היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: צומות הגידין אין מערערע בית השחיטות

ברעיקינג: צומות הגידין אין מערערע בית השחיטות

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2674202

צומתהגידין » 18/8/2009 23:28

די וואך האט מען געפונען הויכע פראצענט צומות הגידין טריפות אינעם שעכט הויז פון מארוויד אין מאנטרעאל.
א משגיח מומחה איז אראפגעפארן אהין בודק זיין און אז מען זיכט טרעפט מען.

פינקט ווי אויב מען באקוקט סטראבעריס, טרעפט מען ווערים און אויב מ'ען קיקט נישט, טרעפט מען נישט.
וויינלאנד און דזשי ענד דזשי לאזן דערווייל נישט אריין בודק זיין. זיי זאגן אז ביי זיי איז נישטא קיין טריפות.

דער הויפט משגיח פון די סאטמארע עופות ראטענבערג זאגט אז מ'קען רואיג עסן און מ'דארף נישט בודק זיין, ווייל ביז צען פראצענט ווערט עס בטל און מ'קען זיך סומך זיין אויף פארשידענע התירים.

פרטים יבואו

צומתהגידין » 18/8/2009 23:56

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 18/8/2009 23:58

צומתהגידין כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די וואך האט מען געפונען הויכע פראצענט צומות הגידין טריפות אינעם שעכט הויז פון מארוויד אין מאנטרעאל.
א משגיח מומחה איז אראפגעפארן אהין בודק זיין און אז מען זיכט טרעפט מען.

פינקט ווי אויב מען באקוקט סטראבעריס, טרעפט מען ווערים און אויב מ'ען קיקט נישט, טרעפט מען נישט.
וויינלאנד און דזשי ענד דזשי לאזן דערווייל נישט אריין בודק זיין. זיי זאגן אז ביי זיי איז נישטא קיין טריפות.

דער הויפט משגיח פון די סאטמארע -  זאלי'ס עופות ראטענבערג זאגט אז מ'קען רואיג עסן און מ'דארף נישט בודק זיין, ווייל ביז צען פראצענט ווערט עס בטל און מ'קען זיך סומך זיין אויף פארשידענע התירים.

פרטים יבואו


די סאטמערע משגיחים זענען שוין איינמאל בודק, אין אדאנק דעם זענען די אלע וואס עסן נאר פין די בית השחיטה המהודרת ב''ה ניצל געווארען פין דעם פראבלעם.

ארגינעלער » 19/8/2009 00:23

82 פלייש טאר מען סתם אזוי נישט עסן
אויף ר' ישראל חיים מנשה טאר מען זיך נישט פארלאזן פאר קיין פרייז אין דער וועלט
ער קען נאך זאגן אז די פלייש איז פוילישע גוים ( אזוי ווי דער עירוב אין ראדני )

ער איז א הפקר יונג, אין פאר אפאר דאללער איז ער אלעס מתיר אין דער וועלט.

צומתהגידין » 19/8/2009 00:32

ביטע נישט מישן קיין פאליטיק דא.

מנהל ביטע מעק אויס אלע זאכן וועלכע רעדן נישט פון צומות הגידין.

allgood1s » 19/8/2009 00:42

די קעפעל דארף ווען זיין "ברעיקינג צומות הגידין נאכנישט מתקן געווען"

עס איז שוין א אלטע זאך אז די פראבלעם איז אין אלע בית השחיטות ווי שוין געשריבען דא http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2669304

די חידוש איז אז וואס זיי האבען קודם געשריגען נאך א טריפה פינקעל פרשה (ווייל מ'האט גערעדט פון ק"י), זאגט מען יעצט עס איז בטל (ווייל עס פאסט נישט מודה צו זיין עס איז געווען א פראבלעם)

צומתהגידין » 19/8/2009 00:42

[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 19/8/2009 00:52

ווי אזוי הייסט די ווירוס אין ענגליש.

צומתהגידין » 19/8/2009 18:03

די ווירוס הייסט ריא-ווירוס.
הינער אין אלע שלאכט-הייזער האבן געוויסע פראצענט צומת הגידין
וואס שטאמט פון די אינטערגאנג.

אויב איז מען נישט בודק כראוי, און ס'איז א הויכע פראצענט איז א שאלה פון טריפה דאורייתא.


[בילד – נישט אפגעהיט]

געגאנגען » 19/8/2009 23:28

חכמים הזהרו בדבריכם.

א דאנק פאר די הערליכע אויפקלערונג אין די פרטים פונעם וויירוס. נאר א קליינע הגה. דו שרייבסט אז מיר זענען נישט בקי עפ"י שולחן ערוך אין צומת הגידין און וועגן דעם קען מען נישט מתיר זיין קיין שום פראבלעם מיט צומת הגידין.

וואלסט געדארפט קלארער ארויסברענגען אז דאס וואס מ'איז נישט בקי איז אינעווייניג אין די צומת הגידין מיינט צו זאגן נאכדעם וואס מ'טרעפט שוין איינע פון די סימני הטריפה נעמען מיר אן דעם פסק פון רמ"א אז "ואנן אין אנו בקיאין בצומת הגידין" עס בודק צו זיין. אבער מיר זענען יא אויסדריקליך בקי צו זען אויב ס'איז בכלל דא א פראבלעם, און אויב מ'טרעפט נישט קיין פראבלעם איז עס כשר וישר אן קיין שום פקפוק, אזויווי דער שר התורה הגר"מ בראנדסדארפער זצ"ל האט שוין מברר געווען באריכות.

צביהירש » 20/8/2009 01:50

אסאך שוחטים ובודקים זענען יא בקי וויאזוי צו באקיקן די עופות צו זיי האבן די פראבלעם. למשל ר' דוד פרידלענדער און ר' אברהם שמואל גאלדשטיין, ר' הערשל ווייס שו"ב, זיי האבן אלע יאהרן געארבעט ביי עופות און יא באקוקט די עופות. דער סימן איז אז די ביין פון העכער די פיסל  דארט ווי דער קניפ איז מחבר דעם דיכט ביין מיט די פיסלעך. אויב די קייט ווי די עופות הענגען איז נישט שנעל, דהיינו זיי זענען פאר די אויגן פון דעם בודק גענוג צייט צו באמערקן אז אויף דעם ביין איז דא א אנדערע קאליר און דער משגיח האט צייט מיט די האנד צו פיהלן א הארטקייט. ווייל מיט די אויגן זעהט ער נאר אויב דער קאליר איז משונה'דיג אנדערש ווי נארמאל. דהיינו נארמאל איז געהל אדער נאטורלעך ווייס. און ביי די פראבלעמאטישע איז דאס פלאץ טייל מאל זייער שטארק ווייס אדער א בלויע פלעק, מיז ער מיט די האנד אנטאפן צו זעהן אויב ס'איז נאטורלעך ווייעך אזוי ווי אנדערע עופות אדער צו ס'איז דארט א קליינע הארטע געוויקס. און ער מוז דאס תיכף געשיקטערהייט אויפשניידן מיט א שארף מעסערל און חאפן א בליק אויב די אדערן זענען נישט איבער געריסן אדער ווילד אנטצינדן.
 דאס אלעס מוז דער בודק טוהן ביז ווילאנג די עוף פאהרט אדורך פאר זיין נאז.
יעצט ביי די אלע שחיטות וויט מ'שעכט (דורך עטליכע שוחטים) אסאך אויף איינמאל, און די קייט פאהרט שנעל. איז דאך נישט מעגליך פאר'ן בודק צו האלטן א אויג אויף אזוי שנעל פאהרעדיגע קייט פון עופות.
אויך די אנדערע בודקים וואס באקוקן די קישקעס צו אמאהל אמאהל די לינגען, האבן נישט גענוג צייט צו באקוקן די אלע שאלות אין אזא שנעלע פארעדיגע קייט מיט עופות.

ליידער זענען די פראבלעמען מצוי ביי די אסאך פון שענסטע בתי שחיטות. אויך ווי פארופט זיך שחיטה מהודרת. ווייל כמעט ביי די אלע פלענטס שעחט מען גרויסע קוואנטומס מיט א שנעלקייט כדי צו מאכן עפעס ריווח פון די עופות.
די בתי שחיטה זענען נישט קיין NON FOR PROFIT פאבריקן.

טאטלע » 20/8/2009 02:19

צבי הירש אין ק"י שחיטה שעכט מען היינט ציטאגס מיט 30 טשיקענס ווייניגער א מיניט ווייל מאיז יא בודק

אין ווי די ניק צומת הגידין האט אויבן דערמאנט לאזט וויינלאנד ניטאמאל אריין א משגיח מזאל בודק זיין

דער_פוסק » 20/8/2009 06:40

צבי הירש האט געשריבן:
ביי די פראבלעמאטישע איז דאס פלאץ טייל מאל זייער שטארק ווייס אדער א בלויע פלעק

דאס איז "נישט" דער סימן אויף די איצטיגע צומת הגידין פראבלעם אין די פאראייניגטע שטאטן, איך וויל נישט שרייבן וואס יא, ווייל מ'טאר זיך נישט פארלאזן אויף וואס עס שטייט דא, מ'דארף פארן קיין אין קרית יואל זיך לערנען.

דער_פוסק » 20/8/2009 06:50

צומת הגידין: דאס אז מ'האט געטראפן אין מארוויד איז א בשורה טובה, אויב עס איז אמת. אויב מ'טרעפט, איז  א סימן אז מ'ווייסט וויאזוי בודק-צו-זיין. אויב מ'האט נישט געטראפן איין טאג מיינט גארנישט. אבער אויב מ'האט א גאנצע וואך נישט געטראפן מיינט דאס אז מ'ווייסט נישט וויאזוי צו בודק זיין.

דערווייל וואלט איך געראטן מ'זאל נישט קויפן פון אזא בית השחיטה וואס האט נאכנישט געטראפן קייין צומות הגידין פראבלעם. עס  איז  נישט מעגליך עס זאל נישט זיין, עס איז נאר מעגליך מ'זאל נישט טרעפן, ווי שוין מסביר געווען. אויב מ'האט געקויפט זאל מען נאך בודק זיין פאר'ן קאכן. מ'זאל אריינגראבן אינעם צאמבל מיט די הענט (ניצן א מעסער נאר אויף צו אויפשניידן די הויט) און ציען אלע ווייסע אדערן צו זען אויב עס צערייסט זיך. אויב עס איז געזונט וועט זיך עס נישט צערייסן אויב עס צערייסט זיך איז א סימן אז ס'איז נישט גאנץ אפילו אויב ס'איז פארוואקסן מיט אינפעקשאן מאטעריאל. דעמאלט איז מען מחוייב אוועקצואווארפן דעם שטיקל פלייש

צומתהגידין » 31/8/2009 20:29

הרה"ג רבי הילל וויינבערגער איז דעם דאנערשטאג דאס ערשטע מאל געווען אין וויינלאד בית השחיטה, אינאיינעם מיט הרב גראס פון שיכון סקווירא.

ר' הילל האט אליין אינטערזוכט בערך 60 עופות. און מ'האט דערפון געפונען טריפות ביי 4 עופות.

דאס קומט אויס צו בערך 7 פראצענט טריפה.
טאקע נישט קיין צען פראצענט, אבער געשמאק איז דאס געוויס נישט.

רבי_יונה » 31/8/2009 20:32

אגב, עטליכע בית השחיטות זאגן אז מ'האט ביי זיי נישט געטראפן קיין שום טריפות א גאנצן טאג.

דאס טאר זיי נישט פאר'נאר'ן צו מיינען אז מ'איז שוין פטור געווארן פון די צומות הגידין אנשיקעניש. אדער אז זיי האבן בכלל נישט דעם פראבלעם.

דאס איז פינקט ווי איינער זאגט איז נישט בודק קיין סטראבעריס ווייל אין איין פעקל האט ער גאר קיין תולעים נישט געפונען.

יעדן טאג איז אנדערש. און יעדע שיפמענט איז אנדערש.

rebyankel » 1/9/2009 01:49

הרב קורשינסקי אין מבצר הכוללים
דער רב המכשיר הרב קרשינסקי איז היינט ערשינען אין מבצר הכוללים אין ערקלערט פאר די בני תורה וויאזוי מ'איז עס בודק

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 1/9/2009 01:54

אין זיין נאמען (הרב קרושינסקי) לויפען די זאלי'ס ארום מיט זייער פארביקאציע קעגן דעם בית השחיטה המהודרת,
אינדערצייט וואס זייער אייגענער בוטשער האט די שוואכסטע השגחה אין וויליאמסבורג....

ביים ענדע פין זיין שיעור, האט דער משגיח לאנג מאריך געווען בשבח פינעם מהודר'דיגע בית השחיטה, מיט אירע חומרות אין הידורים, אויספירענדיג: כ'נאך אזא שחיטה נישט געזעהן!


דער_פוסק » 1/9/2009 05:53

איין קליינע הערה: הרב קרשינסקי איז נישט קיין רב המכשיר, ער איז בלויז א משגיח פאר הרה"ג ר' משולם פאלאטשעק שליט"א וועלכער איז דער בעל מכשיר אויפ'ן גאנצן בית השחיטה, אינאיינעם מיט הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א און הרה"ג ר' אהרן טייטלבוים שליט"א (אדמו"ר סאטמאר).

בערך 6-7 חדשים צוריק איז הרב קרשינסקי באויפטראגט געווארן פונעם רב המכשיר הנ"ל בודק צו זיין "צומת הגידין" אזויווי מ'טוט אין ארץ ישראל און אין אייראפע, הגם דערווייל האט מען גארנישט געטראפן דאהי. הערשט פאר שבועות, נאך עטליכע חדשים פון בדיקות, האט מען אנגעהויבן צו טרעפן. זאפארט האט מען צוגעשטעלט נאך בודקים ווי הרב שפילמאן פון ק"י און נאך כדי צו פארזיכערן אז קיין איין טריפה ווערט ח"ו נישט דורכגעלאזט.

דאס אלעס איז פארגעקומען אן קיין  טראסק אדער פאמפע, פונקט ווי פיל אנדערע טרפות וואס מ'איז בודק לחומרא אין קרית יואל, טראצדעם וואס קיין שום אנדערע פלענט איז עס נישט בודק

צומתהגידין » 31/12/2012 00:00

דאס האבן מיר געשרין 3 יאר צוריק. ליידער ווערט דאס ערגער און מ'גיט פאר אידן טריפות.