטפערט נישט קיין איין טענה מצד האהרונים, מכש"כ וכש"כ ווען דער הזמנה עקזיסטירט שוין נישט, און דער בי"ד האט צוריקגעצויגן דערפון, ווייל מען האט זיי נישט געפאלגט, איז זיכער נאריש צו פרובירן צו צוימען די זאליס מיט זייערע טענות צוליב יענע הזמנה.

ווי אויך איז אינצווישן אויסגעקומען צו רעדן וועגן בארא פארק, ווי אהרן וועלץ האט איבער 3 יאר מסרב געווען געווען צו קומען צו די"ת, נאכאמאל, דיינע אויסגעזויגענע שקרים, און די ארונים האבן פרובירט אנצושמירן אויף ריכטער דעמערעסטס פסק, אז דארט שטייט אז ר' מענדל שווימער האט נישט געוואלט קומען צו די"ת, און דאס האט מען ברוך השם אויך אויפגעוויזן אז עס איז פאלז פון קאפ ביז פיס. אויפגעוויזן?, ווי ווען וואס, איך האב ארויף געלייגט א קאפי פונעם ארגינעלן פסק פון ריכטערן דעמערעסט און זי שרייבט זייער קלאר אז ר' אהרן וועלץ שרייט חי וקיים אז ער וויל זיך שטעלן צו דין תורה און מענדל שווימער שרייט געוואלד אז ער וויל בשום אופן נישט גיין צו דין תורה, און זי צווינגט מענדל שווימער זאל זיך תיכף ומיד בלי שום התחמקות שטעלן צו דין תורה, סא, ווי האסטו איבערגעצייגט?, דיין ספין טוישט נישט דעם מציאות, 

אויף למעשה איז אויסגעקומען שוין עטליכע מאל דא ווי די ארונים שרייען אז עס הייבט זיך נישט אהן די גאנצע מעשה אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן און מען וויל נישט רעדן פון קר"י, און מען איז גרייט צו ברענגען אפילו שט"ב פון ר' אהרן אויב מען ברענגט פון ר' זלמן לייב, אויף דעם וויל איך זאגן קודם כל נישט דאס איז געווען די פראבלעם דא אויף וואס איך האב זיך ארומגע'טענה'ט, איך האב נאר אפגעענטפערט די ספינס וואס מען האט פרובירט צו ספינען אז מען דארף נישט גיין צו די"ת און אז ר' אהרן דארף נישט אונטערשרייבן, און די שקרים וואס מען האט פרובירט צו פארקויפן, פון אלטע מעשיות, דאקומענטן, פסקים, פון ביז היינט, און ב"ה איך מיין אז עס איז געווען מיט א שטארקע הצלחה, ספין ספין ספין.

אויב וויל מען רעדן איבער די מציאות וואס מען האט טאקע געזאגט אדער נישט געזאגט פאר ריכטער שמידט, בין איך גערן מסכים, אז מען זאל דא ארויפלייגן די דאקומענטן וואס ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן פאר דעם ריכטער, איך האב נישט קיין צוטריט דערצו, איך האב נאר אלע קונטריסים וואס עס איז שוין ארויסגעקומען ביז היינט פארן פובליק פון ביידע צדדים, ובעיקר פון די ערשטע יארן פון די מחלוקה, וואס פון דארט שעפ איך מיינע אינפארמאציע, אויף וואס איז געווען ביז היינט, אדרבה אויב האט איינער די פאפירן פון ביידע צדדים וואלט געווען זייער א גלייכע זאך אויב מען קען עס דא ארויפלייגן און דעבאטירן, כפי השמועה האבן ביידע זייטן אריינגעגעבן זייער ווערסיע פון שטרי בירורין, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז ווער עס האט צוטריט דערצו זאל עס ארויף לייגן.
דער מציאות איז זייער פשוט, די ראשי הקהילה פון די אהרונים שרייען געוואלד אז מען האט צוגעכאפט די בנינים בגניבה און מען זאל זיך שטעלן לזבל''א, זיי האבן מודיע געווען ווער זייער בורר איז, נו, וויאזוי איז דער סדר העולם, דער צד השני וואס זענען ענקערע ראשי הקהילה ענטפערן צוריק ווער זייער בורר איז, און מען גייט צו דין תורה, דארט ביים בית דין שרייבן ביידע צדדים אינטער שטרי בירורין, און יעדער צד קען פארלאנגען ווער נאך זאל לדעתם דארפן אינטער שרייבן, און דער בית דין איז מחליט מי ומי החותמים, רבי אהרן האט קלאר געזאגט, און צו דעם ביסטו לכאורה מודה, אז אויב דער בית דין וועט פארלאנגען זיין אינטערשריפט, וועט ער אינטער שרייבן, און אזוי אויך, יעדער צד זאגט פארן בית דין וואס זייער טענה איז, און פון וואס מען  דן זיין לדעתם, און ווייטער וועט דער בית דין מחליט זיין, ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, אלזא,  אינזער בורר איז הרה''ג רבי מענדל זילבער שליט''א, לאמיר הערן ווער ענקער בורר איז, און זאלן זיי אויסוועלן א שליש, און מען הייבט אן א דין תורה, פון וואס מען זאל רעדן, און ווער עס זאל אינטער שרייבן וועט דער בית דין מחליט זיין, יעצט לאמיר הערן דיין ספין,  

/quote] 

Plywood » 5/1/2011 06:55

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[quote]זיי נישט ברוגז משהלע, אויב איינער דארף עפעס קודם ברענגען זענט עטס די וואס דארפן, עטס זענטס די וואס קלאגן לאמיר זעהן אויף וואס עטס קלאגטס ווער עס קלאגט און וועם מען קלאגט, עד כאן למען השקר...

אבער למען האמת, נישט דאס איז געווען די מדובר דא, איך וועל פרובירן צו מאכן א קורצן ס"ה וואס די מדובר דא איז געווען, לויט ווי איך דענק האט מען דא געזאגט, אז מען איז געווען ביי ריכטער שמידט, און ריכטער שמידט האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען אז די צדדים זאלן קומען צו א די"ת, און עס האט זיך אפגעשטעלט ביי ר' אהרנס אונטערשריפט, און ביי קר"י, שקר שקר שקר, דיין ספין!!!, (איך זעה דו האסט זייער ליב דאס ווארט ספין, וועל איך דיר מסביר זיין וואס ספין הייסט, קוק אהער דא דער אשכול האט איינער געעפענט אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן שט"ב ביי ריכטער שמידט, און איך האב אזוי געשריבן דא, אז אזוי האט מען געזאגט, שרייבסטו שקר שקר ספין, האט מען נישט דא אזוי געעפענט דעם אשכול?, נאר וואס דען כדי צו מאכן אויסזעהן ווי מען האט גוט געענפערט שרייבט מען שקר שקר ווי כאילו איך זאל דאס האבן יעצט געזאגט, ווי דו זעהסט באציה איך מיך בכלל נישט צו ער האט טאקע אזוי געזאגט צו נישט, כ'רעד נאר לגבי צו ער וואלט געמעגט אזוי זאגו צו נישט וואס עטס טענה'טס ער מעג, לייען ווייטער)  האבן  האט זיך דא אנגעהויבן א גאנצע טענה'ריי די ארונים האבן אנגעהויבן צו שרייען אז ער דארף נישט אונטערשרייבן, און מען טאר נישט אונטערשרייבן אויף קר"י, וואס אויף דעם ארויף האט מען געענטפערט פארוואס ער דארף יא אונטערשרייבן, און פארוואס מען דארף יא אונטערשרייבן אויף קר"י, אויף דעם איז געקומען די תירוץ, אז איה"נ ר' אהרן דארף יא אונטערשרייבן, און מען קען יא רעדן פון קר"י,אבער מען דארף שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, אויף דעם האט מען געענטפערט, אז עס איז שטותים און מען האט אויפגעוויזן אז מען מוז נישט שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, דאס הייסט א ספין, יעצט ווייסטו שוין וואס א ספין מיינט? וואס א ספין מיינט ווייס איך גוט פון דיינע געשרייבעכצער אבער פארוואס דאס איז א ספין זאגסטו נישט

אינצווישן איז אריינגעקומען נאך טענות בנוגע די אלטע צוריקגעצויגענע הזמנה, וואס די ארונים האבן דא גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי האבן עס די ערשטע געכאפט, האבן זיי די רעכט צו זאגן ווער עס דארף זיך אלס שטעלן, און וואס מען דארף אלס אריינשטעלן, און וויאזוי מען דארף פירן די די"ת, אפגעזעהן צו עס מאכט סענס צו נישט, און אפילו אפגעזעהן צו עס שטייט אין די הזמנה צו נישט, די עיקר איז אז געוויסע ארונים האבן געשיקט פאר געוויסע זאלונים אן הזמנה, און מכאן ואילך מוזן די זאלונים נאכטאנצען די ארונים. עס איז דערנאך אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט פון די נארישקייטן, און מען איז אריין אביסל בפרטיות אין די פאלשקייטן וואס מען פרובירט צו נוצן מיט יענע הזמנה (מען האט געפרעגט וואס פונקטליך איז די תביעה אויף יענע הזמנה און ווי עס שטייט דארט, איז געקומען א מאדנער ליצנות ענטפער קאר טעלעפאן) , און ווי אויך האט מען אויפגעוויזן אז דער גאנצער הזמנה ווארפט נישט אפ קיין איין זאך וואס די זאליס טענהן, און פארענטפערט נישט קיין איין טענה מצד האהרונים, מכש"כ וכש"כ ווען דער הזמנה עקזיסטירט שוין נישט, און דער בי"ד האט צוריקגעצויגן דערפון, ווייל מען האט זיי נישט געפאלגט, איז זיכער נאריש צו פרובירן צו צוימען די זאליס מיט זייערע טענות צוליב יענע הזמנה.

ווי אויך איז אינצווישן אויסגעקומען צו רעדן וועגן בארא פארק, ווי אהרן וועלץ האט איבער 3 יאר מסרב געווען געווען צו קומען צו די"ת, נאכאמאל, דיינע אויסגעזויגענע שקרים וואס הייסט, ער איז יא געגאנגען צו די"ת? , און די ארונים האבן פרובירט אנצושמירן אויף ריכטער דעמערעסטס פסק, אז דארט שטייט אז ר' מענדל שווימער האט נישט געוואלט קומען צו די"ת, און דאס האט מען ברוך השם אויך אויפגעוויזן אז עס איז פאלז פון קאפ ביז פיס. אויפגעוויזן?, ווי ווען וואס, איך האב ארויף געלייגט א קאפי פונעם ארגינעלן פסק פון ריכטערן דעמערעסט און זי שרייבט זייער קלאר אז ר' אהרן וועלץ שרייט חי וקיים אז ער וויל זיך שטעלן צו דין תורה און מענדל שווימער שרייט געוואלד אז ער וויל בשום אופן נישט גיין צו דין תורה, און זי צווינגט מענדל שווימער זאל זיך תיכף ומיד בלי שום התחמקות שטעלן צו דין תורה, סא, ווי האסטו איבערגעצייגט?, דיין ספין טוישט נישט דעם מציאות, איך האב שוין גערעדט דערפון צוויי מאל אויבן, און אדרבה יעדער איז מכובד צוריקצוגיין לייענען ביידע תגובות און אליין זיך איבערצייגן ווער עס ספינט און וואס עס איז דער מציאות (מיטן עס איבערשרייבן נאכאמאל און נאכאמאל ווערט עס נישט קיין מציאות)

אויף למעשה איז אויסגעקומען שוין עטליכע מאל דא ווי די ארונים שרייען אז עס הייבט זיך נישט אהן די גאנצע מעשה אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן און מען וויל נישט רעדן פון קר"י, און מען איז גרייט צו ברענגען אפילו שט"ב פון ר' אהרן אויב מען ברענגט פון ר' זלמן לייב, אויף דעם וויל איך זאגן קודם כל נישט דאס איז געווען די פראבלעם דא אויף וואס איך האב זיך ארומגע'טענה'ט, איך האב נאר אפגעענטפערט די ספינס וואס מען האט פרובירט צו ספינען אז מען דארף נישט גיין צו די"ת און אז ר' אהרן דארף נישט אונטערשרייבן, און די שקרים וואס מען האט פרובירט צו פארקויפן, פון אלטע מעשיות, דאקומענטן, פסקים, פון ביז היינט, און ב"ה איך מיין אז עס איז געווען מיט א שטארקע הצלחה, ספין ספין ספין. טרי רא לי לי לי ליי ליי לאם

אויב וויל מען רעדן איבער די מציאות וואס מען האט טאקע געזאגט אדער נישט געזאגט פאר ריכטער שמידט, בין איך גערן מסכים, אז מען זאל דא ארויפלייגן די דאקומענטן וואס ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן פאר דעם ריכטער, איך האב נישט קיין צוטריט דערצו, איך האב נאר אלע קונטריסים וואס עס איז שוין ארויסגעקומען ביז היינט פארן פובליק פון ביידע צדדים, ובעיקר פון די ערשטע יארן פון די מחלוקה, וואס פון דארט שעפ איך מיינע אינפארמאציע, אויף וואס איז געווען ביז היינט, אדרבה אויב האט איינער די פאפירן פון ביידע צדדים וואלט געווען זייער א גלייכע זאך אויב מען קען עס דא ארויפלייגן און דעבאטירן, כפי השמועה האבן ביידע זייטן אריינגעגעבן זייער ווערסיע פון שטרי בירורין, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז ווער עס האט צוטריט דערצו זאל עס ארויף לייגן.
דער מציאות איז זייער פשוט, די ראשי הקהילה פון די אהרונים שרייען געוואלד אז מען האט צוגעכאפט די בנינים בגניבה און מען זאל זיך שטעלן לזבל''א, זיי האבן מודיע געווען ווער זייער בורר איז, נו, וויאזוי איז דער סדר העולם, דער צד השני וואס זענען ענקערע ראשי הקהילה ענטפערן צוריק ווער זייער בורר איז, און מען גייט צו דין תורה, דארט ביים בית דין שרייבן ביידע צדדים אינטער שטרי בירורין, און יעדער צד קען פארלאנגען ווער נאך זאל לדעתם דארפן אינטער שרייבן, און דער בית דין איז מחליט מי ומי החותמים, רבי אהרן האט קלאר געזאגט, און צו דעם ביסטו לכאורה מודה, אז אויב דער בית דין וועט פארלאנגען זיין אינטערשריפט, וועט ער אינטער שרייבן, ניין קלאר אז נישט, פארקערט ער זאגט אז אפילו בי"ד וועט פארלאנגען וועט ער נישט אונטערשרייבן שט"ב (זעה אויבן איבער דעם צעטיל פון לישע) און אזוי אויך, יעדער צד זאגט פארן בית דין וואס זייער טענה איז, און פון וואס מען  דן זיין לדעתם, און ווייטער וועט דער בית דין מחליט זיין, ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, גם אני מצטרף לזה
ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, אלזא,  אינזער בורר איז הרה''ג רבי מענדל זילבער שליט''א, לאמיר הערן ווער ענקער בורר איז, און זאלן זיי אויסוועלן א שליש, און מען הייבט אן א דין תורה, פון וואס מען זאל רעדן, און ווער עס זאל אינטער שרייבן וועט דער בית דין מחליט זיין, יעצט לאמיר הערן דיין ספין, איך האב שוין וועגו דעם אויך געענטפערט אויבן, און איך זעה נישט אז דו זאלסט עפעס מער צולייגן, במילא וועל איך דיר הייסן צוריקגיין אויבן און עס איבערלייענען, חוץ מזה האב איך געבעטן דא אז ווער עס קען זאל ארויפלייגן די דאקומענטן פון ביידע צדדים, אז דו האסט עס נישט ביסטו פטור, אבער סתם דיינע בויך קרעמפן איז מיר נישט אינטערעסאנט 

/quote] 



בל"נ וועל איך מער נישט איבערגיין קיין אלטע זאכן, אפשר אויב כ'וועל זעהן אז עס דארף צוקומען זאכן וואס מען האט נאך ביז יעצט נישט געשריבן, וועל איך פרובירן צוצולייגן.

ווי מען זעהט טוישט מען דא די מהלך פון איין מינוט אויפן צווייטן, איין מינוט וויל ר' אהרן יא אונטערשרייבן אויף אלעם איינמאל נאר אויף האלב און איינמאל אויף גארנישט, כ'בעט מען זאל איינמאל קלאר מאכן ענדגילטיג, צו וויל ער יא אונטערשרייבן צו נישט, און אויף וואס ער וויל אונטערשרייבן, און וויאזוי ער וויל אונטערשרייבן.

_________________



תוקן על ידי Plywood ב- 05/01/2011 07:00:53

משהלע » 5/1/2011 18:20

טייערער פלייוואד, זעט אויס אז דו ווייסט אפילו נישט די טייטש פון "ספין", א ספין מיינט אז יעדע מינוט טוישט זיך דער ניגון, מען ספינט רעכטס, מען ספינט לינקס, מען מאכט א יו טורן, יעדע מינוט מיט א פרישער מהלך און א פרישער געבעקס, און ווער עס ליינט דא די 12 דפים פון תגובות, קען נישט באשולדיגן די אהרונים אין קיין ספין, דאס וואס זיי טענה'ן אויף דף 1, טענה'ן זיי אויף דף 2 און אויף דף 3 און אזוי ווייטער, קענסט מחולק זיין מיט זייערע סטעיטמענטס, קענסט דאס אנרופן חלומות, און אפילו שקרים, אדער נישט קיין ספין, ווידער די זאלי שרייבערס, זיי ספינען יעדע מינוט מיט א פרישן שקר, א פרישע מעשה און ווען מען פאקט זיי מיט א שקר, ספינט מען לינקס מיט א פרישע געבעקס, פלייוואד, מיט שפילן גולם, און שרייבן אז נישט דו האסט געשריבן דעם ארגינעלן פאסט, דו פארופסט דיך נאר אויף וואס "מע" זאגט, אדער אויף וואס "מע" שרייבט, דאס אליין איז א ספין אויפן גרעסטן פארנעם,

לאמיר אנהייבן, ווער איז דאס דער "מע"?, און פארוואס איז דער "מע" קראנטער פון ר' אלישע האראוויץ, און פון רבי ישראל דוד הארפענעס שליט''א?, זיי זאגן און האבן מפרסם געווען אז רבי אהרן טענה'ט אז ער האט קיינעם נישט גערופן צו דין תורה און קיינער האט עם נישט גערופן, במילא דארף ער נישט אינטער שרייבן קיין שום שטרי בירורין, נאר אויב דער בית דין וועט איינזען אז ער דארף יא אינטער שרייבן, איז ער גרייט לפנים משורת הדין אינטער צו שרייבן, פעיר אינאף? יא, ביי יעדן נארמאלן מענטש, דאס איז שכל'דיג און א דבר המתקבל על הדעת, אבער נישט ביי די ספינערס, זיי זענען נישט צופרידן, וואס הייסט לפנים משורת הדין?, וואס הייסט ער וויל נישט אינטער שרייבן?, ער איז א מסרב לדין!, עכט וויל ער נישט אינטער שרייבן!, איי אפשר זאגסטו מיר, האט דיין רבי אינטער געשריבן?, האבן דיינע ראשי הקהלה אינטער געשריבן?, און בכלל, ווי זאל אינטער שרייבן, ער זאל אריין לויפן אין בית המדרש אדער גאר ביי סאסמאן בית המדרש, און אינטער שרייבן יעדן צעטיל?, ליצים וואס איר זענט!!!, איז דען שייך אינטער צו שרייבן שטרי בירורין אז ס'איז אפילו נישטא קיין בית דין?, איר ווילט דאך נישט זאגן ווער ענקער בורר איז, מיט זיין בעסטן ווילן, קען ער אפילו נישט אינטער שרייבן, אבער טענו את בעירכם, גיי טענה מיט א באנדע ספינערס.

וואס הייסט א ספינער?, א ספינער מיינט, אז ער האט א ציל, און דער מיטל צו צוקומען צו דעם ציל טוישט זיך פון מינוט צו מינוט, די אהרונים טענה'ן פון דעי וואן, מיר פארלאנגען א דין תורה, דער ניגון האט זיך קיינמאל נישט געטוישט, און עד היום איז די זעלבע טענה, לאמיר זיך שטעלן צו א בית דין כשר בישראל, און דארט קען יעדער אראפ לייגן זיינע טענות און זיינע תביעות, ויקוב הדין את ההר, און די זאליס, שרייען געוואלד, נאו וועי, מיר גייען נישט צו קיין דין תורה, און ווען מען פרעגט זיי, היתכן איר ווילט נישט גיין צו דין תורה, הייבט זיך אן א געספינעכטס, וואס זייט ספינער האט אנגעהויבן צו ספינען איז נאך אזא געספינעכטס נישט געווען, קודם, מען קען קיין גלעזעל וואסער נישט טרינקען ביי די דיינים, (איר געדענקט?) אביסל שפעטער, , זיי זענען די נתבעים, (פלוצלינג זענען שוין יא דא תובעים ונתבעים, להיפוך פון זייער לעצטיגע געספינעכטס, ) און זיי ווילן דווקא גיין צו זייערע דיינים, איי זייערע דיינים זענען דאך א צד אין די מחלוקה און האבן שוין ברבים גענומען א שטעלונג, האט מען ערפינדן א פרישן ספין, מען האט באשאפן א ברי' חדשה וואס הייסט "תהלוכי הקהילה", איך האב דורך געזוכט אין גאנץ חושן משפט און נישט געטראפן אזא קרייטיריע פאר א דיין, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס, ווען כלל ישראל האט נישט געוואלט אנעמען זייער פרישן ספין פון תהלוכי הקהילה, שטעלט זיך אויף שאול פערלשטיין און שרייט -א פרישער ספין- "מיר דארפן נישט גיין צו דין תורה, פארוואס? ער געדענקט עפעס וואס ער האט געלערנט אין די בעלזע ישיבה אז "אין נזקקין" ער ווייסט טאקע נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אבער ער איז זיכער אז וועגן דעם "אין נזקקין" דארף ער נישט גיין צו דין תורה, נו, די תורה וועלט האט נישט אנגענומען די לעכערליכע טענה, און מען האט שטארק געמאנט אז מען דארף זיך שטעלן לדין כהלכות גוברין יהודאין, איז אויפגעקומען דער שאול פערלשטיין מיט א פרישן ספין, אז זיי זענען גרייט "לפנים משורת הדין" צו גיין צו דין תורה אבער דייקא צו איינעם פון די דריי בית דין'ס, און ווינדער איבער ווינדער אלע דריי בתי דינים זענען אפענע שונאים פאר די אהרונים, וואס האט ער געקלערט, ר' איציק מאנדל וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל פסקענען די דין תורה? אדער ר' מאטל שטיינס זון וואס מען האט ארויס געטראסקעט פון די ישיבה זאל קענען אויפריכטיג פסקענען די דין תורה? דאס איז דאך בניגוד צום שולחן ערוך חושן משפט סימן ז' הלכות הדיינים, אבער גיי טענה דיך מיט ספינערס, דער ציל איז דאך, נישט צו גיין צו דין תורה, און די תירוצים איז נאר א ספין, אויב געפעלט דיר נישט דער ספין, וועל איך אויפקומען מיט א פרישן, נאו פראבלעם, שערי הספינעטש לא ננעלו.

ביישפילן פון אייער ספיניש וועט פארזעצן אי''ה.
    


תוקן על ידי משהלע ב- 05/01/2011 18:34:53

שארטקאט » 5/1/2011 18:38

מה נשתנה תשמ"ו בקרית יואל אז אלטר משה ושינדל גאלדברגער האבן באקומען א מכתב פון ר' אהרן אז מ'קען זיך נאר מתדיין זיין ביי רבני ודייני קהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

משהלע » 5/1/2011 19:03

גיט מארגן שארטקאט, איז דאס א פרישער ספין? שריי הויעך, מיר ווילן נישט גיין צו דין תורה וועגן אלטר משה מיט שינדל גאלדבערגער,

_________________

שארטקאט » 5/1/2011 19:22

פארוואס תשמ"ו בקרית יואל האט ר' אהרן נישט געוואלט גיין צו דין תורה מיט אלטר משה ושינדל גאלדבערגער, און געשיקט א בריוו אז נאר רבני ודייני הקהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א קענען דן זיין אויף דעם,

RESTLER » 5/1/2011 19:25

שארטקאט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מה נשתנה תשמ"ו בקרית יואל אז אלטר משה ושינדל גאלדברגער האבן באקומען א מכתב פון ר' אהרן אז מ'קען זיך נאר מתדיין זיין ביי רבני ודייני קהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

תשמ''ו האט קרית יואל גיהאט א בעל הבית, דער בירך משה איז געווען דער מרה דאתרא און ער האט גיפאסקעט אז מען קען נישק רופן קהל צו דין תורה, ר' אהרן האט קיינמאל אזא מכתב נישט גישריבן, דאס האט קהל גישריבן, אבער היינט איז דאך קרית יואל א שטח הפקר קיינער איז נישט עכט בעל הבית און דאס איז טאקע די דין תורה ווער עס איז בעל הבית ווער עס איז דער עכטער קהל, איז פשוט אז מען דארף גיין צו דין תורה צו א אומפארטייאישן בית דין.

משהלע » 5/1/2011 19:32

רעסטלער האט מיך אויסגעכאט, איך האב געוואלט ענטפערן בערך די זעלבע זאך, דאס איז זיכער אז תשמ''ו איז געווען א קהל, און קהל האט א כח בית דין, ווי דער דברי יואל ברענגט אין שו''ת דברי יואל, דער הייליגער ברך משה זי''ע האט דאס כסדר ערוועינט, אז קהל האט א כח בית דין, און דאן האט קהל מחליט געווען אז ס'איז נישט קיין תביעה כספית, ס'איז נאר א תביעה בעניני הנהגה, און הנהגה אין סאטמאר קענען נאר פסקענען די דיינים און דער מרא דאתרא, אבער היינט צו טאג איז דאך על זה אנו דנים, ווער איז קהל, ווער זענען די דיינים און ווער איז מרא דאתרא, (רבי), נו, דאס קען נאר א בית דין המרוצה לשני הצדדים פסקענען, והדברים פשוטים מאוד.

Plywood » 5/1/2011 20:03

משהלע, העט איך ווען דיך נישט געקענט פון פריער וואלט איך ווען ארויסגענומען פון דיין פאריגע תגובה אז דו ביסט א זאלי,

דא האסטו ממש אראפגעשריבן די נשמה פון די קאנפליקט,

די ארונים האבן שטענדיג געדרייט איבער וואס די מחלוקה איז, איינמאל איז עס געווען א פריוואטע קאנפליקט צווישן עטליכע קהלס לייט, און איינמאל איז עס געווען וויאזוי משהלע רופט דאס אהן דא: "וער איז קהל, ווער זענען די דיינים און ווער איז מרא דאתרא, (רבי)"

די שטעלונג פון די זאלונים, פון אנהייב קאנפליקט ביז יעצט, איז געווען דאס, אויב איז דאס א פריוואטע קאנפליקט, צווישן עטליכע קהלס לייט, וויאזוי די ארונים האבן אין איינע פון די וועגן עס פרובירט אראפצושטעלן, און האבן אזוי אויסגעשטעלט די הזמנה, דאן באלאנגט דאס פאר די רבני ודייני הקהילה אזוי ווי עס שטייט אויף אלטר משהס בריוו, און ווי איר זענט מודה אס דאס איז ריכטיג, אויב איז דאס אזוי ווי דו שרייבסט יעצט וזה לשונך: "על זה אנו דנים, ווער איז קהל, ווער זענען די דיינים און ווער איז מרא דאתרא, (רבי)" דאן מוז יעדער אונטערשרייבן שט"ב אין די זעלבע צייט אויף די זעלבע אופנים.

דאס איז ווי מען זאגט אין א nutshell די עיקר פון די דין ודברים לגבי דעם ענין פון די"ת

 

_________________

משהלע » 5/1/2011 20:36

די פארשטייסט טאקע נישט? אדער דו מאכסט דיך!, וואס הייבסטו אן אינמיטן, דאס איז איין סענטענס, דיינים און רבי איז ווער "קהל" איז מחליט, ווייל קהל האט א דין בית דין און זייער החלטה איז דעצידירענט, ווי דער רבי זי''ע ברענגט כמה פעמים אין זיין תשובה ספר, לויט די זאליס, איז דער סכסוך ווער עס איז קהל, און אויב זענען זיי די ריכטיגע קהל, איז במילא דער פועל יוצא פונעם סכסוך ווער עס איז רבי,  על כן פארלאנגען זיי אז רבי אהרן זאל שוין דארפן אינטערשרייבן, דאס איז די טענה פון די זאליס, און לויט די אהרונים איז בכלל נישט וויכטיג רבי אהרן זאל אינטער שרייבן, ווייל אויב זענען זיי די ריכטיגע קהל איז דאך במילא נישט וויכטיג רבי אהרן'ס אינטערשריפט, און אויב איז זאלי קהל די ריכטיגע קהל יטב לב קענען נאר זיי מכתיר זיין א רבי און רבי אהרן איז לויט זיי (אויב זיי געווינען) במילא נישט רבי, איז זיין חתימה בכלל נישט נייטיג, און דעריבער דארף דער בית פון די עווענטועלע (?) דין תורה מחליט זיין צו דער רבי אהרן און דער גז''ל דארפן טאקע אינטער שרייבן די שטרי בירורין צו נישט,

על כל פנים, די טענה בלייבט ווייטער, אז דאס איז ביד הבית דין מחליט צו זיין און איין זייט קען נישט מחליט זיין אן דעם בית דין אז דאס זאל זיין א תנאי קודם, און אן דעם גייען זיי נישט צו דין תורה, ווייל דאס הייסט אויף לשון קודש א מסרב לדין תורה.

שארטקאט » 5/1/2011 21:20

ווען א איד זאגט איך גיי צו דין תורה אן קיין הגבלות, דער אנדערער געט א ליסטע מיט הגבלות דאס בין איך זיך מתחייב אבער דאס נישט, ווער איז דער מסרב?

אין דעם פאל זאגט אנשי רז"ל מיר גייען צו דין תורה און לאזן בית דין דן זיין אויף גאנץ קהל, און אנשי ר"א זאגן מיר לאזן דעם בית דין נאר דן זיין איבער וומסב אבער נישט קר"י, זענען זיי די מסרבים,

Plywood » 5/1/2011 22:18

  משהלע טייערער, כפי המדומה לי איז דאס איינע פון די טענות איבער וואס מען האט זיך שטארק ארומגעשלאגן בשעתו פאר 10 יאר צוריק און גייט לכאורה זיין איינער פון די הויפט זאכן איבער וואס מען גייט זיך ארומ'טענה'ן ביים בי"ד, צו די רבי איז דער בעה"ב צו קהל, וואס עס איז דער אויטאריטעט און תפקיד פון דעם רבין, רב, דיין, קהל, ציבור,
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת, די זאליס האלטן אז דער רבי האט א כח, און אויטאריטעט און במילא ווילן זיי ר' אהרן זאל אונטערשרייבן.

איבערהויפט ווען די ארונים אליין האלטן אויך אזוי, טאקע נישט אייביג, זיי זאגן נאר אזוי ווען עס קומט זיי גוט אויס, למשל עס קען זיך דאכטן נאכן דורכלייענן משהלע, אז ר' אהרן איז געווארן רבי נישט ווייל צוויבל און הורוויץ האבן א צוואה פון ברך משה, נאר ווייל קהל האט אזוי באשלאסן, טא, אויב אזוי וואס האט אויסגעפעלט אז הורוויץ זאל זיך אזוי מבזה זיין, עס איז במילא נישט קיין נפקא מינה?

פאלגענד איז אן אויסצוג פון יצחק ראזענבערג'ס דרשה געדריקט אין קול סאטמאר טבת, איך האב עס אראפגענומען פון mysatmar.com ווי מען זעהט וואס ער זאגט דעמאלטס בנוגע די סמכות פון רבין:

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

משהלע » 5/1/2011 23:08

ווער עס וויל נישט גיין צום בית דין מאיזה טעם שיהי' איז א מסרב לדין, די אהרונים זאגן וואס זייער צד פארלאנגט און טענה'ט, אבער זיי זענען גרייט אראפ צו לייגן זייערע טענות פארן בית דין און זאלן זיי מחליט זיין, אבער די זאליס שרייען אז זיי האבן תנאים, און אן די דאזיגע תנאים ווילן זיי נישט גיין צום בית דין, דאס מאכט זיי מסרבים לדין. והדברים פשוטים מאוד.

משהלע » 5/1/2011 23:24

Plywood כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
  משהלע טייערער, כפי המדומה לי איז דאס איינע פון די טענות איבער וואס מען האט זיך שטארק ארומגעשלאגן בשעתו פאר 10 יאר צוריק און גייט לכאורה זיין איינער פון די הויפט זאכן איבער וואס מען גייט זיך ארומ'טענה'ן ביים בי"ד, צו די רבי איז דער בעה"ב צו קהל, וואס עס איז דער אויטאריטעט און תפקיד פון דעם רבין, רב, דיין, קהל, ציבור,
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת, די זאליס האלטן אז דער רבי האט א כח, און אויטאריטעט און במילא ווילן זיי ר' אהרן זאל אונטערשרייבן.

איבערהויפט ווען די ארונים אליין האלטן אויך אזוי, טאקע נישט אייביג, זיי זאגן נאר אזוי ווען עס קומט זיי גוט אויס, למשל עס קען זיך דאכטן נאכן דורכלייענן משהלע, אז ר' אהרן איז געווארן רבי נישט ווייל צוויבל און הורוויץ האבן א צוואה פון ברך משה, נאר ווייל קהל האט אזוי באשלאסן, טא, אויב אזוי וואס האט אויסגעפעלט אז הורוויץ זאל זיך אזוי מבזה זיין, עס איז במילא נישט קיין נפקא מינה?

פאלגענד איז אן אויסצוג פון יצחק ראזענבערג'ס דרשה געדריקט אין קול סאטמאר טבת, איך האב עס אראפגענומען פון mysatmar.com ווי מען זעהט וואס ער זאגט דעמאלטס בנוגע די סמכות פון רבין:

[בילד – נישט אפגעהיט]

_________________




יישר כח פלייוואד, א יישר כל פאר די הארציגע דיבורים, טענק יו, טענק יו, ענדליך גייט די שוין אריין די טענות פון די אהרונים אין קאפ, לאמיר ברענגען אויסצוגן פון דיינע זיסע ווערטער, כמים קרים על נפש עייפה, דו שרייבסט:

כפי המדומה לי איז דאס איינע פון די טענות איבער וואס מען האט זיך שטארק ארומגעשלאגן בשעתו פאר 10 יאר צוריק און גייט לכאורה זיין איינער פון די הויפט זאכן איבער וואס מען גייט זיך ארומ'טענה'ן ביים בי"ד, צו די רבי איז דער בעה"ב צו קהל, וואס עס איז דער אויטאריטעט און תפקיד פון דעם רבין, רב, דיין, קהל, ציבור,
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת,

פלייוואד, זיס ווי צוקער, יעדעס ווארט איז פונקט ווי איך טענה, און ענדליך נאך 13 לאנגע בלעטער מיט תגובות, הייבסטו אן צו כאפן אונזערע טענות, קודם דארף מען גיין צו דין תורה, אן קיין שום תנאים, וויאזוי שרייבסטו?, איך וועל דאס איבער חזר'ן:
מען קען נישט אפפסקענען פארן די"ת, אז דיינע טענות זענען גערעכט, און במילא גייסטו נאר צו די"ת לויט ווי דו האלטסט אז דו גייסט זיין גערעכט ביים סוף פון די די"ת,

נעם דיר אריין אין קאפ, די אהרונים זענען מיט רבי אהרן שליט''א, ווייל זיי האלטן אז דאס איז געווען דער רצון פונעם הייליגן רבי דער ברך משה זי''ע, און דריבער האט קהל עם אויפגענומען אלץ רבי, און דאס איז דער פועל יוצא פון די עדות'שאפט פון די צוויי רבנים וגאונים, הרה''צ מאנטשעסטערער רב שליט''א, און הרה''ג רבי הירצקא צוויבל שליט''א, זיי האבן איבער געגעבן בתורה עדות דעם רצון פונעם הייליגן ברך משה, קהל האט דאס מקבל געווען, און די רעסט איז היסטארי, האסט א טענה צו דעם?, איז דער תירוץ, לאמיר גיין צו דין תורה, זאלן זיי גובה עדות זיין פון רבי הירצקא צוויבל און דער מאנטשעסטערער רב שליט''א, איר וועט ברענגן אייערע עדות, ויקוב הדין את ההר,, אבער דאס צו געשען דארפט איר רופן צו דין תורה פונקט ווי מיר האבן ענק גערופן וועגן די בנינים, אויסער אז דער בית דין וועט מחליט זיין אז די דין תורה איז הא בהא תליא און ס'איז איינס, דאן וועט דאס זיין אן איין דין תורה און יעדער וועט אינטער שרייבן, אבער דאס איז די אויפגאבע פונעם בית דין, און נישט פון פלייוואד און שארטקאט,

אגב דער מאנטשעסטערער רב האט זיך נישט מבזה געווען, ער האט ענק ביטער מבזה געווען, איר קענט נאך עד היום נישט צו זיך קומען פון די דאזיגע בזיונות,

Plywood » 6/1/2011 06:29

נישט נאר פון דעם מאנטעסטערערס בזיונות קען מיר אונז נישט צו זיך קומען, נאר אפילו פון משהלעס בזיונות, וואס ער מאכט אונז דא (אויפן זעלבן אופן ווי דער מאנטשעסטערער), קען מיר אונז אויך נישט צו זיך קומען,

_________________

בלאט: 1 2 3 4