היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » דעפרעסטע זאליס פון טעקסאס אדער טריפה פלייש אין קרית יואל???

דעפרעסטע זאליס פון טעקסאס אדער טריפה פלייש אין קרית יואל???

55 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2668330
בלאט: 1 2

רבי_יונה » 5/8/2009 19:16

יא....

נאכן איינזען אז די גאנצע וועלט ווארט מיט שפאנונג אויף די נייע מהודר'דיגע בשר בהמה, וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען על אדמת אמעריקע.

און נאכן איינזען אז בקרוב וועט כלל ישראל האבן מהודר'דיגע בהמה פלייש אין צוגאב צו די מהודר'דיגע עופות פלייש.

האבן די זאליס פאבריצירט א מעשה'לע מיט קראטשינאוויסקי פון לעיקוואוד אדער קראונהייטס
און יענער האט געטראפן א פרישע פינקל פרשה אין קרית יואל.

דער פאשקעוויל רופט די דיינים וואלדמאן מיט ראזענפעלד זאלן זיך אריינטאן אין די פרשה

עס קומט צום לאכן.
פארוואס הייסט ער אויך רופן דעם גרויסן גאון וצדיק הרב הקדוש רבי יצחק שווארץ האדמו"ר מבראד
אדער דעם בן השני הרב הצדיק הקדוש רבי ליפא'לע מזענטא?







ווער עס האט א פראבלעם, זאל אנרופן איין מענטש, דעם בעל המכשיר פון קרית יואל שחיטה:
הגאון הגדול ר' משולם פאלאטשעק שליט"א. (וועלכער ווערט נישט דערמאנט).



דא איז די פאשקעוויל פון די דעפרעסטע
[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 5/8/2009 19:26

 

אוי נעבעך
זיי שיקען עס ארום אויף אימעיל, צילייגענדיג:


Subject: Kiryas Joel (קרית יואל) Major שחיטה Scandal
------------------
We Want Moshiach Now!!!
PLEASE FORWARD TO ANYONE ON YOUR LIST SPEAKING YIDDISH

האפענדיג צוצינעמן ביזנעס, ביי די פרעמדע כאטשיג

 


די מרירות ליבם האט דערגרייכט א זעלטענע  שטאפעל
אגב, כ'בין יעצט געווען אויפן טעל' מיט מיין חבר אין ער האט ארויפגעלייגט אויפן טעל' א נאנטען פין הגאון  רבי משולם, אין ער האט געזאגט אז דאס איז לכאורה א פראבלעם וואס אלע בית השחיטות האבען, אין די בית השחיטה האט דאס אויסגעטראפען פאר 3 חדשים ציריק, אין זייט דעמאלטס זיצט מען שוין אויף איצאליגע מיטינגען עס מתקן צו זיין,

א רחמנות אויף ענק זאלי'ס, המ' ינחם אתכם!

 

 

rebyankel » 5/8/2009 19:30

פין תלמידי רבינו - זאלי, לאכטס נישט, דאס טייטש השנאה מקלקל

 

---------- Forwarded message ----------
From:
Date: Wed, Aug 5, 2009 at 12:24 PM
Subject: KJ Shchita - Can we trust him?
To: Talmidai Rabainy <talrabny@gmail.com>,

Rabainy Shlita never wanted an own Shchita, 1 of the reasons was that we should not have this problem with Hafsed Meriba and then have to "deal" with those chicken that was Paskent Le'Heter - For sure not to give it to the Bnei Kehilah. KJ Shchita was full of Shallos from day 1, many of them that are Treifa even with Hefsed Meriba vd"l....  Many of them were Quietly Shot Down and....  - Why change the Shchita of Gasos?  Our Rabonim are asking what is the Benefit of Minaachaas? Especially those which are circled in seconds with machines, Doctors had determent very big Shaalediga change in the Beheimos that are turned over by this machine... and why change something that is good and established by our Gedolai Hador Hakodem? And can you trust anything with those KJ team while aron is their rosh?  Don't you remember their 1st year Matzoh Bakery? that KJ Dayen Rav Getzel Shlita didn't even give on it the Hashgocha vd"l... The next year he went to Arizona, he will make it better.....?  Can you trust this guy?  What else can he do to wake you up?

 קאמענטארען זענען איבריג
איך ווינטש ענק נאכמאל המ' ינחם
כ'כהאף אז דער באקאנטער נואף וועט האבען א גיפטיגען ארטיקען אין שמיציגען איד די וואך
ער וועט אינז נישט אנטוישען

זשוליאני08 » 5/8/2009 19:45

נבילה ממש ! רחמנא ליצלן
עס איז ליידער נבילה ממש
נישט קיין צומות גידין, נאר נבילה דאורייתא רח"ל

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 5/8/2009 19:59

איך ווארט שוין קוים אויף א איסור פון ראזענפעלד מאנדעל און שמעון משה וואלדמאן...
מיט די אונטערשריפטן פונעם פעיראלל בית דין.

לאכט א גוטס.

זשוליאני08 » 5/8/2009 20:14

עס וועט זיין זאפטיג ווען דער הרב קראטשינסקי אליין,
וועט אליין ארויסגעבן א בריוו און אפלייקענען אלעס וואס די פאשקעוויל רעדט אין זיין נאמען.

ווייל קיין שום בית השחיטה אין אמעריקע טשעקט נישט קיין צומות הגידין.
קרית יואל איז די איינציגסטע וואס איז יא בודק יעדן טאג צופרי, און לויט דעם באשליסט מען צי מ'דארף בודק זיין די גאנצע שיפמענט.


נאכאמאל, קרית יואל איז די איינציגסטע פלענט אין גאנץ אמעריקע וואס איז בודק ביי די צומות הגידין !

כאפט אריין א וואדקע

צביהירש » 5/8/2009 20:44

סיי אין ניו סקווער שחיטה, סיי ביי ר' מתתי' קאהן אויף פלאשינג קען מען זעהן ווי די משגיחים זענען בודק די צמות הגידים.

אזוי איז געוועהן איינגעפירט בכל הדורות אז ווען די שאלה איז געוועהן א מיעוט המצוי, האט מען דאס געמוזט באקוקן ביי די שחיטה. אזוי אויך די לינגלעך.

ליידער טרייסט מען זיך מיט א צרת רבים אז ביי אנדערע שחיטה פלענטס איז נישט בעסער. אבער דאס איז איינס פון די ירידת הדור. ווייל מיט 30 אדער 40 יאר צוריק זענען געוועהן אסאך היימישע משפחות וואס האבן מקפיד געוועהן אליין צו עפענען און כשר מאכן די עופות.

מיט 47 יאהר צוריק האט מען אין ווילאמסבורג געגאנגען צום מארקעט אויף טעילאר סטריט ביי קענט עוועניו ווי עטליכע סאטמארע שוחטים האבן געשחט'ן. אויך ביי די פלאשינג מארקעט ווי הרה"ח ר' אברהם לעווי ע"ה און נאך היימשע שוחטים יראים ושלמים האבן געשחט'ן.

מיר פלעגן אליין קויפן עופות אסאך יאהרן אין איסט סייד אינטער די ווילאמסבורג בריק ווי דער שו"ב הרה"ח ר' לעמיל לאנדא נ"י (צו לאנגע יאהרן) האט געשחט'ן. ביז מיט 10 יאהר צוריק האבן מיר נאך געקענט קויפן און זיין משתחילת השחיטה עד אחר המילחה אויף נארטה 4 סטריט.

בנוגע די בדיקות שונות קען איך מעיד זיין אז איך האב אליין געזעהן דעם הרב המכשיר ר' משולם פאלאטשעק מערערע מאל אליין שטיין בכבודו ובעצמו מיט'ן ווייסן חאלאט ביי די קייט ווי די עופות הענגען און בודק זיין די לינגלעך פון די אינדיגעס ווייל ס'איז דאמאלט געוועהן א מיעוט המצוי.  ער האט גענומען יעדע איינציגע לינגעל אין זיינע פינגער שטייטעלעך איינס ביי איינס און גדריקט מיט די פינגער צו זעהן אויב זיי זענען גלאט. מ'האט זיך נישט פארלאזט אויף די לייכטזיניגע היתר "ביי יעדן גייט דאס אזוי"

אויך אין קרית יואל גופא, איז געוועהן זעהר מהודר'דיג ווען מ'האט געשחט'ן אין קליינעם פארמאט אין די בוטשער סטאר פון שאפינג צענטער און ר' דוד פרידלענדער האט בודק געוועהן די קישקעס און די לינגען און די צמות הגידין.

ליידער די ביזנעס און געלד דארשט האט געמאכט אז די שחיטה מהודרת איז ליידער אסאך שוואכער ווי אמאל.

ס'איז נישט אזוי מהודרת ווי ס'איז געוועהן

זשוליאני08 » 5/8/2009 21:15

יעצט גערעדט און מברר געווען
אין סקווירא איז מען נישט בודק די צומות הגידין.

צבי הירש, ציט זייט מוחל צוריק.

זשוליאני08 » 5/8/2009 21:32

אפדעיט 2:

לעיקוואוד קויפט פון קרית יואל יעדע וואך 70 טויזענט עופות.
70 טויזענט איז פראדוקציע פון 2 טאג.

יעדע וואך מאנטאג און דינסטאג איז דער ר' ארי' קארשינסקי דארט און איז דער משגיח פאר די לעיקוואוד'ער ארדערס.

מ'איז ביז היינט בודק נאר די גרויסע עופות, און ביי די קליינע איז עס נישט שכיח.
יעצט האט ר' ארי' קארשינסקי אנגעהויבן באמערקן אז אויך ביי די קליינע טשיקנס מאכט זיך דער פראבלעם און מ'דארף דאס אויך בודק זיין.

עס ווענדעט זיך וועלכע טאג און פון וועלכע שיפמענט די עופות קומען.
עס איז דא טעג וואס די עופות זענען גוט, און ס'איז טעג וואס די שימפמענט טויג נישט און מ'דארף דארט יא בודק זיין.

היינט איז מען בודק די גרויסע און די קליינע.
און מ'איז נעכטן אריבער קיין סקווירא, זיי זענען נישט בודק, און מ'האט זיי געוויזן וויאזוי מ'דארף קוקן ביי די קליינע, און דארט מאכט זיך אויך דער פראבלעם.

איבריג צו זאגן אז נישט אין מאנטרעאל, נישט אין מיעל מארט, נישט ביי וויילאנד און נישט ביי עמפייער, רובאשקין צי אינטערנעשאנעל צי דזשי ענד דזשי איז מען בודק.

קארשינסקי איז אין קרית יואל בית השחיטה יעדע וואך, און וועט אי"ה זיין קומענדיגע וואך אויך, ווייל לעיקוואוד נעמט נאך ווייטער 70 טויזענט עופות וועכנטליך.

קרית יואל איז דערווייל די איינציגסטע פלענט וואס איז בודק !

יודלע » 5/8/2009 21:44


דא האט איר א לינק צי קול התאחדותינו שלחן מלכים פרשת במדבר תשס"ט אויף זייט 25 אין א שמוס פין הגאון הגדול בעל קני בשם זצ"ל מיט יבלט"א רבינו שליט"א ווי מען רעדט וועגן די בדיקות

http://www.mysatmar.com/docs/bb/5769/bamidbor.pdf

לעבעדיגער » 5/8/2009 21:49

צבי הירש, ס'איז גוט צו הערן אז מיר האבן אן אינסיידער, איינער פון אינווייניג וואס ווייסט פונקט וואס גייט דארט פאר. און נישט נאר אין קרית יואל, נאר קוקט אויס אז איר האט שוין שטודירט אלע אנדערע נאך פון 40 יאר צוריק און איר האלט עס ב"ה אן ביזן היינטיגען טאג. כה לחי.

אלענפאלס, איבער דעם געשיכטע. ביזדערווייל קוקט מיר עס אויס ווי נאך א אימעיל פון יוסל וואלדמאן וואס שיקט מיר ספעם יעדע שטיק צייט צו מיין אימעיל אדרעעס וואס ער האט ערגעצווי ארויסדערווישט.

פון זיין אימעיל אדרעעס ביז א תלמידי רבינו מעסעדזש איז בלויז א בעבי טריט און פון דארט ביז א איסור פון די לישקע אויף קיעפ סט. (ווי עס וואוינט די טאכטער פון יודל שלעזינגער) איז בלויז א קאצן שפרינג.

זאגט מיר א חבר מיינער אז קוקענדיג דעם אימעיל האט ער זיך זייער דערשראקן טראכטענדיג ווער ווייסט וואס עס האט שוין ווידער פאסירט ביי כלל ישראל, ווער ווייסט אין וואספארא צרה מיר זענען שוין ווידער אריין.

אומר ועושה, ער כאפט א טרייבל און רופט אן דעם דיין רב וואלדמאן אנצופרעגן על מה למה, וואס פונקט איז דא פארגעקומען, וויזוי געשעהט אזעלעכע זאכן? פארוואס גיבט מען נישט אכטונג? און וואס זענען די פלענער אויף ווייטער.

ווען ער האט נישט געוויסט וואס מ'וויל פון זיין לעבן האבן, ער האט נאך דאס פלאץ אין זיין לעבן נישט געזעהן האט דער אינגערמאן אנגעריפן רב מאנדל, גענוי ווי דער צעטיל פארלאנגט.

רב מאנדל וואס האט נארואס גענדיגט מיט א גיורת פראצעדור האט אום גענטפערט דאס זעלביגער, אז ער האט נאך דעם בית השחיטה אין זיין לעבן נישט געזעהן און נישט אריינגעטרעטן אהין.

אז נישט רב מאנדל פראבירט מען דעם דריטן אויף צעטיל. ה"ה רב ראזענפעלד, דער נארוואס געווארענער דיין אין ביהמ"ד ויואל משה. רב ראזענפעלד זאגט אז ער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אום, ער גייט אין בוטשער און אלעס פיין און שיין געפאקט, ער זעהט נישט קיין פראבלעם. איבער דעם בית השחיטה זעלבסט קען ער נישט ענטפערען וויבאלד ער איז נאך קיינמאל נישט דארט געווען.

צו רופן רב בערקאוויטש - קרית יואלער דיין שליט"א אדער רב משולם פאלאטשעק האט דאך נישט קיין פשט, זינט זיי ווייסן אלעס, אבער זענען מעגליך נוגע בדבר... איז געבליבן אז ככל אשר יוריך וואלדמאן, מאנדל און ראזענפעלד וועט מען זיך האלטן דערצו שטרענג.

מ'ווארט נאר יעצט אויף אן הסכמה פון די הויעכגעשעצטע חברי הבד"ץ ירום הודם זעלבסט.

bp11219 » 5/8/2009 22:11

בין איך דער איינציגער מיט א פאר אויגן?  איר זעט נישט דעם נאמען און טעלעפאן נאמבער פון ר' געציל אויפן צעטל? ריקט ארויף דעם סקרין, און קוקט!

איך האב אנגערופן יעצט ר' געציל, און ער האט זיך ארויסגעדרייט פון געבן א קלארער ענטפער.

מקעין08 » 5/8/2009 22:37

אביסל נאר צו זעהן וואס עס מיינט אז אונזער בית השחיטה אין קרית יואל איז "אסאך מער" מהודר פון אלע אנדערע איז מיר אינטערסאנט צו דערציילן א מעשה וואס איך האב געהאט.

ווען איך בין געפארן מיט רבינו שליט"א קיין בני ברק צום חתונה פון בת הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א בין איך מיט נאך עטליכע אינגעלייט געגאנגען קיין ירושלים באזוכן דעם בית השחיטה פון די עדה החרדית און אביסל ארומגעקוקט דארט ווי עס גייט צו דאס שחט'ן וכדו'.

אגב, אנקומענדיג דארט איז פונקט דארט געווען הרב מאיר בראנסדורפער ז"ל וועלעכער האט אנגעפירט מיט דעם שעכט הויז, ער האט אונז אויפגענומען און ארימגעפירט אונזער קבוצה פון אינגעלייט און אנגעוויזן וויאזוי אלעס גייט צו. 

האב איך דארט געטראפן א אינגערמאן (מחסידי תולדות אהרן) און געכאפט א שטיקל שמועס מיט אום, זיין ארבייט דארט איז באקוקן די צומת הגידין. 

אויף זיין פראגע ווי איך וואין האב איך אום געזאגט אז איך וואוין אין קרית יואל. זאגט ער מיר, אה, קרית יואל? קרית יואל איז דער איינציגסטער בית השחיטה אין דער אידישער וועלט – חוץ די עדה החרדית – וואס זענען בודק די צומת הגידין.

לויט ווי יענער האט מיר געזאגט טוט דאס די עדה החרדית וויבאלד אין ארץ ישראל איז שטארק שכיח פראבלעמען דארט און ס'איז א ריבו המצוי ברויכן זיי דאס איבערקוקן. אבער אין אמעריקע און ניו יארק  – זאגט מיר דער אינגערמאן -  איז דאס א מועט המצוי און עס פעלט נישט אויס די בדוקה, אום כל זה – זאגט ער מיר – איז קרית יואל דאס איינציגסטע פלענט ווי איינער איז בודק יעדן אינדערפרי דעם ערשטן שיפמענט צו זעהן וויאזוי דער היינטיגער טאג פון עופות קוקט אויס. 

זעהנדיג די רעדע דא האב איך זיך פונקט דערמאנט פון יענער שמועס, און עס איז מיר אינטערסאנט צו זעהן ווי מ'רעדט דא ווי איינער איז אויפגעקומען מיט דעם פראבלעם בעת דער קרית יואל'ער בית השחיטה איז דער איינציגסטער וואס גיבט זיך אפ מיט דעם פראבלעם, בלויז אלץ גרעסערער חומרה.

ביבער » 5/8/2009 23:11

BP11219 דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט אפאר אויגן, ביסט דער איינציגסטער מיט פיר פיס. וואס פשט פון אזא תגובה? און פארוואס האסטו געקאלט ר' געצל און נישט ר' שמעון משה?

ארגינעלער » 6/8/2009 01:46

bp11219 האט אפאר ניקס
אין ער קען אויך מאכן א לענגערע באשרייבנוג מיט געבעקסן דערין אויב ער וועט באצלעט

מבני_בניו » 6/8/2009 01:59

וואו, טעקסעס טוט שוין וויי

געגאנגען » 6/8/2009 02:07

כ'האב נישט געוואלט ביז יעצט רעאגירן, ביז ווען איך האב הונדערט פראצענטיגע אינפארמאציע. יעצט האב איך אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט עמיצן וואס איז גוט באהאוונט אין אלע עניני שחיטה, און גייט אליין אפט ארויף באזוכן דארט מיטצוהאלטן פונדערנאנט וואס טוט זיך, און איך וויל איבערגעבן פארן ברייטן ציבור זיין אינפארמאציע.

פאר איך גיי צו די פאקטן וויל איך קודם קלארשטעלן די טרוקענע פאקטן בקיצור:

ס'איז נישטא ב"ה קיין שום פראבלעם מיט די טשיקענס פון בית השחיטה!

"נישט" אז ס'איז א פראבלעם וואס איז דא איבעראל. "נישט" אז ס'איז דא געווען אפילו איינמאל א מיעוט המצוי וואס מ'דארף עפ"י הלכה בודק זיין. און מיט דעם אלעם איז קרית יואל די ערשטע בית השחיטה וואו מ'האט "יא" אנגעהויבן בודק זיין פארן פראבלעם פון צומת הגידין!

און יעצט צו די פאקטן:

(המשך:)



תוקן על ידי געגאנגען ב- 06/08/2009 2:32:44

געגאנגען » 6/8/2009 02:23

#2

אלזא, די פאקטן זענען אזוי:

עפ"י הלכה דארף מען בודק זיין נאר א ספק טריפה וואס איז א מיעוט המצוי. א מיעוט שאינו מצוי דארף מען נישט - און לויט טייל פוסקים טאר מען נישט - בודק זיין. ס'איז א גרויסע מחלוקה וויפיל הייסט א מיעוט המצוי, די אנגענומענע מיינונג איז אז צען פראצענט, אדער איינס פון צען, הייסט א מיעוט המצוי. דאס איז געבויט אויף א באקאנטע תשובה אין משכנות יעקב.

דער פראבלעם פון "צומת הגידין" איז אלעמאל געווען אנגענומען אז ס'איז א מיעוט שאינו מצוי און מ'דארף נישט בודק זיין, סיי אינדערהיים, ווי אויך דא אין אמעריקע. אין אר"י האט הגאון האדיר ר' מאיר בראנדסדארפער זצ"ל מיט יארן צוריק באשלאסן אז ס'איז יא א מיעוט המצוי און מ'זאל עס יא בודק זיין, אבער דא אין אמעריקע האט מען ווייטער אנגענומען אז ס'איז א מיעוט שאינו מצוי (דער מציאות אין דעם ענין איז אנדערש אין יעדן פלאץ).

אין מהודר'דיגן בית השחיטה אין קרית יואל האט מען אויך פון די ערשטע מינוט אנגענומען דעם פאקט אז ס'איז א מיעוט שאינו מצוי, און במילא נישט בודק געווען דערפאר. ווען באיאן האט אנגעהויבן צו קומען אהין שחט'ן האט איינער פון זייערע מוצי"ם, הרה"ג ר' יצחק ביסטריצקי, באשלאסן אז ער וויל יא בודק זיין די צומת הגידין. נאך בערך א האלב יאר וואס ער האט בודק געווען און גארנישט געטראפן האט ער אויפגעהערט בודק צו זיין.

ס'איז דא פיר סימנים וויאזוי מ'קען דערקענען אויב די צומת הגידין איז געווען צוריסן בעפאר מ'שניידט עס אויף:

1) אויב די פולקע איז קרום אויף ארויף (אזויווי א נייע לבנה).
2) אויב ס'איז קרום אויף אריין.
3) אויב ס'האט א אראנזשליכע קאליר.
4) אויב מ'פילט אז די פלייש איז אפגעטיילט פונעם ביין (אזויווי א צובראכענע פינגער שפירט זיך).

אין פאל מ'טרעפט איינס פון די פיר סימנים דאן שניידט מען אויף די פולקע, און א בודק מומחה קען באלד זען אויב דער שניט אין די גידין קומט פונעם מעסער, אדער ס'איז שוין געווען צוריסן פון פריער, וואס דאן איז דער טשיקען טריפה.

געגאנגען » 6/8/2009 02:36

#3

מיט אפאר חדשים צוריק, נאך וואס רובאשקין האט זיך ליידער צוגעשפארט, האט איינער פון זייערע לאנגיאריגע משגיחים, הרה"ג ר' ארי' קארשינסקי, א רוסישער תלמיד חכם וואס איז א שטארקער בקי אין הל' בדיקה, בפרט אין צומת הגידין, אנגעהויבן געבן די השגחה פאר די לעיקוואודער שחיטה אין קר"י. ער פלעגט כסדר בודק זיין א געוויסע צאל פון די טשיקענס יעדע אנהויב שיפמענט, און אויב מ'האט געזען אז דער שיפמענט איז ריין האט מען נישט בודק געווען די איבריגע.

ארום פינף וואכן צוריק האט ער געטראפן אז ס'איז שטארק פארמערט געווארן די צאל פון טריפה'נע צומת הגידין ביי די טשיקענס - אפילו דאן איז עס אויך נישט געווען קיין מיעוט המצוי, מיין ידיד איז אנוועזנד געווען ביי איינע פון די פעלער ווען מ'האט געטראפן די "פילע" טריפה'נע עופות, און ס'איז געווען ארום ניינציג פון זעקס טויזנט! ווייניגער ווי אנדערטהאלבן פראצענט - און ער האט אנגעהויבן אלארמירן אז דער מצב איז ערגער געווארן.

ווי נאר כ"ק רבינו שליט"א, און דער בעל מכשיר הגאון ר' משולם פאלאטשעק שליט"א, זענען געוואויר געווארן פונעם פראבלעם, האבן זיי באלד באפוילן אז מ'זאל בודק זיין דעם אנהייב פון יעדן שיפמענט, ווי די הלכה אין אזוינע פעלער. זעלבסטפארשטענדליך אז דער בית השחיטה האט באלד אזוי געטון, און די לעצטע פאר וואכן איז מען בודק דעם אנהייב פון יעדן שיפמענט אין בית השחיטה.

אגב, האט מען אין בית השחיטה פון סקווירא - וואו מ'נעמט אויך די טשיקענס פון זעלבן פארעם וואו קרית יואל נעמט שוין יארן לאנג - אנגעהויבן די וואך בודק צו זיין, און זיי האבן אויך נאר געטראפן קנאפע פינף פראצענט טריפה, ווייט נישט קיין מיעוט המצוי, כאטש ס'איז ווירקליך פיל מער ווי נארמאל.

דער בית השחיטה פון קרית יואל האט זיך פארבינדן מיט א גרויסן וועטערינאר ער זאל דערגיין וואס דא האט פאסירט. ער האט אונטערזוכט די טשיקענס אינעם פארעם און קלערט אז ס'קומט פון א באקטעריע וואס האט זיך אריינגעכאפט אין זייער עסן. מ'האט יעצט געטוישט זייער עסן, און ביז א צוויי וואכן וועט מען האפנטליך וויסן בעסער וואס דער פראבלעם איז (ווער ס'איז באקאנט ווייסט אז געווענליכע עופות זענען אלט פון זעקס ביז אכט וואכן ווען מ'שחט זיי, און במילא דארף מען נאך איבערווארטן ביז מ'וועט קענען וויסן פונקטליך. דערווייל האלט מען געהעריג אן די בדיקה יעדע אנהויב שיפמענט כהוראת כ"ק רבינו שליט"א).

ס'זענען אויך דא שפעקולאציעס אז ס'האט שייכות מיט די סוויין פלו.

איך שיהי', ס'איז קלאר אז די גאנצע שערוריה, וואס איז אנטשטאנען אין זעלבן טאג וואס ס'איז באקאנט געווארן אז רבינו שליט"א איז אין טעקסאס, קומט מיטן בלויזן ציל פון פארזיכערן אז אידן זאלן זיך אפהאלטן פון קויפן די מהודר'דיגסטע פלייש וואס איז דא צו באקומען אין אמעריקע. ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ, ויאכלו ענוים וישבעו.

געגאנגען » 6/8/2009 09:14

איך האב באקומען צוגעשיקט דעם PDF פייל, מיט עטליכע וויכטיגע הוספות אויף דעם וואס איך האב געשריבן - בעיקר דער פאקט אז היינט איז מען שוין בודק אין בית השחיטה יעדן איינציגן טשיקען.

אויך האב איך גערעדט נאכאמאל מיט מיין פריערדערמאנטן ידיד, און ער האט מיר מעורר געווען אז כ'דארף ארויסברענגען אז זינט מ'איז געוואויר געווארן פונעם פראבלעם, וואס מ'האט געטראפן צום ערשט אין בית השחיטה אין קרית יואל טאקע וויבאלד דארט איז פאראן אזא ווארימקייט און התעוררות צו כשרות, האט דער בית השחיטה איינגעלאדנט הרב קארשינסקי צו קומען נאך א טאג אויסער ווען ער געט די השגחה, ספעציעל כדי אויסצולערנען אונזערע בודקים צו זיין בקי מיט די פונקטליכע פרטים פון בדיקת צומת הגידין!

בדרך אגב האט ער מיר דערציילט אז ער האט גערעדט פאריגע וואך (שוין לאנג נאך וואס די א.ג. 'שערוריא' האט 'אויסגעבראכן') מיט הרב קארשינסקי שליט"א, און יענער האט אים דערציילט מיט געוואלדיגער התפעלות אז ער איז א שטיק צייט צוריק אריין צו כ"ק רבינו שליט"א מיט פארשידענע הערות וויאזוי מ'קען נאכמער פארבעסערן דער כשרות פונעם בית השחיטה.

ער האט זיך גערישט אז דער רבי וועט אים שיין אויפנעמען און אויסהערן. צו זיין וואונדער און שטוינונג זעט ער ווי דער רבן של ישראל שטעלט אים אפ, הייבט זיך אויף פון פלאץ, נעמט א פעדער מיט פאפיר, און הייבט אן אויפשרייבן פונקטליך יעדע הצעה וואס ער שלאגט פאר!

קאמענטארן זענען איבריג.

[איך לייג ארויף א לינק צו יוסענדאיט. ווער עס קען זאל ביטע ארויפלייגן דא געהעריג די PDF. יישר כח]

עלילת צומת הגידין

עליגעיטאר » 6/8/2009 17:29

אלף תודות אהערצולינקען די אויבענדערמאנטע.

ועיין מה שכתבתי תחת הכותרות "זאליס ווארפען פלאקען אויפן רבז"ל".

allgood1s » 6/8/2009 17:57

שרעקליך!!! סקאנדאל אין לעיקוואד!
לויט ווי עס ווערט אויפגעדעקט אין די זאלי פורם, גייט די געשעפט אין לעיקוואד ווייטער פיטערען זייערע קאסטומערס מיט די טריפה ק"י טשיקען לכה"פ ביז סעפטעמבער! טראץ דעם שוין היינט באוואוסטען שרעקליכען אויפדעקונג אז ק"י איז אלעמאל מיום היוסדה געווען טריפה רח"ל

הכונו למערכה!

העלד » 6/8/2009 19:33

ווען די זאליס אויפן אינטערנעט כאפן זיך ארויף אויף א סקאנדאל אויף די קרית יואלע שחיטה מיינט עס אז זיי זענען נעבעך דעפרעסט ל''ע,
 אבער ווען דער בלאט איז איינגעשפאנט א לאנגע צייט וועכענטליך אראפצורייסן די סאטמאר פלייש געשעפט מיטן שרייענדן קעפל פון כל חלב וכל דם לא תאכלו וואס מיינט דאס דעמאלס??
 נישט דעפרעשאן??


לעבעדיגער » 6/8/2009 19:48

העלד, ביסט פארפארן פון די נושא, רעדט צום זאך.

וואס גייט יעצט זיין מיט דעם שרעקליכען סקאנדאל??!! מיינסטו אז דאס יהדות החרדית וועט טוען ווי די "תלמידי רבינו" מעסעדזש האט פארלאנגט נעכטן, אדער מ'וועט ווייטער טראסטן דעם "אהרנען" ??? מ'קען דאס דאך נישט לאזן ממש אזוי.

rebyankel » 6/8/2009 20:05

יש''כ געגאנגען
כ'האב יעצט גערעדט מיט א שוחט א יר''ש, אין ער האט מיר מסביר געווען בערך די זעלבע זאך וואס כ'האב יעצט דא געליינט.
יסכר פי דוברי שקר

דאס איז אמאל זיכער אז די הצלחה פינעם בית השחיטה המהודרת וועט אויף קיין האר נישט ווערן פארמינערט,
וואס וועט יא געשעהן, די זאלי'ס אימעיזש ווערט שמיציגער אין נערישער,
גייטס ווייטער אן.

העלד » 6/8/2009 20:13

לעבעדיגער
איך האלט אז די שרייבערלעך דא אויף פארק און די נעכטיגע תלמידי רבינו מעסעזש, וועלן אופטוען אקוראט ווי דער הויעכגעשעצטע בלאט שרייבערס וואס האבן געשימפט מיט ווייטאג א לאנגע תקופה וועכענטליך אויף די סאטמארע בוטשער געשעפט.....

allgood1s » 6/8/2009 20:36

די געשעפט אין לעיקוואד הייסט NPGS

זיי פארקויפען פלייש פון פארשידענע קאמפעניס.

זיי פארקויפען אויך פלייש פון ק"י וואס זיי טוען אליין ריפעקען ביי זיי אין געשעפט אונטער זייער אייגענעם לעיבעל "מיוחד"

א שטיק צייט צוריק פלעגען זיי פארקויפען פלייש פון עמפייער אונטער זייער אייגענעם לעיבעל פון "חבורה"

דעם לעיבעל "חבורה" האט מען אלעמאל נאר געניצט פאר פלייש פון "עמפייער", דעם לעיבעל "מיוחד" האט מען אלעמאל נאר געניצט פאר פלייש פון "ק"י"

allgood1s » 6/8/2009 21:14

אינעם זאלי פורם שרייבט איינער נעכטען "ביינאכט" אז ער האט "יעצט" גערעדט צו א "משגיח כשרות" דער משגיח האט אים געזאגט ער ווייסט פון "גארנישט" (אינטערסאנט די שרעקליכע כמו פינקעל סקאנדאל איז שוין ארויסגערינען יענעם אינדערפרי און א כשרות משגיח וואס וואלט געדארפט זיין פון די ערשטע צוהערען פון אזא טריפה סקאנדאל האט ביינאכט נאכנישט גארנישט געהאט געהערט).

דער משגיח האט אים געזאגט אז ער האט "לעצטענס" (נישט יענעם טאג נאר לעצטענס נאך פאר דעם סקאנדאל...) געהערט "חבורה" גייט שעכטען "סעפטעמבער" ביי "עמפייער" דער זאלי לייגט צו אז ער "ווייסט נישט" אויב עס האט שייכות, אבער ער בויט שוין א גאנצע בנין דערויף אז א פרומע "שחיטה" גייט זוכען בעסערס. יעצט ווייסט ער שוין אז "טאקע" וועגען דעם גייט "חבורה" גיין צו עמפייער.

דא רעדט מען נישט פון א "שחיטה" דא רעדט מען פון א "סופערמארקעט" וואס האט אויך פלייש מיט א אייגענעם "לעיבעל", די "חבורה" לעיבעל האבען זיי קיינמאל נישט געניצט פאר פלייש געשאכטען אין ק"י.

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אן "אלגעמיינע" (נישט פאר א געוויסע פארם) חזקה העלפט נישט ווען מ'נעמט פון מער ווי איין פלאץ???

allgood1s » 6/8/2009 21:39

הבהרה: איך האב נישט גערעדט מיט ק"י אדער עמפייער שחיטה און אויך נישט מיט דעם לעיקוואד געשעפט וועגן זייער "ביזנעס" דעסישאנס, איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אז אין סעפטעמבער גייען זיי ווייטער ניטצען די "חבורה" לעיבעל.

rebyankel » 6/8/2009 21:43

יעצט קאנפירמד מיט מיין חבר
ער האט גערופן הגאון קרית יואל'ע דיין אז ער האט געזעהן עפעס א צעטיל וועגן די צומות הגידים אין בית השחיטה אין דער דיין האט אים גענטפרט בערך בזה''ל: ס'איז נערישקייטן איר קענט עס אוועקווארפן.

איז ער גאגאנגען אין גערופן אין גערופן ר' י' מאנדעל אין געזאגט אז זיין נאמען שטייט אויף א צעטיל אין ער וויל וויסען וואס דאס איז, אין מאנדעל האט אנגעהויבן שרייען ס'שקר ס'שקר.
ווער עס גלייבט מיר נישט זאל אליינס רופן.

אגב, זאגט ער מיר אז זיי האבען דירעקט געלייגט פין קרית יואל'ע דיין א פאלטשע טעל נומ'......

זאלי'ס! כ'קען קוים ווארטן אויף ענקער  סקאנדאל אקעגן טעקסאס,
איינער ווייסט אויב ס'דא {אין אויב יא וויפיל} ארטיקלען אין דער איד וועגן דעם, (די סקאנדאל איז הערשט ''ארויסגערינען'' מיטוואך קען זיין אז דער משכיל אדער דער נואף איז נאכנישט אנגעקומען דערצו)

allgood1s » 6/8/2009 21:53

דער זאלי בעט דארט פראוו אז די זאליס האבען ארויס געלייגט און נישט לעיקוואד.

די גרעסטע פראוו איז אז די אליינס ביסט מודה אז לעקוואד נעמט ווייטער פון ק"י עכ"פ ביז סעפטעמבער.

נאך א פראוו אז אויפען צעטיל איז געשטאנען די נעמען פון די זאלי דיינים וואס לעיקוואד ווייסט ניטאמאל אז זיי עקזיסטירען...

בערל550 » 6/8/2009 22:02

געדענקט איינער די פובליק סקול מעשה?? די רבי שליט"א מיט די רבי ז"ל האבען זיך געבעטן צו די אלע אידען וואס האבען געהאט קשיות (שיין גערעדט) "קומטס אראפ און קוקטס!!"
און טאקע די אלע וואס האבען געקוקט האבען געזעהן דעם אמת....

דא האמיר די זעלבע זאך... שוין א לענגערע צייט וואס די זאליס טרייען אויף אלע ערליי אופנים חרוב מאכען דעם בית השחיטה, יעדעס מאל מיט א פרישע שטונק אז "די גאס שמועסט" "דער האט געזאגט" "יענער האט געזעהן" אבער דערווייל אן ערפאל,
יעצט איז אויך איינע פון זייערע קאפ דרייעניש אז "יענער האט געזאגט" און נישט סתם א "יענער" דער יעצטיגע "יענער" וואוינט גאר אין עיר התורה!!! אונעם זעלבען שטאט ווי עס וואוינען אנדערע גדולי תורה!!!


די בית השחיטה איז אפען פאר די פובליק!!!!
אז איינער האט א קשיא זאל ער אראפשיקען זיין דיין און מ'וועט אים אלעס אלעס ווייזען!!!

זיי האבען נישט קיין פראבלעם אפילו אויב איינער וועט זיך אראפשטעלן דארט און אלעס נאכגיין פאר א גאנצע וואך און א צי...

אדרבא זיי וועלן אים אפילו ארומפורען און אלעס צייגען,
און אויב טרעפט איינער א זאך וואס איז נישט גוט אדער אפילו וואס נישט ס'איז נישט גוט ס'איז נאר מער אויסגעהאלטען צו טוען אנדערש קען מען אריינגיין צום רבי'ן עס אדורכשמועסען און איך בין זיכער אז די רבי וועט עס טרייען נאכצוקומען.
און נאך מער אויב וויל ער נישט אליינס גיין צום רבי'ן משום איזה סיבה שיהי' קען ער גיין צום דיין אדער צום רב המכשיר הרב פאלאטשעק שליט"א

סתם קויפען גאסען מעשיות וואס אפאר "קנאה והתאוה והממון'ניקעס" טרייען צו פארקויפען האט דאך נישט קיין פשט....

YESWECAN3 » 6/8/2009 22:13

בערעלע!! זאג נאר ווען די רבי ז:ל האט געאסערט די בחירות איז ער אויך אראפגעגאנגען אין די כנסת זען וואס דארט טיט זיך?  קאט דע קרעפ....איך זאג נישט חס ושלם אז עפעס איז ראנג מיט די קרית יואל שחיטה אבער זאגען אז מען קען נישט אסרן די סקול דיסטריקט ווייל מען איז נישט אליין אראפגעגאנגען איז שטיתים והבלים

גאסט » 6/8/2009 22:18

YES טייערער, טו מיר א טובה און זאג מיר 1 איסור פארוואס די סקול דיסטריקט איז אסור


YESWECAN3 » 6/8/2009 22:34

איך האב נישט געזאגט אז סאיז אסור, איך זאג נאר אז ווען די אלע רבנים האבען געאסרט די סקול דיסטריקט איז געווען געניג אז זיי זאלען קיקען אויף די דאקימענטען, וואס די ארונים האבען אריין געגעבן אין קארט בשעת זיי האבען געמאכט די  סקול דיסטריקט ,אין אויףדעם  איז מער ווי געניג ארויסציקימען מיט א פסק מותר אדער אסור, אזוי די רבי ז:ל האט געאסערט די בחירות איז ער אויך נישט אראפגעגאנגען אין די כנסת זען וואס דארט טיט זיך

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 06/08/2009 22:32:47

allgood1s » 6/8/2009 22:38

איך מיין עס איז שוין צייט די מנהל זאל מאכען אן עקסטערע אשכול פאר אלע בויך דריקענישען פון "יעס ווי קען".

די שרייבער דא פארשטייען נישט וואס ער זאגט, און עס פארדרייט נאר די אשכולות

די מיליאנען ליינער וואס פארשטייען יא וואס ער זאגט, און קלאפען אים כסדר אין ריקען ווי גוט ער זאגט שיקען עס אים סייווי "נאר" אין אישי

ווערץ » 6/8/2009 22:40

allgood1s כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דער זאלי בעט דארט פראוו אז די זאליס האבען ארויס געלייגט און נישט לעיקוואד.


נעבעך... אומשולדיגע שעפעלע....
אייביג!! זאגט מען אז ס'איז די זאלי'ס...
פארוואס????



אפשר ווייל ס'מאכט סענס אז ס'זאל קומען פון די זאלי'ס??? תיקו!

bp11219 » 6/8/2009 23:02

ס'גוט. שעלט שעפעלעך שעלט. שרייט זאליס באליס, און פרעסט ווייטער טריפה. ס'גארנישט, ס'געווען אזוי דער מנהג אין סאטמאר אלע יארן.

rebyankel » 6/8/2009 23:11

bp11219 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'גוט. שעלט שעפעלעך שעלט. שרייט זאליס באליס, און פרעסט ווייטער טריפה. ס'גארנישט, ס'געווען אזוי דער מנהג אין סאטמאר אלע יארן.


די קוקסט אויס צו זיין אנגעפיקעוועט מיט פארמעגליך, א רחמנות!
 
YES וואס פאר דאקומענט האבען דא די מערערים געזעהן (כאילו ביי שערי חמלה האבען זיי עפעס {געוואלט} געזעהן) אז זיי האבען געמאכט אזא סקאנדאל

allgood1s » 6/8/2009 23:18

העי בי פי קאם דאן...

דיינע קאלעגעס און זאלי פורם הייבען זיך שוין אן ציביסלעך אפצושאקלען פון די בריוו, איינער בלעימט עס אויף נחום ראזענבערג א צווייטער גייט שוין א טריט ווייטער און זאגט נאך בשם ר' שלמה לייב וויינבערגער אז די פראבלעם איז "יעצט" נולד געווארען אין חו"ל (ניין נישט מיום היווסדה...) און איז איבעראל (יא אויך אין די ממליחה ואילך געשעפט)

וואלןסח » 7/8/2009 02:55

YESWECAN3 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

בערעלע!! זאג נאר ווען די רבי ז:ל האט געאסערט די בחירות איז ער אויך אראפגעגאנגען אין די כנסת זען וואס דארט טיט זיך?  קאט דע קרעפ....איך זאג נישט חס ושלם אז עפעס איז ראנג מיט די קרית יואל שחיטה אבער זאגען אז מען קען נישט אסרן די סקול דיסטריקט ווייל מען איז נישט אליין אראפגעגאנגען איז שטיתים והבלים


איך וועל עס אוישמועסן אין די זאלוינישע שפראך
צו אסרן א זאך וואס ר' אהרן האט געמאכט, נאכדערצו ווען ס'האט עפעס מיט העלפן פאר אידישע קינדער צו בגשמיות אדער ברוחניות דארף מען עס נישט גיין קוקן
ס'איז גענוג צו זאגן ר' אהרן האט עס געמאכט... און שוין....

לו יהא כדבריך ביי סקול דיסטריקט וואס טוט זיך מיט די שחיטה?? דיין צדיקל האט געזען די פעפער'ס אין קאורט הע

איך ווארט נישט אויף קיין ענפטער

ווערץ » 7/8/2009 03:05

YESWECAN3 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

בערעלע!! זאג נאר ווען די רבי ז:ל האט געאסערט די בחירות איז ער אויך אראפגעגאנגען אין די כנסת זען וואס דארט טיט זיך?  קאט דע קרעפ....איך זאג נישט חס ושלם אז עפעס איז ראנג מיט די קרית יואל שחיטה אבער זאגען אז מען קען נישט אסרן די סקול דיסטריקט ווייל מען איז נישט אליין אראפגעגאנגען איז שטיתים והבלים



איך וועל אויך ענטפערן אויף די זלונישע שפראך

ווען די תורה האט גע'אסר'ט רציחה, גניבה האט ער עס אויסגעטרייט פארדעם???

בערל550 » 7/8/2009 03:20

וואס פארשטייסטו נישט YES?
צו טון א זאך א קעגן די תורה איז זיכער אסור!!!
צו זאגען אז א איד איז א גנב ווייל איינער האט אים געזאגט אז ער איז א גנב, איז א היפאקריט!!!

דינען עבודה זרה איז אסור!!!
צו זאגען אז מ'טאר אהין נישט אריינגיין מוז מען נישט האבען אראפגעגאנגען פארדעם קוקען וויאזוי די ע"ז זעהט אויס!!!

קראנקע קינדער זאלען לערנען אין שערי חמלה איז מותר!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז ס'איז דא דארט____ (איך ווייס נאך עד היום נישט וואס), איז א היפאקריט!!!

צו עסן כשר פלייש איז א מצוה!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!

צביהירש » 7/8/2009 03:44

אפשר וויסט איר וואסערע עופות רבינו שליט"א (סיי וועלכער די ווילסט אזוי אנרופן) האט געגעסן אנגעהויבן פון זיינע וויגעלע יאהרן ביז ער האט אנגעטוהן די ווייסע זאקן?

55 יאהר געפיטערט פון טשיקן פלייש און בהמה פלייש פון מיעל מארט.

ארגינעלער » 7/8/2009 03:46

האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א עסט שוין נישט קיין בהמה פלייש 30 יאר

YESWECAN3 » 7/8/2009 03:54

בערל550 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס פארשטייסטו נישט YES?
צו טון א זאך א קעגן די תורה איז זיכער אסור!!!
צו זאגען אז א איד איז א גנב ווייל איינער האט אים געזאגט אז ער איז א גנב, איז א היפאקריט!!!
I AGREE
דינען עבודה זרה איז אסור!!!
צו זאגען אז מ'טאר אהין נישט אריינגיין מוז מען נישט האבען אראפגעגאנגען פארדעם קוקען וויאזוי די ע"ז זעהט אויס!!!
I AGREE
קראנקע קינדער זאלען לערנען אין שערי חמלה איז מותר!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז ס'איז דא דארט____ (איך ווייס נאך עד היום נישט וואס), איז א היפאקריט!!!

סאיז אלעס אן רעקארד וואס DR.בארנאדא האט געזאגט פאר די קארט אז די האר פין  קאפ קען זיך אויפשטעלען מען דארף נישט אראפ קימען אין שערי חמלה פאר דעם, סאיז OPEN רעקארדס..האסט פארגעסען מיר לעבען אין אמעריקע סאיז א מלכות של חסד..
 

בערל550 » 7/8/2009 03:59

צו עסן כשר פלייש איז א מצוה!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!

YESWECAN3 » 7/8/2009 04:06

בערל550 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צו עסן כשר פלייש איז א מצוה!!!
צו זאגען אז ס'איז אסור ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!


אין צי זאגען אז סאיז נאר דא א הכשר ממליחה ואלך...ווייל איינער האט געזאגט אז דארט _____ (יעדן טאג א צווייטע זאך), איז א היפאקריט!!!!

בשמחה_תמיד » 9/8/2009 09:15

(תימענער:)

אין די ''זאלי'' פורום שרייבט איינער א גרויסע אויפדעקונג מכלומרשט


אויפדעקונג: שוחט פון בני ברק באשטעטיגט סקאנדאל


יא.

דער לאנג-יעריגער סאטמארער בני ברק'ער שוחט, הרה"ח ר' שניאור זלמן טאבאק שליט"א דער ראש השוחטים פון שחיטת הגרמי"ל לאנדא, באשטעטיגט די סקאנדאל וואס טוט זיך איצט אפ מיט די פלייש און קרית יואל, שוין מיט דריי יאר צוריק.

וגופא דעובדא הכא הוה, ר' שניאור זלמן איז געקומען צו פארן צו ר' אהרן אויפ'ן ערשטן יו"ט שבועות אלס רבי, שנת תשס"ו, און זייענדיג א גרויסער שוחט, איז ער געגאנגען קוקן און באזוכן דעם בית השחיטה "המהודרת" פון קרית יואל.

א טאג שפעטער האט ער זיך געזעגנט מיט א קוויטל ביי ר' אהרן, און האט זיך אפגערעדט פאר ר' אהרן אז עס איז נישטא קיין משגיח ביי די שחיטה וואס קוקט איבער די צומת הגידין, האט עם ר' אהרן גענטפערט כהאי לישנא:
"אז מאיר הירש זאגט אז מ'דארף נישט קיין משגיח, דארף מען נישט".

דער ר' שניאור זלמן טאבאק איז גאר א תמימות'דיגער איד, אן ערליכער, א גרויסער ירא שמים, און איז געווארן זייער שטארק צוטרייסלט פון דעם ענטפער.

אהייקומענדיג און א"י איז ער געווען זייער צובראכן פון די שחיטה פירערשאפט אין קרית יואל, א פאר טעג דערויף איז ער געגאנגען מנחם אבל זיין די צווי "גרינפעלד" פון בארא פארק ר' נפתלי און ר' יעקב וועלכע זענען געזעצן "שבעה" און בני ברק בפטירת אמם.

דארט איז געזעצן א גרויסער אהרוני ר' גרשון כף פון די שחיטה משגיחים ביי הגרמי"ל לאנדא, און אויפן טיש האט מען גערעדט פון די בית השחיטה פון קרית יואל, און ר' שניאור זלמן האט געזאגט אז ער האט גרויסע טענות אויף די שחיטה, אז עס איז נישטא קיין משגיח, ווי אויבערדערמאנט.

אויפצומארגאנס האט עם ר' גרשון כף דער אהרוני באפאלן, היתכן די ביסט מוציא לעז אויף די שחיטה "המהודרת", און זאגסט עס נאך און פראנט פון די צווי גרינפעלד ברידער, וועלכע זענען שונאים פון רבי'ן.

ווען ר' אהרן איז געקומען דעם ווינטער קיין בני ברק צו אנטיילנעמען ביי די חתונה פון בן ר' חיים הערש מייזליש, איז ער געגאנגען שבת צופרי אויף קידוש נאכן דאווענען ביי ר' שניאור זלמן און שטוב, פאר צווי סיבות, איינס פון די סיבות איז, אז עס האט געדארפט הייסן א "פיוס" אויף דעם זלזול ענטפער איבער די שחיטה

עד כאן המעשה.


אויף דעם איז געזאגט געווארן (ר''ה כ''ב:) כל מילתא דעבידא לאגלויי לא משקרי בה אינשי אבער אז מען איז נישט קיין בגדר אינשי איז מען יוא משקר ווייל נאכ'ן בירור און מען האט געפרעגט דעם שוחט אליין ר' שניאור זלמן נ''י צו ער האט גערעדט מיט'ן רבי'ן איבער צומת הגידין האט ער געזאגט א גרויס'ן לא מיט א א' רבתי בכלל זאגט ער איך פארשטיי נישט אין צומת הגידין און איך טו נישט דערין , די געבאקענע מעשה שטאמט פון זיין איידעם י. ב. וואס ער איז א באוואסטער בעל דמיון וואס יעדע ערשטע ווארט איז חוטא לאמת ווער האט אין זיין לעבן נאנישט ארויס גערעדט א גראד ווארט אויף אים זאגט דער פס'  (משלי י' א') ובן כסיל תוגת אמו

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 09/08/2009 9:14:45

_________________

nuremes » 10/8/2009 01:11

בור כרה ויחפרהו

(שטייענדיג געציילטע טאג נאכ'ן דורכגעפאלענע פאלטשע סקאנדאל האט איך דאס באקומען פין א באקאנטן מיט א בקשה עס ארויפצילייגען)

ביטע לייג ארויף דעם ארטיקען אויף כל העולם:

אין נאמען פין אלע אנ''ש וויל איך באדאנקען פין טיפען הארצען אינזער דעביטערטע ברידער פין די זאלי פארטיי, פאר'ן ארויפשמירן (מתוך קנאה תאווה וכבוד) אזא לעכערליכע סקאנדאל אויף אינזער וועלט בארימטע בית השחוטה המהודרת אין קרית יואל, בנשיאתו הרמה כ''ק רבינו שליט''א ואת עמו הגאון הגדול דומ''ץ ק''י והג' אבדק''ק מגד יהודה שליט''א,

ב''ה דער נער'ישע סקאנדאל האט בעקפייערט מיט א לענדסלייט, אויף ביידע פראנטען,

סיי, ס'האט נאך מער דערהויבן די כתר שם טוב פינעם בית השחיטה המהודרת, ווען יעדער האט זיך (צווישען אנדערע הידורים) איבערצייגט,  אז  קרית יואל איז די ''איינציגסטע'' בית השחיטה  אין אמעריקע וואס מ'האט ביז היינט בודק געווען די צומת הגידין (למעט: סקווירא אין קאהן'ס וואס צייגען זיך אויך אויס אין כשרות אין הידורים), אין נאר די מדקדקים בכשרות וואס זענען מקפיד צו עסן נאר פין דעם שחיטה המהודרת זענען ניצל געווארען פין דעם פראבלעם, (אפי' להלכה קען זיין איז עס א מיעוט שאינו מצוי), די 2 אויבערדערמאנטע דיינים שליט''א ווערן די לעצטע פאר טאג באלגערט פין די גרעסטע רבנים אין בעלי מכשירים וואס בעטן זיי אויסצולערנען וויאזוי מען איז  בודק די גידין אין דער מציאות הדברים וכו'(כ'קען נישט דא אויסרעכנן ווער, ווייל כ'וויל קיינעם נישט וויי טוען אין כ'וויל נישט צונעמן קיין ביזנעס, זיי האבען לכאורה אין דין פין א שוגג, כ'האב אבער עטליכע נעמען פין א 100% קראנטע מקור, אין איר וואלט אלע געשפרינגן ווען איר וואלט געהערט די נעמען), דער בעל מכשיר פין חבורה אין לעיקוואד האט פאר יעדן מסביר געווען די לעכערליכקייט פין דעם שקר בשמו, אין אויסגערעכנט די ברייט בארימטע חמרות אין הידורים וואס דער בית השחיטה פארמאגט, אין ווערט וועכענטליך ציגעלייגט.

סיי, מ'האט זיך איבערצייגט די הפקרות וואס הערשט אין די ג'גזלט'ע בוטשער, וואס די גאנצע השגחה איז דורך דעם מענעזשער וואס איז נאכנישט דארט א גאנצע יאר, נאכדעם וואס מ'האט ארויסגעווארפן דעם לאנג יעריגען מענזשער וואס האט אריינגעלייגט שווערע כוחות אויפצוארבייטן דעם בוטשער פאר'ן חטא פין נישט גיין אין שפאן, (וואס אגב די מפוקפוק'דיגע הכשר איז שוין מ'מליחה ואילך אויך נישט, נאכדעם וואס זיי האבען לעצטנס אפגעזאגט זייער משגיח ביי די מליחה אין ווינלאנד {הרה''ח ר' ישראל מאיר פרידמאן הי''ו} אין מ'האט אים ערזעצט דורך א פרעמדער שוחט, וואס וויבאלד רוב טאג איז דער שוחט פארנומען מיט די שחיטה, קען ער נאר זעהן די מליחה אפאר מיניט אין די איבריגע שעות זאלצען דארט גוים {ר' ישראל מאיר פלעגט דארט שטיין די גאנצע צייט אלץ משגיח תמידי} די תירוץ.... ביים אפזגען איז געווען ווייל קרית יואל פלעגט אמאל (פאר מ'האט געפענט די שחיטה המהודרת) צאלען א חלק פאר די השגחה, אין וויבלאד די ב''פ בוטשער צאלט אויך מער נישט (ווייל לויטן פארלאנג פין די רבני המכשירים הדומ''ץ קיט''ל ב''פ והג' ר' אפרים שמעון לייכטאג, נעמט מען אלע פלייש נאר פין ק''י) קענען זיי זיך מער נישט אפארדען די הכשר ביי די מליחה (כ'האב געמיינט אז ס'דא א נייע ב''פ בוטשער)) אין אין סטאר אליין ווייסט יעדער וואס פאר א השגחה דארט איז דא..... (כ'רעדט נישט פין דעם וואס מ'האט אויפגעהערט צו ניצן שטיין זאלץ טראץ א קלארע הוראה פין רביה''ק ז''ל אין מ'האט נישט מודיע געווען פאר'ן א''ג בעל מכשיר אין פאר די קאסטומער'ס)

צום ענין: לויט ווי ס'קוקט אויס איז דאס א וויירוס וואס די טשיקענס ליידען לעצטענס דערפון אין מ'ארבעט שוין א שטיק צייט דערויף (ס'אז איז כדי צו באמערקן דאס וואס איז שוין באקאנט אז ווי נאר מ'האט באמערקט דעם פראבלעם האט מען מודיע געווען ע''פ בקשתו פינעם דיין שליט''א פאר די אנדערע בית השחיטה'ס (נאכמאל: הגם להלכה קען אז עס נאר א מיעוט שאינו מצוי))

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבען וועגן ביידע חלקים, אויב מיין צייט וועט דאס ערלויבן

ברוך הוא אלוקינו שבראנו ''לכבודו'' ''והבדלנו'' מן התועים, ונתן לנו תורת ''אמת'' וכו'

ע''כ דבריו

בלייב איך נאר איבער מיט א בקשה פאר די זאלי'ס, טרעפט ווי שנעלער א סקאנדאל אויף טעקסאס (איך שטעל ענק אויף די חזקה, ס'וועט נישט לאנג נעמען)

בלאט: 1 2