| gimpele כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דער דיון איז דא נישט געווען איבער א סכסוך ווער ס'איז גערעכט ווער נישט, וואס א נוגע בדבר זאל נישט קענען האבן א מיינונג, מ'האט דא דן געווען ע"פ גביות עדות, און בי"ד האט א רעכט פיינט צו האבן א בעל עבירה.
תוקן על ידי כלהנערים ב- 01/01/2010 05:10:53
האבן די דריי רבנים שליט"א א נגיעה ער זאל ווערן א בעל עבירה און מ'זאל אים פיינט האבן?
האלטן זיי אז דער פעולה -וואס זיי האלטן איז מסירה- איז געטאן געווארן כנגדם?
משל למה"ד אז א קאמפעני מיט פיר שותפים וועלן זיך ארומקריגן מיט די בעלים פון א צווייטע קאמפעני, און דריי פון די שותפים וועלן זיך דערקלערן אלס בי"ד, און גובה עדות זיין פונעם פערטן שותף אנטקעגן דעם בר פלוגתא און ארויסגעבן א פסק דין כנגדו.
די חוכא וטלולא פון דעם וועט נישט זיין אנדערש אויב די דריי שותפים וועלן גראדע זיין, אדער געהאט אמאל געווען, רבנים פון שולעכלעך.
|
|
קודם אנטשולדיג פאר נעכטן, ס'איז מירגעליגן אין קאפ פון גירסא דינקותא א גמרא די גמרא פרעגט הא כיצד איין פלאץ שטייט אל תען כסיל און א צווייטע פלאץ שטייט ענה כסיל ענטפערט די גמרא כאן בדברי תורה וכאן ב.. כ'דענק נישט די לשון, אויף דעם ארויף האב איך דיר געענפערט מיין לעצטע תגובה קען זיין ס'נישט קיין סתירה און דו ביסט גערעכט.
דעס וואס דו שרייבסט אז דע פסק דין מסור איז גלייך צו א קאמפעני פון 4 שותפים, איז נישט אמת, כ'וועל דיר זאגן ווי דער פונקט פון דע טענה, דוד עקשטיין האלט אז די קאנטעמפט איז א חלק אין די סכסוך און די רבנים'ס בי"ד קענען נישט נעמן קיין שטעלונג נאר א בי"ד המרוצה לשני צדדים, און דא האבן נישט זיי געשיקט א הזמנה צו אים און נישט ער צו זיי, זיי זענען נוגעים וואס דאווענען אין א שול וואס איז יעצט אין סכסוך,
דעס איז גערעכט ווען די קאנטעמפט מיטן 16 יעריגע סכסוך איז 1 זאך,
פאר איך שרייב ווייטער לאמיך דיר פרעגן, ווען ראובן מיט שמעון שלאגן זיך ארום און ראובן כאפט א גאן און שיסט שמעון, ווערט דע רציחה באטראכט אלס א דיני ממונות שאלה ווייל די שלעגעריי איז געווען איבער דיני ממונות?
די זעלבע מיט מסירה,
דוד עקשטיין איז א בעל דין בית יואל איז א בעל דין, קודם דעס אליינס איז א חוכא וטלילא אז איין בעל דין זאל ערקלערן דעם צווייטן בעל דין אלס מסרב און אויף דעם ארויף לויפן אין קאורט ווייל דעס קען יעדע בעל דין טון, מ'וועט לויפן אין קאורט און שרייען איך מעג ווייל מיין בע"ד איז א מסרב... אה ווי איז דער כתב דין סירוב אדער היתר בי"ד דעס איז ביי א בי"ד הרוצה בעילום שמו, היש לך ליצנות גדולה מזו?
איך וויל צוקומען צו דעם אז לו יהא ס'איז דא א הרוצה בעילום שמו בי"ד וואס האט מתיר געווען ערכאות, איז בית יואל נאך אלס א בעל דין און זיי קענען נישט גארנישט פסק'נען אין דעם סכסוך און זייערע פסקים זענען גארנישט מכריע, און זיי האבן טאקע נישט געפסקענט ביז יעצט גארנישט,
קאנטעמפט אוו קאורט איז ריין מסירה, ער גייט צום ריכטער זאגן אז ראובן פאלגט נישט דיין פסק און מ'דארף אים קנס'נען, דעס ווערט בכלל נישט באטראכט אלס דיני ממונות, דער זשאדש האט געזאגט אז יעדער וואס גייט אריין אומלעגאל איז
אנדער ארעסט (הגם דוד עקשטיין האט נאר פארלאנגט געלט קנס, זאל זיך קיינער נישט נער'ן ווייל יעדער ווייסט ווען מ'קומט אין קאורט קאונטערסוען וועט די קאורט זאגן וויאזוי צו קנס'נען, נישט דער פלעינטיף, דעס וואס דוד עקשטיין האט געבעטן געלט קנס איז געווען פאר די געים ער זאל האבן וואס צו ענטפערן פאר די קאלבן, אז ער האט נאר געבעטן געלט קנס)
דעס איז מסירה און נישט דיני ממונות.
און אויף דעם האבן די רבנים געגעבן זייער פסק אויף גארנישט אנדערש, און דער פסק איז נישט מעלה ומוריד אינעם עצם סכסוך, די רבנים האבן נישט געבויט אויף דעם פסק אז ס'איז קעיס קלאוזד וויבאלד ער איז א מסור, די גאנצע פסק איז בעיקר אז מ'קען אים נישט מצרף זיין צו מנין, ווייל ער האט א דין מסור, די ארונים מיט זייער עקספיריענס אין קיגלען האבן געמאכט איין מישמאש פון דעם דין מסור מיטן סכסוך אלס איין תביעה