הודו לה': נייע סאטמאר טעקסאס שחיטה
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2673486
מיט גרויס פרייד נאט רבינו שליט"א געמאלדן אז מען האלט שוין ביי דעם אז די נייע סאטמאר שחיטה פון טעקסאס, וואס וועט שוין זיין צו באקומען אין די קומעדיגע טעג אין די סאטמאר געשעפטען.
האט איינער א קליפ פון די דרשה?
ווייסט איינער די אלע הידורים וואס זענען דא ביי די נייע שחיטה?
וועט זיין א נייער "אב"ד סאטמאר-טעקסאס שליט"א?"
| רבי_יונה כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | מיט גרויס פרייד נאט רבינו שליט"א געמאלדן אז מען האלט שוין ביי דעם אז די נייע סאטמאר שחיטה פון טעקסאס, וואס וועט שוין זיין צו באקומען אין די קומעדיגע טעג אין די סאטמאר געשעפטען.
האט איינער א קליפ פון די דרשה?
ווייסט איינער די אלע הידורים וואס זענען דא ביי די נייע שחיטה?
די גרעסטע הידור ביי ענק איז אז די רבי האט זיך נישט אזו געפירט....
|
|
לויט ווי אלע דיינים וואס זענען דארט געווען איז עס "דאס בעסטע פון דאס בעסט"
און די רבי שליט"א האט נעכטען געבעטען אלע רבנים, דיינים, שוחטים, וואס ווילען קענען אהין גיין און עס זעהן און אז איינער האט א חומרא אדער א הידור זאל ער זאגען און מ'וועט עס אי"ה טון.
איך האב אויך געהערט אז עס איז איינס אין די וועלט, יעדע מין חומרא וואס איז נאר שייך איז דא ביי די פלייש, די דיינים און רבינו שליט"א זענען מורא'דיג צופרידען.
ווייסט איינער מער פרטים?
אויך וואלט איך געוואלט וויסן - בגשמיות, וויפיל די פלייש וועלן קאסטן אין סטאר, איך פארשטיי אז יעדע חומרא קאסט געלט און געלט, איז די שאלה וויפיל די פלייש גייט קאסטן טייערער?
דער גרעסטער הידור איז אז יעדער רב און מורה הוראה
קען קומען סיי ווען אן קיין אפוינמענט און קען זיך אומקוקן
און אפילו פארשלאגן נאך חומרות און הידורים,
אבער בתנאי כפול אז ער דארף זיין א תלמוד חכם,
און נישט סתם אזוי א אטענשאן זיכער וואס קומט זיך שפילן
מיטן חלף און כאפן בילדער...
לכאורה וועט די רבי זאגען א שיעור פאר די בחורים ווי ער וועט צינעמען די זאך אויף קליין געלט.
| יעס ווי קען: |
[בילד – נישט אפגעהיט] |
מיט גרויס פרייד נאט רבינו שליט"א געמאלדן אז מען האלט שוין ביי דעם אז די נייע סאטמאר שחיטה פון טעקסאס, וואס וועט שוין זיין צו באקומען אין די קומעדיגע טעג אין די סאטמאר געשעפטען.
האט איינער א קליפ פון די דרשה?
ווייסט איינער די אלע הידורים וואס זענען דא ביי די נייע שחיטה?
די גרעסטע הידור ביי ענק איז אז די רבי האט זיך נישט אזו געפירט....
|
|
וואס למשל האט זיך דער רבי נישט געפירט? שטיין זאלץ? ממליחה ואילך? אדער אריזאנא ווייץ די לעצטע צוויי געזונטע יאהרן... - זאג'שע וואס פינקטליך דיר באדערט.
| יענקעלע11 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | דער גרעסטער הידור איז אז יעדער רב און מורה הוראה
קען קומען סיי ווען אן קיין אפוינמענט און קען זיך אומקוקן
און אפילו פארשלאגן נאך חומרות און הידורים,
אבער בתנאי כפול אז ער דארף זיין א תלמוד חכם,
און נישט סתם אזוי א אטענשאן זיכער וואס קומט זיך שפילן
מיטן חלף און כאפן בילדער...
יענקעלע...A1 גיט געזאגט די באקימסט א לאלי פאפ..איך זעה ברוך השם אז די קימסט שוין צירוק צי די כוחות..
|
|
ר יונה די רבי האט זיך אויסגענימען מיט מיל מארט אז ער קען נישט בעטן פאר די טעקסעס פלייש מער געלט נאר אזוי פיל מער וויפיל עס קאסט עם מער,
דאס הייסט ער קען נישט מאכן א ביזנעס פין די מהודר חלק, ער קען נאר בעטן וויפיל ער בעט פאר אלע פלייש פלאס וויפיל עס קאסט עם עקסטער די הידור
| משה_גאבע כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | |
| יעס ווי קען: |
[בילד – נישט אפגעהיט] |
מיט גרויס פרייד נאט רבינו שליט"א געמאלדן אז מען האלט שוין ביי דעם אז די נייע סאטמאר שחיטה פון טעקסאס, וואס וועט שוין זיין צו באקומען אין די קומעדיגע טעג אין די סאטמאר געשעפטען.
האט איינער א קליפ פון די דרשה?
ווייסט איינער די אלע הידורים וואס זענען דא ביי די נייע שחיטה?
די גרעסטע הידור ביי ענק איז אז די רבי האט זיך נישט אזו געפירט....
|
|
וואס למשל האט זיך דער רבי נישט געפירט? שטיין זאלץ? ממליחה ואילך? אדער אריזאנא ווייץ די לעצטע צוויי געזונטע יאהרן... - זאג'שע וואס פינקטליך דיר באדערט.
שחיטה מינחת..אין די זיבעטע ריפ...
|
|
ווי די רבי שליט"א האט נעכטן געזאגט לאדענט ער איין אלע רבנים און דיינים פון די שטאט וועלעכע האבן צו זאגן און צוצילייגן עפעס חומרות אז זיי זאלן קומן און זאגן זייערע הערות און מ'וועט פראבירן צו טוען דאס בעסטע וואס מעגליך.
דאס איז דאס בעסטע זאך וואס מ'קען איינפירן.
אין די קרית יואל'ער בית השחיטה גיט שוין לאנג אזוי אז יעדער רב און מורה הוראה קען אריינקומען סיי ווען און קוקען וואס דארט טוט זיך און זאגן זיינע הערות ווי מ'הערט אום אויס מיט א אוזן קשבת.
דאס איז טאקע מיין קשיא וויפיל גייט די פלייש קאסטן מער, ד.מ. וויפיל קאסט די הידורים מער.
די שטותים מיט די לאשקן וואס מען פארקויפט רעבע זיכרונו לברכה איז גוט פאר משה פינקל, און פאר דיינים וואס געבן א הכשר און טרעטן נישט אין געשעפט אפילו ממליחה ואילך.
און נאך אזאך איז כדאי קלאר צו שטעלען מרן רביה"ק זי"ע איז קיינמאל נישט געגאנגען באזיכן קיין בית השחיטה, איז ממילא אלע שטותים וואס מען פארקויפט איז לאקשן און פאטעטעס.
סתם פאר די צייט לאמיך אויסרעכענען וואס די רבי האט געוואלט - לשיטת הזאליס.
הכשר נאר ממליחה ואילך.
ניצן סתם זאלץ - נישט ח"ו די טמא'נע שטיינזאלץ.
די דיינים זאלן קיינמאל נישט פארן קוקן די שחיטה.
שחיטה מונחת איז טריפה.
ניקור זאל מען מאכן ווי אזוי דאס הארץ וויל.
נאר דער קדוש עזריאל גליק זאל זיין די שוחט, און ווען איינער האט שאלה איבער שחיטה מעג נאר ער פסק'נען.
יחזקאלע גליק זאל שחט'ן מיט א שטיפענדיגער מעסער.
וכו' וכו'
איי פארוואס האבן די זאליס אריין געלייגט פאריגע וואך אין דער איד אז זיי גייען האבן א נייע מהודר'דיגע בהמה שחיטה?
ווייל...?
לכאורה גייט עס קאסטען בערך 50-75 סענט מער פער פוינט,
כך שמעתי פון 2 בוטשער בעל הבתים
| tzvibp28 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | וועט זיין א נייער "אב"ד סאטמאר-טעקסאס שליט"א?"
|
|
קוקט נישט אויס פאר משיח ועט קומען וועט דארט זיין א סאטמאר רב.
תוקן על ידי מישמאש ב- 18/08/2009 2:16:13
אקעי דאס איז ממש גארנישט.
דאס מיינט אן אויסגאבע פון א דאלער צו צוויי מער א וואך.
פאר כשרות לוינט זיך צו צאלן פיל פיל מער.
ווען עס קומט סוכות און מ'גייט קוקען אתרוגים און דער סוחר ווייזט אן אתרוג פארן קאסטאמער פאר $150.00 וואס איז כשר און א הדר,
דערנאך זעהט דער קאסטאמער ערגעץ אויפן שעלף א אתרוג וואס איז WOW!!! א הדר!! א יופי!! דער פריערדיגע איז אויך כשר און אויך א הדר אבער דעיס איז עפעס מער... נא... א ריכטיגע הדר!!!
און עס קאסט נישט קיין סאך מער, עס קאסט גאנצע $30.00 מער!
וועלכע נארמאלע מענטש וואלט עס נישט גענומען???
(איך רעד נישט פון קיין גשמיות זאכען וואס ליידער היינט צוטאגס קויפט יעדער פון דאס שענסטע און דאס בעסטע אפילו מ'האט נישט צו באצאלען)
אזוי קומט אויס בערך די דיפערענץ און די פלייש,
מ'וועט אריינגיין אין א בוטשער סטאר אדער גראסערי סטאר און קענען קויפען כשר'ע פלייש וואס טויזענטער אידען עסן, און מיר אליין עסן עס אויך אלע יארען, פאר - לאמיר זאגען א ארדער פון $100.00
אבער ביי סאטמארע בוטשער סטאר אויף ראסס סט און אויף מוירטיל און אזוי אויך אלע סאטמארע בוטשער סטארס וואס שטייט בנשיאות רבינו שליט"א וועט מען קענען קויפען די זעלבע פלייש -סטעיק, פלאנקען, אא"וו- וואס איז WOW!!! ריינער! שענער! בעסער! און מער מהודר!
די אנדערע איז אויך כשר, אויך שיין, אויך גוט, אבער דעיס איז עפעס מער!!! עפעס מער? סאך מער!!!
און עס קאסט נישט קיין סאך מער, עס קאסט בערך $5-10 דאלאר מער!
וועלכע נארמאלע מענטש וואלט עס נישט גענומען???
שוין אריינגעקומען אין סאטמארער בוטשער אויף ראסס סטריט
[בילד – נישט אפגעהיט]
חתום בחותמו של כהן גדול!
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
WOW....שיינע פלייש, איך האב שוין לאנג געזאגט אז ענקער ישיבה געט ארויס גיטע פלייש האקערס....
א נחת צו קוקען...
זאל זיך יעדער אפלערנען, אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבישטער!
נעקסט האב איך געהערט "מאחורי הפרגוד" אז מהר"א גייט זיך יעצט נעמען איבער "פיש" - יא פיש אזוי ווי איר הערט, פרטים יבואו
| monroe06 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | א נחת צו קוקען...
זאל זיך יעדער אפלערנען, אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבישטער!
די זעסט ? איינמאל אגרי איך מיט דיר אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבישטער!! ווען ער ער וואלט ווען אמתדיג געוואלט האבען גאנץ סאטמאר וואלט ער עס ווען געהאט...אבער אזוי ער האט עס נישט אמתדיג געמיינט האט ער עס פארלארען...
|
|
גם אני מצטרף. ווען ער וואלט אריינגעלייגט האלב אזויפיל קאפ און מח אויף חנופה און סאושעל סקיל וויפיל ער לייגט אריין אין כשרות און הלכה, וואלט ער מסתמא געווען רבי אויף גאנץ סאטמאר, און קיינער וואלט אים נישט פיינט געהאט.
נישט אז ס'וואלט שלעכט געווען אז ער זאל האבן אביסל סאושעל סקילס צו דער זייט, אבער עס איז פיל בעסער ווי דאס פארקערטע.
ער האט דאך גמוזט עפעס איבער לאזן פאר זיין ברודער דער לא יוצלח .
כ'האלט אויך אזוי!!!
ווען ער וואלט ווען געמיינט דאס גשמיות אזוי ווי רוחניות וואלט ער ווען טאקע געקענט האבען גאנץ סאטמאר פאפא וויזניץ וויען וכו' זאלען קומען צו נעילת החג זיך פיקטשערן ביי אים,
אזוי ווי זיין קאפ ליגט אים אבער נאר אין שטותים ווי כשרות, שחיטה, מקוואות, ווייץ אויף פסח וכו' קומט מען נאר זיך נאר קוויטלען ביי אים,
נא... טאקע א שאד....