איך ווייס נישט וואס די פלאנטער איז? כ'האב עס שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול, איך כ'האב נאך נישט זוכה געווען צו א תשובה, ביטע ענטפערן,
זייט תשנ"ה שטייט זלמן לייב וואלדמאן און ווארט זיין מזמין זאל אנקומען צום בי"ד שטיבל פון ווי ער האט געשיקט זיין הזמנה פארלייגן זיינע טענות, ניטאמאל האט דער מזמין געשיקט א צווייטע הזמנה מיט איין אימפעט געלאפן אין קאורט, ער האט פארלוירן דאס הויז אין קאורט יעצט וויל ער צוריקגיין צו דין תורה, צו התאחדות קען ער שוין נישט צוריקגיין שיקן די צווייטע הזמנה ווייל דע בי"ד האט אים נישט געגעבן רשות צו גיין אין קאורט, די איינציגסטע זאך וואס מ'קען טון איז אויסלעשן די סערוויסעס וועט בית יואל זיין געצוואונגען אים צו רופן צו דין תורה, אויף דעם קען ער ווארטן!! ס'איז נישט דא א גרעסערע מכשול לדורות, ביז יעצט ווייס דער בע"ד אז ס'לוינט נישט אנצוהייבן אין קאורט ווייל אויב פארלירט ער אין קאורט איז ער פארטיג אויך מיט דין תורה, דוד עקשטיין וויל יעצט מחדש זיין אז מ'דערלייגט גארנישט פון גיין אין קאורט אן א היתר בי"ד העכסטנס קען מען נאך קאורט דערקוטשענען דעם נתבע ביזן טויט אז ער זאל זיין געצוואונגען צו רופן דעם הולך בערכאות צו דין תורה, זאל דוד עקשטיין וויסן, אז נישט מיט בית יואל! זאל ער צושפארן מסר'ן ער קען טון וואס אימער, בית יואל גייט אים נישט רופן צו דין תורה! נאכאמאל בית יואל גייט אים נישט רופן צו דין תורה! אויב ער וויל שטארק דין תורה זאל ער צוריקגיין צו התאחדות שיקן די צווייטע הזמנה, און אויב קען ער נישט ווייל ער איז אן רשות געגאנגן אין קאורט, זאל ער עסן זיינע פירות, נישט טעראזירן דעם ניתבע.
נאכאמאל בית יואל גייט אי"ה נישט שיקן א הזמנה איבער דעם סכסוך, א סכסוך וואס איז אריינגעטראגן אין קאורט שלא ברשות בי"ד, שטייט אין שו"ע אז דער נתבע מעג דעם זעלבן סכסוך צוריקטראגן קעגן דעם הולך בערכאות, און דעס האט בית יואל געטון,
אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?
פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?
האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת?
האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל קומען צו די''ת?
נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיז קומען צו פעיראל דיינים????
איינער מערקט מיר אויף אז איך פארדריי די נושא,
איך ענטפר נאר פאר כל הנערים.
| דיןתורה כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?
פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?
האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת?
האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל קומען צו די''ת?
נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיז קומען צו פעיראל דיינים???? |
|
כ'האב געזען אויף סקאט'ס ווערטער אין אשכול אז ער איז נישט צו באקאנט אינעם מציאות פונעם סכסוך דעריבר האב איך אנגעהויבן מיט א אנדערע נושא ער זאל פארשטיין פארוואס די בריוו איז א ליצנות
אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?
יעדע סכסוך קען האבן 10 אינדעקס נומבערס, דיפענדס לויט די 'דריידליך' פון די אדוואקעטן ביי ביידע זייטן, פארשטייט זיך ווילאנג ס'איז ע"פ תורה,
פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?
כ'פארשטיי נישט ס'דו פרעגסט? צו מברר זיין ווער ס'איז געווען דער הולך לערכאות תשנ"ה ווימ"ס אדער ק"י וואס פארא שייכות האט דאס מיט זלמן לייב וואלדמאן? דוד עקשטיין דארף דעס קענען אויפווייזן פארן בי"ד אז נישט ער איז דער הולך לערכאות צו קענען באקומען א הזמנה.
האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת
?
ניין. און לו יהא לשיטתך אז ער האט דאס יא געענפערט, ווערט ער נישט געפסקנט פאר א מסרב מיט איין הזמנה ער ברויך צו באקומען 3 הזמנות צו באקומען א דין מסרב ווי ס'שטייט אין שו"ע, לויט דיר איז דא א גוטע עצה צו גיין אין קאורט מ'צאלט 35 דאלער פאר א הזמנה און היידא מ'גייט אין קאורט ווייל דער נתבע האט אליינס געזאגט אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די"ת...
האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל קומען צו די''ת?
קוק איבער די בריוו פון התאחדות אינטן די לעצטע שורה, ואמנם רצו"פ העתק מההזמנה ששלחנו אל ר"מ פר"מ ורש"מ ראזנער הנ"ל, כפי בקשתכם. עד כאן. דע ווערטער זעט אויס אין מיינע אויגן אז קהל האט יא געשיקט א הזמנה, ס'איז א שטיקל סתירה מיט דיינע ווערטער, דע צוויי נתבעים האבן קיין צווייטע הזמנה נישט באקומען, נאר איידער וואס ווען ווי האבן זיי באקומען א סאמענס פון גוישן געריכט,
נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיזקומען צו פעיראל דיינים????
דע קשיא וואלט ליבערשט באלאנגט איך זאל עס פרעגן פון דיר, נישט דו פון מיר....
[quote]אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?
פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?
האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת?
האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל קומען צו די''ת?
נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיז קומען צו פעיראל דיינים????
כ'האב געזען אויף סקאט'ס ווערטער אין אשכול אז ער איז נישט צו באקאנט אינעם מציאות פונעם סכסוך דעריבר האב איך אנגעהויבן מיט א אנדערע נושא ער זאל פארשטיין פארוואס די בריוו איז א ליצנות
אויב איז עס די זעלבע סוכסוך דאן פארוואס האט ער געמיזט עפענען א נייע אינדעקס נומבער?
יעדע סכסוך קען האבן 10 אינדעקס נומבערס, דיפענדס לויט די 'דריידליך' פון די אדוואקעטן ביי ביידע זייטן, פארשטייט זיך ווילאנג ס'איז ע"פ תורה,
פארוואס וויל ער נישט אז דער בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין אויב דער דעמאלטסטיגע נתבע - וואס איז נישט קהל פין ק''י, איז א הולך בערכעות?
כ'פארשטיי נישט ס'דו פרעגסט? צו מברר זיין ווער ס'איז געווען דער הולך לערכאות תשנ"ה ווימ"ס אדער ק"י וואס פארא שייכות האט דאס מיט זלמן לייב וואלדמאן? דוד עקשטיין דארף דעס קענען אויפווייזן פארן בי"ד אז נישט ער איז דער הולך לערכאות צו קענען באקומען א הזמנה.
נו הלוואי זאל בני יואל מסכים זיין צו קומען צו א בי''ד ווי ר' דוד עקשטיין וועט האבען די געלגענהייט אלעס אויפציוויזען
האט זלמן לייב וואלדמאן נישט גענטפערט תיכף ביי די ערטשע הזמנה אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די''ת
?
ניין. און לו יהא לשיטתך אז ער האט דאס יא געענפערט, ווערט ער נישט געפסקנט פאר א מסרב מיט איין הזמנה ער ברויך צו באקומען 3 הזמנות צו באקומען א דין מסרב ווי ס'שטייט אין שו"ע, לויט דיר איז דא א גוטע עצה צו גיין אין קאורט מ'צאלט 35 דאלער פאר א הזמנה און היידא מ'גייט אין קאורט ווייל דער נתבע האט אליינס געזאגט אז ער איז נישט גרייט צו גיין צו די"ת...
ווען איינער 'איגנארירט' 3 הזמנות איז ער א מסרב, אבער אויב איינער לאזט וויסען שוין ביי די ערשטע הזמנה אז ער קומט נישט איז ער שוין דעמאלטס א מסרב.
האט התאחדות געשיקט א ערשטע הזמנה, אדער קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט די רעביצין זאל קומען צו די''ת?
קוק איבער די בריוו פון התאחדות אינטן די לעצטע שורה, ואמנם רצו"פ העתק מההזמנה ששלחנו אל ר"מ פר"מ ורש"מ ראזנער הנ"ל, כפי בקשתכם. עד כאן. דע ווערטער זעט אויס אין מיינע אויגן אז קהל האט יא געשיקט א הזמנה, ס'איז א שטיקל סתירה מיט דיינע ווערטער, דע צוויי נתבעים האבן קיין צווייטע הזמנה נישט באקומען, נאר איידער וואס ווען ווי האבן זיי באקומען א סאמענס פון גוישן געריכט,
נאך איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס האט קהל געדארפט צו קומען צו התאחדות, זיי וואלטען דאך געקענט שרייען זי מיזקומען צו פעיראל דיינים????
דע קשיא וואלט ליבערשט באלאנגט איך זאל עס פרעגן פון דיר, נישט דו פון מיר....
אלע מאי.....
איך זעה מ'מאכט דא חזרה וועל איך אויך מאכן חזרה:
1. תשס"ד האט קהל אפגעהאקט ענקער וואסער.
2. ענק האבן געהאט 2 ברירות אדער גיין צו די"ת אדער קארט
3. האט עטס געטענה'ט, אז די"ת איז אויסגעשלאסן צוליב אין נזקקין, מסכים, געזונטערהייט גיי און קארט.
4. נו אז דער תובע וויל דוקא קארט מוז מען דאך מיטגיין אין קארט.
5. אז מ'גייט אין קארט קומט עס מיט ריסקס, ס'קומט מיט מעגליכע קאנטער תביעות פונעם נתבע, אזוי אז ביידע צדדים זאלן ריזיקירן מיטן קארט. דאס איז א פשוט'ער יושר. איך דענק נישט אז איינער זאל דעמאלטס האבן געהאט טענות, פארן אריינגעבן די קאנטער תביעות, ווייל יעדער פארשטייט אז דאס איז פעיר-געים.
6. איינע פון די קאנטער תביעות איז געווען אז דער ביהמ"ד איז אומלעגאל,
7. די סיבה פארוואס קהל האט אריינגעגעבן די קלאגע איז נאר אך ורק אז ענק זאלן אויך ריזיקרן מיט די קארט, ווי געשמועסט.
8. בית יואל האט מיט דעם ריזיקירט זייער גאנצער בעלות אויפן הויז ווייל אויב זייער ביהמ"ד איז אומלעגאל קען זיי קהל אנהאלטן ביים קארג זאלן קומען פארהאנדלען.
9. יעדער האט פארשטאנען אז ווער אימער ס'געווינט גייט דער געווינער אינפארסירן דער געווינס. דאס מיינט אז ביידע האבן דא גענומען ריסקס, קהל אומווילנדיג אין די רביצין ווילנדיג.
10. דער קלאגע אז דער שול איז אומלעגאל איז געווען פון די ארגינעלע קאנטער קלאגעס נאך בשנת תשס"ד, נישט יעצט נאכן אפעלאט תש"ע, דאס איז געווען איינע פון די זאכן וואס דער קארט האט דן געווען דורכאויס דער גאנצער קארט פראצעדור, און יעדער האט פארשטאנען אז דאס איז א ריסק וואס די רביצין מענטשן נעמען דא.
11. דער פסק קומט ארויס פון אפעלאט, און זיי געבן נאך דעם קאנטער קלעים, אז דער שול איז אומלעגאל. דער אפעלאט שרייבט "אז דער פארבאטונג פון דעם אראנדש קאונטי קארט צו אפען האלטן דעם הויז פאר א שול זאל בלייבן בתוקפו"
12. דאס מיינט עטס האטס דערלייגט דעם איינשטעלונג. און קהל האט דא געהאט אלע רעכטן צו איינקעשן דעם געווינס. און ענק אנהאלטן ביים גענאק מיט דעם.
13. וואס טוט א נארמאלער מענטשן אין אזא מצב, מ'שלעפט יענעם אין געריכט 6 יאר, מאכט שאדן אומגעהויערע לעגאלע קאסטן, און נאכדעם דערלייגט מען? האט מען כאטש אביסל דיסענסי צו אפפערן א פארגוטיגונג, אפפערן אז מ'זעמיר גרייט צו פארהאנדלן, מ'זאגט כאטש איים סארי, עפעס.
14. דערווייל גארנישט, מ'נעמט זיך פייערן נצחון, אז מ'האט 15 יאר צוריק געווינען די הויז, מ'מאכט זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג, אלעס גייט אן כאילו לא הי'.
15. אומפארשעמטע חוצפה במלא מובן המלא!
16. אויף דעם זאגט קהל, דו האסט מיך געשלעפט אין געריכט, דו האסט איינגעלייגט דיין ריסק, אזוי לאנג איר טוט נישט דו מינדעסטע מענטשליכקייט פון עכ"פ אפפערן זיך אראפזעצן פארהאנדלן ווי א נארמאלער מענטש, נאכן פארלירן, וועט זיין קאנצעקווענצן פאר ענקערע אייגענע מעשים, און מ'האקט אפ די לעקטער אין וואסער.
17. קהל זאגט קלאר אז טראץ וואס זיי האבן די געווינס, טראץ וואס זיי האבן אלע רעכטן צו איינקעשן די געווינס, זענען זיי ווייטער גרייט זיך אראפזעצן פארהאנדלען ווי נארמאלע מענטשן.
18. ווי זאגט די גמרא אכל שום וריחו נודף יאכל שום, זיי האבן שוין דערלייגט דער קארט זיי ליידן די קאנצווענצן, גארנישט, האבן זיי ווייטער די העזה צו נישט מער אין נישט ווייניגער וואו נאכאמאל שלעפן אין קארט אז מ'זאל זיי שוין צוריקגעבן די סוער.
19. זיי האבן ווייטער דערלייגט, זעלבסטפארשטענדליך וועט מען איינקעשן די געווינס אויף אלע מיטלען, שינדן די הויט, ציברעכן די סוכה, ארייגעבן קאנטעמפט, אלעס פאר איין סיבה: ווייל דאס איז די מעדיצין וואס ענק האבן זיך אליינס פארגעשריבן.
דיןתורה מיט דיין ענטפער פארשטיי איך נאכנישט ווי איך ווער אפגעפרעגט.
סקאטמאלן ענטפער'ט גוט ס'איז מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי, 1)פאקטן2)הסברים, צו די פאקטן בין איך מודה, ס'איז טאקע אמת וואס דו שרייבסט, אבער די נאכקומענדיגע פרפראות, איז שוין נישט קיין הכרח........
די בעסטע פראגראף וואס פארענפערט אלעס איז 19 , דעס איז די מעדעצין וואס ענק האבן זיך אליין פארגעשריבן
דא ליגט ענקער היתר אויף אלע עבירות! ווייל יעדע זאך וואס עטס טוט'ס האט דאס בית יואל ס'אליינס באשטעלט... אויב אזוי איז דאך טאקע הותרה הרציעה.. עטס נוצט דעם תירוץ פאר א פרייע האנט צו טון כל מה שלבם חפץ ווייל דעס איז די מעדיצין וואס ענק האבן זיך אליינס פארגעשריבן
נו פארוואס דארפט עטס א דעת תורה אין דעם סכסוך? אונז פארשרייב מיר דאך די מעדיצינען.....? ווייסן ענק דאך וואס ס'איז דא צי טון......
אבער נאך ווי, איינער וואס גייט בערכאות, טראץ האבן אלע ברירות צו גיין צי דין תורה, דארף זיין גרייט צו אראפשלינגען אלעס וואס ערכאות קען מיטברענגן דעם גאנצן פעקל, אנדערש איז דאך חוטא נשכר, פארשטייסט א מין מעשה מ'גייט בערכאות של עכו"ם מייקר זיין שם אלילים, אין מ'מאכט אזא חשבון אויב געווין איך איז גוט אויב נישט וועל איך מיך אריינפייפן אינעם פסק, ס'ארבעט נישט אזוי מיין פריינד, אויב מ'פארלירט קען מען נישט וויינען מסור, קאנטעמפט, איר זענט די וואס איז גאגאנגען אין געריכט, עסט וואס איר האט זיך אפגעקאכט.
לויט דיינע פשט'לעך ביז אהער האסטו זייער גוט געענפערט ס'קען נישט זיין בעסער, אבער ווי איך האב דיר שוין געזאגט, דיין שיטה קומט באגלייט מיט 15 הסברים, אנדערש שטומט עס נישט מיטן מציאות,
איך וועל דיר זאגן ווי אזוי דער סכסוך איז צוגעגאנגן במציאות, און דו פרעג עס אפ מיט פאקטן נישט שרייב 'יעדער פארשטייט' אדער 'דאס מיינט' וואס יעדער פארשטייט און וואס דאס מיינט דארפסטו נישט שרייבן ווייל יעדער פארשטייט........ פארוואס דארף מען דאס שרייבן?! דער עולם איז נישט אינטערסירט אין עדיטאריעלס...
אין קורצן,
תשנ"ה האט קיט"ל אריינגעטראגן אין קאורט דעם סכסוך אן שיקן 3 הזמנות אן א כתב סירוב פונעם בי"ד המזמין, און אן א כתב היתר בי"ד
בור כרה ויחפרהו ויפל בשחת יפעל, קאורט האט געפסקנט אז דאס הויז גיהערט פאר בית יואל און זיי האבן אויך לעגאלע איזמענט רעכטן
תשס"ד בראותו כי כלתה אליו הרעה נאכן פארלירן אויך דעם אפיעלס קאורט, האבן זיי אפגעשפארט די סוער וואס איז א קעגן דעם פסק פונעם שופט וואס שרייבט אז בית יואל האט איזמענט רעכטן, בית יואל האט דאן געהאט צוויי ברירות אדער גיין אין קאורט אדער שיקן א הזמנה צו די"ת,
ווען קהל זאל ווען אפהאקן דעם סוער פאר תשנ"ה וואלט בית יואל געלייגט דערויף אן עיקול און געשיקט א הזמנה ווי דער תורה הייסט, אצינד נאכדעם וואס דער שופט האט געפסקנט איזמענט רעכטן פאר בית יואל און די הולכי ערכאות האבן דאס געבראכן איז בית יואל געגאנגן אין קאורט, און קאורט האט תיכף אנגענומען זייער טענה און באפוילן די הולכי ערכאות דאס תיכף צוריק עפענען על אפם וחמתם
ביז אהער איז דער מציאות. פון דא און ווייטער מיזטו נישט מקבל זיין און קענסט מיך אפפרעגן
שולחן ערוך געט אן אפרעטאניטי פאר א דיפענדעד אז אין דעם סכסוך ווי ער איז אריינגעשלעפט געווארן אין ערכאות שלא ברשות בי"ד, איז ער נישט מחויב אנצונעמן הזמנות פונעם פלעינטיף און איז נישט מחויב צו שיקן קיין הזמנה צום פלעינטיף, אין שו"ע ווערט עס אנגערופן 'אין נזקקין' אין די בלאט אפיס איז עס א מיאוס'ע ווארט... אבער בית יואל האט יא אנגענומען דע אפרעטאניטי,
פארוואס בית יואל האט נישט געטון לפנים משורת הדין געשיקט א הזמנה מיט א עיקול?
בית יואל איז נישט קיין נכסי יחיד, בית יואל איז נכסי ציבור און זלמן לייב וואלדמאן קען נישט מאכן קיין דעסיזשן צו ער זאל יא טון לפנים משורת הדין צו נישט ווען ער שטייט אויס צו פארלירן ביים לפנים משורת הדין אפציע, קיט"ל האלט אין איין זינגען אז זיי זענען נאך אלס גרייט צו גיין צו די"ת לפנים משורת הדין און ס'איז אמת! אוודאי זענען זיי גרייט לפנים משורת הדין ווען זיי שטייען גארנישט אויס צו פארלירן......
קלאהר?
| כלהנערים כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | תשס"ד בראותו כי כלתה אליו הרעה נאכן פארלירן אויך דעם אפיעלס קאורט, האבן זיי אפגעשפארט די סוער |
|
11 יאר האט זיי געדארט צו כאפן אז כלתה אליו הרעה?
פלוצלינג ויהי היום אין א שיינעם פרימארגן, נאך 11 יאר האט זיך עקשטיין דערמאנט אז ער האט פארלוירן א הויז?
דו מערקסט נישט אז דיין לאקשן תורה כאילו דער 2004 קעיס איז א המשך צו די 1993 קעיס קלעבט עפעס נישט?
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 06/01/2010 21:33:37
דאס איז די גאנצע?
כ'מיין אז דו ביסט נישט אזא עםהארץ,
א קעיס וואס ציט זיך 11 יאר איז נישט אזא וואונדער ס' קען זיך ציען 25 יאר אויך, און איך פארצייל דיר נישט יעצט קיין נייעס...
אויסער דעם האט מען שוין איינמאל פארלוירן און נאכאמאל אפיעלט און נאכאמאל פארלוירן, 11 יאר מאכט שוין טאקע נישט קיין סענס....
סאיז נישט אמת דע בריוו ר' שלמה זאבעל זאט אז ער האט נישט אינטערגעשריבן אזא בריוו
צו ס'אמת צו נישט וועט מען זען מארגן אינעם בלאט
איך פארשטיי אז א קעיס קען זיך ציען א 25 יאר, אבער נאר ווען ס'אקטיוו פאר 25 יאר, ס'דא שטענדיג אפענע קלאגעס וואס ווערן ארגומעטירן אין געריכט, אבער דער קעיס האט געהאט איר ענדגילטיגן פסק אום 1995 און זייט דעמאלטס איז עס טויט, געשטארבן, צו זאגן אז נאך 10 יאר וואס א קעיס איז טויט, טייל תובעים זענען שוין נישט בעלמא הדין, זאל מען זיך דערמאנען אז כלתה אליו הרעה, איז א לצנות, תמצית הדברים, ענקער תביעה בערכאות של עכו"ם האט קיין שום לאגישער המשך צו יענער פון לאנג טויטער 1993 קעיס.
מיינסט צו זאגן אז אין 95' האט מען געעפנט א קעיס פארלוירן אפיעלד און פארלוירן, אלעס אין ווייניגער פון 12 חדשים.. כ'מיין וואס ווילסטו יעצט? ווילסט עפעס ארויסברענגן?
אויב איך האב נישט קיין טעות איז דער דאקעט נומער פון יענער טויטער קעיס, די יאר 1993, דער לעצטער ענדגילטיגער אפעלאט פסק איז געווען אום 1995, דאס איז מעגליך א חשבון פון קרוב צו 3 יאר.
די בריוו פון התאחדות צו קהל אז זיי קענען נאר שיקן הזמנה פאר ר' ש"מ ראזנער און מ"פ איז דער דאטום כ"א לחודש אייר שנת תשנ"ה, ס'טייטש עטס זענטס געגאנגן אין קאורט 3 יאר פארן שיקן די ערשטע הזמנה?
אלע דיינע פאקטן זענען אזוי קראנט?! אדער נאר יעצט האסטו געמאכט א טעות......
די תביעה פון בית יואל תשס"ד איז געווען געבויט אויפן ריכטער אוען'ס פסק, וואס קיט"ל האט געבראכן תשס"ד אז בית יואל האבן איזמענט רעכטן, יעצט ס'איז א חילוק צו בית יואל געט אריין דע קלאגע א טאג נאכן פסק אדער 11 יאר שפעטער?! אין מיינע אויגן אפילו מ'טראגט עס אריין 100 יאר שפעטער ווערט נישט די תביעה מער פרעמד צום פסק ווייל ס'איז דוירך 100 טויטע יארן, וואס האלסטו?
[e]
לויט דיינע פשט'לעך ביז אהער האסטו זייער גוט געענפערט ס'קען נישט זיין בעסער, אבער ווי איך האב דיר שוין געזאגט, דיין שיטה קומט באגלייט מיט 15 הסברים, אנדערש שטומט עס נישט מיטן מציאות,
איך וועל דיר זאגן ווי אזוי דער סכסוך איז צוגעגאנגן במציאות, און דו פרעג עס אפ מיט פאקטן נישט שרייב 'יעדער פארשטייט' אדער 'דאס מיינט' וואס יעדער פארשטייט און וואס דאס מיינט דארפסטו נישט שרייבן ווייל יעדער פארשטייט........ פארוואס דארף מען דאס שרייבן?! דער עולם איז נישט אינטערסירט אין עדיטאריעלס...
אין קורצן,
תשנ"ה האט קיט"ל אריינגעטראגן אין קאורט דעם סכסוך אן שיקן 3 הזמנות אן א כתב סירוב פונעם בי"ד המזמין, און אן א כתב היתר בי"ד
קיט''ל פין ''וומ''ס'' האט עס אריינגטראגען אין קארט נאך די אנטווארט אויף די ערשטע הזמנה פין ז''ל וואלדמאן אז ער וויל נישט קומען צום בי''ד
בור כרה ויחפרהו ויפל בשחת יפעל, קאורט האט געפסקנט אז דאס הויז גיהערט פאר בית יואל און זיי האבן אויך לעגאלע איזמענט רעכטן
לפי ידעתי האט קארט קיינמאל נישט געגבן פאר בית יואל די איזמענט רעכטן, אדרבה ווער עס קען שאפען די פסק פין דעמאלטס זאל עס ברענגן
תשס"ד בראותו כי כלתה אליו הרעה נאכן פארלירן אויך דעם אפיעלס קאורט, האבן זיי אפגעשפארט די סוער וואס איז א קעגן דעם פסק פונעם שופט וואס שרייבט אז בית יואל האט איזמענט רעכטן, בית יואל האט דאן געהאט צוויי ברירות אדער גיין אין קאורט אדער שיקן א הזמנה צו די"ת,
'תשס''ד' האט קהל נישט פארלוירן קיין שום אפיעלס קארט
ווען קהל זאל ווען אפהאקן דעם סוער פאר תשנ"ה וואלט בית יואל געלייגט דערויף אן עיקול און געשיקט א הזמנה ווי דער תורה הייסט, אצינד נאכדעם וואס דער שופט האט געפסקנט איזמענט רעכטן פאר בית יואל און די הולכי ערכאות האבן דאס געבראכן איז בית יואל געגאנגן אין קאורט, און קאורט האט תיכף אנגענומען זייער טענה און באפוילן די הולכי ערכאות דאס תיכף צוריק עפענען על אפם וחמתם
קארט האט אנגענומען די טענה פין בני יואל, אדער געהייסען ווארטען ביז די פסק קומט ארויס?
ביז אהער איז דער מציאות. פון דא און ווייטער מיזטו נישט מקבל זיין און קענסט מיך אפפרעגן
אויב דאס איז מציאות, דאן וואס איז פין דא אין ווייטער?
שולחן ערוך געט אן אפרעטאניטי פאר א דיפענדעד אז אין דעם סכסוך ווי ער איז אריינגעשלעפט געווארן אין ערכאות שלא ברשות בי"ד, איז ער נישט מחויב אנצונעמן הזמנות פונעם פלעינטיף און איז נישט מחויב צו שיקן קיין הזמנה צום פלעינטיף, אין שו"ע ווערט עס אנגערופן 'אין נזקקין' אין די בלאט אפיס איז עס א מיאוס'ע ווארט... אבער בית יואל האט יא אנגענומען דע אפרעטאניטי,
דאס איז ווען יענער איז געגאנגען אין ערכעות נגד ההלכה, ביי מהר''א איז די ווארט בכלל נישט מיעס ווייל זיי האבען געהאט א היתר בי''ד נאכ'ן שיקען הזמנות
אין בני יואל איז נישט ציריקגעגאנגען אין קארט אויף א אלטע פסק נאר געפענט א פרישע קעיס אויף די איזמענט רעכטן, אן קיין שום הזמנה אין אן קום שום היתר בי''ד, פשוט געגאנגען אין קארט.
אויב איז עס איין קעיס דאן קומט אויס אין נ''ה איז בני יואל אויך געווען די קלעגער......
קוק די פאפרין וועסטו זעהן (ס'דאך איין קעיס)
פארוואס בית יואל האט נישט געטון לפנים משורת הדין געשיקט א הזמנה מיט א עיקול?
נישט גיין אין קארט אין מרים יד זיין בתורת משה, איז לפנים משורת הדין....... ר''ל
בית יואל איז נישט קיין נכסי יחיד, בית יואל איז נכסי ציבור און זלמן לייב וואלדמאן קען נישט מאכן קיין דעסיזשן צו ער זאל יא טון לפנים משורת הדין צו נישט ווען ער שטייט אויס צו פארלירן ביים לפנים משורת הדין אפציע, קיט"ל האלט אין איין זינגען אז זיי זענען נאך אלס גרייט צו גיין צו די"ת לפנים משורת הדין און ס'איז אמת! אוודאי זענען זיי גרייט לפנים משורת הדין ווען זיי שטייען גארנישט אויס צו פארלירן......
די ביזט מודה אז ביי די''ת וואלט בני יואל זיכער פארלוירן?
רעדט קלאר.
קלאהר?
קיט"ל זאגט אז זלמן לייב וואלדמאן האט געענפערט נאך די ערשטע הזמנה אז ער גייט נישט צו דין תורה, זלמן לייב וואלדמאן זאגט אז דעס איז שקר, וועם דארף מען גלייבן? דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס ס'פעלט אויס 3 הזמנות מיט א כתב סירוב?............ ביזט טאקע אזא נער?..............
אינטערסאנט דו זאגסט אז בית יואל האט נישט באקומען איזמענט רייטס, איך גיי נישט ברענגן א דאקומענט ווייל ס'שאד די צייט....... אבער א פלא פאר 3 וואכן צוריק פאר א קאורט קעיס האט קיט"ל שיין אויפגעמאכט אלע סערוויסעס ווי אטאטעלע? וואס האבן זיי מורא געהאט פון דעם קאורט, בית יואל האט דאך נישט באקומען קיין איזמענט רייטס?......
תשס"ד האט מען טאקע נישט פארלוין קיין קאורטס, פארוואס מ'האט זיך אויפגעוועקט תשס"ד ווייס איך אויך נישט (קיט"ל טענה'ט אז בית יואל האט פארשטאפט זייערע טוילעטס, ס'איז אבער אינטערסאנט אז דער ריכטער ביים געבן דעם TRO האט עס נישט געוואלט אנגענומען, זעט אויס אז דע טענה מאכט עפעס נישט קיין סענס....)
דיןתורה שרייבט אז בית יואל איז נישט צוריקגעגאנגן צו א אלטע פסק נאר געעפנט א פרישע קעיס אויף די איזמענט רעכטן, דע טענה איז גוט לשיטתו, אז בית יואל האט קיינמאל נישט באקומען איזמענט רעכטן, אבער אזוי ווי זיי האבן יא באקומען איזמענט רעכטן ביים הרמת יד בתורת משה תשנ"ה דעריבער איז דער יעצטיגע תביעה מ'זאל צוריקגעבן זייערע רעכטן נישט קיין פרישע טענה, די תורה קוקט אויפן סכסוך נישט אויפן אינדעקס נומבער,
פון כל הנערים'ס ווערטער זעט אויס אז בני יואל וואלט זיכער פארלוירן? אדער מ'קען נישט נעמן טשענסעס אויף נכסי ציבור ווילאנג מ'איז נישט מחיוב, ס'איז נישט זלמן לייב וואלדמאן'ס נכסים, און ער דארף נישט טון לפנים משורת הדין אויפן חשבון פון ציבור, פון וואס זלמן לייב וואלדמאן האט אזוי מורא איז איין ווארט, פשרה, בי"ד קען מאכן פשרות און יעדע סכסוך, סיי אויב ס'גיהערט כולו פאר ראובן אדער כולו פאר שמעון, קען בי"ד מאכן א פשרה, יעצט ערקלער פארוואס זאל זלמן לייב וואלדמאן מוותר זיין אויף האלב ווען ער איז נישט מחויב.
| סקאטמאלען כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | | איך בין גארנישט צימישט, זיי האבן גענומען עפעס א סיעף פון די פאפירן וואס רעכנט אויס די אקטיוויטעטן פון דעם שול, אז דער שמש פארקויפט זאכן, זיי האלטן אז עקשטיין האט עס געשריבן דוקא צו פארמאסערן דעם שמש אז ער פארקויפט אומלעגאל אלקאהאל, און אזוי לייגן אין צרות אלע שמשים.
סתם נאנ-סענס, מיטאמאל ווערד צו דיסקוסירן |
|
סקאט - גערעכט ביזטע' צומישט קענסטו שוין אויף דעם גולגול נישט ווערן,
"
עפעס א סיעף" איז ריכטיג מסירה
קאנטעמפט קלאגע - פי' ע"ט - מסירה
יא קלאר ווי די טאג - איינגעבן אז די שמש פארקויפט "עפעס אומלעגאל" איז מסירה,
איינגעבן פארן ריכטער אז די בעל הבתים פארשוועכן זיין פסק (מיט תפיסה"אן תפיסה) איז מער ווי "עפעס" מסירה
אז סיזדער שווער צו פארשטיין דאס, ביטע חזר איבער די משל פון קעניג געזעגנט זיך פון שטאט, שיין ארפגעלייגט מיט גרויס התעורורת דורך דעם חמלה פעישענט הושע"ר, און לאז איבער הלכות מסירה פאר קלוגערע
"סתם נאנ-סענס, מיטאמאל ווערד צו דיסקוסירן" !!! WOW אזוי קלאר יא אר סמארט
תוקן על ידי zibala ב- 08/01/2010 19:44:55
אויב דו האלסט טאקע אז דער לינק איז דער ענטפער, דאן לייג עס נישט דא, גיב עס פאר דוד עקשטיין ער זאל דאס מיטנעמן ארויף צום בי"ד של מעלה ווען מ'וועט אים פארהאלטן איבער די מסירה זאל ער זיין גרייט וואס צו ענפערן.