ווי יעדער געדענקט האבען די זאלי'ס - א קורצע צייט ציריק, אימאינדעפצירטערהייט געפענט אן עלילה קעגן דעם מהורד'דיגע בית השחיטה אין ק''י, וועגן די פראבלעם פין צומות הגידין.
למעשה האט עס בעפייערט מיט א לענסלייד, ווי יעדער האט זיך איבערצייגט, אז דווקא די בית השחיטה המהודרת איז בודק דעם פראבלעם, אין אדאנק זיי האט מען אנדעקט דעם וויירוס, וואס אלע פארעם'ס האבען, אין נאך עד היום הזה זענען ליידער דא בית השחיטה'ס וואס זענען עס נישט בודק - אריינגערעכנט דארט ווי מ'קויפט די פלייש פאר די 82 בוטשער, {טענה'דיג אז לויט אסאך פוסקים איז עס א מיעוט שאינו מצוי}
ספעציעל גייט דער חשוב'ער משגיח פין חבורה אין לעיקוואד ארום זאגען פאר יעדן, אז דאס וואס מ'זאגט אין זיין נאמען איז שקר, אין אדרבה, ער האט נאך אזא מהודר'דיגע בית השחיטה נישט געזעהן אין יעדע חומרא וואס ער האט געבעטן איז גלייך ציגעלייגט געווארען,
זענידיג אז ס'גייט נישט, האבען די מרי לב, יעצט אין א פרישע שריט, צו שימפן קעגן דעם בית השחיטה, געשריבען א מעכטיגע נייעס מיט א קעפל אויפן ערשטן זייט, פין זיייער אויסגעשפילטע צייטונג, וועגן דעם עלילה.
ווי צווישען אנדערע שרייבען זיי אז מ'דארף כשר'ן די כלים, אין אז די פראבלעם גייט שוין אן זינט מ'האט געפנט דעם בית השחיטה, אין אז ס'איז 20 פראצענט וואס האבען דעם פראבלעם, אין אז די פראבעלם איז דווקא ביי די פלאץ ווי ק''י קויפט די טשיקען, וכו'
זיי פארגלייכען עס ממש ווי צו די פינקעל פרשה......
דאס אז מילתא דעבידא לגלי' איז ביי זיי נישט קיין פראבלעם, דאס האב איך שוין געזעהן ביי פארמעגליך, אבער אויף אזוי ווייט אז א שמיציגער שרייבער זאל מאכע'ן א שערורי' אין עס ציגלייכען צו די פינקעל פרשה, ווען ''קיין איין רב - אפי' פין זייער פעיראל'' קען עס נישט באשטעטיגען, איז א זעלטענע נידריגע אין לוזערישע אקט.
מיטן אייבירשטענס הילף וועט עס בעקפייערן, אזווי פאר עטליכע וואכען ציריק, ווען יעדער האט זיך איבערצייגט די הידורים פינעם בית השחיטה המהודרת אין די קאראפציע פינעם מאחר מליחה ואליך בוטשער.
ווער עס קען ביטע אריינסקענען אריינסקענען, זאל זיך יעדער אינטערהאלטען, ווי זיי גייען מיטן קאפ אין וואנט!
עס בלייבט נאר איבער צו בעטן די זאלי'ס, מיר גייען ענק נישט באגראבען, אבער באגראבטס ענק אליין'ס, זאל יעדער זעהן ווער ענק זענען,
תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 20:46:19